פֿון כּתרילעװקע: שמואל שמעלקיס און זײַן יובילעום

שלום עליכם (אַלע װערק)

שמואל שמעלקיס און זײַן יובילעום
אַלע מײַנע ליבע קלײנע מענטשעלעך פֿון כּתרילעװקע װידמע איך דאָס דאָזיקע קלײנע ביכעלע.
דער פֿאַרפֿאַסער

התנצלות פֿונעם מחבר

נישטאָ אױף דער װעלט אַזאַ שלעכטס, װאָס זאָל נישט אַרױסקומען אַמאָל דערפֿון קײן טובֿה. זעט: האָט גאָט באַשאַפֿן פּיאַװקעס, װאָס נודען אַרױס די נשמה ― נוצט מען זײ צו אַ חולה. בינען, װאָס בײַסן זיך ― ברענגען האָניק. שפּאַנישע פֿליגן, װאָס פֿאַראַװירן די װעלט ― זײַנען זײ גוט צו אַ געשװיר. אָדער נעמט מײַז. דאַכט זיך, װאָס קאָן שױן זײַן ערגער פֿון אַזאַ מין שרץ, װי מײַז? פֿונדעסטװעגן, לאָמיר דאָס, ליבער פֿרײַנט, בײדע פֿאַרמאָגן, װאָס די װעלט ברענגט־אױס אַ יאָר אױף מײַזנפֿעלכלעך! פֿון די מײַזנפֿעלכלעך מאַכט מען הענטשקעלעך. די הענטשקעלעך טוען אָן שײנע מײדלעך אױף זײערע קלײנע הענטעלעך. די שײנע מײדלעך קומען זיך צונױף אױף אַ באַל, אַ חתונה אָדער אַזױ אַ שׂמחה. אױף זײ פֿאַרקוקן זיך פֿײַנע בחורים. די פֿײַנע בחורים פֿאַרליבן זיך, שטעלן אַ חופּה, האָבן קינדער. די קינדער װאַקסן אױס, װערן גרױסע בחורים און שײנע מײדלעך. און אַזױ װײַטער און װײַטער…

אַקעגן װאָס איז דאָס געקומען צו רײד? אַקעגן מיר אַלײן מיט מײַן שלאַפֿקײט. געװען, נישט פֿאַר אײַך געדאַכט, מע קאָן זאָגן, אַ חולה־מסוכּן. זיך אָפּגעװאַלגערט אין בעט, ערגעץ אין אַ שטעטל נישט װײַט פֿון כּתרילעװקע, אין באַראַנאָװיטש, גוטע צװײ חדשים. מילא, קראַנק זײַן איז שלעכטס, װאָס זאָלט איר קלערן? איך האָב געהאַט אַ רבין, האָט ער געהאַט אַ רביצין, פֿלעגט זי זאָגן אַזױ: אײדער אײן װאָך אין קרענק, איז שױן גלײַכער צװײ יאָר אין געזונט… (אַ מאָדנע ייִדענע מיט מאָדנע געדאַנקען!) מיר האָט אָבער דאָס קראַנק־זײַן אַלײן נישט אַזױ דערלאַנגט, װי דאָס, װאָס די דאָקטױרים האָבן מיר שטרענג פֿאַרבאָטן דרײַ זאַכן: רײדן, לעזן און שרײַבן, גוטע דרײַ זאַכן! װער סע פֿאַר שטײט דעם טעם, װאָס הײסט פֿאַר אַ שיכּור נישט טרינקען, פֿאַר אַ ליגנער נישט רײדן און פֿאַר אַ פֿרױ נישט אַ קוק טאָן אין שפּיגל, ― דער װעט ריכטיק אָפּשאַצן מײַן לאַגע. דער פּאַפּירענער יצר־הרע און דער שׂטן פֿון טינט און פֿעדער האָבן געאַרבעט מעשׂים. זײ האָבן אָבער אױסגעפֿירט אַ מכּה. צו פֿיל אױגן האָבן געקוקט אױפֿן קראַנקן. האָט זיך דער קראַנקער מישבֿ געװען און געזאָגט צו זיך אַזױ: שרײַבן קאָנט איר מיר פֿאַרבאָטן, אָבער דענקען? טראַכטן? קלערן װער קאָן מיר פֿאַרװערן?

און איך האָב גענומען דענקען, טראַכטן און קלערן און שאַפֿן סוזשעטן אין דער מחשבֿה. פֿון די מחשבֿות האָבן ביסלעכװײַז אָנגעהױבן זיך װעבן בילדער, פֿריִער בלאַס און נאָכדעם אַלץ מער אָנזיכטיק און בולטדיק. און אַזױ זײַנען באַשאַפֿן געװאָרן בײַ מיר אין געדאַנק אַ גאַנץ בינטל מעשׂיות פֿון כּתרילעװקע, פֿון מאַזעפּעװקע, פֿון סטרישטש און פֿון אַנדערע מקומות, ― „גדיע יעװרעיאַם זשיט דאָזװאָליענאָгде евреям жить дозволено: װוּ ייִדן מעגן װױנען“… די אַלע מעשׂיות האָב איך מיר גאַנץ פֿײַן אײַנגעפּאַקט בײַ מיר אין זכּרון און אַריבערגעפּעקלט זיך מיט זײ איבער דער גרענעץ אַהער, אין דעם געטלעכן װאַרעמען לאַנד איטאַליע, װוּ מע קאָן אינמיטן װינטער פֿרײַ שפּאַצירן אין הױלע אַרבע־כּנפֿות און חנוכּה־ליכטלעך בענטשט מען בײַ אָפֿענע פֿענצטער, און דאָ װעל איך זײ שױן אם ירצה שם, זײַט זיכער, באַאַרבעטן און געבן אײנציקװײַז פֿאַר מײַנע לעזער, װאָס האָבן געהאַט געדולד מיך צו לײענען פֿינף און צװאַנציק יאָר דורכאַנאַנד…

זעט מען דען נישט אַרױס דערפֿון באַשײַנפּערלעך, אַז מיר האָבן אַ גרױסן גאָט, װאָס מיט אײן האַנט שטראָפֿט ער, מיט דער אַנדערער הײלט ער? אײַ, די קשיא: צו װאָס טױג עס מיר? אַמער, שטראָף מיד נישט און הײל מיך נישט! דאָס איז קײן קשיא נישט. קשיות פֿרעגט אַ נאַר. איך האָב נאָר געװאָלט דערמיט אױסברענגען, אַז אַ מאָל קאַן מען פֿונעם גרעסטן אומגליק אױך האָבן אַ שטיקל נוצן.

נאָר אַזאַ מין התנצלות װעט דער גוטער לעזער געװיס קײן טענה נישט האָבן צום פֿאַרפֿאַסער, טאָמער זײַנען די בילדער אַרױס אַ מאָל בלאַס, אַ מאָל צו קורץ און אַ מאָל טאַקע פּשוט שװאַכלעך.

מער האָב איך מיט דיר אַצינד גאָרנישט װאָס צו רײדן. איך װינטש דיר, לעזער, אַ גוטן אַפּעטיט צום לעזן, און מיר געזונט און כּוח צו שרײַבן װײַטער, כאָטש נאָך אַ יאָר פֿינף־און־צװאַנציק, אױב נישט מער. װאָרעם אױב ס'איז אמת, װאָס די דאָקטױרים זאָגן, אַז איך בין קראַנק און דאַרף מיך קורירן, קער זיך דאָס אָן נאָר מיטן זינדיקן גוף, אָבער נישט מיט דער כּשרער נשמה. מעגסט מיר דעריבער גלײבן אױף נאמנות, אַז איך װיל ערשט אָנהײבן צו שרײַבן און צו שרײַבן…

שלום־עליכם
נערװי (איטאַליע), 25טן אָקטאָבער 1908

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

א. חנה, מע האָט מיך אָפּגעדרוקט!

װיפֿל די נאָכפּסחדיקע זון האָט נישט געװאַרעמט און װיפֿל דער װינט האָט נישט געבלאָזן ― עס איז זײ בײדן נישט געראָטן מאַכן אַ טאָלק מיט דער כּתרילעװקער בלאָטע. עס האָט זיך אױסגעװיזן, אַז זי לאַכט פֿון זײער באָבע:

― אומזיסט אײַער טירחה, אײַער װאַרעמען, װאָס איר װאַרעמט, מיט אײַער בלאָזן, װאָס איר בלאָזט. אױב איך װעל אײַך אױסטריקענען, װעל איך אײַך אױסטריקענען אפֿשר הלװאַי אַרום תּמוז, אין די גרױסע היצן, דעמאָלט, װען אַ הונט פֿאָכעט מיט דער נשמה און אַ קאַץ זוכט אַ קיל װינקעלע אױפֿן בױדעם…

אַזױ האָט זיך געװיצלט די כּתרילעװקער בלאָטע (אין כּתרילעװקע װיצלען זיך אַלע, אַפֿילו די בלאָטע), און די כּתרילעװצעס האָבן פֿאַרקאַטשעט די פּאָלעס, זיך געקליגט, געזוכט מיטלען אױף אױסצוטרעטן אַ סטעזשקעלע, אַװעקגעלײגט אַ שײַט האָלץ אָדער צװײ ציגל און געשפּרונגען, װי די מזיקים, אָפֿטמאָל אַרײַנגעשפּרונגען מיט אַ פֿוס אין אַ קאַלוזשע, פֿאַרשפּריצט דאָס פּנים אי זיך, אי יענעם, און גענומען שילטן, מע װײס נישט װעמען, מיט טױטע קללות:

― אַ חלירע זאָל קומען אױף דײַן טאַטנס קדיש מיט דרײַ מיתה־משונהס ביז די זון װעט אונטערגײן!

אײנער פֿון די חכמים, װאָס האָבן זיך געבריהט אײנמאָל אין אַ נאָכפּסחדיקן פֿרימאָרגן אַרױסצוגײן טרוקן פֿון דער כּתרילעװקער בלאָטע, איז געװען דער העלד פֿון אונדזער דערצײלונג, שמואל שמעלקיס. בכדי איר זאָלט װערן מיט אים גיך באַקאַנט, שטעל איך אײַך אים פֿאָר אין קורצע דיבורים. שמואל שמעלקיס איז אַ יונגערמאַן אַ משׂכּיל, אַ טאַטנס אַ קינד, רבי יאָסיע דעם נגידס אײדעם. אין יענער צײַט איז ער נאָך געזעסן אױף קעסט, געזעסן און געלערנט און געלײענט ביכלעך און געשריבן אין די בלעטער. װאָס, אײגנטלעך, איז געװען דאָס שרײַבן, איז שװער צו זאָגן, װאָרעם אין יענער צײַט האָבן אים די בלעטער נאָך נישט געהאַט געדרוקט. צי דאָס איז געװען מחמת שלעכטיקײט, צי איבער אַן אַנדער זאַך, נאָר די בלעטער האָבן געהאַלטן אין אײן שטילשװײַגעניש, און דער נאָמען שמואל שמעלקיס איז נישט געװען דערמאָנט אַפֿילו אין בריװקאַסטן. ביז דער אײבערשטער האָט זיך מרחם געװען אױף אים אײן מאָל אין אַ שײנעם פֿרימאָרגן, ― טאַקע אָט יענעם פֿרימאָרגן, װאָס װערט דאָ באַשריבן ― און דער נאָמען שמואל שמעלקיס איז געװען שװאַרץ אױף װײַס אָפּגעדרוקט אױפֿן בלאַט מיט גרױסע, ליכטיקע, פֿירעקעכיקע אותיות, גײענדיק אַהײם צוריק פֿון דער פּאָסט מיטן בלאַט אין דער האַנט, האָט אונדזער העלד געשפּרײַזט איבער דער בלאָטע, געשפּרונגען פֿון אײן סטעזשקע אױף דער אַנדערער, באַװיזן קונצן, אַז מען קאָן טאָן צװײ מלאָכות: לײענען אַ בלאַט און זוכן אַ װעג אין דער כּתרילעװקער בלאָטע. פֿון אַזעלכע קונצן האָט ער אַרײַנגעטיאָפּקעט נישט אין אײן קאַלוזשע, זיך פֿאַרשפּריצט און אױסגעשמירט װי אַ רוח. דאָס אַלץ איז אָבער געװען גאָרנישט אַקעגן דעם, װאָס ער האָט געהאַלטן בײַ זיך אין האַנט, און עס האָט אים געטראָגן װי אױף פֿליגלען אַהײם צו באַװײַזן זײַן װײַב חנהן, אַז ער, שמואל שמעלקיס, שטײט אָפּגעדרוקט אױפֿן בלאַט. אױסגעשמירט װי אַ שד, דאָס היטל פֿאַררוקט, די פּאָלעס צעלאָזט און שטאַרק פֿאַרשװיצט, איז אונדזער העלד אַרײַנגעפֿאַלן מיט אַז אימפּעט צו זיך אין שטוב אַרײַן:

― חנה, װוּ ביסטו?

