אַן אמתע מעשׂה לכּבֿוד פּורים
איטלעכער ייִד האָט זיך זײן פּריץ. איטלעכער פּריץ האָט זיך זײן ייִדן.
(א שפּריכװאַרט)
אסתּר־תּענית נאָך האַלבן טאָג האָט זיך אין אײנער פֿון די ייִדישע
שטעט פֿון אונדזער אַלטער הײם באַ אַ ייִדישן האָטעל אָפּגעשטעלט אַ דיליזשאַנס און ס'איז אַרױסגעשפּרונגען פֿון דאָרטן אַ פּאַרשױן מיט אַ שפּיצעכיק קאַפּעלושל אַפֿן קאָפּ, אַ דרײַעקעכיקס, װי אַ המן־טאַש. אױסגעזען האָט דער פּאַרשױן װי אַ רײַכער מאַגנאַט מיט זײער אַ בײזן, אַ שטרענגן קוק. באַלד נאָך אים איז אַרױסגעקראָכן אַ ייִד מיט אַ לאַנגער קאַפּאָטע, מיט אַ ברײטן טלית־קטן, מיט אַ פּליסענעם קאַרטוז; אַ באָרד אַ קלאָטשקעװאַטע, אַ ביסל אַ גרױלעכע, טיפֿע קנײטשן אַפֿן ברײטן שטערן, און אַף די ליפּן אַ מאָדנע שמײכל פֿון אַ פֿילאָזאָף. געשלעפּט האָט ער מיט זיך אַ גאַנץ גרױסן זאַק און געגאַנגען מאָדנע, מיט ברײטע טריט, און ניט אַראָפּגעלאָזט קײן אױג פֿונעם בײזן פּאַרשױן.
― האָט איר עפּעס אַ רעכטן חדר פֿאַר מײַן פּריץ? ― אַזױ האָט זיך דער ייִד אָנגעפֿרעגט באַם משרת פֿונעם האָטעל, אַ יונג מיט בײנער, מיט אַ קױטיק העמד און מיט אַ געלן שניפּס, װאָס אַמאָל איז ער געװען, דער שניפּס הײסט דאָס, אַנטיק שבאַנטיקן, נאָר פֿון אַ צײַט, אַז ער האָט אָנגעװאָרן דעם גלאַנץ מיט דער פֿאָרמע און האָט באַקומען אַ פּנים פֿון אַ פֿלעכטל פֿון אַ פּורים־קױלעטש, באַשאָטן פֿון אױבן מיט מאָן.
מיט גרױס פּאַראַד האָט זײ דער משרת באַגעגנט, אַראָפּגענומען דאָס היטל מיט אַ קנאַק און אַרײַנגעפֿירט זײ אין האָטעל, זײ אױפֿגעעפֿנט דאָס גרעסטע, דאָס בעסטע, דאָס שענסטע צימער, נומער 1, אַ חדר, װאָס באַשטײט פֿון צװײ חדרים; דאָס הײסט, פֿון אַ חדר מיט אַ פֿעדערשט חדרל, אַף אױסצוטאָן די קאַלאָשן און אױפֿצוהענגען די מלבושים ― און דאָס איז געװען פֿאַר אונדזערע פּאַרשױנען װי געװוּנטשן: אינעם גרױסן חדר האָט זיך באַזעצט, געװײנלעך, דער פּריץ, און אינעם פֿעדערשטן חדרל ― דער ייִד.
אַװעקגעלײגט דעם זאַק אין אַ װינקל, האָט דער ייִד געשאַפֿן, מע זאָל געבן דעם פּריץ אַ סאַמאָװאַר, און אַ פֿרעג געטאָן:
― פֿאַראַן עפּעס באַ אײַך װאָס צו פֿאַרבײַסן?
― נאָך אַ מין פֿאַרבײַסן! ס'איז דאָך עפּעס הײַנט אַף דער נאַכט פּורים באַ אונדז אין שטאָט. פֿאַראַן המן־טאַשן פֿרישע מיט מאָן, און פֿלעדלעך, און קישעלעך, און מאָנדלעך, און גלאַט פּורים־גרעט מיט שאַר ירקות. הע!
