מעשׂיות פֿאַר ייִדישע קינדער: אַ פֿאַרשטערטער פּסח

שלום עליכם

פֿון www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish/sholemAleykhem/contents.html


א.

― רב ישׂראל! רב ישׂראל, זײַט זשע מוחל! איר קאָנט זיך אונטערנעמען, ס'זאָל זײַן פֿאַרטיק דעם קינדס מלבושימלעך אַף יום־טובֿ?

אַזױ שרײַט די מאַמע צו ישׂראל דעם שנײַדער מיט אַלע כּוחות, מחמת ישׂראל דער שנײַדער איז טױב, װי די װאַנט.

ישׂראל, אַ הױכער ייִד מיט אַ לאַנג פּנים און מיט װאַטע אין די אױערן, טוט אַ האַלבן שמײכל און אַ מאַך מיט הער האַנט. װי אײנער רעדט: „פֿאַרװאָס זאָל נישט זײַן פֿאַרטיק?“ ...

― נעמט זשע אים, זײַט מוחל, אַראָפּ אַ מאָס, נאָר מיט אַ תּנאַי, אױב עס קאָן זײַן פֿאַרטיק אַף פּסח.

ישׂראל דעך טױבער טוט אַ קוק אַף דער מאַמע, װי אײנער רעדט: „אַ מאָדנע ייִדענע! דאַכט זיך, גענוג אַז מע זאָגט אײן מאָל?“ ... און ער שלעפּט אַרױס פֿון בוזעם־קעשענע אַ לאַנגע פּאַפּירענע מאָס מיט אַ גרױסער ענגלישער שער און שטעלט מיך אַװעק און הײבט מיך אָן אױסצומעסטן אין דער לענג און אין דער ברײט, און די מאַמע שטײט באַ דער זײַט און קאָמאַנדעװעט:

― לענגער, נאָך לענגער!... ברײטער, נאָך ברײטער!.. למען־השם, די הײַזלעך נישט פֿאַרשמעלן!... און דאָס קאַפּאָטקעלע זאָל זײַן מיט אַ „פֿאַלבאָם“!... אַף עטלעכע פֿינגער! ... נאָך, נאָך אַ ביסעלע!... אָט אַזױ!... אין סטאָן זאָל חס־ושלום נישט זײַן קורץ!... בעל־הבתּיש... נאָך, נאָך!... זשאַלעװעט נישט קײן מאַטעריע, װאָרעם אַ קינד װאַקסט!...

ישׂראל דער שנײַדער װײס אַלײן גאַנץ גוט, אַז „אַ קינד װאַקסט“, ענטפֿערט ער נישט דאָס אַנדערע װאָרט און טוט זיך זײַנס. אױסגעמאָסטן מיר אַלע אבֿרים, טוט ער מיך אַ שטופּ אָפּ פֿון זיך, װי אײנער רעדט: „קאָנסט גײן, ביסט פֿרײַ!“... מיר װילט זיך זײער, אַז דאָס קאַפּאָטקעלע זאָל זײַן פֿון הינטן מיט אַ שפּאַלט און מיט אַ קעשענע, נאָך דער „הײַנטיקער מאָדע“, נאָר איך װײס נישט, צו װעמען זאָל איך מיך װענדן. ישׂראל דער טױבער דרײט צונױף די מאָס אַף צװײ פֿינגער און רעדט בשעת־מעשׂה צו דער מאַמע האַלבע װערטער:

― אַ שװערער פֿאַר־פּסח!... גרױסע בלאָטעס!... פֿיש ― יקרות!... קאַרטאָפֿליעס ― מיט גאָלד!... אײער ― נישט אַ לעק!... אַרבעט ― געשלאָגן!... נײַע מלבושים ― לא!... לאַטעס און לאַטעס און לאַטעס!... אַז רב יהושע־הערש קאָן שױן הײסן איבערניצעװען אַן אַלטן פּאַליטאָ!... רב יהושע־הערש אַלײן!... יאָרן!... האַ?... עק װעלט!...

די מאַמע װערט דערפֿון װינציק־װאָס נתפּעל. זי שלאָגט אים איבער אינמיטן:

― װיפֿל װעט איר זיך הײסן, אַ שטײגער, אָנמעסטן אַרום און אַרום פֿאַר דער אַרבעט, רב ישׂראל?

ישׂראל דער טױבער נעמט־אַרױס פֿון זשילעט־קעשענע אַ בײנערן ראָזשיקל, בײגט אױס דעם גראָבן פֿינגער פֿון דער לינקער האַנט, אַזױ אַז עס װערט אַ גריבל; שיט ער אָן אין גריבל אַרײַן אַ בערגעלע טאַבאַק, טראָגט דאָס צו פּאַװאָלינקע צו דער נאָז און שלעפּט אַרײַן דאָס בערגעלע טאַבעקע אַזױ קונציק, אַז עס פֿאַלט נישט קײן סימן אַפֿילו אַף די װאָנצעס. נאָכדעם טוט ער אַ מאַך מיט דער האַנט און אַ זאָג:

― עט, װאָס איז שײך, מיר װעלן זיך ניט קריגן... איר פֿאַרשטײט אַ מעשׂה? רב יהושע־הערש!... איבערניצעװען אַן אַלטן פּאָלי־טאָ!... גװאַלד געשריגן!...

― געדענקט זשע, רב ישׂראל, װאָס איך בעט אײַך: ניט שמאָל, און ניט קורץ, און אַ „פֿאַלבאָם“, און דער סטאָן ― גראַם און „פּראָ־סטאָרנע“...

― און אַ שפּאַל...? ― װיל איך מיך אַרײַנמישן און מיטן.

― שטיל, לאָז אױסרײדן אַ װאָרט! ― זאָגט די מאַמע און דערלאַנגט מיר מיטן עלנבױגן אין זײַט אַרײַן. ― געדענקט זשע נאָך אַ מאָל:
ניט קורץ, און ניט שמאָל, און דאָס סטאָנדל, און אַ פֿאַלבאָם... למען־השם, אַ פֿאַלבאָם!...

