ב ה פּ ז ו ן
( כ אַ פּ נ ד י ק )
אַ בריװ פֿון מנחם־מנדלען צו שלום עליכם
כי בחפּזון יצאת מאַרץ מצרים ― װאָרעם
כאַפּנדיק ביסטו אַרױסגעגאָנגען פֿונעם לאַנד
מצרים
(דברים ט″ז נ′)
שלום לכּבֿוד ידידי היקר וכו′ וכו′ וכו′ מוהר″ר שלום־עליכם נ″י.
ר אשית באתי להודיעכם, אַז איך בין, ברוך השם, בקו החײם והשלום; השם יתברך זאָל העלפֿן, מע זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿונעם אַנדערן נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות ישועות ונחמות, אָמן. והשני ת, חנה זײַט װיסן, אַז איך בין מיט גאָטס הילף אַ „מלך“, דאָס הײסט, איך בין געקומען בשלום אַף פּסח אַהײם קײן כּתרילעװקע צו מײַן װײַב און קינדער, צו מײַן שװער און שװיגער און צו אַלע מײַנע ליבע און געטרײַע, און איך אײַל מיך, מײַן ליבער טײַערער פֿרײַנט, אײַך מודיע זײַן װעגן דעם כאָטש אין קורצן, מחמת לאַנג מאַריך זײַן קאָן איך נישט, ס'איז ערבֿ פּסח, און ערבֿ פּסח באַדאַרף אַ ייִד טאָן אַלצדינג בחפּזון , אַף אײן פֿוס, װי אין פּסוק שטײט געשריבן: „כּי ― װאָרעם, בחפּזון ― אײַלנדיק, יצאת ― ביסטו אַרױסגעגאַנגען, מאַרץ מצרים ― פֿונעם לאַנד מצרים“. נאָר פֿון װאָס זאָל איך אײַך שרײַבן פֿריִער ― װײס איך אַלײן נישט. מיר דאַכט, אַז אײדער עפּעס־װאָס בין איך מחױב אײַך צו געבן אַ שײנעם דאַנק און אַ גרױסן שבֿח פֿאַר אײַער קלוגער עצה, װאָס איר האָט מיר געגעבן, אַז איך זאָל װערן אַ שדכן. איך װעל אײַך, גלײבט מיר, אײביק און אײביק נישט פֿאַרגעסן, װאָס איר האָט מיט מיר געטאָן: איר האָט מיך אַרױסגעצױגן מעבֿדות לחירות, איר האָט מיך אַרױסגעשלעפּט פֿונעם גיהנום פֿון יעהופּעץ, און איר האָט מיך אױסגעלײזט פֿון דער װיסטער פֿינצטערער פּרנסה, פֿונעם מעקלערײַ, און איר האָט מיך געגעבן אין האַנט אַרײַן אַ שײנע פּרנסה, אַ לײַטישע, אַ בכּבֿודע, ― לפֿיכך דערפֿאַר בין איך מחױבֿ אײַך צו לױבן און צו רימען, צו בענטשן און באַשײַנען אײַער נאָמען, אַזױ װי איר האָט דאָס באַ מיר ערלעך פֿאַרדינט, און לאָז אײַך גאָט באַצאָלן בכפֿל כּפֿלים, אָמן! אמת, איך האָב נאָך אַפֿילו קײן שידוכים ביז אַהער נישט אױסגעפֿירט, נאָר עס פֿירט זיך באַ מיר, עס דרײט זיך, און װיבאַלד עס דרײט זיך, איז אַ האָפֿענונג, אַז עס װעט זיך מסתּמא, מיטן אײבערשטנס הילף, עפּעס אױסדרײען. ובפֿרט, איך אַרבעט נישט אַלײן. איך אַרבעט בשותּפֿות מיט נאָך שדכנים, מיט די גרעסטע שדכנים פֿון דער װעלט: מיט רב אליקום דעם לאַנד־שדכן, מיט רב מענדל בראָדער, מיטן שמאַרגאָנער שדכן, מיט מאָטל שאַפֿראַן, און מיט יענטיסן, און מיט רב שלום שדכן, און מיט נאָך אַ סך אַנדערע, ― און געלױבט איז השם יתברך, איך האָב אַ נאָמען אַף דער װעלט. װוּהין איך קום און שטעל מיך פֿאָר „מנחם־מענדל פֿון יעהופּעץ“, בעט מען מיך זיצן, מע דערלאַנגט טײ מיט אײַנגעמאַכטס און מע פֿאַרנעמט זיך מיט מיר, װי מיט אַ ליבן גאַסט, און מע באַװײַזט מיר די כּלה, און די כּלה באַװײַזט מיר װאָס זי קאָן, זי צערעדט זיך מיט דער גובערנאַנטקע אַף פֿראַנצײזיש, שיט װי פֿון אַ זאַק, און די מחותּנתטע זיצט אַקעגן אַן אױסגעשלײערטע און לאָזט נישט אַראָפּ פֿון מיר קײן אױג, װי אײנער רעדט: „נו, װי געפֿעלט זי אײַך? אַיאָ, זי קאָן?“... איך אַלײן האָב אױך געכאַפּט אַ פּאָר װערטער אַף פֿראַנצױזיש און פֿאַרשטײ שױן אַ ביסל די שפּראַך; למשל, אַז מע זאָגט מיר: „פּאַרלײ װוּ פֿראַנזי?