פֿון כּתרילעװקע: זומערדיקע ראָמאַנען

שלום עליכם (אַלע װערק)

זומערדיקע ראָמאַנען

1. „ארץ־ישׂראל“ און „פּאַלעסטינע“

פֿון זינט איך געדענק כּתרילעװקע איז די שטאָט געװען אַ שטאָט, װי אַלע שטעט. װינטער איז מען געזעסן בײַ פֿאַרהאַקטע פֿענצטער, זומער ― בײַ אַראָפּגעלאָזטע פֿאָרהענגלעך און פֿאַרמאַכטע לאָדן, און אַז ס'איז געװען שטאַרק הײס, און די זון האָט שטאַרק דעקוטשעט, האָט מען זיך באַהאַלטן אין די קעלערס, בײַנאַכט געשלאָפֿן אין דרױסן, געפֿאָכעט מיט דער נשמה ― און גאָרנישט. מען איז ניט געשטאָרבן. דאָס הײסט, שטאַרבן איז מען געשטאָרבן, נאָר ניט פֿון דער זון, ניט פֿון דעם, װאָס ס'איז הײס אין דרױסן. איצט, זאָלט איר אָנקוקן, אַז עס קומט זומער, איז אַ בהלה אױף די כּתרילעװקער ייִדן. עס װערט זײ הײס אין שטאָט, הײס און דושנע, און מע רעדט שױן נאָר װעגן לופֿט, װעגן „װאָזדוךвоздух: פֿרישע לופֿט“, װעגן אַרױספֿאָרן אױף אַ „דאַטשע“. און פֿאָרן דאַרף מען דאָרט ניט גאָט װײס װוּהין. זײ, די כּתרילעװקער, האָבן די דאַטשע, ברוד השם, בײַ זיך אונטער דער נאָז, טאַקע אין כּתרילעװקע. דאָס הײסט, ניט אין שטאָט גופֿא, נאָר נישט װײַט פֿון שטאָט ― אױף דער „סלאָבאָדקע“. דאָס איז די אַלטע כּתרילעװקער סלאָבאָדקע, װוּ מיר, חדר־ייִנגלעך, פֿלעגן אַמאָל, אָנגעװאָפֿנט מיט הילצערנע שװערדן און מיט געפֿאַרבטע ראָדביקסלעך, אַרױסגײן מלחמה האַלטן, אַז ס'איז געקומען ל″ג־בעומר. הײַנט איז די סלאָבאָדקע גאָרנישט צו דערקענען. פֿריִער האָט דאָס געהערט צו די גױים, הײַנט געהערט עס שױן צו די ייִדן. דאָס הײסט, געהערן געהערט

דאָס הײַנט אױך צו די גױים, מחמת עס רעכנט זיך שױן מחוץ־לעיר, פֿון יענער זײַט שטאָט, טאָר דאָך דאָרט אַ ייִד ניס זײַן. נאָר װױנען דאָרט זומער בײַם גױ אױף דאַטשע ― דאָס מעג מען. דאָס הײסט, מעגן מעג מען ניט, נאָר אַז איר באַצאָלט דעם פּריסטאַװ און אַז איר נעמט אַרױס פֿון אַ דאָקטער אַ פּאַפּיר, אַז איר זײַט קראַנק און אַז איר באַדאַרפֿט האָבן „װאָזדוך“, לאָזט מען אײַך אַרײַן אין דעם פֿאַרבאָטענעם גן־עדן.

געבליבן אין כּתרילעװקע איבערן גאַנצן זומער און דערזען, װי דער עולם פּאַקט זיך אין װעג אַרײַן, עס שלעפּן זיך פֿורן און פֿורלעך, גאַנצע קאַראַװאַנען, פֿון אױבן ביז אַראָפּ מיט כּל־טובֿ: בענקלעך און טישלעך, בעטן און בעטלעך, טעפּלעך און פּאָקרישקעס, קױמענס פֿון סאַמאָװאַרן, אײבערשטע פֿון שטױסלעך, קישנס און פּערענעס, אַלטע װײַבער און פּיצלעך קינדער ― דער גאַנצער כּתרילעװקער סקאַרב, ― האָט מיך אױך אָנגענומען אַ יצר־הרע: איך װיל אױך פֿאָרן אױף דאַטשע. האָב איך געדונגען אַ פֿורל און בין אַװעק אױף דער סלאָבאָדקע.

פֿאָרנדיק, פֿרעגט מיך אפֿרים דער בעל־עגלה, יאַנקל בולגאַטשעס אַן אײניקל, אַ בחור מיט אַ װײַסער מאַנישקע און מיט שטיװלעטן, װוּהין װיל איך פֿאָרן: קײן „ארץ־ישׂראל“, אָדער קײן פּאַלעסטינע“?

― פֿריִער קײן „ארץ־ישׂראל“, דערנאָך קײן „פּאַלעסטינע“…

דאָ מוז איך איבעררײַסן און געבן צו דערקלערן דעם לעזער, װאָס איז דאָס פֿאַר אַ מין „ארץ־ישׂראל“ און װאָס פֿאַר אַ „פּאַלעסטינע“? ― דאָס איז אַזױ פּשוט, אַז נאָכדעם, װי מען װעט עס אײַך נעבן צו פֿאַרשטײן און איך װעט דאָס צעקײַען, װעט איך אַלײן זאָגן, אַז אַנדערש האָט עס ניט געקאָנט הײסן. אַזױ איז געװען די מעשׂה: פֿריִער האָבן אָנגעהױבן אַרױסצופֿאָרן אױף דער סלאָבאָדקע זיך באַזעצן אױפֿן זומער, געװײנלעך, די רײַכערע, די „פּני“, די אַזױ־גערופֿענע כּתרילעװקער אַריסטאָקראַטן; דערנאָך ― די מיטלמעסיקע באַלעבאַטים, און דערנאָך ― שױן די אָרעמערע, די סאַמע הײמישע; און ס'איז געװאָרן אױס גױיִשע סלאָבאָדקע, נאָר אַ ייִדישער ייִשובֿ, און מען האָט דאָס דעריבער אַ נאָמען געגעבן „ארץ־ישׂראל“. װאָס װײַטער האָבן כּתרילעװקער ייִדן אָנגעהױבן פּאָרן שטאַרקער און שטאַרקער, „ארץ־ישׂראל“ איז געװאַקסן, און עס האָט אָנגעהױבן װערן ענג. האָבן זיך די נגידים גענומען אָפּרוקן פֿון דער סלאָבאָדקע אַלץ װײַטער און װײַטער, טיפֿער אין דאָרף אַרײַן, העכער אַרױף, אױף יענער זײַט באַרג, און מיט דער צײַט איז פֿון דער סלאָבאָדקע געװאָרן צװײ סלאָבאָדקעס: די אַלטע סלאָבאָדקע, װוּ די קבצנים זיצן, „ארץ־ישׂראל“, און די נײַע סלאָבאָדקע, װוּ די אַריסטאָקראַטן, די נגידים הײסט עס, זיצן, װאָס מען האָט דאָס געקרױנט מיטן נאָמען „פּאַלעסטינע“. דאָס הײסט, טאַקע ארץ־ישׂראל, נאָר פֿאָרט ניט ארץ־ישׂראל. „פּאַלעסטינע“ איז מער מאָדערן, מער אַריסטאָקראַטיש.

פֿאַרשטײט זיך, אַז אין „פּאַלעסטינע“ איז אַ סך שענער, װי אין „ארץ־ישׂראל“. אין „פּאַלעסטינע“ זעט איר שױן נײַע הײַזלעך, הױפֿן מיט געפֿאַרבטע שטאַכעטן, רײַכע סעדער, גרינע גערטנער, שמעקנדיקע בלומען ― מעשׂה דאַטשע. אין „ארץ־ישׂראל“ איז דאָס שױן נישטאָ. אַ גױיִש שטיבל, מיט שטרױ געדעקט, פֿון אינעװײניק און פֿון אױסנװײניק אױסגעשמירט מיט גרױען לײם, און סע שמעקט מיט מיסט און מיט קו און מיט זױערטײג, אַ הײפֿל, װי אַ זשמעניע די גרײס, אַ שטעלכל פֿאַר חזירים, אַ האָן שפּאַצירט אַרום מיט הינער, און קראָפּעװע מיט שטעכלקעס מיט בוריאַן, הױך געװאַקסן ― אָט דאָס איז דער גן־עדן פֿונעם כּתרילעװקער דאַטשניק אין „ארץ־ישׂראל“. און מען איז צופֿרידן פֿונדעסטװעגן, ― אַבי גאָט העלפֿט, מע קאָן באַצאָלן דעם גױ פֿאַר דער דאַטשע און ס'איז נאָך דאָ װאָס צו עסן אױך, שעפּט מען תּענוג און מע טוט זיך אָן כּל־הפֿאַרגעניגנס־שבעולם: די װײַבער קאָכן אָפּ דעם קאַלטן באָרשט, „שטשאַװ“ רופֿט מען עס, און שטעלן דעם סאַמאָװאַר מיט שטעקלעך, מיט שפּענדלעך און מיט פֿאַרטריקנטע בוזשיקעסשישקעס, מע פֿאַרשפּאָרט קױלן, און די מאַנצבילן װאַרפֿן אַראָפּ די קאַפּאָטעס, זעצן זיך אַװעק גאַנץ שײן אױף דער הױלער ערד, מע קוקט אַרױף אין אָנגעגליטן הײסן הימל אַרײַן און מע פֿילט עפּעס אַ מאָדנעם ריח, אַ ריח, װאָס מע האָט אים קײנמאָל אין שטאָט ניט געפֿילט נאָך. הײַנט די קינדער? פֿון קינדער שמועסט מען ניט. פֿאַר ייִדישע קינדער עפֿנט זיך דאָך גאָר אַ נײַע װעלט. אַז עס קומט זומער אױף דער דאַטשע. און נישט אײן װעלט, נאָר טאַקע אַלע דרײַ הונדערט צען װעלטן! אַ קלײניקײט גראָז! אַ װערטעלע קראָפּעװע! אַ שפּילעכל קנאַקלקעס! און בעזעמער? און בוזשיקעס? און גרינע אַגרעסן? און רױטע װײַמפּערלעך? און געלע סאָנישניקעס? און װײַסע פֿליטערלעך? און װאָס איז װערט אָנצוקוקן קלײנע הינדעלעך, נאָר־װאָס אױסגעפּיקטע פֿון די אײער? און יונגע קאַטשקעלעך, אַ שטײגער, װאָס אַז זײ גײען קאַטשען זײ זיך, װי אַ כּתרילעװקער נגידיתטע און מיוחסת שבת בײַטאָג, אַז זי גײט אױפֿן שפּאַציר? און דאָס, מײנט איר, איז גאָרניט, װאָס מען קאָן אין מיטן גאַס אָננעמען פֿולע זשמעניעס מיט שטױב און מאַכן „חושך של מצרים“? און דעם טעם פֿון נאָכלױפֿן נאָך אַ פֿולן װאָגן מיט נאָר־װאָס אָפּגעשניטן ברױט און אַרױסשלעפּן אַ פּאָר זאַנגען פֿון הינטן ― אַ מכּה זאָל דער גױ װיסן? הײַנט די סאַזשלקע, װאָס מע קאָן דאָרטן טאָן עטלעכע זאַכן מיט אַ מאָל: אי פֿיש כאַפּן, אי באָדן זיך, אי שװימען, אי עפּעס נאָך?… דער עיקר איז דאָס באָדן זיך. מע װאָלט זיך געקאָנט דאָרטן באָדן און באָדן, פּאָליאָסקען זיך גאַנצע טעג, װען ניט די שקצימלעך, ימח־שמם, װאָס קלײַבן זיך צונױף אַקוראַט דעמאָלט, װען ייִדישע קינדער האָבן אַראָפּגעװאָרפֿן פֿון זיך די אַרבע־כּנפֿותלעך, האַלטן שױן כּמעט בײַ די הײַזלעך, ― הײבן אָן די שקצימלעך צו לאַכן און צו װאַרפֿן מיט שטײנדלעך און הוקען און טיוקען און שרײַען: „הײ זשידאָטשקי! לײַבסעדאַקילײַבסערדאַקעס. ציצעלע! הײ!“

און ייִדישע קינדער כאַפּן זיך אָנצוטאָן, ציטערן, װי די אָנגעשראָקענע שעפֿעלעך. דער מאַמעס מילך װערט בײַ זײ פֿאַרקילט אינעװײניק אין די בײַכלעך.

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

זיצן זומער אױף אַ דאַטשע, אַחוץ װאָס ס'איז אַ תּענוג, איז דאָס נאָך אַ גדלות אױך: „װוּהין רעכנט איר הײַנטיקן זומער, אם ירצה השם, אַז גאָט װעט שענקען דאָס לעבן, אַרױספֿאָרן אױף דעך דאַטשע, שׂרה־ברכה קרױן?“ ― „איך רעכן הײַנטיקן זומער, אם ירצה השם, אַז גאָט װעט שענקען דאָס לעבן, זיך באַזעצן בײַ מיקאָלע חזיר אין „ארץ־ישׂראל“. און איר, חנה־מירל סערצע, זאָלט איר מיר געזונט זײַן, װוּ רעכנט איזיך באַזעצן הײַנטיקן זומער, אַם ירצה השם, אַז גאָט װעט שענקען דאָס לעבן?“ ― „איך רעכן, שׂרה־ברכה קרױן, הײַנטיקן זומער, אם ירצה השם, אַז גאָט װעט שענקען דאָס לעבן, זיך באַזעצן אױך אין „ארץ־ישׂראל“, בײַ האַװרילעכע די שיכּורטע ― זי האָט זײער אַ װױלע דאַטשע“…

אָט אַזױ שמועסן זיך אױס צװײ בעל־הביתטעס אין כּתרילעװקע און טאַפּן זיך בײַ די גױדערס און קוקן אײנס אױף דאָס אַנדערע מיט גרױס גדלות, גלײַך װי דאָס װאָלטן געװען צװײ יעהופּעצער דאַמעס, װאָס האָבן אַלצדינג און עס גײט זײ מער ניט אָפּ נאָר אַ דאַטשע.

2. װער זײַנען זײ?

פֿרײַטיק איז געװען די געשיכטע, אין סאַמע ברען פֿון דאַטשע־סעזאָן. די היץ איז געװען מיט סכּנת־נפֿשות. כּתרילעװקער ייִדן האָבן זיך געאײַלט קײן „ארץ־ישׂראל“ אױף שבת, זיך געשטופּט און געשפּאַרט און געקװעטשט און געריסן זיך צו אַבֿרהמל דעם קאָלײשטשיק אין פֿורגאָן אַרײַן, געקראָכן קאָפּ אױף קאָפּ און ממש געשלאָגן זיך פֿאַר די ערטער. אַבֿרהמלס „קאָלײקע“ ― דאָס איז אַ פּראָדוקט פֿון כּתרילעװקער פּראָגרעס, פֿון כּתרילעװקער מאָדערניזם. בעצם אָבער איז דאָס אַ פּראָסטער װאָגן, אַ געװעזענע בױד, װאָס מע האָט אַרונטערגעריסן דאָס בײַדל, אַװעקגעשטעלט אין דער לענג בענק און ― ויקרא שמו בישׂראל „קאָלײקע“. דאָס איז געװען טאַקע אַבֿרהמלס אױפֿטו. ער האָט דאָס אױסגעטראַכט און ער עקספּלואַטירט עס עד־היום־הזה ― ביז הײַנטיקן טאָג.

אַבֿרהמל אַלײן, דער קאָנדוקטאָר און דער בעל־הבית פֿון דער „קאָלײקע“, איז זיך געשטאַנען תּחילת בײַ דער זײַט מיט אַ פּאַפּיראָסל אין מױל, גאַנץ רויִק און מיט פֿאַרגעניגן צוגעקוקט װי אַזױ ייִדן שלאָגן זיך איבער זײַן „קאָלײקע“. פֿונעם פֿאַררוקטן היטל אַרױף האָט אַרױסגעקוקט זײַן ברײטער, געקנײטשטער, רױטער, שטאַרק־פֿאַרשװיצטער שטערן. אײן האַנט האָט ער פֿאַרלײגט אַהינטער, אײן אױג איז בײַ אים געװען צו, דאָס אַנדערע האַלב געשמײכלט, גלײַך װי ער װאָלט װעלן זאָגן אױף בעל־עגלה־שפּראַך:

― שטופּט זיך ייִדעלעך, שלאָגט זיך, רײַסט זיך, בײַסט זיך. לאַפּ איך נאָר אָקאָרשט אױסרױכערן אָט דאָס דאָזיקע פּאַפּיראָסל, װעט שױן אַ רוח אין אײַער פֿאָרנט און מיטן אַרײַן און ס'װעט קומען אַ גוטע כאָלערע אױף אײַער טאַטן!

און כּך־הװה. אױסגעשפּיגן דאָס לעצטע שטיקל פּאַפּיראָס, האָט ער פֿאַרקאַטשעט די אַרבל און אַ נעם געגעבן זיך צי די פּאַסאַזשירן ― מאַכן אַ „פּאַראָנדיק“, אין דער „קאָלײקע“. שטיל אָן װערטער און גאָר אָן שום צערעמאָניעס, האָט ער גענומען שלעפּן װעמען פֿאַר אַ האַנט און װעמען פֿאַר אַ פֿוס פֿון דעם פֿורגאָן אַרױס, װאַרפֿן זײ אַראָפּ פֿון דער „קאָלײקע“, גלײַך װי דאָס װאָלטן געװען ניט קײן לעבעדיקע מענטשן, גאָר טױטע זעקלעך קאַרטאָפֿליעס, כרײן אָדער מערן. גאָר ניט זײַן עסק ― איר מעגט אים זידלען, איר מעגט אים שילטן. װאָס הערט ער אײַך? דאָ איז ער בעל־הבית, און ניט נאָר בעל־הבית, ער איז דאָ קײסער. און ניט נאָר קײסער אַלײן, נאָר אַ „סאַמאָדערזשעץсамодержец“ ― אַ זעלבסט־הערשער. װאָרעם ער איז אײנער. די „קאָלײקע“ ― דאָס איז זײַן אידעע. ער האָט דאָס צוגעטראַכט און דורכגעפֿירט, און ער האָט פֿאַר קאָנקורענץ קײן מורא ניט, װאָרעם ― אַנו, לאָז עמעצער פּרוּװן אים נאָכמאַכן! קײנער װעט ניט װאַגן זיך זאַטשעפּען מיט אַזאַ שײגעץ, װי אַבֿרהמל. איז אײנס. און צװײטנס, װאָס װעלן טאָן צװײ „קאָלײקעס“, אַז אײן „קאָלײקע“ גײט אױך אַ גאַנצע װאָך לײדיק, אױסער ערבֿ שבת? דעריבער איז זיך אַבֿרהמל פֿעסט מיט זײַן פּרנסה, האָט פֿאַר קײנעם קײן מורא ניט, סײַדן פֿאַר גאָט. נאָך אַ מינוט ― און אַבֿרהמל דער קאָנדוקטאָר איז שױן בײַ זיך אױף דער קעלניע. אַ צי מיט די לײצעס, אַ שמיץ מיט דער בײַטש, אַ קנאַק מיט דער צונג ― און די שטאַרק באַזעצטע „קאָלײקע“ גײט שױן. פֿאַרפֿאַלן. די איבערגעבליבענע פּאַסאַזשירן נעבעך װעלן מסתּמא מוזן װאַרטן, ביז ער װעט זיך אומקערן צוריק נאָך אַ מאָל פֿון „ארץ־ישׂראל“ קײן כּתרילעװקע, און די, װאָס האָבן נישט קײן געדולד צו װאַרטן, װעלן אַ ברירה האָבן נעמען די פֿיס אױף די פּלײצעס און ― מאַרש צו פֿוס קײן „ארץ־ישׂראל“ אױף שבת.

און אָט סאַמע אין דער מינוט, װאָס די שטאַרק־באַזעצטע „קאָלײקע“ האָט זיך גערירט פֿון אָרט, זײַנען אױסגעװאַקסן, װי פֿון אונטער דער ערד, נאָך אַ פּאָר פּאַסאַזשירן, אַ ייִדענע מיט אַ מײדל. די ייִדענע ― אָנגעלאָדן פֿון אױבן ביז אַראָפּ מיט קײשלעך און מיט פּעקלעך. דאָס מײדל ― אין אַ היטעלע מיט אַ זאָנטיקל און מיט אַזשורנע הענטשקעלעך אױף די הענט. די ייִדענע ― פֿאַרשװיצט און פֿאַרשלומפּערט, פֿאַרטאַרעראַמט און צעטראָגן, מיט אַ רױט פֿאַרברענט פּנים, װײס ניט אױף װאָסער װעלט זי איז. דאָס מײדל ― אױסגעפּוצט, װי אַ פּאַניענקע, גײט שמאָלע טריטלעך, איבער איר שמאָל קלײדל, פֿון װאַנען עס זעען זיך אַרױס די לאַקירטע קאַמאַשן אױף אַזעלכע הױכע אָפּצאַסן, אַז ס'איז שװער צו פֿאַרשטײן, װיִאַזױ זי האַלט זיך אױף די פֿיס.

נישט קוקנדיק דערױף, װאָס די „קאָלײקע“ האָט גערירט פֿונעם אָרט, האָט זיך די פֿאַרהאַװעטע פֿאַרטאַרעראַמטע ייִדענע מיט אײן האַנט אָנגעכאַפּט אינעם גײענדיקן װאָגן, און ניט גענוג, װאָס זי אַלײן איז געשטאַנען אין אַ סכּנה אױף דערהרגעט צו װערן, האָט זי נאָך מיטגערופֿן דאָס אױסגעפּוצטע מײדל, נאָכגעשריִען צו איר פֿון דער װײַטן:

― גיכער, אסתּרל, גיכער! כאַפּ זיך אָן מיט דער האַנט אָן דער „קאָלײקע“, װאָרעם מיר קאָנען פֿאַרשפּעטיקן!

