אָרעמע און פֿרײלעכע: דער פֿאַרכּשופֿטער שנײַדער

שלום עליכם (אַלע װערק)

דער פֿאַרכּישופֿטער שנײַדער
אַרױסגענומען פֿון אַן אַלטן פּינקס און באַפּוצט

א

איש היה בזלאָדיובֿקי ― אַ מענטש איז געװען אין זלאָדײעװקעзлодей: שלעכטער מענטש, אַ שטעטל, װאָס ליגט אין דער סבֿיבֿה פֿון מאַזעפּעװקעмазепа: שוטה, נישט װײַט פֿון כאַפּלאַפּאָװיטש און קאָזאָדאָיעװקעкози: ציגן; доить: מעלקן, צװישן יאַמפּעלי און צװישן סטרישטש, פּונקט אױף דעם װעג, װאָס מע פֿאָרט פֿון פּישי־יאַבעדע דורך פּעטשי־כװאָסט קײן טעטרעװעץ און פֿון דאָרטן קײן יעהופּעץ; ושמו שמעון־אליהו ― און זײַן נאָמען איז געװען שמעון־אלי, און גערופֿן האָט מען אים „שמעון־אלי שמע־קולנו“, מחמת בײַם דאַװנען אין שול האָט ער געהאַט אַ טבֿע שרײַען, אַרבעטן, זינגען ציקלען זיך אױף קולי־קולות. והיה האיש חײט ― און געװען איז דער מענטש אַ שנײַדער, נישט חלילה פֿון די געהױבענע שנײַדערס, װאָס נײען נאָכן „טאַבעלטיר“, װאָס מע רופֿט דאָס „זשורנאַל“, נאָר אַ שנײַדער אַ לאַטניק, אַ גרױסער מומחה, הײסט דאָס, אױף לײגן אַ לאַטע, פֿאַרצירעװען אַ לאָך, מע זאָל נישט דערקענען, אָדער איבערניצעװען װאָס פֿאַר אַ מלבוש איר װילט אױף דער לינקער זײַט, ממש מאַכן פֿון אַלט נײַ. נעמען, למשל, אַן אַלטן כאַלאַט און איבערמאַכן אים אױף אַ קאַפּאָטע, פֿון אַ קאַפּאָטע ― אַ פּאָר תּחתּונים, פֿון די תּחתּונים אױסשטיקעװען אַ לײַבל, און פֿונעם לײַבל נאָכדעם עפּעס אַנדערש ― מײנט נישט, אַז דאָס איז אַזאַ גרינגע אַרבעט! און אױף דעם איז „שמעון־אלי שמע־קולנו“ געװען אײן בריה אין דער װעלט, און מחמת זלאָדײעװקע איז זײער אַן אָרעם שטעטל, װאָס דאָרטן

מאַכן נײַע מלבושים איז עפּעס נישט אַזאַ געװײנטלעכע זאַך, האָט מען דעריבער געהאַלטן פֿון שמעון־אלין אין זלאָדײעװקע אַן עולם־ומלואו. אײן חסרון נאָר, װאָס ער האָט נישט געקאָנט אױסקומען מיט די נגידים, ליב געהאַט אַרײַנקוקן אין קהלשע זאַכן, זיך אָננעמען אָן דער קריװדע פֿון די אָרעמע לײַט, רײדן גאַנץ אָפֿנטלעך אַף די בעלי־טובֿות, װאָס זײַנען זיך עוסק אין צרכי־ציבור, און דעם בעל־טאַקסע מאַכן מיט דער בלאָטע בפֿרהסיא, זאָגן אַף אים, אַז ער איז אַ געלטצאַפּער, אַ בלוטזױגער, אַ מענטשנפֿרעסער, און אױף די שוחטים מיט די רבנים, װאָס האָבן געשלאָגן בלאַט מיטן בעל־טאַקסע ― אַז ס'איז אײן כּנופֿיא, אַ כּיתּה פֿון גנבֿים, רמאָים, קױלערס, רוצחים, גזלנים, אַ רוח אין זײער טאַטנס טאַטן אַרײַנגעפֿלױגן געװאָרן ביז דעם זײדן תּרח, מיטן פֿעטער ישמעאל אונטערגעשלאָגן!…

צװישן בעלי־מלאָכות, חבֿרה „פּועל־צדק“, האָט זיך „שמעון־אלי שמע־קולנו“ גערעכנט פֿאַר אַ „יודע־נגן“; אױף זײער שפּראַך האָט דאָס געהײסן: אַ מענטש, װאָס פֿאַרשטײט אין די קלײנע אותיותלעך, מחמת שמעון־אלי פֿלעגט שיטן מיט פּסוקים, מיט גאַנצע שטיקער גמרא און מיט מדרשים, װאָס נישט געשטױגן, נישט געפֿלױגן: „עמך“… „קטנתּי“… „אָגיל־ואשׂמח“… „היום הרת עולם“… „ויתרוצצו ויתפּוצצו“… „װאָט טיבעвот тебе: אָט פֿאַר דיר יוצר המאורות“… „כּכּתובֿ, װי אין פּסוק שטײט געשריבן“… וכדומה אַזעלכע לשון־קודשדיקע װערטער, װאָס זײַנען בײַ אים תּמיד געװען גרײט. און דערצו האָט ער נאָך געהאַט נישקשה פֿון אַ קולכל, אַפֿילו אַביסל צו אַ הילכיקס און גאָרגלדיקס. נאָר ער איז געװען קלאָר אין אַלע נוסחאָות מיט אַלע ניגונים מיט אַלע תּפֿילות אױף אױסװײניק, און האָט ליב געהאַט דעם עמוד מיט סכּנת־נפֿשות, און איז געװען גבאי אין שנײַדערשן שולכל, געכאַפּט פּעטש װי האָלץ, צום מײנסטן שׂימחת־תּורה צו „אַתּה־הראית“, װי געװײנטלעך.

„שמעון־אלי שמע־קולנו“, כאָטש ער איז געװען כּל־ימיו אַ ביטערער אָרעמאַן, מע קאָן זאָגן ― כּמעט אַן אבֿיון, נאָר אַראָפּפֿאַלן בײַ זיך דערמיט האָט ער פֿײַנט געהאַט. „אַדרבא, ― האָט ער געזאָגט ― װאָס מער קבצן מער לעבעדיק, װאָס מער הונגעריק מער געזונגען, װי די גמרא זאָגט: יאה עניותא לישׂראל כטשערעװיטשקע קראַסני לדיװקע חיוראיָאָה עַנְיוּתָא לִיהוּדָאֵי כִּי בַּרְזָא סוּמָּקָא לְסוּסְיָא חִיוָּרָא: אָרעמקײַט איז גוט פֿאַרן פֿאָלק ישׂראל װי אַ רױטער שפּאַן צו אַ װײַס פֿערד; черевичке красный: רױטער שוך; дівке: מײדל “… הקיצור־הדבֿר: שמעון־אלי איז געװען דאָס, װאָס מע רופֿט אָן אַן „אָרעמס און אַ פֿרײלעכס“. געװען איז ער אַ נידעריקער, אַ פֿאַרזעעניש, אַרומגעשטעקט מיט נאָדלען און מיט שטיקלעך װאַטע אין די געקרײַזלטע שװאַרצע האָר; געהאַט האָט ער אַ קלײן צאַפּן בערדל, אַביסל אַ צוגעפּלעטשטע נאָז, די אונטערשטע ליפּ אַביסל צעשפּאָלטן, און אױגן גרױסע, שװאַרצע און שטענדיק שמײכלענדיקע, און געגאַנגען איז ער תּמיד מיט אַ טענצל און מיט אַ לידל אונטער דער נאָז: „היום הרת עולם ― גאָר נישט געזאָרגט!“…

ויהי לו בנים ובֿנות ― און ער איז געװען אַ מטופּל מיט קינדער פֿון אַלערלײ װוּקס, צום מײנסטן טעכטער, צװישן זײ עטלעכע דערװאַקסענע; ושם אשתו ― און זײַן װײַב האָט געהײסן ציפּע־בײלע־רײזע, און זי איז געװען זײַן „כּנגדו“, דאָס הײסט, פּונקט דער היפּוך פֿון אים: אַ הױכע, אַ רױטע, אַ געזונטע, אַ ייִדענע אַ קאָזאַק. פֿון דעם ערשטן טאָג אָן, װאָס נאָך דער חופּה, האָט זי אים גענומען אין די הענט אַרײַן און נישט אַרױסגעלאָזט אים, און איז געגאַנגען אין ספּאָדעק, דאָס הײסט: זי איז געװען דער מאַן, נישט ער! ער האָט פֿאַר איר געהאַט גרױס דרך־ארץ. זי פֿלעגט אױף אים עפֿענען אַ מױל, פֿלעגט ער פֿאַרציטערט װערן; און אַמאָל, אונטער פֿיר אױגן, אַז ס'איז אױסגעקומען, פֿלעגט זי אים אָפּשטעקן אַ פּאַטש אױך… דעם פּאַטש פֿלעגט שמעון־אלי באַהאַלטן אין קעשענע און זאָגן בשעת־מעשׂה אַ װערטל מיט אַ פּסוק.

― היום הרת עולם ― נאָר נישט געזאָרגט! אין דער הײליקער תּורה שטײט געשריבן: „ והוא ― און ער, דער מאַן הײסט דאָס, ימשול ― זאָל טון טאָן געװעלטיקן, בך ― אין דיר“, איז פֿאַרפֿאַלן! עס מעגן קומען כּל מלכי מזרח ומערבֿ, װעט זיך זײ נישט העלפֿן!…

ויהי היום ― טרעפֿט זיך אַ מעשׂה. ציפּע־בײלע־רײזע קומט צו גײן אײנמאָל זומער מיטן קאָשיק פֿונעם מאַרק, טוט אַ שמיץ דאָס בינטל קנאָבל מיטן ביסן פּעטרישקע מיט די קאַרטאָפֿליעס, װאָס זי האָט אײַנגעקױפֿט, און רופֿט זיך אָן מיט כּעס:

― לאָז דאָס גײן אין דער ערד אַרײַן! שױן נימאס־ומאָוס געװאָרן אַלע טאָג, אַלע טאָג זיך ברעכן דעם מוח, צו־טראַכטן, װאָס קאָכט מען װאַרעמס. מע באַדאַרף האָבן אַ קאָפּ פֿון אַ מיניסטער! װידער אַ מאָל טײגלעך מיט פֿאַסאָליעס און אָבער אַ מאָל טײגלעך מיט פֿאַסאָליעס, גאָט זאָל נישט שטראָפֿן פֿאַר די רײד! אָט, למשל, נחמה־ברכה, אַזאַ קבצנטע, אַזאַ עניטע, אבֿיונטע, אַזאַ דלפֿנטע, באַדאַרף זי האָבן אַ ציג! פֿאַר װאָס? װאָרעם זי האָט אַ מאַן לײזער־שלמה, טאַקע אַ שנײַדער, נאָר פֿאָרט אַ מענטש! אַ קלײניקײט אַ ציג? פֿאַראַן אַ ציג אין שטוב, איז פֿאַראַן אַ גלעזל מילך פֿאַר די קינדער; מע קאָן אָפּקאָכן אַ מאָל אַ קאַשע מיט מילך, אָפּשטופּן אַ װאַרעמעס, יוצא זײַן מיט אַ װעטשערע, אַ מאָל אַ קריגל פּיד־סמעטענע, אַ שטיקל קעז און פּוטער ― אַ חיות!

― ביסט נעבעך אַװדאי זײער גערעכט! ― מאַכט שמעון־אלי געלאַסן. ― פֿאַראַן אַ מדרש: כּל ישׂראל יש להם חלק ― איטלעכער ייִד באַדאַרף האָבן אַ ציג. כּכּתובֿ, װי אין פּסוק שטײט געשריבן…

― װאָס טױג מיר דײַן פּסוק? ― צעשרײַט זיך ציפּע־בײלע־רײזע. ― איך זאָג אַ ציג, זאָגט ער גאָר אַ פּסוק! מיר דאַכט, אַז איך װעל דיר געבן אַ פּסוק, װעט דיר װערן פּסוקדיק אין די אױגן! מיט פּסוקים גאָר האָדעװעט ער מיך, דער שײנער ברױטגעבער מײַנער, דער שלימזל! הערסטו? איך װעל דיר די גאַנצע תּורה דײַנע אַװעקגעבן פֿאַר אײן באָרשטש אַ מילכיקן!…

וכדומה נאָך אַזעלכע מינים „אָנצוהערענישן“ האָט אים געגעבן ציפּע־בײלע־רײזע עטלעכע מאָל אין טאָג, אַזױ לאַנג, אַזױ ברײט, ביז שמעון־אלי האָט איר צוגעזאָגט און געגעבן האַנט תּקיעת־כּף, אַז זי מעג שלאָפֿן רויִק, עס װעט שױן זײַן, מיט גאָטס הילף, אַ ציג. דער עיקר ― בטחון. „היום הרת עולם ― נאָר נישט געזאָרגט!…

פֿון דעמאָלט אָן האָט שמעון־אלי אָנגעהױבן קלײַבן אַ גראָשן און אַ גראָשן. ער האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון אַ סך נײטיקע זאַכן, פֿאַרמשכּונט די שבתדיקע קאַפּאָטע אױף אױסצאָלן װאָכגעלט און צונױפֿשלאָגן זיך עטלעכע קערבלעך, און ס'איז געבליבן, אַז ער נעמט די ממתּקים און גײט זיך דורך קײן קאָזאָדאָיעװקע קױפֿן אַ ציג. װאָס עפּעס קײן קאָזאָדאָיעװקע? איז דערינען געװען צװײ טעמים: ראשית, איז קאָזאָדאָיעװקע אַן ערטל פֿון ציגן, װאָס דער נאָמען אַלײן באַװײַזט שױן דערױף: קאָזאָדאָיעװקע איבערגעזעצט אױף ייִדיש קומט אױס „ציגמעלקנדיקע“. והשנית, האָט ציפּע־בײלע־רײזע געהערט דערצײלן פֿון אירער אַ שכנה, װאָס זי רעדט נישט מיט איר שױן פֿון עטלעכע יאָר, אַז יענע האָט געהערט פֿון איר שװעסטער, װאָס איז נישט לאַנג געװען בײַ איר צו גאַסט פֿון קאָזאָדאָיעװקע, אַז דאָרט איז פֿאַראַן אַ ייִד אַ מלמד, רופֿט מען אים „חײם־חנה דער קלוגער“ בלשון־סגי־נהור, דערפֿאַר, װאָס ער איז אַ גרױסער שוטה; האָט דער חײם־חנה דער קלוגער אַ װײַב, רופֿט מען זי „טעמע־גיטל די שטילשװײַגנדיקע“, דערפֿאַר װאָס זי האָט אין זיך נײַן מאָס רײד; האָט די טעמע־גיטל די שטילשװײַגנדיקע צװײ ציגן, און בײדע מעלקן זיך. פֿרעגט זיך אַ קשיא: פֿאַר װאָס קומט איר צװײ ציגן, און נאָך מעלקנדיקע דערצו? אַ גרױסער אומגליק װאָלט געװען, כלעבן, זי זאָל נישט האָבן אײנע אַפֿילו! פֿאַראַן, ברוך־השם, ייִדן, װאָס פֿאַרמאָגן נישט קײן האַלבע ציג אַפֿילו ― נו, אם־כּן? שטאַרבן זײ דען?

― ביסט זײער גערעכט! ― זאָגט שמעון־אלי צו זײַן װײַב. ― הערסטו, דאָס איז שױן אַן אַלטע טענה, כּכּתובֿ, װי אין פּסוק שטײט געשריבן: אַסקאַקורדע, דבאַרבאַנטע

― שױן! ער איז שױן װידער דאָ מיט זײַן פּסוק! ― שלאָגט אים איבער זײַן װײַב. ― מע רעדט פֿון אַ ציג, קומט ער מיט אַ פּסוק! דו גײ זיך דורך בעסער אַהינצו, צום קאָזאָדאָיעװקער מלמד, און זאָג אים אַזױ און אַזױ: מיר האָבן געהערט, אַז ס'איז בײַ אײַך פֿאַראַן צװײ ציגן און בײדע מעלקן זיך. װאָס באַדאַרפֿט איר צװײ מעלקנדיקע ציגן? אױף כּפּרות? װילט איר דאָך מסתּמא אײנע פֿון זײ פֿאַרקױפֿן ― פֿאַרקױפֿט זי מיר! װאָס װעט אײַך אַרן?… אַזױ טאַקע זאָלסטו מיט זײ רײדן, דו פֿאַרשטײסט?

― איך פֿאַרשטײ, װאָס דען, איך פֿאַרשטײ נישט? ― זאָגט שמעון־אלי. ― פֿאַר מײַן געלט באַדאַרף איך זיך נאָך בעטן? פֿאַר געלט קריגט מען אַלץ אין דער װעלט ― כּסף וזהבֿ מטהר חזירים. שלעכט איז נאָר, זעסטו, אַז ס'איז חלילה נישטאָ די מטבע, דעמאָלט איז עני חשובֿ כּמת, מאַכט רש″י: ניטאָ פּאַפּע ― גײ ליולי; אָדער װי מע זאָגט: אָן פֿינגער קאָן מען קײן פֿײַג ניט שטעלן, כּכּתובֿ, װי אין פּסוק שטײט געשריבן: <<אַסקאַקורדע, דבאַרבאַנטע, <דפֿאַרשמאַכטע>>…

― װידער אַ מאָל אַ פּסוק, און אָבער אַ מאָל אַ פּסוק! עס פּסוקט מיך שױן אין קאָפּ! אײַנגעזונקען זאָלסטו װערן! ― זאָגט צו אים ציפּע־בײלע־רײזע און באַגראָבט אים נײַן אײלן אין דער ערד, און טײַטשט מיט אים אײַן אַ מאָל הונדערט, אַז ער זאָל זיך פֿריִער פּרוּװן בײַ חײם־חנה דעם מלמד, טאָמער װעט דאָס גײן. אַי װאָס, טאָמער װיל יענער ניט? פֿאַר װאָס זאָל ער נישט װעלן? פֿאַר װאָס קומט אים צװײ ציגן, און נאָך מעלקנדיקע דערצו? פֿאַראַן, ברוך־השם, ייִדן אױף דער װעלט, װאָס פֿאַרמאָגן נישט קײן האַלבע ציג אַפֿילו ― נו, אם־כּן? שטאַרבן זײ דען?…

און אַזױ װײַטער, אַלץ די אײגענע טענות.

ב

הבוקר אור ― ס'איז נאָר טאָג געװאָרן, האָט זיך אונדזער שנײַדער געפֿעדערט, אױפֿגעשטאַנען און אָפּגעדאַװנט, גענומען מיט זיך דאָס שטעקל מיטן גאַרטל און איז אַװעק אין װעג אַרײַן בשלום צו־פֿוס.

