אַ טראַגעדיע כּשר לפּסח. דעקאַדענטיש־סימבאָליסטיש געשריבן
ד י פּאַרשוינע ן:
מצות קאָכלעפֿל.
אַרבע כּוסות. דײזשע באָרשט.
פּסחיקע שמאַלץ. בעזעם.
אײער. קאַץ.
ריבאײַזן. בעל־הבית.
בעל־הביתטע.
אָ רט ― אין שפּיזאַרניע. אין דער פּסחיקער שאַפֿע.
צײַט ― ערבֿ פּסח.
א ײ ע ר: (צו די מצות) זײַט זשע מוחל. װען האָבן מיר פּסח?
מ צ ו ת: (צו די אײער) װאָס איז דען?
א ײ ע ר: גאָרנישט, גלאַט אַזױ. עס איז אונדז נמאס געװאָרן צו ליגן אָט דאָ, אין דער שפּיזאַרניע. מיר װאָלטן שױן גערן דערלעבן פּסח.
מ צ ו ת: ציקאַװע ביצים! מיר ליגן דאָ פֿון נאָך פּורים אָן. ש מאַל ץ: פֿון נאָך פּורים? אַ טײַערע מציאה! איך שטײ נאָך פֿון פֿאַר חנוכּה.
ב אָרש ט: און מיך האָט מען דאָ אַװעקגעשטעלט באַלד נאָך סוכּות. ס'איז מיר שױן אַזױ אומעטיק, אַז איך האָב, דאַכט מיר, געכאַפּט אַ שימל.
כּ וסו ת: למאַי אָט שטײען מיר דאָ פֿון פֿאַראַיאָרן?
ק אָכלעפֿ ל: הײַנט װאָס זאָל איך שױן זאָגן? איך בין עלטער פֿון אײַך אַלעמען. איך בין דאָ אַ קאָכלעפֿל פֿון זינט דער בעל־הבית מיט דער בעל־הביתטע האָבן חתונה געהאַט.
ר יבאײַז ן: אָבער טאַקע נישט מער װי אַ „קאָכלעפֿל“...
ק אָכלעפֿ ל: (בײז) הער נאָר, דו בלעכענע כּלי, װאָס ביסטו דאָ פֿאַר אַ מאַכער?
ר יבאײַז ן: מער מאַכער פֿון דיר. װען נישט איך, װוּ װאָלט מען נעמען מרור צום סדר?
ב עזע ם: (ציט־אױס אַ געלעכטער פֿון װינקעלע) כי־כי־כי!
כּ וסו ת: (אײנס צו דאָס אַנדערע) װער כיכיקעט דאָס?
מ צ ו ת: (צו די כּוסות) ס'איז דער בעזעם. דאַכט זיך, אַזאַ בעזעם װאָלט געמעגט האָבן דרך־ארץ כאָטש פֿאַר אונדז, מצות?
א ײ ע ר: װאָס עפּעס פֿאַר אײַך? און װוּ זײַנען מיר?
מ צ ו ת: (מיט גדלות) װאָס איז מיט אײַך דער ייִחוס? מע עסט אײַך דען נישט אַ גאַנץ יאָר?
א ײ ע ר: פֿרעגט זשע אָבער די בעלי־בתּים, װאָס פֿאַר אַ טעם האָבן מצות אָן אײער?
ש מאַל ץ: און װאָס איז מצות מיט אײער אָן שמאַלץ?
ב אָרש ט: מאָלט אײַך, אַז איך בין אַ ביסל נײטיקער פֿון אײַך אַלעמען. אײַך, אײער און שמאַלץ, באַנוצט מען נאָר פֿון יוצא װעגן, און אָן מיר קאָן מען פּסח זיך ניט באַגײן. פֿרעגט אַף אַ ציקאַװעסט די מצות, װאָס פֿאַר אַ טעם האָבן זײ, אַז מע בראָקט זײ אין באָרשט אַרײַן.
מ צ ו ת: װאָס אמת איז אמת. מיר װאָלטן אָבער װעלן װיסן, װאָס פֿאַר אַ טעם װאָלט געהאַט אַ פּסח־באָרשט אָן אונדז, אָנגעבראָקטע מצה? א ײ ע ר: אָדער װען מע זאָל דעם באָרשט נישט פֿאַרװײַסן מיט אַן אײ?
ש מאַל ץ: און מע זאָל נישט אַרײַנטאָן קײן לעפֿל שמאַלץ?
ק אָכלעפֿ ל: און מיך האָט איר פֿאַרגעסן?
ר יבאײַז ן: קאָכלעפֿל איז אומעטום אַ קאָכלעפֿל!...
