פֿון כּתרילעװקע: כּתרילעװקער פּראָגרעס

שלום עליכם (אַלע װערק)

כּתרילעװקער פּראָגרעס

באַשרײַבונגען, בילדער, פֿאַקטן און מעשׂהלעך

א. די שטאָט

גאָטס װוּנדער ― װאָס פֿון אַ שטאָט קאָן װערן! כּתרילעװקע, מײַן אַלטע הײם, האָט זיך אַזױ איבערגעביטן, אַז ס'איז זי גאָר נישט צו דערקענען! נאָך אַ צײַט פֿון אַ סך, אַ סך יאָרן האָב איך מיך אַראָפּגעכאַפּט אין דער דאָזיקער שטאָט אױף אַ פּאָר װאָכן און בין אַרומגעגאַנגען אין אירע גאַסן, גערעדט מיט אירע מענטשן, געזוכט אַלטע באַקאַנטע ― װער? װאָס? װעמען? דער גרעסטער טײל איז אױסגעשטאָרבן, דער קלענסטער טײל ― אַרױסגעפֿאָרן קײן אַמעריקע, און די נײַע, די אױפֿגעקומענע, זײַנען גאָרניט די מענטשן. אַן איבערקערעניש! װוּ זײַנען אַהינגעקומען די באַרימטע קלײנע מענטשעלעך מיט די קלײנע השׂגות? װוּ זײַנען יענע ייִדן מיט בערד, װאָס האָבן אַלצדינג געװוּסט און פֿון אַלצדינג געמאַכט חוזק? װוּ זײַנען יענע יונגעלײַטלעך מיט שטעקעלעך, װאָס פֿלעגן זיך אַרומדרײען אין מאַרק, זוכן עפּעס אַ טועכץ און נישט געפֿינען און פֿאַר גרױס עגמת־נפֿש האָט מען גענומען אָפּלצעװען אײנס פֿון דאָס אַנדערע און אַלע אינאײנעם פֿון דער גאַנצער װעלט? פֿראַנטן האָב איך איצט געזען אַרומשפּאַצירן אין די גאַסן, סאָלידע מענטשן מיט קאַפּעליושן און מיט פּענסנע אױף די נעזער. און פֿון די אַמאָליקע פֿאַרשלומפּערטע װײַבער מיט די װײַסע זאָקן און מיט די רױטע זאָקנבענדלעך, און פֿון די אַמאָליקע מײדלעך מיט די פֿאַטשײלקעס ― איז קײן שׂריד־ופּליט נישט געבליבן. דאַמען מיט היטעלעך זײַנען איצטער געגאַנגען פֿאַרבײַ מיר. פּריצות מיט זאָנטיקלעך, מאַמזעלן מיט הענטשקעלעך אױף די הענט. נײַע מענטשן. אַ נײַע װעלט. און די שטאָט אַלײן ― כאַ־כאַ! ― האָט זיך אױסגעברוקירט די גאַסן, אָנגעצונדן עלעקטרישע לאָמפּן, אַװעקגעשטעלט גראַמאָפֿאָנען, סינעמאַטאָגראַפֿן, אילוזיאָנען ― חי געלעבט!

דאָס איז די אױסנװײניקסטע זײַט אַזױ צו זאָגן. אינעװײניק האָט זיך כּתרילעװקע נאָך אַ סך מער איבערגעביטן ― ממש עס האָט זיך מיר גאָר נישט געװאָלט גלײבן, אַז איך בין אין דער הײם, אין כּתרילעװקע. איך בין אַרומגעגאַנגען און האָב געזוכט כאָטש אײן חבֿרה פֿון די אַלטע חבֿרות. דאָ זײַנען געװען אַמאָל, געדענק איך אַ גוזמא חבֿרות. איך רײד שױן ניט פֿון אַזעלכע חבֿרות, װי די „חבֿרה תּהילים“, אָדער „חבֿרה מישניות“. איך רײד פֿון אַזעלכע חבֿרות, װי, למשל, חבֿרה „גמילות־חסדים“, „לחם־אבֿיונים“, „ביקור־חולים“, „מלביש־ערומים“, „סומך־נופֿלים“, „רופֿא־חולים“, „מתּיר־אַסורים“… די דאָזיקע אַלע חבֿרות זײַנען אַװעק, אַ פּנים, אַהין, װוּ עס זײַנען אַװעק יענע, װאָס האָבן געגרינדעט די חבֿרות, און װוּ עס איז אַװעק דער גרעסטער טײל פֿון די קלײנע מענטשעלעך, און װוּ ס'איז אַװעק דער אַלטער עלנטער רב יוזיפֿל דער רבֿ, אַ ליכטיקן גן־עדן זאָל ער האָבן ― דער האָט אַרױסגערופֿן בײַ מיר אַ טרער אױף די אױגן… אױפֿן אָרט פֿון די אַלע אױסגערעכנטע חבֿרות זײַנען אױסגעװאַקסן אין דעם מאָדערנעם כּתרילעװקע גאַנץ נײַע חבֿרות, מאָדערנע חבֿרות, אָדער געזעלשאַפֿטן, חבֿרות פֿון „קונסט“ און פֿון „קולטור“ און פֿון „שפּראַך“, אױסרעכענען זײ אַלע איז אוממעגלעך. מיר קאָנען נאָר פֿאַרבײַגײענדיק געבן אַן איבערבליק אױף די, װעלכע געפֿינען זיך אין דעם מאָדערנעם כּתרילעװקע פֿון יעדן מין צו צװײ. למשל, װאָס דער שפּראַך אָנבאַלאַנגט, זײַנען פֿאַראַן דאָרטן אַ חבֿרה „ייִדישיסטן“ און אַ חבֿרה „העברעיִסטן“. און די בײדע קאָנען זיך ניט אָנקוקן, ניט הערן דעם נאָמען אײנס פֿונעם אַנדערן. אָדער ס'איז פֿאַראַן אַ חבֿרה „הזמיר“, װאָס האָט זיך צעשפּאָלטן אױף צװײ: אײנע הײסט די „פֿלײט“, די אַנדערע ― דער „טראָמײט“, און בײדע „הזמירס“ זײַנען צװישן זיך אױף מעסערשטעך. הײַנט זײַנען פֿאַראַן צװײ „חדרים מתוקנים“, װאָס זײַנען מסוכּן, ― זײ זײַנען גרײט אײנס דאָס אַנדערע דורס זײַן מיטן קוק. צװײ ייִדישע טעאַטערס, װאָס זײ זאָלן ניט מורא האָבן פֿאַר גאָט און פֿאַרן קײסער װאָלטן זײ אײנס דאָס אַנדערע מיט פֿאַרגעניגן אין אַ שטילער נאַכט אונטערגעצונדן.

און װײַטער גײען צװײ ביכער־פֿאַרלאַגן, װאָס װאָלטן אײַנגעשלונגען אײנס דאָס אַנדערע מיט די קאַלאָשן. הײַנט זײַנען פֿאַראַן צװײ ליטעראַרישע געזעלשאַפֿטן, צװײ דראַמאַטישע געזעלשאַפֿטן, צװײ עמיגראַנטן־געזעלשאַפֿטן, און נאָך און נאָך אַ סך אַנדערע מינים געזעלשאַפֿטן ― פֿון יעדן מין צו צװײ. צוליב דער װיסטער קאָנקורענציע ― די אַלטע מכּה פֿון כּתרילעװקע. אַזאַ טבֿע שױן בײַ די כּתרילעװקער פֿאַרבליבן פֿון קדמונים ― אוממעגלעך אױסצוּװאָרצלען: לאָז זיך אײנער אָפּשנײַדן די נאָז, קאָנט איר זיכער זײַן, אַז אױף מאָרגן האָט איר דאָרט צװײ אָפּגעשניטענע נעזער. װאָס איז דער שׂכל? אַ פּראָסטער שׂכל: אַז יענעם לױנט זיך אָפּשנײַדן די נאָז, לױנט זיך מיר אויך

ב. גאַזעטן

אַזױ װי אַלצדינג איז אין דעם מאָדערנעם כּתרילעװקע צו צװײ, זײַנען דעריבער ייִדישע צײַטונגען דאָרטן אױך פֿאַראַן צװײ: „די יאַרמלקע“ און „דער קאַפּעליוש“.

זעלבסטפֿאַרשטענדלעך, אַז „די יאַרמלקע“ איז אַ פֿרומע אַלטמאָדישע גאַזעט פֿאַר אָרטאָדאָקסן, און „דער קאַפּעליוש“ איז אַ מאָדערנע, ראַדיקאַלע צײַטונג פֿאַר די פֿאָרגעשריטענע עלעמענטן. שױן פֿון די מאָטאָס אַלײן איז גרינג צו פֿאַרשטײן די ריכטונג פֿון די דאָזיקע צװײ קאָנקורירנדיקע גאַזעטן: „די יאַרמלקע“ האָט אַװעקגעשטעלט מיט גרױסע אותיות אױבנאָן: „צו גאָט און צו לײַט!“ און דער רעדאַקטאָר פֿונעם „קאַפּעליוש“ האָט אַװעקגעשטעלט אױך אױבנאָן און אױך מיט גרױסע אותיות זײַן אײגענעם נאָמען און אונטערגעשריבן גאַנץ באַשײדן: „איך בין דאָ ― אַלעס דאָ!“

װען זײַנען די דאָזיקע צװײ אָרגאַנען געגרינדעט געװאָרן און װער פֿון זײ איז עלטער ― דאָס איז שװער צו זאָגן, װײַל יעדער פֿון זײ שרײַבט אױף זיך, אַז ער איז דער ערשטער און דער אײנציקער ייִדישער אָרגאַן אין כּתרילעװקע, און איגנאָרירט, שליסט אױס דעם אַנדערן, דערמאָנט, חלילה, קײנמאָל דעם נאָמען זײַנעם נישט ― אָסור־חזיר! סײַדן אונטער אַ נױט, אַז מען קאָן שױן אַנדערש ניט און מע מוז, צום בײַשפּיל, אױסזידלען, אױסשילטן, מבֿזה זײַן אײנס דאָס אַנדערע, דעמאָלט רופֿט אָן „די יאַרמלקע“ דעם שכן אירן „דאָס אָפּגעבאַרעטע קאַפּעליושל“, און „דער קאַפּעליוש“ רופֿט אָן זײַן שכנה „די פֿאַרשימלטע יאַמפּערקע“. נאָר מערסטנטײל גײט עס צו בײַ זײ פֿאַרשטעלט, און זײ מײַדן אױס, װי װײַט מעגלעך, צו דערמאָנען דעם נאָמען פֿונעם קאָנקורענט. למשל, אַז „דער קאַפּעליוש“ װיל רײדן פֿון זײַן שכנה און װיל איר נאָמען נישט דערמאָנען, װעט ער אָנשטאָט דעם װאָרט „יאַרמלקע“ בעסער אױסרעכענען אַ גאַנץ צעטל מיט נעמען על־פּי אַלף־בית, אָט אַזױ: „אָט דער אבֿיון, דער בטלן, דער גראָבער יונג, דער דלפֿון, דער הונט, דער וצדקתך, דער זולל־וסובֿאניק, דער חצוף, דער טינטלער, דער ייִדלאַק, דער כּלבֿ־שבכּלבֿים, דער לײדיקגײער, דער מוסר, דער נודניק, דער סװאָלאָטש, דער עם־האָרץ, דער פּראָװאָקאַטאָר, דער פֿױלאַק, דער צרעת, דער קבצן, דער רעטעך, דער שוטה, דער תּרח, װאָס מיר װילן נישט דערמאָנען זײַן נאָמען“…

דאָס האָט געהאַט אַ גװאַלדיקן דערפֿאָלג אין כּתרילעװקע, און מען האָט דעם „קאַפּעליוש“ צעכאַפּט. אַלע האָבן זיך אַרומגעטראָגן מיטן אַלף־בית און אױסגעחזרט אים אױף אױסװײניק. האָט דאָס דער „יאַרמלקע“, נאַטירלעך, פֿאַרדראָסן, און זי איז אַרױס באַלד אױף מאָרגן מיט אַ תּשובֿה, אױך על־פּי אַלף־בית: „מיר האָבן געלײענט אָט דעם אַלף־בית פֿון אָט דעם אױסװוּרף, דעם באָד־יונג, דעם גנבֿ, דעם דבֿר־אַחר, דעם הולטײַ, דעם װאָװקעלאַקע, דעם זשוליק, דעם חזיר דעם טרײפֿניאַק, דעם יונגאַטש, דעם כּל־בוניק, דעם ליגנער, דעם ממזר, דעם נאַכאַל, דעם סקאַנדאַליסט, דעם עזות־פּנים, דעם פּאַרך, דעם צורר־היהודים, דעם קריכער, דעם רשע, דעם תּרחס אײניקל, ― נאָר מיר ענטפֿערן אים נישט, דערפֿאַר װאָס מיר װילן ניט מיאוס מאַכן אונדזער פֿעדער“…

דער כּתרילעװקער לעזער האָט דעם דאָזיקן מין ליטעראַטור ליב דװקא בעסער װי אַלצדינג. בײַ אים װערט עס אָנגערופֿן מיטן נאָמען „קריטיקע“, און ער איז זיך מחיה, בעת די רעדאַקטאָרן פֿון בײדע גאַזעטן „קריטיקירן“ זיך. דעם טאָג, װאָס ס'איז ניטאָ אין בלאַט קײן „קריטיקע“, גײען די גאַזעטן אין כּתרילעװקע עפּעס ניט אַזױ פֿױגלדיק. פֿלײַסן זיך דעריבער די רעדאַקטאָרן אָפֿטער איבערװאַשן אײנס דעם אַנדערן דאָס קױטיקע גרעט, כּדי ס'זאָל זײַן װאָס מער „קריטיקע“, און דער עולם זאָל האָבן פֿון װאָס צו לעקן די פֿינגער.

ג. קאָנקורענציע

אַז סע קומט אַ „נאָװי־גאָדновый-год: נײַ יאָר“ און די גאַזעטן הײבן אָן צו קאָכן זיך, צו טרומײטערן, אַרױסלאָזן אײנס איבער דאָס אַנדערע ברײטע שרײַענדיקע פּראָספּעקטן צום נײַעם יאָר, װי אױף דער גאַנצער װעלט, צעלאָזט זיך „די יאַרמלקע“ מיט אַ ברײטן „המלך“, רעכנט אױס אַלצדינג, װאָס זי האָט אױפֿגעטאָן אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר, װיל ניט רײדן, חלילה, קײן לשון־הרע אױף איר קאָנקורענט, מחמת לשון־הרע איז אָסור מן־התּורה, נאָר גלאַט אַזױ, בדרך־אַגבֿ, דערמאָנט זי, אַז „דאָס אָפּגעבאַרעטע קאַפּעליושל“ איז נאָך געלעגן אין די װינדעלעך, און איר רעדאַקטאָר איז נאָך אַרומגעגאַנגען אָן שטיװל, בעת זי, „די יאַרמלקע“, איז שױן געװען, מיט גאָטס הילף, אַ יאַרמלקע… און „דער קאַפּעליוש“ פֿון זײַן זײַט באַרימט זיך אין זײַן פּראָספּעקט, אױך גאַנץ באַשײדן, אַז בעת „די פֿאַרשימלטע יאַמפּערקע“ האָט זיך נאָך געװאַלגערט אױפֿן מיסט פֿונעם שולהױף, האָט ער, „דער קאַפּעליוש“, שױן צעשפּרײט זיך מיט זײַן גאַנצער פּראַכט און גלאַנץ איבער די האָריזאָנטן פֿון כּתרילעװקע, און װען ניט ער, װאָלט כּתרילעװקע עד־היום נאָך געשלאָפֿן מיטן לעטאַרגישן שלאָף פֿונעם פֿינצטערן פֿאַנאַטיזם…

און באמת, װער פֿון די צװײ איז מער פֿאַרשפּרײט ― דאָס איז ניט אַזױ גרינג צו װיסן. „די יאַרמלקע“ לײגט־אײַן די װעלט און שװערט זיך בײַ גאָט, אַז אַזױ פֿיל װי זי װערט געלײענט, װערט איבערהױפּט נאָך קײן ייִדישע גאַזעט אין דער װעלט ניט געלײענט. װער עס גלײבט ניט, קאָן זיך מטריח זײַן אין דער רעדאַקציע, װעט מען אים עפּעס װײַזן…

דאָס אײגענע שרײַבט אָבער „דער קאַפּעליוש“ אױך, קריכט פֿון דער הױט און זאָגט־צו איטלעכן באַזונדער אַ פּרעמיע פֿון צען טױזנט רובל, װער ס'װעט אים דערװײַזן שװאַרץ אױף װײַס, אַז ס'איז פֿאַראַן ערגעץ אױף דער גאַנצער װעלט נאָך אַזאַ גאַזעט, װאָס װערט אַזױ געלײענט, װי „דער קאַפּעליוש“. און ער לאָזט אױס גאַנץ באַשײדן, װי זײַן שטײגער איז: „מיר האָבן פֿײַנט באַרימען זיך מיט אונדזער גאַזעט. מיר האַלטן ניט פֿון באַרימערײַ. באַרימערײַ איז אַ שלעכטער סימן, אַ סימן־דלות. נאָר מיר לײגן פֿאָר דעם לעזער זעלבסט ― זאָל דער לעזער אַלײן פֿאַרגלײַכן אַ גאַזעט מיט אַ גאַזעט און אַ רעדאַקטאָר מיט אַ רעדאַקטאָר“…

פֿאַרשטײט זיך, אַז װײַל די קאָנקורענציע איז אומגעהױער גרױס און קינאת־סופֿרים תּרבה חכמה, פֿלײַסן זיך דעריבער בײדע גאַזעטן צו איבעריאָגן אײנס דאָס אַנדערע, אַרױסגײן װאָס פֿריִער פֿון דרוק, אַרױסכאַפּן פֿון די גױיִשע צײַטונגען װאָס מער נײַס און נאָך אַזעלכע זאַכן. היטן זײ אָבער אײנס דאָס אַנדערע די טריט, קוקן נאָך און װײסן אײנס בײַם אַנדערן, װאָס סע קאָכט זיך, און לאָז אײן רעדאַקציע עפּעס פֿאַרטראַכטן, װײס מען דאָס שױן אין דער אַנדערער רעדאַקציע מיט אַלע פּיטשעװקעס. אַלס אילוסטראַציע װעלן מיר אײַך דערצײלן אַ פּאָר מעשׂהלעך, װי מע האָט דאָס מיר איבערגעגעבן, בעת איך בין געװען אין כּתרילעװקע.

בײַ דער „יאַרמלקע“ איז געװען אַ מינהג פֿון קדמונים ― אַלע ערבֿ שבת איז זי אַרױס מיט אַ באַזונדער בלעטל אונטערן נאָמען „אַ גוט שבת“. „דער קאַפּעליוש“, כאָטש ער איז אַ ראַדיקאַל, און כאָטש ער זאָגט, אַז ער איז אַרױסגעגאַנגען אַ סך פֿריִער פֿון דער „יאַרמלקע“, האָט פֿונדעסטװעגן נעבעך געמוזט נאָכטאַנצן דער „יאַרמלקע“ און אױך אָנהײבן אַרױסצוגײן אַלע פֿרײַטיק מיט אַ באַזונדער בלעטל אונטערן נאָמען „אַ גוט שבת“. קאָנקורענציע ― װאָס זאָל מען טאָן?… עפּעס אײנמאָל איז אים נימאס געװאָרן דאָס נאָכלױפֿעניש, איז ער אַרױס פֿרײַטיק מיט אַ דערקלערונג, אַז אַזױ װי פֿיל פֿון זײַנע לעזער געפֿינען נישט קײן אינטערעס אין דעם ערבֿ־שבתדיקן בלעטל, און אַזױ װי דער רעדאַקטאָר זעט נאָר צופֿרידן שטעלן דעם לעזער, על־כּן גײט אַרױס „דער קאַפּעליוש“, מהיום והלאה אָן „אַ גוט שבת“. און װי ניבֿהל־ונשתּומם איז ער געװאָרן, אַז ער האָט אױפֿגעעפֿנט „די יאַרמלקע“ און האָט איבערגעלײענט דאָרטן די זעלבע דערקלערונג, כּמעט װאָרט אין װאָרט: „אַזױ װי פֿיל פֿון אונדזערע לעזער… על־כּן גײט אַרױס „די יאַרמלקע“ מהיום והלאה אָן „אַ גוט שבת“.

איז זיך מישבֿ „דער קאַפּעליוש“: אַז יענער איז יאָ אַזאַ מאַלפּע, װעלן מיר זען! און ער איז געפֿאַלן אױף אַ שײנער המצאה און גײט אַרױס אײנמאָל אין אַ מיטן מיטװאָך אױף אַ טשיקאַװעס נאָר מיט דרײַ זײַטן, און די פֿערטע ― אַ גלאַטע, װי אַ לאָקשנברעט. איז אָבער „די יאַרמלקע“ ניט פֿױל און גײט אױך אַרױס דעם זעלבן מיטװאָך נאָר מיט דרײַ זײַטן, און די פֿערטע ― אַ גלאַטע, װי אַ לאָקשנברעט. האָט דאָס שױן רעכט פֿאַרדראָסן דעם „קאַפּעליוש“, און ער האָט גענומען קודם רײניקן די רעדאַקציע פֿון די מענטשן, װאָס „טראָגן אַרױס דאָס מיסט פֿון שטוב“. נאָר עס האָט װינציק־װאָס געהאָלפֿן. ער האָט זיך איבערצײַגט אַז ס'איז ניטאָ קײן פֿאַרבאָרגענע זאַך פֿאַר „דער יאַרמלקע“.

ד. אַנקעטעס

די כּתרילעװקער רעדאַקטאָרן האָבן פֿײַנט בלאָזן פֿון זיך קעגן די לעזער, אָדער מאַכן פֿון זיך אַ גאַנצן צימעס. אַדרבא, אין כּתרילעװקע איז צװישן רעדאַקטאָר מיטן לעזער פֿאַראַן אַ מין פֿאָדעם אַזעלכער, װאָס בינדט זײ צוזאַמען. אין כּתרילעװקע האָט דער רעדאַקטאָר ליב זיך שואל־בעצה זײַן מיטן לעזער װעגן זײַן צײַטונג, איז צופֿרידן, אַז דער לעזער שרײַבט אים אַ בריװל, און ער לאָזט אַרױס דעריבער פֿאַרשײדענע אַנקעטעס, דאָס הײסט, ער פֿרעגט זיך אָן בײַ די לעזער, זײ זאָלן זיך מטריח זײַן אַרױסזאָגן זײער מײנונג װעגן דער אָדער יענער פֿראַגע. װעגן דעם מין אַנקעטעס גײ איך איצט דערצײלן אַ מעשׂה.

דערצײלט האָט מיר טאַקע אַ כּתרילעװקער ליטעראַט, װאָס האָט מיך צוליב דעם אַרױסגעפֿירט װײַט־װײַט הינטער דער שטאָט. און אַז מיר זײַנען געבליבן דאָרט אַלײן, האָט ער זיך פֿריִער צעלאַכט, און אַז ער האָט זיך גוט אױסגעלאַכט, האָט ער אָנגעהױבן בזה־הלשון:

― װײסט איר, װען ס'איז די ערגסטע צײַט בײַ אונדז אױף גאַזעטן? ― זומער. סײַדן אַז גאָט העלפֿט אַ חלירע ― דעמאָלט איז עפּעס אַנדערש. דעם זומער, װאָס איך דערצײל אײַך, איז קײן חלירע ניט געװען ― נאָר משוגע צו װערן! װאָס טוט מען? פֿאַלט דער „קאַפּעליוש“ אױף אַ שפּיצל )איך בין דעמאָלט אַקוראַט געװען אָנגעשטעלט אין „קאַפּעליוש“( און טרעט אַרױסעט אין מיטן דרינען מיט אַ נײַס: „אַזױ װי אַ געװיסער טײל לעזער פֿונעם „קאַפּעליוש“ איז ניט צופֿרידן מיטן קעפּל פֿון אונדזער גאַזעט; זײ זאָגן, אַז די למ″ד פֿונעם „קאַפּעליוש“ איז צו לאַנג, זעט אױס װי אַ טשערנאָהוז, און אַ געװיסער טײל זאָגט אַדרבא, אַז אַ לאַנגע למ″ד איז אַ סך שענער װי אַ קורצע, ― על־כּן גיט מען איבער די דאָזיקע פֿראַגע פֿאַר די לעזער: אױב די מאַיאָריטעט לעזער װעלן זאָגן, אַז זײ װילן אַן אַנדער קעפּל, איז, ניט קוקנדיק אױף די הוצאָות, גיט מען זײ אַן אַנדער קעפּל. װער עס װיל זיך באַטײליקן אין דער דאָזיקער אַנקעטע, באַדאַרף זיך מעלדן מיט אַ בריװ אין דער רעדאַקציע פֿונעם „קאַפּעליוש“.

אָפּגעטאָן דאָס דאָזיקע שטיקל אַרבעט, האָט זיך אונדזער רעדאַקטאָר געפֿרײט. „די בהמות, האָט ער געזאָגט, װעלן שױן האָבן װאָס צו קײַען“. צום סוף לאָזט זיך אױס, מיר קומען אױף מאָרגן אין דער פֿרי אין דער רעדאַקציע, מיר טוען אַ קוק ― דער רעדאַקטאָר זידט, װי אַ סאַמאָװאַר. װאָס איז? מיר מאַכן אים אומגליקלעך! מיט טראָגן אַרױס פֿון דער רעדאַקציע אַלע סודות! און ער נעמט און באַװײַזט אונדז „די יאַרמלקע“ מיט דער זעלביקער מודעה, װאָס אין דעם „קאַפּעליוש“: „באשר אַזױ װי ניט אַלע לעזער פֿון דער „יאַרמלקע“ זײַנען צופֿרידן מיטן קעפּל פֿון אונדזער גאַזעט; זײ געפֿינען, אַז די למ″ד פֿון דער „יאַרמלקע“ איז אַ ביסל צו קורץ, זעט אױס װי אַ קאַטשקע, בשעת די שװימט; און אַנדערע געפֿינען, אַדרבא, אַז אַ קורצע למ″ד איז אַ סך שענער פֿון אַ לאַנגער למ″ד, ― על־כּן גיט מען איבער די דאָזיקע פֿראַגע פֿאַר די לעזער: אױב דאָס רובֿ לעזער װעט זאָגן, אַז זײ װילן אַן אַנדער קעפּל, מעג עס קאָסטן מי־יודע װיפֿל ― גיבן מיר זײ אַן אַנדער קעפּל. די לעזער פֿון דער „יאַרמעלקע“ זײַנען געבעטן, זײ זאָלן זיך מטריח זײַן און זיך מעלדן מיט דער אַנקעטע דורך פּאָסט אין דער רעדאַקציע אַרײַן“.

