אַ פֿאַנטאַסטישע געשיכטע מיט אַ רעטעניש לכּבֿוד פּסח, ספּעציעל
פֿון קינדער װעגן.
א.
נישט גוט צו זײַן אַ בן־יחיד, אַ ציטעריקער באַ טאַטע־מאַמע. „פֿון זיבן אײנער געבליבן“. דאָ ― נישט שטײ, דאָרט ― נישט גײ. דאָס ― נישט עס, יענץ ― נישט טרינק. דעם קאָפּ ― דעק צו. דעם האַלדז ― פֿאַרבינד. די הענט ― באַהאַלט. די נאָז ― שנײַץ־אױס. אַך, נישט גוט, נישט גוט צו זײַן אַ בן־יחיד. און נאָך אַ נגידס אַ ייִנגל דערצו. מײַן טאַטע איז אַ נגיד. אַ חלפֿן איז ער. גײט־אַרום מיט אַ טאָרבע מינץ איבער די קלײטן. בײַט זילבער אַף מינץ און מינץ אַף זילבער. זײַנען דערפֿאַר באַ אים די פֿינגער תּמיד שװאַרץ און די נעגל צעטריסקעט. האָרעװען האָרעװעט ער אַפֿילו זײער שטאַרק. אַלע טאָג אַז ער קומט אַהײם, איז ער אױס געמידט און צעבראָכן. „נישטאָ קײן פֿיס ― קלאָגט ער זיך פֿאַר דער מאַמע, ― נישטאָ קײן פֿיס, קײן סימן פֿון קײן פֿיס“...
נישטאָ קײן פֿיס ― עס קאָן זײַן. דערפֿאַר האָט ער אָבער „פּרנסה בשפֿע“. אַזױ זאָגן אַלע, און אַלע זײַנען אונדז מקנא, װאָס מיר האָבן פּרנסה, און נאָך בשפֿע. די מאַמע איז צופֿרידן. איך אױך. „אַ פּסח באַ מיר הײַנטיקס יאָר ― אַף אַלע ייִדישע קינדער, רבונו של עולם“...
אַזױ זאָגט די מאַמע און דאַנקט גאָט, װאָס מיר האָבן אַזאַ פּסח. איך
אױך. נאָר װי דערלעבט מען אים שױן, אָט דעם פּסח?...
ב.
קױם דערלעבט פּסח. דעם ליבן טײַערן פּסח. אױסגעקלײדט האָט מען מיך ― בגדי־מלכות, װי עס פּאַסט פֿאַר אַ נגידס אַ ייִנגל. װאָס קומט מיר אָבער אַרױס? אַז איך טאָר נישט אַרומשפּרינגען אין דרױסן ― איך װעל זיך פֿאַרקילן. אַז איך טאָר נישט אַרומלױפֿן מיט אַלע קבצנישע קינדער ― איך בין אַ נגידס אַ ייִנגל. אַזעלכע שײנע מלבושים ― נישטאָ פֿאַר װעמען צו באַרימען זיך. אַ פֿולע קעשענע מיט ניס ― נישטאָ מיט װעמען צו שפּילן. נישט גוט צו זײַן אַ בן־יחיד, אַ ציטעריקער, װאָס פֿון זיבן אײנער געבליבן, און נאָך אַ נגידס אַ ייִנגל דערצו.
ג.
דער טאַטע האָט אָנגעטאָן די בעסטע קאַפּאָטע און איז אַװעק אין
שול דאַװנען. זאָגט צו מיר די מאַמע: „װײסטו װאָס? לײג זיך צו. שלאָף
דיך אױס. װעסטו קאָנען זיצן באַם סדר. װעסטו פֿרעגן דעם טאַטן די פֿיך
קשיות“. משוגע בין איך? פֿאַרן סדר װעל איך גײן שלאָפֿן? „געדענק זשע,
פּסח צום סדר טאָר מען נישט שלאָפֿן. װאָרעם טאָמער חלילה, װערסטו
אַנשלאָפֿן באַם סדר, אַזױ קומט אלי־נבֿיא מיט אַ זאַק אַף די פּלײצעס...
פּסח באַנאַכט גײט־אַרום אלי־נבֿיא און קוקט, װער עס שלאָפֿט באַם סדר,
דעם נעמט ער צו אין זאַק אַרײַן“... כאַ־כאַ! איך װעל אַנטשלאָפֿן װערן
באַם סדר? איך? און אַז מע זאָל זיצן אַ גאַנצע נאַכט? און אַפֿילו ביזן
װײַסן טאָג אַרײַן? װי אַזױ איז געװען, מאַמע, פֿאַראַיאָרן? „פֿאַראַיאָרן
ביסטו אַנטשלאָפֿן געװאָרן באַלד נאָך קידוש“... פֿאַר װאָס־זשע איז ניט
געקומען צו מיר דעמאָלט אלי־נבֿיא מיטן זאַק? „דעמאָלט ביסטו נאָך
געװען אַ קלײניטשקער, הײַנט ביסטו אַ גרױסער. הײַנט דאַרפֿסטו פֿרעגן
דעם טאַטן די פֿיר קשיות. הײַנט דאַרפֿסטו זאָגן מיטן טאַטן „עבֿדים
הײנו“. הײַנט דאַרפֿסטו עסן מיט אונדז פֿיש און יױך און קנײדלעך...
