אײַזנבאַן־געשיכטעס: 18: רוף מיך קנאַקניסל

שלום עליכם (אַלע װערק)

געשיכטע נומער אַכצן רוף מיך קנאַקניסל

אַקעגן מיר, באַם פֿענצטער, זיצט אַ ייִדל מיט אַ שמײכלענדיק פּנים און מיט אַזעלכע אױגן, װאָס װילן זיך אַרײַנקלײַבן צו אײַך אין האַרצן אַרײַן. דאָס ייִדל קוקט שױן לאַנג אַרױס, איך זאָל אים זאַטשעפּען, נאָר איך האַלט מיך פֿון דער װײַטן. עס װײַזט אױס, אַז ס'איז אים נמאס געװאָרן זיצן אינצװײען מיט אַ ייִדן אין װאַגאָן און שװײַגן. צעלאַכט ער זיך פּלוצעם צו זיך אַלײן און רופֿט זיך אָן צו מיר:

― איר פֿרעגט, װאָס איך לאַך? איך האָב מיך דערמאָנט אַ שטיקל, װי אַזױ איך האָב אָפּגענאַרט יעהופּעץ, כאַ־כאַ! יאָ, װי איר קוקט מיך אָן — איך, איך משה־נחמן פֿון קענעלע, אַ ייִד מיט אַ הוסט און מיט אַ זאַדישקע, דאַכט זיך, אַיאָ? האָב איך אָפּגעטאָן אַ שפּיצל יעהופּעץ, אָבער אַ שפּיצל, כאַ־כאַ, זײ װעלן מיך האָבן צו געדענקען! אָט גיט מיר נאָך עטלעכע מינוט צײַט, איך װעל מיך אױסהוסטן — אױ, אַ הוסט, אַף פּורישקעװיטשן געזאָגט געװאָרן! — װעט איר הערן, װאָס אַ ייִד קאָן.

ױהי היום, קום איך מיר צו פֿאָרן אײנמאָל קײן יעהופּעץ. װאָס פֿאָרט אַזאַ ייִד, װי איך, מיט אַ הוסט און מיט אַ זאַדישקע, קײן יעהופּעץ? געװײנטלעך, צום פּראָפֿעסאָר. איך בין מיט מײַן הוסט און מיט מײַן זאַדישקע, װי איר קאָנט זיך פֿאָרשטעלן, אַן אָפֿטער גאַסט אין יעהופּעץ. אַפֿילו נישט אַזאַ־נ־אָנגעלײגטער גאַסט, װאָרעם װי טאָר איך, משה־נחמן פֿון קענעלע, זײַן אין יעהופּעץ, אַז איך האָב נישט קײן שום „פּראַװאָזשיטעלסטװע“?… נאָר אַז מע האָט אַ הוסט מיט אַ זאַדישקע און מע דאַרף צום פּראָפֿעסאָר, יעדנאָ ס'דרוגים, איז עפּעס אַ תּירוץ? באַהאַלט מען זיך. מוטשעט מען זיך. קומט מען אינדערפֿרי, און באַנאַכט אַנטלױפֿט מען. אַנישט, כאַפּט מען אַ „פּראָכאָדנאָיע“ און מע קומט נאָכאַמאָל. אַבי נישט גײן „פּאָעטאַפּאָם“. איך זאָל, הערט איר, חלילה דאַרפֿן גײן „פּאָעטאַפּאָם“, װײס איך נישט, אױב איך װאָלט דאָס אױסגעהאַלטן. איך װאָלט, דאַכט מיר, דרײַ מאָל געשטאָרבן פֿאַר בושה אַלײן. װאָרעם, װי איר קוקט מיך אָן, בין איך, דאַנקען גאָט, אַ שטיקל בעל־הבית באַ אונדז אין קענעלע מיט אַ „אימושטשעסטװע“: אַ דירה אַן אײגענע, מיט אַ בהמהלע, און מיט טעכטער צװײ, אײנע אַן אױסגעגעבענע און די אַנדערע אַף חתונה צו מאַכן. יעדנאָ ס'דרוגים, װאָס איז שײך!…

