פֿון כּתרילעװקע: קאָנקורענטן

שלום עליכם (אַלע װערק)

קאָנקורענטן
אָ ראָמאַן לכּבֿוד פּורים

א

דעם גאַנצן טאָג פּורים האָט מנשה דער בחור מיט די גרױסע שטיװל געקנאָטן די מאַזעפּעװקער לײמענע בלאָטע, און פּיניע דער אַלמנהס האָט געטיאָפּקעט מיט די קרומע פֿיס.

זײ האָבן געטראָגן שלח־מנות.

מנשה דער בחור האָט געהאַט פּורים אין מאַזעפּעװקע די „גרעסטע פּראַקטיקע“.

ער האָט געהאַט אַ פּאָר היפּשע פֿיס, װאָס האָבן געקאָנט אַרבעטן.

ער האָט געהאַט אַ פּאָר היפּשע הענט, װאָס האָבן געקאָנט טראָגן עטלעכע בעקנס שלח־מנות מיטאַמאָל.

ער האָט געהאַט דערצו אַ געזונטן קאָפּ אױף צו געדענקען, װוּהין מע דאַרף גײן פֿריִער, און װוּהין ― שפּעטער, װוּהין מע דאַרף טראָגן דעם שלח־מנות און װוּהין ― יענעם שלח־מנות.

הײַנט די שטאָט אַלײן באַדאַרף מען קענען ― ס'איז אױך נישט קײן קלײניקײט.

און װאָס װעט איר זאָגן מכּוח „פֿאַרבײַטן די יוצרות“?

װאָס פֿאַר אַ פּנים װעט איר, אַ שטײגער, האָבן, אַז איר װעט רבֿקהס שלח־מנות, װאָס איר דאַרפֿט אָפּטראָגן צו לאהן, אַװעקטראָגן צוריק צו רבֿקהן, אָדער פֿאַרקערט?

איר מײנט, ס'האָט זיך נישט געטראָפֿן אַזאַ מעשׂה בײַ אונדז אין מאַזעפּעװקע?

עס האָט זיך געטראָפֿן. און ס'איז דערפֿון אַרױס אַ מחלוקת, מיט פּעטש, מיט מסירות אין דער גובערניע, מיט אַ רעװיזאָר, מיט אַ סליעדאָװאַטעל, מיט פֿאַלשע עדות, מיט דריטהאַלבן יאָר טורמע ― אַ מיאוסע, זײער אַ מיאוסע מעשׂה!

אַלע ייִדישע מעשׂיות, אַלע אומגליקן בײַ אונדז הײבן זיך אָן פֿון אַ קלײניקײט.

דערפֿון, װאָס מאָטל דער װײַנער האָט נישט געגעבן דוד־לײבן קײן עליה שבת־בראשית, האָט דוד־לײב אים געמסרט, אַז ער רױכערט בראָנפֿן בשתּיקה ― האָט מען אים מיט נאָך צװײ ייִדן פֿאַרשיקט קײן סיביר.

דערפֿון, װאָס מע האָט געקליבן אַ ראַבינער אין אַ שטעטל, האָט אײן ייִד געמסרט דעם אַנדערן, אַז ער האָט צוגעשטעלט אַ פֿאַלשע לגאָטע צוס פּריזיװ…

װאָס דאַרפֿט איר מער? נעמט די מגילה אַלײן! דערפֿון, װאָס מרדכי האָט נישט געװאָלט קניִען און בוקן זיך צו המנען, איז אַרױס פֿונעם קעניג אַחשװרוש אַן „אוקאַז“, און מע האָט שיִער נישט אױסגעקױלעט אַלע ייִדן.

