קלײנע מענטשעלעך מיט קלײנע השׂגות: די גאָלדשפּינערס

שלום עליכם

פֿון www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish/sholemAleykhem/contents.html


אַ קורצער אַרײַנפֿאָר

די „גאָלדשפּינערס“ ― פֿרעגט זײ עפּעס גרינגערס, װי אַזױ שפּינט מען דאָס גאָלד? דאָס האָט מען זײ נאָר אַזאַ נאָמען געגעבן אין כּתרילעװקע מחמת קנאה; מען אין זײ מקנא, פֿאַרשטײט איר מיך, װאָס זײ זײַנען גרױסע פֿאַרדינער. דאָס הײסט, קבצנים זײַנען זײ, נישט פֿאַר אײַך געדאַכט, גלײַך מיט אַלע כּתרילעװקער אָרעמע־לײַט, נאָר אַז עס קומט פּורים, פֿאַרדינען זײ שטיקער גאָלד. דער אײבערשטער האָט זײ געבענטשט אַלע פֿון זײַן ברײטער האַנט, יעדן מיט אַ באַזונדער טאַלאַנט, און מענטשן מיט טאַלאַנט איז די װעלט מקנא. דאָס איז שױן אַזױ אַלט, װי די װעלט איז אַלט. מיר װילן זיך דעריבער גאָרנישט אָפּשטעלן אַפֿילו אַף אַ מינוט און גײען אַריבער גלײַך צו אונדזערע באַשרײַבונגען.
א.
דער קאָפּ פֿון די גאָלדשפּינערס : נפֿתּלי מיט די פֿיס

נפֿתּלי מיט די פֿיס איז אַ ייִד מיט סכּנות־לאַנגע פֿיס, װאָס הײבן זיך אָן באַ אים כּמעט פֿון דעם האַלדז. קײן מענטש איז נישט אימשטאַנד מיט נפֿתּלין צו גײן און נישט בלײַבן פֿון הינטן; נישט מחמת דער גאַנג איז באַ אים אַזאַ גיכער, נאָר װײַל דער שפּאַן איז אַ ברײטער. אָט, דאַכט זיך, זעט איר אים אַף דער זײַט גאַס. איר טוט זיך אַ ריר ― אַהאַ, ער איז שױן אַף יענער זײַט. די דאָזיקע פֿיס ― דאָס איז נפֿתּליס קאַפּיטאַל, זײַנע כּלי־זין, זײַנע ברױט־געבער. בקיצור, נפֿתּלי איז אַ ייִד אַ מעקלער.

קומט צו פֿאָרן אַ פּריץ קײן כּתרילעװקע אײן מאָל אין אַ יובֿל, דערשמעקט נפֿתּלי, אַז אַ פּריץ איז געקומען, טוען אים אַ טראָג די פֿיס אַף דער אַכסניה: „אַדוני פּריץ, װאָס איז דײַן באַגער?“ ― און װאָס דער פּריץ זאָל נישט באַגערן, װעט אים נפֿתּלי ברענגען אין אײן מינוט: אַ שנײַדער, אַ שוסטער, אַ שמירער, אַ דינסט, אַ פֿערד, אַ טאַראַנטאַס, אַ צירולניק, אַ פֿעלדשער, אַ מכשף, אַ שװאַרץ־יאָר. קײן „נײן“ איז גאָר נישטאָ באַ אים. דער גאַנצער חסרון איז, װאָס נפֿתּלי איז נישט אײנער אַפֿן יריד. פֿאַראַן אין כּתרילעװקע, אַחוץ אים, נאָך מעקלערס. װיפֿל ייִדן, כּמעט אַזױפֿיל מעקלערס, און יעדנפֿאַלס ― מער מעקלערס, װי פּריצים.

פֿון דעם איז גרינג צו פֿאַרשטײן, װאָס פֿאַראַ גאָלדענע געשעפֿטן נפֿתּלי מיט די פֿיס מאַכט און װי שײן ער װאָלט אױסגעזען, װען גאָט־ברוך־הוא זאָל נישט מזכּה זײַן זײַן ליב פֿאָלק ישׂראל מיט דעם ליבן, טײַערן, פֿרײלעכן, לעבעדיקן יום־טובֿ פּורים. אין דעם דאָזיקן ליבן, טײַערן, פֿרײלעכן, לעבעדיקן יום־טובֿ האָט זיך אַרױסבאַװיזן נפֿתּליס טאַלאַנט מיט זײַן גאַנצן פּראַכט און גלאַנץ. נפֿתּלי איז אַ געבאָרענער אַרטיסט, און פּורים־שפּיל איז װי אָנגעמאָסטן פֿאַר זײַנע לאַנגע פֿיס.

אין פֿלוג װעט אײַך אױסקומען אפֿשר קאָמיש, װאָס קער זיך אָן פּורים־שפּיל צו פֿיס? האָט קײן פֿאַראיבל נישט, עס קער זיך אָן זײער שטאַרק! נפֿתּלי איז נישט קײן אַחשורוש, נישט קײן המן, נישט קײן מרדכי און נישט קײן ושתּי. ער איז נישט מער, װי אַ ממוכן, אַ מין הױפֿ־מײַסטער באַם קעניג אַחשורוש; און װער עס איז באַקענט מיטן באַרימטן אַחשורוש־שפּיל, דער װעט פֿאַרשטײן, אַז די ראָלע פֿון ממוכן איז זײער אַ װיכטיקע ראָלע. אַף ממוכנען, קאָן מען זאָגן, שטײט דאָס גאַנצע שפּיל. דאַרף מען אַרײַנרופֿן ושתּין, זי זאָל קומען פֿאַרן קעניג אַחשורוש אַ נאַקעטע, װי די מאַמע האָט זי געהאַט, ― איז ממוכן. דאַרף זיך דער קעניג האַלטן אַן עצה, װאָס טוט מען מיט ושתּין, װאָס זי װיל נישט גײן קײן נאַקעטע, ― איז ממוכן. דאַרף זיך מרדכי דורכרײדן דיפּלאָמאַטיש מיט אסתּרן, ― איז ממוכן. הכּלל ― ממוכן דאָ, ממוכן דאָרט, ממוכן און ממוכן! און איר באַדאַרפֿט זען, װי אונדזער ממוכן אַרבעט מיט די פֿיס. אָט האָט איר אײַך אַ בײַשפּיל:

עס עפֿנט זיך אױף די טיר און עס קומען אַרײַן די פּורים־שפּילער מיטן ברײטן „גוט יום־טובֿ“. נאַטירלעך, בלײַבן אַלע אַקטיאָרן שטײן האַרט באַ די װענט, מיט די הענט אַראָפּ; נאָר אײן ממוכן טרעט אַרױס מיט די לאַנגע פֿיס, מיט אַ שװערד אין דער האַנט און מיט אַ פּאַפּירענעם ספּאָדיק אַפֿן קאָפּ, אַ שפּאַן אַהער, אַ שפּאַן צוריק ― און שיט מיט גראַמען, װי פֿון אַ ראָזשעק (בסוד דאַרף מען אײַך אױסזאָגן, אַז די אַלע גראַמען, װאָס איר באַגעגנט אָט דאָ, געהערן טאַקע צו ממוכנען, דאָס הײסט, נפֿתּלי מיט די פֿיס האָט זײ אַלײן אױסגעטראַכט פֿון זײַן קאָפּ):