און צום בעל־עגלה האָט זי זיך אָנגערופֿן:

― רב אַבֿרהמל! גאָט איז מיט אײַך! װאָס פֿליט איר אַזױ? ביז שבת איז נאָך װײַט ― איר'ט נאָך אײַנפֿאָרן!

אַבֿרהמל דער בעל־קאָלײקע האָט ניט נאָר קײן חשק געהאַט אָפּצושטעלן דעם װאָגן ― אַדרבא, ער איז נאָך אַרײַן אין אַמביציע ― באַלעגאָלעשע אַמביציע איז געפֿערלעך! ― און ער האָט אַ צי געגעבן בײַ די לײצעס, און די ייִדענע האָט ער מכבד געװען מיט אַ פֿײַנעם יבֿרכך, אױסגעגאָסן כּל־חמתו אױף גאַנץ כּתרילעװקע:

― בראָש כאַפּט זײ אַװעק דער רוח, אַז עס קומט פֿרײַטיק! אַ גאַנצע װאָך קוקט מען ניט אָן קײן פּאַרשױן אין די אױגן! אַ שטאָט ― ברענען זאָל זי אױפֿן פֿײַער! װיאָ, מאָאי װאָראָבײטשיקיмои воробейчики: מײַנע שפּערלען, קומען זאָל אַ גוטע כאָלעריע אױף אײַער טאַטן.

און ער האָט דערלאַנגט מיט דער בײַטש די „װאָראָבײטשיקעס“, זײ זאָלן מאַכן פֿיס, און טאַקע מיט דער אײגענער בײַטש, װאָס ער שמײַסט די „װאָראָבײטשיקעס“, האָט ער דערלאַנגט דער אײַנגעגעסענער ייִדענע איבער דער האַנט, געגעבן איר אָנצוהערעניש, זי זאָל אָפּלאָזן דעם „פֿורגאָן“.

דערמיט װאָלט זיך אפֿשר דער אינצידענט געװען געענדיקט. האָט זיך אָבער אין דער „קאָלײקע“ געפֿונען אַ „קאַװאַליר“, אַ יונגערמאַן אין װײַסע הױזן מיט אַ ברײטן געלן פּאַס, פֿון װעלכן עם האָט זיך אַרױסגעבאָמבלט אַ לעדערן קײטל מיט אַ שטאָלענער פּאָדקעװע; אױף די פֿיס װײַסע שיך, אױפֿן קאָפּ אַ קלײן שטרױען קאַפּעליושל, און דאָס פּנים אינגאַנצן געראַזירט, װי בײַ אַן אַרטיסט, און מוראדיק פֿאַרשװיצט. אין אײן כּהרף־עין האָט דער דאָזיקער יונגערמאַן בריהש געגעבן אַ שפּרינג־אַרױס פֿון דער „קאָלײקע“, מיט גרױס מסירת־נפֿש אַרױפֿגעשטופּט אױף דער „קאָלײקע“, גלײַך צו די איבעריקע פּאַסאַזשירן אױף די פֿיס, פֿריִער די ייִדענע, דערנאָך דאָס מײדל. דערנאָך האָט ער אַלײן אױך געװאָלט אַרױפֿזעצן זיך, האָט אַבֿרהמל דער בעל־הקאָלײקע אים אָפּגעהאַלטן. דער בעל־עגלה איז געװען אַזױ אױפֿגערעגט אױף דער עובֿדה פֿונעם געגאָלטן קאַװאַליר מיט די װײַסע הױזן און מיט דער שטאָלענער פּאָדקעװע, אַז ער האָט נישט געקאָנט אײַנזיצן מער אױף דער קעלניע. האָט ער מיט אַ שטאַרקן „טפּרררו“ אָפּגעשטעלט די פֿערדלעך, האַסטיק אַראָפּגעשפּרונגען פֿון דער „קאָלײקע“ און איז צוגעגאַנגען גלײַך צום יונגנמאַן מיט דער שטאָלענער פּאָדקעװע, און בשעת־מעשׂה האָבן אים די אױגן געברענט, דאָס פּנים געפֿײַערט און דער פֿאַרשװיצטער שטערן איז געװאָרן נאָך מער פֿאַרשװיצט.

דער יונגערמאַן, דער העלד, האָט, אַ פּנים, פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס װעט אים גלאַט ניט אָפּלױפֿן, האָט ער זיך גײַציק אַװעקגעשטעלט אַקעגן דעם בעל־הקאָלײקע, גרײט אָנצונעמען דעם אַרױסרוף. אױך די פּאַרשױנען פֿון דער „קאָלײקע“ האָבן אַרױסגעזען, אַז דאָ װעט עפּעס פֿאָרקומען אַ שײנע זאַך, האָבן זײ זיך צוגעגרײט צו אַלצדינג און דערװײַל באַטראַכט די צװײ העלדן, דעם בעל־עגלה מיט דער בײַטש און דעם יונגנמאַן מיט דער פּאָדקעװע, װי זײ שטײען דאָס אַזױ אָנגעדרודלט אײנס אױף דאָס אַנדערע, װי די הענער, און שמועסן זיך אױס אין קורצע, נאָר שאַרפֿע װערטער.

דער דאָזיקער שמועס איז אַזױ הױך־אינטערעסאַנט און פּאַסט זיך שטאַרק צו אַ ראָמאַן, אַז דער גאַנצער דיאַלאָג מוז איבערגעגעבן װערן פּינקטלעך, סטענאָגראַפֿיש:

אַבֿרהמל בעל־הקאָלײקע: זאָג מיר נאָר, יונגערמאַן פֿון דער ציג, װער ביסטו דאָס, װאָס איך קען דיך ניט?

יונגערמאַן פֿון דער פּאָדקעװע: װאָס גײט עס אײַך אָן, װער איך בין?

אַבֿרהמל בעל־הקאָלײקע: װאָס הײסט, װאָס גײט עס מיך אָן? דו װײסט, מיט װעמען דו רעדסט?

יונגערמאַן פֿון דער פּאָדקעװע: פֿאַרװאָס זאָל איך ניט װיסן?

אַבֿרהמל בעל־הקאָלײקע: װיבאַלד אַז דו װיסט יאָ, װער איך בין, פֿרעג איך דיך, װאָס ביסטו דאָ פֿאַר אַ מונדערפֿעצער, װאָס דו נעמסט מיר אַרױף פּאַרשױנדלעך אױף דער „קאָלײקע“ אָן מײַן װיסן? און װאָס פֿאַר אַ מחותּן ביסטו מיט אָט די װײַבער?

יונגערמאַן פֿון דער פּאָדקעװע: װאָס פֿאַר אַ מחותּן איך בין ― איז ניט אײַער עסק. איר זעצט זיך אַװעק אױף אײַער אָרט טוט אַ שמײַס די פֿערדלעך און פֿאָרט קײן „ארץ־ישׂראל“!

אַבֿרהמל בעל־הקאָלײקע: אַזױ זאָגסטו? און איך זאָג דיר, אַז איך װעל ניט רירן פֿונעם אָרט, ביז אָט די דאָזיקע ייִדענע מיט אָט דעם דאָזיקן מײדל װעלן מיר ניט אַראָפּ פֿון דער „קאָלײקע“!

יונגערמאַן פֿון דער פּאָדקעװע: װאָס רעדט איר?

אַבֿרהמל בעל־הקאָלײקע: אָט דאָס, װאָס דו הערסט! אַניט זאָל איך אײַננעמען אַ מיתה־משונה אָט דאָ אױפֿן אָרט, אָדער ס'זאָל קומען אַ גוטע כאָלעריע אױף דײן טאַטן!

יונגערמאַן פֿון דער פּאָדקעװע: בשום־אופֿן װעט איר ניט רירן פֿון דעם אָרט, זאָגט איר?

אַבֿרהמל בעל־הקאָלײקע: בשום־אופֿן־ואופֿן!

יונגערמאַן פֿון דער פּאָדקעװע: פֿאַר קײן געלט אין דער װעלט?

אַבֿרהמל בעל־הקאָלײקע: אַפֿילו פֿאַר קײן מיליאָן.

יונגערמאַן פֿון דער פּאָדקעװע: און פֿאַר צװײ מיליאָן?

אַבֿרהמל בעל־הקאָלײקע: אַפֿילו ניט פֿאַר קײן צען מיליאָן!

יונגערמאַן פֿון דער פּאָדקעװע: פֿאַר קײן צען מיליאָן אױך ניט? זײַט זשע געזונט און שרײַבט בריװלעך!

און אײדער דער בעל־הקאָלײקע האָט באַװיזן צו עפֿענען דאָס מױל, איז שױן דער יונגער מאַן פֿון דער פּאָדקעװע געזעסן אױף דער קעלניע פֿון דער „קאָלײקע“, געגעבן אַ נעם די לײצעס צו זיך אין די הענט אַרײַן און מיט אַ הוק און מיט אַ פֿײַף און מיט אַן אױסרוף: „װיאָ, װאָראָבײטשיקי, פּאַשאָל, פּאַשאָל!“ האָט די „קאָלײקע“ זיך געגעבן אַ טראָג פֿון כּתרילעװקע קײן „ארץ־ישׂראל“ מיט אַזאַ אימפּעט און מיט אַזאַ טרײסלעניש און טראַסקעניש, אַז די פּאַרשױנען האָבן זיך געמוזט אָנכאַפּן בײַ די פּאַרענטשעס פֿון דער „קאָלײקע“, און די װײַבער האָבן אױפֿגעהױבן אַ קװיטשערײַ מיט אַ געלעכטער אינאײנעם.

געקװיטשעט האָבן די װײַבער פֿאַר שרעק, זײ זאָלן, חלילה, נישט אַרױספֿאַלן, און געלאַכט האָט מען פֿון אַבֿרהמלען דעם בעל־הקאָלײקע, װי ער לױפֿט עס נאָכן װאָגן, מאַכט מיט דער בײַטש און שרײַט, מע זאָל אָפּשטעלן די פֿערדלעך, און שילט, אַז אַ גוטע כאָלעריע זאָל קומען אױף עמעצנס טאַטן, נאָר קײנער הערט אים נישט ― „אַ רײנע קאָמעדיע!“ גאַנץ „ארץ־ישׂראל“ איז אַרױס אױף די דאַטשעס, באַלאַגערט די „װעראַנדעס“, צוגעקוקט די דאָזיקע „קאָמעדיע“, װי די „קאָלײקע“ טראַסקעט, און עפּעס אַ פֿרעמדער יונגערמאַן זיצט אױף דער קעלניע און בראָקט די פֿערדלעך. ייִדן האַלטן זיך צו, װײַבער קװיטשען, און אַבֿרהמל אַלײן, דער בעל־הבית פֿון דער „קאָלײקע“, לױפֿט נאָכן פֿורגאָן גאַנץ װײַט, מאַכט מיט די הענט, װי אַ משוגענער ― װאָס זאָל דאָס באַדײַטן?

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

איצט פֿרעגט זיך: װער זײַנען דאָס געװען די ייִדענע מיטן מײדל? און דער יונגערמאַן פֿון דער פּאָדקעװע? און װאָס פֿאַר אַ מחותּן איז ער מיט זײ, װאָס ער האָט מיט אַזױ פֿיל מסירת־נפֿש אײַנגעשטעלט פֿאַר זײ דאָס לעבן? די צו־ענגע גרענעצן פֿון אַ קאַפּיטל געבן נישט, לײַדער, די מעגלעכקײט אױסצודערצײלן אַלצדינג אױף אַ מאָל, און דעריבער מוז דער פֿרײַנט לעזער זיך אָננעמען מיט געדולד, צו לײענען די װײַטערדיקע קאַפּיטלעך, ביז ס'װעט אים אַלצדינג קלאָר װערן.

3. דער „פּורים“ מיטן „תּישעה־באָבֿ“

װער װאָלט דאָס געקאָנט גלײבן, אַז צוליב די גזירות, װאָס מע װעט טרײַבן ייִדן פֿון די דערפֿער, װעט כּתרילעװקע װערן אַ כּרך און די כּתרילעװקער דאַטשעס „ארץ־ישׂראל“ און „פּאַלעסטינע“, װעלן װערן איבערפֿול מיט ייִדן און באַרימט אױף דער גאַנצער װעלט? ס'איז תּמיד אַזױ: פֿון יענעמס חורבן װערט דער געבױט, פֿון אײנעמס מפּלה װערט דער צװײטער נתגדל און פֿון אײַער אומגליק װער איך געהאָלפֿן. ס'איז אַ גאָט־זאַך. און קײנער איז אין דעם נישט שולדיק. כּתרילעװקע ― אַװדאי און אַװדאי נישט. כּתרילעװקע האָט נישט געװאָלט, מע זאָל טרײַבן די ייִדן פֿון יעהופּעץ. נאָר אַז מע האָט זײ אַרױסגעטריבן, האָט כּתרילעװקע געהעכערט דעם מקח פֿון דירות און קלײטן. און אירע דאַטשעס זײַנען געװאָרן מיט גאָלד גלײַך. באַזונדער האָבן זיך געגעבן אַ הײב־אױף די דאַטשעס, װאָס אױף דער זײַט באַרג, אינעם ייִדישן טײל, װאָס הײסט „ארץ־ישׂראל“. מע האָט אָנגעהױבן אַרױסצופֿאָרן אַהין אױף זומער פֿון יעהופּעץ און פֿון בױבעריק און פֿון דער גאָרער װעלט. כּתרילעװקער ייִדן, די באַרימטע װעלט־עקספּלואַטאַטאָרס, האָבן עס פֿאַרשטאַנען און האָבן באַװיזן אױסצונוצן די לאַגע על־צד היותר־טובֿ. מע האָט אָנגעהױבן אָפּדינגען גױיִשע שטיבלעך און עפֿענען געשעפֿטן, צום מײנסטן קלײטלעך פֿון באַקאַלײ און פֿון עסנװאַרג, קיאָסקן פֿון סאָדע־װאַסער און פֿון אַלערלײ געטראַנקען, און עפֿענען אַכסניות, האָטעלן און פּאַנסיאָנען. דערהױפּט ― פּאַנסיאָנען. אױף פּאַנסיאָנען האָבן זיך די כּתרילעװקער ייִדן אַ װאָרף געגעבן, װי די הײשעריקן, און אַרױסגערופֿן אַ מוראדיקע קאָנקורענציע. דערװײַל פֿאַרמאָגן מיר אין „ארץ־ישׂראל“ אױף די דאַטשעס, אײגנטלעך, נאָר צװײ פּאַנסיאָנען. נאָר מע שמועסט שױן פֿון אַ דריטן און פֿון אַ פֿערטן און פֿון אַ פֿינפֿטן ― די אַלטע כּתרילעװקער מכּה: אַז יענעם לױנט זיך אָפּשנײַדן די נאָז, לױנט זיך מיר אױך

װיפֿל עס װעלן אַמאָל, מיט דער צײַט, זײַן אין „ארץ־ישׂראל“ פּאַנסיאָנען ― קאָן מען פֿאָרױס נישט װיסן. נאָר די צװײ פּאַנסיאָנען, װאָס „ארץ־ישׂראל“ פֿאַרמאָגט דערװײַל, זײַנען װערט צו באַשריבן װערן אין אַ בוך, און, אױב ס'איז אַ באַשערטע זאַך, זאָלן זײ פֿאַראײביקט װערן.

דער ערשטער פּאַנסיאָן געפֿינט זיך אין עק שטאָט, נישט װײַט פֿונעם נײַעם ייִדישן בית־עולם, אױף יענער זײַט בריקל, אַקוראַט װוּ עס הײבן זיך אָן די גױיִשע הײַזער, און הײסן הײסט ער מיט אַ שײנעם ראָמאַנטישן נאָמען: „דערקװיקעניש“. און די בעל־הביתטע, װאָס האַלט דעם פּאַנסיאָן, הײסט אײגנטלעך, אַלטע, נאָר רופֿן רופֿט מען זי „דערקװיקעניטשקע“. אַז אײן כּתרילעטשקע, למשל, פֿרעגט בײַ דער אַנדערער: װוּ װױנט איר, פּערל קרױן?“ ענטפֿערט זי איר מיט אַ ניגון: „װאָס הײסט װוּ איך װױן? איך װױן בײַ דער דערקװיקעניטשקע װױן איך“. דער נאָמען איז אַפֿילו אַ ביסל צו אַ לאַנגער און קלינגט עפּעס נישט אַזױ פֿײַן, און נישט אַיעדער װעט דאָס אַזױ גרינג קאָנען אַרױסרײדן: אַ סימן האָט איר ― פּרוּװט אַקאָרשט זאָגן עס גיך, אין אײן אָטעם: „אינעם דערקװיקעניש בײַ דער דערקװיקעניטשקע“, ― װעט איר זיך געװיס פֿאַרפּלאָנטען דערפֿאַר אָבער האָט דאָס „דערקװיקעניש“ אַ מעלה ― די דאַטשע צײכנט זיך אױס מיט איר „װעראַנדע“. אַ גרױסע ברײטע „װעראַנדע“. אַ פֿעלד, נישט קײן „װעראַנדע“. אױף דער דאָזיקער „װעראַנדע“, אַז מע טראָגט אַרױס דעם סאַמאָװאַר און מע זעצט זיך אַװעק טרינקען װיסאָצקיס טײ ― איז דאָך אַ חיות פֿון גאָט! דרײַ מנינים ייִדן קאָנען דאָרט טײ טרינקען. פֿאַרשטײט זיך, נישט אַלע אינאײנעם, נאָר ביסלעכװײַז, אײנס נאָך דאָס אַנדערע. זעט איר, דער פּאַנסיאָן, װאָס שטײט אַקוראַט אַקעגן דעם „דערקװיקעניש“ און הײסט מיט אַ װאַזשנעם נאָמען: „גן־ערן“, האָט שױן מחילה אַ פֿײַג, נישט קײן „װעראַנדע“. דערפֿאַר האָט אָבער דער „„גן־עדן“ אַ גאָרטן, װאָס באַשטײט קעגן צען „װעראַנדעס“. אינעם דאָזיקן גאָרטן װאַקסן אײַך פֿון כּל־טובֿ: ציבעלקעלעך און רעטעכלעך, קנאָבל און כרײן און בוריאַן און קראָפּעװע, און „סאָנישניקעס“, װאָס גיבן „סעמעטשקעס“ אױף אַ גאַנץ װינטער ביז פּסח. און אַז גאָט העלפֿט, עס גיט זיך אױס אַ גערעט, דערגרײכט דער בוריאַן מיט דער קראָפּעװע כּמעט ביז דער הײך פֿון אַ מענטשן, און די „סאָנישניקעס“ ― נאָך העכער פֿון אַ מענטשן.

פֿאַרשטײט זיך, אַז בײדע פּאַנסיאָנען פֿירן צוליב קאָנקורענציע אַ ביטערן קאַמף, און װאָס אײנער רעדט אױס אױפֿן אַנדערן ― מעג עס פֿאַלן אין ים אַרײַן. למשל, די „דערקװיקעניטשקע“ זאָגט אױפֿן „גן־עדן“, אַז דאָרט האָדעװעט מען די אורחים מיט „װאָזדוך“, און דער „גן־עדן“ זאָגט אױפֿן „דערקװיקעניש“, אַז איבער דעם, װאָס דאָרט בײַסט מען זיך, שלאָפֿן די פּאַנסיאָנערן אַ גאַנץ זומער אין דרױסן… ס'איז אָבער נישט אמת: נישט אין „גן־עדן“, נישט אין דעם „דערקװיקעניש“ איז פֿאַראַן דער מין, װאָס װערט אָנגערופֿן אױף זײער לשון „װאָזדוך“; און בײַסן בײַסט מען זיך אין בײדע פּאַנסיאָנען אַזױ געשמאַק, אַז מע פֿאַרשילט זיך דאָס געבײן. אין דעם איז אָבער קײנער נישט שולדיק. דאָס איז אַ גאָט־זאַך, װי װעמען ס'איז באַשערט. אַ מאָל מאַכט זיך, זאָלט איר פֿאַרפֿאָרן אינעם גרעסטן רײַכסטן האָטעל אין דער װעלט, און איך שלאָפֿט אָפּ אַ גאַנצע נאַכט ביז אינדערפֿרי ― און קײנער טשעפּעט אײַך נישט. און אַ מאָל זאָלט איר זיך אָפּשטעלן אין אַ װיסטער פֿינצטערער אַכסניא, אין אַ חדרל די גרײס װי אַ גענעץ, און פֿונדעסטװעגן זאָל מען אײַך דאָרטן באַפֿאַלן פֿון אַלע זײַטן, און איר באַװוּנדערט נאָר, פֿון װאַנען האָבן זײ זיך גענומען אַזױ פֿיל? די חדרים אין בײדע דערמאָנטע פּאַנסיאָנען זײַנען נישט איבעריק גרױס און נישט איבעריק ליכטיק. דערפֿאַר קאָסט אײַך אָבער דאָרטן דאָס לעבן נישט טײַער. מע קאָן זאָגן ― װאָלװל, טאַקע בזיל־הזול. פֿאַר אײן דרײַערל אַ װאָך, למשל, האָט איר אײַך אַלצדינג: אַ דאַטשע און אַ „װעראַנדע“ און „װאָזדוך“ און עסן. דאָס הײסט, עסן איז גלײַכער איר זאָלט דאָרט נישט עסן. װאָרעם איר װעט מוזן אָנקומען, זאָגט מען, דערנאָך צו די כּתרילעװקער דאָקטױרים, װאָס האָבן אױך אַ טבֿע פֿון בײַסן זיך… זײ, די דאָקטױרים, װעלן אײַך האָדעװען מיט אַפּטײק און מיט קרײַטעכצער און מיט פּראָשקעס און מיט פּילן, און סוף־כּל־סוף װעלן זײ אײַך אָפּשיקן אָדער קײן קאַרלסבאַדKarlsbad, אָדער קײן עמסBad Ems, אָדער נאָך װײַטער ― אין אַזאַ אָרט װוּ מע פֿאַרשפּאָרט אַ גובערנאַטאָרסקי פּאַס און מע באַדאַרף נישט גנבֿענען די גרענעץ… ער כּאַן כּתרילעװקער פּאַנסיאָנען אין „ארץ־ישׂראל“. איצט גײען מיר אַריבער צו די העלדן פֿון אונדזער זומערדיקן ראָמאַן.