געװען איז דאָס זונטיק, אין אַ שײנעם, ליכטיקן, לױטערן, װאַרעמען זומערטאָג. שױן לאַנג געדענקט נישט שמעון־אלי אַזאַ אַן אױסגעצײכנטן, אױסגעשפּילטן טאָג. שױן לאַנג איז שמעון־אלי נישט געװען אין פֿעלד, אױף דער פֿרײַער לופֿט. שױן לאַנג האָבן זײַנע אױגן נישט געזען פֿאַר זיך אַזאַ אַן אױסגעצװאָגענעם גרינעם װאַלד, אַזאַ שײנע גרינע קאָלדרע, װוּ דאָס פֿעלד איז באַשאָטן מיט אַלערלײ קאָלירנדיקע שפּרענקעלעך. שױן לאַנג האָבן זײַנע אױערן נישט געהערט אַ פּישטשען פֿון פֿײגעלעך, אַ פֿלאַטערן פֿון קלײנע פּערכלעך. שױן לאַנג האָט זײַן נאָז נישט געשמעקט אַזאַ געשמאַקן ריח פֿון גרין גראָז, פֿון רױער ערד. שמעון־אלי שמע־קולנו האָט פֿאַרבראַכט כּל־ימיו אין אַן אַנדער װעלט; זײַנע אױגן האָבן געזען פֿאַר זיך תּמיד אַנדערע בילדער: אַ פֿינצטערע גרוב, בײַ דער טיר אַן אױװן, קאָטשערעס מיט לאָפּעטעס, און אַ פּאָמעניצע אַ פֿולע װי אַן אױג; בײַם אױװן, בײַ דער פּאָמעניצע ― אַ בעט פֿון דרײַ ברעטלעך; אױפֿן בעט ― קינדערלעך אַ סך, קײן עין־הרע, אײנס קלענער פֿונעם אַנדערן, האַלב־נאַקעטע, גאַנץ־באָרװעסע, נישט קײן געצװאָגענע, שטענדיק הונגעריקע… זײַנע אױערן האָבן געהערט פֿאַר זיך שטענדיק אַנדערע קולות: „מאַמע, ברױט! מאַמע, בולקע! מאַמע, עסן!“… און איבער אַלע קולות ― אַ קול פֿון ציפּע־בײלע־רײזע: „עסן? נישט עסן זאָלן אײַך װערעם, ליבער גאָט, אינאײנעם מיטן טאַטן אײַערן דעם שלימזל! פֿאַרכאַפּט זאָלט איר נישט װערן, רבונו של עולם, מיט אים אינאײנעם!“… וכדומה אַזעלכע זיסע קולות. זײַן נאָז איז געװױנט געװען צו אַנדערע ריחות: אַ ריח פֿון נאַסע װענט, װאָס װינטער נעצן זײ און זומער שימלען זײ; אַ ריח פֿון זױערטײג מיט קלײַען, פֿון ציבעלעס און פֿון קרױט, פֿון רױע לײם, פֿון געשאָבענע פֿישלעך און פֿון קישקעלעך; אַ ריח פֿון אַלטע בגדים, װאָס לאָזן זיך הערן אונטערן הײסן פּרעסל מיט אַ געדיכטער פּאַרע און מיט אַ מאָדנעם טשאַד…

אַרױסגעריסן זיך אױף אַ װײַלע פֿון יענער אָרעמער װיסטער פֿינצטערער װעלט אױף דער דאָזיקער נײַער, פֿרײַער, ליכטיקער, שמעקנדיקער שײַן, האָט זיך אונדזער שמעון־אלי געפֿילט װי אַ מענטש, װאָס איז אין אַ הײסן זומערטאָג אַרײַנגעשפּרונגען אַ נאַקעטער אין ים אַרײַן; דאָס װאַסער טראָגט אים, די כװאַליעס שלאָגן אים, ער טוקט זיך, ער טוקט זיך, ער ציט אין זיך די לופֿט מיט דער פֿולער ברוסט ― ס'איז מחיה־נפֿשות, ממש אַ גן־עדן!…

― למשל, װאָס װאָלט גאָט געאַרט ― קלערט זיך שמעון־אלי ― װאָס װאָלט גאָט געאַרט, װען איטלעכער בעל־מלאָכה, אַ שטײגער, זאָל זיך קאָנען אַלע טאָג, לאָז זײַן כאָטש אײן מאָל אין דער װאָך, אַרױסגײן אַהערצו־צו, אױפֿן פֿרײַען פֿעלד, אַ ביסל געניסן פֿון גאָטס װעלטל? אַי אַ װעלטל, אַ װעלטל!… ― און שמעון־אלי הײבט־אָן אונטערזינגען און פֿאַרטײַטשן אױף זײַן שטײגער: ― אתּה יצרת ― דו האָסט, גאָט, באַשאַפֿן, עולמך ― דײַן װעלטל, מקדם ― אױף יענער זײַט שטאָט; בחרת בנו ― האָסט אונדז אױסדערװײלט, די ייִדעלעך, מיר זאָלן זיצן דאָרטן אין זלאָדײעװקע אין דער ענגשאַפֿט, קאָפּ־אױף־קאָפּ, אין אַ דערשטיקעניש; ותּתּן לנו ― און דו האָסט אונדז געטאָן געבן… אױ, צרות האָסטו אונדז געגעבן מיט װײטיקן, מיט דלות, קדחת מיט רבֿיעית האָסטו אונדז געגעבן, <<ברחמיך הרבים―בים־בים־בים!…

אַזױ זינגט זיך שמעון־אלי שטילערהײט אונטער דער נאָז, און עס גלוסט זיך אים אַ װאָרף טאָן זיך דאָ, װי ער שטײט און גײט אין פֿעלד, אױפֿן גרינעם גראָז, כאָטש אַ ביסעלע געניסן פֿון גאָטס װעלטל, ― דערמאָנט ער זיך, אַז ער האָט אַן אַרבעט, און זאָגט צו זיך אַלײן: ― „, ע ד כּאַן אומרים בשבת הגדול ― גענוג, שמעון־אלי, צו זינגען. הלך לעולמו ― שפּאַן, ברודער, שפּאַן! אָפּרוען װעסטו זיך שױן, אם ירצה השם, אין דער דעמבענער קרעטשמע. דאָרט האָסטו אַ שטיקל שאָר־בשׂרי, דאָדי רענדאַר. דאָרט קריגט מען צו יעדער צײַט אַ ביסל משקה, װי אין פּסוק שטײט: ותּלמוד תּורה כּנגד כּולם ― אַ ביסל מהיכא־תּיתי איז בילכער פֿון אַלץ“… און שמעון־אלי שמע־קולנו שפּאַנט װײַטער.

ג

באמצע הדרך ― פּונקט אין דער מיט װעג, צװישן די צװײ שטעט זלאָדײעװקע און קאָזאָדאָיעװקע, שטײט אַ פֿעלד־קרעטשמע, װאָס מע רופֿט זי „די דעמבענע“. די דאָזיקע קרעטשמע האָט אין זיך אַ כּוח, עפּעס נאָר אַ מאַגנעט, װאָס זי ציט צו זיך אַלע בעלי־עגלות מיט אַלע פּאַרשױנען, סײַ די װאָס פֿאָרן פֿון זלאָדײעװקע קײן קאָזאָדאָיעװקע, סײַ די װאָס פֿאָרן פֿון קאָזאָדאָיעװקע קײן זלאָדײעװקע ― מע מוז זיך אָפּשטעלן אין דער „דעמבענער“ כאָטש אױף עטלעכע מינוט! קײנער װײס ניט דעם סוד דערפֿון נאָך עד־היום. אַ טײל זאָגן, אַז ס'איז דערפֿאַר, װײַל דער בעל־הבית פֿון דער קרעטשמע, דאָדי דער רענדאַר, איז זײער אַ ליבלעכער פּאַרשױן און אַ גרױסער מכניס־אורח, דאָס הײסט, פֿאַר געלט האָט איר געקאָנט קריגן דאָרטן תּמיד אַ רעכט גלעזל משקה מיט די שענסטע פֿאַרבײַסנס; און אַ טײל זאָגן, אַז ס'איז דערפֿאַר, װײַל דאָדי איז געװען פֿון יענער חבֿרה, װאָס מע רופֿט זײ „טרעפֿערס“, אָדער „נבֿיאים“, װאָס אַלײן האַנדלען זײ נישט מיט קײן גנבֿות, נאָר זײ קערן זיך אָן מיט אַלע באַרימטע גנבֿים אַ נאָענטער רב שמעלקע… און מחמת קײנער װײס דאָס נישט פֿאַר קלאָר, לכן באַדאַרף מען מאַכן דערפֿון אַ שװײַג…

דאָדי איז געװען אַ ייִד אַ מוכסן, אַ גראָבער, אַ האָריקער, מיט אַ גרױסן בױך און מיט אַ בולבעװאַטער נאָז, און אַ קול האָט ער געהאַט פֿון אַ שור־הבר. אים איז אָפּגעגאַנגען, װי מע זאָגט, קאָפּװײטיק; פּרנסה האָט ער געהאַט מיטן פֿולן מױל, בהמות עטלעכע, אױף דער עלטער געבליבן אַן אַלמן און געװען אַ לײדיקער מענטש. אַ גראָבער נפֿש: אַ סליחה און אַ הגדה און אַ בענטשערל איז בײַ אים געװען אַלץ אײנס. און דערפֿאַר פֿלעגט זיך מיט אים שמעון־אלי דער שנײַדער שעמען: ס'איז אים נישט אָנגעשטאַנען די מעשׂה, װאָס ער, שמעון־אלי, אַ יודע־נגן און גבאי אין שולכן, זאָל האָבן אַ מוכסן, אַן עם־האַרץ פֿאַר אַ קרובֿ… און דאָדי פֿון זײַן זײַט פֿלעגט זיך שעמען, װאָס ער האָט אַ „שנײַדער אַ פּאַלגע“ פֿאַר אַ קרובֿ… זײ האָבן זיך געשעמט אײנער מיטן אַנדערן. פֿונדעסטװעגן, אַז דאָדי האָט דערזען שמעון־אלין, האָט ער אים אָפּגעגעבן אַ גאַנץ ברײטן ברוך־הבא, מחמת דאָדי דער רענדאַר האָט פּשוט מורא געהאַט, נישט אַזױ פֿאַרן קרובֿ אַלײן, װי פֿאַרן קרובֿס פּיסק.

― אָ, אַ גאַסט, אַ גאַסט! װאָס מאַכט עפּעס אַ ייִד שמעון־אלי? װאָס מאַכט עפּעס דײַן ציפּע־בײלע־רײזע? װאָס מאַכן עפּעס דײַנע קינדער?

― עט, מה אָנו, מה חײנו ― װאָס זאָלן מיר מאַכן? ― האָט אים דער שנײַדער געענטפֿערט מיט אַ פּסוק, װי זײַן שטײגער איז. ― מי ברעש ומי במגפֿה ― אַמאָל אַזױ, אַמאָל אַזױ, אַבי מען איז געזונט, כּכּתובֿ, װי אין פּסוק שטײט געשריבן: אַסקאַקורדע, דבאַרבאַנטע, דפֿאַרשמאַכטע, דקאַרנאָסע… װאָס מאַכט איר עפּעס, מײַן טײַערער קרובֿ? װאָס הערט זיך עפּעס בײַ אײַך אין דאָרף? זכרנו את הדגה ― איך געדענק נאָך אײַערע װאַרעניקעס פֿון פֿאַראַיאָרן מיטן ביסל משקה, דאָס איז דאָך בײַ אײַך דער עיקר. אַרײַנקוקן אין אַ ספֿר האָט איר דאָך פֿײַנט. למה רגשו גױים ― װאָס טױג אײַך אַ ייִדיש װאָרט! ע, רב דאָדי, רב דאָדי! װען דער טאַטע אײַערער, דער פֿעטער גדליה־װאָלף עליו־השלום, זאָל איצטער אױפֿשטײן און אַ קוק טאָן אױף זײַן דאָדין, װי ער זיצט דאָס אַביסל אין דאָרף צװישן אַלע גױים, להבֿדיל, װאָלט ער נאָך אַ מאָל איבעראַנײַס געשטאָרבן. אַי, האָט איר געהאַט אַ טאַטן, רב דאָדי! געװען אַ כּשרער ייִד, לאָז ער מיר מוחל זײַן: ער פֿלעגט טרינקען פֿון אַ פֿינצטערער כּלי… הקיצור, אין לך אָדם שאין לו פּעקל ― פֿון װאָס מע זאָל נישט רײדן ― אױפֿן טױט מוז מען אַרױף… גיט שױן אַהער אַ ביסל בראָנפֿן, װי דער תּנא רב פּימפּאָם זאָגט: קאַפּאָטע במשכּנתּא שװײנקײך בגרונם ― פֿאַרזעץ די קאַפּאָטע און נעם אַ ביסל בראָנפֿן“…

― שױן? דו האָסט שױן אָנגעהױבן מיט דײַן לאָקשן־קױלעטש? ― מאַכט דאָדי און טראָגט אים אונטער אַ ביסל בראָנפֿן. ― דו זאָג בעסער, שמעון־אלי, װוּהין פֿאָרט דאָס אַ ייִד?

― אַ ייִד פֿאָרט נישט, ― זאָגט שמעון־אלי און מאַכט אַ כּוסע ― אַ ייִד גײט צו פֿוס. װי מיר זאָגן אין הלל: רגליהם ולא יהלכו ― האָסט פֿיס, ביסטו נישט קראַנק צו שפּאַנען“…

― אױב אַזױ, ― מאַכט דאָדי ― זאָג זשע מיר, סערצע, װוּהין שפּאַנט אַ ייִד?

― אַ ייִד שפּאַנט ― זאָגט שמעון־אלי און מאַכט נאָך אַ כּוסע ― קײן קאָזאָדאָיעװקע שפּאַנט ער, האַנדלען ציגן, כּכּתובֿ, װי אין פּסוק שטײט געשריבן: <עזים תּעשׂה לך>> ― ציגן זאָלסטו קױפֿן…

― ציגן? ― פֿרעגט אים דאָדי פֿאַרחידושט. ― װי קומט אַ ייִד אַ שנײַדער האַנדלען מיט ציגן?

― עס רעדט זיך אַזױ „ציגן“! ― מאַכט שמעון־אלי. ― מײנען מײן איך אַ ציג, טאָמער װעט מיר גאָט צושיקן, הײסט דאָס, אַ ציג אַ רעכטע. נישט טײַער. דאָס הײסט, איך װאָלט קײן ציג נישט געקױפֿט; נאָר מײַן װײַב זאָל לעבן, ציפּע־בײלע־רײזע הײסט דאָס, איר קענט דאָך זי, אַז זי שפּאַרט זיך אײַן! זי האָט זיך פֿאַרעקשנט אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל: הכּצעקתה ― זי װיל אַ ציג! און אַ װײַב, זאָגט איר דאָך, באַדאַרף מען פֿאָלגן, דאָס איז דאָך אַ בפֿירושער „מדרש־פּליאה“, האַ? איר געדענקט דעם „מדרש־פּליאה“?

― אין די זאַכן ― זאָגט דאָדי ― װײסטו שױן בעסער פֿון מיר; דו װײסט דאָך, אַז איך בין מיט… מיט… מדרש אַ קנאַפּער מחותּן!… איך פֿאַרשטײ נישט, מײַן טײַערער קרובֿ, נאָר אײן זאַך: װי קומסטו זײַן אַ מבֿין אױף ציגן?

― װאָט טיבע יוצר המאורות! ― זאָגט שמעון־אלי שױן מיט פֿאַרדראָס. ― װי קומט אַ רענדאַר זײַן אַ מבֿין אױף אַ סדילקיװער סליחה? פֿונדעסטװעגן קומט פּסח צום סדר, קלאַפּט איר מיט גאָטס הילף דעם רײנעם „ברכי־נפֿשי“ און זאָגט „זה כפּרתי זה חליפֿתי“, װי עס געהער צו זײַן… װאָס? אפֿשר נישט אַזױ?…

דאָדי דער רענדאַר האָט פֿאַרשטאַנען דעם שטאָך; ער האָט פֿאַרביסן אַ ליפּ און האָט זיך געטראַכט: „װאַרט, װאַרט, דו שנײַדערוק, דו פּאַלגע! ביסט מיר עפּעס הײַנט צו גײַציק, און דו באַװײַזט זיך מיר הײַנט צו פֿיל אַרױס מיט דײַן תּורה! װעסט שױן בײַ מיר האָבן אַ ציג, װעסט זיך קראַצן!“… און שמעון־אלי האָט זיך געהײסן אָנגיסן נאָך אַ מאָל פֿון יענעם ביטערן טראָפּן, װאָס איז אַ רפֿואה צו אַלע צרות.

פֿון אמת קאָן מען נישט אַװעקגײן: שמעון־אלי האָט ליב־געהאַט אַ ביסל בראָנפֿן, נאָר קײן שיכּור איז ער נישט געװען ― חס־וחלילה! װען האָט ער דען געהאַט אױף אַ טרונק בראָנפֿן?… אײן חסרון האָט ער נאָר געהאַט, װאָס קױם האָט ער גענומען אַ ביסל בראָנפֿן, אַזױ האָט ער באַלד געמוזט נעמען נאָך אַ ביסל, און פֿון אַזעלכע צװײ ביסלעך פֿלעגט ער שױן װערן מבֿוסמדיק־פֿרײלעך, די בעקלעך רױטלעך, די אײגעלעך מיט אַ גלאַנץ, און די צונג ― די צונג האָט זיך בײַ אים אױפֿגעבונדן און געקלונגען אָן אַן אױפֿהער.

― אַקעגן דעם, װאָס איר זאָגט „צעך“, ― מאַכט שמעון־אלי ― „צעך“, שער און אײַזן. אונדזער פֿאָלק עמך האָט אין זיך אַ מעלה, װאָס איטלעכער האָט ליב כּבֿוד, און כּבֿוד איז דאָך, זאָגט איר, לעבער… אַ ליאַדע שוסטערל װאָלט אַ בעלן געװען זײַן גבאי־ראשון כאָטש איבער אַ פּאָמעניצע… זאָג איך צו זײ: ברידערלעך, קטנתּי מכּל החסדים ― איך דאַרף עס אױף כּפּרות, קלײַבט אײַך אױס אַ שוסטער פֿאַר אַ גבאי: לא מעוקצך ולא מדוקצך ― איך בין אײַך מוחל דעם כּבֿוד, איך װיל נישט קײן פּעטש!… זאָגן זײ: בלאָטע! אַז צעך טוט אָפּ, איז פֿאַרפֿאַלן!… זאָג איך: עס קומט אױס װי אין פּסוק שטײט: שׂמלך לך קצין תּהיה לנושִׂמְלָה לְכָה קָצִין תִּֽהְיֶה־לָּנוּ ― פּעטש זאָלסטו כאַפּן און גבאי זאָלסטו זײַן… נאָר שאַ, איך האָב מיך אַ ביסל פֿאַררעדט, און האָב גאָר פֿאַרגעסן, אַז איך האָב אױף זיך אַ ציג. עוד היום גדול ― דער טאָג שטײט נישט! אַ גוטן טאָג, רב דאָדי, חזק, חזק ונתחזק ― זײַט מיר געזונט און שטאַרק און מאַכט װאַרעניקעס!

― פֿאַרגעס זשע ניט, ― מאַכט צו אים דער רענדאַר ― אַם־ירצה־השם, צוריקװעגס, אַז גאָט װעט שענקען דאָס לעבן, למען־השם, זיך אָפּשטעלן בײַ מיר.

― אַם־ירצה־השם, אַם־ירצה־השם, בלי־נדר־ומסקנא! ― זאָגט שמעון־אלי. ― אַװדאי, װי דען איז אַנדערש? מען איז דאָך נישט מער װי אַ „בשׂר־ודאָס“. װי זאָגט איר: „אָדם אַ מענטש, ציפּור אַ פֿױגל, קאַטשקע רוק זיך“… איר גרײט נאָר צו, רב דאָדי, אַ רעכט ביסל משקה מיט פֿאַרבײַסן, דאָס הײסט מאָריטש, װי אונדז שטײט אָן ― אונדזער פֿאָלק שער און אײַזן עמך!

ד

ויצא שמעון־אליהו מדעמבינע ― און „שמעון־אלי שמע־קולנו“ איז אַרױסגעגאַנגען פֿון דער דעמבענער קרעטשמע בגילופֿין, גאַנץ פֿרײלעך, ויבֿוא ― און ער איז געקומען בשלום, געזונטערהײט, קײן קאָזאָדאָיעװקע. און אַז ער איז געקומען קײן קאָזאָדאָיעװקע, האָט ער זיך אָנגעהױבן צו פֿרעגן, װוּ זיצט דאָ ערגעץ רב חײם־חנה דער קלוגער, װאָס האָט אַ װײַב טעמע־גיטל די שטילשװײַגנדיקע מיט צװײ מעלקנדיקע ציגן? נאָר לאַנג נאָכפֿרעגן זיך האָט ער נישט באַדאַרפֿט, װאָרעם דאָס שטעטל קאָזאָדאָיעװקע איז נישט אַזאַ כּרך פֿון די כּרכי־הים, װאָס מע זאָל דאָרטן קאָנען, חלילה, פֿאַרבלאָנדזשעט װערן. דאָס גאַנצע שטעטל ליגט פֿאַר די אױגן, װי אױף אַ טעלער: אָט זײַנען די יאַטקעס מיט די קצבֿים, מיט די העקערס און מיט די יאַטקע־הינט; אָט איז דער מאַרק, װוּ װײַבער דרײען זיך אַרום אין זאָקן פֿון אײן גױע צו דער אַנדערער, טאַפּן אַלע אײן האָן:

― טשועש, טשועש! אַ שאָ טאָבי זאַ קורקע?чуеш, чуеш! а шо тобі за курке: הער נאָר, װאָס װילסטו פֿאַר דער הון?

― יאַקאַ קורקאַ? צע פּיװען, אַ נע קורקאַ!яка курка? не півень, а не курка: װאָסער הון, ס'איז נישט קײן הון, ס'איז אַ האָן!

― נעכײַ בודע פּיװען!нехай буде півень: זאָל זײַן אַ הון! אַ שאָ טאָבי זאַ קורקע?

אָט נאָך צװײ שפּאַן איז דער שולהױף, װוּ אַלטע װײַבער זיצן איבער מולטערלעך און פֿאַרקױפֿן באַרלעך, סעמעטשקעס און בעבלעך, װוּ מלמדים קנעלן, קינדער שרײַען און ציגן, ציגן אָן אַ שיעור, שפּרינגען, שלעפּן שטרױ פֿון די דעכער, אָדער זײ זיצן אױף דער ערד מיט די אױסגעגלעטע בערדלעך, װאַרעמען זיך אַקעגן דער זון און מעלה־גרהן. און אָט איז שױן די באָד מיט די שװאַרצע פֿאַררױכערטע װענט. אָט איז דער טײַך, װאָס אױבן איז ער באַדעקט מיט גרינס, װי מיט אַ סכך, פֿול מיט פּיאַװקעס און מיט זשאַבעס, װאָס קװאַקען. דער טײַך שײַנט אַקעגן דער זון, בלישטשעט װי מיט דימענטן און שטינקט מיט סכּנת־נפֿשות… און דאָרט, אױף יענער זײַט טײַך, איז נישטאָ גאָרנישט, אַ חוץ ערד און הימל ― אױס קאָזאָדאָיעװקע!