און אַ קעשענע?... ― פּרוּװ איך מיך נאָך אַ מאָל.

― װעסט ניט אַנטשטומט װערן? ― זאָגט צו מיר די מאַמע. ― האָסטו געזען, אַ קינד זאָל האָבן אַ טבֿע זיך אַרײַנמישן בשעת עלטערע רײדן!...

ישׂראל דער טױבער נעמט דאָס פּעקל סחורה אונטער דער האַנט, טוט אַ שמיר די מזוזה מיט צװײ פֿינגער און אַ זאָג פֿון דער טיר:

― װילט איר, הײסט דאָס, דװקא ס'זאָל זײַן אַף פּסח?... אַ גוטן יום־טובֿ.
ב.

― אָ, אָט איז רב גדליה! מע זאָל דערמאָנען משיחן!... איך האָב נאָר־װאָס אין זינען געהאַט צו שיקן צו אײַך נאָך אַ מאָל!

גדליה איז אַ ייִד אַ שוסטער, אַ אױסגעדינטער סאָלדאַט, פֿון פֿאָרנט אָן צײן, מיט אַ גרױס קײַלעכדיק בערדל, װאָס מע דערקענט, אַז אַמאָל, שױן לאַנג, איז דאָס געװען אין מיטן אױסגעגאָלט.

― רב גדליה! ― מאַכט צו אים די מאַמע. ― זאָגט נאָר, איר װעט זיך קאָנען אונטערנעמען אױפֿנײען דעם קינד אַ פּאָר שטיװעלעך אַף פּסח?

גדליה דער שוסטער איז אַ פֿרײלעך ייִדל, װאָס בשעת ער רעדט כאַפּט ער אַ טענצל.

― איר װילט „נעפּרעמעננאָ“ אַף פּסח? ― מאַכט ער צו דער מאַמען. ― ס'איז דיר אַן אַנטיק: איטלעכער װיל אַף פּסח! חיהלע רב מאָטלס האָב איך צוגעזאָגט אַף פּסח צװײ פּאָר באָטיקלעך, פֿאַר איר און פֿאַר דער טאָכטער, ― מוז מען איר מאַכן... יאָסעלע רב שימעלעס האָט באַשטעלט באַ מיר פֿיר פּאָר שטיװעלעך אַף פּסח ― מוז מען מאַכן... הײַנט פֿײגעלע רב אַבֿרהמס האָב איך שױן לאַנג צוגעזאָגט אַ פּאָר באָטיקעס; עס זאָלן פֿאַלן שטײנער פֿון הימל ― װעט זיך ניט העלפֿן! און משה דער שנײַדער האָט מיך געבעטן אַ פּאָר קעפּלעך, קאָן מען אים אױך ניט אָפּזאָגן! און זיאָמע דעם סטאָליער אַ פּאָר „סאָיװקעס“ באַדאַרף מען אונטערװאַרפֿן ― עס העלפֿט נישט! הײַנט אסנה דער אַלמנהס מײדל האָט זיך צו מיר צוגעטשעפּעט, איך זאָל איר, למען השם...

― הכּלל, ― שלאָגט אים איבער די מאַמע ― לאָמיך הערן װערטער: קאָנט איר, הײסט דאָס, נישט אונטערנעמען זיך, ס'זאָל זײַן פֿאַרטיק אַף פּסח? שיק איך נאָך אַן אַנדער שוסטער...

― פֿאַר װאָס זאָל איך ניט קאָנען? ― זאָגט גדליה מיט אַ טענצל. ― צוליב אײַך לײג איך אַװעק אַלע אַנדערע אַרבעטן ― און אײַערע שטיװעלעך מוזן, אם ירצה השם, זײַן אַף פּסח; ס'איז עפּעס אַ תּירוץ?

און גדליה דער שוסטער קראַצט־אױס אַ שטיקל בלױ פּאַפּיר, שטעלט זיך אַװעק אַף אַ קני און נעמט מיר אַ מאָס.

― לאָזט־צו נאָך אַ קאַפּעטשקע. ― זאָגט די מאַמע. ― נאָך, נאָך... װאָס זשאַלעװעט איר אַ שטיקל לעדער?... אָט אַזױ... עס זאָל אים חלילה ניט קװעטשן די פֿינגער!...

― קװעטשן די פֿינגער. ― זאָגט איר נאָך גדליה.

― לעדער זאָלט איר געבן רב גדליה, פֿונעם בעסטן. איר הערט? נישט קײן פֿױלן!

― פֿױלן. ― זאָגט איר נאָך גדליה.

― פּאָדעשװעס זאָלט איר לײגן גוטע, זײ זאָלן נישט אָפּרײַבן זיך

― אָפּרײַבן זיך, ― זאָגט־נאָך גדליה.

― און די אָפּצאַסן זאָלן חלילה ניט אָפּשפּרינגען.

― אָפּשפּרינגען. ― זאָגט־נאָך גדליה.

― איצט קאָנסטו גײן אין חדר אַרײַן. ― זאָגט מיר די מאַמע. ― דו זעסט כאָטש, װי מען ברענגט זיך אױס פֿון דײַנעטװעגן? זאָלסט כאָטש װעלן לערנען, װעסטו זײַן אַ מענטש, אַניט ― װאָס װעט פֿון דיר זײַן? אַ גאָרנישט מיט נישט, אַ הינטשלעגער!...

איך װײס נאָך אַלײן נישט, װאָס עס װעט פֿון מיר זײַן: אַ מענטש, אַ גאָרנישט מיט נישט, אָדער אַ הינטשלעגער? איך װײס נאָר, אַז בזה הרגע װילט זיך מיר זײער־זײער, אַז די שטיװעלעך זאָלן מיר סקריפּען. אױ, װילט זיך מיר סקריפּקעס!...

