פֿון כּתרילעװקע: בערעלע

שלום עליכם

פֿון www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish/sholemAleykhem/contents.html

אַ מעשׂה װי אַזױ אַ פּאָר־פֿאָלק אָן קינדער האָבן אױסגעהאָדעװעט אַן אומגליק אַף זײער קאָפּ. דערצײלט לכּבֿוד שבֿועות
אַ הקדמה פֿונעם דערצײלער
די מעשׂה, װאָס איך גײ אײַך דערצײלן, קער זיך, אײגנטלעך, מיט שבֿועות װינציק־װאָס אָן. אין איר הערט מען נישט דעם ניגון פֿון „אַקדמות“ און מע פֿילט נישט דעם טעם פֿון בלינצעס. אַזױ װי זי האָט זיך געטראָפֿן ערבֿ שבֿועות, אַזױ האָט זי זיך געקאָנט טרעפֿן ערבֿ פּסח, און אַפֿילו ערבֿ תּשעה־באָבֿ. נישט מער, אַזױ װי ס'איז איצט ערבֿ־שבֿועות, און אַ מעשׂה דערצײלן לכּבֿוד יום־טובֿ װילט זיך (אױ װילט זיך! הלװאַי װאָלט איר אַזױ װעלן לײענען...), דערצײל איך אײַך, װאָס איך האָב אַלײן געהערט פֿון מײַן עלטערן ברודער, אַז ער האָט זי געהערט פֿון זײַן רבין ― עליהם השלום, זײ זײַנען שױן אַלע טױט: מײַן עלטערער ברודער, זײַן רבי און בערעלע און אַלע פּערזאָנען פֿון דער דאָזיקער אמתער געשיכטע, אונדז צו לאַנגע יאָר ― און לאָז דאָס זײַן אַ מעשׂה לכּבֿוד שבֿועות.

                                                              ש ל ו ם ־ ע ל י כ ם.

א
ער האָט געהײסן משה־יענקל, זי האָט געהײסן שׂרה־זיסל. געזעסן זײַנען זײ אין אַ דאָרף, געהאַלטן אַ מיל, געהאַט גאַנץ שײן פּרנסה, געלעבט זײער צופֿרידן, נאָר אײן זאַך ― קײן קינדער האָט זײ גאָט נישט געגעבן.

― ס'זאָל אים אָנהײבן צו רירן, װאָס מיר זיצן אָט־אַזױ־אָ, מע װערט אָקערשט נישט משוגע, שׂונאי ציון! זאָלסט כאָטש קריגן ערגעץ אַ „האַ־דאָװניק“, אַ יתומל אַן אָרעמס, אָדער אַ יתומהלע. בעסער װאָלט געװען אַ יתום אײדער אַ יתומה: אַ יתום װאָלט זײַן אַ קדיש. און פֿאַר נױט לאָז זײַן אַ יתומה, אַבי אַ לעבעדיקער נפֿש אין שטוב, נישט זיצן מיט די פֿיך װענט, משטײנס געזאָגט!...

אַזױ האָט געטענהט שׂרה־זיסל נעבעך צו איר מאַן משה־יענקל און האָט אים געגעסן, געטאָטשעט, װי געװײנטלעך אַ װײַב, װאָס הײסט שׁרה־זיסל, זיצט אין אַ דאָרף און האָט קײן קינדער נישט.

און משה־יענקל האָט דאָס אױסגעהערט נישט אײן מאָל און נישט צװײ מאָל, נאָך צען מאָל, הונדערט מאָל, טױזנט מאָל ― און געשװיגן, װי געװײנטלעך אַ מאַן, װאָס הײסט משה־יענקל און זיצט אין אַ דאָרף און האָט קײן קינדער נישט און דאָס װײַב עסט אים, טאָטשעט אים טאָג־טעגלעך, יאָרן־לאַנג.

ױהי היום ― קומט משה־יענקל אײנמאָל צו פֿאָרן אַהײם און גײט אַרײַן אין שטוב אַרײַן מיט אַ שײַנענדיק פּנים און אין בוזעם האַלט ער פֿאַרשטעלט עפּעס אַ באַשעפֿעניש, װאָס רירט זיך און װאָרטשעט, און ער רופֿט זיך אָן צו זײַן װײַב:

― שׂרה־זיסל, נאַ, איך האָב דיר געבראַכט אַ האָדאָװניק, געפֿונען פֿאָרנדיק אין װאַלד פֿאַרבלאָנדזשעט... ער הײסט בערעלע.

און משה־יענקל האָט אַרױסגעװיקלט פֿונעם בוזעם דעם געפֿונענעם פֿאַרבלאָנדזשעטן נפֿש, װאָס הײסט בערעלע, און האָט אים געגעבן אַ שטעל־אַװעק אַף דער ערד פֿאַר זײַן װײַב שׂרה־זיסל. און זײַן װײַב שׂרה־זיסל, אַז זי האָט געגעבן אַ קוק אַף דעם האָריקן באַװאַקסענעם נפֿש בערעלע, האָט זי געגעבן אַ שפּרונג־אָפּ צוריק און איז שיִער נישט געפֿאַלן חלשות. נאָכדעם האָט זיך אױפֿגעעפֿנט אַ קװאַל פֿון קללות, און די גאַנצע תּוכחה האָט זי אױסגעגאָסן אַף איר מאַנס קאָפּ און איר גאַנץ ביטער האַרץ האָט זי אױסגעלאָזט צו זײַנע הענט און פֿיס, װי געװײנטלעך אַ װײַב, װאָס הײסט שׂרה־זיסל, זיצט אין אַ דאָרף און האָט קײן קינדער נישט.