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

די פֿאַרהאַװעטע, די פֿאַרטאַרעראַמטע ייִדענע, װאָס דער יונגערמאַן פֿון דער פּאָדקעװע, אױב דער לעזער קאָן זיך דערמאָנען, האָט זי אַזױ העלדיש אַרױפֿגעזעצט צו אַבֿרהמלען אױף דער „קאָלײקע“, ― דאָס איז געװען נישט מער און נישט װײניקער, װי די בעל־הביתטע פֿון דעם אױבנדערמאָנטן „גן־עדן“; און דאָס שײנע מײדל מיטן נאָמען אסתּרל, אױב די לעזער האַלט קאָפּ, ― דאָס איז איר טעכטערל; און דער העלד אַלײן, דער יונגערמאַן פֿון דער פּאָדקעװע ― דאָס איז זײער אורח, זײער „פּאַנסיאָנער“. די בעל־הביתטע פֿונעם פּאַנסיאָן „גן־עדן“ איז אַלײן אַ כּתרילעטשקע פֿון כּתרילעװקע און הײסט מיט אַ מאָדנעם נאָמען. הײסן הײסט זי שׂרה, נאָר רופֿן רופֿט מען זי שׂרה משה־פּורימס. איבער װאָס? װײַל איר מאַן הײסט משה פּורים. און זײער טעכטערל רופֿט מען הינטער די אױגן „אסתּרל־שׂרה משה־פּורימס“. עפּעס נישט אַזאַ פּאָעטישער נאָמען, אמת. עס דאַרף אײַך אָבער קײן חידוש נישט זײַן. פֿאַראַן אין כּתרילעװקע אַ סך ערגערע נעמען. למשל, אָט האָט איר אַ צעטל פֿון כּתרילעװקער בעלי־בתּים, אַרױסגענומען פֿון אַ רײסטער בײַ אַ ציוניסטישן פֿאַראײן: יענקל צעריסענער, דוד־לײב װײַמפּערלעך, חײם נעכטיקער־טאָג, מענדל אַסאָרע דעברײעשׂרה דיבריא, בעניע פּאַטש־אים־אױס, זלמן באַרג־אַראָפּ, נפֿתּלי כאַפּ־אַ־טענצל ― און נאָך אַ סך, אַ סך אַזעלכע מאָדנע נעמען, װאָס מע קאָן נאָך אַזױ קלוג נישט זײַן און פֿאַרשטײן, פֿון װאַנען זײ האָבן זיך גענומען?

אָט דער שׂרה משה פּורימס מאַן, דאָס הײסט, משה פּורים אַלײן, איז בטבֿע אַ ייִד אַ שנײַדער, נאָר װײַל ער האָט אין כּתרילעװקע װינציק פּרנסה, און אַזױ װי זײַן װײַב שׂרה איז אַ גרױסע בריהטע אױף קאָכן פֿיש, באַקן לעקעך און פּרעגלען אײַנגעמאַכטס, און מחמת זײ זײַנען שױן געזעסן אַ זומער אין „ארץ־ישׂראל“ אױף אַ דאַטשע, האָבן זײ אָנגעשמעקט בײַ אַ באַקאַנטן גױ, אַקוראַט אַקעגן דעם „דערקװיקעניש“, אַ הױף מיט אַ גאָרטן, אַװעקגעדונגען בײַ אים דעם הױף מיטן גאָרטן, אױסגעשמירט די שטוב פֿון אינעװײניק און פֿון דרױסן מיט װײַסן לײם, אױפֿגעהאָנגען אַ ברעטל און אָנגעשריבן מיט גרױסע אותיות אױף ייִדיש: „שׂרה־משה־פּורימס גן־עדן. כּשר“.

האָט דאָס מסתּמא די בעלי־בתּים פֿונעם ערשטן פּאַנסיאָן „דערקװיקעניש“ רעכט פֿאַרדראָסן, האָבן זײ געשלעפּט שׂרה משה פּורימס צום רבֿ מיט אַ דין־תּורה. זײ האָבן געטענהט, אַז זײ האָבן אַזױ אױך קײן פּרנסה נישט. נאָר איצט איז געקומען אָט די שׂרה משה פּורימס מיט איר „גן־עדן“ אַקוראַט אַקעגן זײער „דערקװיקעניש“ און װיל זײ גאָר אינגאַנצן צעברעכן מיט זײער פּרנסה! האָט אָבער משה, שׂרה משה פּורימס מאַן, געטענהט, אַז ער איז אױך אַ ייִד און זוכט אױך אַ שטיקל ברױט ― און װער קאָן אים זאָגן אַ דעה, װוּ און פֿון װאַנען ער זאָל זוכן פּרנסה? אַװדאי, װען רער אַלטער רבֿ רב יוזיפֿל, עליו־השלום, זאָל לעבן, װאָלט ער שױן געפֿונען אַ סגולה, װי אַזױ אױסצוגלײַכן די צדדים. חבֿל על דאָבֿדין ולאָ משתּכּחין! נישטאָ אַזאַ רבֿ, װי רבֿ יוזיפֿל איז געװען! איצט זײַנען דאָ צװײ רבנים אין כּתרילעװקע, און בײדע קאָנען זײ נישט הױזן צװישן זיך. זײ זאָלן מיר מוחל זײַן ― צװײ קעץ אין אײן זאַק לעבן אַ סך שענער און אַ סך לײַטישער, װי די צװײ רבנים. און דער עולם האָט פֿאַר זײ קײן ברעקל דרך־ארץ נישט. נאָר מיר האָבן געהאַלטן בײַ די העלדן פֿונעם ראָמאַן, און פֿאַרקראָכן זײַנען מיר צו די רבנים. דער לעזער װעט מסתּמא זײַן אַזױ פֿרײַנטלעך און װעט אונדז מוחל זײַן.

הקיצור, בײדע װײַבער, שׂרה משה פּורימס און אַלטע די „דערקװיקעניטשקע“, האָבן זיך באַגעגנט אין כּתרילעװקע אין אַ שמאָל געסל ― דאָס איז געװען באַלד נאָך פּסח, אײדער דער זומער־סעזאָן האָט זיך אָנגעהױבן ― און ס'איז אַרױס צװישן זײ, זאָגט מען, זײער אַ מיאוסער סקאַנדאַל… דאָס האָט אָבער אױך נישט געהאָלפֿן, ביז אײנמאָל אין אַ שײנעם פֿרימאָרגן ― דאָס איז געװען סאַמע אין אָנהײב סעזאָן ― האָבן זיך באַװיזן אין „גן־עדן“ דער גאָספּאָדין „אוראַדניק“ מיט צװײ סאָלדאַטן און האָט אַרונטערגעריסן, מחילה, דאָס ברעטל מיט דער ייִדישער אױפֿשריפֿט און האָט זײ נאָך געשטראַפֿירט מיט אַ דרײַערל, דערפֿאַר, װאָס זײ האָבן זיך דערלױבט אױסצוהענגען אַ ייִדיש שילד. שׂרה משה פּורימס האָט גאַנץ גוט פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס איז דער „דערקװיקעניטשקעס“ אַרבעט, האָט זי באַצאָלט דעם אוראַדניק דאָס דרײַערל מיט נאָך אַ פֿינפֿערל און זי האָט אױסגעפֿירט אירס: זי האָט דאָס ברעטל אױפֿגעהאַנגען, און עס הענגט דאָרטן ער־היום־הזה. און אַז ס'איז באַשערט, אַז אַ מענטש זאָל האָבן פּרנסה, מעגן שׂונאים צעזעצט און צעשפּרונגען װערן, װעט זיך זײ נישט העלפֿן. די „דערקװיקעניטשקע“ האָט נעבעך געמוזט צוזען, װי אַקעגן, בײַ שׂרה משה פּורימס אין „גן־עדן“, איז שטענדיק פֿול געפּאַקט מיט אורחים און מיט פּאַנסיאָנערן, און נאָך מיט װאָסערע פּאַנסיאָנערן! אָט, למשל, נעמט דעם פּאַרשױן מיט די װײַסע הױזן און מיט דער פּאָדקעװע ― „דער גראָשן איז בײַ אים אַ ממזר; בײַ אַזאַ פּאַנסיאָנער קאָן מען אָפּלעקן אַ בײנדל, אױסקרענקען זאָל זי אים, רבונו של עולם!“ ― אַזױ האָט די „דערקװיקעניטשקע“ געבענטשט איר קאָנקורענטן ― און איז געװען גערעכט. שטעלט אײַך פֿאָר, אַז דער יונגערמאַן פֿון דער פּאָדקעװע איז געװען פֿריִער איר אורח. דאָס הײסט, ער האָט געהאַט זיך אָפּגעשטעלט אין דעם „דערקװיקעניש“. נאָר דער רוח האָט אים אַריבערגעטראָגן אַהין, אין „גן־עדן“ אַרײַן. צוליב װאָס, מײנט איר? „צוליב שׂרה משה פּורימס טעכטערל, דער הולטײַקע, פֿאַרברענט זאָל זי װערן!“ ― מיר דריקן זיך אױס מיטן לשון פֿון דער „דערקװיקעניטשקע“, פֿון װעלכער עס רעדט אַרױס די קאָנקורענציע. דער אמת איז אָבער נישט אַזױ. אונדזער העלדן, שׂרה משה פּורימס טעכטערל, אין אַ מײדל, װאָס איז מלא־חן, אַ מאַמזעל, װאָס האָט געענדיקט פֿיר קלאַסן גימנאַזיע, לײענט אַרציבאַשעװМихаил Петрович Арцыбашев 1878-1927 און רעדט רוסיש, קײן װאָרט ייִדיש, און טוט נישט פֿון דאַנען אַהין. דעם גאַנצן „גן־עדן“ האַלט אױס שׂרה משה פּורימס נעבעך אַלײן אױף אירע פּלײצעס. זי אַלײן קאָכט און באַקט און רױמט, און דער מאַן, משה שׂרה משה פּורימס, באַדינט די אורחים, די פּאַנסיאָנערן, שטײט אױס אַלע זײערע קאַפּריזן. חלילה־וחס זײער טעכטערל זאָל זײ מיטהעלפֿן מיט װאָס נישט איז! אסתּרל שׂרה משה פּורימס װעט בעסער גײן אָנגעטאָן נאָך דער לעצטער מאָדע, זײַן אױסגעפּוצט װי אַ כּלה, לײענען אַרציבאַשעװ, טאַנצן „טו סטעפּ“ און „טאַנגאָ“ און אַלע אַנדערע מאָדערנע טענץ. הײַנט איר רײדן רוסיש? מיט איר רוסיש רײדן װעט זי אײַך פֿאַרדרײען דעם קאָפּ אַלע כּתרילעװקער בחורים, זײ פֿירן בײַ דער נאָז. און מער פֿון אַלעמען האָט זי פֿאַרדרײט דעם קאָפּ און געפֿירט בײַ דער נאָז זײער פּאַנסיאָנער, דעם יונגנמאַן מיט דער פּאָדקעװע. דער דאָזיקער יונגערמאַן איז אַלײן אַן אַגענט פֿון נײ־מאַשינעס, נישט קײן באַװײַבטער, און הײסן הײסט ער מיט אַ מאָדנעם נאָמען: „תּישעה־באָבֿ“ ― אַראָן סאָלאָמאָנאָװיטש טישעבאָװ.

געװאָר געװאָרן, אַז ער איז אַן אַגענט פֿון נײ־מאַשינעס און אַז ער הײסט „תּישעה־באָבֿ“ און אַז ער איז נאָך נישט קײן באַװײַבטער, האָט „ארץ־ישׂראל“ געפּסקנט אין אײן קול, אַן דאָס איז פֿאַרן בעל־הבית פֿונעם „גן־עדן“ אַן אױסגעצײכנטער שידוך, אַן אמתער זיװג מן־השמים, אַ באַשערטע זאַך פֿון גאָט: „דער פּורים מיטן תּישעה־באָבֿ ― כאַ־כאַ! זינט די װעלט שטײט, איז נאָך אַזאַ גלײַך פּאָרל נישט געװען!“ ― און װער שמועסט פֿון יענעם פֿרײַטיק אָן, װאָס ער איז געקומען מיט אַבֿרהמלס „קאָלײקע“ קײן „ארץ־ישׂראל“, איז דער „פּורים“ מיטן „תּישעה־באָבֿ“ נישט אַראָפּ פֿון דער צונג. דער יונגערמאַן פֿון דער פּאָדקעװע זאָל, אַ שטײגער, געװען אַרױסהעלפֿן שׂרה משה פּורימס טעכטערל פֿון אַן אומגליק ― למשל, אַרױסשלעפּן זי פֿונעם טײַך, אָדער אַראָפּנעמען פֿון דער תּליה, אָדער אַרױסראַטעװען פֿון גזלנימס הענט, אָדער גלאַט מציל זײַן פֿון אַ זיכערן טױט, ― װאָלט דאָס נישט געקאָנט האָבן בשום־אופֿן דעם חן מיט דעם עפֿעקט, װאָס ס'האָט געהאַט זײַן אַרױפֿזעצן זי מיט איר מאַמע צו אַבֿרהמלען אױף דער „קאָלײקע“. און דערנאָך זײַן אַרײַנפֿאָרן יענעם פֿרײַטיק מיטן גאַנצן טראַסק קײן „ארץ־ישׂראל“, דאָס זיצן זײַנס אױף אַבֿרהמל דעם בעל־הקאָלײקעס אָרט, און אַבֿרהמלס נאָכלױפֿן פֿון הינטן נאָך דער „קאָלײקע“ ― דאָס אַלץ אינאײנעם גענומען האָט אָנגעמאַכט

אַזאַ רעש אין „ארץ־ישׂראל“ און אַרױסגערופֿן אַזאַ געלעכטער צװישן די דאַטשניקעס, אַז נישט װילנדיק איז דער יונגערמאַן פֿון דער פּאָדקעװע געװאָרן בײַ זײ אַ העלד. און שׂרה משה פּורימס טעכטערל ― אַ העלדן. און ס'איז אַװעק אַ רעדעניש מיט אַ שמועסערײַ, אַ מאַכעניש מיט די אױגן און אַ סמאָרעניש מיט די נעז פֿון „ארץ־ישׂראל“ ביז כּתרילעװקע, און עס האָט שױן געהאַט שיִער־שיִער דערגרײכט צו דער כּתרילעװקער פּרעסע. דער „קאַפּעליוש“ מיט דער „יאַרמעלקע“ װאָלטן שױן געהאַט שטאָף און זײ װאָלטן שױן געמאַכט דערפֿון אַ גאַנץ פֿײַנעם פּירוש… האָט מען אָבער פֿאַרכאַפּט באַצײַטנס מיט די אַנאָנסן, װאָס מע האָט געלאָזט אָפּדרוקן אױף בײדע גאַזעטן אױף דער ערשטער זײַט:

עספֿירЕсфирь: אסתּר מאָיסעיעװנאַ פּורים
אַראָן סאָלאָמאָנאָװיטש טישעבאָװ
פֿאַרליבט!

און דאָ הײבט זיך ערשט אָן און עס ענדיקט זיך דער רעכטער ראָמאַן.

4. די חתונה אין „גן־עדן“

זינט כּתרילעװקע איז אַ שטאָט און „ארץ־ישׂראל“ אַ קור־אָרט איז דאָרט נאָך קײנמאָל אַזױ לעבעדיק און פֿרײלעך נישט געװען, װי יענעם טאָג, װען שׂרה משה פּורימס האָט חתונה געמאַכט איר טעכטערל, עספֿיר מאָיסעיעװנאַ פּורים, פֿאַרן פּאַנסיאָנער, אַראָן סאָלאָמאָנאָװיטש טישעבאָװ.

אַ טאָג האָט זיך אַװעקגעשטעלט דעמאָלט אַן אױסגעצײכנטער. אײנער פֿון יענע אױסדערװײלטע זומערדיקע טעג, װען אַלצדינג רוט זיך אָפּ, װערט אַנטשלאָפֿן; װען די זון בראָט און גיסט מיט פֿײַער, נאָר אַ קלײן װינטעלע, מע װײס נישט פֿון װאַנען, בלאָזט פֿאַרבײַ און קילט אָפּ די ברענענדיקע שטראַלן, מאַכט זײ װײך און אָנגענעם. װי די סאָלדאַטן מיט קאָלירנדיקע קאַסקעס, שטײען די הױכע סאָנישניקעס אױסגעצױגן, קױם־קױם װאָס זײ רירן זיך פֿונעם קלײנעם װינטעלע, װאָס גלעט זײ מיט ליבשאַפֿט איבער די געלע סאַמעטענע בלעטלעך. אַלץ רוט. אַלץ שלאָפֿט. נאָר װען־נישט־װען באַװײַזט זיך אַ פֿור, אָנגעלאָדן הױך מיט סנאָפּעס ברױט פֿון פֿעלד. די רעדער פֿון דער פֿור קרעכצן־אונטער שטילערהײט. דער גױ מיטן שװאַרץ־פֿאַרברענטן גלאַנצנדיקן פּנים גײט אױף־צו־פֿריִער אַ באָרװעסער, מיט אַ צעכראַסטעט האַרץ, דרײט מיט דער בײַטש פֿאַר די אָקסן און שמועסט מיט זײ אױף זײער לשון: „הײ! סאָבסאָב, סאָלאָװײ!“ און די אַקסן, פֿאַרטיפֿט אין זיך, גײען אים נאָך פֿיסטריט. הינטערן װאָגן לױפֿן אַ פּאָר באָרװעסע ייִנגלעך, ייִדישע קינדער, רײַסן אַרױס אַ פּאָר זאַנגען פֿון די סנאָפּעס און װילן נאָך. נאָר פּלוצעם בלײַבן זײ שטײן פֿאַרכּישופֿט. װאָס איז די מעשׂה? אַקוראַט אַקעגן זײ טראָגט זיך אַבֿרהמלס פֿורגאָן, די „קאָלײקע“, אָנגעפּאַקט פֿול און פֿול מיט מאָדנע פּאַרשױנען, און די מאָדנע פּאַרשױנען האַלטן מאָדנע אינסטרומענטן אין די הענט. דאָס זײַנען די כּתרילעװקער כּלי־זמר געקומען קײן „ארץ־ישׂראל“ צו שׂרה משה פּורימס אױף דער חתונה.

― די כּלי־זמר פֿאָרן! די כּלי־זמר פֿאָרן!

און די באָרװעסע ייִנגלעך לאָזן זיך פֿאַר דער „קאָלײקע“ מיט אַן אימפּעט צוריק אַהײם אָנזאָגן אַ בשׂורה: די כּלי־זמר פֿאָרן! די כּלי־זמר פֿאָרן!