― װאָס ביסטו געבליבן שטײן, װי אַ לײמענער גולם? ― רופֿט זיך אָן צו מיר די מאַמע. ― פֿאַר װאָס גײסטו נישט אין חדר אַרײַן? גײ, מע װעט שױן מער נישט געבן גאָרנישט!

גדליה דער שוסטער לאָזט זיך גײן און קערט זיך אום צוריק.

― װילט איר, הײסט דאָס, „נעפּרעמעננאָ“ אַף פּסח? ― זאָגט גדליה. ― אַ גוטן יום־טובֿ!...
ג.

גײענדיק פֿונעם חדר אַהײם, כאַפּ איך מיך אַרײַן קודם־כּל צום שנײַדער מכּח דעם שפּאַלט און מכּח דער קעשענע.

באַ אַ גרױסן טיש שטײט ישׂראל דער טױבער אָן אַ קאַפּאָטע, מיט אַ ברײטן טלית־קטן, פֿאַרטיפֿט אין דער אַרבעט; אַפֿן האַלדז עטלעכע לאַנגע פֿאָדעמס. אין זשילעט עטלעכע נאָדלען. ער צײכנט מיט אַ קרײַדל, שערט מיט אַ שער, קראַצט זיך מיטן מיטלסטן אױסגעבױגענעם פֿינגער פֿון הינטן און רעדט צו זיך אַלײן האַלבע װערטער, װי זײַן שטײגער איז:

― „פֿאַלבאָמעס“ מאַך זײ... גראַם זאָל זײ זײַן... „פּראָסטאָר־נע“... פֿון װאָס?... פֿון אַתּה יצרתּ?... מע שנײַדט זיך די פֿינגער... קױם, קױם... װי מיט קרעפּל־פֿלײש...

אַרום טיש זיצן עטלעכע שנײַדער־יונגען און נײען, װאַרפֿן מיט די נאָדלען גיך־גיך און זינגען אַלע אינאײנעם אַ לידל. אײנער אַ געלער בחור, מיט קלײַען אַפֿן פּנים, מיט אַביסל אַן אײַנגעפֿאַלענער נאָז, זינגט אַף אַ גלעקל־שטימע און ציט מיטן פֿאָדעם צום טאַקט:

              אױ, דו פֿאָרשט אַװעק,
              און אױ, דו פֿאָרשט אַװעקעט, ―
              און מיך לאָזסטו אי־װי―װי־װי־װי־װיבער!...

און די איבעריקע חבֿרה כאַפּן־אונטער מיט אַ קװיטש:

              אָט שטעך איך זיך!
              אָט הענג איך זיך!
              אָט טרינק איך זיך!
              איך טו מיר אַ מעשׂה אָ־װאָ־װאָ־װאָנעט!...

― װאָס װעסטו זאָגן, ייִנגעלע? ― מאַכט צו מיר ישׂראל.

― אַ שפּאַלט. ― זאָג איך.

― האַ? ― מאַכט ישׂראל און בײגט זיך צו מיר מיטן אױער.

― אַ שפּאַלט! ― שרײַ איך צו אים הױך, ער זאָל דערהערן.

― אַ שפּאַלט?

― אַ שפּאַלט!

― װוּ אַ שפּאַלט?

― פֿון הינטן.

― װאָס פֿון הינטן?

― אַ שפּאַלט! מיט אַ קעשענע!

― װאָס פֿאַר שפּאַלטן? װאָס פֿאַר קעשענעס? ― מישט זיך אַרײַן באַסיע די שנײַדערן, אַ קלײן װײַבעלע, װאָס זיצט און טוט דרײַ אַרבעט מיטאַמאָל: מיט אַ פֿוס װיגט זי אַ קינד, מיט די הענט אַרבעט זיך אַ זאָק און מיטן מױל רעדט זי און בײזערט זיך: ― נאַ דיר גאָר שפּאַלטן! נאַ דיר גאָר קעשענעס! װוּ האָסטו אַף קעשענעס? ער װיל קעשענעס? לאָז אים די מאַמע געבן אַף קעשענעס, װעט ער האָבן קעשענעס! נאַ דיר גאָר קעשענעס!...

איך האָב שױן חרטה אַף דער גאַנצער מעשׂה. עס זאָל כאָטש נישט אָנקומען צו דער מאַמע!

― װילסטו, הײסט דאָס, ס'זאָל זײַן דװקא מיט אַ שפּאַלט? ― מאַכט צו מיר ישׂראל דער שנײַדער און נעמט אַרױס דאָס ראָזשיקל מיט טאַבעקע. ― גײ, ייִנגעלע אַהײם, סע װעט זײַן אַ שפּאַלט.

― און מיט אַ קעשענע? ― זאָג איך צו אים און מאַך פֿאַר אים אַ רחמנות־פּנים.

― גײ, ייִנגעלע, אַהײם, ― מאַכט צו מיר ישׂראל, ― איך װעל שױן זען, ס'זאָל זײַן אַלצדינג...

איך נעם די פֿיס אַף די פּלײצעס און לױף אַװעק פֿון דאָרטן מיט אַ שׂמחה צו גדליה דעם שוסטער מכּוח סקריפּקעס אין די שטיװעלעך.

גדליה דעם שוסטער טרעף איך נישט אינדערהײם. באַם װאַרשטאַק זיצט זײַן אַרבעטער קאַרפּע איבער אַן אױסגעגלעטער פּאָדעשװע. קאַרפּע איז אַ געזונטער, אַ ברײטבײנעריקער שײגעץ, מיט אַ געשטופּלט פּנים, מיט אַ לעדערן רײפֿל אַף די שװאַרצע האַרטע האָר.

― װאָס דו, ייִנגעלע, װילסט? ― מאַכט ער צו מיר אַף ייִדיש. ― מודה אַני, פֿרײדי מאַני, טאַטעלע מאַמעלע, אַ געב אים אַ גענדזעלע... זאָג, װאָס דו װילסט?