און איר מאַן משה־יענקל האָט אױסגעהערט די תּוכחה פֿון זײַן װײַב מיט אַ שמײכעלע, װי געװײנטלעך אַ מאַן, װאָס הײסט משה־יענקל, זיצט אין אַ דאָרף און האָט קײן קינדער נישט, און האָט זיך אָנגערופֿן צו איר:

― הכּלל, שׂרה־זיסל, ביסטו שױן פֿאַרטיק מיט אַלע קללות? אַצינד נעם גיב אונדזער בערעלען עפּעס עסן. זעסט דאָך, אַז ער איז הונגעריק, זוכט און װײנט ― אַ צער־בעלי־חײם...

― אַ פֿינצטערער שלים־מזל אַף דײַן קאָפּ מיט אים אינאײנעם! ― אַזױ האָט אים געענטפֿערט שׂרה־זיסל און איז געגאַנגען פֿונדעסטװעגן צו דער שאַפֿע און האָט צונױפֿגענומען װאָס ס'איז געװען, און בײדע האָבן זיך אַװעקגעזעצט אָנהאָדעװען דעם הונגעריקן בערעלע, װעלכער איז פֿאַרבליבן באַ זײ אין שטוב אַ האָדאָװניק אַף שטענדיק און איז געװאַקסן און איז אױסגעװאַקסן און איז געװאָרן אַ גרױסער.
ב
אַ נפֿש איז בערעלע געװען אַ פּראָסטער, אַ װילדער, אַ ברײטבײניקער, אַ געפּאַקטער, אַ באַװאַקסענער פֿון קאָפּ ביז די פֿיס, און איז געװען במחילת כּבֿודו אַ גרױסער זולל־וסובא'ניק, און ניט אַזױ אַ זולל־וסובא'־ניק, װי אַ נאַשער, און ניט אַזױ אַ נאַשער, װי, נישט אױסגערעדט זאָל זײַן, אַ שכּור. בטבֿע איז ער געװען נישט קײן מפֿונק, נישט קײן איבערקלײַבער; װאָס עס האָט זיך געמאַכט איז געװען גוט: בראָנפֿן איז בראָנפֿן, מעד איז מעד, ביר איז ביר; זיך נישט אָפּגעזאָגט אױך פֿון קװאַס; שטאַרק ליב געהאַט האָניק, נישט פֿײַנט געהאַט קײן פֿלײש, און אַף הינער איז ער געװען גאָר אַ גרױסער בעלן, און דװקא פֿון דער שטײַג, אַזױ אַז קײנער זאָל נישט זען... מע מוז זיך מודה זײַן, אַז בערעלע איז געװען געכאַפּט, האָט געהאַט לעפּקע פֿינגער.... האָט ליב געהאַט אַװעקלקחענען אַלצדינג, װאָס ליגט נישט גוט.

אַז מע רעדט פֿון חסרונות, דאַרף מען רעכענען אױך די מעלות. בערעלע איז געװען אַ פּאַרשױן אַ פֿרײלעכער, אַ פֿאַרשײַטער, אַ שפּרינגער, געקראָכן און געקלעטערט אַף די גלײַכע װענט, געקוליעט זיך און געבראָכן זיך, געמאַכט משוגענע העװיות, אָנשטעלן, תּנועות אַזעלכע, אַז מע האָט באַדאַרפֿט צעגײן פֿאַר געלעכטער. משה־יענקל האָט באמת הנאה געהאַט, געקליבן נחת פֿון בערעלען, װי ער װאַקסט, װי ער מאַכט אָנשטעלן, װי ער פֿאַרשטײט אַלצדינג, להבֿדיל װי אַ מענטש אַז מע זאָגט אים: בערעלע, קום אַהער! ― גײט ער צו. אַז מען זאָגט אים: בערעלע, נאַ דיר! ― שטעלט ער אױס די לאַפּע, אָדער ער עפֿנט אױף דאָס מױל. אמת, אַ קאָפּ איז אַף אים אַ גראָבלעכער, אַ מוח אַ פּלאַטשיקער; אײדער מע קלאַפּט אים אַרײַן עפּעס אין קאָפּ אַרײַן, דאַרף מען גוט צוהאָרעװען, האַקן האָלץ, טעסען פֿלעקער; נאָך האָט ער שױן איבערגענומען עפּעס אַ זאַך, װעט ער עס שױן געדענקען. אונדזער משה־יענקלען איז אָנגעקומען מיט גרינע װערעם, אײדער ער האָט אים אױסגעלערנט, אַז דאָס, װאָס מע גיט אים נישט אין דער לאַפּע אַרײַן, זאָל ער אַלײן זיך נישט דערװעגן נעמען. בערעלע, װאָס איז כּמעט געװען, װי מיר האָבן שױן אױבן באַמערקט, אַביסל געכאַפּט אין דער מעשׂה, האָט דװקא געהאַט גרױס חשק צו אַלצדינג צוגײן, געבן אַ שמעק מיט דער נאָז און טאַקע באַלד אַרײַנכאַפּן אין מױל אַרײַן ― און גײט לאָזט אים צום ונתנה־תּוקף! בשום אופֿן האָט בערעלע נישט געקאָנט פֿאַרשטײן מיט זײַן גראָבן בערישן שׂכל, למשל, אַזאַ פּשוטע זאַך: פֿלײש ליגט, שמעקן שמעקט דאָס, עסן װיל ער, ― הײַנט פֿאַר װאָס זאָל ער דאָס נישט נעמען אין מױל אַרײַן? אַװדאי האָט אים משה־יענקל געגעבן אַ רעכטן פּסק, גוט אָנגעדרײט באַ די קורצע אױערן, דורכגעפּאַטשט און מכבד געװען מיט אַ פּאָר גוטע שטעקנס איבער די פֿאָדערשטע לאַפּעס און אָנגעזאָגט אים אַ מאָל צען מיטן האַרבן װאָרט, אַז ער זאָל גײן די רגע הינטערן אױװן, זיך אַנידערכאָליען פּאָפֿן...

