לכּבֿוד יום־טובֿ: נישטאָ קײן נײַס

שלום עליכם

פֿון www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish/sholemAleykhem/contents.html

                             צװײ לשנה־טובֿה בריװלעך:

1) װאָס אַ שנײַדער פֿון אַמעריקע שרײַבט צו זײַנעם אַ פֿרײַנט אינדערהײם.

2) װאָס אַ שנײַדער פֿון דער הײם שרײבט צו זײַנעם אַ פֿרײַנט אין אמעריקע.

                                                 א.

מאַי דיר פֿרענד ישׂראלי ק!

לשנה טובֿה תּכּתבֿו ותחתמו, דו מיט דײַן װײַף און מיט דײַנע טשילדרען, איר זאָלט זײַן אָללרײַט מיט כּל ישׂראל, אָמן.

מיר האָבן גרױס טראָבל פֿון דעם, װאָס דו שרײַבסט אונדז ניט קײן לעטערס, װאָרעם זינט עס האָבן זיך אָנגעהױבן באַ אײַך די רעװאָלושאָן מיט דער קאָנסטיטושאָן מיט די מעסעקרעס, גײען מיר אַרום דיסאַפּאָינטעט, ממש אָן קעפּ. אױב דאָס, װאָס אונדזערע פּײפּערס שרײַבן, איז ניט קײן בלאָף, האָט מען שױן באַדאַרפֿט אַװעקלײגן באַ אײַך אַ האַלבע װעלט. אַלע טאָג הערן מיר פֿון אײַך אַן אַנדער סענסײשאָן. נעכטן האָב איך געלײענט אַ קײבל, אַז מיסטער קרושעװאַן, דעם פּרעזידענט פֿון דער פֿערטער דומע, האָט מען געהאַנגען, ― שרײַב מיר, צי ס'איז אמת? און פֿון דײַנע ביזנעס זאָלסטו מיר שרײַבן, צי דו אַרבעטסט אין אַ שאַפּ, אָדער דו ביסט אַ באָס פֿאַר זיך? און װאָס מאַכט דײַן חנה־ריקל? און װאָס טוט הערשל? און מײַן קאָזין ליפּאַ װאָס מאַכט? און יוסל הענעכס? און בענציע מיט רחלען? און זלאַטקע? און מאָטל? און די איבעריקע אָפּרײטאָרס װאָס מאַכן? און צי טראַכסטו װעגן אַריבערמופֿן קײן אַמעריקע? אַלצדינג זאָלסטו מיר אַרױסשרײַבן אין דײַן לעטער. און װעגן מיר װאָס זאָל איך דיר שרײַבן, מאַי דיר פֿרענד? איך בין אָללרײַט, און מײַן װײַף איז אָללרײט, און מײַנע טשילדרען זײַנען אָללרײַט. דאַנקען גאָט, מיר מאַכן דאָ אַלע אַ לעבן. מיר אַרבעטן שװער און ביטער, אָבער מיר מאַכן אַ לעבן. קײן געלט סײפֿן מיר ניט, נאָר מיר פֿאַרנעמען צװײ רומס מיט אַ קיטשען. אַ גאַנצן טאָג אַרבעטן מיר, און באַנאַכט גײען מיר אַרױס אַף פּלעזשור, אָדער אַף אַ מיטינג פֿון סאָשעליסטן, אָדער פֿון זײאָניסטן, אָדער גאָר אין ייִדישן טיאײטער. דאָס גאַנצע לעבן װערט מען טאַקע פֿאַרשװאַרצט, דערפֿאַר זײַנען מיר אָבער פֿרײַ, און איך קאָן מיר זײַן אַ מעמבער אין װאָס פֿאַר אַ סאָסײטי איך װיל, און אַז איך װיל, װער איך אַ סיטיזען און װער צוגעלאָזט צו עלעקשאָן. אײן זאַך גײט אונדז דאָ ניט אײַן ― די הײם. אױ, בענקט זיך אַהײם! מײַן דזשעני (זי הײסט שױן מער ניט בלומע, נאָר דזשעני) לאָזט מיך ניט עטעמען. זי טרײַבט