און בײַ שׂרה משה פּורימס איז שױן אַלצדינג גרײט צו דער חתונה. דער גאַנצער פּאַנסיאָן איז פֿאַרװאַנדלט אין אַ שאַלאַש צוליב די צונױפֿגערופֿענע געסט פֿון „ארץ־ישׂראל“. אינעם באַרימטן גאָרטן פֿון „גן־עדן“ שטײען לאַנגע טישן, געדעקט מיט כּל־טובֿ, בראָנפֿנס און לעקעכער און אײַנגעמאַכטסן. ביסלעכװײַז הײבן אָן צונױפֿקומען זיך משפּחה און גוטע פֿרײַנט פֿון כּלהס צד, אַלע אָנגעטאָן, װי מחותּנים, און סתּם געסט ― דאַטשניקעס און דאַטשניצעס פֿון „ארץ־ישׂראל“. די דאַטשניקעס אין שבתדיקע קאַפּאָטעס און יום־טובֿדיקע קאַשקעטן, און די דאַטשניצעס אין זײַדענע קלײדער מיט זײער גאַנצער צירונג. יונגע װײַבלעך און מײדלעך, אױסגעפּוצט נאָך דער לעצטער מאָדע, די פּנימער באַצײַטנס פֿאַררױטלט און פֿאַרשװיצט, זײַנען גרײט כאַפּן אַ טענצל. לאָזן נאָר די כּלי־זמר אױפֿהערן רימפּלען און שקרימפּלען, אָנצושטעלן די אינסטרומענטן, און שױן געבן עפּעס אַמאָל אַ שפּיל. חתן־כּלה זיצן אױסגעפּוצט; ער אין אַ גלאַנצעדיקן צילינדער, זי אין אַ װײַסער פֿאָטאָ ― אַ פּרינץ מיט אַ פּרינצעסין, דער „תּישעה־באָבֿ“ מיטן „פּורים“! און די מחותּנים ― משה פּורים מיטן װײַב, שׂרה משה פּורימס ― זײ לױפֿן אַרום, װי די פֿאַרסמטע מײַז, שטאַרק פֿאַרטאַרעראַמט און פֿאַרטראָגן, װי געװײנלעך טאַטע־מאַמע, װאָס האָבן דערלעבט אַזאַ שׂמחה, זײ מאַכן חתונה אַ קינד. און װאָס איז מער װוּנדער פֿון אַלצדינג ― צװישן מחותּנים פֿון כּלהס צד איז צו באַמערקן אױך די באַלעבאַטים פֿונעם פּאַנסיאָן „דערקװיקעניש“. װי קומען זײ אַהער? אַזעלכע ביטערע קאָנקורענטן און אַזױנע געפֿערלעכע שׂונאים! די מעשׂה איז גאַנץ פּשוט: אַ פּאָר טעג פֿאַר דער חתונה האָט שׂרה משה פּורימס זיך מישבֿ געװען: צו װאָס טױג איר שׂונאים? מע זאָגט: ס'איז גלײַכער צען גוטע פֿרײַנט אײדער אײן שׂונא. איז זי אַװעק צו דער „דערקװיקעניטשקע“ אַהײם, און גלײַך װי זײ האָבן זיך קײנמאָל אױף זײער לעבן נישט געקריגט, קײן שלעכט װאָרט, קײן צונג נישט איבערגעקערט, האָט שׂרה די מחותּנתטע זיך אָנגערופֿן צו אַלטע דער „דערקװיקעניטשקע“: „גוט מאָרגן אײַך, אַלטע לעבן! איך האָב צו אײַך אַ בקשה“. „דהײַנו, װאָס פֿאַר אַ בקשה, שׂרהל קרױן?“ „איר װיסט דאָך, אַלטע לעבן, אַז איך מאַך חתונה מײַן אסתּרל“. „זאָל זײַן אין אַ גוטער שעה, אין אַ מזלדיקער. איר װײסט דאָך שׂרהל קרױן, אַז איך בין אײַך אַ גוטער פֿרײַנט. לאָז עס מיר אָנגײן װאָס איך װינטש אײַך“. „אָמן. האָב איך אײַך געװאָלט בעטן, אַלטע לעבן, איר זאָלט מיר אָנטאָן דעם כּבֿוד און זײַן בײַ מיר אױף דער חתונה, איר און אײַער מאַן און אײַערע קינדערלעך“. „מיטן גרעסטן כּבֿוד, שׂרהל קרױן. מיר האָבן זיך אַמאָל געקריגט, חס־ושלום? גײט אַהײם, מיר'ן מירטשעם קומען אַלע זיך משׂמח זײַן מיט אײַך, גאָט זאָל נאָר געבן, ס'זאָל זײַן מיט גליק און מיט הצלחה, װאָרעם אַזאַ יאָר אױף מיך, װאָס פֿאַר אַ חתן אײַער טאָכטער נעמט“. „אָמן. מיר זאָלן דערלעבן בײַ אײַערע קינדער ניט ערגער, בעסער האָט קײן שיעור נישט“. פֿאַר גרױס ליבשאַפֿט האָבן זיך די װײַבער אַזש צעקושט אין די פּיסקלעך און האָבן שױן אַרױסגעקוקט אױף דער מינוט, װאָס נאָך דער חופּה, װען מע װעט זיך נעמען בײדע פֿאַר די הענט און מע װעט אײנס אַקעגן דאָס אַנדערע כאַפּן אַ פֿרײלעכס. דערװײַל איז דער טאַרעראַם נאָך גרױס און עס הערן זיך שױן געשרײען, אַז די זון זעצט זיך ― שױן צײַט, שױן צײַט צו דער חופּה נײן! אמת, חתן־כּלה פֿאַסטן ניט. ס'איז ניט דער חתן און ניט די כּלה, װאָס האַלטן פֿון אַזעלכע „ייִדישע זאַבאַבאָנעס“ ― גאָר פֿאַסטן! ס'איז שױן אָבער באַלד נאַכט. דער גאַנצער הױף איז פֿול מיט געסט. גאַנץ „ארץ־ישׂראל“ האָט זיך צונױפֿגעקליבן אױף דער חתונה. די גאַנצע גאַס איז באַלאַגערט מיט שיקסעס און שקצים, װאָס זײַנען געקומען אָנקוקן אַ „זשידאָװסקע סװאַדבעжидовска свадьба: ייִדישע חתונה“. די שקצים זאָגן װערטלעך, די שיקסעס שיסן אױס אַלע מינוט אַ װילדן געלעכטער, מיט אַ הילך און מיט אַ קװיטש. אַ שׂמחה, אַ גדולה אין „ארץ־ישׂראל“! שױן. מע האָט שױן אַװעקגעשטעלט די פֿיר שטאַנגען מיט דער רױטער חופּה, װאָס איז מיט גאָלדענע קאָטעסן פֿון אַלע פֿיר זײַטן. און די כּלי־זמר מיטן קעסל־פּױק האָבן געגעבן אַ כאַפּ־אָפּ דעם זיסן אומעטיקן ניגון, און די מחותּנים מיט די אונטערפֿירערס, אָנגעטאָן אין די אױבערשטע בגדים און מיט אָנגעצונדענע הבֿדלות אין די הענט, האָבן געגעבן אַ נעם דעם חתן מיט דער כּלה, און די צערעמאָניע האָט זיך אָנגעהױבן. די אַלטע שײנע ייִדישע צערעמאָניע.

דערזען ייִדן דרײען זיך מיט דער אױסגעפּוצטער כּלה אין סאַמע װײַסן אונטער דער חופּה, אַרום דעם חתן מיטן גלאַנצעדיקן צילינדער, האָבן די צונױפֿגעלאָפֿענע שקצים זיך אָנגערופֿן מיט אַ געלעכטער: „אָ־האָ־האָ, דיװיטסיאַ, יאַק זשידי קרוטיאַטסאַдивиться, як жиди крутятся!“ (אױ־אױ, זעט נאָר װי די ייִדן דרײען זיך!) דאָס האָט אָבער גאָרניט געשטערט. דער רבֿ איז שױן געװען גרײט צו נעמען דעם כּוס אין דער רעכטער האַנט אַרײַן. דער חזן האָט שױן צורעכט געמאַכט דעם האַלדז אױף צו זינגען דעם „שׂושׂ־תּשׂישׂ“. דער שמשׂ האָט שױן געהאַלטן גרײט דאָס קידושין־פֿינגערל איבערצוגעבן דעם חתן, ער זאָל זאָגן דעם געװיסן „הרי־אַתּ“. פּלוצעם האָט זיך דערהערט פֿון דרױסן אַ „טפּרררו!“ מיט אַ ירגזון איז צוגעפֿאָרן אַבֿרהמלס „קאָלײקע“, און פֿון דאָרטן זײַנען אַרױסגעשפּרונגען צװײ יונגע װײַבלעך און געלאָזט זיך מיט אױסגעשטרעקטע אָרעמס גלײַך צו דער חופּה. עס איז געװען אוממעגלעך צו זען זײערע פּנימער אין דער פֿינצטער. מע האָט נאָר געהערט זײערע װײַבערישע קולות, װי בײדע אינאײנעם האָבן געליאַרעמט, געיאָמערט און געשאָלטן, איבערשלאָגנדיק אײנע דער אַנדערער:

― שטײט, ייִדישע קינדער!

― גיט אים ניט קײן חופּה־וקידושין!

― פֿאַרכאַפּט זאָל ער װערן!

― דער שלאַק זאָל אים טרעפֿן!

― אָט דער שאַרלאַטאַן! אָט דער הולטײַ! אָט דער ממזר!

― קוקט אים אָן אינעם קאַפּעליוש! ער איז דאָך מײַנער אַ מאַן!

― איך האָב דאָך פֿון אים אַ קינד, האָבן זאָל ער אַ װיסטן סוף!

― און מיך האָט ער מקדש געװען ערשט הײַנטיקן נאָך פּסח! צוגענומען אַכט הונדערט קאַרבן, װי אײן גראָשן, אַכט הונדערט מכּות זאָלן זיך אים אױסזעצן, רבונו של עולם, אױפֿן פּנים און אױף דער צונג און אױפֿן גאַנצן לײַב, ער זאָל ניט דערלעבן מער צו פֿאָרן, באַגראָבן ייִדישע טעכטער, פֿאַרװיסטן און פֿאַרפֿינצטערן זײער לעבן!

― גיט אים אַהער, דעם גנבֿ, אָט פֿאָר איך אים אַרײַן מיט מײַנע נעגל און רײַס אים אױס די אױגן!

― אין קײטן זאָלט איר אים קאָװען! אין אײַזערנע קײטן! מײַנע אַכט הונדערט קאַרבן, אַכט הונדערט מכּות, רבונו של עולם!… ――

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .
עפּילאָג

פֿאַר די כּתרילעװקער גאַזעטן, פֿאַרן „קאַפּעליוש“ מיט דער „יאַרמעלקע“, איז די דאָזיקע שרעקלעכע געשיכטע, װאָס האָט זיך פֿאַרלאָפֿן אין „גן־עדן“ אױף דער דאַטשע, געװען אַן אמתער יום־טובֿ. עטלעכע טעג דורכאַנאַנד האָבן זײ ניט אױפֿגעהערט צו שרײַבן און צו שרײַבן. די ערנסטע פּובליציסטן, די מוסר־זאָגער, האָבן נישט אױפֿגעהערט צו שטאָפּן דעם עולם מיט מוסר און לערנען שׂכל, װיִאַזױ מע דאַרף זײַן געהיט הײַנטיקע צײַטן בײַ חתונה מאַכן אַ טאָכטער פֿאַר אַ מאַן מיט אַ רוסישן נאָמען „טישעבאָװ“; און די װיצלער האָבן זיך געװיצלט און געװערטלט אָן אַן אױפֿהער: „װי קאָן אַרױסקומען גוטס פֿון אַ פּורים מיט אַ תּישעה־באָבֿ?“ ― און אױסגעלאָזט האָט זיך עס דערמיט, װאָס בײדע צײַטונגען, סײַ דער פּראָגרעסיװער „קאַפּעליוש“, סײַ די אָרטאָדאָקסישע „יאַרמעלקע“, האָבן אָנגעזאָגט זײערע לעזער אַ פֿרײלעכע בשׂורה מיט מוראדיק גרױסע אותיות, אַז גאָר אינגיכן הײבן זײ אָן צו געבן דעם עולם אַ מתּנה ― אַ נײַעם מאָדערנעם, זײער שפּאַנענדיק און הױך באַלערנדן ראָמאַן פֿון איצטיקן ייִדישן לעבן מיט אַ מוסר־השׂכּל. בײַם „קאַפּעליוש“ װעט דער ראָמאַן הײסן:

„דער מאַן פֿון די דרײַ װײַבער“

(אָ הױך אינטערעסאַנטער ראָמאַן אין 4 טײלן מיט אַן עפּילאָג)

און בײַ דער „יאַרמעלקע“ װעט עס הײסן

„דער דרײַװײַבערדיקער מאַן“

(אַ מערקװירדיקער ראָמאַן אין 4 טײל מיט אַ פּראָלאָג און מיט אַן עפּילאָג)

אַ שאָד! מע װעט נעמען אַזאַ שײנעם מאַטעריאַל און מע װעט דאָס צעשמירן אױף דרײַ הונדערט בלעטער, מאַכן פֿון דעם אַ תּל. אַ רחמנות נעבעך אױף דער העלדן, שׂרה משה פּורימס טאָכטער, אסתּרל. נאָך דעם, װי די כּתרילעװקער גאַזעטן װעלן זי באַאַרבעטן, מעג זי זיך שױן אָפּגעזעגענען. זי װעט שױן דאָרטן קײן חתן ניט קריגן װײַל זי װעט לעבן. סײַדן זי זאָל פֿאַרלאָזן „ארץ־ישׂראל“ מיט כּתרילעװקע און אַריבערפּעקלען זיך קײן אַמעריקע.

― הלװאַי! מיר װינטשן איר גליק און הצלחה און אַל דאָס גוטס ― אָמן.

5. „אונדזערע בראָדצקיס“ מיט „אונדזערע רױטשילדס“

אין אַ הײסן זומער־טאָג, סאַמע אין רעכטן ברען פֿון דאַטשע־סעזאָן, איז פֿון כּתרילעװקע קײן , פּאַלעסטינע“ געגאַנגען איבער „ארץ־ישׂראל“ אונדזער באַקאַנטע „קאָלײקע“ כּמעט אַ לײדיקע, װײַל ס'איז געװען ניט קײן פֿרײַטיק, נאָר אַ געװײנלעכער װאָכעדיקער טאָג, דעמאָלט, װען די כּתרילעװקער דאַטשניקעס װאָס װױנען אין „ארץ־ישׂראל“, זײַנען נישט קלײן צו גײן צופֿוס. אין דער „קאָלײקע“ זײַנען געזעסן נאָך צװײ פֿרױען ― אײנע אַן עלטערע, די אַנדערע אַ ייִנגערע, און בײדע האָבן געשמאַק געגענעצט און געפֿאָכעט מיט דער נשמה פֿאַר גרײס היץ. אַבֿרהמל דער קאָנדוקטאָר האָט געדרעמלט, די פֿערדלעך האָבן זיך געמאַכט װי זײ פֿאָרן, און די „קאָלײקע“ קױם־קױם װאָס זי האָט געשלעפּט זיך. פּלוצעם איז אױסגעװאַקסן, װי פֿון אונטער דער ערד, אַ פֿראַנטעװאַטע ציקאַװע אַריסטאָקראַטיש בחורל פֿון אַ יאָר צװײ און צװאַנציק, מיט אַ װײַס אַריסטאָקראַטיש קאַפּעליושל און מיט שװאַרצע אַריסטאָקראַטישע װאָנצעלעך, האָט אַ מאַך געגעבן מיטן אַריסטאָקראַטישן שטעקעלע צום קאָנדוקטאָר פֿון דער „קאָלײקע“, ער זאָל אַזױ גוט און מוחל זײַן אָפּשטעלן די פֿערדלעך, און האָט געגעבן אַ שפּרונג־אַרײַן אין דער „קאָלײקע“, אָבער אַזױ אַריסטאָקראַטיש, אַזױ בריהש, אַזױ פֿלינק, אַז עס האָט געהאַט דעם זיבעטן חן. דערנאָך האָט ער זיך געגעבן אַ זעץ אַװעק אױף דער צװײטער באַנק. פּונקט אַקעגן דער מאַדאַם מיט איר טעכטערל (די עלטערע איז געװען די מוטער, און די ייִנגערע ― איר טעכטערל), און אַ לײג אַרײַן די האַנט אין דער לינקער הױזן־קעשענע און מיט דער אַנדערער האַנט אַ דרײ די רעכטע אַריסטאָקראַטישע װאָנצע, און בעת־מעשׂה געגעבן אַזאַ אַריסטאָקראַטישן קוק אױף דער יפֿהפֿיה, אױף דעם שײנעם מאַמזעלכן, אַז אַ מײדל, װאָס איז נאָך ניט שטאַרק פֿאַרליבט אין קײנעם, דאַרף זײַן שטאַרקער פֿון אײַזן, זי זאָל זיך ניט פֿאַרליבן תּיכּף־ומיד אין אַזאַ בראַװן אַריסטאָקראַטישן בחור. פֿאַר דער מאַדאַם איז דאָס דאָזיקע אומגעריכטע באַגעגעניש געװען אַן „אצבע־אלהים“, אַ פֿאַטאַלע באַגעגעניש, און איר מוטערלעך האַרץ האָט באַלד אָנגעהױבן צו קלאַפּן און נבֿיאות צו זאָגן, אַז ס'איז ניט אומזיסט, אַז ס'איז אַ גאָט־זאַך… און כאָטש איר טעכטערל איז שױן כּמעט אַ כּלה, טאַקע מיט אירן אַ גליד־געשװעסטערקינדל, װי מיר װעלן דאָס אין גיכן געװאָר װערן, פֿונדעסטװעגן איז זי געװען העכסט צופֿרידן, װאָס דער אַריסטאָקראַטישער יונגערמאַנטשיק שיסט מיט אױגן אױף איר טעכטערל, נעמט זי דורך און דורך… נאָר װיִאַזױ מאַכט מען, אַז ער זאָל זיך באַקענען מיט איר טעכטערל, אַז זי איז נאָך מיט אים ניט רעכט באַקענט? איז זי געפֿאַלן אױף אַן עצה (אַ מאַמעס האַרץ): זי האָט גענומען זיך פֿאָכען מיטן פֿעכער און אַ זאָג געגעבן, װי צו זיך אַלײן, און דװקא אױף רוסיש, אױף דעם כּתרילעװקער רוסיש, װאָס האָט אַ שם אױף דער װעלט: ― אַך, קאַקאָי גאָריאַטשע דיען סעװאַדניкакой горяч день севадний! ― סאַראַ הײסער טאָג הײַנט איז!

האָט די טאָכטער אַ קוק געגעבן אױפֿן אַריסטאָקראַטישן יונגנמאַן און האָט פֿאַרריכט דער מוטערס גרײַז:

― דאַ אָטשען זשאַרקאָי דיעןда очень жаркой день: יאָ, זײער אַ הײסער טאָג!

האָט שױן דער אַריסטאָקראַטישער יונגערמאַן געהאַט אַ געלעגנהײט אַרײַנצומישן זיך מיט אַ װאָרט און אױך אױף רוסיש געװענדט זיך צו דער מאַמזעל:

― אַ און װאַס נאַ דאַטשע טאַקזשע כאַראָשײ װאָזדוך?а он вас на даче также хорошей воздух ― איז בײַ אײַך עפּעס אױך אַ גוטע לופֿט אױף דער דאַטשע?

האָט די מאַדאַם פֿונדעסטװעגן ניט דערלאָזט, אַז די טאָכטער זאָל אים ענטפֿערן און האָט זיך בעסער אַלײן אַרױסגעשטעלט (פֿאָרט אַ מאַמע!) און האָט זיך אָנגערופֿן צום יונגנמאַן װידער אױף רוסיש און מיט אַ ניגון:

― נאַ טשאָ נאַם װאָזדוך, קאַגדאַ און נאַס יעסט דיענגיна чо нам воздух, кагда он нас есть деньги? ― צו װאָס דאַרפֿן מיר לופֿט, אַז מיר האָבן געלט?

דערמיט האָט זי אים, אַ פּנים, געװאָלט אָפּהאַקן די פֿליגל, ער זאָל זיך אַזױ נישט איבערנעמען. נאָר אַרױסגעקומען דערפֿון איז גאָר עפּעס אַנדערש: בײדע קינדער, דער יונגערמאַנטשיק און דאָס מאַמזעלכל, האָבן זיך איבערגעקוקט און אױסגעשאָסן מיט אַזאַ געלעכטער, אַז דער קאָנדוקטאָר פֿון דער „קאָלײקע“, אַבֿרהמל דער בעל־עגלה, האָט זיך געמוזט אױסדרײען צו זײ מיטן פּנים, כאַפּן אַ קוק: „װאָס לאַכן עפּעס די אַריסטאָקראַטן, אַ גוטע כאָלעריע אױף זײער טאַטן?“ דער שפּיץ איז געװען, אַז מען איז צוגעקומען צו אײנער פֿון די שענסטע און רײַכסטע דאַטשעס אין „פּאַלעסטינע“, האָט מען זיך גאַנץ װאַרעם אָפּגעזעגנט און שטאַרק־שטאַרק געקװעטשט די הענט, און די מאַדאַם האָט האַלב־אָפֿיציעל פֿאַרבעטן דעם אַריסטאָקראַטישן יונגנמאַנטשיק צו זיך: „פּאָזשאַלעסטע, בעז צערעמאָני!пожалесте, без церемоний: זײַט אַזױ גוט, אָן צערעמאָניע“ און דאָס שײנע מאַמזעלכל האָט אַזױ ליב געשמײכלט און האָט באַשענקט דעם יונגן קאַװאַליר מיט אַזעלכע װאַרעמע בליקן פֿון אירע שײנע חנעװדיקע אױגן, אַז װען דער יונגער בחור, דער אַריסטאָקראַט, זאָל זײַן פֿון אײַזן און זײַן האַרץ פֿון שטײן, װאָלט עס אױך באַדאַרפֿט צעשמאָלצן װערן, אַזױ װי װאַקס.

אַצינד באַדאַרפֿן מיר דערצײלן, װער איז געװען אָט דער יונגער אַריסטאָקראַט און װאָס איז מיט דער מאַדאַם געװען אַזױ די גדולה, װאָס איר טעכטערל האָט זיך מיט אים באַקענט?

די גרױסע שטאָט יעהופּעץ לעבט אין טעות. זי מײנט, אַז נאָר זי פֿאַרמאָגט אַריסטאָקראַטן־מיליאָנערן. די גרױסע שטאָט פּאַריז מײנט, אַז נאָר זי פֿאַרמאָגט אַריסטאָקראַטן־מיליאַרדערן. אַ סבֿרה, אַז אין כּתרילעװקע האָבן מיר זיך אונדזערע אײגענע אַריסטאָקראַטן, אונדזערע אײגענע בראָדצקיס מיט אונדזערע אײגענע רױטשילדס. נאָר װאָס דען? אַזױ װי אַלצדינג, װאָס כּתרילעװקע פֿאַרמאָגט, פֿאַרמאָגט זי אין קלענערן מאָסשטאַב, על־כּן זײַנען אונדזערע בראָדצקיס קלײנע בראָצדקעלעך און אונדזערע רױטשילדס ― קלײנע רױטשילדלעך, און זײ זײַנען װערט באַשריבן צו װערן מיט זײערע ביאָגראַפֿיעס, פּונקט װי עס װערן באַשריבן אַלע מיליאָנערן און אַלע מיליאַרדערן פֿון דער גאַנצער װעלט.

