לכּבֿוד יום־טובֿ: דער אתרוג

שלום עליכם

פֿון www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish/sholemAleykhem/contents.html

                                                   א

                                 אַ מעשׂה לכּבֿוד יום־טובֿ

הײסן הײס איך, זאָלט איר װיסן זײַן, אָרי־לײב, נאָר רופֿן רופֿט מען מיך לײבל, און אין חדר האָב איך אַ צונעמעניש „לײב־דרײב־אָבדי־ריק“. אין חדר באַ אונדז האָט איטלעכס ייִנגל זײַן צונעמעניש: מאָטל־קאַפּאָטל, מאיר־דרײער, מענדל־פֿענדל, חײם־קלײַען, איציק־שפּיציק, בערל־צאַפּ... געפֿעלט אײַך אַ ביסל אַ גראַם? מילא, אַז איציק איז שפּיציק, מענדל איז פֿענדל און חײם איז קלײַען ― דאָס קאָן מען נאָך פֿאַרשטײן; אָבער װאָס פֿאַר אַ מחותּן איז בערל מיט צאַפּ? ― למאַי, װאָס פֿאַר אַ משל איז לײב־דרײב־אָבדיריק? פֿונדעסטװעגן װיל איך דאָס שטאַרק ניט לײַדן און קריך זיך שלאָגן, און כאַפּ פּעטש מיט קולאַקעס מיט סטוסאַקעס מיט בוכענצעס מיט שטשיפּאַלקעס פֿון אַלע זײַטן. מע מאַכט מיך ברױן און בלױ, װאָרעם איך בין דער קלענסטער באַ אונדז אין חדר, דער קלענסטער און דער שװאַכסטער און דער אָרעמסטער. קײנער װעט זיך פֿאַר מיר נישט אײַנשטעלן, מײַן קריװדע ניט אָננעמען; אדרבה, אַז צװײ נגידישע ייִנגלעך בוכען מיך, אײנער זיצט אַף מיר רײַטנדיק און דער אַנדערער דרײט מיר אַן אױער, שטײט דעך דריטער, אַן אָרעמאַנס אַ ייִנגל, און פּאָדטאַקעװעט מיט אַ ניגון:

               אָט אַזױ! אָט אַזױ!
               בוכעט אים!
               בוכעט אים!
               די עװערלעך!
               די עװערלעך!
               אָט אַזױ! אָט אַזױ!

דעמאָלט ליג איך שטיל, װי אַ קעצעלע, און אַז מע לאָזט מיך אָפּ, גײ איך מיר אַװעק אין אַ װינקעלע און װײן זיך אױס שטילערהײט, װיש־אױס די אױגן, רוק זיך צוריק צו צו חבֿרה און װער װידער אַ מענטש... בקיצור, אַז איר װעט באַגעגענען אין דער דאָזיקער מעשׂה אַ נאָמען לײבל, זאָלט איר װיסן, אַז דאָס בין איך.

אַלײן בין איך אַ געפּאַקטער פּוכלעק, אַ נידעריקער, נאָר אַ גראָבער. ניט אַזױ מחמת פֿעטקײט; איך בין אַפֿן לײַב דװקא אַ מאָגערער. נאָר דערפֿאַר בין איך פּוכלעקעװאַטע, װײַל איך טראָג גראָבע װאַטאָװע הױז־לעך, אַ גראָב װאַטאָװע לײַבל מיט אַ גראָב װאַטאָװע קאַפּאָטקעלע. די מאַמע, פֿאַרשטײט איר מיך, װיל, עס זאָל מיר זײַן װאַרעם און איך זאָל מיך חלילה ניט פֿאַרקילן, האָט זי מיך אַרומגעװיקלט מיט װאַטע פֿון קאָפּ ביז פֿיס. נאָר זי מײנט, די מאַמע הײסט דאָס, אַז װאַטע קומט ניט צו־נוץ פֿאַר אַ ייִנגל. װאַטע קומט צו־נוץ אַף אַ מיאַטש, און נאָך אַף אַ מיאַטש, און נאָך אַף אַ מיאַטש ― אַלע ייִנגלעך האָב איך אײַנגעטײלט מיט װאַטע, געשלעפּט פֿון די הײַזלעך און פֿונעם קאַפּאָטקעלע, אַזױ לאַנג, ביז מע האָט דערזען, האָב איך געכאַפּט פּעטש מיט קולאַקעס, מיט סטוסאַקעס, מיט בוכענצעס, מיט שטשיפּאַלקעס. נאָר לײבל טוט זיך זײַנס: ער טײלט װאַטע. װער סע װיל, דער נעמט באַ אים װאַטע, און װער עס האָט גאָט אין האַרצן, דער שלאָגט אים, הרגעט אים, ממיתט אים: „לײב־דרײב־אָבדיריק, אַ מצװה אַף אים!“...

אַפֿן פּנים בין איך רױט, די באַקן זײַנען באַ מיר בלױלעך און די נאָז תּמיד פֿאַרקאָװעט, תּמיד פֿול װי אַן אױג. „אַן אוצר באַ אים, צו אַלדי שװאַרצע יאָר!“ ― אַזױ זאָגט די מאַמע און רײַבט לײבלען די נאָז מיטן פֿאַרטעך גאָר אומברחמנות און שרײַט צו אים: „נאָך! נאָך!“... לײבל נעמט זיך אָן מיט אַלע כּוחות, עס שפּאַרט אים שיִער ניט אַרױס די אױגן פֿונעם קאָפּ מיט דער נשמה, און די מאַמע הערט נישט אױף צו שרײַען: „נאָך! נאָך! נאָך!“... נאַ דיר אַן אָנשיקעניש! אַ נאָז! עס זאָל אָבער נישט זײַן קײן נאָז, װאָלט דאָך געװען גוט. ערשטנס, פֿאַרשפּאָרט מען דערקוטשען מיטן שנײַצן; און צװײטנס, איז ניטאָ װער ס'זאָל פֿרױרען װינטער אַפֿן פֿראָסט. נישט אײן מאָל פֿלעגט מיר אײַנפֿאַלן צו פֿרעגן אַ קשיה: צו װאָס טױג אַ נאָז? װי װאָלט געװען, למשל, אַז אַלע מענטשן זאָלן אַרומגײן אָן נעזער? אַי, װאָס פֿאַר אַ פּנים װאָלטן מיר דעמאָלט געהאַט? בלײַבט אַ קשיה!... נאָר איך האָב אײַך געװאָלט דערצײלן, קינדער, עפּעס אַנדערש. איך האָב אײַך געװאָלט דערצײלן אַ מעשׂה מיט אַן אתרוג, און אַרױף בין איך גאָר אַף װײס איך װאָס!... לכן רײַס איך איבער אין מיטן אַ שמועס און קער זיך אום מיט אײַך צוריק צו דער מעשׂה מיטן אתרוג.

