פֿון כּתרילעװקע: דרײַ לוחות

שלום עליכם ( אַלע װערק)

פֿאַרװאָס איז דער באַרימטער טאָלמאַטשאָװ געװאָרן אַ שׂונא־ישׂראל? ―

דערצײלט פֿון אַן אַדעסער ייִדישן ראַזנאָשטשיק, װאָס פֿאַרקױפֿט ייִדישע

גאַזעטן און האַנדלט־אונטער בשתּיקה מיט „אינטערעסנע אָטקריטקעס“ פֿון פּאַריז. ― איבערגעגעבן טאַקע מיט זײַן לשון.

― איר פֿרעגט, װי קום איך אַ ייִד, אַ טאַטע פֿון קינדער, צו האַנדלען מיט אַזאַ טריפֿה סחורה, זאַפּרעשטשאָנע טאָװאַר, „אינטערעסנע אָטקריטקעס“ פֿון פּאַריזש? ― דאָס האָב איך אים צו פֿאַרדאַנקען, נאָר אים ― אונדזער טאָלמאַטשאָװן ימח שמו! איצט, אַז ס'איז שױן אַװעקגעגאַנגען אַזאַ צײַט און טאָלמאַטשאָװ איז אױס טאָלמאַטשאָװ און אַדעס איז שױן װידער אַדעס, מעג מעג שױן, דאַכט זיך, דערצײלן דעם גאַנצן אמת, פֿון װאַנען נעמט זיך עס, װאָס אונדזער טאָלמאַטשאָװ איז געװען אַזאַ שׂונא ישׂראל? איך האָב מורא, אַז איך, װי איר קוקט מיר אָן, האָב אין דעם אַ גרױסן חלק, אױב ס'איז ניט אינגאַנצן איבער מיר! אַיאָ, ס'איז אײַך אודיװיטעלנע, װי קום איך, אַ ייִד אַ ראַזנאָשטשיק, װאָס פֿאַרקױפֿט ייִדישע גאַזעטן בשתּיקה, װאָס האַנדלט אונטער מיט „אינטערעסנע אָטקריטקעס“ פֿון פּאַריזש, װי קום איך צו גענעראַל טאָלמאַ־טשאָװ? און װאָס פֿאַר אַ מחותּן בין איך װאָאָבשטשע מיט גענעראַלן? נאָר די מעשׂה איז, פֿאַרשטײט איר מיך, װאָס יעדער „װאַרום“ האָט זיך זײַן „דאַרום“ און װאָס אַ ייִד איז אַ ייִד… אױב איר האָט צײַט, װעל איך אײַך עפּעס דערצײלן, װעט איר הערן אַ שײנס.

דאָס איז געװען, פּונקט אַזױ װי הײַנט, חול המועד סוכּות איז דאָס געװען, טאַקע דאָ אין אַדעס, שױן היפּשע עטלעכע יאָר אַװעק, אַדעס איז נאָך געװען װאָאָבשטשע אַדעס, מע האָט נאָר נישט געװוּסט פֿון קײן טאָלמאַטשאָװ צו זאָגן, און אַ ייִד האָט זיך געקאָנט פֿראַנק און פֿרײַ אַרומטראָגן איבער דער גאַס מיט ייִדישע ספֿרים און ביכלעך אַף צו פֿאַרקױפֿן. קײן ייִדישע גאַזעטן איז נאָך דעמאָלט ניט געװען אַזױ פֿיל װי הײַנט, נאַפּרימער, און מע האָט פֿאַר קײנעם קײן מורא ניט געהאַט, און קאָנטרע־באַנדעװען מיט אינטערעסנע אָטקריטקעס פֿון פּאַריזש האָט מען אױך נישט באַדאַרפֿט, בין איך מיר אַרומגעגאַנגען מיט מײַן ביסל סחורה, סידורימלעך, מחזורימלעך און לוחות לכל השנה, אַף דער לאַנדזשעראָ־נאָװסקי און אַף דער קאַטערינענסקי, נעבן פֿאַנקאָנין, דאָרט װוּ מען קאָן כאַפּן אַ ייִדן, דאָרט װוּ עס דרײען זיך אַרום אַלע בירזשעװיקעס און מעקלערס און װאָאָבשטשע אַלערלײ ייִדן, אױסגעקוקט, טאָמער װעט גאָט צושיקן עפּעס פּדיון. שפּאַציר איך מיך, הײסט עס, אײנמאָל אַזױ, װי איר קוקט מיך אָן, אַפֿן טרעטאַר נעבן פֿאַנקאָנין, דאָרט װוּ אונדזערע אַדעסער בירזשעװיקעס רײַבן די פּאַדעשװעס, און טראַכט ― װוּ נעמט מען אַ פּאָקופּאַטעל אַפֿן ביסל לוחות, װאָס איז מיר פֿאַרבליבן? מע האָט שױן אָפּגעבלאָזן שופֿר, מע האָט שױן אָפּגעפֿאַסט יום־כּיפּור, אָט באַלד, אָקערשט װי מע זעט ניט, װעט שױן דער סוכּות אױך אַװעקעט און איך האָב נאָך מײַן ביסל רעשט אַלץ ניט פֿאַרקױפֿט, און גאָט װײס, אױב איך װעל עס שױן גאָר פֿאַרקױפֿן, װאָרעם דאָס איז אַזאַ סחורה, װאָס טאָמער בלײַבט עס אַף נאָך יום־טובֿ, איז כאָטש נעם און שענק עס אַװעק אַ גױ. צו װאָס טױג, נאַפּרימער, אַ פּראָסטראָטשעטער לוח? און איך האָב אַזש דרײַ אַזעלכע פּראָסטראָטשעטע לוחות, פֿאַרבליבן פֿון ערבֿ ראש השנה. געהאַט אַ מאה, האָב איך זײ צעשטעקט טאַקע אָט דאָ אַף דער גאַס, צום מײנסטן צװישן די בירזשעוױקעס, ― ייִדן װאָאָבשטשע עפּעס ניט אַזעלכע אַי־אַי־אַי, האַלטן ניט אַזױ שטאַרק פֿון ייִדישע ספֿרים, נאָר אַ לוח אַ ייִדישן לכל השנה ― דאָס איז אַפֿילו פֿאַר אַ בירזשעװיק אױך אַמאָל אַ סחורה. מען דאַרף װיסן װען פֿאַלט אױס פּסח, װען האָט מען יאָר־צײַט ― אַ ייִד איז אַ ייִד.

