לכּבֿוד יום־טובֿ: מה נשתּנה

שלום עליכם

פֿון www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish/sholemAleykhem/contents.html

― טאַטע, איך װעל דיך פֿרעגן פֿיר קשיות.

ד י ערשטע קשיה װעל איך דיך פֿרעגן:

מ ה נשתנה הלילה הזה מכל הלילות ― װאָס איז פֿאַרענדערט געװאָרן די דאָזיקע נאַכט פֿון פּסח פֿון אַלע נעכט פֿון אַ גאַנץ יאָר?

ש בכל הלילות ― אַלע נעכט פֿון אַ גאַנץ יאָר, אָ נ ו א וכלין ― עסן מיר װאָס מיר װילן, סײַ אַ ייִדיש ראָסל־פֿלײש, סײַ אַ גױיִשן קאָלבאַס, סײַ פֿיש מיט כרײן, סײַ ראַקעס, סײַ לאָקשן־קוגל, סײַ מאָראָזשענע; הלילה הזה ― די דאָזיקע נאַכט פֿון פּסח, כול ו מ צה ― זײַנען מיר אַלע מצהדיק: די מאַמע האָט אונדז אָנגעזאָגט, אױב מיר װילן עסן חמץ, זאָלן מיר גײן אין דער „קאָלבאַסנע“, װאָרעם ס'איז אין שטוב, זאָגט זי, פּסחיק. ס'איז אומעטום, אין יעדן װינקעלע, כּשר, רײן. סע שעמערירט און סע פֿינקלט. דאָס געפֿעס האָט מען געקױפֿט שפּאָגל־נײַע, נאָר־װאָס פֿון קלײט. דאָס מעבל איבערגעפּוצט. די טירן געװאַשן. די פֿענצטער געקראַצט. דאָס דינסטמײדל געכּשרט. עס לאָזט זיך הערן פֿון קיך אַ ריח פֿון שטאַרק־געפֿעפֿערטע פֿיש, אַ ריח פֿון גענזנשמאַלץ. מע האָט אָנגעמאַכט צו דער יױך לאַטקעס און בלינטשיקעס, קנײדלעך און כרעמזלעך און פֿאַלירטשיקעס. אונדז האָט מען פּלוצעם געהײסן אָנטאָן די היטלען, אױסגעזעצט אַרום טיש, געגעבן אונדז אין די הענט אַרײַן סידורימלעך, מיר זאָלן אַרײַנקוק ן. ― זיצן מיר, װי די טאָקען, און קוקן, װי אַ האָן אין „בני־אָדם“...

װאָס איז דאָס פֿאַר אַ קאָמעדיע? װי אַזױ הײסט דאָס שפּיל? ....................................................................................................
האָב איך דיך, טאַטע, געפֿרעגט אײן קשיה.

ד י אַנדערע קשיה װעל איך דיך פֿרעגן:

פֿאַר װאָס האָט עפּעס די מאַמע אָפּגעשיקט די באָנע אַף אַ גאַנץ פּסח? װאָס שעמען מיר זיך אַזױ מיט אונדזער יום־טובֿ? ―

צי שעמען מיר זיך דערמיט, װאָס מיר האָבן זיך באַפֿרײַט פֿון גלות־ מצרים און געװאָרן פֿון קנעכט, פֿון ציגײַנערס, אַ פֿאָלק?

צי מיר שעמען זיך מיט משה רבינוס תּורה, װאָס דאָרטן, זאָגט מען, שטײט געשריבן: „דו זאָלסט ליב האָבן דײַן חבֿר װי זיך אַלײן“... „אױב דײַן שׂונא איז הונגעריק, זאָלסטו אים אָנזאַטן מיט ברױט, און אױב ער איז דאָרשטיק, זאָלסטו אים אָנטרינקען מיט װאַסער“...?

צי מיר שעמען זיך מיט אונדזער בית־המקדש, װאָס איז געװען, זאָגט מען, אַ בית־המקדש פֿאַר אַלע פֿעלקע ר?

צי מיט אונדזערע מלכים שעמען מיר זיך, מיט אונדזערע מלכים, װאָס האָבן זיך אױסגעפֿײַנט נישט נאָר מיט מלחמות אַלײן; זײ האָבן, זאָגט מען, געשריבן זעלטענע ספֿרים און געזונגען הײליקע לידער?