אַזױ האָט געזאָגט דער משרת מיט אַ ביסל אַ גראָבלעך שמײכעלע, באַװיזן בשעת־מעשׂה, אַז ער האָט געזונטע געלע צײן. דערפֿאַר האָט ער אָבער באַקומען פֿונעם ייִדן זײער אַ פֿרײַנטלעכן פּאַטש אין פּלײצע מיט אַ שײנעם ײשר־כּוח, און איז אַװעקגעגאַנגען מאַכן אַ סאַמאָװאַר און ברענגען די אַלע גוטע זאַכן, װאָס ער האָט דאָ אױסגערעכנט. און דער ייִד האָט זיך דערװײַל געמאַכט גאַנץ באַקװעם, דאָס הײסט, ער האָט אױסגעטאָן דאָס פּליסענע היטל און געבליבן זיצן אין אַ יאַרמעלקע, פֿאַרקאַטשעט די אַרבל ביז די עלנבױגנס און האָט זיך באַזעצט אַף אַ בענקעלע באַ דער טיר פֿונעם פּריץ. און בכדי די צײַט זאָל נישט אַװעקגײן אומזיסט, האָט ער אױפֿגעבונדן דעם זאַק, אַרױסגענומען פֿון דאָרטן עפּעס אַ ספֿרל און האָט זיך פֿאַרטיפֿט, דאָס הײסט, דעם קאָפּ האָט ער אײַנגעבױגן, אײן אױג האָט ער צוגעמאַכט, געקײַט אַ שפּיץ באָרד און אַלײן זיך בשעת מעשׂה צוגעשאָקלט מיטן גאַנצן גוף. דאָס אַלצדינג אינאײנעם האָט אױסגעװיזן באַ דער װעלט אַביסל פּריקרע; ממה נפֿשך ― איז דער ייִד דעם פּריצס אַ ייִד, הײַנט װאָס זיצט ער איבער אַ ספֿר? אלא װאָס דען? ער איז אַ װילד־פֿרעמדער? װאָס זשע איז ער געקומען מיטן פּריץ? און גלאַט װאָס טוט ער הי גראָד הײַנט צו אסתּר־תּענית?
אַזױ האָבן זיך געשלײַפֿט די מוחות די בעל־הביתטע פֿונעם האָטעל, די אורחים און סתּם ייִדן פֿון דער גאַס, װאָס האָבן אַהער אַן אַרײַנטריט. און בתוך כּך האָט דער משרת געבראַכט צו טראָגן דעם סאַמאָװאַר מיט אַ גאַנצן בעקן פּורים־גרעט, און פֿאַרבײַגײענדיק האָט ער דערװײַל אַ פֿרעג געטאָן באַם ייִדן, פֿון װאַנען איז דער אָדון?
― דו דאַרפֿסט עס טאַקע נײטיק װיסן? ― מאַכט צו אים דער ייִד און נעמט זיך צוריק צום ספֿר.
― מיך אַרט נישט, אַז איך װעל נישט װיסן, ― מאַכט צו אים דער משרת ― נאָר די בעל־הביתטע מײַנע האָט מיר אָנגעזאָגט, למען השם, איך זאָל באַ אײַך פֿרעגן, פֿון װאַנען איז דער אָדון?
― װעסטו זאָגן דער בעל־הביתטע דײַנער, אַז פֿון פּרס ומדי.
― פֿון װאָסער שטאָט?
― פֿון שושן הבירה.
― װאָס הײסט דאָס שושן הבירה?
― זאָג דײַן בעל־הביתטע, זי זאָל שיקן אַ קליגערן פֿון דיר.
דער משרת שטײט אַ װײַלע מיט אָפֿענע קעלבער־אױגן, קראַצט זיך אונטערן קאָלנער און גײט אַװעק, און אין עטלעכע מינוט אַרום קומט־צו די בעל־הביתטע אַלײן, אַ ייִדענע אַ שװערע, װאָס פֿון איר װאָלט געקאָנט זײַן צװײ און אפֿשר דרײַ ייִדענעס. און מחמת אַלצדינג, װאָס דאָ װערט באַ אונדז באַשריבן װײַטער, קומט פֿאָר אינעם פֿאָדערשטן חדרל אין געשפּרעכן, אַלע מאָל מיט אַנדערע פּאַרשױנען, לכן טײלן מיר דאָס אײַן אין עטלעכע בילדער און הײבן אָן אַזױ:
סצענע 1.
ד י בעלהביתטע ־ (אַ װיש די נאָז אַרױף). גוט מאָרגן! איך האָב אײַך צוגעשיקט אָט דאָ מײַן משרת, איז ער אָבער אַ גרױסע בהמה.
ד ע ר אור ח: ער איז אַ בהמה? גיט אים קײַען שטרױ.