“, (װאָס מאַכט איר עפּעס אין געזונט?), זאָג איך: „מערסי באָנדזשור“ (געלױבט איז השם יתברך). נאָכדעם זעצט מען אַװעק די כּלה, זי זאָל מיר אַ ביסל שפּילן אַפֿן פֿערדעפּיאַן שטיקלעך פֿון „גאָלדאוני“ און פֿון „שולמית“ ― מחיה נפֿשות, ממש עס צעגײט זיך אין יעדן אבֿר! און דער מחותּן מיט דער מחותּנתטע דערװײַלע פֿאַרבעטן מיך, איך זאָל בלײַבן אַף װאַרעמס. מהכתּיתי, פֿאַרװאָס נישט? באַם טיש רוקט מען מיר אונטער דאָס שענסטע שטיקל פֿלײש און מע האָדעװעט מיך מיט צימעסן אין דער װאָכן. נאָכן עסן מאַך איך אַ שמועס מיט דער כּלה: „װאָס, זאָג איך, איז אײַער באַגער ― אַ יוריסט, אַ הינדזשיניר, צי אַ דאָקטער?“ ― „געװײנטלעך, זאָגט זי, אַ דאָקטער“. און זי הײבט־אָן װידער שיטן אַף פֿראַנצײזיש מיט דער גובערנאַנטקע, און דערװײַלע קומט־אונטער די מחותּנתטע און באַװײַזט מיר דער טאָכטערס האַנטאַרבעט. „איר אױסנײעכץ מיט איר שטי־קעכץ פֿאַרנעמט אַן אױג, זאָגט זי; הײַנט איר גוטסקײט פֿאַרמאָגט נישט קײנער; שטיל, זאָגט זי, װי אַ טױב, און קלוג, װי דער טאָג!“ אױך דער מחותּן פֿון זײַן זײַט מאָלט מיר אױס דעם ייִחוס זײַנעם, פֿון װאַנען ער שטאַמט און װעמענס אײדעם ער איז, װער איז געװען זײַן זײדע און זײַן עלטער־זײדע, און װער זײַנען זײַנע מחותּנים ― אַלץ פֿײַנע מענטשן, גבֿירים, אַדירים, און מיוחסים, די שענסטע אין דער װעלט! „נישטאָ באַ אונדז, זאָגט ער, קײן פּראָסטער מענטש אין דער משפּחה“... „און קײן אָרעמעלײַט, זאָגט זי, אױך נישט“... „נישטאָ קײן אײנציקער בעל־מלאָכה“, זאָגט ער... „נישט קײן שנײַדער, זאָגט זי, נישט קײן שוסטער“... „קײן שאַרלאַטאַנעס, זאָגט ער, איז באַ אונדז נישט פֿאַראַן“... „און קײן משומדים, זאָגט זי, אַװדאי ניט“... און נאָכדעם, באַם געזעגענען שױן, טו איך אַ זאָג דעם מחותּן, אַז די הוצאָות, װאָס קאָסט הײַנט אין װעג, איז נישט אױסצושטײן... און אױב ער איז נישט קײן גראָבער נאַר, שטױסט ער זיך, װאָס מע מײנט, און קערט־אום פֿאַר הוצאָות... איך זאָג אײַך, ידידי יקירי, דאָס שדכנות איז גאָר נישט קײן שלעכטע פּרנסה, און װער שמועסט, אַז גאָט העלפֿט, מע פֿירט נאָך אױס אַ שידוך! באַ מיר האָט זיך דערװײַלע, װי איך האָב אײַך שױן געזאָגט, נאָך נישט אױסגעפֿירט גאָרנישט, עס קלעפּט זיך עפּעס נישט! תּחילת באַװײַזט זיך דאָס, דאַכט מיר, גאָר גלײַך, װאָס גלײַכער קאָן שױן ניט זײַן, אָנגעמאָסטן מששת ימי בראשית, צום סוף לאָזט זיך אױס, אַז סע הײבט זיך גאָרנישט אָן: דעם געפֿעלט ניט די מױד, דאָרט איז צו אַלט דער בחור, דאָ איז צופֿיל ייִחוס, דאָרט איז װינציק געלט, דער װיל דאָס טעלערל פֿונעם הימל, און דער װײס אַלײן נישט װאָס ער װיל, ― װאָס זאָלט איר קלערן, ס'איז פֿאַראַן דערבײַ גענוג צרות, מיט יסורים, מיט בױכװײטיק, מיט װאָס איר װילט! אָט שטײ איך איצט אין אַ פּאָר שידוכים, געװײנטלעך, מיט נאָך שדכנים, װאָס אַז דער אײבערשטער זאָל רחמנות האָבן און זײ פֿירן זיך אױס, װאָלט מיט זײ געקלונגען די װעלט. בײדע צדדים זײַנען גבֿירים אַדירים, און מיוחסים ― אײנע אין דער װעלט, און זײערע טעכטער זײַנען בײדע יפֿת־תּוארס, װאָס מע קריגט זײ ניט, פּלאי־פּלאים, בײדע העכסט־געבילדעט, בײדע געראָטענע, גוטע, קלוגע, שטילע, און מיט אַלע מעלות, און איך האָב