דאָס איז געװען אַ טױט־קלאַפּ פֿאַרן „קאַפּעליוש“! פֿונדעסטװעגן האָט ער ניט אױפֿגעהערט טאָג־אױס צו דרוקן די אַנקעטע פֿונעם קעפּל, און „די יאַרמלקע“ ― אױך דאָס זעלבע: טאָג־אײַן טאָג־אױס מיטן קעפּל! און אָט אַזױ האָט זיך עס בײַ אונדז אין כּתרילעװקע כּמעט דעם גאַנצן זומער געקעפּלט און געקעפּלט, ביז „דער קאַפּעליוש“ איז אין אַ שײנעם פֿרימאָרגן אַרױס מיט אַ בשׂורה: „מיר קאָנען אָנזאָגן אונדזערע לעזער, אַז דאָס קעפּל פֿון אונדזער קאַפּעליוש בלײַבט איבער דאָס אײגענע, װײל פֿון אונדזערע 20,000 לעזער זײַנען 187 קעגן אַלטן קעפּל, און די איבעריקע 19,813 זײַנען פֿאַרן אַלטן קעפּל“… זײַט איר פֿאַרטיק? אַװדאי איז דעם זעלבן טאָג „די יאַרמלקע“ אַרױס מיט דער זעלבער דערקלערונג: אַזױ װי פֿון אונדזערע 20,000 לעזער זײַנען 187 קעגן אונדזער אַלטן קעפּל, און די איבעריקע 19,813 זײַנען פֿאַרן קעפּל, על־כּן בלײַבן מיר בײַם אַלטן קעפּל“… פֿון װאַנען „די יאַרמלקע“ איז דאָס געװױרע געװאָרן? ― דאָ איז דאָך נישטאָ קײנער, נאָר איר און איך און גאָט ― איך זאָג אײַך: דאָס איז אַ שװאַרצער כּוח! אַ כּישוף־מאַכער! דער גוטער־יאָר װײס אים !… נאָר איר װילט דאָך װיסן דעם סוף? אַ װיסטער סוף! אונדזער רעדאַקטאָר פֿונעם „קאַפּעליוש“ האָט זיך פֿאַרשלאָסן בײַ זיך אין קאַבינעט און האָט זיך אַזש צעװײנט. פֿון װאַנען איך װײס עס? ― מסתּמא װײס איך, אַז איך זאָג… דערנאָך, אַז ער האָט זיך אױסגעװײנט, האָט ער צעטריבן אַלע מיטאַרבעטער ― און מיך בתוכם ― און האָט צוגענומען נײַע. ער האָט שױן אָבער יענע אױך דורכגעטריבן און אױף זײער אָרט צוגענומען צוריק די אַלטע. נאָר צו מיר איז עס נאָך נישט אָנגעקומען. עס װעט מסתּמא קומען. מע דאַרף האָפֿן… ער איז אַ משוגענער, דער „קאַפּעליוש“ ― ס'איז אמת: מע פֿאַרדינט אָבער בײַ אים אַ פּאָר גראָשן… בײַ דער „יאַרמעלקע“ קאָן מען דאָס אױך נישט. די „יאַרמעלקע“ איז נאָך פֿיל ערגער !…

ה. סענסאַציעס און ראָמאַנען

װי אין דער גאַנצער װעלט, האַלט זיך די כּתרילעװקער פּרעסע אױף דו אױסערגעװײנלעכע נײַס פֿון טאָג, אױף סענסאַציעס. נישט מער, אױף דער גאַנצער װעלט איז דאָס מיט אַ מאָס, אין כּתרילעװקע װײס מען נישט פֿון קײן מאָס ― און אַלץ צוליב דער קאָנקורענציע. למשל: ברענגט „דער קאַפּעליוש“ אַ נײַס, אַז אין פֿראַנקרײַך האָט אַ פֿרױ געבױרן אַ קינד מיט צװײ קעפּ, ― געפֿינט איר אױף מאָרגן דאָס זעלבע נײַס אין דער „יאַרמעלקע“, נאָר אַ ביסעלע צוגעפֿעפֿערט: אַז אין פֿראַנקרײַך האָט אַ פֿרױ געבױרן אַ קינד מיט דרײַ קעפּ, דאָס קינד לעבט און עסט מיט אַלע דרײַ מײַלער… אָדער דעם „קאַפּעליוש“ איז געראָטן צו ברענגען אַ נײַס, אַז אין מיטן יולי איז אין אָדעס אױסגעפֿאַלן אַ מוראדיקער שנײ, װי אין װינטער, ― האָט געכאַפּט אױף מאָרגן „די יאַרמעלקע“ און האָט געגעבן דאָס זעלבע נײַס, נאָר אַ ביסעלע שטאַרקער, אַז אין אָדעס איז אױסגעפֿאַלן אין מיטן יולי אַ שנײ אױף דרײַ קלאַפֿטער, עטלעכע און צװאַנציק מאַן האָט מען געפֿונען געפֿרױרענע.

שענער פֿון אַלץ איז די מעשׂה מיטן פֿיש. אײנמאָל אין אַ פֿרײַטיק איז די „יאַרמעלקע“ אַרױס מיט אַזאַ מין נײַס: אַז אַ ייִדענע, אַ לעזערין פֿון דער „יאַרמעלקע“, האָט געקױפֿט פֿיש אױף שבת, אַ העכט פֿון עטלעכע פֿונט. געבראַכט דעם פֿיש אַהײם, האָט זי דעם פֿיש אָפּגעשאָבן און אױפֿגעשניטן און געפֿונען אינעם פֿיש אַ פֿינגערל מיט צװײ אױערינגלעך, זהבֿ־טהור. מע שאַצט דאָס זײער אַ סך געלט. װער עס װיל אָנקוקן דאָס פֿינגערל מיט די אױערינגלעך, קאָן עס זען אין דער רעדאַקציע פֿון דער „יאַרמעלקע“.

האָט דאָס דעם „קאַפּעליוש“ פֿאַרקאָכט בײַם האַרצן, און ער איז אַ גאַנצן טאָג שבת אַרומגעגאַנגען אָן אַ קאָפּ. קױם דערלעבט זונטיק, האָט ער געלאָזט װיסן זײַנע לעזער, אַז אַ ייִדענע, אַ לעזערין פֿונעם „קאַפּעליוש“, האָט געקױפֿט אַ פֿיש אױף שבֿח, אַ שלײַען פֿון אַ פֿונט צען און האָט אים קױם געבראַכט אַהײם. אין דער הײם האָט זי דעם שלײַען אָפּגעשאָבן און צעשניטן און אַרױסגענומען אַ גאַנצן אוצר: אַ האַלב טוץ עס־לעפֿל, אַ טוץ קלײנע לעפֿעלעך, דרײַ בעכערלעך געגילטע, צװײ פּאָדסטאַװקעס, אַ פּאָר זילבערנע לײַכטער ― אַלצדינג 84 פּראָבע84/96: 0.875 פּראָצענט לױטער. װער עס װיל עס זען. זאָל קומען אין דער רעדאַקציע פֿונעם „קאַפּעליוש“.

נאָר מער סענסאַציאָנעלער פֿון אַלצדינג איז דאָרט דער ראָמאַן. אין דער צײַט, װאָס איך בין געװען אין כּתרילעװקע, האָבן בײדע צײַטונגען, „דער קאַפּעליוש“ מיט דער „יאַרמעלקע“, געדרוקט אַ העכסט־אינטערעסאַנטן און שפּאַנענדיקן ראָמאַן. בײַ אײנעם האָט ער געהײסן: „דער פֿאַרבאָטענער קוש פֿון דער געגנבֿעטער כּלה“. בײַם צװײטן האָט ער געהײסן: „ דער געגנבֿעטער קוש פֿון דער פֿאַרבאָטענער כּלה“.

װי מײַן אױבנדערמאָנטער כּתרילעװקער ליטעראַט האָט מיר איבערגעגעבן, בסוד געװײנלעך, איז דער דאָזיקער ראָמאַן אַרױסגענומען פֿון אַן אַלטן רוסישן בוך דורך צװײ ליטעראַטן, װאָס האָבן זיך גענומען צעשמירן די מעשׂיות װי װײַט מעגלעך לענגער , און בכדי צו האַלטן דאָס פּובליקום אין שפּאַנונג, טראַכטן זײ צו אַלע טאָג נײַע סענסאַציעס, לײגן אַװעק אין מיטן העלן טאָג אַ פֿרישן, אַ געזונטן העלד און מאַכן אים אָבער באַלד לעבעדיק, פֿױלן זיך נישט אַראָפּברענגען פֿון יענער װעלט אַ פּאָרט װײַבער, אַבי עס פּאַסט זײ צום רומל. און אַז איר װילט, הײבן זײ גאָר אָן נאָכאַמאָל פֿונעם אָנהײב ― און טוט זײ עפּעס! מע מוז אָבער דעם אמת זאָגן, אַז אין כּתרילעװקע װערט דער דאָזיקער ראָמאַן געלײענט מיט גרױס חשק. דער עולם לעקט פֿון אים די פֿינגער, קוקט אַרױס אױף אים. קױם װאָס מע דערלעבט דעם פֿרימאָרגן, טוט מען זיך אַ װאָרף אױף דער „פֿאַרבאָטענער כּלה“, מע װיל שױן װיסן, װאָס װעט זײַן דער סוף.

אַ סוף װאָלט שױן, אײגנטלעך, לאַנג באַדאַרפֿט זײַן. ס'איז שױן די פֿאַרפֿאַסערס אַלײן אױך נימאס־ומאָוס געװאָרן צו ציִען די עצמות. זײ האָבן שױן לאַנג אַװעקגעלײגט די העלדן פֿונעם ראָמאַן: װעמען מע האָט אױפֿגעהאַנגען, װעמען מע האָט אַװעקגעסמט און װעמען מע האָט געשאָסן. נאָר איבער דער װיסטער קאָנקורענציע פֿאָדערן די רעדאַקטאָרן, מע זאָל ציִען װײַטער: קײנער פֿון זײ װיל נישט מאַכן קײן סוף, אײדער דער אַנדערער װעט עס טאָן. אין דער צײַט, װאָס איך בין געװען אין כּתרילעװקע, האָט דאָס געהאַלטן דערבײַ, אַז אײניקע העלדן פֿונעם ראָמאַן זײַנען געװען שױן דעם דריטן מאָל געשאָסן, און די פֿאַרבאָטענע כּלה איז שױן געװען צװײ מאָל געגנבֿעט, פֿאַרפֿירט און געפּײַניקט; דערנאָך האָט מע זי געזוכט און געפֿונען און נאָכאַמאָל געגנבֿעט און מערדערלעך געפּײַניקט. עס האָט גאָר קײן שיעור נישט צו דער מערדערײַ פֿון די דאָזיקע מחברים ― איך װײס גאָרנישט, װאָס זײ טראַכטן זיך!

ו. רעקלאַמעס

אַװדאי, װען די כּתרילעװקער גאַזעטן זאָלן דאַרפֿן אַרױסקוקן נאָר אױפֿן לעזער אַלײן, װאָלטן זײ גרין באַשטאַנען. דער גאַנצער טומל מיטן הו־האַ איז נאָר צוליב דער פֿערטער זײַט פֿון דער גאַזעט ― צוליב דער רעקלאַמע, צוליב די אַנאָנסן, װאָס אױף זײ, כּידוע, האַלט זיך די פּרעסע פֿון דער גאַנצער װעלט.

מע קאָן זאָגן, אַז אינעם ענין פֿון רעקלאַמע און אַנאָנסן זײַנען די כּתרילעװקער גאַזעטן אַװעק אױפֿן זעלבן װעג, װאָס אין אַמעריקע, נאָר אַ סך װײַטער. אין כּתרילעװקע איז די רעקלאַמע שטאַרק אַרײַן אין דער מאָדע. נישטאָ שױן הײַנט אין כּתרילעװקע דער סוחר, דער קרעמער, אָדער דער בעל־מלאָכה, אָדער די קיך־ייִדענע, אָדער דאָס דינסטמײדל, װאָס זאָל נישט געבן קײן אַנאָנס אין די גאַזעטן. צי איר װילט, צי איר װילט נישט ― אַנאָנסירן זיך מוזט איר. מאַכט איר חתונה אַ קינד ― דאַרפֿט איר אַנאָנסירן. װערט בײַ אײַך געבױרן אַ ייִנגל ― גיט איר אַן אַנאָנס. אַ מײדל ― אױך אַן אַנאָנס. און פֿאַרקערט, זײַט אַ חכם און פּרוּװט נישט געבן קײן אַנאָנס ― איז דעמאָלט אַ קלאָג צו אײַער קאָפּ! דאָס הײסט, טאָן טוט מען אײַך, חלילה, גאָרנישט: מע שרײַבט נאָר דערנאָך װעגן אײַך אַזעלכע זאַכן אױף די גאַזעטן. אַז איר בעט זיך בײַ זײ: „קינדערלעך! נאַט אײַך אײן אַנאָנס, צװײ אַנאָנסן, דרײַ אַנאָנסן, אַבי װערט אַנטשװיגן“…

אָט װעגן דעם לױפֿן נאָך אַנאָנסן דערצײלט מען זיך אָן אין כּתרילעװקע אַ סך שײנע מעשׂיות. מיר גיבן דאָ איבער מער נישט אַ פּאָר פֿון די דאָזיקע מעשׂהלעך:

1) אַ מעשׂה מיט אַ קרעמער

נחום דעם באַקאַלײשטשיק איז נימאס געװאָרן צו געבן אַנאָנסן אין די גאַזעטן. איז ער אױפֿגעשטאַנען אײנמאָל אין דער פֿרי, געעפֿנט אַ גאַזעט און געכאַפּט זיך בײַם קאָפּ: אױף דער ערשטער זײַט פֿון דער גאַזעט איז געשטאַנען שװאַרץ אױף װײַס מיט גרױסע אותיות:

הײַנטיקע נאַכט זײַנען אָנגעלאָפֿן מײַז אין אַ היגער גרױסער באַקאַלײנער קלײט און געמאַכט אַ תּל פֿון דער גאַנצער סחורה. אָנגעפֿרעסן זיך מיט באַקאַלײ, האָבן די מײַז גענומען פּגרן מאַסנװײַז…“

אַװדאי האָט זיך נחום באַקאַלײשטשיק נעבעך געשמיצט און געװאָרפֿן, געשװאָרן זיך, אַז ער װעט מאַכן די גאַזעטן אַ „דיעלע“; נאָר געענדיקט האָט זיך עס דערמיט, װאָס אױף דער פֿערטער זײַט פֿון בײדע כּתרילעװקער גאַזעטן דרוקט זיך הײַנט אַלע טאָג מיט גרױסע אותיות אַן אַנאָנס:

גוטע פֿרישע סחורה כּל־המינים באַקאַלײ קאָן מען קריגן נאָר באַ נחום באַקאַלײשטשיק“.

אַז מע באַצאָלט רבי־געלט, װערט מען, אַ פּנים, קליגער.

2) אַ מעשׂה מיט אַ פֿעסל װײַן

ייִדל װײַנשענקער האָט זיך צעקריגט מיטן „קאַפּעליוש“ און מיט דער „יאַרמעלקע“, און האָט געזאָגט: אַן עק! ער װיל נישט מער רעקלאַמירן זיך אין די גאַזעטן ― און טוט אים עפּעס! ער האָט אָבער באַלד חרטה געהאַט, װאָרעם אױף מאָרגן איז געשטאַנען אַ נײַס אין בײדע כּתרילעװקער גאַזעטן, אַז בײַ אַ היגן װײַנשענקער האָט זיך געטראָפֿן אַן אומגליק. אַ פֿעסל װײַן איז געשטאַנען און געזײַערט , און מחמת זױערקײט האָט דער װײַן אָנגעהױבן יױרן און רײַסן זיך אַרױס. האָט דאָס פֿעסל געפּלאַצט, און דער װײַנשענקער איז שיִער נישט אומגעקומען…

אַז ייִדל װײַנשענקער האָט דאָס איבערגעלײענט, איז ער באַלד אַװעק אין בײדע רעדאַקציעס און אײַנגעגעבן אַן אַנאָנס:

װער עס װיל אַ פֿריש גלעזל װײַן, זאָל ער זיך דערמאָנען, אַז ס'איז דאָ אַ ייִד, װאָס הײסט ייִדל װײַנשענקער“…

אַז מע װיל נישט מיט גוטן, איז מיט בײזן!

3) אַ מעשׂה מיט אַ פֿענאָמען

בײַ אַ פּאָר־פֿאָלק נאָך דער חתונה איז געבױרן געװאָרן אַ ייִנגל. האָבן די פֿאָטער און מוטער געפּראַװעט אַ ברית, װי גאָט האָט געבאָטן. נאָר װאָס דען־זשע? זײ האָבן פֿאַרגעסן פֿריִער מיט אַ טאָג געבן אַן אַנאָנס און דרוקן אַ מזל־טובֿ אין די גאַזעטן. אױף מאָרגן נאָכן ברית איז אין די כּתרילעװקער גאַזעטן געװען צו לײענען אַ נאָטיץ מיטן נאָמען: „פֿענאָמען“. אין דער נאָטיץ װערט זיך דערצײלט אַ מעשׂה, אַז אין כּתרילעװקע איז פֿאָרגעקומען אַ חידושלעכע זאַך, װאָס טרעפֿט אײן מאָל אין טױזנט יאָר. דהײַנו: אַ יונג װײַבל, אַן ערשטלינג, איז אױפֿגעבונדן געװאָרן מיט אַ פֿענאָמען: צו פֿינף חדשים נאָך דער חתונה האָט זי בשלום געבױרן אַ ייִנגל. דאָס ייִנגל, דער „פֿענאָמען“, לעבט און איז געזונט און שטאַרק אױף אַלע אבֿרים, און ערשט נעכטן איז געװען דער ברית“…

װאָס דאָס פּאָר־פֿאָלק האָט איבערגעלעבט ― באַדאַרף מען אַלײן פֿאַרשטײן. דער יונגערמאַן, דער פֿאָטער פֿונעם „פֿענאָמען“, איז נעבעך אַרומגעלאָפֿן איבער כּתרילעװקע, װי אַ פֿאַרסמטע מױז, אױסגערעכנט אַלעמען אױף די פֿינגער, אַז ס'איז בײַ אים נאָך דער חתונה פּונקט נײַן חדשים מיט נײַן טעג… נאָר גײ שרײַ חי־וקים! די שטאָט האָט אים אױסגעהערט און געקײַכט פֿאַר געלעכטער. דער יונגערמאַן האָט געסטראַשעט מיט אַ פּראָצעס, נאָר אַזױ װי ס'איז נישט געװען אַרױסגעשטעלט קײן נאָמען ― איז פֿאַרפֿאַלן, נישטאָ בײַ װאָס אָנצונעמען… די שטאָט האָט זיך געהאַלטן בײַ די זײַטן פֿונעם „פֿענאָמען“. דאָס איז אױך פֿון די זאַכן, װאָס אַ כּתרילעװקער לעזער האָט ליב צו לײענען. אַ כּתרילעװקער לעזער האָט פֿײַנט אומעטיקע מעשׂיות. ער האָט ליב, ס'זאָל זײַן פֿרײלעך!

ז. פּאָליטיק

מע דאַרף נישט מײנען, אַז די כּתרילעװקער פּרעסע איז אינגאַנצן אײַנגעטונקען נאָר אין דעם, װאָס װערט אָנגערופֿן אין אַמעריקע ביזנעס, און אַז די גאַזעטן טרײַבן נישט קײן שום פּאָליטיק. װאָס װאָלט דאָס געװען פֿאַר אַ פּרעסע אָן פּאָליטיק? װאָס װאָלט דאָס געװען פֿאַר אַ גאַזעטן, װען זײ זאָלן זיך נישט אינטערעסירן מיט זאַכן, װאָס זײַנען נוגע דעם כּלל? נישט נאָר די רעדאַקטאָרן און מיטאַרבעטער פֿון די צײַטונגען, נאָר אױך די לעזער װערן אַרײַנגעצױגן אין דעם פּאָליטישן קאַמף, אַז עס קומט די צײַט. פּאַרטיעס האַלטן מלחמה. פּאַרטיעס שלאָגן זיך. עס איז הימל עפֿן זיך. אַ ברודער שטײט־אױף אױף אַ ברודער. דאָס װאָרט „יושר“ עקזיסטירט נישט. עס שטאַרבט אָפּ דאָס געפֿיל פֿון רחמנות ― ס'איז עק װעלט! און דאָס װערט איבערגעחזרט אַקוראַט אַלע דרײַ יאָר ― מע קלײַבט אַ ראַבינער.

פּאַרטיעס זײַנען פֿאַראַן אין כּתרילעװקע אַזױ פֿיל, װיפֿל קאַנדידאַטן. צװײ קאַנדידאַטן ― צװײ פּאַרטיעס. אײן קאַנדידאַט װערט אונטערגעהאַלטן פֿון דער „יאַרמעלקע“ און פֿון דיר פּאַרטיע, װאָס מע רופֿט זײ דאָרט „יאַרמעלקיסטן“, דער אַנדערער קאַנדידאַט װערט געשטיצט פֿונעם „קאַפּעליוש“ מיט זײַן פּאַרטיע, װאָס מע רופֿט זײ די „קאַפּעליושיסטן“. בײדע קאַנדידאַטן זײַנען שױן געזעסן אין כּתרילעװקע אױף דער שטול, אָבער נאָר צו דרײַ יאָר. מער פֿון דרײַ יאָר איז נאָך קײנער פֿון זײ נישט אױסגעזעסן. און יעדער פֿון די קאַנדידאַטן האָט זיך, זעלבסטפֿאַרשטענדלעך, זײַן פּלאַטפֿאָרמע. צום בײַשפּיל: דער קאַנדידאַט פֿון די „יאַרמעלקיסטן“, אַז מע קלײַבט אים אױס, קומט ער די ערשטע צײַט שבת אין שול אַרײַן פֿריִער פֿון אַלעמען, אין שטוב זיצט ער אין אַ יאַרמעלקע (אַ פֿאַרברענטער יאַרמעלקיסט!), און האָט אַ טבֿע דינגען זיך. װיפֿל מע זאָל אים געבן ― איז קאַרג. אַקעגן זשע אָבער דער קאַנדידאַט פֿון די „קאַפּעליושיסטן“ גײט גאָרנישט אין שול אַרײַן, סײַדן אַ מאָל אונטער אַ יום־טובֿ, און אין שטוב זיצט ער דװקא אָן אַ היטל, און עסט, זאָגט מען, אַ קאָלבאַס אױך. זײַן פּרינציפּ איז: „נאַפּליעװאַטнаплевать: עס מאַכט ניט אױס“. און װאָס ס'איז שײך צו דינגען זיך, דינגט ער זיך נישט, װי יענער קאַנדידאַט. חס־ושלום! ס'איז דאָ בײַ אים אַ טאַקסע, און אַז איר האָט נישט צו באַצאָלן נאָך דער טאַקסע, מעגט איר זיך אױסציִען און מעגט אױסגײן אַפֿילו ― נאַפּליעװאַט!

אין דער צײַט, װאָס איך האָב געװײַלט אין כּתרילעװקע, איז געװען אַקוראַט, װי עס הײסט אין אַמעריקע, „ערבֿ עלעקשאָןelection: װאַלן“ ― ערבֿ װאַלן הײסט עס. אַ הײס שטיקל צײַט. און װײ־װײ, װאָס ס'האָט זיך געטאָן אױף בײדע גאַזעטן! אַלצדינג, װאָס די צװײ האָבן געשריבן, איז אוממעגלעך איבערצוגעבן. מיר קאָנען דאָ נאָר ברענגען אַ מאָדעל פֿון דעם, װי אַזױ די צװײ רעדאַקטאָרן האָבן זיך עס אַביסל דורכגעשמועסט צװישן זיך אײנמאָל אין אַ פֿרימאָרגן אױף זײער לשון:

„װיפֿל שװײס, װיפֿל ברוך, װיפֿל שמוץ עס האָט זיך אָנגעקליבן אונטער דער ייִדישער יאַרמעלקע! װיפֿל פּײַן, װיפֿל שפּאָט, װיפֿל גנאָט מיר האָבן געהאַט איבער דער היסטאָרישער יאַרמעלקע! דער טאָג, װאָס מיר װעלן אינגאַנצן באַפֿרײַט װערן פֿון דער דאָזיקער יאַרמעלקע, װעט זײַן אונדזער צװײטער באַפֿרײַונגס־יום־טובֿ. דער טאָג, װאָס מיר װעלן אינגאַנצן פּטור װערן פֿון דער דאָזיקער יאַרמעלקע, װעט זײַן אונדזער צװײטער יציאת־מצרים. נידער מיט דער יאַרמעלקע! עס לעבע דער קאַפּעליוש; נידער מיט די יאַרמעלקיסטן! עס לעבע די קאַפּעליושיסטן! הוראַ!“

איצטיקס מאָל האָט די „יאַרמעלקע“ אָפּגעענטפֿערט דעם „קאַפּעליוש“ אין גאָר קורצע װערטער בזה־הלשון:

„דאָס אָפּגעבאַרעטע קאַפּעליושל האָט שױן װידער באַקומען לשון. װאָס קריכן זײ, די קאַפּעליושיסטן, מיט זײער קאַנדידאַט? שױן זשע װײסן זײ נישט, אַז כּתרילעװקע איז אַ ייִדישע שטאָט, אַ עיר־ואם־בישׂראל, װאָס װעט נישט אױסקלײַבן קײן ראַבינער אַ קאַנדידאַט, װאָס פֿרעסט חזירימלעך, געפּרעגלט אין פּוטער, אין די נײַן טעג, אָן אַ היטל, פֿאַרן דאַװנען, אומגעװאַשן?…

מיט װאָס דער קאַמף האָט זיך דאָרט געענדיקט ― װײס איך נישט. איך בין אַװעקגעפֿאָרן.

