קלײנע מענטשעלעך מיט קלײנע השׂגות: װען איך בין רױטשילד

שלום עליכם

פֿון www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish/sholemAleykhem/contents.html

                    װען  איך  בין רױטשילד
               (אַ מאָנאָלאָג פֿון אַ כּתרילעװקער מלמד)

― װען איך בין רױטשילד, ― האָט זיך צעלאָזט אַ כּתרילעװקער מלמד אײנמאָל אין אַ דאָנערשטיק, בעת די רביצן האָט אים געמאָנט אַף שבת און ער האָט נישט געהאַט, ― אױ, װען איך זאָל זײַן רױטשילד! טרעפֿט, װאָס איך טו? ראשית חכמה, פֿיר איך אײַן אַ מנהג, אַז אַ װײַב זאָל תּמיד האָבן באַ זיך אַ דרײַערל, בכדי זי זאָל פֿאַרשפּאָרן דולן אַ ספּאָדיק, אַז סע קומט דער גוטער דאָנערשטיק און ס'איז נישטאָ אַף שבת... והשנית, קױף איך אױס די שבתדיקע קאַפּאָטע, אָדער נײן ― דעם װײַבס קעצענעם בורניס ― לאָז זי אױפֿהערן פּיקן אין קאָפּ אַרײַן, אַז ס'איז איר קאַלט! און קױף אַװעק די דאָזיקע שטוב אינגאַנצן מיט אַלע דרײַ חדרים, מיט דער קאַמער, מיט דער שפּיזאַרני, מיטן קעלער, מיטן בױדעם, מיט הכּל בכּל מכּל פֿלעקל, ― לאָז זי נישט זאָגן, אַז ס'איז איר ענג; נאַ דיר אַװעק צװײ חדרים, קאָך דיר, װאַש דיר, בראָק דיר, און לאָז מיך צורו, איך זאָל קאָנען קנעלן מיט מײַנע תּלמידים מיט אַ רײנעם קאָפּ! נישטאָ קײן דאגות פּרנסה, מע באַדאַרף נישט קלערן, װוּ נעמט מען אַף שבת ― מחיה נפֿשות! די טעכטער אַלע חתונה געמאַכט, אַראָפּ אַ האָרב פֿון די פּלײצעס ― װאָס פֿעלט מיר? הײב איך מיך אָן אַרומקוקן אַביסל אַף דער שטאָט. דאָס ערשטע בין איך מנדר אַ נײַעם דאַך אַפֿן אַלטן בית־המדרש, לאָז אױפֿהערן קאַפּען אַפֿן קאָפּ, בשעת ייִדן דאַװנען; און, להבֿדיל, דאָס מרחץ בױ איך איבער אַפֿסנײַ. װאָרעם נישט הײַנט־מאָרגן ― עס װעט דאָרטן מוזן זײַן אַן אומגליק, חס ושלום, טאָמער פֿאַלט דאָס אױס אַקוראַט בשעת נשים באָדן זיך. און װיבאַלד דאָס באָד, מוז מען שױן דאָס הקדש אַװדאי צעװאַרפֿן און אַנידערשטעלן אַ „ביקור־חולים“ אָבער טאַקע װאָס אַ ביקור חולים הײסט, מיט בעטלעך, מיט אַ דאָקטער, מיט רפֿואות, מיט יאַיכלעך אַלע טאָג פֿאַר די חולאָים, װי עס פֿירט זיך אין לײַטישע שטעט. און אַ „מושבֿ זקנים“ , שטעל איך אַװעק, אַלטע ייִדן לומדים זאָלן זיך נישט װאַלגערן אין בית־המדרש באַ דער הרובֿע, און אַ חבֿרה „מלביש־יסומים“, אָרעמע קינדער זאָלן נישט אַרומגײן, איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, מיט די פּופּקעס אין דרױסן, און אַ חבֿרה „גמילות־חסדים“, אַז איטלעכער ייִד, סײַ אַ מלמד, סײַ אַ בעל־מלאָכה, סײַ אַ סוחר אַפֿילו זאָל פֿאַרשפּאָרן צאָלן פּראָצענט, נישט דאַרפֿן פֿאַרמשכּונען דאָס העמד פֿונעם לײַב, און אַ חבֿרה „הכנסת־כּלה“, אַז װוּ ערגעץ אַן אָרעם מײדל נעבעך אַ דערװאַקסענע, זאָל מען זי אױסקלײדן, װי עס געהער צו זײַן, און חתונה מאַכן, און נאָך כּדומה אַזעלכע חבֿרות פֿיר איך אײַן באַ אונדז אין כּתרילעװקע... נאָר װאָס איז שײך עפּעס דװקא נאָר באַ אונדז אין כּתרילעװקע? אומעטום, װוּ עס געפֿינען זיך נאָר אחינו בני ישׂראל, פֿיר איך אײַן אַזעלכע חבֿרות, אומעטום, אַף דער גאַנצער װעלט! און בכדי עס זאָל זיך פֿירן מיט אַ סדר, װי עס געהער צו זײַן ― טרעפֿט, װאָס טו איך? מאַך איך אַף אַלע חבֿרות אײן חבֿרה אַ גרױסע, אַ צדקה־גדולה־חבֿרה, װאָס גיט אַכטונג אַף אַלע חבֿרות, אַף אַלע ייִדן. דאָס הײסט, אַף דעם כּלל ישׂראל, אַז ייִדן זאָלן אומעטום האָבן פּרנסה און לעבן אין אַחדות און זאָלן זיצן אין די ישיבֿות און לערנען: חומש מיט רש″י, מיט גמרא, מיט תּוספֿות, מיט מהרש″א, מיט אַלע שבֿע חכמות און מיט אַלע שבעים לשון, און אַף אַלע ישיבֿות זאָל זײַן אײן ישיבֿה אַ גרױסע, אַ ייִדישע אַקאַדעמיע, אין דער װילנע געװײנטלעך, װאָס פֿון דאָרטן זאָלן אַרױסגײן די גרעסטע לומדים און חכמים אין דער װעלט, און אַלצדינג זאָל זײַן אומזיסט, „על חשבון הגבֿיר“, אַף מײַן קעשענע, און אַלצדינג זאָל זיך פֿירן מיט אַ סדר און מיט אַ פּלאַן, עס זאָל נישט זײַן קײן „גיב־מיר־נאַ־דיר־כאַפּ־לאַפּ“, און אַלע זאָלן אין זינען האָבן נאָר טובֿת־הכּלל!... און בכדי מע זאָל קענען טראָגן אַפֿן קאָפּ דעם „כּלל“ ― װאָס דאַרף מען? דאַרף מען באַװאָרענען דעם פּרט. און מיט װאָס קען מען באַװאָרענען דעם פּרט? געװײנלעך, מיט פּרנסה; װאָרעם פּרנסה, הערט איר, דאָס איז דער רעכטער עיקר; אָן פּרנסה קאָן נישט זײַן קײן אַחדות; איבערן שטיקל ברױט, משטײנס געזאָגט, איז אײנער דעם אַנדערן יורד לחײו, קאַפּאַל יענעם קױלען, סמען, הענגען!... אַפֿילו די שׂונאי ישׂראל, אונדזערע המנס פֿון דער גאַנצער װעלט, מײנט איר, װאָס האָבן זײ צו אונדז? גאָרנישט. נאָר צוליב פּרנסה. זײ זאָלן האָבן פּרנסה, װאָלטן זײ גאָר אַזױ שלעכט נישט געװען. פּרנסה ברענגט צו קנאה, קנאה ברענגט צו שׂנאה, און דערפֿון, רחמנא ליצלן, נעמען זיך אַלע צרות אַף דער װעלט, אַלע אומגליקן, נישט דאָ געדאַכט, מיט אַלע רדיפֿות, מיט אַלע הריגות, מיט אַלע רציחות און מיט אַלע מלחמות...

אױ, די מלחמות, די מלחמות! דאָס איז, הערט איר, גאָר אַ שחיטה פֿאַר דער װעלט! װען איך בין רױטשילד, מאַך איך אױס מלחמות, אָבער טאַקע לחלוטין אױס!