דװקא גענוג סחורה פֿון זײערטװעגן. אָט האָב איך, למשל, אַ דאָקטער פֿון אָדעס , װיל ער נישט װינציקער פֿון למ″ד אַלפֿים קאַרבן נדן, און ער מעג װעלן, װאָרעם װעדליק די פּראַקטיקע, װאָס ער האָט, איז ער װערט, זאָגט ער, אַ סך מער; און אײנעם האָב איך פֿון שׂדה־לבֿן, אַן אַנטיקל, אַ קאַרעפֿירער אתרוגל, ער איז אַ מציאה צװאַנציק טױזנט. און נאָך אײנעם האָב איך אין יעהופּעץ, װיל ער נישט חתונה האָבן. און נאָך אַ סך דאָקטױרימלעך האָב איך, װאָס גײען־אױס חתונה האָבן. הײַנט האָב איך יוריסטן אַ גאַנצן פּאַק, פֿון פֿופֿצן טױזנט און פֿון צען טױזנט, און קלײנע יוריסטלעך, אַזעלכע, װאָס מע װעט באַ זײ פּועלן פֿאַר זעקס טױזנט און פֿאַר פֿינף טױזנט, און אפֿשר פֿאַר װינציקער אױך. הײַנט האָב איך הינדזשינירן אַ פּאָר, װאָס פֿאַרדינען שױן אַלײן געלט, און עטלעכע הינדזשינירלעך, װאָס זוכן זיך שטעלעס. הײַנט האָב איך אַ מיש־מאַש פֿון חתנים, אױסגעשפּילטע, אַנטיקן שבאַנטיקן, פֿון טעטרעװיץ, פֿון מאַקאַרעװקע, פֿון יאַמפּעלע און פֿון סטרישטש, ניט קײן שטודירטע, נאָר גלאַט אַזױ פֿײַנע, אױסגעצײכנטע בחורימלעך, משׂכּילים, ציוניסטן ― הקיצור, ס'איז פֿאַראַן באַ מיר, קײן עין־הרע, פֿון װאָס אױסצוקלײַבן. דער חסרון איז נאָר, װאָס דער חתן, װאָס װיל יענע כּלה, װיל אים יענע כּלה דװקא ניט; און יענע כּלה, װאָס װיל דװקא יענעם חתן, װיל זי דער חתן ניט. װעט איר דאָך מסתּמא פֿרעגן אַ קשיא: פֿאַר װאָס זאָל יענער חתן ניט נעמען יענע כּלה, װאָס יענער חתן װיל זי נישט, און פֿאַרװאָס זאָל יענע כּלה ניט נעמען יענעם חתן, װאָס יענע כּלה װיל אים ניט? בין איך שױן אָבער אַלײן אױך געפֿאַלן אַף דער עצה, נאָר סע גײט נישט. װײסט איר, פֿאַר װאָס? עס מישן זיך אַרײַן אין מיטן פֿרעמדע מענטשן, גוטע פֿרײַנט, מײנען נישט דערבײַ חלילה קײן שום זאַך, און רײדן־אָן אַף בײדע חתנים מיט בײדע כּלות; װערט קאַליע דאָס גאַנצע שפּיל. דערװײַלע לױפֿן בריװלעך הין און צוריק, מיט דעפּעשן ― עס קערט זיך די װעלט! און דאָ איז אונטערגעשפּרונגען דער פּסח אין מיטן, האָט זיך געשטעלט װי אַ בײן אין האַלדז און האָט אָנגעמאַכט אַ שטיקל איבערשלאָג. האָב איך מיך מײשבֿ געװען: מײַנס װעט פֿון מיר נישט אַנטלױפֿן, ס'איז אַזאַ סחורה, װאָס ליגט זיך אױס, ― פֿאַר װאָס זאָל איך מיך נישט אַראָפּכאַפּן אַהײם אַף יום־טובֿ קײן כּתרילעװקע, איך בין דאָרט אַזאַ צײַט נישט געװעזן? ס'איז נישט קײן יושר פֿאַר װײַב און קינדער, נישט שײן פֿאַר לײַטן, און זיך אַלײן איז דאָס שױן אױך אַ ביסל פּריקרע. בקיצור, איך בין געקומען אַף פּסח אַהײם און שרײַב אײַך פֿון דאַנען דעם דאָזיקן בריװ. װעט איר דאָך מיך פֿרעגן, למאַי האָב איך אײַך נישט געשריבן ביז אַהער? איז דער תּירוץ: אַ ייִד איז פֿאַרמאַטערט, אַ ייִד האָט קײנמאָל קײן צײַט ניט, תּמיד בחפּזון , נאָר געכאַפּט און נאָר געלאָפֿן; איך האָב אַלץ גערעכנט, ניט הײַנט איז מאָרגן, אָט־אָט פֿיר איך אױס מיט גאָטס הילף עפּעס אַ שידוך אַ רעכטן, װעל איך אײַך שױן אױסשרײַבן אַלצדינג אין פֿרײדן. נאָר אַז עס האָט זיך געמאַכט אַזױ, אַז מײַנע אַלע שידוכים האָבן זיך אַ ביסל פֿאַרצױגן און געבליבן הענגען אין דער לופֿטן, ניט אַהין, ניט אַהער, האָב איך שױן אָפּגעלײגט מײַן שרײַבן צו אײַך אַף שפּעטער, ביז גאָט װעט מיך ברענגען בשלום אַהײם.