ח. אַ מעשׂה מיט זיבן שדכנים

אַ צײַטונג דאַרף זיך צופּאַסן צו אירע לעזער און צו זײערע באַדערפֿענישן. דאָס האָט דער ערשטער פֿאַרשטאַנען דער רעדאַקטאָר פֿון דער „יאַרמעלקע“, און ער האָט נישט־לאַנג אײַנגעפֿירט בײַ זיך אין גאַזעט אַ מין ביוראָ פֿון שידוכים אונטערן נאָמען „קול חתן וקול כּלה“, און האָט געגעבן צו װיסן זײַנע לעזער דורך אַ מודעה, אַזױ צו זאָגן:

„באשר אַזױ װי די שטאָט כּתרילעװקע װערט גרעסער, און קינדער װאַקסן אונטער, און דו שדכנים קאָנען זיך נישט צערײַסן, ― על־כּן האָבן מיר צוגעטראַכט אַ מיטל, אַז כּתרילעװקער בעלי־בתּים, װאָס זאָרגן פֿאַרן שיקזאַל פֿון זײערע קינדער, זאָלן נישט דאַרפֿן אָנקומען צו דער הילף פֿון שדכנים און זאָלן אַלײן קאָנען פֿאַרזאָרגן זײערע חתנים מיט כּלות און זײערע כּלות מיט חתנים. דהײַנו, װי אַזױ? גאָר פּשוט: יעדער

בעל־הבית, װאָס האָט אַ קינד אױף חתונה צו מאַכן, זאָל זיך נישט שעמען און מעלדן עס אין אונדזער „יאַרמעלקע“, אַז ער האָט אַזאַ און אַזאַ בחור, אָדער אַזאַ און אַזאַ בתולה, און נדן גיט ער אַזױ פֿיל און אַזױ פֿיל, און פֿאַרלאַנגען פֿאַרלאַנגט ער דאָס און דאָס. די אַלע מעלדונגען דרוקן מיר אָן געצאָלטס, װײַל מיר טוען עס גאָר לשם־מיצװה און צוליב טובֿת־הכּלל“…

פֿאַרשטײט זיך, אַז פֿאַרן „קאַפּעליוש“ איז דאָס געװען אַ באָמבע. סטײַטש, די „יאַרמעלקע“ זאָל בײַ אים אַזאַ זאַך אױסכאַפּן! תּחילת האָט ער גערעכנט אַרױסגײן מיט אַ פֿײַערדיקן אַרטיקל קעגן דער „יאַרמעלקע“, שרײַען גװאַלד ― װי װײַט אונדזער כּתרילעװקער פּרעסע איז געפֿאַלן און צו װאָס אונדזער ליטעראַטור האָט זיך דערנידעריקט, אַז די „פֿאַרשימלטע יאַמפּערקע“ איז שױן געװאָרן אַ שדכנטע אױף דער עלטער ― און נאָך אַזעלכע שאַרפֿע װערטער. צום סוף האָט זיך דער רעדאַקטאָר איבערגעלײגט און איז אַרױס אױף מאָרגן אין זײַן „קאַפּעליוש“ מיט אַזאַ מין מעלדונג:

„די װעלט שטײט נישט. דער פּראָגרעס טוט זײַנס. עס האָבן זיך שױן געפֿעלט יענע צײַטן, װען פֿאַנאַטישע פֿאָטער און מוטער האָבן געצװוּנגען זײערע קינדער, זײ זאָלן חתונה האָבן נישט מיט זײער גלײַכן. עס האָבן זיך שױן געפֿעלט יענע צײַטן, װען אַ שדכן אַ פֿינצטערלינג איז געקומען און האָט אָפּגעגעבן מזל־טובֿ חתן־כּלה. נײן. די קינדער פֿון אונדזער מאָדערנער צײַט זײַנען שױן קליגער געװאָרן. זײ קאָנען שױן אַלײן זײער שטעטל באַשטײן. דאָס הײליקע געפֿיל פֿון דער הײליקער ליבע ברעכט דורך מױערן און שלאָגט זיך דורך דורך אײַזערנע װענט. הערצער באַגעגענען זיך. נשמות באַהעפֿטן זיך. מיר עפֿענען אױף צוליב דעם דאָזיקן צװעק די טױערן פֿון אונדזער צײַטונג, און אונטער דעם טיטל „פֿון בחור צום מײדל און פֿון מײדל צום בחור“ קאָן יעדער אײנציקער מעלדן, װאָס ער פֿאַרלאַנגט, מעג עס זײַן אַ בחור אָדער אַ מאַמזעל, אַן אַלמן אָדער אַ װיטװעwitwe: אַלמנה, ― דער „קאַפּעליוש“ איז שטענדיק גרײט פֿאַר זײ צו דינען, װײַל דער דעװיז פֿון אונדזער צײַטונג איז: „דאָס װאָהלזײַןwohlsein: װױלזײַן פֿונעם פֿאָלק“. און דער דעװיז פֿון דער דאָזיקער נײַער אָפּטײלונג איז: „פֿרײַהײט און ליבע“. . .

און עס האָבן זיך געגעבן אַ שאָט מעלדונגען װעגן שידוכים אין בײדע כּתרילעװקער גאַזעטן: אין דער „יאַרמעלקע“, אונטערן קעפּל „קול חתן וקול כּלה“, זײַנען אַרױסגעטראָטן די עלטערן פֿון חתנים און כּלות, און אין „קאַפּעליוש“, אונטערן קעפּל „פֿון בחור צום מײדל און פֿון מײדל צום בחור“, זײַנען אַרױסגעטראָטן די חתנים מיט די כּלות אַלײן, און ס'איז געװאָרן אין כּתרילעװקע ליהודים. אַ קלײניקײט, אַז איר קאָנט שרײַבן װאָס איר װילט און קײן געלט קאָסט עס נישט!

װאָלט געװען גוט, װען אין כּתרילעװקע זאָל זײַן נאָר אײן גאַזעט און קײן שדכנים זאָלן שױן גאָר אױף דער װעלט נישט זײַן. װי זשע איז אָבער דער דין, אַז עס פּיקט זיך אױס אַ שידוך דורך אײן גאַזעט, נאָר עס מישט זיך אַרײַן אױך די צװײטע, און אַ שדכן שטעלט אױך אַרײַן אַ פֿוס ― דעמאָלט װערט אַ ויצעקו, אַז מע מוז אָפּטרעטן פֿון כּתרילעװקע! גאָר נישט לאַנג פֿאַר מײַן אַװעקפֿאָר האָט זיך דאָרט געטראָפֿן אַ מעשׂה, װאָס ס'איז כּדאַי זי צו באַשרײַבן, נישט אַזױ צוליב דער מעשׂה אַלײן, װי צוליב דעם מוסר־השׂכּל פֿון דער מעשׂה. אַז די געשיכטע איז אַן אמתע, חלילה נישט קײן אױסגעטראַכטע, ― גאַראַנטירט אין דעם דער, װאָס האָט זי מיר דערצײלט. און דערצײלט האָט דאָס מיר טאַקע יענער יונגערמאַן, װאָס האָט מיר איבערגעגעבן בסוד־סודות די געשיכטע מיט די „קעפּלעך“.

„אַז איר װעט האַלטן אַ מאָל בײַם באַשרײַבן די דאָזיקע מעשׂה, זאָלט איר איר אַ נאָמען געבן: „אַ מעשׂה מיט זיבן שדכנים“. ― אַזױ האָט זיך אָנגערופֿן צו מיר דער יונגערמאַן און האָט זיך פֿאַרשטעלט דאָס מױל מיט בײדע הענט און האָט זיך פֿאַרגאַנגען פֿאַר געלעכטער. איבערשלאָגן אים האָב איך נישט געװאָלט. מסתּמא, אַז ער אַלײן לאַכט, איז דאָס שױן גוט לעכעריק. האָב איך אים געלאָזט, אַז ער זאָל זיך אױסלאַכן. און אַז ער האָט זיך גוט אױסגעלאַכט, איז ער צוגעטראָטן צום גוף־המעשׂה, װאָס מיר געבן דאָ איבער מיט זײַן לשון:

― װײסט איר דאָך שױן, װי אַזױ אונדזערע בעלי־טובֿות, סײַ די קאָנסערװאַטיװע „יאַרמעלקע“, סײַ דער מאָדערנער „קאַפּעליוש“, טוען נישט חלילה קײן זאַך צוליב זיך, נאָר צוליב טובֿת־הכּלל און נאָר צוליב יענעם, און אַז איר לײענט װאָס זײ שרײַבן, קומט אױס, אַז זײער דעװיז איז „שלי שלך ושלך שלך“. נאָר אַז איך װעל אײַך זאָגן, למשל, אַז אונדזערע בײדע רעדאַקטאָרן זײַנען שדכנים, פּשוטע שדכנים, װעט איר נישט װעלן גלײבן, אַיאָ? װאָס זשע װעט אָבער זײַן, אַז איך װעל אײַך באַװײַזן שװאַרץ אױף װײַס?

בײַ די װערטער האָט דער יונגערמאַן אַרױסגעצױגן פֿון בוזעם־קעשענע אַ פּאַק מיט גאַזעטן, פֿריִער די „יאַרמעלקע“, דערנאָך דעם „קאַפּעליוש“, און האָט גענומען לײענען:

קול חתן וקול כּלה“.

„װערטער הער רעדאַקטאָר! היות אַזױ װי איך בין אַ שטענדיקער לעזער פֿון אײַער װערטער „יאַרמעלקע“ , געפֿין איך, אַז ס′איז זײער גוט, װאָס איר האָט אײַנגעפֿירט דעם „קול חתן וקול כּלה“. און דעריבער נעם איך אײַך, איר זאָלט אָפּדרוקן, אַז איך בין אַ כּתרילעװקער בעל־הבית פֿון פֿײַנעם שטאַנד, פֿון שלשלת־היוחסין. און פֿאַרמאָג אַ טאָכטער אַ בת־יחידה, װאָס איך דאַרף זי נישט לױבן. װאָרעם סע שטײט געשריבן: יהללך זר ולא פֿיך ― לאָז דיך יענער לױבן. נאָר אין קורצן װעל איך אױסרעכענען דאָ אירע מעלות. זי איז: 1) אַ בתולה, 2) אַ יפֿת־תּואר, 3) אַ חכמה־נפֿלאה, 4) אַ בריה אױף אַלצדינג, 5) געבילדעט סכּנות, 6) שפּילט פּיאַנאָ, 7) עשׂרת אַלפֿים נדן, 8) אױסגעקלײדט בגדי־מלכות, 9) קען פֿראַנצױז, 10) טאַנצן אױך. װער עס האָט אַ זון, װאָס האָט געפּטרט דעם פּריזיװ מיט אַ װײַסן בילעט און האָט פּראַװעס, זאָל זיך װענדן אין דער „יאַרמעלקע“ אױפֿן נאָמען פֿון מ. ב. מ.“

דאָס איז נומער אײנס. אין דער זעלביקער „יאַרמעלקע“ פֿונעם זעלביקן טאָג האָט איר אײַך אַזאַ מין מודעה.

„געערטער הער רעדאַקטאָר! כּפֿי אַזױ װי איך בין אַ שטענדיקער
לעזער פֿון אײַער געערטער „יאַרמעלקע“, געפֿין איך אױך, אַז איר האָט זײער גוט געטאָן, װאָס איר האָט אײַנגעפֿירט בײַ זיך אַזאַ טײַערע זאַך, װי דער „קול חתן וקול כּלה“. אַלט באַװײַז, װי גוט דאָס איז, קום איך אײַך מעלדן, אַז איך אַלײן בין אַ היגער, אַ כּתרילעװקער. מײַנע עלטערן און אור־אור־עלטערן זײַנען געװען כּתרילעװקער. איך האָב דאַנקען גאָט אַ נאָמען, און בין אַלײן אַ נגיד און אַ מיוחס, און טו שידוכים מיט די גרעסטע מיוחסים, און האָב אַ זון אױף חתונה צו מאַכן, װאָס פֿאַרמאָגט אַ שײן ביסל מעלות. און מחמת סע שטײט געשריבן: יהללך זר ולא פֿיך, טײַטש איך דעם פּסק אַזױ: יהללך זר ― לאָז דיך לױבן אַ פֿרעמדער; ולא ― אַז ס'איז נישטאָ קײן פֿרעמדער? איז פֿיך ― לױב זיך אַלײן. אָט דאָ זײַנען די מעלות פֿון מײַן זון: 1) אַ בחור, 2) אַ טאַטנס אַ קינד, 3) אַ בן־יחיד, 4) האָט אַ װײַסן בילעט, 5) אַ קענער, 6) אַ כּתבֿא־רבא, 7) שפּילט פֿידל, 8) רעדט לשון־קדוש, 9) פֿרום, 10) האָט נדן אױך. װער עס האָט אַ בתולה אַ יפֿת־תּואר, זאָל זיך אָפּרופֿן אין דעם „קול חתן וקול כּלה“ פֿון דער „יאַרמעלקע“ אױפֿן נאָמען פֿון נ. ב. נ.“

― פֿײַנע צװײ אַנאָנסלעך ― אַיאָ? דאַרף זיך טרעפֿן אַזױ, אַז אַקוראַט אין יענעם טאָג דרוקן זיך, װי איר זעט אָטאָ, אינעם „קאַפּעליוש“, אונטערן קעפּל „פֿון בחור צום מײדל און פֿון מײדל צום בחור“, אױך צװײ אַנאָנסן, שױן נישט פֿון די עלטערן, נאָר פֿון אַ בחור מיט אַ מײדל. אָט װאָס דער בחור שרײַבט װעגן זיך:

„װערטער הער רעדאַקטאָר! אַלס אַ שטענדיקער לעזער פֿון אײַער װערטן „קאַפּעליוש“ קום איך אײַך צו מעלדן, אַז איך בין אַ שײנער בחור פֿון 23 יאָר, הױך געװאַקסן, און כאָטש איך האָב אַ װײַסן בילעט, פֿונדעסטװעגן בין איך געזונט און שטאַרק, הלװאַי װײַטער נישט ערגער. געקאָנטשעט האָב איך זעקס קלאַסן און האָב פּראַװעס פֿון אַ פּראָװיזאָר. איך זוך אַ מײדל אַ קראַסאַװיצע מיט היפּשע עטלעכע טױזנט נדן און מיט אַ גוטן כאַראַקטער. אױב זי קאָן שפּילן פּיאַנאָ, איז דאָס נישט קײן חסרון, און טאָמער שטאַמט זי פֿון פֿײַנע עלטערן ― שאַט אױך נישט. װער עס װיל מיך, זאָל זיך װענדן צום „קאַפּעליוש“ אױפֿן נאָמען פֿון דעם „װױלן יונג“.

― אָט דאָס שרײַבט דער בחור אין „קאַפּעליוש“. אַצינד װעלן מיר זען, װאָס שרײַבט דאָס מײדל פֿונעם „קאַפּעליוש“. זי שרײַבט אַזױ:

„געערטער הער רעדאַקטאָר! אַלס שטענדיקע לעזערין פֿון אײַער געערטן „קאַפּעליוש“ לאָז איך אײַך װיסן, אַז איך בין אַ מײדל פֿון 21 יאָר, מיטעלע װוּקס, שװאַרצע האָר, אַ װײַס פּנים, מיט חן־גריבעלעך אין די באַקן און מיט זײער אַ גוטן כאַראַקטער. גאַנץ כּתרילעװקע האַלט מיך פֿאַר אַ קראַסאַװיצע. אַז סע קומט אױף אַ שׂמחה, זײַנען אַלע קאַװאַליערן נאָך מיר די כּפּרה. נאָר איך האָב זײ אין דער ערד. איך װיל אַ בחור מיט אַ גוטן כאַראַקטער, נישט ייִנגער פֿון 22, װאָס זאָל זײַן אַ מענטש און קאָנען געבן אַ װײַב ברױט. טאָמער האָט ער נדן מאַכט נישט אױס. ער װעט יעדן פֿאַלס געפֿינען אין מיר אַ ליבע פֿרױ. זיך װענדן אין „קאַפּעליוש“ צו דער „באַרימטער קראַסאַװיצע“.

― על־פּי שׂכל־הישר װאָלט, דאַכט זיך, באַדאַרפֿט זײַן אַזױ, אַז

דער פֿאָטער פֿון דער יפֿת־תּואר מ. ב. מ., װאָס זוכט אַ חתן מיט אַ װײַסן בילעט, האָט באַדאַרפֿט זיך אָפּרופֿן אין דער „יאַרמעלקע“ אױפֿן נאָמען נ. ב. נ., צוליבן בן־יחיד, װאָס האָט אַ װײַסן בילעט און אין אַ מיוחס און שפּילט פֿידל און רעדט לשון־קודש, און אַזױ װײַטער. דאָס װאָלט געזען באמת אַ כּשרער טאָפּ מיט אַ כּשרן לעפֿל. װאָס טוט גאָט? פֿאַרגלוסט זיך דעם פֿאָטער, װאָס לײענט די „יאַרמעלקע“, געבן אַ קוק אַרײַן אינעם „קאַפּעליוש“ אױף דער פֿערטער זײַט, זען, װאָס טױט זיך עפּעס מכּה דעם ענין פֿון חתן־כּלה. אײַנגעלײענט זיך אין די מעלדונגען אױף דער פֿערטער זײַט איז אים אַרײַן אין נאָז אַרײַן: װאָס טױג אים דער מיוחס דער בן־יחיד, װאָס איז אַ כּתבֿא־רבא און רעדט לשון־קודש און שפּילט אױפֿן פֿידל? ער באַדאַרף נישט קײן בעסערן חתן, װי דער „װױלער יונג“ פֿונעם „קאַפּעליוש“, װאָס האָט אַ װײַסן בילעט און דערצו נאָך פּראַװעט פֿון אַ פּראָװיזאָר. אַי, װאָס ער איז אַ לעזער פֿונעם „קאַפּעליוש“ מילא, װוּ שטײט דאָס, אַז אַלע ייִדן דאַרפֿן לײענען די „יאַרמעלקע“? סע שטײט געשריבן: „וחי אָחיך עמך“… בקיצור, ער האָט געשיקט רופֿן אַ שדכן און האָט אים איבערגעגעבן אַזױ און אַזױ די מעשׂה: „איר דאַרפֿט מיר אױפֿזוכן דעם אַדרעס פֿונעם „װױלן יונג“ דורכן „קאַפּעליוש“, און אױב מה׳ יצא הדבר, זאָלט איר אים ברענגען צו פֿירן, װעט ער זיך באַקענען מיט מײַן טאָכטער, װעט מען שרײַבן תּנאָים, והכּל שריר וקים“ . . .

אַצינד לאָזן מיר איבער דעם פֿאָטער פֿון דעך יפֿת־תּואר און גײען אַריבער צום פֿאָטער פֿונעם בן־יחיד דעם מיוחס מיטן װײַסן בילעט, װאָס שפּילט אױפֿן פֿידל, רעדט לשון־קודש און אַזױ װײַטער. איבערגעלײענט אינעם „קול חתן וקול כּלה“ פֿון דער „יאַרמעלקע“, אַז ס'איז דאָ אַזאַ יפֿת־תּואר מיט אַזױ פֿיל מעלות, און האָט נאָך צען טױזנט נדן אױך, האָט ער זיך געטראַכט, אַז דער שידוך איז טאַקע אַ פֿײַנער שידוך. נאָר װאָס דען? אָט די צען טױזנט נדן שטײט װי אַ בײן אין האַלדז. אַ ייִד, װאָס זאָגט, אַז ער גיט צען טױזנט, גיט ער מסתּמא די גרעסטע העלפֿט, הלװאַי דרײַ ― מע קען זײ, די כּתרילעװקער נגידים! הינט זאָלן מיט זײ האַנדלען. אַמער, אָט האָט ער בעסער געלײענט הײַנט אינעם „קאַפּעליוש“, מעלדט זיך דאָרט אַ מײדל פֿון 21 יאָר, אַ קראַסאַװיצע, װאָס זוכט אַ חתן מיט אַ גוטן כאַראַקטער. „מע דאַרף נישט האָבן קײן בעסערן כאַראַקטער פֿון מײַן זונס כאַראַקטער!“… אָט אַזױ האָט זיך געזאָגט דער ייִד פֿון דער „יאַרמעלקע“, נ. ב. נ., און האָט געשיקט רופֿן צו זיך אַ שדכן און האָט אים איבערגעגעבן בסוד־סודות, ער זאָל למען־השם אױסגעפֿינען אינעם „קאַפּעליוש“, װער אין די קראַסאַװיצע מיטן גוטן כאַראַקטער, און ער זאָל איר פֿאָרלײגן זײַן זון דעם בן־יחיד מיטן װײַסן בילעט, װאָס שפּילט פֿידל, רעדט לשון־קודש און אַזױ װײַטער. און אַז גאָט װעט העלפֿן, ס'װעט גײן אַ גאַנג, װעט אם ירצה שם זײַן רעכט, אין אַ גוטער שעה, אין אַ מזלדיקער ― אָמן.

אַצינד װעלן מיר אַריבערגײן צום בחור פֿון „קאַפּעליוש“, װאָס האָט געקאָנטשעט זעקס קלאַסן און האָט פּראַװעס פֿון אַ פּראָװיזאָר. דאַכט זיך, אַז אַ מינדסט קינד װעט אױך זאָגן, אַז דער דאָזיקער בחור איז אָנגעמאָסטן פֿאַר דער קראַסאַװיצע פֿונעם „קאַפּעליוש“, װאָס אַלע בחורים זײַנען נאָך איר די כּפּרה. צום סוף, װאָס לאָזט זיך אױס? אַז דער בחור איז אַ בעלן געבן אַ קוק אַרײַן אין דער „יאַרמעלקע“, און װי נאָר ער האָט איבערגעלײענט אינעם „קול חתן וקול כּלה“ װעגן דעם ייִדן, דעם מיוחס, װאָס פֿאַרמאָלט אַ בת־יחידה אַ יפֿת־תּואר מיט צען מעלות, און זוכט אַ חתן מיט אַ װײַסן בילעט און מיט פּראַװעס, און גיט נאָך צען טױזנט אױך, האָט עס אים געגעבן אַ טראָג אױף: סטײַטש, ער האָט דאָך דעם אמתן װײַסן בילעט מיט די אמתע פּראַװעס! און נישט װאַרטנדיק קײן איבעריקע מינוט, האָט ער זיך שױן צונױפֿגערעדט מיט אַ באַקאַנטן ייִדן, װאָס זוכט אַ פֿאַרדינסטל, און יענער איז גלײַך אַװעק צום בעל־הבית מ. ב. מ. און לײגט אים פֿאָר אַ בחור מיט אַ װײַסן בילעט און מיט פּראַװעס. האָט זיך דער בעל־הבית דערפֿרײט און זאָגט צו אים: „סטײַטש, ער האָט נאָר־װאָס אַװעקגעשיקט צום בחור מיטן װײַסן בילעט און מיט די פּראַװעס אַ שדכן!“ זאָגט צו אים דער ייִד: „מילא, װעלן זײַן צװײ שדכנים, אַבי ס'זאָל זײַן מיט מזל“. זאָגט אים דער בעל־הבית: „פֿון אײַער מױל אין גאָטס אױערן“. ענטפֿערט אים דער ייִד: „אָמן“.

אַצינד בלײַבט אונדז נאָר איבער די קראַסאַװיצע פֿונעם „קאַפּעליוש“ ― און מיר װערן פֿאַרטיק מיט אַלע שדכנים. די קראַסאַװיצע, אַז זי האָט איבערגעלײענט אינעם „קאַפּעליוש“, אַז ס'איז דאָ אַ חתן מיט אַ װײַסן בילעט און מיט פּראַװעס, האָט זי אַ טראַכט געגעבן, אַז דאָס װאָלט אפֿשר געװען פֿאַר איר אַ גלײַכער שידוך, נאָר ס'איז פֿאַראַן אַ שטיקל חסרון: ער זוכט אַ כּלה מיט נדן, און נאָך היפּשע עטלעכע טױזנט דערצו ― היפּשע עטלעכע מכּות אים! אונדזערע קאַפּעליושיסטן, ס'זאָל זײ צו קײן חרפּה נישט זײַן, זײַנען טאַקע מאָדערן און ליבעראַל און אַלצדינג. נאָר אַז עס קומט צו געלט, כאַפּט זײ אַװעק דער שװאַרץ־יאָר. פֿאַר געלט װעלן זײ אײַך פֿאַרקױפֿן דעם אײגענעם טאַטן. אין געלט־זאַכן זײַנען שױן די יאַרמעלקיסטן אַ סך פֿײַנער. אָט לאָזט װיסן אין דעך „יאַרמעלקע“, אינעם „קול חתן וקול כּלה“, אַ ייִד אַ נגיד, אַז ער האָט אַ זון מיט אַלע מעלות און זוכט אַ יפֿת־תּואר ― אַ קראַסאַװיצע הײסט דאָס, און פֿון נדן דערמאָנט ער גאָר אַפֿילו נישט. מעג נישט זײַן דער בחור דער פּראָװיזאָר מיט די פּראַװעס אַ כּפּרה פֿאַר דעם ייִדן? נישמער, אײן קלײנעם חסרון האָט אָט דעם נגידס זון: ער איז פֿרום און רעדט לשון־קודש. האָפֿט זי אָבער, אַז קײן גרױסע שטערונג װעט דאָס נישט זײַן. פֿרומקײט איז אַ פּריװאַט־זאַך, און װאָס ער רעדט לשון־קודש ― איז דאָס אַ קרענק, װאָס גײט איבער. לאָזן זײ נאָר חתונה האָבן, װעט ער שױן אױפֿהערן רײדן לשון־קודש; ער װעט שױן רײדן בײַ איר, װי אַ מענטש! . . .

אַזױ האָט אָפּגעפּסקנט בײַ זיך די קראַסאַװיצע און האָט געפּועלט בײַ איר אײגענעם פֿעטער, נעבעך אַ ייִד אַ יורד, ער זאָל זיך מטריח זײַן צו יענעם נגיד פֿון דער „יאַרמעלקע“, װאָס זוכט אַ קראַסאַװיצע אָן געלט, און זאָל אים באַװײַזן איר בילד, װעט ער אײַננעמען אַ מיתה־משונה. כּך־הװה ― ס'איז טאַקע אַזױ געװען. װיבאַלד נאָר דער נגיד האָט דערזען דאָס בילד, האָט ער אױסגעשריִען: „אָט דאָס איז דאָך די, װאָס איך זוך פֿאַר מײַן זון! איך האָב געשיקט ערשט הײַנט אַ שדכן צו דער דאָזיקער יפֿת־תּואר!“ רופֿט זיך אָן דער פֿעטער פֿון דער קראַסאַװיצע, דער יורד: „מער קײן דאגות זאָלט איר נישט האָבן – װעלן מיר דעם רח″ש טײלן אױף דער האַלב, װאָס קאָן דאָ זײַן . . . „הלװאַי, פֿון אײַער מױל אין גאָטס אױערן“. „אָמן־ואָמן“.

מײנט איר דאָך, אַז איר זײַט שױן פֿאַרטיק מיט אַלע שדכנים? האָט צײַט אַ ביסל. פֿאַרגעסט נישט, אַז כּתרילעװקע איז אַ שטאָט, און אָרעמע לײַט, ברוך־השם, זײַנען דאָ גענוג. שטײט זיך אַ ייִדל אין גאַס, נישטאָ װאָס צו טאָן, לײענט ער בײדע גאַזעטן, די „יאַרמעלקע“ מיטן “קאַפּעליוש“, פֿון דעך ערשטער זײַט ביז דער לעצטער זײַט, לאָזט נישט דורך קײן אות אַפֿילו. דערזעט ער אין בײדע גאַזעטן די חתנים מיט די כּלות און שפּרינגט אונטער פֿאַר התפּעלות: „סטײַטש, ס'איז דאָך מן־השמים! אָט דאָס מײדל, די קראַסאַװיצע פֿונעם „קאַפּעליוש“, איז אָנגעמאָסטן פֿאַרן נגידס בן־יחיד פֿון דעך „יאַרמעלקע“, װאָס זוכט אַ יפֿת־תּואר אָן נדן, און די בתולה, די יפֿת־תּואר פֿון רער „יאַרמעלקע“, װאָס איז געבילדעט סכּנות, שפּילט פּיאַנאָ און פֿאַרמאָגט צען טױזנט נדן, קאָנטשעט זעקס קלאַסן, װאָרעם יענע זוכט דאָך אַ חתן מיט פּראַװעס, און דער האָט אַלע פּראַװעס“…

און דער חבֿרה־מאַן האָט נישט געמאַכט קײן לאַנגע שהיות ― למאַי זאָל אַן אַנדערער אױסכאַפּן? ― און איז אין אײן שעה אױסגעװען בײַ אַלע פֿיר: בײַם נגיד און בײַם בעל־הבית פֿון דער „יאַרמעלקע“ און בײַם בחור מיטן מײדל פֿון דעם „קאַפּעליוש“. נאָר װוּהין ער איז געקומען, האָט מען אים געענטפֿערט: „שױן אַביסל שפּעטלעך, פֿעטער, האָט איר זיך אױסגעקראַצט ― נאָר װאָס געװען אַ שדכן און גערעדט דאָס אײגענע, װאָס איר“… „װאָס געהער זיך עס אָן מיט מיר? געװען אַ שדכן, נישט געװען קײן שדכן – אַבי דאָס, װאָס איך רײד, רײד איך גלײַך. און אפֿשר איז דאָס נישט גלײַך, דאַרפֿט איר מיר זאָגן נאָר אײן װאָרט, מאַך איך דאָס קאַליע, װאָרעם אױף קאַליע מאַכן בין איך אַ בריה“… דערהערט אַזעלכע דבורים, איז זײ פּרחה־נשמתם געװאָרן. זײ האָבן דערזען, אַז זײ האָבן צו טאָן מיט אַ שײגעץ, אַ עזות־מחוצף־פּנים, האָבן זײ געבעטן דאָס ייִדל, ער זאָל נישט קאַליע מאַכן, ובֿשׂכר־זה, אַז ס'װעט זיך עפּעס דערפֿון אױספּיקן און ס'װעט קומען צום רח″ש, װעט מען שױן זען מסתּמא, ער זאָל אױך עפּעס פֿאַרדינען.