אַז דער שנײַדער איז אַרײַנגעקומען צו רב חײם־חנה דעם קלוגן, האָט ער אים געטראָפֿן בײַ דער אַרבעט, װוּ ער איז געזעסן מיטן גרױסן טלית־קטן און מיט דער שפּיצעכיקער יאַרמעלקע איבער דער גמרא און געלערנט מיט די תּלמידים מיט אַ ניגון אױף קולי־קולות די גמרא בבֿא־קמא: <<ההוא ברחא ― די דאָזיקע ציג, װאָס זי האָט דערזען אַ מין עסנװאַרג פֿון אױבן אױפֿן פֿעסל, <האָט זיך די ציג צוגעכאַפּט צום עסנװאַרג>>“…

צפֿרא טבֿא למאריהצַפְרָא טָבָא למָארֵיהּ: גוט מאָרגן צום בעל־הבית דחיטה דקופֿא דמחטא! ― רופֿט זיך אָן שמעון־אלי שמע־קולנו אױף תּרגום־לשון און זעצט דאָס באַלד איבער אױף פּראָסט ייִדיש: אַ גוטער מאָרגן זאָל זיך אַרײַנכאַפּן, רבי, צו אײַך און צו אײַערע תּלמידים! איר האַלט מיט זײ, הער איך, סאַמע בײַ אַזאַ ענין, װאָס איך אַלײן טאַקע האָב מיך מטריח געװען אַהער צו אײַער זוגתי מרת טעמע־גיטל, מכּוח אַ ציג הײסט דאָס; דהײַנו, איך װאָלט קײן ציג נישט געקױפֿט, נאָר מײַן װײַב זאָל לעבן, ציפּע־בײלע־רײזע הײסט דאָס, האָט זיך אײַנגעשפּאַרט, אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל: הכּצקעתה ― זי װיל אַ ציג! און אַ װײַב, זאָגט איר דאָך, באַדאַרף מען פֿאָלגן, ס'איז דאָך אַ בפֿירושע גמרא: אַסקאַקורדע, דבאַרבאַנטע, דפֿאַרשמאַכטע, דקאַרנאָסע… װאָס קוקט איר מיך אָן? אַל תּסתּכּל בגלעזל אלא בפֿלעשל ― קוקט נישט דערױף, װאָס איך בין אַ ייִד אַ בעל־מלאָכה; יגיע כּפּיך אַשריך! מסתּמא האָט איר געהאָרכט פֿון מיר, איך בין שמעון־אלי חײט מק″קמקהילה־קדושה זלאָדײעװקע, חבֿרה־מאַן אין צעך און גבאי אין שולכן, כאָטש איך דאַרף עס אױף כּפּרות, לא מעוקצך ולא מדוקצך ― איך בין אײַך מוחל, זאָג איך צו זײ, דעם כּבֿוד און איך װיל נישט קײן פּעטש! זאָגן זײ: „בלאָטע! אַז צעך טוט אָפּ, איז פֿאַרפֿאַלן; שׂמלך לך קצין תּהיה לנו ― פּעטש זאָלסטו כאַפּן און גבאי זאָלסטו זײַן!… איך האָב מיך אַ ביסל פֿאַרדרײט און שיר ניט פֿאַרגעסן אײַך אָפּגעבן שלום. שלום עליכם אײַך, רבי! שלום עליכם אײַך, קינדער, צאָן־קדשים, שקצים־ורמשׂים, קונדסים, עכבראָשים! סע זאָל זיך אײַך אַזױ װעלן טאַנצן, װי איר װילט לערנען ― אַיאָ, איך האָב געטראָפֿן?…

דערהערט אַזעלכע דיבורים, האָבן חבֿרה תּלמידים אָנגעהױבן קנײַפּן אײנס דאָס אַנדערע אונטערן טיש און שיסן מיט די נעזער. זײ זײַנען דװקא געװען העכסט צופֿרידן מיטן גאַסט; זײ װאָלטן זיך מחיה געװען, אַז גאָט זאָל זײ צושיקן אָפֿט אַזעלכע געסט. נאָר חײם־חנה דער קלוגער איז נישט געװען צופֿרידן; ער האָט פֿײַנט געהאַט, מע זאָל אים איבערשלאָגן אין מיטן. האָט ער אַרײַנגערופֿן זײַן װײַב טעמע־גיטל און האָט זיך אומגעקערט צוריק מיט זײַנע תּלמידים צו דער ציג, װאָס זי האָט זיך צוגעכאַפּט צום עסנװאַרג, און מע האָט געזונגען אױף אַ קול: „חײבֿא רבֿא ― האָט רבֿא געפּסקנט, אַז זי דאַרף באַצאָלן פֿאַרן עסנװאַרג און פֿאַרן פֿעסל דעם גאַנצן היזק“'…

שמעון־אלי שמע־קולנו האָט אַרױסגעזען, אַז מיטן מלמד האָט ער ניט װאָס צו רײדן, האָט ער זיך גענומען צו דער מלמדקע, און בשעת דער מלמד האָט דאָ געלערנט מיט זײַנע תּלמידים מכּוח דער ציג פֿון דער גמרא, האָט שמעון־אלי דער שנײַדער געהאַלטן אַ שמועס מיט טעמע־גיטל די מלמדקע מכּוח איר ציג.

― איך בין, װי איר זעט מיך, אַ ייִד אַ בעל־מלאָכה. ― האָט צו איר געזאָגט שמעון־אלי דער שנײַדער. ― אפֿשר האָט איר געהאָרכט פֿון מיר ― איך בין שמעון־אלי חײט מק″ק זלאָדײעװקע, חבֿרה־מאַן אין צעך און גבאי אין שנײַדערשן שולכן. כאָטש איך דאַרף דאָס אױף כּפּרות! לא מעוקצך ולא מדוקצך ― איך בין אײַך מוחל, זאָג איך, די פּעטש, איך װיל נישט קײן כּבֿוד!… געקומען בין איך, הײסט דאָס, צו אײַך טאַקע מכּוח אײנער פֿון אײַערע ציגן, דאָס הײסט, איך װאָלט קײן ציג נישט געקױפֿט, נאָר אַזױ װי מײַן װײַב זאָל לעבן, ציפּע־בײלע־רײזע הײסט דאָס, האָט זיך אײַנגעשפּאַרט: הכּצעקתה ― אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל אַ ציג! און אַ װײַב, זאָגט איר דאָך, באַדאַרף מען פֿאָלגן, ס'איז אַ בפֿירושע גמרא…

טעמע־גיטל, אַ קלײן װײַבעלע מיט אַ נעזל װי אַ פֿאַסאָליע, װאָס זי טוט דאָס אַלע מאָל אַ װיש מיט צװײ פֿינגער, האָט אים אױסגעהערט אַ ביסל, און באַלד איבערגעשלאָגן אין מיטן:

― זײַט איר געקומען, הײסט דאָס, צו מיר אָפּהאַנדלען בײַ מיר אײנע פֿון מײַנע ציגן? װעל איך אײַך זאָגן אַזױ, מײן ליבער ייִד: ערשטנס, האַלט איך נישט בײַ פֿאַרקױפֿן קײן ציג, װאָרעם, לאָמיר זיך נישט נאַרן, צו װאָס זאָל איך דאָס טאָן? צוליב געלט? װאָס איז געלט? געלט איז קײַלעכיק! געלט גײט אַװעק און אַ ציג בלײַבט אַ ציג, ובפֿרט נאָך אַזאַ ציג! ס'איז דען אַ ציג? אַ מאַמע, זאָג איך אײַך, נישט קײן ציג! קײן עין־הרע, איר גרינג מעלקן זיך! איר מילך־געבן! הײַנט איר עסן, װאָס זי עסט! זי עסט דען עפּעס? אײן מאָל אַ טאָג אַ „פּילעпойло: זופּ“ פֿון קלײַען, און דאָס איבעריקע שטרױ פֿונעם דאַך פֿון בית־המדרש… נאָר גאָר נישט, אױב מע זאָל מיר באַצאָלן אַ רעכטן מקח, בין איך מיך מישבֿ: געלט איז, װי זאָגט איר, אַ יצר־הרע, פֿאַר געלט קאָן איך קױפֿן אַן אַנדער ציג, כאָטש אַזאַ ציג װי מײַן ציג איז שװער צו קריגן. ס'איז דען אַ ציג? אַ מאַמע, נישט קײן ציג… נאָר שאַ! װאָס טױג װערטער? אָט פֿיר איך אײַך אַרײַן די ציג, װעט איר זען!…

און טעמע־גיטל לױפֿט אַװעק, פֿירט אַרײַן די ציג און װײַזט אַ פֿול קריגל מיט מילך, װאָס זי האָט ערשט הײַנט אָנגעמאָלקן.

דערזען מילך, האָט זיך דער שנײַדער אַזש אָנגעהױבן באַלעקן, און רופֿט זיך אָן:

― זאָגט זשע מיר, מײַן ליבע ייִדענע, מה־יקר? דאָס הײסט, כּמה מעלות טובֿות ― װיפֿל קאָנט איר זיך הײסן אָנמעסטן פֿאַר אײַער ציג, אַ שטײגער? מחמת װי באַלד נישט אין גלײַכן געלט, װעל איך נישט קױפֿן. װײסט איר, פֿאַר װאָס? װײַל, ערשטנס, באַדאַרף איך זי אױף כּ־כּ20־20 כּפּרות, נאָר אַזױ װי מײַן װײַב זאָל לעבן, ציפּע־בײלע־רײזע הײסט דאָס, האָט זיך אײַנגעשפּאַרט אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל: הכּצעק

― װאָס איז שײך װיפֿל? ― האַקט אים איבער טעמע־גיטל אין מיטן דעם „הכּצעקתה“ און טוט אַ װיש דאָס נעזל. ― זאָגט איר אײַער מקח, לאָמיר האָרכן! דאָס קאָן איך אײַך זאָגן: הערט איר? אַז װיפֿל איר װעט באַצאָלן, האַנדלט איר אַ מציאה! װײסט איר, פֿאַר װאָס? װאָרעם אַז איר קױפֿט אַװעק בײַ מיר די ציג, האָט איר אַ ציג…

― הערסטו! ― שלאָגט איר איבער דער שנײַדער אין מיטן. ― אָט דערפֿאַר װיל איך דאָך זי קױפֿן, װאָס זי איז אַ ציג, נישט קײן פּיפּערנאָטער! דאָס הײסט, איך װאָלט קײן ציג גאָר נישט געקױפֿט, איך באַדאַרף זי אױף נײַן און נײַנציק כּפּרות, נאָר אַזױ װי מײַן װײַב זאָל לעבן, ציפּע־בײלע־רײזע הײסט דאָס, האָט זיך אײַנגעשפּאַרט אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל: הכּצעק

― הערסטו! אָט דאָס זאָג איך דאָך! ― פֿאַלט אים אַרײַן טעמע־גיטל אין די רײד אַרײַן און הײבט אָן װידער אַ מאָל אױסרעכענען די מעלות פֿון איר ציג. לאָזט זי נישט דער שנײַדער און שלאָגט איר איבער אין מיטן, און אַזױ שלאָגן זײ איבער אײנס דאָס אַנדערע אַזױ לאַנג, ביז זײערע טענות גיסן זיך צונױף אינאײנעם, און עס קומט אױס אַ מישמאַש, אַ קאַשע מיט באָרשטש און מיט לאָקשן: „אַ ציג? אַ מאַמע, נישט קײן ציג… איך װאָלט קײן ציג נישט געקױפֿט… אַ „פּילע“ פֿון קלײַען… זי האָט זיך אײַנגעשפּאַרט אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל: הכּצעקתה… געלט איז קײַלעכיק… אָן עין־הרע, איר גרינג מעלקן זיך… ציפּע־בײלע־רײזע הײסט דאָס… זי עסט דען עפּעס… אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל: הכּצעקתה… דאָס איבעריקע ― שטרױ פֿונעם דאַך פֿון בית־המדרש… אַ װײַב באַדאַרף מען פֿאָלגן… אַ ציג? אַ מאַמע, נישט קײן ציג!“…

― טאָמער װאָלט שױן געװען גענוג אײַך צו ציגן, טאָמער? ― שלאָגט זײ איבער חײם־חנה דער קלוגער אין מיטן און דרײט זיך אױס מיטן פּנים צום װײַב. ― האָסטו געהערט אַ ביסל? מע האַלט אין מיטן אַן ענין האַלט מען, מכּוח „נזיקין“, און זײ: ציג־ציג! ציג־ציג! ממה־נפֿשך, אָדער פֿאַרקױף זײ די ציג, אָדער פֿאַרקױף זײ נישט די ציג. ציג־ציג! ציג־ציג! סע ציגט מיר שױן אין קאָפּ ציגט מיר!

― גערעכט! ― רופֿט זיך אָן שמעון־אלי. ― װוּ תּורה, דאָרט איז חכמה! ממה־נפֿשך, װאָס באַדאַרף מען דאָ לאַנג רײדן? לי הכּסף ולי הזהבֿ ― מײַן געלט, אײַער סחורה. זאָגט שלושה דבֿרים, אַ װאָרט און צװײ און אַ מאָריטש, װי אין מחזור שטײט געשריבן: מחספּס מפֿצפּציםמְחֻסְפָּס ― איז דער פּשט…

― װאָס טױג מיר אײַער פּשט? איר זאָגט מיר בעסער, װאָס גיט איר מיר פֿאַר דער ציג? ― מאַכט טעמע־גיטל שטילערהײט, בײגט זיך אײַן, װי אַ קעצעלע, און טוט אַ װיש די ליפּן הין און צוריק.

― אַ משל כּחרס הנשבר! ― זאָגט שמעון־אלי אױך שטילערהײט. ― װאָס הײסט, איך זאָל זאָגן? װאָס בין איך פֿאַר אַ זאָגער װאָס? איך זע, אַז ס'איז אַל תּקשו לבֿבֿכם ― אַרױסגעװאָרפֿן מײַן טירחה; איך װעל בײַ אײַך, אַ פּנים, הײַנט קײן ציג נישט קױפֿן! האָט קײן פֿאַראיבל נישט, װאָס איך האָב אײַך דעקוטשעט!…

און שמעון־אלי דרײט זיך אױס מיטן פּנים צו דער טיר און האַלט כּלומרשט בײַ אַװעקגײן.

― זעט נאָר זעט! ― מאַכט טעמע־גיטל און טוט אים אַ נעם בײַם אַרבל ― װאָס האָט איר אַזױ קײן צײַט נישט, דער טײַך ברענט? ממה־נפֿשך, עפּעס האָט איר דאָך אָנגעהױבן רײדן מכּוח אַ ציג…

בקיצור, די מלמדקע האָט געזאָגט איר מקח, דער שנײַדער האָט געזאָגט זײַן מקח; זי האָט אַראָפּגעװאָרפֿן, ער האָט אַרױפֿגעװאָרפֿן, אַ רענדל אַראָפּ, אַ רענדל אַרױף ― מע האָט זיך אױסגעגלײַכט. שמעון־אלי האָט אױסגעצײלט די ממתּקים, גענומען די ציג אױפֿן גאַרטל, טעמע־גיטל האָט באַשפּיגן דאָס געלט, װאָס זי האָט געלײזט פֿאַר דער ציג, צוגעװינטשעװעט דעם שנײַדער, ס'זאָל זײַן מיט מזל־ברכה, בשעת־מעשׂה עפּעס געשעפּטשעט שטילערהײט און געקוקט אַלע מאָל אױפֿן געלט און אױף דער ציג און האָט אַרױסבאַגלײט דעם שנײַדער מיט אַ סך ברכות:

― גײט געזונט, און זײַט געזונט, און פֿאַרנוצט געזונט, און לאָז גאָט געבן, זי זאָל זײַן אַזױ װי זי איז געװען ביז אַהער, נישט ערגער ― בעסער האָט קײן שיעור נישט, און זי זאָל זיך בײַ אײַך האַלטן און האַלטן, מעלקן און מעלקן, נישט אױפֿהערן זיך מעלקן!…

― אָמן, גם אַתּם! ― מאַכט דער שנײַדער און װיל זיך לאָזן גײן צו דער טיר, װיל די ציג נישט גײן, דרײט מיט די הערנער, שפּאַרט זיך אײַן מיט די הינטערשטע פֿיסלעך און מאַכט אױף אַ הילכיק קולכל און ציקלט זיך, װי אַ יונג חזנדל, װאָס גײט דעם ערשטן מאָל צום עמוד: מההההה פּשעי! ומהההה חטאָתי!… װי אײנער רעדט: װוּהין שלעפּט איר מיך?…

דעמאָלט איז שױן אױפֿגעשטאַנען רב חײם־חנה דער קלוגער מיט זײַן כּבֿוד, און מיטן קאַנטשיק אונטערגעהאָלפֿן אַרױספֿירן די ציג פֿון שטוב. און די חבֿרה תּלמידים האָבן זי אונטערגעטריבן:

― הײ, קאָזע! קאָזע! פּאַשאָל, קאָזע!…

און דער שנײַדער איז אַװעק אין זײַן װעג אַרײַן.

ה

ותּמאן ― און זי האָט נישט געװאָלט, די ציג הײסט דאָס, גײן מיטן שנײַדער קײן זלאָדײעװקע, בשום אופֿן־ואופֿן! זי האָט זיך געריסן צוריק אַהײם מיט אַלע כּוחות! עס האָט איר אָבער גאָר נישט געהאָלפֿן. שמעון־אלי האָט זי געשלעפּט פֿאַרן גאַרטל און האָט איר געגעבן צו פֿאַרשטײן, אַז ס'איז אַרױסגעװאָרפֿן איר דרײען זיך און איר בריקען זיך און איר מעקען, װאָס זי מעקעט. ער האָט צו איר אַזױ געזאָגט:

― עס שטײט בײַ אונדז: בעל־כּרחך אַתּה חי ― איבער נױט שלעפּסטו אױף זיך דעם גלות, מעגסט יאָ װעלן, נישט װעלן ― מע פֿרעגט בײַ דיר קײן עצות נישט. איך בין אױך אַמאָל, נישט הײַנט געדאַכט, געװען אַ פֿרײַ פֿײגעלע, אַ בחור כּהלכה ― אַ פֿײַנער, אַ יונג מיט אַ קאַמזױל און מיט סקריפּקעס, טשאַקנדיק און קנאַקנדיק; װאָס איז מיר אָפּגעגאַנגען? קאָפּװײטיק? האָט גאָט געזאָגט: לך לך מאַרצך ― קריך, שמעון־אלי, אין זאַק אַרײַן! האָב חתונה פֿאַר ציפּע־בײלע־רײזען! האָב קינדער! װער פֿאַרשװאַרצט אױף דײַנע יאָר און טעג! כּי לכך נוצרתּ ― דערױף ביסטו אַ שנײַדער!…

אַזױ האָט שמעון־אלי געטענהט צו דער ציג און איז געגאַנגען געשװינד, כּמעט געלאָפֿן. אַ װאַרעם װינטל האָט אים צעבלאָזן די פּאָלעס פֿון דער געלאַטעטער קאַפּאָטע און האָט פֿאַרגנבֿעט זיך אים אונטער די פּאות און אַ גלעט געטאָן אים בײַם בערדל, צוגעטראָגן אים צו דער נאָז אַ געשמאַקן ריח פֿון מיענטע, פֿון ראָמאַשקעס און פֿון אַנדערע פֿעלדבלומען און קרײַטער, װאָס האָבן אַ ריח פֿון בשׂמים, און װאָס זײַן נאָז איז צו זײ כּלל נישט געװױנט געװאָרן; און פֿאַר גרױס התפּעלות האָט ער אָנגעהױבן צו דאַװנען מינחה, זאָגן „פּטום־הקטורת“, אױסרעכענען אַלע גוטע זאַכן: „הצרי והצפּורן, החלבנה והלבֿונה“, און אַלע איבעריקע געװירצן, גאַנץ פֿײַן, מיט זײער אַ שײנעם ניגון, און ער האָט פֿאַרקאַטשעט זיך „אָפּטשעפּען“ אַ מינחה, אױפֿן חזנישן שטײגער, גאָר אױף אַן אַנדער אופֿן! פּלוצעם… פֿון װאַנען נעמט זיך דער שׂטן־מקטרג, דער יצר־הרע, און רױמט אים אײַן אַ סוד אין אױער אַרײַן:

― הער נאָר אױס, שמעון־אלי, דו יאָלד אײנער! װאָס האָסטו זיך דאָ אַזױ צעזונגען אױפֿן ניכטערן האַרצן? שױן באַלד נאַכט, און דו האָסט נאָך אין דײַן מױל נישט געהאַט, אַ חוץ צװײ גלעזלעך בראָנפֿן! הײַנט האָסטו דאָך עפּעס געגעבן דײַן קרובֿ דאָס הײליקע װאָרט, אַז צוריקװעגס, אם ירצה השם, מיט דער ציג, װעסטו זיך אָפּשטעלן בײַ אים עפּעס צובײַסן! געזאָגט אַ װאָרט ― איז פֿאַרפֿאַלן. אַ מױל איז נישט קײן כאָלעװע!

און שמעון־אלי האָט אָפּגעכאַפּט די שמונה־עשׂרה גאָר בקיצור, זיך אָפּגעקלאַפּט תּחנון, און איז אַרײַן צו דאָדי רענדאַר מיט אַ שׂימחה:

― אַ גוטן אָװנט אײַך, מײַן ליבער קרובֿ רב דאָדי, איך קאָן אײַך אָנזאָגן אַ בשׂורה, מזל־טובֿ, עם לבֿן גרתּי ― איך האָב שױן אײַנגעהאַנדלט אַ ציג, אָבער אַ ציג פֿון ציגנלאַנד, אַ ציג אַשר לא ציגונו אַבֿותינו! איר מעגט זי אָנקוקן און זאָגן אײַער מבֿינות ― איר זײַט דאָך עפּעס יאָ אַ יודע־ספֿר! אַנו, טרעפֿט, כּמה לקו במצרים ― װיפֿל האָב איך באַדאַרפֿט משלם זײַן?