צי מיר שעמען זיך מיט אונדזערע נבֿיאים, װאָס זײַנען אַרומגעגאַנגען צװישן פֿאָלק און געזײט אמת, ערלעכקײט, יושר און גערעכטיקײט, נישט געלאָזט, מע זאָל באַלײדיקן דעם אָרעמאַן, קװעטשן דעם שװאַכן, באַנעמען די אַלמנה, באַראַבעװען דעם יתום?... מיט די נבֿיאים, װאָס האָבן זיך נישט געשעמט אױסזעצן פֿעלערן דעם גרעסטן פּאַרשױן, אַפֿילו דעם מלך אַלײן, אים זאָגן דעם אמת גלײַך אין פּנים אַרײַן?

צי מיר שעמען זיך אפֿשר דערמיט, װאָס אונדזערע עלטערן האָבן זיך געלאָזט, זאָגט מען, שנײַדן און בראָקן, בראָטן און ברענען, הענגען און טרינקען, קוקן, װי מע קױלעט די קלײנע קינדער פֿאַר זײערע אױגן און שװײַגן, שפּרינגען אין פֿײַער אַף קידוש־השם און שרײַען בשעת־מעשׂה: „שמע ישׂראל!“ ― אָט דערמיט שעמען מיר זיך??? .........................................................
האָב איך דיך, טאַטע, געפֿרעגט צװײ קשיות.

ד י דריטע קשיה װעל איך דיך פֿרעגן:

פֿאַר װאָס האָסטו אונדז געלערנט אַלע לשונות, אַלטע און נײַע, נאָר אײן שפּראַך האָסטו פֿאַרגעסן אונדז לערנען ― אונדזער אײגענע ייִדישע
שפּראַך?... די שפּראַך, װאָס אַף איר איז געשריבן די תּורה, די שפּראַך, װאָס אַף איר האָבן גערעדט די נבֿיאים, די שפּראַך, װאָס אַף איר איז פֿאַראַן, זאָגט מען, אַ גרױסע, אַ רײַכע, אַ שײנע ליטעראַטור?

פֿאַר װאָס האָבן מיר אױסגעחזרט די היסטאָריע פֿון אַלע פֿעלקער, די אַלטע און די נײַע, נאָר די היסטאָריע פֿון אײן פֿאָלק האָבן מיר דורכגעלאָזט ― די היסטאָריע פֿון אונדזער אײגן ייִדיש פֿאָלק?

פֿאַר װאָס זײַנען מיר קלאָר אין דער געאָגראַפֿיע פֿון דער גאַנצער װעלט, נאָר די געאָגראַפֿיע פֿון ארץ־ישׂראל איז אונדז פֿרעמד?

פֿאַר װאָס זײַנען מיר קלאָר אַף אױסװײניק מיט אַלע פּישטשעװקעס, אין װאָסער אַ יאָר איז געװען גאַסטיאַג און גאַרפּאַג און קאַמביז און דאַרי היסטאַספּ און איװאַן קאַליטאַ, און מיר הײבן נישט אָן צו װיסן, װען איז געװען עזראַ, און װען איז געװען יהודה המכבי?

פֿאַר װאָס װײסן מיר, װער איז געװען פּושקין, לערמאָנטאָװ, גאָגאָל, גאָרקי און טאָלסטאָי, און הײבן נישט אָן צו װיסן, װער איז געװען יהודה הלױ, לעװינזאָן, לעװאַנדאַ, גאָרדאָן, אַבראַמאָװיטש?

פֿאַר װאָס װײס באַ אונדז אַ מינדסט קינד, װאָס פֿאַר אַ יום־טובֿ איז „מאַסלעניצאַ“, און אַז עס קומט צו אונדזער חנוכּה, איז ער נישט קײן היגער? ................................................................
האָב איך דיך, טאַטע, געפֿרעגט דרײַ קשיות.

ד י פֿערטע קשיה װעל איך דיך פֿרעגן:

פֿאַר װאָס איז באַ דיר איװאַן איװאַנאָװיטש אַזױ טײַער, און רב יענקל אַזױ װאָלװל?

פֿאַר װאָס קלינגט־אָן איװאַן איװאַנאָװיטש באַ אונדז גלײַך אין דער פֿאָדערשטער טיר, און רב יענקל גײט אַף דער הינטער־טיר?

