אײַזנבאַן־געשיכטעס: 19: דער צענטער

שלום עליכם (אַלע װערק)

דער צענטער

נײַן ייִדן זײַנען מיר געװען אינעם גאַנצן װאַגאָן. נײַן ייִדן. אונדז האָט געפֿעלט אַ צענטער, צו אַ מנין.

אײגנטלעך, איז געװעזן אַ צענטער אױך. נאָר דער צענטער איז געװען באַ אונדז ספֿק ייִד, ספֿק קריסט. אַ שטילשװײַגנדיקער פּאַרשױן מיט אַ גאָלדענעם פּענסנע. אַ ראַבעטינע פּנים מיט קלײַען, נאָר אָן אַ באָרד. אַ נאָז אַ ייִדישע, נאָר װאָנצעס — מאָדנע פֿאַרדרײט אַרױף. אױערן אָפּגעשטאַנענע, נאָר אַ האַלדז אַ רױטער. די גאַנצע צײַט האָט ער זיך געהאַלטן פֿון אונדז גאַנץ באַזונדער. געקוקט אין פֿענצטער און געפֿײַפֿט. געזעסן איז ער געװײנטלעך אָן אַ היטל. און אַ רוסיש בלאַט אַף די קני. און שאַ, קײן װאָרט נישט אַרױסגעלאָזט. דורכױס מעשׂה רוס. אַן עכטער פֿאָניע. האַ? נאָכאַמאָל: זאָל דאָס טאַקע זײַן אַ גױ? סטײַטש, ס'איז דאָך אָבער פֿאָרט נישט קײן גױ. בלאָטע! אַ ייִד אַ ייִדן װעט נישט נאַרן. אַ ייִד אַ ייִדן װעט דערקענען פֿאַר אַ מײַל אין אַ פֿינצטערער נאַכט. גװאַלד, דער צלם־אלוקים! נײן, ס'אַ ייִד. אַזאַ שטיק גאָלד, װי אַ ייִד דאָס איז! און װידער צוריק, טאָמער נײן? אַ קשיא הײַנטיקע צײַטן… האָבן מיר זיך מײשבֿ געװען: אױך די אײגענע מעשׂה. אַ ייִד, נעבעך װיל, מע זאָל כאָטש מײנען, אַז ער איז אַ גױ ― לאָז אים װױל באַקומען. װאָס־זשע טוט מען אָבער ― אונדז גײט־אָפּ אַ צענטער? מיר האָבן אַ יאָרצײַט אין װאַגאָן. איר מײנט, עפּעס גלאַט אַ יאָרצײַט? אַ יאָרצײַט נאָך אַ טאַטן? אָדער נאָך אַ מאַמע? נײן. דאָס איז געװען אַ יאָרצײַט נאָך אַ קינד. נאָך אַ זון. אײן־און־אײנציקן זון האָט אַ ייִד באַגראָבן. קױם אױסגעבעטן, מע זאָל אים אַרױסגעבן פֿון דער טורמע, שױן ל אַ ח ר ה מ ע שׂ ה, מע זאָל אים ברענגען צו קבֿר־ישׂראל… דער פֿאָטער שװערט, אַז ער איז געװעזן גאָט די נשמה. צו גיך, זאָגט ער, האָט מען אים אָפּגעמשפּט. דאָס הײסט, אַ חבֿרה־מאַן צװישן חבֿרה איז ער אַפֿילו, זאָגט ער, געװען, נאָר הענגען איז אים, זאָגט ער, נישט געקומען. מע האָט אים אָבער געהאַנגען ― פֿאַרפֿאַלן! איז די מוטער באַלד נאָך אים אַװעקגעגאַנגען. דאָס הײסט, נישט אַזױ גיך. אָהאָ! זיך פֿריִער אָנגעמוטשעט. אַלײן געמוטשעט זיך און אױך אים גרױ און אַלט געמאַכט.

— װיפֿל, מײנט איר, בין איך אַלט מײַן אײגנס?