אַ גליק, װאָס דער קעניג אַחשװרוש האָט געהײסן, מע זאָל אים אַרײַנפֿירן ושתּין אַ נאַקעטע )אַזױ האָט אונדז דער רבי געטײַטשט(, און אַ גליק, װאָס ושתּי האָט נישט געװאָלט אַרײַנקומען, איז בײַ איר אױסגעװאַקסן אַ האָרן אױפֿן שטערן )אַזױ האָט אונדז דער רבי געטײַטשט(, און אַ גליק, װאָס מע האָט געזוכט דעם קעניג אַחשװרוש אַן אַנדער מלכּה, האָט זיך געפֿונען אַ ייִדיש מײדל אסתּר, און אַ גליק, װאָס אסתּר האָט געפֿונען חן אין די אױגן פֿונעם קעניג אַחשװרוש, כאָטש זי איז געװען אַ גרינע )אַזױ האָט אונדז דער רבי געטײַטשט(, ― האָט זי געפּועלט בײַם קעניג אַחשװרוש, מע זאָל איבערמאַכן דעם „אוקאַז“ פֿון די ייִדן אױף די גױים, ― און פֿון דעמאָלט אָן עסן מיר אַלע יאָר המן־טאַשן מיט מאָן, קישעלעך מיט פֿאַרפֿעלעך, פּורים־קױלעטש מיט זאַפֿרען, און מיר שיקן זיך אײנס דאָס אַנדערע שלח־מנות, און מנשה דער בחור פֿאַרדינט געלט.

מנשה דער בחור איז אָבער ניט אײנער אין מאַזעפּעװקע, װאָס טראָגט שלח־מנות און פֿאַרדינט געלט; ער זאָל זײַן אײנער אױפֿן יאַריד, װאָלט ער געגאַנגען אין גאָלד! דער חסרון איז, װאָס אומעטום, אומעטום איז די קאָנקורענציע.

מנשה האָט אין זײַן פּרנסה גענוג קאָנקורענטן, װאָרעם אין

מאַזעפּעװקע זײַנען פֿאַראַן, ברוך־השם, גענוג אָרעמע בחורים מיט אָרעמע מײדלעך, נישט חלילה קײן דינסטמײדלעך, נאָר בעל־הבתּישע מײדלעך, טאַטנס קינדער און גלאַט אָרעמע געפֿאַלענע ייִדן, װאָס קוקן אַרױס אױף דעם טאָג פּורים אַ גאַנץ יאָר.

דער טאָג פּורים ― דאָס איז זײער מאַרק־טאָג, זײער יאַריד.

אײנער פֿון די גרעסטע מנשהס קאָנקורענטן איז געװען פּיניע דער אַלמנהס מיט די קרומע פֿיס.

אַ קאָנקורענט מיט קרומע פֿיס איז אַפֿילו נישט אַזױ געפֿערלעך בײַ אַזאַ אַן אַרבעט, װוּ די פֿיס שפּילן די גרעסטע ראָלע, ובפֿרט פֿאַר מנשהן, װאָס מיט אײן שפּאַן געקאָנט אַריבערשפּאַנען דרײַ אַזעלכע װי פּיניע דער אַלמנהס.

נאָר דװקא אָט די קרומע פֿיס, װאָס בײַ פּיניען, זײַנען געװען פֿאַר מנשהן אַ שחיטה.

נישט אײן מאָל האָט מנשה געזאָגט צו פּיניען:

― דו װײסט קרומאַק )אַזױ האָט אים מנשה גערופֿן(, דו װײסט? איך בין דיר מקנא אױף דײַנע פֿיס.

― געפֿונען װעמען מקנא צו זײַן! ― האָט אים געענטפֿערט פּיניע און האָט באַהאַלטן די אױסגעבױגענע בײגלדיקע פֿיס אונטער זיך.

― װען איך האָב דײַנע פֿיס, ― האָט אים מנשה געזאָגט און האָט פֿאַררױכערט אַ „ציגײַער“ פֿון אַ צונױפֿגעדרײט שטיקל פּאַפּיר מיט עטלעכע שטיקלעך טיטון ― װען איך האָב דײַנע פֿיס, פֿאַרשפּאָר איך אַזױ צו האָרעװען. איטלעכער האָט אױף מיר דעמאָלט רחמנות, און איך לעב מיר, װי גאָט אין אַדעס!

― װי גאָט אין אַדעס, כע־כע? ― זאָגט פּיניע און שטעלט אַרױס מיט גדלות אַן אױסגעבױגן פֿיסל, װאָס האָט אַ פּנים פֿון אַ האַלבן בײגל. ― און װען איך האָב דײַנע פֿיס…

― װאָס זשע װאָלט געװען, קרומאַק?

― איך װײס שױן װאָס סע װאָלט געװען! גיב מיר אַ צי טאָן פֿון „ציגײַער“, מנשה!