הכּלל, קום איך צו פֿאָרן קײן יעהופּעץ צום פּראָפֿעסאָר. איצטיקס מאָל ― נישט צום פּראָפֿעסאָר, נאָר צו די פּ ר אָ פֿ ע ס אָ ר ן. דאָס הײסט, אַף אַ קאָנסולים פֿון גאַנצע דרײַ פּראָפֿעסאָרן, הײסט עס. איך האָב געװאָלט, פֿאַרשטײט איר מיך, אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל, דערגײן אַ טאָלק, װיסן װאָס בין איך מיט זײ ― מילכיק, צי פֿלײשיק? אַז באַ מיר איז אַ זאַדישקע ― דאָס זײַנען זײ, הײסט עס, אַלע מודה, נאָר װאָס מע טוט צו דער זאַדישקע, איך זאָל אירער פּטור װערן ― דאָס איז שױן, זעט איר, עפּעס אַנדערש. זײ מוטשען זיך נעבעך. זײ פּרוּװן זיך. זײ גײען, װי זאָגט איר, האַרט באַ די װענט. למשל, איך קום צו גײן צו מײַן אַלטן פּראָפֿעסאָר, סטריצל הײסט ער, אַ דימענט פֿון אַ פּראָפֿעסאָר. נעמט ער און פֿאַרשרײַבט מיר אַ רעצעפּט „קאַדעיני סאַכאַרי פּולװעראַטי“. קאָסט דאָס נישט טײַער און ס'איז זיסלעך אַפֿן טעם. קום איך צו אַן אַנדער פּראָפֿעסאָר. גײט ער און פֿאַרשרײַבט מיר „טינקטוראַ אָפּיע“, טראָפּנס אַזעלכע, האָבן זײ אַ טעם פֿון חלשות. קום איך צום דריטן פּראָפֿעסאָר, פֿאַרשרײַבט ער מיר אױך טראָפּנס, האָבן זײ כּמעט דעם זעלביקן טעם, נאָר הײסן הײסן זײ נישט „טינקטוראַ אָפּיע“, נאָר „טינק־טוראַ טעביאַקאַ“. זײַט איר שױן פֿאַרטיק? קום איך צו אַ פֿרישן פּראָפֿעסאָר, נעמט ער און פֿאַרשרײַבט מיר גאָר אַ מין ביטערניש מיטן נאָמען „מאָרפֿיום אַקװאַ אַמיגדאַלאַריאום“. איר חידושט זיך, װאָס איך קען לעטײַן? איך קען אַזױ לעטײַן, אַזױ װי איר ענגליש, נאָר אַז מע האָט אַ הוסט מיט אַ זאַדישקע מיט אַ טובערקולאָז, יעדנאָ ס'דרוגים, קאָן מען זיך אױסלערנען לעטײַן אױך.

