לכּבֿוד יום־טובֿ: געצל

שלום עליכם (אַלע װערק)

געצל

― זיצט, איך װעל אײַך דערצײלן אַ מעשׂה מיט ניס.

― מיט װאָס? מיט ניס?

― מיט ניס!

― איצט? בשעת מלחמה?

― אַדרבא: װײַל מלחמה, װײַל ס'איז אײַך לא־עליכמדיק אױפֿן האַרצן, װיל איך אײַך אַ ביסל צעשלאָגן די מחשבֿות. און אַגבֿ, אַז מע צעבײַסט אַ נוס, געפֿינט מען אַ יאָדער.

1

געהײסן האָט ער געצל, נאָר גערופֿן האָט מען אים גױעצל, געהאַלטן אים פֿאַר אַ פּרא־אָדם: װער עס האָט נאָר געהאַט גאָט אין האַרצן, דער האָט געטריבן מיט אים קאַטאָװעס, געמאַכט פֿון אים חוזק. געװען איז ער צװישן די קלײנע ייִנגלעך אין חדר, אַ בחורל אַ דערװאַקסענער שױן, אַ לעפּישעװאַטער, מיט מגושם־גראָבע הענט און מיט מגושם־גראָבע ליפּן. אַ קול האָט ער געהאַט, װי פֿון אַ פֿאַס, און געגאַנגען איז ער מיט ברײטע הױזן און מיט גרױסע שטיװל, װי אַ בער. אַ קאָפּ איז אױף אים געזעסן אַ גרױסער, װי אַ באַק־דײזשע, און אָנגעשטאָפּט איז ער געװען, איך בעט איבער אײער כּבֿוד, מיט קלאָטשע, הײ אָדער פֿעדערן. אַזױ האָט געזאָגט אױף אים אין חדר דער רבי, רב יענקל, אים אױסגעװאָרפֿן אַלע מאָל זײַן װוּקס: „גױעצל“, „װערגעלעץ“, „גראָבער נפֿש“, „טרײפֿענער בײן“, „אָקסן־פֿעל“, וכדומה אַזעלכע שײנע צונעמענישן. און ער? גאָרנישט! ס'זאָל אים אַפֿילו אָנהײבן רירן! פֿאַרקלײַבן זיך אין אַ װינקל, אָנגעשטאָפּט פֿולע באַקן און געמעלה־גרהט, װי אַ קאַלב. גױעצל האָט געהאַלטן, פֿאַרשטײט איר מיך, פֿון דער אַכילה. עסן איז בײַ אים געװען טײַערער פֿון װאָס איר װילט. „אַ קישקע אָן אַ דנאָ“ ― האָבן געזאָגט אױף אים זײַנע חבֿרים. „אַ זולל־וסובֿאניק“ ― האָט געזאָגט אױף אים דער רבי. און גױעצל זאָל זיך דאָס אַפֿילו פֿאַרקרימען! דערטאַפּט דעם אָנבײַסן, אַרײַן אין מױל אַרײַן און געריבן אױף װאָס די װעלט שטײט. און אָנבײַסנס האָט מען אים געטראָגן אין חדר אַרײַן תּמיד די בעסטע ― קנישעס מילכיקע מיט װאַרעניקעס לרובֿ! אָט דער מגושמדיקער לעפּישעװאַטער בחור איז נאָך געװען צו די צרות בײַ זײַן מאַמע די נגידיתטע אַ ציטעריקער, אַ בן־יחידל, האָט זי אים געהאָדעװעט, געשטאָפּט טאָג װי נאַכט, װי מע שטאָפּט אַ גאַנדז, און כּסדר געקלאָגט זיך, אַז „דאָס קינד עסט גאָרנישט“.

― מע באַדאַרף אים אָפּשפּרעכן אַ גוט אױג, ― פֿלעגט נאָכדעם זאָגן דערױף דער רבי רב יענקל, געװײנטלעך, הינטער די אױגן.

― אַ מכּה דער מאַמען! ― פֿלעגט אים אונטערהעלפֿן די רביצין מיט אַ ניגון און מאַכן בשעת־מעשׂה אַזאַ פּנים, אַז ס'איז נישט מעגלעך געװען, מע זאָל נישט לאַכן. ― אין פּאָלעסיע אַזעלכע קינדערלעך װיקלט מען נאָך, אים זאָל זײַן פֿאַר מײַנע בײנער!