שאַ ― אָן גײט דעך טאַטע פֿון שול“.
― גוט יום טובֿ!
― גוט יום טובֿ!
ד.
דאַנקען גאָט. דער טאַטע האָט אָפּגעמאַכט קידוש. איך אױך. דער
טאַטע האָט אױסגעטרונקען דעם ערשטן כּוס. איך אױך. און דװקא אַ
פֿולן כּוס. און דװקא ביזן דנאָ. „זע נאָר, ביזן דנאָ!“ ― זאָגט די מאַמע
צום טאַטן, און מיר זאָגט זי: „אַ פֿולן בעכער מיט װײַן? װעסט אַנטשלאָפֿן װערן“... כאַ־כאַ! איר װעל אַנטשלאָפֿן װערן? איך? און אַז מע
זאָל זיצן אַ גאַנצע נאַכט? אַפֿילו ביזן װײַסן טאָג אַרײַן? אַנו, פֿרעגט דעם
טאַטן, װי אַזױ האָב איך אָפּגעקלאַפּט די פֿיר קשיות? װי אַזױ זאָג איך
די הגדה? װי אַזױ שאָקל איך זיך איבערן סידור און זינג מיטן טאַטן
דעם „עבֿדים הײנו“?... און די מאַמע לאָזט נישט אַראָפּ קײן אױג פֿון מיר
און שמײכלט און זאָגט צו מיר: , װעסט אַנטשלאָפֿן װערן.. אַנטשלאָפֿן
װערן“... עך, מאַמע! מאַמע! מיר דאַכט זיך, מע זאָל זײַן מיט אַכצן קעפּ,
קאָן מען פֿון דעם אַלײן אַנטשלאָפֿן װערן! אַנו, לאָז מען זיך אַװעקזעצן
אײַך אַקעגן און זינגען אײַך אין אױער: „אַנטשלאָפֿן װערן, אַנטשלאָפֿן
װערן“.
פֿאַרשטײט זיך, אַז איך בין אַנטשלאָפֿן געװאָרן.
ה.
אַנטשלאָפֿן געװאָרן ― חלומט זיך מיר, אַז דער טאַטע האַלט שױן
באַ „שפֿוך חמתך“. די מאַמע אַלײן שטײט אױף פֿון טיש, גײט עפֿענען
די טיר, מקבל פּנים זײַן אלי־נביאן. שײן װעט זײַן, טאָמער קומט טאַקע
אלי־נבֿיא, װי די מאַמע זאָגט, מיטן זאַק אַף די פּלײצעס, און זאָגט צו
מיר: „קום, בחור“... און װער װעט זײַן שולדיק אין דעם, אַז נישט די
מאַמע אַלײן מיט איר: „שלאָף נישט! שלאָף נישט!“?... און אַזױ װי
איך טראַכט מיר די דאָזיקע מחשבות ― אַהאַ! ― הער איך אַ סקריפּ פֿון
דער טיר, און דער טאַטע שטײט־אױף און רופֿט־אױס אַף אַ קול: „ברוך
הבא!“ איך קוק מיך אײַן צו דער טיר ― יאָ, ס'איז ער. ער גײט, ער גײט.
פּאַװאָלינקע, קױם װאָס מע הערט. אַ שײנער ייִד אלי־נבֿיא. אַן אַלטער מאַן.
אַ זקן מיט אַ גרײַז־גרױער באָרד ביז די קני. דאָס פּנים אַלט, געל, גע־
קנײטשט, נאָר שײן און גוט איז דאָס אָן אַן עק. און אױגן ― אַך, אױגן!
גוטע, װײכע, פֿרײַנטלעכע, ליבע, געטרײַע אױגן. אײַנגעבױגן אָנגעלענט
אַף אַ גרױסן־גרױסן שטעקן, מיט אַ זאַק אַף די פּלײצעס ― און שאַ,
שטיל, אָן װערטער, און גלײַך צו מיר.
ו.
― נו, ייִנגעלע, אַרײַן צו מיר אין זאַק אַרײַן און קום! ― אַזױ זאָגט צו מיר אָט דער אַלטיטשקער, און דװקא מיט גוטן, דװקא אַזױ װײך, אַזױ זיס.