הכּלל, בין איך געקומען קײן יעהופּעץ אַף אַ קאָנסולים. װוּ שטעלט זיך אָפּ אַזאַ ייִד, װי איך, אַז ער קומט קײן יעהופּעץ? געװײנטלעך, נישט אין קײן האָטעל און נישט אין קײן גאָסטינעץ. ערשטנס, רײַסן זײ די הױט. און אַגבֿ, װי קאָן איך מיך אָפּשטעלן אין אַ האָטעל, אַז איך האָב נישט קײן שום „פּראַװאָזשיטעלסטװע“? שטעל איך מיך אָפּ אַלע מאָל באַ מײַנעם אַ שװאָגער. איך האָב מײַן אײגנס אַ שװאָגער אַ שלים־מזל, איז ער אַ ייִד אַ מלמד, און אַן אָרעמאַן איז ער, חוץ זײַן שאָדן אַף פּורישקעװיטשן געזאָגט געװאָרן, און אַ מטופּל מיט קינדער ― זאָל דער אײבערשטער היטן! נאָר װאָס דען? גאָט האָט אים געהאָלפֿן, ער האָט אַ „פּראַװאָזשיטעלסטװע“ האָט ער, און דװקא אַ כּשרע „פּראַװאָזשיטעלסטװע“. װי קומט צו אים אַ „פּראַװאָזשיטעלסטװע“? ― בראָצקי! ער אין אַ „סלוזשיטעל“ באַ בראָצקין. חלילה נישט קײן דירעקטער פֿון זאַװאָדן, נאָר ער איז אין בראָצקיס שול אונטן באַ די שנײַדערס אַ בעל־קורא איז ער. אַ „דוכאָװנע ליצאָ“, אָדער, װי מע רופֿט עס דאָרטן, „אַן אָבראַדטשיק“. און װיבאַלד אַן „אָבראַדטשיק“, אַזױ מעג ער שױן זיצן אַף מאַלאָװאַסילקאָװסקי, דאָרט װוּ דער געװעזענער פּאָליצמײַסטער איז אַמאָל געזעסן. זיצט ער, הײסט עס, אַף דער מאַלאָװאַסילקאָװסקי, טאַקע נישט װײַט פֿונעם געװעזענעם פּאָליצמײַסטער, און מוטשעט זיך, קױם־קױם װאָס ער קומט־אױס מיטן שטיקל ברױט. דער גאַנצער אַרױסקוק זײערער מסתּמא איז אַף מיר. איך בין, הײסט עס, דער נגיד אין דער משפּחה, משטײנס געזאָגט… קום איך צו פֿאָרן קײן יעהופּעץ, האַלט איך באַ זײ סטאַנציע, עס איך באַ זײ אַ װאַרעמעס, אַ װעטשערע, פֿאָלגט מען מיך אַ גאַנג ― יעדנאָ ס'דרוגים, פֿאַלט זײ אַמאָל אַרײַן אַ קערבל, אַמאָל צװײ, אַף פּורישקעװיטשן געזאָגט געװאָרן… איצטיקס מאָל אָבער, איך קום צו פֿאָרן, איך זע ― מײַנע לײַט זײַנען חושך, גײען אַרום אָן קעפּ. „װאָס איז די מעשׂה?“ „ס'איז שלעכט“. „דהײַנו?“ „אָבלאַװעס“. „פּכע, כ'האָב געמײנט, זאָג איך, מי יודע װאָס! אָבלאַװעס ― דאָס איז דאָך אַן אַלטע מכּה, זאָג איך, נאָך מששת־ימי־בראשית“… „נײן, זאָגן זײ, אָבלאַװעס צו אָבלאַװעס איז נישט גלײַך. איצט, זאָגן זײ, איז נישטאָ די נאַכט, ס'זאָל נישט זײַן קײן אָבלאַװע. און כאַפּט מען אַ ייִדן, איז יהיה מי שיהיה ― אײנס־צװײ־דרײַ, מיטן עטאַפּ“. „נו, און געלט?“ „בלאָטע“. „אַ קערבל?“ „בלא“. „אַ דרײַערל?“ „אַפֿילו נישט אַ מיליאָן!“ „אױב אַזױ, זאָג איך, איז דאָך טאַקע גוט פּאַסקודנע“. „פּאַסקודנע צו פּאַסקודנע, זאָגן זײ, איז נישט גלײַך. קודם, זאָגן זײ, איז שטראָף. און נאָכדעם ערשט — מיטן עטאַפּ. הײַנט דער סקאַנדאַל פֿאַר בראָצקין!