              „איך, ממוכן, דער הױפּטמײַסטער,
              פֿונעם קלוגן קעניג אַחשורוש
              דער שטאַלמײַסטער,
              בין געשיקט צו ושתּין דער קעניגון,
              זי זאָל זיך פֿאַר די געסט טון טאָן פֿאַרנײגון
              אַ נאַקעטע, אַ באָרװעסע, װי באַם זײדן
              אָדם הראשון אין גן־עדן
              אַרײַן, אַרײַן, אַרײַן,
              מלכּה ושתּי דו מײַן!“

רײַסט זיך אָפּ פֿון דער װאַנט די מלכּה ושתּי (בערל פֿאָנפֿאַטש) און ענטפֿערט אים אָפּ אױך מיט גראַמען, און אױך נפֿתּליס אַרבעט, אַ ביסל אונטער דער נאָז און אַ ביסל מיט אַ קװיטש אַף אַ װײנענדיקן ניגון פֿון חתן־תּורה:

              „קומט אַהער אַלע פֿרױען פֿון פּרס ומדי
              און אַלע האַרינטעס פֿון שושן,
              װעלן מיר זיך מיט אײַך
              אַ ביסל דורכשמוסאַן.
              הערט, װי מײַן געמאל
              װידערשפּעניקט אין דער תּורה,
              גענוג ער איז אַ טיפּש, איז ער נאָך
              אַ שיכּור הגדול הגיבור והנורא...“

דעמאָלט װערט ממוכן אָנגעצונדן, טוט אַ שפּאַן מיט זײַנע לאַנגע פֿיס הין און צוריק און הײבט אָן שיטן מיט גראַמען, זײַן אײגענע אַרבעט:

              „װאָס זאָגט איר אַף דער הולטײַקע? געפֿעלט אײַך אַ שפּראַך?
              װאָס האָב איך דאָ מיט איר צו רײדן אַ סך?
              איך זאָל װיסן, אַז דער קעניג װעט נישט זײַן אין כּעס,
              נעם איך אַראָפּ דעם קאָפּ אָט דער מרשעת...“

הײבט אױף קעניג אַחשורוש (משה פּלעצל) אַ לאַנגן שטעקן, אַרומגעװיקלט מיט גאָלדפּאַפּיר:

              „פֿון מײַנעטװעגן מעגט איר אײַך אַלע קעפּן, שטעכן אָדער
                                                                                           הענגון,
              אַבי מע זאָל נאָר אַהער דאָס ביסל משקה ברענגון.
              װאָס האָט איר, מיניסטאָרן, אַראָפּגעלאָזט די נעזער,
              אַמער, גיסט בעסער אָן פֿולע גלעזער,
              װעלן מיר טרינקען װײַן,
              װעלן מיר שיכּור זײַן,
              ביזן װײַסן טאָג אַרײַן !“

כאַפּט אונטער די גאַנצע קאָמפּאַניע:

              „װעלן מיר טרינקען װײַן,
              װעלן מיר שיכּור זײַן,
              ביזן װײַסן טאָג אַרײַן!“

טרעט אַרױס מרדכי (נחמיה דער שוסטער), אַן אָפּגעריסענער, מיט אַ האָרב און מיט אַ באָרד פֿון פֿלאַקס, פֿאַרנײגט זיך פֿאַרן קעניג און רעדט צו ממוכנען און װינקט עפּעס זײער מאָדנע מיט די אױגן, מאַכט מיט די הענט און זינגט מיט אַ מיתה־משונה־ניגון:

              „היות װי זײַן מאַיעסטעט איז אַן אַלמן געבליבון,
              און מע האָט אין אַלע 127 מדינות צעשריבון,
              מע זאָל אים ברענגען מײדלעך פֿון דער גאָרער װעלט,
              פֿון שײנעם יחוס און מיט געלט,
              לכן האָב איך פֿאַר אים אַ כּלה ―
              אַזאַ יאָר מעג שױן זײַן אַף אונדז אַלע:
              אַ מױד, װי אַ צימעס, גרין אַזױ װי גראָז,
              אַ ביסל אַ ראַבעטיני מיט אַ לאַנגער נאָז,

              איר נאָמען איז אסתּר,
              קײן ברידער און קײן שװעסטער,
              נישט קײן טאַטן, נישט קײן מאַמען,
              נישט קײן פֿרײַנט און נישט קײן קרובֿים,
              אַ יונג קינד פֿון אַ יאָר עטלעכע און צװאַנציק,
              אַחוץ שבתים און יום־טובֿים...“

טוט ממוכן װידער אַ שפּאַן מיט די פֿיס הין און צוריק, רעדט מיט פֿײַער:

              „אַדרבה, לאָז זי קומען אַהער,
              און זיך טון טאָן פֿאַרן קעניג אַ קער,
              און אױב זי װעט אים געפֿעלן,
              װעט ער איר די קרױן אַפֿן קאָפּ אַװעקשטעלן.
              און דו, מאָנדריש, פֿאַר דײַן שדכנות,
              װעסטו באַקומען אַ המן־טאַש מיט מאָן שלח־מנות...
              אַרײַן, אַרײַן, אַרײַן,
              אסתּר מלכּה דו מײַן!“...

און ערשט דאָ הײבט זיך אָן דער רעכטער קנאַק: נפֿתּליס פֿיס זײַנען שטאַרקער פֿון אײַזן, אַז זײ טראָגן איבער אַזאַ פּורימדיק שטיקל אַרבעט. דערפֿאַר אָבער לעקט ער אָפּ אַ פֿעט בײנדל, װאָרעם ער איז דאָך, קאָן מען זאָגן, דער רעזשיסער פֿון דער טרופּע, דער בעל־הבית, דער מחבר און דער קאַסירער.

― ער שפּינט גאָלד, שטיקער גאָלד, אָט דער ייִד, אַז עס קומט פּורים!

אַזױ זאָגן אַף אים די כּתרילעװקער ייִדן, װאָס זײַנען אים פּשוט מקנא, נישט אַזױ אַף זײַן טאַלאַנט, װי אַף זײַן פּרנסה.
ב.

                    די גאָלדשפּינערן: ריװעלע די זיסע

כּתרילעװקע זאָל אַלע טאָג נוצן צוקערלעקעך, פֿלאָדנס און פֿלעדלעך, אַזױ װי מע נוצט דאָס דאָרטן פּורים צו שלח־מנות, װאָלט נפֿתּלי מיט די פֿיס פֿאַרשפּאָרן זײַן אַ גאַנץ יאָר אַ מעקלער און פּורים אַ קאָמעדיאַנט. זײַן װײַב, ריװעלע די זיסע, װאָלט אים אױפֿהאַלטן מיט זײַן גאַנץ הױזגעזינט מיט כּבֿוד. װאָרעם אױב נפֿתּלי איז באַרימט מיט זײַנע פֿיס, איז זײַן װײַב ריװעלע נישט װינציקער באַרימט מיט אירע הענט.