ד י בעלהביתט ־ ע: נישט דאָס! ער פֿאַרשטײט ניט װאָס מע רעדט צו אים. איך האָב געװאָלט װיסן, װער איז דער פּריץ און פֿון װאַנען? ד ע ר אור ח: (קוקט אַרײַן אין ספֿר אַרײַן) פֿון װאַנען מײַן פּריץ איז? פֿון שושן־הבירה.
ד י בעלהביתט ־ ע: װוּ איז דאָס? אין װאָסער גובערניע?
ד ע ר אור ח: (נעמט נישט צו די אױגן פֿונעם ספֿר) אין פּרס ומדי.
ד י בעלהביתט ־ ע: (טראַכט אַ ביסל) װאָס איז ער? אַ גראַף?
ד ע ר אור ח: אַביסל גרעסער פֿון אַ גראַף.
ד י בעלהביתט ־ ע: אַ קניאַז?
ד ע ר אור ח: אַ ביסל גרעסער פֿון אַ קניאַז אױך.
ד י בעלהביתט ־ ע: אַ גענעראַל?
ד ע ר אור ח: אַ שני למלך.
ד י בעלהביתט ־ ע: אַ װאָס?
ד ע ר אור ח: אַ שני למלך באַם קעניג אַחשורוש.
ד י בעלהביתט ־ ע: (טראַכט אַ ביסל) װאָס טוט ער הי? ער מאַכט עפּעס געשעפֿטן?
ד ע ר אור ח: געװיס מאַכט ער געשעפֿטן.
ד י בעלהביתט ־ ע: װאָס קױפֿט ער? ― אימעניעס? װעלדער? צי גלאַט אַזױ ער לײַט געלט?
ד ע ר אור ח: ער קאָן קױפֿן און פֿאַרקױפֿן, און לײַען געלט, און װאָס איר װילט.
ד י בעלהביתט ־ ע: פֿון װאַנען־זשע זײַט איר? טאַקע אױך פֿון דאָרטן?
ד ע ר אור ח: טאַקע אױך פֿון דאָרטן.
די בעל־הביתטע גײט אַװעק און קנײטשט מיט די פּלײצעס.
„אַ מאָדנער אורח!“ ― טראַכט זי זיך. ― „מע באַדאַרף זיך באַקענען מיטן פּריץ אַלײן... נאָר װי אַזױ? אַז דער ייִד זיצט, װי אַ הונט, באַ דער טיר און לאָזט ניט צו!“ אַף איר גליק טראָגט־אָן גאָט אַ מעקלער, װאָס האָט געזען צופֿאָרן אַ דיליזשאַנס, איז ער געקומען אױסטאַפּן, װער איז דער פּריץ און װאָס דאַרף ער האָבן? אין קורצע װערטער גיט אים
170 שלום עליכ ם
די בעל־הביתטע איבער, װאָס זי האָט געהערט פֿונעם אורח, אַז ס'איז אַ
רײַכער פּריץ, װאָס מאַכט געשעפֿטן, און זי נעמט־אױס מיט אים אַ תּנאי,
אַז טאָמער װעט מען עפּעס מאַכן, זאָל זײַן אַף דער האַלב. און דער
מעקלער מאַכט דרײַ שפּאַן און איז שױן בײַם אורח אין פֿעדערשטן חדרל,
און דאָ קומט פֿאָר די ―
סצענע 2.
ד ע ר מעקלע ר: (ציט־אױס דעם אורח אַ גראָבע, אַ באַװאַקסענע האַנט) שלום־עליכם! איך האָב געהערט, אַז איר זײַט דאָ מיט אײַער פּריץ, געקומען אַהער עפּעס מאַכן געשעפֿטלעך. איך בין אַ ייִד אַ סרסור, אַ מעקלער, פֿון געלט הײסט דאָס. באַ אונדז אין שטאָט פֿאַרנעמען זיך כּמעט אַלע ייִדן איבערהױפּט מיט געלט... ניטאָ באַ אונדז קײן אַנדערע געשעפֿטן, פֿאַרשטײט איר, אַ חוץ געלט. איטלעכער ייִד איז הי אָדער אַ קרעמער, אָדער אַ בעל־הלװאה... בכלל, װער איז דער פּריץ אײַערער? פֿון װאַנען? װאָס האָט ער? און װאָס דאַרף ער?
ד ע ר אורח : איך װײס נישט, צי איר װעט אים קענען. ער איז פֿון װײַט: פֿון פּרס ומדי.
ד ע ר מעקלע ר: פֿון פּרס ומדי? פֿון װאָסער שטאָט?
ד ע ר אור ח: פֿון שושן הבירה.