אַצינד באַדאַרף מען אײַך באַשרײַבן, װי אַזױ איז געװען מײַן קומען אַהײם צו מײַן װײַב און קינדער, באַשרײַבן אַלצדינג, אַזױ װי איר האָט ליב; נאָר טאָמער װעט די באַשרײַבונג אױסקומען נישט אַזױ קײַלעכיק, װי באַ אײַך, זאָלט איר קײן פֿאַריבל נישט האָבן; איטלעכער דרשנט אַזױ װי ער קאָן.
אָנגעקומען אַהער בין איך, הײסט דאָס, מיט דער באַן נאָך נעכטן, נאָר מחמת די בלאָטעס זײַנען דאָ זײער גרױס האָב איך מיך געשלעפּט אַ גאַנצע נאַכט מיט דער פֿור, שיִער ניט געבליבן דאָרטן פּסח האַלטן מיטן בעל־עגלה מיט די פֿערדלעך אינאײנעם. אײַך באַדאַרף זײַן באַקאַנט די היגע בלאָטע נאָך פֿון אַמאָל; נאָך פֿון זינט מע האָט פֿאַרקלערט אױספֿלאַסטערן די שטאָט מיט שטײנער, איז די בלאָטע, װי אַף צו להכעיס, געװאָרן נאָך גרעסער. איר קאָנט פֿאַרשטײן, אַז מע גײט שױן באַ אונדז גאָר אָן קאַלאָשן, הפֿקר אַ װעלט, און װײַבער זײַנען געפֿאַלן נאָך אַף אַ שענערער עצה: זײ גײען גאָר אין די זאָקן, אַ ברכה אַף זײערע קעפּ! געקומען אין דער פֿרי אין שטאָט אַרײַן, האָבן מיר, אַלע פּאַרשױנען, געמוזט אַרױס פֿון דער בױד און גײן מחילה צופֿוס איבער אַלע גאַסן און איבערן גאַנצן מאַרק. עס האָט מיר געפֿלאַמט דאָס פּנים. באַקאַנטע האָבן מיך אָפּגעשטעלט אין מיטן דער בלאָטע, אָפּגעשטעקט שלום־עליכם איטלעכער מיט אַן אַנדער חכמהלע: „אַ, װאָס מאַכט אַ ייִד?“... „װאָס הערט זיך עפּעס אין יעהופּעץ אַפֿן יריד?“ ... „זעט נאָר זעט, ער גײט שױן אין אַ קאַפּעלוש מיט גומענע קאַלאָשן!“... ― „לאַכט, לאַכט, ― זאָג איך, און קױם־קױם װאָס איך שלעפּ די פֿיס פֿון דער בלאָטע, ― איר מעגט טאַקע לאַכן; אַף דער גאַנצער װעלט באַדאַרף מען נאָך קאַלאָשן, און דאָ איז מען פּטור; באַ אײַך איז טאַקע ארץ־ישׂראל“... בקיצור, מיר האָבן זיך יאַקאָש דערשלעפּט אַהײם. אין דער הײם האָב איך געטראָפֿן אַ גיהנום. פֿונעם כּשרן מיטן ראַמען, מיטן בראָטן, מיטן ברענען, שטײט אַ רױך, און פֿונעם געשרײ מיטן געפּילדער פֿון די בעל־הביתטעס מיט די דינסטן איז אַ טאַרעראַם, אַ גװאַלד, מע קאָן טױב װערן ― אַ קלײניקײט, ערבֿ פּסח! די ערשטע װאָס איז מיר געקומען אַקעגן, איז געװען די שװיגער זאָל לעבן, די אײגענע װאָס געװען, נישט געמינערט אַף אַ האָר. געשטאַנען איז זי אין דרױסן פֿון פֿאָרנט איבער עפּעס אַ הילצערן בעטל, דאָס טיכל פֿאַרבונדן אַרונטער מיט צװײ שפּיצן, אין אײן האַנט האָט זי געהאַלטן אַ שערבל מיט קאַרעסין, אין דער אַנדערער האַנט אַ פֿלעדערװיש, און געפּרעגלט די װאַנצן. מיך דערזען, איז זי װינציק־װאָס נתפּעל געװאָרן, זיך געטאָן איר אַרבעט װײַטער און גערעדט גלײַך װי צו זיך אַלײן, געשאָטן װי פֿון אַ ראָזשיק:
― סקאָצל קומט, מע זאָל דערמאָנען משיחן... אָט איז ער דאָ, דער גענײדעם... אַז עס גײט ניט אין היזק, זוכט זיך עס אָפּ... אַ ציג אַנטלױפֿט, אַ הון װערט פֿאַרפֿאַלן, און אַ מאַן קומט צו פֿאָרן... צוריק קומט מען נישט נאָר פֿון יענער װעלט... סע זאָל ניט זײַן ערבֿ פּסח, װאָלט איך צעװאָרפֿן דעם אױװן... ניט אומזיסט האָט זיך נעכטן די קאַץ געװאַשן, און דער הונט האָט אױפֿגעגעסן די קישקעלעך... שײנע־שײנדל טאָכטער, אַנו, קים נאָר אַהער, אָט איז דער תּכשיט דײַנער, די גילדענע קרױן פֿונעם קאָפּ, דאָס אָרון־קודשל אונדזערס, נעם גיס אױס די פּאָמעניצע!...
