פֿון כּתרילעװקע: איבער אַ היטל

שלום עליכם (אַלע װערק)

איבער אַ היטל
אַ מעשׂה לכּבֿוד פּסח, דערצײלט פֿון אַ כּתרילעװקער ייִדן, װאָס האַנדלט מיט אָברעזקעס און רױכערט דינע פּאַפּיראָסלעך, און איבערדערצײלט טאַקע מיט זײַן לשון

― אַלץ הײסט בײַ אײַך צעטראָגן? אָט איז בײַ אונדז אין כּתרילעװקע, הײסט עס, פֿאַראַן, איר האָרכט צי נײן, אַ ייִד אַ צעטראָגענער, שלום־שכנא הײסט ער, נאָר רופֿן רופֿט מען אים „שלום־שכנא דרײ־זיך“, טאַקע איבער זײַן צעטראָגנקײט, ― איז דאָס אַ צעטראָגענע בריאה, איז דאָס אַ צעטראָגענער מלאך, זאָל זיך דער אײבערשטער שומר־ומרחם זײַן! װײ־װײ, װאָס מע דערצײלט זיך אָן בײַ אונדז װעגן דעם שלום־שכנאן מעשׂיות מיט אַנעקדאָטן ― פּעק, זאָג איך אײַך, גאַנצע פּעק! אַן עבֿירה, װאָס איר כאַפּט זיך, ס'איז ערבֿ פּסח. װײַטער װאָלט איך אײַך, פּאַניע שלום־עליכם, געגעבן שטאָף, איר האָרכט צי נײן, װאָלט איר געהאַט דערנאָך צו שרײַבן און צו שרײַבן. אײן מעשׂה, אױב איר װילט, קאָן איך אײַך דערצײלן, װאָס מיט דעם שלום־שכנא האָט זיך פֿאַרלאָפֿן ערבֿ פּסח; ס'איז אַ מעשׂה מיט אַ היטל, און נישט קײן אױסגעטראַכטע מעשׂה, נאָר אַן אמתע, אַ ראַיעלע מעשׂה, כאָטש זען זעט זי אױס װי אַן אַנעקדאָט.

אַזױ האָט אָנגעהױבן אַ כּתרילעװקער ייִד אַ סוחר, װאָס האַנדלט מיט „אָברעזקעס“ (שטיקלעך פּאַפּיר), גלעט זיך דאָס בערדל אַרונטער, אין האַלדז אַרײַן, און רײכערט דינע פּאַפּירעסלעך, אַ פּאַפּירעסל נאָך אַ פּאַפּירעסל.

איך מוז מודה זײַן אָבער, אַז די ראַיעלע מעשׂה, װאָס דער דאָזיקער כּתרילעװקער ייִד האָט מיר דערצײלט, כאַפּט טאַקע דעם אָפּבליק פֿון אַן אַנעקדאָט, און איך האָב מיך דעריבער לאַנג געשלאָגן מיט דער דעה, צי איך זאָל זי אײַך איבערגעבן, צי נײן? נאָר צוריק האָב איך מיך בײַ־טראַכט: אַ כּתרילעװקער ייִד אַ סוחר, װאָס האַנדלט מיט אָברעזקעס, איז נישט שײך צו ליטעראַטור און געהער זיך כּלל נישט אָן מיט קײן ספֿרים, לכן, אַז ער זאָגט ס'איז ראַיעל, איז ער באַגלײבט; און איך גיב אײַך איבער די דאָזיקע מעשׂה מיט זײַן לשון גופֿא, נישט צוגעלײגט מײַנס אַ װאָרט אַפֿילו.

― אַלײן איז ער, אָט דער שלום־שכנא הײסט עס, װאָס איך דערצײל אײַך, אַז מע רופֿט אים בײַ אונדז אין כּתרילעװקע „שלום־שכנא דרײ זיך“, אַ ייִד אַ מעקלער, איר האָרכט צי נײן, װאָס דרײט זיך אַרום פּריצים, מעקלערט זײ אימעניעס! אימעניעס! מאָלט אײַך, עס רעדט זיך נאָך אַזױ אימעניעס. קײן סך אימעניעס האָט מען עפּעס נישט געהאָרכט, אַז שלום־שכנא זאָל אױסמעקלערן. װאָס אין שײך? גאָרנישט. אַ ייִד רײַבט זיך אַרום פּריצים, װאָס האָבן אימעניעס, רעדט ער אַלעמאָל פֿון „פֿאָלװאַרקעס“, פֿון „לעװאַדעס“, „בודינקעס“, „טשאָרנאָזיאָםчорнозем: שװאַרצע ערד“, „דרעשמאַשינען“, „רעמאַנענטן“, „װעלדער“, „געהילץ“, און נאָך אַזעלכע זאַכן, װאָס האָבן אַ שײַכות צו אימעניעס.