חנה איז דעמאָלט געװען נאָך גאָר אַ יונג װײַבל, סך־הכּל מיט אײן קינד אױף די הענט און מיטן אַנדערן אױף דער צײַט. דערזען דעם מאַן אַזאַ פֿאַרשמירטן, אַזאַ פֿאַרשװיצטן און אַזאַ צעטראָגענעם, האָט זי זיך געגעבן אַ לאָז צו אים און אַ פֿרעג געטאָן:

― גאָט איז מיט דיר, שמואל?

חנה, מע האָט מיך אָפּגעדרוקט, חנה!

חנה האָט זיך שטאַרק דערשראָקן. אין אײן אױגנבליק האָט זי אַװעקגעזעצט דאָס קינד, געכאַפּט אַ גלאָז װאַסער און צוגעלאָפֿן צום מאַן:

― אַ דונער איז מיר! װוּ האָט מען דיך אָפּגעבריט, װוּ?

נישט אָפּגעבריט, נאָר אָפּגעדרוקט, אָט־דאָ־אָ.

אַזױ האָט איר שמואל געענטפֿערט מיט אַ גליקלעכן שמײכל, אונטערגעטראָגן איר דאָס בלאַט און מיט שײַנענדיקע אױגן אַ װײַז געטאָן אױף דעם אָרט, פֿון װאַנען עם האָט אַרױסגעשײַנט, װי גין־גאָלדענע שטערן, מיט גרױסע לױטערע פֿירעקעכיקע אותיות: „שמואל שמעלקיס“!

יענעם טאָג איז נישט געװען, דאַכט זיך, אױף דער גאַנצער װעלט, כּתרילעװקע ביז אױף יענער זײַט אַמעריקע, נאָך אײנער אַזאַ גליקלעכער, װי שמואל שמעלקיס. נישט געקוקט אױף דער בלאָטע, נישט געהערט חנהס פּראָטעסט: „װוּהין װעסטו גײן אין אַזאַ טװאַן?“ ― האָט אונדזער העלד זיך אַװעקגעלאָזט מיטן בלאַט איבער דער שטאָט, אָפּגעשטעלט כּמעט יעדן באַזונדער, דערצײלט, אַז דאָס גײט ער פֿון דער פּאָסט, נאָר װאָס באַקומען דאָס בלאַט ― „אָטאָ, זעט איר?“…

מיט די װערטער טראָגט ער אונטער יעדן גלײַך אונטער דער נאָז דאָס בלאַט מיט די גרױסע לױטערע פֿירעקעכיקע אותיות: „שמואל שמעלקיס“. די כּתרילעװצעס האָבן, װי עס שײַנט, נישט רעכט פֿאַרשטאַנען שמואל שמעלקיס גדולה. זײ האָבן געמײנט, אַז דאָרט שטעקט עפּעס אַ נײַס, אַ מלחמה, אַ שׂרפֿה, אַ מגפֿה, אָדער אַזױ עפּעס אַ נײַע גזירה אױף ייִדן. און כאָטש מע האָט קײן צײַט נישט, מען איז פֿאַרטאַרעראַמט מיט דאגות־פּרנסה, נאָר האָרכן נײַס ― מהיכא־תּיתי, מיטן גרעסטן כּבֿוד!

― אַנו, לײען אומיסטנע, װאָס שרײַבט מען דאָרטן בײַ דיר אין בלאַט?

― אָט דאָ אין מיטן דער בלאָטע זאָל איך אײַך לײענען?

― װאָס זשע האָסטו אונדז באַדאַרפֿט אָפּשטעלן?

― איך האָב אײַך נאָר געװאָלט װײַזן, אַז… אַז מע האָט מיך אָפּגעדרוקט!…

אַזױ ענטפֿערט זײ אונדזער גליקלעכער העלד מיט אַ שײַנענדיק פּנים און טיאָפּקעט װײַטער. און די כּתרילעװצעס קוקן זיך איבער, קנײטשן מיט די פּלײצעס און װיצלען זיך, װי דער שטײגער איז:

־ אַלע בײזע װיסטע חלומות!

― מע האָט אים אָפּגעדרוקט!

― מע האָט אים צוגעדרוקט!

― מע האָט אים אײַנגעפּרעסט!

― אײַנגעזאַלצן!

― אײַנגעזײַערט!

― פֿאַרמאַרינירט!

― כאַ־כאַ־כאַ!

עס איז שױן געװען טיף אין דער נאַכט, און שמואל שמעלקיס איז נאָך אַלץ געלעגן בײַ זיך אױפֿן געלעגער מיט אָפֿענע אױגן. ער האָט זיך געפֿילט, װי אַ העלד, װי אַ מענטש, װאָס האָט אָפּגעטאָן עפּעס אַ גרױסע, אַ װיכטיקע זאַך, װאָס האָט אים װי אָפּגעטײלט פֿון אַלע זײַנע באַקאַנטע אין כּתרילעװקע, אױפֿגעהױבן אים הױך, העכער מיט אַ קאָפּ פֿון אַלע כּתרילעװקער. אַ קלײניקײט ― ער, שמואל שמעלקיס, שטײט אָפּגעדרוקט אױפֿן בלאַט, און זײ נישט!… און ער קוקט אױף זײ פֿון אױבן אַראָפּ, מיט רחמנות. ער שטעלט זיך פֿאָר, אַז אָט שטײט ער אױף אַ הױכן באַרג, און אונטן, אונטערן באַרג, שטײט גאַנץ כּתרילעװקע און האָרכט זיך אײן, װי ער דרשענט זײ, װי ער פּרעדיקט זײ הױכע שײנע געדאַנקען פֿון מענטשלעכקײט, פֿון געטלעכקײט און פֿון אײביקײט, און װאָס װײַטער װאַקסט ער אַלץ העכער און העכער, און מלאָכים לאָזן זיך אַראָפּ צו אים פֿונעם הימל, כאַפּן אים אױף אױף זײערע ברײטע פֿליגלען און טראָגן אים אַװעק װײַט־װײַט פֿון כּתרילעװקע, און… ער װערט אַנטשלאָפֿן.

ב. ער שרײַבט אױף די גאַזעטן, און כּתרילעװקע חכמהט זיך

ליבער פֿרײַנט! דאָס, װאָס איך האָב דיר דאָ דערצײלט אין קאַפּיטל א, האָב איך דיר דערצײלט אַ מעשׂה, װאָס האָט זיך געטראָפֿן מיט פֿינף און צװאַנציק יאָר צוריק. איבערלעבן פֿינף און צװאַנציק יאָר אין ייִדישקײט אין כּתרילעװקע איז נישט קײן פֿינף און צװאַנציק שלום־עליכמס אָפּשטעקן, און נישט קײן פֿינף און צװאַנציק אײער־בײגל אױפֿעסן, און אַפֿילו נישט קײן פֿינף און צװאַנציק פֿײגעלעך אױסשיסן… נישט אומזיסט האָט זיך אומבאַמערקט אַרײַנגעגנבֿעט צו אונדזער העלד אין בערדל אַרײַן אַ היפּש ביסל זילבער און אױף זײַן ברײטן װײַסן שטערן האָבן זיך אױסגעלײגט טיפֿע קנײטשן ― גאָרנישט דער שמואל שמעלקיס, װאָס אַמאָל.

אַמאָל איז דאָס געװען אַ יונגערמאַן אַ צאַצקע, פֿון די, װאָס מע קױפֿט זײ אין כּתרילעװקע פֿאַר געלט. מע זוכט זײ מיט ליכט און מע דינגט זיך פֿאַר זײ מיטן שדכן, װי מע דינגט זיך פֿאַר אַן אָקס, און אַז מע דינגט זיך אױס, גיט מען זײ אַװעק אַ שײנע, אַן ערלעכע ייִדישע טאָכטער, מיט היפּשע עטלעכע קערבלעך נדן, מיט עטלעכע יאָר קעסט, און מע האַלט זײ, װי אַ צירונג אין שטוב, װי אַן אבֿן־טובֿ, װי אַ שײַנדעלע אין דער משפּחה, גוטע פֿרײַנט זאָלן אָנקװעלן און שׂונאים זאָלן צעפּוקעט װערן. דעם ערשטן שבת נאָך דער חתונה פֿירט מען דעם געקױפֿטן אײדעם מיט פּאַראַד אין שול אַרײַן, די נײַע בגדים אױף אים קנאַקן, די שטיװעלעך סקריפּען. דער שװער באַזעצט אים אױבנאָן אין מיזרח זײַט, מיטן פּנים צום עולם. פֿײַנע בחורים מיט אױסגעגלעטע פּאות אין קלײנע חדר־ייִנגלעך מיט אונטערגענעצטע נעזלעך שטעלן זיך אױס אַקעגן אים און באַטראַכטן אים מיט גרױס נײַגעריקײט, װי אַן עלפֿאַנד און אַז מע רופֿט אים אױף צו דער תּורה און ער קלינגט דעם מפֿטיר, װי אַ גלאָק, זינגט די ברכות, װי אַ סאָלאָװײ, דעמאָלט ― אַהאַ! ― קוקן אַרױס פֿון אױבן, פֿון דער װײַבערשער שול, װײַבערשע נעז מיט װײַבערשע אױגן. אױף די נעז זע איך אָנגעצײכנט קינאה, און אין זײערע אױגן לײען איך:

― האָט ער עס אײַנגעהאַנדלט אַ מציאה, רב יאָסיע דער נגיד, פֿאַר שטערט זאָל עס אים נאָר װערן, רבונו של עולם!…

פֿאַר קלאָר קאָן איך אײַך נישט זאָגן: צי ס'איז מקוים געװאָרן די װײַבערשע ברכה, צי איבער אַן אַנדער זאַך, נאָר דער שלום־בית בײַ רבֿ יאָסיע דעם נגיד אין שטוב איז גיך פֿאַרשטערט געװאָרן. רב יאָסיע דער נגיד האָט זיך אַרומגעקוקט, אַז די מציאה, װאָס ער האָט אײַנגעהאַנדלט איז גאָר נישט אַזאַ מציאה. דאָס הײסט, אַזױ אַפֿילו, אױבן־אױף, װאָס קאָן ער האָבן צו זאָגן אױף זײַן אײדעם? מהיכא־תּיתי, אַ יונגערמאַן אַ געראָטענער; נישט מער אָט דאָס, װאָס ער גיט זיך אָפּ מיט די נאַרישקײטן, „שרײַבט אױף די גאַזעטן“ גאָר עפּעס מעשׂה קבצן… און דער שװער האָט זיך אָנגעבלאָזן אױף דער שװיגער, און די שװיגער האָט געפֿײַערט אױף דער טאָכטער, און די טאָכטער האָט באַהאַלטן דאָס פּנים אין קישן און שטילערהײט געװײנט. ..

און די שטאָט? װאָס זאָלט איר קלערן? כּתרילעװקע איז, ברוך־השם, אַן ערטל פֿון סאַמע חכמים, קלוגע קעפּ, פּראַקטישע מענטשן. זײ האָבן נישט אַנדערש געקוקט אױף דעם נגידס אײדעם, װי אױף אַ קאַליקע, אַ בעל־מום, אַ מענטש מיט אַ „געבאָרענעם חסרון, נישט דאָ געדאַכט“…

אַװדאי װען שמואל שמעלקיס זאָל נישט זײַן רב יאָסיע דעם נגידס אײדעם, װאָלט אים דאָס שרײַבן אױף די גאַזעטן אָפּגעלאָפֿן נישט אַזױ גלאַט. נאָר װײל ער איז רב יאָסיע דעם נגידס אײדעם, האָט דער עולם געװיצלט זיך איבער אים הינטער די אױגן, געװײנלעך, און עס זײַנען געפֿלױגן שאַרפֿע, שפּיציקע װערטלעך:

― אַ מענטש האָט זיך אַרײַנגענומען אַ משוגעת אין קאָפּ!