― נאָך זײַן קאָפּ זאָל איך בלײַבן! ― לאָזט־אױס נאָך איר דער רבי און רוקט אים אָן דאָס היטל איבער די אױערן.

דער גאַנצער חדר לאַכט, און גױעצל זיצט אָנגעבלאָזן און שװײַגט; ברוגז איז ער טאַקע, נאָר ער שװײַגט. שװער אַרײַנצוברענגען אים אין כּעס; נאָר האָט מען אים אַרײַנגעבראַכט אין כּעס ― איז נו־נו! אַ בער, אַז מע צערײצט אים, באַדאַרף נישט זײַן אַזױ מסוכּן, װי ער. פֿאַר כּעס הײבט ער אָן טאַנצן און בײַסן זיך אַלײן מיט די געזונטע װײַסע צײן אין די הענט אַרײַן, און לאָזט ער אַראָפּ אַ פּאַטש, קאָן מען אים פֿילן, טאַקע האָבן הנאה. דאָס האָבן זײַנע חבֿרים געװוּסט גאַנץ גוט, טאַקע פֿאַרזוכט אױף זײערע פּלײצעס, און מהאַי־טעמא מורא געהאַט פֿאַר אים אימת־מװת, נישט געװאָלט האָבן מיט אים קײן מגע־ומשׂא. פֿאַר קלעפּ, פֿאַרשטײט איר מיך, האָבן ייִדישע קינדער דרך־ארץ… און בכדי מע זאָל זײַן געװאָרנט פֿון געצלס קלעפּ, האָבן אַלע צען חדר־ייִנגלעך בחבֿרותא געמוזט מאַכן אַקעגן אים יד־אַחת, צען חבֿרים אַקעגן אײנעם, און אָט אױף אַזאַ־נ־אופֿן איז געװאָרן בײַ יענקלען אין חדר צװײ כּיתּות: פֿון אײן זײַט אַלע תּלמידים, פֿון דער אַנדערער זײַט געצל. די תּלמידים האָבן געשאַרפֿט די מוחות, געצל ― דעם קולאַק. די תּלמידים האָבן געלערנט, געצל האָט געפֿרעסן קנישעס מיט װאַרעניקעס לרובֿ.

2
ויהי היום, ס'איז געקומען אונטער אַ יום־טובֿ, האָבן זיך חבֿרה
צונױפֿגעקליבן שפּילן אין ניס. דאָס שפּילן אין ניס איז אַ שפּיל, װי אַלע שפּילן, נישט בעסער פֿון דרײדל און נישט ערגער פֿון קאָרטן; דאָס שפּיל באַשטײט אין פֿאַרשײדענע שפּילן: אין „גריבל“, אין „באַנק“ און אין „יאַרמעלקע“. און אױסלאָזן לאָזט זיך אױס דאָס שפּיל, װי, געװײנטלעך, יעדער שפּיל: אײנער פֿאַרשפּילט, דער אַנדערער געװינט. און, װי אומעטום, איז דער װאָס געװינט אַ חכם און אַ בריה און אַ װױלער יונג, און דער װאָס פֿאַרשפּילט ― דער איז אַ טיפּש און אַ בהמה און אַ שלימזלניק, פּונקט װי, להבֿדיל, אין די גרױסע מקומות, אין די קלובן, דאָרט, װוּ דער עולם זיצט יומם־ולילה און איז זיך עוסק אין הלכות קאָרטן.

האָבן זיך, הײסט עס, חבֿרה צונױפֿגעקליבן אין חדר, אַלע צען חבֿרים, שפּילן אין ניס. איבערגעקערט אַ באַנק, אױסגעלײגט אַ שורה ניס אױף דער ערד און גענומען װאַרפֿן פֿון דער באַנק אַראָפּ צו דער שורה; װער עס װעט מער אױסשלאָגן פֿון דער שורה, דער האָט געװוּנען. פּלוצעם עפֿנט זיך די טיר און עס קומט אַרײַן געצל, מיט פֿולע קעשענעס, געװײנטלעך.

― ברוך־הבאָ, אַ ייִד! ― רופֿט זיך אָן אײנער.