האָט זיך גאָט אַרומגעקוקט אױף אונדזער שלום־שכנאן, איר האָרכט צי נײן, ― דאָס ערשטע מאָל זינט ער איז אַ מעקלער פֿון אימעניעס, ס'איז אים אָפּגעראָטן, ער האָט אױסגעמעקלערט אַ אימעניע! דאָס הײסט, אױסמעקלערן, מאָלט אײַך, האָבן אױסגעמעקלערט אַנדערע; װאָרעם אַז ס'איז געקומען צום טײלן זיך מיטן רח″ש, לאָזט זיך אױס מסתּמא, אַז דער גאַנצער דרײער איז דאָ געװען נישט שלום־שכנא דרײ זיך, נאָר דראַבקין, אַ ייִד אַ מעקלער פֿון אימעניעס פֿון מינסקער גובערניע, אַ גרױסער, אַ מוראדיקער דרײער, ער מיט זײַנע צװײ ברידער, אױך מעקלערס פֿון אימעניעס און אױך דרײערס. איז דאָך געװאָרן, איר האָרכט צי נײן, אַ ויצעקו: „סטײַטש, אַ ייִד דרײט און דרײט, קױם אױסגעדרײט, קומט מען צו גײן און מע מאַכט אים פֿאַר אױס דרײער!“ הקיצור, שלום־שכנא, איר האָרכט צי נײן, שװײַגט נישט. און עס האָט זיך אָנגעהױבן אַ טומל, אַ לאָדעניש, אַ דין־תּורה, זיך פֿאַרלאָזט אױף מענטשן, ― קױם אױסגעגלײַכט און אײַנגעטײלט זיך ― ברוך־שפּטרני!

באַקומען די עטלעכע גראָשנס, האָט אונדזער שלום־שכנא, איר האָרכט צי נײן, אַװעקגעשיקט אַהײם דעם װײַב די גרעסטע העלפֿט מסתּמא ― זי זאָל זיך אַביסל אַרומצאָלן די פּאַרכעס, אַביסל אַרױסטרײַבן דעם קבצן, אַרומנײען אױף יום־טובֿ די קינדער, אַרײַנפֿירן דעם פּסח, און אַלײן איז מען דאָך עפּעס אױך אַ שטיקל מענטש, װילט זיך עפּעס קױפֿן פֿאַר זיך און ברענגען אױף יום־טובֿ אַ מתּנה דעם װײַב, די קינדער, װי דער שטײגער פֿון דער װעלט. דערװײַל די צײַט שטײט נישט, אַ טאָג און אַ טאָג, אָט־אָט, אָקערשט װי מע זעט נישט, איז פּסח, פֿליט שלום־שכנא אַװעק, איר האָרכט צי נײן, אױפֿן טעלעגראַף און קלאַפּט אַװעק אַהײם אַ דעפּעש: „יעדו בעזפּרעמעננאָ פּאַסקו דאָמאָיеду беспременно паску домой: איך קום זיכער אַהײם פּסח.“ ― ער פֿאָרט, הײסט עס, און װעט גאָר אָן אַ שום תּירוץ זײַן אױף יום־טובֿ אַהײם. נאָר ס'איז גרינג צו זאָגן „יעדו“, און נאָך „בעזפּרעמעננאָ“ דערצו, אַז סע „יעדעט“ זיך. פּרוּװט אַקאָרשט, זײַט מוחל, געבן אַ פֿאָר־אַרױס אױף אַ ציקאַװעס צו אונדז, קײן כּתרילעװקע הײסט עס, מיט דער נײַער באַן, װאָס מע האָט אונדז אַ טובֿה געטאָן און צוגעפֿירט, װעט איר פֿילן אַ טעם גן־עדן! איר װעט זיך שױן פֿאַרזאָגן קינדס־קינדער! װאָרעם ביז איר קומט אָן קײן זלאָדיעװקע, װײסט איר נאָך, אַז איר פֿאָרט, און אַז איר קומט קײן זלאָדיעװקע, האָט איר אַ „פּערעסאַדקע“, דאָס הײסט, איר דאַרפֿט זיך איבערזעצן אױף דער נײַער באַן, װאָס מע האָט אונדז אַ טובֿה געטאָן און צוגעפֿירט קײן כּתרילעװקע, באַדאַרפֿט איר קודם בלײַבן שטײן אױף עטלעכע שעה לױט דער „ראָספּיסאַניעросписание: צײַטפּלאַן“, אױב מע פֿאַרשפּעטיקט נישט, און װען? אַקוראַט נאָך האַלבע נאַכט, װען ס'איז גוט מלאָסנע אױפֿן האַרצן און עס װילט זיך גוט שלאָפֿן, און ס'איז נישטאָ אַפֿילו װוּ דעם קאָפּ צוצושפּאַרן ― נישט אומזיסט זאָגן אונדזערע כּתרילעװקער חכמים און פֿאַרטײַטשן, װי אײַער טבֿיה טײַטשט: „טובֿ שם משמן טובֿ ― סװאַמי דאָברע, אַ בעז װאַס לוטשעс вами добре а без вас лучше: מיט דיר איז גוט, אָן דיר איז נאָך בעסער“. דער פּשט איז: אַז אָן דער באַן איז געװען אַ סך בעסער װי מיט דער באַן.