― נישט דאָ געדאַכט!

― נישט אַקעגן נאַכט דערמאָנענדיק!

― נעבעך אַביסל נישט דערשפּיצט, װאָס איז ער שולדיק?

― נישט קײן ביסל, נאָר אַ סך.

― בלשון־אַשכּנז װערט עס אָנגערופֿן, אַ פּנים, לעקישעװאַטע?

― װי אַזױ זשע װעט עס הײסן אױף אונדזער לשון?

― שוטה בן פּיקהאָלץ.

― אָדער לאַמטערן־שיסער בן פּדהצור.

― און אפֿשר גאָר שמינדער בגעץ?…

ג. שמואל שמעלקיס װערט אַ כּתריליק

נאָר דאָס, װאָס אין כּתרילעװקע קאָן זיך דערלױבן אַן אײדעם אױף קעסט, איז נישט דערלױבט אַ יונגן מאַן, װאָס איז שױן אַ בעל־הבית אַלײן פֿאַר זיך. רב יאָסיע דער נגיד, זאָל זײַן אַ מליץ־יושר, איז שױן לאַנג אױף דער אמתער װעלט. זײַן װײַב, זאָל זיך מיִען, האָט זיך פֿאַרבענקט נאָכן מאַן און איז אױך אַװעק אַהין, פֿון װאַנען קײנער איז נאָך צוריק נישט געקומען, און אונדזער העלד, שמואל שמעלקיס, איז אַרײַנגעטראָטן אין דער װעלט אַרײַן, געװאָרן אַ סוחר, איבערגענומען דעם שװערס קראָם אין כּתרילעװקע, אַ קראָם פֿון שניט און פֿון באַקאַלײ און פֿון צעלניק און פֿון פֿױגל־מילך, און די דירה האָט ער געירשנט פֿונעם שװער, די גרעסטע דירה אין כּתרילעװקע. דאָס איז אַזאַ מין דירה, װאָס ס'איז כּדאַי, זי זאָל װערן באַשריבן. שטײן שטײט זי, די דירה הײסט עס, אין מיטן מאַרק, סאַמע אין דער רעכטער בלאָטע. קײן הױף האָט זי נישט, און דאָס, װאָס געפֿינט זיך אין אַ הױף, האָט זי אױך נישט… דערפֿאַר איז זי כּמעט העכער האַלב געדעקט מיט אײַזן, און די אַנדערע האַלב מיט שערבלעך, אַזױ, אַז זי כאַפּט דעם אָפּבליק פֿון אַ מענטשן, װאָס מע האָט אים אָנגעטאָן אַ היטל, געשטוקעװעט פֿון צװײערלײ מאַטעריעס. הײַנט האָט זי, די דירה הײסט עס, צװײ גאַניקעס, אײנעם פֿון פֿאָרנט און אײנעם פֿון הינטן; דאָס הײסט, עס װענדט זיך, װי אַזױ איר קוקט. קוקט איר פֿון דער זײַט, איז דאָ דער פֿון־פֿאָרנט און דאָרט דער פֿון־הינטן. קוקט איר פֿון יענער זײַט, איז דאָרט דער פֿון־פֿאָרנט און דאָ דער פֿון־הינטן.

אױף קײן זאַך האָבן די כּתרילעװצעס נישט אַזױ מקנא געװען רב יאָסיע דעם נגידס יורש, װי אױף דער דירה מיט די צװײ גאַניקעס.

― באַשערט אַ מענטשן אַזאַ גוטס!

― עס װעט בײַ אים האָבן אַ קיום, בײַ דעם לאַמטערן־שיסער!

― פֿון אסתּר־תּענית ביז פּורים.

― דץ אַ סוחר!

― שמעיה בעל־פּרנסה!

― איציקל בעל־תּכלית!

― און דער קאָפּ איז אים נאָר װײס איך װוּ!

― אין יעהופּעץ אױפֿן יאַריד.

― ערגעץ אין די בלעטער דאָרטן…

אַזױ האָט זיך דער עולם געװיצלט, געשלײַפֿט די צינגלעך און ביסלעכװײַז גענומען דעם נגידס יורש צו דער אַרבעט, און דװקא מיט גוטן, מיט אַ חניפֿהלע, אַ טובֿעלע, אַ גמילות־חסדל, אַ געשעפֿטל, אַ הלװאהלע ― מהיכא־תּיתי, פֿאַרװאָס נישט? אַזױ לאַנג, אַזױ ברײט ביז שמואל שמעלקיס האָט אָנגעװאָרן די גאַנצע ירושה און איז געװאָרן, אױף דער כּתרילעװקער שפּראַך, „נקי“, רײן װי אַ טעלער, אַ כּתריליק גלײַך מיט אַלע כּתרילעװקער… „משלנו“ ― הײסט דאָס דאָרטן, און מיט אַ פּאַטש אין פּלײצע זאָגט מען אים: „אַחינו אַתּה“. און װי באַלד „משלנו“ און מיט אַ פּאַטש אין פּלײצע „אַחינו אַתּה“ ― איז שױן דעמאָלט אַז אָך און װײ!…

געפּטרט די קראָם מיטן ביסל געלט, האָט זיך אונדזער שמואל שמעלקיס באַקענט מיטן כּתרילעװקער דלות און מיט אַלע זײַנע תּרי″ג באַהעלפֿערס. נישט מיטאַמאָל, געװײנלעך, נאָר פּאַװאָלינקע, ביסלעכװײַז האָט ער זיך געקאַטשעט באַרג אַראָפּ, ביז ער איז געקומען צו דער מדרגה פֿון אָנקומען צום גבֿיר פֿון שטאָט רב נתן קורח, פֿאַרזעצן בײַ אים די דירה מיט די צװײ גאַניקעס, זײַן לעצטן מאַיאָנטיק. יענער טאָג איז געװען, קאָן מען זאָגן, תּישעה־באָבֿ בײַ שמואל שמעלקיס אין שטוב. װי אַ שאָטן האָט ער אַרומגעשפּאַנט פֿון אײן װינקל צום אַנדערן. די קינדער האָבן זיך באַהאַלטן. שטילערהײט האָט חנה געשלונגען די טרערן, און דערזען דעם מאַן, װי ער איז פֿאַרחושכט, האָט זי געמאַכט אַ פֿרײלעך פּנים און אים אױסגערעדט דאָס האַרץ:

― דו ביסט נישט דער אײנציקער. גאַנץ כּתרילעװקע ליגט פֿאַרמשכּונט בײַ אָט דעם בלוטזױגער.

און אַז דעך מאַן איז אַװעקגעגאַנגען צום גבֿיר רב נתן קורח, האָט זיך ערשט דעמאָלט חנה אַװעקגעזעצט װײנען אױף בײדע אױגן: „װען איר טאַטע־מאַמע זאָלן איצטער אױפֿשטײן…',

נאָר אונדזערע לעזער װײסן, אַז מיר האַלטן נישט פֿון קײן קלאָגלידער און האָבן נישט ליב קײן טרערן. דעריבער היפּן מיר איבער אַ גאַנצע עפּאָכע פֿון פֿינף־און־צװאַנציק־יעריקע צרות, און גײען אַריבער גלײַך צום לעצטן אַקט פֿון אונדזער טראַגי־קאָמעדיע.

ד. מזל־טובֿ! שמואל שמעלקיס איז אַ בעל־יובֿל

נישטאָ קײן אײביקע זאַך אױף דער װעלט. אַזױ שמועסן די אױפֿגעקלערטע, די פֿילאָזאָפֿן. אַלצדינג, זאָגן זײ, ענדערט זיך אױף דער ערד: מענטשן װערן פֿאַרעלטערט און שטאַרבן אַװעק. הײַזער ברענען אָפּ. שטעט װערן חרובֿ און איבעראַנײַס אױפֿגעבױט. פֿון אַ ים װערט אַ טריקעניש, פֿון דער טריקעניש װערט אַ ים, און אַזױ װײַטער און װײַטער. פֿאַר אױפֿגעקלערטע לײַט, פֿאַר פֿילאָזאָפֿן, נעמען מיר אַראָפּ דאָס היטל. לאָזן זײ אָבער קײן פֿאַראיבל נישט האָבן ― זײ זײַנען נישט באַקענט מיט דער כּתרילעװקער בלאָטע. אַלצדינג אױף דער װעלט ענדערט זיך, נאָר נישט די כּתרילעװקער בלאָטע. אַזױ װי מיט פֿינף און צװאַנציק יאָר צוריק, פּונקט אַזױ שטײט זי אױך איצט פֿאַרטיפֿט און פֿאַרעקשנט, פֿירט אַ שטרײַט מיט די שטראַלן פֿון דער זון און זי װיל נישט אױסטריקענען פֿאַר קײן געלט נישט. שױן איבערגעלאָפֿן דער תּמוז מיט די הײסע טעג און מיט די הײסע נעכט, װען גאַנץ כּתרילעװקע שלאָפֿט מיט װײַבער און מיט קינדער אינדרױסן. שױן אַװעק דער תּישעה־באָבֿ, װען ייִדן קאָנען זיך פֿאַרגינען אַזאַ לוקסוס, װי גײן אין מיטן גאַס אין די זאָקן ― און די בלאָטע שטײט נאָך אַלץ מיט איר פּראַכט און גלאַנץ, און די כּתרילעװצעס פֿאַרקאַטשעט די פּאָלעס, קליגן זיך נאָך אַלץ, זוכן מיטלען, װי אַזױ אױסצוטרעטן אַ סטעזשקעלע, לײגן אַװעק אַ שײַט האָלץ אָדער אַ צװײ ציגל און שפּרינגען, װי די מזיקים, כאַפּן זיך אַרײַן אָפֿטמאָל מיט אַ פֿוס אין אַ קאַלוזשע, פֿאַרשפּריצן דאָס פּנים אי זיך, אי יענעם, און שילטן, מע װײס נישט װעמען, מיט טױטע קללות:

― אַ חלירע זאָל קומען אױף דײַן טאַטנס קדיש מיט דרײַ מיתה־משונהס ביז די זון װעט אונטערגײן!

און אָט זעען מיר איצט, אין פֿינף און צװאַנציק יאָר אַרום, אין אַ שײנעם פֿרימאָרגן װידער אונדזער העלד שמואל שמעלקיס, װי ער טיאָפּקעט װידער אין דער זעלבער בלאָטע, װאָס מיט פֿינף און צװאַנציק יאָר צוריק; װידער בריהט ער זיך אַרױסצוגײן טרוקן פֿון דער כּתרילעװקער בלאָטע, און װידער אײַלט ער זיך פֿון דער פּאָסט מיט אַ בלאַט איז די הענט, און װידער איז ער פֿאַרשװיצט און פֿרײלעך־צעטראָגן.

װאָס האָט איצט אַזעלכעס פּאַסירט מיט איר, װאָס זײַן געקנײטשטער שטערן שײַנט אַזױ, און װאָס אױף זײַן פֿאַרעלטערט, פֿאַרחושכט פּנים שפּילט אַזאַ צופֿרידן גליקלעך שמײכעלע? ― עס האָט זיך געטראָפֿן אַזעלכעס, װאָס ער האָט זיך אױף דעם קײן מאָל נישט געריכט. אַ נס האָט זיך געטראָפֿן, לעזער, אַ נס: עמעצער, אַ גוטער פֿרײַנט אָן אַ נאָמען, האָט זיך דערמאָנט און געגעבן צו װיסן אין בלאַט, אַז הײַנטיקן טאָג איז געװאָרן פֿינף און צװאַנציק יאָר זינט שמואל שמעלקיס איז אַרױס אױפֿן פֿעלד פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור מיט זײַנע באַשרײַבונגען פֿון כּתרילעװקע.