דאָס איז אַ כּלל ― און עס װײס אַ מינדסט קינד, ― אַז אַלע גרױסע מענטשן פֿון דער װעלט זײַנען אַמאָל געװען קלײן, דערנאָך ערשט זײַנען זײ אױסגעװאַקסן און נתגדל געװאָרן. די אַמעריקאַנער גרױסע מיליאַרדערן, למשל, האָבן ליב צו באַרימען זיך צען מאָל אַ טאָג, װי קלײן זײ זײַנען אַמאָל געװען. בײַ אַן אַמעריקאַנער אַריסטאָקראַט איז אַ כּבֿוד און אַ גדלות צו דערצײלן פֿאַר יעדן אינטערװיוער, אַז אין דער יוגנט האָט ער געטראָגן זעק אױף די פּלײצעס, אָדער גאַזעטן צו פֿאַרקױפֿן, אָדער געהאַנדלט מיט „מעטשעסmatches: שװעבעלעך“. אונדזערע כּתרילעװקער אַריסטאָקראַטן האַלטן נישט פֿון דער דאָזיקער מידה. אַדרבא אַ כּתרילעװקער מיליאַרדער, אַז איר װעט אים אַ פֿרעג טאָן װעגן זײַן ייִחוס, װעט ער אײַך דערצײלן גוזמאָות, אַז זײַן זײדע איז געװען אַ רבֿ און זײַן עלטער־זײדע ― אַ גאָון, און זײער גאַנצע משפּחה ― לױטער רבנים, גאונים און נגידים, גבֿירים מפֿורסמים. זײ פֿאַרהאַקן אײַך אַזױ דעם קאָפּ מיט זײער ייִחוס און שרעקן אײַך אַזױ שטאַרק אָן מיט זײער אַריסטאָקראַטיזם, אַז עס פֿאַלט אָן אױף אײַך אַ פּחד, און איר קלערט זיך: „װײס זײ דער גוטער יאָר ― אפֿשר קומען זײ טאַקע אַרױס דער רוח װײס זײ פֿון װעמען?“… אונדזערע אַריסטאָקראַטן, מיליאָנערן און מיליאַרדערן, איך מײן אונדזערע כּתרילעװקער רױטשילדס, זײַנען אױך געװען אַמאָל גאַנץ קלײנע מענטשעלעך, און זײער שבֿח מוז געזאָגט װערן. זײ האָבן זיך אַלײן מיט זײערע אײגענע כּוחות דורכגעשלאָגן און מיט דער צײַט שטאַרק־שטאַרק אַרױפֿגעאַרבעט זיך, געװאַקסן און אױסגעװאַקסן און גענומען איבערשטײַגן און אַריבערשמײַסן אײנס דאָס אַנדערע הן אין עשירות, הן אין צדקה, הן אין שײנע שידוכים, און מי־יודע, װאָס פֿון זײ קאָן נאָך אַמאָל אַרױסװאַקסן! די גאַנצע װעלט, למשל, װײס דעם ייִחוס פֿון די אמתע רױטשילדס, אַז זײ שטאַמען פֿון פֿראַנקפֿורט און אַז זײער עלטער־זײדע איז געװען פֿריִער אַ חלפֿן, דערנאָך אַ מלװה, דערנאָך אַ באַנקיר, װאָס פֿאַרלײַט געלט. אונדזערע כּתרילעװקער רױטשילדס שטאַמען ניט פֿון פֿראַנקפֿורט. שטאַמען שטאַמען זײ טאַקע פֿון כּתרילעװקע גופֿא, נאָר װײַל זײער עלטער־זײדע איז אױך כּל־ימיו געװען אַ חלפֿן, געשטאַנען מיט אַ טישל אין כּתרילעװקער מאַרק און געביטן קערבלעך אױף צענערס און צענערס אױף גראָשנס, האָט מען דעריבער זײַנע קינדער און קינדס־קינדער געקרױנט מיטן נאָמען „די רױטשילדס“. זײ, די קינדער, זײַנען שױן קײן חלפֿנים ניט געװען, מיט קײן טישל אין מאַרק ניט געשטאַנען, נאָר מיט הלװאה האָבן זײ זיך פֿאַרנומען, מיט הלװאה פֿאַרנעמען זײ זיך נאָך הײַנט און מיט הלװאה װעלן זיך פֿאַרנעמען אױך זײערע קינדער און קינדס־קינדער ― כּל־זמן עס װעט עקזיסטירן אױף דער װעלט אָט דאָס פּאַסקודנע מין, װאָס מען רופֿט דאָס „געלט“, און כּל־זמן עס װעלן זיך געפֿינען אַזעלכע מענטשן, װאָס װעלן אײַך פֿאַרזעצן, איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, די הױזן, אַבי איר זאָלט זײ לײַען געלט… אַז ס'װעט זיך מאַכן, איר װעט קומען איצט אין דאָס באַנײַטע מאָדערנע כּתרילעװקע, װעט איר אױף דער „געבריקעװעטער גאַס“ דערזען אַ צװײ גאָרנדיקן מױער מיט אַ גרױסן שילד איבער דעך גאַנצער װאַנט, מיט גרױסע גאָלדענע אותיות: „יעפֿים איאון באָריס גינגאָלד. באַנקירסקאַיאַ קאָנטאָראַбанкирская контора: באַנק־קאַנטאָר“. אױף אונדזער ייִדיש לשון װעט דאָס הײסן אַזױ שײן, װי „„חײם און ברוד גינגאָלד. באַנק־געשעפֿט“. זאָלט איר װיסן, אַז דאָס זײַנען אונדזערע כּתרילעװקער רױטשילדס. אַי די קשיא: פֿון װאַנען האָט זיך צו זײ גענומען דער נאָמען רױטשילד, אַז הײסן הײסן זײ גאָר גינגאָלד? קאַן מען דאָס אײַך פֿאַרענטפֿערן מיט אַ װידעראַנאַנד, װי דער שטײגער איז: למאַי װאָס װעט איר זאָגן דערױף, אַז אַקוראַט אַקעגן די רױטשילדס שטײט נאָך אַ שענערער מױער מיט נאָך אַ שענערן שילד, מיט נאָך גרעסערע גאָלדענע אותיות אָנגעשריבן בפֿירוש, און אױף אױף רוסיש: „ליעסנאַיאַ טאָרגאָװליאַ בראַטיעװ דעמבאָлесная торговля братьев демба“; דאָס הײסט: „האָלץ־געשעפֿט פֿון די ברידער דעמבאָ“; ― פֿונדעסטװעגן טוט אַ פֿרעג אַ מינדסט קינד: „ייִנגעלע, װעמענס שטוב איז דאָס?“ ― װעט אײַך דאָס מינדסט קינד ענטפֿערן: „אָט די שטוב װעמענס? ― בראָדצקיס“.

אױב אײַך אינטערעסירט די ביאָגראַפֿיע פֿון די דאָזיקע בראָדצקיס, װאָס הײסן דעמבאָ, אָדער דער ייִחוס פֿון די ברידער דעמבאָ, װאָס רופֿן זיך בראָדצקי, קאָן עס דאָ דערצײלט װערן אין קורצן אָט אַזױ: אין סוכאָליעסיעсухой лес: טרוקענער װאַלד, אין אַ שטעטל ניט װײַט פֿון כּתרילעװקע, װאָס האָט אַמאָל געהערט צום גראַף שטרעמבאָ־רודניצקי, איז געװען אַ ייִד אַ שאַפֿער, אַן אױפֿזעער אױף די פּריצישע װעלדער, װאָס געהײסן האָט ער אַרן, נאָר גערופֿן האָט מען אים דעמב, װײַל ער איז געװען, ניט אױסגערעדט זאָל זײַן, אַ ייִד אַ פּראָסטאַק, אַ דאָרפֿסמאַן, אַ הױכער, אַ געזונטער, אַ דעמב. געטראָגן אַ גראָבן, אַ גױיִשן בגד, מיט אַ שטריקל אַרומגעבונדן, און אַ פּאָר הױכע שטיװאַלעס, געקענט אױף אױסנװײניק אַלע בײמער פֿון אַלע סוכאָליעסיער װעלדער, געהיט דעם גראַפֿס גוטס, װי אַ געטרײַער הונט, און איז געװען בײַם גראַף אַזאַ חשובֿ, אַז ער האָט אָנגעזאָגט אין זײַן צװאה די קינדער, אַז דער ייִד אַרן און דעם ייִדנס קינדער זאָלן בלײַבן בײַ זײ שאַפֿערס כּל־זמן עס װעלן שטײן די װעלדער פֿון סוכאָליעסיע און כּל־זמן עס װעט עקזיסטירן דער נאָמען שטרעמבאָ־רודניצקי. און װי דער מינהג־העולם איז, האָבן דאָך מסתּמא די יורשים פֿונעם גראַף שטרעמבאָ־רודניצקי זיך פֿאַרשפּילט אין קאָרטן און פֿאַרקױפֿט, געמאַכט אַ תּל פֿון אַלע סוכאָליעסיער װעלדער, און אַרנס קינדער האָבן געמוזט אַריבערפּעקלען זיך פֿון װאַלד אין שטאָט אַרײַן, זיך באַזעצט אין כּתרילעװקע. און װײַל ניט זײ און ניט זײערע קינדער האָבן נישט געװוּסט קײן זאַך, אַ חוץ װאַלד און אַ חוץ געהילץ, איז זײער געשעפֿט געװאָרן נאָר װאַלד און געהילץ ― עד־היום הזה. און עס האָט זײ מצליח געװען, און זײ זײַנען געװאַקסן אַלץ העכער און העכער, און מיט זײ איז געװאַקסן אױך זײער נאָמען. תּחילת האָט מען זײ גערופֿן „די װאַלד־מענטשן“, דערנאָך ― „די הילצערנע ייִדן“, „די דעמבעניאַטעס“, דערנאָך ― „די ברידער דעמבאָ“, דערנאָך ― „די נײַע נגידים“, „די מיליאָנטשיקעס“, און ערשט דערנאָך, אַז זײ האָבן אָנגעהױבן אױספֿײַנען זיך, אַרױסגײן מיט אַ שײנער נדבֿה, טאָן גרױסע שידוכים, שמײַסן און אַריבערשמײַסן די רױטשילדס, ― האָט זײ די שטאָט געקרױנט מיטן נאָמען: „אונדזערע בראָדצקיס“. עס איז שװער צו זאָגן, װער פֿון זײ איז רײַכער: „אונדזערע רױטשילדס“, צי „אונדזערע בראָדצקיס“? זײער געלט האָט נאָך קײנער ניט געצײלט. נאַר מיר דאַכט, אַז װאָס זײ פֿעלט צו די אמתע בראָדצקיס מיט די אמתע רױטשילדס, װאָלט עס געמעגט אונדז אַלעמען צוקומען. זײער רײַכקײט איז װי אַמאָל. אַמאָל זײַנען „אונדזערע רױטשילדס“ רײכער, אַמאָל „אונדזערע בראָדצקיס“. עס װענדט זיך, װער עס שטעלט זיך אױס שענער פֿאַר דער שטאָט. און װײַל יעדער פֿון זײ װיל אַריבערשטײַגן אין אַריסטאָקראַטיזם, אַריבערשמײַסן אײנס דאָס אַנדערע דעריבער קאָנקורירן אונדזערע כּתרילעװקער מיליאָנערן און מיליאַרדערן און שמײַסן זיך אױף װאָס די װעלט שטײט. למשל, זאָגט רױטשילד, אַז ס'איז אים שװער ייִדיש רײדן ― באַרימט זיך בראָדצקי, אַז ער פֿאַרשטײט ניט קײן װאָרט ייִדיש. און דאָס איז אין כּתרילעװקע אַ סימן פֿון אַריסטאָקראַטיזם. אָדער עס האָט זיך געטראָפֿן אַ מעשׂה בײַ די רױטשילדס, אַ זונדל האָט זיך פֿאַרשפּילט אין קאָרטן און געפּטרט, זאָגט מען, אַ גאַנצן הונדערטער ― האָט בײַ די גבֿירים, בײַ די בראָדצקיס, אַ זונדל פֿאַרשפּילט צװײ הונדערטער. אָדער עס האָט זיך געטראָפֿן נאָך אַ מעשׂה: בײַ די רױטשילדס האָט אַ שנור „געפֿלירטעװעט“ אין אױסלאַנד אין די בעדער מיט עפּעס אַ װילד־פֿרעמדן יונגנמאַן בפֿרהסיא, און עס האָט געקאָכט דערמיט די װעלט ― האָט בײַ די נײַע אַריסטאָקראַטן, בײַ די בראָדצקיס, אױך אין אױסלאַנד אין די בעדער און אױך בפֿרהסיא „געפֿלירטעװעט“ אַ שנור מיט צװײ װילד־פֿרעמדע יונגע לײַט… אַריסטאָקראַטן אַז זײ שמײַסן זיך, איז פֿאַר דער שטאָט אַ מעלה, װאָרעם אַז מע האַלט אין שמײַסן זי, שמײַסט מען זיך שױן אין אַלצדינג. למשל, כּתרילעװקע װעט קײנמאָל נישט פֿאַרגעסן יענעם װינטער, בשעת עס האָבן געבושעװעט די גרױסע פֿרעסט, אָרעמעלײַט נעבעך זײַנען געפֿאַלן, אַזױ װי פֿליגן, ― איז געװאָרן אַ ויצעקו: „סטײַטש, װוּ זײַנען אונדזערע גבֿירים? אונדזערע רױטשילדס מיט אונדזערע בראָדצקיס? װאָס שװײַגן זײ?!“ האָבן זיך די רױטשילדס דערבאַרעמט און האָבן אַרײַנגעשיקט פֿון מאַרק עטלעכע פֿורן שטרױ אױף צו באַהײצן די געפֿרױרענע. װאָס זשע האָבן געטאָן, מײנט איר, די בראָדצקיס? ― האָבן זײ גענומען און האָבן אַרײַנגעשיקט, פֿון זײערע אײגענע װעלדער טאַקע, עטלעכע גאַנצע פֿורן מיט האָלץ און געטײלט האָלץ אומזיסט פֿאַר די אָרעמעלײַט פֿון שטאָט, װעמען אַ פֿונט און װעמען צװײ פֿונט. אָדער װאָס האָט געפֿעלט יענעם פּסח, בשעת די רױטשילדס האָבן זיך צעלאָזט און האָבן, אַ חוץ מעות־חיטים, אַרײַנגעשיקט אַ האַלבע מאה זעקלעך קאַרטאָפֿליס פֿאַר אָרעמעלײַט אױף פּסח? זײַנען זיך מישבֿ די בראָדצקיס: „איר גיט קאַרטאָפֿליס? מיר װעלן געבן שמאַלץ צו די קאַרטאָפֿליס!“, און מען איז געגאַנגען און מע האָט געעפֿנט גרױסע טעפּ מיט שמאַלץ און מע האָט געטײלט די אָרעמעלײַט שמאַלץ. כּל־דכפֿין ― איטלעכן אַ לעפֿעלע שמאַלץ, און אױף אַ משפּחה ― אַ גרױסע לעפֿל, אױב מע האָט באַװיזן צו ברענגען אַ פּאַפּיר פֿונעם רבֿ, אַז די משפּחה באַשטײט נישט װינציק װי פֿון פֿינף נפֿשות.

פֿון שטאָט איז די קאָנקורענציע מיטן שמײַסן זיך אַריבערגעשמיסן געװאָרן אין דאָרף, אױף דער דאַטשע. „פּאַלעסטינע“ האָט געעפֿנט פֿאַר „ארץ־ישׂראל“ אירע טױערן, און די פֿאַרשמאַכטע ארץ־ישׂראלדיקע דאַטשניקעס האָבן אָפּגעלעבט. װי אַזױ איז דאָס געשען? אָט װי אַזױ: אײנמאָל אין אַ זומער האָבן „אונדזערע“ רױטשילדס אױסגעבױט אין „פּאַלעסטינע“ אַן אײגענע דאַטשע (אױף אַ גױס נאָמען, געװײנלעך). אָבער אַ דאַטשע! מיט אַ װעראַנדע און מיט שטאַכעטן, געפֿאָרכטע גרינע שטאַכעטן, און אַ גאָרטן האָבן זײ געפֿלאַנצט, געזעצט אַגרעסן און װײַמפּערלעך און װײַנשל און קאַרשן. און האָבן געעפֿנט דעם גאָרטן פֿאַר אַלע כּתרילעװקער דאַטשניקעס, װאָס אױף דער זײַט באַרג, פֿראַנק און פֿרײַ ― גאַנץ „ארץ־ישׂראל“ קאָן קומען שבת בײַטאָג שפּאַצירן אין גאָרטן! אָבער נאָר שבת. אין מיטן װאָך ― אַזאַס!… זײַנען זיך מישבֿ „אונדזערע“ בראָדצקיס, טאַקע באַלד אױפֿן אַנדערן זומער, און גײען און שטעלן אַװעק נאָך אַ שענערע דאַטשע מיט נאָך אַ שענערע װעראַנדע און מיט נאָך אַ גרעסערן גאָרטן, אױך אין „פּאַלעסטינע“ און אױך אױף אַ גױס נאָמען, און אױך מיט אַגרעסן און מיט װײַמפּערלעך און מיט װײַנשל און מיט קאַרשן, און האָבן גענומען און האָבן בפֿירוש געלאָזט אױסרופֿן אין שטאָט, אין אַלע בתּי־מדרשים, אַז דער גאָרטן זײערער איז אָפֿן פֿאַר אַלע ייִדן נישט נאָר דעם טאָג שבת ― אַלע טעג פֿון אַ גאַנצער װאָך, נאָר בתּנאַי ― מע זאָל זיך צו די בײמלעך נישט צורירן, די פּירות נישט רײַסן און אױפֿן גראָז נישט טרעטן… װי מײנט איר אָבער, אַז מע לאָזט אַרײַן, אַ שטײגער, „ארץ־ישׂראלדיקע“ דאַטשניקעס אין אַ גאָרטן. און זײ דערזעען גראָז, ― זאָל מען נישט אַראָפּװאַרפֿן די קאַפּאָטע און נישט אַװעקזעצן זיך אױף דער ערד? צי, אַ שטײגער, ייִדישע קינדער האָבן דערזען פֿאַר זיך גרינע אַגרעסן, רױטע װײַמפּערלעך, דערשמעקט קאַרשן ― װעט מען קוקן און מע װעט שװײַגן?… האָט מען דעם גאָרטן אַרומגעקרײַזט מיט אַ פּאַרקאַן, אױף די שטאַכעטן אָנגעשלאָגן טשװעקעס, אױפֿן טױער אָנגעהאַנגען אַ שלאָס, און עס איז אַרױס אַ „פּריקאַז“, אַז מהיום והלאה, טאָמער װעט זיך דערװעגן עמעצער פֿון „ארץ־ישׂראל“ אַרײַנצוטרעטן צו זײ אױף דער דאַטשע, װעט מען אים איבערברעכן הענט און פֿיס, אַרױסשלאָגן אַ צאָן און אָנרײצן אױף אים די הינט…

באמת זײַנען די הינט געװען נאָר אַ פֿאַנטאַזיע, אַ סטראַשידלע אױף אָפּצושרעקן דעם עולם; נאָר דאָס האָט געהאָלפֿן מער פֿון אַלצדינג: כּתרילעװקער ייִדן האָבן פֿײַנט האָבן צו טאָן מיט הינט

6. מע קאָן נישט װיסן װעמענס מאָרגן ס'איז

דאָס װײסט איר דאָך מן־הסתּם, אַז בײַ די אמתע, בײַ די פֿראַנקפֿורטער, רױטשילדס איז אַ מינהג פֿון קדמונים, אַ מין טראַדיציע אַזעלכע בירושה פֿון זײערע זײדעס, װאָס װערט שטאַרק אָפּגעהיט, ― אַז שידוכים זאָל מען טאָן נאָר צװישן אײגענע, בכדי די משפּחה זאָל, חלילה, נישט פֿאַרפֿרעמדט װערן: סײַדן עס כאַפּט זיך אונטער אַ גראַף, אָדער אַ מאַרקיז, אָדער אַ פּרינץ, און פֿאַרליבט זיך אין זײערער אַ טאָכטער ― דעמאָלט איז אַנדערע װערטער. דעמאָלט, פֿאַרשטײט איר מיך, איז שױן דעך יצר־הרע צו גרױס און מע קאָן נישט בײַשטײן קעגן אַזאַ נסיון…