― ביסט נישט קראַנק קױפֿן טיטון, קרומאַק, ביסט דאָך אָנגעשטאָפּט מיט געלט! ― זאָגט צו אים מנשה און גיט אים אַ צי טאָן פֿון זײַן „ציגײַער“.

― אָנגעשטאָפּט מיט געלט, כע־כע? ― זאָגט פּיניע און באַהאַלט צוריק דאָס פֿיסל. ― איך דאַרף אױסהאַלטן אַ מאַמע אַן אַלמנה, און דו ביסט אַ פֿרײַ פֿײגעלע.

― חוץ דײַן שאָדן אױף מיר געזאָגט געװאָרן! ― זאָגט מנשה, פֿאַרציט זיך מיטן „ציגײַער“ און לאָזט אַרױס דעם רױך פֿון בײדע נאָזלעכער פֿון דער נאָז.

ב

מנשה דער בחור און פּיניע דער אַלמנהס זײַנען בײדע בית־המדרש־בחורים.

בית־המדרש־בחורים הײסן אױך אַזעלכע, װאָס האַלטן זיך גלאַט אױף אין בית־המדרש, װאָס װאַלגערן זיך אין בית־המדרש.

דאָס זײַנען עלנטע, פֿאַרבלאָנדזשעטע, צוגעשלאָגענע, פּריבלודנע נפֿשות, אַזעלכע, װאָס קײן פֿאַרשריבענע אָרעמע לײַט זײַנען זײ נישט, איבער די הײַזער חלילה גײען זײ נישט, נאָר זײ רײַבן זיך אַרום די, װאָס לערנען אין בית־המדרש, פֿאָלגן אַ גאַנג, הײצן די הרובע, זײַנען תּמיד דאָ בײַ אַ יאָרצײַט, בײַ אַ סיום־התּורה, בײַ אַ חתונה, אָדער חלילה בײַ אַ רײַכער לװיה.

בעטן ― בעטן זײ נישט, נאָר מע גיט זײ אַלײן.

זײ פֿאַרדינען זיך זײער שטיקל ברױט: אײנער מיט זײַנע געזונטע פֿיס, דער אַנדערער מיט זײַנע קראַנקע פֿיס ― פֿאַר רחמנות.

דאָרטן, װוּ מנשה לױפֿט זיך אָן דעם גאַנצן טאָג און עס קומט צום באַצאָלן אים פֿאַר דער אַרבעט, װאַקסט אױס פּיניע מיט די קרומע פֿיס און שטעלט זיך אַנידער בײַ דער זײַט אָן װערטער און קוקט אין די אױגן אַרײַן.

― מע דאַרף אים אױך עפּעס געבן, ― זאָגט מען ― אַ רחמנות, נעבעך אַ קאַליקע.

מנשה שװײַגט, נאָר פֿאַרדריסן פֿאַרדריסט דאָס אים.

„אָט אַ בר־מזל! ― טראַכט ער זיך. ― נישט געטאָן פֿון דאַנען אַהין, און גענומען כּמעט גלײַך מיט מיר ― אױסקרענקען זאָל ער דאָס!“

און פּיניע שװײַגט, קלײַבט אַ גראָשן צו אַ גראָשן.

― דו באַדאַרפֿסט שױן האָבן אַ מטמון מיט געלט! ― זאָגט צו אים מנשה.

― אַ מטמון מיט געלט? כע־כע ― ענטפֿערט אים פּיניע מיט אַ קרום געלעכטערל.

― דו װאַקסט דאָך אַן אַדיר! ― זאָגט צו אים מנשה.

― אַן אַדיר? כע־כע! ― ענטפֿערט אים פּיניע מיטן זעלביקן געלעכטער.

― װאָס װעסטו טאָן מיט אַזױ פֿיל געלט, דו קרומאַק אײנער?

― אַזױ פֿיל געלט? כע־כע! ― ענטפֿערט אים פּיניע אַלץ מיט יענעם געלעכטערל, װאָס סע גלוסט זיך אים דערפֿאַר אָנשפּײַען אין פּנים, אָדער אַראָפּלאָזן אַ פּאָר פּעטש.

― גלאַט, סע גלוסט זיך מיר נישט פּאַטשקען די הענט, ― זאָגט מנשה ― װײַטער װאָלט איך דיר אַביסל דורכבױקערן די בײנער.