„מיר װײסן נישט ― אַזױ שרײַבט דעך אומבאַקאַנטער פֿרײַנט אין בלאַט ― מיר הײבן נישט אָן צו װיסן, װער איז אָט דער שמואל שמעלקיס און װאָס ער איז. מיר װײסן נאָר, אַז פֿינף און צװאַנציק יאָר כּסדר ליגט אַ מענטש אין אַ זומפּ, װאָס הײסט כּתרילעװקע, און הערט נישט אױף אונדז באַקאַנט צו מאַכן מיט די דאָרטיקע משונה מאָדנע ברואים, װי ער רופֿט זײ אָן: די „קלײנע מענטשעלעך“…

און נאָך אַ סך אַזעלכע זיסע װערטער שרײַבט דער אומבאַקאַנטער פֿרײַנט אין בלאַט, און לאָזן לאָזט ער אױס מיט אַ מזל־טובֿ צו שמואל שמעלקיס און מיט אַ ברכה צו זײַן פֿינף און צװאַנציק יאָריקן יובילעום…

יובילעום?!… קײנמאָל האָט שמואל שמעלקיס נישט געדענקט פֿון קײן יובילעום. קײנמאָל אַפֿילו אין חלום נישט געזען אַזאַ זאַך. מע מוז מודה זײַן, אַז אונדזער העלד האָט מיט זײַן אָרעמער פֿעדער אין דעם משך פֿון די פֿאַרגאַנגענע פֿינף און צװאַנציק יאָר קײן שטערן פֿון הימל נישט געכאַפּט און קײן חידושים נישט אױפֿגעטאָן. אײן שבֿח דאַרפֿן מיר אים אָבער נאָכזאָגן: ער האָט געטאָן זײַן אַרבעט געטרײַ און מיט ליבשאַפֿט, װי די בין, װאָס טראָגט איר חלק האָניק אינעם גרױסן בינשטאָק אַלײן. קײנמאָל האָט ער זיך נישט געפֿרעגט קײן קשיא: צוליב װאָס ער לײגט זיך אַזױ אַװעק פֿאַר כּתרילעװקע און פֿאַר די קלײנע מענטשעלעך? איך זאָל װיסן, אַז דאָס װעט נישט זײַן קײן באַלײדיקונג, װאָלט איך אים פֿאַרגליכן צו אַ קו, װאָס זײגט איר קעלבל גאָרנישט צו פֿרעגן קײן קשיות, למאַי זי טוט עס… קײן כּבֿוד האָט ער פֿון זײַן שרײַבן קײנמאָל נישט דערװאַרט. פֿון קײן לױן האָט ער קײנמאָל נישט געחלומט. צו דעם, װאָס װערט אָנגערופֿן „קריטיק“, האָט ער קײנמאָל נישט זוכה געװען, אױב מיר זאָלן נישט רעכענען די „הײמישע קריטיק“ פֿון די כּתרילעװצעס, װאָס זײַנען אין כּעס סכּנות, אַז מע „באַשרײַבט זײ אױף די גאַזעטן“. זײ האָבן בעסער ליב רײדן פֿון דער גאַנצער װעלט, אײדער די גאַנצע װעלט זאָל רײדן פֿון זײ. זײ האָבן בעסער ליב חוזק מאַכן פֿון יעדן באַזונדער, אײדער עמעצער זאָל חוזק מאַכן פֿון זײ. אָט אַזאַ טבֿע, איז שױן בײַ זײ פֿון קדמונים. דעריבער האָבן זײ אים געבעטן מיט גוט, ער זאָל זײ נישט „אַרױסשטעלן אױפֿן בלאַט“, װאָרעם עס „װעלן זײַן

בזיונות“… עס האָבן זיך געפֿונען אױך אַזעלכע, װאָס האָבן אים אַפֿילו געגעבן אָנצוהערעניש, גערעדט פֿאַרשטעלט, בלשון סגי־נהור: אַז טאָמער װעט ער זיך דערװעגן אָנרירן זײער נאָמען, „װעלן פֿליִען פּעטש“ ― און אױף פּעטש איז אַ כּתרילעװקער דװקא אַ בטוח. אין כּתרילעװקע ― איך האָב עס אײַך, דאַכט מיר, שױן לאַנג באַמערקט ― װערן מערסטנטײלס געשעפֿטן און סיכסוכים ליקװידירט דורך פּעטש:

― פּיטש־פּאַטש ― אַזױ זאָגן זײ ― איז אַ קורצער פּסק און אַ מזומנע מטבע.

און פּלוצעם קומט אַן אומבאַקאַנטער פֿרײַנט אין בלאַט און דערמאָנט דער װעלט, אַז ער, שמואל שמעלקיס, איז אַ בעל־יובֿל, און װען? גראָד הײַנט, װען ער האָט געהאַט אַ בײזן, אַ פֿינצטערן פֿרימאָרגן, װעלכער װערט באַשריבן אָט דאָ, אין קאַפּיטל ה.

ה. אַ װיסטער פֿרימאָרגן

כּתרילעװקע האָט נאָך נישט אױפֿגעװאַכט רעכט פֿון איר זיסן שלאָף, און די גליקלעכע כּתרילעװצעס זײַנען נאָך געװען געפּענטעט אין דעם כּישוף פֿון דער זומערדיקער נאַכט, נישט געקאָנט אָפּרײַסן זיך פֿון די גאָלדענע חלומות: אַ ריח פֿון פֿריש ברױט… אַן אַראָמאַט פֿון געפֿילטע פֿיש מיט ציבעלעס און מיט פֿעפֿער… גאַנצע לונג־און־לעבערס, נאָר־װאָס פֿון דער יאַטקע… נײַע שמעקנדיקע שיך פֿונעם שוסטער… גאַנצע הױזן פֿונעם שנײַדער… אַ גרױסער מאַרק… אַ יאַריד… קונים אַ סך… פּדיון… פּרנסה… ― אָט װאָסערע גוטע זאַכן דער גוטער בעל־החלומות שיט אױף כּתרילעװקע פֿון זײַן מילדער האַנט. אַן עבֿירה, װאָס גאַנץ פֿרי גײט אױף גאָטס זון אױף כּתרילעװקער הימל און טרײַבט אַרױס דעם עולם אױף דער שלאַכט ― זוכן ברױט פֿאַר די הונגעריקע װײַב און קינדער!

― סטוק! סטוק! סטוק! ― האָט זיך דערהערט אַ קלאַפּ אין טיר, און שמואל שמעלקיס האָט זיך אױפֿגעכאַפּט, אַראָפּגעשפּרונגען, אױפֿגעעפֿנט די טיר און אַרײַנגעלאָזט אַ פֿריִען גאַסט, קאָפּל דעם אַדװאָקאַט.

― ברוך־הבא, אַ גאַסט, װאָס עפּעס אַזױ פֿרי?

נישט אים און נישט זײַן װײַב חנהן איז געפֿעלן דער דאָזיקער פֿריִער װיזיט פֿון קאָפּל דעם אַדװאָקאַט. קאָפּל דער אַדװאָקאַט איז אַזױ זיך אַפֿילו אַ גאַנץ װױל מענטשל, נאָר אײן זאַך, װאָס ער האָט אַ הינטיש פּנים, און װאָס ער רעדט אַביסל אונטער דער נאָז און כאַפּט אַזױ, אַז עס מאָל זיך אײַך אױס, אַז נישט ער רעדט, נאָר ער האַװקעט.

― האַװ־האַװ־האַװ! איר װײסט דאָך, אַז איך בין נישט מער װי אַן אַדװאָקאַט… מײַן פּרנסה… מע זאָגט מיר גײן ― גײ איך. רב נתן קורח האָט אײַך געלאָזט בעטן, איז זאָלט אים אָפּרײניקן די דירה, האַװ־האַװ… אָט איז דער איספּאָלניטעלנע ליסטисполнительный лист: ליסטע פֿון פֿירונג אָטאָ, מיט דער פּראָדאַזשנעпродажная: שטר פֿון קױף אָטאָ, מיט דער װאָדאָװלאַדעניעввод во владение: שטר פֿון באַקומען, מיט די אַלע איבעריקע שפּאַרגאַלן, נאַ אָסנאָװאַניע סטאָ טרידצאַט פּיאַטאָי סטאַטי טאָמאַ דיעסיעאַטאָװאָ טשאַסטי פּערװאָי סװאָדאַ זאַקאָנאָװ גראַזשדאַנסקיךна основание сто тридцать пятой статьи тома десять части первой свода законов дражданских: אױפֿן יסוד פֿונעם אַרטיקל 135 פֿון באַנד 10 פֿון ערשטער טײל פֿון קאָדעקס פֿון ציװילע געזעצן, האַװ־האַװ־האַװ…

אָט אַזױ האָט זיך אױסגעהאַװקעט קאָפּל דער אַדװאָקאַט און איז אַװעק זײַן װעג, גאָרנישט געװאָלט אױסהערן די ברכות, װאָס שמואל שמעלקיס, װײַב האָט מכבד געװען דעם רוצח, דעם גזלן, דעם בלוטזױגער רב נתן קורח, און נישט געװאָלט זען די שטילע טרערן אױף איר שלים־שלימזלדיקן לעבן, אַז אָך און װײ, װען איר טאַטע־מאַמע זאָלן איצטער אױפֿשטײן…

אױף דעם געװײן האָבן זיך אױפֿגעכאַפּט אַלע קינדער, די גרעסערע און די קלענערע. געװאָר געװאָרן, אַז מע װאַרפֿט זײ אַרױס מיט די בעבעכעס אינדרױסן אַרױס, האָבן די עלטערן באַקומען װײַסע טױטע אױסגעצױגענע פּנימער, אָן אַ טראָפּן בלוט, מיט שטומען װײטיק באַטראַכט די אומגליקלעכע טאַטע־מאַמע, און די קלענערע ― די זײַנען געשטאַנען אין אײנע העמדלעך און געציטערט, װי די לעמעלעך. זײער גרױס־אָפֿענע אױגן האָבן געזאָגט:

― איר מײנט, אַז װײַל מיר גײען נאַקעט און באָרװעס, װײסן מיר שױן גאָרנישט ניט?…

נאָר דאָס ייִנגסטע און דאָס ליבסטע, די געבאַלעװעטע מיזינקע, רײזעלע, אַ קינד אַ גאָלד מיט אַן אונטערגעשטעקט העמדל און מיט אױסגעבױגענע פֿעסלדיקע פֿיסעלעך, קאַטשעט זיך װי אַ קאַטשקעלע, רעדט צום פֿאָטער אױף אַ מאָדנער שפּראַך:

― העטי מעטי קאָפּעטילע אי קײפּי טיעטי פּעטעלי.

אױף אונדזער לשון הײסט עס:

― אַז דו װעסט מיר געבן אַ קאָפּעקעלע, װעל איך מיר קױפֿן אַ קאָנפֿעקטעלע.

אַ קינד אַ טרײסט! אַ קינד אַ נחת!… שמואל שמעלקיס טאַפּט אין אַלע קעשענעס און קאָן נישט געפֿינען קײן קאָפּיקע, און ער קאָן נישט צוזען דעם צער פֿונעם קינד ערגער װי פֿון אַלע איבעריקע קינדער, און אַ שװאַרצער שאָטן פֿאַרשפּרײט זיך אױפֿן פּנים, און פֿרישע קנײטשן אױפֿן שטערן, און אַ טיפֿער שװערער זיפֿץ רײַסט זיך אַרױס נישט װילנדיק פֿונעם האַרצן.

― אױף די שׂונאימס קעפּ! ― זאָגט צו אים חנה זײַן װײַב, רעדט אים אױס דאָס האַרץ: ― נאַרעלע, דער הימל צו דער ערד איז נישט געפֿאַלן… און זי שיקט אים אָפּ צום גבֿיר רב נתן קורח, טאָמער װעט ער זיך אָפּבעטן נאָכאַמאָל כאָטש אױף אַ קורצער צײַט, ביז דער אײבערשטער װעט רחמנות האָבן…

― אױפֿן עשאַפֿאָט װאָלט איך דיר ליבער געגאַנגען…

אַזױ זאָגט שמואל שמעלקיס שטילערהײט זיך אין באָרד אַרײַן, רוקט אָן דאָס היטל און לאָזט זיך גײן צום גבֿיר רבֿ נתן קורח.