פֿאַר װאָס, אַז עם קומט אַרײַן צו אונדז איװאַן איװאַנאָװיטש, װערט אַ האַרמידער, אַ גערוקערײ פֿון בענקלעך, אַלע לױפֿן אים אַקעגן, מע װײס ניט װוּ אים אַנידערצוזעצן, און רב יענקל, אַז ער קומט אַרײַן, שטײט ער באַ דער טיר און האָט מורא, טאָמער װעט מען אים ניט אַזױ אױפֿנעמען?

פֿאַר װאָס, אַז איװאַן איװאַנאָװיטש קרימט זיך נאָך, װי אַזױ אַ ייִד האָט מורא פֿאַר אַ ביקס און זאָגט: „אַי־װײ־מיר! שטרעליאַיעט!“, קאַטשען מיר זיך אַלע פֿאַר געלעכטער, און אַז יענקל װיל עפּעס דערצײלן, קוקט ער פֿריִער אין די אױגן אַרײַן, צי מען איז אױפֿגעלעגט אים האָרכן?

פֿאַר װאָס האָט איװאַן איװאַנאָװיטש אַ העזה צוצוגײן גלײַך צו מײַן שװעסטער מאַטילדע, איר געבן אַ קניפּ אין בעקל און מאַכן איר װאָס פֿאַר אַ קאָמפּלימענט ער װיל, און אַז רב יענקל האָט זיך אײנמאָל אַרױסגעכאַפּט מיט אַ װאָרט, אַז מאַטילדע איז אַ פֿײַנע בתולה, האָט אים די מאַמע אָפּגעשאָטן מיט פֿײַער: „פֿי, זשידאָװשטשינאַ! װאָס איז דאָס פֿאַר אַ נאָמען בתול ה?“...

פֿאַר װאָס, אַז דער רוסישער לערער קומט צו גײן צו אונדז לערנען, האָבן מיר פֿאַר אים דרך־ארץ, גיבן אים אָפּ כּבֿוד און האָבן מורא פֿאַר אַ בײזן קוק, און אַז אונדזער ייִדישער „רבי“ קומט צו גײן אײן מאָל אין װאָך פֿון יוצא װעגן לערנען מיט אונדז „סידור“, מאַכן מיר פֿון אים חוזק, טרײַבן קאַטאָװעס, הערן אים, װי דעם קאָטער, באַהאַלטן אים דאָס היטל אונטערן בעט, אָדער מיר פֿאַרװאַרפֿן אים די קאַלאָשן אַפֿן בױדעם?

פֿאַר װאָס שרײַבן מיר אױס אַלע יאָר די „ניװאַ“ מיטן „נאָװאָיע־װרעמיאַ“, פֿאַרכאַפּן מיט אַ חודש פֿריִער, מיר זאָלן, חס ושלום, נישט פֿאַרשפּעטיקן, און אַז מען האָט דיך אַ פֿרעג געטאָן עמעצער, למאַי דו שרײַבסט נישט אױס דאָס ייִדישע בלאַט, האָסטו זיך געפֿונען װי באַלײדיקט?...

פֿאַר װאָס קלינגט די װעלט מיט זײערע מחברים, מע שרײַבט װעגן זײ גאַנצע ביכער, מע דרוקט זײערע בילדער, מע פֿײַערט זײערע יובילײען, מע גיט־אַרױס זײערע ספֿרים, מע שטעלט זײ מאָנומענטן ― סע טוט זיך חושך!... ― און צו אונדז איז אַרײַנגעקומען נישט לאַנג אַ ייִדישער מחבר, האָסטו אים זײער פֿײַן אױפֿגענומען פֿון פֿאָרנט באַ דער טיר און האָסט אים געזאָגט: „אַ נדבֿה קאָן איך אײַך געבן, און אײַער בוך באַדאַרף איך ניט“?...

פֿאַר װאָס דרוקט מען אַזױ אָפֿט אַף די בלעטער דײַנע נדבֿות מיט דײַנע נדרים מיט דײַנע נישט־ייִדישע סטיפּענדיעס, װאָס דו שענקסט, און מע הערט עפּעס ניט, דו זאָלסט מנדר זײַן אַף אַ ייִדישע זאַך?