פּאָפֿן (שלאָפֿן), פֿרעסן (עסן), זשליאָקען (טרינקען), כאָליען (ליגן), זאָכן (רוען), קרענקען (זיצן) ― דאָס איז געװען די שפּראַך, װאָס מע האָט גערעדט מיט בערעלען, און בערעלע האָט דאָס פֿאַרשטאַנען. אַ סימן ― ער האָט געפֿאָלגט.
ג

מע קאָן נישט װיסן אַקוראַט: צי װײַל אונדזער פּאָר־פֿאָלק זײַנען אַזױ זשעדנע געװען קינדער, צי דערפֿאַר, װאָס דער דאָזיקער נפֿש איז אױפֿגעװאַקסן און האָט זיך דערצױגן, מע קאָן זאָגן, אַף זײערע הענט ― זײ האָבן זיך צוגעבונדן צו בערעלען אַזױ שטאַרק, אַז זײ האָבן אים פּשוט ליב געקריגן, אים נאָכגעגעבן, װי מע גיט נאָך אַ ליב קינד, געבאַלעװעט, װי מע באַלעװעט אַ בן־יחיד, זיך אױסגעבראַכט אַף זיסע זאַכן, נאַשערײַען, און משה־יענקל האָט אים אױסער דעם אונטערגעטראָגן אָפֿטמאָל אַביסל בראָנפֿן בשתּיקה, עס זאָל נישט דערזען חלילה שׂרה־זיסל זײן װײַב, װאָרעם אַז עס װעט געװאָר װערן דערפֿון שׂרה־זיסל, װעט זיך טאָן חושך! שׂרה־זיסל, װי זי איז נישט געװען צוגעבונדן צו בערעלען, פֿלעגט זי דאָך טענהן מיט איר מאַן. אַז מע באַלעװעט אים צו שטאַרק, אַז מע גיט אים צופֿיל נאָך די שמד.

― פֿאָרט אַ חיה רעה, ― פֿלעגט זי זאָגן ― אַ בער בלײַבט אַ בער. זע נאָר, ער זאָל אונדז אַמאָל נישט אָפּדאַנקען...

שׂרה־זיסל פֿלעגט אָפֿטמאָל צוקלאָגן בערעלען פֿאַר איר מאַן, װי מע זאָגט, צושטעלן אַ בענקעלע, דערצײלן אַף אים, אַז ער טוט איר צום טױט, מאַכט אָן שאָדנס אין שטוב, זאָל גאָט שומר ומציל זײַן. למשל, בערעלע האָט געהאַט אַ טבֿע ברעכן טעלער, טעפּלעך, גלעזער, שיסלען, סקאָװאָראָדעס, פּאָקרישקעס ― אַלצדינג, װאָס מע קאָן נאָר מיט אײן קלאַפּ צעברעכן, פֿלעגט ער דאָס צעברעכן. און נישט חלילה פֿאַר כּעס, מיט רציחה ― נײן, דװקא אין גוטן מוט: דערזען, עס שטײט אַ טעלער, אונטערגעגנבעט זיך אַף צװײ פֿיס, אױפֿגעהױבן די לאַפּע, באָץ ― אױס טעלער! מע האָט אַרױסגעזען, אַז בערעלע האָט דערפֿון חיות, פּשוט, עס קומט אים צו דערפֿון אַ שטיק געזונט. משה־יענקלען איז דאָס ערשטע מאָל אַפֿילו זײער שטאַרק געפֿעלן געװען די מעשׂה; ער האָט געלאַכט מיטן פֿולן מױל, זיך געהאַלטן באַ די זײַטן פֿאַר געלעכטער. נאָר שׂרה־זיסלען איז די מעשׂה דװקא נישט געפֿעלן, האָט זי דעם מאַן באַגראָבן, געלײגט אין דער ערד אַרײַן אינאײנעם מיטן „תּכשיט“. און משה־יענקל האָט גענומען מיט בערעלען לערנען בלק, אַזױ לאַנג, ביז ער האָט אים אָפּגעװױנט פֿון ברעכן טעלער.

אײנמאָל האָט משה־יענקל דערהערט אַ געשרײ, גלײַך װי מע קױלעט אַ מענטשן. דאָס האָט געשריִען שׂרה־זיסל זײַן װײַב.

― גײ נאָר זע, װאָס דער קדיש דײַנער האָט געטאָן, ברענען זאָלסטו מיט אים אַף אײן פֿײַער, רבונו של עולם!