― מע זאָל דערמאָנען משיחן! ― מאַכט דער אַנדערער.

― ויבֿוא המן! ― זאָגט דער דריטער.

― מאַכט רש″י: דער רוח האָט אים געבראַכט צו טראָגן!

― אין װאָס שפּילט איר, אין באַנק? שפּיל איך אױך מיט אײַך. איך האָב ניס. ― אַזױ זאָגט געצל און באַקומט באַלד אַ תּשובֿה:

― לא מיט אַ ספּאָדיק!

― פֿאַר װאָס?

― דערפֿאַר!

― נו, װעל איך אײַך צעשלאָגן דאָס שפּיל!

און נישט לאַנג געטראַכט, גענומען מיט די בערישע פֿיס און צעשלײַדערט די שורה ניס איבער דער גאַנצער שטוב. האָט דאָך עס חבֿרה מסתּמא פֿאַרדראָסן. אַ העזה פֿון אַ יונגאַטש!

― קינדער, װאָס שװײַגט איר אים? ― האָט זיך אָנגערופֿן אײנער.

― הבֿה נתחכּמה! ― רופֿט זיך אָן נאָך אײנער.

― לאָמיך אים דורכברעכן די בײנער! ― פֿאַרטײַטשט אַ דריטער.

― אַנו, פּרוּװט זיך! ― מאַכט געצל און פֿאַרקאַטשעט די אַרבל, גרײט צו דער אַרבעט.

און ס'איז אַרױס אַ מלחמה, אַ געשלעג צװישן בײדע כּיתּות: פֿון אײן זײַט דער גאַנצער חדר, פֿון דער אַנדערער זײַט ― געצל.

צען איז נישט אײנער. זײ האָבן טאַקע געפֿילט דעם טעם פֿון זײַנע געזונטע קולאַקעס; אַ צװײ־דרײַ סימנים: בײַלן אין שטערן און לאַנטערנעס אונטער די אױגן האָבן טאַקע געכאַפּט זײ; דערפֿאַר האָבן זײ אָבער אױך אים געגעבן צו זען די װעלט מיט זײערע שאַרפֿע נעגל און מיט די צײן און מיט װאָס נאָר מע האָט געקאָנט, פֿון פֿאָרנט און פֿון הינטן און פֿון אַלע זײַטן, געדראַפּעט, געשטשיפּעט, געפֿליקט, געריסן, געביסן ― בקיצור, צען איז נישט אײנער, גובֿר געװען האָבן זײ, און געצל האָט געמוזט, מחילה, נעמען דעם װעג און מאַכן פּליטה. און ערשט דאָ הײבט זיך אָן די רעכטע מעשׂה מיט די ניס.

3

אַרױסגעגאַנגען אין דרױסן אַ צעקאָשמעטער, אַ צעדראַפּעטער, מיט צעריסענע פּלודערן, איז געצל געבליבן שטײן אַ װײַלע פֿאַרטראַכט. נאָכדעם האָט ער זיך געגעבן אַ פּאַטש מיט בײדע הענט איבער די קעשענעס, און עס האָט זיך געלאָזט הערן אַ קלינגען פֿון אַ סך ניס.

― װילט איר, הײסט דאָס, מיט מיר נישט שפּילן אין ניס? לאָז זיך מיט אײַך שפּילן דער מלאך־המװת! איך דאַרף אײַך אױף סים סאָטсем соть: 700 כּפּרות! איך קאָן באַשטײן, מיר זאָלן זיך אַלײן אין צװײען שפּילן…

אַזױ האָט געצל אַ זאָג געטאָן צו זיך אַלײן און האָט זיך געלאָזט גײן װוּ די אױגן װעלן אים טראָגן. אָפּגעשטעלט זיך אין מיטן װעג, טוט ער אַ זאָג צו זיך, גלײַך װי ער װאָלט דאָ געװען מיט עמעצן זאַלבענאַנד.