פֿאַר װאָס ברענגט זיך אױס די מאַמע אַף אַלע זײערע בעלער, און
אַז עס קומט צו דער ייִדישער תּלמוד־תּורה, זאָגט זי, אַז ס'איז נישט אױסצושטײן פֿון די ייִדן, װי זײ שלעפּן?

פֿאַר װאָס האָסטו מיר אַ נאָמען געגעבן „אַלקיװיאַד“, ניט „עקיבאַ“, װי איך הײס באמת נאָכן זײדן עקיבֿא? מיט װאָס איז אַלקיװיאַד געװען אַ שענענער מענטש פֿון אונדזער גרױסן געלערנטן רבי עקיבאַ?

פֿאַר װאָס טאַנצט מײַן שװעסטער קלאַראַ אַף אַלע יאָלקעס, אַז איך האָב אַלײן װיפֿל מאָל געהערט, אַז מע רופֿט זי הינטער די אױגן „כאַיקאַ“ און „זשידאָװקאַ“?...

פֿאַרװאָס מישן זיך מאָטל דער שנײַדער, בערל דער שוסטער און חײם דער סטאָלער דאָרט, װוּ מע דאַרף נישט, און נעמען זיך אָן י ע ־ נ עמס קריװדע, אַז יענער בעט זײ ניט, אַז יענער איז גרײט אַלע מאָל מיט אַ שטעקן זײ װײַזן דעם רעכטן װעג?...

פֿאַר װאָס, און פֿאַר װאָס, און פֿאַר װאָס, און פֿאַר װאָס? ........................................................................................

האָב איך דיך שױן, טאַטע, געפֿרעגט אַלע פֿיר קשיות.

אַצינד בעט איך דיך, דו זאָלסט מיר ענטפֿערן אַ תירוץ אַף מײַנע קשיות.

און אַז ד ו װעסט מיר ניט ענטפֿערן קײן תירוץ אַף מײַנע קשיות, װעל איך דיר ענטפֿערן אַ תּירוץ:
ע בדים ה ייִ נ ו...
געשריבן אין יאָר 1902

                        די פֿיר קשיות פֿון אַן „אַמעריקאַן באָי“ *)

― טאַטע, איכ'ל דיך פֿרעגן פֿיר קשיות:

ד י   ע ר ש ט ע   ק ש י ה   װעל איך דיך פֿרעגן: מ ה   נ ש תּ נ ה ה ל י ל ה   ה ז ה ― װאָס איז פֿאַרענדערט געװאָרן די דאָזיקע נאַכט פֿון פּסח פֿון אַלע נעכט פֿון אַ גאַנץ יאָר?

ש ב כ ל   ה ל י ל ו ת ― אַלע נעכט פֿון אַ גאַנץ יאָר עסן מיר װאָס מיר װילן, סײַ אַ ייִדישן סטײק, סײַ פּאָרק טשאַפּס, סײַ פֿיש מיט כרײן, סײַ אױסטערס, סײַ לאָקשן־קוגל, סײַ פּאָמפּקין־פּאַי. ה ל י ל ה   ה ז ה ― די דאָזיקע נאַכט פֿון פּסח עסן מיר נאָר מצה און נאָר מרור. און אַז מיר װילן עסן חמץ, האָט אונדז די מאַמע אָנגעזאָגט, קאָנען מיר גײן אין אַ רעסטאָראַן אַף בראָדװײ, װאָרעם אין שטוב איז באַ איר, זאָגט זי, סטריקטלי פּסחיק. ס'איז אומעטום, אין יעדן װינקעלע, כּשר און קלין. סע שעמערירט און סע פֿינקלט, דישעס האָט מען געקױפֿט שפּאָגל־נײַע, נאָר־װאָס פֿון סטאָר. די פֿױרניטשור האָט מען איבערגעפּוצט. די טירן געװאַשן. די װינדעס גע־קלינט. די װוּדװױרק איבערגעװאַרנישט. סײדי דאָס דינסטמײדל געכּשרט. עס לאָזט זיך הערן פֿון קיך אַ ריח פֿון שטאַרק־געפֿעפֿערטע פֿיש, אַ גערוך פֿון גענדזנשמאַלץ. מע האָט געמאַכט צו דער יױך פּענקײקס און בלינטשיקעס, הײמישע קנײדלעך און כרעמזלעך און פֿאַלירטשיקעס. אונדז האָט מען פּלוצעם געהײסן אָנטאָן די העטס, אױסגעזעצט אַרום טיש, געגעבן אונדז אין די הענט אַרײַן סידורימלעך מיט הגדות, מיר זאָלן אַרײַנקוקן. ― זיצן מיר, װי די דאָמים, און מיר קוקן, װי די האָנען אין „בני־אָדם“...