ו. דער גרעסטער גבֿיר אין כּתרילעװקע ― רבֿ נתן קורח

איך מײן, אַז ער דאַרף אײַך זײַן באַקאַנט, װאָרעם װער קען נישט רבֿ נתן קורח? ער האָט דאָך אַ שם „אױף דער גאַנצער װעלט“. אַלע װײסן, און ער אַלײן באַרימט זיך דערמיט, אַז ער איז שױן כּמעט דרײַסיק יאָר נישט אַרױסגעגאַנגען מפּתח־ביתו. װער עס דאַרף, דער טרעפֿט צו אים. און דאַרפֿן דאַרף צו אים יעדער, װער עס האָט װאָס צו פֿאַרזעצן. אַמאָל, אין די יונגע יאָרן, פֿלעגט מען צו אים טראָגן פֿאַרמשכּונען אַלצדינג, װאָס האָט אַ װערט, למשל: אַ בגד, אַ לײַכטער, אַ סאַמאָװאַר, אַ שטױסל, אַ קװאָרט, אַן עטרה, אַ מגילה, אַפֿילו אַ פֿאַראַיאָריקער לולבֿ איז אױך געװען אַ סחורה. איצט, אױף דער עלטער, האָט ער געװאָרפֿן אַן אומחן אױף די אַלע זאַכן, פֿײַנט געקריגן „דװיזשימאָסטдвижимость“ (מטלטלין) און גיט זיך אָפּ נאָר מיט „אימושטשעסטװעимуществе“ (הײַזער). אַלע װײסן, אַז ער מאַכט נישט קײן אַנדערע געשעפֿטן, אַחוץ הײַזער. ס'איז אַ סבֿרא, אַזױ שמועסט דער עולם, אַז גאַנץ כּתרילעװקע ליגט בײַ אים „במשכנתּא“. און, װי דער שטײגער איז, פֿליִען דאָרטן שטעכװערטלעך מיט לצנות אױפֿן גבֿירס אַפּעטיט צו הײַזער.

― טאָמער װײסט איר, װאָס װעט ער טאָן איבער הונדערט און צװאַנציק יאָר מיט אַזױ פֿיל הײַזער?

― ער װעט זײ נעמען מיט זיך אױף יענער װעלט.

― ער װעט זײ אײַנזאַלצן אין זאַלץ.

― ער װעט זײ פֿאַרמשכּונען בײַם מלאך־המװת.

― איך זע, אַז איר װײסט קײנער נישט דעם סוף פֿון אונדזער גבֿיר רב נתן קורח.

― װאָס זשע שװײַגסטו, אַז דו װײסט?

― ער װעט האָבן דעם אײגענעם סוף, װאָס יענער קורח אין חומש.

― אײַנגעזונקען װערן, הײסט עס, מיט אַלע מאַיאָנטקעס?

פֿון דער לעצטער המצאה קװעלט דער עולם אַזױ שטאַרק, אַז ממש מע קאַטשעט זיך פֿאַר געלעכטער. און רבֿ נתן קורח טוט זיך זײַנס: ער פֿאַרלײַט געלט אױף הײַזער און נחלאָות און װערט װאָס אַ יאָר רײַכער מיט אַ פּאָר הײַזער און מיט אַ פּאָר קלײטן. אױסער דעם, איז זיך רב נתן קורח זײער אַ פֿײַנער בעל־הבית און בטבֿע זײער אַ סימפּאַטישער מענטש. ער האָט אַ כּלל ― אױפֿנעמען יעדן אײנציקן פֿרײַנטלעך, אַזױ װי אונדזער חכמים האָבן אונדז געלערנט: „בסבֿר פּנים יפֿות“, דאָס הײסט, מיט אַ ברײטן ברוך־הבא און מיט אַ „פֿאַרװאָס זיצט איר נישט?“ אַז איר קומט אַרײַן צו אים, װײס ער גאָרנישט, װוּ ער זאָל אײַך אַנידערזעצן. ער טראָגט אײַך אונטער צװײ שטולן מיטאַמאָל און פֿרעגט אײַך, אפֿשר װעט איר טרינקען אַ גלעזל טײ? נאָר באַלד טוט ער זיך אַ כאַפּ:

― או־װאַ, נישטאָ װער ס'זאָל שטעלן דעם סאַמאָװאַר… אפֿשר װעט איר נעמען אַביסל אײַנגעמאַכטס? או־װאַ! די דינסט האָט צוגענומען די שליסעלעך!… זיצט, פֿאַרװאָס זיצט איר נישט? װאָס זשע הערט זיך עפּעס נײַס?

רב נתן האָט זײער ליב, מע זאָל אים דערצײלן נײַס. און װאָס איז דער חידוש? אַ מענטש גײט נישט אַרױס מפּתח־ביתו שױן כּמעט דרײַסיק יאָר! און אַז מע דערצײלט אים נײַס, כאָטש דאָס נײַס מעג שױן האָבן אַ באָרד, הערט ער זיך צו, קוקט זיך אײַן, שאָקלט מיטן קאָפּ, שמוצערט מיט די ליפּן, װערט נתפּעל, גלײַך װי ער הערט דאָס דעם ערשטן מאָל אױף זײַן לעבן, ביז עס קומט צו געלט… נאָר דאָ מוזן מיר זאָגן אַ פּאָר װערטער װעגן רב נתן קורחס אױסזען, דעמאָלט, האָפֿן מיר, װעט זײַן פּאָרטרעט זײַן פֿולקומער.

רב נתן קורח האָט זײער אַ סימפּאַטיש אױסזען. מיר שטעלן זיך אָבער אָפּ נאָר אױף די אױגן זײַנע. אײן אױג איז בײַ אים אַן אױג. אַ געװײנלעך אױג. װי בײַ אַלע מענטשן אַן אױג. דאָס הײסט, אַ װײַסעכל מיט אַ שװאַרצאַפּל, װי עס געהער צו זײַן. דאָס אַנדערע אױג איז בײַ אים שױן נאָר שװאַרצאַפּל אַלײן. אָן אַ סימן פֿון װײַסעכל. דאָס דאָזיקע שװאַרצאַפּלדיקע אױג האַלט ער שטענדיק צוגעמאַכט, אַחוץ דעמאָלט, װען עס האַנדלט זיך װעגן געלט. הײבט איר אָן רײדן פֿון געלט, אַזױ עפֿנט זיך בײַ אים אױף דאָס שװאַרצאַפּלדיקע אױג און עס הײבט אָן אַרבעטן, דאָס הײסט, עס דרײט זיך און עס שעמערירט מיט אַ שרעקלעכער גיכקײט! עס איז כּמעט גאָר אוממעגלעך דעמאָלט צו קוקן אים גלײַך אין פּנים אַרײַן. און עס בײַט זיך איבער בײַ אים דאָס גאַנצע געשטאַלט. דאָס פֿריִעריקע „סבֿר־פּנים־יפֿות“ װערט פֿאַרשװוּנדן אינאײנעם מיטן שטענדיק זיס־לאַקרעצדיקן שמײכעלע, און אױפֿן אָרט פֿון דעם ליבהאַרציקן זיסן גבֿיר רב נתן קורח װאַקסט אױס אַ חיה און עס גלוסט זיך אײַך אַנטלױפֿן װאָס גיכער און װאָס װײַטער…

פֿון דעם, װאָס מיר האָבן געשמועסט ביז אַהער װעגן אונדזער געליבטן גבֿיר, קאָן דער לעזער מײנען, אַז רב נתן קורח איז חלילה אַ ייִד אַ „בעזדיעטניק“, דאָס הײסט, אַ מענטש אָן קינדער. מוזן מיר פֿאַרכאַפּן און נעבן צו װיסן דער װעלט, אַז מיט זײַן ערשטער װײַב חיה־הװה האָט ער טאַקע נישט געהאַט קײן קינדער. געװען איז זי, זאָל מיר מוחל זײַן, אַ גרױסע מיאוסקײט, און איז געשטאָרבן בײַ אים פֿון שרעק: ער פֿלעגט זי, זאָגט מען, אָפֿט אונטערשלאָגן… דערפֿאַר אָבער, אַז זי איז געשטאָרבן, האָט ער פֿאַר אים מטה צעטײלט אַ סך צדקה, געדונגען אַ שטענדיקן קדיש נאָך איך נשמה און האָט תּיכּף חתונה געהאַט און גענומען דװקא אַ יונג קינד בלוט און מילד, מיטן נאָמען קרײנדל. און מיט איר האָט אים דער אײבערשטער געבענטשט פּונקט אין אַ יאָר אַרום מיט אַ בן־זכר. דעם דאָזיקן בן־זכר האָט ער אַ נאָמען געגעבן נאָך זײַנע בײדע זײדעס: רב יוסף און רב איצע. האָבן זיך די צװײ נעמען צונױפֿגעגאָסן און ס'איז אױסגעקומען יאָסעפֿאיצע; מיט דער צײַט איז פֿון יאָסעפֿאיצע במילא געװאָרן „יאָסעפֿיץ“. און אָט אַזױ איז ער שױן פֿאַרבליבן עד־היום־הזה. עס איז איבעריק צו זאָגן, אַז יאָסעפֿיץ איז געװאַקסן אַ תּכשיט, װי געװײנלעך, בײַ אַ גבֿיר, אין אַזאַ גוטס. עס איז נאָר נײטיק צו באַמערקן, אַז אַחוץ אַלע מעלות, װאָס ער האָט גוט געלערנט ייִדיש און רוסיש און אַביסל דײַטש און פֿראַנצױז און לאַטײַן און געלײענט טורגעניעװИван Сергеевич Тургенев 1818-1883 און דאַרװיןCharles Robert Darwin 1809-1882, איז ער נאָך דערצו געװען אַ שטילע טױב און אַ װילדער שװײַגער. מע קאָן זאָגן כּמעט, אַז אין כּתרילעװקע האָט אים נאָך קײן בן־אדם נישט געהערט רײדן, אַחוץ דעמאָלט, װען רב נתן קורח פֿלעגט זיך צעקאָכן מיטן שװאַרצאַפּלדיקן אױג איבער געלט און אױסשרײַען אױף אַ קול: „יאָסעפֿיץ, װוּ ביסטו?“ דעמאָלט װאַקסט אױס יאָסעפֿיץ, מע װײס נישט פֿון װאַנען. יאָסעפֿיץ איז שױן אַ בחור צו לײַטן און עס שיט זיך אים שױן אַ בערדל. אין די הענט האַלט ער צװײ ביכער, טורגעניעװ און דאַרװין.

― יאָסעפֿיץ, װאָס זאָגסטו דערױף?…

יאָסעפֿיץ שנײַצט אױס די נאָז מיט צװײ פֿינגער, װישט זיך אָפּ מיט דער פּאָלע און ענטפֿערט קאַלט װי אײַז:

― ס'איז גאָר נישטאָ װאָס צו רײדן!…

דאָס איז די אײנציקע פֿראַזע, װאָס כּתרילעװקע האָט װען געהערט פֿון דעם דאָזיקן פֿײַנעם בחור, און אַלע האָבן גאַנץ גוט געװוּסט, װאָס אין דער פֿראַזע שטעקט, װאָרעם װי שלעכט דער אַלטער קורח זאָל נישט זײַן, קאָן מען דאָך בײַ אים אַ מאָל כאָטש עפּעס פּועלן. האָט ער אָבער אַרײַנגערופֿן דעם תּכשיט, מיט אים זיך אַן עצה האַלטן: „יאָסעפֿיץ, װאָס זאָגסטו דערױף?“ און יאָסעפֿיץ האָט אַ זאָג געטאָן קאַלט: „ס'איז גאָר נישטאָ װאָס צו רײדן!“ ― דעמאָלט מעגט איר שױן זײַן זיכער, אַז עס װעט אײַך נישט העלפֿן קײן שמע־ישׂראל…

― אַ כּפּרה האָט געמעגט װערן דער הײַנטװעלטיקער זון פֿאַר זײַן אַלטן טאַטנס נאָגל פֿונעם מינדסטן פֿינגערל נאָך אײדער ער האָט דערזען די ליכטיקע װעלט! ― אָט אַזױ בענטשט כּתרילעװקע רבֿ נתן קורחס קדיש דרײַ מאָל אַ טאָג, און, װי אױף צו־להכעיס, װיל די ברכה נישט מקוים װערן.