מיך, מיר זאָלן פֿאָרן קײן ראָשע אַף קבֿר־אָבֿות. זאָלסט אָנקוקן איצט מײן דזשעני, װאָלסטו זי ניט דערקענט. אַ לײדי מיט אַ העט און מיט גלאָװס. איך שיק דיר דאָ די פּיקטשור פֿון מײַן דזשעני מיט מײַן פֿעמעלי. װאָס זאָגסטו אַף מײַן עלטערן באָי? דאָס איז מאָטל, מאַיק הײסט ער שױן אַצינד. ער איז אָללרײַט. ער אַרבעט אין אַ פֿעקטאָרי און פֿאַרדינט פֿון צען ביז צװעלף דאָלאַר אַ װאָך. ער זאָל ניט געמבלען, װאָלט ער גאָר געװען אָללרײַט! דער אַנדערער, דזשעק, איז געװען פֿריִער באַ דער אַרבעט; הײַנט האָט ער זיך צוגעלערנט אַ ביסל ענגליש און איז אַ בוקקיפּער אין אַ באַרבער־שאַפּ. דער דריטער ממזר, בענדזשאַמין, דינט אין אַ סאַלון. קײן װײדזשעס נעמט ער ניט, נאָר ער ברענגט אַהײם אַמאָל זעקס דאָלאַר און אַמאָל אַכט. דער פֿערטער, דער באָיטשיק װאָס מיטן היטעלע, איז אַ גוטער לױפֿער, װיל ניט גײן אין סקול, ליגט טאָג װי נאַכט אין סטריט און שפּילט אין באָל. די מײדלעך אַלע באַ מיר זײַנען אױך אָללרײַט. זײ אַרבעטן אין די שעפּער און האָבן שױן געלט אין די בענק. דער חסרון, װאָס מע קוקט זײ ניט אָן אין די אױגן. זײ גײען װ ע ן זײ װילן און װוּהין זײ װילן און מיט װעמע ן זײ װילן. אַמעריקע איז אַ פֿרײַ לאַנד. מע טאָר ניט זאָגן יענעם קײן דעה, אַפֿילו אַן אײגענער טאָכטער. אָט, צום בײַשפּיל, מײַן עלטערע טאָכטער, חיה האָט זי געהײסן, אַצינד הײסט זי שױן פֿרענסיס, ― האָב איך מיט איר געהאַט אַ דזשאַב! זי האָט זיך פֿאַרליבט און חתונה געהאַט אָן מײַן װיסן מיט אַ פּוסטן באָי, פֿון די, װאָס באַלאנגען צו די פּיקפּאַקעטס. ער איז אַנטלאָפֿן פֿון די האוז אַף רעפֿיודזש, און איר האָט ער דערצײלט, אַז ער איז אַ באַװוּסטער קלאָדהינג־מאַנופֿעקטשורער און אַ ריעל־עס― טײטניק. לסוף האָט זיך אױסגעלאָזט, אַז ער איז אַ ביגאַמיסט. ער האָט זײַן אײגנס סך־הכּל דרײַ ניט־קײן־געגטע װײַבער! איך האָב געהאַט גענוג טראָבל, ביז איך בין זײַנער פּטור געװאָרן. איצט האָט זי געהײַ־ראַטעט מיט אַ פּושקאַרט־פּעדלער און איז אָללרײַט. די איבעריקע טעכטער מײַנע זײַנען נאָך ניט אױסגעגאַנגען, און אַז זײ װעלן אױסגײן, װעלן זײ אױך באַ מיר ניט פֿרעגן. אַמעריקע איז אַ פֿרײַ לאַנד, יעדער אַטענדעט זײַנע ביזנעס, װי ער פֿאַרשטײט ― און דאַטס אָלל! האָב איך דיר אַרױסגעשריבן, מאַי דיר פֿרענד, אַלצדינג, װאָס באַ מיר טוט זיך, און איך בעט דיך, דו זאָלסט מיר, למען השם, באַלד אָפּענטפֿערן מיט אַ לעטער אױך פֿון אַלצדינג, װאָס באַ דיר טוט זיך. און לאָז גריסן איטלעכן באַזונדער פֿרײַנטלעך, און איך װינטש אײַך נאָכאַמאָל אַ כּתיבֿה וחתימה טובֿה, גוד באַי!