ריװעלע איז אַף דער פֿיגור אַ װײַבעלע אַ קלײניטשקע, אַ דאַרינקע, אַ טרוקענע, אַ פֿאַרזעעניש, און אַקעגן איר מאַן נפֿתּלי זעט זי אױס, װי אַ פֿערטל עוף. אַ קוק טאָן אַף איר ― װער װעט זאָגן, אַז דאָס װײַבעלע פֿאַרזאָרגט אַ גאַנצע שטאָט מיט צוקער־געבעקס, אַז עס קומט פּורים, װען ייִדן שיקן אײנער דעם אַנדערן שלח־מנות? מאָלט אײַך, ס'איז פֿאַראַן נאָך װײַבער אין כּתרילעװקע, װאָס פֿאַרנעמען זיך מיט דער זעלבער פּרנסה. װער אָבער פֿאַרמאָגט אַזעלכע גאָלדענע הענט, װי ריװעלע די זיסע? אירע טאָרטן מיט אירע לעקעכער, אירע שטרודלען און מלכות־ברײטלעך, אירע מאָנדלעך און אינגבערלעך, מיט אירע געצװיקלטע קישעלעך האָבן זיך קונה שם געװען אין דער גאַנצער װעלט און דערלאַנגט אַזש קײן יעהופּעץ, דורך אַ מעשׂה, װאָס האָט זיך געטראָפֿן. ומעשׂה שהיה כּך היה:

אײנער אַ לץ פֿון די כּתרילעװקער לצים, װאָס זײַנען דאָרטן אַזױ פֿיל, װיפֿל שטערן אין הימל, האָט זיך געװאָלט מאַכן אַ שפּאַס איבער דער שטאָט כּתרילעװקע און איבער די פּראָדוקטן, מישטײנס געזאָגט, װאָס די שטאָט גיט אַרױס. װאָס זשע טוט אַזאַ לץ? איז ער זיך מישבֿ אײנמאָל אַף אַ טשיקאַװעס און שיקט אַװעק דורך דער פּאָסט שלח־מנות פֿון די אױבן־דערמאָנטע זאַכן, װאָס ריװעלע די זיסע גרײט אָן לכּבֿוד פּורים, צו זײַנעם אַ רײַכן קרובֿ קײן יעהופּעץ. צום שלח־מנות האָט ער בײַגעלײגט אַ בריװ זײער שײן געשריבן, אין װעלכן ער בעט דעם רײַכן קרובֿ, ער זאָל קײן פֿאַראיבל נישט האָבן פֿאַרן „שיקעכטס, װאָס ער שיקט אים“, װאָרעם אין כּתרילעװקע איז קײן „ע רגערע ש י־ק עכטס ן“ נישט צו געפֿינען. װי איבערראַשט אָבער, שטעלט אײַך פֿאָר, איז אָט דער לץ, אַז ער באַקומט פֿון זײַן רײַכן קרובֿ אַ דאַנק־בריװ מיט אַ בקשה, ער זאָל תּיכּף ומיד צונױפֿקױפֿן פֿון די דאָזיקע זיסע זאַכן װיפֿל ס'איז נאָר מעגלעך און למען השם רעכט אײַנפּאַקן און אָפּשיקן דורך פּאָסט אַפֿן נגידס רעכענונג קײן יעהופּעץ (װער װײס נישט, אַז נגידים בכלל, און יעהופּעצער בפֿרט, האַלטן פֿון דער אַכילה, און האָבן ליב אַ זיסן ביסן?). פֿון דעמאָלט אָן װערט פֿון יאָר צו יאָר אַרױסגעשיקט
צום נגיד קײן יעהופּעץ אַ גאַנצער טראַנספּאָרט פֿון ריװעלעס זיסע זאַכן אַף פּורים. און אָט אַזױ איז ריװעלעס נאָמען געװאָרן מפֿורסם אַזש אין יעהופּעץ.
ג.
ש ניטצײַ ־ ט

ריװעלע זאָל אָבער דאַרפֿן אַרױסקוקן אַפֿן יעהופּעצער נגיד אַלײן, װאָלט זי בלױ באַשטאַנען. דער עיקר פּדיון איז באַ איר אַפֿן אָרט. די עטלעכע טעג, װאָס פֿאַר פּורים זעלבסט, האָט ריװעלע די זיסע ממש קײן הענט נישט. באַרעכנט אײַך: אַלײן באַקן, אַלײן פֿאַרקױפֿן, אַלײן פֿאַרפּאַקן און אַלײן רעכענען זיך מיט אַלע בעלי־ביתטעס ― צו די חשבונות אַלײן דאַרף מען האָבן אַ קאָפּ פֿון אַ מיניסטער!

אָט האָט איר אײַך אַ מוסטער. װי אַזױ ריװעלע רעכנט זיך מיט אַ נגידס אַ װײַב, װאָס טראָגט פּערעלעך אין דער װאָכן און הײסט שׂרה־פּערל:

― פֿון אײַך קומט, שׂרה־פּערל, אַזױ גרױס, װי פֿאַר אַ האַלב טוץ לעקעכלעך מיט ראָזשינקעס עובֿר לסוחר צו זעקס גראָשן, זעקס מאָל זעקס ― װיפֿל איז זעקס מאָל זעקס? דאַכט זיך דרײַ־און־דרײַסיק? און פֿיר קומיש־ברײטלעך האָט איר גענומען צו אַכט גראָשן, עס קאָסט מיך אַלײן צו זיבן, איך זאָל אַזױ זײַן געזונט, פֿיר מאָל אַכט איז אַכט־און־פֿערציק; הײַנט צװײ פֿלעדלעך גרױסע אָן פֿאַרפֿעלעך און דרײַ פֿלעדלעך קלײנע מיט פֿאַרפֿעלעך, װעל איך אײַך רעכענען פֿאַר די פֿלעדלעך אַרום און אַרום פֿינף שטיק צו פֿיר־און־צװאַנציק גראָשן, עס קאָסט מיך טײַערער, לאָמיר בײדע אַזױ זײַן געזונט! פֿינף מאָל פֿיר־און־צװאַנציק װיפֿל איז? ס'זאָל זײַן זעקס מאָל װאָלט דאָך געװען אַ קערבל מיט זעקס גראָשן, און אַז פֿינף מאָל, איז, אַפּנים, אַזױ גרױס, װי אַ קערבל אָן זעקס גראָשן. װיפֿל־זשע האָבן מיר אינאײנעם, הײסט עס: דרײַ־און־דרײַסיק און אַכט־און־פֿערציק איז צװײ־און־אַכציק, און אַ קערבל, איז אָנדערהאַלבן קערבלעך מיט צװײ־און־צװאַנציק, גײט אַראָפּ זעקס גראָשן, איז װיפֿל בלײַבט פֿון אָנדערהאַלבן קערבלעך מיט צװײ־און־זעכציק קאָפּיקעס, אַז מע נעמט אַראָפּ זעקס גראָשן? נישט קײן רובל מיט נײַנציק?