בקיצור, געקומען מיטן טשעמאָדאַנדל קײן זלאָדיעװקע, האָט אונדזער שלום־שכנא, איר האָרכט צי נײן, װאָס איז שױן פֿריִער צװײ נעכט נישט געשלאָפֿן, זיך צוגעגרײט לײַדן חיבוט־הקבֿר, דאָס הײסט, אָפּװאַרטן אַ נאַכט ― װאָס זאָל מען טאָן? ― און גענומען זוכן אַן אָרט אױף צוצוזעצן זיך. װער? װאָס? ― נישטאָ! אָנגערױכערט, אָנגעשפּיגן, פֿינצטער, חושך. אײן שטיקל אָרט האָט ער קױם געפֿונען אױף אַ באַנק דעם קאָפּ אָנצושפּאַרן, אָבער טאַקע מער נישט װי דעם קאָפּ אָנצושפּאַרן, װאָרעם כּמעט די גאַנצע באַנק האָט פֿאַרנומען עפּעס אַ פּריץ אַ „קנעפּל“, װאָס האָט זיך צעלײגט גאַנץ ברײטלעך און פּאָפֿט. װער דאָס קנעפּל איז, פֿון װאַנען און װוּהין ער פֿאָרט ― דאָס װײס ער נישט, שלום־שכנא הײסט עס. נאָר זען זעט ער, אַז דאָס באַדאַרף זײַן אַ גרױס קנעפּל. אָבער גאָר אַ גרױס קנעפּל! נאָכן היטל האָט ער אַרױסגעזען. אַ „װאָיענעвоен: מיליטעריש“ היטל מיט אַ רױטן אָקאָלעשאָקоколешок: קײַקל און מיט אַ קאָקאַרדע. אפֿשר איז דאָס אַ „װאָיענער“, און אפֿשר אַ „פּאָליצײסקער“ ― װער קאָן עס װיסן? געװיס איז ער געקומען צו פֿאָרן מיט אַ גלאָק, אָפּגעגעסן און אָנגעזשליאָקעט, זיך צעלײגט װי בײַם טאַטן אין װײַנגאָרטן און פּאָפֿט! „צו זײַן אַ גױ און נאָך אַ קנעפּל דערצו איז, אַ פּנים, טאַקע גאָר נישט שלעכט?“ ― אַזױ טראַכט ער זיך, שלום־שכנא הײסט עס, און שלאָגט זיך מיט דער דעה: צי זאָל ער זיך זעצן אָט דאָ, נעבן דאָזיקן קנעפּל, צי זאָל ער זיך בעסער האַלטן פֿון דער װײַטן? אַ קשיא אױף אַ מעשׂה, הײַנטיקע צײַטן ― מי־יודע, װאָס פֿאַר אַ קנעפּל, װאָס פֿאַר אַן אָדון בפֿקדך דאָס איז? גוט, װען ס'איז נאָר אַ פּריסטאַװ. װאָס װעט אָבער זײַן, אַז דאָס איז אַ איספּראַװניק? אָדער אַ זעמסקי נאַטשאַלניק? אָדער גאָר אַ העכערער פּריץ? אָדער אפֿשר איז דאָס גאָר פּורישקעװיטשВладимир Митрофанович Пуришкевич 1870-1920, ימח־שמו־וזכרו־מלהזכּירו?… לאָז ער שױן איבערגײן אױף אַנדערע הענט! ― און עס װערט אים אַזש קאַלט, שלום־שכנאן הײסט עס, פֿון אַזאַ געדאַנק… נאָר צוריק אָבער טוט ער זיך אַ קלער, איר האָרכט צי נײן: װער מיר קנעפּל? װאָס מיר פּורישקעװיטש? צאָלט ער דען נישט פֿאַר זײַן בילעט גלײַך מיט פּורישקעװיטשן? צי איז דאָס טאַקע אַ יושר, אַז דאָס גאַנצע ביסל עולם־הזה זאָל אַרײַנפֿאַלן צו אײנעם, און דעם אַנדערן גאָרנישט?