אַ בילד לכּבֿוד שׂימחת־תּורה
אַ קורצע הקדמה
אַלטע בילדער פֿון פֿאַרצײַטן! שטײט אױף, זײַט מוחל, פֿון אײַערע
קבֿרים, איר זײַט שױן לאַנג אָפּגעשטאָרבן פֿאַר אונדזער יוגנט. אַן עבֿירה.
די צײַט שטײט ניט. בילדער בײַטן זיך. אײן דור טרײַבט דעם אַנדערן.
אונדזערע קינדער װעלן פֿון אײַך ניט װיסן. אינאײנעם מיט מיר װעט
איר אַװעק אין קבֿר, פֿאַרפֿאַלן װערן אפֿשר אַף אײביק. גלײַך װי איר זײַט
גאָר קײנמאָל אַף דער װעלט ניט געװעזן. שטײט אױף, שטײט אױף,
לאָמיך אײַך אײן מאָל כאָטש דורכפֿירן פֿאַרבײַ זײערע אױגן. לאָזן זײ
אײַך אָנקוקן, אונדזערע קינדער, און לאָזן זײ דערצײלן דעם דור, אַז
ס'איז געװען אַמאָל באַ אונדז אַזעלכע, װי איר, אַז איר זײַט חלילה ניט
קײן אױסגעטראַכטע פֿונעם קאָפּ, אַז איר האָט אַמאָל געלעבט אַף דער
װעלט און אַז זײ קערן זיך אָן מיט אײַך גאַנץ נאָענטע קרובֿים, ― אײַערע אײגענע אור־אור־אײניקלעך...
א
שטאַרק געקרײַזלטע באָרד און פּאות, װײַס װי געפֿאַלענער שנײ, אַ נאַפּאָלעאָנקע (אַ פֿאַרצײַטיקער מין היטל) אַפֿן קאָפּ, אַ לאַנגער גראָבער שטעקן אין די הענט מיט אַ בײנערנע האַלקע, אַ זאַק אַף די פּלײצעס. אײַנגעבױגן ביז צו דער ערד, גײט ער אַלע ערבֿ שבת און אַלע ערבֿ יום־טובֿ פֿון שטוב צו שטוב צונױפֿנעמען קױלעטש פֿאַר די אָרעמע ייִדישע אַרעסטאַנטן, װאָס אין טורמע.
דאָס איז דער אַלטער דאָדי „דוד מלך ישׂראל“, װאָס איז אַלט אפֿשר הונדערט יאָר. אַלע קענען אים, אַלע װײסן שױן װאָס ער װיל: ער װיל קױלעטש פֿאַר זײַנע אָרעמע אַרעסטאַנטן, װאָס אין טורמע. קײנער דינגט זיך ניט מיט אים. װער עס האָט און װער עס װיל ― דער גיט; װער עס האָט ניט און װיל ניט ― דער גיט ניט. דער אַלטער דאָדי װעט ניט האָבן קײן פֿאַריבל. װאָרעם אַז אַלע װעלן האָבן װאָס צו געבן און אַלע זאָלן װעלן געבן, הײַנט װער װעט נעמען? און אַז ס'װעט ניט זײַן װער ס'זאָל געבן און װער ס'זאָל נעמען, פֿון װאַנען־זשע װעט זיך נעמען רחמנות און צדקה און מעשׂים טובֿים אַף דער װעלט? אַף װאָס־זשע װעט מען דאַרפֿן דאָס עולם־הבא מיטן גן־עדן? און אַז ס'װעט ניט זײַן קײן עולם־הבא מיט קײן גן־עדן, װאָס־זשע װעט מען טאָן מיט די צדיקים אַף יענער װעלט?...
אָט אַזױ פֿלעגט חקירהן דער אַלטע דאָדי. ער איז געגאַנגען מיט
דעם גאַנג, אַז װי דער אײבערשטער פֿירט, אַזױ איז גוט: עס באַדאַרפֿן
זײַן אַזעלכע װאָס גיבן און אַזעלכע װאָס נעמען, אַזעלכע װאָס האָבן און
אַזעלכע װאָס האָבן ניט, אַזעלכע װאָס זיצן אין טורמע און אַזעלכע װאָס
זאָרגן זיך פֿון זײערט װעגן און קלײַבן אַלע ערבֿ שבת און ערבֿ יום־טובֿ
קױלעטש פֿון זײער כּבֿוד װעגן.