דאָדי האָט זיך גענומען מיט דער האַנט בײַם קאָזעראָקкозирок: דאַשיק, זיך פֿאַרשטעלט פֿון דער זון, װאָס האָט געהאַלטן בײַ אונטערגײן מיט אַ גאָלדענעם פּאַס אין עק הימל, און האָט באַטראַכט די ציג, װי אַ גרױסער מבֿין, און האָט זי אָפּגעשאַצט פּונקט צװײ מאָל אַזױ פֿיל, װיפֿל דער שנײַדער האָט באַצאָלט. דערפֿון איז שמעון־אלי געװאָרן אַזױ אױפֿגעלײגט, אַז ער האָט דערלאַנגט דעם רענדאַר אַ זעץ אין פּלײצע:

― רב דאָדי סערצע! געזונט זאָלט איר מיר זײַן, צדק תּ כּדבֿריך ― איר האָט הײַנטיקס מאָל דװקא נישט געטראָפֿן. אַזױ פֿיל גליקלעכע יאָר אונדז בײדן!

דאָדי דער רענדאַר האָט אױפֿגעשטעלט אַ פּאָר ליפּן און געשאָקלט מיטן קאָפּ אָן װערטער: מפּו־פּו־פּו! װי אײנער רעדט: „אַ מציאה! אַ מציאה פֿון אַ גנבֿ!“

און שמעון־אלי האָט אײַנגעבױגן דאָס קעפּל אױף אַ זײַט, זיך אַ כאַפּ געטאָן מיטן מיטלסטן אױסגעבױגענעם פֿינגער בײַם זשילעט, גלײַך װי ער װאָלט באַדאַרפֿט אַרױסכאַפּן פֿון דאָרט אַ נאָדל און אַרײַנזעצן אין איר אין דער גיך אַ פֿאָדעם.

― נו, רב דאָדי? װאָס װעט איר עפּעס זאָגן, עמך? פֿאַרשטײען מיר אַן עסק? האַ? איר זאָלט נאָך זען, קײן עין־הרע, װי זי מעלקט זיך, װאָלט איר אַ מיתה־משונה אײַנגענומען דאָ אױפֿן אָרט!

― אַ מיתה־משונה נעם שױן בעסער אײַן אַלײן! ― רופֿט זיך אָן צו אים דאָדי.

― אָמן, גם אַתּם! ― זאָגט שמעון־אלי. ― אױב איך בין יאָ בײַ אײַך אַזאַ־נ־אָנגעלײגטער גאַסט, נעמט זשע, זײַט מוחל, רב דאָדי, די ציג, און באַשטאַט זי ערגעץ אין שטאַל, מע זאָל זי חלילה נישט אַװעקלקחענען, און איך װעל דערװײַל אַ דאַװן טאָן מעריבֿ, מינחה האָב איך געכאַפּט אין װעג, און נאָכדעם װעלן מיר מאַכן „שהכּל נהיה בדבֿרו“, און טאַקע עפּעס צובײַסן אױך, כּכּתובֿ, װי אין דער מגילה שטײט: אין קוצים בפֿרוצים ― פֿאַרן עסן גײט קײן טאַנץ נישט. שטײט אַזױ געשריבן אין דער מגילה, צי נײן?

― װאָס איז שײך? ― מאַכט דאָדי ― מסתּמא אַז דו זאָגסט, סע שטײט ― שטײט דאָס; דערױף ביסטו דאָך עפּעס אַ ייִד פֿון תּורה.

אָפּגעדאַװנט מעריבֿ און אױסגעשפּיגן צו „עלינו“, רופֿט זיך אָן דער שנײַדער צום רענדאַר:

― אַז דער צער פֿון טראָגן איז יאָ אַזױ גרױס, איז הלעיטני נאָ מן האָדום האָדום הזה ― גיסט אָן, זײַט מוחל, פֿון יענעם גרינעם פֿלעשל, און לאָמיר נעמען צו קאַפּעלעך שפּירט, און לאָמיר זײַן געזונט. געזונט דאָס איז ראשית־חכמה, װי מיר זאָגן אַלע טאָג אין דאַװנען: השכּיבֿנו לשלום

גענומען אַביסל בראָנפֿן און פֿאַרביסן, האָט זיך אונדזער שנײַדער צערעדט פֿאַר פֿײַער און פֿאַר װאַסער, מכּוח זלאָדײעװקע, מכּוח קהל, שולזאַכן, צעך, שנײַדערײַ, שער און אײַזן אונדזער פֿאָלק עמך, בשעת־מעשׂה געמאַכט אַ תּל פֿון זלאָדײעװקער גבאָים מיט די נגידים, מיט זײערע „פּאָראַדקעס“, געשװאָרן, אַז זײַן נאָמען זאָל נישט הײסן שמעון־אלי, אױב מע קאָן זײ נישט אַװעקגעבן אַלע „אױף סימביר“…

― הערט איר, רב דאָדי? ― אַזױ האָט ער אױסגעלאָזט זײַן דרשה מיט אַ תּורה, װי זײַן שטײגער איז: ― בור כּרה ויפֿרפּרהובּוֹר כָּרָה וַיַּחְפְּרֵהוּ: ער האָט געגראָבן אַ גרוב און געמאַכט טיפֿער ― עס װעט אַ רוח אין זײער פֿאָטער און מוטער אַרײַן, די בעלי־טובֿות אונדזערע מײן איך!… זײ װײסן נאָר צאַפּן בלוט, שינדן דעם אָרעמאַן, אַראָפּנעמען די הױט! פֿאַר דרײַ קאַרבן צאָל איך, הערט איר, אַ פֿערטעלע אַ װאָך! נאָר גאָר נישט, איך בין נישט קײן „קופֿץ בהאָץ“, װי זאָגט איר, לאָזן זײ איבערגײן אױף אַנדערע הענט! יבֿוא יונה ― עס װעט קומען אױף זײ אַ צײַט! נישקשה, זײ האָבן נאָך בײַ גאָט קײן קװיטל נישט אַרױסגענומען! מײַן װײַב זאָל לעבן, ציפּע־בײלע־רײזע הײסט דאָס, זאָגט מיר אַפֿילו, אַז איך בין אַ שלימזלניק, אַ לעמעשקע אַ צעקװעטשטע, װאָרעם איך זאָל װעלן, האָב איך אױף זײ אַ בײַטש… נאָר װער הערט אַ װײַב? עפּעס האָב איך דאָך אױך אַ שטיקל דעה! בײַ אונדז אין דער הײליקער תּורה שטײט בפֿירוש: והוא ימשול בך ― איר װײסט דעם פּשט פֿון די דאָזיקע װערטער? ס'איז דאָך צוקער־זיס! הערט זיך אײַן אַקאָרשט אין איטלעכס װאָרט: והוא און ער, דער מאַן הײסט דאָס, ימשול ― זאָל טון טאָן געװעלטיקן!… נאָר װאָס דען? החילות לנפּול נפֿול תּפּול ― איר האָט אָנגעהױבן גיסן, גיסט שױן אָן נאָך אַביסל בראָנפֿן, כּכּתובֿ, װי אין פּסוק שטײט: אַסקאַקורדע, דבאַרבאַנטע

װאָס װײַטער־װײַטער האָט בײַ שמעון־אלין די צונג אָנגעהױבן זיך פּלאָנטען, די אױגן קלעפּן זיך, אַזױ לאַנג און אַזױ ברײט, ביז ער האָט זיך צוגעשפּאַרט צו דער װאַנט אױף אַ װײַלע כאַפּן אַ דרעמל, און דאָס קעפּל האָט זיך אים אָנגעבױגן אַ ביסל אױף אַ זײַט, די הענט האָט ער צונױפֿגעלײגט אױפֿן האַרצן, צוגעהאַלטן דאָס צאַפּן־בערדל מיט דרײַ פֿינגער, און האָט אױסגעזען װי אַ מענטש, װאָס איז פֿאַרטיפֿט אין זײער־זײער טיפֿע מחשבֿות. ער זאָל בשעת־מעשׂה נישט געװען צופֿײַפֿן מיט דער נאָז, אונטערכאָרכלען מיטן האַלדז און בלאָזן דורך די צײן: טצ־טצ־טצ! ― װאָלט קײנער אין דער װעלט נישט געזאָגט אױף אים, אַז ער שלאָפֿט. און כאָטש ער האָט געדרעמלט, פֿון דעסטװעגן האָט דער מוח בײַ אים געאַרבעט גאַנץ געשמאַק, און עס האָט זיך אים געחלומט, אַז ער איז אין דער הײם בײַ זײַן װאַרטשיקװאַרשטאַט?. אױפֿן טיש ליגט אױסגעשפּרײט פֿאַר זײַנע אױגן אַ מין מלבוש, װאָס איז שװער צו טרעפֿן, װאָס דאָס איז. זאָל איך זאָגן, ס'איז אַ פּאָר תּחתּונים ― װוּ איז דער קראָק? קײן סימן פֿון קראָק! זאָל איך זאָגן, ס'איז אַ לײַבל אַזעלכעס ― פֿון װאַנען האָבן זיך גענומען אַזעלכע לאַנגע אַרבל? אלא װאָס דען? מוז איך לערנען דעם פּשט, אַז ס'איז לא האָ ולא האָ, נישט קײן לײַבל און נישט קײן הױזן ― װאָס זשע דען איז דאָס? עפּעס מוז דאָך עס זײַן!… שמעון־אלי קערט דאָס איבער

אױף דער לינקער זײַט ― ס'איז גאָר אַ קאַפּאָטע, און נאָך װאָסער אַ קאַפּאָטע! אַ שפּאָגל־נײַע, אַ גלאַטע, אַן אַטלעסענע, ער האָט נאָך אױף זײַן לעבן אַזאַ קאַפּאָטע אונטער דער נאָדל נישט געהאַלטן! נאָר ס'איז נישט זײַן עסק; ער נעמט אַרױס דאָס מעסערל פֿון זשילעט־קעשענע און זוכט אַ נאָט און װיל אָנהײבן טרענען די קאַפּאָטע. אַ גליק, װאָס סע באַװײַזט זיך ציפּע־בײלע־רײזע און הײבט אים אָן שילטן, באַגראָבן אין דער ערד אַרײַן.

― דעם בױך, די קישקעס זאָל מען דיר שױן טרענען, דו שלימזל אײנער, דו גרינע אוגערקע, דו שײנע פֿאַסאָליע מײַנע! דאָס איז דאָך דײַן קאַפּאָטע די שבתדיקע, װאָס איך האָב דיר געמאַכט פֿון מײַן געלט, װאָס איך האָב אָנגעקליבן פֿון דער ציג!…

און שמעון־אלי דערמאָנט זיך, אַז ער האָט אַ ציג מיט גאָטס הילף, און עס קומט אים צו אַ שטיק געזונט! ער האָט אױף זײַן לעבן נישט געזען אַזױ פֿיל קריגלעך מיט מילך! אַזױ פֿיל װאָרעטשקעס מיט קעז! און פּוטער, פּוטער גאַנצע מאַקרעטעס! הײַנט מאַסלינקע, פּיד־סמעטענע, זױערמילך מיט גאַנצע שטיקער „קריהעкріхе: ברעקלעך“, און פּוטערגעבעקס עפּעס אָן אַ שיעור, פּלעצלעך אַזעלכע מילכיקע, געבאַקן אױף פּוטער און פֿון אױבן באַשאָטן מיט זאַמד־צוקער און מיט צימערינג. און דער ריח, דער ריח! עפּעס אַ מאָדנער ריח, אַ באַקאַנטער ריח, פֿע!… ער פֿילט, װי עפּעס קריכט אים אױפֿן האַלדז צװישן קאָלנער, און אונטערן אױער, און אױפֿן פּנים, און עפּעס קיצלט אים און שטינקט אים גלײַך אין נאָז אַרײַן… ער טאַפּט מיט די פֿינגער און טאַפּט אָן אַ װאַנץ… ער עפֿנט אױף אײן אױג, דאָס אַנדערע אױג, ער כאַפּט אַ קוק אין פֿענצטער ― אױ־װײ, אַ צרה, אַ שלאַק, עס שאַריִעט אױף טאָג!…

― װאָט טיבע יוצר המאורות! גוט געכאַפּט אַ דרעמל! ― מאַכט שמעון־אלי צו זיך אַלײן און טוט אַ רײַב מיט די פּלײצעס. ער װעקט אױף דעם רענדאַר, פֿליט אַרױס אין הױף אַרײַן, עפֿנט די שטאַל, נעמט די ציג אױפֿן גאַרטל און לאָזט זיך גײן אַהײם געשװינד, פֿײַל אױסן בױגן, װי אַ מענטש װאָס האָט מורא, ער זאָל חלילה נישט פֿאַרשפּעטיקן מי־יודע װאָס!…

ו

והאשה ― און דאָס װײַב ציפּע־בײלע־רײזע, אַז זי האָט געזען, אַז דער מאַן זױמט זיך אַזױ לאַנג, האָט זי גאָר נישט געקאָנט פֿאַרשטײן, װאָס דאָס איז. זי האָט אָנגעהױבן איבערצוטראַכטן, אפֿשר האָט זיך חלילה געטראָפֿן אַן אומגליק, גזלנים זײַנען אָנגעפֿאַלן אױף איר מאַן אין װעג, צוגענומען בײַ אים די עטלעכע קערבלעך, אים געקױלעט און פֿאַרװאָרפֿן ערגעץ אין אַ גרוב, און זי איז געבליבן, חס־ושלום, אַן אײביקע עגונה מיט, קײן עין־הרע, אַזױ פֿיל קינדער, כאָטש נעם װאַרף זיך אַרײַן, שׂונאי־ציון, מיט זײ אין טײַך אַרײַן!… אַזעלכע, און כּדומה אַזעלכע, מחשבֿות האָט נעבעך ציפּע־בײלע־רײזע יענע נאַכט איבערגעטראַכט, און האָט אַפֿילו נישט צוגעמאַכט מיט קײן אױג; און אַז עס האָט אױסגעקרײט דער ערשטער האָן אױף טאָג, האָט זי געכאַפּט אױף זיך דאָס קלײדל און איז אַרױס אין דרױסן און האָט זיך געזעצט אױף דער שװעל אַרױסקוקן אױף איר מאַן, טאָמער װעט גאָט רחמנות האָבן, ער װעט קומען… „אַ שלימזל גײט אַװעק!“ ― האָט זי זיך געקלערט און זי האָט זיך צוגעגרײט אים אָפּשפּילן אַ פֿרימאָרגן, װי ער איז װערט געװען. נאָר אַז זי האָט דערזען בײַ אים הינטן צוגעבונדן בײַם גאַרטל אַ ציג, איז איר באַלד אָפּגעגאַנגען דאָס האַרץ, און זי האָט זיך אָנגערופֿן צו אים מיט גוטן:

― װאָס אַזױ לאַנג, דו קאַנאַריקל מײַנס, מאַנדל־בײגעלע? איך האָב דאָך געמײנט, ביסט שױן חלילה אין דער ערד אַרײַן, שײנער תּכשיט מײַנער, אָדער אַזױ עפּעס אַן אומגליק געטראָפֿן, חס־ושלום.

און שמעון־אלי האָט זיך צעגאַרטלט, אַװעקגעשטעלט די ציג אין הױז, און האָט אָנגעהױבן שיטן מיט װערטער, װי פֿון אַ זאַק; ער האָט איר פֿאַרדרײט די צײן.

― הערסטו, מײַן װײַב, האָב איך דיר געקױפֿט אַ ציג ― פֿון ציגנלאַנד; דאָס איז אַ ציג אַשר לא ציגונו אַבֿותינו! װי לאַנג שמײַסט מען זײ, די היגע בעל־הביתטעס, װי לאַנג זײ האָבן נאָך אַזאַ ציג נישט געזען אין חלום אַפֿילו! אַז עסן עסט זי מכּות, סך־הכּל אײן מאָל אין טאָג אַ „פּילע“ פֿון קלײַען, און דאָס איבעריקע ― אַ ביסל שטרױ פֿונעם דאַך פֿון בית־המדרש; און מילך גיט זי, קײן עין־הרע, װי אַ קו, מעלקט זיך צװײ מאָל אין טאָג ― איך האָב אַלײן געזען אַ פֿול מעלק־שעפֿל, איך זאָל אַזױ זען בײַ דיר אַלדאָס גוטס! ס'איז דען אַ ציג? ס'איז אַ מאַמע, נישט קײן ציג! אַזױ זאָגט זי, טעמע־גיטל הײסט דאָס. אַ מציאה פֿון אַ גנבֿ, כלעבן, קױם־קױם, אױסגעדונגען פֿאַר זיבנטהאַלבן קאַרבן! װיפֿל, מײנסטו, האָב איך זיך געדונגען, אײדער איך האָב זי אױסגעדונגען? אַ סך־הכּל האָט זי גאָרנישט געװאָלט פֿאַרקױפֿן קײן ציג, קױם אײַנגערעדט! אַ גאַנצע נאַכט געהאַקט האָלץ…

און ציפּע־בײלע־רײזע האָט זיך געטראַכט בשעת־מעשׂה: „נחמה־ברכה ― אַ מכּה איר אַ גרױסע! זי מײנט, אַז נאָר זי איז אַ בעל־הביתטע, נאָר זי האָט אַ ציג, און װײַטער קײנער נישט! איך האָב מורא, אַז עס װעט איר אַרױס די אױגן, אַז זי װעט דערזען, אַז ציפּע־בײלע־רײזע שמעון־אליס װײַב האָט אױך אַ ציג… און בלומע־זלאַטע? און חיה־מײטע? כּלומרשט גאָר גוטע שװעסטער! עס זאָל זײ אָנגײן כאָטש האַלב, װאָס זײ װינטשן מיר, רבונו של עולם!“… אַזױ האָט זי זיך געטראַכט און האָט אײַנגעהײצט אין אױװן, גענומען דערװײַלע צוגרײטן רעטשענע לאָקשן אױף אָנבײַסן, און שמעון־אלי האָט אָנגעטאָן טלית־ותּפֿילין און האָט זיך אַװעקגעשטעלט דאַװנען, און געשמאַק, מיט האַרץ ― ער האָט שױן לאַנג נישט געדאַװנט אַזױ װי אַצינד! ער האָט געזונגען די הללויהס, געמאַכט חזנישע שטיק, צוגעקנאַקט מיטן פֿינגער און האָט אױפֿגעװעקט מיטן זינגען אַלע קינדער. די קינדער זײַנען געװאָר געװאָרן פֿון דער מאַמען, אַז דער טאַטע האָט געבראַכט אַ ציג, און מע קאָכט לאָקשן מיט מילך, איז געװאָרן שׂשׂון־ושׂימחה, און מען איז אַראָפּגעשפּרונגען פֿון די בעטלעך אין אײנע העמדלעך און מע האָט זיך גענומען פֿאַר די הענטלעך, און מע האָט געכאַפּט אַ טענצל, בשעת־מעשׂה צוגעזונגען אַ לידל, װאָס איז בײַ זײ נאָר־װאָס באַשאַפֿן געװאָרן:

אַ ציג, אַ ציג, אַ ציגעלע!
דער טאַטע האָט געבראַכט אַ ציגעלע!
דאָס ציגעלע װעט געבן מי־לעך!
די מאַמע װעט קאָכן לאָק־שן!…

געקוקט אױף די קינדער, װי זײ זינגען און טאַנצן, איז שמעון־אלי געװאָרן ברײטער װי לענגער. ער האָט זיך געטראַכט: „קינדער נעבעך, זשעדנע אַ ביסל מילך… נישקשה, איר װעט שױן הײַנט, אַם ירצה השם, זײַן זאַט… אַלע טאָג אַ גלעזל מילך, און קאַשע מיט מילך, און צו דער טײ מילך ―, אַ ציג איז טאַקע אַ געזונט אין די בײנער!… װאָס איז מיר אַצינדערט פֿישל בעל־טאַקסע? איך הער אים, װי דעם קאָטער! ער װיל נישט געבן קײן פֿלײש, נאָר בײנער? לאָז ער זיך װאַרגן מיט די בײנער! װאָס דאַרף איך זײַן פֿלײש, אַז איך האָב, קײן עין־הרע, מילך?… אַי, שבת? ― אױף שבת קױפֿט מען פֿיש. װוּ שטײט דאָס, אַז אַ ייִד מוז עסן פֿלײש? איך האָב אין ערגעץ נישט געזען אַזאַ דין!… אַלע ייִדן זאָלן מיך װעלן פֿאָלגן, װאָלטן זײ אַלע געקױפֿט ציגן; דעמאָלט װאָלט אונדזער בעל־טאַקסע שײן אױסגעזען מיטן בײַכל! עס װאָלט שױן דעמאָלט אַ רוח אין זײַן טאַטנס טאַטן אַרײַן!“…

אַזױ האָט זיך געטראַכט „שמעון־אלי שמע־קולנו“ און האָט צונױפֿגעלײגט די תּפֿילין, און האָט זיך געװאַשן, געמאַכט המוציא און צוגעגרײט זיך צו דער מילכיקער סעודה. עפֿנט זיך די טיר און עס קומט אַרײַן ציפּע־בײלע־רײזע מיט אַ לײדיק טעפּל, רױט װי פֿײַער, אין כּעס מיט סכּנת־נפֿשות, און אַ רעגן פֿון קללות און חרמות האָט זיך אָנגעהױבן שיטן אױף שמעון־אליס קאָפּ! נישט קײן קללות זײַנען דאָס געװען ― שטײנער זײַנען געפֿאַלן פֿונעם הימל, פּעך און שװעבל האָט זיך געגאָסן פֿון ציפּע־בײלע־רײזעס מױל:

― דעם טאַטן דײַנעם דעם שיכּור זאָל עס אַרױסװאַרפֿן, דיך אַרײַנװאַרפֿן! אַ שטײן, אַ בײן זאָל פֿון דיר װערן! כּף־הקלע זאָלסטו גײן! געשאָסן זאָלסטו װערן פֿון אַ ביקס! הענגען און טרינקען, ברענען און בראָטן, שנײַדן און בראָקן! גײ זע, דו גזלן, דו רוצח, דו משומד אײנער, װאָס פֿאַר אַ ציג דו האָסט מיר געבראַכט! אַ װיסטער, אַ פֿינצטערער חלום אױף דײַן קאָפּ און אױף דײַנע הענט און פֿיס, רבונו של עולם, זיסער פֿאָטער, האַרציקער געטרײַער!…

דאָס איבעריקע האָט שױן שמעון־אלי נישט געהערט. ער האָט אָנגערוקט דאָס היטל און איז אַרױס פֿון הױז אָנקוקן דאָס אומגליק, װאָס אים האָט געטראָפֿן.