― אַנו, פּרוּװ נאָר! ― זאָגט צו אים פּיניע און שטעלט אַרױס זײַנע בײגלדיקע פֿיסלעך.

פּיניע װײס גאַנץ גוט, אַז מנשה װעט זיך אַפֿילו נישט צורירן צו אים, װאָרעם מנשה האָט שױן אײנמאָל געכאַפּט איבער אים אַ רעכטן פּסק.

ער האָט אים אײנמאָל געגעבן אַ שטופּ פֿון זיך, האָט זיך פּיניע איבערגעקערט דרײַ מאָל מיט די פֿיס אַרױף, איז אָנגעלאָפֿן אױף מנשהן דאָס גאַנצע בית־המדרש, אים געװאָלט דורס זײַן.

― דו שײגעץ, דו הולטײַ, דו רוצח! אַ קאַליקע, אַ צער־בעלי־חײם נעמסטו און שלאָגסט אים!?

פֿון דעמאָלט אָן רירט זיך מנשה צו אים נישט צו מיט קײן פֿינגער, נאָר פֿײַנט האָט ער אים ― ער קאָן אים נישט אָנקוקן!

ער האָט אים פֿײַנט פֿאַר זײַנע קרומע פֿיס, פֿאַר זײַן קרום פּנים און פֿאַר זײַן קרום געלעכטערל: „כע־כע!“

ער האָט אים פֿײַנט פֿאַר זײַן קמצנות, פֿאַר זײַן קלײַבן געלט, פֿאַר זײַן באַהאַלטן זיך.

מנשה איז נישט אַזעלכער; װיפֿל ער האָט זאָגט ער, און װאָס ער פֿאַרדינט פֿאַרלעבט ער.

מנשה האַלט פֿון דער אַכילה, האָט ליב אַ נאַשערײַ, אַ ציגאַר־טיטון.

דערטאַפּט ער עטלעכע גראָשן, קױפֿט ער באַלד ברױט מיט הערינג אױף אָנבײַסן, אַ צװײ קאָרזשיקלעך מיט מאָן, אַ געפֿרױרענעם עפּל, װאָס אַז ער גײט אָפּ פֿונעם פֿראָסט, איז ער דאָך טאַקע טעם גן־עדן; און אַ מאָל טאַקע עטלעכע באָקסערן, מיט אַ קאָנפֿעקט, מיט עטלעכע ניסלעך.

דעמאָלט זעצט זיך אַװעק אַקעגן אים פּיניע מיט די קרומע פֿיס און קוקט אים אין די אױגן אַרײַן און באַלעקט זיך. קאָן דאָס מנשה נישט צוזען, טוט ער אים אַ װאָרף אַ שטיקל באָקסער, אַ צװײ ניסלעך, װי מע טוט אַ װאָרף אַ הונט אַ בײנדל:

― נאַ, קרומאַק, װערג זיך!

נאָר מער פֿון אַלצדינג האָט אים מנשה פֿײַנט איבער אַן אַנדער זאַך, װאָס סע װערט דערצײלט אין קאַפּיטל ג.

ג

עוזר דער שמשׂ האָט אַ טאָכטער קרײנדל, אַ מײדל פֿון אַריבער שלושים.

קרײנדל װאָלט געװען אַ שײן מײדל, זײער אַ שײן מײדל, זי זאָל נישט געװען קינדװײַז פּאָקן, אָדער די פּאָקן זאָלן זיך געװען אױסשטײן, און זי זאָל זײ נישט געװען אױסרײַסן.

נאָר מחמת זי האָט קינדװײַז געפּאָקט, און די פּאָקן האָבן זיך נישט אױסגעשטאַנען, און זי האָט זײ אױסגעריסן, איז איר געװאָרן דאָס פּנים געשטופּלט, װי אַ רעשעטע.

קײן נדן האָט עוזר דער שמשׂ נישט געהאַט אױף צו געבן, איז קרײנדל נעבעך פֿאַרזעסן, נישט געװען פֿאַר איר קײן חתן.

האָט עוזר דער שמשׂ געװאָרפֿן אַן אױג אױף אײנעם פֿון די צװײ בית־מדרש־בחורים, אױף מנשהן און אױף פּיניען.

עוזר דער שמשׂ האָט זיך געשלאָגן מיט דער דעה, װעמען פֿון די צװײ זאָל ער אױסקלײַבן פֿאַר אַ חתן פֿאַר זײַן טאָכטער קרײנדל.