ב
װער איז געװען דעך אַלטער דאָדי, אָדער דער דוד מלך ישׂראל, און װאָס ער איז געװען פֿריִער, אײדער ער איז געװען אַן אַלטער ייִד פֿון אפֿשר הונדערט יאָך און אײדער ער האָט זיך פֿאַרנומען מיט צונױפֿקלײַבן קױלעטש פֿאַר די אָרעמע אַרעסטאַנטן, װאָס אין טורמע? ― דאָס װײס קײנער ניט באַ אונדז.
פֿון װאָס לעבט דער אַלטער דוד? װוּ האַלט ער זיך אױף? װיפֿל יאָר איז ער אַלט? װוּ זײַנען זײַנע קינדער און אײניקלעך? ― דאָס װײס קײנער ניט באַ אונדז. ס'איז אַ סוד פֿאַר דער װעלט. עס איז ניטאָ פּשוט דער מענטש, װאָס זאָל געדענקען, און באַ אים אַלײן אַז איר װעט פֿרעגן, װעט ער אײַך ניט ענטפֿערן. פּרוּװט זיך גאָר ניט, איר װעט ערגער מאַכן: װאָרעם מיט אים אַז איר װעט זיך אַרײַנלאָזן אין אַ לאַנגן שמועס, װעט ער אײַך בעטן, איר זאָלט עפּעס שענקען פֿאַר זײַנע אָרעמע ייִדישע אַרעסטאַנטן, װאָס אין טורמע, און פֿון װאָס איר זאָלט מיט אים ניט רײדן, אַף זײַנע אַרעסטאַנטן מוזט איר אַרױף!
― רב דאָדי! װוּ האָט איר גענעכטיקט הײַנטיקע נאַכט?
― געלױבט דער אײבערשטער, אַבי ניט אין טורמע. האָט איר ניט עפּעס אַן אַלטן בגד פֿאַר מײַנע אַרעסטאַנטן?
― רב דאָדי! װוּ זײַנען אײַערע קינדער מיט אַלע אײניקלעך אײַערע?
― געלױבט דער אײבערשטער, צעקראָכן זיך דער אַהער, דער אַהין, צעשפּרײט איבער אַלע זיבן ימים. אַנדערע זײַנען געשטאָרבן, אַנדערע לעבן. װיִאַזױ זײ לעבן, גוט, שלעכט, ― אַבי ניט חלילה אין טורמע. געפֿינט זיך ניט באַ אײַך, מחילה, אַ פּאָר אַלטע תּחתּונים פֿאַר מײַנע אַרעסטאַנטן? .
― רב דאָדי! װיפֿל זײַט איר אַלט ביז הונדערט צװאַנציק יאָר?
― געלױבט דער אײבערשטער, ניט קײן יונגערמאַן, לאָז אײַך גאָט געבן ניט װינציקער יאָרן, נאָר מער מזל, און דער עיקר, איר זאָלט ניט װיסן פֿון קײן טורמע כּל זמן איר װעט לעבן. געפֿינט זיך ניט באַ אײַך אַ פּאָר אַלטע צעריסענע שטיװל פֿאַר מײַנע אַרעסטאַנטן?
אָט דאָס איז געװען דער אַלטע דאָדי, אָדער דוד מלך ישׂראל.
ג
פֿאַרװאָס־זשע האָט מען אים גערופֿן דוד מלך ישׂראל?
דערפֿאַר, װאָס אײן מאָל אין יאָר איז ער געװען אַ מלך, אַ מלך באַ ייִדישע קינדער, און דאָס אײנע מאָל איז געװען דער טאָג פֿון שׂימחת־תּורה.
קומט שׂימחת־תּורה ― איז ניט צו דערקענען דעם אַלטן דאָדין. דער רוקן אױסגעגלײַכט, די באָרד און פּאות אױסגעקעמט, די נאַפּאָלעאָנקע איבערגעקערט אַף דער לינקער זײַט, דער ברײטער װײַסער קאָלנער אױסגעגלעט, אָן דעם שטעקן, אָן דעם זאַק ― ס'איז גאָר ניט דער דאָדי. דאָס פּנים שײַנט, די אױגן גלאַנצן. גענומען לכּבֿוד יום־טובֿ אַ ביסל בראָנפֿן, איז דער אַלטער דאָדי גאָר אַן אַנדער מענטש מיט אַן אַנדער נשמה ― אַ לעבעדיקע, אַ פֿרײלעכע נשמה.
צונױפֿגענומען קלײנװאַרג, ייִנגלעך פֿון אַלע שולן, און אױסגעשטעלט זײ שורות־װײַז אַרום און אַרום זיך, גײט ער, דער אַלטער דאָדי, אין מיטן, די הענט אַרױף צום הימל, און זינגט אַף אַ קול:
― צאן קדשים!