בײַ די כּתרילעװקער רױטשילדס איז אױך די זעלבע טראַדיציע. נישט מחמת זײ האָבן דאָס בירושה פֿון זײערע זײדעס, נאָר פּשוט, װײַל זײ האַלטן זיך גרעסער פֿון אַלעמען און האָבן זיך אײַנגערעדט און זײַנען איבערצײַגט, אַז צו זײער ייִחוס איז נישטאָ קײן גלײַכן אױף דער גאַנצער װעלט. נישט אומזיסט זאָגט כּתרילעװקע אױף זײערע אַריסטאָקראַטן אַ װערטל, אַז זײ זײַנען אַזעלכע גרױסע מיוחסים, אַז סע שטײט זײ נישט אָן די מחותּנשאַפֿט מיט זיך אַלײן . . . ס'איז געװען אַ צײַט, װאָס די אױפֿגעקומענע כּתרילעװקער אַריסטאָקראַטן, „אונדזערע בראָדצקיס“, האָבן אַפֿילו אין חלום נישט געװאַגט צו טראַכטן פֿון אַזאַ כּבֿוד, װי מתחתּן זײַן זיך מיט די אַלטע כּתרילעװקער אַריסטאָקראַטן, מיט „אונדזערע רױטשילדס“. נאָר אַז „אונדזערע בראָדצקיס“ האָט אַ שײַן געגעבן דאָס מזל, זײ האָבן אָנגעהױבן װאַקסן, געװאָרן גרױס און האָבן באַקומען כּמעט אַזױ פֿיל געלט, װי די רױטשילדס, איז בײַ זײ געזעסן טיף אין האַרצן פֿאַרבאָרגן נאָר אײן װוּנטש: אַ שידוך מיט די רױטשילדס. אַרױסזאָגן דעם דאָזיקן װוּנטש הױך האָט מען נישט געװאַגט פֿונדעסטװעגן. אײן מאָל נאָר, מער נישט אַז אײן מאָל, האָט זיך געטראָפֿן אַ מעשׂה, די „אױפֿגעקומענע אַריסטאָקראַטן“ האָבן צוגעשיקט אַ שדכן צו די רױטשילדס ― דעם באַרימטן כּתרילעװקער שדכן סאָלאָװײטשיק. סאָלאָװײטשיק דער שדכן, מוזט איר װיסן, איז נישט פֿון די אַמאָליקע כּתרילעװקער שדכנים. סאָלאָװײטשיק איז אַ שדכן פֿון דעם איצטיקן מאָדערנעם כּתרילעװקע, און ער הײסט שױן נישט „שדכן“, נאָר „פֿאַרמיטלער“. סאָלאָװײטשיק איז באַרימט, נישט אַזױ מיט זײַנע גרױסע שידוכים, װאָס ער פֿירט דורך, װי מיט זײַן מױל, מיט זײַן רײדן. ער קאָן אײַך איבעררײדן די גאַנצע װעלט. ס'איז גאָר נישטאָ אַ מענטש, װאָס זאָל קאָנען בײַשטײן קעגן סאָלאָװײטשיק דעם פֿאַרמיטלער, אַז ער הײבט אָן צו רײדן. ס'איז אַש־להבֿה! סאָלאָװײטשיק דער פֿאַרמיטלער, איז טאַקע דעם אַלטן רבֿ שלום שדכנס אַ זון, און איז אַ ייִד פֿון הײַנטיקער װעלט, טראָגט שױן, פֿאַרשטײט איר מיר, אַ קאַפּעליוש אױפֿן קאָפּ און אַ װײַסע מאַנישקע מיט אַ שניפּס. אמת, דער קאַפּעליוש איז שטאַרק אָפּגעבאַרעט, די װײַסע מאַנישקע איז נישט איבעריק װײַס און דער שניפּס איז, זאָל ער מיר מוחל זײַן, עפּעס אַ מין שמאַטע, װאָס גלאַנצט ― ס'איז אָבער פֿאָרט אַ קאַפּעליוש און פֿאָרט אַ מאַנישקע און פֿאָרט אַ שניפּס! הײַנט לײגט־צו צו דעם אַ פּידזשאַק, טאַקע אַן אַלטן, נאָר אַ קורצן פּידזשאַק, װאָס הענגט אױף אים אַ ביסל פֿרעמדלעך, און הױזן אַ פּאָר, אַפֿילו קירצלעכע, דערפֿאַר אָבער ברײטע, גאַנץ ברײטע, און קעסטלדיקע, געװען אַמאָל, אין די יונגע יאָרן, גאָר־גאָר פֿײַנע הױזן ― װעט איר פֿאַרשטײן דעם חילוק פֿון אים ביז זײַן טאַטן, עליו־השלום. נאָר דאָס אַלצדינג איז בלאָטע אַקעגן די באָרד און פּאות. װער מיר באָרד? װאָס מיר פּאות? מילא, די באָרד איז נאָך װי ס'נישט איז. איז נישט קײן באָרד ― איז אַ בערדל. אַ מענטש איז נישט מחויבֿ צו טראָגן אַ בעזעם אױפֿן פּנים. אָבער פּאות? קײן סימן אַפֿילו! אָפּגעשױרן, אונטערגעגאָלט און אױסגעקאָרעניעט מיטן װאָרצל! הײַנט דאָס רײדן זײַנס! קײן „גוט מאָרגן“ איז נישטאָ, נאָר אַ רוסישער „איזדראַסטאָיטיעздраститя: אַ גרוס“. און בײַם אַװעקגײן איז ― „דאָסװידאַניעдосвидания: זײַט געזונט“. ער זאָל זאָגן, אַ שטײגער: „איר האָב פֿאַר אײַך אַ גוטן שידוך“ ― איז נישטאָ. װאָס דען? אַ ביסל אױף דײַטש, אַ ביסל אױף פֿראַנצײזיש און אַ ביסל אױף רוסיש: „איך האָב פֿאַר זײ אַ פּאַרטיpartie: זיװג ― טשטאָ ניבוד אַסאָבענעчто нибудь асобене: עפּעס באַזונדערס!“ װאָס דאַרפֿט איר מער? זײַן טאַטע, עליו־השלום, פֿלעגט טראָגן אַ זאָנטיק, אַ גרױסן, אַ רױטן פּאַראַסאָל. אים שטײט נישט אָן. ער איז שױן אַן אַריסטאָקראַט מיט אַ שטעקל און רופֿט זיך סאָלאָװײטשיק דער פֿאַרמיטלער. רב שלום שדכן זאָל אױפֿשטײן און אַ קוק טאָן אױף זײַן זון, דעם „פֿאַרמיטלער“!…

באַקומען אַזאַ הױכע מיסיע ― אױסצופֿירן אַ „פּאַרטי“ צװישן אַזעלכע צװײ אַריסטאָקראַטישע הײַזער, װי „אונדזערע בראָדצקיס“ מיט „אונדזערע רױטשילדס“, האָט סאָלאָװײטשיק דער פֿאַרמיטלער אָנגעטאָן אַ װײַסע מאַנישקע, צעקעמט דאָס שטיקל באָרד, פֿריש אונטערגעשױרן דעם אָרט, װוּ ס'איז אַמאָל געװען פּאות, און איז אַװעק צו די רױטשילדס ― און האָט נאָר געקאָנט אױסרײדן די ערשטע עטלעכע װערטער אױף זײַן געמישטער שפּראַך: „איזדראַסטאָיטיע! איך האָב פֿאַר זײ אַ פּאַרטי ― טשטאָ ניבוד אָסאָבענע!“ ― װאָרעם אַז מע האָט אים אַ פֿרעג געטאָן, װער איז די „פּאַרטי“ און װאָס פֿאַר אַ „טשטאָ ניבוד אָסאָבענע“, און ער האָט נאָר אױסגערעדט די װערטער „אונדזערע בראָדצקיס“, ― האָט ער געכאַפּט אַזאַ מיאוסן פּעטשאַטעק, אַז ס'איז אים פֿינצטער געװאָרן אין די אױגן. ער װעט שױן פֿאַרזאָגן קינדס־קינדער! מע האָט אים מבֿטיח געװען, אַז דאָס אַנדערע מאָל, טאָמער לײגט ער פֿאָר אַזאַ „פּאַרטי“ מיט אַזאַ „טשטאָ ניבוד אָסאָבענע“, װעט ער עפֿענען מיטן קאָפּ די טיר. בקיצור, מע האָט דעם שדכן געגעבן דעם װעג. אױף אַ פּראָסטן ייִדיש װעט דאָס הײסן: מע האָט אים דורכגעטריבן. דערפֿאַר, שטײענדיק שױן בײַ דער טיר, האָט סאָלאָװײטשיק דער פֿאַרמיטלער באַװיזן װאָס ער קאָן. ער האָט זײ אַ זאָג געגעבן: „געדענקט, דאָס זאָגט אײַך סאָלאָװײטשיק: מע װײס נישט װעמענס מאָרגן ס′איז!“…

און כּך־הװה. סאָלאָװײטשיקס װאָרט איז, אַ פּנים, אין אַזאַ שעה אַרױסגערעדט געװאָרן. די רשעים האָבן געהאַט זײער מפּלה. די אײגענע רױטשילדס, װאָס האָבן אים אַמאָל דורכגעטריבן, האָבן געשיקט רופֿן דעם אײגענעם סאָלאָװײטשיק דעם שדכן, ער זאָל זײ גײן מאַכן אַ פּאַרטי מיט די נײַע מיליאָנטשיקעס, מיט די אױפֿגעקומענע אַריסטאָקראַטן, מיט די בראָדצקיס. דאָ איז מקוים געװאָרן דאָס װערטל: „אַז מע דאַרף האָבן דעם גנבֿ, נעמט מען אים פֿון דער תּליה“. סאָלאָװײטשיק דער פֿאַרמיטלער האָט זיך נישט געלאָזט צװײ מאָל בעטן, און אַז ער איז געקומען צו די רױטשילדס, האָט מען אים געבעטן זיצן, נישט געװאַרט ביז ער װעט זיך אַלײן זעצן, און אַפֿילו דערלאַנגט אים אַ פּאַפּיראָס און פֿײַער צום פּאַפּיראָס. דאָס איז שױן די טבֿע פֿון אַ כּתרילעװקער אַריסטאָקראַט: אַזױ װעט ער זיך אײַך בלאָזן, װי אַן אינדיק ― גאָרנישט צו צוטרעטן! נאָר קױם באַדאַרף ער פֿון אײַך אַ שטיקל טובֿה, אַזױ װערט ער אײַך נידעריקער פֿון דער ערד און װײכער פֿון פּוטער, כאָטש נעמט לײגט אים צו צו אַ געשװיר! אין קורצע װערטער, מיט אַ פּאָר קלײנע הקדמות. האָבן די רױטשילדס אױסדערצײלט זײער התנצלות פֿאַר סאָלאָװײטשיק דעם פֿאַרמיטלער, אַז זײ װאָלטן, אײגנטלעך, בשום־אופֿן נישט געװאָלט טאָן נישט מיט זײער גלײַכן, נישט מיט דעם, װאָס זײ שטײט נישט אָן. נאָר אַזױ װי ס'איז פֿאַראַן אַ גמרא מיט אַ מדרש און מיט, להבֿדיל, אַ גױיִש װערטל ― על־כּן זאָל ער זיך מטריח זײַן צו די נײַע, צו די אױפֿגעקומענע, צו אָט די, װאָס מען רופֿט זײ איצט מיטן נאָמען „די בראָדצקיס“, און ער זאָל זײ זאָגן כּך־וכּך… אים באַדאַרף מען דאָך די צונג נישט פּיקן; ער איז דאָך אַ ייִד, װאָס קאַטאָרע ער קאָן…

דער פֿאַרמיטלער איז שיִער צעגאַנגען געװאָרן פֿון אַזאַ באַנעמונג, פֿון אַזױנע רײד און פֿון אַזעלכע קאָמפּלימענטן. שײך צו זאָגן ער קאָן? אַװדאי קאָן ער! „נײן, פּאַני סאָלאָװײטשיק! איר באַדאַרפֿט רײדן נישט גלאַט, נאָר פֿאַרשטעלט“. שײך צו זאָגן פֿאַרשטעלט? אַװדאי פֿאַרשטעלט! „נײן, פּאַני סאָלאָװײטשיק! איר טאָרט נישט זאָגן, אַז דאָס האָבן מיר אײַך געשיקט. איר באַדאַרפֿט זײ זאָגן, אַז דאָס איז אײער אײגענער פּלאַן, װאָס װאַקסט פֿון אײַך אַלײן. איר פֿאַרשטײט, צי נײן?“ שײך צו זאָגן ער פֿאַרשטײט? װער דען פֿאַרשטײט, אַז נישט ער? ― און סאָלאָװײטשיק דער פֿאַרמיטלער האָט אָנגעגורט זײַנע לענדן און איז אין דעם זעלבן טאָג אַװעק צו די בראָדצקיס, אַן אָנגעלאָדענער און אַן אָנגעשטאָלענער, געהאַט אַזױ פֿיל צו זאָגן, אַז ער האָט גאָרנישט געװוּסט, פֿון װאָס פֿריִער. עס האָט זיך אים אַרױסגעװיזן, אַז װיפֿל ער זאָל נישט רײדן, װעט זײַן װינציק, און װאָס ער זאָל נישט זאָגן, װעט נישט זײַן דאָס, װאָס מע דאַרף. ס'איז אַלע מאָל אַזױ, פֿון זינט די װעלט שטײט: אַז איר קומט אַרײַן צו אַ גרױסן מענטשן, פֿאַרפּלאָנטען זיך אײַך די מחשבֿות, און אָנשטאָט דעם, איר זאָלט זאָגן װאָס איר װילט, הײבט בײַ אײַך די צונג אָן צו פּלעטשן דער רוח װײס װאָס!… אײדער סאָלאָװײטשיק איז אַרײַן צו די אױפֿגעקומענע מיליאָנטשיקעס, דאָס הײסט, אַז ער איז געװען אױף יענער זײַט טיר, איז בײַ אים געװען צוגעגרײט פּעק מיט רײד און מיט משלים און מיט פּסוקים און מיט גמרות ― אָן אַ שיעור. נאָר אַז די בראָדצקיס האָבן געגעבן אױף אים אַ קוק מיט די אױגן און אַ פֿרעג: „װאָס דאַרפֿט איר?“ ― האָבן זיך בײַם שדכן געגעבן אַ בלעטער־איבער די געדאַנקען אין קאָפּ, און פֿון אַלע זײַנע פֿאַרטיקע רײד מיט די פּסוקים, מיט די גמרות, מיט די משלים, איז געװאָרן אַ מישמאַש ― עס האָט זיך נישט געקלעפּט אַ װאָרט צו אַ װאָרט. דאָס הײסט, אָנגעהױבן האָט ער דװקא נישקשהדיק: „פֿאַראַן אַ רש″י, מאַכט ער: „תּעלא בעידניה סגיד ליה“ ― אַ פֿוקס אין זײַן צײַט, אַז מע דאַרף צו אים אָנקומען…“ האָט מען געגעבן אױף אים אַ קוק און אַ האַק איבער: „אַקעגן װאָס איז דאָס געקומען צו רײד?“ „טאַקע אַקעגן דעם טאַקע, װאָס מע װײס נישט װעמענס מאָרגן ס'איז… אָט, דאַכט זיך, נישט לאַנג האָט איר געװאָלט, האָבן זײ נישט געװאָלט. איצט װילן זײ שױן ― שײך זאָגן זײ װילן? זײ חלשן, זײ גײען אױס מיט אײַך צו טאָן, זײ נעמען אײַן אַ מיתה־משונה! זײ װאָלטן מי־יודע װאָס, אַבי…“

― פֿון װעמען רעדט איר?

― פֿון װעמען איך רײד? טאַקע פֿון זײ. טאָ יעסטто есть: דאָס הײסט, פֿונעם סאַמע ייִחוס, פֿון דער גילדענער פֿאָן, פֿון די גרעסטע, פֿון די פֿײַנסטע, פֿון די שענסטע ― פֿון „אונדזערע רױטשילדס“ רײד איך דאָך…

מער האָט מען נישט באַדאַרפֿט. דער פֿאַרמיטלער זאָל זײ געװען אָפּגיסן מיט עסיק, אָדער מיט װיטריאָל, װאָלט זײ, דאַכט זיך, געװען ניחאער. די בראָדצקיס, װײַזט אױס, האָבן נאָך נישט פֿאַרגעסן דעם מיאוסן אָפּזאָג, װאָס זײ האָבן אַמאָל געהאַט פֿון די רױטשילדס, נישט הײַנט געדאַכט, ― האָבן זײ זיך אָפּגעקילט דאָס האַרץ אַצינד און אױסגעלאָזט כּל־חמתם נעבעך אױפֿן שדכנס קאָפּ:

― מיט װעמען רעדט איר אונדז? מיט אָט די ראָסטאָװשטשיקעסростовчик: װאָכניק, פּראָצענטניקעס, ליכװיאַרזשעסлихвар: װאָכניק, װאָס פֿאַרמאָגן נישט אונדזער מיסט? ― װי האָט דאָס אַ ייִד אַ שדכן אַזאַ פּאָטעפֿאַלנאָסט קומען פֿאָרלײגן אונדז צו טאָן מיט אַזעלכע „כאָץ־דאַרגעסנחות־דרגאס“? װער זײַנען זײ, אײַערע רױטשלידס? שױן לאַנג איז זײער זײדע געזעסן מיט אַ טאָרבע מינץ אין מאַרק און געפֿרױרן, װי אַ הונט? איצט זײַנען זײ שױן געװאָרן כּלומרשט באַנקירן, נעמען װעקסלעך, שינדן די הױט. נײן נײן! איר זאָלט גאָרנישט פּרוּװן אַפֿילו אָפּענטפֿערן אַ װאָרט ― איר הערט, װאָס מע רעדט צו אײַך? און אַז איר װעט נישט אַװעקגײן באַלד מיט גוטן, װעט איר זיך דערשפּילן ― מע װעט אײַך נעמען, איר הערט צי נײן, און מע װעט אײַך אַראָפּלאָזן פֿון אַלע טרעפּ!

שױן שטײענדיק פֿון אונטן, איז דעם שדכן געבליבן נאָר איבערצוחזרן נאָכאַמאָל די אַמאָליקע װערטער זײַנע: „מע קאָן נישט װיסן װעמענס מאָרגן ס'איז…“ און זײַנע װערטער זײַנען מקוים געװאָרן אױף אַ װוּנדערלעכן אופֿן, װאָס נישט סאָלאָװײטשיק דער פֿאַרמיטלער, נישט קײנער האָט זיך געקאָנט דערױף ריכטן. איצטיקס מאָל האָט זיך אָנגענומען דעם שדכנס קריװדע דער גאָט פֿון ליבע. עס האָט זיך אַרײַנגעמישט דאָס קלײנע מלאכל, װאָס הײסט מיט זײַן הײליקן נאָמען „אַמורAmor“ און װאָס שיסט מיט פֿאַרגיפֿטיקטע פֿײַלן אַלע בחורים מיט אַלע מײדלעך גלײַך אין האַרצן אַרײַן. דאָס איז געװען אין יענעם הײסן זומערדיקן טאָג, װען בײַ אַבֿרהמל דעם קאָלײשטשיק זײַנען געפֿאָרן פֿון כּתרילעװקע קײן „פּאַלעסטינע“, אױב דער לעזער קאָן זיך דערמאָנען, אַן אַריסטאָקראַטישע מאַדאַם מיט אַ טעכטערל אַ יפֿת־תּואר, און צו זײ אױף דער „קאָלײקע“ האָט זיך אַרױפֿגעכאַפּט אַ טשיקאַװע פֿראַנטעװאַטע בחורל מיט אַ װײַס קאַפּעליושל און מיט אַן אַריסטאָקראַטיש שטעקעלע און האָט זײ געפּלעפֿט בײדן, די מאַדאַם מיט דער טאָכטער, מיט ערשטן דרײ פֿון זײַנע שװאַרצע אַריסטאָקראַטישע װאָנצעלעך און מיטן ערשטן שאָס פֿון זײַנע אױגן. איצט איז געקומען די צײַט אױסצוזאָגן ― עס איז שױן מער נישט קײן ― װער איז דאָס די אַריסטאָקראַטישע מאַדאַם, װאָס רעדט אַזױ שײן רוסיש: „נאַ טשטאָ נאַם װאָזדעך, קאָגדאַ או נאַס יעסט דיענגיна чо нам воздух, кагда у нас есть деньги: װאָס דאַרפֿן מיר לופֿט, װען מיר האָבן דאָך געלט?“, און װער איז געװען דער טשיקאַװע־פֿראַנטעװאַטע־אַריסטאָקראַטישער יונגערמאַנטשיק, װאָס האָט געפּלעפֿט די אַריסטאָקראַטישע מאַמע מיט איר אַריסטאָקראַטישער טאָכטער? די מאַדאַם ― דאָס איז געװען נישט קײן אַנדערע, נאָר די מאַדאַם רױטשילד, און

דער יונגערמאַן איז נישט מער און נישט װײניקער, װי אַ זון פֿון די אױפֿגעקומענע אַריסטאָקראַטן, פֿון די כּתרילעװקער בראָדצקיס.

נעמענדיק אין אָנבאַטראַכט דאָס אַלץ, װאָס איז דערצײלט געװאָרן ביז אַהער, װעט שױן בײַם לעזער זײַן רעכט, װער ס'איז געקומען צו הילף סאָלאָװײטשיק דעם שדכן, און עס בלײַבט איבער נאָר אײן זאַך: צי האָט דער גאָט פֿון ליבע עפּעס אױפֿגעטאָן? און צי ס'איז אים געראָטן, סאָלאָװײטשיק דעם פֿאַרמיטלער, די דאָזיקע „פּאַרטי“ דורכצופֿירן? און אױב יאָ ― װאָס האָט ער, סאָלאָװײטשיק דער פֿאַרמיטלער, געכאַפּט דערבײַ? און װוּ איז פֿאָרגעקומען די דאָזיקע גרױסאַרטיקע אַריסטאָקראַטישע חתונה ― אין כּתרילעװקע, צי אין „פּאַלעסטינע“ אױף דער דאַטשע? אױף די אַלע װיכטיקע פֿראַגן באַקומט רער פֿרײַנט לעזער אַ קלאָרע תּשובֿה אינעם קומענדיקן קאַפּיטל פֿונעם דאָזיקן זומערדיקן ראָמאַן.