                       פֿון מיר דײַן בעסט פֿרענד
                                    ד ז ש ײ ק אָ ב  (אַמאָל געװען יענקל).

                                                   ב.

טײַערער פֿרײַנט יענק ל!

דײַן לשנה־טובֿה־בריװ האָב איך פּאָלוטשעט פּונקט ערבֿ־ראָש־השנה, און איך דאַנק דיר זײער פֿאַר דײַן ליבן בריװ, און איך װינטש דיר דעם זעלבן לשנה טובֿה תּכּתבֿו ותחתמ ו. גיב גאָט צו זען זיך מיט פֿרײלעכע הערצער, אָמן. אַצינד קום איך דיר ענטפֿערן אַף דײַן בריװ. ממה נפֿשך, שרײַבסטו שױן אײנמאָל אין צװײ יאָר אַ לשנה־טובֿה־בריװל, טאָ שרײַב שױן, װי אַ מענטש! װער איז דאָס אָביאַזאַן צו פֿאַרשטײן, װאָס הײסט דאָס: לעטער, פּײפּער, פּיקטשור, בלאָף, וכדומה אַזעלכע װערטער? הײַנט שרײַבסטו, מע זאָל דיר שרײַבן און שרײַבן. װאָס זאָל איך דיר שרײַבן? נישטאָ קײן שום נײַס: ס'איז איצטער, דאַנקען גאָט, שױן בלאַגאָפּאָלוטשנע באַ אונדז. די נגידים מאַכן גוט, װי אַלע מאָל, און אָרעמעלײַט שטאַרבן פֿון הונגער, וױ אומעטום. מיר, בעלי מלאָכות, 106 שלוםעליכ ם
זיצן אָן אַ שטאָך אַרבעט, פֿאַר אײן זאַך זײַנען מיר, ברוך השם, אָבעז־פּעטשעט ― פֿאַר אַ פּאָגראָם. מיר האָבן שױן פֿאַר אַ פּאָגראָם כּלל קײן מורא נישט. מחמת ס'איז שױן געװען, און צװײ מאָל „אודך“ ― דאָס איז אַ זאַך, װאָס קען זיך טרעפֿן נאָר אין קעשענעװ. דער פּאָגראָם איז געװען באַ אונדז אַפֿילו שפּעטלעך, נאָר דערפֿאַר האָבן מיר געהאַט אַ פּאָגראָם מיט אַלע פֿליטערלעך. בקיצור, קײַן סך שרײַבן װיל איך דיר ניט און קאָן ניט און האָב ניט װאָס צו שרײַבן. איך קאָן דיר נאָר מעלדן, ליבער יענקל, אײן זאַך: איך לעב! איך האָב זיך געזען מיטן מלאך־המװת דרײַ מאָל ― נאָר בלאָטע! װי זאָגט געציע דער דאַמסקער שנײַדער ― געדענקסט אים? ― ,, מ י ברעש ומי במגפֿה ― אַז ס'איז באַשערט מוטשען זיך, שענקט גאָט דאָס לעבן“... מיר האָט נאָר װײ־געטאָן דאָס האַרץ פֿאַר מײַן װײַב און פֿאַר מײַנע קינדער, האָב איך זײ אַװעקגעשיקט לעזאָזל, זײ האָבן זיך גאַנץ פֿײַן פֿאַרקליבן צו אַ גוטן גױ אַפֿן בױדעם און זײַנען דאָרט אָפּגעלעגן בכּבֿוד צװײ טעג מיט צװײ נעכט, חלילה נישט געגעסן, נישט געטרונקען, נישט געשלאָפֿן, און ערשט העט אַפֿן דריטן טאָג, אַז ס'איז שױן ניט געװען װאָס צו ראַבעװען און װעמען צו שלאָגן, איז געװאָרן באַ אונדז, דאַנקען גאָט, בלאָהאָפּאָלוטשנע; איז מען פּאַװאָליע אַראָפּ פֿון די בױדעמער אַלע בשלום, און עס האָט, ברוך השם, פֿון אונדזער סעמעיסטװע קײנעם נישט געשאַדט, אַ חוץ ליפּאַ, װאָס איז געהרגעט געװאָרן מיט בײדע זין, נח און מלך ― גילדענע צװײ אַרבעטער, און אַחוץ משה־הערשן, װאָס מע האָט