― אַ גוט יום־טובֿ! װאָסערע צװײ־און־זעכציק? װוּ האָבן זיך גענומען צו אײַך צװײ־און־זעכציק?

אַזױ צעשרײַט זיך שׂרה־פּערל, און בײדע װײַבער נעמען זיך צום חשבון װידער אַ מאָל פֿונעם אָנהײב.

― זאָלט איר מיר געזונט זײַן, שׂרה־פּערל, דער חשבון איז דאָך, װי אַפֿן טעלער; אַ האַלב טוץ לעקעכלעך מיט ראָזשינקעס עובֿר לסוחר צו זעקס גראָשן אַ שטיקל, איז זעקס מאָל זעקס ― װיפֿל איז זעקס מאָל זעקס? נישט קײן צװײ־און־פֿערציק?...

― מזל־טובֿ! סע װאַקסט באַ אײַך! פֿריִער איז באַ אײַך אױסגעקומען דרײַ־און־דרײַסיק, איצט איז שױן געװאָרן צװײ־און־פֿערציק! קײן עין־הרע נישט!

עס העלפֿט נישט. װיבאַלד עס קומט צו געלט, אַזױ מוז מען אָנקומען צו אונדז, מאַנצבילן, און ריװעלע רופֿט אָפּ נפֿתּלין פֿון די אַקטיאָרן, און נפֿתּלי האָט פֿײַנט, אַז מע רײַסט אים אָפּ פֿון דער אַרבעט, איז ער אין כּעס סכּנות.

― אַן אַקציע מיט די װײַבער! קײן צװײ מיט צװײ קאָנען זײ אײַך נישט צונױפֿרעכענען. נו? אַרױס מיטן חשבון, נאָר גיך געשװינד, דער טאָג שטײט נישט!

אַזױ זאָגט נפֿתּלי מיט גרימצאָרן, און מע רעכנט אים אױס דאָס גאַנצע צעטל, בײדע װײַבער אין אײן אָטעם. נפֿתּלי הערט מיט צוגעמאַכטע אױגן, רעכנט אַף די פֿינגער און װערט גיך פֿאַרפּלאָנטערט און פֿאַרטומלט און נאָך מער אין כּעס, און ער פֿאַלט אָן אַפֿן װײַב:

― איך האָב דיר געזאָגט טױזנט מאָל, אַז װיבאַלד דו האָסט אַזאַ קעצענעם מוח און קאָנסט נישט צונױפֿרעכענען קײן צװײ מיט צװײ, הײַנט װעלכע גוטע יאָר טרײַבט דיך, זאָלסט פֿאַרקױפֿן דײַן סחורה הורט? לאחדים פֿאַרקױפֿט מען, אײנציקװײַז! למשל: װאָס האָט איר גענומען? אַ לעקעכל? גיט אַהער זעקס גראָשן! נאָך אַ לעקעכל? נאָך זעקס גראָשן! אַ פֿלעדל? לײגט־אַנידער פֿיר־און־צװאַנציק גראָשן! נאָך אַ פֿלעדל? נאָך פֿיר־און־צװאַנציק גראָשן!

שׂרה־פּערל דער נגידית שטײט אַפֿילו נישט אָן די מעשׂה, מע זאָל זיך מיט איך רעכענען אָט אַזױ אָ, װי מיט אַ קבצנטע, נאָר זי האָט קײן אַנדער ברירה נישט. װוּ װעט זי נעמען אַזאַ צוקער־געבעקס אַף שלח־מנות, אַז נישט באַ ריװעלען? קומט פּורים, איז ריװעלע די מיוחסת.
איטלעכער האָט זיך זײַן צײַט, און אַז מען דאַרף דעם גנבֿ, נעמט מען אים פֿון דער תּליה... נישט אומזיסט איז איר די גאַנצע שטאָט מקנא:

― גאָלדענע הענט... שיט אָן גאָלד... בײדע שיטן זײ אָן זעק מיט גאָלד, אַז סע קומט פּורים!...
ד.
דער יונגער גאָלדשפּינער: נח שניצלער

װעמען גאָט גיט אַ זיסע שטימע צום זינגען, װעמען הענט צום שפּילן, װעמען פֿיס צום טאַנצן: ― נחן, נפֿתּליס עלטערן זון, האָט די נאַטור געבענטשט מיט אַ טאַלאַנט צום שניצן.

נאָך אַז נח איז געװען אַ קינד, איז ער אַרומגעגאַנגען אַ צעקײַלטער, אַ צעבײַלטער פֿונעם פֿאָטערס קלעפּ און פֿון דער מוטערס שטשיפּאַלקעס: „אַ ייִנגעלע זאָל דיר האָבן אַ טבֿע טאָג װי נאַכט אַרומגײן און שנײַדן און בראָקן און שניצלען און שניצלען און שניצלען!“...

בכדי אַרױסצושלאָגן פֿונעם קינד דאָס משוגעת פֿון „שניצלען“, האָט מען אים אָפּגעגעבן אין חדר אַרײַן און אָנגעזאָגט דעם רבין הונדערט מאָל, ער זאָל אים איבערברעכן די הענט, טאָמער װעט מען אים זען האַלטן אַ מעסערל! זאָל ער בעסער זען װאָס מער לערנען! דעם רבינס לערנען האָט אָבער נישט געהאָלפֿן גאָרנישט: נח איז אַרױס פֿון חדר מיט זײער װינציק תּורה. דערפֿאַר האָט ער אָבער אַרױסגעװיזן זעלטענע בריהשאַפֿט צום שניצן. און געשניצט האָט ער אַלצדינג, װאָס סע איז אים געקומען פֿאַר די אױגן. עס האָבן זיך געפֿונען מבֿינים אין כּתרילעװקע, װאָס האָבן געזאָגט, אַז באַ דעם בחורל אין די הענט זיצט אַ רוח, נישט אַנדערש; װען ער זאָל זײַן אין אַ גרױסער שטאָט, װאָלט פֿון אים אַרױס... זײ װײסן אַלײן נישט, װאָס פֿון אים װאָלט אַרױס. דערװײַל מעגן אים אָפּדאַרן די הענטלעך, װאָרעם ער האָט צעשניצט אַלע בענק מיט אַלע שטענדערס, װאָס אין בית־המדרש, אױסגעשניצט אַף זײ מענטשעלעך מיט פֿײגעלעך מיט, להבֿדיל, חזרים... פֿאַר די חזרים האָט נח באַקומען אַ רעכטע פּאָרציע פֿון טאַטן, פֿון דער מאַמען, פֿונעם רבֿ און פֿונעם שמשׂ און פֿונעם בעדער ― װער עס האָט געהאַט גאָט אין האַרצן, דער האָט אים אַרײַנגעלײגט, װיפֿל ס'איז אין אים אַרײַן:

― אַ יונגאַטש קאָן! אין אַ מקום־קדוש חזרים!...

