לכּבֿוד יום־טובֿ: די װעלט גײט צוריק

שלום עליכם

פֿון www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish/sholemAleykhem/contents.html

                                    די װעלט גײט צוריק
                    אַ סינעמאַ ־ פֿאַנטאַזיע לכּבֿוד חנוכּה

                                        א.

          רב אַבֿרהמעלע װײראַך בענטשט חנוכּה־ליכטלעך

אַפֿן לײַװנט אַ נגידיש הױז פֿון אַלטפֿרענקישן שטאַט. אַלטפֿרענקיש, נאָר רײַך מעבל. אַלטמאָדישע בילדער, צװישן זײ נאַפּאָלעאָן דער ערשטער, קײסער אַלעקסאַנדער, אױך אַלטע ייִדישע גדולים און גאונים, מעשענע העסעס אַף די װענט מיט סטריגעװע ליכט. פֿון דעם גלעזערנעם אַלטן שראַנק קוקן־אַרױס גאָלדענע און זילבערנע כּלים. צװישן זײ אַן אַלטער בעכער, אַן אַלטער הדס. גאַנץ פֿאָרנט באַ דער טיר אַ גרױס זילבערן חנוכּה־לעמפּל, פֿיליגראַנע אַרבעט, אונטערגעהאַלטן מיט צװײ לײבן; אױבן פֿױגלען מיט מאָדנע אױסגעדרײטע קעפּ. אַלץ איז פֿאַרטיק צו בענטשן חנוכּה־ליכטלעך. דער בעל־הבית אַלײן, רב אַבֿרהמעלע װײ־ראַך, אַ גבֿירשער יונגערמאַן, אַ טאַטע פֿון קינדער, שטײט גרײט מיטן װעקסן ליכטל (דער שמש) אין האַנט; ער װאַרט נאָר אַף דער בעל־הביתטע מיט די דינסטן ― זײ זאָלן אַרײַנקומען פֿון קיך הערן אים חנוכּה־ליכטלעך בענטשן. עס עפֿנט זיך די טיר און עס קומט ־אַרײַן פֿריִער די בעל־הביתטע, נחמה װײראַך, אַ װײַבל אַ יפֿת־תּואר, אַ סך צירונג; איר גײט־נאָך אַ קינד, אַ ייִנגעלע פֿון אַ יאָר זיבן־אַכט, מיט אַ זײַדן העמדעלע און מיט אַ גאָלדגעאַרבעט סאַמעטן יאַרמעלקעלע אַפֿן קאָפּ. באַלד קומען־אָן אױך די דינסטן, אַ ייִדענע אַ קעכן, אַ מײדל אַ פּאָקאָיװאָע, אַ יונג אַ משרת מיט פֿעטע באַקן און אַ ציקאַװע ייִדל אַ מלמד אין אַן אַטלאַסענער קאַפּאָטע מיט אַ פּעלצן קאַפּעלושל אַפֿן קאָפּ. רב אַבֿרהמעלע װײראַך מאַכט די ברכה, בײגט זיך צו, צינדט־אָן די ליכטלעך, אַ ליכטל נאָך אַ ליכטל. דער גאַנצער עולם ענטפֿערט אָמן. אַלע פּנימער זאָגן אַרױס פֿרײד, אַלע אױגן פֿינקלען. רב אַבֿרהמעלע װײראַך נעמט־אַרױס דאָס בײַטעלע, גיט דעם קינד חנוכּה־געלט. די דינסטן גײען־אָפּ. עס װערט אַ באַװעגונג אַפֿן עקראַן ― עס קומען־אָן אײנס נאָך אײנס געסט, קרובֿים, שכנים און גלאַט ייִדן בעלי־בתּים פֿון שטאָט. אַלע באַגריסן די בעלי־בתּים, גיבן דעם קינד חנוכּה־געלט. די געסט זעצן זיך אױס דערװײַל באַ די קלײנע טישלעך. מע שפּילט װער אין דאָמינאָ, װער אין שאָך. מע גרײט צום טיש. מע שטעלט־אױס שטולן. דער בעל־הבית זעצט זיך אױבן־אָן. די בעל־הביתטע בעט דעם עולם צום טיש. די דינסטן טראָגן אַרײַן אין גרױסע פּאָלומעסקעס געבאַקענע לאַטקעס, שמאַלץ און גריװן און אַנדערע גוטע זאַכן. עס גיסט זיך װײַן, אַזױ װי װאַסער. דאָס קלײנע איציקל כאַפּט זיך אַלע מאָל אַרױס פֿון טיש, שפּילט אין דרײדל. אַפֿן עקראַן שפּיגלט זיך אָפּ דאָס דרײדל מיט די אותיות: נ. ג. ה. ש. דער עולם קלײַבט נחת פֿונעם קינד. מע טרינקט לחײם.

                                        ב.