… יענער פּאָפֿט אַזױ געשמאַק, פֿאַרװאָס זאָל ער זיך נישט צושפּאַרן כאָטש אױף אַ װײַלע? מען איז דאָך נישט מער װי אַ מענטש, צװײ נעכט נישט געשלאָפֿן! נעמט ער, שלום־שכנא הײסט עס, און זעצט זיך אַװעק אױף אײן עק באַנק און שפּאַרט אָן דעם קאָפּ, נישט אױף צו שלאָפֿן, חלילה, נאָר גלאַט אַזױ, כאַפּן אַ דרעמל. דערמאָנט ער זיך אָבער, אַז ער פֿאָרט אױף פּסח אַהײם, און מאָרגן איז שױן ערבֿ פּסח, טאָמער חלילה, װערט ער טאַקע אַנטשלאָפֿן און פֿאַרשפּעטיקט דעם פּאָיעזד?!… איז מען דאָך אָבער אַ ייִד, איר האָרכט צי נײן, פֿאַלט ער אױף אַן עצה, שלום־שכנא הײסט עס, און זוכט אױס דעם סטראָזש פֿון סטאַנציע, אַ באַקאַנטער גױ, יאַרעמע הײסט ער, און מאַכט אָפּ מיט אים אַזאַ געשעפֿט: היות אַזױ װי ער, שלום־שכנא הײסט עס, װעט זיך צושפּאַרן אַביסל אָט דאָ אױף אַן עק באַנק, װוּ דער אָדון ליגט, און היות אַזױ װי ער, שלום־שכנא הײסט עס, שױן די דריטע נאַכט, אַז ער האָט קײן אױג נישט צוגעמאַכט, האָט ער מורא, ער זאָל, חלילה־וחס, נישט פֿאַרשפּעטיקן דעם פּאָיעזד, על־כּן זאָל ער, יאַרעמע הײסט עס, למען־השם, טאָמער שלאָפֿט ער, אים אױפֿװעקן, שלום־שכנאן הײסט עס, װאָרעם מאָרגן אױף דער נאַכט האָבן מיר יום־טובֿ, פּסח ― „פּאַסקאַ“, גיט ער אים צו פֿאַרשטײן אױף גױיִש און רוקט אים אַרײַן אין יד אַרײַן, און זאָגט צו אים נאָכאַמאָל: „פּאַסקאַ, יאַרעמע, טשי טי פּאָנימאַיעשчи ти понемаіеш: פֿאַרשטײסטו, גױיִשער קאָפּ, נאַשאַнаша: אונדזער פּאַסקאַ!“ ― נעמט דער גױ צו מסתּמא, איר האָרכט צי נײן, די מטבע, לײגט אַרײַן איז קעשענע און זאָגט אים צו, אַז ער מעג זײַן רויִק, װיבאַלד נאָר ס'װעט זײַן אַ פּאָװיעסטקעповестка: מעלדונג אױפֿן פּאָיעזד, אַזױ װעקט ער אים אױף. און ער נעמט, שלום־שכנא הײסט עס, און זעצט זיך צו פֿריִער מיט אַ זײַט, דערנאָך אינגאַנצן; דאָס טשעמאָדאַנדל, מע זאָל עס נישט אַװעקלקחענען, מאָסטיעט ער אײַן נעבן זיך, און אַלײן מאָסטיעט ער זיך אױך אײַן, װאָס װײַטער אַלץ בעסער און העכער, מאַכט צו אַ האַלב אױג, מיט דער דעה, געװײנטלעך, ער זאָל נאָר כאַפּן אַ דרעמל, נישט מער. דערנאָך בײגט ער אונטער אײן פֿוס, נאָך אַ פֿוס, ― און איז אָט אַזױ פּאַװאָלינקע אַנטשלאָפֿן געװאָרן, אָבער װי אַזױ, מײנט איר, אַנטשלאָפֿן געװאָרן? ראַיעל! װי גאָט האָט געבאָטן: דעם קאָפּ פֿאַרװאָרפֿן, דאָס היטל האָט זיך אַראָפּגערוקט פֿון קאָפּ אױף דער ערד, און מײַן שלום־שכנא, איר האָרכט צי נײן, כראָפּעט אױף װאָס די װעלט שטײט ― אַ לעבעדיקער מענטש, צװײ נעכט נישט געשלאָפֿן, װאָס פֿאַר אַ װוּנדער?