דאָס האָט אָבער נישט אָנגעלערנט אונדזער „שניצלער“. דער פֿונק, װאָס האָט געטליִעט באַ אים אינעװײניק בירושה פֿונעם גרױסן בצלאל, װאָס אין חומש, האָט אים נישט געלאָזט צו־רו, ביז זײַן טאַלאַנט האָט זיך אַרױסגעװיזן מיט זײַן גאַנצער קראַפֿט דורך אַ צופֿאַל, װי אַלע גרױסע אַנטדעקונגען אין דער װעלט קומען אומגעריכט, דורך אַ זײַטיקער סיבה.

דאָס איז געװען עטלעכע טעג פֿאַר פּורים, האָט מען אים געקױפֿט אַ מתּנה, אַ הילצערנעם גראַגער מיט אַ המן־קלאַפּער, אַף שלאָגן המנען אין בית־המדרש צו דער מגילה. נח האָט דעם גראַגער מיטן המן־קלאַפּער באַטראַכט פֿון אַלע זײַטן, שטילערהײט צענומען אַף שטיקלעך און צונױפֿגעשטעלט צוריק ― און דאָ איז אים אײַנגעפֿאַלן אַ געדאַנק, אַז װען ער זאָל נאָר האָבן מיט װאָס, װאָלט ער געמאַכט אַ גראַגער מיט אַ המן־קלאַפּער, װאָס װאָלטן פֿאַרשטעקן אין גאַרטל אַלע גראַגערס מיט אַלע המן־קלאַפּערס פֿון דער גאַנצער װעלט. נחן האָט געפֿעלט דערצו נאָר צװײ זאַכן: מאַטעריאַל און אינסטרומענטן, דאָס הײסט, האָלץ און אַ מעסערל. װאָס טוט מען? מילא, מיט האָלץ איז קײן דאגה נישט: האָלץ קאָן מען אַװעקלקחנען באַ דער מאַמען פֿון אונטערן אױװן. װוּ נעמט מען אָבער אַ אינסטרומענט? אַ מעסערל װוּ קריגט מען? און נח איז געפֿאַלן אַף אַן המצאה (אַ ליכטיקער קאָפּ!): ער האָט גענומען דעם גראַגער מיטן המן־קלאַפּער און איז אַרױס מיט זײ אַפֿן מאַרק פֿאַרקױפֿן, און פֿאַרן געלט װעט ער קױפֿן אַ מעסערל. האָט זיך אָבער געטראָפֿן אַן אומגליק (מיט אַלע דערפֿינדערס טרעפֿן זיך אומגליקן!): דער ערשטער קונה, װאָס נח האָט זיך צו אים געװענדעט, ער זאָל באַ אים קױפֿן אַ מציאה, האָט אים אָנגענומען באַ דער האַנט און צוגעפֿירט גלײַך צום פֿאָטער:

― װאָס איז די מעשׂה, רב נפֿתּלי, אײַער קלײנער האַנדלט שױן מיט גראַגערס?

דאָס פֿאַרשטײט אַ מינדסט קינד, אַז קודם כּל האָט דער דערפֿינדער באַקומען זײַן פּאָרציע פּעטש, װאָס אים קומט, און ערשט נאָכדעם, אַז נפֿתּלי האָט זיך גענומען צום זון אױספֿאָרשן, אַף װאָס ער דאַרף אַזױ נײטיק דאָס געלט, און אַז נח האָט אים דורך טרערן זיך מודה געװען, דערצײלט דעם אמתן אמת, װאָס אים קװעטשט, האָט אים דעמאָלט דער פֿאָטער ערשט מקײם פּסק געװען, אים אָנגערופֿן מיטן נאָמען „בהמה
בצורת פֿערד“ און האָט אים געקױפֿט אַ מעסערל און האָט אים אַלײן אױסגעקליבן האָלץ, און נח האָט זיך אַװעקגעזעצט אַרבעטן אַף אַלע כּלים, עס האָט געברענט באַ אים אונטער די הענט, אַזױ אַז אין אײן טאָג זײַנען באַשאַפֿן געװאָרן עטלעכע גראַגערס מיט המן־קלאַפּערס, נאָר אַזעלכע, װאָס די שטאָט איז געגאַנגען קוקן אַף חידושים, און אַלע האָבן אָפּגעגעבן נפֿתּלין מזל־טובֿ:

― איר האָט שױן, רב נפֿתּלי, מיט אײַער זון גאָרנישט װאָס צו זאָרגן. ער איז שױן אַ פֿאַרזאָרגטער...

פֿון דעמאָלט אָן װײס שױן די גאַנצע שטאָט פֿון אײן עק ביזן אַנדערן, אַז אַ גראַגער אין גלײַכן געלט, אָדער אַ המן־קלאַפּער, אָדער אַ קאַלאַקאָטקע אַף פּורים ― דאָס קריגט מען באַ נפֿתּליס זון, נח שניצלער. און װיפֿל נח זאָל נישט אָנגרײטן קײן סחורה, װערט זי אױסגעפֿאַרקױפֿט עד לפּ″ק. אַלע יאָר, אַז דער פּורים גײט אַװעק, קאָנט איר הערן פֿון נחן די אײגענע װערטער:

― הײַנטיקס יאָר איז געװען אַ יאָר פֿון גראַגערס.

נישט אומזיסט איז די שטאָט מקנא נפֿתּלין אַף זײַנע קינדער:

― אַ הצלחה פֿון גאָלדשפּינערס! ― זאָגט כּתרילעװקע מיט אַ זיפֿץ. ― נישט גענוג, ער פֿאַרדינט פֿון אײן זײַט און זי פֿון דער אַנדערער זײַט, שיטן אָן גאָלד, אַז סע קומט פּורים, דאַרפֿן זײ נאָך האָבן אַזעלכע גאָלדענע קינדער!...
ה.
די קלײנע גאָלדשפּינערלעך

אױב איר װילט זען אַ שײנס און ס'זאָל אײַך נישט קאָסטן טײַער, טאָ פֿאָרט זיך דורך, זײַט מוחל, אַף פּורים קײן כּתרילעװקע, שטעלט זיך אָפּ אַף װאָס פֿאַר אַן אַכסניה איר װילט און קוקט דורכן פֿענצטער אין דרױסן אַרױס, װעט איר עפּעס זען. פֿון גאַנץ פֿרי אָן טיאָפּקען איבער דער בלאָטע, לױפֿן װי די פֿאַרסמטע מײַז, פֿון אײן שטוב אין דער אַנדערער, ייִנגלעך מיט מײדלעך, אונטערגעבונדן מיט פֿאַטשײלעס, צום מײנסטן באָרװעסע, כאָטש ס'איז נאָך קאַלט אין דרױסן און סע גײט אַ שנײעלע. אין די הענט האַלטן זײ אָדער גרױסע בעקנס, אָדער טעלער און טעלערלעך, אָדער שאָלן און שעלעכלעך, איבערגעדעקט מיט װײַסע טישטעכלעך. דאָס טראָגן ייִדישע קינדער שלח־מנות, װאָס די כּתרילעװקער װײַבער שיקן אײנע דער אַנדערער, בײטן זיך מיט די פּורימדיקע גוטע זאַכן, װאָס ריװעלע די זיסע האָט אָנגעגרײט.