ק אָכלעפֿ ל: (אין כּעס) בלעכענער שלים־מזל! װעסט נישט אַנשטומט װערן?
ב עזע ם: (לאַכט פֿון װינקעלע אַרױס) כי־כי־כי!...
כּ וסו ת: װידער כיכיקעט ער, דער בעזעם?
מ צ ו ת: אַ אידיאָט!
א ײ ע ר: ניט אַזאַ אידיאָט, װי אַן עזות־פּנים!...
ש מאַל ץ: אַף װאָס דאַרף מען, אַשטײגער, אַ בעזעם אַף פּסח?
ב אָרש ט: אַף סים סאָט כּפּרות!
ר יבאײַז ן: פֿאַרנעמט אומזיסט אַן אָרט אין שאַפֿע.
ק אָכלעפֿ ל: טאָמער איז דאָ קאַרג ענג... מע װערט דערשטיקט אָט דאָ באַ זײ אין שפּיזאַרניע... איך װעל פּרוּװן עפֿענען די טיר... (עפֿנט אַ האַלב טירל).
ש מאַל ץ: (צום קאָכלעפֿל) װאָס טוט איר? איר װילט, ס'זאָל אַרײַן די קאַץ? זי װעט חלילה מאַכן פֿון אונדז אַלעמען אַ תּל!
מ צ ו ת: מיר האָבן קײן מורא נישט פֿאַר קײן קאַץ.
א ײ ע ר: מיר אױך נישט.
כּ וסו ת: מיר אַװדאי נישט...
ר יבאײַז ן: און איך אַװדאי און אַװדאי נישט!
ק אָכלעפֿ ל: איך הער זי, װי די קאַץ!...
ב אָרש ט: אַפֿילו איך הער זי אױך אין טראָק. אָט איז זי, די מחותּנתטע! (עס קומט אַרײַן די קאַץ, קוקט זיך אַרום און מרוקעט).
ק אַ ץ: מורררר...
מ צ ו ת: ברוך הבאָ, אַ גאַסט!
כּ וסו ת: סקאָצל קומט.
א ײ ע ר: מע זאָל דערמאָנען משיחן.
ר יבאײַזן : זעט נאָר, זי גײט אין זאָקן!... ק אָכלעפֿ ל: דאָס האָט איר די בעל־הביתטע אָנגעטאָן זאָקן, זי זאָל חלילה נישט חמצדיק מאַכן דאָס זאַלץ־ברעטל.
ב אָרש ט: בעסער געװען פֿאַרשליסן די קאַץ אין אַ באַזונדער חדר, אײדער אָנטאָן איר זאָקן אַף די פֿיס. אַ נאַרישע בעל־הביתטע באַ אונדז!...
מ צ ו ת: זעט נאָר, װי זי שמעקט מיט דער נאָז, די גנבֿטע!...
כּ וסו ת: אינטערעסאַנט צו זען, װוּהין װעט זי גײן פֿריִער.
א ײ ע ר: נישט קײן נאַרישע קאַץ, כלעבן. זי קריכט גלײַך צו דער שמאַלץ, װי מיר זײַנען ביצים אַף דער װעלט! אָבער גלײַך צו דער שמאַלץ!
ר יבאײַז ן: זעט נאָר, זי לעקט שױן! זי פֿרעסט, די זולל־וסובֿאניצע!
ק אָכלעפֿ ל: אַ חידוש, װאָס די שמאַלץ לאָזט זיך אַזױ אומפֿאַר־ שעמט באַהאַנדלען...
ב אָרש ט: װאָס זאָל זי נעבעך טאָן? שולדיק איז די בעל־הביתטע. זי האָט געזאָלט פֿאַרשליסן די שאַפֿע פֿון יענער זײַט. נישט אומזיסט זאָגט די װעלט אַ װערטל: אַז די בעל־הביתטע איז אַ שלים־מזלניצע, איז די קאַץ אַ נאַשערן.
ב עזע ם: (שיסט־אױס אַ געלעכטער). כאַ־כאַ־כאַ! (פֿאַרן געלעכטער שרעקט זיך די קאַץ איבער, טוט אַ שפּרונג, קערט־איבער דעם טאָפּ מיט שמאַלץ, װעלכער פֿאַרטשעפּעט די אײער, די כּוסות מיט די מצות, און צוזאַמען מיט זײ פֿאַלט־אום די גאַנצע שאַפֿע, און עס װערט אַף דער ערד אַ מישמאַש פֿון פּסחיקן באָרשט, מיט פֿאַרנעצטער מצה, מיט צעשלאָגענע אײער, מיט צעבראָכענע כּוסות, מיט שמאַלץ, מיט אַ ריבאײַזן און אַ קאָכלעפֿל אױך בתוכם. געבליבן איז באַ דער זײַט נאָר דער בעזעם. ― דער קלאַפּ פֿון דער שאַפֿע לאָזט זיך הערן אין שטוב. עס קומען צו לױפֿן, ניט טױט, ניט לעבעדיק, די בעל־הביתטע מיטן בעל־הבית).