מנשה איז אַ געזונטער יונג, אַ האָרעפּאַשנער, איז ער אָבער אַ גאָרנישט מיט אַ נישט, אַ נאַשער, אַן אױסברענגער; און פּיניע איז אַ שטילער בחור, אַן אײַנגעהאַלטענער, היט אָפּ אַ גראָשן, איז ער אָבער אַ קאַליקע.

בײַ עוזר דעם שמשׂ איז דער גורל געפֿאַלן אױף פּיניען, די שמשׂטע האָט אױך געהאַלטן בעסער פֿון פּיניען: דערפֿאַר װאָס פּיניע פֿלעגט זי „פֿאָלגן אַ גאַנג“, העלפֿן ערבֿ שבת אַרױסטראָגן די פּאָמעניצע, ברענגען זאַמד פֿון אונטערן באַרג, װאָס בײַם בית־המדרש, און פֿאַרשמירן טשאָלנט.

מנשה פֿלעגט איר אױך העלפֿן אַן אַרבעט, און װאָס מנשה האָט אָפּגעטאָן אין דרײַ מינוט, האָט פּיניע נישט געקאָנט אָפּטאָן אין אַ טאָג; איז אָבער דערפֿאַר מנשה אַ גרױסער עזות־פּנים. אַז מע זאָגט אים: „אַנו, טראָג נאָך אַרײַן אומיסטנע אַן עמער װאַסער“, ― ענטפֿערט ער: „און אַלײן זײַט איר קלײן?“

דערפֿאַר האָט אָבער קרײנדלען מער געצױגן צו מנשהן, װי צו פּיניען מיט די קרומע פֿיס ― און ס'איז נאָך קײן חידוש נישט: דער איז פֿאָרט אַ יונג מיט בײנער, און יענער ― פֿאָרט אַ קאַליקע.

דער „קאַליקע“ האָט אָבער נישט געדרעמלט. ער האָט אָנגעװענדט אַלע זײַנע כּוחות, ער זאָל אױסנעמען מער פֿון מנשהן.

ערשטנס, האָט ער זיך תּמיד געדרײט פֿאַר די אױגן, פֿלעגט זיך טײלן מיט לעקעך נאָך אַ חתונה, אַלעמאָל אױסלײַען דעם שמשׂ און דער שמשׂטע עטלעכע גראָשן אונטער אַ שבת; אָפּנעמען ― און װײַטער אױסלײַען.

אונטער אַ יום־טובֿ, אַז מע האָט באַדאַרפֿט האָבן נײטיק אױף שיך, טאַקע פֿון קרײנדלס װעגן, האָט פּיניע אױסגעליִען אַ קערבל אָדער צװײ אױף אױסצאָלן.

בקיצור, פּיניע האָט זיך „אײַנגעקױפֿט“ צום שמשׂ אין שטוב אַרײַן, אַרײַן מיט די פֿיס אין האַרצן, און איז געװאָרן אַ הײמישער מענטש.

מנשה האָט דאָס געװוּסט, און עס האָט אין אים געברענט אַ פֿײַער. מנשה האָט אַלײן געהאַט אַן אױג אױף קרײנדלען, און קרײנדל ― אױף מנשהן. און סע קאָן זײַן, זײ האָבן זיך אפֿשר געגעבן אײנס דאָס אַנדערע דאָס װאָרט ― װער קאָן דאָס װיסן?

אפֿשר האָבן זײ זיך אַ מאָל דורכגעװאָרפֿן מיט אַ פּאָר װערטער, בשעת די פּאָמעניצע אַרױסטראָגן?

― ער קריכט נאָך אַלץ, דער קרומאַק?

― לאָז ער קריכן ― װער הערט אים?

― און דער טאַטע דײַנער? און די מאַמע? ― װאָס װעלן זײ זאָגן?

― געזונטערהײט; לאָזן זײ זיך מיט אים האַלטן!…

און אפֿשר האָבן זײ זיך אין אַ ליכטיקער נאַכט, זומער איז דאָס געװען, בײַ דער שײַן פֿון דער לבֿנה באַגעגנט, כּלומרשט אומגעריכט אין שול־הױף, און האָבן זיך צערעדט און האָבן זיך געקװעטשט אײנס דאָס אַנדערע פֿאַר די הענט, און קרײנדלס אױגן האָבן געבלישטשעט, און דאָס געשטופּלטע פּנים האָט געשײַנט, און די הענט זײַנען איר געװען הײס, װי פֿײַער?

