אָרעמע און פֿרײלעכע: מיטן עטאַפּ

שלום עליכם (אַלע װערק)

מיטן עטאַפּ: דערצײלונג

א. המן איװאַנאָװיטש פּליסעצקי

אַזױ האָט מען גערופֿן דעם נײַעם פּריסטאַװ, װאָס איז אַראָפּגעקומען קײן טעפּליק. דאָס הײסט, דער אמתער נאָמען זײַנער איז געװען גאָר אַהאַמעמנאָן אַפֿאָנעגענאָװיטש, נאָר די טעפּליקער ייִדן, װאָס האָבן ליב צונעמענישן, האָבן אים משנה־שם געװען איבער צװײ טעמים: ערשטנס, איז המן איװאַנאָװיטש אַ סך קירצער און אַ סך גרינגער אױסצורײדן; גײט, אַ שטײגער, נעמט־אָן אַ פֿול מױל מיט צונג און רעדט־אױס „אַ־האַ־מעמ־נאָן אַ־פֿאָ־נע־גע־נאָ־װיטש“! דאָס איז נומער אײנס. והשנית, זינט טעפּליק איז אַ שטאָט, געדענקט מען נאָך נישט אַזאַ המן אַ פּריסטאַװ, װי דער דאָזיקער נײַער פּריסטאַװ המן איװאַנאָװיטש פּליסעצקי. אין טעפּליק זײַנען שױן געװען אַלערלײ פּריסטאַװעס, אי גוטע, אי שלעכטע, אי נעמערס, אי נקי־כּפּימניקעס, דאָס הײסט, אַזעלכע, װאָס פּשוט נעמען זײ נישט, סײַדן אַמאָל אונטער אַ יום־טובֿ „לשנה־טובֿה“, װאָס רעכנט זיך נישט, אָדער אַ מתּנה צום טאָג פֿון געבאָרן, און װער זאָגט זיך אָפּ דערפֿון?… מיר זײַנען אַלע אַמאָל געבאָרן געװאָרן, און דער טאָג פֿונעם געבאָרן איז בײַ יעדן מענטשן אַ יום־טובֿ, אײַנגעפֿירט פֿון קדמונים, נאָך פֿון פּרעה מלך מצרים, װי מיר װײסן דאָס פֿון דער הײליקער תּורה, אַז אינעם טאָג פֿון זײַן געבאָרן האָט פּרעה געמאַכט אַ סעודה פֿאַר אַלע זײַנע קנעכט, דעם שׂר־המשקים אַרױסגעלאָזט פֿון טורמע און דעם שׂר־האופֿים אױפֿגעהאַנגען אױף אַ בױם, אַזױ װי יוסף האָט זײ פּותר־חלום געװען מיט דרײַ טאָג פֿריִער… אָנגעקומען קײן טעפּליק, האָט ער זיך, צום אַלעם ערשטן, גענומען רײניקן דאָס שטעטל, נאָר רײניקן װאָס רײניקן הײסט. די טעפּליקער פֿערד־גנבֿים, װאָס האָבן אַ שם אױף דער גאַנצער װעלט, האָט ער אין אײנע צװײ חדשים אױסגערײכערט, נישט געלאָזט פֿון זײ, איך זאָלט זאָגן, אײנעם אױף אַ רפֿואה. אױף װעמען ער האָט נאָר געהאַט אַ שטיקל אױג, האָט ער אים געפּאַקט, נישט געמאַכט קײן לאַנגע שהיות און אָפּגעשיקט מיטן עטאַפּ קײן הײסין אין טורמע אַרײַן, ― לאָז מען זיך מיט אים דאָרטן רעכענען. נאָכדעם האָט ער זיך גענומען צו די גאַסן און צו די ייִדן. די גאַסן האָט ער געװאָלט, מע זאָל האַלטן רײן, נישט װאַרפֿן קײן מיסט גלײַך אין פּנים אַרײַן, נישט גיסן קײן פּאָמעניצעס בײַ דער טיר און נישט טאָן קײן אַנדערע זאַכן װאָס נישט שײן… און די ייִדן, האָט ער געװאָלט, זאָלן זונטיק פֿאַר האַלבן טאָג נישט עפֿענען קײן קלײטן, מלמדים זאָלן נישט קנעלן אָן שײַנצעטלעך און קײן עירובֿ אין שטאָט זאָל נישט זײַן; מע װעט זיך באַגײן, האָט ער געזאָגט, אָן דעם דאָזיקן „טעלעגראַף“ אױך… און אַפֿילו אין שול, טאָמער האָבן זיך ייִדן צעשלאָגן, צעאַמפּערט פֿאַר „אַתּה־הראית“, מכבד געװען אײנס דאָס אַנדערע מיט פּעטש, האָט ער זיך אױך ליב געהאַט אַרײַנצומישן. אָט אַזאַ רשע איז דאָס געװען!

מילא, די קלײטן מע זאָל האַלטן צוגעמאַכט ― האָט ער געפּועלט. אַי, טאָמער נישט אַזױ פּינקטלעך ביז דװקא צװעלף אַזײגער? ― האָט ער זיך שױן געמאַכט נישט װיסנדיק, װאָרעם ער האָט שױן קײן אַנדער ברירה נישט געהאַט. װאָס ער האָט געקאָנט, האָט ער געטאָן; נאָר זײַן אַ שומר בײַ די ייִדישע קלײטן, אַכטונג געבן, טאָמער עפֿנט אױף אַ ייִד אַ האַלבע טיר ― דאָס איז דאָך אַ זאַך װאָס אוממעגלעך. זעט איר, מיטן עירובֿ האָט ער די ערשטע צײַט יאָ געהאַט אַביסל צרות. אַלע פֿרײַטיק־צו־נאַכטס פֿלעגט מען דעם עירובֿ אָנציִען, און שבת אינדערפֿרי פֿלעגט ער אים אַראָפּרײַסן, און אױף איבער אַכט טאָג שבת איז אױסגעװאַקסן אַ פֿרישער עירובֿ, און אַזױ עטלעכע מאָל כּסדר. און װיפֿל ער האָט נישט נאָכגעקוקט דורך די שומרים, װער סע ציט אָן דעם עירובֿ, האָט ער נישט געקאָנט כאַפּן דעם גנבֿ, ביז ער האָט זיך אַלײן מיט זײַן כּבֿוד געמוזט אײנמאָל באַהאַלטן אין דרױסן, אין אַ װינקעלע, און איז אױסגעזעסן די גאַנצע נאַכט און געלאָקערט, און ערשט העט־העט אַרום פֿאַרטאָג האָט ער געפּאַקט פּײסי דעם שמשׂס ייִנגל סאַמע בײַ דער רעכטער אַרבעט, װי ער פֿאַרדרײט דאָס שטריקל. האָט ער אים אָנגענומען פֿאַרן לינקן אױער און אָפּגעפֿירט אים אין סטאַן אַרײַן און פֿאַרשפּאַרט אױף אַ גאַנצן טאָג אין „חדר“. פֿון דעמאָלט־אָן איז טעפּליק געבליבן אָן אַן עירובֿ עד היום הזה, און דער עולם האָט אָנגעהױבן טראָגן אום שבת נאָזטיכלעך און זײגערס אױף װאָס די װעלט שטײט.

נישט אַזױ גרינג איז אים אָנגעקומען די מלחמה, װאָס ער האָט געפֿירט מיט די מלמדים. די מלמדים האָבן אים געטאָן צום טױט. אָט האָט ער געפּאַקט אַ מלמד מיט צװאַנציק תּלמידים און צוגעמאַכט דעם חדר, און אָט האָט ער אים געכאַפּט מיט די אײגענע תּלמידים שױן אין אַן אַנדער געסל. צוגעמאַכט דעם דאָזיקן חדר אױך און געמאַכט אַ פּראָטאָקאָל, ער טוט אַ קוק ― אַהאַ! ער האָט זיך פֿאַרקליבן ערגעץ אױף אַ בױדעם אין דער װײַבערשער שול און פֿון דאָרטן זיך געלאָזט הערן מיטן געזאַנג פֿון זײַנע צװאַנציק תּלמידים ― אַן אומגליק מיט די ייִדישע קינדער! מען קאָן זײ גאָרנישט אָפּטרײַבן פֿונעם לערנען! „ממה־נפֿשך, האָסטו זיך שױן פֿאַרקליבן אױף אַ בױדעם קנעלן, טאָ זיץ דאָרטן און קנעל צעזעצטערהײט אין דער קרענק, נאָר ליאַרעם נישט אַזױ, לאָזן כאָטש מײַנע אױערן נישט הערן!“… אַזױ האָט געטענהט פּליסעצקי מיטן מלמד און האָט אים געשװאָרן, אַז טאָמער כאַפּט ער אים נאָכאַמאָל, שיקט ער אים אַרױס פֿון טעפּליק אין פֿיר און צװאַנציק שעה. דער מלמד האָט די מעשׂה גאַנץ גוט אױסגעהערט און געטאָן זײַנס, אַראָפּגעלאָזט זיך פֿון דער װײַבערשער שול און אַראָפּגענידערט ערגעץ אין אַ קעלער און דאָרטן געקנעלט, און דװקא מיט אַ ניגון, מיטן געװיסן מלמדישן ניגון, װאָס אָן אים האָט דאָס ייִדישע לערנען פּונקט אַזאַ טעם, װי דער קאַלטער קוגל װאָס די הײַנטיקע אַריסטאָקראַטן אין די גרױסע שטעט עסן אינדערװאָכן… המן איװאַנאָװיטש האָט אַזױ לאַנג „געװױעװעט“ מיט די מלמדים, ביז ער האָט אַ שפּײַ געטאָן אױף זײ און האָט זיך געמאַכט כּלא־ידע…

ב. דער טעפּליקער נגיד שלום־בער טעפּליקער פֿון טעפּליק

מחמת אין טעפּליק זײַנען די אײַנװױנער, צום מײנסטן, ייִדן, האָט דער נײַער פּריסטאַװ געהאַט צו טאָן כּמעט נאָר מיט ייִדן, און ער האָט זיך אין אַ קורצער צײַט באַקענט מיט אַלע טעפּליקער באַלעבאַטים, געװוּסט יעדן אײנציקן בײַם נאָמען, געװאָר געװאָרן בײַ זײ אַלצדינג, די גרעסטע סודות, גערעדט מיט זײ האַלב אױף ייִדיש און גיך געװאָרן צוגעלאָזט, װײך װי װאַקס ― אַ גוטער ברודער!

די נגידים, די פֿײַנע־בריות, די קאָכלעפֿל, די װאָס האָבן ליב געװעלטיקן, אַז זײ האָבן דערזען, אַז דאָס פּריצל לאָזט זיך צו, האָבן זײ אָנגעהױבן זיך אײַנקױפֿן צו אים תּחילת מיט אַ שטיקל שבתדיקע פֿיש („זשידיװסקאַ ריבאַ“), אַ גלעזל פּסחדיקן בראָנפֿן („פּײסאַכאָװקאַ“), פֿאַרביסן מיט אַ שטיקל ייִדישע מצה („זשידיװסקאַיאַ מאַצאַ“), און נאָכדעם האָבן זײ זיך שױן געפּרוּװט אונטערפֿאָרן צו אים מיט אַ שמײכעלע ― נתנען אים עפּעס אין יד אַרײַן. האָבן זײ אָבער געכאַפּט פֿונעם דאָזיקן המן אַזאַ מיאוסן פּסק, אַז זײ װעלן שױן פֿאַרזאָגן קינד־קינדער, אַז מע זאָל יענעם אין יד אַרײַן קײן מעות נישט נתנען, אײדער מע װײס אים, װער ער איז און װאָס ער איז…

― טי דומאַיעש, יאָסקאַ, פּאָדשמיראָװאַט מעניאַ טװאָאימי מעותאַמי, זנאַטשיט טי גרױסער מאַשעניק! אַ נעם אים אַ חדר!דו רעכנסט, יאָסיע, מיר אונטערשמירן מיט געלט, איז אַ סימן, אַז דו ביסט אַ גרױסער שװינדלער, זעצט אים אײַן!

די װערטער „אַ נעם אים אַ חדר“ זײַנען בײַ אים תּמיד געװען פֿאַרטיק אױף דער צונג, און געהײסן האָט דאָס אײַנזעצן, פֿאַרשפּאַרן, אָדער אָפּשיקן מיטן עטאַפּ אין דער שטאָט אַרײַן, קײן הײסין. און האָט ער די דאָזיקע װערטער אַרױסגעלאָזט פֿונעם מױל, איז שױן געװען פֿאַרפֿאַלן, כּל מלכי מזרח ומערבֿ האָבן שױן דערצו נישט געקאָנט העלפֿן גאָרנישט! אָט אַזאַ מין נפֿש איז דאָס געװען! און דער גוטער יאָר זאָל אים װיסן ― האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט צו אים אין די הענט אַרײַן אַן אָרעמאַן, װאָס האָט נישט מיט עפּעס צו גײן, האָט דער דאָזיקער רשע אַרױסגענומען פֿון זײַן אײגענער קעשענע אַ קערבל אָדער צװײ און געשענקט אַ נדבֿה, און אַ זאָג געטאָן דערבײַ אױף זײַן אױסגעמישט לשון:

― נאַ טיבע מילאָסט חסד נאַ װעצאָװעסטנאַ דיר אַ גמילות חסד אױף הוצאָות.

נאָר אױף װיפֿל ער האָט רחמנות געהאַט אױף אַן אָרעמאַן, אַזױ פֿיל האָט ער פֿײַנט געהאַט אַ נגיד. און װער שמועסט אַ טעפּליקער נגיד, און װער שמועסט נאָך דעם טעפּליקער נגיד שלום־בער טעפּליקער פֿון טעפּליק ― אים האָט ער גאָרנישט געקאָנט סובֿל זײַן און לאַנג־לאַנג געזוכט אױף אים אַ חטא און נישט געקאָנט געפֿינען, ביז גאָט האָט אים געהאָלפֿן, ער האָט אים געפּאַקט. ומעשׂה־שהיה כּך־היה:

דער דאָזיקער שלום־בער טעפּליקער פֿון טעפּליק, אַ חוץ װאָס ער איז געװען אַ ייִד אַ נגיד, איז ער געװען אַן עקשן און אַ גדלן און אַ גרױסער בעל־נצחון. האָט זיך אים עפּעס פֿאַרװאָלט אַ זאַך, און האָט ער זיך שױן אײַנגעשפּאַרט איז געװען גרינגער נעמען און אַריבערטראָגן טעפּליק אױף אַן אַנדער אָרט, אײדער איבערשפּאַרן שלום־בערן. אַז המן איװאַנאָװיטש האָט אַרױסגעגעבן זײַן באַפֿעל, אַז מע זאָל דאָס מיסט אין דרױסן נישט װאַרפֿן און די פּאָמעניצע בײַ דער טיר נישט גיסן, האָט שלום־בער טעפּליקער פֿון טעפּליק געפֿרעגט אַ קשיא: „װעמענס עסק איז דאָס? ס'איז מײַן מיסט מיט מײַן פּאָמעניצע, מעג איך מיר טאָן מיט דעם װאָס איך װיל“.

― רב שלום־בער, ― האָט מען זיך געפּרוּװט אים איבערשפּאַרן ― דער המן װעט דערזען די פּאָמעניצע, װעט זיך טאָן חושך!

― מיטן קאָטער! ― האָט דערױף געענטפֿערט שלום־בער, װאָס האָט פֿײַנט געהאַט צו רײדן אַ סך װערטער.

― רב שלום־בער, איר װעט כאַפּן אַן אַקט!

― זיבן און זיבעציק אַקטן!

― רב שלום־בער, מע װעט זיך, חלילה, אױסגליטשן נעבן אײַער שטוב, און די שעה זאָל נישט זײַן אױסברעכן אַ פֿוס.

― האַלדז־און־נאַקן! ― האָט שלום־בער געענטפֿערט און געהײסן, מע זאָל שיטן מיסט און גיסן פּאָמעניצעס אױף װאָס די װעלט שטײט!

איז געקומען צו אים פּליסעצקי מיט פּאָליצײ און האָט אים געמאַכט אַן אַקט, האָט שלום־בער זיך אַנידערגעשטעלט מיט אים אַביסל אױסטענהן גאַנץ ברײטלעך, װי אַ נגיד קאָן. האָט אים פּליסעצקי געלאָזט בעטן, ער זאָל בעסער שװײַגן, און בשעת מעשׂה געזאָגט אים אַ פּאָר האַרבע װערטער: „ייִדישע חוצפּה“ („זשידיװסקאַיאַ נאַכאַלסטװאָ“), „שװײַג, דו ייִדישע צורה!“ („מאָלטשי, זישדיװסקאַיאַ ראָזשאַ“), וכדומה נאָך אַזעלכע מינים קאָמפּלימענטן. האָט דאָס אונדזער נגיד פֿאַרדראָסן, און ער האָט מכבד געװען דעם פּריסטאַװ מיטן נאָמען המן, געזאָגט אים פֿאַר עדות, אַז ער איז אַן אמתער המן, אָט דער המן װאָס אין דער מגילה! ― האָט מען דאָס פֿאַרצײכנט אין פּראָטאָקאָל און אונטערגעפֿירט אונטער אַזאַ „סטאַטיאַстатья: זאַץ“, אַז מע האָט אונדזער שלום־בער טעפּליקער פֿון טעפּליק פֿאַרמישפּט, מחילה, זיצן צװײ װאָכן ― און עס האָט נישט געהאָלפֿן קײן שום רבונו־של־עולם!

