― שלימזל! װען קומט איר אױס גײן צו־קינד? ערבֿ יום־טובֿ!
― קױם דערלעבט אַ נחת!
― אַז מיר װעלן װערט זײַן באַ גאָט, װעט נאָך זײַן אַ ייִנגל אױך. אָט װעט איר זען!
― זי מוז געבױרן משיחן, נישט אַנדערש!
אַזעלכע וכדומה אַזעלכע װערטלעך זײַנען געפֿלױגן דעם גאַנצן טאָג באַ הענעך דעם סטאָלער אין שטוב, און רײזל האָט זיך געקנײטשט, געיאָקעט, זיך קײן אָרט נישט געקאָנט געפֿינען.
עס זײַנען געװען מינוטן אַזעלכע, װאָס זי האָט זיך באַהאַלטן אין אַ װינקעלע, זיך געקנײַפּט דאָס פּנים, געריסן פֿון זיך שטיקער פֿלײש און געבעטן אַף זיך דעם טױט.
― רבונו של עולם! זיסער פֿאָטער, האַרציקער, געטרײַער, העלף מיר שטאַרבן!...
רײזל איז געגאַנגען צו־קינד נאָך פֿון גאַנץ פֿרי אָן, נאָר זי האָט זיך באַהאַלטן, קײנער זאָל נישט װיסן. אַרום פֿאַרנאַכט, אַז עס האָבן זי אַ כאַפּ געטאָן די רעכטע „װײען“, איז זי אַרײַנגעפֿאַלן אין בעט אַרײַן, אָנגעהױבן ברעכן די הענט, צונױפֿגעקרעמפּעװעט די צײן, געװאָרן ברױן און בלױ און האָט אױסגעשריִען נישט מיט איר קול:
― מאַמעניו! גיב מיר כח, איך זאָל קאָנען שטאַרבן!
שׂרה־רחל די באָבע, װאָס איז געשטאַנען איבער איר בעט, האָט שױן, נישקשה, געזען אַזעלכע זאַכן. זי האָט זיך אָנגעבױגן צו איר מיט פֿאַרקאַטשעטע אַרבל ביז די שפּיצעכיקע שװאַרצע עלנבױגנס און האָט זי געטרײסט:
― שרײַ, שרײַ, מײַן קינד! אַ געװינערן באַדאַרף שרײַען. נאָך אײן געשרײ, װעסטו, אם ירצה השם, איבערקומען געזונטערהײט. די מאַמע דײַנע פֿון יענער װעלט טוט זיך פֿאַר דיר איצטערט מיִען. דער טאַטע דײַנער שטײט אַצינדערט פֿאַרן בית־דין־של־מעלה און טוט טאָן בעטן פֿאַר דיר. דו װעסט, אם ירצה השם, איבערקומען געזונטערהײט און װעסט האָבן אַ זון, אַ טרײסט צו דײַנע צרות...
די „װײען“ גײען איבער, און רײזל בלײַבט ליגן, װי אַ פּריטשמע־לעטע, אַ פֿאַרשכּורטע, און עס קלינגט איר אין די אױערן, און זי שלאָפֿט נישט, נאָר זי איז פֿאַרטומלט. זי װײס נישט, װוּ זי איז אין דער װעלט. עפּעס טוט זיך מיט איר. עפּעס װעט מיט איר זײַן. אפֿשר איז דאָס אַן עק צו אירע צרות? אפֿשר שטאַרבט זי? רײזל װיל נישט שטאַרבן. נײן! זי האָט נאָך אַ האָפֿענונג אַף דעם װאָס לעבט אײביק, אַז איר זעטל װעט קומען, קומען צו פֿאָרן פֿונעם װײַטן אַמעריקאַ, און זי װעט נאָך װיסן פֿון אַ לעבן מיט איר ליבן טײַערן זעטלען.
װוּ איז זעטל?
