אײַזנבאַן־געשיכטעס

שלום עליכם (אַלע װערק)

געשיכטע נומער זיבן: דער לײדיק־גײער

װײסט איר, װוּ דאָס בעסטע פֿאָרעכץ איז? דאָס בעסטע, דאָס שטילסטע און דאָס רויִקסטע?

מיטן „לײדיק־גײער“.

אַזױ האָבן די באָהאָפּאָליער ייִדן אַ נאָמען געגעבן די שמאָלע אײַזנבאַן, װאָס שנײַדט־דורך אַ גאַנצע רײע שטעטלעך: באָהאָפּאָליע, הײַסין, טעפּליק, נעמיראָװ, כאַשטשעװאַטע און נאָך אַזעלכע געבענטשטע מקומות, װוּ אָדם־הראשונס פֿוס האָט קײנמאָל נישט געטראָטן.

די באָהאָפּאָליער ייִדן, װאָס האָבן אַ שם אױף דער װעלט פֿאַר װערטלזאָגערס, דערצײלן זיך אָן פֿונעם „לײדיק־גײער“ מעלות מיט מעלות.

ערשטנס, האָט איר קײן מורא נישט, זאָגן זײ, פֿאַר פֿאַרשפּעטיקן. װען איר זאָלט נישט קומען, כאַפּט איר אים. הײַנט װאָס איז װערט, זאָגן זײ, דאָס, װאָס איר דאַרפֿט אײַך נישט שלאָגן פֿאַר אַן אָרט? איר קאָנט אָפּפֿאָרן, זאָגן זײ, אַ גאַנצע שטרעקע אײן מענטש אַלײן, ליגן אױסגעצױגן װי אַ שׂררה און אױסשלאָפֿן זיך אױף אַלע זײַטן.

דאָס איז לױטער אמת. שױן אַ װאָך דרײַ, אַז איך רײַז־אַרום מיטן דאָזיקן „לײדיק־גײער“ אין יענעם װינקל און שטײ אױף אײן אָרט. עפּעס טאַקע נאָר װי אַ מין כּישוף! נאָר מײנט נישט, אַז איך באַקלאָג מיך. אַדרבא. איך בין זײער צופֿרידן. װאָרעם איך זע מיך דאָרט אָן אַזעלכע שײנע זאַכן און איך הער מיך אָן אַזױ פֿיל מעשׂיות מיט געשיכטעס, אַז איך װײס נישט, װען װעל איך זײ אַלע קאָנען אַרײַנשרײַבן צו מיר אין ספֿר־הזכרונות?

ערשטנס ― די געשיכטע, װי אַזױ מע האָט געבױט די דאָזיקע אײַזנבאַן. דאָס איז כּדאַי, מע זאָל דאָס באַשרײַבן.

אַז ס'איז אָנגעקומען פֿון פּעטערבורג, אַז מע פֿירט־דורך אין יענער געגנט אַ באַן (װיטע איז דעמאָלט געװען מיניסטער), האָבן ייִדן געזאָגט: ס'אַ ליגן. װאָס דאַרף טעפּליק, אָדער גאָלטע, אָדער הײַסין, אַ באַן? זײ זײַנען טאַקע אַנדערש נישט אױפֿגעצױגן געװאָרן נאָר אױף אײַזנבאַנען?… אַזױ האָבן געטענהט די דאָרטיקע ייִדן. און װער שמועסט די באָהאָפּאָליער ― די האָבן געשאָטן מיט גלײַכװערטלעך, װי זײער שטײגער איז, געמאַכט חוזק, געװיזן אױף דער האַנט: „װען אָט דאָ װעט װאַקסן האָר“.