מיר קוקן אַלע אַפֿן דאָזיקן פּאַרשױן און װילן טרעפֿן, װיפֿל אַלט ער איז. ס'איז אוממעגלעך: יונגע אױגן, גרױע האָר. אַ געקנײטשטער שטערן, אַ שמײכלענדיק־װײנענדיק פּנים. און דער גאַנצער נפֿש ― עפּעס אַ מאָדנער. טאַקע אַ פּידזשאַק, נאָר אַ לאַנגלעכער. טאַקע אַ קאַפּעלושל, נאָר פֿאַררוקט אַהינטער. טאַקע אַ בערדל, נאָר שטאַרק פֿאַרקײַלעכיקט. און אױגן… אַך, אױגן! אַזעלכע אױגן, װען איר זעט אײן מאָל, װעט איר זײ שױן קײנמאָל, קײנמאָל נישט פֿאַרגעסן. שמײכלענדיק־װײנענדיקע, אָדער װײנענדיק־שמײכלענדיקע אױגן… װאָלט ער כאָטש באַקלאָגט זיך, װאָלט ער כאָטש געלאָזט אַ טרער. איז נײן. דװקא פֿרײלעך און דװקא לעבעדיק ― אַ מאָדנער, מאָדנער נפֿש.

― הכּלל, װוּ נעמט מען אַ צענטן? ― האָט זיך אײנער אָפּגערופֿן און געװאָרפֿן אַן אױג אַפֿן פֿײַפֿער, װאָס מאַכט זיך גלײַך װי ער הערט נישט, קוקט אין פֿענצטער אַרײַן און פֿײַפֿט־אױס עפּעס אַ באַקאַנטן ניגון, דאַכט זיך, אַז „קעקװאָק“.

― װאָס הײסט, אַ צענטער? — רופֿט זיך אָן נאָך אײנער, ― מיר האָבן דען נישט קײן מנין?

און ער האָט גענומען צײלן מיטן פֿינגער: נישט אײנס, נישט צװײ, נישט דרײַ…

— אָן מיר! ― האָט זיך אָנגערופֿן דער פֿײַפֿער, דװקא אַף ייִדיש.

מיר זײַנען אַלע געבליבן דערשטױנט.

— איר זײַט דען קײן ייִד נישט?

— אַ ייִד בין איך, נאָר איך האַלט נישט פֿון די זאַכן.

אַ היפּשע װײַלע זײַנען מיר געזעסן אַלע, װי געפּלעפֿט, געקוקט אײנס אַף דאָס אַנדערע אָן לשון. נאָר אײן בעל־יאָרצײַט האָט זיך נישט פֿאַרלױרן. מיט זײַן פֿרײלעך־װײנענדיקן שמײכל האָט ער זיך אָנגערופֿן צום יונגנמאַן דעם פֿײַפֿער:

― הונדערט און צװאַנציק יאָר זאָלט איר לעבן. אײַך קומט אַ גאָלדענע מעדאַל.

― פֿאַר װאָס אַ גאָלדענע מעדאַל?

― איך װעל אײַך זאָגן, ס'איז אַביסל אַ צו לאַנגע מעשׂה. אױב איר װילט זײַן אַ צענטער צום מנין, זאָג איך אָפּ אַף אַ מינוט קדיש נאָך מײַן זון, װעל איך אײַך דערצײלן אַ שײנע געשיכטע.

און דער פֿרײלעכער בעל־יאָרצײַט נעמט אַרױס אַ פֿאַטשײלע, גאַרטלט זיך אַרום דעם פּידזשאַק און שטעלט זיך אַװעק מיטן פּנים צו דער װאַנט:

― אַשרי יושבֿי ביתך עוד יהללוך סלה…

איך װײס נישט, װי אַזױ איר. איך בין מיך מודה, אַז איך האָב ליב אַ װאָכעדיקע מנחה. אײן װאָכעדיקע שמונה־עשׂרה איז באַ מיר זיסער פֿון צען חזנישע קונצנדיקע שטיק, שבתדיקע דרײדלעך מיט יום־טובֿדיקן שטײגער. די שמונה־עשׂרה פֿון דעם בעל־יאָרצײַט דאָ אין װאַגאָן איז געװען מיט אַזױ פֿיל האַרץ, מיט אַזױ פֿיל נשמה, אַז עס האָט אונדז אַלעמען צענומען. און מיר דאַכט, אַז אַפֿילו דעם צענטן פּאַרשױן דעם פֿײַפֿער ― אױך. האָרכן אַ טאַטן, װי ער זאָגט קדיש נאָך אַ זון ― איז עפּעס אױך נישט פֿון די קלײנע זאַכן. און דערצו האָט דער בעל־יאָרצײַט געהאַט אַ זיסע האַרציקע שטימע, װאָס האָט זיך געגאָסן װי אַ בױמל גלײַך אין די בײנער אַרײַן. און איבערהױפּט ― דער קדיש! נאָר אַ שטײן האָט דער קדיש געקאָנט נישט רירן…