און גאָט האָט געהאָלפֿן, בײדע שידוכים האָבן זיך אױסגעפּיקט און בײדע קנס־מאָלס זײַנען געװען אין אײן נאַכט, און עס האָבן זיך אַ לאָז געגעבן שדכנים פֿון דער װעלט. ערשטנס, די צװײ שדכנים פֿון חתנס צד. דערנאָך די צװײ שדכנים פֿון כּלהס צד. דערנאָך דאָס ייִדל, װאָס האָט געזאָלט קאַליע מאַכן. איז אַחת־לאַחת האָבן מיר אַ קײַמא־לן פֿון פֿינף שדכנים. הײַנט װוּ זײַנען די רעדאַקטאָרן פֿון בײדע גאַזעטן? די „יאַרמעלקע“ און דער „קאַפּעליוש“ זײַנען געקומען בײדע אױסגעפּוצט, װי מחותּנים, כאָטש קײנער האָט זײ נישט געבעטן. נאָר געקומען מהיכא־תּיתי, זײער אָנגעלײגט. האָט מען זײ גאַנץ פֿײַן אױפֿגענומען, יעדן באַזונדער. געשטעלט בראָנפֿן, דערלאַנגט לעקעך מיט אײַנגעמאַכטס. האָבן זײ זיך באַדאַנקט און געגעבן אָנצוהערעניש, אַז נישט צוליב דעם זײַנען זײ געקומען. „צוליב װאָס זשע דען?“ „צוליב רח″ש“.„װאָס הײסט ― צוליב רח″ש?“ „אָט דאָס הײסט. זײ מאָנען נישט נאָר מע דאַרף אַלײן פֿאַרשטײן… װאָרעם װען נישט זײ מיט זײערע גאַזעטן, פֿון װאַנען װאָלטן זיך גענומען די דאָזיקע שידוכים? דאָס הײסט, מאָנען מאָנען זײ נישט, בײַ מע דאַרף אַלײן פֿאַרשטײן“… אַזױ האָבן געטענהט אונדזערע רעדאַקטאָרן, און בײַ די מחותּנים װאָלט מען דאָס אפֿשר געפּועלט, װאָרעם װאָס אַרט דאָס זײ? קײן צװײ מאָל רח″ש װעלן זײ נישט צאָלן. האָבן זיך אָבער די חבֿרה שדכנים אױפֿגעהױבן און האָבן געמאַכט אַ גװאַלד עד־לבֿ־השמים: „װאָס פֿאַר אַ שײַכות האָבן רעדאַקטאָרן צו שדכנות? און װוּ איז דאָס געהערט געװאָרן, אַז בײַ צװײ שידוכים זאָלן זײַן זיבן שדכנים? צו דרײַ מיט אַ האַלבן שדכן אױף אַ שידוך?“… מער פֿון אַלע האָט אײַנגעלײגט די װעלט יענער ייִדל, װאָס האָט געסטראַשעט, אַז ער װעט קאַליע מאַכן. ער האָט מבֿטיח געװען בײדע רעדאַקטאָרן, אַז ער װעט זײ „אַרײַנװאַרפֿן יעדן אײנציקן אַ בינטל פֿינגער אין טשאָלנט־ברעטל אַרײַן“… און ער װאָלט זײַן הבֿטחה מקײם געװען, װאָרעם ער איז שױן גרײט געװען צו פֿאַרקאַטשען די אַרבל אַפֿילו. האָבן זיך אַרײַנגעמישט די מחותּנים פֿון בײדע צדדים און האָבן זײ צענומען ― און אָט אַזױ, װי איר זעט, זײַנען אונדזערע רעדאַקטאָרן, דאַנקען גאָט, אַרױס טרוקן, אָן פּעטש.

דאָ האָט זיך דער יונגערמאַן װידער פֿאַרשטעלט מיט בײדע הענט דאָס פּנים און האָט געלאַכט שטילערהײט, זיך אַזש געטרײסלט פֿאַר געלעכטער. און אַז ער האָט זיך גוט אױסגעלאַכט, האָט ער מיך אַ פֿרעג געגעבן, װען איך בין פֿרײַ? אַזױ װי איך האַלט בײַ אַװעקפֿאָרן, װיל ער קומען מיך אינטערװיויִרן. איך האָב אים געבעטן, ער זאָל קומען מאָרגן.

ט. אינטערװיוערס

אױף מאָרגן, נאָך דעם, װי דער לאַכנדיקער יונגערמאַן האָט מיר דערצײלט די מעשׂה מיט די זיבן שדכנים, איז ער געקומען צו מיר מיט אַזאַ גרױסן פּאָרטפֿעל, אַז איך האָב מיך אַזש דערשראָקן.

― איך װיל אײַך אינטערװיויִרן. ― האָט ער אָנגעהױבן און אַרױסגעצױגן אַ לאַנג ביכעלע פֿון אַ זײַט־קעשענע און גענומען מיר דערצײלן מעשׂיות, מיך נישט געלאָזט אַ װאָרט אױסרײדן. ― פֿרעגט מיך, װוּ עס װעט זײַן געדרוקט מײַן אינטערװיו מיט אײַך ― װײס איך אַלײן נישט. עס קאָן זײַן אין „קאַפּעליוש“. און עס קאָן זײַן אין דער „יאַרמעלקע“. אַלץ אײנע שאַנסן, גיכער װאָלט מיך באַדאַרפֿט צונעמען דער „קאַפּעליוש“. פֿאָרט אַ פּראָגרעסיװע גאַזעט. כאָטש זײַן גאַנצער פּראָגרעס באַשטײט אין דעם, װאָס ער לאַכט שױן אָפּ פֿון ייִדישע דינים און מאַכט חוזק פֿון ייִדישע מינהגים. צום בײַשפּיל: אים געפֿעלט נישט דער מינהג פֿון פֿאַסטן. קומט ערבֿ־תּישעה־באָבֿ, אָדער ערבֿ־יום־כּיפּור, אָדער ערבֿ אַן אַנדער תּענית ― צעלאָזט זיך דער „קאַפּעליוש“ מיט אַן אַרטיקל פֿון אַ דאָקטער. דער דאָקטער איז אַזױ אַ דאָקטער, װי איר זײַט אַ גובערנאַטאָר. דאָס שרײַבט ער אַלײן, טאַקע דער רעדאַקטאָר בכּבֿודו־וּבֿעצמו, און חתמענען חתמעט ער זיך „דאָקטאָר מאַלינוס אײַנגעמאַכצוס“. אין זײַנע אַרטיקלען צעשפּרײט זיך דער דאָקטער מאַלינוס אײַנגעמאַכצוס װעגן די שעדלעכקײט פֿונעם פֿאַסטן און אָפּפֿאַסטן און פּײַניקן זיך, ברענגט ראַיות פֿון ספֿרים און ביכער, װאָס קײנער האָט זײ נישט געזען, ברענגט נעמען פֿון גרױסע געלערנטע, אױסגעטראַכטע נעמען, למשל: דאָקטער פֿעפֿערוס, פּראָפֿעסאָר קנאָכעלוס, פֿריעדריך פֿאָן ציבעלוס, טשאַרלז כרײנוס, פֿיליפּ מוסטאַרדוס, עדואַרד לאַטקוס, לויִדזשי פֿאַלירטשעקוס און נאָך אַזעלכע מינים נעמען פֿון דער הגדה. און טאָמער איז װינציק אַזעלכע אױטאָריטעטן, טוט ער זיך אַ װאָרף אױף סטאַטיסטיק און טוט אַ רעכן־אױס, װיפֿל מענטשן עס שטאַרבן אױס אַ יאָר פֿון פֿאַרצערונג דורך תּעניתים. עס קומט אױס, אַז פֿון די תּעניתים שטאַרבן אױס אין כּתרילעװקע דרײַ מאָל אַזױ פֿיל, װיפֿל עס װערן געבױרן קינדער דורכן יאָר. און צום שלוס פֿירט ער אונטער אַ חשבון. אױסגערעכנט מאַטעמאַטיש, װי צװײ מאָל צװײ, אַז בײַם ייִדן װעלן פֿאַסטן אַלע תּעניתים, װי ביז אַהער, װעט אין כּתרילעװקע אין עלף יאָר מיט דרײַ חדשים נישט בלײַבן קײן אײן ייִד אַפֿילו.

― דאָס איז װעגן תּעניתים. הײַנט װאָס דער ייִד צעאַרבעט װעגן דעם געצנדינערישן מינהג פֿון כּפּרות שלאָגן! און װעגן דעם װילדן אײַנפֿיר גײן צו תּשליך! דער רעדאַקטאָר פֿונעם „קאַפּעליוש“ דערצײלט זיך אַ מעשׂה פֿון פֿאַרצײַטן, אַ היסטאָרישע געשיכטע הײסט עס, װאָס האָט געטראָפֿן טאַקע דאָ, אין כּתרילעװקע, װי אַזױ ייִדן זײַנען געגאַנגען צו תּשליך, איז געפֿאָרן אַ קאַרעטע מיט פֿיר פֿערד נאַשפּיץ. אין קאַרעטע איז געזעסן דעם גראַפֿס טעכטערל מיט איר אַדיוטאַנט. האָבן די פֿערד דערזען אַזױ פֿיל ייִדן, האָבן זײ זיך ספּאָלאָשעט, צעטראָגן די קאַרעטע און אַרױסגעװאָרפֿן דעם גראַפֿס טאָכטער מיטן אַדיוטאַנט. און אַזױ װי דער גראַף איז געװען דער בעל־הבית פֿון כּתרילעװקע, צו אים האָט געהערט די שטאָט, האָט ער באַשטראָפֿט די גאַנצע שטאָט מיט שמיץ און אַרױפֿגעלײגט אױף אַלע ייִדן אַזאַ שװערן אָפּצאָל, אַז זײ האָבן הונדערט יאָר כּסדר נישט געקאָנט זיך אױסצאָלן.

― פֿאַרװאָס דער „קאַפּעליוש“ איז אױף מיר ברוגז ― שטױסט איר זיך מסתּמא, אַז דער רוגז װאַקסט נאָך פֿון דער געשיכטע מיט די „קעפּלעך“, װאָס כ'האָב אײַך דערצײלט. כאָטש גאָט איז מײַן עדות, אַז איך בין אין דעם אַזױ שולדיק, װי איר זײַט שולדיק. נאָר גאָרנישט. ער רעכנט, אַז דאָס האָב איך אַרױסגעגעבן דער „יאַרמעלקע“ אַלע סודות פֿון דער רעדאַקציע. װיבאַלד אַזױ, װאָלט, דאַכט זיך, די „יאַרמעלקע“ באַדאַרפֿט שלאָגן מיט מיר בלאַט, אַיאָ? לאָזט זיך אױס, אַז מײַן פֿוס טאָר דאָרט נישט זײַן! איבער װאָס? װעט איר הערן אַ שײנס. דאָס איז אָבער אַ לעכעריקע מעשׂה.

דאָ האָט זיך מײַן אינטערװיוער אױסגעדרײט מיטן פּנים צו די װאַנט, זיך פֿאַרשטעלט מיט בײדע הענט און שטילערהײט געלאַכט. דערנאָך, אַז ער האָט זיך גוט אױסגעלאַכט, האָט ער גענומען דערצײלן די מעשׂה:

― דאָס איז געװען שױן לאַנג, נאָך פֿאַר די „קעפּלעך“. איך בין דעמאָלט געװען כּל־ולך בײַם רעדאַקטאָר פֿונעם „קאַפּעליוש“. איך האָב זיך גערעכנט כּמעט סעקרעטאַר פֿון דער רעדאַקציע. אַלע סודות זײַנען געװען בײַ מיר אין די הענט. נישט געװען קײן פֿאַרבאָרגענע זאַך פֿאַר מיר. אין דער „יאַרמעלקע“ איז אױך געװען אַ סעקרעטאַר, טאַקע דעם רעדאַקטאָרס אַן אײגענער שװאָגער און מײַנער אַ גוטער פֿרײַנט, אַן אוהבֿ־נאמן. װאָס בײַ אונדז האָט זיך געטאָן האָב איך געװוּסט. דאָס הײסט מיר האָבן זיך אַרױסגעגעבן אײנער דעם אַנדערן אַלע סודות פֿון דער רעדאַקציע, זיך געביטן שטילערהײט מיט טעלעגראַמעס, געװיזן אײנער דעם אַנדערן געהײמע בריװלעך, און טאָמער עפּעס אַן עקסטרע ― האָבן מיר געגעבן צו װיסן אײנער דעם אַנדערן דורכן טעלעפֿאָן.

― ויהי היום, טרעפֿט זיך אַ מעשׂה, איך זיץ אײנמאָל אין דער רעדאַקציע אײנער אַלײן, שױן װײַט נאָך האַלבער נאַכט, צוגעשפּאַרט אױף דער קושעטקע, און כאַפּ אַ דרעמל. קלינגט מען מיר אין טעלעפֿאָן אײן מאָל און צװײ מאָל און דרײַ מאָל. איך דרעמל אַזױ געשמאַק, האַלט אין בעסטן שלאָף, און יענער דרײט מיר אַ מוח: טער־טער־טער־טער! „קלינג, טראַכט איך מיר, צעזעצטערהײט, איך װעל זיך נישט רירן פֿונעם אָרט“. יענער װיל אָבער נישט אױפֿהערן: טער־טער־טער־טער־טער! בקיצור, עס העלפֿט נישט. איך שטײ אױף, נעם דאָס טרײַבל: „װער איז דאָרטן?“ לאָזט זיך אױס, ס'איז מײַן פֿרײַנט פֿון דער „יאַרמעלקע“. „װאָס טוסטו, פֿרעגט ער מיך, דו שלאָפֿסט?“ „חס־ושלום, זאָג איך, װאָס הײסט איך שלאָף?“ „װאָס דען טוסטו?“ „איך אַרבעט“. „װאָס אַרבעטסטו? פֿאַראַן עפּעס נײַס?“ „נאָך אַ מין נײַס!“ „דהײַנו?“ „דהײַנו, זאָג איך, אַ פּאָגראָם“. „אַ פּאָגראָם? װוּ?“ „װאָס הײסט װוּ, זאָג איך, אַנו טרעף, װוּ דאַרף זײַן אַ פּאָגראָם?“ זאָגט ער: „אַװדאי אין קעשענעװ?“ זאָג איך: „אַזאַ יאָר אױף מיר, װאָס פֿאַר אַ חכם דו ביסט!“ זאָגט ער: „טאַקע עפּעס אַ רעכטער פּאָגראָם?“ זאָג איך: „מיט אַלע פּיטשעװקעס“. „עפּעס פֿאַראַן געהרגעטע?“ זאָג איך: „צװײ הונדערט“. „געשענדטע פֿרױען?“ „פֿינף און דרײַסיק“. „קינדער צעריסענע?“ „אָן אַ שיעור!“… מער האָב איך פֿון אים נישט געהערט, װאַרעם ער האָט זיך געאײַלט איבערצוגעבן די טעלעגראַמע פֿון קעשענעװ צום דרוק. און װאָס מאָרגן האָט זיך געטאָן, אַז די „יאַרמעלקע“ איז אַרױס מיט אַ דרײַגאָרנדיק קעפּל: „אַ נײַער פּאָגראָם אין קעשענעװ! (פֿון אונדזער ספּעציעלן קאָרעספּאָנדענט)“ ― דאַרף איך אײַך נישט דערצײלן. אונדזער רעדאַקטאָר פֿונעם „קאַפּעליוש“ איז שיִער נישט משוגע געװאָרן ― נישט פֿון דעם פּאָגראָם, חלילה, נאָר פֿון דעם װאָס אַזאַ פֿעטע נײַס איז אין דער „יאַרמעלקע“ פֿאַראַן און אין „קאַפּעליוש“ נישט! ער האָט אונדז אַלעמען איבערגעטריבן אױף רעטשקע, אַ גאַנצן טאָג געגעסן און געיאַדעט ― ביז עס האָט זיך אַרױסבאַװיזן, אַז די מעשׂה איז אַ ליגן, נישט געשטױגן, נישט געפֿלױגן. דעמאָלט האָט שױן דער רעדאַקטאָר פֿון דער „יאַרמעלקע“ גענומען אַרבעטן מעשׂים, דערגרונטעװען זיך, פֿון װאַנען האָט זיך גענומען צו אים אַזאַ אומגעלומפּערטע טעלעגראַמע, און עס האָט געהאַלטן, אַז דער סעקרעטאַר, כאָטש ער איז אַ שװאָגער, זאָל נעמען דעם װעג און זאָל נאָך זײַן גוט אױסגעפּאַטשט אױך. אַזױ לאַנג, אַזױ ברײט, ביז ער האָט זיך נעבעך געמוזט מודה זײַן, פֿון װעמען דאָס װאַקסט. דעמאָלט האָט דער רעדאַקטאָר פֿון דער „יאַרמעלקע“ באַפֿױלן, אַז טאָמער באַװײַז איך זיך פֿאַרבײַ דער רעדאַקציע, ביז איך אַ טױטער…

בײַ די װערטער האָט זיך דערהערט אַ קלאַפּ אין טיר. איך האָב געבעטן אַרײַן, און עס האָט זיך באַװיזן אַ יונגער פּאַרשױן מיט אַ רױט באַשפּרענקלט פּנים, מיט אױך אַ גרױסן פּאָרטפֿעל. מײַן לאַכעדיקער יונגערמאַן האָט דערזען דעם אַרײַנגעקומענעם פּאַרשױן, איז גלײַך װי ער װאָלט דערזען עמעצן פֿון יענער װעלט. זײַנע אױגן זײַנען אים געװאָרן גרױס, און אַלײן איז ער אױפֿגעשטאַנען, אַ כאַפּ געגעבן זײַן פּאָרטפֿעל, זיך אין דער גיך אָפּגעזעגנט מיט מיר און איז נעלם געװאָרן. געבליבן מיטן נײַעם פּאַרשױן אין צװײען, האָב איך אים געבעטן זיצן. ער האָט זיך באַדאַנקט, אַרױסגענומען פֿון פּאָרטפֿעל אַ בױגן פּאַפּיר און פֿון דער זײַט־קעשענע אַ פֿילפֿעדער און האָט זיך אַװעקגעזעצט גרײט צו דער אַרבעט.

― האָט קײן פֿאַראיבל נישט, ― האָט ער אָנגעהױבן ― איך האָב געהערט, אַז איר זײַט דאָ, האָב איך אײַך געװאָלט אינטערװיויִרן. װאָס האָט געטאָן בײַ אײַך אָט דער כלאַמידניק?

― װאָסער כלאַמידניק?

― אָט דער, מיטן פּאָרטפֿעל, װאָס האָט געכאַפּט דאָס היטל און איז אַרױסגעלאָפֿן, װי פֿון אַ שׂרפֿה? ער האָט אײַך עפּעס דערצײלט אַ סך מעשׂיות? זאָל עס גאָר פֿאַלן אין ים אַרײַן, רבונו של עולם, און אַזױ װי איך האָב עס נישט געהערט, אַזױ זאָל עס מיר נישט שאַטן!

― װאָס איז? ער איז דען אַ…?

― איר װילט זאָגן אַ ליגנער? כאַ־כאַ־כאַ! אַ ליגנער צו אַ ליגנער איז נישט גלײַך! כּל היוצא מפּיו איז שקר־וכּזבֿ! אױף אים האָב איך אַמאָל געזאָגט און געשריבן אין אַ פֿעליעטאָן: פֿאַראַן, זאָג איך, צװײערלײ מינים ליגנערס. פֿאַראַן, זאָג איך, אַ ליגנער, װאָס זאָגט אױף שװאַרץ װײַס און אױף זיס ביטער. דער, זאָג איך, איז אַ ליגנער, װאָס זאָגט, זאָג איך, אױף שװאַרץ, אַז ס'איז זױער און אױף זיס ― אַלט־געבאַקן. כאַ־כאַ־כאַ, גוט אַרײַנגעזאָגט? ער האָט נאָך אָ מעלה: אַז ער זאָגט אַ חכמה, לאַכט ער זיך פֿריִער גוט אױסעט און דערנאָך ערשט דערצײלט ער אַ נאַרישקײט. אױף אים האָב איך אַמאָל געזאָגט און געשריבן אין אַ פֿעליעטאָן, אַז ס'איז פֿאַראַן, זאָג איך, דרײַערלײ חכמים. אײן חכם זאָגט אַ חכמה און לאַכט אַלײן. דער אַנדער חכם זאָגט אַ חכמה, לאַכט יענער. דער דריטער חכם, זאָג איך, זאָגט אַ חכמה און קײנער לאַכט נישט. כאַ־כאַ־כאַ. װי געפֿעלט דאָס אײַך? שאַט! איר זײַט נאָך נישט פֿאַרטיק ― ער איז נאָך טױב אױך. טױב װי די װאַנט. איך האָב אַמאָל געזאָגט אױף אים, אַז איך בין אים מקנא: ער הערט נישט די װעלט. כאַ־כאַ־כאַ! און דאָס האָט אַ השׂגה צו רופֿן זיך ליטעראַט. כאָטש ער געהער זיך אַזױ אָן מיט ליטעראַטור, װי איך געהער זיך אָן מיט דער ענגלישער מלכּה אַ גליד־שװעסטערקינד, כאַ־כאַ־כאַ! איר װוּנדערט זיך, װאָס איך בין פֿרײלעך? דאָס איז דער כאַראַקטער פֿון מײַן טאַלאַנט. איך בין מיט אײַך פֿון אײן חדר. דאָס הײסט. איך בין אױך אַ הומאָריסט, און מײַנע שרײַבעכצן איז נאָר סאַטירע און סאַטירע און סאַטירע. איך האָב אַנומלט אָנגעשריבן אױף אַ יונג פּאָר־פֿאָלק אַ סאַטירע, האָב איך עס געמוזט דערנאָך פֿאַרברענען. נעמען דעם מאַנוסקריפּט און פֿאַרברענען אױפֿן פֿײַער. פֿאַרװאָס? װאָרעם אַזאַ שטאָט איז בײַ אונדז. נישטאָ קײן סוד אין כּתרילעװקע. איך האָב מײַן סאַטירע געלײענט פֿאַר אַ פּאָר מענטשן בסוד־סודות, באַשװאָרן זײ, אַז קײן פֿױגל זאָל נישט װיסן. זײַנען זײ זיך מישבֿ און צעטראָגן עס איבער דער גאַנצער שטאָט. האָב איך געהאַט פֿונעם פּאָר־פֿאָלק אָפּגעשניטענע יאָרן! דאָס װײַבל האָט געזאָגט, אַז זי װעט זיך נאָר אַ מעשׂה אָנטאָן, און דער יונגערמאַן האָט געשװאָרן בײַ גאָט, אַז ער װעט מיר אַרײַנשטעכן אַ מעסער אין האַרצן. װאָס זאָגט איר אױף דעם באַנדיט? גײ שרײַב סאַטירעס אױף אַזעלכע לײַט! װאָס דאַרפֿט איר מער, איך װעל אײַך דערצײלן אַ שענערע מעשׂה…

עס האָט זיך דערהערט אַ פֿרישער קלאַפּ אין טיר. איך האָב געבעטן אַרײַן, און װי נאָר דער נײַער פּאַרשױן האָט זיך באַװיזן אױף דער שװעל, האָט דער הומאָריסט זיך געגעבן אַ כאַפּ־אױף, פֿאַרנומען דעם פּאָרטפֿעל מיטן בױגן פּאַפּיר, אין דער גיך זיך אָפּגעזעגנט מיט מיר, צוגעזאָגט אַרײַנקומען שפּעטער, און איז אַרױסגעשװוּמען פֿון מײַן חדר. אױף זײַן אָרט איז געשטאַנען אַ יונגערמאַן אַ דאַרער, אַ הױכער, אַ טרוקענער, מיט אַ קלײן שיטער בערדל און מיט גרױסע טראַגישע אױגן אונטער זילבערנע ברילן ― אַ מין דאָן קיכאָטDon Quixote פֿון אונדזערע צײַטן. אַרײַנגעקומען איז ער אױך מיט אַ גרױסן פּאָרטפֿעל און גענומען זיך אַרומצוקוקן אױף אַלע זײַטן. איך האָב אים געבעטן זיצן. ער טוט זײַנס ― ער קוקט און קוקט, װי ער װאָלט עפּעס געזוכט.

― װאָס זוכט איר?

― איך זוך נישט, איך קוק נאָר, װאָס האָט דאָ געטאָן אָט דער חבֿרה־מאַן?

― װאָסער חבֿרה־מאַן?

― אָט דער, װאָס איז נאָר־װאָס געװען בײַ אײַך. איך קוק, צי האָט ער עפּעס נישט אַװעקגעלקחנט בײַ אײַך?

― װאָס איז, ער איז דען אַ…?