שפּעטער, אַז ס'איז אַראָפּגעפֿאָרן אַז אינזשעניר און גענומען פּלאַנעװען און מעסטן פֿעלד, זײַנען ייִדן אַנטשװיגן געװאָרן, און די באָהאָפּאָליער װערטלזאָגערס האָבן באַהאַלטן די הענט (זײ האָבן אַ מעלה, אַז טאָמער טרעפֿן זײ נישט, נעמען זײ זיך נישט צום האַרצן: „דער לוח, זאָגן זײ, מאַכט זיך אױך אַמאָל, אַז ער טרעפֿט נישט“…). און דער עולם פֿון דער גאַנצער סבֿיבֿה אַרום האָט זיך אַ לאָז געטאָן צום אינזשעניר מיט רעקאָמענדאַציעס און פּראָטעקציעס, מיט בריװ און מיט בקשות — ער זאָל זײ געבן אַרבעט. ייִדן נעבעך זוכן פּרנסה. טעפּליקער, בערשעדער, הײַסינער און באָהאָפּאָליער בעלי־בתּים האָבן געהערט דערצײלן, אַז בײַם בױען אַ באַן װערט מען רײַך. אַ סימן ― פּאָליאַקאָװСамуил Соломонович Поляков 1837-1888

ייִדן סוחרים ― נישט נאָר די, װאָס האַנדלען מיט געהילץ אָדער מיט שטײנער, נאָר אַפֿילו אַזעלכע, װאָס װײסן נאָר װײץ און קאָרן ― האָבן זיך אױך אַ װאָרף געטאָן צו דער באַן. אַלע ייִדן זײַנען געװאָרן קאָנצעסיאָנערן, פּאָדראַטשיקעס, „סטראָאיטעלעסстроителе: בױער פֿון אײַזנבאַנען“… „אונדזערע פּאָליאַקאָװס“ ― אַזױ האָט מען זײ אַ נאָמען געגעבן אין באָהאָפּאָליע, און מע האָט שױן גענומען אױסרעכענען באַצײַטנס, װיפֿל קאָנען זײ דערבײַ כאַפּן?…

בקיצור, ס'איז געװאָרן אין יענער געגנט, מע קאָן זאָגן, אַ בהלה, אַ מין באַן־פֿיבער, װאָס האָט נישט דורכגעלאָזט קײנעם. דער יצר־הרע פֿון געלט איז גענוג גרױס, און װער װיל עס נישט װערן אַ פּאָליאַקאָװ אין אײן שמע־ישׂראל?

דער געדרענג מיט דער קאָנקורענץ פֿון די קאָנצעסיאָנערן, פּאָדראַטשיקעס און „באַן־סטראָאיטעלעס“ איז געװאָרן אַזױ שטאַרק, אַז מע האָט די אַרבעט, זאָגט מען, געמוזט אױסטײלן על־פּי גורל. װער עס האָט געהאַט גליק בײַ גאָט און נושׂא־חן געװען אין די אױגן פֿונעם אינזשעניר, דער האָט געקריגן אַרבעט. און װער עס האָט נישט געקריגן קײן אַרבעט, האָט זיך באַגנוגנט כאָטש מיט אַ שטיקל חלק בײַ יענעם. און אַ שטיקל חלק האָט מען אים געמוזט אָפּטרעטן, װאָרעם אַז נישט, האָט ער געגעבן אָנצוהערעניש, אַז ער װײס אױך, װוּ „פּײטערבאַרג“ ליגט און װוּ די „פּראַװליעניעправление: רעגירונג“ געפֿינט זיך… און מע האָט פֿאַרזעצט דעם װײַבס פּערל מיט די שבתדיקע קאַפּאָטעס און מע האָט זיך גענומען דורכפֿירן אַ באַן, און מע האָט געפּטרט װוּ װער עס האָט געהאַט ערגעץ אַ גראָשן, און מע האָט פֿאַרזאָגט קינדס־קינדער, אַז צו אַ באַן טאָר מען זיך נישט צורירן.

פֿונדעסטװעגן, אײנס צום אַנדערן געהער זיך נישט אָן. ייִדן נעבעך זײַנען טאַקע געװאָרן בדיל־הדל ― נאָר זײ האָבן אױסגעפֿירט, זאָגן זײ, זײערס: אַ באַן האָבן זײ טאַקע פֿאָרט דורכגעפֿירט. און כאָטש אַפֿילו מע האָט זי אין באָהאָפּאָליע געקרױנט, װי מיר װײסן שױן, מיטן נאָמען „דער לײדיק־גײער“, פֿונדעסטװעגן קאָנען זײ זיך פֿון אים נישט אָפּלױבן, און זײ דערצײלן זיך אָן אױף אים חידושים, נסים־ונפֿלאָות.