                                              ב.

מײַן טאַטע, „משה־יענקל דער נאמן“, דינט אין פּראָיעקט פֿון כּמה וכּמה יאָרן אַלס קאַסיר. ער באַקומט געהאַלט פֿינפֿטהאַלבן קאַרבן אַ װאָך און קוקט־אַרױס אַף אַ הוספֿה; אַז מע װעט אים געבן אַ הוספֿה, װעט ער, זאָגט ער, הײַנטיקס יאָר, אם ירצה השם, קױפֿן אַן אתרוג. נאָר די מאַמע (בתיה־בײלה די נאמנטע רופֿט מען זי) גלײבט ניט אין אַזעלכע זאַכן. גיכער, זאָגט זי, װעט אומפֿאַלן אַ קאַזאַרמע און מענטשן װעלן געהרגעט װערן, אײדער אַ בעל־טאַקסע װעט געבן אַ הוספֿה... אײנמאָל פֿאַר ראָש־השנה איז לײבל אָנגעקומען אַף אַזאַ מין שמועס צװישן טאַטע־מאַמע:

ע ר: עס זאָל זיך קערן די װעלט, מוז איך הײַנטיקן סוכּות האָבן אַן אתרוג!

ז י: די װעלט װעט זיך נישט קערן, און דו װעסט קײן אתרוג נישט האָבן.

ע ר: אַזױ זאָגסטו? װי זשע איז אָבער דער דין, אַז מע האָט מיר צוגעזאָגט געבן צושטײַער אַף אַן אתרוג?

ז י: װעט מען דאָס דאַרפֿן פֿאַרשרײַבן אין ספֿר־פּראַלניק, אַז ראָש־חודש קרעמעניץ האָט זיך געטראָפֿן אַ נס ― עס איז געפּגרט אַ בער אין װאַלד. נאָר װאָס דען? אַז איך װעל נישט גלײבן, װעל איך אױך נישט זײַן קײן גרױסע אַפּיקורסטע.

ע ר: מעגסט דיר יאָ גלײבן און ניט גלײבן; איך זאָג דיר, אַז הײַנטיקן סוכּות האָבן מיר אַן אײגענעם אתרוג. ז י: אָמן הלװאי, פֿון דײַן מױל אין גאָטס אױערן!
― אָמן! אָמן! אָמן! ― טראַכט לײבל באַ זיך אין האַרצן, און עס שטעלט זיך אים פֿאָר, אַז דער פֿאָטער זײַנער קומט אין שול אַרײַן, װי אַן אַלטער שטאָט־בעל־הבית, מיט זײַן אײגענעם אתרוג און מיט זײַן אײגענעם לולבֿ, און כאָטש משה־יענקל דער נאמן איז אַ ייִד פֿון שפּיגל־באַנק, פֿונדעסטװעגן, אַז סע קומט צו הושענות און דער עולם מאַכט אַ שפּאַציר מיט די אתרוגים אַרום דער בימה, גײט משה־יענקל אױך אין קאָן, גלײַך מיט אַלע מזרח־לײַט, און לײבלס האַרץ קװעלט־אָן און פֿרײט זיך. פֿריִער, געװײנטלעך, גײט רב מלך דער חזן, װי אַ פֿעלדמאַרשאַל, טריט באַ טריט, דעם קאָפּ פֿאַרריסן אַרױף מיט גרױס גדלות, און זינגט אַף זײַן שײן־ציקלדיקער שטימע: „הושע־נא, עניה סוערה, הושע־נא! “ און תּיכּף נאָך אים גײט דער רבֿ, אַ קלײן אױסגעװײקט ייִדל, אָנגערוקט דעם טלית איבערן פּנים. נאָכן רבֿ ― דער דײן, אַ ייִד מיט אַ געל פּאַרמעט פּנים, נאָר מיט ברײטע אַקסלען און מיט אַ פֿעטן בױך, װאָס טרײסלט זיך אונטער דער גלאַנצנדיקער אַטלעסענער קאַפּאָטע. און נאָכן דײן ― די „פּני העיר“, די „מזרח־לײַט“, די נגידים, דער סאַמע צימעס פֿון שטאָט: רב דאָדי רב הערשעלעס, רב שׂמחה רב יאָסעלעס, רב אַהרן רב לײבעלעס. נאָכדעם ― די דרײ בערלס: בערל דער גרױסער, בערל דער רױטער, בערל מיט דער באַק. נאָכדעם ― מיטלמעסיקע בעלי־בתים: מענדל ברוך נחמהס, אַלטער מינצי פּעסלס, שעיה שלמה־דודס, װעלװל חײם־בער־טשיקס. און נאָכדעם גײען קלײנװאַרג: משה קאָטער, חײם פֿלאַם, עזריאל קאַטשקע, מאיר ליפּ, שלום סקריפּ, שמואליק פּעטרישקע, און נאָך און נאָך, אײנס נאָך דאָס אַנדערע, אַ נגיד נאָך אַ נגיד, אַ בעל־הבית נאָך אַ בעל־הבית, איטלעכער לפֿי ערכו, נאָך זײַן פֿאַרמעגן, װי, להבֿדיל, אין דער אַרמיע, בשעת דאָס חיל גײט אין דער מלחמה: פֿריִער טרעט־אַרױס דער פֿעלדמאַרשאַל, נאָכדעם גײען גענעראַלן, נאָכדעם פּאָלקאָװניקעס, אָפֿיצירן און יונקערס, אונטעראָפֿיצירן און פֿעלדפֿעבעלס, און ערשט נאָכדעם גײען די פּראָסטע סאָלדאַטן... לײבלען שטעלט זיך פֿאָר, אַז זײַן פֿאָטער האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט מיטן אתרוג צװישן די שענסטע בעלי־בתים, אַ סך פֿריִער פֿאַר רב ישׂראל דעם שנײַדער, װאָס כאָטש ער איז אַ ייִד אַ בעל־מלאָכה און אַ גרױסער אָרעמאַן, פֿונדעסטװעגן, קומט צו די הושענות,
גײט רב ישׂראל דער שנײַדער גלײַך מיט אַלע בעלי־בתים מיט אַ פֿרעמדן אתרוג, װאָס אַן אױפֿגעקומענער בעל־מלאָכה האָט אים מיט דעם מכבד געװען אפֿשר דערפֿאַר, װײַל רב ישׂראל איז אַ שײנער ייִד אַ לײַטישער און אַ גאַנץ ערלעכער. לײבל האָט נישט אײנמאָל באַמערקט, אַז עס קומט צו הושענות און דער עולם הײבט־אָן אַרומצוגײן אין שול מיט די אתרוגים, שטופּן זיך די בעלי־בתים איטלעכער װאָס פֿריִער, קוקן כּלומרשט אין סידור אַרײַן, העלפֿן דעם חזן זינגען די הושענות מיט אַ דין קולכל, מאַכן בשעת־מעשׂה זײער אַ פֿרום פּנים, און כאַפּן אַ קוק מן הצד, קליגן זיך צו פֿאַרנעמען אַ רעכט שטיקל אָרט, נענטער צו די פּני העיר, צו די מזרח־לײַט, צו די נגידים; און אַז זײ קומען־אױס אַ ביסל װײַטלעך, מאַכן זײ פֿיס און הײבן אָן גײן גיכלעך, זײ זאָלן חלילה ניט פֿאַרשפּעטיקן און אַן אַנדערער, אַ קלענערער, זאָל חלילה ניט פֿאַרכאַפּן זײער אָרט. און אָפֿטמאָל טרעפֿט זיך, אַז אײנער אַ בעל־הבית האָט אַ ביסל פֿאַרשפּעטיקט, רוקט ער זיך אַרײַן בריהש מיט אַ זײַטל צװישן אַנדערע צװײ בעלי־בתים, װאָס װאָלטן אים מכּות אַרײַנגעלאָזט, עס זאָל זײַן אין זײ געװענדט...
אַז לײבל האָט דערהערט דעם שמועס פֿון פֿאָטער און מוטער מכּוח אַן אײגענעם אתרוג, האָט ער זיך נישט געקאָנט אײַנהאַלטן און האָט אױסגעפּױקט אין חדר, אַז הײַנטיקן יום־טובֿ װעלן זײ האָבן אַן אתרוג, „אַן אײגענעם אתרוג“; נאָר קײנער האָט אים נישט געװאָלט גלײבן, װיפֿל ער האָט זיך נישט געשװאָרן.
― װאָס זאָגט איר אַף זײַן טאַטן? ― האָבן חבֿרה שקצים גערעדט צװישן זיך. ― אַזאַ קבצן שבקבצנים, פֿון די קבצניװקער קבצנים, װעט קױפֿן אַן אתרוג! ער מײנט, אַפּנים, ס'איז אַ לימענע, אַן עפּל פֿאַר אַ גראָשן!
און די קלענערע ייִנגלעך האָבן צוגעזונגען:

               לײב־דרײב־אָבדיריק
               האָט אױסגעטראַכט אַ ליגן!
               אױסגעטראַכט אַ ליגן!...

אַזױ האָבן חבֿרה שקצים געזונגען און מע האָט אים נאָך מכבד געװען, װי אַלע מאָל, מיט שײנע עטלעכע פּעטש, קולאַקעס, סטוסאַקעס, בוכענצעס און שטשיפּאַלקעס. די דאָזיקע מעשׂה האָט אים, געװײנטלעך, פֿאַרדראָסן, און לײבל הײבט־אָן גלײבן, אַז זײַן טאַטע איז אַ כּתריליק, אַ קבצן שבקבצנים, און אַ קבצן טאָר זיך ניט גלוסטן... װי איבעראַשט איז ער אָבער געװאָרן, אַז ער איז געקומען אַהײם און האָט געטראָפֿן הענזל דעם שוחט מיט דעך נאַפּאָליאָנקע אַפֿן קאָפּ זיצן מיטן פֿאָטער באַם טיש און פֿאַר זײ איז געשטאַנען אַ קעסטל מיט אתרוגים, װאָס האָבן זיך געלאָזט הערן מיט זײער גן־עדן־ריח איבער דער גאַנצער שטוב.

                                         ג.

די נאַפּאָליאָנקע, װאָס הענזל דער שוחט טראָגט אַפֿן קאָפּ, איז אַזאַ מין שטרײַמעלע, אַ מיצל אַזעלכס, װאָס איז אונדז פֿאַרבליבן בירושה פֿון נאַפּאָליאָן דעם ערשטן. דאָרטן, באַ די פֿראַנצױזן, איז דאָס מיצל שױן לאַנג אױס מאָדע; נאָר באַ אונדז, אין כּתרילעװקע, האָט זיך נאָך פֿאַרװאַלגערט אײן נאַפּאָליאָנקע, אָבער טאַקע מער נישט װי אײנס, באַ הענזל דעם שוחט. דאָס מיצל איז אַ לאַנגס און אַ שמאָלס, פֿון פֿאָרנט מיט אַ שפּעלטל, מיט אַ קנעפּל און מיט צװײ קאָטעסלעך. איך האָב תּמיד חשק געהאַט צו די דאָזיקע קאָטעסלעך. װען דאָס מיצל פֿאַלט־אַרײַן צו מיר אין די הענט כאָטש אַף צװײ מינוט, זײַנען די קאָטעסלעך מײַנע!... אַזױ האָב איך מיר געקלערט. הענזל דער שוחט טוט אָבער קײנמאָל ניט אױס דאָס מיצל פֿונעם קאָפּ, און מיר װײַזט זיך אױס, אַז די קאָטעסלעך מיטן מיצל מיט די פּאות מיטן קאָפּ זײַנען באַ אים עפּעס װי צונױפֿגעװאַקסן אינאײנעם, און דערפֿאַר, אַז ער רעדט און מאַכט מיט די הענט, שאָקלען זיך די פּאות און די קאָטעסלעך באָמבלען זיך. רב הענזל דער שוחט לײגט־פֿונאַנדער די גאַנצע קראָם זײַנע, קלײַבט אױס אַן אתרוג, טראָגט אים צו צו דעם טאַטן מיט צװײ פֿינגער און הײסט אים נעמען דעם דאָזיקן אתרוג.
― אָט דעם אתרוג זאָלט איר נעמען, רב משה־יענקל, װעט איר האָבן הנאה, װאָרעם ער איז, זאָג איך אײַך, אַן אַנטיק! אַן אַנטיק שבאַנטיק!

― אָבער אַ קאַרפֿירער? ― פֿרעגט דער טאַטע און באַטראַכט דעם אתרוג פֿון אַלע זײַטן, װי מע באַטראַכט אַ בריליאַנט, און די הענט ציטערן אים פֿאַר פֿרײד.