װעט איר דאָך פֿרעגן: װיִאַזױ? נאָר מיט געלט. דהײַנו? איך װעל עס אײַך געבן צו פֿאַרשטײן מיט אַ שׂכל: למשל, צװײ מלוכות צעאַמפּערן זיך איבער אַ נאַרישקײט דאָרט, אַ שטיקל ערד, װאָס איז װערט אַ שמעק טאַבאַקע; „טעריטאָריע“ הײסט עס באַ זײ. די מלוכה זאָגט, אַז די טעריטאָריע איז איר טעריטאָריע, און די מלוכה זאָגט: „נײן, ס'איז מײַן טעריטאָריע“. מששת ימי בראשית, הײסט עס, האָט גאָט באַשאַפֿן אָט דאָס שטיקל ערד פֿון איר כּבֿוד װעגן. קומט צוגײן אַ דריטע און זאָגט: „איר זײט בײדע בהמות; די טעריטאָריע איז אַלעמענס טעריטאָריע, אַ רשות הרבים הײסט עס“. הקיצור, טעריטאָריע אַהער, טעריטאָריע אַהין, מע „טעריטאָריעט“ אַזױ לאַנג, ביז מע הײבט אָן שיסן פֿון ביקסן און האַרמאַטן, און מענטשן קױלען זיך אײנס דאָס אַנדערע װי די שאָף, און בלוט, בלוט גיסט זיך אַזױ װי װאַסער.

אָבער אַז איך קום צו זײ לכתּחילה און זאָג זײ: „שאַט, ברידערלעך, לאָזט אײַך דינען. אין װאָס גײט דאָ באַ אײַך, אײגנטלעך, דער גאַנצער סכסוך? מע פֿאַרשטײט דען נישט אײַער מײן? איר מײנט נישט אַזױ די הגדה, װי די קנײדלעך. טעריטאָריע איז דאָך באַ אײַך נאָר אַן אױסרײד; דער עיקר איז דאָך באַ אײַך יענע מעשׂה, פּעטי־מעטי, קאָנטריבוציע! און װיבאַלד לשון קאָנטריבוציע ― צו װעמען קומט מען אָן מיט אַ הלװאה? צו מיר, צו רױטשילדן הײסט עס. אַמער, װײסט איר װאָס? נאַ דיר, ענגלענדער מיט די לאַנגע פֿיס און מיט די קעסטלדיקע הױזן, אַ מיליאַרד! נאַ דיר, נאַרישער טערק מיט דער רױטער יאַרמלקע, אַ מיליאַרד! נאַ דיר, מומע רײזל, אױך אַ מיליאַרד, ממה־נפֿשך, גאָט װעט אײַך העלפֿן, װעט איר מיר אָפּצאָלן מיט פּראָצענט, נישט חלילה קײן גרױסן פּראָצענט, פֿיר אָדער פֿינף לשנה, איך װיל אַף אײַך נישט רײַך װערן“...

פֿאַרשטײט איר שױן? אי איך האָב געמאַכט אַ געשעפֿט, אי מענטשן הערן אױף צו קױלען אײנס דאָס אַנדערע, װי די אָקסן, אומזיסט און אומנישט. און װיבאַלד אױס מלחמות, הײַנט צו װאָס באַדאַרף מען דאָס כּלי־זײן, מיטן חיל, מיט אַלע זיבעצן זאַכן, מיטן גאַנצן טאַרעראַם? אַף תּשעה נײַנציק כּפּרות! און װיבאַלד אױס כּלי־זײן, אױס חיל, אױס טאַרעראַם, איז דאָך אױס שׂנאה, אױס קנאה, אױס טערק, אױס ענגלענדער, אױס פֿראַנצױז, אױס ציגײַנער, אױס ייִד, להבֿדיל ― די גאַנצע װעלט באַקומט גאָר דעמאָלט אַן אַנדער פּנים, װי אין פּסוק שטײט באַ אונדז געשריבן: „ו היה , און עם װעט זײַן, ביו ם ה הוא , דאָס הײסט, אַז משיח װעט קומען!“... (שטעלט זיך אָפּ).