און שפּאַצירנדיק אַזױ, שטעל איך מיך אָפּעט נעבן פֿאַנקאָנין און באַקוק די חבֿרה בירזשעװיקעס, װאָס לױפֿן הין און צוריק ― איך קען זײ שױן אַלעמען אױסגעבונדן ― און טראַכט מיר: װעמען לײגט מען פֿאָר דאָס רעשטל, אַז זײ זײַנען אַלע אָבעזפּעטשעט פֿון מיר מיט לוחות לכל השנה, דאַכט זיך, ניט דורכגעלאָזט קײנעם? און אַזױ װי איך שטײ מיר און טראַכט, דערזע איך באַ אַ טישל באַ פֿאַנקאָנין, פֿאָרנט, אין דרױסן־צו, זיצט אַ גענעראַל מיט פּאַליעטן, דרײט מיט אַ לעפֿעלע אין גלאָז קאַװע און נעבן אים שטײט אַ „קראַסנע שאַפּאָטשקע“, פֿון די, װאָס פֿאָלגן אַ גאַנג, און דער גענעראַל זאָגט אים עפּעס אָן נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל, און יענער, די קראַסנע שאַפּאָטשקע הײסט עס, ענטפֿערט אים אַף אַלצדינג: „סלושאַיוס, װאַשע פּרעװאָסכאָדיטלסטװאָ!“, טראַכט איך מיר: װאָס קאָן ער אים אָנזאָגן אַזעלכעס, דער גענעראַל הײסט עס? און נעם, װי איר קוקט מיך אָן, און רוק מיך צו אַביסל נענטער צום גענע־ראַלס טישל, קוק כּלומרשט אין אַ זײַט, אַ ייִד איז אַ ייִד, און איך הער, װי דער גענעראַל זאָגט צו אים, צו דער „קראַסנע שאַפּאָטשקע“ הײסט עס, אַ גױעשער קאָפּ אײנציקע װערטער, צעקײַט און לײגט אים אַרײַן אין מױל אַרײַן: „געדענק־זשע, זאָגט ער, װאָס מע רעדט צו דיר, זאָלסט גײן צו מיר אַהײם, אַף דער כערסאָנסקי נומער דרײַ, זאָגט ער, און זאָלסט זאָגן, זאָגט ער, דער גענעראַלשע, אַז הײַנט עסט באַ אונדז װאַרעמעס דער גראַף מוסין־פּושקין. געדענק־זשע, זאָגט ער, זאָלסט ניט פֿאַרגעסן ― כערסנאָסקי נומער דרײַ און דער גראַף מוסין־פּושקין!“, און יענער, די „קראַסנע שאַפּאָטשקע“ הײסט עס, שטײט פֿאַר אים אױסגעצױגן, װי אַ סטרונקעלע, און מע הערט פֿון אים מער ניט, נאָר „סלו־שאַיוס“ און „סלושאַיוס“! און אַז יענער לאָזט זיך שױן גײן, שרײַט אים נאָך דער גענעראַל נאָך אַ מאָל! „געדענק־זשע כערסאָנסקי נומער דרײַ, גראַף מוסין־פּושקין!“ ― און װיל זיך נעמען צו דער קאַװע, דערזעט ער מיך, װי איך שטײ נעבן אים גאָר נאָענט און קוק אים אַרײַן אין גלאָז אַרײַן, נישט צו מײנען דערבײַ חלילה קײן זאַך, נאָר װאָאָבשטשע, גלאַט אַזױ, ― אַז ער הײבט ניט אױף אַף מיר אַ קאָל און נעמט מיר דורך מיט די אױגן: „טיעבע טשעװאָ נאַדאָ?“ ― װאָס דאַרף איך הײסט עס. טראַכט איך מיר: װאָס איך דאַרף װעסטו מיר ניט געבן; און אפֿשר, האַ?… אַ ייִד איז אַ ייִד, װאָס שטעל איך דאָ אײַן? און איך נעם, װי איר קוקט מיך אָן, און טו אים אַ זאָג: „װאַשע פּרעװאָסכאָדיטעל־סטװאָ! קױף באַ מיר אַ לוח, אַ קאַלענדאַר הײסט עס“. קוקט ער מיך אָן: „װאָס פֿאַר אַ לוח?“, זאָג איך: „אַ ייִדישער לוח“. קוקט ער מיך שױן אָן גאָר װי אַ משוגענעם: „צו װאָס דאַרף איך אַ ייִדישן לוח?“ זאָג איך: „צו װאָס דו דאַרפֿסט װײס איך ניט, נאָר איך דאַרף, זאָג איך, אַף יום־טובֿ, ס'איז באַ מיר פֿאַרבליבן, זאָג איך, דרײַ. קױף, זאָג איך, װאַשע פּרעװאָסכאָדיטעלסטװאָ“… און אין האַרצן טראַכט איך מיר: „שײן װעט זײַן, אַז ס'װעט גײן אַ גאַנג און ער װעט זיך הײסן געבן אַ ייִדישן לוח לכל השנה!…“