ד ע ר מעקלע ר: פֿון שושן הבירה? װי אַזױ איז דער נאָמען זײַנער?
ד ע ר אור ח: זײַן נאָמען איז המן.
ד ע ר מעקלע ר: (טרעט אָפּ צוריק) המן? װאָ־װאָ־װאָסער המן?
ד ע ר אורח : המן, דער רעכטער, דער אמתער המן. המן בן המדתא...
ד ע ר מעקלע ר: נו, און װער זײַט איר?
ד ע ר אור ח: און איך בין זײַן ייִד... מרדכי.
ד ע ר מעקלע ר: מ־מרדכי? דער װאָס הײַנט... אין דער מגילה?...
ד ע ר א ו ר ח: (שטײט־אױף פֿונעם בענקל, גלײַך אים אין פּנים
אַרײַן) יאָ! יאָ! יאָ! מרדכי, דער זון פֿון יאיר, דער זון פֿון שמעי, דער זון פֿון קיש! דעם „קיש“, שרײַט אים אױס דער אורח גלײַך אין אױער אַרײַן).
ד ע ר מעקלע ר: (װערט רױט פֿאַר כּעס) אַפּנים, איר האָט ניט פֿון װעמען חוזק צו מאַכן?!
און דער מעקלער לױפֿט אַרױס אין גרױס גרימצאָרן, און עס באַװײַזט זיך אַ פֿרישער פּאַרשױן, אַ יונגערמאַנטשיק מיט אַ געראַזירט בערדל, מיט שײנע צװײ װאָנצעס, פֿאַרדרײט גאַנץ פֿײַן אַרױף, מיט אַ שײן קײטל אַפֿן זשילעט, װאָס סע קאָן זײַן, ס'איז אַ גילדנס, און סע קאָן זײַן, אַז נײן. אַלײן איז ער אַן אַגענט פֿון זינגערס נײ־מאַשינעס. נאָר פֿון צײַט צו צײַט, אַז עס מאַכט זיך עפּעס א נײַס אין שטעטל, שרײַבט ער אַרײַן אין אַ צײַטונג און שרײַבט זיך אונטער „דאָס געראַזירטע בערדל“.
סצענע 3.
ד אָ ס געראַזירטע בערד ל: גוט מאָרגן! דאָ, האָב איך געזען, איז צוגעפֿאָרן אַ פּריץ מיט אַ ייִדן. איך האָב געװאָלט, אױב ס'איז מעגלעך, האָבן מיט אים אַ אינטערװיו.
ד ע ר אור ח: װאָס הײסט דאָס אַן אינטערװיו?
ד אָ ס געראַזירטע בערד ל: דאָס הײסט, איך װיל זיך מיט אים דורכשמועסן.
ד ע ר אור ח: גלאַט אַזױ?
ד אָ ס געראַזירטע בערד ל: גלאַט אַזױ.
ד ע ר אור ח: הײסט דאָך עס דבֿרים בטלים. װער זײַט איר?
ד אָ ס געראַזירטע בערד ל: איך בין אַ האַלבער אַגענט פֿון מאַשינעס. נאָר העכער האַלב בין איך אַ שרײַבער, אַ קאָרעספּאָנדענט פֿון אַ ייִדישער צײַטונג. קאָן איך זען אײַער פּריץ?
ד ע ר אור ח: נײן, איר קאָנט אים נישט זען.
ד אָ ס געראַזירטע בערד ל: פֿאַר װאָס?
ד ע ר אור ח: דערפֿאַר, װײַל ער איז צו אַ גרױסער פּריץ.
ד אָ ס ג ע ר אַ ז י ר ט ע ב ע ר ד ל: װער איז ער? פֿון װאַ־
נען? און װי אַזױ הײסט ער?
ד ע ר אור ח: ער איז אַ מאַגנאַט. פֿון שושן הבירה. און זײַן נאָמען איז ― המן. איז אײַך באַקאַנט דער נאָמען?
ד אָ ס געראַזירטע בערד ל: דער נאָמען איז מיר קענטלעך... נאָר די שטאָט האָב איך קײנמאָל נישט געהערט. װײַט איז עס?
ד ע ר אור ח: אין פּרס ומדי... פֿון הודו ביז כּוש... געהערט אַמאָל?
ד אָ ס געראַזירטע בערד ל: (דרײט די װאָנצעס) קײנמאָל נישט! (נעמט־אַרױס אַ נאָטיץ־ביכל מיט אַ בלײַשטיפֿט, גרײט צו פֿאַרשרײַבן) װי אַזױ, זאָגט איר, איז דער נאָמען?
