לכּבֿוד יום־טובֿ: המן און זײַנע טעכטער

שלום עליכם (אַלע װערק)

המן און זײַנע טעכטער

א

פֿאַר װאָס מע האָט אים גערופֿן המן ― װײס איך נישט; נאָר גערופֿן האָט מען אים.

אפֿשר דערפֿאַר, װײַל ער איז געװען אַ שלעכטער? ― האָט פֿון אים קײנער בײַ אונדז קײן שלעכטס נישט אַרױסגעזען.

אפֿשר דערפֿאַר, װײַל ער האָט געהאַט צען זין? ― האָט ער נישט געהאַט, אַ חוץ צװײ טעכטער, אײן זון אַפֿילו.

אפֿשר דערפֿאַר, װײַל ער האָט געהאַט אַ װײַב זרש? ― איז ערשטנס, בײַ ייִדן נישטאָ אַזאַ נאָמען, און צװײטנס, האָט ער, פֿון זינט איך געדענק אים, קײן װײַב נישט געהאַט.

פֿאַר װאָס זשע פֿאָרט האָט מען אים אַ נאָמען געגעבן בײַ אונדז אין כּתרילעװקע אַזאַ מיאוסן נאָמען?

נאָר אַ קשיא, װאָס בײַ אונדז אין כּתרילעװקע קאָן מען אַ נאָמען געבן!

למאַי, ס'איז פֿאַראַן בײַ אונדז אַ ייִד, ― מיר דאַכט, ער לעבט נאָך ― װאָס מע רופֿט אים „תּרח“?

און װי געפֿעלט אײַך אַזאַ נאָמען „גיהנום“? אַ נאָמען „האַרמידער“? אַ נאָמען „טעלעצע“? אַ נאָמען „מלאך־המװת“? אַ נאַמען „חלירע“? אַ נאָמען „קליפּה“?

צי, למשל, ס'איז געװען בײַ אונדז אַ ייִדענע, האָט זי געהײסן „עטי־פּעטי“, און נאָך אַ ייִדענע ― „צאינה־וראינה“, און אײנע אַ ייִדענע איז בײַ אונדז געװען מיט גאַר אַזאַ מין נאָמען: „חנה־שׂרה־פֿײגע־פּעלצעליכעס“!

בקיצור, געהײסן האָט ער מרדכי, און גערופֿן האָט מען אים „המן“. און געװען איז ער אַ הױכער, אַ טרוקענער, מיט גרױסע שװאַרצע אױגן, מיט אַ לאַנגער נאָז, מיט אַ קורץ אױסגעפֿליקט גרױלעך בערדל, װאָס ער האָט תּמיד געפֿליקט פֿון דעם אײנציקװײַז די האָר, נישט געלאָזט, ס'זאָל װאַקסן; די באַקן זײַנען געהאַנגען אַראָפּ מיט אַ סך קנײטשן אױפֿן לאַנגן האַלדז, און די אונטערשטע ליפּ האָט געקוקט אַרױס; און געגאַנגען איז ער אױסגעצױגן, װי אַ סטרונע, געקוקט אױף איטלעכן פֿון אױבן אַראָפּ, װינציק גערעדט, קײנמאָל נישט געלאַכט און שטענדיק־שטענדיק פֿאַרטראַכט.

געהאַנדלט האָט ער תּמיד מיט פּריצים, מיט די כּתרילעװקער ייִדן נישט געהאַט קײן שום מגע־ומשׂא, אַ חוץ אַ נדבֿה, אַ נדר אין שול אַרײַן; אי דאָס ― שטיל, אָן װערטער, נישט געדונגען זיך, נאָר געפֿרעגט „װיפֿל“ ― און אַרױסגענומען, און געגעבן.

אױך די צװײ טעכטער זײַנע, צװײ שײנע מײדלעך, האָבן זיך נישט אָנגעקערט מיט קײנעם; תּמיד געזעסן אין שטוב, מיט קײנעם נישט גערעדט, זיך באַהאַלטן אַפֿילו פֿאַר דער דינסט.

אין שטאָט האָט מען זײ גערופֿן „די המנטעס“, און געהאַלטן פֿאַר שלעכטע מענטשן, אַזעלכע „רשעטעס“, װי דער טאַטע זײערער, װי המן.