― װאָס איז בײַ דיר אַזאַ װאַרעמע האַנט, קרײנדל?

― פֿאַרװאָס זאָל זי זײַן קאַלט, מנשה?

― װעסט זײַן מאָרגן אין דער צײַט אָט דאָ אױפֿן אײגענעם אָרט?

― פֿאַרװאָס נישט?

און אפֿשר האָבן די נאַכטפֿײגל מיט די פֿלעדערמײַז פֿון מאַזעפּעװקע געהערט אַ קוש אין שול־הױף, אַ שטילן קוש, און האָבן געמאַכט אַ שװײַג? און די שטערן מיט דער לבֿנה האָבן געזען אַ בחור מיט אַ מײדל אין שול־הױף האַלטן זיך פֿאַר די הענט, און האָבן געמאַכט אַ שװײַג?

ערבֿ זײַן קאָן איך אײַך נישט; עפּעס איז דאָרטן געװעזן. װאָרעם פּיניע האָט אָנגעהױבן שטאַרק נאָכקוקן נאָך זײַן חבֿר מנשה, און מנשה האָט געטראָגן אַ שׂינאה אױף זײַן חבֿר פּיניע, טיף פֿאַרבאָרגן בײַ זיך אין האַרצן, און פּורים, בשעת אונדזערע צװײ בית־המדרש־בחורים האָבן זיך באַגעגנט מיט די שלח־מנותן אין דער בלאָטע, האָט זיך די שׂינאה אַרױסגעװיזן, און ס'איז פֿאָרגעקומען צװישן די צװײ אַזאַ מין סצענע.

ד

― אַנו, װײַז נאָר װיפֿל האָסטו הײַנטיקן טאָג געמאַכט פֿונעם שלח־מנות טראָגן? ― אַזױ האָט זיך אָנגערופֿן מנשה צו זײַן חבֿר פּיניע.

― נו, און דו װיפֿל האָסטו געמאַכט? ― זאָגט צו אים פּיניע און כאַפּט זיך מיט דער האַנט בײַ דער קעשענע.

― אַ פּאָר קערבלעך, ― זאָגט מנשה און באַװײַזט אים זײַן ביסל מינץ.

― און איך האָב געמאַכט אַ סך װינציקער! ― מאַכט פּיניע און לײגט אַרײַן די האַנט אין בוזעם־קעשענע און נעמט אַרױס פֿון דאָרטן אַ פֿולע האַנט מיט מינץ און מיט זילבער און קוקט דערױף װי אױף אַ ליב קינד, אַ טײַער קינד.

פּלוצעם טוט אים מנשה אַ זעץ איבער דער האַנט פֿון אונטן אַרױף ― און דאָס גאַנצע געלט האָט זיך אַרױסגעשאָטן אױף דער ערד, אין דער טיפֿער בלאָטע אַרײַן, נישט אַרױסגעזען זיך אײן מטבע אַפֿילו.

בײַ פּיניע דער אַלמנהס האָט זיך אַרױסגעריסן פֿונעם האַרצן אַ שרעקלעכער „אױ“ מיט אַ געװײן, אַ יאָמערלעך געװײן„― און בײַ מנשה דעם בחור ― אַ געלעכטער, אַ װילדער געלעכטער.

און בכדי די מטבעות זאָלן אַרײַן טיפֿער אין דער בלאָטע אַרײַן, האָט מנשה מיט די געזונטע פֿיס גענומען טאַנצן, לאַכן און זינגען בשעת־מעשׂה:

שׂשׂון־ושׂימחה!
אור ליהודים!