― נאָך אַ מין קאַרפֿירער! ― מאַכט דאָס מיצל מיט אַ געלעכטערל, און די קאָטעסלעך באָמבלן זיך. ― אַ קאַרפֿירער שבקאַרפֿירער! צװישן קאַרפֿירער אַ קאַרפֿירער!

משה־יענקל דער נאמן שפּיגלט זיך אינעם אתרוג, קאָן זיך אין אים זאַט נישט אָנקוקן, רופֿט־צו בתיה־בײלהן און װײַזט איר מיט אַ גליקלעך שמײכעלע אַפֿן אתרוג, װי מע װײַזט־אָן אַף זײער אַ רײַכן פֿערמואַר, אַ צירונג, אַן אבן־טובֿ, אָדער װי אַף אַ שײן טײַער קינד, אַ טרײסט. בתיה־בײלע גײט־צו אָן װערטער, ציט־אױס די האַנט פּאַװאָלינקע, װיל נעמען דעם אתרוג אין האַנט אַרײַן, גיט מען איר נישט: „פּאַװאָלינקע מיט די הענט! אַ שמעק, אױב דו װילסט“... בתיה־בײלה באַגנוגנט זיך כאָטש מיט אַ שמעק, און מיר גיט מען אַפֿילו קײן שמעק אױך נישט טאָן. מיך לאָזט מען אַפֿילו נישט צו, איך זאָל ניט שטײן צו נאָענט, איך זאָל גאָר ניט קוקן אַפֿילו, װאָרעם ס'איז מסוכּן נפֿש!

― שױן, אָט איז ער דאָ! ― זאָגט די מאַמע. ― אָט לאָז אים נאָר צו, בײַסט ער אָפּ דעם פּיטום פֿונעם אתרוג!...

― לאָז גאָט היטן! ― זאָגט דער טאַטע, איבערגעשראָקן פֿון אַ בײז װאָרט.

― שומר ומציל זײַן! ― העלפֿט צו דאָס מיצל, און די קאָטעסלעך באָמבלען זיך. רב הענזל שענקט אַ ביסל קלאָטשע אַף אײַנצװױקלען דעם אתרוג, און דער ריח, דער גן־עדן־ריח, צעגײט זיך אין אַלע װינקעלעך.

װי אַ בריליאַנט, װי אַ זעלטענעם שטײן, װי אַ טײַערן פּקדון, װאָס מע האָט אים איבערגעגעבן באַהאַלטן און אָפּהיטן, װי דאָס שװאַרצאַפּל פֿונעם אױג, װאָס אַז טאָמער װערט עס חלילה פֿאַרפֿאַלן, איז מען ניט זיכער מיטן לעבן, ― אַזױ האָט מען גענומען דעם שמעקנדיקן אתרוג, אײַנגעהילט אין קלאָטשע, װי מע הילט־אײַן אַ ציטעריק קינד, אַ בן־יחידל, ס'זאָל זיך חלילה ניט צוקילן דאָס העלזל, און מע האָט פּאַװאָלינקע אױסגעבעט און באַלײגט אין אַ שענע קײַלעכיקע הילצערנע געטאָקטע געפֿאַרבטע פּושקע פֿון צוקער. דעם צוקער האָט מען געבעטן מחילה, און דעם אתרוג האָט מען אַרײַנגעבעטן, װי אַ ליבהאַרציקן גאַסט: ברוך הבא, רב אתרוג! אַרײַן, אַרײַן, אין פּושקע אַרײַן! רעכט אײַנגעדעקט מיט קלאָטשע, צוגעדעקט מיטן דעקל, אַרײַנגעשטעלט אין דער גלעזערנער שאַפֿע, צוגעמאַכט דאָס טירל ― און אַ גוטן טאָג!

― איך האָב מורא, דער משומד (דאָס מײנט מען מיך) זאָל זיך ניט דאָביװען צו דער שאַפֿע, חלילה, און נישט אָפּבײַסן דעם פּיטום פֿונעם אתרוג!... ― אַזױ טוט אַ זאָג די מאַמע נאָך אַ מאָל און נעמט לײבלען פֿאַר אַ האַנט און שלעפּט אים אָפּ פֿון דער שאַפֿע.

װי אַ קאַץ, אַז זי דערשמעקט פּוטער, שפּרינגט זי אַראָפּ פֿונעם פּריפּעטשיק, גלײַכט זיך אױס דעם רוקן, הײבט זיך אָן אַרומדרײען, רײַבן זיך, קוקן איטלעכן באַזונדער אין די אױגן אַרײַן און באַלעקן זיך, ― אַזױ האָט נעבעך לײבל אַ היפּשע צײַט זיך אַרומגעדרײט נעבן דער שאַפֿע, אַרײַנגעקוקט אינעם גלעזערן טירל, געשמײכלט צו דער פּושקע מיטן אתרוג, אַזױ לאַנג, ביז די מאַמע זײַנע האָט דאָס דערזען, האָט זי אַ זאָג געטאָן משה־יענקלען, אַז דער װײַסער־חבֿרהניק האָט חשק זיך דאָביװען צום אתרוג. האָט משה־יענקל אָנגעשריִען אַף אים: „אין חדר אַרײַן, דו שקאָץ אײנער, ניט געדאַכט זאָלסטו װערן! ''... אַ קאָטאַ, הײסט דאָס, פֿון דער פּוטער!...

לײבל בײגט־אײַן דעם קאָפּ, לאָזט־אַראָפּ די אױגן און גײט־אַװעק אין חדר־אַרײַן.

                                       ד.

אַז איך האָב געלערנט אין חומש די ערשטע סדרה פֿון בראשית, פֿלעג איך מיך ניט אײן מאָל טראַכטן: װאָס װאָלט געװען, למשל, װען גאָט האָט באַזעצט אָדם הראשונען מיט זײַן פֿרױ אין גן־עדן ― ער זאָל זײ ניט געװען אָנזאָגן, פֿון װאָסערע פּירות זײ מעגן יאָ עסן און פֿון װאָסערע פּירות זײ טאָרן ניט עסן? די שלאַנג װאָלט דעמאָלט געװיס קײן שליטה ניט געהאַט, זי װאָלט ניט אָנגערעדט חװהן, זי זאָל פֿאַרזוכן פֿונעם עץ־הדעת, חװה װאָלט ניט אונטערגעטראָגן איר מאַן דאָס עפּעלע, גאָט װאָלט זיך נישט צעבײזערט אַף זײ, מע װאָלט זײ ניט אַרױסגעטריבן פֿונעם װײַנגאָרטן, און מיר װאָלטן נאָך אפֿשר עד היום געשפּאַצירט אין גן־עדן. די טאַטעס װאָלטן געזעסן מסתּמא און געלערנט, די מאַמעס װאָלטן געאַרבעט זאָקן, אָדער געפֿליקט פֿעדערן, און מיר, ייִנגלעך, װײַסע־חבֿרהניקעס, װאָלטן געקלעטערט אַף די בערג, אַף די הרי אררט, געריסן טײטלען, געגעסן מילגראָמען, אָנגעשטופּט פֿולע קעשענעס מיט באָקסערן און געבאָדן זיך גאַנצע טעג אינעם טײַך פּישון...