― אַ גנבֿ! אַ נאָטקע! בײַ אים איז רעכט אַלצדינג: אַ זײגערל איז אַ זײגערל, אַ לעפֿל איז אַ לעפֿל. ער האָט אױף זײַן לעבן נאָך קײן צװײ שורות נישט אַרױסגעגעבן, זײ זאָלן זײַן זײַנע. אַלע װײסן דאָס. אַנומלט האָב איך אָנגעשריבן אַ פּאָעמע ― איך בין אַ פּאָעט מיט גאָטס הילף און שרײַב לידער, פּאָעזיע שרײַב איך. מײַן נאָמען איז אָט דאָ, אין דעם קאַרטל, און געקומען בין איך אײַך צו אינטערװיויִרן, װײַל איך האָב געהערט, אַן איר זײַט דאָ, װעט איר אונדז דערצײלן נײַס ― נאָר האָט קײן פֿאַראיבל נישט, איך האָב אָנגעהױבן צו דערצײלן אײַך די מעשׂה פֿון מײַן פּאָעמע, מוז איך אײַך שױן דערצײלן ביזן סוף. אַלזאָalso: אַזױ, האָב איך אָנגעשריבן אַ פּאָעמע. אַן אױסגעצײכנטע זאַך. אַז איר װעט װעלן, װעל איך אײַך זי איבערלאָזן, איר זאָלט זי לײענען, אָדער איך װעל אײַך זי אַלײן איבערלײענען פֿון אָנהײב ביזן סוף, װעט איר זען, װאָס דאָס איז פֿאַר אַ סחורה. איר װעט אַלײן זאָגן, אַז אַ פּאָעט איז שטאַרקער פֿון אײַזן, אַז ער האַלט זיך אײַן אין אַזאַ אָרט, װי כּתרילעװקע, פֿאַרברענט זאָל דאָס װערן! שטעלט אײַך פֿאָר, איך קום מיט מײַן פּאָעמע אין דער רעדאַקציע פֿון דער „יאַרמעלקע“ און בעט, מע זאָל דאָס איבערלײענען, כאָטש איבערלײענען. זאָגט מען מיר, אַז זײ האַלטן נישט פֿון קײן לידער. קום איך אין דער רעדאַקציע פֿונעם „קאַפּעליוש“. שױן כּלומרשט אַ ראַדיקאַלער אָרגאַן, אַ פֿרײַע צײַטונג. זאָגן זײ: ס'איז קײן פּלאַץ נישטאָ. זאָג איך: אָבער איבערלײענען מעגט איר דאָך! זאָגן זײ: ס'איז קײן צײַט נישטאָ. און אָט אַזױ זײַנען זײ אַלע: דער האָט קײן פּלאַץ נישט, דער האָט קײן צײַט נישט. גײט שרײַבט פּאָעמעס! װעט איר פֿרעגן: װער הײסט אײַך שרײַבן? ― װאָס זאָל איך טאָן, אַז סע שרײַבט זיך פֿאָרט? אַלע טאָג מוז איך שרײַבן. אַלע װאָך װערט בײַ מיר פֿאַרטיק

אַ פּאָעמע און אַ מאָל צװײ… נאָר איך האָב אײַך אָנגעהױבן צו דערצײלן פֿון יענעם חבֿרה־מאַן, מוז איך אײַך שױן דערצײלן ביזן סוף. האָב איך מײַן פּאָעמע געלײענט פֿאַר אַ פּאָר פֿרײַנט, האָבן זײ געלעקט די פֿינגער, געזאָגט, אַז זײ האָבן שױן לאַנג אַזאַ אַנטיק נישט געלײענט. איז גוט? איז זיך מישבֿ יענער חבֿרה־מאַן און שרײַבט אױך אָן אַ פּאָעמע מיטן זעלבן נאָמען און מיטן זעלבן אינהאַלט, אָבער װאָרט אין װאָרט, און טראָגט זיך אַרום מיט איר איבער דער שטאָט און לײענט זי פֿאָר איטלעכן באַזונדער און גיט זי אַרױס פֿאַר זײַן אײגענער פּאָעמע. זאָל איך שװײַגן? האָב איך געמאַכט אַ גװאַלד ― איך װיל אים רופֿן צו מענטשן. װיל ער נישט גײן. האָב איך אָנגעבאָטן גוטע פֿרײַנט, מע זאָל אים נײטן. בקיצור, מע האָט אים געבראַכט, דעם חבֿרה־מאַן, צו מענטשן, און מענטשן, לױטער ליטעראַטן און שריפֿטשטעלער, האָבן אױסגעהערט אונדזערע בײדנס טענות און די עדות פֿון בײדע צדדים, דערנאָך האָט מען דורכגעקוקט בײדע פּאָעמעס און ס'איז טאַקע װאָרט אין װאָרט, װי בײַ מיר. מײנט איר דאָך אַװדאי, אַז מע האָט אים געקנסט מיט מי־יודע װאָס? קענט איר נישט אונדזערע כּתרילעװקער ליטעראַטן און שריפֿטשטעלער. זײ האָבן געפֿונען, אַזױ װי בײדע פּאָעמעס זײַנען נאָך זײער מײנונג געשריבן געװאָרן יאַקבי אױף דער זעלבער אַרט װי בײַ פּושקינעןАлександр Сергеевич Пушкин 1799-1837, דאָס הײסט, פּושקין האָט, זאָגן זײ, אױך באַאַרבעט די זעלביקע טעמע אַ סך פֿריִער, על־כּן… װאָס כאַפּט איר זיך אַװעקצוגײן? און װאָס װעט זײַן מיט אונדזער אינטערװיו?…

י. אַ מעשׂה מיט אַ יובילעום

„איר זײַט געבעטן צו קומען אױף דעם אָװנט, װאָס װערט הײַנט אַראַנזשירט לכּבֿוד דעם גרױסן שריפֿטשטעלער און דראַמאַטורג קאָפּל בן צבֿי נאָדלמאַן המכונה ק′ב′צ′ן′, צו זײַן פֿינף־און־צװאַנציק־יעריקן יובילעום. דער אָװנט װעט פֿאָרקומען אין דעם גרױסן כּתרילעװקער רעסטאָראַן פֿון אַלטער פּאַוגאַטש, געװעזענער יאַנקל קװאָטשקע“. אָט אַזאַ מין אײַנלאַדונג האָב איך באַקומען פֿון דער פּאָסט. געחתמעט אױף דער אײַנלאַדונג איז געװען נישט קײנער, נאָר: „די קאָמיטע“.

קױם דערלעבט דעם אױפֿדערנאַכט, האָב איך מיך איבערגעטאָן, גענומען אַ פֿורל און געהײסן זיך צופֿירן צום גרױסן כּתרילעװקער רעסטאָראַן פֿון אַלטער פּאַוגאַטש, געװעזענער יאַנקל קװאָטשקע.

דער בנוהג־שבעולם איז, אַז מע דערצײלט אַ מעשׂה און מע קומט צו צו אַ שטוב, הײבט מען אָן צו באַשרײַבן פֿריִער די שטוב, װי זי זעט אױס פֿון דרױסן, דערנאָך פֿון אינעװײניק. נאָר װײַל דער בנוהג־שבעולם איז אַזױ, דעריבער טו איך אַקוראַט פֿאַרקערט און גײ אַריבער גלײַך צו דער מעשׂה.

װײַזן װײַזט אױס, אַז איך האָב מיך אַביסל צוגעאײַלט, װאָרעם דער זאַל איז געװען נאָך כּמעט פּוסט. עס האָבן זיך אַרומגעדרײט די „מענטשן“. אָנגעטאָן אין אָפּגעבאַרעטע פֿראַקן מיט פּאַפּירענע, נישט איבעריק װײַסע מאַנישקעס, צעשטעלט דאָס געפֿעס אױף דעם געגרײט לאַנגן טיש און שטאַרק געקלונגען מיט די גאָפּל־מעסער. אַ שאַרפֿער אַראָמאַט פֿון אײַנגעהאַקטע הערינג מיט ציבעלעס האָט זיך געלאָזט הערן איבער דער גאַנצער שטוב, און אַ קול פֿון אַ קלײן עופֿעלע פֿון אַ זײַטיקן חדר האָט געגעבן צו װיסן, אַז אָט דאָ אין דעם הױז איז נישט לאַנג געבױרן געװאָרן אַ נפֿשל אױף גאָטס װעלט. װער איז געװען די גליקלעכע געװינערין ― צי די בעל־הביתטע אַלײן, צי איר טאָכטער, אָדער איר שנור, אָדער אפֿשר גאָר אַ װילד־פֿרעמדע, אַן אורחטע ― דאָס װײס איך נישט. אַ פֿאַקט איז, אַז דאָס עופֿעלע האָט געשריגן מיט די לעצטע כּוחות, שיִער נישט צעריסן געװאָרן שרײַענדיק. אין אַזאַ פֿאַל איז גוט ביבולע־פּאַפּיר, אײַנגעטונקען אין ספּירט, אָנגעצונדן מיט אַ שװעבעלע און צולײגן דאָס צום בײַכל; אָדער אַ טיכעלע, אײַנגעטונקען אין בראָנפֿן און באַשאָטן פֿון אױבן מיט פֿעפֿער: אָדער פֿון דער אַפּטײק פֿאַר צװײ גראָשן „פּערעגאַרעקtinctura opii camphorata“ איז זײער גוט; אָדער אַז נישט ― איז גאָר געבן דעם קינד זײגן. דאָס איז דאָס בעסטע פֿון אַלע טיטלען.

אױסער די „מענטשן“ אין פֿראַקן, װאָס זײַנען געװען באַשעפֿטיקט מיטן גרײטן צום טיש, איז געװען צו באַמערקן עטלעכע יונגע לײַט, װאָס נאָך זײערע לאַנגע האָר און נאָך די ברילן אױף די אױגן בין איך געװען כּמעט זיכער, אַז דאָס זײַנען שריפֿטשטעלער און ליטעראַטן, װאָס זײַנען געקומען גלײַך מיט מיר צום יובילעום. אײן זאַך נאָר איז מיר געװען אַביסל קשה: די יונגע לײַט זײַנען געװען שױן צו־פֿרעמד אײנער צום אַנדערן און האָבן נישט נאָר נישט אַרױסגערעדט צװישן זיך קײן אײנציק װאָרט ― זײ האָבן אַפֿילו נישט געקוקט אײנס אױף דאָס אַנדערע, אַרומגעשפּאַצירט מיט די הענט אין די קעשענעס פֿראַנק און פֿרײַ, אָדער געקוקט אין פֿענצטער אַרײַן און געפֿײַפֿט, גלײַך װי יעדער פֿון זײ װאָלט דאָ געװען דער אײנציקער אין זאַל. ביז גאָט האָט געהאָלפֿן, עס האָבן אָנגעהױבן צו קומען פּאַרשױנען נאָך און נאָך, און צװישן זײ מײַן גוטער באַקאַנטער, מײַן לאַכנדיקער אינטערװיוער, ― האָט ער מיר שטיל אױפֿן אױער אײַנגערױמט אַ סוד, אַז דאָס זײַנען לױטער קאָלעגן, און נישט נאָר קאָלעגן ― אײניקע פֿון זײ אַרבעטן שױן פֿון װײס איך װען אָן אין אַ גאַזעט. ― למאַי זשע רײדן זײ נישט צװישן זיך, אַז זײ זײַנען קאָלעגן?

― טאַקע דערימאַך רײדן זײ נישט צװישן זיך, װײַל זײ זײַנען קאָלעגן. זעט איר אָט־אַ־יענעם־אָ, מיט די שװאַרצע קודלעס? ― דאָס איז אַ דיכטער, װאָס שרײַבט לידער, און זעלטן־זעלטן שרײַבט ער אױך פּראָזע, נאָר רײדן רעדט ער נישט מיט קײנעם, אַפֿילו מיט זײַן אײגן װײַב ― סע שטײט אים נישט אָן. ער האַלט זיך גרעסער פֿון דער גאַנצער װעלט, און אַפֿילו פֿון זיך אַלײן… פּושקין איז אַ הונט. לערמאָנטאָװМихаил Юрьевич Лермонтов 1814-1841 ― אַ ייִנגל. מיט הײַנעןChristian Johann Heinrich Heine: 1797-1856 האָט מען אים אַ מאָל פֿאַרגלײַכט, איז ער געװאָרן אָנגעצונדן: װאָס איז הײַנע? אַ לץ! אַ בדחן!… אױף אים דערצײלט מען אַ שײנע מעשׂה: ער גײט נישט אין באָד אַרײַן. ער איז געװען אַ מאָל אין באָד און דערזען זיך אַ נאַקעטן, איז ער געװאָרן מלא כּעס־וחמה: אַזאַ גרױסער דיכטער ― זאָל מען אים זען אַ נאַקעטן!

דערבײַ האָט זיך מײַן פֿרײַנט פֿאַרשטעלט דאָס פּנים מיט בײדע הענט און האָט זיך צעלאַכט מיט זײַן שטילן געלעכטער. און אַז ער האָט זיך גוט אױסגעלאַכט, האָט ער זיך גענומען מיך אונטערהאַלטן װײַטער.

― און אָט־אַ־יענעם זעט איר, װאָס מיט די בלױע ברילן און מיטן קורצן װײטיקל? דאָס איז אַ דראַמאַטורג, װאָס באַקט דראַמעס, װי מע באַקט בײגל. װיפֿל װאָכן אין יאָר, אַזױ פֿיל דראַמעס. מײנט איר, ער האָט עפּעס דערפֿון? צרות האָט ער. ער האָט אַ װײַבל, װערט זי אַלע יאָר געלעגן. װיל ער נישט לײַדן: „אַלע יאָר אַ קינד!“ זאָגט זי: „װײסטו װאָס? לאָמיר זיך בײַטן: האָב דו קינדער און איך װעל שרײַבן דראַמעס“.

דאָ האָט זיך מײַן פֿרײַנט װידער פֿאַרשטעלט דאָס פּנים און װידער שטיל געלאַכט. און אַז ער האָט זיך אױסגעלאַכט, האָט ער גענומען דערצײלן װײַטער מיט זײַן שטיל קול, װאָס מע קאָן לעבן אים אַנטשלאָפֿן װערן:

― און אָט־אָ־יענעם ייִדן זעט איר. װאָס מיט די קאַליע אױגן? דאָס איז אַ ראָמאַנען־שרײַבער. ער שרײַבט ראָמאַנען. גאַנצע טעג מיט גאַנצע נעכט זיצט ער און שרײַבט ראָמאַנען. נישט אומזיסט זײַנען אים קאַליע געװאָרן די אױגן. צוליב װאָס ער שרײַבט ראָמאַנען ― װײס קײנער נישט. בסך־הכּל האָט ער אױף זײַן לעבן אָנגעשריבן עפּעס אַ מעשׂה, און די „יאַרמעלקע“ האָט זי אָפּגעדרוקט. פֿון דעמאָלט אָן האַלט אָט דער ייִד אין אײן שרײַבן ראָמאַנען. קײנער דרוקט זײ נישט. קײנער לײענט זײ נישט. נאָר ס'איז נישט זײַן עסק ― ער שרײַבט. דערצו האָט אים גאָט געבענטשט מיט אַ װײַב, האַלט זי אַ קלײטל פֿון שרײַבגעצײַג, גיט ער איר צו לײזן געלט, דאָס הײסט…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

דאָ איז מײַן פֿרײַנט מיטאַמאָל אַנטשװיגן געװאָרן און געבליבן סטאַטעטשנע, װי אַ סאָלדאַט, אַז ער דערזעט אַן אָפֿיציר. עס זײַנען אַרײַנגעקומען צװײ נײַע פּאַרשױנען. אײנער אַ הױכער אין אַ קאַפּעליוש, דער אַנדערער אַ נידעריקער פּעמפּיק מיט אַ פֿײַן בײַכל. אַרײַנגעקומען זײַנען די צװײ דורך אײן טיר, גאָר שטאַרק אָנגעדרודלט אײנס אױף דאָס אַנדערע, געקוקט דער אַהין, דער אַהער. יענער, דער לאַנגער, װאָס מיטן קאַפּעליוש, האָט אױסגעטאָן דעם קאַפּעליוש, דערלאַנגט אַ װוּנק צו דער פֿאַרזאַמלונג און געזוכט אַן אָרט אױף אַװעקצוזעצן זיך. און דער אַנדערער, דער פּעמפּיק מיט בײַכל, האָט אױסגעטאָן דאָס היטל אָנגעטאָן אַ זײַדן יאַרמעלקעלע און אױך גענומען זוכן אַן אָרט אױף צו באַזעצן זיך. אין דער צײַט האָט מיר מײַן לאַכנדיקער פֿרײַנט אײַנגערױמט דערװײַל אַ סוד אױפֿן אױער, אַז דאָס זײַנען זײ, די כּתרילעװקער רעדאַקטאָרן, פֿונעם „קאַפּעליוש“ און פֿון דער „יאַרמעלקע“.

― איר װאָלט זיך באַדאַרפֿט מיט זײ באַקענען, נאָר איצט איז אוממעגלעך. ― אַזױ זאָגט צו מיר מײַן פֿרײַנט. פֿרעג איך אים:

― פֿאַרװאָס?

― װײַל טאָמער באַקענט איר זיך מיט אײנעם פֿריִער, װעט דער אַנדערער אױף אײַך זײַן אַש־להבֿה!

― װאָס זשע טוט מען?

― גאָרנישט. עלעהײ איר זײַט געשטאָרבן.

― אַ דאַנק.

― נישטאָ פֿאַרװאָס.

און דער עולם איז געגאַנגען און געגאַנגען, דער זאַל איז געװאָרן פֿול געפּאַקט, און דער יובילײ האָט זיך אָנגעהױבן.

דער יובילאַר אַלײן, אַ ייִד שױן אין די יאָרן, מיט אַ בלאַס הונגעריק פּנים, נאָר אין אַ נײַער שבתדיקער קאַפּאָטע, איז זיך געזעסן די גאַנצע צײַט זײער באַשײדן אָן אַ זײַט. מע האָט אים נישט געהערט און נישט געזען. ערשט דעמאָלט, אַז ס'איז געקומען די צײַט, האָט מען אים אַרױפֿגעפֿירט און אַװעקגעזעצט אױבנאָן, און ער האָט אױסגעזען, װי אַן אַלמן צו דער צװײטער חופּה.

די קאַפּאָטע, זאָג איך נאָך אַ מאָל און שטרײַך עס אונטער, איז געװען אַ שבתדיקע און אַ נײַע. נאָר אײן חסרון האָט זי געהאַט ― זי איז געזעסן אױף אים, װי אַ װילד־פֿרעמדע, און גלײַך װי מײַנע געדאַנקען װאָלטן געװען אָנגעשריבן אױפֿן שטערן, האָט מײַן פֿרײַנט מיר אַרײַנגעשושקעט אין אױער אַרײַן:

― ס'איז נישט זײַן קאַפּאָטע. ס'אַ געליִענע. מחמת ער איז, לא־עליכם, אַ גרױסער אבֿיון. און דער יובילײ, װאָס מיר מאַכן אים, איז נאָר מצד רחמנות.

― װאָס הײסט מצד רחמנות?

― אַזױ. אַ מענטש פּלאָגט זיך כּל־ימיו. געלט פֿון זײַנע שרײַבעכצן האָט ער װינציק־װאָס געהאַט. כּבֿוד ― נאָך װינציקער. לאָז ער כאָטש אױף דער עלטער האָבן אַ ביסל נחת־רוח, אַ שטיקל יובילײ.

― רבותי! איך בעט אַלע זאָלן פֿאַרנעמען די ערטער! אַזױ האָט אױסגערופֿן אַ געלער יונגערמאַנטשיק מיט גאָלדענע ברילן און מיט אַ געמבע, װאָס גאָרנישט נאָך די יאָרן.

דאָס איז געװען דער פּרעזידענט פֿון דער קאָמיטעט, און ער האָט גענומען אָנװײַזן פֿלינק און געשיקט יעדן אױף זײַן אָרט; און אַז ס'איז געקומען צום חתן־היובֿל, האָט ער אים גענומען אונטער אַ האַנט און האָט אים באַזעצט גאַנץ אױבנאָן, און בײַ בײדע זײַטן האָט ער בריהש, אין אײן און דער זעלבער צײַט, אַװעקגעזעצט בײדע רעדאַקטאָרן, דעם „קאַפּעליוש“ מיט דער „יאַרמעלקע“, װעלכע האָבן זיך אױסגעדרײט אײנער צום אַנדערן, מחילה, מיטן הינטערשטן חלק און האָבן אױסגעזען, װי צװײ אונטערפֿירער, װאָס זײַנען צװישן זיך פֿײַער מיט װאַסער, אױף מעסערשטעך.

― רבותי! ― האָט דער געלער פּרעזידענט אָנגעהױבן זײַן ערשט װאָרט. ― רבותי! מיר האָבן זיך צונױפֿגעזאַמלט דאָ הײַנטיקע נאַכט צו פֿײַערן דעם יובילײ פֿון דעם עלטערן און גרעסערן פֿון אונדזערע שריפֿטשטעלער…

― דעם „גרעסערן“? ― האָט זיך אױפֿגעכאַפּט דער דיכטער מיט די שװאַרצע קודלעס. ― דעם „עלטערן“ פֿאַרשטײ איך נאָך. אָבער דעם „גרעסערן“? װאָס פֿאַר אַ „גרעסערער“?

― אַ ביסעלע אַ גוזמא. ― האָט אים אונטערגעהאַלטן דער דראַמאַטורג מיט די בלױע ברילן.

― נישט קײן גוזמא, נאָר אַ חוצפּה. ― האָט זיך אָפּגערופֿן דער ראָמאַנען־שרײַבער מיט די קאַליע אױגן, און דער דיכטער מיט די שװאַרצע קודלעס האָט אונטערגעכאַפּט אױף אַ קול:

― אַ גרױסע חוצפּה! אַ חוצפּה און אַן אידיאָטסטװעидиотство: נאַרישקײט!

― איר זײַט אַלײן אַ אידיאָט! ― האָט שױן דער פּרעזידענט נישט געקאָנט אַריבערטראָגן מער, און דער דיכטער מיט די שװאַרצע קודלעס האָט אַזש אָנגעהױבן צו ציטערן פֿאַר כּעס. מײַנע אױגן האָבן זיך אַװעקגעשטעלט אױפֿן יובילאַר נעבעך אין דער געליִענער קאַפּאָטע. זײַן בלאַס פּנים איז געװאָרן נאָך מער בלאַס: זײַנע אױגן האָבן װי גערעדט, געבעטן זיך: „ייִדן! האָט רחמנות! פֿאַרשטערט מיר נישט מײַן שׂמחה!“… ס'איז אָבער געװען צו שפּעט. סטײַטש, מע האָט גענומען דעם באַרימטסטן פֿון אַלע דיכטער, װאָס פּושקין איז אַקעגן אים אַ הונט, לערמאָנטאָװ אָ ייִנגל און הײַנע ― אַ לץ, אַ בדחן, און מע האָט געזאָגט אױף אים, אַז ער איז אַ אידיאָט! אױב אַזױ, טאָ נאַט זשע אײַך !…

― אַצינד איז די בעסטע צײַט, אַז מיר זאָלן זיך אַװעקמאַכן…

אַזױ האָט מיר מײַן גוטער פֿרײַנט אײַנגערױמט אַ סוד גלײַך אין אױער אַרײַן, און מיר האָבן זיך אַװעקגעמאַכט.

עפּילאָג

אױף מאָרגן אינדערפֿרי בין איך געװאָר געװאָרן, טאַקע פֿון מײַן גוטן פֿרײַנט, אַז מיר האָבן געטאָן גאַנץ גלײַך, װאָס מיר האָבן זיך באַצײַטנס „אַװעקגעמאַכט“.

יא. אַ מעשׂה מיט אַ לװיה

אײנמאָל אינדערפֿרי עפֿן איך אױף בײדע כּתרילעװקער צײַטונגען, דערזע איך אױבנאָן, אױף דער ערשטער זײַט, מיט אַ געדיכטן שװאַרצן ראַם אַרומגענומען, אָפּגעדרוקט אָט װאָס:

פֿאָריקע נאַכט האָט כּתרילעװקע געהאַט אַן אומגעהױער גרױסן שאָדן. עס איז געשטאָרבן צו 52 יאָר דער באַרימטער שריפֿטשטעלער אַבֿרהם יצחק װײַנגאָרטן המכונה א′בֿ′י′ו′ן′. די לװיה װעט זײַן הײַנט 12 אַ זײגער. אַלע שריפֿטשטעלער און ליטעראַטן זײַנען געבעטן צו קומען אין דער נײַער שול צום הספּד, און דאָרטן װעט באַשלאָסן װערן, װיִאַזױ ס'זאָל זײַן די לװיה, און אױך װיִאַזױ צו באַװאָרענען די אָרעמע אַלמנה און די אומגליקלעכע יתומים

דאַרף מען, אַ פּנים, זיך אָנטאָן און גײן אין דער נײַער שול אַרײַן. די „נײַע שול“ רופֿט מען זי נישט דערפֿאַר, װײַל זי איז זײער נײַ, נאָר דערפֿאַר, װײַל די אַלטע שול איז שױן צו אַלט, צו בײַכיק און צו אײַנגעבױגן. איך בין זיכער, אַז ניט הײַנט איז מאָרגן ― װעט זי געבן אַ פֿאַל אום, און עס װעט חלילה זײַן אַ קאַטאַסטראָפֿע. װען איך בין אַ כּתרילעװקער תּושבֿ, ניט קײן גאַסט, װאָס „קומט אױף אַ װײַל און זעט אױף אַ מײַל“, װאָלט איך געזאָגט, מע זאָל די שול אומװאַלגערן. נאָר אַזױ װי קײן שול װאַלגערט מען ניט אום, װאָלט איך געהײסן, מע זאָל איבערשיטן די װענט, אַרױפֿשטעלן אַ נײַעם דאַך ― און פֿאַרטיק. איז אָבער דער חסרון, װאָס דערצו דאַרף מען האָבן געלט, און קײן געלט איז ניטאָ ― די אַלטע כּתרילעװקער צרה! אַלצדינג האָט שױן דאָס מאָדערנע כּתרילעװקע, נאָר אײן זאַך פֿעלט דעם נאָך ― געלט. ע, װען כּתרילעװקע, צו איר חכמה און צו איר פּראָגרעס, האָט נאָך די מטבע אױך ― טע־טע־טע־טע!

ראשית, װאָלטן נישט געװען דאָרטן אַזױ פּיל אָרעמעלײַט, און דאָס װאָלט שױן געװען, מײן איך, אַ גרױסע טובֿה פֿאַר דער שטאָט, װאָרעם מיר דאַכט, אַז ס'איז גלײַכער אײן נגיד אײדער פֿופֿציק אָרעמעלײַט. איז אײנס. והשנית, פֿון װאַנען װאָלטן זיך גענומען אַזױ פֿיל לײדיקגײער, אַלערלײ פּוסטעפּאַסניקעס, שקצים־ורמשׂים און טונעיאַדצעס, װאָס װײסן נאָר שטאַרבן פֿון הונגער און אױסגײן פֿון קעלט? אַך, הונגער און קעלט! װען װעט שױן קומען די צײַט, װאָס די צװײ מכּות װעלן אױפֿהערן צו פּײַניקן די אָרעמע מענטשהײט בכלל און אונדזערע אומגליקלעכע כּתרילעװקער אַחינו־בני־ישׂראל בפֿרט?…

פֿאַרטיפֿט אין אַזעלכע אַלטרויִסטישע און הומאַניטאַרע מחשבֿות װעגן דער אָרעמער מענטשהײט און װעגן די אומגליקלעכע כּתרילעװקער ייִדן, האָב איך דערװײַל פֿאַרשפּעטיקט צו דער פֿאַרזאַמלונג אין דער נײַער שול צום אָנדענק פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם שריפֿטשטעלער אַבֿרהם יצחק װײַנגאָרטן המכונה א′בֿ′י′ו′ן', װאָרעם אַז איך בין געקומען, האָב איך שױן געטראָפֿן די שול פֿול־געפּאַקט מיט מענטשן, די פֿאַרזאַמלונג איז שױן לאַנג געװען געעפֿנט, און אײנער, אַ שריפֿטשטעלער, געװײנלעך, איז געשטאַנען און געדרשנט.