― כאַזשאַיען! ― ענטפֿער איך אים אַף רוסיש. ― יאַ אָטשעם כאָטיל אימעט דאָ װאַש כאַזשאַיען גדליה!*

― בעל־הבית געגאַנגען אַ ברית. מאַך אַ קידוש. טרונק אַ בראָנכען. ― מאַכט צו מיר קאַרפּע װידער אַף ייִדיש, און בכדי איך זאָל פֿאַרשטײן אַקוראַט װאָס ער מײנט, טוט ער זיך אַ שנעל מיטן פֿינגער איבערן האַלדז.

איך זעץ מיך אַװעק אַקעגן אַף אַ לעדערן בענקל און לאָז מיך אַרײַן מיט קאַרפּען אין אַ ברײטן שמועס מכּוח לערער, „טאָװאַר“, מכּוח שטיװל, פּאָדעשװעס, פֿלעקלעך, אַזױ לאַנג, אַזױ ברײט, ביז איך קום אַרױף אַף סקריפּקעס. ער רעדט אַף ייִדיש, און איך אַף רוסיש. פֿאַרשטײט ער נישט װאָס איך רײד, מאַך איך צו אים מיט די הענט:

― יאַ זשע טאָבי, גױיִשער קאָפּ, דברן פּאָװאַשעמו: קאַזשי מיני שׂכל שאָ טשאָבעטקעלי מאַכן טררר! טררר*

― דו בעסער רעד ייִדיש! ― מאַכט צו מיר קאַרפּע, טוט אַ לעק די פּאָדעשװע מיט דער צונג און מאַכט אַ צײכן מיט זײַן גראָבן שװאַרצן נאָגל באַ דער זײַט פּאָדעשװע.

― װאָס איז דער שׂכל ― זאָג איך צו אים שױן אַף ייִדיש ― װאָס איז דער טעם פֿון סקריפּקעס? װאָס לײגט איר אַזעלכעס אין שטיװעלעך, זײ זאָלן סקריפּען?

― אַ? סקריפּקי? ― מאַכט קאַרפּע. ― אַ שטיװעלע סקריפּען דאַרף מען אַ צוקער.

― פּשוט, ― זאָג איך ― צוקער? װאָס איז דער שׂכל?

― אַ צוקער? ― זאָגט קאַרפּע און גיט מיר צו פֿאַרשטײן דעם שׂכל: ― אַ צוקער קלאָפּ־קלאָפּ, סקריפּ־סקריפּ...

― אַהאַ? ― מאַך איך צו אים. ― דעם צוקער מסתּמא צעקלאַפּט מען, טרישטשעט ער. נו, און װײַטער לײגט מען נישט אַרײַן גאָרנישט?

― אַ בראָנכן, ― מאַכט קאַרפּע ― אַ ביסנעם בראָנכן.

― אַ בראָנפֿן? ― זאָג איך. ― װאָדקי הײסט דאָס? זאַטשעם װאָדקי? מילא סאַכער ― סקריפּ־סקריפּ; אָבער װאָדקי? נאַשטשאָ טאָבי װאָדקי?

קאַרפּע מוטשעט זיך און גיט מיר צו פֿאַרשטײן, און דװקא אַף ייִדיש, ―――――――

* איך האָב זײער געדאַרפֿט האָבן צו אײַער בעל־הבית גדליה.

** איך רײד דאָך מיט דיר, גױיִשער קאָפּ, אַף דײַן שפּראַך! זאָג־זשע מיר דעם שׂכל, װי קומט דאָס, װאָס אַ שטיװעלע סקריפּעט?
דעם שׂכל, אַף װאָס מע באַדאַרף האָבן בראָנפֿן. אײדער מע לײגט אַרײַן, זאָגט ער, אין די שטיװעלעך דעם צוקער, מוז מען פֿריִער די פּאָדעשװע גוט באַשפּריצן מיט בראָנפֿן, אַנישט, נעמט זיך נישט צו גוט דער צוקער.

― אַהאַ! ― זאָג איך. ― יאַ אוזשע דאָברע צעקײַט. יאַק נע באודע װאָדקי, טאַק נע באודע סאַכער; יאַק נע באודע סאַכער, טאַק נע באודע סקריפּען.* אם אין קמח אין תּורה ― בין איך אים מסביר די זאַך מיט אַ פּסוק, און איך עפֿן אױף דאָס בײַטעלע און גיב קאַרפּען מײַן גאַנץ פֿאַרמעגן: דאָס גאַנצע חנוכּה־געלט, מיטן שלח־מנות־געלט, און געזעגן זיך אָפּ מיט אים גאָר פֿרײַנטלעך, און קאַרפּע רוקט מיר אַרײַן אַ גרױסע, שװאַרצע האַנט, אױסגעשמירט מיט סמאָלע, און זאָגט מיר אָפּ אַף גיך: „מודה אַני, פֿרײדי מאַני, טאַטעלע מאַמעלע, אַ געב אים אַ גענדזעלע“... איך לױף אַהײם איבערבײַסן, און פֿון דאָרט ― צוריק אין חדר אַרײַן זיך באַרימען פֿאַר אַלע ייִנגלעך, װאָס פֿאַר אַ מין מלבושימלעך מע נײט מיר אַף פּסח: אַ קאַפּאָטקעלע פֿון הינטן מיט אַ שפּאַלט און מיט אַ קעשענע! און שטיװעלעך מיט סקריפּקעס! מיט סקריפּקעס! סקריפּקעס!...
ד.

― מאַמע, איך בין פֿרײַ! ― קום איך צו לױפֿן אַהײם אַ פּאָר טאָג פֿאַר פּסח און זאָג איר אָן אַ בשׂורה, אַז מע האָט אונדז צעלאָזט פֿונעם חדר.