סע פֿאַרשטײט זיך, אַז גאַנץ טעפּליק האָט זיך געװיגט, געגאַנגען כאָדאָראָם פֿון אַזאַ מעשׂה. סטײַטש, מע האָט פֿאַרמישפּט דעם נגיד צװײ װאָכן טורמע! די גאַנצע שטאָט איז אַרױסגעגאַנגען אָנקוקן, װי מע פֿירט שלום־בערן אין „חדר“ אַרײַן. סע איז נישט געבליבן, װי מע זאָגט, קײן קינד אין װיגל, און שלום־בער טעפּליקער פֿון טעפּליק, אַז מע האָט אים דורכגעפֿירט איבערן מאַרק אין „סטאַן“ אַרײַן, האָט ער אַראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ, און זײַן װײַב סטיסע־פּערל די נגידית האָט זיך פֿאַר בזיון באַהאַלטן אין דער הײם, און דער גאַנצער עולם איז געשטאַנען, געקוקט און געשװיגן, אינעװײניק אין האַרצן דװקא געװען צופֿרידן: ערשטנס, אַ מיצװה; לאָז אַ ייִד אַ נגיד נישט זײַן בײַ זיך אַזױ תּקיף. און צװײטנס, האָט מען שלום־בער טעפּליקער פֿון טעפּליק גלאַט נישט ליב געהאַט אין שטאָט, דערפֿאַר װאָס ער איז געװען, נישט אױסגערעדט זאָל זײַן, אַ גרױסער „דבֿר־אַחר“, אַ קמצן, און זײַן װײַב סטיסע־פּערל האָט געזשאַלעװעט אַ ייִדן אַ שטיקל ברױט, כאָטש זײ זײַנען געװען, װי מע זאָגט אין טעפּליק, „אָנגעשטאָפּט מיט געלט“, און קײן קינדער האָבן זײ אױך נישט געהאַט. „װען איך זאָל האָבן זײער געלט, ― האָט זיך יעדער טעפּליקער געװינטשעװעט און האָט באַלד געמאַכט אַ גרױסע הנחה ― װען איך האָב כאָטש האַלב, כאָטש אַ דריט־חלק פֿון זײ, װאָלט די שטאָט פֿון מיר אַ סך מער הנאה געהאַט!“… און עס קאָן זײער זײַן; נאָר אַזױ װי אין טעפּליק האָט געהאַט געלט נאָר אײן שלום־בער טעפּליקער און זײַן װײַב סטיסע־פּערל, און װײַטער קײנער נישט, האָט דערפֿון אין טעפּליק קײנער קײן הנאה נישט געהאַט: נישט די שטאָט, נישט שלום־בער דער נגיד, נישט זײַן װײַב די נגידית. און אפֿשר האָבן די צװײ יאָ געהאַט הנאה פֿון דעם? עס װענדט זיך, װאָס בײַ אײַך װערט אָנגערופֿן „הנאה“? בײַ די טעפּליקער ייִדן װערט אָנגערופֿן „הנאה“, אַז איר פֿאַרנעמט אומעטום דעם אױבן־אָן, סײַ אין שול, סײַ אױף אַן אַסיפֿה, סײַ אױף אַ שׂמחה; אַז איטלעכער טראָגט אײַך אַקעגן דעם גוט־שבת, דעם גוט־יום־טובֿ, דעם גוט־מאָרגן; אַז בשעת איר רעדט, שװײַגט מען, און װאָס איר זאָלט נישט זאָגן, איז דאָס אַ חכמה. הנאה הײסט, אַז אײן מאָל אין יאָר שׂימחת־תּורה קומט זיך צונױף דער גאַנצער עולם צום נגיד שלום־בער טעפּליקער פֿון טעפּליק כּלומרשט אױף „פּראַקעס“, ער זיצט כּמלך־בגדוד אױבן־אָן און הײסט דעם עולם נעמען צו ביסלעך בראָנפֿן, און סטיסע־פּערל די נגידית קוקט אין די גלעזלעך אַרײַן… מע זינגט אַ ניגון, און מע כאַפּט אַ טענצל, וכדומה אַזעלכע מינים פֿאַרגעניגן, װאָס אױב איר זײַט נישט קײן טעפּליקער, קאָנט איר גאָרנישט האָבן אין דעם קײן שום געפֿיל. און גלאַט װאָס איז װערט דאָס, אַז אַ מענטש פֿילט, אַז ער איז אײנער, אַז נאָר ער איז דער „עפּעס“ ― ער, און װײַטער קײנער?

אין טעפּליק איז געװען נאָר אײן שלום־בער טעפּליקער; אין טעפּליק איז געװען נאָר אײנער אַזױנער, און װײַטער קײנער.

ג. אַ פֿרײלעכער קבצן

אין טעפּליק זאָלן נישט זײַן קײן מסירות און קײן מוסרים, דאָס הײסט, מענטשן, װאָס גיבן אַכטונג אײנס אױפֿס אַנדערע, אַז מע זאָל נישט מאַכן קײן פֿאַרברעכן און קײן פֿאַלשקײטן, ― װאָלטן נײַן און נײַנציק חלקים עבֿירות פֿאַרבליבן אומבאַשטראָפֿט, און טעפּליק װאָלט געװען פֿול מיט בעל־עבֿירהניקעס, װי, להבֿדיל, סדום. נאָר מחמת אין טעפּליק גיט מען שטאַרק אַכטונג אײנס אױפֿס אַנדערע, און אַז מע דערזעט עפּעס אַן עװלה אױף יענעם, אָדער מע דערהערט, אָדער מע שמעקט אָן, אָדער סע דאַכט זיך נאָר אױס, אַז יענער האָט געטאָן אַן עװלה, נעמט מען און מע שרײַבט אַװעק „צו נאַטשאַלסטװע“ עטלעכע װערטער: אַזױ און אַזױ איז די מעשׂה, טאָמער גלײבט איר נישט, זײַט זיך מטריח אַהין און אַהין ― װעט איר דאָרט געפֿינען דאָס און דאָס… אַי, טאָמער לאָזט זיך נאָכדעם אױס אַ בױדעם ― איז אױך אָן אַן אומגליק; קומען קומט דערפֿאַר גאָרנישט, װאָרעם אונטערשרײַבן דעם אײגענעם נאָמען איז נישט נײטיק, איר קאָנט זיך חתמענען פֿאַרשטעלט: אָדער „איש־אמת“, אָדער אַ „אַ גוטער פֿרײַנט“, אָדער אַ „פֿרײַנט פֿונעם דין“, אָדער גאָר אָן אַ שום חתימה מאַכט אױך נישט אױס, אַבי איר זאָלט אָנװײַזן װוּהין מען זאָל גײן און װאָס מע זאָל זוכן… פּליסעצקי האָט זיך, נישקשה, געמעגט באַרימען, אַז קײן שפּיאָנען באַדאַרף ער נישט האָבן, די טעפּליקער באַלעבאַטים זײַנען אַלײן גוטע שפּיאָנען.

נאָך אַזאַ מין הקדמה װעט אײַך שױן קײן חידוש נישט זײַן, װאָס מע האָט אײנמאָל אין אַ שײנעם פֿרימאָרגן באַלאַגערט בערל דעם רױטן מיט דעם קרומען פֿוס פּונקט אין דער מינוט, װען ער איז געזעסן אױף דער ערד, די פּאָלעס פֿון דער קאַפּאָטע פֿאַרקאַטשעט און אונטערגעשטעקט אין גאַרטל אַרײַן, איבער אַ גרױסן בוטל מיט ראָזשינקעס־װײַן און צעגאָסן אים אין קלײנע פֿלעשלעך, װאָס ער אַלײן טאַקע פֿלעגט זײ נאָכדעם פֿרײַטיק צעטראָגן אױף קידוש, געשמאַק געקײַט מיטן מױל די פּראָבקעס און צוגעקלאַפּט פֿון אױבן מיט דער האַנט און שטאַרק געשװיצט. פּליסעצקי האָט פּאַװאָלינקע אױפֿגעעפֿנט די טיר, באַטראַכט בערל דעם רױטן, װי געשמאַק ער אַרבעט, געשטאַנען אַ פּאָר מינוט אױף דער שװעל, זיך איבערגעקוקט מיט פּאָליציע, און אַז בערל האָט אױפֿגעהױבן די אױגן און דערזען ― המן איװאַנאָװיטש שטײט בײַ דער טיר, איז ער אױפֿגעשטאַנען פֿון דער ערד, צוגעגאַנגען צו אים מיטן קרומען פֿוס, אַ קוק געטאָן אים גלײַך אין די אױגן אַרײַן, װי אײנער רעדט: „דו װעסט מיך מסתּמא שטראַפֿירן? שטראַפֿיר מיך, װאָס װעסטו בײַ מיר נעמען? דעם דלות?“

װי קומט דאָס, װאָס אונדזער בערל איז געװען אַזױ תּקיף? װײַל ער האָט נישט געהאַט װאָס צו שרעקן זיך. אמת, ער האָט געמאַכט פֿון ראָזשינקעס װײַן, צעגאָסן אים אין פֿלעשלעך און צעטראָגן אים צװישן באַקאַנטע אױף קידוש, און דערפֿון טאַקע געלעבט, נאָר אַז אָך און װײ איז געװען צום װײַן און אַז אָך און װײ איז געװען צום לעבן! דער װײַן איז נישט געװען קײן װײַן, דאָס לעבן איז נישט געװען קײן לעבן; גאָרנישט, אַבי יוצא זײַן, מאַכן אַ ברכה „בורא פּרי הגפֿן“ ― פֿאָרט נישט קײן פּראָסטער בראָנפֿן, און אַ שטיקל טועכץ, אַ פּרנסה, איז דאָס פֿאָרט, כאָטש האָבן האָט ער דערפֿון געהאַט מישטײנס געזאָגט, װאַסער אױף חלה, נאָר אַלץ גלײַכער װי גאָרנישט… װײ־װײ, װיפֿל ייִדן זײַנען פֿאַראַן אין טעפּליק, װאָס טוען גאָרנישט און פֿאַרדינען גאָרנישט און האָבן גאָרנישט, אָבער טאַקע לחלוטין גאָרנישט!

און טאַקע אָט די דאָזיקע „גאָרנישטיקע“ ייִדן, װאָס טוען גאָרנישט און פֿאַרדינען גאָרנישט און האָבן גאָרנישט, האָבן זיך מתקנא געװען אין בערל דעם רױטן, װאָס לעבן „װי אַ מאַגנאַט“, האָט אַלע שבת פֿיש און פֿלײש, זאָגט מען, און קױלעטש אַװדאי, און קינדער אין חדר האַלט מען, און דעם אַ קלײדל מאַכט מען, און אַ ציג אַן אײגענע האָט מען ― און דאָס אַלץ פֿונעם ביסל ראָזשינקעס, װאָס ער „פֿאַרקאַלעפּוטשעט“ און מאַכט דערפֿון װײַן אױף קידוש! האָט מען גענומען און מע האָט אַװעקגעשריבן פּליסעצקין אַ בריװ מיטן געװיסן נוסח, װאָס הײבט זיך אָן בזה־הלשון:

„אַזױ װי מיר האָבן שטענדיק אין זינען נאָר קאַזנאַ מיט אירע אינטערעסן, און אַזױ װי פֿאַר דער קאַזנאַ איז דאָס געװיס אַ גרױסער היזק טאָמער האַנדלט אײנער אָן אַ פּאַטענט, און אַזױ װי בערל דער רױטער, אָן זשעон же: באַקאַנט װי בערקאָ קריװאַק, האַנדלט מיט װײַן אָן אַ שום פּאַטענט שױן אַזױ פֿיל יאָרן, און אַזױ װי ער אַלײן, בערל דער רױטער, אָן זשע בערקאָ קריװאַק, מאַכט אים טאַקע מיט זײַנע אײגענע הענט, און אַזױ װי די רעכטע פֿאַבריקאַציע קומט־פֿאָר בײַ בערל דעם רױטן, אָן זשע בערקאָ קריװאַק, און אַזױ װײַטער“.

דאָס תּקיפֿות פֿון אַן אָרעמאַן איז גאָר קײן קאַטאָװעס נישט: װאָס אָרעמער דער אָרעמאַן איז, איז ער בײַ זיך מער תּקיף, אַ סך מער תּקיף װי דער גרעסטער נגיד. איך האָב אַלײן געהערט פֿון אַן אָרעמאַן, װאָס האָט זיך אױסגעטענהט מיטן אַנדערן אָרעמאַן:

― װאָס גלײַכסטו זיך צו מיר, דו פּאַרך אײנער? דו פֿאַרמאָגסט נאָך אַ פּאָר גאַנצע שטיװל מיט אַ שטיקל פּאַלטאָ, און איך האָב דערױף אַפֿילו קײן השׂגה נישט!

די װערטער זײַנען געזאָגט געװאָרן מיט אַזאַ גרױסקײט, אַז װען עס שטײט דערבײַ רױטשילד, פֿאַלט ער אַראָפּ בײַ זיך.

המן איװאַנאָװיטש האָט דערװײַל באַטראַכט בערל דעם רױטנס אַפּאַרטאַמענטן, װאָס זײַנען באַשטאַנען פֿון דרײַ חדרים, דאָס הײסט, צװײ אַלקערס מיט אַ קיך, און אַלע דרײַ חדרים זײַנען געװען פֿאַרשטעלט מיט בעטלעך, און די בעטלעך זײַנען געװען באַזעצט מיט קינדער, און די קינדער זײַנען געװען האַלב־אָנגעטאָן און האַלב־נאַקעט, דאָס הײסט, פֿונעם האַלדז ביזן פּופּיק זײַנען זײ געװען אָנגעטאָן, און פֿונעם פּופּיק און װײַטער זײַנען זײ געװען נאַקעט, און באָרװעס אַװדאי. פֿאַר דער דאָזיקער האַלב־נאַקעטער און באָרװעסער חבֿרה איז דער פּריסטאַװ געװען אַן אָנגעלײגטער פּאַרשױן, װאָס זײ האָבן אַזעלכעס קײנמאָל נישט געזען. זײ האָבן זיך נישט געפֿױלט, אַראָפּ פֿון די בעטלעך, פּאַװאָלינקע זיך אונטערגעגנבֿעט צום פּריץ און געקוקט אים אין פּנים אַרײַן, באַטראַכט די גילדענע קנעפּ און אַ טאַפּ געטאָן דעם קוטאַס פֿונעם שװערד, און פּליסעצקי האָט דערװײַל געפֿירט אַ שמועס מיט בערל דעם רױטן, װאָס מיר גיבן אים דאָ איבער װאָרט בײַ װאָרט:

פּליסעצקי: װעדליק מע שרײַבט אױף דיר, באַדאַרפֿסטו פֿאַרדינען שײן געלט?

בערל: נישט צו פֿאַרזינדיקן, הלװאַי װײַטער נישט ערגער, בעסער האָט קײן שיעור נישט.

פּליסעצקי: װאָס־זשע גײען בײַ דיר די קינדער נאַקעט און באָרװעס?

בערל: בכדי זײ זאָלן בעסער װאַקסן.

פּליסעצקי: און מיטן געלט װאָס טוסטו?

בערל: איך טו אַזױ װי די גמרא לערנט אונדז.

פּליסעצקי: די גמרא? װי אַזױ לערנט אײַך די גמרא?

בערל: די גמרא לערנט אונדז טײלן דאָס געלט אױף דרײַ חלקים: אַ דריטל אין דער ערד, אַ דריטל אין מזומן, אַ דריטל אין מיסחר.

פּליסעצקי: איך זע אַרױס, אַז דו ביסט אַ גאַנץ פֿרײלעכער פּאַרשױן.

בערל: װאָס האָב איך צו זאָרגן? װאָס פֿעלט מיר און װאָס האָב איך? זאָג מיר בעסער, אַדוני פּריץ, װאָס שרײַבן דיר אױף מיר די ייִדן און װאָס קאָן מיר קומען נאָך דײַן איצטיקן װיזיט?