באַ איסאַק אַבראַמאָװיטשן בענטשט מען חנוכּה־ליכטלעך

אַפֿן עקראַן דאָס זעלבע הױז ― באַנײַט. נײַע בעלי־בתים. אין די שטריכן פֿונעם בעל־הבית איז צו דערקענען דעם קלײנעם איציקל. ער איז אױסגעװאַקסן. ער איז שױן אַלײן אַ גבֿיר, אַ גרױסער גבֿיר. זײַן נאָמען איז שױן איצט איסאַק אַבראַמאָװיטש. ער האָט אַ װײַב אַ גרױסע אַריס־טאָקראַקטע. קלעאָפּאַטראַ דאַװידאָװנאַ רופֿט מען זי ― זי פֿירט די שטוב קוממיותדיק, הױך־הױך אַריסטאָקראַטיש. דאָס הױז איז דאָס זעלבע נאָר אַנדערע מעבל, אַנדערש באַפּוצט, מאָדערן־סטיל. פֿון די אַלטע העסעס איז נישטאָ קײן זכר. די אַלטע בילדער אַראָפּ. אַף זײער אָרט הענגען נײַע, מאָדערנע בילדער. מע װאַרט אַף געסט. עס שטײען טישלעך, גרינע טישלעך. אַף די טישלעך ליגן צוגעגרײט פּעשלעך קאָרטן, שטיקלעך קרײַד מיט בערשטעלעך ― דער גאַנצער קלאַפּערגעצײג. אין װינקל באַ דער טיר הענגט דאָס אַלטע זילבערנע חנוכּה־לעמפּל ― פֿון יוצא־װעגן, צוליבן טאַטן ― אַן אַלטע טראַדיציע פֿאַרבליבן פֿון אַמאָליקע יאָרן.

איסאַק אַבראַמאָװיטשעס בן־יחידל, יאַשענקע , שפּילט זיך דאָרט ערגעץ מיט דער באָנע (אַ קריסטן). אַלע מינוט קומט יאַשענקע אַרײַן און אַרױס. די באָנע לױפֿט אים נאָך און שלעפּט אים אַװעק. אײנציקװײַז קומען זיך צונױף די געסט. לױטער אַריסטאָקראַטן, מיט זײערע װײַבער, דאַמען אַריסטאָקראַטקעס. אַלץ איז אױסגעפּוצט אַפֿן שענסטן אַרט. קלעאָפּאַטראַ דאַװידאָװנאַ נעמט־אױף די געסט. עס קומט־אַרײַן פֿון אַ זײַטיק חדר דעם בעל־הביתס פֿאָטער, רב אַבֿרהמעלע װײ־ראַך, שױן רעכט װײַס, גײט־צו צום לעמפּל, װאָס באַ דער טיר, בײגט זיך צו, בענטשט חנוכּה־ליכטלעך. עס רײַסט זיך אַרײַן דער קלײנער יאַ־שענקע. קלעאָפּאַטראַ דאַװידאָװנאַ קוקט בײז אַף דער באָנע; יענע שלעפּט אים אַרױס.

אַף אַ מינוט טוט דער עולם אָן די היטלען. דער אַלטער בענטשט־אָפּ חנוכּה־ליכטלעך, גײט באַלד אַװעק. דער עולם איז איבערגעקומען. דאַנקען גאָט... מע טוט־אױס די היטלען, מע זעצט זיך אַװעק אַרום די גרינע טישלעך, מע נעמט זיך צו דער אַרבעט.

                                       ג.

               קלעאָפּאַטראַ דאַװידאָװנאַ האָט געהײסן!

אַפֿן עקראַן ― אַ קינדער־חדרל. אַ סך שפּילעכלעך און צאַצקעס. אין װינקל צוגעגרײט אַ בױם ― אַ יאָלקע ― באַצײַטנס, לכּבֿוד קריסט־מאַס, פֿײַן צוגעקליבן, שױן מיט ליכטלעך, און װי מיט שנײ באַדעקט. יאַשענקע רײַסט זיך צו דער טיר. ער װיל דװקא אַהין, אין זאַל, װוּ די געסט. די באָנע האַלט אים דװקא צו, לאָזט אים דװקא ניט. ער רײַסט זיך, און זי לאָזט אים נישט. יאַשענקע דאַרף ניט זען, װי מע בענטשט חנוכּה־ליכטלעך. קלעאָפּאַטראַ דאַװידאָװנאַ האָט אַזױ געהײסן!... 306 שלום עליכ ם

                                         ד.

              װער װײס, װאָס מיר װעלן נאָך דערלעבן?