― װוּהין זשע, געצל, װעלן מיר גײן, אַ שטײגער? ― און טאַקע באַלד זיך אַלײן געענטפֿערט:

― אַהין, װײַט… הינטער דער שטאָט, אױף יענער זײַט מילן. דאָרט איז נישטאָ קײנער. דאָרט װעלן מיר זיך זײַן אײנע אַלײן אין צװײען, קײנער װעט אונדז נישט שטערן. און לאָז עמעצער פּרוּװן אונדז שטערן, װעלן מיר ברעכן בײנער, מאַכן אַ תּל…

און געצל, רעדנדיק אַזױ מיט זיך אַלײן, פֿילט, אַז ער איז נישט אײנער, נאָר צװײ, און כּוח פֿילט ער אין זיך פֿאַר צװײ! אַנו, לאָזן נאָר קומען אַהער זײַנע חבֿרים, מאַכט ער פֿון זײ אַ מאָטשינקע, אַ האַנטשירקע, אַ חורבן! און ער האָט דערפֿון שטאַרק הנאה און הערט נישט אױף צו רעדן מיט זיך אַלײן, גלײַך װי ער װאָלט דאָ געװען באמת זאַלבענאַנד.

― הער נאָר אױס, ביז װאַנען װעלן מיך, אַ שטײגער, גײן? ― מאַכט ער צו זיך אַלײן און ענטפֿערט זיך טאַקע תּוך־כּדי־דיבור:

― נו, עס װענדט זיך אין דיר.

― טאָמער װאָלטן מיר זיך גאָר דאָ צוגעזעצט שפּילן אין ניס? האַ? װאָס זאָגסטו, געצל?

― טאַ, בײַ מיר האָסטו געפּועלט.

און געצל זעצט זיך צו אױף דער ערד, העט־װײַט הינטער דער שטאָט, אױף יענער זײַט מילן. אַרױסגענומען און איבערגעצײלט די ניס, צעטײלט זײ אױף דער האַלב, גלײַך אױף גלײַך; אײן העלפֿט אַרײַנגעלײגט אין דער רעכטער קעשענע, די אַנדערע העלפֿט אין דער לינקער קעשענע, אױסגעטאָן דאָס היטל און אַרײַנגעװאָרפֿן אַהין פֿון דער רעכטער קעשענע עטלעכע ניס און אַ זאָג געטאָן צו זיך אַלײן:

― זײ מײנען, אַז אָן זײ קאָן מען זיך גאָר נישט באַגײן… הער נאָר אױס, געצל, אין װאָס פֿאַר אַ שפּיל שפּילן מיר?

― איך װײס? אין װאָס פֿאַר אַ שפּיל דו װילסט.

― אפֿשר װעלן מיר שפּילן אין „אום צי גראָד“?

― בײַ מיר האָסטו געפּועלט.

און ער טוט אַ טרײסל מיט דער יאַרמעלקע און אַ מאַך:

― אַצינד טרעף! אום, צי גראָד? נו, רעד װערטער! ― מאַכט ער צו זיך אַלײן און טוט זיך אַ זעץ מיטן עלנבױגן אין זײַט אַרײַן און ענטפֿערט זיך אַלײן:

― גראָד.

― גראָד, זאָגסטו? װי לאַנג שמײַסט מען דיך! גיב אַהער. האָסט פֿאַרשפּילט דרײַ ניס.

און ער נעמט־אַרױס פֿון דער לינקער קעשענע דרײַ ניס, לײגט זײ איבער אין דער רעכטער. װידער אַ מאָל אַ טרײסל מיט דער יאַרמעלקע און װידער אַ מאָל אַ פֿרעג:

― נו, װײַטער. אום, צי גראָד?

― אום!

― אום, זאָגסטו? װי לאַנג קרענקסטו! גיב אַהער, דו האָסט פֿאַרשפּילט פֿיר ניס!

און ער לײגט איבער פֿון דער לינקער קעשענע אין דער רעכטער פֿיר ניס, טוט אַ טרײסל מיט דער יאַרמעלקע און אַ מאַך צו זיך אַלײן:

― נו, אפֿשר װעסטו איצט טרעפֿן? אום, צי גראָד?

― גראָד.

― גראָד, זאָגסטו? װי לאַנג פֿױלן די בײנער דײַנע! גיב אַהער, דו פּאַרך אײנער, פֿינף ניסלעך!

― גענוג איך פֿאַרשפּיל, שילטסטו זיך נאָך?