װאָס איז דאָס פֿאַר אַ קאָמעדיע? װי אַזױ הײסט די פּלײ?...

...........................................................

האָב איך דיך, טאַטע, געפֿרעגט אײן קשיה.

ד י   אַ נ ד ע ר ע   ק ש י ה   װעל איך דיך פֿרעגן:

פֿאַר װאָס האָט עפּעס די מאַמע אָפּגעשיקט די קריסטלעכע קעכין אַף אַ גאַנץ פּסח? װאָס שעמען מיר זיך אַזױ מיט אונדזער יום־טובֿ?

צי שעמען מיר זיך דערמיט, װאָס מיר האָבן זיך אַלײן באַפֿרײַט פֿון גלות־מצרים און געװאָרן פֿון שקלאַפֿן, פֿון ציגײַנערס, אַ פֿאָלק?

צי מיר שעמען זיך מיט משה־רבינוס בײַבעל?

צי מיר שעמען זיך מיט אונדזער בית־המקדש, װאָס איז געװען, זאָגט מען, אַ טעמפּל, אַ גאָטס־הױז פֿאַר אַלע פֿעלקער?

צי מיט אונדזערע מלכים שעמען מיר זיך, מיט אונדזערע קעניגן, װאָס האָבן זיך
___
*) דער דאָזיקער אַמעריקאַנער װאַריאַנט פֿון „מה נשתּנה“ איז געשריבן געװאָרן פֿון שלום־עליכם אין ניו־יאָרק, אין יאָר 1916).
אױסגעפֿײַנט ניט נאָר מיט מלחמות, מיט בלוטפֿאַרגיסונגען אַלײן. זײ האָבן, זאָגט מען, געשריבן זעלטענע ביכער און געזונגען הײליקע לידער, פּסאַלמען?

צי מיר שעמען זיך מיט אונדזערע נבֿיאים די פּראָפֿעטן, װאָס האָבן זיך ניט געזשענירט אױסצוזעצן פֿעלערן דעם גרעסטן פּאַרשױן, אַפֿילו דעם קעניג אַלײן, אים זאָגן דעם אמת גלײַך אין פּנים אַרײַן?

צי מיר שעמען זיך אפֿשר דערמיט, װאָס אונדזערע עלטערן האָבן זיך געלאָזט, זאָגט מען, שנײַדן און בראָקן, בראָטן און ברענען, הענגען און טרינקען, קוקן װי מע קױלעט די קלײנע קינדער פֿאַר זײערע אױגן, שפּרינגען אין פֿײַער אַף קידוש־השם און שרײַען בשעת־מעשׂה: „שמע ישׂראל!“ ― אָט דערמיט שעמען מיר זיך???
...........................................................

האָב איך דיך, טאַטע, געפֿרעגט צװײ קשיות.

ד י   ד ר י ט ע   ק ש י ה   װעל איך דיך פֿרעגן:

פֿאַר װאָס האָסטו אונדז אָפּגעגעבן אין סקול, מיר זאָלן לערנען נאָר ענגליש אַלײן, און האָסט פֿאַרגעסן אונדז לערנען ייִדיש, אונדזער אײגענע שפּראַך?

אָדער די שפּראַך, װאָס אַף איר איז געשריבן די בײַבעל, די שפּראַך, װאָס אַף איר האָבן גערעדט די נבֿיאים, די שפּראַך, װאָס אַף איר איז פֿאַראַן, זאָגט מען, אַ רײַכע, אַ שײנע ליטעראַטור?

פֿאַר װאָס האָבן מיר אױסגעחזרט די היסטאָריע פֿון אַלע פֿעלקער, די אַלטע און די נײַע, נאָר די היסטאָריע פֿון אײן פֿאָלק האָבן מיר דורכגעלאָזט ― די היסטאָריע פֿון   א ו נ ד ז ע ר   א ײ ג ן   ייִ ד י ש   פֿ אָ ל ק   ?