אַרױסגעגאַנגען אין דרױסן צו דער ציג און דערזען דעם שײנעם תּכשיט, װי ער שטײט צוגעבונדן צום פֿלעקל פֿון דער טיר און מעלה־גרהט זיך קאַלטבלוטיק, איז ער געבליבן שטײן אין דער הינערפּלעט, נישט געװוּסט, װאָס טוט מען? װוּהין גײט מען? געשטאַנען, געטראַכט, געטראַכט, און אַ זאָג געטאָן צו זיך אַלײן: „תּמות נפֿשי עם פּלשתּים“ ― עס װעט אַ רוח אין זײער טאַטנס טאַטן אַרײַן, דעם מלמד מיט דער מלמדקע! זײ האָבן געפֿונען, מיט װעמען צו טרײַבן קאַטאָװעס! איך װעל זײ געבן אַ קאַטאָװעס, װעט זײ זײַן װיסט און פֿינצטער דאַכט זיך, גאָר אַ נעבעכל אָט דער מלמד, מישט זיך כּלומרשט נישט אין געשעפֿט, און צום סוף אַזאַ מעשׂה! נישט אומזיסט האָבן די תּלמידים געכיכיקעט בשעת דער רבי האָט מיך אַרױסגעמשלחט מיט דער ציג און די רביצין האָט מיר צוגעװינטשעװעט, זי זאָל זיך בײַ מיר מעלקן און מעלקן… איך װיל זײ געבן אַ מעלקן! איך װעל בײַ זײ אַרױסמעלקן דאָס דם־התּמצית פֿון די קאָזאָדאָיעװקער כּלי־קודש, טונעיאַדצעס, קאַטאָװעס־טרײַבער!…

אַזױ האָט זיך געטראַכט „שמעון־אלי שמע־קולנו“ און האָט זיך געלאָזט גײן צוריק קײן קאָזאָדאָיעװקע מיט דער דעה, ער זאָל זײ אָפּשפּילן אַ װיװאַט, װי זײ זײַנען װערט!

געגאַנגען פֿאַרבײַ דער דעמבענער קרעטשמע און דערזען דעם רענדאַר אױף דער טיר מיטן ליולקע־ציבעקל אין די צײן, האָט זיך אונדזער שנײַדער צעלאַכט נאָך פֿון דער װײַטן.

― װאָס איז פֿאַר אַ שׂימחה אױף דיר, ― פֿרעגט אים דאָדי ― װאָס דו לאַכסט אַזױ?

― טוט אַ קוק, זײַט מוחל, אפֿשר װעט איר אױך לאַכן? ― זאָגט צו אים דער שנײַדער און הײבט אָן לאַכן נאָך שטאַרקער, גלײַך װי צען שדים װאָלטן אים געקיצלט. ― נו, װי געפֿעלט אײַך, אַ שטײגער, רב דאָדי, אַזאַ שלאַק? כּל האָדם כּוזבֿ ― װוּ ערגעץ אַ צרה דאַרף עס טרעפֿן מיך! איר פֿאַרשטײט אַ מעשׂה? איך האָב דאָס געהאַט אַ פּסק פֿון מײַן װײַב זאָל לעבן, ציפּע־בײלע־רײזע הײסט דאָס; זי האָט מיר געגעבן ברכבֿ ובסוסים ― אױף שיסל און אױף טעלער, און דװקא אױפֿן ניכטערן האַרצן, עס זאָל נאָר פֿאַלן אױפֿן מלמד מיט דער מלמדקע! מאָלט אײַך, איך װעל זײ נישט שװײַגן, עס װעט זײַן עין תּחת עין ― אַ פּאַטש פֿאַר אַ פּאַטש! איך האָב פֿײַנט, אַז מע טרײַבט מיט מיר אַזעלכע קאַטאָװעסלעך. אַנו, גיט נאָר לעת־עתּה, רב דאָדי, פֿאַר האַרצװײטיק אַ גלעזל שפּירט, דורכשװענקען דעם האַלדז, איך זאָל כאָטש כּוח האָבן צו רײדן און די נשמה זאָל נישט קליאַקנען… לחײם, רב דאָדי, לאָמיר זײַן ייִדן, דאָס איז דער עיקר, כּכּתובֿ, װי עס שטײט געשריבן: היום הרת עולם ― נאָר נישט געזאָרגט! זײַט זיכער, איך װעל זײ שױן אָפּשפּילן אַ פֿרימאָרגן. איך װעל זײ באַװײַזן, װי אַזױ מע טרײַבט קאַטאָװעס מיט צעך, שער און אײַזן אונדזער פֿאָלק עמך!

― װער האָט דיר געזאָגט, אַז ס'איז אַ קאַטאָװעס? ― מאַכט דער רענדאַר גאַנץ תּמעװאַטע און פּיפּקעט מיטן ליולקעלע. ― אפֿשר איז בײַ אײַך דאָרט אַרױס אַ טעות אין די רײד?

שמעון־אלי איז אַזש אונטערגעשפּרונגען פֿאַר כּעס.

― משל כּחרס הנשבר! װאָס רעדט איר? איר װײסט, װאָס איר רעדט? איך קום צו זײ לכתּחילה קױפֿן אַ ציג, און רײד מיט זײ ברחל בתך הנאַקעטע: אַ ציג! זאָגט איר גאָר דאָס!…

דאָדי פּיפּקעט מיטן ליולקעלע, קנײטשט מיט די פּלײצעס און צעפֿירט מיט די הענט, װי אײנער רעדט: „װאָס בין איך שולדיק? איך בין דאָך אַװדאי גאָט די נשמה שולדיק!“…

און שמעון־אלי כאַפּט די ציג און לאָזט זיך גײן קײן קאָזאָדאָיעװקע, וחמתו בערה בו ― און עס ברענט אין אים אַ פֿײַער.

ז

והמלמד ― און דער מלמד האָט זיך געטאָן זײַן מלאָכה, דאָס הײסט, ער איז געזעסן און געקנעלט מיט זײַנע תּלמידים, געלערנט אַלץ יענעם ענין פֿון „נזיקין“, און זײער געשרײ האָט זיך געלאָזט הערן איבערן גאַנצן שולהױף: כּשכּשה בזנבֿה ― זי האָט אַ זעץ געטאָן מיטן װײדל, די בהמה, ושברה את הכּד ― און זי האָט צעבראָכן דאָס קריגל“…

― על ישׂראל ועל רבנן ועל תּלמידהון ― אַ גוטער מאָרגן זאָל אײַך זײַן, רבי, מיט אײַערע תּלמידים! ― זאָגט שמעון־אלי. ― איר מעגט מפֿסיק זײַן אױף אַ מינוט, נישקשה, די בהמה װעט נישט אַנטלױפֿן און דאָס צעבראָכענע קריגל װעט שױן במילא גאַנץ נישט װערן. װאָס טױג מיר גרױס ― איר האָט מיר אָפּגעטאָן אַ רעכט שפּיצל, טאַקע אױף קאַטאָװעס, נאָר װאָס דען? אָהבֿתּי כּי ישמע לי ― איך האָב פֿײַנט אַזעלכע קאַטאָװעסלעך! איר האָט דאָך געהערט מסתּמא די מעשׂה פֿון יענע צװײ ייִדן, װאָס זײַנען געװען ערבֿ שבת אין מרחץ אױף דער אײבערשטער באַנק? רופֿט זיך אָן אײנער צום אַנדערן: „נאַ דיר מײַן בעזעמל און שמײַס מיך אָפּ“. איז זיך מישבֿ יענער און טײלט אים אײַן, װי עס געהער צו זײַן, צעקאַרדאַשעט דאָס לײַב ביזן בלוט אַרײַן. זאָגט צו אים דער געשמיסענער: „די מעשׂה דערפֿון איז אַזױ. אױב דו האָסט זיך געװאָלט מיט מיר אָפּרעכענען דאָ, אױף דער אײבערשטער באַנק, בשעת איך ליג אַ נאַקעטער און דו האָסט אַ בעזעמל אין האַנט, ― מהיכא־תּיתי, ביסטו גערעכט; נאָר טאָמער מײנסטו דאָס אױף קאַטאָװעס, זאָג איך דיר, אַז איך האַלט נישט פֿון אַזעלכע קאַטאָװעסלעך!“…

― אַקעגן װאָס איז דער משל? ― פֿרעגט אים דער מלמד, טוט אױס די ברילן און קראַצט זיך מיט זײ אין אױער.

― דער משל ― מאַכט שמעון־אלי ― איז טאַקע אַקעגן אײַך אַלײן מיט דער שײנער ציג, װאָס איר האָט מיר אַרײַנגערוקט בשגגה, דאָס הײסט אױף אַ געלעכטער. פֿון אַזאַ געלעכטער, הערט איר, קאָן אײַך אַרױסװאַקסן אַ געלעכטער אױפֿן פּופּיק! מײנט נישט, אַז איר האָט צו טאָן מיט גלאַט עפּעס אַ פּאַלגע; איך בין שמעון־אלי חײט מק″ק זלאָדײעװקע, חבֿרהמאַן אין צעך און גבאי אין שנײַדערשן שולכן, שער און אײַזן אונדזער פֿאָלק עמך!

בײַ די לעצטע װערטער איז שמעון־אלי אַזש אונטערגעשפּרונגען, און דער מלמד האָט אָנגעטאָן צוריק די ברילן און האָט באַטראַכט דעם שנײַדער, װי אַ מענטשן, װאָס רעדט פֿון היץ, און דער גאַנצער חדר האָט זיך געשטיקט פֿון געלעכטער.

למה הרעות לעם הזה ― װאָס קוקט איר מיך אָן, װי אַ בײזער מאַרשעליק? ― רופֿט זיך אָן דער שנײַדער שױן מיט כּעס. ― איך קום צו אײַך צו גײן און קױף בײַ אײַך אַ ציג, גײט איר און רוקט מיר אַרײַן דער רוח װײס װאָס!

― סע געפֿעלט אײַך נישט די ציג? ― פֿרעגט אים דער מלמד בתּמימות.

― די ציג, זאָגט איר? ס'איז אַזױ אַ ציג, װי איר זײַט גובערנאַטאָר!

דער גאַנצער חדר שיסט אױס אַ געלעכטער, און עס קומט אָן טעמע־גיטל די שטילשװײַגנדיקע, און דאָ הײבט זיך ערשט אָן די רעכטע חתונה: שמעון־אלי רעדט און טעמע־גיטל רעדט אים איבער; דער רבי זיצט און קוקט, די תּלמידים לאַכן; זײ רײדן בײדע אַזױ לאַנג, ביז טעמע־גיטל װערט אין כּעס, כאַפּט דעם שנײַדער פֿאַרן האַנט און שלעפּט אים.

― קומט, קומט צום רבֿ! לאָזן כאָטש ייִדן זען, װי אַ זלאָדײעװקער שנײַדער טשעפּעט זיך! טראַכט אױס אַ בילבול!

― קומט! ― זאָגט שמעון־אלי. ― אַדרבא, לאָזן מענטשן זען, װי ערלעכע ייִדן, כּלי־קודש כּלומרשט, דערטאַפּן אַ פֿרעמדן מענטשן און מאַכן פֿון אים אַ האַנטשירקע, װי מיר זאָגן אין לאַנגן והוא־רחום: ללעג ולקלעמעניש… קומט טאַקע איר אױך, רבי־לעבן! ― מאַכט ער צום מלמד. און רב חײם־חנה טוט אָן דעם פּליסענעם קאַשקעט אױף דער יאַרמעלקע און עס בלײַבט, אַז זײ גײען צום רבֿ אַלע פֿיר, דאָס הײסט: דער שנײַדער, די מלמדקע, דער מלמד און די ציג.

אַז די קאָמפּאַניע איז געקומען צום רבֿ, האָבן זײ געטראָפֿן דעם רבֿ אין אַ ציצן כאַלאַטל װישן די הענט און זאָגן „אַשר יצר“ פּאַװאָלינקע, מיט כּװנה, נישט געכאַפּט, געקװעטשט איטלעכס װאָרט באַזונדער: נקבֿים, נק־בֿים! חלולים, חלו־לים!… און אַז ער האָט זיך אָפּגעפֿאַרטיקט מיט אַלצדינג אַרום און אַרום, האָט ער צונױפֿגענומען דאָס כאַלאַטל און האָט זיך באַזעצט אױף זײַן שטול, װאָס איז געװען אָן אַ געזעסל, נאָר פֿיסלעך מיט פּאַרענטשעס אַלטע, גלאַנצנדיקע און שאָקלענדיקע, װי אַלטע צײן בײַ אַן אַלטן מענטשן, װאָס װאָלטן שױן לאַנג באַדאַרפֿט אַרױספֿאַלן, נאָר זײ האַלטן זיך אױף נסים.

אױסגעהערט בײדע צדדים, װאָס האָבן נישט געלאָזט רײדן אײנער דעם אַנדערן, האָט דער רבֿ געשיקט רופֿן דעם דײַן מיטן שוחט, מיט די איבעריקע פֿאָרנעמסטע לײַט פֿון שטאָט, די „שיבֿעה־טובֿי־העיר“, און האָט זיך אָנגערופֿן צום שנײַדער בזה־הלשון:

― דערצײל, זײַ מוחל, נאָך אַ מאָל די מעשׂה פֿון אָנהײב ביזן סוף, און נאָכדעם װעט זי דערצײלן.

און שמעון־אלי דער שנײַדער האָט זיך נישט געפֿױלט איבערחזרן נאָך אַמאָל און נאָך אַמאָל די אײגענע מעשׂה פֿונעם אָנהײב אָן, אַז ער הײסט שמעון־אלי חײט מק″ק זלאָדײעװקע, חבֿרה־מאַן אין צעך און גבאי אין שולכן, כאָטש ער טענהט מיט זײ: קטנתּי מכּל הצרות ― איך דאַרף עס אױף כּפּרות, לא מעוקצך ולא מדוקצך ― איך בין אײַך מוחל די פּעטש און װיל נישט קײן כּבֿוד! זאָגן זײ: שׂמלך לך קצין תּהיה לנו ― פּעטש זאָלסטו כאַפּן און גבאי זאָלסטו זײַן… הקיצור, ער האָט זיך אַװעקגעלאָזט אַהער קײן קאָזאָדאָיעװקע נאָך אַ ציג; דאָס הײסט, ער װאָלט קײן ציג נישט געקױפֿט ― ער באַדאַרף זי אױף נײַן און נײַנציק כּפּרות; נאָר אַזױ װי ער האָט אַ װײַב זאָל לעבן, ציפּע־בײלע־רײזע הײסט דאָס, האָט זי אים נישט געלאָזט אָטעמען: הכּצעקתה ― זי װיל אַ ציג… און אַ װײַב, זאָגט איר, באַדאַרף מען פֿאָלגן, איז ער געקומען צו רב חײם־חנה דעם גמרא־מלמד און דינגט בײַ אים אַ ציג און רעדט אױס „ברחל בתך הנאַקעטע“: אַ ציג. צום סוף לאָזט זיך אױס, אַז מע האָט בײַ אים צוגענומען די עטלעכע קערבלעך און מע האָט אים אַרײַנגערוקט דער רוח װײס װאָס, אױף קאַטאָװעס הײסט דאָס, און ער, שמעון־אלי, האָט פֿײַנט אַזעלכע קאַטאָװעסלעך!… איר האָט דאָך געהערט מסתּמא די מעשׂה מיט יענע צװײ ייִדן, װאָס זײַנען פֿרײַטיק אין באָד…?

און שמעון־אלי דער שנײַדער חזרט איבער דעם משל פֿון דער באָד נאָך אַ מאָל, און דער רבֿ מיט די דײנים מיט די שיבֿעה־טובֿי־העיר לאַכן.

― האָבן מיר אױסגעהערט אײן צד. ― רופֿט זיך אָן דער רבֿ. ― אַצינד לאָמיר האָרכן דעם אַנדערן צד.

שטײט אױף רב חײם־חנה דער קלוגער, רוקט־אָן דאָס היטל אױף דער יאַרמעלקע און הײבט־אָן בזה־הלשון:

― שמעו־נאָ, רבותי! די מעשׂה איז אַזױ געװען די מעשׂה: איך בין געזעסן און געלערנט מיט די תּלמידים בין איך געזעסן, סדר נזיקין האָב איך געלערנט, בבֿא־קמא ― יאָ, בבֿא־קמא… קומט אַרײַן אָט דער ייִד פֿון זלאָדײעװקע אָט דער, און זאָגט, אַז ער איז אַ זלאָדײעװקער, פֿון זלאָדײעװקע זאָגט ער, און גיט אָפּ שלום גיט ער מיר אָפּ, און דערצײלט מיר אַ גאַנצע מעשׂה דערצײלט ער מיר, אַז ער איז אַלײן אַ זלאָדײעװקער, פֿון זלאָדײעװקע הײסט דאָס, איז ער, און האָט אַ װײַב האָט ער, הײסט זי ציפּע־בײלע־רײזע הײסט זי ― יאָ ציפּע־בײלע־רײזע הײסט זי… אַזױ, דאַכט זיך?

דער מלמד בײגט זיך אָן צום שנײַדער, און דער שנײַדער, װאָס האַלט זיך די גאַנצע צײַט בײַם בערדל, שטײט מיט צוגעמאַכטע אױגן, דאָס קעפּל אַביסל אױף אַ זײַט, און שאָקלט זיך און זאָגט אױף זײַן לשון:

אמת ויציבֿ ונכון! זי הײסט אַלע דרײַ נעמען: ציפּע און בײלע און רײזע. אַזױ האָט מען איר אַ נאָמען געגעבן, און אַזױ רופֿט מען זי פֿון זינט איך קען זיך מיט איר שױן פּאַװאָלינקע אַ יאָר דרײַסיק. נאָר לאָמיר האָרכן, װאָס װעט איר װײַטער זאָגן, ידידי? איר פֿאַררעדט נאָר נישט די צײן! איר רעדט בעסער עסק, על הראשונים ועל האַחרונים ― װאָס איך האָב גערעדט און װאָס איר האָט גערעדט, װי שלמה המלך זאָגט: „<<אין חדש תּחת השמש“ ― קײן חכמות גײט נישט אָן…

― איך װײס גאָר נישט איך! ― מאַכט דער מלמד דערשראָקן און באַװײַזט אױף דער מלמדקע. ― זי האָט מיט אים גערעדט זי, זי האָט מיט אים געהאַנדלט זי. איך װײס גאָר נישט איך!

― אַצינד ― זאָגט דער רבֿ ― לאָמיר האָרכן, װאָס װעט זי עפּעס זאָגן?

און דער רבֿ באַװײַזט מיטן פֿינגער אױף דער מלמדקע, און טעמע־גיטל די שטילשװײַגנדיקע װישט זיך אָפּ די ליפּן, שפּאַרט זיך אונטער מיט אַ האַנט, און מיט דער אַנדערער האַנט הײבט זי אָן צו טענהן גיך, אָן אַן אָפּשטעל, און דאָס פּנים בשעת־מעשׂה פֿלאַמט איר װי אַ פֿײַער.