― װער איז דיר שולדיק, אַז דו ביסט אַ בהמה און טרעפֿסט, װי אַ בלינדער אין גרוב? נו, זאָג שױן װײַטער, זאָג: אום, צי גראָד? איצט װעסטו שױן מסתּמא געװיס טרעפֿן.

― גראָד.

― גראָד? לעבן זאָלסטו מיר אַזױ! גיב אַהער, דו פֿערד אײנער, זיבן ניס, און טרעף נאָך אַמאָל: אום, צי גראָד?

― גראָד.

― װידער אַ מאָל גראָד? איך זאָל דיך אַזױ האָבן פֿאַר אַ טאַטן! גיב אַהער, שלימזל, נאָך פֿינף ניסלעך, און טרעף שױן אַצינד, אפֿשר װעסטו כאָטש אײן מאָל טרעפֿן: אום, צי גראָד? נו, װאָס שװײַגסטו!

― איך האָב שױן נישט קײן ניס.

― ס'אַ ליגן! דו האָסט!

― װי איך בין אַ ייִד, איך האָב נישט.

― טו נאָר אַ זוך גוט אין קעשענע אױפֿן דנאָ! אָט אַזױ.

― נישטאָ קײן סימן אַפֿילו!

― נישטאָ? פֿאַרשפּילט אַלע ניס? נו? צו װאָס האָט דאָס דיר געטױגט? ביסטו נישט קײן בהמה?

― גענוג, האָסט אָפּגעװוּנען בײַ מיר אַלע ניס, רײצסטו זיך נאָך מיט מיר?

― אַ מיצװה, זײער רעכט! האָסט געװאָלט בײַ מיר אָפּגעװינען, האָב איך בײַ דיר אָפּגעװוּנען.

און גױעצל איז העכסט צופֿרידן פֿון דער מעשׂה, װאָס געצל האָט פֿאַרשפּילט, און ער, גױעצל, האָט געװוּנען. ממש ער פֿילט, אַז עס קומט אים צו אַ שטיק געזונט. ער פֿילט זיך איצטער בכּוח אָפּגעװינען בײַ דער גאַנצער װעלט אַלע ניס. „װוּ נעמט מען זײ איצטער, די חבֿרים מײַנע פֿון חדר? װאָלט איך זיך מיט זײ צערעכנט! איך װאָלט זײ נישט איבערגעלאָזט קײן אײנציק ניסל אַפֿילו אױף אַ רפֿואה! זײ װאָלטן זיך אױסציִען בײַ מיר, אַ מיתה־משונה אײַננעמען דאָ אױפֿן אָרט!“…

און געצל װערט אין כּעס, מלא־רציחה, לײגט־צונױף די קולאַקעס און קריצט מיט די צײן און רעדט צו זיך אַלײן, גלײַך װי ער װאָלט דאָ באמת געװען זאַלבענאַנד:

― אַנו, פּרוּװט איצט זיך אָנהײבן מיט מיר! אַצינד בין איך שױן נישט אַלײן! אַצינד זײַנען מיר שױן זאַלבענאַנד!… נו, געצל? װאָס ביסטו געבליבן זיצן עפּעס, װי אַ חתן? לאָמיר נאָך שפּילן אַ ביסל אין ניס.

― אין ניס? װוּ האָב איך ניס? איך האָב דאָך דיר געזאָגט, אַז איך האָב שױן נישט קײן אײנציק ניסל אַפֿילו.

― אַך! איך האָב גאָר פֿאַרגעסן, אַז דו האָסט שױן נישט קײן ניס… װײסטו װאָס? איך װעל דיר געבן אַן עצה, געצל.

― דהײַנו?

― געלט האָסטו?

― איך האָב. נו, איז װאָס?

― קױף בײַ מיר ניס.

― װאָס הײסט, איך זאָל בײַ דיר קױפֿן ניס?

― בהמה, װײסט נישט װאָס הײסט קױפֿן? גיב מיר געלט, נאַ דיר ניס. הע?

― נו, מהיכא־תּיתי. בײַ מיר האָסטו געפּועלט.

און ער נעמט אַרױס פֿון בײַטעלע אַ זילבערנע גריװנע, דינגט זיך אױס פֿאַרן מקח, צײלט־אָפּ אַ פּאָר צענדליק ניס פֿון דער רעכטער קעשענע אין דער לינקער, און דאָס שפּיל הײבט זיך אָן גאָר איבער אַ נײַס.