אַף די װערטער לױפֿט־אַרױס מײַן װײַב אַ דערשראָקענע.
― טפֿו זאָלסטו װערן! ― מאַכט זי צו מיר. ― אָפּגעזוכט אַ צײַט װען צו קומען אַהײם ― דערױף טאַקע באַדאַרפֿט כאָליען דאָרטן אין דער קרענק ימים ושנים, אױסװאַלגערן זיך אַף אַלע בױדעמס, דינען אַלע עבֿודה־זרהס, און אױסקראַצן זיך קומען אַהײם פּונקט ערבֿ פּסח, װען מע רײניקט־אַרױס דאָס לעצטע ביסל חמץ, און נישט קאָנען רײדן אַ װאָרט אַפֿילו, אָדער נעמען אַף זיך אַן אַנדער קלײדל, נישט גײן װי אַ שלעפּערן, אַזאַ יאָר אַף דײַנע יעהופּעצער דאַמען, ברענען זאָלן זײ, װי זײ האָבן דיך צוגעהאַלטן דאָרטן מיט קלעשטשעס, זײ זאָלן גאָר נישט דערלעבן די אַנדערע טעג פּסח, רבונו של עולם! ער זאָל דאָס אַפֿילו פֿרעגן, אַ מכּה אים, װאָס מאַכסטו גוטס, אָדער די קינדער װאָס טוען? שׂרהלע, פֿײגעלע, יאָסעלע, נחמהניו, משה־הערשעלע! דער טאַטע איז געקומען צו פֿאָרן, קױם מיט צרות דערמאָנט זיך, אַזאַ יאָר אַף מײַנע שׂונאים, װאָס פֿאַר אַ פּנים דו האָסט באַ מיר מיט דעם שײנעם קאַפּעלוש! װאָס זאָגסטו אַף דעם קינד, מיר זאָל זײַן פֿאַר זײַנע בײנער, לאָזט זיך נישט אױסצװאָגן דאָס קעפּל, אַ מיתה משונה, גענוג מע מוטשעט זיך מיט זײ אַ גאַנץ יאָר, נאַ דיר אַן ערבֿ פּסח, גאָט זאָל ניט שטראָפֿן פֿאַר די רײד!...
דעם אמת מוז איך אײַך זאָגן, ליבער פֿרײַנט, אַז איך האָב מײַנע קינדער כּמעט ניט דערקענט, און זײ מיך ― אַװדאי ניט, און כאָטש מײַן װײַב האָט מיר געמאַכט ניט אַזאַ שײנעם ברוך־הבא, װי איך האָב געמײנט, פֿונדעסטװעגן האָב איך אַרױסגעזען, אַז זי איז צופֿרידן, װאָרעם אַז איך האָב מיך צעקושט מיט די קינדער, איז זי אָפּגעטראָטן אַף אַ זײַט, מע זאָל ניט זען, װי זי װײנט... בעסער און פֿרײַנטלעכער פֿון אַלע האָט מיך באַגעגנט דער שװער. ער האָט זיך דערפֿרײט טאַקע װי אַן אײגענער טאַטע, אָדער װי אַ קינד, אָדער װי אַ מענטש, װאָס זיצט לאַנג־לאַנג אין געפֿענקעניש, און פּלוצעם דערזעט ער נאָך אײנעם אַ געפֿאַנגענעם... מײַן שװער, זײער אַ שײנער ייִד מיט שײנע שװאַרצע אױגן און מיט אַ שײנער באָרד, האָט זיך אין די עטלעכע יאָר אַ שטאַרקן רוק געטאָן, געװאָרן װײַס װי אַ טױב. ער האָט מיר אָפּגעגעבן שלום, מיך אַ פֿרעג געטאָן „װאָס מאַכסטו“, און מיט אַ װוּנק האָט ער מיך פֿאַררופֿן צו זיך אין אַלקער, און ערשט דאָרטן האָט ער זיך אַרומגעכאַפּט מיט מיר קושן.