אים, מחילה, אַראָפּגעלאָזט פֿונעם בױדעם, און פּערל דבֿורהס האָט מען שױן שפּעטער געפֿונען אַ טױטע, טאַקע באַ זײ אין קעלער, און אַ ברעקל קינד אירס (רײזעלע) האָט מען געפֿונען באַ דער ברוסט... קרוגאָם, שױן מיט קלײנע קינדער, זײַנען פֿון אונדזער סעמעיסטװע, הײסט עס, געהרגעט געװאָרן סך־הכּל זיבן... נאָר װי זאָגט געציע „גם זו לטובֿה ― עס קאָן נאָך זײַן ערגער; בעסער האָט קײן שיעור נישט“... אַף הערשלען פֿרעגסטו? זײַ רויִק ער זיצט שױן העכער אַ האַלב יאָר אײנער אַלײן אָן אַ קנעלונג אין טורמע. פֿאַרװאָס? מסתּמא דערפֿאַר, װאָס ער האָט געקוקט, װי כּהנים דוכנען... ס'איז אַ סבֿרא, אַז מען װעט אים געבן אַ פֿײַנעם כּיבוד: אָדער מע װעט אים הענגען, אָדער מע װעט אים שיסן; דאָס װעט שױן זײַן, װי זײַן גליק װעט שפּילן, מחמת צו אַלצדינג, זאָגט געציע, באַדאַרף מען האָבן מזל. למשל, אָט איז יוסל הענעכס געשטאָרבן נאָך אײדער מען האָט אים געבראַכט אין טורמע אַרײַן... װײַטער איז נישטאָ קײן שום נײַס דיר צו שרײַבן. נו, און אַף נחמיה דעם סטאָלערס זון, לײב, פֿרעגסטו גאָרנישט? געדענקסט אים? געװען אַ גאָרנישט מיט אַ נישט, אַיאָ? „לײב־דרײב־אָבדיריק“ ― האָט מען אים גערופֿן. הײַנט ליגט ער װי אַ גראַף, אין פּעטראָפּאַװלאָװסקע קרעפּאָסט. זעסטו, אַף װעמען ס'איז יאָ אַ רחמנות נעבעך? אַף זלאַטקען. זי, זאָגט מען, איז גערירט פֿאַר צרות... אַ קלײניקײט ― פֿאַרלירן אין אײן װאָך צװײ קינדער! און אַבֿרהם משהס זון איז שױן איצט אַװדאי אין אַמעריקע. אַז דו װעסט אים זען, זאָלסטו אים לאָזן גריסן און זאָגן, אַז זײַן טאַטע איז אַ מאָלאָדיעץ: ער איז געשטאָרבן נאָך פֿאַר דער קאָנסטיטוציע! און מאָטל אונדזערער איז גלאַט פֿאַרפֿאַלן געװאָרן, מע װײס ניט װוּ ער איז... עס זײַנען אָט אַזױ אַ סך איזטשעזנעט געװאָרן, מע װײסט ניט װוּ זײער געבײן איז אַהינגעקומען... אַ סך זײַנען זיך צעלאָפֿן, אַ סך זײַנען געהרגעט געװאָרן און אַ סך רוען זיך אױס אין די טורמעס, שפּאַצירן־אַרום אין סיבירער שנײען, אַרבעטן מיט דער טאַטשקע ― נאָר װעמען הערן זײ? חבֿרה האָבן זיך אײַנגעשפּאַרט אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל: אָדער קאָנסטיטוציע, אָדער אַ קרענק! קײַן חכמות גײט ניט אָן באַ אונדז, בעלי־מלאָכות, װי זאָגט געצל: „לא מעוקצך ולא מדובשך ― זײַ מיר ניט קײן פֿעטער און נײ מיר נישט קײן שטיװל“... אַ מאָדנער מענטש אָט דער געציע: אײן זון האָט מען אים אַװעקגעלײגט אין דער מלחמה, דער אַנדערער ― זיצט, און אַלײן איז ער אױך אַף צרות, נאָר קומט צו אַ גלײַכװערטל אָדער אַ פּסוק, כאַפּט אים אַװעק דער רוח!... און װײַטער איז ניטאָ מער קײן נײַס צו שרײַבן. ס'איז, דאַנקען