און פּיניע האָט נישט אױפֿגעהערט צו יאָמערן און צו קלאָגן:

― װײ איז מיר! װײ איז מײַן װעלט! דאָס גאַנצע געלט, אפֿשר דריטהאַלבן קערבלעך! דו רוצח, דו גזלן, דו משומד אײנער! װאָס האָסטו געהאַט צו מיר? װײ איז מיר, װינד איז מיר!…

און פּיניע איז צוגעפֿאַלן מיטן פּנים צו דער ערד, װי מע פֿאַלט־צו צו אַ טױטן, אַרומגענומען די בלאָטע מיט בײדע הענט און געװײנט און געיאָמערט:

― װײ איז מיר! װינד איז מיר! אַזאַ טאָג, פֿון גאַנץ פֿרי אָן מיט די קראַנקע פֿיס! אפֿשר דריטהאַלבן קערבלעך!…

און מנשה האָט נישט אױפֿגעהערט צו לאַכן, צו טאַנצן און צו זינגען:

שׂשׂון־ושׂימחה!
אור ליהודים!

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

אין אַ קורצער צײַט אַרום איז געװען אין מאַזעפּעװקע אַן אָרעמע חתונה, װאָס די שטאָט־בעלי־בתּים האָבן זיך שטאַרק מתעסק געװען אין איר; עוזר דעם שמשׂס טאָכטער האָט גענומען אַן אָרעם בחור, דער חתן איז אַ קרומער אױף בײדע פֿיס! דערפֿאַר איז אָבער די כּלה נעבעך גוט מיאוס, און נישט אַזױ מיאוס, װי געשטופּלט. בעלי־בתּים האָבן זיך צונױפֿגעלײגט און געפּראַװעט דעם שמשׂ אַ גאַנץ פֿײַנע חתונה; געשטעלט ביר און בראָנפֿן אַ סך און געהוליעט אַ גאַנצע נאַכט.

די גאַנצע שטאָט איז געװען אױף דער חתונה. נאָר אײן מנשה דעם בחור האָט מען עפּעס נישט געזען.

מנשה איז פֿון נאָך יענעם פּורים אָן װי נעלם געװאָרן.

קײנער פֿרעגט זיך אױף אים נישט נאָך, און קײנעם גײט ער נישט אָפּ.

איך מײן, אַז עוזר דער שמשׂ האָט אים אַרױסגערײכערט.

און אפֿשר איז ער אַלײן אַװעק?…

געשריבן אין יאָר 1903
אַפֿיקומן

אַ ראָמאַן אין פֿיר טײלן, מיט אַ פּראָלאָג און מיט אַן עפּילאָג, געשריבן לכּבֿוד פּסח

פּראָלאָג

אָ, אַפֿיקומן. אָ, דו אַרױסגעגנבֿעטע האַלבע מצה פּסח צום סדר פֿון אונטערן טאַטנס קישן! דער אַלטער שײנער מינהג פֿון פֿאַרצײַטן ! װיפֿל מאָל האָסטו געמאַכט יונגע הערצלעך קלאַפּנדיק, קלײנע הענטלעך ציטערנדיק און גרױסע ערנסטע מענטשן לאַכנדיק! װער װאָלט זיך עס ריכטן, אַ שטײגער, אַז אַזאַ קאַטאָװעסדיקער מינהג, װאָס איז באַשאַפֿן געװאָרן, דאַכט זיך, נאָך אױף לצנות, זאָל פֿירן צו גאַנץ ערנסטע רעזולטאַטן? װער װאָלט זיך עס ריכטן, אַ שטײגער, אַז אַן אַרױסגעגנבֿעט שטיקל אַפֿיקומן זאָל אַרױסראַטעװען אַ יונג פּאָרל, װעמענס הערצער זײַנען געװען מסוכּן אָנגעגריפֿן דורך דער ערשטער הײליקער ליבע, פֿון אַ גרױסן אומגליק?… אַזאַ גליקלעכער צופֿאַל פֿאַרדינט באמת, מע זאָל אים װידמענען אַ ראָמאַן אין פֿיר טײלן מיטן גרעסטן כּבֿוד, איבערלאָזנדיק יעדן אײנציקן, ער זאָל זיך דערפֿון אָפּלערנען דעם מוסר, װאָס ער װיל און װאָס אים דאַכט זיך אױס, אַז דאָס מײנט מען…

ערשטער טײל

רב יאָסעלע װינאָקור, דער גוראַלניק פֿון זשידיװסקעжидивске: ייִדישער גרעבליע, האָט געהײסן אײַנשפּאַנען די שפּאַקעס, האָט זיך אױפֿגעזעצט אױף דער געלער נאַטעטשאַנקע און האָט אַ זאָג געגעבן צום קוטשער:

― װאַינקאַ, פּאַשאָל!