ד ע ר אור ח: המן.
ד אָ ס געראַזירטע בערד ל: דער זעלבער נאָמען, װאָס מע עסט נאָך אים המן־טאַשן? הײַנט, דאַכט זיך?
ד ע ר אור ח: אָט, אָט, אָט! נו, און דעם נאָמען מרדכי האָט איר געהערט אַמאָל?
ד אָ ס געראַזירטע בערד ל: יאָ, עפּעס דאָרט אינאײנעם מיט יענעם המנען האָב איך געהערט לײענען דאָרטן... (נעמט זיך צום נאָטיץ־ביכל).
ד ע ר אור ח: זאָלט איר װיסן זײַן, אַז דער פּריץ מײַנער ― דאָס איז ער אַלײן טאַקע, אָט יענער המן פֿון שושן הבירה...
ד אָ ס געראַזירטע בערדל : (קװענקלט זיך, װײס ניט װאָס ער זאָל שרײַבן) װאָ־װאָס הײסט? איך פֿאַרשטײ ניט! ער לעבט נאָך, יענער המן? דאַכט מיר, ער איז שױן לאַנג געשטאָרבן?...
ד ע ר אור ח: און איך בין דאָס זײַן ייִד ― מרדכי היהודי היושב בשער המלך... (די לעצטע װערטער זינגט ער מיטן ניגון פֿון דער מגילה).
קײנמאָל אַף זײַן לעבן האָט אונדזער אַגענט אַזױ שטאַרק ניט פֿאַרדראָסן, װי אַצינד, װאָס ער איז ניט באַקענט מיט די קלײנע אותיות; אין דער דאָזיקער מינוט האָט ער שטאַרק חרטה געהאַט דערױף, װאָס ער האָט ייִנגלװײַז נישט געװאָלט אַרײַנקוקן אין קײן ייִדישן ספֿר. די גאַנצע באָד האָט ער אַרױפֿגעלײגט אַף זײַן טאַטן. שולדיק איז אינגאַנצן ער, דער טאַטע זײַנער. אַ טאַטע איז מחױב צו לערנען אַ קינד...
ד אָ ס געראַזירטע בערד ל: איז ער, הײסט דאָס, פֿון יענע המנס... װעלכער... קאַטאָרי?...
ד ע ר אור ח: ניט פֿון יענע המנס, נאָר טאַקע יענער המן אַלײן, דער אמתער המן! װיפֿל מאָל דאַרף מען אײַך קלאַפּן אין מוח אַרײַן?
ד אָ ס געראַזירטע בערד ל: (כאַפּט אַרױס אַ פֿע־טשײלע, װישט זיך דעם שװײס. אין דעם עפֿנט זיך די טיר און עס באַװײַזט זיך אַ נײַער נפֿש, אַ שטאַרק־רױטער ייִד מיט שטאַרק־רױטע ברעמען. מיט אַ היבש בײַכל, גײט אָנגעטאָן חסידיש, נאָר רײן, ציכטיק אין אַ שײנער קאַפּאָטע. דער שטאַרק־רױטער ייִד פֿליט אַרײַן צום אורח, װי אַ שטורעמװינט).
ד ע ר אור ח: (צום אַגענט) װאָס זײַט איר געבליבן אָן לשון?
ד אָ ס געראַזירטעבערד ל: איך... איך... איך װעל קומען אַ צװײטן מאָל... (רוקט זיך אַרױס).
סצענע 4.