ענטפֿערט אים קלײנװאַרג:
― מע־ע־ע.
― װער גײט מיט אײַך?
― אונדזער מלך דוך, מע־ע־ע!
― װיִאַזױ רופֿט מען אים?
― דוד מלך ישׂראל, מע־ע־ע!
― שרײַט־זשע, ייִדישע קינדער, מיטן שײנעם ניגון: דוד! מלך! ישׂראל! חי! וקײם!
― דוד! מלך! ישׂראל! חי! וקײם! מע־ע־ע!!!
נאָך אַמאָל:
― צאן קדשים!
― מע־ע־ע!
― װער גײט מיט אײַך?
― אונדזער מלך דוד, מע־ע־ע!
― װיִאַזױ רופֿט מען אים?
― דוד מלך ישׂראל, מע־ע־ע!
― שרײַט־זשע, ייִדישע קינדער, מיטן שײנעם ניגון! דוד! מלך! ישׂר־אל! חי! וקי־ים!
― דוד! מלך! ישׂראל! חי! וקײם! מע־ע־ע!!!
צו די קינדער שטײען צו נאָך קינדער, די קאַװאַלקאַדע װאַקסט, דער עולם, װאָס גײט נאָך, װערט אַלע מאָל גרעסער, דאָס קול װערט אַלע מאָל שטאַרקער און רינגלט אַרום דאָס גאַנצע שטעטל. באַ יעדער סוכּה שטעלט זיך אָפּ דוד מלך ישׂראל. באַלעבאַטים טראָגן אים אונטער אַ ביסל לחײם, װײַבער זײַנען אים מכבד מיט לעקעך פֿונעם פּאַרטער. דאָס ביסל לחײם טרינקט ער אױס, און דעם לעקעך צעטײלט ער צװישן קלײנװאַרג, רופֿט אױס מיט אַ ניגון:
― צאן קדשים!
― מע־ע־ע!
― װאָס האַלט איך דאָ?
― לעקער, מע־ע־ע!
― װאָסער אַ ברכה מאַכט מען איבער דעם?
― מזונות, מע־ע־ע!
― זאָגט־זשע מיר איצטער, װער גײט מיט אײַך?
― אונדזער מלך דוד, מע־ע־ע!
― װיִאַזױ רופֿט מען אים?
― דוד מלך ישׂראל, מע־ע־ע!
― שרײַט־זשע, ייִדישע קינדער, מיטן שײנעם ניגון: דוד! מלך!
ישׂראל! חי! וקי־ים! מע־ע־ע!!!
ד
דוכט זיך, אין פֿלוג, װעמען גײט דאָס אָן און װעמען קען עס שאַטן, אַז אַן אַלטער מאַן פֿון אפֿשר הונדערט יאָר נעמט אײן מאָל אין יאָר, שׂימחת תּורה, אַ ביסל בראָנפֿן, װערט פֿרײלעך און פֿאַרשטעלט זיך פֿאַר אַ מלך, און ייִנגלעך קונדסים לױפֿן אים נאָך און מעקען, װי די קלײנע ציגעלעך: מע־ע־ע? באַדאַרף זיך אָבער טרעפֿן אַזאַ מעשׂה:
סאַמע סליחות־צײַט האָט מען אַראָפּגעשיקט צו אונדז אין שטעטל אײנעם אַ נײַעם אָדון (יענער איז מת געװאָרן). װי געװײנלעך, אַ נײַער אָדון, האָט ער אַרױסבאַװיזן נײַע תּנועות, נײַע גענג, הײַנו: ערשטנס, האָט מען געזאָגט אַף אים, אַז ער איז אַ איש־אמת, נאָר צופֿיל אַ איש־אמת. דערטאַפּט אַ ייִדן, איז באַלד: „ס′קודעװאַ?“ דאָס הײסט: „מה שמכם? פֿון װאַנען איז אַ ייִד?“... צװײטנס, נעמט ער ניט, אָבער לחלוטין ניט; ניט קײן מטבע און ניט קײן שוה־כּסף; אַז מע שמועסט אַ נקי־כּפּימניק! אַװדאי איז אַרױס אַ קלאַנג איבערן גאַנצן שטעטל: שלעכט! אַ רשע! אַ המן!...