גאָט, בלאַהאָפּאָלוטשנע, און מיר זײַנען אַלע, ברוך השם, אין בעסטן געזונט, אַחוץ װאָס חנה ריקל מײַנע קלאָגט זיך נעבעך אַפֿן האַרצן... אַ װערטעלע אױסצורײדן ― די פּחדים, װאָס מע שטײט דאָ אױס פֿון די עקספּראָפּריאַציעס. דו װײסט אַװדאי ניט, מיט װאָס מען עסט דאָס? װעל איך דיר באַשרײַבן. מע קומט אַרײַן צו דיר אין שטוב אַרײַן מיט אַ פֿאַרטיקער באָמבע, אָנגעפֿילט דװקא ניט מיט מצה־מעל, נאָר מיט פּולװער און מיט צװיעקעס, און מע זאָגט צו דיר: „רוקי װערך!“ (געציע רופֿט דאָס אָן: „שׂאו ידיכם“!'') און מע צעשפּילעט דיר די קאַפּאָטע און מע נעמט־צו באַ דיר װאָס דו האָסט ― און רוף מיך קנאַקניסל! אַנומלטן זײַנען אַרײַן צו מיר צװײ חבֿרה־לײַט, געזאָגט מיט מיר דעם פּסוק און צוגענומען באַ מיר די מאַשינע. און אַ בהמה האָב איך געהאַט, איז זי אַלײן געפּגרט. און מײַן ברכה איז נאָך אַ גרעסערע אביונטע, װי זי איז געװען, און אַלטערן גײט אױך אָפּ גענוג צו אַ נגיד, און לײזערן האָט מען אַרױסגעשיקט ניט לאַנג פֿאַר אַ פּאַס. אַ מיצװה ― װער איז אים שולדיק? לאָז ער ניט זײַן קײן מלמד! און מענדל האָט זיך אױך שײן אױסגעפֿײַנט, גענומען און געשטאָרבן, אַ טײל זאָגן ― פֿון דער טשאַכאָטקע, אַ טײל זאָגן ― פֿון הונגער, און איך מײן, אַז פֿון בײדע זאַכן... און בנימינס קדיש דינט, און פֿון דער חלירע שמועסט מען באַ אונדז גאַנץ געשמאַק. נאָך דאָס פֿעלט אונדז!... און װײַטער איז ניטאָ מער קײן שום נײַס דיר צו שרײַבן. און דאָס, װאָס דײַן בלומע, אָדער װי אַזױ הײסט זי הײַנט, דזשעני, װיל קומען צו פֿאָרן, װעלן מיר גײן, אם ירצה השם, אינאײנעם אַפֿן פֿעלד ― ס'איז אונדז דאָרט צוגעקומען, ברוך השם, אַ שײן ביסל פֿרײַנט, פֿון באַקאַנטע שמועסט מען ניט; עס קומט נאָך צו הײַנט אױך אַלע טאָג! מער קײן נײַס איז ניטאָ צו שרײַבן. זײ געזונט און לאָז גריסן איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנטלעך. קײן אַמעריקע פֿאָר איך ניט. דײַן אַמעריקע הײבט מיר ניט אָן צו געפֿעלן. אַ לאַנד, װאָס אַ גאַזעט הײסט פּײפּער, װאָס פֿון בלומע װערט דזשעני, און אַ חתן האָט דרײַ װײַבער ― פֿון אַזאַ לאַנד, האָב קײן פֿאַריבל ניט, דאַרף מען לױפֿן! פֿון דײַן בריװ זע איך אַרױס, אַז װען מיר האָבן דאָ די קאָנסטיטוציע, װאָס מיר מײנען, באַדאַרפֿן מיר שױן קײן שום אַמעריקע ניט. דעמאָלט האָבן מיר דאָ אַ בעסער אַמעריקע, װי איר דאָרט... יענקל! זאָלסט גאָר קײן יסורים ניט האָבן: אַזאַ שטיק גאָלד מיר, און אַזאַ מכּה קרושעװאנען, װאָס פֿאַר אַ קאָנסטיטוציע מיר װעלן, אם ירצה השם, האָבן!... הלװאַי זאָל אונדז גאָט אָנחתמענען אַ גוט יאָר, אונדז דאָ און אײַך דאָרטן!