למשל, זײ באַרימען זיך, אַז זינט דער „לײדיק־גײער“ איז אַ לײדיק־גײער, האָט זיך נאָך נישט געטראָפֿן מיט אים קײן אומגליק, װי עס טרעפֿט זיך, אַ שטײגער, מיט אַנדערע באַנען. װאָס איז דער שׂכל? דער שׂכל, זאָגן זײ, איז אַ פּראָסטער שׂכל: װער עס גײט פּאַװאָליע, דער פֿאַלט נישט… און דער „לײדיק־גײער“ גײט טאַקע פּאַװאָליע. שױן אַביסל צו פּאַװאָליע. די באָהאָפּאָליער חכמים, װאָס האָבן ליב יעדע זאַך מגזם זײַן, דערצײלן אַ מעשׂה, װאָס האָט זיך געטראָפֿן מיט זײערן טאַקע אַ באָהאָפּאָליער בעל־הבית. אַ באָהאָפּאָליער בעל־הבית, זאָגן זײ, איז אַרױסגעפֿאָרן מיטן „לײדיק־גײער“ פֿון באָהאָפּאָליע צו זײַנעם אַ מחותּן קײן כאַשטשעװאַטע אױף אַ ברית, איז ער אָנגעקומען צו דער בר־מיצװה.

און נאָך אַ מעשׂה דערצײלן זײ פֿון אַ בערשעדער מײדל מיט אַ נעמיראָװער בחור, װאָס האָבן זיך געלאָזט צונױפֿפֿאָרן אױף אַ מיטל־פּונקט אָנקוקן זיך. איז ביז מען איז זיך צונױפֿגעפֿאָרן, איז דער בחור געװאָרן גרױ װי אַ טױב און דאָס מײדל האָט שױן נישט געהאַט אײן צאָן אין מױל. און איבער דעם איז זיך צעגאַנגען דער שידוך.

װײסט איר אָבער, װאָס איך װעל אײַך זאָגן? איך האָב נישט ליב די באָהאָפּאָליער װערטלזאָגערס און האָב פֿײַנט זײערע גוזמות. בײַ מיר, אַז איך באַשרײַב אַ זאַך, איז נאָר דאָס, װאָס איך זע מיט מײַנע אױגן, אָדער, װײניקסטנס, װאָס איך הער פֿון סאָלידע מענטשן, פֿון סוחרים.

צום בײַשפּיל, איך האָב אַלײן געהערט פֿון אַ הײַסינער סוחר, אַז ערשט פֿאַר עטלעכע יאָרן, אום הושענא־רבה, האָט זיך געטראָפֿן בײַ זײ מיטן „לײדיק־גײער“ אַן אומגליק, מע קאָן זאָגן, אַ קאַטאַסטראָפֿע, װאָס האָט אַרױסגערופֿן אַ פּאַניקע אױף דער גאַנצער ליניע און אױפֿגערודערט דאָרטן דאָס גאַנצע װינקל. די קאַטאַסטראָפֿע איז געקומען דורך אַ ייִדן מיט, להבֿדיל, אַ גלח. איך גיב זי אײַך איבער דאָ באַלד אין אַ באַזונדער געשיכטע מיטן זעלבן לשון, װי איך האָב זי געהערט פֿונעם הײַסינער סוחר. איך האָב ליב איבערגעבן דאָס, װאָס איך הער פֿון יענעם. אַז איר װעט דאָס לײענען, װעט איר אַלײן זען, אַז די געשיכטע איז אַן אמתע געשיכטע.

אַ הײַסינער סוחר װעט נישט אױסטראַכטן.

ענדע געשיכטע נומער זיבן
געשריבן אין יאָר 1909