פֿאַר װאָס זײַנען מיר קלאָר אין דער געאָגראַפֿיע פֿון דער גאַנצער װעלט, נאָר נישט אין דער באַשרײַבונג פֿונעם לאַנד פֿון אונדזערע עלטערן, פֿון ארץ־ישׂראל?
...........................................................

האָב איך דיך, טאַטע, געפֿרעגט דרײַ קשיות.

די   פֿ ע ר ט ע   ק ש י ה   װעל איך דיך פֿרעגן:

פֿאַר װאָס װײסן מיר, װען איז כריסטמאַס, װען איז װאַשינגטאָנס בױרטס־דעי, װען איז לינקאָלנס בױרטס־דעי, װען איז דעקאָרײשאָן־דעי און טהענקס־גיװינג דעי ― און מיר װײסן ניט, װען איז חנוכּה, װאָס איז פּורים, װען איז סוכּות און װאָס באַדײַט פּסח?

פֿאַר װאָס װײסן מיר, װער איז געװען שעקספּיר, מילטאָן, לאָנגפֿעלאָו, דיקענס און טעקערײ, עדגאַר פּאָו און מאַרק טװײן, און מיר װײסן נישט, װער איז געװען יהודה הלװי, לעװינזאָן, אַבראַמאָװיטש, ביאַליק און נאָך און נאָך אונדזערע אײגענע דיכטער און שריפֿטשטעלער?

פֿאַר װאָס, און פֿאַר װאָס, און פֿאַר װאָס?... פֿאַר װאָס זאָל איך דיך איבערהױפּט דאַרפֿן פֿרעגן קשיות?
...........................................................

האָב איך דיך שױן, פֿאָטער, געפֿרעגט אַלע פֿיר קשיות.

אַצינד בעט איך דיך, דו זאָלסט מיר ענטפֿערן אַ תּירוץ אַף מײַנע קשיות.

און אַז דו װעסט מיר נישט ענטפֿערן קײן תּירוץ אַף מײַנע קשיות, װעל איך דיר אַלײן ענטפֿערן אַ תּירוץ:

ע בֿ ד י ם   ה ײ נ ו ...

                                                   א

                                 אַ מעשׂה לכּבֿוד יום־טובֿ

הײסן הײס איך, זאָלט איר װיסן זײַן, אָרי־לײב, נאָר רופֿן רופֿט מען מיך לײבל, און אין חדר האָב איך אַ צונעמעניש „לײב־דרײב־אָבדי־ריק“. אין חדר באַ אונדז האָט איטלעכס ייִנגל זײַן צונעמעניש: מאָטל־קאַפּאָטל, מאיר־דרײער, מענדל־פֿענדל, חײם־קלײַען, איציק־שפּיציק, בערל־צאַפּ... געפֿעלט אײַך אַ ביסל אַ גראַם? מילא, אַז איציק איז שפּיציק, מענדל איז פֿענדל און חײם איז קלײַען ― דאָס קאָן מען נאָך פֿאַרשטײן; אָבער װאָס פֿאַר אַ מחותּן איז בערל מיט צאַפּ? ― למאַי, װאָס פֿאַר אַ משל איז לײב־דרײב־אָבדיריק? פֿונדעסטװעגן װיל איך דאָס שטאַרק ניט לײַדן און קריך זיך שלאָגן, און כאַפּ פּעטש מיט קולאַקעס מיט סטוסאַקעס מיט בוכענצעס מיט שטשיפּאַלקעס פֿון אַלע זײַטן. מע מאַכט מיך ברױן און בלױ, װאָרעם איך בין דער קלענסטער באַ אונדז אין חדר, דער קלענסטער און דער שװאַכסטער און דער אָרעמסטער. קײנער װעט זיך פֿאַר מיר נישט אײַנשטעלן, מײַן קריװדע ניט אָננעמען; אדרבה, אַז צװײ נגידישע ייִנגלעך בוכען מיך, אײנער זיצט אַף מיר רײַטנדיק און דער אַנדערער דרײט מיר אַן אױער, שטײט דעך דריטער, אַן אָרעמאַנס אַ ייִנגל, און פּאָדטאַקעװעט מיט אַ ניגון:

               אָט אַזױ! אָט אַזױ!
               בוכעט אים!
               בוכעט אים!