זעטל דער שנײַדער האָט זיך עטלעכע חדשים נאָך דער חתונה אַװעקגעלאָזט זוכן פּרנסה. קײן אַמעריקאַ איז ער אַװעקגעפֿאָרן. אַלע פֿאָרן איצט קײן אַמעריקאַ. אַװעקגעפֿאָרן זעטל ― און נישטאָ, װי אין װאַסער אַרײַן.
„געװיס איז ער דאָרט אַ חתן געװאָרן, גענומען פֿריש נדן, אױסקרענקען זאָל ער דאָס דאָרטן, רבונו של עולם!“
אַזױ האָט מען געשמועסט װעגן אים אין כּתרילעװקע, באַ הענעך דעם סטאָלער אין שטוב, אַלע ― אַחוץ רײזלען.
רײזל האָט אַנדערש געקלערט װעגן איר זעטלען. זי האָט אים געקענט בעסער פֿון אַלעמען, כאָטש זי איז געװען מיט אים אינאײנעם נישט מער װי פֿיר חדשים.
רײזל האָט אַרױסגעקוקט אַף אים אַלע מינוט, אַלע רגע; אױב ער לעבט נאָר און איז געזונט, װעט ער געװיס קומען, אָדער כאָטש שרײַבן אַ בריװל און צושיקן איר זײַן „פּאַטרעט“. אױ, װען גאָט העלפֿט איר, עס קומט איר אָן דאָס גוטע בריװל מיטן „פּאַטרעט“, װער איז צו איר דעמאָלט גלײַך?
אַ סך טעג האָט רײזל אָט אַזױ אַרױסגעקוקט. אַ סך נעכט איז זי נישט געשלאָפֿן. אַ סך טרערן האָט זי אױסגעגאָסן שטילערהײט, באַגראָבן דעם קאָפּ אין קישן, לײַט זאָלן נישט זען, גוטע פֿרײַנט זאָלן נישט האָבן קײן יסורים, שׂונאים זאָלן זיך נישט פֿרײען אַף אירע צרות.
און אירע צרות זײַנען געװען גענוג גרױס, װאָרעם װי האָט דערפֿילט, אַז זי באַדאַרף װערן אַ מוטער... װײ און װינד, װאָס װעט זי טאָן? װוּהין װעט זי זיך קערן און װענדן? זי זאָל נישט מורא האָבן פֿאַר גאָט און פֿאַרן גיהנם, װאָלט זי זיך אַ מעשׂה אָנגעטאָן!
ס'איז אַ סבֿרה, אַז אײנמאָל איז זי געװען באַם טײַך, געװאַשן גרעט, האָט זי זיך געװאָלט אַרײַנװאַרפֿן אין װאַסער אַרײַן. האָט זי זיך דערמאָנט אָן יענער װעלט, האָט זי געכאַפּט דאָס פּעקל גרעט און האָט זיך געלאָזט, נישט טױט, נישט לעבעדיק, לױפֿן אַהײם. אַזױ װי זי לױפֿט, באַגעגנט זי זיך מיט שׂרה־רחלען די באָבע.
― װאָס לױפֿסטו אַזױ, טאָכטער מײַנע? ― פֿרעגט זי שׂרה־רחל.
האָט זיך רײזל צעװײנט, װי אַ קלײן קינד, און שׂרה־רחל, װאָס האָט געהאַט אַ „געניט אױג“, האָט באַלד פֿאַרשטאַנען װאָס דאָ איז, און זי האָט איר גענומען אױסרײדן דאָס האַרץ, װי װײַט זי האָט געקאָנט.
― ס'איז אַ גאָטס־זאַך, ― האָט איר שׂרה־רחל געזאָגט ― ס'איז פֿון גאָט. אַ קשיה, אפֿשר אין דעם זכות װעט קומען זעטל?...
דערהערט דעם נאָמען זעטל, האָט זי דערפֿילט, אַז דאָס גאַנצע בלוט איז איר צוגעטראָטן צום פּנים ― און בײדע װײַבער האָבן זיך אַװעקגעזעצט אַף אַ פֿרעמדער פּריזבע, זיך געשושקעט־געשושקעט, גערעכנט אַף די פֿינגער און צעגאַנגען זיך.