איצט, אַז איר האָט זיך באַקענט אַ ביסל נענטער מיט דעם דאָזיקן ליבהאַרציקן פּאַרשױן און מיט זײַן ליכטיקן קדיש, װעט אײַך קײן חידוש נישט זײַן, װאָס אונדזער העלד שמואל שמעלקיס האָט אױסדערװײלט בעסער צו גײן אױפֿן עשאַפֿאָט. ער האָט געװוּסט פֿאָרױס, אַז ס'איז אַרױסגעװאָרפֿן זײַן גײן מיט זײַן רײדן מיט זײַן בעטן. רב נתן קורח װעט אים אױפֿנעמען מיטן ברײטן ברוך־הבא, װעט אים בעטן זיצן, װעלן מכבד זײַן מיט טײ אָדער מיט אײַנגעמאַכטס, אױספֿרעגן בײַ אים, װאָס הערט זיך עפּעס נײַס… ער, שמואל שמעלקיס, װעט זיצן װי אױף הײסע קױלן, װעט זיך אױפֿבינדן און פֿאַרבינדן עטלעכע מאָל דאָס האַלדזטיכל. ער װעט זיך בעת־מעשׂה פֿילן, װי אַ מענטש, װאָס קלײַבט זיך באָדן, שטײט שױן אַ נאַקעטער און האָט מורא צו שפּרינגען אין װאַסער אַרײַן. װעט ער זיך אָננעמען מיט די לעצטע כּוחות און װעט געבן אַ זאָג:

― איך האָב צו־נ־אײַך, רב נתן, אַ בקשה, מכּח'ן פּראָצענט, הײסט עס…

ער װעט נאָך נישט ענדיקן זײַן בקשה, װעט זיך בײַ רב נתנען אױפֿעפֿענען דאָס שװאַרצאַפּלדיקע אױג און עס װעט אָנהײבן קאָכן:

― נײן, נײן! אַלצדינג יאָ, נאָר דאָס נישט! װאָס פֿאַר אַ מאָדע ― נישט צאָלן קײן פּראָצענט! פּראָצענט איז געלט, און געלט איז נישט שמעלט ― פּכע! דײַן שװער איז געװען, זאָל מיר מוחל זײַן, אַ „קאָפּעיעטשניקкопеечник: קאַרגער“, געזשעברעט, געפּראַצעטпраце: אַרבעט, צוליב װעמען? צוליב אָט די דאָזיקע שמױגערס, די לאַמטערן־שיסערס, װאָס דרוקן אױף די בלעטער און װײסן נאָר טרענצלען געלט, פֿלעכטן קערבלעך, און קומט צו פּראָצענט, איז פּכע! יאָסעפֿיץ, װוּ ביסטו, װאָס זאָגסטו דערױף?

װעט זיך באַװײַזן יאָסעפֿיץ מיט טורגעניעװן און מיט דאַרװינען, װעט אױסשנײַצן די נאָז מיט צװײ פֿינגער, װעט זיך אָפּװישן מיט דער פּאָלע און אַ זאָג טאָן:

― ס'איז גאָר נישטאָ װאָס צו רײדן!…

אָט אַזױ װעט זיך אױסלאָזן זײַן װיזיט צו רב נתן קורח מיט אומזיסטע בלוטצאַפּעניש, אומזיסטע בזיונות. און דאָך גײט ער צו אים, װי אַ פֿאַרמישפּטער צום טױט. נאָר נײענדיק כאַפּט ער זיך אַרױף פֿריִער אױף דער פּאָסט און באַקומט דאָס גוט בלאַט און דערזעט די גוטע בשׂורה, װי מיר װײסן שױן, און ער בלײַבט שטײן אין מיטן גאַס און לײענט נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל, און גלײבט נישט זײַנע אױגן, און שפּאַנט װײַטער.

יאָ. דאָס איז געװען אַ װוּנדערלעכער, זעלטענער פֿרימאָרגן, װאָס האָט זיך אָנגעהױבן מיט שװאַרצע װאָלקנס און געענדיקט זיך מיט אַ לױטערער זון. דאָס איז געװען אַ פֿרימאָרגן, װאָס האָט זיך אָנגעהױבן מיט אַ „איספּאָלניטעלנע ליסט“ און אױסגעלאָזט מוט אַ „יובילעום“.

ז. שמואל שמעלקיס און גראַף טאָלסטאָיЛев Николаевич Толстой 1828-1910

„יובילעום“…

דאָס דאָזיקע זיסע װאָרט האָט זיך שטיל אַרײַנגעשליטלט, װי אױף בױמל, צו אונדזער העלד אין האַרצן אַרײַן, האָט אים געװאַרעמט, װי אַ גוטער װײַן, װי אַ באַלזאַם צו די בײנער, און אַ ביסל פֿאַרשיכּורט.

„מײַן יובילעום?!“… ― אַזױ טראַכט זיך שמואל שמעלקיס מיט טרערן אין די אױגן און פֿאַרגעסט אין דער מינוט דעם גבֿיר רב נתן קורח מיט דעם אַדװאָקאַט קאָפּל, און ער איז זײ מוחל די שפֿיכת־דמים, און איז מוחל אַלעמען פֿאַר אַלע פֿינף און צװאַנציק שװערע ביטערע יאָרן, פֿאַר אַלע קלעפּ פֿון גאָט און פֿון לײַטן, ― אַלצדינג איז פֿאַרגעסן געװאָר. אַצינד! און שמואל שמעלקיס בריהט זיך שױן נישט, זוכט שױן נישט קײן סטעזשקעס; ער שפּרײַזט איבער דער כּתרילעװקער בלאָטע, גלײַך װי אױף דער בעסטער בריק, און לײענט די ליבע זיסע װערטער פֿונעם אומבאַקאַנטן פֿרײַנט, װאָס האָט דערמאָנט דער װעלט, אַז ס'איז פֿאַראַן ערגעץ אַ שמואל שמעלקיס, װאָס איז הײַנט אַ בעל־שׂמחה, אַ בעל־יובֿל, אַ יובילאַר, ― און ער פֿילט נישט די ערד אונטער זיך, און ער כאַפּט זיך צום בלאַט נאָכאַמאָל, און זײַנע אױגן פֿאַלן אױף אַ נײַעם נאָמען אינעם זעלבן בלאַט ― גראַף ל. נ. טאָלסטאָי. אַלזאָ, צװײ יובילעומס, צװײ יובילאַרן: גראַף לעװ ניקאָלאַיעװיטש טאָלסטאָי פֿון יאַסנע פּאָליאַנע און ער, שמואל שמעלקיס פֿון כּתרילעװקע! כאַ־כאַ־כאַ! און ער צעלאַכט זיך ניט װילנדיק צו זיך אַלײן: װי קומט ער, אַזאַ קלײן װערעמל, קעגן אַ װיזלטיר? װי קומט ער, דאָס קלענסטע שטערנדל, קעגן דער גרױסער פֿלאַמענדיקער זון, װאָס באַשײַנט די גאַנצע װעלט? און פֿונדעסטװעגן ― אָט זעט איר דאָך ― שטײט זײַן נאָמען, שמואל שמעלקיס, אינאײנעם מיטן ריזיקן גלית הפּלשתּי פֿון דער װעלט, מיטן גראַף טאָלסטאָי!…

און (אָ, זינדיקער מענטש!) עס כאַפּן אים אונטער זײַנע געדאַנקען און טראָגן אים אַװעק, װי אַלע מאָל, װײַט אין הימל אַרײַן, אינעם עולם־הדמיון, און ער פֿרעגט זיך: „לאָמיר זען, פֿאַר װאָס ניט?… און לאָמיר שמועסן דאָס אײגענע װידער אַ מאָל צוריק ― פֿאַר װאָס טאַקע ניט?… שױן זשע איז ער, דעך אומבאַדײַטנדער שמואל שמעלקיס, נישט כּמעט דאָס זעלבע אין דעם קלײנעם פֿינצטערן כּתרילעװקע, װאָס טאָלסטאָי פֿאַר דער גרױסער ליכטיקער װעלט? טאָלסטאָי, די גרױסע פֿלאַמענדיקע זון, האָט באַלײַכט מיט איר מוראדיקן פֿײַער די גאַנצע ערד, און ער, דאָס קלײנע שטערנדל, האָט ער דען ניט באַלײַכט מיט זײַן קלײן פֿײַערל אַ קלײן שװאַרץ פּינטעלע אױף דער ערד, װאָס מע רופֿט דאָס כּתרילעװקע? װער איז געװען דער ערשטער, װאָס האָט געגעבן צו װיסן דער װעלט, אַז ס'איז גאָר פֿאַראַן ערגעץ אַ כּתרילעװקע, און אַז אין כּתרילעװקע איז פֿאַראַן אַ בלאָטע, און אַז אין דער בלאָטע טיאָפּקען אַרום מאָדנע מינים נפֿשות, קלײנע מענטשעלעך, װאָס קװעטשן און װאָס דריקן און װאָס פּרעסן און װאָס פֿרעסן אײנס דאָס אַנדערע מחמת הונגער און מחמת פֿינצטערניש און מחמת נױט און מחמת ענגשאַפֿט און מחמת עיפּוש? װער איז געװען דער ערשטער, װאָס האָט באַװיזן, װאָס פֿאַר אַ פּערל עס װאַלגערן זיך אָט דװקא אין דער דאָזיקער בלאָטע, אָט דװקא אינעם דאָזיקן פֿינצטערניש, אָט דװקא אין דעם דאָזיקן ענגשאַפֿט און דעם דאָזיקן עיפּוש?“…

ח. עס שיטן זיך מזל־טובֿס און מתּנות, װי פֿון אַ ראָזשיק

און שפּרײַזנדיק שױן מיט גאַנץ ברײטע שפּאַן איבער דער כּתרילעװקער בלאָטע מיט אַזעלכע געדאַנקען, פֿרעגט ער בײַ זיך אַלײן אַ קשיא, אַ כּתרילעװקער קשיא:

― װאָס װאָלט גאָט געאַרט, למשל, װען די היגע קלײנע מענטשעלעך זאָלן מאַכן אין כּתרילעװקע אַ טאַרעראַם מיט זײַן יובילעום פּונקט אַזױ װי דאָרט, להבֿדיל, די אומות־העולם מיט דעם, להבֿדיל, גרױסן לעװ טאָלסטאָי?… פֿאַר װאָס ניט? און לאָמיר שמועסן דאָס אײגענע װידער אַ מאָל צוריק: פֿאַר װאָס טאַקע ניט?… און פֿון דער מחשבֿה צו דער מעשׂה איז דאָך בײַ אונדזער העלד, אַזױ װי בײַ אַלע כּתרילעװצעס, נישט מער װי אײן שריט ― און עס שטעלט זיך אים שױן פֿאָר אין דער מחשבֿה אַ קאָכעניש, פּונקט װי מיטן גראַף טאָלסטאָי: אַ געװאַלד, אַ רעש, אַ געפּילדער, עס טוט זיך חושך:

― מזל־טובֿ! שמואל שמעלקיס איז הײַנט אַ בעל־שׂמחה!

― אַ גוט יום־טובֿ! שמואל שמעלקיס איז הײַנט אַ יובילאַר!

אין שטאָט איז געװאָרן ליהודים! שׂשׂון־ושׂימחה! די קרעמער האָבן צוגעשלאָסן די קלײטן, מלמדים האָבן צעלאָזט די חדרים. אַלע פֿונעם רבֿ ביזן שמשׂ, פֿונעם שוחט ביזן בעל־עגלה, האָבן זיך צונױפֿגעזאַמלט, געקומען צו אים אין שטוב אַרײַן אים אָפּגעבן מזל־טובֿ. נאָר עפּעס ברעקלט מען זיך און מע קװענקלט זיך, גלײַך װי זײ װאָלטן זיך פֿאַרענטפֿערט:

― מיר האָבן גאָר נישט געװוּסט, הײסט עס, אַז ס'איז הײַנט אַזאַ טאָג. דאָס הײסט, מיר האָבן געװוּסט, פֿאַר װאָס זאָלן מיר ניט װיסן? נאָר מיר האָבן אַלץ געװאַרט, הײסט עס, ביז ס'װעט קומען די צײַט… ביזן יובֿל אַרײַן, הײסט עס…

נאָר װאָס איז דאָס געװאָרן פּלוצעם אַזאַ שטופּעניש מיט אַזאַ קװעטשעניש מיט אַ שושקערײַ? אַהאַ! דער גבֿיר רב נתן קורח אַלײן מיט זײַן כּבֿוד איז אױך געקומען צו שמואל שמעלקיס דעם יובילאַר אין שטוב אַרײַן מיט אַ שײַנענדיק פּנים, און ― אַ נס איז געשען, אַ נס־בתּוך־נס! הערט אַ מעשׂה: צװײ אױגן בײַ אים, מענטשלעכע צװײ אױגן! װוּ איז אַהינגעקומען דאָס שרעקלעכע שװאַרצאַפּלדיקע אױג?