דאָס איז געװען זײער אַ שײנע, אַ רירנדיקע רעדע. אַ רירנדיקע ביז טרערן. דער רעדנער האָט מער נישט נאָר דערצײלט, װער דער ניפֿטר איז געװען און װי אַזױ ער האָט געלעבט. דאָס הײסט, װי אַזױ ער איז געשטאָרבן, װאָרעם געלעבט האָט ער, אײגנטלעך, גאָרנישט.

― רבותי! ― מיט די װערטער האָט דער רעדנער פֿאַרענדיקט זײַן דרשה ― רבותי! צװײ און פֿופֿציק יאָר נאָכאַנאַנד איז אַ מענטש געשטאָרבן. אין גיהנום האָט ער זיך געפֿונען. אין גיהנום האָט זיך געפֿונען אונדזער פֿאַרשטאָרבענער חבֿר אַלע צװײ און פֿופֿציק יאָר פֿון זײַן לעבן, און געחלומט האָט ער פֿון אַ גן־עדן, װעלכן ער האָט כּשר פֿאַרדינט, נאָר ער האָט אים נישט געהאַט. איך בין זיכער, אַז ער װעט אַרײַן גלײַך אַהין, אין גן־עדן אַרײַן. דעריבער דאַרפֿן מיר אים אָפּגעבן זײַן לעצטן כּבֿוד, װי עס פּאַסט פֿאַר אַ מאַן, װאָס גײט אין גן־עדן אַרײַן. דעריבער באַדאַרפֿן מיר פֿאַראײביקן זײַן נאָמען, װי עס פּאַסט פֿאַר אַ מאַן, װאָס גײט אין גן־עדן אַרײַן. דעריבער באַדאַרפֿן מיר פֿאַרזאָרגן זײַן אָרעמע אַלמנה מיט די אומגליקלעכע יתומים נעבעך, װאָס זײַנען געבליבן װי אױפֿן װאַסער, װי עס פּאַסט פֿאַר אַ מאַן, װאָס גײט אין גן־עדן אַרײַן.

די רעדע, װײַזט אױס, האָט בײַם עולם שטאַרק אױסגענומען, און מע האָט דעם רעדנער לאַנג־לאַנג געפּאַטשט בראַװאָ. און דער רעדנער איז אַ פֿאַרשװיצטער אַראָפּ פֿון דער בימה, און ס'איז באַלד אַרױף אַ צװײטער רעדנער, װאָס האָט איבערגעחזרט כּמעט אַלצדינג, װאָס דער ערשטער רעדנער האָט געזאָגט. נישמער ער האָט דאָס געזאָגט אַ ביסל אַנדערש און אַ סך ערגער, און דערמיט קאַליע געמאַכט דעם גוטן אײַנדרוק, װאָס דער ערשטער רעדנער האָט געמאַכט. פֿונדעסטװעגן האָט מען דעם רעדנער אױך געפּאַטשט בראַװאָ גאַנץ נישקשהדיק, און עס איז אַרױף אַ דריטער רעדנער און האָט איבערגעחזרט כּמעט אַלצדינג, װאָס דער צװײטער האָט געזאָגט. נישמער, ער האָט דאָס געזאָגט אַ ביסל אַנדערש און אַ סך ערגער, און דערמיט קאַליע געמאַכט דעם אײַנדרוק, װאָס דער צװײטער רעדנער האָט געמאַכט. פֿונדעסטװעגן האָט מען אים אױך געפּאַטשט, שױן נישט אַזױ שטאַרק, װי די ערשטע צװײ רעדנערס, נאָר דאָך געפּאַטשט בראַװאָ. און אַז דער דריטער האָט געענדיקט, איז אַרױף אַ פֿערטער רעדנער און האָט איבערגעחזרט כּמעט אַלצדינג, װאָס דער דריטער רעדנער האָט געזאָגט, און אַזױ װײַטער, און דער עולם האָט זײ געפּאַטשט, שװאַכלעך אַפֿילו, נאָר דאָך געפּאַטשט בראַװאָ. ביז ס'איז געקומען צו אַ דיסקוסיע: װאָס זאָל מען טאָן מיט דער אָרעמער אַלמנה און מיט די אומגליקלעכע יתומים>>? און דאָ האָבן זיך אָנגעהױבן הײסע דעבאַטעס. אײנער, זײער אַ שײנער רעדנער, האָט פֿאָרגעלײגט, מע זאָל מאַכן אַ פֿאָנד, דאָס הײסט, דורך די גאַזעטן זאָל מען זאַמלען געלט, און פֿאַרן געלט זאָל מען מאַכן דער אַלמנה עפּעס אַ געשעפֿט, װעט זי האָבן פֿון װאַנען צו לעבן. דאָס איז דעם עולם געפֿעלן און מע האָט דעם רעדנער פֿאַר זײַן פּראָיעקט געפּאַטשט בראַװאָ. נאָר ס'איז אױפֿגעשטאַנען אַן אַנדערער, אױך אַ רעדנער, און געזאָגט: נײן, אַ געשעפֿט איז נישט גוט. װאָרעם די אַלמנה איז אַ פֿרױענצימער און טױג נישט צו אַ געשעפֿט. אין צװײ יאָר װעט זי אױפֿעסן דאָס גאַנצע געלט ― און װאָס װעט זײַן נאָכדעם? נײן, עס װעט זײַן בעסער, נאָך זײַן מײנונג, מע זאָל פֿאַרן צונױפֿגעזאַמלטן געלט אַרױסגעבן אַלע װערק פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם פֿאַרפֿאַסער אַבֿרהם יצחק װײַנגאָרטן המכונה א′בֿ′י′ו′ן′. דער פּלאַן איז נאָך מער געפֿעלן, און מע האָט דעם צװײטן רעדנער שטאַרק געפּאַטשט בראַװאָ. איז אָבער אױפֿגעשטאַנען אַ דריטער רעדנער און האָט געזאָגט, אַז דאָס טױג אױך נישט. ס'איז דאָ אַזױ אױך גענוג ביכער אױפֿן כּתרילעװקער ליטעראַרישן מאַרק, װאָס ליגן װי אַ שטײן, קײנער קױפֿט זײ נישט.

― בײַ אונדז אין כּתרילעװקע איז אַ מינהג, ― האָט ער געגעבן זײַן אַרגומענט ― אַ מינהג פֿון קדמונים, אַז קײן בוך קױפֿט מען נישט, נאָר מע לײַט אױס אײנס בײַ דאָס אַנדערע און מע לײענט. כּתרילעװקע װײס נישט פֿון קײן קױפֿן. דאָ װײס מען נאָר לײַען, אױסלײַען…

דער דאָזיקער אַרגומענט האָט אַרױסגערופֿן גאָר אַ שטאַרקן אַפּלױזapplause: אַפּלאָדיסמענט, און מע האָט דעם רעדנער געפּאַטשט כּמעט גאָר אָן אַן אױפֿהער, ביז דער פֿאָרזיצער האָט געמוזט אײַנשטילן דעם עולם דורך רעכטע עטלעכע קלעפּ אין טיש אַרײַן און ער האָט אױף זײַן שטאַרקער געמבע אױסגערופֿן:

― רבותי! אַ סוף צו דער דיסקוסיע װעגן פֿאַרזאָרגן די אַלמנה מיט די יתומים פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם! איך אָנערקען, אַז די דעבאַטעס װעגן דער פֿראַגע זײַנען געשלאָסן. האָבן מיר שױן, הײסט עס, די אַלמנה מיט די יתומים געפּטרט. אַצינד לאָמיר זיך אַקאָרשט אַ נעם טאָן צום ניפֿטר אַלײן: װי אַזוי, אַף װאָסער אופֿן זאָלן מיר פֿאַראײביקן דעם אָנדענק פֿון אונדזער פֿאַרשטאָרבענעם חבֿר? װער עס האָט װאָס צו זאָגן, בעט איך, ער זאָל זיך מעלדן צום װאָרט.

האָבן זיך כּמעט אַלע אָנװעזנדיקע פֿאַרשריבן, און דער ערשטער, װאָס האָט געקריגן דאָס װאָרט, איז אױפֿגעשטאַנען, האָט זיך אױסגעהוסט און אָפּגעהאַלטן אַפֿילו אַ ביסעלע צו אַ לאַנגע, דערפֿאַר אָבער זײער אַ שײנע דרשה װעגן דער ביטערער לאַגע פֿון שריפֿטשטעלער בכלל און פֿון ייִדישע שריפֿטשטעלער אין כּתרילעװקע בפֿרט. און האָט געגעבן צו דערקלערן, װי שװער און ביטער עס איז צו זײַן אַ שריפֿטשטעלער בײַ ייִדן אין כּתרילעװקע, װאָס האָט בײַם לעבן נישט קײן כּבֿוד און נישט קײן געלט, ― פֿאַרדינט ער דעריבער, לכל־הפּחות, נאָכן טױט, מע זאָל אים אָפּגעבן כּבֿוד. על־כּן געפֿינט ער, אַז דאָס בעסטע װאָלט געװען, מע זאָל פֿונעם צונױפֿגעזאַמלטן געלט, װאָס פֿאַר דער אַלמנה, אַראָפּנעמען אַ באַזונדערע סומע געלט אױף אַ דענקמאָל, אױף אַ מאָנומענט. דעם מאָנומענט זאָל מען אַװעקשטעלן אױפֿן שול־הױף, און אױפֿן שפּיץ פֿונעם מאָנומענט זאָל זײַן אױסגעהאַקט דער ביוסט פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם, פֿון מאַרמאָר, אָדער אױסגעגאָסן פֿון בראָנדז. און אונטערן ביוסט זאָל שטײן מיט גרױסע גאָלדענע אותיות אױסגעקריצט: „דעם אומפֿאַרגעסלעכן חבֿר אַבֿרהם יצחק װײַנגאָרטן המכונה א′בֿ′י′ו′ן′ פֿון זײַנע דאַנקבאַרע חבֿרים“. דער דאָזיקער אױפֿטו האָט, אַ פּנים, גאָר שטאַרק אױסגענומען בײַם עולם, און מע האָט דעם רעדנער לאַנג־לאַנג געפּאַטשט בראַװאָ. נאָר אײנעם איז דער פּראָיעקט נישט געפֿעלן, שטאַרק נישט געפֿעלן. דאָס איז געװען דער דיכטער מיט די שװאַרצע קודלעס. ער איז אױפֿגעשטאַנען און האָט צעגלידערט דעם פּלאַן פֿונעם מאָנומענט, געשאָטן פּעך און שװעבל אױפֿן ערשטן רעדנער, געמאַכט פֿון אים אַש און צעקלאַפּט זײַן פּראָיעקט אױף פּיץ־פּיצלעך. ערשטנס, האָט ער געטענהט, װוּ װעט מען נעמען אין כּתרילעװקע אַזױ פֿיל געלט? געלט, געלט און געלט! דער אַלמנה געלט, די יתומים געלט, אױף אַ דענקמאָל געלט! איז אײנס. און צװײטנס, װאָס פֿאַר אַ נײַס פּלוצעם בײַ ייִדן אַ דענקמאָל גאָר? בײַ אונדז זײַנען געװען גרעסערע מענטשן, און מע האָט זײ קײן מאָנומענטן נישט געשטעלט. אַ סך מאָנומענטן געפֿינט איר עפּעס אין דער ייִדישער היסטאָריע? איז צװײ. און דריטנס, װער װעט אײַך לאָזן אינמיטן דרינען אַװעקצושטעלן אין כּתרילעװקע אַ סטאַטוע? מע װעט אײַך געבן אַ סטאַטוע, אַז ס'װעט אײַך פֿינצטער װערן אין די אױגן!“…

האָט זיך אױפֿגעכאַפּט נאָך אײנער, און דװקא פֿון די יונגע שרײַבערס, מיט אַ געפּינטלט פּנים און מיט אַן אַלטן פּידזשאַק, און האָט זיך אָנגערופֿן:

― אונדזער דיכטער איז גערעכט, און איך װײס אַפֿילו פֿאַרװאָס אונדזער דיכטער איז קעגן אַ מאָנומענט )די װײַטערע װערטער האָט ער שטאַרק צעצױגן(: װײַל ער רעכנט, אַז אױף אַ דענקמאָל איז ער פֿאָרהאַנט, און אַז דער ערשטער מאָנומענט קומט אים, װײַטער קײנעם נישט!…

מער האָט מען נישט באַדאַרפֿט. דער דיכטער מיט די שװאַרצע קודלעס איז געװאָרן אַזש בלױ פֿאַר כּעס און האָט אױסגעשריגן: „חצוף, שײגעץ! קבצניוק! אַלטער פּידזשאַקל!“… ― און האָט זיך אַ לאָז געגעבן מיט בײדע הענט גלײַך צום יונגן שרײַבער מיטן געפּינטלטן פּנים און מיטן אַלטן פּידזשאַק. אַ גליק, װאָס דער פֿאָרזיצער האָט אים אָפּגעהאַלטן, נישט דערלאָזט צו קײן סקאַנדאַל און האָט געזאָגט:

― געערטע פֿאַרזאַמלונג! איך װאָלט געזאָגט, אַזױ װי די צײַט איז שפּעט, שױן נאָך צװעלף, און מיר האָבן דאָך די לװיה באַשטימט אױף צװעלף, על־כּן זאָל מען די דיסקוסיע װעגן אַ מאָנומענט, אָדער װעגן אַן אַנדער זאַך, צו פֿאַראײביקן דעם אָנדענק פֿון אונדזער פֿאַרשטאָרבענעם חבֿר, אָפּלײגן אױף אַן אַנדערש מאָל, און אַצינד זאָלן מיר בעסער זיך פֿאַרנעמען מיט דער פֿראַגע װעגן דעם פּאַראַד פֿון דער לװיה ― מי ומי ההולכים? װער זאָלן זײַן די ערשטע, װאָס זאָלן אַרױסטראָגן דעם אָרון מיטן ניפֿטר? װער זאָל גײן פֿון פֿריִער, און װער פֿון הינטן, און אַזױ װײַטער? װער עס װיל אָנטײל נעמען אינעם פּאַראַד, זאָל זיך פֿאַרשרײַבן!

האָט זיך אױפֿגעהױבן אַ טומל מיט אַ ליאַרעם עד־לבֿ־השמים! אַלע האָבן זיך אַ לאָז געטאָן אױף צו פֿאַרשרײַבן זיך. אַלע האָבן געװאָלט זײַן פֿון די ערשטע, װאָס זאָלן אַרױסטראָגן דעם אָרון מיטן ניפֿטר, אַלע האָבן געװאָלט גײן אױף צו פֿריִער און קײנער נישט פֿון הינטן, אומזיסט האָט דער פֿאָרזיצער געבעטן דעם עולם, מען זאָל זיך באַרויִקן, אומזיסט האָט ער געקלאַפּט אין טיש, געסטראַשעט, אַז טאָמער װערט נישט שטילער, אַזױ שליסט ער די פֿאַרזאַמלונג. דער טומל איז געװאָרן װאָס װײַטער אַלץ שטאַרקער. דער עולם האָט זיך געהיצט, געקריגט זיך, געזידלט זיך, און די אַטמאָספֿערע האָט אָנגעהױבן צו װערן שױן צו געדיכט. פּלוצעם דערפֿיל איך, װי עמעצער ציט מיך בײַם אַרבל. איך דרײ מיך אױס און דערזע מײַן פֿרײַנט, װאָס האָט אַ טבֿע לאַכן נאָכדעם און פֿאַר זיך. ער האָט געקוקט אױף מיר מיט ערנסטע, אַ ביסל איבערגעשראָקענע אױגן און אַ זאָג געגעבן אין אױער אַרײַן:

― אַצינד איז די רעכטע צײַט אױפֿצושטײן און אַרױסגליטשן זיך פֿון דאַנען…

און איך האָב אים געפֿאָלגט: איך בין אױפֿגעשטאַנען און האָב מיך אַרױסגעגליטשט פֿון דאָרטן, און, װי איך פֿאַרשטײ, האָט אין דעם אַרױסגליטשן זיך געשטעקט אַ גרױסער שׂכל…

עפּילאָג

דער מינהג צו באַערדיקן אַ מענטשן באַלד װי ער שטאַרבט, נישט אָפּלײגן אױף מאָרגן, אָדער איבערמאָרגן, איז אינעם מאָדערנעם כּתרילעװקע פֿאַרבליבן פֿון אַלטע צײַטן עד־היום־הזה. דעריבער, אַז חבֿרה־קדישא האָט דערזען, אַז דער ניפֿטר ליגט און ליגט, און זײַנע חבֿרים האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אין דער נײַער שול און מע ליאַרעמט און מע פּילדערט און מע קאָן צו קײן טאָלק נישט קומען, ― האָבן די שמשׂים דערװײַל דעם בר־מינן צוגענומען, אַװעקגעפֿירט אים אױפֿן נײַעם בית־עולם, געטאָן אים זײַן רעכט און באַהאַלטן. די יתומים האָבן געזאָגט קדיש, די אַלמנה האָט עטלעכע מאָל געחלשט, אַלץ װי עס געהער צו זײַן, און… תּ′נ′צ′ב′ה′.

יב. „ייִדישיסטן“ און „העברעיִסטן“

אַז ס'האָט אַ בלאָז געגעבן אַ װינטל אין כּתרילעװקע און דער עולם האָט אָנגעהױבן גײן פֿאָרװערטס און פֿאָדערן מאָדערניזם, אַלץ װי אין דער גרױסער שטאָט, איז געבליבן. מע זאָל גרינדן אַ חבֿרה, מײן איך אַ געזעלשאַפֿט, מיטן נאָמען „הזמיר“, דערפֿאַר װײַל יעדע לײַטישע שטאָט פֿאַרמאָגט אַ געזעלשאַפֿט, װאָס טראָגט דעם דאָזיקן נאָמען. דאָס איז דעם עולם געפֿעלן. איבערהױפּט ― דער נאָמען „הזמיר“. אַ שײנער נאָמען, אַ שײן װאָרט, שטאַמט פֿון שיר־השירים. און מע האָט באַלד אױסגעאַרבעט אַ פּלאַן, צונױפֿגעשטעלט אַן „אוסטאַװустав: רעגלאַמענט“ מיט אַלע נײטיקע סטאַטוטןстатут: חוקים, און ס'איז געבליבן מער נישט צונױפֿרופֿן אַ פֿאַרזאַמלונג ― און דאָס איז אין כּתרילעװקע פֿון די קלײנע זאַכן. מע דרוקט אָפּ אין בײדע גאַזעטן אַן אױפֿרוף: „הײַנט אױף דער נאַכט, אַכט אַזײגער פּרעציז, איז אַ פֿאַרזאַמלונג דאָרט און דאָרט, איר זײַט געבעטן צו קומען“ ― קומט מען. און געקומען זײַנען נישט נאָר די קאַרפּנקעפּ, נישט נאָר די אײבערשטע סמעטענע, נאָר די גאַנצע כּתרילעװקער אינטעליגענץ מיט די רעדאַקטאָרן פֿון בײדע כּתרילעװקער גאַזעטן בראָש.

פֿאַרשטײט זיך, אַז נישט אַלע מיט אַ מאָל זײַנען געקומען, און נישט אַזױ פּרעציז, װי מע האָט געשריבן. איטלעכער איז זיך געקומען דעמאָלט, װען ער האָט געקאָנט. װער ס'איז געקומען זײגער אַכט, װער זײגער נײַן, װער זײגער צען און װער זײגער עלף אױך. פֿאַראַן פֿאַרשײדענע סיבות און אומשטענדן, װאָס לאָזן אײַך נישט קומען צו דער צײַט, איר מעגט װי אַזױ װעלן. צום בײַשפּיל, אַז איר האָט אַ קלײט און די שפֿע האָט זיך אײַך אַ לאָז געגעבן אַקוראַט אױף דעך נאַכט, בײַם פֿאַרשליסן די קראָם. אָדער איר קומט אַהײם און טרעפֿט נישט דאָס װײַב, און די קינדער שרײַען װעטשערע, און איר האָט נישט קײן געפּרעסט העמד. אָדער עס האָט זיך אײַך צעריסן אַ שוך אַקוראַט אױף אַזאַ אָרט, װאָס מע זעט אַרױס דעם גראָבן פֿינגער. אָדער אַ צאָן האָט אײַך גענומען רײַסן, און איר דראַפּעט זיך אױף די גלײַכע װענט. װער איז דאָס אימשטאַנד אױסצורעכענען אַלע אומגליקן, װאָס טרעפֿן זיך אַקוראַט דעמאָלט, װען איר זײַט אײַנגעלאַדן אױף אַ פֿאַרזאַמלונג?

פֿונדעסטװעגן איז מען געקומען אַלע, קײנער האָט, חלילה, נישט געפֿעלט, און די פֿאַרזאַמלונג האָט זיך געעפֿנט אַפֿילו שפּעטלעך, נאָר געעפֿנט האָט זי זיך. און געעפֿנט האָט די פֿאַרזאַמלונג נח, אונדזער אַלטער באַקאַנטער נח רב יאָסלס, פֿון די „קלײנע מענטשעלעך“, דער געװעזענער אײנציקער קאָרעספּאָנדענט אין כּתרילעװקע און דער פֿאָרשטײער פֿון די אַמאָליקע חובֿבֿי־ציון און פֿון די שפּעטערדיקע ציוניסטן, דער גרינדער פֿון אַ סך ― אַ סך אַלטע און נײַע חבֿרות.

נח רב יאָסלס, כאָטש ער איז שױן נישט קײן יונגערמאַן, כאָטש אין באָרד זײַנען שױן בײַ אים פֿאַראַן מער גרױע האָר װי שװאַרצע, כאָטש ער איז שױן אַ זײדע )װײ־װײ, װי די װעלט לױפֿט! מיר האָבן געקענט נחן נאָך אַלס בחור און דערנאָך אַלס אײדעם אױף קעסט(, ― פֿונדעסטװעגן איז נח געבליבן דער זעלבער נח װאָס אַמאָל. נישט געמינערט אױף אַ האָר. אַ יונגע נשמה און אַן אידעאַליסט. אַן ערלעכער מענטש, אַ כּשר האַרץ, אַן עולה־תּמימה ― איר קאָנט מיט אים טאָן װאָס איר װילט, װאָרעם ער גלײבט אַלעמען אױף נאמנות. מיט לײַב און לעבן איז ער איבערגעגעבן צו כּתרילעװקע און צו אירע חבֿרות און געזעלשאַפֿטן. װי אַמאָל, אַזױ אױך איצט, האָט ער קײנמאָל נישט אין זינען נישט זיך, נישט קײן װײַב, נישט קײן קינד, נאָר די שטאָט און נאָר אירע חבֿרות און נאָר טובֿת־הכּלל. כּדאַי זיך באַקענען אַ ביסל כאָטש מיט זײַן ביאָגראַפֿיע. נח האַנדלט מיט פֿלעשער. פֿלעשער זײַנען זײער אַ װױל געשעפֿט, נאָר עס גײט אים נישט. אַלע מענטשן, װאָס האַנדלען מיט פֿלעשער, פֿאַרדינען געלט ― ער דערלײגט. מיט װײַבער גײט אים אױך נישט. מיטן ערשטן װײַב האָבן אים אָפּגעגט שװער און שװיגער, דאָס אַנדערע װײַב האָט זיך אַלײן מיט אים געגט, מיטן דריטן האָט װאָס אױך געהאַלטן נישט װײַט פֿון אַ גט, איז שױן געװען צו־שפּעט. און אַלץ איבער דעם, װאָס ער קהלט זיך און גיט אַװעק דער װעלט זײַן גאַנצע צײַט. ס'איז גאָר אַ סבֿרה, אַז די אַלע דרײַ מאָל נדן, װאָס ער האָט גענומען פֿאַר זײַנע װײַבער, זײַנען אַרײַן אין די חבֿרות אַרײַן, און אַ ירושה האָט ער געהאַט באַקומען פֿון אַ פֿעטער אַ בעזדיעטניק )דער אײנציקער בעזדיעטניק אין כּתרילעװקע(, האָט ער די ירושה אױך אַרײַנגעבראָקט אין זײַנע קהלשע זאַכן. בקיצור, נח איז אַ מענטש, װאָס לעבט פֿאַר יענעם, נישט פֿאַר זיך, אַז דער נײַער גײַסט האָט זיך אַרײַנגעגנבֿעט קײן כּתרילעװקע, האָט דאָס נחן פֿאַרכאַפּט מער װי אַלעמען, װי אַ מין קרענק. עס האָט אים גאָר דעם קאָפּ פֿאַרדרײט, לחלוטין פֿאַרשיכּורט. ער האָט זיך אַ נעם געגעבן צו דער אַרבעט מיט אַזאַ אימפּעט, גלײַך װי אים װאָלט דאָס געגאַנגען אין לעבן, אָדער, לכל־הפּחות, גלײַך װי אים װאָלט דאָ געשטאַנען גליקלעך צו װערן!… דערהערט, אַז שטאָט װיל האָבן אַ „הזמיר“, האָט נח פֿאַרקאַטשעט די אַרבל, זיך אַװעקגעזעצט, אַלײן אין אײן נאַכט אױסגעאַרבעט דעם „אוסטאַװ“ מיט אַלע סטאַטוטן און פּאַראַגראַפֿן, אַלײן באַשטעלט אַ פֿאַרזאַמלונג, אַלײן צעשריבן בריװ אין די רעדאַקציעס און טאַקע אַלײן מחילה זײ אָפּגעטראָגן )נח איז נישט קײן גרױסער איבערקלײַבער, און קײן פֿױלער אַװדאי נישט(, און אַז דער עולם איז זיך צונױפֿגעקומען, האָט נח געעפֿנט די פֿאַרזאַמלונג און פֿאָרגעשלאָגן, מע זאָל אױסקלײַבן אַ פֿאָרזיצנדן. נח יאָגט זיך נישט, ער זאָל פֿאַרנעמען דעם אױבנאָן, זײַן דער פֿאָרזיצנדער. ער האָט דאָס פֿײַנט. ער איז, װי געזאָגט, נישט קײן רודף־אַחר־הכּבֿוד. און דאָס איז דאָך באַװוּסט פֿון זינט די װעלט שטײט, אַז כּל הרודף אַחר הכּבֿוד ― װער עס זאָגט זיך נאָך כּבֿוד, איז הכּבֿוד בורח ממנו ― אַנטלױפֿט פֿון אים דער כּבֿוד װוּ דער װײַסער פֿעפֿער װאַקסט: און פֿאַרקערט זשע װידער צוריק, אַז כּל הבורח מפּני הכּבֿוד ― װער עס אַנטלױפֿט פֿון כּבֿוד, איז הכּבֿוד רודף אַחריו ― יאָגט אים דער כּבֿוד נאָך פֿון הינטן און בעט זיך בײַ אים: שוטה, װאָס אַנטלױפֿסטו? האָב כאָטש אַ ביסעלע כּבֿוד!“… דעריבער איז קײן חידוש נישט, װאָס נח האָט אין כּתרילעװקע כּבֿוד מער פֿון אַלעמען. װוּ ערגעץ אַן אַרבעט, אַ קהלשע זאַך, אַ שיקעניש, אַ לױפֿעניש, אַן אײַלעניש אין אײן אָטעם ― איז מען מכבד דערמיט נחן, און נח פֿאָלגט, טוט פֿאַר דרײַ. ער פֿרעגט גאָרנישט איבער דאָס אַנדערע װאָרט. פֿאַרװאָס עפּעס ער, פֿאַרװאָס נישט קײן אַנדערער? ער װײס אַלײן, אַז טאָן באַדאַרף ער, נישט קײנער. און די איבעריקע חבֿרה־לײַט זײַנען מיט אים מײנסטנס צופֿרידן. און אַז עס מאַכט זיך אַ מאָל, מען איז נישט אַזױ צופֿרידן, זאָגט מען אים, און אָפֿטמאָל מיט אַן אָנצוהערעניש, מיט אַ שטעכװערטל און מיט גלאַט אַזױ זיך אַ מעשׂה, אַ משל, אָדער אַ װיץ, װי דער מינהג איז אין כּתרילעװקע, אַז מע װיל יענעם דערגײן די יאָרן. עס טרעפֿט אַ מאָל, אַז מע פֿאַלט אָן אױף אים גאָר מעשׂה שײגעץ און מע „רײַבט אים אַ קאָלנער“. פֿאַראַן אין כּתרילעװקע, ברוך־השם, אַזעלכע לײַט, װאָס יענעמס פֿאַרדינסטן בײַ קהל מיט יענעמס װײַסע האָר און באָרד שפּילן בײַ זײ אַ גאַנץ קלײנע ראָלע. נאָר װער רעדט פֿון שקצים, עזות־מחוצף־פּנימער? מיר קערן זיך אום צוריק צו דער ערשטער פֿאַרזאַמלונג פֿונעם ערשטן „הזמיר“.