ד ע ר שטאַרקרויטער ־ ייִד: (שטעקט־אָפּ דעם אורח אַ ברײטן שלום־עליכם) שלום־עליכם, מײן ליבער ייִד! איך האָב שױן אָפּגענומען פֿון אײַך אַ פּאָר גרוסן. מע זאָגט, אַז איר זײַט דאָ מיט אַ פּריץ אַ מאַגנאַט, װאָס קױפֿט און פֿאַרקױפֿט אימעניעס און װעלדער. דעם נאָמען האָבן זײ מיר נישט געװאָלט זאָגן. נאָר איך שטױס מיך אָן, װער דאָס איז. (פֿאַרקאַטשעט די אַרבל) דאָס באַדאַרף זײַן אַ גראַף אָדער אַ קניאַז. געטראָפֿן?... איך בין דער גרעסטער מעקלער פֿון אימעניעס און װעלדער אין גאַנץ פּאָלעסיע. איך, װי איר קוקט מיך אָן, בין פֿול אומעטום, די גאַנצע װעלט, בין אױסן אַלע מײַזלעכער, אױסגעבונדן מיט אַלע פּריצים און מיט אַלע גראַפֿן, אַלע גרעסטע מאַגנאַטן זײַנען נאָך מיר די כּפּרה, װאָרעם זײ װײסן, אַז איך בין זײ געטרײַ, איך װעל זײ ניט פֿאַרפֿירן, װי אַנדערע... זײ װײסן, אַז דאָס װאָס איך זאָג, איז הײליק. איך װעל ניט גײן דערצײלן, װי אַנדערע, נעכטיקע טעג, אַפֿן הימל אַ יאַריד... איך בין נישט פֿון די אַדעסער אָדער יעהופּעצער מעקלערס די שאַרלאַטאַ־נעס, װאָס קנאַקן. בלאָטע! באַ מיר איז רײן און אָפֿנטלעך. זאָג איך װאַלד ― איז װאַלד. זאָג איך סטעפּ ― איז סטעפּ. איך װעל נישט גײן דערצײלן יענעם קײן גליקן, „אַ האַק אַ בױם, אַ פּליוך אין װאַסער“, און נאָכדעם זאָל זיך אױסלאָזן אַ בױדעם, אַ נעכטיקער טאָג... און רעד איך מיט עמעצן אָפּ ― איז יחלוקו. עס מעגן פֿאַלן שטײנער פֿון הימל, װיבאַלד מיר זײַנען אינצװײען, איז חצי שלי וחצי שלך...
ד ע ר אור ח: בקיצור, װאָס זשע האָט איר געװאָלט זאָגן, הײסט דאָס?
ד ע ר שטאַרקרויטער ־ י יִ ד: האָב איך געװאָלט זאָגן, הײסט דאָס: אַזױ װי ס'איז געקומען מיט אײַך צו פֿאָרן עפּעס אַ פּריץ, זאָגט מען, װאָס האָט בדעה, זאָגט מען, קױפֿן אָדער פֿאַרקױפֿן אימעניעס, בין איך געקומען אומיסטנע אָנקוקן דעם פּאַרשױן, װאָס פֿאָרט־אַרום באַ אונדז אין אונדזער װאָלין און מאַכט געשעפֿטן אָן מיר. איר װעט דען קאָנען אַ ריר טאָן זיך אָן מיר? אָט האָב איך ערשט דורכגעשלאָגן אַ פּאָר געשעפֿטלעך, װאָס צוליב דעם טאַקע בין איך געקומען אַהער צו פֿאָרן, ― מעגט איר מיר גלײבן, אַז אַף חידושים, אַף בילעטן! צונױפֿגעפֿירט אַ װאַנט מיט אַ װאַנט, הודו מיט כּוש, געביטן שילע נאַ שװײקע, צוגענומען באַ אײנעם אַן אימעניע אַ גאָלד און אַרײַנגערוקט אים אַ װאַלד, אַף אים אַזאַ יאָר! איר זאָלט זען דעמבעס ― אַרזי־לבֿנון! דער חסרון, װאָס מע קאָן זײ ניט האַקן. מע לאָזט ניט. מע דאַרף זײ לאָזן כאָטש נאָך אַ יאָר דרײַסיק, װעט מען ערשט דעמאָלט פֿאַרשפּילן... דערפֿאַר האָט אָבער די אימעניע אַ מעלה: די ערד איז גאָלע בלאָטע, גוט אַף כרײן און אַף קאַרטאָפֿלעס, און קײן רעמאַנענט ניט אַ לעק! און אַ באַן װעט דאָרטן אפֿשר אַמאָל זײַן, אם ירצה השם, אַז משיח װעט קומען, און אפֿשר נײן; גיכער נײן, אײדער יאָ... די צװײ אַדונים, האָט איר באַדאַרפֿט אָנקוקן, האָבן זיך אײנס דאָס אַנדערע געװאָלט אָנטאָן אַ ספּאָדעק, און מיר האָבן זײ געװאָלט אײַנרעדן, אַז איך װיל זײ אָפּנאַרן, נאָר זײ װעלן זיך לאָזן ― אַ קאָמעדיע, זאָג איך אײַך, אַ רײנע קאָמעדיע! (װערט צעגאַנגען פֿאַר געלעכטער).
ד ע ר אור ח: בכן, װאָס זשע האָט איר, הײסט דאָס, געװאָלט זאָגן?