כּך הוה. אַף מאָרגן אינדערפֿרי איז ער שױן אַרױסגעגאַנגען אין שטאָט. דורכגעלאָפֿן דעם מאַרק, אױסגעקוקט אַלע קלײטן מיט אַלע יאַטקעס, אַ שמעק געטאָן דעם שול־הױף, געװאָלט באַקענען זיך מיטן ריח... נאָר, משטײנס געזאָגט, װאָס האָט ער געקענט מאַכן באַ אונדז בין־הזמנים, אַז די מלמדים האָבן די חדרים שױן לאַנג צעלאָזט און מיט פֿאַלשע אַסיגנאַציעס האַנדלט באַ אונדז קײנער ניט, הײַנט װעמען הערן מיר?
האָט אים אָבער גאָט צוגעשיקט אַ געשעפֿט: סוכּות! ס'איז אים ניט געפֿעלן, פֿאַרשטײט איר מיך, װי די ייִדן בױען זײערע סוכּות. ס'איז, זאָגט ער, מסוכּן קעגן טאָמער מאַכט זיך אַ שׂרפֿה. איר פֿאַרשטײט אַ משל? טױזנטער יאָרן זיצן ייִדן אין סוכּות און האָבן קײן מורא ניט פֿאַר קײן זאַך, און פּלוצעם גאָר נאַט אײַך אַ שׂרפֿה!
― בכן, װאָס־זשע װילסטו, פּריץ?
― װיל איך, זאָגט ער, איר זאָלט בױען אײַערע סוכּות ניט אַזױ, נאָר אַזױ און אַזױ.
האָט מען דאָך אים געהערט מסתּמא, װי המן דעם גרעגער, און מע האָט זיך געשטעלט בױען די סוכּות דװקא אַזױ, ניט אַזױ און אַזױ. האָט אָנגעשמעקט דער אָדון און האָט זײ מחילה צעװאָרפֿן.
האָט מען געשיקט צו אים אַ דעפּוטאַציע: „אַדוני פּריץ! װי איז שײך סוכּות אָן אַ סוכּה?“ האָט ער געזאָגט: „אײן מאָל נײן!“ און גײ שרײַ חי וקײם, אַז טאָמער שפּאַרט איר זיך אײַן, איז גאָר „ס'קו־דעװאַ!“...
בקיצור, װאָס זאָלט איר קלערן, מען איז גוט פֿאַרשװאַרצט געװאָרן,
מע האָט זיך באַגראָבן נײַן אײלן, זיך באַזעצט עטלעכע משפּחות אין
אײן סוכּה און געציטערט אימת־מװת, טאָמער, אַ קשיא אַף אַ מעשׂה?...
גאָר דער אײבערשטער האָט רחמנות געהאַט, ס'זײַנען איבערגעלאָפֿן די
זיבן טעג סוכּות גלאַט, אומזיסטיקע פּחדים, ביז ס'איז געקומען דער אַכטער טאָג יום־טובֿ, שׂימחת־תּורה.
ה
און אַז ס'איז געקומען דער אַכטער טאָג יום־טובֿ, שׂימחת־תּורה, איז דער אַלטער דאָדי אַרױס מיט דער חבֿרה קונדסים אַפֿן שול־הױף און האָט אױסגערופֿן אַף אַ קול, װי זײַן שטײגער איז:
― צאן קדשים!
האָבן אים די צאן קדשים געענטפֿערט:
― מע־ע־ע!
פּלוצעם װאַקסט אױס װי פֿון אונטער דער ערך דער אָדון און באַטראַכט די דאָזיקע שײנע סצענע שטאַרק פֿאַרװוּנדערט. משמעות, ער זעט דאָס ערשטע מאָל אַזאַ קאָמעדיע. דער אַלטער דאָדי האָט, אַפּנים, װינציק־װאָס זיך איבערגעשראָקן פֿאַרן נײַעם אָדון, טוט ער זיך זײַנס און שנײַדט װײַטער:
― זאָגט זשע מיר, ייִדישע קינדער, װער גײט מיט אײַך?
― אונדזער מלך דוד, מע־ע־ע!
― װיִאַזױ רופֿט מען אים?
― דוד מלך ישׂראל, מע־ע־ע!
― שרײַט־זשע, ייִדישע קינדער, מיטן שײנעם ניגון: דוד! מלך! ישׂר־אַל! חי! וקי־ים!
האָט דער אָדון געבעטן, מע זאָל אים געבן צו פֿאַרשטײן, װאָס דאָס באַדײַט, װער איז דער אַלטער און װאָס זינגט דאָס קלײנװאַרג?
האָט זיך אַרױסגעשטעלט שעפּסל דער מלמד, װאָס האָט געהאַט אַ שײן הענטל צום שרײַבן רוסיש; די פּאות האָט ער פֿאַרקאַטשעט אַרונטער די אױערן, און איז אַרױס פֿאַר אַ טאָלמאַטש:
― װין צאַר זשידיװסקי דאַװיד, אַ װאָני יעװאָ כלאָפּי...