און כּך הװה: װי איך האָב נאָר אױסגערעדט דאָס װאָרט „פּרעװאָס־כאָדיטעלסטװאָ“, אַז ער טוט ניט אַ קוק אַף מיר ― ,,פּאַשאָל װאָן!“ דאָס גאַנצע בלוט איז מיר פֿאַרקילט געװאָרן און, װי איר קוקט מיך אָן, האָב איך געגעבן אַ נעם דאָס פּעקל, אַ ייִד איז אַ ייִד, און װיל שױן מאַכן נאַ ליעװאָ קרוגאָם, דערהער איך פּלוצעם װי ער מאַכט צו מיך: „סטופּאַי סיודאַ!“ ― איך זאָל גײן הײסט עס צוריק. העלפֿט זיך ניט. גײ איך צו צוריק, הײסט ער זיך װײַזן אַ לוח. גײ איך און װײַז אים אַ לוח. פֿרעגט ער, װאָס קאָסט דער לוח? זאָג איך אים װאָס קאָסט דער לוח. נעמט ער דעם לוח און באַצאָלט מיר פֿאַרן לוח, נישט געדונגען זיך, נישט גערעדט, נישט גאָר־נישט! װי געפֿעלט אײַך אַ גענעראַל? מעגן ניט זײַן פֿאַר אים די כּפּרה דרײַ בירזשעװיקעס?