די עטלעכע װערטער, װאָס בתיה־בײלה האָט אַ זאָג געטאָן צו איר מאַן: „אָט לאָז אים נאָר צו, בײַסט ער אָפּ דעם פּיטום פֿונעם אתרוג“, זײַנען געװען פֿאַר לײבלען אַ סם־המװת, אַ גיפֿט אין די בײנער אַרײַן.

פֿון יענער מינוט אָן האָט זיך דער „פּיטום פֿונעם אתרוג“ באַזעצט באַ לײבלען אין מוח, נישט אַרױסגעקראָכן פֿון זײַנע געדאַנקען אַף קײן מינוט, באַנאַכט געקומען צו חלום, געטאָרעט אים, געשלעפּט באַ די פּאָלעס: „דו האָסט מיך נישט דערקענט, נאַרישיו? דאָס בין איך, איך, פּיטום!“... לײבל קערט זיך איבער אַף דער אַנדערער זײַט, קרעכצט און װערט אַנטשלאָפֿן, טאָרעט מען אים װידער: „שטײ אױף, נאַרישיו, גײ עפֿן אױף די שאַפֿע, נעם־אַרױס דעם אתרוג און בײַס מיך אָפּ, װעסטו זיך מחיה זײַן!“...

אין דער פֿרי, אַז לײבל שטײט־אױף און גיסט־אָפּ נעגל־װאַסער, כאַפּט ער זיך צום דאַװנען, נעמט דאָס אָנבײַסן מיט זיך, כאַפּט אַ קוק פֿאַרבײַגײענדיק אַהין, אין שאַפֿע, דורך דעם גלעזערנעם טירל, אַף דער פּושקע מיטן אתרוג, און עס דאַכט זיך אים אױס, אַז די פּושקע װינקט צו אים, רופֿט אים, מאַכט מיט אױגן: „אַהער!... אַהער, בחורל!“... לײבל נעמט די פֿיס אַף די פּלײצעס און מאַרש אין חדר אַרײַן.

אײנמאָל אין אַ שײנעם פֿרימאָרגן, אַז לײבל איז אױפֿגעשטאַנען, האָט ער דערזען, אַז ער איז אײנער אַלײן, אײנער אַלײן אַף דער גאַנצער שטוב. דער טאַטע איז אין פּראָיעקט, די מאַמע ― אין מאַרק, די דינסט־ייִדענע פּאָרעט זיך אין קיך, דאָס קלײנע קינד אין װיגעלע ליגט פֿאַרװאָרפֿן די הענטלעך אַרױף, שלאָפֿט און שמײכלט, לאַכט פֿונעם שלאָף. „מלאָכים שפּילן זיך מיט דעם“ ― טראַכט זיך לײבל, גיסט־אָפּ נעגל־װאַסער און כאַפּט אַ קוק אַהינצו, אין שאַפֿע אַרײַן, דורך דעם גלעזערנעם טירל, און דערזעט די פּושקע. זי װינקט צו אים, רופֿט אים, מאַכט מיט אױגן: „אַהער!... אַהער, בחורל! ''... פּאַװאָלינקע, פּאַװאָלינקע גײט לײבל צו צו דער שאַפֿע, עפֿנט־אױף דאָס גלעזערנע טירל, נעמט־אַרױס די פּושקע, די שײנע קײַלעכיקע הילצערנע געטאָקטע געפֿאַרבטע פּושקע, עפֿנט־אױף דאָס דעקל, און אײדער ער דעקט נאָך אָפּ די קלאָטשע פֿונעם אתרוג, טוט אים אַ זעץ אין נאָז אַרײַן אַ ריח, אַ שטאַרקער, שאַרפֿער ריח, אַ גן־עדן־ריח; און אײדער ער קוקט זיך אַרום, איז שױן דער אתרוג באַ אים אין האַנט און דער פּיטום טוט אים אַ שפּרונג אין פּנים אַרײַן:

― װילסט האָבן הנאה? ― װילסט פֿילן אַ טעם גן־עדן? נעם בײַס מיך אָפּ! האָב קײן מורא נישט, נאַרישיו, קײנער װעט נישט װיסן! קײן בן־אָדם װעט נישט זען! קײן פֿױגל װעט נישט אױסזאָגן!...
.............................................. .
װאָס איז געװען, װילט איר װיסן? צי האָב איך אָפּגעביסן דעם פּיטום פֿונעם אתרוג, צי האָב איך זיך אײַנגעהאַלטן און ניט אָפּגעביסן דעם פּיטום פֿונעם אתרוג?... איך װאָלט װעלן װיסן, װאָס װאָלט איר געטאָן אַף מײַן אָרט, װען מע זאָל אײַך אָנזאָגן צען מאָל, איר זאָלט זיך ניט דערװעגן אָפּבײַסן דעם פּיטום פֿונעם אתרוג? איר װאָלט ניט װעלן װיסן, װאָס פֿאַר אַ טעם עס האָט אַ פּיטום פֿון אַן אתרוג?...

                                        ה.

משה־יענקל דער נאמן, װאָס דינט אין פּראָיעקט, איז ניט אימשטאַנד אַלײן צו בױען זיך אַ סוכּה. אַ סוכּה לאָז בױען דער שכן, זלמן דער סטאָלער; ער איז ניט קלײן. זלמן דער סטאָלער האָט אַ סך ברעטער, און מיר געבן צושטײַער אַ צװײ ציכלעך מיט לײַלעכער און מיט קאָלדרעס אַף אַרומצושלאָגן די װענט. בתיה־בײלה די נאמנטע װעט אים דערפֿאַר אָפּבאַקן חלה אַף יום־טוב ― זלמן דער סטאָלער איז ניט לאַנג געבליבן אַן אַלמן מיט אַכט קינדער ― און העלפֿן דער עלטערער טאָכטער צביה אָנפֿילן די פֿיש, װאָרעם אַזױ פֿילן פֿיש, װי בתיה־בײלה די נאמנטע, פֿילט קײנער ניט אין כּתרילעװקע. הײַנט װאָס איז װערט דאָס אתרוג בענטשן?