                                       פֿון מיר דײַן פֿרײַנט  י שׂ ר א ל .

אױסגײן ― זײן פֿאַרקנסט. אטענדירן די ביזנעס ― אױפֿזען די געשעפֿטן. אָללרײט ―

אין בעסטן שטאַנד. אָפּרײטאָרס ― שנײַדערס. אריבערמופֿן ― איבערקלױבן זיך. באָי ― ייִנגל. באָל ― פּילקע. באָס ― בעל־הבית. באַרבאַר־שאַפּ ― פּאַריקמאַכער שטוב.

בוקקיפּער ― בוכהאַלטער. ביגאַמיסט ― פֿיל־װײַבערניק. ביזנעס ― געשעפֿטן.

בלאָף ― גוזמא. בעסט פֿרענד ― בעסטער פֿרײַנט. גוד באַי ― זײ געזונט. גלאָװס ― הענטשקעס. געמבלען ― שפּילן אין קאָרטן. דאַטס אָלל ― אַן עק. דזשאב ― אַן עסק. דיסאַפּאָינטעט ― צעטראָגן. האַוז אף רעפֿיודזש ― אַן אױסבעסערונגס־אַנשטאַלט. העט ― הוט. װײדזשעס ― געצאָלט. װײף ― װײַב. זײאָניסטן ― ציוניסטן. טיאײטער ― טעאַטער. טראָבל ― יסורים. טשילדרען ― קינדער. לױפֿער ― אַ דער־רוח־וױיס װאָס. לײדי ― מאַדאַם. לעטער ―אַ בריװ. מאַי דיר פֿרענד ― מײן טײַערער פֿרײַנט. מעמבער ― מיטגליד. מעסעקערס ― פּאָגראָמען. סאַלון ― שענק. סאָסײטי ― געזעלשאַפֿט. סאָשעליסטן ― סאָציאַליסטן. סטריט ―

גאַס. סיטוזען ― בירגער. סײפֿען ― קלײַבן. סענסײשאָן ― איבעראַשונג.