פּליסעצקי: װעסט אַלצדינג װעלן װיסן, װעסטו גיך אַלט װערן. דו װײַזסט מיר נאָר אַקאָרשט אַלע דײַנע שאַפֿעס. איך דאַרף בײַ דיר נאָך עפּעס אַ זוך טאָן, טאָמער װעל איך בײַ דיר געפֿינען, אַ חוץ װײַן, נאָך עפּעס גוטע זאַכן…

בערל: אָך, מיטן גרעסטן כּבֿוד! טאָמער געפֿינסטו ערגעץ אַסיגנאַציעס, אָדער גאָלד, אָדער זילבער, איז יחדיו, חצי שלי וחצי שלך.

פּליסעצקי: ביסט מיר עפּעס צו פֿרײלעך, װי אײנער װאָס פֿאַרן טױט.

בערל: עס קאָן זײַן, קײנער װײס נישט װעמענס מאָרגן, װי אין דער גמרא בײַ אונדז שטײט געשריבן: „זאָלסט תּשובֿה טאָן אַ טאָג פֿאַרן טױט“. און אַזױ װי אַ מענטש װײס דאָך נישט, װען דער מלאך־המװת קאָן אים אַ כאַפּ טאָן פֿאַרן גאָרגל, לכן…

דאָ האָט אים דער פּריסטאַװ איבערגעשלאָגן די רײד, אַ רוף געטאָן פּאָליציע פֿון דרױסן און געהײסן, מע זאָל אים נעמען אין „חדר“ אַרײַן. דערהערט די דאָזיקע װערטער, איז בײַ בערלען פֿאַרקילט געװאָרן אינעװײניק, און אין שטוב איז געװאָרן אַ געװײן, גלײַך װי מע װאָלט אַרױסגעטראָגן אַ טױטן.

סע פֿאַרשטײט זיך, אַז באַלד איז מען אין טעפּליק געװאָר געװאָרן פֿון דער מעשׂה פֿון אײן עק שטאָט ביזן אַנדערן, און מען איז צונױפֿגעלאָפֿן פֿון אַלע גאַסן זען, װי מע פֿירט נאָך אַ ייִדן אין „חדר“ אַרײַן, מע װײס נישט פֿאַר װאָס. דאָס הײסט, פֿאַר װאָס ― איז מען שױן געװאָר געװאָרן; װאָס הײסט, מע װעט אין טעפּליק נישט געװאָר װערן? ובפֿרט מע האָט געזען, אַז המן איװאַנאָװיטש האָט געטראָגן אַ פֿלעשל מיט װײַן, װאָס בערל מאַכט אױף צו פֿאַרקױפֿן אָן אַ פּאַטענט. די זאַך איז נאָר ― װאָס קאָן אים דערפֿאַר קומען? שטראָף, צי טורמע? אױף דערױף האָבן די טעפּליקער ייִדן זיך געשאַרפֿט די מוחות, און רחמנות געהאַט אױף בערל דעם קבצן אַ סך מער, װי אױף שלום־בער דעם נגיד, און נישט געקאָנט העלפֿן אים דערצו גאָרנישט, סײַדן מיט אַ קרעכץ.

ד. נאָך אַ פֿאַרברעכער

המן איװאַנאָװיטש האָט דעם טאָג גענומען זיך צו די טעפּליקער ייִדן גאָר אױף אַן אַנדער אופֿן. ער האָט דעם אײגענעם טאָג געפּאַקט נאָך אַ ייִדן, אַזעלכן, װאָס האָט, אײגנטלעך, גאָרנישט פֿאַרזינדיקט, נאָר ס'איז אַזױ געװען די מעשׂה: ס'איז געװען אין טעפּליק אַ באַהעלפֿער, הענעך דער בחור. האָט דער דאָזיקער הענעך געהאַט אַן עלטערן ברודער דוד־לײב. האָט דער דוד־לײב באַדאַרפֿט שטײן הײַנטיקס יאָר צום פּריזיװ און האָט געװאָלט האָבן אַ לגאָטע, װײַל זײַן אַנדערער ברודער הענעך איז נאָך נישט אַלט געװען אַכצן יאָר, ― אַזױ האָט געזאָגט דוד־לײב און אַזױ האָבן אױסגעזען זײַנע פּאַפּירן, װאָס ער האָט צוגעשטעלט אין דער פּריסוטסטװע אין הײסין. נאָר דאָס איז נאָך אַלץ װײניק, װאָס אַ ייִד קאָן זאָגן און „צושטעלן“ פּאַפּירן; מע באַדאַרף אַ קוק טאָן אױפֿן קלײנעם אַלײן, װעט מען שױן װיסן, װיפֿל ער איז אַלט. איז אָנגעקומען צו פּליסעצקין אַ פּאַפּיר, ער זאָל צושטעלן הענעכן קײן הײסין, און פּליסעצקי, אַז מע שרײַבט אים „צושטעלן“, באַדאַרף זײַן „צוגעשטעלט“. האָט ער צוגעשיקט צו אים דעם אוריאַדניק און מע האָט דעם בחור גענומען און געבראַכט צו פֿירן צום פּריסטאַװ אין „סטאַן“ אַרײַן.

דער קאָליר פֿון הענעכס פּנים איז געװען דאָס, װאָס מען רופֿט אָן אַ „מיתה־משונה־קאָליר“, און דערצו האָט ער נאָך געהאַט אַ בעלמע אױף אַן אױג, און געקוקט האָט ער אױף אַ זײַט, אַביסל צוגעשאָקלט מיטן קעפּל אױך; הײַנט דער איבערשרעק, װאָס מע האָט אים אױפֿגעכאַפּט, װי ער שטײט און גײט, ער װײס נישט פֿאַר װאָס און פֿאַר װען ― דאָס אַלצדינג האָט אים צוגעגעבן אַ באַזונדער מין װילדקײט, און ער האָט געמאַכט אױפֿן פּריסטאַװ גאָר נישט קײן גוטן אײַנדרוק, און צװישן זײ איז פֿאָרגעקומען אַ קורצער, נאָר אַ לעבעדיקער שמועס:

― דאָס ביסטו, הענעך טעלער־לעקער? ― האָט אים פּליסעצקי אַ כאַפּ געטאָן און באַטראַכט אים פֿון אױבן אַראָפּ.

― דאָס בין איך הענעך טעלער־לעקער, ― האָט אים הענעך געענטפֿערט גאָר גײַציק, און האָט באַלד באַרעכנט, אַז דאָס רופֿט מען אים מכּוחן פּריזיװ פֿון זײַן ברודער דוד־לײב, האָט ער פֿאַרכאַפּט פֿריִער, נאָך אײדער מע װעט בײַ אים פֿרעגן: ― איך בין נאָך נישט אַלט קײן אַכצן יאָר, װי איך בין אַ ייִד, אַז נישט!…

― אַזױ? אַ חוץ שבתים און יום־טובֿים! ― האָט אים פּליסעצקי געענטפֿערט און אַ קוק געטאָן אים גלײַך אין די אױגן אַרײַן און דערזען די בעלמע. פֿון דעם דאָזיקן קוק איז הענעכן געװאָרן פֿינצטער אין די אױגן, קאַלט אין בױך און קאַלעמוטנע אױפֿן האַרצן, און ס'איז אים דורכגעפֿלױגן אין אײן רגע אַ טרױעריקע מחשבֿה אין קאָפּ: „אױס לגאָטע, פֿאַרפֿאַלן דוד־לײב!“… און הענעך האָט שטאַרק חשק געהאַט אַ טובֿה טאָן דעם ברודער נעבעך, און ער האָט זיך אַרױסגעשטעלט פֿאַר אַ שתּדלן און האָט באַקומען לשון און מיטאַמאָל צערעדט זיך פֿאַר פֿײַער און פֿאַר װאַסער: „איך שװער אײַך, אַז איך בין מער נישט אַלט װי זיבעצן יאָר מיט אַ חודש, אָדער אפֿשר נאָך אָן אַ חודש, איך זאָל דערלעבן קומען אַהײם בשלום! קוקט נישט דערױף, װאָס איך זע אױס אפֿשר עלטער, ס'איז בײַ אונדז אַזאַ גדלע, אַזאַ װוּקס הײסט דאָס, װאָס פֿון פֿופֿצן יאָר אָן הײבט זיך אָן שיטן בײַ אונדז אַ בערדל“…

פּליסעצקי האָט אױף הענעכן געקוקט, געשאָקלט מיטן קאָפּ און געשמײכלט, װי אײנער רעדט: „צו דײַן בעלמע, װאָס דו האָסט אױפֿן אױג, און צום מיתה־משונה־קאָליר פֿון דײַן פּנימל פּאַסט דיר טאַקע דאָס בערדל, כ'לעבן“… נאָכדעם האָט ער אַ זאָג געטאָן צום סאָטסקי, אַז ביז ער װעט דאָ איבערקוקן זײַנע פּאַפּירן זאָל ער אים אַראָפּפֿירן אַראָפּ אין „חדר“ אַרײַן, און הענעך האָט אָנגעװאָרן מיטאַמאָל דעם גאַנצן מוט, דאָס פּנים איז אים געװאָרן נאָך מער טױט װי תּמיד, און אין האַרצן בײַ זיך האָט ער באַגראָבן דעם ברודער נעבעך אױף אײביק: „אױ, ביסט אױף צרות, דוד־לײב, אַז אָך און װײ איז דיר!“…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

― הער נאָר אױס, דו, אָדם מענטש, ציפּור אַ פֿױגל, קאַטשקע רוק זיך! װי קומסטו אַהער אין קאָטשומענט אַרײַן? װאָס פֿאַר אַ מעשׂה האָסטו פֿאַרשטופּט און װער האָט דיך געמסרט?

אַזױ האָט זיך אָנגערופֿן בערל דער רױטער צום נײַעם פּאַרשױן, צו הענעך דעם בחור, און דער נגיד שלום־בער טעפּליקער פֿון טעפּליק האָט אים פֿון דער װײַטן גענומען באַטראַכטן פֿונעם קאָפּ ביז די פֿיס, װי מען באַטראַכט אַ גנבֿ, װאָס מע האָט אים נאָר־װאָס געכאַפּט מיט אַ גנבֿה. הענעך פֿון זײַן זײַט האָט באַטראַכט דעם נגיד, װי אַ דולער, און פֿון גרױס התפּעלות, װאָס ער זעט פֿאַר זיך אָט דעם נגיד, האָט ער אָנגעהױבן באַלעבעטשען מיט דער צונג, אַלײן נישט געװוּסט װאָס ער רעדט. און בערל דער רױטער, װאָס איז פֿון תּמיד אָן, װי מיר װײסן שױן, געװען אַ פֿרײלעכער פּאַרשױן, ליב געהאַט זאָגן װערטלעך דעמאָלט אַפֿילו, װען ער האָט נישט געהאַט אױף שבת, האָט זיך דאָ איצט פֿאַרן נגיד אױסגעשטעלט, געמאַכט חוזק פֿונעם נאַרישן בחור, װי דער שטײגער איז פֿון אַן אָרעמאַן, אַז ער באַגעגנט זיך מיטן אַנדערן אָרעמאַן, נאָך אַ גרעסערן שלימזל פֿון זיך, און בכדי דער נגיד זאָל האָבן פֿאַרגעניגן, טרעט ער צו יענעם מיט די פֿיס.

― ס'איז אַ מעשׂה דאָ מיט מיר, איך װײס נישט אַלײן נאָך װאָס, מײַן דוד־לײב, װײ איז מיר! טאָמער, איך װײס, אַ קשיא אױף אַ מעשׂה, עטװאָס מער פֿון אַכצן איך, איז ער אַ פֿאַרפֿאַלענער חלילה… אַזױ באַלעבעטשעט הענעך, דערצײלט די מעשׂה, װי אַרום ער קומט אַהער, און בערל דער רױטער שלאָגט אים איבער:

― װאָס פּאַטשסטו מיט די ליפּן, דו שוטה בן פּיקהאָלץ? זאָג װערטער! מירקע, גיב לשון!

― איך זאָג װאָס מײַן דוד־לײב נעבעך, ― מאַכט צו אים הענעך און שטעלט זיך פּלוצעם אָפּ אין מיטן און טוט אַ פֿרעג בײַ בערל דעם רױטן:

― װי אַזױ זע אױס בײַ אײַך אַ שטײגער אין די אױגן איך?

― װי אַזױ דו זעסט אױס? דו זעסט אױס װי אַ פּרא־אָדם, ― ענטפֿערט אים בערל און צעלאַכט זיך אַלײן פֿון דער חכמה, און קוקט אױפֿן נגיד, צי דער נגיד לאַכט אױך… דעם נגיד אָבער לאַכט זיך נישט. ער באַטראַכט דעם שלימזל הענעך, װי ער גײט אָפּגעריסן־אָפּגעשליסן, און װוּנדערט זיך, צו װאָס, אַ שטײגער, לעבט אַזעלכעס אױף דער װעלט?

― נײן! ― זאָגט הענעך און קוקט מיט אײן אױג אױפֿן נגיד און מיט דער בעלמע אױף בערלען ― נישט דאָס מײן איך! איך מײן, װיפֿל, אַ שטײגער, װאָלט איר געגעבן מיר?

― װאָס געגעבן?

― יאָרן, הײסט דאָס, מײן איך.

― אַ? װיפֿל דו ביסט אַלט? איך רעכן, אַז נישט מער װי אַ יאָר צװײ און צװאַנציק, און אפֿשר נאָך מיט אַ סמיטשיק?

הענעך האָט פֿאַר האַרצװײטיק און פֿאַר כּעס אַזש אַרױסגעלאָזט אַ קװיטש און ,איז אָנגעפֿאַלן אױף בערל דעם רױטן, גלײַך װי יענער האָט אים געװאָלט קױלען.

― משוגע, צי חסר־דעה? װאָס רעדט איר װאָס? ערשט נישט לאַנג צװאַנציק דוד־לײב געװאָרן יאָר הײסט דאָס, און מיט דריטהאַלבן עלטער פֿון מיר סך־הכּל, הײַנט דער חשבון אײַערער װוּ איז? אַבי הײסט דאָס גערעדט!

און הענעך האָט בשעת מעשׂה אױסגעװיזן אַזױ װיסט, אַזױ טרױעריק, אױף זײַן פּנים איז געלעגן אױסגעצױגן אַזױ פֿיל רחמנות, אַז דער נגיד אַלײן האָט זיך פֿאַראינטערעסירט און האָט אים אַ פֿרעג געטאָן:

― איר זײַט הײסט דאָס, צװײ ברידער, אַ פּנים, װי סע זעט אױס?

― צװײ ברידער מיט אַן אַלטער מאַמע הײסט דאָס, און אַ מײדל פֿון אַ יאָר דרײַצן דינט, און נאָך אַ ברודערל אַ קלענערס אין אַ קלײט כּלומרשט, און נאָך מײדלעך צװײ קלײנע, מיט אײנעם אין דער תּלמוד־תּורה אַ ייִנגעלע, און אױף זײַן קאָפּ אַלע, און טאָמער חלילה וחס גײט אַװעק ער, מעגן נעמען די טאָרבעס מיר און גײן איבער די הײַזער אַלע…

און הענעך דערצײלט, װי אַזױ ער קאָן, די גאַנצע מעשׂה מיטן פּריזיװ, מיט דער לגאָטע, װאָס, אַ פּנים, עמעצער האָט אים געמסרט, אַז ער איז עלטער פֿון אַכצן יאָר, כאָטש ער קאָן גײן שװערן אַ שבֿועה־דאורײַתא, אַז ער איז נאָך נישט אַלט קײן אַכצן, נאָר עפּעס מעשׂה־שׂטן, װי אױף צו להכעיס, שיט זיך אים, הענעכן, אַ באָרד, און אַלע זאָגן אױף אים, אַז ער זעט־אױס פֿון אַ יאָר צװאַנציק, אױב נישט מער; װי באַלד אַזױ, האָט דאָך נישט דוד־לײב קײן לגאָטע אַפֿילו אַ ברעקל נישט, הײַנט װאָס װעלן זײ טאָן, טאָמער חלילה „קריכט ער אַװעק“?…

און הענעך קערעװעט זיך אָפּ מיט דער בעלמע אױף אַ זײַט, הײבט אָן הוסטן כּלומרשט, שנײַצט־אױס די נאָז און װישט זיך די אױגן.

― נעבעך אַ רחמנות… ― האָט זיך נישט װילנדיק אַרױסגעכאַפּט בײַם נגיד.

― אַ שלימזל! ― האָט אים בערל דער רױטער צוגעגעבן מיט אַ האַלב שמײכעלע, װאָס האָט באַדײַט אי חוזק געמאַכט, אי רחמנות געהאַט. ― ער, װי איר קוקט אים אָן, איז אַ שלימזל, און דער ברודער זײַנער ― איך קען אים ― איז גלאַט אַ צעקװעטשטער; ער טױג אַזױ פֿאַר אַ סאָלדאַט, פּונקט אַזױ װי איך…

און בכדי מע זאָל זען, אַז ער, בערל דער רױטער, טױג טאַקע נישט פֿאַר קײן סאָלדאַט, שטעלט ער אַרױס דאָס קרומע פֿיסל זײַנס.