אַנטשלאָפֿן געװאָרן ― אַזױ דערצײלט ער אַלײן, שלום־שכנא הײסט עס, ― חלומט זיך אים אַ מאָדנער חלום, אַ גאַנץ פֿאַרפּלאָנטעניש: אַז ער פֿאָרט, איר האָרכט צי נײן, אַהײם טאַקע אױף פּסח, נאָר װאָס דען? נישט מיט דער באַן, מיט אַ גױיִשער פֿור פֿאָרט ער, מיט אַ באַקאַנטן ערל, איװאַן זלאָדי רופֿט מען דעם ערל; די פֿערדלעך שלעפּן זיך, קױם־קױם װאָס זײ פּלאָנטען די פֿיס. שלום־שכנא איז אין אײנע צרות, טאָרעט דעם ערל פֿון הינטן אין פּלײצע: „שאָב טובי כװאַראַבעшоб тубі хварабе: זאָלסט נעמען אַ קרענק איװאַנו סערצע, װי דו שלעפּסט זיך! האָסט פֿאַרגעסן, איװאַן זלאָדי, אַז אָט־אָט האָבן מיר פּסח, פּאַסקאַ נאַשאַ יעװרײסקאַ?“ אײן מאָל און צװײ מאָל און דרײַ מאָל. דער ערל, פֿאַרשטײט זיך, האָט געשװיגן־געשװיגן, דערנאָך אַז ער טוט נישט אַ שמײַס די פֿערדלעך, אָבער געשמאַק, איר האָרכט צי נײן, און די פֿערדלעך טוען אַ טראָג דעם װאַגן, װי די רוחות, באַרג־אַראָפּ, באַרג־אַרױף, פֿי־פֿאַ־פֿו! שלום־שכנא האָט אַזש דאָס היטל פֿאַרלױרן; נאָך אַ מינוט ― און ער װערט צעשאָטן. „איװאַנו סערצע, דערזשי קאָניдержи кони!“ ― האַלט די פֿערד, הײסט עס, ― שרײַט שלום־שכנא צום ערל און כאַפּט זיך מיט בײדע הענט בײַם קאָפּ און קלאָגט זיך, אַז ער האָט פֿאַרלױרן דאָס היטל. װי קאָן ער אַרײַנפֿאָרן אין שטאָט אָן אַ היטל? נאָר שרײַ הײַנט, שרײַ מאָרגן ― דער ערל טרײַבט די פֿערדלעך, און די פֿערדלעך טראָגן. נאָר פּלוצעם ― טפּרררו! ― מען איז שטײן געבליבן, און דװקא אין מיטן פֿעלד, איר האָרכט צי נײן, איז מען שטײן געבליבן. װאָס איז געשען? גאָרנישט. „שטײ אױף ― זאָגט צו אים דער ערל ― שטײ אױף, שױן צײַט“. װאָס צײַט? װער צײַט? פֿאַרשטײט נישט שלום־שכנא. כאַפּט ער זיך אױף, רײַבט זיך די אױגן און װיל זיך לאָזן גײן, פֿילט ער אָבער, אַז ער איז אָן אַ היטל. די משמעות, אַז דער חלום איז נישט קײן חלום; װי זשע קומט ער אַהער? עס איז האָט אָבער לאַנג נישט געדױערט, שלום־שכנא, איר האָרכט צי נײן, איז געקומען צו זיך, דערקענט דעם ערל, אַז ס'איז גאָרנישט איװאַן זלאָדי, ס'איז גאָר יאַרעמע דער סטראָזש! דערמאָנט ער זיך, אַז ער איז אין זלאָדיעװקע אױף דער סטאַנציע, און אַז ער פֿאָרט אױף פּסח אַהײם, און אַז ער דאַרף נאָך לױפֿן צו דער קאַסע נאָך אַ בילעט, נאָר װאָס דען? נישטאָ קײן היטל. דאָס טשעמאָדאַנדל איז דאָ, און דאָס היטל נישט! װוּ קאָן זײַן דאָס היטל? ער שאַרט אַרום זיך מיט די הענט, שאַרט און שאַרט און טאַפּט אָן אַ היטל, נישט זײַן היטל ― װער? װאָס? ― דעם אָדון־בפֿקדכס היטל מיטן רױטן אָקאָלעשאָק און מיט דער קאָקאַרדע, איר האָרכט צי נײן, און פּאַשאָל גלײַך צו דער קאַסע, נאָך אַ בילעט הײסט עס. און בײַ דער קאַסע איז אַן ענגשאַפֿט, קאָפּ אױף קאָפּ! האָט ער מורא, שלום־שכנא הײסט עס, טאָמער, חלילה, קױפֿט מען אױס אַלע בילעטן, שטופּט ער זיך מיטן טשעמאָדאַנדל צװישן עולם. דערזען אַ רױטן אָקאָלעשאָק מיט אַ קאָקאַרדע, טרעט מען אים אָפּ דעם װעג. „װאַם קאודאַ, װאַשע בלאַגאָראָדיעвам куда, ваше благородие: װוּהין פֿאָרט איר, אײַער עקצעלענץ?“ ― פֿרעגט בײַ אים דער קאַסיר. חידושט זיך שלום־שכנא: װאָס פֿאַר אַ בלאַגאָראָדיע אינמיטן דרינען? און אַביסל פֿאַרדריסט עס אים: למאַי זאָל אַ גױ לאַכן פֿון אַ ייִדן? זאָגט ער אים, שלום־שכנא צום קאַסיר, הײסט עס, אַז קײן כּתרילעװקע. פֿרעגט אים איבער דער קאַסיר נאָכאַמאָל און קוקט אים גלײַך אױפֿן אָקאָלעשאָק און אױף דער קאָקאַרדע: „װאָסער קלאַס, װאַשע בלאַגאָראָדיע?“ פֿאַרדריסט עס אים נאָך מער, געװײנטלעך, און עס װילט זיך אים אָפּבאָדן דעם קאַסיר, אָבער טאַקע ראַיעל, װי עס געהער צו זײַן, אַ גױ זאָל נישט האָבן קײן טבֿע אָפּצולאַכן פֿון אַ ייִדן. נאָר צוריק איז ער זיך מישבֿ: „אַ ייִד איז אין גלות, איר האָרכט צי נײן, לאָז מײַנס איבערגײן!“ און ער הײסט זיך געבן אַ בילעט דריטע קלאַס. חידושט זיך דער קאַסיר און פֿרעגט אים איבער נאָכאַמאָל, װעלכע קלאַס? װערט שױן מסתּמא שלום־שכנא רעכט אין כּעס און זאָגט אים ברחל בתּך הקטנה: דריטע! איז זיך מישבֿ דער קאַסיר: דריטע, איז דריטע…