― הערט זשע אױס, ייִדישע קינדער, די מעשׂה דערפֿון איז אַזױ: אָט דער ייִד, דער זלאָדײעװקער שנײַדער הײסט דאָס, זאָל מיר מוחל זײַן, איז… איז אָדער אַ משוגענער, אָדער אַ שיכּור, אָדער איך װײס אַלײן ניט װאָס! איר האָט געהערט אַ מעשׂה? אַ ייִד קומט צו מיר צו גײן אַזש פֿון זלאָדײעװקע אָט דער דאָזיקער, און טשעפּעט זיך װי אַ קלעק, אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל, איך זאָל אים פֿאַרקױפֿן אַ ציג, איך האָב געהאַט צװײ, און דערצײלט מיר דערבײַ אַ פּיזמון, אַז ער װאָלט קײן ציג נישט געקױפֿט, ער באַדאַרף זי אױף כּ־כּ כּפּרות, נאָר אַזױ װי ער האָט אַ װײַב, ציפּע־בײלע־רײזע הײסט זי, האָט זי זיך אײַנגעשפּאַרט אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל ― אַ ציג! און אַ װײַב, זאָגט ער, באַדאַרף מען פֿאָלגן, איר פֿאַרשטײט אַ משל? טענה איך: װאָס גײט דאָס מיך אָן? איר װילט בײַ מיך אַװעקקױפֿן אַ ציג, פֿאַרקױף איך אײַך, דאָס הײסט, איך װאָלט קײן ציג גאָר נישט פֿאַרקױפֿט פֿאַר קײן געלט, װאָרעם װאָס איז געלט? געלט איז קײַלעכיק. געלט גײט אַװעק און אַ ציג בלײַבט אַ ציג, ובפֿרט נאָך אַזאַ ציג ― ס'איז דען אַ ציג? ס'איז אַ מאַמע, נישט קײן ציג! קײן עין־הרע, איר גרינג מעלקן זיך, איר מילך געבן, הײַנט איך עסן מישטײנס געזאָגט, זי עסט דען עפּעס? אײן מאָל אין טאָג אַ „פּילע“ פֿון קלײַען, דאָס איבעריקע אַ ביסל שטרױ פֿונעם דאַך פֿון בית־המדרש. נאָר צוריק שמועסנדיק האָב איך מיך מישבֿ געװען אַזױ: איך האָב דאָך, קײן עין־הרע צװײ ציגן, און געלט איז אַ יצר־הרע… בקיצור, דאָ האָט זיך שױן אַרײַנגעמישט מײַן מאַן, זאָל לעבן, און מיר זײַנען דורכגעקומען מיטן שנײַדער פֿאַרן מקח ― מײנט איר, װיפֿל? נישט מער זאָלן מײַנע שׂונאים פֿאַרמאָגן, רבונו של עולם! און איך האָב אים אָפּגעגעבן די ציג, אױף אַלע מײַנע ליבע געזאָגט געװאָרן אַזאַ ציג. ס'איז דען אַ ציג? אַ מאַמע, נישט קײן ציג! קומט ער צו גײן, דער שנײַדער, מיט אַ בילבול, ס'איז נישט קײן ציג, זאָגט ער! שאַ, װײסט איר װאָס? אָט שטײט זי. גיט, זײַט מוחל, אַהער אַ מעלקשעפֿל, װעל איך זי אױסמעלקן פֿאַר אײַך אין די אױגן!

און זי האָט אַנטליִען בײַ דער רביצין דאָס מעלקשעפֿל און האָט אױסגעמאָלקן די ציג פֿאַר אַלעמען אין די אױגן, צוגעטראָגן דאָס שעפֿל מיט מילך איטלעכן באַזונדער, פֿריִער, געװײנטלעך, דעם רבֿ, נאָכדעם די דײנים, און נאָכדעם די שיבֿעה־טובֿי־העיר, און דעם איבעריקן עולם, און ס'איז געװאָרן בײַם רבֿ אין שטוב אַ ליאַרעם, אַ געפּילדער ― הימל עפֿן זיך! דער האָט געזאָגט: מע באַדאַרף קנסענען דעם זלאָדײעװקער שנײַדער, ער זאָל שטעלן משקה! דער האָט געזאָגט: קנסענען אַלײן איז נאָך װינציק ― מע באַדאַרף בײַ אים צונעמען די ציג! און דער האָט געזאָגט: נײן, די ציג איז אַ ציג, לאָז ער זיך עלטערן מיט איר אין עושר און אין כּבֿוד; מע באַדאַרף אים מכבד זײַן מיט גוטע עטלעכע פּאַנטאָפֿל און אַרױסװאַרפֿן מיט דער ציג אינאײנעם צו אַלדי שװאַרצע יאָר!

דערזען אַזאַ מעשׂה, האָט זיך שמעון־אלי פּאַװאָלינקע אַרױסגערוקט פֿונעם רבֿס שטוב און האָט געמאַכט פּליטה.

ח

וישׂא החײט את רגליו ― און דער שנײַדער האָט גענומען די פֿיס אױף די פּלײצעס און איז אַװעק מיט דער ציג אַהײם גיך און געשװינד, װי אַ מענטש, װאָס לױפֿט פֿון אַ שׂרפֿה. ער האָט זיך אַרומגעקוקט, צי מע יאָגט אים חלילה נישט נאָך, און האָט געדאַנקט גאָט, װאָס ער איז אַרױס „חנם אין כּסף ― טרוקן אָן פּעטש“…

דורכגעגאַנגען פֿאַרבײַ דער דעמבענער קרעטשמע, האָט זיך שמעון־אלי געקלערט: „מכּות װעסטו בײַ מיר װיסן דעם אמת!“ און ער האָט פֿאַרלײקנט פֿאַר דאָדין די גאַנצע מעשׂה.

― נו, װאָס הערט זיך? ― פֿרעגט אים דאָדי כּלומרשט נײַגעריק.

― װאָס זאָל זיך הערן? ― זאָגט שמעון־אלי. ― פֿאַר מיר האָט מען דרך־ארץ! מיט מיר טרײַבט מען נישט קײן קאַטאָװעס, כּי אָדם אַני ולא פּאַרך ― איך בין דאָך עפּעס נישט קײן ייִנגעלע! איך האָב דאָס אַ ביסל געעפֿנט אױף זײ אַ פּה־קדוש, זיך פֿאַרהערט אַ ביסל מיטן מלמד אין תּורה, לאָזט זיך אױס, אַז איך װײס בעסער פֿון אים, װאָס אין די קלײנע אותיות טוט זיך… בקיצור־הדבֿר, זײ האָבן מיך איבערגעבעטן און געגעבן מיר די ציג, װאָס איך האָב געקױפֿט. אָט איז זי. נאַט אײַך זי אױף אַ מינוט, כּכּתובֿ, װי אין פּסוק שטײט: הנפֿש קח לך והרכוש תּן לי ― נעמט אײַך דעם נפֿש און מיר גיט אַ ביסל בראָנפֿן.

„גענוג ער איז אַ גדלן, איז ער נאָך אַ ליגנער אױך!“ ― טראַכט זיך דאָדי דער רענדאַר. ― „מע באַדאַרף מיט אים מאַכן נאָך אַ מאָל דאָס אײגענע שפּיל און הערן, װאָס װעט ער זאָגן װײַטער?“

און צום שנײַדער האָט ער געזאָגט:

― איך האָב פֿון דײַנעט װעגן, שמעון־אלי, אַ גלעזל אַלטן „װישניק“, אױב דו האָסט חשק.

― פֿונעם ײן־המשומר? ― מאַכט שמעון־אלי און באַלעקט זיך אַזש. ― מהיכא־תּיתי, װײַזט אַהער, װעלן מיר אײַך זאָגן אַ מבֿינות; איך װײס, אַז בײַ אײַך דאַרף זײַן אַ גוט גלעזל װישניק, נאָר לאַו אָדם כּוזבֿ ― נישט איטלעכער איז דערױף אַ מבֿין.

אױסגעטרונקען דאָס ערשטע גלעזל, האָט זיך בײַ אונדזער שנײַדער אױפֿגעבונדן די צונג און ער רופֿט זיך אָן צום רענדאַר:

― זאָגט נאָר, מײַן ליבער קרובֿ, איר זײַט דאָך עפּעס אַ ייִד, װאָס קאַטאָרי איר זײַט נישט קײן נאַר, כלעבן, און איר קערט זיך אָן מיט אַלערלײ מענטשן; זאָגט מיר נאָר, איר גלײבט אין כּישוף? פֿאַרבלענדעניש?

― דהײַנו? ― פֿרעגט אים דאָדי תּמעװאַטע.

― דהײַנו ― זאָגט שמעון־אלי ― אַ דיבוק, אַ לץ, אַ נישט־גוטער, אַ גילגול?…

― אַקעגן װאָס זאָגסטו דאָס? ― מאַכט דאָדי מיט אַ תּמעװאַטן פּנים און פּיפּקעט מיטן ליולקעלע.

― איך שמועס עס גלאַט אַזױ אַקעגן דרינען. ― זאָגט „שמעון־אלי שמע־קולנו“ און הערט נישט אױף צו רײדן פֿון גילגולים, פֿון מכשפֿים, פֿון מכשפֿות, שדים און רוחות, לצים, שרעטעלעך, װאָװקעלאַקעס. דאָדי הערט־צו כּלומרשט מיט קאָפּ, פּיפּקעט מיטן ליולקעלע; נאָכדעם שפּײַט ער אױס און רופֿט זיך אָן צום שנײַדער:

― דו װײסט, שמעון־אלי, װאָס איך װעל דיר דערצײלן? איך װעל הײַנטיקע נאַכט, דאַכט מיר, מורא האָבן שלאָפֿן. איך װעל דיר זאָגן דעם אמת, פֿאַר מתים האָב איך תּמיד מורא געהאַט, נאָר פֿון הײַנט אָן הײב איך שױן אָן גלײבן אין גילגולים און אין לצים אױך…

― אַ ברירה האָט איר? ― מאַכט צו אים דער שנײַדער. ― פּרוּװט נישט גלײבן! ― אַנו, לאָז זיך נאָר אַרײַנכאַפּן צו אײַך עפּעס אַ רעכטער לץ און אָנהײבן פּראַװען זײַנע רעכטע שטיק: איבערקערן אײַך די דײזשע באָרשטש, אױסגיסן דאָס װאַסער, אױסטרינקען אַלע קריגלעך, איבערברעכן אײַך אַלע טעפּלעך, פֿאַרקניפּן די ציצית פֿונעם טלית־קטן, אַרײַנװאַרפֿן אײַך אַ קאַץ אין בעט אַרײַן, און די קאַץ זאָל ליגן בײַ אײַך אױפֿן האַרצן, װי צען פּוד משׂא, און איר זאָלט זיך נישט קאָנען רירן, און אַז איר װעט אױפֿשטײן, זאָל אײַך די קאַץ קוקן גלײַך אין די אױגן אַרײַן, װי אַ זינדיקער מענטש…

― גענוג! גענוג! ― מאַכט דער רענדאַר, שפּײַט אױס און פֿאַרװאַרפֿט מיט די הענט. ― גענוג דיר שױן צו דערצײלן אַקעגן נאַכט אַזעלכע מעשׂיות!

― זײַט מיר געזונט, רב דאָדי, האָט קײן פֿאַראיבל נישט, װאָס איך האָב אײַך אַ ביסל דעקוטשעט; איר װײסט אַלײן, אַז איך בין נישט שולדיק, כּכּתובֿ, װי אין פּסוק שטײט: לא היו דבֿרים ― ניע מיאַלאַ באַבאַ כלאָפּאָטעне мала баба клопоту: די באָבע האָט ניט געהאַט קײן צרות… אַ גוטע נאַכט!

ט

כּשבא החײט ― אַז דער שנײַדער איז געקומען אַהײם, איז ער אַרײַן אין שטוב אַרײַן מיט אַ ירגזון, גאַנץ ברײטלעך, און האָט געװאָלט געבן אַ פּעטשאַטעק זײַן װײַב, װי זי איז װערט; נאָר ער האָט זיך אײַנגעהאַלטן מיט אַלע כּוחות. ער האָט זיך געטראַכט: „עט, אַ ייִדענע בלײַבט אַ ייִדענע! לאָז מײַנס איבערגײן!“ און פֿון דרך־שלום װעגן האָט ער דערצײלט פֿאַר זײַן װײַב אַ שײנעם ליגן.

― הערסטו, ציפּע־בײלע־רײזע מײַן ברודער? פֿאַר מיר האָט מען, אַ פּנים, פֿאָרט דרך־ארץ. מילא, װאָס דער מלמד מיט דער מלמדקע האָבן פֿון מיר געהאַט ― בין איך דיר מוחל; איך האָב זײ געגעבן, װיפֿל עס איז אין זײ אַרײַן! און חוץ־לזה האָב איך זײ אַװעקגעשלעפּט צום רבֿ, האָט דער רבֿ אָפּגעפּסקנט, אַז זײ באַדאַרפֿן צאָלן קנס, װאָרעם אַז אַזאַ ייִד, װי שמעון־אלי, קומט צו זײ האַנדלען אַ ציג, באַדאַרף זײַן בײַ זײ דער גרעסטער כּבֿוד, װאָרעם אָט דער שמעון־אלי, זאָגט דער רבֿ, איז אַ ייִד קאַטאָרי װעלכער…

ציפּע־בײלע־רײזע האָט אָבער מער נישט געװאָלט אױסהערן די שבֿחים, װאָס מע לײגט אױף איר מאַן. זי האָט שױן געװאָלט אָנקוקן װאָס גיכער די אמתע ציג, װאָס איר מאַן האָט געבראַכט; האָט זי געכאַפּט דאָס טעפּל און איז אַװעק אין הױז אױסמעלקן די ציג. און עס האָט נישט לאַנג געדױערט און ציפּע־בײלע־רײזע איז אַרײַנגעלאָפֿן אין שטוב אַרײַן שױן אָן װערטער; זי האָט אָנגענומען שמעון־אלין מחילה פֿון הינטן בײַם קאָלנער און האָט אים מיט דרײַ גוטע סטוסאַקעס אַרױסגעװאָרפֿן מיט דער שײנער ציג אינאײנעם „צו אַלדי שװאַרצע װיסטע פֿינצטערע יאָר!“…

געבליבן אין דרױסן מיט דער שײנער ציג, האָבן זיך אַרום דעם שנײַדער צונױפֿגעקליבן אַ גאַנץ רעדל ייִדן, װײַבער און קינדער, און האָבן אױסגעהערט די חידושים, װאָס שמעון־אלי האָט זײ דערצײלט, אַז די דאָזיקע ציג, װאָס ער האַלט אױפֿן גאַרטל, איז נאָר דאָרט, אין קאָזאָדאָיעװקע, אַ ציג, װאָס מעלקט זיך און גיט מילך, נאָר קױם קומט ער מיט איר אַהער, אַזױ װערט זי אױס ציג… שמעון־אלי האָט געשװאָרן מיט כּל־השבֿועות, מע מעג גלײבן אַ משומד, אַז ער אַלײן האָט געזען מיט זײַנע אױגן, װי מע האָט זי אױסגעמאָלקן בײַם רבֿ אין שטוב און אָנגעמאָלקן אַ פֿול מעלקשעפֿל מיט מילך… אַ סך מענטשן האָבן זיך אָפּגעשטעלט, באַטראַכט די ציג גאַנץ ערנסט, איבערגעפֿרעגט די מעשׂה נאָך אַ מאָל און נאָך אַ מאָל, און שטאַרק געחידושט זיך… אַנדערע האָבן געלאַכט, געמאַכט חוזק און געזאָגט װערטלעך, און אַנדערע האָבן געשאָקלט מיטן קאָפּ, אױסגעשפּיגן און אַ זאָג געטאָן:

― אַ שײנע ציג! ס'איז אַזױ אַ ציג, װי איך בין אַ רביצין.

― װאָס דען איז דאָס?

― אַ גילגול! איר זעט ניט, אַז ס'איז אַ גילגול?…

דאָס װאָרט „גילגול“ װערט אונטערגעכאַפּט פֿונעם גאַנצן עולם; עס װערן דערצײלט אַלערלײ מעשׂיות פֿון גילגולים, װאָס האָבן זיך געטראָפֿן דאָ אין זלאָדײעװקע, אין קאָזאָדאָיעװקע, אין יאַמפּעלע, אין פּישי־יאַבעדע, אין כאַפּלאַפּאָװיטש, אין פּעטשי־כװאָסט ― אױף דער גאַנצער װעלט! װער װײס נישט די מעשׂה מיט לײזער־װאָלפֿס פֿערדל, װאָס מע האָט דאָס געמוזט אַרױספֿירן הינטער דער שטאָט, הרגענען און מקבר זײַן אין תּכריכים?… צי, אַ שטײגער, װער האָט נישט געהערט די מעשׂה מיטן פֿערטל עוף, װאָס בשעת מע האָט דאָס דערלאַנגט שבת צום טיש, האָט דאָס אָנגעהױבן צו רירן מיטן פֿליגעלע?… וכדומה אַזעלכע אמתע מעשׂיות.

אַז שמעון־אלי האָט זיך געלאָזט גײן װײַטער, האָבן אים אַ גאַנצע קאָמאַנדע פֿון חדר־ייִנגלעך באַגלײט מיט כּבֿוד. זײ האָבן אים נאָכגעשריִען:

― הוראַ, שמע־קולנו! הוראַ, מעלקנדיקער שנײַדער!

דער גאַנצער עולם האָט זיך געהאַלטן בײַ די זײַטן פֿון געלעכטער.

דאָ האָט שױן שמעון־אלין אָנגענומען פֿאַרן האַרצן; גענוג ער האָט אַזאַ אַן אומגליק, מאַכט מען נאָך פֿון אים חוזק! איז ער אַװעק מיט דער ציג איבער דער שטאָט, האָט געמאַכט אַ גװאַלד צװישן חבֿרה „פּועל־צדק“: סטײַטש, װאָס שװײַגט מען? ער האָט זײ דערצײלט די גאַנצע מעשׂה, װאָס מע האָט אים אָפּגעטאָן אין קאָזאָדאָיעװקע, זײ באַװיזן די ציג… האָט מען באַלד געשיקט נאָך בראָנפֿן, און ס'איז געבליבן, מע זאָל גײן צום רבֿ, צו די דײנים און צו די איבעריקע „שיבֿעה־טובֿי־העיר“, מע זאָל שרײַען פֿאַר זײ, אײַנלײגן די װעלט: סטײַטש, װוּ איז דאָס געהערט געװאָרן אַזאַ רציחה, מע זאָל דערטאַפּן אַן אָרעמען ייִדן אַ שנײַדער, בײַ אים אױסנאַרן די לעצטע עטלעכע קערבלעך, אים פֿאַרקױפֿן כּלומרשט אַ ציג און אַרײַנשטופּן אים דער רוח װײס װאָס? און נאָך מאַכן פֿון אים חוזק שױן דאָס אַנדערע מאָל? אַזאַ מעשׂה האָט זיך דאָך נישט פֿאַרלאָפֿן אַפֿילו אין סדום!

און חבֿרה „פּועל־צדק “, זײַנען געקומען צום רבֿ, צו די דײנים און צו די איבעריקע „שיבֿעה־טובֿי־העיר“, האָבן געשריגן פֿאַר זײ, אײַנגעלײגט די װעלט: סטײַטש, װוּ איז דאָס געהערט געװאָרן אַזאַ רציחה, מע זאָל דערטאַפּן אַן אָרעמען ייִדן אַ שנײַדער, אױסנאַרן בײַ אים די לעצטע עטלעכע קערבלעך, אים פֿאַרקױפֿן כּלומרשט אַ ציג און אַרײַנשטופּן אים דער רוח װײס װאָס שױן דאָס אַנדערע מאָל? אַזאַ מעשׂה האָט זיך דאָך נישט פֿאַרלאָפֿן אַפֿילו אין סדום!…

און דער רבֿ מיט די דײנים מיט די איבעריקע „שיבֿעה־טובֿי־העיר“ האָבן אױסגעהערט די טענות, האָבן זיך צונױפֿגעקליבן אױף דער נאַכט אַלע בײַם רבֿ אױף אַן אַסיפֿה, און ס'איז געבליבן, מע זאָל טאַקע דאָ אױפֿן אָרט אָנשרײַבן אַ רעכטן בריװ צו די קאָזאָדאָיעװקער רבנים, דײנים און די איבעריקע „שיבֿעה־טובֿי־העיר“ און די זלאָדײעװקער רבנים, דײנים און די איבעריקע „שיבֿעה־טובֿי־העיר“ האָבן זיך אַװעקגעזעצט און האָבן אָנגעשריבן אַ בריװ צו די קאָזאָדאָיעװקער רבנים, דײנים און די „שיבֿעה־טובֿי־העיר“ אױף לשון־הקודש אין זײער אַ שײנער מליצה. אָט איז דער בריװ אות־באות:

„לכּבֿוד צו די רבנים, דײנים, חכמים גאונים מפֿורסמים, זײַלן פֿון דער װעלט, װאָס דאָס גאַנצע הױז פֿון ישׂראל איז אָנגעלענט אױף זײ. פֿריד זאָל זײַן צו אײַך און פֿריד זאָל זײַן צו אַלע ייִדן פֿון דער הײליקער קהילה אין קאָזאָדאָיעװקע און אַלדאָס גוטס זאָל טאָן רוען אױף זײערע קעפּ, אָמן.