געװױנט האָבן זײ „נישט װי געװײנטלעך“, דאָס הײסט, נישט װי אַלע כּתרילעװקער ייִדן; זײ האָבן זיך געהאַט אַ באַזונדערן הױף מיט אַ גאָרטן גאָר, און מיט אַ גרױסן פּאַרקאַן, און אַ הונט איז געװען דאָרט אין הױף.

אַ פּחד איז אױף מיר אָנגעפֿאַלן אַלע מאָל, װען איך בין דורכגעגאַנגען פֿאַרבײַ המנס הױף. נישט פֿאַרן הונט, װאָרעם אַלע האָבן געװוּסט, אַז דער הונט איז אױף אַ קײט; נאָר פֿאַרן נאָמען „המן“ אַלײן האָב איך שױן געציטערט.

נאָך אַז איך בין געװען אַ קינד, פֿלעגט מען מיך שרעקן מיט דעם דאָזיקן נאָמען: „אָט רוף איך אַרײַן המנען!“ „אָט גיב איך דיך אָפּ צו המנען!“… שפּעטער, אַז איך האָב אָנגעהױבן גײן אין חדר אַרײַן, האָט מען מיר אָנגעװיזן המנס הױף און המנען אַלײן, און אַלע מאָל, װען איך האָב מיך מיט אים באַגעגנט, בין איך פֿון אים אַנטלאָפֿן.

אײנמאָל, געגאַנגען פֿון חדר אַהײם, האָב איך אים דערזען כּמעט נעבן אונדזער שטוב, בין איך דורכגעפֿלױגן פֿאַרבײַ און האָב מיך אומגעקערט ערשט דעמאָלט, אַז איך האָב געזען, אַז ער איז שױן נישטאָ.

דאָס אַנדערע מאָל בין איך געגאַנגען פֿאַרנאַכטלעך אין שול אַרײַן, געװען פֿאַרטיפֿט אין רעיונות, געטראַכט װעגן די קנעפּלעך, װאָס איך האָב פֿאַרשפּילט אין חדר, און װעגן דעם חומש מיט רש″י, װאָס איך קען נאָך נישט, און װעגן די שמיץ, װאָס איך װעל כאַפּן פֿונעם רבין… פּלוצעם ― איך טו אַ קוק ― ויבֿוא המן! ער גײט מיר אַקעגן און שטײט שױן כּמעט נעבן מיר. האָב איך אָנגעהױבן שרײַען נישט מיט מײַן קול און האָב מיך געלאָזט לױפֿן אין דער װעלט אַרײַן. און איך בין געפֿאַלן, און מע האָט מיך אױפֿגעהױבן כּמעט אַ טױטן. ― װאָס איז דיר? גאָט איז מיט דיר! ― איך האָב אים געזען… ער איז געשטאַנען נעבן מיר… ― װעמען האָסטו געזען? װער איז געשטאַנען? ― המן… המן… ― װאָסער המן? אַ? „המן“?… װאָס זשע איז, נאַריש ייִנגל װאָס דו ביסט? ער איז דען אַ בער? ער װעט דיך אױפֿעסן? פֿע, שעמען מעגסטו זיך! אַ חדר־ייִנגל, װאָס לערנט שױן חומש מיט רש″י, זאָל מורא האָבן פֿאַר אַ מענטשן!…

פֿון דעמאָלט אָן בין איך געװאָר געװאָרן, אַז המן איז אַ מענטש, און מע דאַרף פֿאַר אים קײן מורא נישט האָבן.

ב

מיר זײַנען שױן לאַנג אַרױס פֿונעם חדר, איך און מײַן חבֿר. מיר האָבן שױן אַפֿילו ניט געלערנט מער מיט חבֿרים אין בית־המדרש. אַ נײַע תּורה האָבן מיר מקבל געװען. נײַע לערנונגען, אַ נײַער רבי, נײַע חבֿרים. נײַע האָפֿענונגען זײַנען אױפֿגעשטאַנען.

„השׂכּלה“ האָט געהײסן די נײַע תּורה. „לערער“ האָט געהײסן דער נײַער רבי. גימנאַזיע, אוניװערסיטעט, דאָקטאָר ― אָט דאָס זײַנען געװען די נײַע האָפֿענונגען.