― אַ גדולה אַף דער באָבע! זאָלסט דערלעבן אָנזאָגן בעסערע בשׂורות! ― ענטפֿערט די מאַמע, װאָס איז פֿאַרטאַרעראַמט מיטן פּסח. זי האָט אונטערגעבונדן בײדע דינסטן מיט װײַסע פֿאַטשײלעס און געגעבן זײ בערשטלעך, בעזעמס מיט פֿלעדערװישן אין די הענט אַרײַן, און אַלײן האָט זי זיך אױך אונטערגעבונדן מיט אַ װײַסער פֿאַטשײלע, און אַלע דרײַ רײניקן און שמירן, װאַשן און רײַבן, שײַערן און כּשרן אַף פּסח. איך קאָן מיר קײן אָרט נישט געפֿינען. װוּ איך זיץ און װוּ איך שטײ און װוּ איך גײ ― איז שלעכט.

― אַװעק מיט די חמצדיקע מלבושים פֿון דער פּסחדיקער שאַפֿע! ― ―――――

* אַהאַ, איך האָב שױן רעכט צעקײַט: אַז ס'װעט נישט זײַן קײן בראָנפֿן, איז אומזיסט דער צוקער, און אַז ס'װעט נישט זײַן קײן צוקער, װעט נישט סקריפּען. טוט די מאַמע אַף מיר אַ געשרײ מיט אַזאַ אימפּעט, גלײַך װי איך װאָלט געגאַנגען מיט פֿײַער אַרום פּולװער.

― פּאַװאָלי, אָט טרעטסטו אָן אַ פּסחדיקן זאַק!

― אַהינצו זאָלסטו גאָר אַפֿילו נישט קוקן ― דאָרטן שטײט דער פּסחדיקער באָרשט!...

איך דרײ מיך אַרום פֿון אײן אָרט אינעם אַנדערן, פּלאָנטע מיך אונטער די פֿיס. איך כאַפּ אַ שטורך, אַ זעץ, אַ שלײַדער.

― אײַנגעזונקען זאָל װערן דער רבי דײַנער! קראַנק געװען אײַך האַלטן אין חדר נאָך אַ טאָג! נישט זאָלסט זיך דאַרפֿן אַרומדרײען, װי אַ סאַװאָלע, טאָמער איז װינציק אַרבעט טאָמער! באַ לײַטן קינדער זיצן אַף אײן אָרט זיצן זײ... קראַנק אַזאַ בחורל פֿון כּמעט דאָס נײַנטע יאָר נעמען עפּעס טאָן, איבערחזרן נאָכאַמאָל די פֿיר קשיות?

― מאַמע, ― זאָג איך ― איך קען זײ שױן אַף אױסנװײניק!

― אַ גדולה! ― זאָגט די מאַמע. ― קאָסט קאַרג געלט קאָסטסטו?...

קױם מיט צרות דערלעבט דעם אַפֿדערנאַכט, װאָס דער טאַטע גײט אַרום מיט אַ ליכטל, מיט אַ הילצערנעם לעפֿל און מיט אַ פֿלעדערװיש און איז בודק חמץ, און איך העלף אים זוכן די שטיקלעך ברױט, װאָס ער אַלײן טאַקע האָט זײ צוגעגרײט אַף אַלע פֿענצטער... „סך הכּל אײן מעת־לעת, ― טראַכט איך מיר ― נאָך אײן נאַכט און אײן טאָג ― און איך װעל מיך אָנטאָן יום־טובֿדיק, װי אַ פּרינץ, אַ נײַ קאַפּאָטקעלע מיט אַ שפּאַלט און מיט אַ קעשענע פֿון הינטן, און די שטיװעלעך װעלן סקריפּען!... װעט מיך די מאַמע מסתּמא פֿרעגן: „װאָס איז דאָס פֿאַר אַ סקריפּערײַ?“ װעל איך זיך מאַכן כּלומרשט װי איך װײס נישט פֿון װאָס צו זאָגן... הײַנט דער סדר, די פֿיר קשיות, אַרבע כּוסות, און די פּסחדיקע מאכלים: לאַטקעס, און קנײדלעך, און קוגעלעך, און כרעמזלעך“... איך דערמאָן מיך אָן די מאכלים, און עס הײבט מיר אָן צו ציִען דאָס האַרץ. איך האָב אַ גאַנצן טאָג כּמעט גאָרנישט געגעסן.

― לײען־אָפּ קריאת־שמע ― זאָגט צו מיר די מאַמע ― און גײ לײג זיך שלאָפֿן. הײַנט עס מען נישט קײן װעטשערע: ס'איז ערבֿ פּסח...

איך לײג זיך שלאָפֿן, און עס חלומט זיך מיר, אַז ס'איז שױן פּסח... איך גײ מיטן טאַטן אין שול אַרײַן דאַװנען... מײַנע נײַע מלבושימלעך קנאַקן... מײַנע שטיװעלעך סקריפּען: סקריפּ! סקריפּ! סקריפּ! ...
264 שלום עליכם

                                         ו

„װער גײט דאָס?“ ― פֿרעגן פֿרעמדע מענטשן. ― „דאָס איז מאָטל משה־חײם אַבֿרהם־הערש ראובֿנס ייִנגל“... פּלוצים ― איך װײס נישט פֿון װאַנען עס נעמט זיך אַ שװאַרצער, אַ קודלאַטער הונט און פֿאַלט־אָן אַף מיר „האַװ־האַװ“ און כאַפּט מיך פֿאַרן קאַפּאָטקעלע... שטײט דער טאַטע און האָט מורא צוגײן, און מאַכט מיט די הענט און שרײַט: „פּאַשאָל! פּאַשאָל!“... הערט אים נישט דער הונט און רײַסט מיך פֿון הינטן, סאַמע באַם שפּאַלט, סאַמע באַ דער קעשענע, און רײַסט מיר אָפּ אַ האַלב קאַפּאָטקעלע און װיל אַנטלױפֿן... לױף איך אים נאָך מיט כּוחות און פֿאַרליר אַ שטיװעלע, און בלײַב שטײן אין דער בלאָטע מיט אײן שטיװעלע און מיט אײן פֿוס באָרװעס... הײב איך אָן װײנען און שרײַען: „גװאַלד! גװאַלד! גװאַלד!“... און איך כאַפּ מיך אױף אין דערזע אונדזער דינסט־מײדל בײלע שטײט לעבן מיר, רײַסט פֿון מיר די קאָלדרע און שלעפּט מיך פֿאַך אַ פֿוס:

― זע נאָר, װי מע קאָן אים נישט דערװעקן! שטײ שױן אױף! די מאַמע האָט געהײסן, מע זאָל דיך אױפֿװעקן. מע באַדאַרף אַרױסטראָגן דעם לעצטן חמץ!...
ה.

דער טאַטע װאַרפֿט אַרײַן דעם הילצערנעם לעפֿל מיטן פֿלעדערװיש אין אױװן אַרײַן און פֿאַרברענט דעם חמץ... אין שטוב װערט פּסחדיק... אומעטום איז רײן, אומעטום איז כּשר... דער טיש איז גרײט... די אַרבע כּוסות שמײכלען צו מיר פֿון דער װײַטן... אָט־אָט, נאָך אַ שעה, נאָך אַ שעה װעט װערן פּסח... אָט־אָט, נאָך אַ שעה, נאָך אַ שעה, װעל איך מיך אָנטאָן יום־טובֿדיק... נאָר ביז דער שנײַדער מיטן שוסטער װעלן מיר ברענגען מײַן יום־טובֿדיקן אָנטאָן מאַכט מיך דערװײַלע די מאַמע פּסחדיק: זי צװאָגט מיר אױס דאָס קעפּל מיט הײס זודיק װאַסער און מיט אַ געלעכל פֿון אַן אײ. זי קעמט מיך און רײַסט מיר די האָר; קנײטש איך זיך, שענקט זי מיר אַלע מאָל אַ שטורך מיטן עלנבױגן, אָדער אַ פּאַטש:

― דו װעסט נישט אױפֿהערן דרײען זיך, װי אַ װאָרעם?... אַ קינד זאָל נישט קאָנען אײַנשטײן! מע טוט אים גוטס, איז ער נאָך נישט צופֿרידן!...

איבערגעקומען, ברוך השם, דאָס צװאָגן אױך, זיץ איך מיר אין אײן העמדל באַם טיש און װאַרט אַף מײַנע נײַע מלבושימלעך און באַטראַכט דעם טאַטן, װאָס איז נאָר־װאָס געקומען פֿונעם מרחץ מיט נאַסע פּאות נאָך. ער זיצט איבער אַ גראָבן ספֿר און לערנט שטילערהײט מיט אַ ניגון פֿון דער גמרא און שאָקלט זיך:

־ „ל צורך מרור נוהגין ― צוליב מרור איז מען זיך נוהג, לקחת תּמכא ― נעמען כרײן, וכיון שהוא חרי ף ― און מחמת ער איז האַרבלעך, יכולין לפֿררו בריבאַײַ ־ ז ען ― קאָן מען אים אָנרײַבן אַף אַ ריבאײַזן“...

איך קוק אַפֿן טאַטן, און עס מאָלט זיך מיר אױס, אַז נאָך אַזאַ ערלעכער ייִד װי דער טאַטע, איז נישטאָ אַף דער װעלט, אַז נאָך אַזאַ כּשרער פּסח, װי באַ אונדז, איז נישטאָ אין ערגעץ, אַז נאָך אַזעלכע מלבושימלעך, װי באַ מיר, װעט נישט זײַן באַ קײנעם! נאָר למאַי ברענגט מען זײ נאָך נישט? װאָס איז די מעשׂה? טאָמער זײַנען זײ חלילה נישט פֿאַרטיק אַף פּסח ― דאָס װיל איך גאָרנישט נעמען אַפֿן קאָפּ! װי אַזױ װעל איך גײן אין שול אַרײַן? װאָס װעלן זאָגן מײַנע חבֿרים? װי אַזױ װעל איך מיך זעצן צום סדר? די שעה זאָל גאָרנישט זײַן, איך װעל דאָס גאָרנישט איבערטראָגן!...

אַזױ װי איך זיץ פֿאַרטיפֿט אין די טרױעריקע מחשבֿות, עפֿנט זיך די טיר און עס קומט אַרײַן ישׂראל דער שנײַדער מיט דער אַרבעט. פֿאַר גרױס שׂמחה כאַפּ איך מיך אױף, טו אַ שפּרונג און אַ פֿאַל מיטן בענקל אינאײנעם, שיִער נישט געבראָכן האַלדז־און־נאַקן. לױפֿט אַרײַן די מאַמע פֿון קיך מיט אַ פּסחדיקן שמאַלץ־לעפֿל אין האַנט.

― װאָס האָט דאָס אַזאַ קלאַפּ געגעבן װאָס? װער איז דאָס געפֿאַלן װער? ס'איז דו, ברענען זאָלסטו נישט אַפֿן פֿײַער? אַ רוח, אַ שד, נישט קײן קינד! האָסטו זיך חלילה נישט אַ זעץ געטאָן ערגעץ, חלילה? אַ מצװה אַף דיר! לױף נישט, שפּרינג נישט! גײ װי אַ מענטש!...

און צו ישׂראלן זאָגט זי:

― איר האַלט װאָרט, רב ישׂראל! און איך האָב שױן געװאָלט שיקן צו אײַך!

ישׂראל טוט אַ האַלבן שמײכל און אַ מאַך מיט דער האַנט, װי אײנער רעדט: „אַ שײנע מעשׂה, כ'לעבן! איך זאָל נאָך נישט האַלטן קײן װאָרט?“...