― האָבן מיר שױן, הײסט עס, אַ פּעטשאַטעק! ― טראַכט איך מיר, נעם דאָס פּעקל און לאָז מיך גײן. ― אַ פּעטשאַטעק איז טאַקע זײער גוט, נאָר װאָס טוט מען װײַטער? װוּ נעמט מען נאָך אַ צװײ גענע־רעלע אַזעלכע, װאָס מע זאָל קענען אָפּזעצן באַ זײ דאָס איבעריקע ביסל סחורה, די לעצטע צװײ לוחות הײסט עס? און עס פֿליט מיר דורך אַ געדאַנק ― אַ ייִד איז אַ ייִד: למאַי האָב איך אים ניט פֿאָרגעלײגט נאָך אַ לוח? דעם דאָזיקן גענעראַל װאָלט דען ניט אָנגעשטאַנען צו האָבן צװײ לוחות לכל השנה? אַי, װאָס װעט ער טאָן מיט צװײ ייִדישע לוחות? למאַי װאָס װעט ער טאָן מיט אײן ייִדישן לוח?… און אָט אַזױ טראַכטנדיק, איז מיר דורכגעפֿלױגן אַ נײַער געדאַנק ― איך האָב מיך דערמאָנט, װי ער האָט ניט לאַנג אָט דאָ אײַנגעטענהט מיטן גױ עטלעכע מאָל: „גענעראלשאַ… כערסאָנסקי נומער דרײַ… גראַף מוסין־פּושקין…“ װי איך בין אַ ייִד, דאָ קאָן זײַן פּדיון אַף נאָך אַ לוח!… „זײַ נאָר ניט קײן שלימזלניק, אַבראַם מאַרקאָװיטש (אַזױ רופֿט מען מיך נאָכן טאַטן מאיר אַנשל), און קױ זשעליעזאָ ― כאַפּ אַרײַן אַ פּאָקופּאַטעל!“ ― אַזױ האָב איך געזאָגט צו מיר אַלײן, און ניט לאַנג געטראַכט, האָב איך מיך, װי איר קוקט מיך אָן, געגעבן אַ נעם פֿון דער קאַטערינינסקי אַף דער דעריבאַסאָװסקי, פֿון דער דעריבאַסאָװסקי אַף דער פּרעאָבראַ־זשענסקי און פֿון דער פּרעאָבראַזשענסקי אַף רער סאַדאָװע, און פֿון דאָרטן גלײַך איבער דער יעליסאַװעטינסקי אַף דער כערסאָנסקי. געקומען אַף דער כערסאָנסקי און גענומען זוכן אַ נומער דרײַ ― ס'איז דאָ, װי איך ביז אַ ייִד! און נאָך װאָס פֿאַר אַ נומער דרײַ ― אַ מױערל אַ דװאָכע־טאַזשנע, אַן אָסאָבניאַק! גוט. װאָס־זשע טוט מען װײַטער? דאַרף מען, הײסט עס, געבן אַ צי באַם גלעקל און זיך נאָכפֿרעגן אַף דער גענעראַלשע? און איך נעם זיך צום גלעקל און טו אַ קלונג און טראַכט מיר: דאָס װעט זײַן שײן, אַז ס'װעט אַרױס אַ סאָלדאַט, און אפֿשר נאָך מיט אַ הונט, װעט מיר געבן דעם װעג און נאָך אָנרײצן אַף מיר דעם הונט ― מער פֿעלט מיר נישט! און כּך הװה. עס גײט אַװעק אַ מינוט און צװײ און דרײַ. איך שטײ און שטײ ― קײנער יאַװעט זיך ניט. טראַכט איך מיר: אַף מײַן שלימזל באַדאַרף קײנער ניט זײַן אינדערהײם… און אפֿשר איז דאָס גלעקל נאָר־װאָס קאַליע געװאָרן? מע דאַרף פּרוּװן נאָכאַמאָל. און איר נעם, װי איר קוקט מיך אָן, און דאַװאַי קלינגען אײנס, צװײ, דרײַ ― עפֿנט זיך ניט די טיר און עס שפּרינגט אַרױס אַ שיקסע מיט אַ באַרשט: „שטאָ נאַדאָ?“ װיל איך מאַכן פֿיס, נאָר איך פֿאַרכאַפּ מיך ― אַ ייִד איז אַ ייִד ― און רוף מיך אָן צו איר: „איך דאַרף האָבן, זאָג איר, צו דער גענעראַלשע באַדאַרף איך, ליטשנאָ צו איר, זאָג איך“… קוקט זי מיך אָן, װי אײנער רעדט: װאָס איז דאָס פֿאַר אַן אָנשיקעניש! און גײט און פֿאַרהאַקט די טיר גלײַך מיר אונטער דער נאָז, זי זאָל עס מיר זאָגן אַ װאָרט אַפֿילו ― אַ שײנער ברוך־הבאָ! און אפֿשר װעט זי זיך יאַװען נאָכאַמאָל? אָדער זי װעט אַרױסשיקן דעם סאָלדאַט מיטן הונט? אַזױ טראַכט איך מיר און האָב חשק מאַכן אַן אָפּטריט, נאָר אַז איך בין שױן דאָ און האָב שױן אָנגעקלונגען, איז פֿאַרפֿאַלן. און כּך הװה ― עס גײט ניט אַװעק קײן האַלבע מינוט, עפֿנט זיך די טיר און עס באַװײַזט זיך אַ פּריצטע, אַ יונגע, אַ שײנע, בלוט און מילך. זאָל עס זײַן זי די גענעראַלשע הײסט עס? איז זי צו יונג. דערװײַל די צײַט שטײט ניט, מאַכט זי צו מיר: „שטאָ נאַדאָ?“ טראַכט איך מיר, װאָס טוט מען װײַטער? זאָגן איר „װאַשע פּרעװאַסכאָדיטעלסטװאָ“ ― איז גוט, אױב זי איז די גענעראַלשע. װי־זשע איז אָבער טאָמער ניט ― פֿאַר װאָס קומט איר פּרעװאָסכאָדיטעלסטװאָ? נאָר אַ ייִד איז אַ ייִד, פֿאַל איך אַף אַן עצה און באַגײ מיך גאָר אָן אַ שום פּרעװאָסכאָדיטעלסטװאָ, און הײב אָן גלײַך פֿונעם עסק: „אַזױ און אַזױ, זאָג איך, דער גענעראַל האָט באַ מיר געקױפֿט, זאָג איך, אַ לוח, אַ קאַלענדאַר הײסט עס, און האָט מיר געבעטן, געהײסן הײסט עס, איך זאָל דעם לוח, דעם קאַלענדאַר הײסט עס, אָפּטראָגן אַהײם אַף כערסאָנסקי נומער דרײַ, און דאָ װעט מען מיר באַצאָלן; נאָר טאָמער װעט מען מיר ניט װעלן גלײבן, זאָל איך, האָט מיר דער גענעראַל געהײסן זאָגן אַ סימן, זאָג איך, אַז הײַנט עסט דאָ װאַרעמעס דער גראַף פּוסין מושקין…“ צעלאַכט זי זיך, די גענעראַלשע הײסט עס: „ניט פּוסין מושקין, נאָר מוסין פּושקין“… טראַכט איך מיר: װיבאַלד דו לאַכסט, ביסטו פֿון מײַנע פּריצטעס. און איך רוף מיך אָן צו איר: „באַ מיר האָסטו געפּועלט, זאָג איך, פּוסין מושקין, מושקין פּושקין ― אַבי, זאָג איך, דער סימן איז אַ סימן“… און איך גײ און דערלאַנג איר דעם לוח. נעמט זי דעם לוח און באַטראַכט דעם לוח פֿון אַלע זײַטן, און פֿרעגט מיך, װאָס קאָסט דער לוח? זאָג איך איר װאָס קאָסט דער לוח. נעמט זי דעם לוח און באַצאָלט מיר פֿאַרן לוח, געזעגנט זיך אָפּ מיט מיר און נאָך מיט אַ שמײכל ― אַ גוטן טאָג הײסט עס. געפֿעלט אײַך אַ פּריצטע? ניט קײן פּריצטע, נאָר אַ גאָלד! פֿאַר איר מעגן שױן זײַן די כּפּרה נישט קײן דרײַ בירזשעװיקעס, נאָר טאַקע גאַנצע דרײַסיק! בין איך פּטור געװאָרן הײסט עס, פֿון אַ רעשטל, געבליבן אינגאַנצן מיט אײן לוח. מעג מען שױן גײן אַהײם עסן װאַרעמעס, צי נײן?