ה. דער עטאַפּ האָט גערירט

ביז דעם דאָזיקן טאָג, װאָס עס קומט פֿאָר אונדזער געשיכטע, און ביז דער לעצטער מינוט האָט זיך דעם טעפּליקער נגיד שלום־בער טעפּליקער פֿון טעפּליק נישט געגלױבט, אַז מע װעט אים נעמען און שיקן מיטן עטאַפּ אין הײסין. ער האָט זיך די גאַנצע צײַט געבריהט, געשריבן פּאַפּירן, געזוכט זכות־אָבֿות. נאָר פּליסעצקי האָט זיך געלײגט אין דער לענג און אין דער ברײט, אַז אונדזער טעפּליקער נגיד זאָל מאַכן אַ שפּאַציר פֿון טעפּליק קײן הײסין מיטן עטאַפּ, און דװקא צופֿוס.

― טי פּאָידיאָש און מעניאַты пойдёшь он мне: װעסט מיר שיקן מיט די רגלים! ― האָט אים המן איװאַנאָװיטש געזאָגט האַלב אױף רוסיש און האַלב אױף לשון־קודש, װי זײַן שטײגער איז. און װי אױף צו להכעיס, איז דער טאָג געװען אַ ליכטיקער, אַ װאַרעמער זומער־טאָג. װי אַ חתן פֿון דער חופּה איז אַרױסגעגאַנגען דער קײַלעכדיקער פֿײַערדיקער זון־קוגל, פֿרײלעך װי אַ גיבור, אָנגעגרײט צו מאַכן די גרױסע הימלדיקע רײַזע, באַלײַכטן אַלעמען מיט זײַן שײַן און באַגיסן איטלעכן מיט זײַן װאַרעמקײט, קײנער װעט זיך נישט אױסבאַהאַלטן פֿון זײַן היץ, בשעת ער צעברענט זיך גוט און גליט אָן די ערד, װי אַ קאַלך־אױװן. קרעמער האָבן איבערגעלאָזט זײערע קראָמען, בעלי־מלאָכות ― זײערע װאַרשטאַטן, מלמדים ― זײערע חדרים, און מען איז געגאַנגען קוקן, װי מע פֿירט דעם נגיד מיטן עטאַפּ. און די טעפּליקער ייִדן, באַטראַכט דעם נגיד, װי ער שטײט מיט אַן אַראָפּגעלאָזטן קאָפּ, האָבן זײ געזאָגט אײנס דאָס אַנדערע, אַז מע באַדאַרף זיך נאָר אַראָפּנעמען אַ מוסר; און אינעװײניק בײַ זיך אין האַרצן האָט מען געקװעלט, דערלעבט אַ נקמה. רחמנות האָבן זײ נאָר געהאַט אױף בערל דעם רױטן נעבעך און אױף הענעך דעם בחור. פֿון דעם נגידס װעגן האָט מען אַרױסגעטראָגן געפֿלאָכטענע קױלעטשן, געבראָטענע קאַטשקעס מיט נאָך אַנדערע מינים עסנװאַרג אין װעג אַרײַן. און בערל דעם רױטן האָט דאָס װײַב מיט די קינדער געבראַכט צו טראָגן אַ בולקע, פֿיש־קאַרטאָפֿליעס מיט אַ זשמוט יונגן קנאָבל. נאָר אײן הענעך איז געבליבן אָן אַ שום שפּײַז אין װעג אַרײַן; האָבן זיך אַרומגעקוקט װילד־פֿרעמדע, זיך צונױפֿגעלײגט פֿאַר רחמנות און געקױפֿט פֿון זײַנעט װעגן אַ ברױט, אַ פּאָר פֿישלעך מיט ציבעלעס. און די אַלע מאכלים האָט מען איבערגעגעבן דעם עטאַפּ אױף די הענט, און דער עטאַפּ האָט דאָס אַלצדינג צוגענומען גאָר פֿרײַנטלעך, צוגעזאָגט, אַז ס'װעט זײַן גאַנץ, ס'װעט נישט געמינערט װערן דערפֿון אַ האָר אַפֿילו. און המן איװאַנאָװיטש האָט זיך באַװיזן בײַ זיך אױפֿן גאַניק און אַ זאָג געטאָן צום עטאַפּ, ער זאָל רירן, און דער עטאַפּ האָט גערירט, און נאָך אים גאַנץ טעפּליק.

דער עטאַפּ איז באַשטאַנען פֿון אײן לאַװרע דעם סאָטסקי, אַ האָריקער נפֿש מיט אַ האָריקער סװיטקע, מיט אַ הױך האָריק היטל און מיט אַ גרױסן סוקעװאַטן שטעקן, פֿון אױבן מיט אַ גרױסער הילצערנער גאַלקע און פֿון אונטן מיט אַ שאַרף שטיק אײַזן װי אַ שפּיז. די געבראָטענע קאַטשקעס מיט די געזאַלצענע פֿישלעך האָט ער פֿאַרנומען אונטער אײן אָרעם, די בולקעס מיטן קנאָבל מיט די שאָר ירקות ― אונטערן אַנדערן אָרעם, דעם ראַפּאָרט האָט ער פֿאַרשטעקט פֿאָרנט אין בוזעם, און דער עולם האָט זיך געלאָזט אין װעג אַרײַן גיך, אַ סך גיכער, װי מע קאָן זיך פֿאָרשטעלן. די גיכקײט האָט זיך גענומען דערפֿון, װאָס אונדזערע אַרעסטאַנטן האָבן געװאָלט שױן פּטור װערן, אַרױס גיכער פֿון דער שטאָט, געבעטן לאַװרען דעם סאָטסקי, ער זאָל צעטרײַבן דאָס קלײנװאַרג, װאָס האָבן זיך נישט געפֿױלט אַרױסבאַגלײטן זײ העט־װײַט, אַזש אױף יענער זײַט מילן; האָט לאַװרע אױפֿגעהױבן דעם לאַנגן שטעקן מיטן אײַזערנעם שפּיץ, און חבֿרה קונדסים זײַנען זיך צעלאָפֿן, װי די איבערגעשראָקענע פֿײגעלעך, און די אַרעסטאַנטן זײַנען געבליבן אַלײן אױפֿן פֿרײַען פֿעלד, אױפֿגעהערט לױפֿן מיט אַזאַ אימפּעט, אָנגעהױבן מאַכן אַביסל קלענערע טריט און אַ שמועס געטאָן מיטן עטאַפּ מכּוח צוזעצן זיך אַביסל אױפֿן גרינעם גראָז און אַביסל איבערכאַפּן דעם אָטעם.

דער עטאַפּ, דאָס הײסט לאַװרע דער סאָטסקי, איז גאָרנישט געװען אַזאַ שלעכטער מענטש. מע האָט דאָס בײַ אים דװקא גיך געפּועלט, ובפֿרט, אַז ער האָט אַלײן אױך געװאָלט אַביסל שױן אָפּרוען זיך און האָט שטאַרק חשק געהאַט איבערכאַפּן, פֿאַרזוכן פֿון יענע געבראָטענע קאַטשקעס, װאָס דער ריח האָט אים אַ גאַנצן װעג געקיצלט אין נאָז. פֿון די ייִדישע קױלעטשן האָט ער שױן אַפֿילו געפּרוּװט אָפּברעכן אַ פּאָר שטיקלעך און האָט געפֿונען, אַז זײ זײַנען גאַנץ גוט אױפֿן טעם; אױך פֿון די פֿישעלעך האָט ער פֿאַרזוכט, װאָס אינאײנעם מיטן קנאָבל איז דאָס געװען גאַנץ נישקשהדיק. און מחמת די אַרעסטאַנטן זײַנען געגאַנגען פֿריִער און דער עטאַפּ פֿון הינטן, האָבן די אַרעסטאַנטן נישט באַמערקט, אַז דער עטאַפּ קײַט, און אַז זײ האָבן זיך אַרומגעקוקט, האָבן זײ צװישן זיך איבערגעשמועסט זיך אױף ייִדיש.

― דער ערל אַכלט גאַנץ געשמאַק. ― זאָגט דער נגיד און קוקט אױף לאַװרען, װי ער קנײַפּט דעם קױלעטש און רוקט אין פּנים.

― זאָגט כאָטש „קײן עין־הרע נישט“. ― מאַכט בערל דער רױטער פֿרײלעך, װי זײַן שטײגער איז. ― איך קאָן אײַך שװערן בנאמנות, אַז איך האָב, אױף אים קוקנדיק, באַקומען אַפּעטיט צום עסן. װאָס זאָגסטו, הענעך? סע חלשט דיר נאָך נישט אונטערן טלית־קטן?

הענעך דער בחור האָט אַ געשמאַקן שלונג געטאָן די שלײַם, װי אַן אָקס בשעת ער איז מעלה־גרה, און דערבײַ אַ זאָג געגעבן אױף זײַן איבערגעקערטער שפּראַך:

― זאָגן שטאַרק קאָן איך נישט, אַז איך בין הונגעריק, נאָר אין מױל, מהיכא־תּיתי, עפּעס גענומען װאָלט איך, ס'זאָל זײַן װאָס.

― בײַ מיר איז פֿאַראַן אַלצדינג ― רופֿט זיך אָן דער נגיד און כאַפּט אַ קוק אױפֿן עטאַפּ.

― בײַ מיר, אָן אַביסל בראָנפֿן, הײסט נאָך נישט אַלצדינג ― מאַכט בערל דער רױטער און חזרט דאָס איבער מיט אַ כּיװן נאָכאַמאָל אױף רוסיש, בכדי דער ערל זאָל פֿאַרשטײן פֿון װאָס מע רעדט.

― טשי פּראַװדאַ, לאַװרע, שאָ בעז הורילקי שאָ בעז זובאָװ?ס'איז אמת, לאַװרע, אַז אָן בראָנפֿן איז װי אָן צײן? ― טוט בערל דער רױטער אַ מאַך צום עטאַפּ.

― אַװזשעזש!авжеж: אַװדאי ― ענטפֿערט אים דער עטאַפּ גאַנץ ערנסט.

און מע האָט זיך אַזױ לאַנג איבערגעװאָרפֿן מיט װערטער, ביז ס'איז געבליבן בײַם עולם: אַזױ װי ס'איז נישט װײַט פֿון דאַנען קײן גראַנאָװ, סך־הכּל אַ פּאָר װערסט, זאָל אײנער פֿון די אַרעסטאַנטן, הענעך דער בחור געװײנטלעך, ער איז ייִנגער, אַ שפּרונג טאָן אַהינצוצו אױף אײן פֿוס און ברענגען אַ פֿלעשל בראָנפֿן, און די איבעריקע צװײ אַרעסטאַנטן, שלום־בער טעפּליקער פֿון טעפּליק און בערל דער רױטער, נעמען אים אױף זיך, אױף זײער ערבֿות, אַז ער װעט נישט אַנטלױפֿן. און מע האָט זיך צוגעזעצט אױפֿן גראָז אין מיטן פֿעלד, אױף אַ בערגל אונטער אַ בױם, בײדע אַרעסטאַנטן האָבן זיך אַרײַנגעלאָזט אין אַ שמועס, און דער עטאַפּ האָט זיך באַזעצט נעבן זײ און געקוקט אַהין, אױפֿן װעג קײן גראַנאָװ.

ו. ער דערמאָנט אים אַלטע חטאָים

װען איך זאָל זײַן אַ מאָלער אָדער כאָטש אַ פֿאָטאָגראַף, װאָלט איך אַראָפּגענומען די דאָזיקע גרופּע, די דרײַ נפֿשות, װאָס זיצן זיך אַזױ שײן אין מיטן פֿעלד, אױפֿן בערגל, אונטער אַ באַרנבױם מיט קלײנע גרינע בלעטלעך, אַ בױם, װאָס סע װאַקסן אַף אים פֿעלד־באַרלעך, יענע מינים באַרלעך, װאָס זײַנען האַרטער פֿון שטײנדלעך, און װאָס מען קאָן זײ ניט נעמען אין מױל אַרײַן, און װאָס מע װײס נישט, אַף װאָס האָט זײ גאָט באַשאַפֿן אַף דער װעלט… צװישן לאַװרע דעם סאָטסקי מיט דעם הױכן האָריקן היטל פֿון אײן זײַט און בערל דעם רױטן מיטן קרומען פֿוס און מיטן רױטן רירעװדיקן פּנים מיט װײַמפּערלעך פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט אונדזער טעפּליקער נגיד שלום־בער טעפּליקער פֿון טעפּליק מיט די קלײנע אײגעלעך און מיטן שיטערן בערדל, מיט דער נײַער שװאַרצער געװענטענער קאַפּאָטע און מיטן שבתדיקן זײַדענעם קאַשקעט אױפֿן קאָפּ, אױסגעזען װי אַ מחותּן צװישן באַלעבאַטים, אָדער װי אַ געהױבענער פּאַרשױן צװישן פּראָסטע מענטשן, װאָס האָבן די ערע צו זיצן מיט אים אינאײנעם. אַזאַ מענטש װײס שױן, װי אַזױ זיך צו האַלטן, דאָס הײסט, האַלטן האַלט ער זיך כּלומרשט פּראָסט, כּלומרשט גלײַך מיט אַלעמען, נאָר פֿאָרט נישט דאָס, װאָס אַלע. פֿון װאָס ער װיל, פֿון דעם רעדט מען, װאָס ער זאָגט, באַדאַרף מען הערן, און אַז יענער רעדט, מעג ער איבערשלאָגן אין מיטן.

― װאָס זאָגט איר אױף דער היץ? ― האָט ער אַ זאָג געטאָן צו בערל דעם רױטן מיט אַ זיפֿץ און אַ קוק געטאָן אַרום און אַרום, פֿאַרקאַטשעט די אַרבל ביז די עלנבױגנס און זיך געפֿאָכעט מיטן זײַדענעם קאַשקעטל איבערן קאָפּ.

― יאָ ס'איז נישט קאַלט ― האָט אים בערל געענטפֿערט און אױך אַ קוק געטאָן אַהין, װוּ דער נגיד קוקט.

― ס'זאָל כאָטש נישט זײַן קײן רעגן ― טוט זיך דער נגיד װײַטער אַ זאָג און אַ קוק אַרױף אױפֿן הימל.

― יאָ, עס פּאַסט אונדז טאַקע צו די זײַדענע קלײדער! ― גיט אים נאָך בערל און קוקט אַהין, װוּ דער נגיד קוקט.

― ניט קײן שלעכטער ערל אונדזער שומר ― זאָגט זיך װײַטער דער נגיד און קוקט אױף אַ לאַנגן װאָגן אַ לײדיקן, װאָס פֿאָרט־דורך פֿאַרבײַ מיט אַ פּאָר גרױסע אָקסן און אַ קלײן שגצל זיצט אױפֿן װאָגן און דרײט מיט דער בײַטש.

― אונדזער שומר? ― מאַכט בערל און קוקט אַהין, װוּ דער נגיד קוקט ― עם מעגן זײַן פֿאַר אים די כּפּרה דרײַ ייִדן אַזעלכע, װאָס גײען מסרן אַן אָרעמאַן, אַז ער מאַכט עטלעכע פֿלעשלעך װײַן פֿון ראָזשינקעס און צעטראָגט זײ צװישן באַקאַנטע אױף קידוש און לעבט דערפֿון מיט װײַב און קינדער שױן כּמה וכּמה יאָרן.

― װי מײנט איר? ― שלאָגט אים איבער דער נגיד אין מיטן די רײד און קוקט אױפֿן װעג, װאָס גײט קײן גראַנאָװ. ― װי מײנט איר? ער קאָן נישט פֿאַרבלאָנדזשעט װערן, מײן איך מאַכן פּליטה, אָט דער דאָזיקער בחור, װי אַזױ רופֿט איר אים?

― אָט דער שמינדער בגץ? ― מאַכט בערל און קוקט אױפֿן װעג, װאָס גײט קײן גראַנאָװ. ― ער האָט דען עפּעס חוטא בעגל געװען, געטאָן אַ קרימינאַל, װאָס ער זאָל דאַרפֿן אָפּטרעטן? ער איז אַזאַ פֿאַרברעכער, פּונקט אַזױ װי איך, למשל.

― װאָס קאָן אײַך, אַ שטײגער, קומען פֿאַר אַזאַ מעשׂה? ― טוט אים דער נגיד אַ כאַפּ און קוקט אױף בערלען פֿון אױבן אַראָפּ מיט אײן אױג; דאָס אַנדערע האָט ער צוגעמאַכט, קײַט בשעת מעשׂה אַ גרעזל אונטער די צײן.