7. סאָלאָװײטשיק דער שדכן אַרבעט אױף אַלע כּלים

מיר מײנען, אַז דער פֿרײַנט לעזער איז צופֿרידן, װאָס דער „ער“ און די „זי“ פֿונעם דאָזיקן זומערדיקן ראָמאַן זײַנען גראָד נישט קײן געװײנלעכע בשׂר־ודמס, װי, למשל, מיר זײַנען, נאָר אמתע אַריסטאָקראַטן, פֿון דער גאָלדענער פֿאָן, פֿון די כּתרילעװקער מיליאָנערן און מיליאַרדערן. „ער“ איז אַ בראָדצקי פֿון „אונדזערע בראָדצקיס“, „זי“ ― אַ רױטשילד פֿון „אונדזערע רױטשילדס“. און דאָס איז דאָך אַ פֿאַקט, װאָס מע קאָן נישט אָפּלײקענען, אַז מיר, געװײנלעכע בשׂר־ודמס, זײַנען אַלעמאָל זײער נײַגעריק צו װיסן דװקא װאָס אין די הױכע פֿענצטער טוט זיך, װי אַזױ לעבט מען בײַ די נגידים, װי אַזױ עסט מען דאָרט, װי אַזױ טרינקט מען? און אַז אַ מיליאָנערסקע אַריסטאָקראַטישע חתונה האָט פֿאַר אונדז נאָר אַ באַזונדערן אינטערעס, כאָטש אַז מע װיל שמועסן אין תּוך אַרײַן ― װאָס האָבן מיר דערפֿון? גאָרנישט מיט גאָרנישט. נאָר אַזױ האָט אונדז שױן גאָט באַשאַפֿן ― פֿאַרפֿאַלן. מיר קאָנען דעריבער מיט אַ רײנעם געװיסן גײן װײַטער מיט אונדזער געשיכטע. נאָר מע דאַרף זיך דערמאָנען אױף אַ װײַלע אין דעם ערשטן באַגעגעניש פֿונעם „ער“ מיט דער „זי“ בײַ אַבֿרהמלען אױף דער „קאָלײקע“, װי אַזױ דעם יונגן העלד בראָדצקי איז דאָס געגאַנגען, טאַקע ממש דורך טיר און דורך טױער. נישט נאָר איז די יפֿת־תּואר, רױטשילדס טעכטערל, געװען פֿון אים געפֿאַנגען, נאָר אַפֿילו די מאַמע אירע, זאָל געזונט זײַן, די מאַדאַם רױטשילד אַלײן, איז אינגאַנצן געװען אױף זײַן זײַט און האָט אים מוראדיק פֿרײַנטלעך אױפֿגענומען און מיט סכּנות ליבלעך אײַנגעלאַדן צו זיך אױף דער דאַטשע: „פּאָזשאַלעסטע, בעז צערעמאָניпожалесте, без церемоний: זײַט אַזױ גוט, אָן צערעמאָניע!“ צו אַזאַ כּבֿוד און צו אַזאַ הצלחה איז לאַװ כּל אָדם זוכה. װאָרעם מיר װײסן דאָך, אַז פֿון זינט די װעלט שטײט און זינט צװישן מענטשן קומען פֿאָר ראָמאַנען איז פּונקט קאַפּױר: אַז עס קומט די צײַט פֿון פֿאַרליבעניש, איז אָדער דער טאַטע, אָדער די מאַמע פֿון דער יפֿת־תּואר, אָדער זײ בײדע, שפּאַרן זיך אײַן אַזױ גװאַלדיק, אַז ס'איז זײ נישט צו רירן פֿונעם אָרט! שענער פֿון אַלץ איז דאָס, װאָס די עלטערן, זאָלן מיר מוחל זײַן, האָבן אַלײן אַמאָל אין דער יוגנט געליבט און געקעמפֿט, מלחמה געהאַלטן מיט זײערע עלטערן, אַנטלאָפֿן און שטילערהײט געשטעלט אַ חופּה. װאָלטן זײ דאָס, דאַכט זיך, געמעגט געדענקען? איז נײן. איצט, אַז גאָט האָט זײ געהאָלפֿן, זײ זײַנען אַלײן געװאָרן עלטערן, האַלטן זײ מלחמה מיט זײערע קינדער. דערפֿאַר, אַז זײערע קינדער װעלן, אם ירצה השם, אױסװאַקסן און װעלן װערן עלטערן, װעלן זײ אױך פֿאַרגעסן די אַמאָליקע צרות און װעלן מלחמה האַלטן מיט זײערע קינדער. דאָ איז אַ באַזונדער קללה פֿון גאָט, און נאָר אײן אָדם־הראשון איז געװען אַ גליקלעכער, װאָס חוה האָט נישט געהאַט קײן עלטערן, ― און װײַטער איז צרות, מיט דאָסאַדע, מיט האַרצװײטיק, מיט אומגליקן, מיט דראַמעס, מיט טראַגעדיעס אַלערלײ. װײ־װײ, אַז מע טוט זיך אַ טראַכט אַרײַן, װיפֿל אומזיסטע טרערן עס זײַנען פֿאַרגאָסן געװאָרן און װיפֿל יונגע לעבנס עס זײַנען דערפֿון רויִנירט געװאָרן ― שטעלן זיך די האָר קאַפּױר! און נאָר דערפֿאַר, װאָס ס'איז אַצינד זומער, דאַטשע־סעזאָן, אַלץ גרינט און געלט און בליט און װאַקסט און ס'איז הײס, און עס װילט זיך גאָר גײן באָדן, און װײַל מיר זײַנען בכלל נישט קײן גרױסע מרה־שחורהניקעס און זײַנען װײַט פֿון טראַגישע באַשרײַבונגען און טרױעריקע געדאַנקען, נײען מיר פֿאַרבײַ און װילן דערפֿון גאָרנישט רײדן אַפֿילו. און דערצו איז אין דעם זומערדיקן ראָמאַן, װאָס מיר באַשרײַבן דאָ, צום גליק, אַלצדינג צוגעגאַנגען אַזױ גלאַטיק, אַזױ פֿײַנטשיק, אַז ס'איז געבליבן, דאַכט זיך, מער נישט, װי נעמען און שרײַבן תּנאָים, ברעכן טעלער און ― מזל־טובֿ אײַך. נאָר װאָס דען? אַז ס'איז געקומען צום שפּיץ, האָט זיך עס אָפּגעשטעלט. װאָס איז די מעשׂה? די מעשׂה איז, װאָס אומעטום מוז זײַן אַ פֿלעקל, אַ װאָרעם, װאָס דערלאָזט נישט. און דאָס איז, אײגנטלעך, אַ גליק פֿאַר אונדז, שרײַבער, מחמת װען נישט אָט דער װאָרעם, און ס'זאָל אַלצדינג גײן גלאַט, װאָס װאָלטן מיר, דיכטער דעמאָלט געהאַט צו טאָן אױף דער װעלט?

דער „װאָרעם“, װאָס איז געלעגן צװישן אונדזערע העלדן, איז נישט נאָר דאָס, װאָס ער איז אַ בראָדצקי און זי אַ רױטשילד, ― דאָ איז געלעגן אַן אַנדער הונט באַגראָבן: אונדזער יפֿת־תּואר איז שױן געװען „כּמעט“ װי אַ כּלה. אַ זיװג איז דאָס אַפֿילו געװען מששת־ימי־בראשית: בײדע גלײַכע מיוחסים, בײדע פֿון דער גאָלדענער פֿאָן און בײדע זיצן זײ אין אײן „פּאַלעסטינע“, אַ דאַטשע לעבן אַ דאַטשע. בײדע האָבן גלײַכע נדנס (צו עשׂרת אַלפֿים) און בײדע קענען זײ זיך אײנס דאָס אַנדערע דורך און דורך. זי ― קענען מיר שױן. מיר האָבן שױן געהאַט דאָס פֿאַרגעניגן זי צו זען בײַ אַבֿרהמלען אין דער „קאָלײקע“ ― אַ בתולהכן אַ צאַצקע, אַן אמתע יפֿת־תּואר. און מיט אים, מיטן חתן, הײסט עס, באַדאַרף מען אײַך באַקאַנט מאַכן, אָפּמאָלן אין עטלעכע קורצע שטריכן: אַ בחור כּהלכה, פֿונעם געװיסן שניט, אַ „געקאָנטשעטער קאָמערטשעסקיкоммерческий: סוחר“, האָט ליב אַ קערטל און קען זיך מיט דער גאַנצער חבֿרײא פֿון „שאַנטאַן“, קלאָר אױף אױסװײניק אַלע אָפּערעטעס, און דעם גרעסטן ניגון װעט ער אײַך אױספֿײַפֿן מיטן מױל. בײַטאָג אין ער שלעפֿעריק, בײַנאַכט ― אַן אױסגעשלאָפֿענער. דאָס קאַפּעליושל זיצט בײַ אים אױפֿן שפּיץ קאָפּ, דאָס רעקעלע, „אַלאַ־קלאָשà la cloche: װי אַ גלאָק“, הענגט װי אױסגעגאָסן, דאָס שטעקעלע דין און טשאַקענדיק, און אַז עס קומט אַרײַן אין טעאַטער, אָדער אין צירק, אָדער אין סינעמאַטאָגראַף, גײט עס, װי צום טאַנץ, בעל־הבתּיש, װי אַ הײמישער, װי אַן אַלט־געזעסענער. אָט האָט איר אײַך אַ בילד פֿון אַן אַריסטאָקראַטישן חתן פֿון די אמתע כּתרילעװקער רױטשילדס. מיט דער כּלה האַלט זיך אַזאַ חתן קאַלט, סטאַטעטשנע, אױסגערעכנט, באַװײַזט זיך נישט אַרױס מיט קײן פֿאַרליבעניש ― דאָס פּאַסט פֿאַר אַ בחורל פֿון „ארץ־ישׂראל“, נישט פֿאַר אַ „פּאַלעסטינער“ אַריסטאָקראַט. אַרױסבאַװיזן סימנים פֿון פֿאַרליבעניש און פּרעטענזיעס צו דער „כּלה“ האָט ער ערשט דעמאָלט, װען ער האָט זיך געטראָפֿן מיט אונדזער צװײטן העלד, מיט בראָדצקיס זונדל, בײַ זײַנע מחותּנים, אין „פּאַלעסטינאַ“ אױף דער דאַטשע, און דערזען, װי יענער שיסט מיט אױגן אױף דער מאַמזעלכן רױטשילד, און װי די מאַדאַם רױטשילד שלאָגט מיט אים בלאַט, חנפֿעט דעם גאַסט אױף װאָס די װעלט שטײט און האַקט אַזאַ רוסיש, אַז מע קאָן בלײַבן אָן אַ בױד לאַכנדיק! דעם חתן רױטשילד, דאָס הײסט, דעם האַלבן חתן איז נישט געפֿעלן דאָס, װאָס די מחותּנתטע רױטשילד איז אים געװאָרן עפּעס צו באַרעדעװדיק, און עס האָט זיך אָנגעצונדן אַ העליש פֿײַער אין דעם דאָזיקן העלד, און סע האָט אים געכאַפּט אַ פֿאַרדראָס אױף דעם יונגן בראָדצקי, און די ליבע האָט זיך פּלוצעם אין אים צעברענט אין צעפֿלאַקערט מיט סכּנת נפֿשות! נישט אַזױ די ליבע צו דער כּלה, װי די שׂינאה צו אָט דעם „אױפֿגעקומענעם“ אַריסטאָקראַט! װאָס האָט יענער צו גײן מיט װיזיטן אין אַזאַ שטוב, װוּ ער, רױטשילד, רעכנט זיך „כּמעט“ פֿאַר אַ חתן?… און בכדי צו מאַכן אַ סוף מיט דער דאָזיקער אומאָנגענעמער געשיכטע, האָט ער געפּועלט בײַ זײַנע עלטערן, אַז מע זאָל זיך אַ ביסל צואײַלן מיטן קנס־מאָל. נאָר װי איבערראַשט איז מען געװאָרן בײַ זײַנע עלטערן, אַז מע האָט זײ געבראַכט פֿון דאָרט אַ תּשובֿה, אַז ס'איז נישטאָ װאָס צו רײדן פֿון קײן קנס־מאָל, איבער דרײַ טעמים: ערשטנס, איז זומער, און זומער מאַכט מען נישט קײן קנס־מאָל. צװײטנס, איז די כּלה נאָך צו־יונג און מע טראַכט נאָך גאָרנישט פֿון קײן שידוך. און דריטנס, קאָן זײַן, אַז די טעג זאָל זי אַ כּלה װערן טאַקע פֿון הי מיט אײנעם פֿון די פּאַלעסטינער אַריסטאָקראַטן…

אַז דער אײנער פֿון די „פּאַלעסטינער אַריסטאָקראַטן“ איז אונדזער יונגער בראָדצקי ― דאָס האָט מען נישט געזאָגט. מע האָט עס שױן אַלײן באַדאַרפֿט פֿאַרשטײן. פֿאַר די רױטשילדס איז דאָס געװען אַ צװײענדיקער סקאַנדאַל: דאָס, װאָס זײער זונדל בלײַבט אָן אַ כּלה ― איז אײנס. און צװײטנס, װאָס אין דער גאָלדענער פֿאָן פֿון די אמתע רױטשילדס כאַפּט זיך אַרײַן אַן „אױפֿגעקומענער“ אַריסטאָקראַט, „עפּעס“ אַ בראָדצקי! דער צװײטער פּונקט איז געװען נאָך אפֿשר װיכטיקער פֿונעם ערשטן. און פֿאַר אונדזער אָפּגענאַרטן העלד, דעם האַלבן חתן רױטשילד, איז דאָס געװען אַזאַ קלאַפּ, אַז ער איז גרײט געװען אױף אַלצדינג, װאָס ער האָט װען אַמאָל געלײענט אין די פֿראַנצײזישע ראָמאַנען. אַפֿילו אױף אַ דועל! נאָר דערװײַל האָט ער קײן סעקונדאַנטן צו זײַן קאָנקורענט, צו בראָדצקין, נישט געשיקט. ער האָט בעסער געשיקט זאָגן דער מאַמע פֿון זײַן „כּמעט“ געװעזענער כּלה, אַז ער װײס, אַז דאָס שטאַמט פֿון איר, און אַז ער װעט דאָס איר נישט פֿאַרשװײַגן ― ער װעט לאָזן אָפּדרוקן אין בײדע כּתרילעװקער גאַזעטן אַלע ליבע־בריװלעך, װאָס ער האָט פֿון איר טעכטערל, אַלע ביז אײנעם, ― און לאָז איר געליבטער חתן װיסן, װעמען ער נעמט פֿאַר אַ כּלה!… אַ פּנים, אַז אין די דאָזיקע ליבעבריװלעך האָט זיך עפּעס געפֿונען, ― און דאָס װאָלט געקאָנט זײַן אַ שײנער מאַטעריאַל פֿאַר די כּתרילעװקער גאַזעטן. דער „קאַפּעליוש“ מיט דער „יאַרמעלקע“ װאָלטן שױן געמאַכט דערפֿון אַ רעכטן צימעס און װאָלטן עס צעלײגט אױף טעלערלעך, ― און דאָס האָט דאָך נעבעך דאָס געערטע כּתרילעװקער פּובליקום אַזױ ליב, װי, אַ שטײגער, געהאַקטע גענדזענע לעבערלעך מיט שמאַלץ, אָדער געפֿילטע העלדזלעך אין אַ גוטן לאָקשענעם קוגל, אָדער קאַלטן עפּלקװאַס מיט אײַז אין אַ הײסן זומערטאָג. איז אָבער נישט באַשערט געװען נישט די גאַזעטן זאָלן האָבן װאָס צו שרײַבן, נישט דאָס געערטע פּובליקום זאָל האָבן װאָס צו לײענען, װי מיר װעלן באַלד געװױר װערן.

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

און אונדזער צװײטער העלד, דער גליקלעכער בראָדצקי. האָט זיך דערװײַל געטאָן זײַנס: ער איז געװאָרן אַ גאַנץ אָפֿטער גאַסט בײַ די רױטשילדס אױף דער דאַטשע, געבראַכט אַלע טאָג צו טראָגן אַ בוקעט פֿרישע בלומען מיט אַ האַלב פֿונט שאָקאָלאַד. גענומען מאַכן אַ שפּאַציר מיטן מאַמזעלכן רױטשילד, אַ מאָל צופֿוס, אַ מאָל רײַטנדיק אױף פֿערדלעך און אַ מאָל גאָר אין אַן אױטאָמאָביל װײַט־װײַט אין װאַלד אַרײַן, ― אַזױ לאַנג, אַזױ ברײט, ביז מען איז געװױר געװאָרן אין „ארץ־ישׂראל“ אױף די דאַטשעס, װאָס אין „פּאַלעסטינע“ טוט זיך, האָט מען דאָס פּאָרל גענומען אין די מײַלער אַרײַן און מע האָט אָנגעהױבן אונטערצומורמלען… בקיצור, עס איז דערגאַנגען אַזש צו דער משפּחה פֿונעם העלד, צו די בראָדצקיס, און ס'איז געװאָרן כּלומרשט אַ ויצעקו ― זײ װילן נישט דעם שידוך! האָט דאָס שױן די רױטשילדס פֿאַרדראָסן: װיבאַלד, אַז איר װילט נישט, װילן מיר אַװדאי נישט! האָט זיך דאָס יונגע פּאָרל אַװעקגעשטעלט: װילן מיר אָבער! און עס האָט זיך אָפּגעשפּילט אַן אַריסטאָקראַטישע טראַגי־קאָמעדיע, װוּ אַלע צדדים האָבן געװאָלט ― און אַלע האָבן זיך געברעקלט, געמאַכט אָנשטעלן, ביז מע האָט געמוזט אָנקומען צו סאָלאָװײטשיק דעם פֿאַרמיטלער, ער זאָל אױסגלײַכן דעם סיכסוך. און אָט דאָ האָט זיך אַרױסבאַװיזן סאָלאָװײטשיק מיט זײַן גאַנצן כּוח, װאָס ער קאָן. ער האָט אָנגעװענדט אַלע מיטלען, דרײַ טעג געאַרבעט מיט דער גאַל, און האָט אױסגעגלײַכט אַלע צדדים, געמאַכט שלום־ושלװה, השקט־ובֿטח. קודם האָט ער אָפּגעמאַכט מיטן געװעזענעם חתן אַ שטיקל געשעפֿט. ער האָט אים געגעבן צו פֿאַרשטײן, אַז ער קאָן מיט זײַן געװעזענער כּלהס ליבע־בריװלעך מאַכן געלט; נישט חלילה זײ פֿאַרקױפֿן צו די גאַזעטן, נאָר צו דער כּלהס עלטערן. די רױטשילדס קאָנען פֿאַר אַזאַ סחורה מער באַצאָלן, װי צװאַנציק קבצנישע גאַזעטן אין כּתרילעװקע; און דװקא איצט, פֿאַר דער חתונה, איז די רעכטע צײַט צו פֿאַרהאַנדלען די בריװלעך, װאָרעם טאָמער לײגט ער עס אָפּ אױף שפּעטער, כאַפּט די סחורה אַ ריח און זי װערט אױסגעװעבט… די דאָזיקע װערטער זײַנען דעם געװעזענעם חתן אַרײַן אין נאָז אַרײַן, און מע האָט זיך גענומען דינגען פֿאַר די בריװלעך גאָר פּשוט, װי מע דינגט זיך פֿאַר עפּעס אַ מין אַרטיקל, און מע האָט די בריװלעך בײַ אים אַװעקגעקױפֿט ― פֿאַר װיפֿל? דאָס איז שױן אַ סוד־זאַך. סאָלאָװײטשיק דער פֿאַרמיטלער װינטשט זיך עס צו פֿאַרדינען אַלע יאָר, װאָס דאָס האָט אָפּגעקאָסט, און פֿאַר נױט ― אַלע דרײַ יאָר. און אַז איר װעט אים שטאַרק בעטן ― איז אַלע פֿינף יאָר… דערנאָך האָט ער געפּועלט בײַ די בראָדצקיס, אַז כאָטש זײ האָבן אַריבערגעשמיסן די רױטשילדס און זײַנען אַ סך רײַכער פֿון די רױטשילדס, און װיבאַלד רײַכער, זײַנען זײ דאָך גרעסערע מיוחסים אױך, פֿונדעסטװעגן זײַנען זײ, די בראָדצקיס, פֿריִער געקומען מיט אַ װיזיט צו די רױטשילדס אין „פּאַלעסטינע“ אױף דער דאַטשע. און דאָרטן איז טאַקע געװען דאָס װאָרט, און דערנאָך ― דאָס קנס־מאָל, און טאַקע באַלד נאָכדעם האָט באַדאַרפֿט זײַן די חתונה, ― האָט זיך געטראָפֿן אַ מעשׂה, אַ צופֿאַל, װאָס טרעפֿט זיך אײן מאָל אין הונדערט יאָר און װאָס האָט שיעור־שיעור נישט צעשטערט דעם גאַנצן פּלאַן פֿון סאָלאָװײטשיק דעם שדכן. דער צופֿאַל איז געקומען גאָר פֿון אַ זײַט, װאָס נישט סאָלאָװײטשיק, נישט די רױטשילדס מיט די בראָדצקיס זײַנען אין דעם גאָט די נשמה שולדיק. שטעלט אײַך פֿאָר, אַז סאַמע אין דער לעצטער מינוט, װען אַלע כּתרילעװקער אַריסטאָקראַטן, אָנגעטאָן אין קורצע פֿראַקן און װײַסע הענטשקעס, זײַנען זיך צונױפֿגעקומען קײן „פּאַלעסטינע“, צו די רױטשילדס אױף דער חתונה, װאָס האָט אָפּגעקאָסט אַ פֿאַרמעגן, צװײ אָרקעסטערן מוזיק האָבן געשפּילט, אַחוץ כּתרילעװקער כּלי־זמר, און אַלץ אין שױן געװען גרײט צו דער אַריסטאָקראַטישער חופּה, ― פּלוצעם װאַקסט אױס, מע װײס נישט פֿון װאַנען, עפּעס אַ גרױסאַרטיקע דאַמע, אַ הױכע, אַ שלאַנקע פֿיגור, אונטער אַ געדיכטן שלײער, אַ שײנע צי מיאוסע ― דאָס װײס מען נישט, נאָר אַז זי איז אַ נקבֿה ― דאָס איז זיכער. און װי נאָר די דאַמע אונטערן שלײער האָט זיך באַװיזן, אַזױ אין דער אַריסטאָקראַטישער חתן געװאָרן בלאַס, דער כּלה איז געװאָרן נישט גוט טאַקע ממש אױף צו חלשן; די מחותּנתטע פֿון כּלהס צד איז געװאָרן צעמישט, געבראָכן די הענט און אױפֿגעהערט צו רײדן אױף רוסיש: די מחותּנים פֿון חתנס צד האָבן זיך עפּעס געסודעט, און צװישן די געסט איז געװאָרן אַזאַ בהלה, אַזאַ סומאַטאָכע, אַז מיר מוזן דאָ איבעררײַסן און איבערלאָזן די פֿאַרשלײערטע דאַמע אױפֿן קומענדיקן קאַפּיטל, װאָס שליסט די דאָזיקע זומערדיקע דערצײלונג מיט אַ שײנעם „עפּילאָג“ און מיט אַ „נאָטאַ־בענעnota bene: באַמערק גוט“, װי סע פּאַסט פֿאַר אַזאַ אַריסטאָקראַטישן ראָמאַן.