ביכער, ביכער, ביכער ― אָט דאָס איז געװען אונדזער עבֿודה, אונדזער יצר־הרע, אונדזער לעבן!

ביכער אין כּתרילעװקע? פֿון װאַנען זאָלן זיך נעמען אין כּתרילעװקע ביכער? װיפֿל ס'איז געװען ביכער בײַ באַקאַנטע האָבן מיר זײ אײַנגעשלונגען און האָבן זיך גענומען צו דער ביבליאָטעק.

נאָר די כּתרילעװקער ביבליאָטעק האָט אונדז געקלעקט אױף אײן צאָן.

ביכער, ביכער, ביכער! אונדזער מאָגן האָט געמאָנט מזונות: ביכער און ביכער!

האָט אונדז דער לערער אײנמאָל אין אַ שײנעם פֿרימאָרגן אַנטפּלעקט אַ סוד, אָנגעװיזן אַן אוצר ― צװײ גרױסע שאַפֿעס, פֿול אָנגעשטופּט מיט ביכער. און שטעלט אײַך פֿאָר, בײַ װעמען? בײַ המנען!

פֿון דעמאָלט־אָן זײַנען מיר געװאָרן אָפֿטע־אָפֿטע געסט בײַ המנען! גענומען ביכער, אָפּגעבראַכט די ביכער און גענומען אַנדערע ביכער, אַלערלײ ביכער. בײַ המנען זײַנען געװען ביכער און ביכער, פֿון כּל־טובֿ!

פֿון דעמאָלט־אָן האָט זיך אָנגעהױבן אונדזער קענטשאַפֿט. און װי װײַט און װי שטאַרק זײַנען מיר געװען נתפּעל, אַז מיר האָבן זיך באַקענט מיט המנען גופֿא!

ערשטנס, זײַנען מיר נתפּעל געװאָרן פֿון דעם, װאָס המן איז קלאָר אומעטום, „װי אַ װאַסער“. פֿון װאָס איר זאָלט מיט אים נישט רעדן ― װײס ער; װאָס פֿאַר אַ בוך איר זאָלט נישט אָנכאַפּן ― האָט ער אים געלײענט.

צװײטנס ― אַלס מענטש.

אַ מאָדנער, אַ משונה־מאָדנער מענטש, אָט דער המן! נישט נאָר קײן שלעכטער בטבֿע, נישט נאָר קײן בײזער, קײן טרוקענער, קײן אָנגעבלאָזענער; אַדרבא ― אַ צוגעלאָזטער, אַ װײכער, אַ פֿרײַנטלעכער, און תּמיד גרײט אײַך צו דינען, גײן װוּהין איר װעט אים הײסן און טאָן װאָס איר װילט.

אין שטוב ― שטיל װי אַ טױב. קלענער בײַ זיך פֿון אַלעמען. האָדעװעט אַלײן די קאַץ, גיט אַכטונג, מע זאָל געבן עסן דעם הונט, גיט זיך אָפּ מיט פֿײגעלעך גאָר, טײלט־אַרױס די דינסטן אין קיך אַרײַן, נישט געהערט, ער זאָל עמעצן זאָגן אַ הױך װאָרט ― אַ מאָדנער, אַ משונה־מאָדנער מענטש, אָט דער דאָזיקער המן!

― פֿאַר װאָס האָט מען אים אַ נאָמען געגעבן המן? ― האָב איך אױף אַ טשיקאַװעס אַ פֿרעג געטאָן אײנמאָל אין דער הײם, און האָב באַקומען דערױף אַזאַ מין ענטפֿער:

― דערפֿאַר װאָס ער איז אַ המן.

איך האָב מיך געפּרוּװט איבערשפּאַרן:

― װאָס פֿאַר אַ המן איז ער? ער איז, דאַכט זיך, גאָר נישט קײן המן!

האָט מען מיר דערױף געענטפֿערט:

― רעדסט, װי אַ קינד. דער מענטש איז אײן המן! דער מענטש זיצט אַן אַלמן שױן אפֿשר פֿופֿצן יאָר און האָט נישט חתונה! גענוג? דער מענטש האָט צװײ טעכטער, דװקא שײנע מײדלעך, האַלט ער זײ אױף אַ יקרות און װיל קײן שידוך נישט טאָן. גענוג? דער מענטש האָט נאָך אױף זײַן לעבן קײן שמײכל נישט געטאָן. גענוג?