אױסגעהערט נחס פֿאָרשלאָג װעגן אױסקלײַבן אַ פּרעזידענט, איז אַרױס אַ שטיקל סיכסוך: עס זײַנען געװען אַ סך בעלנים, נאָר װעמען אױסצוקלײַבן איז נישט געװען. אין כּתרילעװקע איז תּמיד אַזױ: בײַ אַן אַרבעט, למשל, איז נישטאָ קײנער אין דער הײם, אַלע אױף נחן. קומט אָבער צו אַ התמנות, אָדער אַזױ עמעצן אָנטאָן אַ כּבֿוד, װערט אַ טומל: „מי שׂמך?“ פֿאַר װאָס קומט אים? און װאָס עפּעס יענער, נישט איך? ― מע פֿאַרגינט נישט! אָפֿטמאָל ענדיקט זיך עס נאָך מיט שטעכװערטער, און אָפֿטמאָל מיט אַ סקאַנדאַל. און אַ מאָל מאַכט זיך, אַז עס דערגײט צו פּעטש אױך.

איצטיקס מאָל איז דאָס געשטאַנען אַזױ, אַז עס װאָלט דערצו נישט דערגאַנגען. װאָרעם עס האָט זיך געפֿונען אַ קלוגער, װאָס איז געפֿאַלן אױף אַ גלײַכער המצאה: „דאַרפֿט איר זיך, ברידערלעך, שפּאַרן און קריגן איבערן „מי שׂמך“ ― אַמער אָט בין איך שױן אױבנאָן אײַער פּרעזידענט ― און טוט מיר עפּעס !“

װער איז דאָס געװען? דאָס איז געװען נישט קײן אַנדערער, נאָר דער באַרימטער דיכטער מיט די שװאַרצע קודלעס, מיט װעלכן מיר האָבן זיך שױן אַ פּאָר מאָל באַגעגנט אין אונדזערע כּתרילעװקער מעשׂהלעך. דער דיכטער האָט זיך אַװעקגעזעצט אױבנאָן, גאַנץ סטאַטעטשנע, טאַקע מעשׂה פּרעזידענט, און דערלאַנגט אַ זעץ מיט דער האַנט איבערן טיש:

― חבֿרים און חבֿרטעס!

מער אָבער װי די צװײ־דרײַ װערטער האָט ער נישט געקאָנט אױסרײדן. מע האָט אים נישט געלאָזט. װער? די, װעלכע זײַנען קעגן ייִדיש, זײ האָבן פֿײַנט ייִדיש, װאָרעם ייִדיש איז „זשאַרגאָן“ און זשאַרגאָן איז ― פֿע! זײַנען זײ אַרױס דעריבער מיט אַ פּראָטעסט:

― עבֿריתּ! העברעיִש!…

דער דיכטער מיט די שװאַרצע קודלעס איז אַפֿילו נישט פֿון די איבערגעשראָקענע ייִנגלעך, װאָס האָבן מורא פֿאַר אַ פּראָטעסט, פֿונדעסטװעגן איז ער געבליבן אַ ביסל מטושטש. דערנאָך האָט ער זיך אַ גלעט געגעבן דאָס בײַכל, צורעכט געמאַכט דעם זשילעט און אַ זאָג געגעבן נאָכאַמאָל, גלײַך װי גאָר נישט אים מײנט מען, נאָר שױן העכער מיט אַ טאָן:

― חבֿרים און חבֿרטעס!…

איז געװאָרן אין זאַל נאָך אַ גרעסערער געפּילדער מיט אַ קלאַפּערײַ, אַ פֿײַפֿערײַ מיט אַלערלײ געשרײען און קולות ביזן הימל אַרײַן:

― איבֿריט! איבֿריט! איבֿריט!

אַ פּנים, דאָס איז געװען אַן אָנגעשטעלטע זאַך פֿון פֿריִער. דאָס האָבן די כּתרילעװקער העברעיִסטן צוגעגרײט אַ דעמאָנסטראַציע קעגן ייִדיש. און עס האָט נישט געהאָלפֿן קײן שמע־ישׂראל. דער דיכטער האָט נעבעך מיט בזיון געמוזט פֿאַרלאָזן דעם אױבנאָן, און זײַן אָרט אױף דער טריבונע האָט פֿאַרנומען דער יונגער שרײַבער מיטן געפּינטלטן פּנים און מיטן אַלטן פּידזשאַקל, און אױך אַלײן, אױך נישט געװאַרט אױף כּבֿוד ביז מע װעט אים אַמאָל אױסקלײַבן, אױך אַ זעץ געגעבן מיט דער האַנט איבערן טיש און אָנגעהױבן אױף העברעיִש:

― „רבותּי!“ ― און נישט רבותי װי מיר זאָגן, נאָר טאַקע „ראַבאָטײַ“, אַזױ װי מע זאָגט דאָרטן, אין ארץ־ישׂראל… אַ קול האָט דער יונגער שרײַבער מיטן אַלטן פּידזשאַקל דװקא אַ הילכיקס, האָט זײַן „ראַבאָטײַ“ אָפּגעקלונגען װי אַ גלאָק. נאָר װאָס דען? װײַטער פֿון אָט דעם װאָרט איז בײַ אים נישט געגאַנגען, מע האָט אים נישט געלאָזט.

דאָ זײַנען שױן די כּתרילעװקער „ייִדישיסטן“ אַרױס מיט אַ דעמאָנסטראַציע קעגן העברעיִש. אַ פּנים, אױך צוגעגרײט פֿון פֿריִער און אױך מיט די זעלבע כּלים, דאָס הײסט, מע האָט גענומען ליאַרעמען און פּילדערן און קלאַפּן מיט די פֿיס און שרײַען אױף קולי־קולות ― אַן אמתע אָבסטרוקציע! די קולות האָבן דערגרײכט ביזן הימל. עס האָבן געציטערט די װענט, געקלונגען די פֿענצטער: „מיכנאַטאַיםמכנסײם: הױזן! לאָקשן־קױלעטש! ייִדיש! ייִדיש! ייִדיש!!!“

האָט גאָט אַרײַנגעגעבן אײנעם פֿון די העברעיִסטן, ער זאָל צװישן די אַלע אַנדערע קולות געבן אַ װאָרף אַרױס אַ באָמבע. אױסשרײַען אױף אַ קול: „טשערנאָװיץ!“… דאַכט זיך, װאָס, אײגנטלעך, שטעקט אַזעלכעס אינעם װאָרט „טשערנאָװיץ“? טשערנאָװיץ איז נישט מער װי אַ שטעטל אין דער בוקאָװינע, אין עסטרײַך, װאָס צװײ מלוכות שלאָגן זיך איצטער איבער דעם און טרײַבן אַרױס אײנס דאָס אַנדערע, ― הײַנט געהערט עס צו אײנעם, מאָרגן צו אַן אַנדערן. איז אָבער פֿאַר די כּתרילעװקער ייִדישיסטן, אַז מע דערמאָנט זײ דעם נאָמען „טשערנאָװיץ“ טױזנט מאָל, צען טױזנט מאָל ערגער, װי אין טאַטן אַרײַן געשאָלטן! איר קאָנט זײ אױסװאַרפֿן די שענדלעכסטע עבֿירה, איר קאָנט זײ זאָגן װאָס אין דער קאָרט, אַבי נישט „טשערנאָװיץ“. אָט אַזאַ טבֿע בײַ די כּתרילעװקער ייִדישיסטן. דאָס אײגענע אױך בײַ די דאָרטיקע העברעיִסטן. װילט איר זאַטשעפּען אַ כּתרילעװקער העברעיִסט, אים דערלאַנגען ביז דער זיבעטער ריפּ, זאָלט איר אים מער נישט נאָר אַ זאָג טאָן אײן װאָרט: „מיכנאַטאַים“ )עס װאַקסט פֿון „מכנסײם“ ― הױזן(. נאָר װאָס דען? איר זאָלט זיך היטן פֿאַר אים, װאָרעם ער קאָן אײַך פּלעטן דעם מוח… מאָדנע מענטשן דער נײַער כּתרילעװקער דור. מוראדיקע האָנעראָװע פּאַרשױנען, גרױסע קאַפּריזניקעס און װילדע בעל־כּעסנס ― „ספּילשליװע נאַטורן“…

הכּלל, דערהערט דאָס װאָרט „טשערנאָװיץ“, האָט אײנער פֿון די ייִדישיסטן, דװקא אַ שװאַכער, אַ הוסטנדיקער, נאָר אַ היציקער פּאַרשױן, נישט לאַנג געטראַכט, אַראָפּגעצױגן פֿונעם לינקן פֿוס אַ שטיבלעט און אַ װאָרף געגעבן פֿון זיך אײנעם פֿון די העברעיִסטן גלײַך אין פּנים אַרײַן

און געטראָפֿן סאַמע דאָרט, װוּ עס הײבט זיך אָן די נאָז, בײַ דער אונטערשטער זײַט פֿונעם לינקן אױג. אַ גליק, װאָס ער טראָגט נישט קײן ברילן, ער װאָלט געקאָנט בלײַבן אָן אַן אױג. האָבן זיך עטלעכע העברעיִסטן, זעלבסטפֿאַרשטענדלעך, אָנגענומען די קריװדע פֿון זײער באַלײדיקטן חבֿר און זײַנען אָנגעפֿאַלן אױפֿן שװאַכן, הוסטנדיקן ייִדישיסט מיט פֿאַרקאַטשעטע עלנבױגנס און האָבן אים אַװעקגעגעבן אַזאַ גאָב, אַז װען עס מישן זיך נישט אַרײַן די איבעריקע ייִדישיסטן, װאָלט מען זײער שװאַכן חבֿר באַדאַרפֿט אַרױסטראָגן אױף אַ לײַלעך. פֿאַרשטײט זיך, אַז צוליב דעם דאָזיקן אינצידענט מיטן ייִדישיסטישן שטיבלעט איז שױן במילא אױסגעבראָכן אַ גאַנצע מלחמה, אַן אַלגעמײנער געשלעג, אין װעלכן עס האָבן זיך נישט גענאַרט נישט די העברעיִסטן און נישט די ייִדישיסטן. נאָר מער פֿון אַלעמען האָט געקראָגן אונדזער ערלעכער קהלס־מאַן און געניאַלער גרינדער פֿון חבֿרות און געזעלשאַפֿטן ― נח. אים איז אַרײַנגעפֿלױגן פֿון הינטן, גאָר אומגעריכט, אַ היפּשע פּאָרציע. און אַלץ איבערן פּסוק: כּל הבורח מפּני הכּבֿוד ― װער עס אַנטלױפֿט פֿון כּבֿוד, איז הכּבֿוד רודף אַחריו ― יאָגט אים דער כּבֿוד נאָך פֿון הינטן פֿוסטריט…

עפּילאָג

אַזאַ סעקרעטאַר, װי נח רב יאָסלס אין כּתרילעװקע, איז צו זוכן. אױף אַלצדינג פֿירט זיך בײַ אים אַ פּראָטאָקאָל און אַלצדינג װערט בײַ אים פֿאַרשריבן. ער לאָזט נישט דורך קײן זאַך. דער אַמאָליקער היסטאָריקער, אַז ער װעט װעלן װיסן, װאָס האָט זיך געטאָן אין כּתרילעװקע, װעט ער געבן אַ קוק אַרײַן אין נחס פּראָטאָקאָל־בוך, װעט ער דאָרט געפֿינען אַ גאַנצן אוצר… װעגן יענער היסטאָרישער פֿאַרזאַמלונג פֿון די ייִדישיסטן און העברעיִסטן נעמען מיר אַרױס די סאַמע נײטיקסטע, װי די געשיכטע פֿאָדערט עס: „„…נאָך זײער קורצע רעדעס פֿון די אָראַטאָרן האָבן זיך אָנגעהױבן היציקע, לעבהאַפֿטעlebhaft: לעבעדיקע דעבאַטעס, װאָס האָבן נישט געקאָנט ברענגען צו קײן אַלגעמײנע אָפּשליסונג איבער די חילוקי־דעות און רײַבונגען, װאָס הערשן צװישן פֿאַרשײדענע פּאַרטײען, און װײַל ס'זײַנען אַרױס חילוקי־דעות און רײַבונגען װעגן שפּראַך, און װײַל די שפּראַך־פֿראַגע איז אומפֿאַרמײַדלעך איז געפֿונען געװאָרן אײן אײנציקער אױסװעג ― מע זאָל אָנשטאָט אײן הזמיר גרינדן צװײ הזמירס ― אײנעם אַ ייִדישן הזמיר פֿאַר די ייִדישיסטן, און דעם אָנרעדן אַ העברעיִשן הזמיר פֿאַר די העברעיִסטן…“

יג. רעפֿערענטן און פֿאָרלעזער

כּתרילעװקע האָט ליב ליטעראַטור, קונסט און מוזיק. נישטאָ די נאַכט, װאָס ס'זאָל דאָרט נישט זײַן װוּ צו פֿאַרברענגען. ובפֿרט נאָך װינטער. די נעכט זײַנען גרױס, נישט אַלע שפּילן אין קאָרטן )װעגן קאָרטן װעלן מיר רײדן אַן אַנדערס מאָל(, װילט זיך הערן אַ פֿריש װאָרט. און נישט קײן טעאַטער, איז אַ קאָנצערט, איז אַזױ אַן אָװנט, איז אַ פֿאַרזאַמלונג, אַ פֿאָרלעזונג, אַ רעפֿעראַט מיט דיסקוסיעס, אָדער אָן דיסקוסיעס.

מער פֿון אַלצדינג האָט מען דאָרט ליב רעפֿעראַטן מיט דיסקוסיעס. װאָרעם אַ רעפֿעראַט אַלײן, אַז יענער לײענט, איז נישט אינטערעסאַנט. ער לײענט, און איר דאַרפֿט זיצן און קוקן אים אין מױל אַרײַן. װיבאַלד אָבער אַ רעפֿעראַט מיט דיסקוסיעס, קאָנט איר זיך אַרײַנמישן, קאָנט איר אױך עפּעס זאָגן אַ װאָרט, װײַזן, אַז איר זײַט אױך נישט קײן מלופּן־קינד. און װײַל אין כּתרילעװקע אַלײן זײַנען דאָ װינציק לעקטאָרס, רעפֿערענטן און לײענער, און װײַל אױף אַ כּתרילעװקער לעקטאָר, רעפֿערענט אָדער לײענער לײגט מען דאָרט װינציק־װאָס כּבֿוד, איז מען זיך דעריבער נוהג, אַז מע באַציט די סחורה פֿון דרױסן, דאָס הײסט, מע שרײַבט אױס לעקטאָרס, רעפֿערענטן, אַרטיסטן און פֿאָרלעזער פֿון דער פֿרעמד.

אין דעם ענין פֿון קאָנצערטן, רעפֿעראַטן, לעקציעס און פֿאָרלעזונגען קאָנקורירן בײדע כּתרילעװקער „הזמירס“ מיט סכּנת נפֿשות ! שרײַבן אױס די ייִדישיסטן אַ װעלט־באַרימטן פֿאָרלעזער, ברענגען אַראָפּ די העברעיִסטן אַ װעלט־באַרימטן רעדנער. מע שמײַסט זיך װי װײַט מע קאָן. אָפֿטמאָל טרעפֿט, אַז אין אײנעם און דעם זעלבן אָװנט זאָלן אין כּתרילעװקע זײַן צװײ שׂימחות: אַ פֿאָרלעזער מיט אַ רעדנער ― און די שטאָט נעבעך װײס אַלײן נישט, װוּהין פֿריִער צו גײן, כאָטש נעם און צערײַס זיך אױף צװײען! דאָס, װאָס די ייִדישיסטן מיט די העברעיִסטן זײַנען צװישן זיך צעריסן, מאַכט נישט אױס. מילא, אַז מען איז ברוגז אױפֿן חזן, דעריבער דאַרף מען קײן קדוש נישט שפּרינגען? און אַגבֿ איז מען אין כּתרילעװקע זײער להוט נאָך אַ פֿריש װאָרט. טוט מען װאָס מע קאָן ― מע הערט אָפּ אַ ביסל דעם און מע לױפֿט הערן דעם אַנדערן. מע כאַפּט אַ װאָרט פֿונעם פֿאָרלעזער און מע לױפֿט הערן אַ ביסל פֿונעם רעדנער. דורכלאָזן האָט מען פֿײַנט אין כּתרילעװקע. דאָס לעבן איז אַזױ קורץ, אַז אַ מענטש באַדאַרף פֿון אַלצדינג געניסן. װער סע זאָל נישט קומען צופֿאָרן קײן כּתרילעװקע, קאָן ער זיכער זײַן אַז ער װעט, אם ירצה השם, האָבן אַ שײן אױדיטאָריום און אַז דער װעט זײַן געפּאַקט, נאָך מער װי מע באַדאַרף, און אַז ער װעט אַרױס פֿון דאָרט װי פֿון אַ שװיץ־באָד. כּתרילעװקע קוקט נאָך דער גרױסער שטאָט און שטײט נישט אָפּ, חלילה, פֿון דער מאָדע אױף אַ האָר. אין דער גרױסער שטאָט איז אַ מאָדע, אַז נאָך אַ רעפֿעראַט, אַ לעקציע, אָדער אַ פֿאָרלעזונג באַדאַרף זײַן אַ באַנקעט. אין כּתרילעװקע איז אױך אַזױ. קױם האָט זיך געענדיקט דער רעפֿעראַט מיט דיסקוסיעס, ― עס מעג זײַן העט־העט נאָך האַלבע נאַכט ― נעמט מען דעם מחותּן, דעם רעפֿערענט הײסט עס, און מע שלעפּט אים אַװעק אין אַ גאָרקיך, און מע זעצט אים אַװעק אױבנאָן, און מע פּראַװעט אים דאָרט אַ באַנקעט.

כּמעט, קאָן מען זאָגן, איז דער באַנקעט אין כּתרילעװקע מער חשובֿ װי דער רעפֿעראַט אָדער די פֿאָרלעזונג. דער גאַנצער עיקר איז דער באַנקעט. אױף באַנקעטן מאַכן זײַנען די כּתרילעװקער אינטעליגענטן די ערשטע אין דער װעלט. װי נאָר מע קומט זיך צונױף נאָכן לײענען, אַזױ װערט געקױלעט אַ הערינג און אַװעקגעשטעלט ביר; דער עולם פֿילט אָן די גלעזלעך, און עס הײבן זיך אָן די טאָסטן מיט לחײמס לכּבֿוד דעם גרױסן גאַסט, װאָס ציִען זיך אַװעק אָפֿטמאָל ביזן װײַסן טאָג אַרײַן. אין די טאָסטן װערן, אײגנטלעך, איבערגעחזרט און איבערגעקײַט נאָכאַמאָל פֿון אָנהײב אַלע פֿריִערדיקע דיסקוסיעס, און דער גרױסער גאַסט מוז עס אַלצדינג נעבעך נאָכאַמאָל אױסהערן און אַלעמען װידעראַמאָל ענטפֿערן על ראשון ראשון ועל אַחרון אַחרון. אַ מאָל, מאַכט זיך, זאָל מען דעם גרױסן גאַסט אױפֿן באַנקעט נעמען לױבן אין טאָג אַרײַן, הײבן אױף דרוקעס, אַװעקשטעלן העכער פֿון שלמה המלך און גרעסער פֿון שעקספּירן, להבֿדיל, אַזױ אַז דער קאָפּ זאָל זיך אים פֿאַרדרײען אױף צו חלשן. און אַ מאָל, װידער צוריק, זאָל מען דעם רעפֿערענט אױפֿן באַנקעט אַזױ צעגלידערן זײַן רעפֿעראַט אױף שטיק־שטיקלעך, מכבד זײַן מיט אַזאַ מין „קריטיקע“, מיט אַזאַ מין „אַנאַליז“ און מיט אַזעלכע מינים „פּילפּולים“, אַז סע זאָל אים פֿינצטער װערן אין די אױגן פֿון אַזאַ „כּיבוד“, און ער זאָל נישט װיסן, װוּ די טיר עפֿנט זיך… און אַ מאָל זאָלן זיך די בעלי הבאַנקעט צװישן זיך אַלײן צעאַמפּערן, פֿאַרפֿירן אַ נײַע דיסקוסיע מיט נײַע דעבאַטעס און גאָר אומגעריכט אַרײַנפֿאַלן אין אַ פֿײַעריקע מלחמה, אַזױ אַז דער גרױסער גאַסט פֿאָרט אַװעק פֿון דאָרט אַ גאַנצער, איז ער אײנער אַ גליקלעכער און מעג בענטשן גומל… מע מײנט נישט, חלילה, עמעצער זאָל אים דאָרט שלאָגן אָדער אַזױ באַלײדיקן. נײן, דאָס נישט. נאָר מחמת די אָרטיקע ייִדישיסטן מיט די העברעיִסטן פֿירן צװישן זיך אַ קאָנקורענציע, טרעפֿט זיך אַ מאָל, אַז דער גאַסט זאָל װערן געשעדיקט, דאָס הײסט, ער זאָל אַרײַנפֿאַלן אומזיסט־אומנישט אין אַ בלאָטע און זאָל נישט קאָנען זיך אָפּװאַשן נאָכדעם מיט קײן צען װאַסערן. אַלס אילוסטראַציע צו דעם, װעלן מיר אײַך דערצײלן אַ מעשׂה, װאָס האָט געטראָפֿן אָט־דאָ נישט לאַנג אין כּתרילעװקע מיט אײנעם אַ געלערנטן העברעיִסט און אַ דאָקטאָר־פֿילאָזאָף, װאָס איז נעבעך גאָט די נשמה שולדיק, װאָס האָט צוליב קאָנקורענציע פֿון די צװײ פּאַרטיעס און איבער אַן אינטריגע פֿון די צװײ כּתרילעװקער גאַזעטן, אַרײַנגעכאַפּט זיך אין אַ מיאוסן עסק. מע האָט אױסגעטראַכט אױף אים אַ ליגן, אַ בילבול, װאָס האָט זיך טאַקע אױסגעלאָזט נאָכדעם, אַז ס'איז נישט געשטױגן, נישט געפֿלױגן, נאָר ביז עפּעס־װאָס האָט אים די כּתרילעװקער פּרעסע רעכט איבערגעװאַשן די בײנער, געלײַטערט די נשמה און געמאַכט מיט דער בלאָטע גלײַך, און די גאַנצע שטאָט האָט אים אַ צײַט געהאַלטן אין מױל ― עס איז געװען בזי־בזיונות!