קורץ ― דאָס איז געװען שױן אײן מאָל אַ מנחה.

אָפּגעדאַװנט און אָפּגעבונדן די פֿאַטשײלע, האָט זיך אונדזער בעל־יאָרצײַט אַװעקגעזעצט אַקעגן דעם צענטן פּאַרשױן און מיט אַ פֿרײלעך־װײנענדיק פּנים, װי זײַן שטײגער איז, האָט ער אָנגעהױבן צו דערצײלן די געשיכטע, װאָס ער האָט אים צוגעזאָגט. בעת־מעשׂה האָט ער זיך געגלעט דאָס בערדל און גערעדט פּאַװאָלינקע, װי אַ מענטש, װאָס האָט צײַט:

― די מעשׂה, װאָס איך װיל אײַך, יונגערמאַן, דערצײלן, איז, אײגנטלעך, נישט אײן מעשׂה, נאָר דרײַ מעשׂיות. דרײַ קלײנינקע מעשׂהלעך.

די ערשטע מעשׂה האָט זיך געטראָפֿן אין אַ דאָרף, באַ אַ רענדאַר. געזעסן אין אַ דאָרף אַ רענדאַר מיט אַ רענדאַרקע. דאָס דאָרף איז געװען אַ גרױס דאָרף. גױים אַ סך, ייִדן נישט אײנער. אַ יחיד הײסט עס. אַדרבה, נאָך בעסער. פּרנסה בשפֿע. װי זאָגט מען: זיצן זאָל מען צװישן גױים… אײן זאַך נאָר האָט זײ געפֿעלט ― קינדער. אַ צײַט נישט געװען באַ זײ קײן קינדער. איז זײ נישט אײַנגעגאַנגען דאָס לעבן. ערשט אַף דער עלטער האָט גאָט רחמנות געהאַט. די רענדאַרקע איז פֿאַרגאַנגען אַף טראָגן און האָט געבױרן דעם רענדאַר למזל אַ ייִנגל. אַ בן זכר. אַ גדולה! דאַרף מען, הײסט עס, פּראַװען אַ ברית, װי גאָט האָט געבאָטן, אַפֿן אַכטן טאָג האָט מײַן רענדאַר גאַנץ פֿײַן אײַנגעשפּאַנט פֿערד־און־װאָגן און איז אַװעק אין שטאָט אַרײַן, אַראָפּגעבראַכט דעם רבֿ מיטן שוחט מיטן שמשׂ מיט נאָך פֿינף ייִדן. אַ װאַרעמעס האָט די רענדאַרקע מסתּמא צוגעגרײט אַ גרױסאַרטיקן. אַלצדינג פֿײַן אַרום און אַרום. מע טוט זיך אַ כאַפּ — נישטאָ קײן מנין. עס פֿעלט אַ צענטער. װאָס איז די מעשׂה? אַ רענדאַרישער קאָפּ. אַרײַנגערעכנט די רענדאַרקע אױך אין קאָן. איז מסתּמא געװאָרן אַ גרױס געלעכטער. אַהין־אַהער ― דער טאָג שטײט נישט. װאָס טוט מען? אַ גרױס דאָרף. גױים אַ סך. ייִדן, להבֿדיל, נישט אײנער. שלעכט! מע טוט אַ קוק — עס פֿאָרט צו גלײַך צו דער קרעטשמע אַ בױד. און אין בױד ― אַ בעל־עגלה. לאָז זײַן אַ בעל־עגלה, אַבי אַ ייִד… „ברוך הבאָ!“ „שלום עליכם!“ „קומט אַרײַן, װעט איר זײַן אַ צענטער!“… די שׂמחה איז געװען נישט צו באַשרײַבן. הײַנט זעט, װאָס פֿאַר אַ גרױסן גאָט מיר האָבן. אַ גאַנץ דאָרף מיט גױים קאָנען גאָרנישט מאַכן. קומט אײן ייִד, אַ בעל־עגלה, דאַכט זיך ― אַהאַ, שױן גוט!