משה־יענקל איז צוגעלאָפֿן און האָט דערזען אַף דער ערד ליגן צװײ געפּענטעטע עופֿות, אַ הון מיט אַ האָן, װאָס מע האָט זײ געװאָלט אַװעקפֿירן צום שוחט, ― ערבֿ יום־כּיפּור איז דאָס געװען ― האָט זיך אַפּנים, מײשבֿ געװען בערעלע, עס איז דאָך מיט זײ אַלץ אײנס קאַפּוט, למאַי זאָלן זײ זיך מוטשען? האָט ער אַרױפֿגעלײגט אַף זײ די לאַפּע ― און אַ סוף. די הון מיטן האָן זײַנען נאָך געלעגן מיט פֿאַרגלאַנצטע אױגלעך און מיט אַרױסגעשטעלטע צינגלעך, און בלוט האָט זיך זײ געלאָזט פֿונעם האַלדז, און בערעלע איז זיך געזעסן אין אַ װינקעלע און געלעקט די לאַפּע, גלײַך װי נישט אים מײנט מען. פֿאַרשטײט זיך, אַז משה־יענקל האָט אים מקײם פּסק געװען, װי עס געהער צו זײַן, און בערעלע האָט שױן פֿון דעמאָלט אָן גענומען אַף זיך: לאָז מען די אָרעמע עופֿות בינדן, לאָז מען מיט זײ שלאָגן כּפּרות, לאָז מען זיך שלאָגן מיט זײ קאָפּ אָן װאַנט, ― מיט אים געהערט זיך עס נישט אָן...

האָט זיך אָבער געטראָפֿן אַן אַנדער מעשׂה, ― בערעלע איז שױן דעמאָלט געװאָרן אַ גרױסער, ס'איז אים אַװעקגעגאַנגען דאָס דריטע יאָר ― ס'איז געװען באַ שׂרה־זיסלען אַ בהמהלע, װאָס האָט זיך געמאָלקן פֿון קאַלב צו קאַלב. דאָס בהמהלע, אַ קלײנע מורע בהמה אָן הערנער, האָט געגעבן מילך בשפֿע, געװען טײַער באַ שׂרה־זיסלען, װי דאָס שװאַרצאַפּל פֿון אױג. באַדאַרף זיך דאָס בהמהלע אָפּקעלבן און געבױרן אַ קעלבעלע אַ חיות: אַ קלײנטשיקס, אַ רױטינקס, אַ װײכינקס מיט אַ װײס מאָרדעטש־קעלע, כאָטש אַרומנעמען קושן! און מחמת אין דרױסן איז געװען קאַלט, האָט מען ,דאָס קעלבל גענומען אין שטוב אַרײַן, געלײגט דאָס אינאײנעם מיט בערעלען צװישן אױװן אַף שטרױ.

― זע נאָר, דער תּכשיט דײַנער זאָל נישט צורעכט מאַכן דאָס קעלבל! ― מאַכט שׂרה־זיסל צו איר מאַן מיט אַ שײנעם יברכך דערבײַ, װי געװײנטלעך אַ װײַב, װאָס הײסט שׂרה־זיסל, זיצט אין אַ דאָרף און האָט קײן קינדער ניט.

― חס ושלום! ― זאָגט משה־יענקל און נעמט זיך קנעלן מיט בערעלען „הלכות קעלבל“, װײַזט אים מיטן פֿינגער און זאָגט אים אָן טױזנט מאָל: „גע ראוש!“... און בכדי בערעלע זאָל ניט פֿאַרגעסן, שענקט ער אים פֿאָרױס אַ פּאָר שטעקנס איבער די פּיאַטעס. בערעלע זעצט זיך אַװעק װי אַ סטאַטיק, קוקט אַפֿן קעלבל מיט זײַנע קלײנע רױטע בערישע אײגלעך און באַלעקט זיך. משמעות, ער פֿאַרשטײט װאָס מע מײנט... און עס װערט צװישן די צװײ אַ מין אַהבֿה, אַ ליבשאַפֿט, אַז ס'איז גאָר אַ מחיה צו קוקן, װי די צװײ ליגן זיך אײנס צום אַנדערן און דרעמלען. און אַז דאָס קעלבל שטײט אױף, שטײט אױף אױך בערעלע. דאָס קעלבל מאַכט „מע!“ ― בערעלע שטעלט אָן די אױערן. דאָס קעלבל טוט אַ שפּרונג ― בערעלע שפּרינגט אַריבער דעם און שטעלט זיך מיטן קאָפּ אַראָפּ, מיט די פֿיס אַרױף. נאָכדעם כאַפּט ער אַרום דאָס קעלבל מיט די לאַפּעס און קװעטשט דאָס צו צום האַרצן, װי אַ מוטער נעמט אַרום און קװעטשט צו אַ קינד. פֿון אַזאַ קװעטשעניש האָט זיך אױסגעלאָזט, אַז דאָס קעלבל האָט אײן מאָל אַרױסגעלאָזט אַ מאָדנעם געשרײ „מע!“ מיט אַ כראָפּען אינאײנעם. אַ גליק, װאָס ס'איז אונטערגעלאָפֿן משה־יענקל מיטן שטעקן און האָט מציל געװען דאָס אומשולדיקע קעלבל פֿון אַ מוראדיקער סכּנה...
ד

פֿון דעמאָלט אָן איז אונדזער משה־יענקל אַרײַן אין נאָז די װערטער, װאָס זײַן װײַב שׂרה־זיסל האָט אים אַמאָל געזאָגט, אַז אַ בער בלײַבט אַ בער, פֿאָרט אַ חיה רעה, װיפֿל מע זאָל דאָס ניט לערנען... משה־יענקל האָט זיך אָנגעהױבן צוקוקן צו בערעלען און האָט אַרױסגעזען, אַז עס קומט צו װינטער, איז דאָס גאָר ניט דער בערעלע, װאָס תּמיד; עפּעס גאָרניט דאָס לעבעדיקײט, עפּעס דרײט ער זיך אַרום, קאָן זיך קײן אָרט ניט געפֿינען, פֿאַרקלײַבט זיך אין אַ װינקל, זױגט די לאַפּע און דרעמלט גאַנצע טעג מיט גאַנצע נעכט. מע דאַרף אים װעקן, ער זאָל עפּעס פֿרעסן, עפּעס זשליאָקען... בערעלע שלאָפֿט!