װיפֿל רײזל האָט געקאָנט האָט זי דעם סוד געהאַלטן טיף באַ זיך פֿאַרבאָרגן, ביז עס איז אײנמאָל אין אַ שײנעם פֿרימאָרגן אַרױסגעשפּרונגען און ס'איז געװאָרן אױס סוד, און פֿון דעמאָלט אָן איז הענעך דעם סטאָלערס שטוב געװאָרן פֿאַר איר אַ גיהנם. עס האָט זיך איר אױסגעדאַכט, אַז אַלע קוקן אַף איר, אַלע רײדן פֿון איר, און מער פֿון אַלץ האָט זי נישט געקאָנט אַריבערטראָגן דאָס, װאָס מע שילט איר זעטלען. װער עס האָט גאָט אין האַרצן באָדט זיך אין זײַן בלוט.
מער פֿון אַלעמען איז איר דערגאַנגען די יאָרן לאה די בעקערן. לאה די בעקערן האָט אַף איר שטאַרק רחמנות געהאַט, פֿלעגט זי איר אונטערטראָגן אָפֿטמאָל אַ פֿריש שטיקל בולקע, אַ ברײטל, אַ „װישקראָבעק“ און זאָגן בשעת מעשׂה:
― נאַ, רײזל, פֿאַרזוך דאָס געבעקס, װערגן זאָל ער זיך דאָרטן אין אַמעריקע, דער שאַרלאַטאַן דײַנער, מיטן ערשטן ביסן, זיסער גאָט!
― ער זאָל כאָטש װיסן דאָרטן, אַז אָט־אָט װערט ער אַ טאַטע, דער רוח זאָל אים נעמען! ― העלפֿט איר אונטער פֿרומע די מלמדקע.
― און אַז ער װעט װיסן, װעט ער זיך צעקראַצן דאָרטן, דער שנײַדערוק, פֿאַרכאַפּט זאָל ער װערן! ― לײגט צו אַ קנײטל אַסנה די קורעלאַפּניטשקע.
די דאָזיקע װײַבער ― דאָס זײַנען אַלץ שכנים, װאָס זיצן מיט רײזלען באַ הענעך דעם סטאָלער אין שטוב. איטלעכע פֿון זײ האָט זיך איר אַלקערל, איר בעל־הבתישקײט, איר בעטגעװאַנט, איר מאַן און אירע קינדערלעך. און קינדערלעך זײַנען דװקא באַ זײ, ברוך השם, גענוג. ס'איז דאָרטן שטענדיק אַ הו־האַ, אַ געשרײ, אַ געפּילדער: די קינדער צװישן זיך רײַסן זיך; די בעל־הביתטעס קאָכן און באַקן אַלע באַ אײן אױװן, פֿירן צװישן זיך רכילות, רײדן אײנע אַף דער אַנדערער לשון־הרע, קריגן זיך און בעטן זיך איבער, לײַען און פֿאַרלײַען אײנע דער אַנדערער, אַבי ס'איז נאָר פֿאַראַן װאָס, פֿרײען זיך אַלע אינאײנעם אַף אײן שׂמחה און לעבן כּמעט װי אײן משפּחה.
רײזל האָט זיך אױפֿגעכאַפּט װי פֿונעם שלאָף מיט אַ נײַעם מין געשרײ:
― גאָט! גאָט! גאָט!...
― אָט אַזױ, אָט אַזױ, טאָכטער! ― האָט זי שׂרה־רחל געטרײסט.
― אַצינדערט גײען ערשט די רעכטע „װײען“. נאָך אײנע צװײ־דרײַ גוטע
געשרײען װעסטו, אם ירצה השם, איבערקומען געזונטערהײט... אָט
אַזױ, אָט אַזױ... מזל טובֿ דיר, טאָכטער, האָסט געהאַט אַ ייִנגל!