― איטע־לאה האָט מיר געשיקט צװײ פֿלעדלעך מיט אַ מלכות־ברױטל, מיט אַ צוקערלעקעכל און מיט צװײ מאַנדל־בײגעלעך ― שיק איך איר אָפּ צוריק אײן פֿלעדל מיט צװײ מלכות־ברױטלעך, מיט צװײ צוקערעקעכלעך און מיט אײן מאַנדל־בײגעלע. און יענטע־מירל האָט מיר געשיקט אַ קישעלע מיט צװײ קומיש־ברױטלעך, מיט צװײ שטרודלען און מיט אַ מאָהינדל ― שיק איך איר אָפּ צוריק צװײ קישעלעך מיט אײן קומיש־ברױטל, מיט אײן שטרודל און מיט צװײ מאָהינדלעך.

אַזױ קאָמבינירן די כּתרילעװקער דאַמעס די שלח־מנותן קונציק און מיט אַ רעכענונג, ס'זאָל אױסקומען אי פֿײַן, אי נישט פֿאַרשעמט, אי אײנס אַף אײנס. און מחמת די שטאָט לעבט צװישן זיך פֿרײַנטלעך, איז דאָ זײער אַ סך ערטער אַף צו שיקן די שלח־מנותן. דורך אײגענע דינסטן אָדער קינדער איז אוממעגלעך דאָס אױספֿירן. מע מוז אָנקומען צו פֿרעמדע. דעמאָלט װערט אַ יקרות אַף אָרעמע ייִנגלעך און מײדלעך, װאָס האָבן פֿיס און װילן פֿאַרדינען אַף פּסח.

גליקלעך זײַנען יענע פֿאָטער־און־מוטער, װאָס פֿאַרמאָגן װאָס מער ייִנגלעך און װאָס מער מײדלעך. אין כּתרילעװקע זײַנען פֿאַראַן אַ סך אַזעלכע גליקלעכע; נאָר גליקלעכער פֿון אַלע זײַנען די גאָלדשפּינערס, װײַל אַזױפֿיל מײדלעך און אַזױפֿיל ייִנגלעך, װי באַ נפֿתּלין, איז זעלטן צו געפֿינען אַפֿילו אין כּתרילעװקע. װיפֿל נפֿשות ― קאָן איך אײַך אַקוראַט נישט זאָגן; פֿרעמדע קינדער טאָר מען נישט צײלן, לאָזן זײ װאַקסן געזונטערהײט, װעמען מאַכן זײ קאַליע? װינטער ליגן זײ אונטערן אױװן נאַקעט, אײנס אַף דאָס אַנדערע, אַזױ װי די װערעם, און זומער־לעבן װאַלגערן זײ זיך אין דרױסן אַפֿן מיסט, שפּילן אין „באַבקעלעך“, אָדער אין „קאַמער־קאַמער־הױז“, אָדער אין „װיפֿל מײַל איז צו אײַך צײלט אײַך“, אָדער מע „לאָזט אַ רעגן“, דאָס הײסט, מע הײבט אױף אַזאַ שטױב, אַז עס װערט פֿינצטער אין גאַס, מע קאָן דערשטיקט װערן! דעמאָלט פֿליִען פּעטש מיט קולאַקעס, מיט בעכענצעס, מיט קללות, װאָס געפֿינען זיך נישט אין דער תּוכחה:

― אַ, גײן זאָלט איר אַף קוליעס! שטײן זאָלט איר פּראַװצעם! זיצן אין געהאַקטע װוּנדן! ליגן אין װערעם!...

דערפֿאַר אָבער, אַז עס קומט פּורים, פֿילט חבֿרה קלײנװאַרג, אַז זײ האָבן אױך עפּעס אַ װערט, און אַ גרױסן װערט. מע צערײַסט זײ דעמאָלט אַף שטיקלעך. אַ כּתרילעװקער מאַדאַם, אַז זי באַשטעלט באַצײַטנס באַ ריװעלען שלח־מנות, באַשטעלט זי שױן מיט אַ קינד, אַ ייִנגל אָדער אַ מײדל, אַף צו טראָגן דעם שלח־מנות. און ריװעלעס קינדער, די ייִנגלעך מיט די מײדלעך, צעלאָזן זיך איבער אַלע גאַסן פֿון דער שטאָט, מיט איבערגעדעקטע בעקנס, שאָלן און שעלעכלעך; די בעקלעך באַ זײ פֿלאַמען, די שטערנס שװיצן און די אױגן ברענען. זײ באַגעגענען זיך אָפֿטמאָל אײנס מיטן אַנדערן אין דער בלאָטע, נאָר זײ האָבן קײן צײַט נישט אָפּשטעלן זיך אַפֿילו אַף אַ מינוט, אַ קוק טאָן אײנס דאָס אַנדערע אין שלח־מנות אַרײַן. נאָר לױפֿנדיק פֿאַרבײַ, װאַרפֿט מען זיך דורך מיט האַלבע װערטער, װאָס אַ זײַטיקער מענטש װעט זײ אפֿשר נישט אינגאַנצן פֿאַרשטײן:

― פּעטעלעלע! װוּהין?

― צו לאהצע די גראָבע. און דו, קרומע פֿיסל?

― צו אַלטעריכע מיט די לאָקשן... עפּעס געמאַכט?

― נאָך אַ מין! און דו?

― איך האָב שױן אַ קערבל מיט צװײ פֿערציקער מיט אַ גילדן מיט צװעלף גראָשן, און דו װיפֿל?

― קײן צײַט געהאַט איבערצוצײלן ― נאָר כ'האָב מורא, אַז מער װי דו.

― װיש אָפּ די נאָז!

― ברעך דעם קאָפּ!

און מע צעגײט זיך, דער אַהער, דער אַהין.

די כּתרילעװקער בעלי־בתּים זיצן שױן לאַנג באַ דער פּורימדיקער סעודה, זינגען „שושנת יעקבֿ“, קלײַבן פֿאַרגעניגן פֿון נפֿתּלי מיט די פֿיס און פֿון זײַנע פּורים־שפּילער, און נפֿתּליס קינדער לױפֿן נאָך אַלץ אַרום פֿון שטוב צו שטוב מיט די שלח־מנותן און נעמען צונױף באַ דער שטאָט די גראָשנס. און די שטאָט טרײַבט מיט זײ קאַטאָװעס:

― ייִנגעלע, קום נאָר אַהער. װעמענס ביסטו? נישט נפֿתּליס?

― נפֿתּליס.

― האָסט שױן אָנגעשלאָגן הײַנטיקן טאָג אַ הונדערטער, צי עפּעס װינציקער?