איך האָב מיך אָנגעהױבן צוקוקן צו המנען נענטער. אמת: מע זעט פֿון אים נישט קײן פֿרײלעכע מינע, מע זעט פֿון אים קײן שמײכל נישט. תּמיד פֿאַרטראַכט, שטענדיק ערנסט; ערנסט בשעת ער רעדט, ערנסט בשעת ער טוט עפּעס, ערנסט בשעת ער האָדעװעט די קאַץ, ערנסט בשעת ער גיט די פֿײגעלעך אַ טרונק, ערנסט בשעת ער טײלט־אױס אין קיך אַרײַן און נעמט־אָפּ חשבון פֿונעם מאַרק.

גלײַך, אױסגעצױגן, װי אַ סטרונע, מיטן אױסגעפֿליקטן בערדל, מיטן לאַנגן געקנײטשטן האַלדז, מיט דער אַרױסגעשטעלטער אונטערשטער ליפּ, שטענדיק ערנסט, קײנמאָל נישט קײן שמײכל טאָן ― אַ המן, אַן אמתער המן, און דאָך אַ װױלער, אַ צוגעלאָזטער, אַ פֿרײַנטלעכער, אַ קלוגער, אַ מחיהדיקער מענטש!

― װאָס פֿאַר אַ המן איז ער?

אַזױ האָבן מיר זיך געפֿרעגט אײנס דאָס אַנדערע, איך און מײַן חבֿר, און האָבן נישט געקאָנט געפֿינען קײן תּירוץ.

מיט אַ מאָל איז אונדז פֿאַרענטפֿערט געװאָרן די קשיא.

ג

איך מײן, אַז איך װעל אײַך אַפֿילו נישט זאָגן, װעט איר אַלײן פֿאַרשטײן, אַז פֿון אונדזער אָפֿט אַרײַנקומען צו המנען האָבן מיר זיך סוף־כּל־סוף צוגעשלאָגן צו זײַנע טעכטער, צו די „המנטעס“.

פֿאַר װאָס זאָג איך „צוגעשלאָגן“? װײַל ער האָט זײ געהאַלטן כּמעט אונטערן שלאָס.

קײן בן־אָדם האָט זײ נישט געקאָנט זען. זײ האָבן זיך געהאַט זײער באַזונדער חדר. צום פֿאָטער קײנמאָל נישט אַרױסגעגאַנגען. מיט קײן זאַך אין שטוב זיך נישט אָפּגעגעבן, אַ חוץ ביכער. הײַנט פֿון װאַנען זאָל מען זײ קענען?

ויהי היום, מיר קומען אײנמאָל צו גײן ― נישטאָ המן אין דער הײם. ערגעץ אַװעקגעגאַנגען.

זײַנען מיר אַרײַנגעקומען צו אים אין חדר אַרײַן, דאָרט װוּ דער אוצר פֿון ביכער. און אַזױ װי מיר קומען אַרײַן ― טרעפֿן מיר צװײ נקבֿות זיצן און לײענען, אײנע שענער פֿון דער אַנדערער: אײנע אַ הױכע, אַן אײדעלע, מיט שװאַרצע אױגן און מיט שװאַרצע האָר; די אַנדערע אַ נידעריקע, אַ קײַלעכיקע, אַן אונטערגעשאָרענע, מיט קלוגע, לעבעדיקע, גרױע אױגן.

דאָס זײַנען געװען המנס טעכטער, די „המנטעס“.

איך רעכן לחלוטין פֿאַר אַן איבעריקע זאַך באַשרײַבן, װי אַזױ מיר האָבן זיך באַקענט מיט המנס טעכטער, פֿון װאָס מיר האָבן גערעדט, װי אַזױ מיר האָבן גערעדט. דאָס איז אַזאַ מאַטעריאַל, װאָס לאָזט זיך ציִען, װי גומעלאַסטיק; אַזאַ מאַטעריאַל, װאָס מע קאָן פֿון אים ציִען פֿאָדעם אָן אַ שיעור און שרײַבן און שרײַבן און שרײַבן.

נאָר װיפֿל מע זאָל נישט שרײַבן ― אַ סוף מוז דאָך אַמאָל האָבן: דעם שפּיץ, דעם שפּיץ מוז מען אַרױסזאָגן.