― פֿאַר װאָסער מעשׂה? פֿאַרן ראָזשינקעס־װײַן? קײן „רעסטאַנסקע ראָטעарестантская рота: שטראָף פֿון שװערער אַרבעט“ פֿאַר דעם „קרימינאַל“ אַװדאי נישט. נאָר איך װײס, װאָס מע קאָן אױף מיר אַרױפֿלײגן פֿאַר אַ שטראָף? לאָז מען מיך שטראַפֿירן ― װאָס הער איך זײ? װאָס װעט מען בײַ מיר נעמען? דעם דלות? סײַדן זיצן? מילא, װעלן מיר זיצן אַ פּאָר טעג. למאַי איר? איר זײַט דאָך עפּעס, קײן עין־הרע, אַ ייִד אַ נגיד, כ'לעבן! איך װעל אײַך זאָגן דעם אמת, רב שלום־בער, האָט קײן פֿאַראיבל נישט, איך אױף אײַער אָרט װאָלט נישט געזעסן אין „חדר“ איבער אַזאַ נאַרישקײט, איבער אַ פּאָמעניצע גאָר. ערשטנס, װאָלט איך נישט געפֿירט מיט פּאָליציע קײן עקשנות, און צװײטנס, װען איך בין אין אײַער שטאַנד, װאָלט מען מיך נישט געפֿירט מיטן עטאַפּ פֿאַר אַזאַ זאַך. טעפּליק אַלײן װאָלט דאָס גאָר ניט באַדאַרפֿט דערלאָזן, אַז דער נגיד פֿון שטאָט זאָל גײן מיטן עטאַפּ, װי אַ פּראָסטער מענטש, גלײַך מיט אַלע קבצנים…

אין אַן אַנדער צײַט װאָלט בערל דער רױטער פֿאַר אַזאַ שפּראַך געקאָנט כאַפּן אַ מיאוסן פּסק פֿונעם טעפּליקער נגיד; ער װאָלט געװיס „געעפֿנט בײַ אים מיטן קאָפּ די טיר“ פֿאַר אַזעלכע װערטער. נאָר איצט, גײענדיק מיטן עטאַפּ קײן הײסין, האָט שלום־בער מקבל באַהבֿה געװען אױף זיך אַלצדינג. איצט האָט מען אים געקאָנט זאָגן װאָס מע װיל. און בערל דער רױטער האָט זיך גערעכנט מיט אים, װי װײַט ער האָט נאָר געקאָנט, און דװקא מיט גוטע רײדעלעך, דװקא נישט געקריגט זיך. ער האָט זיך צוגערוקט מיט זײַן קרומען פֿוס צום נגיד אַזױ נאָענט, אַז דער נגיד האָט זיך געמוזט אַביסל אַװעקרוקן פֿון אים, און בערל האָט אָנגעהױבן בזה־הלשון:

― איר װײסט, רב שלום־בער, פֿון װען אָן מיר קענען זיך שױן? מיר קענען זיך שױן פֿון אַ צײַט מיט יאָרן! איך געדענק אײַך, אַז איר זײַט נאָך געװען אָט אַזאַ װעװריקל (בערל האָט באַװיזן מיט דער האַנט האַרט בײַ דער ערד). איר באַדאַרפֿט זײַן אין מײַנע יאָרן, אפֿשר עלטער מיט אַ יאָר אָדער צװײ, און איר דאַרפֿט מיך געדענקען, װאָרעם מײַן זײדע און אײַער פֿאָטער זײַנען געװען… שרעקט זיך נישט, נישט קײן קרובֿים, דאָס הײסט, אַפֿילו יאָ שטיקלעך שני־שבשלישיס, זײער װײַטע קנעפּלעך פֿון דער מאַמעס צד, נאָר גאַנץ נאָענטע שכנים אין אַלטן בית־המדרש, אַ שטאָט אַקעגן אַ שטאָט, אײַער פֿאָטער אין מזרח־װאַנט און מײַן זײדע איז שפּיגל־באַנק, אַזױ אַז איר פֿלעגט זיך שטעלן שמונה־עשׂרה, האָבן מיר אײַך געזען פֿון הינטן. איך געדענק נאָך אַפֿילו אײַער פֿאָטערס אַטלעסענע, גלאַנצנדיקע פּלײצע מיט די ברײטע אַקסלען, מיט דער גרױסער זילבערנער עטרה פֿונעם טלית, און מײַן זײדע, רב נפֿתּלי דער װײַנער, איר דאַרפֿט אים געדענקען, פֿלעגט אָנרוקן דעם געלן טלית איבערן קאָפּ און מיך קנײַפּן, איך זאָל אַרײַנקוקן אין סידור אַרײַן, װאָרעם איך האָב אַזױ געװאָלט דאַװנען מסתּמא װי איר. איך האָב גאַנץ גוט געזען, ― איך בין דאָך געשטאַנען פֿון הינטן ― אַז בשעת שטילע שמונה־עשׂרה האָט איר גאָר געקוקט אַראָפּ אױף די שטיװעלעך, װאָס האָבן בײַ אײַך געסקריפּעט, און װי אַזױ האָב איך אײַך, למשל, מקנא געװען אױף אײַערע תּמיד נײַע שטיװעלעך, אַז מײַנע זײַנען געװען תּמיד אַלט, שטענדיק מיט לאַטעס, װאָרעם איבער מײַן קראַנקן פֿוס האָב איך קײנמאָל נישט געקאָנט האָבן קײן רעכטע שטיװל, און איבער דעם דאָזיקן קראַנקן פֿוס האָב איך תּמיד געהאַט צרות: אַ חוץ װאָס ס'איז מיר שװער געװען צו גײן, פֿלעגט מען נאָך פֿון מיר שטענדיק לאַכן און רופֿן מיך „קריװאַק“ און נאָכקרימען זיך מיר, װי איך גײ, און מער פֿון אַלע טאַקע איר, רב שלום־בער, ס'זאָל אײַך צו קײן חרפּה נישט זײַן, מיט נאָך אַזעלכע נגידישע קינדער, פּאַנסקי צאַפּקעלעך, װי איר…

― איך? ― טוט זיך דער נגיד אַ כאַפּ און דערמאָנט זיך, אַז ס'איז אמת, מע פֿלעגט אים טאַקע נאָכמאַכן, װי ער שפּרינגט אױף אײן פֿוס.

― דאָס נאָכמאַכן אַלײן װאָלט נאָך געװען נישקשה; איר פֿלעגט מיך נישט װעלן אַרײַננעמען אין דער חבֿרה, מיך טרײַבן מיט שטעקנס און אָנטרעטן מיר אױפֿן קראַנקן פֿוס, זיך שטעלן כּלומרשט אומגערן מיטן אָפּצאַס אױף די פֿינגער, אַזױ אַז איך זאָל פֿילן, איך זאָל טאַקע שרײַען. פֿלעג איך שרײַען, און איר פֿלעגט לאַכן, זיך האַלטן בײַ די זײַטן…

― דאָס טראַכט איר אױס שױן מסתּמא פֿונעם קאָפּ. ― רופֿט זיך אָן צו אים דער נגיד און װערט רױט פֿאַר בזיון, װאָס ער פֿלעגט זיך אַזױ רעכענען מיט אַ קאַליקע, און ער דערמאָנט זיך, װי אַזױ װילד געבאַלעװעט ער איז געװען קינדװײַז, געקאָנט טאָן װאָס ער האָט געװאָלט.

― אַ סימן װעל איך אײַך זאָגן: איך האָב דערצײלט דעם זײדן, האָט דער זײדע דערצײלט אײַער פֿאָטער, האָט אײַער פֿאָטער נישט געװאָלט גלײבן און האָט זיך צעשריִען אױף מײַן זײדן, אַז זײַן זון איז אַ שטיל קינד און װעט זיך נישט אָנהײבן מיט „קבצנישע קינדער“. איר הערט? קבצנישע קינדער!… פֿון דעמאָלט אָן בין איך געװאָר געװאָרן, װער איך בין, אַז איך בין אַ קבצניש קינד… האָב איך אומיסטנע געפֿרעגט דעם זײדן, װאָס דאָס באַדײַט. האָט מיך דער זײדע קלאָר געמאַכט, װאָס הײסט אַ קבצניש קינד און װאָס הײסט אַ נגידיש קינד. נאָר איך האָב נישט פֿאַרשטאַנען, פֿאַר װאָס מעג אַ נגידיש קינד אָנטרעטן אַ קבצניש קינד אױפֿן פֿוס, און אַ קבצניש קינד באַדאַרף שװײַגן? האָב איך געפֿרעגט דעם זײדן. האָט מיר דער זײדע געזאָגט: דערפֿאַר, װײַל אַ נגיד איז נישט קײן קבצן און אַ קבצן איז נישט קײן נגיד, דאָס הײסט, אַ נגיד איז אַ נגיד און אַ קבצן איז אַ קבצן… האָב איך דאָס נישט אָנגעהױבן צו פֿאַרשטײן און האָב אַ קוק געטאָן דעם זײדן אין די אױגן אַרײַן, טאָמער װעל איך עפּעס פֿון די אױגן געװאָר געװען אַ פּשט צו די װערטער. האָב איך אָבער פֿון זײַנע אױגן נישט אַרױסגעזען גאָרנישט! איך האָב נאָר אַרױסגעזען װי אַ טונקעלע כמאַרע אױף זײַן פּנים און קנײטשן אױפֿן שטערן, און װײַטער גאָרנישט… און איך באַדאַרף זיך מודה זײַן פֿאַר אײַך, ס'איז דאָך שױן אַן עבֿרדיקע זאַך: איך האָב פֿון דעמאָלט אָן פֿײַנט געקראָגן אַלע נגידים מיט אַלע נגידישע קינדער, און מער פֿון אַלע האָב איך פֿײַנט געקראָגן אײַך…

― מיך? ― דער נגיד האָט זיך אַזש אַ כאַפּ געטאָן פֿאַרן האַרצן.

― אײַך, אײַך! איר זײַט דאָך דעמאָלט געװען נאָך גאָר אַ ייִנגל, האָט קײן פֿאַראיבל נישט ― אַ שנעק; מיר זײַנען בײדע, הײסט דאָס, געװען דעמאָלט נאָך יונגע װעװריקלעך; און נאָכדעם אַפֿילו, אַז מיר זײַנען אונטערגעװאַקסן, געװאָרן בײדע בר־מיצװה־ייִנגלעך, בחורימלעך שױן, האָט איר זיך גאָר אָפּגעקערעװעט פֿון מיר, זיך געמאַכט גלײַך װי איר קענט מיך נישט, מורא געהאַט קוקן אױף מיר, טאָמער זאָג איך אײַך אַ גוט שבת, װעט איר מיר חלילה דאַרפֿן ענטפֿערן אַ גוט יאָר, האָט איר געזשאַלעװעט, אַ פּנים; עס האָט אײַך נישט געלױנט….

דער טעפּליקער נגיד, שלום־בער טעפּליקער פֿון טעפּליק, האָט זיך אַזש אַ רוק געטאָן אױפֿן אָרט און אַ מאַך געטאָן מיט דער האַנט, װי אײנער רעדט: „מאָלט אײַך, ס'איז נישט אַזױ די מעשׂה“… און בײַ זיך האָט ער זיך דערמאָנט, אַז ס'איז מעגלעך, װאָרעם זײַן פֿאָטער פֿלעגט אים זאָגן שטענדיק, אַז ער איז נישט גלײַך צו אַנדערע ייִנגלעך…

― האָט קײן פֿאַראיבל נישט, רב שלום־בער, אַ נאַרישקײט געדענקט זיך. אױף מײַן ערשטער חתונה (איר האָט פֿריִער חתונה געהאַט פֿאַר מיר) האָב איך אײַך געשיקט אַ חתונה־צעטל, האָט איר אַפֿילו נישט געענטפֿערט מיט קײן בריװ.

― כ'לעבן, איך געדענק נישט…

― װי קומט איר געדענקען? למאַי איר געדענקט נישט דאָס אױך מסתּמא, אַז איך בין, נישט הײַנט געדאַכט, דאָס ערשטע מאָל געבליבן אַן אַלמן, האָב איך געשיקט מײַן פֿאָטער יאָסען (דער זײדע איז שױן דעמאָלט געװען אַ שוכן־עפֿר), ער זאָל אײַך זאָגן, אַז איך בין געבליבן מיט צװײ קלײנע קינדער, װי אױפֿן װאַסער, האָט איר אים געענטפֿערט, אַז איר זײַט אַ יונגערמאַן, װאָס קאַטאָרי מישט זיך נישט אין קהלשע זאַכן…

איך האָב אַזױ געענטפֿערט? זעט נאָר, צי אײַער פֿעטער יאָסע האָט אײַך נישט דערצײלט, מחילה, קײן ליגן…

― עס קאָן זײַן, אפֿשר זײַט איר גערעכט… איך װײס נאָר, אַז איר האָט מיר נישט געהאָלפֿן נישט דעמאָלט דאָס ערשטע מאָל און נישט דאָס אַנדערע מאָל, אַז איך בין, נישט הײַנט געדאַכט, אָפּגעברענט געװאָרן, אַרױס װי די מאַמע האָט מיך געהאַט, און אױך שפּעטער, אַז מיר האָבן זיך באַגעגנט אײנמאָל אין הײסין אױף דער אַכסניא, אױב איר געדענקט, בשעת יריד, איר זײַט געקומען צו פֿאָרן קױפֿן, דאַכט זיך, אױב איך האָב נישט קײן טעות, אַ פּאָר פֿערד, און אפֿשר אַ בהמה, און אפֿשר גאָר פֿאַרקױפֿן קאָרן? ―

דער נגיד רײַבט זיך דעם שטערן, װי אַ מענטש, װאָס װיל זיך דערמאָנען אַ זאַך, װאָס ער געדענקט נישט, און ס'איז אים אַ חידוש, װאָס ער האָט דאָס שױן לאַנג פֿאַרגעסן און יענער נישט. און עס שטײט אים נישט אָן די מעשׂה, װאָס בערל דער רױטער, װאָס אין טעפּליק װאָלט ער גאָר נישט האָבן די זכיה מיט אים צו רײדן צװײ איבעריקע װערטער, זאָל האָבן די העזה אים אױסצוזעצן דאָ די פֿעלערן, דערמאָנען אים אַלטע חטאָים! און סע שטײט אים נישט אָן די מעשׂה, און ער װיל עפּעס אָנהײבן רײדן, קומט אָן הענעך פֿון גראַנאָװ מיט אַ פֿלעשל בראָנפֿן, קױם װאָס ער כאַפּט דעם אָטעם, אַזױ איז ער געלאָפֿן, מורא געהאַט, טאָמער פֿאָרט עמעצער אָן און מע פּאַקט אים מיטן בראָנפֿן. און אַלע דרײַ פֿאַרברעכער זעצן זיך צו דער סעודה, נעמען פֿריִער צו קאַפּלעך בראָנפֿן, זײַנען מכבד אױך דעם עטאַפּ מיט אַ פּאָר גלעזלעך; דער עטאַפּ זאָגט זיך נישט אָפּ, נאָר ער פֿאַרקרימט זיך, װישט־אָפּ מיט דער האָריקער סװיטע די גראָבע װאָנצעס און שיקט־אָפּ צו אַלדי שװאַרצע יאָר גראַנאָװ מיט זײַן שטאַרקן בראָנפֿן.

― דוזשע הירקאַ, נעכײַ יאָמו סים טשערטיװдуже гірка нехай йому сим чортів: צו ביטער, זיבן רוחות זאָל אים זײַן! ― מאַכט לאַװרע און טוט אַ מאַך מיט דער האַנט, װי אַ מענטש, װאָס גיט זיך אַ נדר, אַז מער זאָל ער שױן אין מױל אַרײַן נישט נעמען קײן טראָפּן אַפֿילו! פֿונדעסטװעגן, אַז ס'איז געקומען נאָך די פֿיש און מע האָט זיך גענומען צו דער קאַטשקע, האָט מען אים פֿאָרט אײַנגעבעטן, ער זאָל נעמען אַ גלעזל. עס האָט זײ טאַקע געקאָסט אַביסל מי, נאָר מע האָט בײַ אים געפּועלט, ער זאָל דאָס אױסטרינקען ביזן דנאָ, מחמת מע װיל אים אָנגיסן נאָך אַ גלעזל.

איבערגעביסן, האָט זיך דער עולם צוגעלײגט אַ ביסעלע אונטערן שאָטן פֿונעם באַרנבױם, נישט חלילה דרעמלען, נאָר גלאַט אַזױ קוקן אַרױף אין בלױען הימל אַרײַן, זען װי קלײנע כמאַרעס רוקן זיך אָן, צערײַסן זיך, װערן צעגאַנגען אַזױ װי רױך, און אַ מחנה װאָראָנעס, װאָס האָבן זיך אױסגעמושטירט אין צװײ פּאַסן, װי אַ דל″תּ, שװעבן און שװעבן און שטײען אױף אײן אָרט.