8. די פֿאַרשלײערטע דאַמע

דערפֿאַר איז גוט צו זײַן אַ גבֿיר (אונדזער אַלטע טענה!) און דערפֿאַר איז אַ חיות בײַ די אַריסטאָקראַטן, װאָס טאָמער טרעפֿט זיך עפּעס בײַ זײ, איז אָפּגעװישט די ליפּן און פּתח־שין ― שאַ! װען אַזאַ מעשׂה, װאָס האָט זיך געטראָפֿן אין „פּאַלעסטינע“, בײַ די רױטשילדס מיט די בראָדצקיס, טרעפֿט זיך, די שעה זאָל גאָרנישט זײַן, בײַ אַ פּראָסטן ייִדן אין „ארץ־ישׂראל“, װאָלט זיך איבערגעקערט די גאַנצע װעלט! און דאָ, בײַ די אַריסטאָקראַטן, ― גאָרנישט! אַז די פֿאַרשלײערטע דאַמע איז אַרײַנגעקומען צו די רױטשילדס אַ מינוט פֿאַר דער חופּה, איז טאַקע געװאָרן אַ סומאַטאָכע, אַ בהלה; עס האָט אָבער לאַנג נישט גענומען. מע האָט די פֿאַרשלײערטע דאַמע אַרײַנגעפֿירט אין אַ באַזונדער חדר, טאַקע דעם חתנס פֿאָטער און מוטער, די אױפֿגעקומענע בראָדצקיס האָבן עס געטאָן, און מע האָט זי אַ פֿרעג געגעבן: „װאָס װיל זי?“ װער זי איז און װאָס זי איז ― דאָס האָט מען זי נישט געפֿרעגט. מע האָט זיך שױן אַלײן געשטױסן, אַז דאָס איז מסתּמא דעם יונגן בראָדצקיס אַ געליבטע פֿון פֿאַר דער חתונה (דאָס װערט אָנגערופֿן אױף זײער לשון „פֿלירט“). װער פֿלירטעװעט נישט הײַנטיקע צײַטן בײַ די אַריסטאָקראַטן? דעריבער האָט מען זי נאָר געפֿרעגט, װאָס זי װיל. און אַז די פֿאַרשלײערטע דאַמע האָט געזאָגט, װאָס זי װיל, איז מען קײן ברעקל נישט נתפּעל געװאָרן. מע האָט זיך נאָר אַװעקגעשטעלט דינגען מיט איר, װאָרעם די פֿאָדערונגען, װאָס די פֿאַרשלײערטע דאַמע האָט אַװעקגעשטעלט, זײַנען געװען שױן אַביסל צו פֿיל. די פֿאַרשלײערטע דאַמע האָט געפֿאָדערט אײנס פֿון די צװײ: אָדער ס'זאָל זײַן אױס שידוך מיט די רױטשילדס און אױס חופּה, און דער חתן בראָדצקי זאָל חתונה האָבן בעסער מיט איר, מיט דער פֿאַרשלײערטער דאַמע, אָדער אַז נישט זאָל ער זי באַװאָרענען מיט אַ שײנער פּענסיע, װי עס פּאַסט פֿאַר אַזאַ אַריסטאָקראַט, װי אונדזער בראָדצקי, און אַחוץ דעם זאָל ער מוחל זײַן אַװעקלײגן אַ געװיסן קאַפּיטאַל אױך אױפֿן קינדס נאָמען… װער איז געװען דאָס קינד און פֿון װאַנען האָט זיך גענומען אַהער אַ קינד? ― דאָס האָט מען זי אױך נישט געפֿרעגט. בײַ די אַריסטאָקראַטן איז דאָס נישט קײן נאָװינע, אַז אַ חתן פֿאַר דער חתונה זאָל האָבן אַ געליבטע, און די געליבטע זאָל האָבן פֿון אים אַ קינד, אָדער צװײ. אונדזערע אױפֿגעקומענע אַריסטאָקראַטן, די כּתרילעװקער בראָדצקיס, האָבן געדאַנקט גאָט, װאָס זי האָט נאָר אײן קינד. װאָרעם מיט װאָס װאָלט געװען בעסער, ס'זאָל זײַן צװײ אָדער דרײַ קינדער? און אַביסל האָט מען געהאַט פֿאַראיבל אױפֿן זון: למאַי האָט ער נישט דערצײלט פֿריִער דעם טאַטן אָדער דער מאַמען, אַז ער האָט שױן אַ קדיש? איצט איז אָבער נישט די צײַט אױף צו זײַן ברוגז. די חופּה שטײט. אַלץ איז גרײט און פֿאַרטיק, און דער עולם קאָן נאָך אָנהײבן זיך צעקריכן און צעגײן אַהײם, און די אַריסטאָקראַטישע חתונה קאָן זיך נאָך חלילה ענדיקן מיט אַ סקאַנדאַל, ― און אַריסטאָקראַטן האָבן פֿײַנט סקאַנדאַלן! האָט מען זיך גענומען דינגען מיט דער פֿאַרשלײערטער דאַמע. אַ רענדל אַראָפּ, אַ רענדל אַרױף ― מען איז דורכגעקומען: מע האָט איר באַצאָלט טאַקע דאָ אױפֿן אָרט מיט מזומנים ממש, און מע האָט איר אַרױסגעגעבן אַ פּאַפּיר, און דער אַלטער בראָדצקי האָט געלײגט די חתימה מיט זײַן אמתן נאָמען „קופּעץ פּערװע גילדיעкупец первой гильдии: סוחר פֿון ערשטן צעך איסאַק אַראָנאָװיטש דעמבאָ“, אַז דאָס קינד באַדאַרף זיך געפֿינען בײַ דער מוטער ביז ס'װעט אַלט װערן אַכצן יאָר, און דערױף באַקומט די מוטער אַזױ פֿיל און אַזױ פֿיל אַלע יאָר; און אַז דאָס קינד װערט אַלט אַכצן יאָר, באַקומט עס פֿון דעם קופּעטשעסקי סיןкупеческий сын: סוחרס זון אַראָן איסאַקאָװיטש דעמבאָ, פֿון חתן הײסט עס, אַזױ פֿיל און אַזױ פֿיל, ― און דאָס אַלצדינג דאַרף זײַן בסוד־סודות, און בײדע צדדים זײַנען צופֿרידן, אײנס צו דאָס אַנדערע טאָרן נישט האָבן קײן שום טענות און פּרעטענזיעס ― והכּל שריר וקים.

און דערמיט איז די פֿאַרשלײערטע דאַמע אַװעק אַהין, פֿון װאַנען זי איז געקומען, און די צערעמאָניע פֿון דער אַריסטאָקראַטישער חופּה איז אױסגעפֿירט געװאָרן אױפֿן שענסטן אופֿן: דער קאַזיאָנער רבֿ האָט געהאַלטן זײער אַ שײנע דרשה, געװײנלעך אױף רוסיש, זיך אָפּגעשטעלט אױף דער אומשולדיקײט און אױף דער רײנער ליבע פֿון דעם פּאָרל, װאָס גײען בױען זײער הױז, אַזױ װי גאָט האָט געבאָטן און אַזױ װי אין פּסוק שטײט: „הבן יקיר לי אפֿרים“. בײַם פּסוק האָבן די אַריסטאָקראַטן אַראָפּגעלאָזט זײערע נעזער, און די אַריסטאָקראַטקעס האָבן צוגעטראָגן די װײַסע טיכלעך צו די טרוקענע אױגן, צו באַװײַזן, אַז כאָטש זײ װײסן נישט די טײַטש פֿונעם פּסוק, נאָר דעם פּשט פֿון די װערטער פֿאַרשטײען זײ גלײַך מיט די אַריסטאָקראַטן… און דערנאָך האָבן חתן־כּלה צעקושט זיך מיט די מחותּנים און מיט אַלע געסט, און תּיכּף נאָך דער צערעמאָניע, אַפֿילו נישט פֿאַרביסן, נאָר אױסגעטרונקען צו גלעזלעך שאַמפּאַניער־װײַן, האָט זיך דאָס פּאָרל אױפֿגעזעצט אין אַ שײנעם אױטאָמאָביל און איז אָפּגעפֿאָרן צו דער באַן אױף דער האָכצײַטHochzeit: חתונה־רײַזע, װי דער מינהג איז בײַ די אַריסטאָקראַטן פֿון דער גאַנצער װעלט, און אױך בײַ אונדזערע כּתרילעװקער אַריסטאָקראַטן, װאָס טאַנצן נאָך דער גאַנצער װעלט.

עפּילאָג צו דער „פֿאַרשלײערטער דאַמע“

אױף מאָרגן אינדערפֿרי, נאָך דער חופּה־װעטשערע, האָט זיך באַװיזן אין בײדע כּתרילעװקער גאַזעטן אַ נאָטיץ װעגן דער גרױסאַרטיקער אַריסטאָקראַטישער חתונה אין „פּאַלעסטינע“.

אין דער דאָזיקער נאָטיץ איז געװען באַשריבן אַלצדינג, נאָר װעגן דער מעשׂה מיט דער פֿאַרשלײערטער דאַמע ― אַפֿילו נישט קײן װאָרט. בײדע כּתרילעװקער גאַזעטן, סײַ דער פּראָגרעסיװער מאָדערנער „קאַפּעליוש“, סײַ די אָרטאָדאָקסישע „יאַרמעלקע“, האָבן זיך געריסן אױף די גלײַכע װענט, זיך גאָרנישט געקאָנט אָפּלױבן פֿון דער דאָזיקער „קײזערלעכער“ חתונה. עס זײַנען בײַ זײ אױסגערעכנט געװאָרן בײַ די נעמען אַלע כּתרילעװקער אַריסטאָקראַטן, װאָס האָבן באַערט די דאָזיקע זעלטענע חתונה, מיט אַ קורצער כאַראַקטעריסטיק אױף יעדן אַריסטאָקראַט באַזונדער, מיט װאָס ער פֿײַנט זיך אױס: װער מיט זײַן גוט האַרץ, װער מיט זײַן חכמה, װער מיט זײַן צדקה־געבן און װער מיט אַנדערע מעלות טובֿות. מע האָט נישט פֿאַרגעסן אױסרעכענען אױך די מאכלים, װאָס מע האָט דאָרטן געגעסן, און די משקאָות, װאָס מע האָט דאָרטן געטרונקען. דער קאַפּעליוש“, למשל, איז אַרײַן אין מוראדיקע התלהבֿות און האָט זיך געגעבן אַ זאָג, אַז די שוחטים האָבן דאָס געהאַט װאָס צו טאָן! אַלע דרײַ שוחטים האָבן דרײַ טאָג כּסדר געהאַלטן איז אײן קױלען עופֿות! און די „יאַרמעלקע“ האָט זיך צעקאָכט גאָר אױף אַן אַנדער אופֿן. די „יאַרמעלקע“ האָט זיך מער אָפּגעגעבן מיט די משקאָות, װי מיט די מאכלים. אַז ס'איז געקומען צו די װײַנען, װאָס מען האָט דאָרטן אױסגעטרונקען אױף דער חופּה־װעטשערע, איז זי אַרײַן אין אַן עקסטאַז און האָט אַ זאָג געגעבן בדרך־משל, אַז פֿון די לײדיקע פֿלעשלעך אַלײן, װען אַ כּתרילעװקער בעל־הבית פֿאַרמאָגט עס, װאָלט ער געקאָנט בהרחבֿה חתונה מאַכן דרײַ טעכטער, און עס װאָלט אים אַלײן נאָך אױך געבליבן אױף אַ יאָר צו לעבן!…

דער כּתרילעװקער לעזער, װאָס איז שױן געװױנט צו אַזעלכע גוזמאָות אין די כּתרילעװקער גאַזעטן, איז װינציק־װאָס נתפּעל געװאָרן סײַ פֿון די שוחטים און סײַ פֿון די פֿלעשלעך. איז דאָך אָבער די װיסטע קאָנקורענציע! באַדאַרף דער ראַדיקאַלער „קאַפּעליוש“ אַרױס אױף מאָרגן מיט אַ שאַרפֿער „קריטיקע“ אױף דער „יאַרמעלקע“, אונטער אַ שרײַענדיק קעפּל: „ייִדן ― די גרעסטע שיכּורים אין דער װעלט!“

אין דער דאָזיקער „קריטיקע“ טוט זיך דער ראַדיקאַלער „קאַפּעליוש“ אַ טײַטש־אױס מיטן גראָבן פֿינגער און אַ רעכן־אױס: „שאַט! לאָמיר נאָר גײן פּאַװאָלינקע, נישט געכאַפּט: דרײַ טעכטער חתונה מאַכן, לאָז שױן זײַן אַפֿילו נישט אַזױ „בהרחבֿהדיק“, װי דער פֿינצטערער רעדאַקטאָר פֿון דער שװאַרצער „„יאַרמעלקע“ זאָגט, באַדאַרף אױך קאָסטן הײַנטיקע צײַטן, צום װײניקסטנס, אַזעלכע פֿינף־זעקס הונדערטער אױף אַ טאָכטער. האָבן מיר שױן אַ קײַמא־לן פֿון אַכצן הונדערטער. הײַנט לאָמיר אַקאָרשט אַ רעכן טאָן, װאָס איז װערט אַ לײדיק פֿלעשל פֿון װײַן? װעלן מיר זאָגן: צו דרײַ קאָפּיקעס. קומט אױס, אַז אױף דער דאָזיקער חתונה זײַנען אױסגעטרונקען געװאָרן נישט מער און נישט װײניקער װי 60.000 פֿלעשער װײַן! איצט לאָמיר גײן װײַטער: װיפֿל האָבן געקאָנט זײַן מענטשן אין „פּאַלעסטינע“ אױף דער דאַטשע? נו, דרײַ מנינים. דרײַסיק ייִדן הײסט עס. זעכציק טױזנט געטײלט אױף דרײַסיק ― מאַכט דאָס נישט קײן צװײ טױזנט פֿלאַש װײַן אױף אַ מענטשן? קומט אױס, הײסט עס, אַז די גרעסטע שיכּורים אין דער װעלט זײַנען ייִדן ― און דאָס איז פֿאַר אונדז אַ נײַס, אַן איבערראַשנדיקע נײַס!“

האָט זיך אָבער די „יאַרמעלקע“ װינציק־װאָס דערשראָקן פֿאַר אַזאַ „קריטיקע“ און איז אױף מאָרגן אַרױס אױך מיט אַ „קריטיקע“ אױף אַ „קריטיקע“, און פֿרעגט בײַם „קאַפּעליוש“ אַ קלאָץ־קשיא, שױן מיט אַ לשון־רבים: „זאָגט נאָר, קלוגע קעפּ פֿונעם ליכטיקן „קאַפּעליוש“, מענטשן פֿון אמת, אַז איר זײַט שױן יאָ אַזעלכע קנאַקערס און חטאָים־זוכער און איר קאָנט כאַפּן יענעם אין אַ גוזמא און מאַכן אַזעלכע חשבונות מיט אַזעלכע געראָטענע סטאַטיסטיקעס, ― פֿאַר װאָס זאָלט איר שױן אין אײנװעגס נישט נעמען אַ בלײַשטיפֿט פֿאַר פֿיר גראָשן און געבן אַ רעכן־אױס אױף פּאַפּיר, אָדער טאָן אַ כאַפּ אױפֿן קאָפּ אײַער אײגענעם חשבון מיט אײַער אײגענער סטאַטיסטיקע פֿון די הינער? איר זאָגט אין אײַער ליכטיקן בלאַט, אַז אױף דער דאָזיקער חתונה זײַנען אױסגעקױלעט געװאָרן אַזױ פֿיל הינער, אַז אַלע דרײַ כּתרילעװקער שוחטים האָבן דרײַ טעג דורכאַנאַנד געהאַלטן אין אײן שעכטן עופֿות? לאָמיר זשע זיך נישט פֿױלן און אַקאָרשט מאַכן אַ חשבון־צדק: װאָס געדױערט בײַ אַ שוחט קױלען אַן עוף? העכסטנס, אַ מינוט, הײסט עס, אַז אין אַ שעה קאָן ער אײַך אַװעקלײגן, מינדסטנס, 60 עופֿות. אין אַ טאָג (אױב ער שלאָפֿט בײַנאַכט) 12 מאָל 60 ― איז אַזױ גרױס װי 720 עופֿות. אין דרײַ טעג ― 2160 עופֿות. אַלע דרײַ שוחטים אינאײנעם באַדאַרפֿן אַװעקלײגן, הײסט עס, אַזױ גרױס, אַזױ קלײן, װי 6480 עופֿות! אַצינד װילן מיר זײַן מילד און געבן אײַך צו, אַז פֿון אַזאַ מחנה עופֿות זײַנען 480 שטיק טריפֿה געװאָרן, אַן עק ― האָבן מיר נאָך אַלץ אַ קײַמא־לן פֿון 6000 עופֿות! געטײלט אױף דרײַסיק אַריסטאָקראַטן, װי איר זאָגט, נעמט זיך אָן אַזױ גרױס, װי צו 200 הינער אױף אַ קאָפּ? װיבאַלד אַזױ, פֿרעגט זיך אַ קשיא, האָב אײַך אַכציק שװאַרצע רוחות, ― װאָסער מענטש, ער מעג זיך זײַן דער גרעסטער אַריסטאָקראַט און דער גרעסטער זולל־וסובֿאניק, װעט קאָנען בײַקומען 200 עופֿות אַ טאָג?…

איז דאָך דאָס אָבער כּתרילעװקע אױף דער װעלט, האָבן זיך געפֿונען לצים, װאָס האָבן זיך אונטערגענומען אױסגלײַכן בײדע צדדים. זײ האָבן געזאָגט אַזױ: „לאָזט אונדז אַראָפּ אױפֿן װײַן, װעלן מיר אײַך אַראָפּלאָזן אױף די הינער“.

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

נאָטאַ־בענע: אַז דאָס יונגע פּאָר איז צוריקגעקומען פֿון דער האָכצײַט־רײַזע ― געזאָגט האָבן זײ, אַז זײ זײַנען געװען אין אױסלאַנד, אין איטאַליע, נאָר די כּתרילעװקער לצני־הדור האָבן געשמועסט, אַז ס'אַ ליגן ― געװען זײַנען זײ גאָר אין יעהופּעץ! ― נאָר יעדן פֿאַלס, אַז זײ זײַנען צוריקגעקומען פֿון זײער האָכצײַט־רײַזע, און דער יונגער בראָדצקי, דאָס הײסט, אַראָן איסאַקאָװיטש דעמבאָ, איז געװױר געװאָרן (דעמאָלט אין דער בהלה האָט ער נישט געקאָנט װיסן ― די עלטערן האָבן אים נישט געװאָלט פֿאַרשטערן די שׂמחה), אַז זײַן פֿאָטער, דער אַלטער בראָדצקי, דאָס הײסט, דער פּערװע גילדיע קופּעץ איסאַק אַראָנאָװיטש דעמבאָ, האָט אַרױסגעגעבן דער פֿאַרשלײערטער דאַמע אַזאַ פּאַפּיר, ― האָט ער זיך געכאַפּט בײַם קאָפּ! ער האָט געשװאָרן מיט אַזעלכע שבֿועות, װאָס מע מעג גלײבן אַ משומד, אַז ער געדענקט נישט, כאָטש נעמט אים אַראָפּ דעם קאָפּ, אַז די „פֿאַרשלײערטע דאַמע“, לױט איר הױכער פֿיגור, זאָל געװען זײַן אַמאָל זײַן געליבטע, און אױף װיפֿל ער געדענקט, האָט זײַן געליבטע קײנמאָל קײן קינד נישט געהאַט, דאָס הײסט, ער װיל זאָגן, אַז ער האָט קײנמאָל נישט געהאַט אַזאַ געליבטע, װאָס זאָל האָבן אַ קינד… נאָר אױב די „פֿאַרשלײערטע דאַמע“ איז די, װאָס ער מײנט, מוז דאָס זײַן אַ אינטריגע פֿון זײַן קאָנקורענט, פֿונעם געװעזענעם חתן רױטשילד… נאָר גאָרנישט, געחתמעט אַ פּאַפּיר ― איז פֿאַרפֿאַלן. בראָדצקי ברעכט נישט קײן װאָרט. סײַדן אַז דער אַלטער װעט צומאַכן די אױגן, און דער יונגער װעט איבערנעמען די ירושה ― דעמאָלט װעלן מיר שױן זען…

און װאָס אָנבאַלאַנגט דעם קאָנקורענט, דעם באַלײדיקטן יונגן רױטשילד, זאָלט איר גאָר קײן יסורים נישט האָבן: סאָלאָװײטשיק האָט אים אױך געקריגן אַ כּלה, און נאָך װאָס פֿאַר אַ כּלה! טאַקע פֿון די אױפֿגעקומענע, פֿון „אונדזערע בראָדצקיס“. מאָלט אײַך, שױן אַ סך אַ קלענערע יפֿת־תּואר פֿון יענער, פֿון דער רױטשילד. און נישט נאָר אַ קלענערע יפֿת־תּואר, נאָר טאַקע גאָרנישט קײן יפֿת־תּואר, מע קאָן זאָגן, טאַקע גאָר־גאָר אַ מיאוסקײט. דערפֿאַר אָבער האָט מען אים געגעבן אַ לײג־אַװעק נדן ― װאָס טױג אײַך ― איר האָט אים פֿאַרזאָרגט!…

און נאָך אײן זאַך מוז דאָ געזאָגט װערן, בכדי דער פֿרײַנט לעזער זאָל זײַן באַפֿרידיקט פֿון אַלע זײַטן: װאָס פֿאַר אַ רח″ש האָט דאָ געכאַפּט סאָלאָװײטשיק דער שדכן אַרום און אַרום? ― פֿרעגט שױן גאָרנישט; סאָלאָװײטשיק דריקט זיך אױס, אַז ער האָט דאָ געכאַפּט אַזאַ גראָבס, אַז ער האָט נישט אַזאַ גוטן פֿרײַנט, װאָס ער זאָל אים װינטשן אַזאַ גליק. „זינט כּתרילעװקע איז אַ שטאָט, זאָגט ער, און זינט סאָלאָװײטשיק איז אַ פֿאַרמיטלער, האָט נאָך קײן ייִד, זאָגט ער, אַזאַ רח″ש אַפֿילו אין חלום נישט געזען!“ און אױסלאָזן לאָזט ער אױס אַזױ:

― איבעריקנס, צו װאָס טױג אײַך, פֿעטערל, אַרײַנקריכן אין יענעמס קעשענע? אפֿשר זײַט איר בעסער רײַך אין אַ גמילות־חסדל אױף אַ קורצער צײַט? איך שטײ איצט אין אַ פּאָר פּאַרטיעס, װעל איך אײַך, אם ירצה שם, מיט גאָטס הילף, אָפּגעבן, און נאָך מיט גרױס דאַנק!

געשריבן אין יאָר 1914-1915.