― העכער דרײַסיק יאָר ― אַזױ זאָגט רב נתן קורח צום גאַנצן עולם מיט זײַן זיס־לאַקרעצדיק שמײכעלע ― העכער דרײַסיק יאָר, אַז איך גײ נישט אַרױס מפּתח ביתי, נאָר צוליב אַזאַ טאָג, כע־כע, האָב איך מיך מישבֿ געװען, װי זאָגט ער, פֿאָרט אַ מענטש, װאָס שרײַבט אַזעלכע גוטע זאַכן, כע־כע, שױן פֿינף און צװאַנציק יאָר, קומט אים, כ'לעבן, אַ יישר־כּוח מיט אַ מתּנה, כע־כע…

און ער דרײט זיך אױס מיטן פּנים צוריק:

― יאָסעפֿיץ, װאָס זאָגסטו?

װאַקסט אױס יאָסעפֿיץ, מע װײסט נישט פֿון װאַנען, שנײַצט אױס די נאָז מיט צװײ פֿינגער און װישט זיך אָפּ מיט דער פּאָלע.

― ס'איז גאָר נישטאָ װאָס צו רײדן!…

נאָכדעם ציט אַרױס דער גבֿיר רב נתן קורח אַ װײַסן בױגן פּאַפּיר פֿון בוזעם־קעשענע און דרײט אױס דאָס פּנים צום בעל־היובֿל:

― נאַ דיר און בלײַב דיר בײַ דער דירה מיט די צװײ גאַניקעס, װאָס דאַרף איך זײ? איך האָבן גענוג, כע־כע… יאָסעפֿיץ, װאָס זאָגסטו?

― ס'איז גאָר נישטאָ װאָס צו רײדן…

און דער עולם הערט, און קײנער װוּנדערט זיך נישט, גלײַך װי עס דאַרף אַזױ צו זײַן… נאָר װער שטײט עס הינטערן גבֿירס פּלײצעס און כעכעקעט אים אונטער? עפּעס זײער אַ קענטלעכער פּאַרשױן! שױן זשע איז דאָס קאָפּל דער אַדװאָקאַט? װוּ איז אַהינגעקומען זײַן הינטיש פּנים? און ער האַװקעט גאָר נישט, און ער כאַפּט שױן ניט אַזױ, און ער רעדט װי אַ מענטש:

― אָט האָט איר אײַך צוריק אײַער פּראָדאַזשנע אָטאָ, מיט דער װאָדאָװלאַדעניע אָטאָ, מיט די אַלע איבעריקע שפּאַרגאַלן, נאַ אָסנאָװאַניע סטאָ טרידצאַט פּיאַטאָי סטאַטי טאָמאַ דיעסיאַטאַװאָ טשאַסטי פּערװאָי סװאָדאַ זאַקאָנאָװ גראַזשדאַנסקיך…

און דער עולם הערט און קײנער װוּנדערט זיך ניט, גלײַך װי עס דאַרף אַזױ צו זײַן… און בחורים קומען אָן, און מײדלעך קומען אָן, דעפּוטאַציעס, מיט דעפּוטאַציעס, מיט דעפּוטאַציעס! װער מיט אַ לאָרבער־קראַנץ, און װער מיט אַן אַדרעס, און װער מיט אַ שיר, פֿאַרפֿאַסט פֿון נאָך גאָר אַ יונגן משורר אין כּתרילעװקע. הײַנט מתּנות ― אַ באַרג מיט מתּנות: טישטעכער און האַנטעכער, און גאַנצע שטיקער מאַטעריע, און גאַנצע קעפּלעך צוקער, און פֿאַרחתמעטע פֿלעשלעך כּרמל־װײַן, און קאַסטנס מיט געפֿעס, און קעסטלעך מיט זילבער, און אַ שװערע מאַסיװע גאָלדענע פֿעדער האָט אים יאָסל דער גאָלדשמיד, אַ ייִד אַ יאַדעשליװער און מיט גראָבע ליפּן, אונטערגעטראָגן און זאָגט צו אים מיט אַ הײזעריק קול:

― זהבֿ־טהור… זעקס און פֿופֿציקסטע פּרוּװ… עובֿר־לסוחר… מע קאָן זי פֿאַרזעצן…

און נאָכדעם הײבן אָן גײן „װיגרישנע בילעטן“, און פּאַקעטן האָבן זיך געגעבן אַ שאָט, װי פֿון אַן אַרבל. װאָס איז דאָס? דאָס איז געלט. מעות מזומנים!

און דער עולם שטײט און הערט, און קײנער װוּנדערט זיך נישט, גלײַך װי עס דאַרף אַזױ צו זײַן… און ער קוקט זיך אַרום, זוכט מיט די אױגן חנהן. װוּ איז זי ערגעץ? אָט איז זי מיט די קינדער. זי שטײט און באַטראַכט די האַנטעכער מיט די טישטעכער מיטן איבעריקן באַלעבאַטישקײט, און ער טראַכט זיך: „די האַנטעכער מיט די טישטעכער זײַנען בײַ איר טײַערער פֿון װײס איך װאָס… אַ פֿרױ בלײַבט אַ פֿרױ“… און ער באַגעגנט זיך מיט אירע אױגן, װאָס זײַנען נאָך אַלץ פֿול מיט ליבשאַפֿט, און עס דאַכט זיך אים, אַז זײ זײַנען נאַס.

― חנה, דו װײנסט? איצטער װײנסטו?

― חלילה!… אַדרבא!… מײַנע טאַטע־מאַמע זאָלן איצטער אױפֿשטײן…

און שטילע מילדע טרערן קײַקלען זיך אױף איר צעקנײטשט, נאָר אַלץ נאָך שײן געזיכט. נאָר דאָ קומט אָן דאָס ייִנגסטע, דאָס ליבסטע און דאָס שענסטע, רײזעלע די מיזינקע, מיט איר שפּראַך:

― העטי מעטי קאָפּעטילע אי קײפֿי טיעטי פּעטעלי.

און פֿאָטער און מוטער צעלאַכן זיך, און אַלע קינדער לאַכן. נאָר פּלוצעם װערט אַ טומל מיט אַ פּאַטשערײַ אין טיש:

― שאַ! שאַט! שטיל זאָל זײַן! לאָזט הערן, װאָס מע רעדט!

― װער רעדט?

― איך רײד!

ט. װאָס טוט מען מיט אַזױ פֿיל געלט?

װער איז דער ייִד? דאָס איז נחמיה, אַן אָרעם־בחור, אַ שטיקל עזות־מחוצף־פּנים, האַלט אַ דרשה לכּבֿוד דעם בעל־היובֿל. אַן אַנדערס מאָל װאָלט אַזאַ שײגעץ, אַזאַ קבצניוק, אַפֿילו נישט געװאַגט עפֿענען אַ מױל פֿאַר קײן עין־הרע אַזאַ אַן עדה מיט מענטשן. נאָר איצט, אין אַזאַ טאָג…

און נחמיה דער אָרעם־בחור, דער עזות־מחוצף־פּנים, רעדט פֿאַר פֿײַער און פֿאַר װאַסער. לײגט די נגידים אָרצה און הײבט די אָרעמע לײַט העכער הײַזער, און דעם יובילאַר ― ביזן הימל. און דער עולם הערט און שװײַגט, און קײנער װוּנדערט זיך נישט, גלײַך װי עס דאַרף אַזױ צו זײַן… און תּיכּף נאָך נחמיהן שטײט אױף חײם, און נאָך חײמען שטײט אױף בן־ציון, אַלע יונגע לײַט, און אַלע רײדן אײנער שענער פֿונעם אַנדערן, איטלעכער װיל זיך אױספֿײַנען פֿאַרן עולם מיט זײַן צינגל און מיט זײַנע קענטענישן. אײנער אַ בחור מיט אַ פֿאַטשײלע און מיט אַ שײנעם התּוך־הדיבור האָט זיך אַװעקגעשטעלט און דערמאָנט דעם עולם, אַז הײַנט יום־טובֿט די װעלט, אײגנטלעך, צװײ ימים טובֿים, צװײ יובילײען. און ער פֿאַרגלײַכט דעם גראַף טאָלסטאָי צו, להבֿדיל, שמואל שמעלקיס: אַזױ װי דער, אַזױ יענער האָט תּמיד איז זינען געהאַט נאָר טובֿת־הכּלל: אַזױ װי דער, אַזױ יענער האָט קײנמאָל קײן הנאה נישט געהאַט פֿון זײַנע װערק… שטײט אױף נאָך אײנער. אַ בחור מיט גרױסע צײן און מיט אַ שטאַרקן באַריטאָן, און װײַזט אױף מיט זײַן שׂכל־הישר און מיט זײַן כּוח־הדיבור, אַז טאָלסטאָי דאַרף נאָך הײצן די חרובֿע בײַ שמואל שמעלקיס, װאָרעם דער גראַף טאָלסטאָי, אַז מיר זאָלן װעלן גוט באַטראַכטן, האָט זײַן אײגנס כאָטש אַ יאַסנע פּאָליאַנע, און ער, שמואל שמעלקיס, װאָס האָט געהאַט ביז אַהער? דלות האָט ער געהאַט, איך בעט אײַך איבער אײַער כּבֿוד, דלות!

פּלוצעם הערט זיך אַ קול פֿון די באַלעבאַטים!

־ גענוג אײַך שױן, יונגע צוציקעס, צו שלײַפֿן די צינגלעך און אַרױסװײַזן אײַער בריהשאַפֿט! מע װײס, אַז איר קאָנט רײדן, מע װײס! צײַט מע זאָל זיך נעמען צו אַ תּכלית. ייִדן! לאָמיר קאָרשט געבן אַ טראַכט, װאָס זאָל מען טאָן מיטן ביסל מזומנס?

שטײט אױף אײנער אַ פֿײַנער בעל־הבית:

― מע דאַרף אים פֿאַרזאָרגן מיט פּרנסה, מיט אַ געשעפֿט, עפֿענען אַ קראָם, פֿון שניט און פֿון צעלניק און פֿון באַקאַלײ און פֿון זאַליאַזзалізо: אײַזן

שטײט אױף נאָר אײנער, אױך אַ פֿײַנער בעל־בית, און טוט זיך אַ זאָג:

― אַ קראָם טױג נישט. אַ װײַנשענק. דאָס בעסטע איז אַ װײַנשענק. ― ניעדװיזשימאָסטнедвижимость: הײַזער! ― שרײַט נאָך אײנער, אַ בעל־הבית מיט אַ גרילצנדיקער שטימע. ― הײַזער! הײַזער דאַרף מען אים קױפֿן און לאָז ער זיך זיצן און שרײַבן.

― אַ מאַיאָנטיק! ― שרײַט נאָך אײנער גאַנץ הױך. ― אַ מאַיאָנטיק! אַן אימעניע מיט אַ הױף און מיט אַ סאַזשלקע און מיט אַ װאַלד, אַ סאָסנאָװע װאַלד!

― סאָסנע איז בלאָטע! ― שרײַט אײנער נאָך העכער. ― דעמב! דעמב איז געלט!