און אפֿשר, האַ?... װען איך בין רױטשילד, קאָן זײַן, אַז איך בין גאָר מבֿטל דאָס געלט. אױס געלט! װאָרעם, לאָמיר זיך נישט נאַרן, װאָס איז דען געלט? ― געלט איז דאָך, אײגנטלעך, נאָר אַ הסכּם, אַן אײַנגערעדטע זאַך, מע האָט גענומען אַ שטיקל פּאַפּיר, אַװעקגעשטעלט אַ צאַצקע און אָנגעשריבן: „טרי רובליאַ סערעבראָם“. געלט, זאָג איך אײַך, איז נישט מער װי אַ יצר־הרע, אַ תּאװה אַזעלכע, אײנע פֿון די גרעסטע תּאװת, װאָס אַלע װילן דאָס און קײנע ר ה אָ ט דאָס נישט ... אָבער אַז סע זאָל לחלוטין גאָר נישט זײַן קײן שום געלט אַף דער װעלט, װאָלט דאָך דער יצר־הרע נישט געהאַט װאָס צו טאָן, און די תּאװה װאָלט נישט געװען קײן תּאװה. איר פֿאַרשטײט, צי נײן? אַי װאָס? איז דאָך די קשיא, װוּ װאָלטן דעמאָלט נעמען ייִדן אַף שבת? (פֿאַרטראַכט זיך אַף אַ װײַלע). איז דער תּירוץ: למאַי װוּ װעל איך איצטער נעמען אַף שבת?...

                                       געשריבן אין יאָר 1902.

א.

„די מאירס מיט די שניאורס“... אײגנטלעך, זײַנען דאָס געװען נאָר אײן מאיר און נאָר אײן שניאור, און געװען זײַנען זײ אַ צװילינג, און אַזױ שטאַרק ענלעך אײנס מיט דאָס אַנדערע, אַז עס זײַנען געװען צײַטן, װאָס ס'איז כּמעט אוממעגלעך געװען צו טרעפֿן, װער פֿון די צװײ איז דאָ מאיר און װער איז דאָ שניאור.

קינדװײַז, דערצײלט מען, האָט זיך געטראָפֿן מיט זײ אַ מעשׂה, מע האָט זײ שיִער נישט פֿאַרביטן, און אפֿשר קאָן זײַן, אַז מע האָט זײ טאַקע פֿאַרביטן. ומעשׂה שהיה כּך היה.

זײער מוטער איז געװען, דאַרפֿט איר װיסן, אַ ייִדענע אַ קלײניטשקע, נעבעך נישט קײן געזונטע, נאָר זײער אַ קינדלדיקע, דאָס הײסט, זי האָט אַף איר לעבן שטאַרק געקינדלט; אַלע יאָר, אַלע יאָר האָט זי געהאַט אַ קינד. דאָס קינד האָט אָבער נישט מער געמוטשעט זיך װי אַ יאָר און איז, נישט פֿאַר אײַך געדאַכט, אַװעקגעקומען. אַזױ לאַנג, ביז זי האָט אױפֿגעהערט צו קינדלען און האָט געמײנט, ס'איז אַן עק. צום סוף ― דעם אײבערשטנס נסים! ― האָט זי גאָט באַגליקט, אַף דער עלטער שױן, און דװקא מיט אַ פּאָרל! איז איר אָבער שװער געװען אַלײן אױסזײגן בײדע קינדער, האָט זי נעבעך געמוזט דינגען אַ צוזײגערן. אַ ברירה האָט זי געהאַט? אַ כּתרילעװקער ייִד, ער מעג זײַן װי אָרעם, װעט ער אַף דער גאַס קײן קינד נישט אַרױסװאַרפֿן און אַף פֿרעמדע הענט דאָס נישט אַװעקגעבן, סײַדן חלילה אַ יתום...

באַשטעלט אַ צוזײגערן, האָט די מוטער גענומען זיך מאירן (מאיר איז געװען עלטער פֿון שניאורן אַף אַ גוטע האַלבע שעה), און שניאורן