ליגן מיטן פּנים אַרױף און קוקן אין הימל אַרײַן נאָכן עסן איז אַ טײַערע סגולה אױף צו אַנטשלאָפֿן װערן. דער ערשטער האָט דאָס באַװיזן דער עטאַפּ אַלײן, װאָס ס'האָט זיך גיך געלאָזט רעדן פֿון אים אַ מוראדיקער כראָפּ, װי פֿון אַן איבערגעשראָקן פֿערד, און תּיכּף נאָך אים האָט זיך געלאָזט הערן אַן אַקאָמפּאַנימענט פֿון הענעכס נאָזלעכער, װאָס האָבן אױך געאַרבעט נישט שלעכט, כאָטש ער האָט זיך אַלע מאָל אַלײן אױפֿגעכאַפּט פֿון זײַן כראָפּען און געבעלעבעטשעט מיט דער צונג, װי זײַן שטײגער איז:

― אײַנגעמידט זײער װאָס בין געלאָפֿן איך פֿיר װערסט גוטע, אַלץ מורא געהאַט טאָמער חלילה פֿאָרט ער אָן און פּאַקט מיך, דער פּריסטאַװ הײסט עס…

נאָר דער טעפּליקער נגיד שלום־בער טעפּליקער פֿון טעפּליק און בערל דער רױטער זײַנען נישט געשלאָפֿן. דער נגיד האָט זיך שטאַרק פֿאַראינטערעסירט צו װיסן, װאָס פֿאַר אַ בקשה האָט צו אים בערל געהאַט דעמאָלט אין הײסין אױפֿן יריד. און בערל דער רױטער האָט אים צוליב געטאָן און האָט אים דערצײלט די מעשׂה, װאָס מיר גיבן זי איבער מיט זײַן אײגענער שפּראַך, װאָרט בײַ װאָרט.

ז. אַ נאַרישקײט געדענקט זיך

― האָט קײן פֿאַראיבל נישט, אַ נאַרישקײט געדענקט זיך. ― אַזױ הײבט אָן בערל די מעשׂה מיט אַ לעבעדיקן טאָן, װי זײַן שטײגער ― געקומען בין איך קײן הײסין נישט אױפֿן יריד; מײַנע אָקסן האָבן זיך נאָך געהאָדעװעט און מײַנע שיפֿן אױפֿן ים זײַנען נאָך געװען װײַט. װאָס־זשע האָב איך געטאָן אין הײסין אױפֿן יריד, װילט איר װיסן? איך בין געקומען אָנקוקן אַ חתן פֿאַר מײַן מײדל, די עלטערע הײסט עס, פֿונעם ערשטן װײַב. כ'האָב מיך מישבֿ געװען, פֿאַרשטײט איר מיך, דאָס ערשטע קינד, אַ יתומה, כאָטש אַפֿילו אַ יונג קינד, נאָר אַ שטיפֿמאַמע פּיקט אין קאָפּ אַרײַן, איך זאָל זי חתונה מאַכן, כאָטש פֿרעגט זי, װאָס װעט איר אַרױסקומען, אַז איך װעל זי שױן חתונה מאַכן? װער װעט איר העלפֿן קאָכן און באַקן און צװאָגן די קלײנע קינדער, און װעמען װעט זי שילטן, טראָגן פֿאַר די צעפּ? נאָר גײ רײד מיט אַ ייִדענע! בקיצור, ס'איז געבליבן חתונה מאַכן. נאָר ס'איז גרינג צו זאָגן: חתונה מאַכן! מיט װאָס? מיט די פֿינף פֿינגער? אין אונדזער גראַד, װי נישט װי ― אױסקלײדן דאַרף מען. עס רעדט זיך אַזױ „אױסקלײדן“; מײנען מײנט מען אַ קלײדל אַ סיצנס, און אַ פּאָר שיך און זאָקן, און העמדער כאָטש אַ האַלב טוץ, און פֿון בעט־געװאַנט שמועסט מען נישט, אַ פּאָר קישנס, אַן איבערבעט, אַ שטיקל קאָלדרע… און װי אַזױ, איך בעט אײַך, גיט מען נישט כאָטש אַזאַ הונדערטער נדן? און דאָ איז נישטאָ קײן הונדערט קאָפּיקעס אַפֿילו. און װי אױף צו להכעיס, זעצט ער מיר מיט בריװ, משה־אַהרן דער שדכן, ימח שמו, איר דאַרפֿט אים קענען, אײן בריװ נאָכן אַנדערן, אַז ס'איז פֿאַראַן אין הײסין, שרײַבט ער מיר, אַז אַנטיקל, אַ מציאה, אײנס בײַ גאָט, דאָס אַנדערע בײַ יענקל דעם סטאָליער, אַ בחורל פֿון געמײנעם גראַד, נאָר אַ געראָטענער, מיט לערנען און שרײַבן און מיט שפּילן אױפֿן פֿידל ― סע עקט זיך גאָר די װעלט מיט אים! שרײַב איך אים אַװעק, משה־אהרנען הײסט עס, אַ בריװל, אַז ערשטנס, האַלט איך נאָך נישט בײַ קײן שידוך, צװײטנס, דאַרף איך װיסן, װיפֿל װיל ער נדן, טאָמער איז דאָס נישט פֿאַר מײַן בײַטל? און דריטנס, לאָז קומען יענקל דער סטאָליער פֿריִער אַקאָרשט אָנקוקן די כּלה… קומט מיר אָן צוריק אַ בריװ פֿון אים טאַקע, פֿון משה־אהרנען הײסט דאָס, אַז דאָס, װאָס איך שרײַב, אַז איך האַלט נישט בײַ קײן שידוך ― איז בלאָטע, װאָרעם ער גײט מיט דעם גאַנג, אַז אַ מײדל איז נישט קײן ייִנגל ― װאָס זאָגט איר אױף זײַן אױפֿטו? ― און דאָס, װאָס איך פֿרעג זיך נאָך מכּוח נדן, איז דאָס גלאַט, זאָגט ער, פֿון מיר אַ גרױס נאַרישקײט. מע רעדט דען פֿון אַן אָקס, מע זאָל זיך, זאָגט ער, דאַרפֿן דינגען? אַזױ טאַקע שרײַבט ער מיר. און מכּוח אָנקוקן מײַן טאָכטער איז, זאָגט ער, אַן איבעריקע זאַך גאָר. װאָרעם ס'איז גלײַך װי אָנגעקוקט. געװען עפּעס אײנער אַ הײסינער בײַ מיר אין שטוב, קאָן ער זיך, זאָגט ער, גאָר פֿון איר נישט אָפּלױבן! בקיצור, בריװ אַהער, בריװ אַהין ― איך האָב גענומען די פֿיס אױף די פּלײצעס און האָב עולה רגל געװען, צופֿוס הײסט דאָס, קײן הײסין. געקומען קײן הײסין און דערזען דעם בחור, בין איך צו אים צוגעזאָטן געװאָרן! װאָס זאָל איך אײַך זאָגן? איך האָב נאָך אַזאַ מין אַנטיק זינט איך לעב, זינט איך שטײ אױף מײַנע פֿיס, נישט געזען און נישט געהערט אַפֿילו! מילא, אַ פּנים ― אַ פּרינץ; אַ קאָפּ ― אַ מיניסטער; אַ מױל ― פּערל; אַ האַנט ― גאָלד! דאָס לערנט, דאָס רעדט, דאָס שרײַבט און דאָס לײענט ― אױסקושן דאַרף מען אים איטלעכס אבֿר! הײַנט שפּילט דאָס אױפֿן פֿידל ― אַ כּפּרה, הערט איר, אַלע שפּילערס מיט אַלע כּלי־זמר פֿון דער װעלט! איך װײס גאָרנישט, װוּ װערט אַזעלכס געבױרן? װאָס טױג אײַך, ער האָט מיך געפּלעפֿט, דער שקאָץ, און איך האָב מיר געגעבן דאָס װאָרט, אַז ס'זאָל זיך קערן די װעלט, איך מוז אים נעמען פֿאַר אַ חתן! נאָר גײ נעם, אַז סע נעמט זיך נישט! נישטאָ מיט װאָס, כאָטש לײג זיך און שטאַרב! אײן הונדערטער איך זאָל כאָטש האָבן, דאָס הײסט, כאָטש אױף איבערדרײען זיך, איר פֿאַרשטײט אַ מעשׂה? װאָרעם דעם בחור אַלײן האָט נישט אױסגעמאַכט גאָרנישט, גיב אים יאָ, גיב אים נישט; דער סטאָליער, ימח שמו, האָט זיך אָבער געשטעלט אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל, עס מעג קומען די בת־מלכּה אַלײן, װעט ער אים אָן נדן נישט לאָזן גײן צו דער חופּה, מע זאָל אױפֿלױפֿן. „רב משה־אַהרן, זאָג איך, װאָס שװײַגט איר?“ „װאָס, זאָגט ער, זאָל איך שרײַען? גיט זיך עפּעס אַן עצה, זאָגט ער, װאָרעם ס'איז שלעכט. מיט דעם סטאָליער, זאָגט ער, װעט איר גאָרנישט מאַכן, ס'איז אַ ביטערער יונג, איך האָב אים שױן, זאָגט ער, אַלײן געװאָלט געבן נעכטן מיטן העבל איבערן קאָפּ!“, איר הערט װערטער? און דאָ דער חתן דרײט זיך פֿאַר די אױגן, נעמט צו בײַ מיר אַ שטיק חיות. איך פֿיל, אַז ממש איך עק זיך, איך גײ אױס, איך שטאַרב. אָט־אָט שטאַרב איך!… דערװײַל, איך טו אַ קוק אױף דער אַכסניא ― רב שלום־בער טעפּליקער! גאָט אַלײן, טראַכט איך מיר, האָט אײַך געבראַכט! און איך בין נישט פֿױל אױף דער פּען און גײ־צו צו אײַך און שטעק אײַך אָפּ אַ ברײטן שלום־עליכם, אַ שטײגער, װי דאָ אַצינד. װאָס מײן איך? איך מײן, אַז מסתּמא װעט איר מיך אַ פֿרעג טאָן, װאָס טו איך אין הײסין? װעל איך אײַך זאָגן ― אַ שידוך; װעט איר מיך פֿרעגן: װאָסער שידוך? װעל איך אײַך זאָגן ― מיט יענקל דעם סטאָליער; װעט איר פֿרעגן: װאָס גיב איך נדן? װעל איך אײַך זאָגן ― אָט דאָס איז טאַקע דער גאַנצער אומגליק, װאָס דער סטאָליער הײסט זיך אַנידערלײגן אַ הונדערטער, און איך האָב אַ פֿײַג, נישט קײן הונדערטער ― װעט שױן זײַן רעכט, איר פֿאַרשטײט, צי נײן? װי זשע איז אָבער דער דין, אַז איר האָט מיך אַפֿילו נישט אָנגעהױבן צו פֿרעגן, װאָס איך טו אין הײסין? האָב איך מיך נישט געפֿױלט און האָב אײַך אַלײן דערצײלט, אַז איך בין געקומען נישט צוליב דעם יריד, נאָר מכּוח אַ שידוך. װאָס האָב איך געמײנט: װי װעט איר מיך נישט אַ פֿרעג טאָן, װאָסער שידוך? װעל איך אײַך זאָגן: מיט יענקל דעם סטאָליער; װעט איר פֿרעגן: װאָס גיב איך נדן? װעל איך אײַך זאָגן ― הערסטו, אָט דאָס איז דאָך דער גאַנצער אומגליק!… צום סוף ― װער? װאָס? איר הײבט אַפֿילו נישט אָן צו פֿרעגן! בין איך מיך מישבֿ און דערצײלט אײַך אַלײן, װער דער שידוך איז, און לױב דעם בחור אין טאָג אַרײַן, װי דער אמת איז. הקיצור, איך רײד און איר שװײַגט! איך זע אַרױס, אַז מײַנע װערטער קריכן אײַך, אַ פּנים, װינציק־װאָס אין קאָפּ אַרײַן, װי זאָגט מען, אין אײן אױער אַרײַן, פֿונעם אַנדערן אַרױס; האָב איך מיך מישבֿ געװען: װאָס װעל איך דאָ שפּילן פּאָליטיק? אַמער, לאָם איך שױן אָפּזאָגן אַלצדינג, װי זאָגט איר, אַ צאָן אַרױסרײַסן ― מיטן װאָרצל! אַװדאי האָט איר מיר דעמאָלט אָפּגעזאָגט, װי אַ טױטן, און נאָך גוט אָפּגעבאָדן אױך!

― איך האָב אײַך אָפּגעבאָדן? װאָס האָב איך אײַך דען געזאָגט?

― װילט איר, איך זאָל אײַך זאָגן מיט אַ סימן? אַ נאַרישקײט געדענקט זיך. איר האָט מיך אַפֿילו געפֿרעגט, װאָס פֿאַר אַ מחותּן בין איך מיט אײַך, װאָס איר זאָלט זיך צעװאַרפֿן אױף מיר מיט הונדערטערס?

― מסתּמא האָט איר מיר נישט געזאָגט, אױף װאָס איר דאַרפֿט…

― נאָך אַ מין זאָגן! אַ סימן האָט איר, איר האָט מיר אַפֿילו דעמאָלט אַ זאָג געטאָן: למאַי איר װאָלט װעלן אַ שידוך טון מיט רױטשילדן?… און אַז איך האָב אײַך געזאָגט, אַז ער שפּילט אױפֿן פֿידל, דער חתן הײסט דאָס, האָט איר מיך אַ פֿרעג געטאָן ― אַ נאַרישקײט געדענקט זיך: „װאָס עפּעס אױפֿן פֿידל? פֿאַרװאָס נישט אױפֿן טרומײט?“… מיר האָט זיך געעקט דאָס חיות, געפֿאַלן שטיקער פֿלײש, און איר האָט געמאַכט חוזק, געזאָגט װערטלעך. אַ פּנים, ס'איז אײַך געװען גוט אױפֿן האַרצן?…

דער טעפּליקער נגיד, שלום־בער טעפּליקער פֿון טעפּליק, האָט אױסגעהערט די מעשׂה, געשװיצט און געשװיגן. ער זאָל געדענקען אַקוראַט, װי די מעשׂה איז געװען, געדענקט ער נישט; נאָר געװען איז עפּעס אַ מעשׂה מיט אַ הונדערטער ― דאָס װײס ער געװיס… און ער שעמט זיך פֿאַר זיך אַלײן, פֿאַרװאָס האָט ער דעמאָלט אָפּגעזאָגט אַ געמײנעם ייִדן אין אַזאַ זאַך, װאָס פֿאַר אים איז דאָס געװען אַ קלײניקײט ― ער האָט גענוג הונדערטערס, און פֿאַר יענעם װאָלט דאָס געװען כּמוצא־שלל־רבֿ. און די מעשׂה אַלײן פֿאַראינטערעסירט אים שטאַרק, און ער טוט אַ פֿרעג בײַ בערל דעם רױטן:

― נו, און מיטן שידוך װאָס איז געװאָרן בײַ אײַך?

― גאָרנישט.

― װאָס הײסט גאָרנישט?

― ער האָט נישט געװאָלט, דער סטאָליער הײסט דאָס, כאָטש גיב אים אַ קרענק!

― און אײַער טאָכטער? אײַער מײדל?