4

אַ געניטער קאָרטן־שפּילער, דערצײלט מען, האָט גערופֿן אַ האַלבע שעה פֿאַרן טױט זײַן זון, אױך אַ קאָרטן־שפּילער, און רופֿט זיך אָן צו אים בזה־הלשון:

― מײַן קינד! איך גײ־אַװעק פֿון דער װעלט, מיר װעלן זיך שױן מער נישט זען קײנמאָל. איך װײס, אַז דו שפּילסט אין קאָרטן, דו האָסט מײַן חלאַת… שפּילן מעגסטו װיפֿל דו װילסט, נאָר אָפּשפּילן זיך ― זאָל דיך גאָט שומר־ומציל זײַן!

די דאָזיקע װערטער זײַנען, להבֿדיל, אַ תּורה. נישטאָ קײן ערגערע זאַך אױף דער װעלט, װי אָפּשפּילן זיך. דאָס טוט אױס, זאָגן געניטע מענטשן, ביז צו דעם לעצטן העמד! דאָס טרײַבט אַרײַן אין שאול־תּחתּיה אַרײַן, און מע קאָן שױן נאָכדעם קײן תּחית־המתים נישט אױפֿשטײן! אַזױ זאָגט די װעלט, און אַזױ איז געװען אױך מיט אונדזער חבֿרה־מאַן. ער האָט אַזױ לאַנג געאַרבעט מיטן היטל: אום, צי גראָד, געלײגט פֿון אײן קעשענע אין דער אַנדערער, ביז די לינקע קעשענע איז געבליבן אָן אײן ניסל.

― נו, פֿאַר װאָס שפּילסטו נישט?

― איך האָב שױן נישט מיט װאָס.

― װידער אַ מאָל געבליבן אָן ניס, שלימזל?

― דו זאָגסט, איך בין אַ שלימזל, און איך זאָג, דו ביסט אַ שולער.

― זאָגסטו נאָך אַמאָל דאָס װאָרט „שולער“, גיב איך דיר איבער די פּיסקעס.

― לאָז דיך גאָט געבן אַזאַ זין!…

געצל בלײַבט זיצן עטלעכע מינוט שטיל, גראַבלט מיט די פֿינגער אין דער ערד, גראָבט אַ גריבל און ברומט שטילערהײט אַ לידל אונטער דער נאָז, נאָכדעם טוט ער אַ זאָג:

― סקוטשנע! לאָמיר שפּילן אין ניס.

― װוּ האָב איך ניס?

― האָסט נאָך עפּעס געלט? איך װעל דיר פֿאַרקױפֿן נאָך אַ צענדליק.

― געלט? װוּ האָב איך געלט? איך האָב שױן נישט אַ גראָשן.

― נישט קײן ניס און נישט קײן געלט? אױ, איך װעל דאָס נישט אױסהאַלטן! כאַ־כאַ־כאַ!

און דער „כאַ־כאַ־כאַ“ צעשיט זיך איבערן גאַנצן פֿעלד, קלינגט זיך אָפּ מיט אַ װידער־קול אינעם געדיכטן װײַטן װאַלד, און געצל קאַטשעט זיך פֿאַר געלעכטער.

― װאָס איז מיט דיר פֿאַר אַ געלעכטער, דו גױעצל אײנער? ― מאַכט ער צו זיך אַלײן, און טאַקע תּוך־כּדי־דיבור זיך אַלײן אָפּגעענטפֿערט:

― דאָס לאַך איך פֿון דיר, שלימזל. גענוג דו האָסט מיר פֿאַרשפּילט אַלע ניס ― צו װאָס האָט דיר געטױגט נאָך נעמען און פֿאַרשפּילן דאָס געלט אױך, אַזױ פֿיל געלט, דו שוטה בן פּיקהאָלץ? אױ, איך װעל דאָס נישט אױסהאַלטן! כאַ־כאַ־כאַ!

― האָסט דאָך מיך אַלײן אַרױפֿגעפֿירט דערױף, דו רשע־מרושע, דו שלעכטער יונג, דו טרײפֿענער בײן!