הקיצור, באַקומען דעם בילעט, כאַפּט ער, שלום־שכנא הײסט עס, דאָס טשעמאָדאַנדל און לאָזט זיך הענדום־פּענדום אין דער סאַמע הושטשע, ייִדן און, להבֿדיל, גױים, זוכט דעם װאַגאָן דריטע קלאַס. דער עולם, דערזען אַן אָקאָלעשאָק מיט אַ קאָקאַרדע, צעגײט זיך מסתּמא מיט דרך־ארץ, מאַכט דעם אָדון אַ װעג. שלום־שכנא װוּנדערט זיך אַפֿילו, נאָר ער גײט װײַטער און באַגעגנט פֿון װאַגאָן אַרױס אַ קאָנדוקטאָר מיט אַ לאַמטערן: „זדיעס טרעטי קלאַסздесь третий клас: דאָ איז דריטער קלאַס“? ― פֿרעגט אים שלום־שכנא און שטעלט שױן אַװעק אַ פֿוס, שטופּט דעם טשעמאָדאַן אױף צופֿריִער. „זדיעסздесь: דאָ, װאַשע בלאַהאָראָדיע!“ ― ענטפֿערט אים דער קאָנדוקטאָר און לאָזט אים נישט גײן װײַטער. ― „ס'איז אָנגעפּאַקט, זאָגט ער אים, װאַשע בלאַהאָראָדיע, פֿול װי אַן אױג, אַ נאָדל נישט דורכצוּװאַרפֿן!“ און ער נעמט אַװעק בײַ שלום־שכנאן דאָס טשעמאָדאַנדל, איר האָרכט צי נײן, און זאָגט צו אים: „קומט מיט מיר, װאַשע בלאַהאָראָדיע, װעל איך אײַך געבן אַן אָרט“. „װאָס פֿאַר אַ שלאַק? ― טראַכט ער זיך, שלום־שכנא, הײסט עס. ― װאַשע בלאַהאָראָדיע און װאַשע בלאַהאָראָדיע!“ און זײַן קאָפּ ליגט אים נאָר אין טשעמאָדאַנדל, ער האָט מורא, אַז פֿון דעם „װאַשע בלאַהאָראָדיע“ זאָל ער דערװײַל נישט בלײַבן, איר האָרכט צי נײן, אָן אַ טשעמאָדאַנדל; און ער לױפֿט נאָך נאָכן קאָנדוקטאָר מיטן לאַמטערן, און דער קאָנדוקטאָר מיטן לאַמטערן פֿירט אים אַרײַן אין װאַגאָן צװײטע קלאַס, נאָר דער װאַגאָן צװײטע קלאַס איז אױך פֿול געפּאַקט, קאָפּ אױף קאָפּ, אַ נאָדל נישט דורכצוּװאַרפֿן. „גײען מיר װײַטער, װאַשע בלאַגאָראָדיע“ ― מאַכט צו אים דער קאָנדוקטאָר, כאַפּט דעם טשעמאָדאַנדל װידעראַמאָל און לאָזט זיך גײן װײַטער, און שלום־שכנא נאָך אים. „װוּהין פֿירט ער מיר?“ ― טראַכט זיך שלום־שכנא און ברעכט זיך דעם קאָפּ אױפֿן װאַשע בלאַהאָראָדיע און לאָזט נישט אַראָפּ קײן אױג בעת־מעשׂה פֿונעם טשעמאָדאַנדל, ― דאָס איז בײַ אים בילכער. און אָט זײַנען זײ שױן אין װאַגאָן ערשטע קלאַס! דאָ שטעלט אַװעק דער קאָנדוקטאָר דאָס טשעמאָדאַנדל, נעמט זיך פּאָד קאָזיראָק, טוט זיך אַ נײג צו שלום־שכנאן, שלום־שכנא צו אים, און ער, שלום־שכנא הײסט עס, בלײַבט אַלײן.