אָפּגעגעסן װאַרעמעס און אױסגערוט זיך אַביסל, טאָרעט עס מיר װידער אַמאָל. אמת טאַקע געפּטרט דעם גרעסטן רעשטל, געבליבן אינגאַנצן מיט אײן לוח, נאָר פֿונדעסטװעגן גלוסט זיך פֿון דעם אײנעם אױך פּטור װערן. װאָרעם צו װאָס טױג אַן אַלטער לוח, אַ פּראָסטראָטשעטער? מע באַדאַרף פּטור װערן פֿונעם לוח! נאָר װי אַזױ װערט מען פּטור פֿון אַ לוח, אַז דער גרעסטער טײל בירזשעװיקעס זײַנען שױן אָבעזפּעטשעט מיט לוחות? נײן, מע באַדאַרף זיך דורכגײן איבער דער שטאָט נאָכאַמאָל און נישט לאַנג געטראַכט, נעם איך דאָס פּעקל און לאָז מיך גײן גלאַט אַזױ, װאָאָבשטשע. און מחמת איך בין שױן געװױנט געװאָרן צו דער לאַנדזשעראָנאָװסקי און צו דער קאַטערינינסקי, טראָגן מיך שױן די פֿיס אַלײן גלײַך אַהינצוצו, דאָרטן װוּ די בירזשעװיקעס רײַבן פּאַדעשװעס ― װוּהין דען זאָל מען גײן? ― טאָמער װעט גאָט פֿאָרט צושיקן עפּעס אַ פּאָקופּאַטעל ― אינגאַנצן אײן שטיקל לוח! און, װי איר קוקט מיך אָן, דרײ איך מיך אַרום הין און צוריק, װי אַן אומרו, באַטראַכט די בירזשעװיקעס, װי זײ לױפֿן דאָ אַרום, װי די פֿאַרסמטע מײַז, זוכן אַ קערבל צו פֿאַרדינען ― יעדער זוכט אַ פֿאַרדינסטל. דערװײַל, אַזױ װי איך דרײ מיך דאָ, דערזע איך פֿון דערװײַטן באַ פֿאַנקאָנין, װידער אַ גענעראַל און װידער אין פּאַליעטן! טראַכט איך מיר: „אָט דאָס װעט זײַן שײן, אױב גאָט האָט מיר צוגעשיקט אַ פֿרישן גענעראַל, אַ פּאָקופּאַטעל אַפֿן לעצטן לוח!“ און עס פֿליט מיר דורך אַ געדאַנק: ס'איז אפֿשר אַן עבֿירה װאָס איך האָב מער ניט אַן אײן לוח, װאָרעם װיבאַלד אַז גענערעלע װעלן אָנהײבן קױפֿן ייִדישע לוחות, קאַלענדאַרן הײסט עס, מעגן שױן דעמאָלט זײַן די כּפּרה אַלע בירזשעװיקעס מיט דער גאַנצער בירזשע!