„היות כּפֿי אונדזערע אױערן האָבן געטאָן רעדן, אַז ס'איז געטאָן געװאָרן זײער אַ גרױסע עװלה צו אײנעם פֿון אונדזערע שטאָט־לײַט, רב שמעון־אלי ב″ר בענדיט־לײב חײט, װאָס מע רופֿט אים שמעון־אלי שמע־קולנו, הײנו: צװײ פֿון אײַערע לײַט, המלמד רב חײם־חנה מיט זײַן פּלונית מרת טעמע־גיטל שתּחיה, האָבן אױסגענאַרט מיט קלוגשאַפֿט בײַ אונדזער שנײַדער געלט, סך זיבעטהאַלבן רובל זילבער, װאָס זײ האָבן אַרײַנגעטאָן צו זיך אין די כּלים און האָבן אָפּגעװישט די ליפּן און זאָגן: מיר האָבן נישט געטאָן קײן אומרעכט ― און אַזױ טוט זיך נישט בײַ ייִדן! מיר אַלע, װאָס שטײען אונטן געחתמעט, זאָגן עדות, אַז דער דאָזיקער שנײַדער איז אַן אָרעמער בעל־מלאָכה און אַ מטופּל מיט קינדער, װאָס איז זיך מפֿרנס ערלעך מיט אײגענער האָרעװאַניע, און דוד המלך האָט דאָך שױן לאַנג געזאָגט אין תּהלים: יגיע כּפּיך כּי תּאכל ― די מידקײט פֿון דײַנע הענט, אַז דו װעסט טאָן עסן, װעט דיר זײַן אַז װױל און גוט, זאָגן אונדזערע חכמים: דער פּשט איז: װױל אױף דער װעלט און גוט אױף יענער װעלט. בכן, טוען מיר אײַך בעטן, איר זאָלט באַלד חוקר־ודורש זײַן דערױף, װאָס ס'איז געטאָן געװאָרן, און אײַער מישפּט זאָל אַרױס װי די זון, און איר זאָלט מקײם פּסק זײַן אײנס פֿון די צװײ: אָדער מע זאָל אומקערן דעם שנײַדער זײַן געלט בשלימות, אָדער מע זאָל אים אַרױסגעבן זײַן ציג, װאָס ער האָט געקױפֿט, מחמת די ציג, װאָס ער האָט געבראַכט צו פֿירן, איז נישט קײן ציג!… דאָס קאָן אײַך די גאַנצע שטאָט גײן שװערן אַ שבֿועה דאורײתא… און לאָז זײַן שלום צװישן ייִדן, װי אונדזערע חכמים האָבן געזאָגט: נישטאָ נאָך אַזאַ געבענטשט כּלי פֿאַר ייִדן װי שלום. שלום זאָל זײַן צו אײַך, שלום צום װײַטסטן און צום נאָענטסטן, שלום צו אַלע ייִדן, אָמן!

נאום הרבֿ בהרבֿ ז″ל… ונאום הרבֿ בהרבֿ ז″ל… ונאום ברוך קאַפּאָטע, זרח פּופּיק, פֿישל װיקידײַלאָ, חײם קװיטש, ניסל קאַטשען, מאָטל שאָלעכץ, יהושע־העשל קישקיש

י

בלילה ההוא ― אין יענער נאַכט האָט געשײַנט די לבֿנה און האָט אַראָפּגעקוקט אַראָפּ אױף זלאָדײעװקע מיט אירע פֿינצטערע האַלב־אײַנגעפֿאַלענע הײַזלעך, װאָס שטײען צונױפֿגעקװעטשט, אָן הױפֿן, אָן בײמלעך, אָן פּאַרקאַנעס. װי אַ בית־עלמין זעט אױס בײַנאַכט די שטאָט, אַן אַלטער בית־עלמין מיט אַלטע מצבֿות, װאָס אַ סך פֿון זײ שטײען אָנגעבױגן כּורעים, און אַ סך װאָלטן שױן לאַנג אײַנגעפֿאַלן, װען זײ זאָלן נישט זײַן אונטערגעשפּאַרט מיט קלעצער. און כאָטש די לופֿט איז דאָרט נישט אַזױ פֿױגלדיק, און די ריחות פֿונעם מאַרק און פֿונעם שולהױף זײַנען עפּעס הױך װי אַ מױער, ― פֿון דעסטװעגן זײַנען אַלע מענטשן אַרױס, װי טאַראַקאַנעס פֿון די לעכער, ייִדן און װײַבער, אַלטע לײַט און קלײנע קינדער, „כאַפּן אַ לופֿטל“ נאָך דעם הײסן ברענענדיקן טאָג. דער עולם האָט זיך אױסגעזעצט אױף די שװעלן אַ ביסל שמועסן, פּלאַפּלען דבֿרים־בטלים, אָדער גלאַט אַזױ קוקן אַרױף אין הימל אַרײַן, באַטראַכטן די צורה פֿון דער לבֿנה, מיט די מילי־מיליאַסן שטערן, װאָס אַז מע זאָל זײַן מיט אַכצן קעפּ, איז אוממעגלעך זײ איבערצוצײלן!

אין יענער נאַכט האָט זיך שמעון־אלי דער שנײַדער אַרומגעדרײט אײנער אַלײן אין אַלע הינטערגעסלעך מיטן תּכשיט, װאָס ער האָט אײַנגעהאַנדלט אין קאָזאָדאָיעװקע, זיך געהיט פֿאַר די װײַסע־חבֿרהניקעס, מע זאָל אים נישט דערזען. ער האָט גערעכנט, אַז עס װעט װערן טאָג, זאָל ער זיך װידער לאָזן אין װעג אַרײַן, און דערװײַל האָט ער זיך אַרײַנגעכאַפּט צו האָדל דער אַקציזניטשקע אין שענקל, נעמען פֿאַר האַרצװײטיק אַ ביסל בראָנפֿן און אױסרײדן זיך אַ ביסל דאָס האַרץ, זיך האַלטן מיט איר אַן עצה מכּוח דעם אומגליק, װאָס ער האָט אױף זיך גענומען.

האָדל די אַקציזניטשקע איז געװען אַ װײַבל אַן אַלמנה, אַ „מאַנצבילשער קאָפּ“, אױסגעבונדן מיט גאַנץ „נאַטשאַלסטװע“ און אַ גוטע שװעסטער מיט אַלע בעלי־מלאָכות אין שטאָט. פֿון װאַנען נעמט זיך דער נאָמען „אַקציזניטשקע“? איבער אַ מעשׂה, װאָס זי איז מײדלװײַז געװען זײער אַ שײנע, אַ יפֿת־תּואר; האָט אַן אַקציזניק, זײער אַ רײַכער, זי דערזען אײנמאָל דורכפֿאָרנדיק פֿאַרבײַ זלאָדײעװקע, בשעת זי האָט געטראָגן גענדז צום שוחט; האָט זי דער אַקציזניק אָפּגעשטעלט און אַ פֿרעג געטאָן:

― מײדל, װעמענס ביסטו?

האָט זי זיך פֿאַרשעמט, צעלאַכט און איז אַנטלאָפֿן געװאָרן; האָט מען איר פֿון דעמאָלט אָן אַ נאָמען געגעבן „די אַקציזניטשקע“… אַנדערע זאָגן, אַז דער אַקציזניק איז געװען בײַ איר נאָכדעם אין דער הײם, גערעדט מיט איר טאַטן, נחמיה װינאָקור, געװאָלט פֿאַר איר חתונה האָבן, זי נעמען װי זי שטײט און גײט און נאָך צוצאָלן איר טאַטן אין בײַטל אַרײַן. איז שױן כּמעט געװען „תּנאָים“, האָט דאָס שטעטל זי גענומען אין די מײַלער אַרײַן, איז צעקראָכן געװאָרן דער שידוך, און זי האָט גאָר חתונה געהאַט נאָכדעם אַ שטילע חתונה פֿאַר עפּעס אַ שלימזל, אַ חולה־נופֿלדיקן; האָט זי שטאַרק געװײנט, נישט געװאָלט גײן צו דער חופּה, האָט זיך דעמאָלט די גאַנצע שטאָט געװיגט. מע האָט געזאָגט, אַז זי איז גאָר געװען פֿאַרקאָכט אינעם אַקציזניק, און מע האָט געמאַכט אַ לידל אױף איר, װאָס װײַבלעך און מײדלעך זינגען דאָס נאָך עד־היום אין זלאָדײעװקע: דאָס לידל הײבט זיך אָן מיט די װערטער:

„די לבֿנה האָט געשײַנט,
האַלב נאַכט איז געװען ―
און האָדעלע זיצט בײַ דער טיר…“
און עס לאָזט זיך אױס מיט די װערטער:
„איך האָב דיך ליב, דושינקע,
גאָר אָן אַן עק,
איך קאָן אַזש נישט לעבן אָן דיר!“

אָט דאָס איז געװען האָדל די אַקציזניטשקע, און פֿאַר איר האָט דאָס אונדזער שנײַדער אױסגעגאָסן זײַן ביטער האַרץ: דערצײלט אַלצדינג, װאָס בײַ אים אױף דער נשמה טוט זיך, און געבעטן, זי זאָל אים געבן אַן עצה: װאָס טוט מען?

― װאָס טוט מען? איר זײַט דאָך עפּעס יאָ, װי דוד המלך זאָגט אין שיר־השירים: שחורה אַני ונאָוה ― װער ס'איז שײן, איר זײַט בײדע זאַכן… גיט מיר אַן עצה: װאָס טוט מען?

― װאָס זאָל מען טאָן? ― זאָגט צו אים האָדל און שפּײַט אױס. ― איר זעט דען נישט, אַז ס'איז אַ גילגול? װאָס װעט איר זיך האַלטן מיט דער באָמבע? נעמט און װאַרפֿט אים אַרױס צו אַלדי שװאַרצע יאָר! איר קאָנט נאָך האָבן, חס־ושלום, דעם אײגענעם פּסק, װאָס מײַן מומע פּערל האָט געהאַט, לאָז זי זײַן װײַט אָפּגעשײדט פֿון מיר, זי איז שױן אױף דער אמתער װעלט.

― דהײַנו? ― פֿרעגט שמעון־אלי דערשראָקן.

― דהײַנו, ― זאָגט האָדל מיט אַ זיפֿץ ― מײַן מומע פּערל, עליה־השלום, איז געװען אַן ערלעכע ייִדענע, אַ כּשרע. אונדזער משפּחה זײַנען אַלע ערלעכע… כאָטש דאָ, אין דעם װיסטן זלאָדײעװקע, פֿאַרברענט זאָל דאָס װערן, האָט מען ליב באַרעדן איטלעכן באַזונדער, געװײנטלעך, הינטער די אױגן, װאָרעם אין די אױגן זײַנען זײ גרױסע חניפֿהניקעס, קוצעניו־מוצעניו… בקיצור, מײַן מומע פּערל, עליה־השלום, איז אײנמאָל געגאַנגען אין מאַרק, זעט זי: עס ליגט אַ קנײַלעכן באַװל אױף דער ערד. איז זי זיך מישבֿ: אַ קנײַלעכן באַװל קומט צו־נוץ; בײגט זי זיך אָן און הײבט דאָס אױף. זי נעמט דאָס קנײַלעכן באַװל און לאָזט זיך גײן, טוט דאָס איר אַ שפּרונג אין פּנים אַרײַן און אַ פֿאַל אױף דער ערד. בײגט זי זיך אָן מסתּמא נאָך אַמאָל און הײבט דאָס אױף, טוט דאָס איר װידער אַ שפּרונג אין פּנים אַרײַן און אַ פֿאַל אױף דער ערד. בײגט זי זיך װידער אַמאָל אָן, נעמט דאָס װידער אַ מאָל, טוט דאָס איר װידער אַ שפּרונג אין פּנים און פֿאַל אױף דער ערד. איז זי זיך מישבֿ און טוט אַ שפּײַ אױפֿן קנײַלעכן באַװל (כאַפּט דאָס דער װאַטן־מאַכער!), און װיל שױן גײן אַהײם. זי טוט אַ קוק ― דאָס קנײַלעכן באַװל קאַטשעט זיך איר נאָך; זי פּרוּװט זיך לױפֿן ― דאָס קנײַלעכן באַװל קאַטשעט זיך. בקיצור, זי איז געקומען אַהײם אַ טױטע נעבעך, געפֿאַלן חלשות, און האָט נאָכדעם אָפּגעקרענקט אפֿשר אַ יאָר כּסדר. װאָס, מײנט איר, איז דאָס געװען, אַ שטײגער? אַנו, טרעפֿט?…

― עט! כּולם אַהובֿים, כּולם ברורים ― אַלע װײַבער זײַנען אױף אײן שניט! ― זאָגט שמעון־אלי. ― ס'איז באַבסקע מעשׂיות, פּוסטע מילן, באָצרעס, פּידרעך מיט לאַקריצע! מע זאָל זיך װעלן צוהערן, װאָס װײַבער פּלעטשען, װאָלט מען באַדאַרפֿט מורא האָבן פֿאַרן אײגענעם שאָטן, כּכּתובֿ, װי אין פּסוק שטײט געשריבן: נשים דעתּן קלות ― װײַבער זײַנען גענדז… נאָר גאָר נישט, היום הרת עולם ― נישט געזאָרגט! האָט אײַך אַ גוטע נאַכט.

און שמעון־אלי דער שנײַדער לאָזט זיך גײן װײַטער.

די נאַכט האָט זיך אױסגעשטערנט. די לבֿנה האָט געשפּאַצירט צװישן שטיקער װאָלקן, װאָס זעען אױס, װי הױכע טונקעלע בערג, באַלײגט מיט זילבער. מיט אַ האַלבן פּנים האָט די לבֿנה אַראָפּגעקוקט אױף דער שטאָט זלאָדײעװקע, װאָס האָט געהאַלטן אין רעכטן שלאָף. אַ טײל באַלעבאַטים, װאָס האָבן מורא פֿאַר װאַנצן, האָבן זיך אַריבערגעפּעקלט מיטן בעטגעװאַנט אין דרױסן, זיך איבערגעדעקט מיט די געלע לײַלעכער איבערן קאָפּ, געכראָפּעט גאַנץ געשמאַק און געזען זיסע חלומות: חלומות פֿון פּדיון אױפֿן יריד, פֿון לײזונג אַ סך, פֿון אַ פֿאַרדינסטל אַ גראָבס; חלומות פֿון אַ פּריץ זײער אַ װױלן, פֿון אַ געשעפֿטל אַ גוטס; חלומות פֿון אַ שטיקל ברױט פֿון פּרנסה בכּבֿוד און פֿון כּבֿוד אַלײן ― פֿאַרשײדענע חלומות!… מע זעט נישט אױף דער גאַס קײן לעבעדיקן נפֿש; מע הערט נישט קײן פּיפּס אין ערגעץ, ― אַפֿילו די יאַטקע־הינט, װאָס האָבן זיך גענוג אָנגעבילט און אָנגעמאָרדעװעט דורכן טאָג, האָבן זיך אײַנגענורעט צװישן די קלעצלעך, באַהאַלטן די מאָרדעס צװישן די לאַפּעס ― און שאַ! זעלטן־זעלטן כאַפּט זיך אַרױס בײַ זײ אַ האַלבער „האַו“, בשעת עס חלומט זיך זײ עפּעס אַ בײנדל, װאָס אַנדערע הינט שאַרפֿן זיך דערױף די צײן, אָדער בשעת עס דאַכט זיך זײ, אַז אַ פֿליג האָט זיך פֿאַרקליבן אין אױער אַרײַן און רױמט זײ אײַן אַ סוד… זעלטן־זעלטן פֿליט דורך אַ נאַרישער זשוק מיט צעלאָזטע פֿליגל, דרײט זיך און שװעבט אין דער לופֿטן אױף אײן אָרט, זשומעט װי אַ סטרונע פֿון אַ באַס און מאַכט: זששש! טוט אַ פֿאַל אָן דער ערד און װערט אַנטשװיגן… אַפֿילו דער שטאָט־שומר, װאָס אַלע נאַכט גײט ער אַרום, היט די קלײטן און קלאַפּט מיט צװײ שטעקלעך: קלאַ! קלאַ!… קלאַ! קלאַ!… האָט הײַנטיקס מאָל, װי אױף צו להכעיס, אױסגעטרונקען, האָט זיך צוגעשפּאַרט צו אַ װאַנט און איז געשמאַק אַנטשלאָפֿן געװאָרן… אין דער דאָזיקער שטילער נאַכט דרײט זיך אום שמעון־אלי דער שנײַדער אײנער אַלײן איבער דער גאַנצער שטאָט, און ער װײס נישט, צי זאָל ער גײן, צי זאָל ער שטײן, צי זאָל ער זיצן… און ער גײט אַרום און רעדט צו זיך אַלײן שטילערהײט:

― ואָתאָ שונרא ואָכלה לגדיא ― נע מאַלאַ באַבאַ כלאָפּאָטע ― קופּילע סאָבי קאָנאַ!не мала баба клопоту - купила собі коня: די באָבע האָט ניט געהאַט קײן צרות, האָט זי געקױפֿט אַ פֿערד… לאָז קומען אַ פּאָהיבעל אױף דער דאָזיקער ציג! אַ ציג?… ח־ח־ח־חד גדיא! חד גדיא!

ער צעלאַכט זיך און שרעקט זיך איבער פֿאַר זײַן אײגענעם געלעכטער. בשעת־מעשׂה גײט ער דורך פֿאַרבײַ דער „קאַלטער שול“, װאָס האָט אַ שם מיט אירע מתים, װאָס דאַװנען דאָרטן אַלע שבת־צו־נאַכטס, אָנגעטאָן אין װײַסע קיטלען און אין טליתים, און עס דאַכט זיך אים, װי ער הערט עפּעס אַ מין געזאַנג: או־או־או! װי אַ װינט, װאָס בלאָזט אין קױמען אַרײַן װינטער בײַנאַכט… ער טרעט־אָפּ פֿון דער „קאַלטער שול“, לאָזט זיך גײן אין דער גױיִשער גאַס, דערהערט ער אַ קול „ פּצססס!“ דאָס פֿײַפֿט אַ פּוהאַטש, װאָס האָט זיך פֿאַרקליבן גאַנץ אױבן, אױפֿן שפּיץ קלױסטער… עס פֿאַלט אױף אים אָן אַ שרעקלעכע מרה־שחורה, אַ פּחד, מיט סכּנת־נפֿשות! נאָר ער שטאַרקט זיך, ער מאַכט זיך אַ האַרץ און װיל זאָגן עפּעס אַ פּסוק, אַזעלכן, װאָס מע זאָגט בײַנאַכט, אַז מע זאָל קײן מורא נישט האָבן; האָט ער אָבער פֿאַרגעסן דעם פּסוק, אַרױסגעפֿלױגן פֿונעם קאָפּ! און מעשׂה־שׂטן, קומען אים אַקעגן דװקא אַלערלײ מוראדיקע בילדער פֿון באַקאַנטע, װאָס זײַנען שױן לאַנג אױף דער אמתער װעלט… און ער דערמאָנט זיך אָן אַ סך שרעקלעכע מעשׂיות, װאָס ער האָט זיך אָנגעהערט אױף זײַן לעבן: מעשׂיות מיט שדים, מיט רוחות און מיט לצים אינעם געשטאַלט פֿון קעלבלעך… מעשׂיות מיט שרעטעלעך, װאָס לױפֿן װי אױף רעדלעך, מיט װאָװקעלאַקעס, װאָס גײען אױף די הענט, מיט מינים באַשעפֿענישן, װאָס קוקן אױף אײן אױג… מעשׂיות מיט לעבעדיקע מתים, װאָס גײען־אום אין עולם־התּוהו, אָנגעטאָן אין תּכריכים… שמעון־אלי פּועלט בײַ זיך, אַז די דאָזיקע ציג, װאָס ער פֿירט זיך מיט איר אַרום, איז נישט קײן ציג, נאָר אַ גילגול, אָדער אַ לץ, װאָס אָט באַלד שטעלט ער אים אַרױס אַ צונג אױף צען אַרשין, אָדער ער טוט אַ פּאַטש מיט די פֿליגל און טוט אַ געשרײ איבער דער גאַנצער שטאָט: „קו־קאַ־רי־קו!“… שמעון־אלי פֿילט, אַז עס הײבט זיך אים דער מוח; שטעלט ער זיך אָפּ אױף אַ װײַלע, בינדט־אָפּ דעם גאַרטל; ער װיל פּטור װערן פֿון דער באָמבע. װער? װאָס? דער שײנער בחור שטײט, ער װיל נישט אָפּטרעטן פֿונעם שנײַדער אױף אַ מינוט אַפֿילו! שמעון־אלי פּרוּװט זיך לאָזן גײן אַ פּאָר טריט ― ער גײט אים נאָך; ער נעמט זיך רעכטס ― גײט ער רעכטס; ער נעמט זיך לינקס ― ער גײט לינקס…

― שמע ישׂראל! ― שרײַט אױס שמעון־אלי נישט מיט זײַן קול און לאָזט זיך לױפֿן אין דער װעלט אַרײַן. און אַזױ װי ער לױפֿט, דאַכט זיך אים, אַז עמעצער יאָגט אים און מעקעט אים נאָך אױף אַ דין ציגן קולכל און רעדט צו אים, װי אַ מענטש, און זינגט, װי אַ חזן:

― מ־־־לך ממית ומחיה!… ונ־א־א־א־א־א־מן אַתּה להחיות מתים!…

יא

בבוקר ― אין דער פֿרי, אַז ייִדן זײַנען אױפֿגעשטאַנען גײן דאַװנען, װײַבער ― אין מאַרק אַרײַן, און מײדלעך ― צו דער טשערעדע, האָט מען געפֿונען שמעון־אלי דעם שנײַדער זיצן אױף דער ערד, און נעבן אים די שײנע ציג זיצט, די פֿיסלעך אונטער זיך, מעלה־גרהט און שאָקלט מיטן בערדל. מע גײט צו צום שנײַדער, מע רעדט צו אים ― ער ענטפֿערט נישט אַ װאָרט; ער זיצט און קוקט, װי אַ לײמענער גולם… איז באַלד געװאָרן אַ רעדל, אַן אָנגעלױף פֿון דער גאָרער שטאָט, אַ גערעדערײַ, אַ ליאַרעם, אַ געפּילדער ביזן הימל: שמעון־אלי… ציג… שמע־קולנו… גילגול… לץ… װאָװקעלאַקע… נישט־גוטער… פֿאַרשטעלט… געפֿירט ― געפֿאָרן רײַטנדיק אַ גאַנצע נאַכט… געמוטשעט… פֿאַרמוטשעט“… בשעת־מעשׂה זײַנען געפֿלױגן גענוג ליגנס: איטלעכער האָט דערצײלט, אַז ער האָט אַלײן געזען אים פֿאָרן רײַטנדיק…

― װער איז געפֿאָרן אױף װעמען? ― פֿרעגט אַ ייִד און שטעקט אַרײַן דעם קאָפּ אין רעדל אַרײַן. ― שמעון־אלי אױף דער ציג, צי די ציג אױף שמעון־אלין?