― װײסטו, מענדל, װאָס איך װעל דיר זאָגן? ― מאַכט ער צו מיר מיט אַ זיפֿץ. ― מע װערט אַלט! איך בין דערגאַנגען, אַז װאָס אַ יאָר, װאָס אַ יאָר װערט מען עלטער. זעץ זיך קאָרשט אַנידער און דערצײל מיר, װאָס האָרכט זיך עפּעס נײַס? ביסט אױסגעװען אַ װעלט. װאָס טוט זיך עפּעס מיט ייִדן, װי אַזױ איז געװען די אמתע מעשׂה מיט דרײפֿוסן, װאָס זאָגט מען מכּה מלחמה, און װאָס שמועסט עפּעס דער עולם װעגן פּליסטינע? דאָ װײסט מען נישט אַ לעק, גאָלע בהמות!
דער שװער האָט זיך ערשט פֿאַרקאַטשעט מיט אַ לאַנגן אַ ברײטן שמועס. נאָר פּלוצעם לאָזט זיך הערן פֿון דרױסן אַ קול־נגינה פֿון דער שװיגער:
― ברוך! ברוך! (דער ערשטער „ברוך“ גײט מיט אַן אױסגעשרײ, און דער אַנדערער „ברוך“ שױן מיט אַן איבערפֿרעג, מיט אַ לשון בתּמיה: ברוך! ברוך?).
― אָט באַלד, תּיכּף ומיד, אָטאָ גײ איך, איך גײ, איך גײ!
אַזױ זאָגט דער שװער, און עס טוט אים אַ טראָג אין דער לופֿטן. עטלעכע מאָל האָט ער זיך פֿאַרקאַטשעט אַף צו רײדן מיט מיר, און אַלע מאָל האָט זיך געלאָזט הערן אַ קול־נגינה פֿון דער שװיגער: „ברוך! ברוך?“ און אַלע מאָל האָט דאָס אים אױפֿגעטראָגן אין דער לופֿטן: „אָט באַלד, תּיכּף ומיד, אָט גײ איך, איך גײ, איך גײ, איך גײ!“... אַ נײַע נשמה האָט מען אין דעם דאָזיקן מענטשן אַרײַנגעזעצט, אַז מען האָט אים נאָכן אָפּכאַפּן דעם ערבֿ־פּסחדיקן אָנבײַסן און נאָכן „ביעור חמץ“ געגעבן אַ העמד און געזאָגט אים, אַז מיר קאָנען גײן אין מרחץ. דאָרטן, האָט ער זיך געטראַכט, װעט מען כאָטש קאָנען רײדן אַ װאָרט. צום סוף האָט ער נעבעך געהאַט אַ טעות, און אַ גרױסן. אין מרחץ האָט מען מיך באַפֿאַלן, װי די בינען, װי די הײשעריקן אין אַ הונגער־יאָר. מע האָט מיך שיִער ניט אױפֿגעגעסן אַ לעבעדיקן. איטלעכער האָט נאָר געװאָלט, איך זאָל אים דערצײלן, װאָס טוט זיך אין יעהופּעץ, צי ס'איז אמת מיט די דאָרטיקע אָנזעצן, װאָס מע זאָגט, און צי בראָצקי האָט נאָך עפּעס געלט, און װאָס װעט זײַן דער סוף מיט דרײפֿוסן, למאַי איז דאָס אַנטשװיגן געװאָרן, און װי קומט דאָס, װאָס ענגלאַנד זאָל זיך אַזױ לאַנג פּאַטשקען מיט די בױערן? און נאָך אַ סך אַזעלכע שאלות האָט מען מיר פֿאַרגעבן פֿון אַלע זײַטן, מיך צעריסן אַף שטיקלעך, נישט געלאָזט מיך מיטן שװער אַלײן אַף אַ מינוט, נישט געגעבן אונדז אַ װאָרט אױסרײדן. דאָס אײגענע איז געװען אױך באַ די „אַרבע כּוסות אײַנקױפֿן. געקומען מיטן שװער צו ר ב יודל װײַנשענקער אין קעלער אַרײַן, האָט מען מיר גענומען שטעקן שלום־עליכמם פֿון אַלע זײַטן, און ס'איז געװאָרן אַ שמועס װעגן „ארץ־ישׂראל־װײַן“. יודל װײַנשענקער (שטאַרק פֿאַרעלטערט געװאָרן, אָן צײן) האָט געשריגן אין אײן קול, אַז ס'איז נאָך נישטאָ אין ערגעץ קײן ארץ־ישׂראל־װײַן, לא היה ולא נבֿרא, ס'איז ניט געװען און סע װעט ניט זײַן! און אײנער עפּעס אַ יונגערמאַן פֿון הײַנטיקער װעלט האָט געטענהט, אַז ער האָט אַלײן געלײענט אַף די בלעטער...
― װאָס מיר בלעטער, װער מיר בלעטער? ― שרײַט יודל װײַנשענקער. ― שקרים וכּזבֿים! ― הולטײַעס האָבן אױסגעטראַכט, הײַנטיקע ציוניסטן!...
― איך זאָל אַזױ זען באַ זיך אַל דאָס גוטס, ― טענהט נעבעך יענער יונגערמאַן ― װי איך האָב אַלײן געזען ארץ־ישׂראל־װײַן; אַ סימן, ער הײסט „כּרמל“ און פֿאַרקױפֿט זיך אין אַלע קלײטן אין יעהופּעץ.