ד ע ר שטאַרקרויטער ־ י יִ ד: גאָרנישט. איך האָב נאָר געװאָלט אַ טאַפּ־טאָן, געװױר װערן, מיט װאָס איר שמעקט... איר זאָגט מיר נאָר, װער איז דער אָדון אײַערער, פֿון װאַנען איז ער? און װי אַזױ רופֿט מען אים? ― װעל איך אײַך שױן אַלײן זאָגן, װאָס ער דאַרף. זאָגט מיר נאָר דעם נאָמען זײַנעם ― איך קען אַלעמען און אַלע קענען מיך.
ד ע ר אור ח: זײַן נאָמען איז המן.
ד ע ר שטאַרקרויטער ־ י יִ ד: (טוט זיך אַ כאַפּ) האַ? המן? פֿון װאָסערע המנס? אפֿשר פֿון די, װאָס אָט דאָרטן? (באַװײַזט מיט די הענט אַהין ערגעץ, זײער װײַט).
ד ע ר אור ח: פֿון די אמתע המנס, טאַקע ער אַלײן! (מיטן ניגון פֿון דער מגילה) המן בן המדתא האגגי, שני למלך באַם קעניג אחשורוש. װײסט איר שױן?
ד ע ר שטאַרקרויטער ־ ייִ ד: װאָ־װאָס רעדט איר?
ך ע ר אור ח: אָט דאָס, װאָס איר הערט.
ד ע ר שטאַרקרויטער ־ ייִ ד: צי איר זײַט צעמישט? צי איר זײַט דול? צי איר זײַט משוגע? צי גלאַט אַזױ גערירט פֿונעם זינען?
ד ע ר אור ח: איך בין נישט צעמישט, ניט דול, ניט משוגע, ניט גערירט פֿונעם זינען. דאָס איז ער, דער אמתער המן אַלײן, פֿון שושן הבירה, און איך בין דאָס מרדכי היהודי, זײַן ייִד הײסט דאָס... ער איז, מסתּמא האָט איר געהאָרכט, אַ גרױסער מאַגנאַט. אַן אַדיר, און איך, געװײנטלעך, בין אַ ייִד אַן אָרעמאַן; ער איז, הײסט דאָס, מײַן פּריץ, און איך בין זײַן ייִד. הײַנט פֿאַרשטײט איר שױן?
אױסגעהערט די דאָזיקע מימרא, טוט זיך דער שטאַרק־רױטער ייִד אַ
כאַפּ מיט בײדע הענט באַ די זײַטן און הײבט אָן צו לאַכן, אַז עס קומען
זיך צונױף די בעל־הביתטע מיטן משרת מיט עטלעכע געסט, מיט גלאַט
ייִדן, און פֿונעם גרױסן חדר עפֿנט זיך די טיר און עס קוקט־אַרױס דער
פּריץ אַלײן, טוט אַ װאָרף אַף אַלע פּאַרשױנען אַ בײזן קוק און פֿאַרבינדט
מיט זײַן ייִדן אַ שמועס אַף אַ מאָדנע שפּראַך, מיט גאָלע טיתן און מיט
גאָלע פּתחן, עפּעס אַ מין תּרגום־לשון, װאָס מע האָט נאָך אַזאַ שפּראַך
מיט אַזעלכע דיבורים אין װאָלינער גובערניע קײנמאָל ניט געהערט: „פּאַר־שאַנדאַטאַ, אַשפּאַטאַ, פּאָראַטאַ, װײזאַטאַ“... בעת־מעשׂה שטײט דער ייִד
פֿאַרן פּריץ, װי געװײנלעך אַ ייִד באַדאַרף שטײן פֿאַר אַ פּריץ... און מע
הערט נישט אױף צו שיטן אַלץ מיט יענע תּרגום־לשון, װאָס מע קאָן פֿון
אים זיך אױסברעכן אַלע צײן, און מע װאָלט געמעגט שװערן, אַז עס
װאַרפֿן זיך דורך די באַקאַנטע האַרבע װערטער פֿון דער מגילה:
„פּרתמים“, און „אחשדרפּנים“, און „אחשתרנים“, און „שעשגז“, און
דאַכט זיך, אַז „חרבונה“ אױך בתּוכם... דער גאַנצער עולם בלײבט
שטײן מיט אָפֿענע מײַלער, און זײ קאָנען ניט פֿאַרשטײן, װאָס טוט זיך
דאָ מיט זײ? המן מיט מרדכין פֿון דער מגילה? צי אַ נײַער המן מיט אַ
נײַעם מרדכי? צי גאָר אַ חלום, עפּעס אַ בײזער, אַ װיסטער חלום צו זײערע קעפּ!?