אַפֿן לײַװנט די זעלבע זאַל. איסאַק אַבראַמאָװיטש װײראַך שױן אױך װײַסלעך געװאָרן. קלעאָפּאַטראַ דאַװידאָװנאַ װײראַך איז די זעלבע קלעאָפּאַטראַ דאַװידאָװנאַ, נאָר שױן נישט אַזױ גײַציק, װי פֿריִער. אַ שטילע מרה־שחורה ליגט אַף זײערע פּנימער, װי אױך אַף די פּנימער פֿון די געסט, װאָס קומען שױן נישט מיט אַזאַ אימפּעט און זעצן זיך ניט אַזױ האַסטיק צו די גרינע טישלעך. קענטיק, אַז יעדער טראָגט אַ זאָרג באַ זיך אין האַרצן, טיף פֿאַרבאָרגן. דאָס אַלטע זילבערנע חנוכּה־לעמפּל הענגט זיך אַלץ אַפֿן זעלבן אָרט, באַ דער טיר. נאָר נישט דער אַלטער רב אַבֿרהמעלע װײראַך גײט־צו בענטשן חנוכּה־ליכטלעך. דער אַלטער רב אַבֿרהמעלע װײראַך איז שױן לאַנג אַפֿן הײליקן אָרט. דאָ אין זאַל, אין אַ שװאַרצער ראַם געפֿאַסט, הענגט זײַן בילד ― אַ גרײַז־גרױער מאַן מיט טיף־פֿאַרזאָרגטע אױגן. חנוכּה־ליכטלעך בענטשט אַ יונגער בחור, אַ סטודענטל מיט רױטע בעקלעך. נאָכן פּנים איז צו דערקענען, װער דאָס איז. דאָס איז יאַשענקע אַזױ אױסגעװאַקסן. אַרום אים ― נאָך עטלעכע סטודענטלעך, אַלע אין די היטלען. נאָך די סימנים פֿון זײערע פּנימלעך און באַװעגונגען איז צו דערקענען, אַז די געסט זײַנען טײלװײַז איבעראַשט, טײלװײַז צופֿרידן: „װײראַכס זונדל שײַנט אַ ציוניסט“... טאַטע־מאַמע קוקן זיך איבער אַביסל פֿאַרשעמט. קלעאָפּאַט־ראַ דאַװידאָװנאַ פֿײַערט. זי האָט זיך קײנמאָל נישט געריכט, אַז באַ זײ זאָל אױסװאַקסן אַזעלכעס... אַזעלכעס... זי קנײטשט מיט די פּלײצעס, זי ברעכט די הענט, זי קוקט פֿאַרזאָרגט אַף איר קינד און אַף די געסט, האַלב געשמײכלט, האַלב גרײט צו בעטן באַ זײ מחילה, גלײַך װי זי װאָלט זיך פֿאַרזינדיקט קעגן עמעצן.

אירע אױגן זאָגן:

― ד י װעלט גײט צורי ק!... װער װײס , װ ע ר װײס , װאָס מיר װעלן נאָך דערלעב ן?...

                                 געשריבן אין יאָר 1913
                                       אַ  ב י ל ד

האַלב װאָכעדיק, האַלב יום־טובֿדיק, מיט אַ זײַדענער פֿאַטשײלע און מיט אַ פֿאַרטעך, שטײט די מאַמע באַם טיש, שטאַרק צעטראָגן. עפּעס אַ װערטעלע אױסצורײדן ― כּמעט אַ מאה שלח־מנותן אָפּנעמען און כּמעט אַ מאה שלח־מנותן אָפּשיקן. קײנעם נישט אָנזעצן, חלילה קײן טעות נישט האָבן, געדענקען װעמען װאָס פֿאַר אַ שלח־מנות מע באַדאַרף אָפּשיקן. צום בײַשפּיל: אַז יענער שיקט אײַך אײן פֿלעדל, צװײ קישעלעך, אײן מאָנדל, צװײ שטיקלעך טאָרט, אײן האָניק־טײגל מיט צװײ צוקער־לעקעכלעך ― באַדאַרפֿט איר אים אָפּשיקן, געװײנלעך, צװײ פֿלעדלעך, אײן קישעלע, צװײ מאָנדלעך, אײן שטיקל טאָרט, צװײ האָניק־טײגלעך מיט דרײַ צוקער־לעקעכלעך. מע באַדאַרף האָבן אַ קאָפּ פֿון אַ מיניסטער, חלילה נישט אָנמאַכן אַ חתונה, װי עס האָט זיך אַמאָל שױן געטראָפֿן באַ אונדז אַזאַ אומגליק, דאָס הײסט, מע האָט אָפּגעשיקט אײנער אַ נגידיתטע צוריק איר אײגענעם שלח־מנות, האָט זיך דאָס געטאָן! עס איז אַרױס אַ מחלוקת צװישן די מאַנען, מיט סקאַנדאַלן, מיט פּעטש, מיט מסירות, מיט רדיפֿות, װי געװײנלעך... הײַנט די מענטשן, װאָס ברענגען דעם שלח־מנות, באַדאַרף מען אױך עפּעס שענקען, װעמען אַ קאָפּיקע, און װעמען צװײ, און װעמען נאָך מער װי צװײ... אָט עפֿנט זיך די טיר און סע קומט אַרײַן אַ מײדל מיט שטאַרק־רױטע האָר און מיט אַ סך קלײַען אַפֿן פּנים ― דאָס איז מײַן רבינס אַ מײדל. זי גײט־אַרום פֿון אײן בעל־הבית צום אַנדערן און נעמט־צונױף די שלח־מנותן פֿאַרן רבין. זי טראָגט אין האַנט אַ שעלעכל, איבערגעדעקט מיט אַ טישטעכל. אינעם שעלעכל ליגט אַ לעקעכל, אינעם לעקעכל שטעקט אַ ראָזשינקע, און אַף דער