און אַזױ װי איך טראַכט מיר אָט דאָס, איך גיב אַ קוק ― כּך הװה: ס'איז טאַקע מײַן גענעראַל! איך האָב אים, װי איר קוקט מיך אָן, באַלד דערקענט! ער מיך האָט אָבער, אַפּנים, אױך דערקענט. פֿון װאַנען װײס איך עס? איך האָב געזען װי ער האָט זיך געגעבן אַ הײב־אױף פֿונעם בענקל און אַ װײַז מיטן פֿינגער גלײַך אַף מיר. שלעכט, װאָס טוט מען? מער גײט מיר ניט אָפּעט, נאָר האָבן צו טאָן מיט גענערעלע! און איך האָב אָנגעהױבן װי איר קוקט מיך אָן, שטעלן פֿיס, אָבער טאַקע װי עס געהער צו זײַן! איך האָב אױסגערעכנט פֿריִער, אַז מיט אַזאַ שטעלן פֿיס װעל איך אין צװײ מינוטן זײַן אַף דער דריטער גאַס. און כּך הװה: ס'איז נישט אַװעקגעגאַנגען קײן האַלבע מינוט, הער איך עמעצער לױפֿט מיר נאָך פֿון הינטן און שרײַט צו מיר, איך זאָל שטײן בלײַבן. װער זאָל דאָס זײַן? ניעוּזשעלי ער אַלײן, דער גענעראַל, הײסט עס? אַ בעלנות פֿון אַ גענעראַל! און זע נאָר, װאָס דאָ טוט זיך ― אַ ייִד האָט פֿאַרקױפֿט אַ איבעריקן לוח לכל השנה ― קערט זיך די װעלט! גענערעלע לױפֿן אים נאָך! שלעכט, װאָס טוט מען? לאָזן זיך לױפֿן נאָך שטאַרקער ― טאָמער טוט ער אַ פֿײַף, און עס לױפֿן אָן גאָראָדאָ־װאָיעס. נאָך דאָס פֿעלט מיר ― מע זאָל מיך אַרעסטירן! זאָל איך בלײַבן שטײן ― טאָמער טוט ער מיך אַ כאַפּ מיטן צװײטן לוח ― איך האָב אָפּגענאַרט די גענעראַלשע? אַמער, װעל איר זיך מאַכן ניט װיסנדיק, גלײַך װי נישט מיך מײנט מען, איך װעל מיר גײן, װי איך בין געגאַנגען, דאָס הײסט, נישט געלאָפֿן, נישט געגאַנגען פּאַװאָליע, נאָר געשפּאַנט, װי אַ מענטש, װאָס איז פֿאַרנומען מיט זײַן זאַך. אַי טאָמער יאָגט ער מיך אָן און פֿרעגט מיך, װאָס לױף איך? װעל איך אים זאָגן, אַז ס'איז באַ מיר אַזאַ גאַנג. און כּך הװה: ער האָט מיך טאַקע אָנגעיאָגט! איז דאָך שלעכט, אַיאָ? װעט איר הערן װאָס גאָט קאָן! אָנגעיאָגט ― העלפֿט שױן נישט. שטעל איך מיך אָפּ, און טו אַ קוק ― װער מיר גענעראַל? װאָס מיר גענעראַל? אַ נעכטיקער טאָג! ס'איז גאָר אַ מענטש פֿון די מענטשן, װאָס דערלאַנגען קאַװע באַ פֿאַנקאָנין צו די טישלעך. ער לױפֿט מיט אַ סערװעטל אונטערן אָרעם און װישט זיך דעם שװײס פֿונעם פּנים. „טפֿו זאָלסטו װערן! ― מאַכט ער צו מיר נאָכדעם, װי מיר בײדע האָבן זיך אָפּגעשטעלט. ― װאָס האָסטו זיך צעלאָזט, זאָגט ער, װי אַ װילדע ציג? קום זאָגט ער, דער גענעראַל רופֿט דיך“… „װאָסער גענעראַל, זאָג איך, און פֿון װאַנען איז געדרונגען, אַז דאָס רופֿט ער מיך?“ „װאָס הײסט, זאָגט ער, פֿון װאַנען איז געדרונגען? װאָס בין איך, זאָגט ער, אַ טױבער? איך הער דאָך, װי דער גענעראַל זאָגט: „אָן גײט ער דער ייִד מיט די ביכלעך, לױף און ברענג אים צו פֿירן!“… אױב אַזױ, טראַכט איך מיר, איז נאָך גאָרנישט אַזאַ־נ־אומגליק, דער מלאך־המװת איז נאָך װײַט. אַ ייִד איז אַ ייִד. מע קאָן דאָ נאָך עפּעס צוטראַכטן… און װי אַ בליץ פֿליט מיר דורך אין קאָפּ גאָר אַ שפּאָגל־נײַער געדאַנק ― אפֿשר װעט גאָט אַ נס טאָן, איך װעל דאָ פּטרן דאָס לעצטע שבלעצטע, דעם דריטן לוח הײסט עס? און נישט לאַנג געטראַכט, טו איך זיך, װי איר קוקט מיך אָן, אַ פּאַטש אין שטערן און כּלומרשט אַ שפּײַ־אױס און רוף מיך אָן צו אים: „אָט אַזױ־זשע רעד! װאָס האָסטו מיר באַלד נישט געזאָגט, זאָג איך, אַז דאָס איז דער גענעראַל פֿון די ביכלעך? אַ מאָדנער גענעראַל! פֿון גאַנץ פֿרי אָן, זאָג איך, אַז ער דינגט באַ מיר אָט דאָס ביכל. ער האָט מיר שױן, זאָג איך, דאָס װאַסער אױסגעקאָכט. עס קאָסט אַ קאַרב, און ער גיט מיר אַ האַלבן. איך האָב אים שױן געזאָגט, זאָג איך, פֿינף און זיבעציק, און זיבעציק, און זעכציק קאָפּיקעס, אַן עק זאָל דאָס האָבן! און ער האָט זיך אײַנגעשפּאַרט, זאָג איך, אַ האַלבס און אַ האַלבס! ס'זאָל נישט זײַן, זאָג איך, דאָס לעצטע ביכל, שטראָף מיך גאָט אױב איך װאָלט אים געלאָזט אַפֿילו אַ האַלבע קאָפּיקע. נאָר אַזױ װי, זאָג איך, ס'איז באַ מיר דאָס לעצטע, זעסט דאָך, זאָג איך, גיב אַהער אַ האַלבן קאַרב און נאַ גיב אים אָפּ דאָס ביכל…“ ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ―