דער שפּיץ ― מיר האָבן זיך בײדע פֿאַרליבט.

מײַן חבֿר ― אין דער עלטערער, דער הױכער מיט די שװאַרצע האָר, און איך ― אין דער קלענערער, מיט די בלױע גרױסע אױגן.

מיר האָבן זיך בײדע פֿאַרליבט מיט דער אמתער, הײסער, מסוכּנער ליבע. פֿאַרליבט, װי עס קאָנען זיך פֿאַרליבן צװײ כּתרילעװקער בחורימלעך, װאָס זײַנען אױף זײער לעבן נאָך נישט געזעסן נאָענט נעבן אַ מײדל, סע זאָלן זיך זײ ניט אָנצינדן די בעקלעך; װאָס האָבן געװוּסט, אַז אַ „כּלה“ איז די, װאָס מע פֿירט זי צו דער חופּה; װאָס האָבן געװוּסט, אַז אַ ליבע איז די ליבע פֿון שיר־השירים, אַז אַ ראָמאַן איז הײליק, קודש־קדשים.

מיר האָבן זיך בײדע, איך מיט מײַן חבֿר, „אַנטפּלעקט“, אױסגעזאָגט אײנער דעם אַנדערן פֿונעם הײליקן סוד, און פֿון דעמאָלט־אַן איז צוגענומען געװאָרן אונדזער גליקלעך קינדערש לעבן.

פֿון דעמאָלט־אָן איז צוגענומען געװאָרן דער שלאָף פֿון אונדזערע אױגן, דער אַפּעטיט צום עסן, און אַפֿילו דער אַפּעטיט צום לערנען און דער חשק צו די ביכער.

דאָס הײסט, לערנען האָבן מיר אַפֿילו נישט אױפֿגעהערט צו לערנען. מיר האָבן זיך געגרײט אַװעקצופֿאָרן שטודירן. נאָר ס'איז שױן געװען נישט דאָס; נישט דאָס פֿײַער, נישט דער ברען, װאָס פֿריִער.

פֿון דעמאָלט־אָן האָבן מיר געטשאַטעװעט קומען צו המנען פּונקט דעמאָלט, װען ער איז נישטאָ אין דער הײם, און מיר זײַנען געװען גליקלעך, אַז מיר האָבן געקאָנט רעדן כאָטש עטלעכע, עטלעכע װערטער מיט די דאָזיקע „הױכע אײדעלע נשמות“.

אַזױ האָבן זײ אױסגעזען בײַ אונדז אין די אױגן, װײַל גערעדט האָבן זײ װינציק, און נאָר געקוקט, געקוקט אױף אונדז. און יעדער קוק האָט אָנגעצונדן בײַ אונדז אַ פֿײַער אין האַרצן, יעדער קוק איז געװען אַ שאָס פֿון אַ ביקס, אַ בליץ פֿונעם הימל.

און נאָכדעם, אַז המן האָט אָנגעקלונגען אין דער טיר, האָבן זײ זיך פֿאַרבאָרגן בײַ זיך אין חדר אין און שױן מער נישט באַװיזן זיך פֿאַר אונדז ביזן אַנדערן מאָל.

אַזױ האָט זיך דאָס געצױגן, ביז ס'איז געקומען די צײַט פֿון אונדזער אַװעקפֿאָרן צום עקזאַמען.

ד

דאָס אַװעקפֿאָרן צום עקזאַמען איז געװען בײַ אונדז אַזאַ יום־טובֿ, װאָס מיר האָבן זיך געגרײט צו אים עטלעכע יאָר כּסדר.

װיפֿל צרות און יסורים דאָס האָט געקאָסט! װיפֿל מלחמות איז מען אױסגעשטאַנען! װיפֿל טרערן זײַנען פֿאַרגאָסן געװאָרן, אײדער מיר האָבן געפּועלט, אַז מע זאָל אונדז לאָזן שטודירן, אײדער מיר האָבן דערהערט דאָס גוטע װאָרט, אַז מע פֿירט אונדז אָפּ אין דער גרױסער שטאָט אַרײַן צום עקזאַמען!

און אַז ס'איז געקומען די צײַט פֿון פֿאָרן צום עקזאַמען, זײַנען מיר געבליבן שטײן, איך און מײַן חבֿר, װי אין דער הינערפּלעט. נישט געװוּסט װאָס צו טאָן.