נײן, בערעלע שלאָפֿט ניט. בערעלע טראַכט, בערעלע טרױמט, בערעלע חלומט פֿון אַ גרױסער װעלט, װאָס ער װײס זי ניט, פֿון אַ פֿרײַען װאַלד, װאָס ער קען אים ניט, פֿון אַ בעסער גליקלעך לעבן, װאָס ער האָט דאָס קײנמאָל ניט פֿאַרזוכט, נאָר ער פֿילט דאָס, ער פֿילט דאָס בחוש און בענקט נאָך דעם, װי עס בענקט אַ קינד אַ יתום נאָך דער מאַמע, װאָס ער האָט זי קײנמאָל ניט געזען. בערעלע פֿילט, אַז ניט דאָ, צװישן אױװן, איז זײַן אָרט; צו ענג איז פֿאַר אים דער צװישן־אױװן; צו קלײן איז פֿאַר אים די שטוב. ער פֿילט, אַז עפּעס ציט אים, עפּעס שלעפּט אים עפּעס טרײַבט אים פֿון דאַנען, און עמעצער שעפּטשעט אים אַפֿן אױער: „בערעלע! נאַרישער בערעלע! שטײ־אױף, גלײַך־אױס די בײנער דײַנע, צעטראָג די שטוב אַף שטיקלעך, לײג אױס די מענטשן מיט אײן קלאַפּ און טראָג זיך אָפּ פֿון דאַנען אַהין, װײַט־װײַט, אָט דאָרטן, װוּ עס גרינט דער װאַלד, אָט דאָרט, װוּ עס שמעקט מיט בלאָטע, אַהין טראָג זיך אָפּ, אַהין, צװישן דײַניקע!“... און בערעלע הערט זיך צו צום קול, װאָס שעפּטשעט אים, און האַלט צוגעמאַכט די אױגן. ער שלאָפֿט ניט, נאָר ער טראַכט, ער טרױמט, ער חלומט פֿון אַ גרױסער װעלט, װאָס ער װײס זי ניט, פֿון אַ פֿרײַען װאַלד, װאָס ער קען אים ניט, פֿון אַ בעסער גליקלעך לעבן, װאָס ער האָט דאָס קײנמאָל ניט פֿאַרזוכט .... נאָר אָט קומט צו גײן משה־יענקל פֿון שטאָט מיט פֿולע קעשענעס. בערעלע דערשמעקט, אַז משה־יענקל האָט געבראַכט צו טראָגן גוטע זאַכן, ניס און האָניק און אַ ביסל משקה ― אױ, דאָס ביסל משקה! ― און ער שטעלט זיך אַװעק אַף די הינטערשטע פֿיס, נעמט אים אַרום מיט די פֿעדערשטע לאַפּעס, קריכט מיט דער מאָרדע צו אים גלײַך אין בוזעם אַרײַן. משה־יענקל טרײַבט אים אָפּ: אַװעק, דו טרפֿהנער האַלדז! אַװעק דו שיכּורניק! און בשעת מעשׂה ציטערט באַ אים דאָס לײַב, װאָרעם פֿון בערעלעס אַרומנעמען קאָן מען זײַן לײַטן־גלײַך; נאָך אײן קװעטש אַביסל אַ שטאַרקערן ― װערט מען אַ קידוש ... און ער גיט אים אָפּ װאָס ער האָט, אַבי פּטור װערן פֿון זײַנע לאַפּעס. פֿון דעם אַרומנעמען, װאָס בערעלע נעמט אים אַרום, טראָגט משח־יענקל אין זיך צוױיערלײ געפֿילן: אי פֿאַרגעניגן, אי שרעק. ס'איז אים בשעת מעשׂה, אי גוט, אי ער האָט מורא. גוט איז אים, װאָס ער האָט אױסגעהאָדעװעט אַזאַ גװאַרדיאַן; מורא האָט ער, װאָס בערעלע איז שױן צופֿיל בערעלע...
ח
ניט אײן מאָל פֿלעגט אונדזער משה־יענקל, ליגנדיק אין בעט, קוקן אַף בערעלען און זיך טראַכטן: „אױ, װען דער דאָזיקער נפֿש זאָל חלילה װיסן װאָס פֿאַר אַ כּוח אין אים ליגט!“ ... אַלע מאָל, װען ער איז אױפֿגעשטאַנען פֿונעם שלאָף, האָט משה־יענקל מיט שרעק אַ קוק געטאָן אין קאַמערל: װוּ איז בערעלע? װוּ איז שׂרה־זיסל זײַן װײַב? ... און שׂרה־זיסל זײַן װײַב האָט נישט אָנגעהױבן צו װיסן פֿון איר מאַנס פּחדים: איר איז קײנמאָל אַף די געדאַקען נישט געקומען, אַז ס'איז דאָ װאָס מורא צו האָבן פֿאַר בערעלען. מערקװירדיק! זי איז מיט אים אַזױ געװױנט געװאָרן, אַז מיט דער צײַט האָט זי אָנגעהױבן פֿאַרגעסן, אַז בערעלע איז אַ חיה, אַ „חיה רעה“, װי זי פֿלעגט אַמאָל אַף אים זאָגן. װאָס הײסט, בערעלע איז אַ חיה? בערעלע איז בערעלע ― און אַ סוף ... האָדעװען האָט זי אים געהאָדעװעט װי אַ קינד, און געאַרבעט האָט זי מיט אים, װי מיט אַ קנעכט. זי האָט זיך געשאַפֿט מיט אים, װי מע שאַפֿט זיך מיט אַ באַדינטן. און בערעלע האָט געטאָן אַלצדינג, װאָס מע האָט אים געהײסן: געטראָגן האָלץ פֿון דרױסן, געשעפּט װאַסער פֿונעם ברונעם, אַרױסגעטראָגן דאָס מיסט פֿון שטוב, ― כּל עבֿודת פּרך האָט זי מיט אים געטאָן, און אַלע מאָל מיט װערטער, װי מע רעדט, להבֿדיל, מיט אַ מענטשן:

― נו, שלים־מזל, שטעל פֿיס! זע נאָר, װי ער רירט זיך, װי אַ בלײַען פֿױגל!

אַזױ פֿלעגט שׂרה־זיסל זיך אױסטענהן מיט אים, און אַ מאָל, אַז ער איז געלעגן און געדרעמלט, פֿלעגט זי זיך מיט אים ניט צערעמאָניען און דערלאַנגען אים מיט דער קאָטשערע אין זײַט אַרײַן:

― גענוג דיר שױן, שלים־מזל, צו פּאָפֿן, שטײ אױף, װעל איך דיר געבן פֿרעסן!

און בערעלע שטײט אױף פֿון דער ערד, טרײסלט זיך אָפּ די פֿעל, גײט־צו צו שׂרה־זיסלען אַף צװײ פֿיס און שטעלט זיך אַװעק, װי אײנער רעדט:

―הנני ― איך בין אָנגעברײט...

― װאָס זאָגסטו אַף אונדזער בערעלען, װי ער איז דאָס קײן עין־הרע אױסגעװאַקסן?

אַזױ זאָגט שׂרה־זיסל צו איר מאַן און באַקומט ענטפֿער:

― אױסגעװאַקסן איז ער, נאָר אַזױ זיך באַגײן, װי דו באַגײסט

זיך מיט אים, דאַרף מען אױך ניט.

ענטפֿערט אים דערױף שׂרה־זיסל:

― אַ מכּה דער מאַמע זײַנער! ס'װעט אים שאַטן צום שידוך?

ענטפֿערט איר דערױף משה־יענקל:

― צים שידוך װעט דאָס אים ניט שאַטן, נאָר דערמאָן דיר װאָס דו אַלײן האָסט אַמאָל געזאָגט אַף אים ...

― װאָס האָב איך דען געזאָגט אַף אים?

― אַנו, דערמאָן דיך נאָר אַקאָרשט.

― אַדרבה, דערמאָן מיר װאָס האָב איך געזאָגט?

― דו האָסט געזאָגט, אַז אַ בער בלײַבט אַ בער, אַ חיה רעה.

― איך האָב געזאָגט?

― װער דען האָט געזאָגט?

― אױ! עס איז פֿון זײ ניט אױסצוהאַלטן, פֿון די מאַנצבילן!

אַזױ שרײַט אױס שׂרה־זיסל און טוט אַ פּליעסק מיט די הענט און עסט דעם מאַן און טאָטשעט אים, און פֿײַלט אים אַ גאַנצע נאַכט, װי ער איז װערט און װי עס פּאַסט פֿאַר אַ װײַב, װאָס הײסט שׂרה־זיסל און זיצט אין אַ דאָרף און האָט קײן קינדער ניט.
ז
אײנמאָל ― דאָס איז געװען פֿאַר שבֿועות ― איז משח־יענקל געפֿאָרן פֿון שטאָט אַהײם אַף יום־טובֿ אױפֿגעלײגט, כּרײלעך. די זון האָט געפֿײַערט, צעגאָסן זיך מוט אירע הײסע שטראַלן אַף די גרינע פֿעלדער פֿון בײדע זײַטן װעג. און מחמת ס'איז שױן אַ צײַט ניט געװען קײן רעגן, איז דער שטױב פֿון די רעדער געװען גרױס, געגאַנגען אַרױף, װי אַ רױך פֿאַרשטעלט דאָס דאָרף מיט דער מיל מיט דער שטוב מיט די בײמער, װאָס פֿאַר דער שטוב. נאָר פֿילן פֿילט משה־יענקל, אַז ער איז אין דער הײם, און דערהערט אַ מאָדנעם רעש, קולות פֿון אַ סך מענטשן, אַ טומל, אַ הו־האַ, אַ טיוקען מיט אַ פֿײַפֿן מיט אַ געלעכטער און מיט אַ געשרײ: הוררראַאַאַ!!

― בערעלע! ...

דאָס איז געװען די ערשטע מחשבֿה, װאָס איז אים געקומען אַפֿן קאָפּ, ― און משה־יענקל האָט אַ שמיץ געטאָן דאָס פֿערד און איז צוגעפֿאָרן צו דער שטוב, און זײַנע אױגן האָבן דערזען...