“… „מילא, זאָג איך, בראָצקי הײַנט, בראָצקי מאָרגן. איך קאָן, זאָג איך, צוליב בראָצקין, זאָג איך, מיט מײַן געזונט נישט שפּעקולירן. איך בין געקומען, זאָג איך אַף אַ קאָנסולים פֿון פּראָפֿעסאָרן, קאָן איך צוריק, זאָג איך, נישט אַנטלױפֿן“. הכּלל, טענות אַהין, טענות אַהער ― דער טאָג שטײט נישט. מע דאַרף לױפֿן צו די פּראָפֿעסאָרן מכּח אַ קאָנסולים. װאָס מיר קאָנסולים? װער מיר קאָנסולים? אַז דער קאָן קומען ערשט מיטװאָך פֿאַר האַלבן טאָג, און דער ― מאָנטיק נאָך האַלבן טאָג, און יענער נישט פֿריִער װי איבעראַכטאָג דאָנערשטיק. הײַנט גײ! אַ מעשׂה אַף דרײַ װאָכן מיט אַ מיטװאָך! װאָרעם װאָס גײט זײ אָן, למשל, װאָס משה־נחמן פֿון קענעלע האָט אַ זאַדישקע מיט אַ הוסט, און שלאָפֿט נישט קײן נעכט, אַף פּורישקעװיטשן געזאָגט געװאָרן?… דערװײַל װערט נאַכט. עסט מען װעטשערע און מע לײגט זיך שלאָפֿן. איך װער נאָר־װאָס אַנטשלאָפֿן, איך הער: טראַך־טאַרעראַך! איך רײַס־אױף די אױגן: „װער איז?“ „מיר זײַנען פֿאַרפֿאַלן!“ זאָגט צו מיר דער שװאָגער מײַנער, דער שלים־מזל, שטײט איבער מיר אַ טױטער מענטש און טרײסלט זיך, װי אַ הושענא. „װאָס טוט מען, זאָג איך, איצטער?“ „אַדרבה, זאָגט ער, זאָג דו, װאָס טוט מען?“ „װאָס, זאָג איך, זאָל מען טאָן, ס'איז ביטער“. „ביטער צו ביטער, זאָגט ער, איז נישט גלײַך. ס'איז, זאָגט ער, ביטער אַזױ װי גאַל“. און אין דרױסן באַ דער טיר: טראַך־טאַרעראַך! די קלײנע קינדער נעבעך האָבן זיך אױפֿגעכאַפּט מיט אַ גװאַלד, מיט אַ געװײן: „מאַ־מע“! שטיקט זי זײ, די מוטער הײסט עס, און װערגט זײ, ס'זאָל זײַן שטיל ― אַ שײנע חתונה! „ע, טראַכט איך מיר, משה־נחמן פֿון קענעלע, דו ביסט גוט אין דער אַרבעט, אַף פּורישקעװיטשן געזאָגט געװאָרן!“ און עס פֿאַלט מיר אַרײַן פּלוצעם אַ קאָמבינאַציע אין קאָפּ און איך רוף מיך אָן צו מײַן שװאָגער: „שאַ, זאָג איך, װײסטו װאָס, דװיד? זײַ דו איך, און איך װעל זײַן דו“. קוקט ער אַף מיר, װי אַ לעמעשקע: „װאָס הײסט?“ „דאָס הײסט, זאָג איך, מיר װעלן זיך בײַטן מיט די יוצרות. דו װעסט מיר געבן דײַן פּאַס, איך װעל דיר געבן מײַן פּאַס; װעסטו זײַן משה־נחמן, און איך װעל זײַן דװיד“. אַ טומפּיקער מח! קוקט אַף מיר, װי אַ זינדיקער מענטש, פֿאַרשטײט נישט, װאָס מע רעדט צו אים. „בהמה, זאָג איר, װאָס פֿאַרשטײסטו דאָ נישט? דאַכט זיך, אַ פּראָסטע קאָמבינאַציע, זאָג איך. אַ מינדסט קינד קאָן עס פֿאַרשטײן. דו װעסט זײ װײַזן מײַן פּאַס, און איך װעל זײ װײַזן דײַן פּאַס, יעדנאָ ס'דרוגים ― האָסטו דאָס צעקײַט, צי מע דאַרף עס דיר צעקײַען און לײגן אין מױל אַרײַן?“