―――――
אַז ס'איז געבאָרן געװאָרן באַ רײזלען דאָס ייִנגל, איז דאָס ערשטע געװען אױסבאָדן דאָס קינד, איבערװיקלען און באַטראַכטן אין װעמען איז דאָס געראָטן ― און אַלע דרײַ װײַבער האָבן אױסגעשריגן אין אײן קול:
― אַ װײטיק אים אין פּנים! אינגאַנצן „ער“ מיט די בײנער!
נאָכדעם האָט מען אָנגעהױבן שמועסן מכּוח אַ יאַיכל פֿאַר דער קימפּעטאָרן. האָט אײנע אױפֿגעװאָרפֿן דער אַנדערער פֿאַרװאָס מען האָט נישט פֿאַרזאָרגט די קימפּעטאָרן כאָטש מיט אַן עוף. די גאַנצע באָד האָט מען אַרױפֿגעלײגט, געװײנטלעך, אַף אַסנה די קורעלאַפּניטשקע.
― איר זײַט אַ ייִדענע, װאָס קאַטאָרי איר האַנדלט מיט עופֿות, זײַט איר נישט קלײן געװען פֿריִער מיט צװײ װאָכן אַװעקזעצן אַן עוף פֿון רײזלס װעגן!? פּראָסע װאָלטן מיר שױן אַלײן געקױפֿט, און שחיטה־געלט װאָלטן מיר גענומען אַף זיך.
לאה די בעקערן האָט פֿאַרקאַטשעט די אַרבל און האָט זיך אַװעקגעשטעלט מאַכן פּוטערגעבעקס פֿאַר דער קימפּעטאָרן, און פֿרומע די רביצן איז אַװעקגעלאָפֿן צו איר מאַן, רב חײם־חנא דער מלמד, און האָט באַ אים געפּועלט, ער זאָל באַלד אָנשרײַבן שיר־המעלותן פֿאַר דער געװינערן.
האָט חײם־חנא דער מלמד פֿאַרקאַטשעט די אַרבל און האָט אָנגעשריבן שיר־המעלותן, װאָס באַ דער רײַכסטער געװינערן האָט מען אַזעלכע נישט געזען. אין מיטן איז געשטאַנען אױסגעמאָלט אַ געצאַצקעטע פּיראַמידע:
―――
אָדם וחװה
אַבֿרהם ושׂרה
יצחק ורבֿקה
יעקבֿ ולאה
――――――――
באַ די זײַטן איז געשטאַנען דער געװיסער פּסוק:
מכשפֿה לא תּחיה
לא מכשפֿה תּחיה
תּחיה מכשפֿה לא
און אונטן, מיט גאַנץ גרױסע אותיות:
ס י נ י ו ס נ ס י נ יִ ו ס מ נ ג ל ף
די געװיסע פֿאַרבאָרגענע װערטער, װאָס זײַנען אַ סגולה צו אַ „גוט־אױג“ און צו אַלע צרות. הכּלל, עס איז באַשאַפֿן געװאָרן אַלצדינג, װאָס מע באַדאַרף.
די קימפּעטאָרן איז געלעגן און האָט נאָר באַטראַכט די דאָזיקע װײַבער:
― גאָט זאָל זײ צאָלן! פֿאַרװאָס קומט דאָס מיר? פֿאַר װעלכע
מעשׂים טובֿים?...
אַז די מאַנצבילן האָבן זיך אַביסל אָפּגעפֿאַרטיקט מיט אַלע אַרבעט, האָבן זײ געמאַכט אַ שמועס מכּוח פּראַװען אַ ברית.
הענעך דער סטאָלער, כאָטש ער איז אַ ייִד נישט קײן גבֿיר און קײן ייִנגלעך איז ער נישט זשעדנע באַ זיך, פֿונדעסטװעגן האָט ער געזאָגט, אַז װי באַלד די שׂמחה איז באַ אים אין שטוב, װיל ע ר די מצװה און נעמט דעם ברית אַף זיך. האָט זיך דער איבעריקער עולם געפֿונען װי באַלײדיקט:
― פֿאַרװאָס קומט אים אײנעם אַלײן אַזאַ מצװה? ער האָט זײער שײן געדרשנט? דער ברית איז אַלעמענעס ברית!