מיר מוזן אַװעקװאַרפֿן אַף אַ מינוט משה־יענקלען און אָפּמאָלן זײַן װױנונג, װאָס איז באַשטאַנען פֿון אַ הױף, אַ שטוב, אַ קאַמער פֿון תּבֿואה מיט אַ גאָרטן פֿון עטלעכע בײמלעך, מיט אַ ברונעם און מיט אַ געפֿלאָכטענעם הילצערנעם פּלױט אַרום און אַרום. דאָס אַלץ האָט משח־יענקל אַלײן כּמעט מיט זײַנע אײגענע הענט געמאַכט אין פֿאַרלױף פֿון מער אַלס צװאַנציק יאָר. איטלעכס פֿלעקל איז אים געװען טײַער. יעדער שטײנדל האָט צו אים גערעדט װערטער. ניט בלױז גערעדט, נאָר געזונגען, געזונגען! דעם גאָרטן האָט ער אַלײן געזעצט. די בײמלעך אַלײן געפֿלאַנצט. און װאָס פֿאַר אַ חיות, װאָס פֿאַר אַ פֿאַרגעניגן, װאָס פֿאַר אַ נחת האָט ער געשעפּט, אַז דער ליבער זומער איז געקומען, און דער גאָרטן האָט זיך צעװאַקסן, און די בײמער האָבן זיך צעבליט, און... אָט װאָס זײַנע אױגן האָבן איצט דערזען: די קאַמער צעװאָרפֿן, די זעק צעשלײַדערט, די תּבֿואה צעשאָטן איבערן גאַנצן הױף און אױסגעמישט מיט צעריסענע פּערענעס מיט קישנס, װאָס האָבן זיך געװאַלגערט אינאײנעם מיט אַ סך שערבלעך פֿון צעבראָכענע כּלים, און װײַסע פֿעדערן האָבן זיך געדרײט און געטראָגן אין דער לופֿטן, װי שנײ, און געפֿאַלן אין בלאָטע אַרײַן. עטלעכע בײמער פֿונעם גאָרטן זײַנען געלעגן במחילת כּבֿודם מיטן פּנים אַראָפּ, אױסגעבראָכן און אױסגעריסן מיטן װאָרצל, און אױך דער קלאָץ פֿונעם ברונעם, װאָס מע שעפּט מיט אים װאַסער, איז געלעגן אױסגעצױגן אַף דער ערד װי לאַנג ער איז ... די שטוב גופֿא איז געװען ערטערװײַז צעשלאָגן, די פֿענצטער צעבראָכן, די טיר איז געלעגן באַ אַ זײַט, און אַף איר האָבן זיך געװאַלגערט צעבראָכענע בענקלעך מיט צעשטױסענע כּלים מיט צעשאָטענע גרױפּן, אױסגעמישט מיט פֿעדערן ― אַן אמתער פּאָגראָם, אַ חורבן! ...

און אױבן אַפֿן דאַך פֿון דער שטוב, שפּאַצירט אַרום הין און צוריק בערעלע אַף צװײ פֿיס, ברומט װי אַ באַס, מלא כּעס, כאַפּט אַ ציגל פֿונעם קױמען, אַ באַלקע פֿונעם דאַך און טוט אַלע מאָל אַ שלײַדער אין דער ערד אַרײַן מיט אַזאַ כּוח, מיט אַזאַ האַס, מיט אַזאַ רציחה, װאָס משה־יענקל האָט דאָס אַף אים נאָך קײנמאָל ניט געזען. ער האָט בערעלען נישט געקאָנט דערקענען: דאָס מױל איז אים אָפֿן, די צונג אַרױסגעשטעלט, די אױגן אָנגעגאָסן מיט בלוט, און בערעלע שפּרינגט פֿון אײן עק דאַך צום אַנדערן, מיט אַזאַ מין מהירות און מיט אַזאַ מין אימפּעט, אַז מע האָט געזען, טאָמער שפּרינגט ער אַראָפּ, ― איז סכּנת־נפֿשות, ער איז דודס מענטשן... און די װײַסע־חבֿרהניקעס, די װאָס פֿאַרשטײען ניט װאָס דערפֿון קאָן אַרױס, שטײען און לאַכן און פֿײַפֿן און שיטן מיט װערטלעך:

― אָט אַזױ, בערקאָ! אָט אַזױ פּאָטאַפּיטש! באַװײַז זײ װאָס דו קאָנסט! רעכן זיך אָפּ מיט דײַנע בעלי־בתים, זײ זאָלן װיסן װי טײַער פּעפֿער איז ... הורראַ!!...

און װאָס מער די קונדסים שרײַען, הוקען און טיוקען און פֿײַפֿן, אַזױ מער גײט בערעלע אַרױס פֿון די כּלים און אַרבעט מעשׂים אַשר לא יעשו.

― אַ ביקס! אַ ביקס!. גיכער אַ ביקס! ― שרײַען די עלטערע מענטשן די װאָס פֿאַרשטײען, װאָס דאָ טוט זיך, מיט װאָס דאָס שמעקט...