פֿרעג איך אים: „װוּהין?“ מאַכט ער צו מיר: „װעסט שױן נאָכדער־זען“... װיל איך נישט, זאָגט ער מיר נאָך אַמאָל. בעט איך מיך באַ אים:
„װי קאָן איך מיט דיר גײן, אַז איך בין אַ נגידס אַ ייִנגל?“ זאָגט ער:
„און אַז אַ נגידס אַ ייִנגל, װאָס ביסטו פֿאַר אַ מיוחס?“ זאָג איך: „איך
בין באַ טאַטע־מאַמע אַ בן־יחיד“... זאָגט ער: „באַ מיר ביסטו נישט קײן
בן־יחיד“. זאָג איך: „אַ ציטעריקער ― פֿון זיבן אײנער געבליבן. זײ
װעלן, זאָג איך, דערזען, אַז איך בין נישטאָ, װעלן זײ דאָס נישט אױס־
האַלטן. זײ װעלן שטאַרבן, און דערהױפּט ― די מאַמע“... קוקט ער אַף
מיר, דער אַלטיטשקער, מיט גוטן און מאַכט צו מיר װײך און זיס, װי
פֿריִער: „גײסטו נישט מיט מיר, טאָ שלאָף געזונט, נאָר װער אַנטשלאָפֿן
אַף שטענדיק, אַף אײביק“... הײב איך אָן צו װײנען: „הײסט דאָך עס,
איך זאָל שטאַרבן? זײ װעלן דאָס נישט אױסהאַלטן... דערהױפּט ― די
מאַמע“... „װילסטו נישט שטאַרבן, טאָ קום מיט מיר. געזעגן זיך אָפּ מיט
טאַטע־מאַמע און קום“... „סטײַטש, װי קאָן איך גײן, אַז איך בין אַ בן־יחיד, פֿון זיבן אײנער געבליבן?“... מאַכט ער צו מיר שױן שטאַרקער:
„צום לעצטן מאָל, ייִנגעלע, קלײַב דיר אױס אײנס פֿון די צװײ: אָדער געזעגן זיך אָפּ מיט טאַטע־מאַמע אַף שטענדיק און קום מיט מיר, אָדער
בלײַב דאָ, נאָר װער אַנטשלאָפֿן אַף אײביק. אַף אײביק“...
ז.
אָפּגעזאָגט די דאָזיקע װערטער, טרעט ער אָפּ פֿון מיר אַף אײן שפּאַן און װיל שױן אױסקערעװען זיך צו דער טיר. װאָס טוט מען דאָ? אַװעקגײן מיטן אַלטן, גאָט װײס װוּהין, פֿאַרפֿאַלן װערן ― װעלן טאַטע־מאַמע שטאַרבן. אַ בן־יחיד, פֿון זיבן אײנער געבליבן... בלײַבן דאָ און אַנטשלאָפֿן װערן אַף אײביק ― הײסט דאָס דאָך, איך אַלײן זאָל שטאַרבן... צי איך אױס צו אים בײדע הענט מיט טרערן אַף די אױגן: „אליהו הנביא“! גוטער, ליבער, האַרציקער אליהו! גיב מיר אײן מינוט אַף צו באַטראַכטן זיך!“ דרײט ער אױס צו מיר דאָס שײנע אַלטע, געלע, געקנײטשטע פּנים מיט דער גרײַז־גרױער באָרד ביז די קני, קוקט אַף מיר מיט זײַנע שײנע גוטע ליבע געטרײַע אױגן און מאַכט צו מיר מיט אַ שמײכל: „אײן מינוט אַף צו באַטראַכטן זיך גיב איך דיר, מײַן קינד, אָבער נישט מער אַז אײן מינוט“...
און דער אַלטיטשקער לענט זיך אָן אַף זײַן גרױסן־גרױסן שטעקן און װאַרט...
................................................................................................
................................................................................................
פֿרעגט זיך: װאָס האָב איך באַדאַרפֿט א י ן ד ע ר מינוט צוטראַכטן אַזעלכעס , אַ ז א י ך ז אָ ל נישט דאַרפֿן נישט גײן מיטן אַלט ן א ו ן נישט אַנטשלאָפֿן װערן אַ ף א ייִ ב י ק? ― אַ נ ו, װער װעט טרעפֿ ן?...
געשריבן אין יאָר 1908. אַ טראַגעדיע כּשר לפּסח. דעקאַדענטיש־סימבאָליסטיש געשריבן
ד י פּאַרשוינע ן:
מצות קאָכלעפֿל.
אַרבע כּוסות. דײזשע באָרשט.
פּסחיקע שמאַלץ. בעזעם.
אײער. קאַץ.
ריבאײַזן. בעל־הבית.
בעל־הביתטע.
אָ רט ― אין שפּיזאַרניע. אין דער פּסחיקער שאַפֿע.
צײַט ― ערבֿ פּסח.
א ײ ע ר: (צו די מצות) זײַט זשע מוחל. װען האָבן מיר פּסח?
מ צ ו ת: (צו די אײער) װאָס איז דען?
א ײ ע ר: גאָרנישט, גלאַט אַזױ. עס איז אונדז נמאס געװאָרן צו ליגן אָט דאָ, אין דער שפּיזאַרניע. מיר װאָלטן שױן גערן דערלעבן פּסח.
מ צ ו ת: ציקאַװע ביצים! מיר ליגן דאָ פֿון נאָך פּורים אָן.