― חכם־בלילה! ― אַז איך זאָל דיר זאָגן אָפּשנײַדן די נאָז, דאַרפֿסטו מיך פֿאָלגן? דו פּעטעך אײנער! דו בהמה בצורת פֿערד! כאַ־כאַ־כאַ!…

― װער כאָטש אַנטשטומט, דו גױעץ אײנער, און לאָם איך דײַן טרײפֿענעם פּרצוף נישט אָנקוקן!

און ער קערעװעט זיך אַװעק פֿון זיך אַלײן, זיצט עטלעכע מינוט אַן אָנגעברוגזטער, גראַבלט מיט די פֿינגער די ערד, פֿאַרשיט דאָס אױסגעגראָבענע גריבל און זינגט שטילערהײט אַ לידל אונטער דער נאָז.

5

― װײסט, װאָס איך װעל דיר זאָגן, געצל? ― רופֿט ער זיך אָן צו זיך אַלײן אין עטלעכע מינוט אַרום. ― לאָמיר זיך שױן איבערבעטן, לאָמיר װערן חבֿר. גאָט האָט מיר געהאָלפֿן, ס'האָט מיר אַזױ באַגליקט, איך האָב געװוּנען, קײן עין־הרע, אַזױ פֿיל ניס, ― פֿאַר װאָס זאָלן מיר זיך נישט פֿאַרגינען צעקנאַקן עטלעכע ניסלעך? זײ באַדאַרפֿן זײַן, מײן איך, ניט שלעכט? האַ? װי מײנסטו, געצל?

― יאָ, איך מײן אױך אַזױ, זײ באַדאַרפֿן זײַן ניט שלעכט. ― ענטפֿערט ער זיך אַלײן, און כאַפּט־אַרײַן אין מױל אײן ניסל, דאָס אַנדערע ניסל, דאָס דריטע ניסל, טוט אַלע מאָל אַ זעץ מיטן האַנט איבער די צײן, דאָס ניסל טוט אַ טרישטשע, נעמט ער אַרױס אַ פֿעטן יאָדער, רײניקט אים אַרום, װאַרפֿט אים אַרײַן אין מױל און קײַט מיט די גרױסע װײַסע צײן געשמאַק, כראָמקעט, װי אַ פֿערד האָבער, און רופֿט זיך אָן:

― ביסט אפֿשר אױך אַ בעלן, געצל, אױף אַ יאָדער פֿון אַ ניסל? שעם דיך נישט, זאָג!

― מהיכא־תּיתי, פֿאַר װאָס נישט?

אַזױ ענטפֿערט ער זיך אַלײן, ציט אױס די לינקע האַנט, נאָר טאַקע באַלד טוט ער זי אַ פּאַטש מיט דער רעכטער:

― און אַ מכּה װילסטו נישט?

― לאָז דיר זײַן אַ מכּה.

― לאָז דיר זײַן צװײ.

און ער הערט נישט אױף צו קנאַקן ניסלעך און קײַען די פֿעטע יאָדערן, כראָמקען, װי אַ פֿערד האָבער. ס'איז אים קאַרג, װאָס ער פֿרעסט און יענער זיצט און קוקט, רופֿט ער זיך אָן צו אים:

― הער נאָר, געצל, װאָס איך װעל דיך פֿרעגן: װי אַזױ איז דיר, למשל, בשעת־מעשׂה, אַז איך עס און דו קוקסט?

― װי אַזױ מיר איז? אַזאַ יאָר אױף דיר!

― ע, ביסט, אַ פּנים, אין כּעס? נאַ זשע דיר אַ יאָדער פֿון אַ ניסל.

און געצלס רעכטע האַנט גיט דער לינקער האַנט אַ יאָדער פֿון אַ ניסל. װיל די לינקע האַנט נעמען דעם יאָדער פֿונעם ניסל, גיט אים די רעכטע האַנט, מחילה, אַ פֿײַג… גײט די לינקע האַנט און טוט אַ פּאַטש דער רעכטער האַנט, נעמט די רעכטע האַנט און טוט אַ פּאַטש דער לינקער האַנט. גײט די לינקע האַנט און דערלאַנגט אַ פֿראַסק אין דער רעכטער באַק, גײט די רעכטע האַנט און שטעקט־אָפּ דער לינקער באַק צװײ פּעטש. כאַפּט־אָן די לינקע האַנט בײַ דער רעכטער לאַץ, נעמט די רעכטע האַנט און רײַסט־אָפּ די לינקע לאַץ פֿון אױבן ביז אַראָפּ. גײט די לינקע האַנט און כאַפּט זיך אָן בײַ דער רעכטער פּאה, נעמט די רעכטע האַנט און פֿאַרפֿאָרט אין לינקן אױער.