― אין יעהופּעץ, זאָגט איר? ― מישן זיך אַרײַן עטלעכע מיט אַ מאָל. ― אָט האָט איר אַ ייִדן פֿון יעהופּעץ, מנחם־מענדל ברוך־הערש לאה־דװאָסעס! לאָז מען פֿרעגן מנחם־מענדלען, ער װײס!
איך װיל אָנהײבן רײדן, לאָזט מען מיך ניט; אַף איטלעכס װאָרט פֿאַרגיט מען מיר צען שאלות, און אײדער איך ענטפֿער־אָפּ אײנעם אַף אײן שאלה, פֿרעגט מיך שױן דער אַנדערער פֿרישע צען שאלות: „פֿאַר װאָס הײסט דער ארץ־ישׂראל־װײַן „כּרמל“?... דער װײַן איז טאַקע פֿון ארץ־ישׂראל, צי פֿון כּרמל?... װי אַזױ גײט ער פֿון ארץ־ישׂראל אַהער און װיפֿל קאָסט ער?... װער מאַכט אים דאָרטן?... ייִדישע קאָלאָניסטן, טאַקע „אונדזערע“ קאָלאָניסטן הײסט עס?... װיפֿל קאָלאָניעס האָבן מיר אין ארץ־ישׂראל, װי אַזױ הײסן זײ און װאָס פֿאַר אַ שײַכות האָבן זײ צום באַראָן רױטשילד?... רױטשילד? װיפֿל שאַצט מען אים?... װער האָט מער געלט ― בראָצקי, צי רױטשילד?... פֿאַר װאָס איז רױטשילד אַ ציוניסט און בראָצקי ניט?... ס'איז טאַקע אמת, װאָס מע זאָגט, אַז הערצל דער דאָקטער קױפֿט אָפּ ארץ־ישׂראל באַם טערק פֿון די ציוניסטנס װעגן?... װי אַזױ האָבן געהײסן יענע אַקציעס אין יעהופּעץ, װאָס ש לוםעליכם ־ באַשרײַבט זײ אין די ביכלעך? װער איז ער, אָט דער שלוםעליכ ־ ם? טאַקע אמת, אַז ער איז אונדזערער אַ כּתרילעװקער?“...
― קום, ― זאָגט צו מיר דער שװער, ― מע לאָזט ניט רײדן אַ װאָרט אין ערגעץ ניט!
ערשט העט־שפּעטער, באַם חרוסת רײַבן, קאָן דער שװער קױם כאַפּן מיט מיר אַ פּאָר װערטער, אָבער טאַקע נישט מער װי אַ פּאָר, מחמת די שװיגער לאָזט זיך אַלע מאָל הערן מיט איר קול־נגינה:
― ברוך! ברוך?
― אָט באַלד, תּיכּף ומיד, אָטאָ גײ איך, איך גײ, איך גײ...
דערװײַל האָבן זיך די װײַבער אָנגעטאָן יום־טובֿדיק, אױסגעפּוצט
און אױסגעצירט, װי מלכות. די שװיגער האָט אָנגעטאָן אַ טונקל־גרין־פּאָפּעליאַטע זײַדן קלײד מיט אַ געלער קװיטשנדיקער זײַדענער פֿאַטשײלע אַפֿן קאָפּ, און שײנע־שײנדל ― אַ געל זײַדן קלײד מיט קװײטן
אין אַ טונקל־גרין־פּאָפּעליאַטע זײַדענע פֿאַטשײלע אַפֿן קאָפּ. און אױך
איך האָב מיך אַרײַנגעכאַפּט צו זיך אין אַלקער אַרײַן, זיך איבערגעטאָן
יום־טובֿדיק, װי עס פּאַסט פֿאַר אַ „מלך“, און דערװײַל האָב איך געכאַפּט אַ בױגן פּאַפּיר און שרײַב אײַך דעם דאָזיקן בריװ, און איך בעט
אײַך, ליבער פֿרײַנט, איר זאָלט קײן פֿאַריבל ניט האָבן, װאָס דער בריװ
איז אױסגעקומען אַזױ בחפּזונדיק ― ס'איז ערבֿ פּסח! אם ירצה השם,
חול־המועד, אַז גאָט װעט שענקען דאָס לעבן און איך װעל קאָנען, װעל
איך אײַך אַרױסשרײַבן אַלצדינג באַריכות.
פֿון מיר אײַער בעסטער פֿרײַנט
מ נהםמענדל ־ .