― בהמה! ― װערט אײנער שיִער נישט צעריסן שרײַענדיק ― װאָס טױג אים געלט? געזונט ― דאָס איז דער עיקר!…

און ער אַלײן, דער בעל־יובֿל, אים פֿרעגט מען גאָרנישט. ער קוקט יד איבער מיטן װײַב, מיט חנהן. חנה שטײט. באַטראַכט די טישטעכער מיט די האַנטעכער מיטן איבעריקן באַלעבאַטישקײט, און ער טראַכט זיך: „אַ פֿרױ איז דיר קײן קאַטאָװעס נישט! דאָ האַנדלט זיך װעגן אַ מאַיאָנטיק, און זי קװעלט אָן פֿון די טישטעכער מיט די האַנטעכער!“ און זײערע אױגן באַגעגענען זיך, און עס דאַכט זיך אים, אַז חנהס אױגן, װאָס זײַנען נאָך אים פֿול מיט ליבשאַפֿט, זײַנען נאַס. און ער װיל זי פֿרעגן: „נאַרעלע, װאָס װײנסטו? פֿרײען דאַרף מען זיך, נישט װײנען“… און דאָס ייִנגסטע, דאָס ליבסטע און דאָס שענסטע פֿון אַלע, רײזעלע די מיזינקע, קאַטשעט זיך צו אים, װי אַ קאַטשקעלע:

― העטי מעטי קאָפּעטילע אי קײפֿי טיעטי פּעטעלי…

קײנמאָל האָט דאָס דאָזיקע העטי־מעטי־לשון נישט געהאַט אַזאַ חן, װי איצטער, אין דער מינוט און ס′גלוסט זיך אים לאַכן, װי ער האָט נאָך אױף זײַן לעבן קײנמאָל אַזױ נישט געלאַכט…

י. דער סוף פֿון דער קאָמעדיע

שװעבנדיק אין אַזעלכע ליכטיקע הימלען, שפּאַנט אונדזער העלד, דעם גראַף טאָלסטאָיס קאָלעגע, מיטן בלאַט אין דער האַנט און קומט־צו אומבאַמערקט אַלץ נענטער צו זיך אַהײם, און דערזעט פֿון דער װײַטן בײַ זײַן שטוב מיט די צװײ גאַניקעס אַן אײַנגעלױף פֿון מענטשן, ייִדן מיט װײַבער און קלײנע קינדער… און ער װאַכט אױף, פֿון שלאָף, און ער פֿרעגט בײַ זיך: „שױן זשע איז דאָס אמת, נישט קײן חלום, נישט קײן פֿאַנטאַזיע, אָט דאָס אַלץ, װאָס ער האָט געזען ביז אַהער אין דעך מחשבֿה? שױן זשע האָבן זיך דאָס טאַקע צונױפֿגעקליבן די כּתרילעװקער לײַט צו פֿײַערן זײַן יובילעום?“…

און ער קוקט זיך גוט אײַן, און ער דערקענט צװישן עולם קאָפּל דעם אַדװאָקאַט, שױן װידער מיטן הינטישן פּנים, און נאָך אַ סך באַקאַנטע פּאַרשױנען דערקענט ער. און עס װערט אים קשה אײן זאַך: װאָס זיצט עפּעס זײַן װײַב חנה מיט די קינדער אינדרױסן אױף צונױפֿגעװאָרפֿענע בעבעכעס, האַלט דאָס פּנים אין די הענט, שאָקלט זיך און װײנט?… ער שטעלט זיך אָפּ און הערט זיך אײַן און דערהערט חנהס קול, װי זי יאָמערט:

― זעט, ייִדישע קינדער, און נעמט אײַך אַראָפּ אַ מוסר, אױף װאָס איך בין איבערגעקומען, רבֿ יאָסיע דעם נגידס טאָכטער!… טאַטע־מאַמע זאָלן איצט אױפֿשטײן!…

באַלעבאַטים קוקן זיך איבער, שמוצערן מיט די ליפּן. װײַבער שאָקלען מיט די קעפּ, װישן זיך די אױגן מיט די פֿאַרטעכער. אײנער אַ ייִד אַ בעל־הבית שטײט אַקעגן קאָפּל דעם אַדװאָקאַט און טענהט מיט הענט עפּעס זײער געשמאַק און אַביסל פֿאַרשטעלט, אױף כּתרילעװקער לשון:

― אָט אַזױ װי דו קוקסט מיך אָן, נעם איך צװישן יאָ און נײן און צעפּאַטש דיר פּאַװאָלינקע „די הינטישע מאָרדע דײַנע, דו כּלבֿ־שבכּלבֿים, דו מוסר, דו יאַבעדניק, דו פֿאַרקױפֿטע נשמה!

נעבעך אַ רחמנות אױף קאָפּלען! װאָס קאָן ער ענטפֿערן אױף אַזעלכע מאָדנע דבורים? ער טרעט אָפּ צוריק, קוקט אױפֿן עולם און האַװקעט זיך אָפּ, װי װײַט ער קאָן:

― האַװ־האַװ־האַװ! װאָס װיל ער, ייִדישע קינדער?… אָנגעפֿאַלן, טאָמער װײסט איר װאָס?… װאָס בין איך שולדיק? מײַן פּרנסה, האַװ־האַװ… מע שיקט מיך, גײ איך… דער סראָקсрок: טערמין האָט שױן לאַנג פּראָסטראָטשעטпростроч: איבער דער צײַט נאַ אָסנאָװאַניע סטאָ טרידצאַט פּיאַטאָי סטאַטי טאָמאַ דיעסאַטאַװאָ טשאַסטי פּערװאָי סװאָדאַ זאַקאָנאָװ גראַזשדאַנסקיך, האַװ־האַװ־האַװ…

דער זײַטיקער עולם מישט זיך אַרײַן, טרעטן אָן אַלע אױפֿן אַדװאָקאַט מיטן הינטישן פּנים: אַלע רײדן, אַלע שרײַען, אַלע פּילדערן, און אַלע מיט הענט, און אַלע אױף קאָפּלען. און אונדזער העלד קוקט זיך אײַן און עט זעט אױס פֿון דער װײַטן, װי אַ טיטשקע הינט האָבן באַפֿאַלן אײנעם אַ הונט, אַלע האַװקען, און קאָפּל האַװקעט זיך אָפּ… נאָר פּלוצעם װאַקסט אױס אַ נײַער פּאַרשױן, גאַװרילקאָ דער פּריסטאַװ, אַ באַשעפֿעניש מיט אַ גראָבן בױך, װי אַ קעסל־פּױק. אַז ער גײט, טרײסלט זיך דער בױך. און רײדן רעדט ער זײער געזונט ייִדיש, נאָר ער װאַרפֿט אַרײַן פֿון יוצא װעגן אַ מאָל אַ רוסיש װאָרט אױך:

― גאָספּאָדאַгоспода: רבותי! גאָספּאָדאַ! אין שול אַרײַן! דאָרט װעט איך זיך רײַסן, דאָרט װעט איר זיך בײַסן, דאָרט װעט איר רײדן גער־גער־גער, נישט אָ־דאָ. פּאָזשאַלאָיטיпожалуйте: זײַט אַזױ גוט װאָן, גאָספּאָדאַ!

דער עולם װאַרפֿט אַװעק קאָפּלען, רינגלט אַרום דעם פּריסטאַװ און מע רעדט מיט הענט און אַלע אינאײנעם:

― סטײַטש, װאַשע בלאַגאָראָדיעваше благородие: אײַער ערנהאַפֿטיקײט!

― אַזאַ רציחה, פּאַני!

― פּאַני, היתּכן?…

― הישמע כּזאת?…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

פֿאַר גרױס טומל האָט, אַ פּנים, קײנער נישט באַמערקט אונדזער יובילאַר, מחמת אַז ער האָט געװאָלט צוגײן נענטער צו זײַן אומגליקלעכער חנהן און צו זײַנע פֿאַרגליװערטע קינדער, װאָס האָבן אױסגעזען װי אַרױסגעראַטעװעטע פֿון אַ שׂרפֿה, האָט ער זיך באַדאַרפֿט רעכט דורכשטופּן דורכן עולם. און אַז ער האָט זיך שױן דורכגעשטופּט דורכן עולם, איז ער נישט צוגעגאַנגען נישט צו זײַן אומגליקלעכער חנהן, נישט צו זײַנע פֿאַרגליװערטע קינדער. ער האָט נאָר געזוכט מיט די אױגן אַן אָרט, װוּ אַװעקצוזעצן זיך, ― אַזױ מיד האָט ער זיך געפֿילט, אַזױ אָפּהענטיק און אַזױ אױסגעמוטשעט איז ער געװען פֿונעם דאָזיקן װוּנדערלעכן פֿרימאָרגן.

גרױסאַרטיק, מאַיעסטעטיש און װי מיט אַ איראָניש שמײכעלע קוקט אַראָפּ פֿונעם קילן הימל די סוף־זומערדיקע זון אױף דער שטאָט כּתרילעװקע מיט איר בלאָטע, מיט אירע קלײנע מענטשעלעך, װאָס טיאָפּקען זיך אין דער דאָזיקער בלאָטע, און אױפֿן אַרױסגעװאָרפֿענעם געזינדל, װאָס װאַלגערט זיך מיט די בעבעכעס אינדרױסן, און אױף אַלע, װאָס דרײען זיך דאָ אַרום, היצן זיך, אַמפּערן זיך, שטעלן זיך און זײַנען גרײט דורס זײַן, אײַנשלינגען אײנס דאָס אַנדערע איבערן גראָשן, איבערן גראָשן, איבערן גראָשן!…

גאַנץ אַלײן, װי אַ װילד פֿרעמדן, זעען מיר זיצן אױף אַן אַרױסגעשלײַדערט בענקל דעם העלד פֿון דער דאָזיקער קאָמעדיע. נישט מיר זעען, ער זאָל װײנען, נישט מיר הערן, ער זאָל באַקלאָגן זיך אױף עמעצן. נאָר זײַנע טיף־טרױעריקע איבערגעצױגענע אױגן קוקן אױפֿן עולם מיט אַ פֿאַרגעניגנדיקן בליק, גלײַך װי ער װאָלט װעלן װיסן, אױב עס איז נישט קײן חלום אָט דאָס אַלץ, װאָס ער זעט אָט־דאָ און װאָס ער הערט אָט־דאָ?…

― זאָגט נאָר, גוטע, ליבע מענטשן, איז דאָס נישט קײן חלום?…

נײן. ס. ס'איז נישט קײן חלום…

לײַדער איז דאָס נישט קײן חלום!…

און ער װישט זיך מיט דער קאַפּאָטע די גרױסע קאַלטע טראָפּנס שװײס, װאָס קײַקלען זיך פֿון זײַן שטאַרק געקנײטשטן שטערן.

געשריבן אין יאָר 1908
װעלװל גאַמבעטאַ

א

גאַמבעטאַ איז געװען אַ ייִד, װעלװל איז געװען אַ ייִד; גאַמבעטאַ איז געװען אַ בלינדער אױף אײן אױג, װעלװל איז געװען אַ בלינדער אױף אײן אױג; גאַמבעטאַ איז געװען אַן אַדװאָקאַט, װעלװל איז געװען אַן אַדװאָקאַט. דער גאַנצער חסרון איז, װאָס יענער גאַמבעטאַ איז געזעסן אין פּאַריז, און דער גאַמבעטאַ ― אין כּתרילעװקע. און אפֿשר איז דאָס נאָר אַ מעלה, נישט קײן חסרון? װאָרעם לאָמיר זיך נישט נאַרן, װאָס װאָלט געטאָן, למשל, דער פּאַריזער גאַמבעטאַ אין כּתרילעװקע? און װאָס װאָלט געטאָן דער כּתרילעװקער גאַמבעטאַ אין פּאַריז? אַ סך גלײַכער, װאָס דער פּאַריזער גאַמבעטאַ איז געבליבן זיצן אין פּאַריז, און דער כּתרילעװקער גאַמבעטאַ איז געבליבן זיצן אין כּתרילעװקע און זיצט דאָרט אפֿשר עד־היום־הזה.

ערשטנס, האָט ער בײַ אונדז אַ נאָמען פֿון דעם גרעסטן קאָפּ־מענטש; ער זאָל נישט זײַן קײן ייִד, װאָלט ער געװען, זאָגט מען, אַ מיניסטער; און מיר דאַכט זיך, אַז ס'איז אַ סך געזינטער, אַז מע זאָגט אױף אַ מענטשן, אַז ער װאָלט געקאָנט זײַן, אײדער אַז ער איז שױן, װאָרעם אַז יענער איז שױן, איז ער שױן, און דער װאָס איז נאָך נישט, קאָן נאָך זײַן; ער האָט ביד, הײסט ער… והשנית, האָט ער בײַ אונדז שײן פּרנסה און דװקא בכּבֿוד. דאָס הײסט, נישט אַלעמאָל בכּבֿוד, װאָרעם אַ מאָל מאַכט זיך, מע האָט בזיונות אױך, נאָר מיט װעמען מאַכט זיך נישט קײן בזיונות? װער קאָן זיך דאָס באַרימען, אַז ער האָט אױף זײַן לעבן נישט געהאַט קײן אומכּבֿוד? װוּ איז דאָס דער חכם און דער בריה, װאָס קאָן מאַכן אַזױ, אַז ער זאָל קײנמאָל פֿון קײנעם קײן בזיון נישט האָבן? איך רײד שױן