לכּבֿוד יום־טובֿ: די געפֿערלעכע מצה

שלום עליכם (אַלע װערק)

די געפֿערלעכע מצה

אַמאָל איז געװען אַ מלך. דער מלך איז געװען אַ גרױסער און אַ שטאַרקער, נאָר ער האָט נישט ליב געהאַט קײן ייִדן. האָט ער אַרױסגעגעבן אַלע מאָל אױף זײ נײַע גזירות, װי פּרעה מלך מצרים.

אײנמאָל ― פּסח איז דאָס געװען ― האָבן זיך צונױפֿגעקליבן בײַ אים אין סענאַט אַלע מיניסטאָרן און מע האָט זיך אַװעקגעזעצט טראַכטן, װאָס פֿאַר אַ נײַע גזירה זאָל מען אַרױסגעבן אױף די ייִדן?

ייִדן זאָלן נישט טאָרן זיצן אומעטום ― איז שױן דאָ. ייִדן זאָלן ניט טאָרן זײַן קײן אָפֿיצירן ― איז שױן דאָ. ייִדישע קינדער זאָלן נישט טאָרן לערנען אין די גימנאַזיעס ― איז שױן דאָ.

איז אײנעם אײַנגעפֿאַלן, ער זאָל אַרױסטרעטן קעגן מצה. איז ער אַרױס מיט אַ מסירה ― אַזױ און אַזױ. דײַנע ייִדעלעך, אַז עס קומט פּסח, באַקן זײ אָן אױף אַכט טאָג כּסדר אַזעלכע טרוקענע קײַלעכיקע קאָרזשיקלעך, װאָס מע רופֿט זײ מצה. װער װײס, װאָס דאָס איז פֿאַר אַ מין מאכל! עס װאָלט געװען מער װי רעכט, מע זאָל זײ פֿאַרבאָטן עסן מצה.

האָט זיך דער מלך פֿאַרטראַכט און האָט אַרױסגעגעבן אַ באַפֿױל, מע זאָל אים ברענגען אַ מצה.

האָט מען זיך צעלאָזט איבער דער הױפּטשטאָט זוכן אַ ייִדן, נאָר מע האָט נישט געקאָנט געפֿינען קײן ייִדן. און אַז מע האָט געפֿונען אַ ייִדן און געפֿאָדערט פֿון אים אַ מצה פֿאַרן מלך, האָט ער געשװאָרן, אַז ער עסט נישט קײן מצה. (די ייִדן האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז דאָ מוז זײַן אַ נײַע גזירה).

קױם מיט צרות, מיט לײד האָט מען געפֿונען אַ ייִדן, װאָס האָט נישט מורא געהאַט אױסצוזאָגן, אַז ער עסט מצה. און מע האָט גענומען בײַ אים אַ מצה און מע האָט געבראַכט די מצה אין סענאַט פֿאַרן מלך.

דערזען די מצה, איז זי דעם מלך געפֿעלן געװאָרן, און ער האָט זי פֿאַרזוכט און שטיקלעכװײַז געגעסן, ביז ער האָט זי אױפֿגעגעסן.

און אַז ער האָט זי אױפֿגעגעסן, האָט זיך דער מלך געפֿילט נישט גוט. און אַלע מאָל ערגער און ערגער. און אַז ס'איז אים געװאָרן גוט שלעכט, האָט מען אַראָפּגעבראַכט די בעסטע דאָקטױרים מיט די גרעסטע פּראָפֿעסאָרן פֿון לאַנד, און זײ האָבן אױסגעפֿונען, אַז בײַם מלך אין בױך געפֿינט זיך עפּעס אַ זאַך, װאָס טוט אים צום טױט.