געבליבן אײנער אַלײן איבער אַ גאַנצן װאַגאָן, הײבט אָן שלום־שכנא אַרומצוקוקן זיך, איר האָרכט צי נײן, װוּ ער איז אין דער װעלט; ער פֿאַרשטײט נישט, פֿאַרװאָס עפּעס פּלוצעם אַזאַ כּבֿוד: װאַגאָן ערשטע קלאַס… פּאָד קאָזיראָק… װאַשע בלאַהאָראָדיע!… נישט שױן־זשע איז דאָס דערפֿאַר, װאָס ער האָט דורכגעשלאָגן אַזאַ געשעפֿט, געמאַכט אַן אימעניע?… װאָלט ער דעם כּבֿוד געהאַט פֿון אײגענע, פֿון ייִדן הײסט עס, װאָלט נאָך געװען צו פֿאַרשטײן. אָבער גױים! דער קאַסיר! דער קאָנדוקטאָר! צי איז דאָס נישט אינגאַנצן אַ חלום?… און שלום־שכנא, איר האָרכט צי נײן, טוט זיך אַ רײַב דעם שטערן, כאַפּט אַ קוק פֿאַרבײַגײענדיק אױף זיך אין שפּיגל ― ס'איז אים פּרחה־נשמתו געװאָרן! ער האָט דערזען, איך האָרכט צי נײן, דעם אָדון בפֿקדך! ער האָט אים דערקענט! „װאָס ס'האָט זיך מיר געחלומט די נאַכט און יענע נאַכט און אַ גאַנץ יאָר, זאָל אױסגײן צו יאַרעמעס קאָפּ און צו זײַנע הענט און פֿיס! אַן ערל קאָן! מע זאָגט אים אָן צװאַנציק מאָל, און מע באַצאָלט אים, ער זאָל אױפֿװעקן צום פּאָיעזד מיך, שלום־שכנאן, גײט ער, אַ חלירע אים אין פּנים, און װעקט אױף דעם אָדון בפֿקדך, און שלום־שכנאן לאָזט ער ליגן אױף דער באַנק! אַ קלאָג איז צו דײַן קאָפּ, שלום־שכנא, װעסט שױן, דאַכט זיך, פּסח האַלטן אין זלאָדיעװקע הײַנטיקס יאָר, נישט אין דער הײם!“… און נישט לאַנג געטראַכט, כאַפּט ער, שלום־שכנא הײסט עס, דאָס טשעמאָדאַנדל, איר האָרכט צי נײן, און ― פּוץ פֿון װאַגאָן אַרױס צוריק אױפֿן װאָקזאַל, גלײַך צו דער באַנק, װוּ שלום־שכנא ליגט, אױפֿװעקן שלום־שכנאן, װאָרעם אָקערשט װי מע זעט נישט, קאָן דער לאָקאָמאָטיװ, חלילה, געבן אַ פֿײַף און אָנפֿײַפֿן שלום־שכנאן אין פּסח אַרײַן! און כּך הוה: װי נאָר שלום־שכנא אין אַרױסגעשפּרונגען מיטן טשעמאָדאַנדל פֿון װאַגאָן אַרױס, אַזױ האָט זיך געלאָזט הערן, איר האָרכט צי נײן, אַ פֿײַף און נאָך אַ פֿײַף און הלך משה־מרדכי ― אַ גוטן טאָג מיט דער קאַפּאָטע!