די מאַמע לײגט אַװעק דעם שמאַלץ־לעפֿל און העלפֿט מיר אַרײַנקריכן אין די נײַע הײַזלעך אַרײַן, טוט מיר אָן דאָס ציצענע אַרבע־כּנפֿותל, װאָס זי אַלײן האָט מיר אױפֿגענײט אַף פּסח, און פֿון אױבן טוט זי מיר אָן דאָס קאַפּאָטקעלע, און איז צופֿרידן, װאָס ס'איז גענוג גראָם און „פּראָסטאָרנע“...

איך טו מיך אַ טאַפּ פֿון הינטן ― אַ צרה, אַ שלאַק: נישטאָ קײן סימן פֿון קײן שפּאַלט און פֿון קײן קעשענע! פֿאַרנײט, גלאַט און גאַנץ, אַרום און אַרום!...

― װאָס איז דאָס פֿאַר אַ קישקע? ― רופֿט זיך אָן פּלוצים די מאַמע צו ישׂראל דעם טױבן און דרײט מיך אַף אַלע זײַטן.

ישׂראל דער טױבער נעמט אַרױס דאָס ראָזשיקל, בײגט אױס דעם פֿינגער, שיט אָן אַ בערגעלע טאַבעקע און ציט אַרײַן אין נאָז אַרײַן.

― װאָס איז דאָס פֿאַר אַ קישקע? ― זאָגט די מאַמע נאָכאַמאָל און טוט מיך אַ דרײ.

װוּ האָט איר אַ קישקע? ― זאָגט ישׂראל און טוט מיך אַ דרײ צוריק ― דאָס איז דער „פֿאַלבאָם“. איר האָט דאָך געבעטן אַ „פֿאַלבאָם“ זאָל זײַן. איר האָט שױן פֿאַרגעסן?

― אַ שײנער פֿאַלבאָם! ― זאָגט די מאַמע און טוט מיך אַ דרײ. ― אַ בײזע װיסטע חלשות! פֿע, אַ בזיון! כ'לעבן, אַ בזיון!

ישׂראל פֿאַלט, חס ושלום, באַ זיך נישט אַראָפּ. ער באַטראַכט מיך פֿון אױבן ביז אַראָפּ, װי אַ פּראָפֿעסאָר, און זאָגט, אַז עס ליגט אױסגעצײכנט גוט, מע באַדאַרף גאָרנישט בעסער! „אַזאַ אַרבעט מאַכט מען נישט אַפֿילו אין פּאַריזש! דאָס קאַפּאָטקעלע זינגט, װי איך בין אַ ייִד, סע זינגט!“...

― געפֿעלט דיר דאָס זינגען, װאָס סע זינגט? ― זאָגט די מאַמע און פֿירט מיך צו צום טאַטן. ― װאָס זאָגסטו אַף דעם געזאַנג?

דער טאַטע דרײט מיך אַף אַלע זײַטן, באַטראַכט דאָס קאַפּאָטקעלע און געפֿינט, אַז די הײזלעך זײַנען יאָ אַביסל צו לאַנגלעך... .

ישׂראל נעמט אַרױס דאָס ראָזשיקל און איז מכבד דעם טאַטן מיט אַ שמעק טאַבעקע.

― צו לאַנגלעך די הױזן, רב ישׂראל!

― האַ?... װאָס?... לאַנגלעך, זאָגט איר? װײסט איר נישט װאָס מע טוט? פֿאַרקאַטשעט מען זײ.

― זײַט איר אפֿשר אױך גערעכט. ― זאָגט דער טאַטע. ― װאָס זשע טוט מען אָבער, אַז זײ זײַנען אַביסל צו ברײט, װײַזן אױס, װי צװײ זעק?

― אַ חסרון ― די כּלה איז צו שײן! ― מאַכט ישׂראל און ציט אַרײַן אַ בערגעלע טאַבעקע אין נאָז אַרײַן. ― ברײט, זאָגט איר? שמאָל איז ערגער, טױזנט מאָל ערגער!...

איך הער נישט אױף צו טאַפּן זיך פֿון הינטן: איך זוך דעם שפּאַלט מיט דער קעשענע.

― װאָס זוכסטו דאָרטן? ― זאָגט צו מיר די מאַמע. ― דעם נעכטיקן טאָג?

„אַלטער ליגנער! ― טראַכט איך מיר און קוק אַף ישׂראלן, װי אַ גזלן. ― טױבע לאָך, אַ רוח אין דײַן טאַטן אַרײַן!“...

― פֿאַרניץ געזונט! ― זאָגט צו מיר ישׂראל דער טױבער און צערעכנט זיך פֿאַר דער אַרבעט, און דער טאַטע נעמט זיך צוריק צום שלחן־ערוך און לערנט מיטן זעלבן ניגון:

־„ מי ששכח ― װער עס האָט פֿאַרגעסן, לאכול אַפֿי ־ ק ומן ― צו עסן דעם אַפֿיקומן“...

― טראָג געזונט! ― זאָגט צו מיר די מאַמע, אַז ישׂראל דער שנײַדער גײט אַװעק, און זי הערט זיך נישט אױף צו שפּיגלען אין מײַן קאַפּאָטקעלע. ― דו זאָלסט זיך נאָר נישט אָנהײבן מיט קײן קונדײסים, נישט שלאָגן זיך מיט קײן שקצים, װעסטו דאָס, אם ירצה השם, טראָגן און טראָגן, אַבי געזונט! ...
ו.

― אָט איז רב גדליה אױך! ― זאָגט די מאַמע. ― מע זאָל דערמאַנען משיחן!... פֿאַרטיק דעם קינדס שטיװעלעך?