אַװעקפֿאָרן און נישט גערעדט מיט אונדזערע „הױכע אײדעלע נשמות“ פֿון גאָרנישט? ניט אױסגעזאָגט פֿאַר זײ פֿון יענעם הײליקן סוד קײן װאָרט אַפֿילו?… נאָר װי אַזױ רעדט מען? װי אַזױ הײבט מען אָן צו רעדן מיט אַזעלכע „הױכע אײדעלע נשמות“?

און ס'איז געבליבן בײַ אונדז בײדן, מיר זאָלן דאָס אַרױסזאָגן דורך בריװ, אױסגיסן אױף פּאַפּיר.

און מיר האָבן אױסגעגאָסן אונדזער האַרץ אױף פּאַפּיר.

װאָס מיר האָבן דאָרט געשריבן ― קאָן איך איצט נישט געדענקען. און אַפֿילו װען איך זאָל געדענקען, װאָלט איך אײַך נישט אױסגעזאָגט, װאָרעם איך װאָלט דאָס נישט פֿאַרשטאַנען און איר װאָלט געלאַכט.

און מיר האָבן נישט געלאַכט. נײן, דװקא נישט! מיר האָבן געװײנט.

מיר האָבן זיך געגעבן אײנס דאָס אַנדערע איבערלײענען די דאָזיקע בריװלעך און האָבן געװײנט, געװײנט מיט טרערן, מיט הײסע, אמתע טרערן!

גוט אױסגעװײנט זיך, האָבן מיר אונדזערע צװײ שײנע מליצה־בריװ איבערגעגעבן מיט גרױס מי דורך המנס דינסטמײדל, און אױף מאָרגן, אַז מיר זײַנען געקומען אין דער „געװײנלעכער צײַט“ צו המנען, אין דער צײַט, װען ער איז נישטאָ אין דער הײם, האָט אונדז דאָס דינסטמײדל באַגעגנט מיט אַ מאָדנע שמײכל אױפֿן פּנים און האָט אונדז אַרײַנגעפֿירט אין המנס חדר אַרײַן און געהײסן צוּװאַרטן, ביז די „באַרישנעס“ װעלן אַרײַנקומען פֿון גאָרטן.

און מיר האָבן זיך צוגעזעצט װאַרטן, ביז אונדזערע „הױכע אײדעלע נשמות“ װעלן אַרײַנקומען פֿון גאָרטן.

ס'איז געװען אָפֿן דאָס פֿענצטער. אין דרױסן האָט געשײַנט, ― אָנהײב זומער איז דאָס געװען ― די זון האָט פֿרײלעך אַראָפּגעקוקט פֿון איר הױכן געצעלט, פֿונעם לױטער־בלױען הימל, און פֿונעם גאָרטן ― דער אײנציקער ייִדישער גאָרטן אין כּתרילעװקע ― האָט זיך געלאָזט הערן אַ זיסער ריח פֿון די װײַנשל־בײמער, װאָס האָבן געהאַלטן אין רעכטן בליִען, און די קלײנע װײַסע שמעקעדיקע װײַנשל־בלימעלעך האָבן זיך, װי פֿליגעלעך, װי קלײנע װײַסע לעבעדיקע פֿליגעלעך, פֿרײלעך געטראָגן אין דער לופֿטן, און עס האָט זיך געלאָזט הערן אַ זשומען, אַ פּישטשען און אַ שמוצערן פֿון אַ סך־אַ סך פֿױגלען פֿונעם גאָרטן, פֿונעם אײנציקן ייִדישן גאָרטן אין כּתרילעװקע.

עס האָט זיך געעפֿנט די טיר און עס זײַנען אַרײַנגעקומען אונדזערע „הױכע אײדעלע נשמות“.

און אַז אונדזערע „הױכע אײדעלע נשמות“ זײַנען אַרײַנגעקומען, האָבן מיר זיך בײדע, איך און מײַן חבֿר, אַ כאַפּ געטאָן פֿון די ערטער, זיך געגרײט האָרכן אַן ענטפֿער אױף אונדזערע טרױעריקע בריװ, אױף אונדזערע אומשולדיקע טרערן.