האָט זיך דער אָדון געכאַפּט מיט בײדע הענט באַ די זײַטן און האָט זיך צעלאַכט. װיִאַזױ, מײנט איר, געלאַכט? ממש שיִער ניט צעזעצט און צעשפּרונגען געװאָרן פֿאַר געלעכטער. און דוד דער מלך ישׂראל האָט ניט אױפֿגעהערט צו זינגען „צאן קדשים!“ און די צאן קדשים האָבן ניט אױפֿגעהערט צו שרײַען „מע־ע־ע!“ ― ביז דעם אָדון איז, אַפּנים, נמאס געװאָרן די מעשׂה, האָט ער די חבֿרה קלײנװאַרג צעטריבן און דעם אַלטן דוד מלך ישׂראל האָט ער אַ נעם געטאָן אַפֿן צימבל, װי זײַן שטײגער איז: „ס'קודעװאַ!?“ האָט זיך אַרױסבאַװיזן, אַז דער אַלטער מלך פֿון ישׂראל װײס אַלײן אױך ניט ס'קודעװאַ ― פֿון װאַנען ער איז... האָט ער אים אָפּגעשיקט מחילה גלײַך אַהין, אין טורמע אַרײַן, צו זײַנע „אָרעמע אַרעסטאַנטן“...
― דאָרטן, האָט ער געזאָגט, װעט ער זיך אױסניכטערן, דער אַלטער שיכּור...
* * *
אַף איבער אַ יאָר סוכּות זײַנען ייִדן געזעסן אין זײערע סוכּות, װי אַלע יאָר. שׂימחת־תּורה האָבן ייִדן געהוליעט, װי אַלע יאָר. נאָר אײן זאַך האָט געפֿעלט: מע האָט ניט באַגעגנט אין ערגעץ דעם אַלטן „דוד מלך ישׂראל“. מע האָט ניט געהערט, ער זאָל זינגען: „צאן קדשים“, און די „צאן קדשים“ זאָלן אים ענטפֿערן:
― מע־ע־ע!!!
געשריבן אין יאַר 1904.
פּאָ סלוטשאַיו כאַנוקאָ
אימיעעם טשעסט
פּאָקאָרנײשע פּראָסיט װאַס
נאַ טשאַשקו טשאַיו *
אָט אַזאַ מין קאַרטל האָב איך געטראָפֿן באַ זיך אַפֿן טיש הײַנטיקן חנוכּה פֿון מײַנעם אַ גוטן באַקאַנטן, אַן אױפֿגעקומענעם, פֿריש־געבאַ־קענעם גבֿיר, פּלאַטאָןפּאַנטאַלאָנאָװיטשלאָקש נט אָפּאָ װ.
מילא, דעם פּשט פֿון די װערטער „נאַ טשאַשקו טשאַיו“ פֿאַרשטײט דאָך יעדער אײנציקער גאַנץ גוט: אַ „װינט“, אַ „פּרעפֿעראַנס“, אַ „זעקס און זעכציק“, אַן „אָקע“, אָדער אַ „סטוקעלקע“ ... נאָר דער „פּאָ סלו־טשאַיו חנוכּה“ ― װאָס לאָזט ער מיך דאָ הערן? װאָס פֿאַר אַ מחותּן איז פּלאַטאָן פּאַנטאַלאָנאָװיטש מיט חנוכּה, אַז דאַװנען גײט ער שױן הײַנט נאָר אײן מאָל אין יאָר, אי דאָס ― אין כאָרשול, אין שטוב הערט מען שױן ניט באַ אים אַ ייִדיש װאָרט ― איבער דער באָננע, די באָננע זאָל חלילה ניט לאַכן, און „ציוניסטן“ האָט ער פֿײַנט, קען ניט הערן דעם נאָמען זײערן?
― װאָס האָט איר צו זײ? ― האָב איך אַמאָל אַ פֿרעג געטאָן אַף ציקאַװעסט. ― װאָס האָבן זײ אײַך אַזעלכעס געטאָן, די ציוניסטן? ―
*געשריבן אין אָריגינאַל מיט רוסישע אותיות. זעט „אָריגינאַל“. „פּאָ סלוטשאַיו כאַנוקאָ אימיעעם טשעסט פּאָקאָרנײשע פּראָסיט װאַס נאַ טשאַשקו טשאַיו“ ― צוליב חנוכּה, האָבן מיר דעם כּבֿוד אײַך צו פֿאַרבעטן אַף אַ גלעזל טײ.