אַז ס'איז געקומען צו די כּיבודים אױסטײלן, איז געװאָרן אַ שטיקל סכסוך.
הענעך דער סטאָלער האָט גערעכנט, אַזױ װי ער איז בעל־הבית, װעט מען אים מסתּמא געװיס אָפּגעבן סנדק, ― האָט ער אָבער געהאַט אַ מיאוסן טעות. סנדק, האָבן אַלע געזאָגט, קומט רב חײם־חנא דעם מלמד, מחמת רב חײם־חנא דער מלמד איז אַ ייִד, װאָס קאָן, פֿאַרשטײט איר מיך, לערנען, האָט שױן הענעך דער סטאָלער געמוזט נאָכשטופּן די קאַרעטע און זאָגן, אַז ער האָט אַלײן אױך גאָר אַנדערשט נישט גערעכנט... דערפֿאַר האָט מען אים מכבד געװען מיט כּסא־של־אליהו, און מציצה האָט מען געמוזט אַװעקגעבן אַסנה דער קורעלאַפּניטשקעס מאַן, מחמת אַסנה דער קורעלאַפּניטשקעס מאַן איז אַ בײזער ייִד. ער קאָן מאַכן אַ סקאַנדאַל!
הקיצור, מע האָט זיך מיט די כּיבודים װי עס איז אײַנגעטײלט.
איז געבליבן נאָך אײן זאַך, סאַמע דאָס בעסטע: װוּ װעט מען נעמען משקה?
― משקה? ― רופֿט זיך אָן שׂרה־רחל די באָבע. ― איר זאָלט שױן אַזאַ דאגה האָבן מיט אַלדאָס גוטס, װי איר האָט אַ דאגה מיט משקה!
און שׂרה־רחל האָט געכאַפּט אַף זיך דעם קעצענעם בורנוס און איז אַװעק צו איר אײדעם יודל דעם װײַנער, װאָס מאַכט די זיסע בראָנפֿנס, און האָט אים געבראַכט צו פֿירן אַפֿן ברית מיט צװײ פֿלעשלעך רױטן בראָנפֿן, װאָס מע רופֿט דאָס „קראַמבאַמבולי“. און אַז דער עולם האָט נאָך די פֿיש גענומען צו גלעזלעך „קראַמבאַמבולי“, איז מע באַלד געװאָרן לעבעדיק, פֿרײלעך, און עס האָבן אָנגעהױבן פֿליִען לחײמס.
― לחײם! ― האָט געזאָגט דער „סנדקא“, רב חײם־חנא דער מלמד, אַ ייִד מיט אַן אױסגעפֿליקטער באָרד פֿון אײן זײַט און מיט אַ שװאַרצער גלאַנצנדיקער פֿאַטשײלע אַפֿן האַלדז. ― לחײם! לאָז גאָט העלפֿן, מיר זאָלן דערלעבן טרינקען אַף זײַן בר־מצװה.
― לחײם! ― האָט געזאָגט „כּסא־של־אליהו“, הענעך דער סטאָ־לער. ― לחײם! לאָז גאָט געבן, מיר זאָלן דערלעבן טרינקען אַף זײַן חתונה!
און דער „בעל־מציצה“, אַסנה דער קורעלאַפּניטשקעס מאַן, אַן אױסגעדינטער ניקאָלאַיעװסקי סאָלדאַט מיט גראָבע שװאַרצע ליפּן, האָט אַרײַנגעהאַקט דרײַ כּוסות מיט אַ מאָל און איז אַװעק מיט זײַן װינטשעװאַניע נאָך װײַטער:
― לחײם! לאָז גאָט געבן, מיר זאָלן דערלעבן טררררינקען אַף בריתן, אַף בר־מצװהס און אַף חתונהס באַ אים, און באַ זײַנע קינדער, און באַ זײַנע אײניקלעך, און באַ זײַנע אור־אור־אור־אײניקלעך!