אַפּנים, ער האָט דאָס צעקײַט, און מיר האָבן גענומען זיך בײַטן מיט די יוצרות. איך אים מײַן פּאַס, ער מיר זײַן פּאַס. און דאָרטן די טיר װערט שיִער נישט צעשפּרונגען: טראַך־טאַרעראַך! טראַך־טאַרעראַך! „סײטשאַס! ― זאָג איך, ― װאָס האָט איר אַזױ קײן צײַט נישט? דער טײַך ברענט נישט!“ ― זאָג איך. און צו מײַן שװאָגער רוף איך מיך אָן: „געדענק־זשע, דװיד, דו הײסט שױן נישט מער דװיד, נאָר משה־נחמן“… און איך לאָז מיר צו דער טיר. — „ברוך הבאָ, געסט!“ ― אַ גאַנצע כאַליאַסטרע, יוצר משרתים ואשר משרתיו. װי זאָגט איר, אַ גדולה, פֿרײלעך אין שטעטל…

ס'פֿאַרשטײט זיך, אַז קודם האָט מען זיך געגעבן אַ נעם צו מײַן שװאָגער דעם שלים־מזל. װאָס עפּעס צו אים? װײַל איך האָב מיך געהאַלטן, פֿאַרשטײט איר מיך, מעשׂה מענטש, װי זאָגט איר, אַ קניפּ אין באַק, די פֿאַרב זאָל שטײן. און ער ― אַף פּורישקעװיטשן געזאָגט געװאָרן. האָט מען אים מסתּמא אַ כאַפּ געטאָן: „אָטקודעװאַ, גאָספּאָדין יעװרײ?“ ― נישטאָ קײן לשון. שטעל איך מיך אַרױס פֿאַרן מליץ־יושר און מאַך צו אים: „יהודי בלא, װאָס שװײַגסטו? דבר! דבר זײ, אַז דו ביסט משה־נחמן פֿון קענעלע“. און צו זײ טו איך מיך אַ װאָרף מיט תּחנונים: „אַזױ און אַזױ, זאָג איך, װאַשע װיסאָקע פּראַװאָזשיטעלסטװע, זאָג איך, אַן אָרעמער קרובֿ נעבעך. שױן לאַנג, זאָג איך, נישט געזען זיך, געקומען צו מיר פֿון קענעלע“. און אינעװײניק אין האַרצן שטיקט מיך, איך װער שיִער נישט צעשפּרונגען פֿאַר געלעכטער. כאַ־כאַ! איר פֿאַרשטײט? איך, משה־נחמן פֿון קענעלע, בעט רחמים פֿאַר משה־נחמנען הײסט עס, פֿאַר מיר אַלײן טאַקע, כאַ־כאַ־כאַ! איז אָבער די צרה, װאָס מײַן רײדן מיט מײַנע בקשות האָבן געהאָלפֿן, װי דער פֿאַראַיאָריקער שנײ, און מע האָט מײַן בחור אױפֿגעכאַפּט, װי דער רוח דעם מלמד, און מע האָט אים אָפּגעפֿירט גאַנץ פֿײַן אין חד־גדיא אַרײַן, מיטן גאַנצן קנאַק, װי גאָט האָט געבאָטן. און מיך האָט מען אױך געװאָלט צונעמען. דאָס הײסט, מע האָט שױן טאַקע מיך געהאַט צוגענומען; מע האָט מיך אָבער באַלד אַרױסגעלאָזט. װאָרעם װאָס הער איך זײ, איך בעט אײַך זײער? אַ מענטש מיט אַ „פּראַװאָזשיטעלסטװע“ שװאַרץ אַף װײַס, בפֿירוש פֿאַרשריבן אין בראָצקיס שול באַ די שנײַדערס אַן אָבראַדטשיק, און אַ קערבל אױך מסתּמא, יעדנאָ ס'דרוגים, איר פֿאַרשטײט? „כאַראַשאָ, זאָגן זײ צו מיר, גאָספּאָדין אָבראַדטשיק. דו גײ דיר דערװײַל אַהײם עסן קוגל. מיר װעלן דיר שױן נאָכדעם באַװײַזן, װי אַזױ צו האַלטן קאָנטראַבאַנדע אַף דער מאַלאָװאַסילקאָװסקי!“… מיט אַ פֿרישן קױלעטש, הײסט עס, גלײַך אין פּנים אַרײַן, כאַ־כאַ!…