ע יקר שכּחתּ י. נישט באַשערט אַ ייִדן הנאה האָבן פֿון
דער װעלט. געװען, דאַכט זיך, גאָר שײן און פֿײַן און יום־טובֿדיק אַרום
און אַרום, באַדאַרף זיך טרעפֿן אַן אומגליק ― אַ הונט האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט אין קיך, מע װײס ניט װי אַזױ, און האָט אױפֿגעגעסן די
„זרוע“ מיטן „גערגעלע“ מיט די איבעריקע שאַלעמױזן, װאָס מע האָט
צוגעגרײט צום סדר. עס איז געװאָרן פּלוצעם אַ גװאַלד, אַ געשרײ ―
הימל עפֿן זיך! איך האָב נאָר געמײנט, אַז מע קױלעט זיך, אָדער ס'איז
אַ שׂרפֿה, אָדער מע האָט חלילה אָפּגעקאָכט עמעצן מיט זודיק װאַסער
פֿונעם אױװן. אײנער האָט געשריגן אַפֿן אַנדערן, אין אַלע געשרײען
האָבן זיך צונױפֿגעגאָסן אין אײן געשרײ. שײנע־שײנדל האָט געשריגן
אַף דער דינסט, די דינסט האָט געשריגן אַפֿן בעל־הבית: „דער בעל־הבית, זאָגט זי, איז אינגאַנצן שולדיק, װאָרעם דער בעל־הבית אַז ער
גײט, זאָגט זי, גײט ער אָן הענט, מאַכט קײנמאָל נישט צו די טיר, װי עס
געהער צו זײַן“... נאָר מער פֿון אַלע האָט זיך געלאָזט הערן די שװיגער:
― אױ, אַ צרה, אַ שלאַק, אַ דונער! אַז די װעלט זאָגט משוגע, זאָל מען גלײבן,.. אַ נאַר איז אַ גזר, אַן אײביקער צאַר, און ערגער פֿון אַ הולטײַ... גײ זײַ אַ נבֿיאטע און טרעף, אַז ער װעט לאָזן אָפֿן די טיר, און עס װעט זיך פּלוצעם ערבֿ פּסח אַרײַנכאַפּן אַ הונט אין קיך... פֿאַר װאָס האָט ער עפּעס געטראָפֿן גראָד צו די גערגעלעך?... אַז סע גײט, לױפֿט דאָס... דאָס איז יאָ, װי מע זאָגט: דעם בעסטן ביסן כאַפּט אױס דער הונט, און דער קוגל געראָט נאָך די געסט (דאָס מײנט זי מיך)... נו, װאָס טוט מען, אַשטײגער, איצט? ברוך! ברוך?
― אָט באַלד, תּיכּף ומיד, אָטאָ גײ איך, איך גײ, איך גײ...
― ― ― ―― ― ― ―― ― ― ―― ― ― ―― ― ― ―― ― ― ―
איך טו אַ קוק אַפֿן שװערס פּנים און טראַכט מיר בשעת מעשׂה: אַז
אָך און װײ איז דיר, שלים־מזלדיקעד „מלך“, און אַז אָך און װײ איז צו
דײַן „מלוכה“!!...
זײַט געזונט און האָט אַ כּשרן פּסח!
ה נ ″ ל .
געשריבן אין יאָר 1900
אַ מעשׂה, װי אַזױ פֿישל דער מלמד איז געפֿאָרן
פֿון באַלטע קײן כאַשטשעװאַטע אַף פּסח אַהײם
און װאָס מיט אים האָט זיך געטראָפֿן
א.
צװײ מאָל אין יאָר, פּינקטלעך װי אַ זײגער, ראָש־חודש ניסן און ראָש־חודש אלול, פֿאָרט פֿישל דער מלמד פֿון באַלטע קײן כאַשטשע־װאַטע אַהײם צו זײַן װײַב און קינדער ― אַף פּסח און אַף סוכּות. כּמעט דאָס גאַנצע לעבן זײַנס איז אים באַשערט צו זײַן אַ גאַסט באַ זײַן װײַב און קינדער אַפֿילו זײער אַן אָנגעלײגטער גאַסט, אָבער אַף אַ קורצער צײַט, אַף יום־טובֿ; און אַװעקגעגאַנגען דער יום־טובֿ ― איז מאַרש צוריק קײן באַלטע, צוריק צו דער קנעלונג, צוריק צום קאַנטשיק, צו דער גמרא, צו די גראָבע פֿאַרשטאָפּטע קעפּ, צום נע־ונד זײַן, צום װאַלגערן זיך אין דער פֿרעמד און צום בענקען שטילערהײט אַהײם.
דערפֿאַר אָבער, אַז פֿישל קומט אַהײם, איז ער אַ קיסר! בת־שבֿע זײַן װײַב גײט אים אַרױס אַקעגן, רוקט אָן דאָס טיכל, װערט רױט װי פֿײַער, טוט אים אַ פֿרעג פֿאַרבײַגײענדיק, נישט געקוקט, חלילה, גלײַך אין די אױגן: „װאָס מאַכסטו?“ און ער ענטפֿערט איך: „װאָס מאַכסטו?“ און פֿרױקע זײַן זון, אַ בר־מצװה־ייִנגל, גיט אים אָפּ שלום, און דער טאַטע טוט אַ פֿרעג דעם זון: „װוּ האַלטסטו, אפֿרים, אין לערנען?“... און רײזל זײַן טאָכטער, נישט קײן מיאוס מײדל, מיט אַ קלײן פֿאַרפֿלאָכטן צעפּל, כאַפּט אים אַרום קושן.
― טאַטע, װאָס האָסטו מיר געבראַכט אַ מתּנה אַף יום־טובֿ?
― סיץ אַף אַ קלײדל, און דער מאַמען אַ זײַדענע פֿעטשײלע. נאַ, גיב דער מאַמען די פֿעטשײלע.