און די װײַבער האָבן אױך גענומען צו קאַפּעטשקעלעך, און זײַנען געװאָרן רױטפֿאַרביק און שטאַרק באַרײדעװדיק, און האָבן גערעדט אַלע אינאײנעם, װי די גענדז.
נאָכדעם האָבן די מאַנצבילן אַרױסגעטראָגן די טישן מיט די בענקלעך, אַראָפּגעװאָרפֿן, מחילה, די קאַפּאָטעס און האָבן געכאַפּט אַ טענצל, מחילה, אין די תּחתּונים, װי, להבֿדיל, שׂמחת־תּורה.
און אַפֿן בעטל, פֿאַרהאַנגען מיט אַן אַלטן צעריסענעם לײַלעך, אַרומגעשטעקט פֿון אױבן ביז אַראָפּ מיט שיר־המעלותן, איז געזעסן רײזל די קימפּעטאָרן מיט אַ ברעקעלע קינד אַף די הענט, געװיקלט אין שמאַטעס, צוגעטוליעט צו דער ברוסט. זי האָט געקוקט אַף די דאָזיקע גוטע מענטשן, װאָס האָבן געװוּנטשן איר אַזױפֿיל גוטס, זי װײס נישט פֿאַר װאָס און פֿאַר װען, און האָט געקוקט אַף איר קינד, איר טרײסט:
― אינגאַנצן ע ר! ע ר מיט די בײנער!
און צװײ טרערן האָבן אראָפּגעקאַפּעט פֿון אירע שײנע בלױע טיפֿע אױגן, געקױקלט זיך איבער איר בלאַס אױסגעמוטשעט פּנים און אַראָפּגעפֿאַלן אַף דער װײַסער יונגער ברוסט.
געשריבן אין יאָר 1901
נחת פֿון קינדער
(מאָנאָלאָג)
― קײן נגיד, הערט איר, בין איך נישט. װײַט פֿון אַ נגיד. גאָרנישט. אַ בעל־הבית מיט אַ דירה אַן אײגענע. כאָטש װאָס האָט מען, מישטײנס געזאָגט, באַ אונדז אין אַ דירה? מכּות! ― נאָר נחת פֿון קינדער, קאָן איר מיך באַרימען, האָב איך, ברוך־השם, מער פֿונעם גרעסטן גבֿיר אין כּתרילעװקע! באַ מיר, הערט איר, אַז עס קומט אַ יום־טובֿ און עס קומען זיך צונױף אַלע קינדער, קײן עין־הרע, זין און טעכטער, שניר און אײדעמס מיט אַלע אײניקלעך ― װער איז צו מיר גלײַך?
למשל, נעמט פּורים צו דער סעודה.
װאָס פֿאַר אַ טעם, פֿרעג איך אײַך, האָט אַ סעודה, אַז מע זעצט זיך צום טיש אײנער אַלײן מיטן װײַב און מע עסט?
נו, שטעלט אײַך פֿאָר, אַז איך האָב שױן אָפּגעגעסן די פֿיש מיט דער יױך, לאָקשן, צימעס, דאָס, יענץ ― נו װאָס? בלאָטע שבבלאָטע! אַ פֿערד, להבֿדיל, עסט אױך. אַ מענטש איז דאָך אָבער נישט קײן פֿערד. ובפֿרט אַ ייִד. ובפֿרט יום־טובֿ. ובפֿרט אַזאַ יום־טובֿ, װי פּורים צו דער סעודה!
קודם כּל ― די קינדער, קײן עין־הרע.
אַכט האָב איך, זאָלן געזונט זײַן, אַלע אױסגעגעבענע. (געװען צװעלף ― פֿיר זײַנען, די צו לענגערע יאָר, אַװעקגעגאַנגען). האַלב זײַנען זין, האַלב זײַנען טעכטער; פֿיר אײדעמס און פֿיר שניר; האָט איר שױן, קײן עין־הרע, אַ קײַמא־לן פֿון זעכצן.
הײַנט אײניקלעך, לעבן זאָלן זײ!
נישט צו פֿאַרזינדיקן. װאָרעם אַלע טעכטער און אַלע שניר קינדלען,