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

― װאָס װײַטער איז געװען, װילט איר װיסן? ― אַזױ האָט דער כּתרילעװקער ייִד, װאָס האַנדלט מיט אָברעזקעס אױסגעלאָזט זײַן סיפּור־המעשׂה מיט אַ שמײכעלע און פֿאַררײכערט אַ פֿריש פּאַפּירעסל, דין װי אַ שטרױ. ― װאָס װײַטער איז געװען, דאָס איז שױן נישט װאַזשנע. דער עיקר איז, װאָס אונדזער „שלום־שכנא דרײ זיך“ האָט איבער זײַן צעטראָגנקײט געהאַט אַ װיסטן פּסח, אױסגעריסן געװאָרן בײדע סדרים ערגעץ בײַ אַ ייִדן אין זלאָדיעװקע. נאָר דער פּסח, װי דער פּסח ― דער נאָך־פּסח איז געװען אַ סך ערגער: ערשטנס, האָט ער, שלום־שכנא הײסט עס, אַ װײַב, איר האָרכט צי נײן, ― װי זאָל איך אײַך זי מעלדן? איר האָט אַ װײַב, איךהאָב אַ װײַב, מיר אַלע האָבן װײַבער און װײסן דעם טעם, װאָס הײסט אַ װײַב… איך קאָן אײַך נאָר זאָגן: אַ ראַיעלע ייִדענע שלום־שכנאס װײַב! זי האָט זיך אַ נעם געגעבן צו אים גאַנץ ראַיעל. זי האָט צו אים נישט געהאַט קײן טענות נישט דערפֿאַר, װאָס ער איז נישט געקומען אױף יום־טובֿ אַהײם, און נישט פֿאַרן רױטן אָקאָלעשאָק מיט דער קאָקאַרדע ― נײן! דאָס אַלץ איז זי אים דערװײַל מוחל; דערפֿאַר װעט זי זיך שױן מיט אים שפּעטער רעכענען; ― אַ טענה צו אים האָט זי געהאַט נאָר פֿאַר דער דעפּעש. און נישט אַזױ פֿאַר דער דעפּעש, איר האָרכט צי נײן, װי פֿאַרן װאָרט „בעזפּרעמעננאָ“. װעלכע גוטע יאָר האָט אים געטראָגן, ער זאָל רײַך מאַכן קאַזנאַ: „בעזפּרעמעננאָ יעדו פּאַסקו דאָמאָי“? און בכלל װי קאָן אַ לעבעדיקער מענטש זאָגן „בעזפּרעמעננאָ“?… עס האָט אים נישט געהאָלפֿן קײן שום פֿאַרענטפֿערן זיך מיט קײן שום געבן צו פֿאַרשטײן. זי האָט אים באַגראָבן װיפֿל ס'איז אין אים אַרײַן, און איז געװען נישט אינגאַנצן אומגערעכט: יענע האָט אַזױ אַרױסגעקוקט! נאָר… גאָרנישט. דערױף איז זי אַ װײַב, זי זאָל באַגראָבן אַ מאַן. ס'איז אָבער אַלצדינג בלאָטע קעגן דעם, װאָס ער, שלום־שכנא הײסט עס, האָט געהאַט פֿון דער שטאָט, פֿון כּתרילעװקע הײסט עס, װאָרעם אײדער שלום־שכנא איז נאָך געקומען דעם צװײטן טאָג חול־המועד אַהײם, האָט שױן די גאַנצע שטאָט, איר האָרכט צי נײן, געװוּסט פֿון דער מעשׂה מיט יאַרעמען און מיטן אָדון־בפֿקדך און מיטן רױטן אָקאָלעשאָק און מיט דער קאָקאַרדע און מיטן קאָנדוקטאָרס װאַשע בלאַהאָראָדיע ― אַלצדינג! כאָטש ער אַלײן, שלום־שכנא הײסט עס, האָט געלײקנט שטײן און בײן, געטענהט, אַז דאָס האָבן לצים אױסגעטראַכט, כּתרילעװקער לצים; זײ האָבן נישט װאָס צו טאָן, עס גײט זײ אָפּ קאָפּװײטיק, אַ פּנים? פֿאַרשפּעטיקט האָט ער איבער דעם, זאָגט ער, װאָס ער איז אָפּגעפֿאָרן אין אַ זײַט אָנקוקן אַ אימעניע מיט אַ װאַלד. נאָר װער מיר אימעניע? װאָס מיר װאַלד? אַ נעכטיקער טאָג! בײַ די זײַטן האָט מען זיך געהאַלטן! מיט די פֿינגער האָט מען אױף אים געטײַט! אַנדערע האָבן אים געפֿרעגט: „װי האָט איר זיך געפֿילט, רב שלום־שכנא, אינעם היטל מיטן רױטן אָקאָלעשאָק און מיט דער קאָקאַרדע?“ אַנדערע האָבן געװאָלט װיסן, צי ס'איז טאַקע אַזױ גוט צו פֿאָרן ערשטע קלאַס, װי די װעלט זאָגט?… קינדער־קונדסים ― די זײַנען אים נאָכגעלאָפֿן אַ גאַנצע כאַליאַסטרע פֿון הינטן, איר האָרכט צי נײן, און געשריגן: „װאַשע בלאַהאָראָדיע! װאַשע װיסאָקע בלאַהאָראָדיע! װאַשע װיסאָקע־װיסאָקע בלאַהאָראָדיע!!!“

― איר שפּילט זיך מיט כּתרילעװקע?

געשריבן אין יאָר 1913