זאָל איך אײַך דערצײלן װײַטער? מילא פֿון קאָנסולים איז דאָך שױן אָפּגערעדט. װער האָט אין זינען געהאַט אַ קאָנסולים, אַז מע האָט גאָר באַדאַרפֿט ראַטעװען דעם שװאָגער? פֿון װאָס, מײנט איר, ראַטעװען? פֿונעם עטאַפּ? חלילה! דאָס האָט נישט געהאָלפֿן. מיטן עטאַפּ איז ער געגאַנגען, נאָך אַ מין גײן! אַף פּורישקעװיטשן געזאָגט געװאָרן! אײדער מיר האָבן אים דערלעבט זען אין קענעלע, דעם שלים־מזל, זײַנען אונדז, הערט איר, שיִער די אױגן אַרױסגעקראָכן. און אַז מע האָט אים שױן קױם אַמאָל געבראַכט צו פֿירן קײן קענעלע, האָט ער ערשט געהאַט אַף זיך אַ נײַעם אומגליק. אַ פֿרעמדן פּאַס מיט אַ פֿרעמדן נאָמען, יעדנאָ ס'דרוגים, פֿרעגט נישט. איך האָב מיט אים געהאַט צו זינגען און צו זאָגן. לאָם איך עס פֿאַרדינען, הערט איר, אַלע דרײַ חדשים, װאָס סע האָט געקאָסט. אַחוץ װאָס איך האָב אַף זיך אַ פּעקל, איך מוז אים נאָך עד היום אױסהאַלטן מיט װײַב און קינדער. װאָרעם ער טענהט, אַז איך האָב אים אומגליקלעך געמאַכט, טענהט ער. ער זאָגט, אַז איבער מיר האָט ער אָנגעװױרן די גאַנצע „פּראַװאָזשיטעלסטװע“ מיט דער שטעלע באַ בראָצקין. און עס קאָן זײַן, אַז ער איז אפֿשר נישט אינגאַנצן אומגערעכט אױך. דער עיקר איז אָבער, כאַ־כאַ, נישט דאָס. דער עיקר איז דער אײַנפֿאַל, די קאָמבינאַציע, איר פֿאַרשטײט? דאַכט זיך, װאָס? אַ ייִדל פֿון קענעלע, מיט אַ הוסט און מיט אַ זאַדישקע און מיט אַ טובערקולאָז אױך, אַף פּורישקעװיטשן געזאָגט געװאָרן, יעדנאָ ס'דרוגים, און אָן אַ שום „פּראַװאָזשיטעלסטװע“, ― פֿונדעסטװעגן, אַז מע דאַרף, קומט ער זיך קײן יעהופּעץ, שטעלט זיך אָפּ אַף מאַלאָװאַסילקאָװסקי, נישט װײַט פֿונעם געװעזענעם פּאָליצמײַסטער, און — רוף מיך קנאַקניסל!

ענדע געשיכטע נומער אַכצן.

געשריבן אין יאָר 1911 דער צענטער

נײַן ייִדן זײַנען מיר געװען אינעם גאַנצן װאַגאָן. נײַן ייִדן. אונדז האָט געפֿעלט אַ צענטער, צו אַ מנין.

אײגנטלעך, איז געװעזן אַ צענטער אױך. נאָר דער צענטער איז געװען באַ אונדז ספֿק ייִד, ספֿק קריסט. אַ שטילשװײַגנדיקער פּאַרשױן מיט אַ גאָלדענעם פּענסנע. אַ ראַבעטינע פּנים מיט קלײַען, נאָר אָן אַ באָרד. אַ נאָז אַ ייִדישע, נאָר װאָנצעס — מאָדנע פֿאַרדרײט אַרױף. אױערן אָפּגעשטאַנענע, נאָר אַ האַלדז אַ רױטער. די גאַנצע צײַט האָט ער זיך געהאַלטן פֿון אונדז גאַנץ באַזונדער. געקוקט אין פֿענצטער און געפֿײַפֿט. געזעסן איז ער געװײנטלעך אָן אַ היטל. און אַ רוסיש בלאַט אַף די קני. און שאַ, קײן װאָרט נישט אַרױסגעלאָזט. דורכױס מעשׂה רוס. אַן עכטער פֿאָניע. האַ? נאָכאַמאָל: זאָל דאָס טאַקע זײַן אַ גױ? סטײַטש, ס'איז דאָך אָבער פֿאָרט נישט קײן גױ. בלאָטע! אַ ייִד אַ ייִדן װעט נישט נאַרן. אַ ייִד אַ ייִדן װעט דערקענען פֿאַר אַ מײַל אין אַ פֿינצטערער נאַכט. גװאַלד, דער צלם־אלוקים! נײן, ס'אַ ייִד. אַזאַ שטיק גאָלד, װי אַ ייִד דאָס איז! און װידער צוריק, טאָמער נײן? אַ קשיא הײַנטיקע צײַטן… האָבן מיר זיך מײשבֿ געװען: אױך די אײגענע מעשׂה. אַ ייִד, נעבעך װיל, מע זאָל כאָטש מײנען, אַז ער איז אַ גױ ― לאָז אים װױל באַקומען. װאָס־זשע טוט מען אָבער ― אונדז גײט־אָפּ אַ צענטער? מיר האָבן אַ יאָרצײַט אין װאַגאָן. איר מײנט, עפּעס גלאַט אַ יאָרצײַט? אַ יאָרצײַט נאָך אַ טאַטן? אָדער נאָך אַ מאַמע? נײן. דאָס איז געװען אַ יאָרצײַט נאָך אַ קינד. נאָך אַ זון. אײן־און־אײנציקן זון האָט אַ ייִד