― איר האָט אַ חלק אינעם אתרוג גלײַך מיט אונדז, ― זאָגט בתיה־בײלה די נאמנטע צו זלמן דעם סטאָלער.

― אַף צו בענטשן, ― פֿאַריכט איר משה־יענקל דער נאמן.

― װאָס דען, אַף צו עסן? ― רופֿט זיך אָן דער סטאָלער פֿון זײַן זײַט.

נישט נאָר זלמן אַלײן האָט זיך אױסגעבעט אַ בעטל אתרוג בענטשן אין סוכּה; דערױף האָבן אַרױסגעקוקט אױך די קינדער זײַנע, װי מע קוקט־אַרױס אַף משיחן: אַ קלײניקײט אַזאַ גליק ― האַלטן אין אײן האַנט דעם אתרוג, אין דער אַנדערער האַנט דעם לולבֿ, מאַכן אַ ברכה „על נטילת לולבֿ“ און געבן אַ טרײסל: טרררר!... „װיפֿל טעג האָבן מיר נאָך צו סוכּות?“ ― האָט אײנער געפֿרעגט באַם אַנדערן און געצײלט די טעג.

דעם טאָג װאָס ערבֿ סוכּות האָט דער טאַטע זיך פֿאַרנומען מיט אױסבינדן דעם לולבֿ, צונױפֿקלײַבן די פֿיר מינים און צוגרײטן אַלצדינג אַפֿן שענסטן אופֿן. דעם צוגעקליבענעם אױסגעפּוצטן לולבֿ האָט ער אַװעקגעשטעלט אױבן אַף דער שאַפֿע, אין אַ װינקעלע, אַ ביסל צוגעשפּאַרט אַף אַ זײַט, װי אַ לעבעדיקער נפֿש שפּאַרט זיך צו אַ ביסל אָפּרוען. לײבלען האָט ער פֿאַרשפּאָרט אָנזאָגן, ער זאָל זיך נישט דערװעגן צורירן צום לולבֿ, װאָרעם אַז לײבל זאָל אַפֿילו װעלן, װאָלט ער נישט געקאָנט אַזױ הױך דערלאַנגען, און אַז ער זאָל אַפֿילו װעלן צושטעלן אַ בענקל צו דער שאַפֿע און אַרױפֿקלעטערן, װאָלט דערפֿון אױך גאָרנישט געװאָרן: דאָס בענקל װאָלט נאָר אומגעפֿאַלן, און ער װאָלט געגעבן אַ פּראַל אין דער ערד אַרײַן, װאָלט זיך ברעכן האַלדז־און־נאַקן און װאָלט נאָך געכאַפּט אַ מיאוסן פּסק, אַז ער װאָלט פֿאַרזאָגן קינדס קינדער!...

נאָך אַ זאַך איז געװען, פֿאַר װאָס לײבל האָט געלאָזט צורו דעם לולבֿ: ס'איז אים אַפֿילו אין קאָפּ אַרײַן נישט געקראָכן קײן לולבֿ. אים האָט אַן אַנדער מחשבה געפּיקט אין קאָפּ: „װאָס װעט זײַן, טאָמער, חלילה, כאַפּט מען זיך צום פּיטום פֿונעם אתרוג און מע דערזעט, אַז ער איז, מחילה, אַן אָפּגעביסענער?“... אמת, לײבל האָט אַפֿילו דעם אָפּגעביסענעם פּיטום תּיכּף־ומיד צוגעקלעפּט צוריק צום אתרוג מיט שפּײַעכץ ― נאָר װער װײס, צי װעט ער זיך אַף שפּײַעכץ װעלן האַלטן?... גװאַלד, גװאַלד, װאָס װעט זײַן? װאָס פֿאַר אַ תּירוץ װעט ער זאָגן? װי אַזױ װעט ער גאָר קאָנען קוקן אין די אױגן אַרײַן דעם טאַטן און דער מאַמען און אָפּלײקענען, זאָגן, אַז ער װײס ניט פֿון קײן פּותר און פֿון קײן חלום? װער װעט אים גלײבן אַף זײַנע נאמנות? און צו װאָס האָט ער דאָס באַדאַרפֿט טאָן? װאָס איז אים דערפֿון אַרױסגעקומען? װאָס פֿאַר אַ טעם האָט אַ פּיטום פֿון אַן אתרוג, אַז בסך־הכּל איז ער ― פֿע, ביטער גאַל, אַ בײזע װיסטע חלשות! אומזיסט־אומנישט גענומען און קאַליע געמאַכט אַ פּרי, געפּסלט אַן אתרוג, אַזאַ שײנעם אתרוג! און אַז דער אתרוג איז געפּסלט ― דאָס איז לײבל שױן געװאָר געװאָרן אין חדר פֿון זײַנע חבֿרים. הײַנט צו װאָס האָט דאָס אים געטױגט? צו װאָס האָט ער דאָס באַדאַרפֿט?... עס האָט זיך אים געדאַכט, אַז ער איז אַ „הורג־נפֿש“: גענומען אַ לעבעדיקע זאַך, אָפּגעביסן דאָס קעפּל און צוגענומען באַ דעם דאָס חיות. פֿאַר װאָס? פֿאַר װען? װאָס האָט דאָס אים געטאָן?... אומעטום און אַלע מינוט האָט ער געזען פֿאַר זיך דעם אָפּגעביסענעם פּיטום, דעם טױטן אתרוג, געל װי װאַקס, אָן אַ טראָפּן חיות, אַ מת, אַ בר־מינן, אַ בר־מינן!...

באַנאַכט אין שלאָף איז דער אתרוג געקומען צו אים צו חלום, אים געטאָרעט און געשלעפּט פֿאַרן אַרבל, געװעקט אים: „װאָס האָסטו געהאַט צו מיר? פֿאַר װאָס האָסטו אָפּגעביסן מײַן פּיטום? איך בין דאָך שױן איצטער פּסול, פּסול, פּסול!“... לײבל קערט זיך איבער אַף דער אַנדערער זײַט, קרעכצט און װערט אַנטשלאָפֿן, טאָרעט מען אים װידער: „קױלער! װאָס האָסטו געהאַט צו מײַן פּיטום? צו מײַן פּיטום? צו מײַן פּיטום?“...