― כי־כי.

― זאָג, שעם זיך נישט.

― כי־כי.

― אָט אַזױ, װי איר קוקט דאָס אָן מיטן געלעכטערל „כי־כי“, װעט דאָס ברענגען אַהײם אַ פֿולע קעשענע מיט גאָלד!... אַ שטוב פֿון גאָלדשפּינערס!
ו.
די גאָלדשפּינערס באַ דער סעודה

כּתרילעװקע איז שױן לאַנג אױפֿגעשטאַנען פֿון דער פּורימדיקער סעודה. אַ סך טראַכטן מכּח לײגן זיך שלאָפֿן, און נאָך מער שלאָפֿן שױן און כראָפּען גאַנץ געשמאַק נאָכן ביסל משקה, װאָס מע האָט גענומען צוליב דער שׂמחה, װאָס מע האָט געפּטרט אַ שׂונא ― המנען. נאָר אײן משפּחה האָט זיך ערשט אַװעקגעזעצט צום טיש אָפּריכטן די סעודה, אױפֿגעשניטן דעם גרױסן געפֿלאָכטענעם קױלעטש און זיך גענומען צו דער אַרבעט לעבעדיק און פֿרײלעך.

דאָס זײַנען ― די גאָלדשפּינערס.

אַלע זײַנען זײ אױסגעהונגערט, מיד, פֿילן נישט די פֿיס אונטער זיך, און אַלע האָבן צו דערצײלן פֿונעם טאָג מעשׂיות, גאַנצע פּעק מיט מעשׂיות! נפֿתּלי ― פֿון זײַנע פּורים־שפּילער, װי גוט זײ האָבן הײַנט געשפּילט, אױסגעצײכנט גוט! נאָר אײן ושתּי האָט אַ ביסל אונטערגעהונקען אַף דער עבֿרי.

― ס'זאָל אַף אים קומען אַ כאָלערע ביז חול־המועד פּסח! װיפֿל מע לערנט אים, אָט דעם ושתּין, ער זאָל זאָגן: „װידערשפּעניקט אין דער תּורה“ ― קומט באַ אים אױס אַף זײַן פֿאָנפֿע: „פֿינף הונדערט אין דער גזירה“. װאָסער גזירה, אַ רוח אין דײַן שװיגערס טאַטן אַרײַן? נאָר גײ רײד מיט אַ פֿאָנפֿעװאַטע נאָני!

דאָס דערצײלט נפֿתּלי. און ריװעלע האָט צו דערצײלן נאָך שענערע זאַכן, פֿון אירע קונהטעס, װאָס דינגען זיך ביזן בײן. אײנע אַ דאַמע האָט זיך מײשבֿ געװען און האָט גאָר געװאָלט אַװעקגנבֿענען אַ פֿלעדל.

― מאָל דיר, נישט באַ מיר גנבֿעט מען. „װיפֿל פֿלעדלעך, זאָג איך, מאַדאַם, האָט איר אָפּגעלײגט?“ זאָגט זי: „פֿיר“. זאָג איך: „נו, און דאָס פֿינפֿטע װאָס איז?“ װערט זי רױט און מאַכט צו מיר: „ס'איז דען אױך אַ פֿלעדל?“ זאָג איך: „װאָס דען איז דאָס, אַ װאַנטזײגער?“ זאָגט זיך: „איך האָב געמײנט, אַז ס'איז אַ האָניקטײגל“. זאָג איך: „נו, און אַ האָניקטײגל איז אַ הונט?“...

אַזױ דערצײלט ריװעלע, און די מעשׂיות, װאָס נח האָט צו דערצײלן, דרײען זיך, געװײנלעך, אַרום אַ גראַגער.

― הײַנטיקס יאָר איז געװען אַ יאָר פֿון גראַגערס. אַלע האָבן זיך געכאַפּט צו גראַגערס. נאָר גראַגערס, גראַגערס און גראַגערס. איך בין נאָך נעכטן באַטאָג געבליבן אָן אײן גראַגער. קומט־צו אַלע מאָל צו מיר אַן אַנדער ייִד. איך זאָל אים געבן אַ גראַגער. זאָג איך: „איך האָב נישט קײן גראַגערס“. זאָגט ער: „ס'איז נישט קײן תּירוץ, דו מוזט מיר געבן צװײ גראַגערס!“ זאָג איך: „װוּ זאָל איך אײַך נעמען גראַגערס?“ זאָגט ער: „װוּ זײַנען דײַנע גראַגערס?“

― װעסט אַמאָל אױפֿהערן צו גראַגערן, צי נײן?

אַזױ זאָגט צו אים דער פֿאָטער, און נח לאָזט אַראָפּ די אױגן, בײגט זיך אָן און שנײַצט אױס די נאָז אונטערן טיש. דאָס געפֿעלט דװקא דער חבֿרה קלײנװאַרג. איצט איז געקומען אױך זײער צײַט צו דערצײלן גליקן פֿון זײער שלח־מנות טראָגן; פֿאַראַן אַזױפֿיל צו דערצײלן און צו דערצײלן, אַז ס'װעט כאַפּן ביז פּסח. דערװײל איז ערשט פּורים, און מען איז אױסגעמידט פֿונעם טאָג, און מע דאַרף גײן שלאָפֿן.

און יונגװאַרג צעגײען זיך אַף זײערע ערטער הינטערן אױװן, פֿאַלן, װי די סנאָפּעס, און װערן אַנטשלאָפֿן מיטן זיסן שלאָף פֿון גליקלעכע מענטשן, װאָס האָבן געהאַט אַ גוטן, אַ געראָטענעם יריד...
ז.
די גאָלדשפּינערס צײלן דאָס גאָלד

עס איז שױן העט װײַט אין דער נאַכט. כּתרילעװקע האַלט שױן לאַנג אין רעכטן שלאָף נאָך דער גרױסער פּורימדיקער סעודה מיט די שלח־מנותן. נאָר צװײ פּאַרשױנען אין דער גאַנצער שטאָט זײַנען נאָך װאַכעדיק און טראַכטן אַפֿילו נישט װעגן גײן שלאָפֿן. דאָס זײַנען די גאָלדשפּינערס. נפֿתּלי מיט די פֿיס און זײַן װײַב ריװעלע די זיסע. שטיל האָבן זײ צוגעשלאָסן די טיר, פֿאַרהאַנגען די פֿענצטער און האָבן זיך גענומען צו דער קאַסע. זײ װילן צונױפֿרעכענען דאָס ביסל מזומנס, װאָס די גרױסע גאָלדשפּינערס מיט די קלײנע גאָלדשפּינערלעך האָבן אַרײַנגעבראַכט אין דעם דאָזיקע גליקלעכן טאָג, און קאָנען נישט. זײ צײלן און צײלן און קאָנען נישט איבערצײלן; אָדער ער האָט אַ טעות אין חשבון, אָדער זי האָט אַ טעות, זײ ברענען אײנס אַף דאָס אַנדערע.