װער דער גענעראַל איז געװען? װי אַזױ דער נאָמען זײַנער? װײס איך עד היום נישט. נאָר פּאָלאַגאַיען פּאָלאַגאַיע איך מיר, אַז דאָס האָט באַדאַרפֿט זײַן נישט קײן אַנדערער נאָר טאָלמאַטשאָװ. װאָרום אַז נישט, פֿון װאַנען דען האָט זיך גענומען צו אים פּלוצעם אַזאַ רשעות מיט אַזאַ רציחה אַף ייִדן װאָאָבשטשע, און מער פֿון אַלעמען איז אױסגעגאָסן געװאָרן זײַן צאָרן אַף אונדז, ראַזנאָשטשיקעס פֿון ייִדישע ביכלעך און גאַזעטן, װאָס מיר טאָרן נאָך עד היום נישט אַרױסבאַװײַזן זיך אַף דער גאַס מיט אַ ייִדיש ביכל אָדער אַ צײַטונג, און מע דאַרף זיך אַרומטראָגן מיט דעם אונטער דער פּאָלע, װי מיט קאָנטרעבאַנדע, אָדער גנבֿהשע סחורה? מײַנע שׂונאים און אײַערע שׂונאים און אַלע ייִדישע שׂונאים זאָלן אַזױ האָבן די נאָז, װי מע קאָן לעבן פֿון אַזאַ מין קאָנטרעבאַנדעװען מיט ייִדישע גאַזעטן! מוז מען צוהאַנדלען מיט „אינטערעסנע אָטקריטקעס“ פֿון פּאַריזש, אָפֿענע און פֿאַרפּעטשאַטעװעטע אין קאָנװערטן ― און דאָס איז באַ מיר דער גלאַװנער אַרטיקל. גאַזעטן האַלט איך נאָר גלאַט אַזױ, װאַאָבשטשע, װאָרום דער אַרטיקל, אינטע־רעסנע אָטקריטקעס הײסט עס, גײט דאָ בעסער. דערױף איז פֿאַראַן צװישן די בירזשעװיקעס אַ סך מער פּאָקופּאַטעלעס, װי אַף ייִדישע גאַזעטן ― אָך־אָך־אָך! איך װײס, אַז ס'איז פּאַסקודסטװע און אַז גאָט װעט שטראָפֿן.. נאָר װאָס זאָל מען טאָן? אַ ייִד איז אַ ייִד און זוכט עפּעס פֿאַרדינען, קינדער װילן עסן… מסתּמא װעט גאָט מוחל זײַן. ער װעט מוזן מוחל זײַן. אַ ברירה האָט ער? עס גײט אַזאַ טאָג ― הושענא רבה, װי מײנט איר?… אַף זײַן קאָפּ זאָל עס פֿאַלן. איך מײן טאַקע אונדזער טאָלמאַטשאָװן מײן איך, װאָרעם װען נישט ער, ימח שמו וזכרו, װאָלט איך נאָך עד היום געהאַנדלט מיט סידורים און מחזורים און לוחות לכל השנה, פֿאַרשפּאָרט אַרומטראָגן זיך מיט אַזאַ פּאַסקודסטװע. אפֿשר זײַט איר אַ פּאָקופּאַטעל? האָב איך אַ פֿרישן טראַנספּאָרט, נאָר־װאָס פֿון פּאַריזש …