ב עלהבי ־ ת: װאָס איז דאָ געשען? (בלײַבט שטײן, װי אַ געלײמטער).
ב ע ל־ה ביתט ע: (ברעכט די הענט). אַ דונער האָט מיך דערשלאָגן! דער גאַנצער פּסח אין חרובֿ געװאָרן! (װײנט דער בעל־הבית זיפֿצט. אין דרױסן פֿײַפֿט דער װינט. דורכן פֿענצטער גנבֿעט זיך אַרײַן אַ טױטער שטראַל פֿון דער קאַלטער לבֿנה, אין װינקעלע זיצט די קאַץ און באַלעקט זיך. די שטימונג איז אַ העכסט־דעקאַדענטישע).
ב ע ל־ה ב י ת: (מיט אַן אונטערערדישער שטים, װי פֿון קבֿר) װאָס טוט מען?
ב ע ל־ה ביתט ע: (װישט־אױס די אױגן) קודם דאַרף מען נעמען דעם בעזעם און אױפֿראַמען דעם הקדש... (נעמט דעם בעזעם און קערט).
ב עזע ם: (צום גאַנצן ביסל מיסט) נו? הײַנט זעט איר שױן? אַז גאָט װיל, שיסט אַ בעזעם!...
פֿ אָרהאַנ ג.
געשריבן אין יאָר 1908. I
אַ פּען פֿון אַ שרײַבער זאָל זײַן אַ פּענדזל פֿון אַ מאָלער, אָדער, װײניקסטנס, אַן אַפּאַראַט פֿון אַ פֿאָטאָגראַף, װאָלט איך דיר, פֿרײַנט, געטראָגן אַ מתּנה, אַ בילד לכּבֿוד שבֿועות, אַ זעלטענע גרופּע: דרײַ יונגע, שײנע, פּרעכטיקע קעפּלעך פֿון דרײַ אָרעמע, נאַקעטע, באָרװעסע ייִדישע קינדער. אַלע דרײַ קעפּלעך זײַנען שװאַרץ, די הערלעך געקרײַזלט, די אױגלעך גרױסע, גלאַנצנדיקע, ברענענדיקע, און גלײַך װי פֿאַרװוּנדערט קוקן זײ אַף אײַך און פֿרעגן באַ דער װעלט אַ קשיא: למאַי? איר קוקט אַף זײ, װי פֿאַרזינדיקט, גלײַך װי איר זײַט טאַקע שולדיק אין דעם, װאָס מע האָט זײ באַשאַפֿן ― באַשאַפֿן נאָך דרײַ איבעריקע נפֿשות אַף דער װעלט!...
די דרײַ שײנע קעפּלעך ― אַבראַמטשיק, מאָיסײטשיק און דבֿורהקע ― זײַנען צװײ ברידער מיט אַ קלײן שװעסטערל. אַבראַמטשיק און מאָי־סײטשיק ― דאָס האָט זײ דער פֿאָטער, פּײסי דער אײַנבינדער, אַזױ פֿאַרצױגן, אַפֿן רוסישן שטײגער. ער זאָל זיך נישט שעמען פֿאַר זײַן װײַב פּעסיע און ער זאָל נישט זײַן אַזאַ ביטערער אָרעמאַן, װאָלט ער זיך אַלײן אױך איבערגעמאַכט דעם נאָמען פֿון „פּײסי דעם אײַנבינדער“ אַף „פּעטיע פּערעפּליאָטשיק“. נאָר אַזױ װי ער האָט אַ ביסל מורא פֿאַר זײַן װײַב פּעסיע און אַזױ װי ער איז, נישט דאָ געדאַכט, אַ גרױסער אבֿיון, איז ער דערװײַל פֿאַרבליבן באַם אַלטן נאָמען „פּײסי דער אײַנבינדער“, ביז ס'װעט קומען אַמאָל די גוטע צײַט, יענע גליקלעכע צײַט, װען עס װעט אַלצדינג װערן אַנדערש, אַזױ װי בעבעל זאָגט, און אַזױ װי קאַרל מאַרקס זאָגט, און אַזױ װי אַלע גוטע קלוגע לײַט זאָגן ― דעמאָלט, אָ, דעמאָלט װעט אַלצדינג