נאָר די „הױכע אײדעלע נשמות“, אַז זײ האָבן אונדז דערזען, האָבן זײ אַ קוק געטאָן אײנס אױף דאָס אַנדערע און האָבן אױסגעשאָסן אַ געלעכטער אונדז גלײַך אין פּנים אַרײַן און זײַנען אַנטלאָפֿן צו זיך אין חדר אַרײַן.

און איך מיט מײַן חבֿר זײַנען געבליבן שטײן, װי געלײמט, געקוקט אײנס אױף דאָס אַנדערע און נישט געקאָנט אױסרעדן קײן װאָרט אַפֿילו.

אַ גליק, װאָס דאָס דינסטמײדל איז אַרײַנגעקומען צו אונדז. און אַרײַנגעקומען איז זי צו אונדז מיט אַזאַ מינע, װי אײנער רעדט: „װאָס שטײט איר, װי די לײמענע גולמס? גײט אײַך געזונטערהײט!“…

מיר האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז מיר דאַרפֿן גײן; נישט גײן, נאָר לױפֿן, לױפֿן װוּהין די אױגן װעלן טראָגן! און מיר זײַנען געלאָפֿן, געלאָפֿן פֿון דער דאָזיקער שטוב, גלײַך װי עמעצער האָט אונדז געיאָגט, גלײַך װי צען בײזע הינט זײַנען אונדז נאָכגעלאָפֿן, און יענער געלעכטער האָט זיך געלאָזט הערן, געקלונגען אין אונדזערע אױערן.

און די זון האָט געשײַנט, און די װײַנשל־בײמער האָבן געבליט, און די פֿױגלען האָבן געזשומעט און געפּישטשעט און געשמוצערט, און איך מיט מײַן חבֿר זײַנען געלאָפֿן, געלאָפֿן, און יענער געלעכטער האָט זיך נאָך געלאָזט הערן, געקלונגען אין די אױערן.

עס איז אונדז פֿאַרענטפֿערט געװאָרן די קשיא, פֿאַר װאָס מע האָט אים גערופֿן „המן“ און זײַנע טעכטער ― די „המנטעס“.

געשריבן אין יאָר 1903.
געצל

― זיצט, איך װעל אײַך דערצײלן אַ מעשׂה מיט ניס.

― מיט װאָס? מיט ניס?

― מיט ניס!

― איצט? בשעת מלחמה?

― אַדרבא: װײַל מלחמה, װײַל ס'איז אײַך לא־עליכמדיק אױפֿן האַרצן, װיל איך אײַך אַ ביסל צעשלאָגן די מחשבֿות. און אַגבֿ, אַז מע צעבײַסט אַ נוס, געפֿינט מען אַ יאָדער.

1

געהײסן האָט ער געצל, נאָר גערופֿן האָט מען אים גױעצל, געהאַלטן אים פֿאַר אַ פּרא־אָדם: װער עס האָט נאָר געהאַט גאָט אין האַרצן, דער האָט געטריבן מיט אים קאַטאָװעס, געמאַכט פֿון אים חוזק. געװען איז ער צװישן די קלײנע ייִנגלעך אין חדר, אַ בחורל אַ דערװאַקסענער שױן, אַ לעפּישעװאַטער, מיט מגושם־גראָבע הענט און מיט מגושם־גראָבע ליפּן. אַ קול האָט ער געהאַט, װי פֿון אַ פֿאַס, און געגאַנגען איז ער מיט ברײטע הױזן און מיט גרױסע שטיװל, װי אַ בער. אַ קאָפּ איז אױף אים געזעסן אַ גרױסער, װי אַ באַק־דײזשע, און אָנגעשטאָפּט איז ער געװען, איך בעט איבער אײער כּבֿוד, מיט קלאָטשע, הײ אָדער פֿעדערן. אַזױ האָט געזאָגט אױף אים אין חדר דער רבי, רב יענקל, אים אױסגעװאָרפֿן אַלע מאָל זײַן װוּקס: „גױעצל“, „װערגעלעץ“, „גראָבער נפֿש“, „טרײפֿענער בײן“, „אָקסן־פֿעל“, וכדומה אַזעלכע שײנע צונעמענישן. און ער? גאָרנישט! ס'זאָל אים אַפֿילו אָנהײבן רירן! פֿאַרקלײַבן זיך אין אַ װינקל,