― מײַן טאָכטער? אַז אָך און װײ איז מיר! זי ליגט שױן לאַנג אין דער ערד… איך אַלײן האָב זי באַגראָבן… גענומען און באַגראָבן אַ קינד… דאָס הײסט, װאָס בין איך שולדיק פֿון זיך האָב איך קײן געלט נישט געקאָנט מאַכן!… געװאַרט נאָך אַ יאָר, נאָך צװײ, קײן ייִדישער מאָנאַסטיר איז נישט פֿאַראַן, און דאָ די שטיפֿמאַמע פּיקט ― בקיצור, איך האָב זי חתונה געמאַכט פֿאַר אַן אײַנבינדער, אַן אָרעמאַן נעבעך, אַ גאַנץ ערלעכער אַפֿילו, נאָר אַ קראַנקער, אַ טשאַכאָטניק, אָפּגעמוטשעט זיך עטלעכע יאָר און אַװעקגעשטאָרבן און איבערגעלאָזט מיר אַ ירושה דרײַ אײניקלעך יתומים, װאָרעם זי האָט זיך אָנגענומען פֿון אים די טשאַכאָטקע און איז אין אַ יאָר אַרום אים נאָכגעשטאָרבן, זײ צו לענגערע יאָר. איר פֿאַרשטײט אַ מעשׂה? ― און אַצינד, לא די איך האָב אַלײן, קײן עין־הרע, קינדער פֿון בײדע װײַבער, באַדאַרף איך האָבן אױף זיך נאָך דרײַ יתומימלעך. דערפֿאַר זאָלט איר אָבער אָנקוקן קינדער, קײן עין־הרע, ― איך װײס נישט, צי ס'איז פֿאַראַן אַזעלכע געראָטענע קינדער בײַם גרעסטן נגיד, מע זאָל אױספֿאָרן די גאַנצע װעלט! „זײדע, װוּהין פֿירט מען דיך?“ ― האָבן זײ נעבעך אַ פֿרעג געטאָן בײַ מיר, בשעת דער המן האָט געהײסן מיך נעמען אין „חדר“ אַרײַן. „קײן הײסין, האָב איך זײ געזאָגט, אױף אײן טאָג פֿאָר איך אַהינצוצו. איך װעל אײַך ברענגען פֿון דאָרטן, זאָג איך, טשעקאָלאַד!“ מײנט איר, זײ האָבן נישט פֿאַרשטאַנען, אַז איך זאָג אַ ליגן? איר האָט באַדאַרפֿט אָנקוקן, װי זײ האָבן זיך אַלע דרײַ אַרומגעשטעלט אַרום מיר, װי די שעפֿעלעך, נישט געװײנט, נײן! נאָר טרערן זײַנען געשטאַנען בײַ זײ אױף די אײגעלעך. איר קאָנט פֿאַרשטײן, װאָס דאָס איז פֿאַר קינדער, אַז המן איװאַנאָװיטש אַלײן האָט אַרױסגענומען פֿון זײַן אײגענער קעשענע אַ גילדן און האָט זײ געשענקט, זײ זאָלן זיך קױפֿן קאָנפֿעקטן.

ח. שײך צו הענעך דעם בחור און צו זײַן הױזגעזינט

בערל דער רױטער איז באַצײַטנס אַנטשװיגן געװאָרן, אױפֿגעשטאַנען פֿונעם אָרט, זיך אױסגעגלײַכט אַביסל דעם קראַנקן פֿוס און איז צוגעגאַנגען צו הענעכן, האָט אים מכבד געװען מיט אַ שנעל אין נאָז אַרײַן.

― הער נאָר דו, שמינדער בגעץ, האָסט זיך גוט אױסגעשלאָפֿן?

הענעך מיט דער בעלמע האָט זיך פֿונעם שנעל אױפֿגעכאַפּט, זיך אױסגעװישט די אױגן און דערזען, דער נגיד קוקט אױף אים, האָט ער זיך געשװינד אױפֿגעהױבן פֿון דער ערד, אָנגעהױבן באַלעבעטשען מיט דער צונג, װי זײַן שטײגער איז:

― בין גאָר נישט אָנגעהױבן שלאָפֿן, אַלץ געטראַכט האָב איך, טאָמער חלילה, װי איך בין אַ ייִד, מײַן דוד־לײב, מע זאָגט מיר מער פֿון אַכצן אַלט, מיט די קינדער װאָס װעט זײַן?

― אַביסל אַ לשון, ברענען זאָל ער! ― מאַכט בערל דער רױטער צום נגיד ― אַ רעכטער שלימזל! איר קאָנט פֿאַרשטײן, אַז איך בין קעגן אים דער נגיד. דאָס האָט ער מיר צו פֿאַרדאַנקען, װאָס זײַן דוד־לײב האָט איצט אַזאַ שטעלע און קאָן אױסהאַלטן, קײן עין־הרע, אַזאַ געזינדל פֿון אַכט פּיקערס.

― נײן, קערט איר מײנען. ― פֿאַרריכט אים הענעך מיט זײַן איבערגעקערט לשון אױף דער לינקער זײַט. ― צװײ ברידער מיט אַ מאַמע אַן אַלטע, און אַ מײדל פֿון אַ יאָר דרײַצן דינט, און נאָך אַ ברודערל אַ קלענערס אין אַ קלײט כּלומרשט, און נאָך מײדלעך צװײ קלײנע, מיט אײנעם אין תּלמוד־תּורה, אַ ייִנגערער, הײַנט װוּ בין איך?

― דו ביסט אין דער ערד! ― מאַכט צו אים בערל ― ביסט געװען אַ בהמה און װעסט בלײַבן אַ פֿערד! אַזױ װי איר קוקט אים אָן, אָט דעם פּעטעך, ― מאַכט בערל צום נגיד ― האָט ער אַ ברודער דוד־לײב, איז ער אַ מיניסטער אַקעגן אים. דאָס הײסט, איבעריק קלוג איז ער אױך נישט; ער איז אַ מיטלמעסיקער, דאָס הײסט, נישט קײן גרױסער און נישט קײן קלײנער נאַר. אײן מעלה האָט ער ― ער איז אַן ערלעכער. דאָס הײסט, זײ זײַנען אַלע ערלעכע, כאַפּן נישט קײן בײגל פֿונעם מאַרק. קומט צו גײן צו מיר אײנמאָל דוד־לײב און דערצײלט מיר אַ גאַנצע מעשׂה: באשר אין הײסין האָט זיך אױסגעבױט אַ צוקערניע, און זי געהער, די צוקערניע הײסט דאָס, צו רב זלמן ראַדעמישלער, און רב זלמן ראַדעמישלער איז אַ סאַדעגירער חסיד, און איך בין אַ סאַדעגירער חסיד, און זײַן פֿאָטער בעניע טעלערלעקער, עליו השלום, איז געװען אַ סאַדעגירער חסיד, ― בכן װיל ער, דוד־לײב הײסט דאָס, איך זאָל מיך זען מיט רב זלמן ראַדעמישלער און זאָל בײַ אים פּועלן, אפֿשר װעט ער אים צונעמען, דוד־לײבן הײסט דאָס, קײן הײסין אױף דער צוקערניע, אים געבן עפּעס אַ שטעלע. „װאָס פֿאַר אַ שטעלע, כּדומה למשל, קאָנסטו, זאָג איך, פֿאַרטרעטן?“ זאָגט ער צו מיר: „װאָסער ס'נישט איז, זאָגט ער, אַבי אַ שטעלע“. „שטײן זאָלסטו, זאָג איך, אין געהאַקטע װוּנדן, װאָס קאָנסטו?“ „װאָס איך קאָן? ― זאָגט ער ― איך קאָן אַלצדינג: איך קאָן אי חשבונען, אי רעכענען, אי בוכהאַלטעריע, אי שרײַבן, אי פֿאַרשרײַבן“… „װוּ, זאָג איך, האָסטו דאָס אַלצדינג אױסגעלערנט זיך?“ „פֿון זיך אַלײן“, מאַכט ער צו מיר און נעמט־אַרױס אַ בױגן פּאַפּיר און גיט מיר, איך זאָל באַװײַזן רב זלמנען זײַן כּתבֿ. בקיצור, װאָס טױג אײַך, ער האָט מיר אַזױ לאַנג דעקוטשעט, ביז איך האָב אים אױסגעבטלט אַלע בײזע חלומות, און האָב זיך אַװעקגעלאָזט קײן הײסין צו רב זלמן ראַדעמישלער, און דװקא, װי זאָגט ער, המן איװאַנאָװיטש, מיט די רגלים. געקומען קײן הײסין צו רב זלמנען ― לאָזט מען מיך נישט אַרײַן. װאָס איז די מעשׂה? זאָגט מען מיר: אױב איך בין געקומען גלאַט אַזױ, האָט רב זלמן קײן צײַט נישט, און אױב איך דאַרף האָבן „פּאָ־דיעלוпо делу: צוליב געשעפֿט“, זאָל איך מיך מטריח זײַן אין קאַנטאָר אַרײַן. בין איך מיך מישבֿ: פֿע, סע שטײט מיר נישט אָן די גאַנצע מעשׂה! װאָס איז דאָס פֿאַר אַ דבורים ― נישטאָ קײן צײַט? פּאָ־דיעלו? קאַנטאָר? בײַ אונדז, סאַדעגירער, גײען נישט אָן אַזעלכע שטיק! „גײט, זאָג איך, זאָגט רב זלמנען, אַז איך בערל דער רױטער פֿון טעפּליק, בין געקומען צו אים מכּוח זײער אַ נײטיקן ענין, און דװקא נישט פּאָ־דיעלו, און דװקא באַלד, װאָרעם איך האָב קײן צײַט נישט!“ זאָגט מען מיר: רב זלמן דאַװנט, ער האַלט פֿון פֿאָרנט. „אױב אַזױ, זאָג איך, איז עפּעס אַנדערש! דאַװנען פֿון פֿאָרנט דאַװן איך אױך“. כאָטש אַפֿילו, אַז מע װיל שמועסן צוריק, װאָס געהער זיך אָן אײנס מיטן אַנדערן? מע קאָן דאַװנען פֿון פֿאָרנט און אָפּמאַכן בשעת מעשׂה טױזנט געשעפֿטן. נאָר װי די מעשׂה איז ― אַ נגיד איז ער דאָך, און פֿאַר אַ נגיד דאַרף מען האָבן דרך־ארץ; אַ סימן ― װען איך בין, למשל, אַ נגיד, װאָלט פֿאַר מיר די גאַנצע װעלט געהאַט דרך־ארץ… בקיצור, איך זעץ מיך אַװעק און װאַרט. איך װאַרט אַ שעה און צװײ און דרײַ, און דװקא אין דרױסן בײַ דער טיר ― אַ מעשׂה אָן אַן עק. איך זע: מענטשן גײען אױף־און־אָפּ, דער אַרײַן, דער אַרױס. פֿון קיך דערװײַל טראָגט מען סאַמאָװאַרן מיט כּל־המינים גוטע זאַכן… קלער איך מיר: ע, דאָס טױג דאָך אױף כּפּרות! מע זאָל מיך אַזױ פֿירן אין באָד אַרײַן ― דאָס שטײט מיר שױן נישט אָן! און בין מיך מישבֿ, װאָס װעל איך װאַרטן אױף כּבֿוד? אַן עפֿן־אױף די טיר, און אַרײַן גלײַך אין שטוב אַרײַן, און „שלום־עליכם, רב זלמן!“ „עליכם שלום, פֿון װאַנען איז אַ ייִד?“ „פֿון טעפּליק, זאָג איך, איך האָט מיך נישט דערקענט? בערל הײס איך, געװען אינאײנעם אַמאָל אין סאַדעגירע“. „סע קאָן זײַן, מאַכט ער, נאָר איך האָב אײַך נישט דערקענט און קען אײַך איצטער אױך נישט; ס'איז בײַ מיר, זאָגט ער, נישט פֿאַר אײַך געדאַכט, שטאַרק געשלאָגן די ראיה. געװען, זאָגט ער בײַ מאַנדעלשטאַמען, מיר פֿאַרשריבן שװאַרצע ברילן און אָנגעזאָגט, איך זאָל נישט לײענען גאָרנישט און נישט שרײַבן און היטן זיך פֿון דער שײַן“… „ע, טראַכט איך מיר, רב זלמן, איר פֿאַררעדט מיר די צײן“… און רוף זיך אָן צו אים: „הערט זשע אױס, רב זלמן, די מעשׂה דערפֿון איז אַזױ. בעניען האָט איר דאָך געקענט, מסתּמא?“ מאַכט ער צו מיר: „װאָסער בעניען?“ „בעניע טעלערלעקער, זאָג איך, פֿון טעפּליק“. ― „נײן, מאַכט ער, איך הער דאָס ערשטע מאָל אַזאַ נאָמען ― טעלערלעקער“. „װאָס טױג מיר, זאָג איך, רב זלמן, פֿױלע תּנועות? איר האָט אים גאַנץ גוט געקענט, מיר האָבן אינאײנעם, זאָג איך, געטרונקען מיט אים װײַן אין סאַדעגירע, און געטאַנצט בײַם רבין אױפֿן טיש, און נישט אײן מאָל אַפֿילו געקושט זיך, לאָז ער זײַן װײַט אָפּגעשײדט, ער איז שױן אױף דער אמתער װעלט, דאָ נישט לאַנג געשטאָרבן, אײַך צו לענגערע יאָר“. דערהערט די דאָזיקע װערטער „געשטאָרבן“, װערט מײַן רב זלמן גאָר אַן אַנדער מענטש ― די נגידים האָבן, אַ פּנים, שטאַרק מורא פֿאַרן טױט! ― און רופֿט זיך אָן צו מיר: „װאָס זשע װילט איר פֿון מיר?“ „װאָס, זאָג איך, זאָל איך װעלן? איך װיל נאָר מקײם זײַן צװאת־המת; דער דאָזיקער בעניע טעלערלעקער, עליו השלום, האָט אַ פּאָר שעה פֿאַרן טױט צוגערופֿן מיך און נאָך ייִדן און דערצײלט אַ מעשׂה, אַז ער איז געװען בײַ אײַך אַ פּאָר מאָל אין הײסין, געװאָלט מיט אײַך עפּעס איבערשמועסן, האָט מען אים נישט צוגעלאָזט, און מחמת ער איז געװען אַ מענטשל, פֿאַרשטײט איר מיך, אַ שטילס, לאָז ער מיר מוחל זײַן, אָן חכמות, האָט ער געזען, מע לאָזט נישט צו, האָט ער פֿאַרקערעװעט דעם דישל און מאַרש צוריק אַהײם. אַצינד, אַז ער האַלט בײַ גײן אין אַזאַ װײַטער נסיעה, װאָס צוריק קומט מען שױן נישט, געזעגנט ער זיך מיט איטלעכן באַזונדער און לאָזט גריסן פֿריִער דעם רבין און נאָכדעם אײַך, און בעט, מע זאָל אײַך איבערגעבן, אַז ער פֿאַרלאָזט זיך אינגאַנצן אױף אײַך, אַז איר װעט מסתּמא די אַלמנה מיט די יתומים נישט פֿאַרלאָזן“. „װאָס־זשע קאָן איך פֿון זײערט װעגן טאָן?“, מאַכט ער און נעמט זיך צו דער קעשענע. טראַכט איך מיר: אַ נדבֿה? צדקה תּציל ממות? פֿע! „װיל איך, אַז איר זאָלט, זאָג איך, צונעמען זײַן עלטערן זון דוד־לײבן, אים געבן עפּעס אַ שטעלע“. אַ נגיד, אַז ער דערהערט דאָס װאָרט „שטעלע“, באַקומט ער דעם שלאַק. „װי קומט צו מיר אַ שטעלע? װוּ האָב איך הײַנט שטעלעס? פֿאַרנומען אַלע שטעלעס!“ „דאָס װעט איר, זאָג איך, דערצײלן אַן אַנדערן, און מיט מיר טאָרט איר אַזאַ שפּראַך נישט רײדן, און בעניעס ייִנגל באַדאַרפֿט איר צונעמען גאָר אָן אַ שום תּירוץ. ער קאָן, זאָג איך, חשבונען, און רעכענען, און בוכהאַלטעריע, און שרײַבן, און פֿאַרשרײַבן, און הײסט, זײַט מוחל, געבן אַביסל בראָנפֿן און עפּעס צובײַסן, װאָרעם איך האָב נאָך הײַנט אין מײַן מױל נישט געהאַט“.

בקיצור, װאָס זאָל איך אײַך לאַנג מאַריך זײַן ― די סאַדעגירער זײַנען בײַ זיך פּראָסט; ער האָט מיר צוגעזאָגט, אַז ער נעמט אים צו, און איך האָב עולה רגל געװען אַהײם און האָב צוגעשיקט צו אים דוד־לײבן, און ער האָט זיך דאָרט פֿריִער אַביסל אָפּגעװאַלגערט, װאָרעם רב זלמן האָט אים געזאָגט, אַז ער מוז איבעררײדן פֿריִער מיטן זון, מיט רב יוסעלען, און רב יוסעלע איז נישטאָ. נאָכדעם, אַז ס'איז געקומען רב יוסעלע, איז נישט געװען רב זלמן. װאָס טױג אײַך מעשׂיות, מע האָט אים צוגענומען, און ער איז הײַנט דאָרטן גאָר אַ גאַנצער פֿלאָקן־שיסער.

― אַ קאַסירער, ― פֿאַרריכט אים הענעך און גיט צו פֿאַרשטײן אױף זײן לשון, װאָס באַדײַט קאַסירער: ― ער פֿאַרנעמט זיך מיט געלט הײסט דאָס, ער נעמט־צו געלט און אַרױס גיט ער געלט.

― אַ דאַנק דיר, װאָס דו האָסט זײ קלאָר געמאַכט, װאָס הײסט קאַסירער, אַנישט, װאָלטן זײ נישט געװוּסט ― מאַכט צו אים בערל דער רױטער און גײט צום עטאַפּ און טוט אים אַ טאָרע בײַ דער סװיטע און װעקט אים אױף.

― עי, לאַװרע, מיטן קאָפּ זאָלסטו אָנלײגן, פּאָראַ נאַ פּאָכמעליעпора на похмелье: צײַט פֿאַר אַ קאַצניאָמער!