געשריבן אין יאָר 1913

לאַטקעס של חנוכּה: אַ באַשרײַבונג

א

אין דער שטאָט קאַפּעלישל, װאָס אין דער סבֿיבֿה פֿון מאַזעפּעװקע, ניט װײַט פֿון יעהופּעץ, װאָס רעכנט זיך צו פּאָלעסיע, גײט אַרום אַ טאָג פֿאַר חנוכּה פֿון שטוב צו שטוב פֿאַנפֿאָלי דער שמשׂ מיט אַ לאַנגן שטעקן און מיט אַ לאַמטערן און רופֿט צונױף די „גאַנצע שטאָט“ צום ערשטן ליכטל אין „הױף“ אַרײַן אױף לאַטקעס. הײסן הײסט פֿאַנפֿאָלי, אײגנטלעך, ישׂראלי, נאָר רופֿן רופֿט מען אים „פֿאַנפֿאָלי“ דערפֿאַר, װאָס ער פֿאָנפֿעט מחילה שטאַרק אונטער דער נאָז און זאָגט:

― מע האָט אײַך הענאָזט בעטן אין „הױף“ אַנײַן צום ענשטן נעכטל אױף נאַטקעס של חנוכּה!

און נאָר אין דער שטאָט קאַפּעלישל, װוּ אַ מינדסט קינד קען פֿאַנפֿאָלי דעם שמשׂ, קאָן מען זיך שטױסן, אַז דאָס הײסט:

― מע האָט אײַך געלאָזט בעטן אין „הױף“ אַרײַן צום ערשטן ליכטל אױף לאַטקעס של חנוכּה.

דער נאָמען „לאַטקעס של חנוכּה“ געהערט טאַקע צו פֿאַנפֿאָלין; דאָס האָט ער אַלײן טאַקע צוגעזעצט די צװײ װערטער „של חנוכּה“, װאָס ער זאָגט זײ פֿון יאָר צו יאָר מיטן זעלבן ניגון, װאָס מע בענטשט חנוכּה־ליכטלעך, און דאָס אין אײנעם מיט זײַן פֿאָנפֿעװאַטע לשון, אַז ער זינגט נאָך אַביסל צו, האָט דאָס טאַקע דעם זיבעטן חן. די שטאָט קאַפּעלישל װערט דערפֿון נישט נתפּעל. די שטאָט קאַפּעלישל איז שױן דערצו געװױנט, װאָרעם אַזױ איז געװען פֿאַר אַ יאָרן, אין דער צײַט, אַזױ