משה־יענקל שטײט און קוקט, און קױם װאָס ער פֿאַרשטײט װאָס דאָ טוט זיך. אַ פֿראָסט לױפֿט דורך איבער זײַן לײַב און ער טראַכט זיך: „בערעלע איז משוגע געװאָרן! משוגע געװאָרן! שױן־זשע װעט מען בערעלען שיסן?!“... און משה־יענקל פֿילט, װי עס האָט זיך אים אָפּ־
געריסן עפּעס אין האַרצן: מע װעט בערעלען שיסן? שיסן בערעלען?... און אײדער ער רעדט אױס אַ װאָרט הערט זיך אַ שאָס, און נאָך אַ שאָס, ― אײנס, צװײ, דרײַ, פּיף־פּאַף! אַ בלױ רױכל פֿאַרשטעלט אַף אַ מינוט די אױגן; עס הערט זיך אַ שאַרפֿער ריח פֿון פּולװער, און פֿון דאַך פֿאַלט אַראָפּ אַ גרױסע שװערע זאַך, טוט זיך אַ זעץ אין דער ערד אַרײַן מיט אַ שטאַרקן כּוח, קאַטשעט זיך נאָך אַביסל אין בלאָטע און כאָרכלט, װי אַ געקױלעטער אָקס, און ציט זיך אױס מיט אַלע פֿיר פֿיס אַרױף, און עס זעען זיך אַרױס די הױלע שװאַרצע טריט מיט די ברײטע פּיאַטעס.

― בערעלע?... אױס בערעלע!...

און די װײַסע־חבֿרהניקעס הײבן אױף אַ נײַעם „חורראַ“, און משה־יענקל דערזעט, װי עס יאָשעט בלוט פֿון בערעלעס קאָפּ און פֿון בערעלעס האַרץ, פֿאַרשטעלט ער זיך מיט בײדע הענט דאָס פּנים; ער קאָן קײן בלוט ניט זען; ער קאָן ניט זען בערעלעס בלוט... ―――

און דאָרט, אין שטוב אין מיטן גרױסן חורבן, ליגט אױסגעצױגן שׂרה־זיסל, צוגעקװעטשט האַרט צו דער ערד, דאָס מױל איז איר אָפֿן, דאָס פּנים בלױ, די אױגן שרעקלעך, שרעקלעך! און עמעצנס שװערע־שװערע טריט זײַנען קענטיק אַף איר צעבלוטיקט לײַב, אַף איר צעריסענער ברוסט ... ― ― ――― ― ― ― ― פֿריִער איז געגאַנגען פֿון דער װעלט שׂרה־זיסל, און נאָכדעם ― בערעלע.
געשריבן אין יאָר 1908

פֿאַרװאָס איז דער באַרימטער טאָלמאַטשאָװ געװאָרן אַ שׂונא־ישׂראל? ―

דערצײלט פֿון אַן אַדעסער ייִדישן ראַזנאָשטשיק, װאָס פֿאַרקױפֿט ייִדישע

גאַזעטן און האַנדלט־אונטער בשתּיקה מיט „אינטערעסנע אָטקריטקעס“ פֿון

                  פּאַריז. ― איבערגעגעבן טאַקע מיט זײַן לשון.

― איר פֿרעגט, װי קום איך אַ ייִד, אַ טאַטע פֿון קינדער, צו האַנדלען מיט אַזאַ טריפֿה סחורה, זאַפּרעשטשאָנע טאָװאַר, „אינטערעסנע אָטקריטקעס“ פֿון פּאַריזש? ― דאָס האָב איך אים צו פֿאַרדאַנקען, נאָר אים ― אונדזער טאָלמאַטשאָװן ימח שמו! איצט, אַז ס'איז שױן אַװעקגעגאַנגען אַזאַ צײַט און טאָלמאַטשאָװ איז אױס טאָלמאַטשאָװ און אַדעס איז שױן װידער אַדעס, מעג מעג שױן, דאַכט זיך, דערצײלן דעם גאַנצן אמת, פֿון װאַנען נעמט זיך עס, װאָס אונדזער טאָלמאַטשאָװ איז געװען אַזאַ שׂונא ישׂראל? איך האָב מורא, אַז איך, װי איר קוקט מיר אָן, האָב אין דעם אַ גרױסן חלק, אױב ס'איז ניט אינגאַנצן איבער מיר! אַיאָ, ס'איז אײַך אודיװיטעלנע, װי קום איך, אַ ייִד אַ ראַזנאָשטשיק, װאָס פֿאַרקױפֿט ייִדישע גאַזעטן בשתּיקה, װאָס האַנדלט אונטער מיט „אינטערעסנע אָטקריטקעס“ פֿון פּאַריזש, װי קום איך צו גענעראַל טאָלמאַ־טשאָװ? און װאָס פֿאַר אַ מחותּן בין איך װאָאָבשטשע מיט גענעראַלן? נאָר די מעשׂה איז, פֿאַרשטײט איר מיך, װאָס יעדער „װאַרום“ האָט זיך זײַן „דאַרום“ און װאָס אַ ייִד איז אַ ייִד... אױב איר האָט צײַט, װעל איך אײַך עפּעס דערצײלן, װעט איר הערן אַ שײנס.

דאָס איז געװען, פּונקט אַזױ װי הײַנט, חול המועד סוכּות איז דאָס געװען, טאַקע דאָ אין אַדעס, שױן היפּשע עטלעכע יאָר אַװעק, אַדעס איז נאָך געװען װאָאָבשטשע אַדעס, מע האָט נאָר נישט געװוּסט פֿון קײן טאָלמאַטשאָװ צו זאָגן, און אַ ייִד האָט זיך געקאָנט פֿראַנק און פֿרײַ אַרומ־