― לאָז־אָפּ די פּאה, געצל פֿאָלג מיך, לאָז־אָפּ די פּאה!

― לאָז־אָפּ דעם אױער, װעל איך דיך אָפּלאָזן די פּאה!

― אַ מכּה!

― נו, בלײַבסטו אָן אַ פּאה, געציע!

― בלײַבסטו, גױעץ, אָן אַן אױער!

― אַי!

― אַי־אַי!!

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

עפּילאָג

עטלעכע מינוט שפּעטער האָט זיך אַזױ געקאַטשעט אױף דער ערד אונדזער געצל. אָט איז ער געלעגן פֿון אױבן מיט דער רעכטער זײַט, אָט איז ער געלעגן פֿון אױבן מיט דער לינקער זײַט, צוגעהאַלטן מיט בײדע הענט די קעשענע מיט ניס. אַ מינוט האָט גובֿר געװען גױעצל, אַ מינוט האָט גובֿר געװען געצל. ביז ער האָט זיך אױפֿגעכאַפּט פֿון דער ערד, אַן אײַנגעקאַטשעטער אין בלאָטע, װי אַ דבֿר־אַחר, אַ צעפֿליקטער, מיט אַ צעבלוטיקטן אױער, מיט אַן אונטערגעריסענער פּאה, אַרױסגעכאַפּט אַלע ניס פֿון קעשענע און פֿאַרװאָרפֿן זײ אין בלאָטע אַרײַן, העט־װײַט ביז אױף יענער זײַט מיל, און צוגעברומט מיט כּעס:

― אָט אַזױ!… אַ מיצװה!… נישט מיר, נישט דיר!…

געשריבן אין יאָר 1904
לאהניו: אַ בילד

א

פֿון יאָר צו יאָר, פּינקטלעך, װי אַ זײגער, איז בײַ די בערנשטײנס אַ מינהג, אַז צו „שפֿוך־חמתך“ עפֿנט מען אַלע טירן ― מע לאָזט־אַרײַן אַ גאַסט אין שטוב אַרײַן, אַ ליבן טײַערן גאַסט, אליהו הנבֿיא.

זײ גלײבן, אַז דער גוטער געטרײַער אליהו הנבֿיא קומט־אַרײַן זײ בענטשן. שטילערהײט טרינקט ער אָפּ אַ טראָפּן פֿונעם כּוס, װאָס שטײט אָנגעגרײט פֿון זײַנעט װעגן, און װערט שטילערהײט פֿאַרשװוּנדן.

פֿאַר אַזאַ אַן אָנגעלײגטן גאַסט שטײט־אױף די גאַנצע שטוב און רופֿט־אױס: „ברוך־הבאָ!“

און נאָכן „ברוך־הבאָ“ זאָגט מען הױך, אױף אַ קול און מיט אַ ניגון:

שפֿוך חמתך ― גיס אױס דײַן צאָרן אױף די נישט־קולטורעלע פֿעלקער, װאָס װילן דיך ניט קענען!…

אַ מאָדנע פֿרומע שטוב בײַ די בערנשטײנס! אַ פּאַטריאַרכאַלע, אַ כּשרע, מיט מינהגים פּאַטריאַרכאַלע.

ערבֿ־פּסח כּשרט מען די פֿיסלעך פֿון די בענקלעך, די קײטלעך פֿון די טירן, די זאַסלינקעס פֿונעם קױמען, די קראָקװעס פֿונעם בױדעם.

מע כּשרט די קינדער, מע כּשרט די דינסט, מע כּשרט די בהמה.

אױב בײַ דער גאַנצער װעלט איז כּשר, איז בײַ זײ כּשר־שבכּשר. אױב בײַ אַלע ייִדן איז פּסח, איז בײַ זײ פּסח־שבפּסח.

און אַז בערנשטײן זעצט זיך אַװעק צום סדר מיטן װײַסן קיטל, מיט