― קײן צװײ מיט צװײ זאָל אַ ייִדענע נישט קאָנען איבערצײלן!

אַזױ זאָגט דער מאַן, און דאָס װײַב ענטפֿערט אים:

― נו, פֿאַר װאָס זשע צײלסטו נישט, אַז דו קאָנסט, בעל־חשבון מײַנער?

― צײל דו, דו קאָנסט בעסער!

― נײן, צײל דו, דו קאָנסט בעסער!

איר זאָלט גאָר קײן מורא נישט האָבן, טאָמער חלילה צעקריגן זיך מאַן און װײַב. איצט איז נישט קײן צײַט פֿון קריגן זיך. איצט דאַרף מען מאַכן אַ רעכענונג, װאָס מע קאָן און װאָס מע דאַרף און װאָס מע מוז קױפֿן: שוכװאַרג פֿאַר זיך און קאַפּאָטקעלעך מיט קלײדלעך פֿאַר די קינדער ― דאָס איז נומער אײנס. הײַנט מצה אַף פּסח? הײַנט שמאַלץ? אַ דײזשקעלע באָרשט? אַ זעקל קאַרטאָפֿלעס?... און מערקװירדיק! װיפֿל זײ זאָלן נישט רעכענען, װיפֿל זײ זאָלן װעלן זײַן אױסברענגערס, פֿרעסערס, געלט־ברענערס, שאַרלאַטאַנעס פֿון דער װעלט, קומט אױס, אַז ס'װעט נאָך זײַן גענוג, סײַ אַף שוכװאַרג פֿאַר זײ, סײַ אַף קאַפּאָטקעלעך מיט קלײדלעך פֿאַר די קינדער, סײַ אַף מצות מיט שמאַלץ, מיט אַ דײזשקעלע באָרשט, מיט אַ זעקל קאַרטאָפֿלעס אַף פּסח...

און באַ זײ בײדן צעפֿלאַקערן זיך די פּנימער און צעברענען זיך די אױגן, די בעקלעך װערן רױט און די הערצער װאַקסן, און בײדע פֿילן זײ, אַז די װעלט, װאָס גאָט האָט באַשאַפֿן, איז כ'לעבן, גאָרנישט אַזאַ שלעכטע װעלט, און די מענטשן זײַנען, כ'לעבן, גאָרנישט אַזעלכע שלעכטע מענטשן. נישט מער, װאָס ייִדן זײַנען מקנא אַף פּרנסה, פֿאַרגינען נישט, טאָמער האָט אײנער אַ גוטן טאָג, אײן טאָג אַ גוטן!

― פֿאַרברענט זאָל װערן אָט דאָס כּתרילעװקע! אַ שטאָט פֿון נישט־פֿאַרגינערס!

אַזױ זאָגט נפֿתּלי, און ריװעלע נעמט זיך אָן דער שטאָטס קריװדע:

― אָרעמע־לײַט, מישטײנס געזאָגט...

― אָרעמע־לײַט, זאָגט זי? אַלץ הײסט באַ איר אָרעמע־לײט, כע־כע! כּתריליקעס! דליתים! שלעפּערס! בעטלערס! קבצנים! דלפֿנים! ענײם ואבֿיונים!!

― נישט דאָ געדאַכט! ― זאָגט ריװעלע מיט שרעק. זי האָט פּשוט מורא פֿאַר אַ גוט אױג.

און פֿון דרױסן לאָזט זיך הערן, מע װײס נישט פֿון װאַנען, אַ װײַט קרײען פֿון אַ באַקאַנטן האָן, אַן אַלטער האָן מיט אַן אױסגעזונגענער כּלי. אָנהײבן הײבט ער אָן דװקא נישקשהדיק, מיטן ברען און מיטן קװיטש, און אױסלאָזן לאָזט ער אױס מחילה שװאַכלעך, אַף דער נידעריקסטער אָקטאַװע, און עפּעס װי מיט אַ װידעראַנאַנד:

― קו! ― קאַ! ― רי! ― קאו! ― או?

עם קומט אױס גלײַך, װי ער װאָלט זיך אַלײן פֿרעגן אַ קשיא:

― אַלטער נאַר! װאָס שרײַסטו?

אין דרױסן איז בלױלעך, עס שאַריעט אַף טאָג.

געשריבן אין יאָר 1909.

                              ב ע ר ל ־ א ײַ ז י ק
                    דערצײלט װוּנדײרים פֿון אַמעריקע

„אַמעריקע איז אַ לאַנד פֿון בלאָף“... „אַמעריקאַנער בלאָפֿערס“...

אַזױ זאָגן די פֿרעמדע. גרינע חיות ― זײ הײבן נישט אָן צו װיסן װאָס זײ זאָגן. אַמעריקע מעג הײצן די פּעטשערעס אין כּתרילעװקע, און אונדזער בערל־אײַזיק װעט פֿאַרשטעקן אין גאַרטל אַלע אַמעריקאַנער בלאָפֿערס!

איר קאָנט פֿאַרשטײן װער בערל־אײַזיק איז, אַז טאָמער מאַכט זיך באַ אונדז אין כּתרילעװקע, אײנער האָט זיך אַ ביסל פֿאַררעדט, אַף אײַער אַמעריקאַנער לשון װעט דאָס הײסן: ע ר האַקט אַ ט ש ײַ־נ י ק, שטעלט מען אים אָפּ מיט די װערטער: „בערל־אײַזיק האָט דיר געלאָזט גריסן“ ― שטױסט ער זיך שױן אָן װאָס מע מײנט און ער װערט אַנטשװיגן.

אַן אַנעקדאָט דערצײלט מען באַ אונדז אין כּתרילעװקע פֿון אײנעם אַ ייִדן אַ חצוף, װאָס איז זײער כאַראַקטעריסטיש פֿאַר בערל־אײַזיקן. פּסח איז דער מינהג באַ די גוײם, אַז זײ באַגעגענען זיך, זאָגן זײ זיך אָן אײנס דאָס אַנדערע אַ גוטע בשׂורה, אַז קריסטוס איז לעבעדיק געװאָרן ― „קריסטאָס װאָסקרעס“. דערױף ענטפֿערט אים דער צװײטער: „װאָ־איסטינו װאָסקרעס“ ― ס'איז אמת, הײסט דאָס, ער איז לעבעדיק געװאָרן... טרעפֿט זיך אַ מעשׂה, באַדאַרף אַ קריסט זיך באַגעגענען מיט יענעם ייִדן דעם חצוף און מכבד זײַן אים מיטן פּסוק „קריסטאָס װאָס־קרעס“... װערט אים שלעכט, דעם ייִדן: װאָס זאָל ער טאָן? ענטפֿערן דעם גױ „װאָאיסטינו װאָסקרעס“ ― װײס ער, אַז ס'אַליגן און ס'איז קעגן אונדזער גלױבן... זאָגן אים: נײן, ער איז נישט לעבעדיק געװאָרן ― קאָן מען דאָך כאַפּן פֿאַר אַזעלכע װערטער אַ מיאוסן פּסק...