האָט דער גרעסטער פֿון די פּראָפֿעסאָרן צוגעלײגט אַן אױער צום מלכס בױך און גענומען זיך צוהערן. הערט ער, װי עמעצער זינגט דאָרטן. רופֿט ער זיך אָן צום מלך: „אַדוני קיניג! אױב דו װעסט מיר דערלױבן, װעל איך זיך דורכרײדן מיט דעם, װאָס געפֿינט זיך בײַ דיר אין בױך“. זאָגט צו אים דער מלך: רײד. רופֿט זיך אָן דער פּראָפֿעסאָר צו דעם װאָס בײַם מלך אין בױך: „זאָג מיר, װער ביסטו?“ ענטפֿערט אים יענער: „איך בין אַ ייִד“. „װאָס טוסטו דאָ?“ „גאָרנישט“. „אפֿשר װאָלסטו אַרױס?“ „איך װיל נישט“. „פֿאַר װאָס?“ „דאָס איז מײַן עסק“. „גײסטו אַרױס, באַקומסטו אַ מתּנה“. „מיר װײסן שױן, װאָסער אַ מתּנה: מע שיקט מיך אַרױס אין פֿיר און צװאַנציק שעה“. „פֿאַר װאָס?“ „דערפֿאַר, װאָס איך בין אַ ייִד, און אַ ייִד טאָר דאָ נישט זײַן“. „אָבער אַז מע װעט דיר צוזאָגן, אַז דו מעגסט דאָ זײַן?“ „מיר אַלײן איז בלאָטע; איך װיל, אַז אַלע ייִדן זאָלן דאָ מעגן זײַן“.

פֿונעם דאָזיקן שמועס האָט דער מלך זיך געפֿילט זײער נישט גוט. דער ייִד האָט גערעדט מיט הענט און מיט פֿיס און מיט אַלע אבֿרים, און דער מלך האָט געמײנט, אַז ס'איז אַן עק פֿון זײַן לעבן. האָט ער אָנגעהױבן בעטן בײַ די פּראָפֿעסאָרן, זײ זאָלן זען מאַכן אַן עק. רופֿט זיך אָן דער עלטסטער פֿון די פּראָפֿעסאָרן צו דעם װאָס בײַם מלך אין בױך: „דער מלך זאָגט דיר צו, אַז דו װעסט דאָ מעגן זײַן װיפֿל דו װילסט“. „האָב איך דאָך געזאָגט שױן, אַז פֿאַר מיר אַלײן איז בלאָטע; איך װאָלט װעלן, אַז אַלע ייִדן זאָלן מעגן“. „גוט, אַלע ייִדן װעלן מעגן, אַבי גײ־אַרױס װאָס גיכער. „װער זאָגט דאָס?“ „דאָס זאָגן מיר, דאָקטױרים, נאָר אַזױ איז דער װילן פֿונעם מלך“. „פֿון װאַנען װײס איך דאָס?“ „האָסט דאָך געהערט, װי דער מלך זאָגט“. „דער מלך זאָגט ― דאָס איז נאָך אַלץ װײניק. איצט, אַז סע טוט אים װײ, זאָגט ער; שפּעטער, אַז ס'װעט אים אױפֿהערן װײ־טאָן, װעט ער זאָגן עפּעס אַנדערש. אַזױ װי פּרעה מלך מצרים“. „װאָס זשע װילסטו?“ „װיל איך, ער זאָל עס חתמענען, אַרױסגעבן אױף פּאַפּיר, דורכפֿירן דורכן סענאַט“…

און דער ייִד, װאָס בײַם מלך אין בױך, האָט גענומען אַזױ שטאַרק װאַרפֿן מיט הענט און מיט פֿיס, אַז דער מלך האָט שױן מער נישט געקאָנט איבערטראָגן די װײטיקן. האָט ער געהײסן, מע זאָל צונױפֿרופֿן די מיניסטאָרן און מע זאָל אָנשרײַבן אַ פּאַפּיר, צולײגן דעם מלכס חתימה און דורכפֿירן דורכן סענאַט אַ נײַעם געזעץ, אַז ייִדן מעגן װױנען דאָ אין דער קרױנשטאָט און אומעטום אינעם גאַנצן לאַנד פֿראַנק און פֿרײַ ― והכּל שריר וקײם.

און װי נאָר דער ייִד האָט דאָס דערהערט, האָט ער זיך געגעבן אַ שפּאַר־אַרױס דורכן מינדסטן פֿינגערל פֿונעם מלכס לינקער האַנט, זיך פֿאַרנײגט פֿאַרן גאַנצן סענאַט און איז גלײַך אַװעק צו זײַנע ברידער זוכן געשעפֿט.

ניט באַװוּסט װען ס'איז געשריבן. (געדרוקט פֿון אַן איבערגעבליבענעם כּתבֿ־יד)