די צװײטע מעשׂה, מײַן ליבער ייִד, האָט זיך געטראָפֿן שױן נישט אין אַ דאָרף, נאָר אין שטאָט. און דװקא אין אַ ייִדישער שטאָט. שבת איז דאָס געװען. פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, הײסט עס, נאָך ליכטבענטשן. געקומען פֿון שול. אָפּגעמאַכט קידוש, זיך געװאַשן. מע זעצט זיך צום טיש ― איז זיך מײשבֿ אַ ליכט און הײבט אָן שמעלצן זיך. שטעלט מען אַװעק מסתּמא אַ שבת־קױלעטש אַקעגן שנױץ ― עס העלפֿט נישט. אַראָפּגעפֿאַלן דער שנױץ אַפֿן טיש, אָנגענומען דאָס טישטוך. אָט באַלד װערט אַ שׂרפֿה. װאָס טוט מען? פֿאַרלעשן? טאָר מען נישט ― שבת! האָבן זיך צונױפֿגעקליבן די שכנים, די גאַנצע גאַס. אַ גװאַלד, אַ געפּילדער: „ייִדן, מיר זײַנען פֿאַרפֿאַלן!“… מע טוט אַ קוק ― כװעדער דער שבת־גױ. „כװעדער־סערדצע! טשי טי באַטשײס אָנאָ דוזשע סװיטלאָ?“… אַף ייִדיש הײסט עס: צי זעסטו, גױ, װי דאָרט איז ליכטיק?… און כװע־דער, כאָטש אַ גױיִשער קאָפּ, האָט פֿאַרשטאַנען װאָס מע מײנט. אַ שפּײַ אַף דער האַנט און מיט צװײ גראָבע גױיִשע פֿינגער האָט ער געגעבן אַ נעם־אַפֿיר דעם שנױץ ― אױס שׂרפֿה. נו, פֿרעג איך אײַך: איז גאָטס װוּנדער דען אָפּצושאַצן? קײן עין־הרע, אַזױ פֿיל ייִדן האָבן גאָרנישט געקאָנט מאַכן. געקומען אײן גױ — אָפּגעראַטעװעט אַ גאַנצע שטאָט.

אַצינד באַדאַרף מען אײַך, הײסט עס, דערצײלן די דריטע מעשׂה. דאָס האָט שױן געטראָפֿן, פֿאַרשטײט איר מיך, באַם רבין אַלײן. דער רבי זאָל לעבן האָט געהאַט אַ בן־יחיד, און דװקא אַ געראָטענעם בן־יחיד, מיט אַלע מעלות, װי עס גיט זיך אײַן באַ אַ רבין. האָט מען אים מסתּמא יונג חתונה געמאַכט, געגעבן אַ װײַב, מיט נדן, מיט אײביקע קעסט, און אַװעקגעזעצט, ער זאָל זיצן און לערנען. זיצט ער און לערנט. װאָלט אַלצדינג געװען גוט און פֿײַן ― װען־זשע? ס'זאָל נישט זײַן קײן „פּריזיװ“ אַף דער װעלט. כאָטש אַפֿילו, אין פֿלוג, װאָס הערט דעם רבינס זון אַ פּריזיװ? אַז, ראשית, איז ער אַ בן־יחיד, אײן־און־אײנציקער. והשנית, טאָמער װעט דאַרפֿן קאָסטן געלט, װעט אין געלט קײן מניעה נישט זײַן. איז אָבער געװאָרן אַ ביטערע צײַט, משטײנס געזאָגט. מע האָט אָנגעהױבן נעמען באַ ייִדן בני־יחידים, און קײן געלט העלפֿט שױן אױך נישט. אַפֿילו קײן צענטױזנט! ביטערע נאַטשאַלסטװע, אַ רשע אַ דאָקטער ― שלעכט, שלעכט! װאָס טױג אײַך, מײַן ליבער יונגערמאַן, מע האָט אַרײַנגעפֿירט דעם רבינס זון אַ נאַקעטן. דאָס ערשטע מאָל אַף זײַן לעבן איז אים אױסגעקומען צו שטײן בגלױ־ראָש, אָן אַ היטל הײסט עס. און דאָס איז געװען זײַן גליק. װאָרעם אַפֿן קאָפּ האָט זיך באַװיזן באַ אים, נישט פֿאַר אײַך געדאַכט, אַ צאַצקע, און דװקא נישט קײן געמאַכטע. אַ סבֿרה, אַז דאָס איז אים פֿאַרבליבן נאָך פֿון קינדװײַז. געװען אַ קינד אַן עקשן. זיך נישט געלאָזט צװאָגן… פֿאַרשטײט זיך אַז מע האָט אים געגעבן דעם װעג.