....................................................
..................................................
......................................................
......................................................
.......................................................
אַ פּאָר װערטער פֿונעם פֿאַרפֿאַסער צו זײַנע לעזער
איך רײַס איבער סאַמע אין רעכטן ברען פֿון דער מעשׂה ― גלײבט מיר, אַז יעדער בעל־מלאָכה וױיס זײַן אַרבעט און יעדער שריפֿטשטעלער פֿאַרשטײט זײַנע ביזנעס... איך זע אין אײַך, אַז עס האָט אָנגעצױגן. דאָס הײסט, אַז איר װילט װיסן דעם סוף פֿון דער מעשׂה ― דאָס איז דאָך באַ אײַך דער עיקר. אױב אַזױ, האָט אַ ביסל געדולד, ביז... איבער־אַ־יאָר פּורים. ניט קײן סך צו װאַרטן. מער ניט אַז אײן יאָר. װאָס פֿאַר אַ װערדע האָט אַ יאָר אין דער אײביקײט?...
געשריבן אין יאָר 1905 ― 1916
צ ווייטבו ך
מה נשתּנה――――――――――――― 181
דער אתרוג――――――――――――― 188
המן און זײַנע טעכטער―――――――――― 203
געצל―――――――――――――― 213
לאהניו ――――――――――――― 224
אַ פֿאַרשפּילטער ל″ג־בעומר―――――――― 229
צו דער סעודה――――――――――― 238
דער אורח―――――――――――― 249
אליהו הנבֿיא―――――――――――― 258
אַז גאָט װיל שיסט אַ בעזעם ―――――――― 263
דרײַ קעפּלעך ――――――――――― 268
גזלנים――――――――――――― 275
אַ פּסח אין דאָרף――――――――――― 287
פּסח מיט אַ קל־וחומר ――――――――― 300
די װעלט גײט צוריק―――――――――― 303
שלח מנות―――――――――― ― ― 307
די געפֿערלעכע מצה―――――――――― 310
― טאַטע, איך װעל דיך פֿרעגן פֿיר קשיות.
ד י ערשטע קשיה װעל איך דיך פֿרעגן:
מ ה נשתנה הלילה הזה מכל הלילות ― װאָס איז פֿאַרענדערט געװאָרן די דאָזיקע נאַכט פֿון פּסח פֿון אַלע נעכט פֿון אַ גאַנץ יאָר?
ש בכל הלילות ― אַלע נעכט פֿון אַ גאַנץ יאָר, אָ נ ו א וכלין ― עסן מיר װאָס מיר װילן, סײַ אַ ייִדיש ראָסל־פֿלײש, סײַ אַ גױיִשן קאָלבאַס, סײַ פֿיש מיט כרײן, סײַ ראַקעס, סײַ לאָקשן־קוגל, סײַ מאָראָזשענע; הלילה הזה ― די דאָזיקע נאַכט פֿון פּסח, כול ו מ צה ― זײַנען מיר אַלע מצהדיק: די מאַמע האָט אונדז אָנגעזאָגט, אױב מיר װילן עסן חמץ, זאָלן מיר גײן אין דער „קאָלבאַסנע“, װאָרעם ס'איז אין שטוב, זאָגט זי, פּסחיק. ס'איז אומעטום, אין יעדן װינקעלע, כּשר, רײן. סע שעמערירט און סע פֿינקלט. דאָס געפֿעס האָט מען געקױפֿט שפּאָגל־נײַע, נאָר־װאָס פֿון קלײט. דאָס מעבל איבערגעפּוצט. די טירן געװאַשן. די פֿענצטער געקראַצט. דאָס דינסטמײדל געכּשרט. עס לאָזט זיך הערן פֿון קיך אַ ריח פֿון שטאַרק־געפֿעפֿערטע פֿיש, אַ ריח פֿון גענזנשמאַלץ. מע האָט אָנגעמאַכט צו דער יױך לאַטקעס און בלינטשיקעס, קנײדלעך און כרעמזלעך און פֿאַלירטשיקעס. אונדז האָט מען פּלוצעם געהײסן אָנטאָן די היטלען, אױסגעזעצט אַרום טיש, געגעבן אונדז אין די הענט אַרײַן סידורימלעך, מיר זאָלן אַרײַנקוק ן. ― זיצן מיר, װי די טאָקען, און קוקן, װי אַ האָן אין „בני־אָדם“...
װאָס איז דאָס פֿאַר אַ קאָמעדיע? װי אַזױ הײסט דאָס שפּיל? ....................................................................................................