ומעשׂה שהיה כּך היה:

אײנמאָל אין אַ שײנעם טאָג האָבן די העברעיִסטן אַראָפּגעבראַכט פֿון דער גרױסער שטאָט אױף אַן אָװנט מיט דיסקוסיעס אַ באַרימטן דאָקטאָר־פֿילאָזאָף, ער זאָל זײ לײענען אַ רעפֿעראַט מיט דיסקוסיעס. דער באַרימטער דאָקטאָר־פֿילאָזאָף איז געקומען קײן כּתרילעװקע, אָפּגעלײענט דעם רעפֿעראַט, אױסגעהאַלטן די דיסקוסיעס, איבערגעלעבט דעם באַנקעט אױך בשלום און הלך לעולמו ― אַװעק צוריק אַהײם. װאָלט געװען גוט. װאָס טוט גאָט? גײען די כּתרילעװקער גאַזעטן און צעלײגן אױף זיבן טעלערלעך דעם רעפֿעראַט פֿונעם באַרימטן דאָקטאָר־פֿילאָזאָף און שרײַבן זיך יעדע איר מײנונג. פֿאַרשטײט זיך, װאָס אײנער זאָגט ― זאָגט דער אַנדערער קאַפּױר. װײַל די „יאַרמעלקע“, דער אָרגאַן פֿון די העברעיִסטן, האָט אָפּגעלױבט דעם גאַסט אין טאָג אַרײַן, אים אָנגערופֿן מיטן נאָמען געניאַלער שריפֿטשטעלער, געזאָגט, אַז דענקען דענקט ער אַזױ װי קאַנטImmanuel Kant 1724-1804 און שפּינאָזאַBaruch Spinoza 1632-1677 און רײדן רעדט ער אַזױ װי בעבעלFerdinand August Bebel 1840-1913 און זשאָרעסAuguste Marie Joseph Jean Léon Jaurès 1859-1914 , האָט דער „קאַפּעליוש“, דער אָרגאַן פֿון די ייִדישיסטן, אַקוראַט פֿאַרקערט, געמאַכט אים צו אַש און צו בלאָטע, אים געקרױנט מיט אַזעלכע שײנע נעמען, װי „בטלן“, „שטאַמלער“, „פּלאַפּלער“, „באַנק־קװעטשער“, „צבֿועק“, וכדומה. „צבֿועק“ האָט ער אָנגערופֿן דעם רעפֿערענט דערפֿאַר, װאָס ער האָט אין זײַן רעפֿעראַט געזאָגט מוסר דעם עולם, למאַי מען איז נישט ייִדישלעך גענוג, למאַי כּתרילעװקער בחורים זיצן אין קינעמאַטאָגראַף אָן אַ היטל און כּתרילעװקער מײדלעך טראָגן אום שבת זאָנטיקלעך, טיכעלעך, הענטשקעלעך און נאָך אַזעלכע זאַכן בפֿרהסיא… האָט דאָס מסתּמא רעכט פֿאַרדראָסן די העברעיִסטן, און זײער אָרגאַן, די „יאַרמעלקע“, איז אַרױס מיט אַ „קריטיקע“ אױף די ייִדישיסטן און געפֿרעגט אַ קלאָץ־קשיא: פֿון װאַנען װײסן דאָס עם־הארצים, גראָבע יונגאַטשעס, באָד־יונגען, שטיװל־פּוצער, בעל־עגלהס און באַהעלפֿערס, װאָס קאָנען נישט קײן צלם פֿאָר קײן אלף, צו זאָגן מבֿינות אױף אַזאַ גרױסן געלערנטן, אױף אַזאַ באַרימטן דאָקטאָר־פֿילאָזאָף און אױף אַזאַ געניאַלן רעפֿערענט? האָט זיך מסתּמא דער אָרגאַן פֿון די ייִדישיסטן, דער פּראָגרעסיװער „קאַפּעליוש“, נישט געפֿױלט און האָט אױף מאָרגן אָפּגעענטפֿערט דעם אָרטאָדאָקסישן קאָנקורענט מיט אַ „קריטיקע“ און האָט געפֿרעגט אַ קשיא אױפֿן גרױסן גאַסט, װי אַזױ שטעלט זיך דאָס אַװעק אַ ייִד, ער מעג זײַן אַ גרױסער געלערנטער און באַרימטער דאָקטאָר־פֿילאָזאָף און אַ געניאַלער רעפֿערענט, צו זאָגן פֿאַר אַן עולם מוסר, למאַי מע זיצט אָן אַ היטל אין קינעמאַטאָגראַף, און למאַי מײדלעך טראָגן זאָנטיקלעך, מיט טיכלעך, מיט הענטשקעלעך אום שבת, בשעת ער אַלײן, דער גרױסער געלערנטער, דער באַרימטער דאָקטאָר־פֿילאָזאָף און געניאַלער רעפֿערענט, האָט בסך־הכּל צװײ שװעסטער, איז אײנע אַ משומדתטע און די אַנדערע גלאַט אָ גנבֿטע?…

פֿאַר די העברעיִסטן איז די דאָזיקע אומדערװאַרטע קריטיק פֿונעם ייִדישיסטישן „קאַפּעליוש“ געװען אַ מין באָמבע, און זײ האָבן זיך די ערשטע צײַט פֿאַרלױרן. דערנאָך האָט מען אָפּגעהאַלטן אַ פֿאַרזאַמלונג מיטן רעדאַקטאָר פֿון דער „יאַרמעלקע“ בראָש, און ס'איז געבליבן, מע זאָל אַװעקקלאַפּן אַ דעפּעש צום רעפֿערענט און אָנפֿרעגן זיך בײַ אים גאַנץ אױפֿריכטיק אױף זײַנע שװעסטער. נאָר װי אַזױ פֿרעגט מען יענעם גלאַט אַזױ? װאָרעם טאָמער איז דאָס אַן אמת ― אפֿשר האָט ער טאַקע צװײ שװעסטער, אײנע אַ משומדתטע, די אַנדערע אַ גנבֿטע, ― הײסט דאָך עס דערלאַנגט אַ פּאַטש אין פּנים! איז געבליבן, מע זאָל בײַ אים אָנפֿרעגן סתּם טעלעגראַפֿיש און באַצאָלן פֿאַר אַן ענטפֿער: „װאָס מאַכן אײַערע שװעסטער?“ איז אַװעקגעגאַנגען אַ טאָג און צװײ ― נישטאָ קײן ענטפֿער! ערשט אױפֿן דריטן טאָג קומט אָן אַ טעלעגראַמע פֿון צװײ װערטער: „װאָסערע שװעסטער?“ נעמען די העברעיִסטן און קלאַפּן אַװעק אַ טעלעגראַמע און אױך מיט אַן ענטפֿער: „אײַערע צװײ שװעסטער“. גײט װידער אַװעק אַ טאָג און צװײ, און עס קומט אָן אַן ענטפֿער: „איך האָב נישט קײן שװעסטער“. פֿױלן זיך נישט די העברעיִסטן און קלאַפּן אַװעק אָ דריטן מאָל אַ דעפּעש. „אפֿשר זײַנען אײַערע שװעסטער געשטאָרבן?“ קומט אָן אַן ענטפֿער, װײַסט אױס, מיט בײזן שױן: „װאָס װילט איר? איך האָב קײנמאָל נישט געהאַט קײן שװעסטער ! איך בין אײן און אײנציקער“.

דאָס איז געװען אַן אָפּפֿרישונג פֿאַר די העברעיִסטן. װי אַ גוטער רעגן אין אַ טרוקענעם זומער. עס איז זײ אַראָפּ אַ שטײן פֿונעם האַרצן. קודם־כּל האָבן זײ אָפּגעדרוקט אַלע דעפּעשן אין דער „יאַרמעלקע“ און צוגעגעבן אַ רעכטן פּירוש צו די טעלעגראַמען ― לאָז די װעלט װיסן, אױף װאָס די ייִדישיסטן זײַנען פֿעיִק. און חוץ־לזה האָבן זײ צונױפֿגענומען אַלע בלעטער, װוּ ס′איז געװען געדרוקט די מעשׂה מיט די שװעסטער, און האָבן עס אַװעקגעשיקט צום רעפֿערענט. איז דער רעפֿערענט אַ היציקער פּאַרשױן און אַ האָנאָריסט, געװאָרן שטאַרק אױפֿגעבראַכט און האָט אַװעקגעװאָרפֿן האַק און פּאַק און איז געקומען צו פֿאָרן קײן כּתרילעװקע און האָט אײַנגעגעבן אױפֿן „קאַפּעליוש“ און אױף אַלע ייִדישיסטן אַן „איסקиск: לאָדעניש“, אַרױסגערופֿן צום געריכט אַ מאַסע עדות, געװאָלט אַרײַנפּאַקן די חבֿרה אין חד־גדיא אַרײַן פֿאַר רכילות און פֿאַר לשון־הרע און פֿאַר פּערזענלעכער באַלײדיקונג. און בכדי צו באַװײַזן, אַז ער איז רײן, אַז ער האָט נישט קײן שװעסטער, נישט קײן משומדתטע, נישט קײן גנבֿטע, און אַז ער האָט בכלל קײן שװעסטער קײנמאָל נישט געהאַט, האָט ער אַרױסגעפֿאָדערט פֿון זײַן שטאָט די מעטריקעס פֿון זײַן גאַנצער משפּחה, װאָס האָבן אַרױסבאַװיזן, אַז נישט נאָר ער איז בײַ זײַן טאַטע־מאַמע אַ בן־יחיד ― אַפֿילו זײַן טאַטע האָט אױך קײן שװעסטער נישט געהאַט! דאָס אַלצדינג האָט אָבער װינציק װאָס געהאָלפֿן צום מישפּט. די העברעיִסטן האָבן פֿאַרלױרן. די ריכטער האָבן אַרױסגעטראָגן אַזאַ מין רעזאָלוציע: „אַז דער באַשולדיקער זאָל האָבן שװעסטער, און יענע זאָל האָבן אױסגעטראַכט אױף זײַנע שװעסטער אַ בילבול, און דער בילבול װאָלט זיך אַרױסגעװיזן פֿאַר אַ ליגן, ― װאָלטן די באַשולדיקטע באַקומען זײער שטראָף לױטן געזעץ. נאָר אַזױ װי דער באַשולדיקער אַלײן האָט באַװיזן, און די צוגעשטעלטע פּאַפּירן באַשטעטיקן, אַז ער האָט קײן שװעסטער קײנמאָל נישט געהאַט, ― קומט אױס, אַז די באַשולדיקטע האָבן גערעדט לשון־הרע אױף אַזעלכע, װאָס זײַנען קײנמאָל נישט געבױרן געװאָרן; נימצא, אַז ס'איז נישטאָ קײן באַלײדיקטער. װיבאַלד אַזױ, זײַנען נישטאָ קײן באַלײדיקטע און קײן באַלײדיקער ― און דער מישפּט איז בטל“.

עפּילאָג

יענעם טאָג האָבן די העברעיִסטן מיט דער „יאַרמעלקע“ אָפּגעהאַלטן אַן עקסטרע פֿאַרזאַמלונג, און די ייִדישיסטן מיטן „קאַפּעליוש“ בראָש האָבן געמאַכט אַ קערמעשל און געהאַלטן דרשות אַ גאַנצע נאַכט, געטרונקען, געזונגען און געטאַנצט ביזן װײַסן טאָג אַרײַן. ס'איז געװען דער אמתער „ליהודים“.

יד. ליבהאָבער פֿון טעאַטער

טעאַטערס זײַנען פֿאַראַן אין כּתרילעװקע צװײ: אַ טעאַטער פֿון ייִדישיסטן און אַ טעאַטער פֿון העברעיִסטן. אַקטיאָרן אָבער ― נישט אײנער. סײַדן עס קומט אַראָפּ פֿון יעהופּעץ אַ ייִדישע טרופּע, אַ מאָל

צװײ טרופּעס, שפּילן אָפּ אַ פּאָר װאָכן און, אױב זײ האָבן מיט װאָס, פֿאָרן זײ אַװעק אַהין, פֿון װאַנען זײ זײַנען געקומען, און אַז נישט, פֿאַרזעצן זײ די זײגערלעך, די מלבושים, די דעקאָראַציע מיטן גאַנצן רעקװיזיט. און אױב זײ האָבן דאָס אױך נישט, גײט מען אַרױס איבער דעך שטאָט מיט אַ פֿאַטשײלע און מע מאַכט זײ אַ נדבֿה ― װאָס זאַל מען טאָן? מע װעט דאָך נישט לאָזן מענטשן אױסגײן פֿון הונגער; מען איז דאָך עפּעס ייִדן, צי נײן? און אַז זײ פֿאָרן אַװעק, גיבן זײ זיך דאָס װאָרט, אַז װײַל זײ װעלן לעבן זאָלן נישט זײ, נישט זײערע קינדער, נישט זײערע קינדס־קינדער נישט אַרײַנשמעקן מער קײן כּתרילעװקע, עס מעג אױף דעם קומען אַ שׂרפֿה, אַ מגפֿה און װאָס אין דער קאָרט ! דאַכט זיך, גוט אָנגעשאָלטן, אַיאָ? קוקט איבעראַיאָר ― ויבֿא המן ― זײ זײַנען װידער דאָ! אַזאַ טבֿע שױן בײַ די ייִדישע אַרטיסטן. עס ציט זײ קײן כּתרילעװקע. אַ קשיא אױף אַ מעשׂה ― טאָמער װעט זיך אױסגעבן אַ סעזאָן, װאָס װעט אומקערן דעם פֿאַראַיאָריקן פֿאַרלוסט נאָך מיט פּראָצענט? „איר קענט נישט דאָס טעאַטער־געשעפֿט ― האָט מיר אַמאָל געזאָגט אַ ייִדישער אַקטיאָר, אַ פֿאַרשלעפּטע קרענק: ― הײַנט איז שלעכט, מאָרגן קאָן זײַן נאָך ערגער“…

און װײַל דאָס ייִדישע טעאַטער קומט קײן כּתרילעװקע נאָר אױף גאַסטראָלן, און באַגײן זיך אָן אַ טעאַטער לאָז מען נישט, דעריבער זײַנען אין כּתרילעװקע פֿאַראַן אַ סך אַמאַטאָרן פֿון קונסט, ליבהאָבער פֿון ייִדישן טעאַטער.

איך האָב מורא צו זאָגן, ס'זאָל נישט אױסקומען שױן צו גוזמאדיק, צו איבערגעטריבן ― נאָר אַ פֿאַקט איז עס, אַז כּמעט די גאַנצע יוגנט פֿון כּתרילעװקע זײַנען „ליבהאָבער“. װוּ ערגעץ אַ דערװאַקסן בחורל, װוּ ערגעץ אַן אונטערגעװאַקסן מײדל, אַ חתן אָדער אַ כּלה ― זײַנען זײ „ליבהאָבער“. נישט נאָר בחורים און מײדלעך ― פֿאַראַן יונגעלײַט מיט בערדלעך שױן, אָדער װײַבלעך, מאַמעס פֿון קינדער, װאָס זײַנען „ליבהאָבער“ און שפּילן טעאַטער. װאָס מײנט איר , איז טאַקע אַז אָך און װײ צו יענעם װײַבל, װאָס איר מאַן איז אַ „ליבהאָבער“, און אַ קלאָג צו יענעם יונגנמאַן, װאָס זײַן װײַבל איז אַ „ליבהאָבערין“! דער יונגערמאַן נעבעך קומט אַהײם פֿון קלײט אַ מידער, אַ הונגעריקער, טרעפֿט ער נישט קײן װעטשערע נישט קײן סאַמאָװאַר, דאָס קינד װערט צעריסן

שרײַענדיק. װאָס איז די מעשׂה? ― דאָס װײַבל איז אַ „ליבהאָבערין“, איז זי דאָס אַװעק אױף פּראָבע, מע מאַכט רעפּעטיציע. אָדער פֿאַרקערט דאָס אײגענע: דער מאַן איז אַ „ליבהאָבער“, פּלאָנטערט זיך מיטן טעאַטער, פֿאַרברענגט זיך די צײַט גאַנץ פֿרײלעך. אַז נישט קײן ספּעקטאַקל, איז אַ רעפּעטיציע, אַז נישט קײן רעפּעטיציע, איז גלאַט אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון ליבהאָבער ― מע לײענט אַ נײַ שטיק פֿון אַ כּתרילעװקער דראַמאַטורג, טײלט מען פֿונאַנדער צװישן זיך די ראָלן. עסט מען דערנאָך װעטשערע אַלע אינאײנעם, מע נעמט צו גלעזלעך ביר, מע רײכערט פּאַפּיראָסלעך ― ס'איז חי געלעבט! און דאָס װײַבל נעבעך דאַרף זיצן אין דער הײם, װיגן דאָס קינד, אָדער ליגן אין בעט אַ פֿאַרשמאַכטע און אַרױסקוקן אַ גאַנצע נאַכט, װען װעט ער שױן קומען, דער געטרײַער מאַן „דער „ליבהאָבער“.

ערגער פֿון אַלץ איז, אַז בײדע, סײַ דער מאַן, סײַ דאָס װײַבל, זײַנען „ליבהאָבער“; און נאָך ערגער איז )דעמאָלט איז שױן טאַקע גאָר אַ צרה!(, אַז דער מאַן מיטן װײַב זײַנען קידער־װידער, דאָס הײסט, אַז דער מאַן איז אַ ליבהאָבער אַ העברעיִסט און דאָס װײַבל ― אַ ליבהאָבערין אַ ייִדישיסטקע, אָדער פֿאַרקערט, אַז דער מאַן איז אַ ליבהאָבער אַ ייִדישיסט, און דאָס װײַבל אַ ליבהאָבערין אַ העברעיִסטקע. קומט אַרױס דערפֿון אַ מאָל אַ קאָנפֿליקט, װאָס ענדיקט זיך מיט אַ סקאַנדאַל און מיט בזיונות.

נישט לאַנג האָט זיך געטראָפֿן אַ מעשׂה מיט אַ פּאָרפֿאָלק, מאַן און װײַב, בײדע „ליבהאָבערס“, ער ― אַ פֿאַרברענטער ייִדישיסט, אַ „קאַפּעליושיסט“, זי ― אַ פֿאַרברענטע העברעיִסטקע, אַ „יאַרמעלקעליסטקע“.

דאָס דאָזיקע פּאָרפֿאָלק איז זיך געװען אַ גאַנץ נישקשהדיק פּאָרפֿאָלק. האָבן געלעבט בשלום־ושלװה כּמעט אַ גאַנץ יאָר נאָך דער חתונה, האָבן שױן געהאַט אַ קינד אױך )אַ ייִנגל(. פּלוצעם האָבן זיך אָנגעהױבן צװישן פּאָרפֿאָלק מחלוקתן. װאָס איז? באשר ער װיל נישט, אַז זי זאָל גײן שפּילן אינעם טעאַטער פֿון די בעלי־לאָקשן־קױלעטש. „װילסטו שפּילן, זאָגט ער, קאָן איך, זאָגט ער, באַשטײן, זאָלסט שפּילן מיט מיר אינאײנעם, זאָגט ער, אינעם טעאַטער פֿון אונדזערע ייִדישיסטן.“ קוקט זי אים אָן, װי אַ משוגענעם: „װאָס עפּעס אינמיטן דרינען? די גאַנצע צײַט בין איך געװען אַ העברעיִסטקע ― און גאָרנישט, דו האָסט זיך נישט דערװאָרגן. איצט איז דיר מיטאַמאָל געװאָרן ביטער. װאָס איז דער שׂכל?“

לאָזט זיך אױס אַ מעשׂה, אַז דער שׂכל איז אַ פּראָסטער שׂכל: דער מאַן, דער ייִדישיסט, איז געװאָר געװאָרן על־פּי נס, דורך עפּעס אַ צעטעלע פֿון אַ העברעיִסט, אַז זײַן װײַבל, די העברעיִסטקע, האָט געפֿירט אַ ראָמאַן נאָך מײדלװײַז פֿאַר דער חתונה, טאַקע מיט אײנעם אַ העברעער. האָט זיך אָנגעצונדן אין אים אַ פֿײַער, און ס'איז געװען הימל עפֿן זיך! די גאַנצע שטאָט האָט זיך געװיגט. ס'איז אַװעק רעדערײַען, שושקערײַען, פּליאָטקעס. ס'איז אַרױסגעטראָגן געװאָרן אױף דער גאַס, אין מאַרק, און סוף־כּל־סוף אַרײַן אין דער פּרעסע, אין די כּתרילעװקער גאַזעטן הײסט עס, אינעם „קאַפּעליוש“ מיט דעך „יאַרמעלקע“ ― און װי באַלד ס'האָט זיך אַרײַנגעמישט די כּתרילעװקער פּרעסע, האָט איר שױן נישט װאָס זײ מקנא צו זײַן.

װאָס פֿאַר אַ ראָלע, למשל, האָט דאָ געשפּילט די פּרעסע? גאַנץ פּשוט: אַזױ װי דער ייִדישיסטישער „קאַפּעליוש“ האָט זיך אָנגענומען די קריװדע פֿונעם ייִדישיסטישן מאַן, איז אײנמאָל אין אַ שײנעם פֿרימאָרגן דער רעדאַקטאָר אַרױס מיט אַ פֿאַרביסענעם אַרטיקל אונטער אַ שרײַענדיקן נאָמען: „אױף כּפּרות דאַרװיןCharles Robert Darwin 1809-1882!“ מיך גיבן דאָ איבער אַ גאַנצן שטיק פֿונעם דאָזיקן העכסט־אינטערעסאַנטן אַרטיקל, טאַקע מיטן לשון, װי ס'איז אָפּגעדרוקט אינעם פּראָגרעסיװן „קאַפּעליוש“: „אַבי די געלערנטע, די אַזױ גערופֿענע דאַרװיניסטן, װילן אונדז אײַנשמועסן אַ קינד אין בױך ― אַז ס'איז פֿאַראַן כּלומרשט אין דער נאַטור אַ כּוח, װאָס הײסט אַטאַװיזם, װאָס לױט דעם דאָזיקן כּוח מוז אַ קינד זײַן ענלעך צו זײַנע עלטערן. עס הײבט זיך גאָרניט אָן! מיר קאָנען דאָס באַװײַזן מיט פֿאַקטן. מיר האַלטן נישט פֿון פּוסטע טעאָריעס! מיר האָבן ליב פֿאַקטן. אָט, למשל, האָט זיך געטראָפֿן ניט לאַנג אַ פֿאַקט )ניט בײַ אונדז אין כּתרילעװקע, חלילה, ― אין אַן אַנדער אָרט, אין יעהופּעץ, האָט עס זיך געטראָפֿן(. עס איז זיך געװען אַ פּאָר־פֿאָלק, בײדע ליבהאָבער פֿון ייִדיש טעאַטער, ער ― אַ פֿײַעריקער ייִדישיסט, זי ― אַ פֿלאַם־פֿײַעריקע העברעיִסטקע. ויהי היום, איז בײַ זײ געבױרן געװאָרן אַ קינד )אַ ייִנגל(, האָט מען זיך אין אַ יאָר אַרום אַרומגעקוקט, אַז דאָס קינד איז ניט נאָר קײן האָר נישט ענלעך צום פֿאָטער „ליבהאָבער“, דעם ייִדישיסט, נאָר אַדרבא, דאָס קינד איז צװײ טראָפּן װאַסער ענלעך צו אַ פֿרעמדן מאַנספּאַרשױן, אױך אַ „ליבהאָבער“, און דװקא אַ העברעיִסט. און כאָטש דער דאָזיקער „ליבהאָבער“ דער העברעיִסט איז געװען אַ פּרינציפּיעלער קעגנער פֿון ייִדיש, פֿונדעסטװעגן איז ער געװען אַ גאַנץ אָפֿטער אײַנגײער צום װײַב פֿונעם ייִדישיסט… דעריבער איז גאַנץ מעגלעך, און כּמעט גאָר אָן אַ שום ספֿק, אַז די ענלעכקײט פֿונעם קינד, װאָס דעם ליבהאָבער דעם ייִדישיסטס װײַב האָט געבױרן, זאָל זיך נעמען דערפֿון, הײסט עס, װאָס די ליבהאָבערין די העברעיִסטקע האָט זיך פֿאַרקוקט אױפֿן ליבהאָבער דעם העברעיִסט… אױב אַזױ, איז דאָס נאָך מער באַװײַז, אַז די געלערנטע דאַרװיניסטן, װאָס שמועסן װעגן אַטאַװיזם, הײבן נישט אָן צו װיסן װער ס'האָט זײ געשלײערט. זײ פֿאַרהאַקן אײַך נאָר דעם קאָפּ מיט זײערע נאַרישע טעאָריעס און װילן נישט מטריח זײַן זיך אַ קוק טאָז, װאָס בײַ זײ אונטער דער נאָז טוט זיך“…

װאָלט עס אפֿשר אָפּגעלאָפֿן גלאַט, װאָרעם װעמען גײט עס אָן, װאָס אַ רעדאַקטאָר קאָכט זיך דאָרטן? אַ כּתרילעװקער לעזער װערט װינציק־װאָס נתפּעל פֿון אַזאַ קאָכן זיך. ער װײס, אַז דאָס גאַנצע קאָכן זיך איז ניט װערט קײן אױסגעבלאָזן אײ. איז דאָך אָבער פֿאַראַן נאָך אַ גאַזעט אין כּתרילעװקע, מיטן נאָמען די „יאַרמעלקע“, און זי, די „יאַרמעלקע“, זײַט זיכער, װעט שױן ניט דורכלאָזן קײן װאָרט אַפֿילו פֿונעם „קאַפּעליוש“. זי, די „יאַרמעלקע“, באַדאַרף מער ניט נאָר האָבן אַ פּריטשעפּקע, בײַ װאָס אָנצוכאַפּן דעם „קאַפּעליוש“, װעט שױן זײַן סחורה מיט אַ מ″םמשכמו–ומעלה! און כּך הוה. ניט שפּעטער װי אױף מאָרגן אינדערפֿרי איז דער אָרטאָדאָקסישער רעדאַקטאָר פֿון דער אָרטאָדאָקסישער „יאַרמעלקע“ אַרױס מיט אַ ברענענדיקן לײט־אַרטיקל, אױך אונטער אַ שרײַענדיק קעפּל און אױך מיט גרױסע אותיות: „הינטישע פּאָליטיק“. אינעם דאָזיקן אַרטיקל גיט אַװעק די „יאַרמעלקע“ אַ רעכטע פּאָרציע איר ביטערן קאָנקורענט, דעם „קאַפּעליוש“, און באַװײַזט, װי צװײ מאָל צװײ איז פֿיר, אַז דער גאַנצער מײן פֿונעם כּלומרשט געלערנטן קאָך איז געװען מער ניט נאָר צוליב דעם, מען זאָל װאַרפֿן אַ חשד אױף אַ פּאָר־פֿאָלק, טאַקע פֿון הי, פֿון כּתרילעװקע גופֿא, כאָטש דער יעזויִט פֿונעם ראַדיקאַלן בלאַט זאָגט זיך כּלומרשט, אַז דאָס האָט זיך געטראָפֿן ניט בײַ אונדז אין כּתרילעװקע, נאָר אין יעהופּעץ. „אַ מינדסט קינד ― זאָגט די „יאַרמעלקע“ ― אַ מינדסט קינד װײס װער דאָס פּאָר־פֿאָלק איז, און נאָר אַ בהמה װעט נישט טרעפֿן, אַז דאָס האָט מען געמײנט מער ניט אַז צו קאָמפּראָמעטירן נעבעך אַן אומשולדיקע פֿרױ, אַ כּשרע נשמה, אַן ערלעכע „ליבהאָבערין“, פֿאַר װאָס זי איז ניט קײן ייִדישיסטקע!! “…

עס פֿאַרשטײט זיך פֿון זיך אַלײן, אַז דערמיט האָט זיך די דאָזיקע „פּאָלעמיק“ נאָך ניט געענדיקט. עס איז ערשט אַװעק אַ שרײַבעניש אױף טיש און אױף בענק. ס'האָט זיך ערשט אָנגעהױבן אָט דאָס, װאָס דער כּתרילעװקער לעזער רופֿט אָן מיטן נאָמען „קריטיקע“, און װאָס דער כּתרילעװקער לעזער האָט אַזױ ליב. דערװײַל אָבער האָט דאָס פּאָר־פֿאָלק נעבעך געהאַט צו זינגען און צו זאָגן. באַקאַנטע און אומבאַקאַנטע האָבן זײ אָפּגעשטעלט, געפֿרעגט, װאָס הערט זיך? שכנים זײַנען אַרײַנגעקומען אָנקוקן דאָס קינד, אין װעמען ס'איז געראָטן… גוטע פֿרײַנט האָבן געגעבן עצות, זײ זאָלן אײַנגעבן אױפֿן „קאַפּעליוש“ פֿאַר רכילות, לשון־הרע און באַלײדיקונג. אַנדערע האָבן באַדױערט דאָס פּאָר־פֿאָלק. אַנדערע האָבן אַ סך מער באַדױערט דאָס קינד. „װאָס האָט מען צום קינד? נעבעך אַן עופֿעלע! אַ גאָטס באַשעפֿעניש!“…

עפּילאָג

דאָס פֿאָר־פֿאָלק האָט זיך געגט, און אין אַ קורצע צײַט אַרום האָט דאָס װײַבל די העברעערין חתונה געהאַט טאַקע פֿאַר יענעם יונגנמאַן, דעם ליבהאָבער דעם העברעיִסט, װאָס איר קינד איז אַזױ ענלעך געװען צו אים טאַקע ממש װי צװײ טראָפּן װאַסער.

געשריבן אין יאָרן 1914―1915