                                              ו.

געקומען דער ערשטער טאָג סוכּות. נאָך דעם באַנאַכטיקן פֿרעסטל איז אױפֿגעגאַנגען די זון אַפֿן לױטערן בלױען הימל און באַגאָסן די ערד מיט אַ פֿרײלעכער מחיהדיקער ליכטיקײט, װאָס צעגײט זיך אין יעדן אבֿר און פֿילט־אָן דאָס האַרץ מיט אַ משונה געפֿיל, מיט אַ מאָדנע בענקעניש נאָך דעם איבערגעלאָפֿענעם זומער. די זון לײַכט, נאָר װאַרעמען װאַרעמט זי נישט. „װי אַ שטיפֿמאַמע“, זאָגט מען באַ אונדז אין כּתרילעװקע. נישטאָ יענע װאַרעמקײט, װאָס זומער־לעב! מע זעט נישט יענע גרינקײט, װאָס זומער־לעב! מע הערט ניט דאָס פּישטשען פֿון די פֿײגעלעך, װאָס זומער־לעב! אַלץ, אַלץ איז אַװעק מיטן ערשטן בלאָז פֿון דעם ערשטן טאָג פֿון חודש אלול, און נישט אַזױ גיך װעט זיך אומקערן יענע װאַרעמקײט פֿון דער זון, יענע גרינקײט פֿונעם גראָז און יענץ פּישטשען פֿון די פֿײגעלעך. די ערד װעט זיך נאָך גוט אָנפֿרירן ביז דעמאָלט; גענוג שנײען װעט נאָך זײַן ביז דעמאָלט, שנײען מיט װינטן, מיט בורעס, מיט זאַװערוכעס. עס װעט נאָך גענוג בלאָזן און דרײען און פֿײַפֿן און קערן די װעלט, ביז די ערד װעט זיך אױפֿכאַפּן פֿון איר קאַלטן שלאָף, אַראָפּװאַרפֿן פֿון זיך די קאַלטע געפֿרױרענע קאָלדרע און באַנײַען זיך מיט אַ שפּאָגל־נײַ גרין קלײד און מחיה זײַן טאָלן און בערג, טײַכן און ימים, בײמער און בלומען, חיות און בהמות, מענטשן און עופֿות, און אַלצדינג, װאָס לעבט, געװעלטיקט און װידמעט זיך אַף דער ערד...

דעם טאָג האָט זיך משה־יענקל דער נאמן געפֿעדערט אױפֿצושטײן, איבערקוקן די יום־טובדיקע קריאה, איבערזינגען זי מיט דעם באַקאַנטן שײנעם יום־טובדיקן ניגון. דעם טאָג האָט זיך בתיה־בײלה די נאמנטע געפֿעדערט צו די יום־טובדיקע פֿיש מיט די יום־טובדיקע פֿאַרפֿל מיטן יום־טובדיקן מערן־צימעס. דעם טאָג האָט זיך זלמן דער סטאָלער געפֿעדערט אָפּבענטשן אתרוג אין דער סוכּה פֿריִער פֿאַר אַלעמען, בכדי ער זאָל קאָנען טרינקען טײ מיט מילך און זיך אָנטאָן װױלטאָג לכּבֿוד יום־טובֿ.

― רב זלמן בעט דעם לולבֿ מיטן אתרוג, ― מאַכט די מאַמע צום טאַטן.

― עפֿן־אױף די שאַפֿע, נעם־אַרױס די פּושקע, נאָר פּאַװאָלינקע! ― זאָגט צו איר דער טאַטע און אַלײן שטעלט ער צו אַ בענקל צו דער שאַפֿע און נעמט־אַראָפּ דעם לולבֿ און איז זיך אַלײן מטריח מיט אים אין סוכּה אַרײַן מכבד זײַן דעם סטאָלער מיט דער מצװה.

― נאַט בענטשט אתרוג, ― מאַכט ער צום סטאָלער, ― נאָר פּאַװאָלינקע, למען השם, פּאַװאָלינקע!...

זלמן דער סטאָלער איז, קײן עין־הרע, אַ ייִד אַ גבֿר און האָט צװײ הענט, װאָס איטלעכער פֿינגער פֿון זײ װאָלט געקאָנט אַנידערלײגן דרײַ אַזעלכע לײַבלעך, װי איך, אין אײן קלאַפּ. אַף יעדן גראָבן פֿינגער איז באַ אים פֿאַראַן אַ נאָגל, תּמיד פֿאַרפּאַפּט און תּמיד רױט פֿון לאַק, און מיט דעם נאָגל, אַז ער פֿירט דורך איבער אַ ברעט, בלײַבט אַ טיפֿער סימן אױסגעקריצט, װי מיט אַ שאַרף פֿון אַן אײַזן. לכּבֿוד יום־טובֿ האָט זלמן אָנגעטאָן אַ װײַס העמד מיט אַ נײַער קאַפּאָטע, און האָט אין באָד זיך לאַנג געזײפֿט די הענט מיט זײף און מיט אַש און מיט זאַמד, און נישט געקאָנט אָפּזײפֿן זיך. די הענט זײַנען געבליבן פֿאַרפּאַפּט און די נעגל רױט פֿון לאַק, װי פֿריִער.

אָט אין די דאָזיקע הענט איז אַרײַנגעפֿאַלן דער ציטעריקער שמעקנדיקער אתרוג. נישט אומזיסט האָט זיך משה־יענקל דער נאמן אַזש אַ װאָרף געטאָן, בשעת זלמן דער סטאָלער האָט אַ נעם געטאָן דעם אתרוג, אַ רעכטן קװעטש געטאָן אים און אַ גוטן טרײסל געטאָן מיטן לולבֿ.

― פּאַװאָלינקע, פּאַװאָלינקע! ― זאָגט צו אים דער טאַטע און ציטערט איבערן אתרוג. ― אָט הײַנט קערט, זײַט מוחל, איבער דעם אתרוג מיטן פּיטום אַראָפּ און זאָגט „שהחײנו“, נאַר פּאַװאָלינקע, פּאַװאָלינקע, למען השם, פּאַװאָלינקע!

פּלוצעם האָט זיך משה־יענקל דער נאמן געגעבן אַ װאָרף און אַ גע־שרײַ ניט מיט זײַן קול: „אױ!“... אַף זײַן געשרײ איז געקומען צו לױפֿן אין סוכּה אַרײַן בתיה־בײלה די נאמנטע.

― װאָס איז, משה־יענקל? גאָט איז מיט דיר!