הײַנט פֿרעג איך אײַך, מײַן ליבער יונגערמאַן, װאָס זײַט איר װערט? אַ ייִד ז ײַ ט איר, און אַ גױ װ י ל ט איר זײַן, און דאָס דריטע זײַט

איר ב מ י ל א ― נו, קומט אײַך נישט קײן גאָלדענע מעדאַל?…

………………………………………………………………………………

אַף דער ערשטער סטאַנציע איז אונדזער „צענטער“ נעלם געװאָרן.

ענדע געשיכטע נומער נײַנצן

געשריבן אין יאָר 1910 ד ר י ט ע ר ק ל אַ ס

דאָס איז, אײגנטלעך, שױן נישט קײן געשיכטע, נאָר גלאַט אַ שמועס, אַ פּאָר װערטער פֿאַרן געזעגענען זיך און אַן עצה פֿון אַ גוטן פֿרײַנט.

האַלטנדיק באַם צעשײדן זיך מיט אײַך, פֿרײַנט־לעזער, װילט זיך מיר צום סוף, אױס דאַנקבאַרקײט, װאָס איר האָט אױסגעהערט פֿון מיר אַזױ פֿיל געשיכטעס, אײַך מיט עפּעס־װאָס נוצלעך זײַן, זאָגן אײַך עטלעכע װאַרעמע װערטער פֿון אַ פּראַקטישן מענטשן, פֿון אַ קאָמי־װאָיאַ־זשער. הערט מיך אױס און פֿאַרשרײַבט מײַנע װערטער.

אַז איר פֿאָרט אין באַן, געװײנטלעך אַ לענגערע שטרעקע, און איר װילט װיסן, אַז איר פֿאָרט, דאָס הײסט, איר װילט הנאה האָבן פֿון אײַער נסיעה, זאָלט איר אײַך נישט דערװעגן פֿאָרן נישט ערשטע, נישט צװײטע קלאַס.

מילא, פֿון ערשטן קלאַס איז אָפּגערעדט. זאָל אײַך גאָט היטן! דאָס הײסט, איך מײן נישט דאָס פֿאָרן. דאָס פֿאָרן אַלײן איז אין ערשטן קלאַס אַפֿילו גאַנץ נישקשהדיק. װײך און גראָם און רײַך ― מיט אַלע באַקװעמלעכקײטן. איך רײד נישט פֿונעם פֿאָרן. איך רײד פֿון די מענטשן, פֿון די פּאַסאַזשירן. װאָס פֿאַר אַ טעם, פֿרעג איך אײַך, האָט דאָס פֿאַר אַ ייִדן פֿאָרן אײנער אַלײן און נישט רײדן אַ װאָרט? איר קאָנט דאָך אַזױ חלילה פֿאַרגעסן רײדן! און אַפֿילו אַז איר טרעפֿט שױן דאָרט אַמאָל אַ פּאַסאַזשיר אײנמאָל אין אַ יובֿל, איז דאָס אָדער אַ גראָבער פּריץ מיט געשװאָלענע באַקן, װי באַ אַ טרובאַטש, װאָס שפּילט אַף אַ טראָמבאָן,