סקול ― שול. עלעקשאָן ― װאַלן. פּושקאַרט־פּעדלער ― אַ פּעדלער מיט אַ װעגעלע. פּיקטשור― בילד. פּיקפּאַקעטס ―

גנבֿים. פּײפּערס ― גאַזעטן. פּלעזשור ― פֿאַרגעניגן. פֿעמעלי ― פֿאַמיליע.

פֿעקטאָרי ― פֿאַבריק. קאָזין ― געשװעסטערקינד. קיטשען ― קיך. קײבל ― דעפּעש. קלאָדהינג־מאַנופֿעק־

טשורער ― אַ פֿאַבריקאַנט פֿון קלײדער. ראָשע ― רוסלאַנד. רומס ― חדרים. ריעל־עסטײטניק ― דער װאָס האַנדלט מיט

הײזער. רעװאָלושאָן, קאָנסטיטושאָן ― רעװאָלוציע, קאָנסטיטוציע. שאַפּ ― געװערקהױז.

                                                                  געשריבן אין יאָר 1907
                                   אַ   פֿ ר יִ ע ר   פּ ס ח
        אַ מעשׂה װאָס קאָן זיך פֿאַרלױפֿן אַף דער גרױסער װעלט

                                                א.

די װעלטבאַרימטע דײַטשע שטאָט נאַררענבערג איז אַן אַלטע ייִדישע שטאָט ― זי איז אַ פֿרומע שטאָט, אַ גאָטספֿאָרכטיקע. אירע ייִדן האָבן זיך געמאַכט אַ שם אַף דער װעלט דערמיט, װאָס זײ האָבן קײנמאָל ניט געגריבלט זיך, ניט אַרײַנגעלאָזט זיך אין חקירות, ניט געפֿילאָזאָפֿירט, ניט געפֿרעגט קײן קשיות אַף אַזעלכע זאַכן, װאָס קערן זיך אָן מיט גאָט. אַף זײ מעג מען זאָגן, אַז זײ זײַנען ייִדן אָן חכמות.

אמת, זײער ייִדישקײט באַשטײט ניט מער װי אין דרײַ דינים, װאָס שטאַמען מסתּמא פֿון אַבֿרהם אָבֿינו, אָדער אפֿשר נאָך פֿון אָדם הרא־שונען: 1) יאָרצײַט, 2) בר־מיצװה, 3) פּסח. די דרײַ דאָגמען זײַנען גאַנץ גענוג אױפֿצוהאַלטן דאָס ייִדישע פֿאָלק נאָך טױזנטער און טױזנטער יאָרן. מײנט ניט, אַז דאָס האָבן זײ אַרױסגעזױגן פֿון זײער אײגענעם פֿינגער; דאָס האָבן זײ געהערט ניט אײנמאָל פֿון זײער ראַבינער, דאָקטאָר און פּרעדיקער, װעלכן די נאַררענבערגער קהילה האַלט־אױס ניט מיט װינציקער ערע, װי די קאַטױלן, להבֿדיל, דעם רױמישן פּאַבסט. דער ראַבינער, דאָקטאָר און פּרעדיקער טראָגט באַ זײ דעם נאָמען „רבי“, „אונדזער רבי“, און די נאַררענבערגער קהילה איז איבערצײַגט, אַז נאָך אַזאַ למדן, װי זײער רבי, איז שױן נישטאָ אַף דער גאַנצער װעלט. אין זײַנע דרשות, װאָס ער האַלט זײ אַלע יום־טובֿ אין דער סינאַגאָגע, װאַרפֿן זיך דורך אַזעלכע לשון־קודשדיקע װערטער, װאָס נאָר דער מחבר פֿונעם סידור זאָל איצטער אױפֿשטײן, װאָלט ער זײ אפֿשר פֿאַרשטאַנען, און