― גראָבער יונגאַטש! עם־האָרץ! ― האָט ער זיך צעשריִען אַפֿן סטאָלער און איז געװען גרײט אים דורס זײַן מיט דער ראיה. ― װי אַזױ איז מען אַזאַ גראָבער יונגאַטש? אַזאַ אַן עם־האָרץ? אַן אתרוג איז דען אַ האַק? צי אַ דאָלעטע? צי אַן עקבױר? אַן אתרוג איז נישט קײן האַק, ניט קײן דאָלעטע, ניט קײן עקבױר! איר האָט דאָך מיר איבער־געקױלעט דעם האַלדז אָן אַ מעסער! איר האָט מיר געפּסלט דעם אתרוג! אָט ליגט דער פּיטום ― אָט נאַט זעט, גראָבער יונגאַטש! עם־האָרץ װאָס איר זײַט!...

טױט זײַנען מיר געװען אַלע. זלמן דער סטאָלער איז געשטאַנען נעבעך אַ טױטער, ניט פֿאַרשטאַנען װי אַזױ האָט זיך עס אים געטראָפֿן
202 שלום עליכ ם
אַזאַ מין אומגליק? פֿון װאַנען האָט זיך דאָס גענומען, װאָס דער פּיטום איז אַראָפּגעשפּרונגען? ער האָט, דאַכט זיך, געהאַלטן דעם אתרוג פֿון דער גרינג, קױם־קױם מיט די שפּיץ פֿינגער?... אַן אומגליק! אַזאַ אַן אומגליק!... משה־יענקל דער נאמן איז געװען טױט, װי אַלע טױטע. נאָך נישט געװען מיטן אתרוג אין שול, נאָך נישט געמאַכט די ערשטע ברכה אַפֿילו, און שױן געפּסלט! װאָס האָט ער גאָר באַדאַרפֿט געבן אַזאַ טײַערע, אַזאַ־נ־אײדעלע פּרי אין אַזעלכע גראָבע הענט אַרײַן? קראַנק געװען בענטשן אין שול אַפֿן קהלשן אתרוג? „איר גראָבער יונגאַטש! איר עם־האָרץ אײנער!“... בתיה־בײלה די נאמנטע איז געװען טױט, געבראָכן די הענט: „אַ מענטש, אַז סע גײט אים ניט, זאָגט זי מיט טרערן אין די אױגן, זאָל ער בעסער נעמען און באַגראָבן זיך לעבעדיקערהײט, אַ פֿרישער, אַ געזונטער אין דער ערד אַרײַן!“... לײבל איז געשטאַנען אַ טױטער פֿון ציטערניש און פֿון פּחדים און פֿון דעם טאַטנס יסורים און פֿון דער מאַמעס טרערן און פֿון זלמן דעם סטאָלערס בזיונות. לײבל װײס ניט, צי זאָל ער טאַנצן פֿאַר פֿרײד, װאָס גאָט האָט מיט אים געטאָן אַזאַ נס, אױס־ געלײזט פֿון אַזאַ צרה, פֿון אַזאַ אַן אומגליק, צי ער זאָל װײנען אַפֿן טאַטנס יסורים, אַף דער מאַמעס טרערן און אַפֿן סטאָלערס בזיונות? צי זאָל ער אַרומכאַפּן זלמן דעם סטאָלער און אױסקושן אים יעדן אבֿר, אים קושן די גראָבע הענט מיט די פֿאַרפּאַפּטע פֿינגער מיט די רױטע נעגל, דערפֿאַר, װאָס ער איז געװען זײַן גוטער שליח, זײַן מלאך הגואל, זײַן אױסלײזער?... לײבל טוט אַ קוק אַפֿן טאַטנס פּנים, אַף דער מאַמעס טרערן, אַפֿן סטאָלערס הענט, אַפֿן אתרוג, װאָס װאַלגערט זיך אַפֿן טיש אַ טױטער, געל װי װאַקס, אָן אַ פּיטום, אָן אַ טראָפּן חיות, אַ מת, אַ בר־ מינן, אַ בר־מינן!...

― אַ טױטער אתרוג! ― זאָגט דער טאַטע מיט אַן אונטערגעבראָ־ כענער שטימע.

― אַ טױטער אתרוג! ― זאָגט אים נאָך די מאַמע מיט טרערן אין די אױגן.

― אַ טױטער אתרוג! ― זאָגט זײ נאָך זלמן דער סטאָלער און קוקט זיך אין די הענט אַרײַן און טראַכט, אַפּנים, בשעת־מעשׂה: „אַ פּאָר ידים ― אָפּגעדאַרט זאָלן זײ װערן!“...

                                                  געשריבן אין יאָר 1902
                                     א.

פֿאַר װאָס מע האָט אים גערופֿן המן ― װײס איך נישט; נאָר גערופֿן האָט מען אים.

אפֿשר דערפֿאַר, װײַל ער איז געװען אַ שלעכטער? ― האָט פֿון אים קײנער באַ אונדז קײן שלעכטס נישט אַרױסגעזען.

אפֿשר דערפֿאַר, װײַל ער האָט געהאַט צען זין? ― האָט ער נישט געהאַט, אַ חוץ צװײ טעכטער, אײן זון אַפֿילו.

אפֿשר דערפֿאַר, װײַל ער האָט געהאַט אַ װײַב זרש? ― איז ערשטנס, באַ ייִדן נישטאָ אַזאַ נאָמען, און צװײטנס, האָט ער, פֿון זינט איך געדענק אים, קײן װײַב נישט געהאַט.

פֿאַר װאָס זשע פֿאָרט האָט מען אים אַ נאָמען געגעבן באַ אונדז אין כּתרילעװקע אַזאַ מיאוסן נאָמען?

נאָר אַ קשיה, װאָס באַ אונדז אין כּתרילעװקע קאָן מען אַ נאָמען געבן!

למאַי, ס'איז פֿאַראַן באַ אונדז אַ ייִד, ― מיר דאַכט, ער לעבט נאָך ― װאָס מע רופֿט אים „תּרח“?

און װי געפֿעלט אײַך אַזאַ נאָמען „גיהנום“? אַ נאָמען „האַרמידער“? אַ נאָמען „טעלעצע“? אַ נאָמען „מלאך־המװת“? אַ נאַמען „חלירע“? אַ נאָמען „קליפּה“?

צי, למשל, ס'איז געװען באַ אונדז אַ ייִדענע, האָט זי געהײסן „עטי־פּעטי“, און נאָך אַ ייִדענע ― „צאינה־וראינה“, און אײנע אַ ייִדענע איז