דער גאַנצער עולם שיסט אױס אַ געלעכטער.

― אַז אָך און װײ איז צו אײַך מיט אײַער געלעכטער! ― רופֿט זיך אָן אַ ייִד אַ בעל־מלאָכה. ― ייִדן מיט בערד! באַװײַבטע! טאַטעס פֿון קינדער! שעמען מעגט איר זיך אין אײַער װײַטן האַלדז אַרײַן! װאָס האָט איר זיך צונױפֿגעקליבן אַהער צו לאַכן? איר זעט נישט, אַז דער שנײַדער איז אױס מענטש, נעבעך טױט־קראַנק? בעסער פֿירט אים אָפּ אַהײם און שיקט רופֿן דעם רופֿא, נישט שטײן אָט־אַ־דאָ און שטשירען די צײן, אַ רוח אין אײַער טאַטנס טאַטן אַרײַן!!!

די דאָזיקע װערטער האָט דער בעל־מלאָכה אױסגעשאָסן, װי פֿון אַ האַרמאַט, און דער עולם האָט אױפֿגעהערט צו לאַכן. דער האָט זיך אַ װאָרף געטאָן נאָך װאַסער, דער איז אַװעקגעלאָפֿן צו יודל דעם רופֿא. מע האָט גענומען שמעון־אלי דעם שנײַדער, מחילה, אונטער די הענט און מע האָט אים אָפּגעפֿירט אַהײם און אַרײַנגעלײגט אין בעט אַרײַן. באַלד איז געקומען צו לױפֿן יודל דער רופֿא מיט זײַן גאַנץ קלאַפּער־געצײַג און האָט אים געגעבן „גרױס ראַטוניק“: ער האָט אים געשטעלט באַנקעס און פּיאַװקעס און געשלאָגן צו דער אָדער, געצאַפּט בלוט אָן אַ שיעור.

― װאָס מער בלוט מע װעט אים אָפּצאַפּן, ― אַזױ האָט יודל אַלײן געזאָגט ― װעט אַלץ זײַן בעסער, מחמת אַלע שלאַפֿקײטן, ניט דאָ געדאַכט, נעמען זיך פֿון אינעװײניק, פֿון די „געבליטן“. ― אַזױ האָט יודל דער רופֿא געגעבן צו פֿאַרשטײן די „חכמת הדאָקטאָריע“, און האָט צוגעזאָגט, אַז אױף דער נאַכט, אם ירצה השם, װעט ער אַרײַנקומען נאָך אַ מאָל. און אַז ציפּע־בײלע־רײזע האָט אַ קוק געטאָן אױף איר מאַן, װי ער ליגט נעבעך, דער שלימזל, אױף דעם צעבראָכענעם טאָפּטשאַן, מיט אַ סך שמאַטעס אײַנגעדעקט, די אױגן אַרױף, די ליפּן פֿאַרשמאַכט, רעדט פֿון היץ, עס קלעפּט זיך נישט אַ װאָרט צו אַ װאָרט, ― האָט זי אָנגעהױבן צו ברעכן די הענט, שלאָגן זיך קאָפּ אָן װאַנט, װײנען, יאָמערן און קלאָגן מיט דעם נוסח, װאָס מע באַװײנט אַ טױטן:

― װײ איז מיר, װינד איז מיר, אַ דונער איז מיר אַ גרױ־סער! אױף װעמען לאָזסטו מיך אי־בער מיט מײַנע קלײנע קינ־דער?!…

און די קינדער, נאַקעטע און באָרװעסע נעבעך, האָבן זיך צונױפֿגעקליבן אַרום דער אָרעמער מאַמע און האָבן איר געהאָלפֿן װײנען. די עלטערע האָבן געװײנט שטילערהײט, באַהאַלטן די פּנימער, געשלונגען די טרערן; און די קלענערע, װאָס האָבן נישט פֿאַרשטאַנען, װאָס דאָ טוט זיך, האָבן גלאַט געװײנט אױף אַ קול, װאָס װײַטער אַלץ העכער און העכער; און אַפֿילו גאָר דאָס קלײניטשקע, אַ ייִנגעלע פֿון אַ יאָר דרײַ, מיט אַן אױסגעמוטשעט געל פּנימל, האָט זיך צוגערוקט צו דער מוטער מיט זײַנע אױסגעבױגענע קרומע פֿיסלעך און מיטן גראָבן בײַכעלע, בײדע הענטלעך אַרײַנגערוקט אין קעפּל און האָט גענומען גאָר אַ הױכן טאָן: „מאַמע, װיל עעעסן!!!“ דאָס אַלצדינג אינאײנעם איז געװען אַזאַ מין געזאַנג, װאָס אַ פֿרעמדער מענטש האָט נישט געקאָנט בשום־אופֿן שטײן דערבײַ; װער ס'איז אַרײַנגעקומען צום שנײַדער אין שטיבל אַרײַן, איז ער באַלד אַרױסגעלאָפֿן פֿון דאָרטן אַ צעטראָגענער, מיט אַ צעבלוטיקט האַרץ און מיט אַ צעבראָכן געמיט, און אַז מע האָט אים אַ פֿרעג געטאָן: װאָס טוט עפּעס שמעון־אלי? ― האָט ער אַ מאַך געטאָן מיט דער האַנט, װי אײנער רעדט: „אַז אָך און װײ איז אים!“… עטלעכע װײַבער, נאָענטע שכנות, זײַנען געשטאַנען די גאַנצע צײַט מיט פֿאַרװײנטע פּנימער, מיט רױטע נעזער, געקוקט ציפּע־בײלע־רײזען גלײַך אין די אױגן אַרײַן, געמאַכט בשעת־מעשׂה משונה מאָדנע פּיסקעס, צוגעשאָקלט מיט די קעפּ, װי אײנער רעדט: „אַז אָך און װײ איז צו דיר, ציפּע־בײלע־רײזע!“

אַ חידוש־ניפֿלא! פֿופֿציק יאָר האָט שמעון־אלי שמע־קולנו אָפּגעלעבט אין זלאָדײעװקע אין אָרעמקײט, אין דחקות, געלעגן, װי אַ װאָרעם, אין דער פֿינצטער, קײנער האָט פֿון אים נישט גערעדט, קײנער האָט נישט געװוּסט, װאָס פֿאַר אַ מענטש דאָס איז. אַצינד, אַז ער איז פֿאַרשלאַפֿט געװאָרן, האָט ער זיך מיט אַ מאָל אַרױסבאַװיזן מיט אַלע זײַנע מעלות טובֿות; מען איז מיט אַ מאָל געװאָר געװאָרן, אַז שמעון־אלי איז געװען אַ זעלטענע, אַ גוטע, אַ כּשרע נשמה, אַ גרױסער בעל־צדקה, דאָס הײסט: ער פֿלעגט רײַסן בײַ נגידים און טײלן די אָרעמע לײַט, זיך קריגן פֿאַר זײ

מיט דער גאַנצער שטאָט און זיך שלאָגן ביזן בלוט אַרײַן, זיך טײלן מיט יענעם מיטן לעצטן ביסן, און נאָך און נאָך אַ סך מעלות און שבֿחים האָט מען נאָכדערצײלט נאָך דעם אָרעמען שנײַדער, װי מע דערצײלט נאָך, אַ שטײגער, נאָך אַ טױטן בשעת דער לװיה, און מען איז אים געגאַנגען מבֿקר־חולה זײַן כּמעט פֿון דער גאַנצער שטאָט, און מע האָט אים געראַטעװעט מיט כּל־המעגלעכקײטן, ער זאָל, חלילה, נישט שטאַרבן פֿאַר דער צײַט…

יב

והפּועלים ― און די בעלי־מלאָכות פֿון דער שטאָט זלאָדײעװקע האָבן זיך צונױפֿגעקליבן אױף אַן אַסיפֿה בײַ האָדל די אַקציזניטשקע, געשטעלט בראָנפֿן, געשריִען, געפּילדערט, געאַרבעט מעשׂים, געזידלט די נגידים, געװײנטלעך, הינטער די אױגן, זײ געמאַכט מיט דער בלאָטע.

― זלאָדײעװקע ― אַ שײנע שטאָט, ברענען זאָל זי! װאָס שװײַגן זײ, די נגידים אונדזערע, אַ װיסטן סוף זאָלן זײ האָבן?!… איטלעכער באָדט זיך אין אונדזער בלוט, און ס'איז נישטאָ קײנער, װער ס'זאָל זיך אָננעמען אונדזער קריװדע! געלט אין דער קאָראָבקע װער צאָלט? ― מיר! אַ צרה, אַ שלאַק, אַ שוחט, אַ באָד, להבֿדיל, ― בײַ װעמען רײַסט מען די הױט? ― בײַ אונדז! װאָס שװײַגט איר, ייִדן? לאָמיר גײן צו די רבנים, דײנים און די שיבֿעה־טובֿי־העיר זײ טרײַבערן די קישקעס! װאָס איז דאָס פֿאַר אַ הפֿקרות, מע זאָל לאָזן קױלען אַ גאַנצע משפּחה?! הבֿה נתחכמה!!!…

און חבֿרה „פּועל־צדק“ זײַנען אַװעק צום רבֿ און האָבן דאָרט געמאַכט אַ גװאַלד. האָט זײ דער רבֿ איבערגעלײענט דעם ענטפֿער, װאָס ער האָט נאָר־װאָס באַקומען דורך אַ בעל־עגלה פֿון די קאָזאָדאָיעװקער רבנים, דײנים און די שיבֿעה־טובֿי־העיר.

אָט װאָס ס'איז געשטאַנען אין בריװ:

„לכּבֿוד צו די רבנים, דײנים, חכמים מפֿורסמים, בערג זאָלן אַקעגן טראָגן פֿריד צו די גילדענע הענגלײַכטער בק″ק זלאָדײעװקע, אָמן.

„תּיכּף װי מיר האָבן מקבל געװען אײַערע רײד, װאָס זײַנען געװען װי האָניק צו אונדזערע מײַלער, האָבן מיר זיך צונױפֿגעזאַמלט אַלע אין חוקר־ודורש געװען די זאַך אַקוראַט, און האָבן געפֿונען, אַז אומזיסט האָט מען געטאָן חושד זײַן אײנעם פֿון אונדזערע לײַט; נישט מער, אַז דער שנײַדער אײַערער איז אַ שאַלקהאַפֿטיקער מענטש, ער האָט אױסגעטראַכט אַ בלבול און אָנגעפֿירט אַ רכילות צװישן צװײ קהילות. ער איז װערט, מע זאָל אים קנסענען! מיר, װאָס שטײען געחתמעט אונטן, קאָנען אײַך עדות זאָגן און גײן שװערן, אַז מיר האָבן געזען מיט אונדזערע אױגן, װי די ציג מעלקט זיך, הלװאַי זאָלן זיך אַלע ייִדישע ציגן אַזױ מעלקן! הערט אים נישט, דעם שנײַדער, װאָס ער װעט אײַך דערצײלן פּיזמונות! איר זאָלט זיך נישט קערן צו די װערטער פֿון די פֿאַרדאָרבענע לײַט, לאָזן פֿאַרשטאָפּט װערן די מײַלער, װאָס רײדן שקרים! שלום זאָל זײַן צו אײַך און שלום זאָל זײַן צו אַלע ייִדן פֿון איצט און ביז אײביק און אײביק.

„די רײד פֿון אײַערע ייִנגערע ברידער, װאָס װאַלגערן זיך אינעם שטױב פֿון אײַערע פֿיס:

נאום הרבֿ בהרבֿ ז″ל… ונאום הרבֿ בהרבֿ ז″ל… ונאום הענעך גאָרגל, יקותיאל שמאַראָװידלע, שעפּסל קאַרטאָפֿל, פֿישל קאַטשאַלקי, בערל בראָנפֿן, לײב װאָרעטשאָק, אלי פּעטעלעלע“.

אַז דער רבֿ האָט איבערגעלײענט פֿאַר די בעלי־מלאָכות דעם דאָזיקן בריװ, זײַנען זײ געװאָרן נאָך מער אָנגעצונדן. „אַהאַ! קאָזאָדאָיעװקער שקצים! מע מאַכט נאָך פֿון אונדז חוזק?! באַדאַרף מען זײ באַװײַזן דרך־ארץ. שער און אײַזן אונדזער פֿאָלק ― עמך!“… און מע האָט באַלד געמאַכט אַ נײַע אַסיפֿה, געשיקט נאָך בראָנפֿן, און ס'איז געבליבן, מע זאָל נעמען די שײנע ציג און מען זאָל גײן גלײַך קײן קאָזאָדאָיעװקע איבערקערן דעם מלמד מיט דעם חדר מיט דער גאַנצער שטאָט!

אומר־ועושׂה ― געזאָגט און געטאָן. חבֿרה האָבן זיך צונױפֿגעקליבן אַ שטיק זעכציק בעלי־מלאָכות: שנײַדערס, שוסטערס, סטאָליערס און קאָװעלעס, קצבֿים, העקערס, אַנשי־חײל, געזונטע יונגען, אײנס אין אײנס, אָנגעװאָפֿנטע מיט כּלי־זײן ― װער מיט אַ הילצערנעם אַרשין, און װער מיט אַן אײַזערן פּרעסל, װער מיט אַ קאָפּיט פֿון אַ שטיװל, װער מיט אַ האַק און װער מיט אַ האַמער, און װער מיט גלאַט אַזױ פֿון באַלעבאַטישקײט: אַ קאַטשאַלקע, אַ ריבאײַזן, אָדער אַ קאָלאָדאַטש־מעסער, ― און ס'איז געבליבן, מע זאָל גײן גלײַך אין קאָזאָדאָיעװקע אױף מלחמה, להרוג, לאַבד ולהשמיד ― הרגענען, פֿאַרלירן און פֿאַרטיליקן! אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל ― האָבן חבֿרה געזאָגט: ― תּמות נפֿשי עם פּלשתּים ― דער טױט זאָל זײ זײַן און אַן עק זאָל דאָס האָבן!

― שאַט, רבותים! ― רופֿט זיך אָן אײנער פֿון דער חבֿרה פּועל־צדק. ― איר זײַט שױן גרײט אױפֿן פּידפּאַליק, פֿאַרטיק אַרום און אַרום, ואַיה השׂה ־ װוּ איז די ציג?

― יאָ, זעט־נאָר, װוּ איז ערגעץ אַהינגעקומען דער גילגול?

― אַנטרונען געװאָרן!

― נישט קײן נאַרישער גילגול! כלעבן, װוּהין האָט ער געקאָנט אַנטלױפֿן?

― מסתּמא אַהײם, צום מלמד, װאָס פֿאַרשטײסטו דאָ נישט?

― משוגע װעט ער װערן! דו רעדסט, װי אַ בהמה!

― ביסט אַלײן אַ פֿערד; װוּ דען האָט ער געקאָנט אַנטלױפֿן?

― בקיצור, װאָס טױגן די טענות? שרײַ הײַנט, שרײַ מאָרגן, והילד איננו ― נישטאָ קײן ציג…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

יג

כּעת ― אַצינד לאָזן מיר איבער דעם פֿאַרכּישופֿטן שנײַדער זיך ראַנגלען מיטן מלאך־המות און חבֿרה בעלי־מלאָכות זיך גרײטן צו מלחמה, און מיר גײען אַריבער צום גילגול, דאָס הײסט, צו דער ציג.

דער גילגול, אַז ער האָט דערזען די בהלה, װאָס איז געװאָרן אין שטעטל, האָט ער זיך מישבֿ געװען: װאָס טױג אים דער מיסחר? װאָס נוצט אים זײַן צוגעבונדן צום שנײַדער, אַרומשלעפּן זיך מיט דעם שלימזלניק הין און צוריק און פּגרן פֿון הונגער? אַמער, װעט ער בעסער לױפֿן אין דער װעלט אַרײַן, װוּ די פֿיס װעלן טראָגן! אַבי ניט זײַן נע־ונד! און אונדזער חבֿרה־מאַן האָט געמאַכט פּליטה גאָר אױף אַן אַנדער אופֿן, געלאָפֿן משוגענערװײַז, גאָר ניט געפֿילט די ערד אונטער זיך, ניט געקוקט אױף דרך־ארץ, געשפּרונגען איבער ייִדן און װײַבער, אָנגעמאַכט אַן אומגליק, אַ חורבן אין מאַרק ― סכּנות־נפֿשות! איבערגעקערט טישלעך מיט ברײטלעך און פּלעצלעך, מולטערס מיט װײַנשל און מיט װײַמפּערלעך, געשפּרונגען איבער טעפּ און גלאָזװאַרג, געשלײַדערט, געשמיצט און געבראָכן ― טראַך־טאַרעראַך! צװישן די װײַבער איז געװאָרן אַ בהלה, אַ קװיטשערײַ: „װער איז?… אַ שלימזל!… אַ ציג!… אַ באַשעפֿעניש!… אַ גילגול!… אַ קלאָג צו מיר!… אױ, אַן אומגליק!… װוּ איז ער? אָן איז ער!… כאַפּט אים!… לאָז מען אים כאַפּן! כאַפּן!“… און אַ גאַנצע כאַליאַסטרע ייִדן מיט פֿאַרקאַטשעטע פּאָלעס און װײַבער מיט אונטערגעשטעקטע קלײדלעך, מחילה, האָבן זיך געלאָזט לױפֿן אײנער איבערן אַנדערן. נאָר אומזיסט: אונדזער חבֿרה־מאַן האָט דערפֿילט װאָס הײסט פֿרײַהײט , האָט ער זיך געלאָזט לױפֿן װוּ די אױגן טראָגן.

און דער שנײַדער נעבעך?… און דער היוצא־לנו־מזה?… און דער מאַי־קאָ־משמע־לן פֿון דער מעשׂה? ― װעט פֿרעגן דער לעזער. צװינגט מיך נישט, קינדער! דער סוף איז געװען נישט קײן גוטער סוף. אָנגעהױבן האָט זיך די מעשׂה זײער פֿרײלעך, און אױסגעלאָזט האָט זי זיך, װי דאָס רובֿ פֿרײלעכע געשיכטעס, אױ־װײ, זײער טרױעריק… און מחמת איר קענט דעם מחבר פֿון דער געשיכטע, אַז ער איז בטבֿע נישט קײן מרה־שחורהניק און האָט פֿײַנט קלאָגעדיקע און האָט ליב בעסער לאַכנדיקע מעשׂיות, און מחמת איר קענט אים און װײסט, אַז ער האָט פֿײַנט „מאָראַל“ און זאָגן מוסר איז ניט זײַן דרך, ― לכן געזעגנט זיך מיט אײַך דער פֿאַרפֿאַסער מתּוך שׂחוק, לאַכנדיק, און װינטשט אײַך, אַז ייִדן, און גלאַט מענטשן אױף דער װעלט, זאָלן מער לאַכן אײדער װײנען. לאַכן איז געזונט. דאָקטױרים הײסן לאַכן…

געשריבן אין יאָר 1900
פֿינף און זיבעציק טױזנט: אַ פּעקל

איר זאָגט „פּעקלעך?“… אַלץ הײסט בײַ אײַך „פּעקלעך“!… מיר דאַכט, אַז זינט גאָט האָט באַשאַפֿן די װעלט, און זינט ייִדן זײַנען אַ פֿאָלק, האָט מען נאָך פֿון אַזאַ „פּעקל“ נישט געהערט און נישט געזען אין חלום אַפֿילו! אױב איר האָט צײַט, רוקט זיך צו, זײַט מוחל, און הערט מיך אױס מיט קאָפּ, װעל איך אײַך דערצײלן פֿון אַלף ביז תּיו, מיט אַלע ברעקלעך און מיט אַלע פּיטשעװקעס, אַ מעשׂה מיט פֿינף און זיבעציק טױזנט. איך פֿיל, אַז ס'איז מיר ענג אָט־אַ־דאָ־אָ, סע קװעטשט מיך, סע ברענט אין מיר אַ פֿײַער, איך מוז, איך מוז דאָס אַרױסגעבן פֿון זיך!… איר פֿאַרשטײט, צי נײן?… נאָר אײן זאַך װעל איך פֿון אײַך בעטן: אַז איך װעל זיך אָפּשטעלן, אָדער פֿאַרקריכן קײן בױבעריק, זאָלט איר מיר דערמאָנען װוּ איך האַלט, װאָרעם פֿון דער חתונה אָן, פֿון די פֿינף און זיבעציק טױזנט הײסט דאָס, האָט מיר אָנגעהױבן, ניט פֿאַר אײַך געדאַכט, זשומען אינעװײניק אין קאָפּ, און סע מאַכט זיך מיר הײַנט אָפֿט, אַז איך פֿאַרגעס װוּ איך האַלט… איר פֿאַרשטײט, צי נײן?… זאָגט נאָר, האָט איר נישט בײַ זיך קײן פֿינף און זיבעציק טױזנט… טפֿו! מײן איך אַ ציגאַר טיטון?

קורץ און גוט, װוּ האַלט איך? בײַ די פֿינף און זיבעציק טױזנט הײסט דאָס… הײַנטיקן ערשטן מײַ האָב איך, װי איר זעט מיך, געװוּנען די פֿינף און זיבעציק טױזנט. דאַכט זיך, אין פֿלוג, װאָס איז דאָ פֿאַראַן