און לאַװרע פֿאָלגט אים, שטײט־אױף פּאַװאָליע פֿון דער ערד, פֿאַרשטעלט זיך מיט דער האַנט און קוקט אין הימל אַרײַן, װוּ האַלט די זון, נעמט דעם שטעקן, צײלט איבער די דרײַ אַרעסטאַנטן און לאָזט זיך אין װעג אַרײַן.

ט. דער נגיד שלאָגט זיך על־חטא

די זון האָט שױן געהאַלטן װײַט באַרג־אַראָפּ אינעם שפּאַציר איבערן טיפֿן בלױען הימל, די היץ האָט אָנגעהױבן װערן אַביסל קלענער, און דער עטאַפּ האָט געהאַלטן בײַ אַרײַנצוקומען קײן גראַנאָװ ― דער ערשטער פּונקט פֿון זײער נסיעה, און בכדי מע זאָל קומען פֿאַרטיק אױפֿן אָרט, האָבן זיך אַלע דרײַ אַרעסטאַנטן אַװעקגעשטעלט הינטערן שטאָט, נעבן אַ װינט־מיל, מיטן פּנים צו מזרח, דאַװנען מנחה, און לאַװרע איז געשטאַנען אָנגעשפּאַרט אױפֿן גרױסן שטעקן, װאָס מיטן אײַזערנעם שפּיץ פֿון אונטן, דאָס היטל פֿאַררוקט אַביסל צוריק, און געקוקט, װי די ייִדן שאָקלען זיך און שלאָגן זיך מיט די הענט אין האַרצן. געשמאַקער פֿון אַלע האָט געדאַװנט דער נגיד. שלום־בער טעפּליקער פֿון טעפּליק האָט שױן לאַנג מיט אַזאַ כּװנה נישט געדאַװנט, װי אַצינד. ער האָט זיך באמת געשלאָגן: אָשמנו, בגדנו, גזלנו, מיטן גאַנצן האַרצן, חרטה געהאַט אױף דעם, װאָס ער האָט געזינדיקט פֿאַר לײַטן, געקאָנט העלפֿן אַן אָרעמען ייִדן און נישט געהאָלפֿן, געקאָנט אים גליקלעך מאַכן אפֿשר און האָט דאָס נישט געטאָן. פֿאַר װאָס? װײס ער אַלײן נישט! און ער האָט גענומען פֿאַרגלײַכן זיך צו אָט דעם קבצן, בערל דעם רױטן, און ס'איז אים געװען בזי־בזיון פֿאַר זיך אַלײן. אָט דער דאָזיקער קבצן, װאָס האָט אַלײן קױם אַ טאָג איבערצוקומען, האָט זיך נישט געפֿױלט פֿון יענעמס װעגן גײן צופֿוס, אונטערפֿאַלן צו אַ גבֿיר, זיך מאַכן מיט דער בלאָטע, אַבי טאָן אַ טובֿה אַן אָרעמען ייִדן. און ער? שלום־בער טעפּליקער פֿון טעפּליק האָט נישט געװאָלט הערן, נישט זען יענעמס צרות ― קאַלט, קאַלט װי אײַז. און עס האָט אים שטאַרק־שטאַרק פֿאַרדראָסן, װאָס סע האָט זיך אַזױ געמאַכט, און מער פֿון אַלץ האָט אים פֿאַרדראָסן די מעשׂה מיטן שידוך אין הײסין אױפֿן יריד… ער האָט דערפֿילט, אַז ער, שלום־בער, איז פֿאַר בערל דעם רױטן אַ גרױסער חײבֿ, און אפֿשר האָט ער אַ גרױסן חלק אין בערל דעם רױטנס טאָכטערס טױט, װאָרעם װען ער הערט זיך דעמאָלט צו צו זײַן בקשה, װען ער לײגט־צו כאָטש אַ לױט רחמנות, כאָטש אײן טראָפּן ליבשאַפֿט צו אַן אָרעמען ייִדן, בשעת יענעם ליגט דער חלף אױפֿן האַלדז, װאָלט איצט אפֿשר יענעמס טאָכטער געלעבט און געװען אפֿשר גליקלעך?… און שלום־בער פֿילט זיך, אַז ער זאָל קאָנען פֿאַרריכטן כאָטש װיפֿל ס'נישט איז זײַן פֿאַרברעכן, עפּעס ברענגען אַ קרבן, מיט װאָס נישט איז פֿאַרשמירן, באַפּוצן, פֿאַרהײלן די דאָזיקע מכּה, װאָלט אים צוגעקומען אַ שטיק געזונט. נאָר ער װײס נישט, װי אַזױ ער זאָל דאָס טאָן? און ער פֿאַרטיפֿט זיך אינעם דאַװנען, און דאָס גאַנצע לעבן זײַנס שטײט־אױף פֿאַר זײַנע אױגן, װי פֿון אַ קבֿר, און כּמעט דאָס ערשטע מאָל אױף זײַן לעבן טראַכט ער װעגן אַזעלכע זאַכן, כּמעט דאָס ערשטע מאָל אױף זײַן לעבן דערזעט ער זיך װי אין אַ שפּיגל; ער דערזעט זיך דורך און דורך, און ער פֿאַרשטײט נישט, װי אַזױ איז ער געװען ביז אַהער אַזױ בלינד? װי אַזױ האָט ער געקאָנט מײנען אױף זיך, אַז ער איז אַן ערלעכער ייִד און אַ לײַטישער מענטש? װי אַזױ האָט ער געקאָנט מײנען, אַז ער איז יוצא דערמיט, װאָס ער דאַװנט אַלע טאָג און װאָס ער רוקט־אַרײַן אַמאָל אַ האַרטן דרײַער אַ נדבֿה?…

און דער טעפּליקער נגיד, שלום־בער טעפּליקער פֿון טעפּליק, הײבט זיך אָן דערמאָנען, װי אַזױ ער האָט „געטאָן צדקה“, זיך געדונגען פֿאַר איטלעכן גראָשן, װאָס מע האָט בײַ אים געריסן װי מיט צװאַנגען, און ער דערמאָנט זיך, װי אַזױ ער האָט אַרײַנגעגעבן אַמאָל אַ ספֿר־תּורה אין שול אַרײַן, געטאָן דאָס פֿאַר זײַן נשמה, מחמת ער האָט נישט קײן קינדער, האָט נישט קײן קדיש, געמאַכט אַ סיום־התּורה, נישט געזשאַלעװעט קײן לעקעך און בראָנפֿן, געהוליעט אַ גאַנצע נאַכט, און אױף מאָרגן, אַז דער סופֿר רב שמשון איז געקומען צו אים בעטן אַ גמילות־חסד, האָט ער אים אָפּגעזאָגט װי אַ טױטן… וכדומה אַזעלכע „מעשׂים טובֿים“ הײבט ער אָן דערמאָנען זיך אַצינד, און ער װערט פֿאַרברענט פֿאַר בושה פֿאַר זיך און פֿאַר אַ סך אַזעלכע שײנע ייִדן נגידים װי ער, װאָס זײַנען פֿאַרקאָכט אין זײער געלט, װאָס קאָנען זיך מיט דעם נישט צעשײדן. און שלום־בער דערפֿילט, אַז זײַן נשמה איז ביז אַהער געשלאָפֿן, אַז זײַן האַרץ איז געלעגן ערגעץ אונטער אַ פּרעס, מיט אײַז באַדעקט. קײן קאַפּ װאַרעמקײט, קײן ברעקל רחמנות! און עס װילט זיך אים עפּעס טאָן אַצינד פֿון בערלס װעגן, עפּעס אַזעלכעס, װאָס זאָל פֿאַרריכטן דעם גרױסן פֿעלער, פֿאַרגעבן די גרױסע עבֿירה קעגן אים, אָפּװישן זײַן שולד! נאָר ער װײס נישט, װאָס ער זאָל טאָן און װי אַזױ ער זאָל דאָס טאָן. און ער לאָזט זיך אַראָפּ גאַנץ טיף צו זיך אין האַרצן, אין דער נשמה אַרײַן, און פֿאַרשטײט נישט בכלל, װאָס איז געװען ביז אַהער זײַן לעבן אױף דער װעלט, און װאָס האָט ער דאָ מתקן געװען? אָפּגעלעבט זעקס און פֿופֿציק יאָר, מער װי דרײַ פֿערטל פֿון זײַן לעבן, געפֿירט אַ לאַנגע מלחמה, געקליבן אַ גראָשן צו אַ גראָשן, נישט געגעבן יענעם, נישט פֿאַרגונען זיך אַלײן, ― פֿון װעמענס װעגן װעט דאָס אַלצדינג זײַן? װעמען װעט ער דאָס איבערלאָזן, אַז קײן קינדער האָט ער נישט, און די קרובֿים זײַנען אים שׂונאים ― זײ זאָלן קאָנען, װאָלטן זײ אים דערטרונקען אין אַ לעפֿל װאַסער! און שלום־בער הײבט־אָן אונטערפֿירן אַ חשבון צו אַלץ, װאָס ער האָט געטאָן, און איבערקלערן, פֿאַר װאָס האָט ער אַזױ פֿיל שׂונאים? פֿאַר װאָס האַלט נישט פֿון אים די װעלט? און עס שטײען־אױף פֿאַר אים זכרונות שױן לאַנג פֿאַרגעסענע און מחשבֿות, װאָס זײַנען געלעגן בײַ אים ביז אַהער טיף אױפֿן דעק פֿון זײַן נשמה, און ער װערט אים קאַלעמוטנע אױפֿן האַרצן… און ער גיט זיך דאָס װאָרט, אױף די עלטערע יאָרן כאָטש פֿאַרבעסערן זיך, און זײַן נשמה כאַפּט זיך אױף, און זײַן האַרץ װערט צעגאַנגען, און אין זײַנע אױגן װערט ליכטיק ― ער דערזעט אַזעלכעס, װאָס ער האָט ביז אַהער נישט געזען, און דערפֿילט אַזעלכעס, װאָס ער האָט ביז אַהער נישט געפֿילט. ער פֿילט זיך װי אַ נײַ־געבאָרענער, עפּעס אַזױ פֿריש און לעבעדיק, װי נאָך קײנמאָל נישט אין זײַן לעבן.

אָפּגעדאַװנט מנחה, לאָזן זיך אונדזערע פּאַרשױנען מיטן עטאַפּ װײַטער אין װעג אַרײַן. בערל שפּרינגט־אונטער מיט אײן פֿוס, מאַכט חוזק פֿון הענעכן, און דער נגיד גײט פֿאַרטראַכט, אַלע מאָל גיכער און גיכער. זײַן קאָפּ איז איצט פֿול מיט מחשבֿות, זײַן האַרץ פֿול מיט געפֿילן! עפּעס קלערט ער, עפּעס טוט ער, עפּעס בױט ער.

― װאָס לױפֿט איר אַזױ? ― מאַכט צו אים בערל דער רױטער ― איר פֿליט אַזױ, אַז איך קאָן אײַך מיט מײַן קראַנקן פֿוס נישט אָניאָגן.

― ס'איז אײַך שװער צו גײן, רב בערל? ― אַזױ מאַכט צו אים דער נגיד מיט אַזאַ װײכקײט, װאָס ער האָט דאָס פֿון אים נאָך קײנמאָל נישט געהערט. ― האַלט זיך אָן בײַ מיר, נאַט אײַך מײַן האַנט, רב בערל. אם ירצה השם, אַז מיר װעלן קומען בשלום צוריק אַהײם, זאָלט איר בײַ מיר זײַן, און דו אױך, הענעך, װאָרעם איך דאַרף אײַך זײער נײטיק האָבן, איך דאַרף אײַך עפּעס זאָגן.

בערל האָט נישט פֿאַרשטאַנען, װאָס פֿאַר אַ נײטיקע זאַך באַדאַרף ער זײ זאָגן? און פֿאַר װאָס עפּעס אין דער הײם דװקא? פֿאַר װאָס זאָל ער עס נישט זאָגן באַלד? און בכלל, װאָס איז ער עפּעס פּלוצעם געװאָרן אַזױ װײך און האָפֿערדיק?…

פֿון הענעכן שמועסט מען נישט; יענער האָט גאָר געעפֿנט דאָס מױל, נישט פֿאַרשטאַנען, װאָס הײסט אים דער נגיד קומען? ער האָט זיך אײַנגעשטעלט און האָט אַ זאָג געטאָן:

― אױב נאָר ער װעט רחמנות האָבן דער אײבערשטער, דוד־לײב מײַנער װעט אַרױס…

― סײַ װי סײַ, ― מאַכט צו אים דער נגיד, ― טאָמער אַפֿילו נײן ― נעם איך אים אױף זיך, דאָס הײסט, אײַך נעם איך אױף זיך, אַלעמען נעם איך אױף זיך… האַלט זיך אָן אָן מיר, רב בערל, ס'איז אײַך שװער צו גײן…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

אַז דער עטאַפּ איז אַרײַנגעקומען קײן גראַנאָװ, איז שױן די זון געװען אַ פֿאַרגאַנגענע, איבערגעלאָזט נאָך זיך אַ סימן, אַ גרױסן גילדענעם פּאַס אױפֿן ברעג הימל. און באַגעגנט האָט מען אונדזערע פּאַרשױנען מיט מוזיק ― אַ גאַנצער כאָר, װאָס איז געװען אױסגעמישט פֿון אַ קװאַקען פֿון זשאַבעס און פֿון אַ מעקען פֿון דער טשערעדע שאָף און ציגן, װאָס האָבן אױפֿגעהױבן אַ מוראדיקן שטױב ― און דאָס איז געװען דאָס גליק, װאָס איבער די גראַנאָװער ציגן האָבן די גראַנאָװער ייִדן דורכגעלאָזט דעם עטאַפּ, נישט באַמערקט אַפֿילו, װעמען מע האָט דאָ דורכגעפֿירט פֿאַרבײַ גראַנאָװ! אַנישט, װאָלטן זײ די גראַנאָװער ייִדן דאָרט מקבל פּנים געװען מיטן זעלבן כּבֿוד און אַרױסבאַגלײט מיט דעם זעלבן פּאַראַד, װי מע האָט זײ מקבל פּנים געװען נאָכדעם אין מיכאַילאָװקע, אין מיטשולגע, אין קראַסנאָפּילקע, אין זדאַקאָװיץ און אין אַלע איבעריקע עטאַפּנע פּונקטן, װאָס צװישן טעפּליק און צװישן הײסין.

געשריבן אין יאָר 1903
הונדערט אײנס ― אַ מעשׂה

א

דער שײנער אַלטער טײַך בוג, װאָס לױפֿט איבערן יוג צװישן דניעפּער און צװישן דניעסטער און פֿאַלט־אַרײַן, װי זײ, אין שװאַרצן ים אַרײַן, שנײַדט־דורך לױפֿנדיק צװײ גובערניעס, כערסאָנער און פּאָדאָליער, דאָרט װוּ עס ליגן צעװאָרפֿן אָן אַ שום סדר צװײ ייִדישע שטעטלעך: האָלטע און באָהאָפּאָליע. די דאָזיקע צװײ שטעטלעך ― דאָס איז, אײגנטלעך, אײן שטאָט, נאָר דער טײַך האָט זײ צעשײדט, װי צעריסן אױף דער האַלב, און מענטשן האָבן זײ צוריק צונױפֿגעבונדן מיט אַ בריק, אַזױ אַז פֿון בײדע שטעט איז געװאָרן װידער אײן שטאָט: אָט זײַט איר, דאַכט זיך, אין באָהאָפּאָליע, עס גײט נישט אַװעק קײן פֿינף מינוט ― זײַט איר שױן אין האָלטע; און דאָס אײגענע צוריק: אָט זײַט איר נאָר־װאָס געװען אין האָלטע, איר טוט אַ קוק ― אַהאַ, איר זײַט שױן װידער אין באָהאָפּאָליע!

האָלטע האָט אַ צײַט מיט יאָרן זיך גערעכנט פֿאַר אַ דאָרף, און באָהאָפּאָליע ― פֿאַר אַ שטעטל. איז דערפֿאַר אױף האָלטע געפֿאַלן דער גורל פֿונעם 3טן מײַ 1882, אַז ייִדן טאָרן זיך דאָרטן איבעראַנײַס נישט באַזעצן.

פֿון דעמאָלט אָן איז האָלטע געװאָרן שטאַרק חשובֿ בײַ די באָהאָפּאָליער ייִדן, װאָס האָבן אַלע מיטאַמאָל באַקומען חשק זיך באַזעצן דװקא אין האָלטע, און דװקא נאָכן 3טן מײַ.

פֿון יענעם 3טן מײַ אָן האָבן די באָהאָפּאָליער ייִדן אָנגעהױבן זיך שטילערהײט אַריבערפּעקלען קײן האָלטע. נאָר ס'איז זײ נישט געראָטן;