― נאָך אַ מין פֿאַרטיק! ― זאָגט גדליה דער שוסטער מיט אַ טענצל און טראָגט די אױסגעפּוצטע שטיװעלעך אַף אַ פֿינגער, װי מע טראָגט אַף אַ שטענגל פֿרישע צאַפּלדיק פֿיש, נאָר־װאָס געכאַפּט פֿונעם טײַך. ― ס'איז דיר נאָר אַן אַקציע מיט זײ!... די גאַנצע װעלט װיל אַף פּסח זאָל זײַן פֿאַרטיק! איך האָב געאַרבעט מיט דער גאַל, באָדײַ נישט געשלאָפֿן אַ נאַכט!... איך, אַז איך גיב אַ װאָרט, מעג דונערן און בליצן!...

די מאַמע מעסט מיר אָן די שטיװעלעך, טאַפּט מיך און קװעטשט מיך און פֿרעגט מיך, צי פֿיל איך נישט חס וחלילה, אַז עס זאָל מיך ערגעץ קװעטשן?

― קװעטשן? ― זאָגט גדליה. ― מיר דאַכט, אַז אין די שטיװעלעך קאָנען אַרײַן נאָך אַ פּאָר פֿיסלעך, װי באַ אײַער זון.

― אַנו, שטעל זיך אַקאָרשט אַנידער אַף דער ערד! ― זאָגט די מאַמע.

איך שטעל זיך אַנידער און קװעטש די פּאָדעשװעס, איך װיל הערן, װי זײ סקריפּען ― װער? װאָס? װעמען? קײן פּיפּס הערט מען פֿון זײ נישט!...

― װאָס קװעטשסטו אַזױ? ― זאָגט צו מיר די מאַמע. ― האָב צײַט, דאָס יאָר איז נאָך גענוג גרױס! איך בין דיר ערבֿ, אַז דו װעסט זײ, אם ירצה השם, צערײַסן ביז איבעראַיאָר פּסח!... אַצינד גײ זיך דורך מיטן טאַטן צו יחיאל דעם קירזשנער, װעט מען דיר אױסקלײַבן אַ קאַשקעטל אַף יום־טובֿ; נאָר פּאַװאָליע די שטיװעלעך! קלאַפּ נישט אַזױ מיט די פּאָדעשװעס, זײ זײַנען נישט פֿון אײַזן!...

יחיאל דער קירזשנער זיצט די אַנדערע שטוב פֿון אונדז. מיר כאַפּן זיך אַרײַן דורכן הױף צו אים אין קלײט אַרײַן.

יחיאל אַ ייִד פֿון געבױרן דװקא אַ װײַסער, מיט װײַסע האָר; נאָר אַזױ װי ער האָט שטענדיק צו טאָן מיט שװאַרצע געפֿאַרבטע היטלען, איז ער שטענדיק װי אױסגעשמירט אין סאַזשע; די נאָז איז באַ אים תּמיד פֿון בײדע זײַטן פֿאַרבלאָעט, און די פֿינגער זײַנען װי אײַנגעטונקען אין טינט.

― ברוך־הבא, אַ שכן, סקאָצל קומט! ― מאַכט צו אונדז יחיאל דער קירזשנער גאָר פֿרײַנטלעך. ― פֿאַר װעמען װילט איר דאָס אַ קאַשקעט אַף יום־טובֿ? פֿאַר זיך אַלײן טאַקע, צי פֿאַר אײַער ייִנגל?

― פֿאַר מײַן זון .― זאָגט דער טאַטע מיט גדלות. ― נאָר איר זאָלט מיר װײַזן עפּעס רעכטס... עפּעס אַזעלכעס... איר פֿאַרשטײט?

― דהײַנו? ― פֿרעגט יחיאל און קוקט אַף די פּאָליצעס.

― דהײַנו, ― זאָגט דער טאַטע און װײַזט אים אַף די הענט ― ס'זאָל זײַן אי פֿײַן, אי שײן, אי גוט, אי װאָלװל, אי אַזױ... איר פֿאַרשטײט?

― האָב איך פֿאַר אײַערטװעגן פּונקט דאָס, װאָס איר באַדאַרפֿט! ― מאַכט יחיאל און טוט אַ כאַפּ פֿון דער פּאָליצע עטלעכע היטעלעך מיט אַ מאָל, און איטלעך היטעלע, בשעת ער טוט דאָס אַ נעם אַף דער האַנט, טוט זיך דאָס באַ אים אַ דרײ אַלײן פֿון זיך, עפּעס טאַקע נאָר װי דורך אַ כּשוף!... אַלע מינוט מעסט ער מיר אָן אַן אַנדער היטעלע, טרעט אָפּ אַף אַ האַלב אַרשין, טוט מיר אַ קוק אין פּנים אַרײַן מיט אַ שמײכעלע און אַ זאָג צום טאַטן:

― לאָמיר האָבן אַזאַ יאָר, װי סע פּאַסט אים! ― האַ? װי געפֿעלט אײַך אַ היטעלע? שױן אײן מאָל אַ היטעלע!

― נײן, רב יחיאל, נישט דאָס מײן איך! ― זאָגט דער טאַטע און װײַזט אים אַף די פֿינגער. ― איך װאָלט װעלן אַ מין קאַשקעטל אַזעלכעס, ס'זאָל זײַן, איר פֿאַרשטײט, אַ מין ייִדיש טאַקע, נאָר מיט דער מאָדע, אָן צאַצקעס, בעל־הבתּיש, און און און... איר פֿאַרשטײט?

― זאָגט זשע אַזױ! ― מאַכט יחיאל און כאַפּט־אַראָפּ מיט אַ לאַנגן שטעקן פֿון דער אױבערשטער פּאָליצע אַ קאַשקעטל, אַ האַלב־קײַלעכיקס, אַ קאָלירנדיקס, מיט קעסטעלעך, מיט אַ װײך דאַשעקל, און טראָגט דאָס צו אַף אײן פֿינגער, און עס דרײט זיך באַ אים גיך־גיך, װי אַ מילעכל... פּאַװאָלינקע טוט ער דאָס מיר אָן אַפֿן שפּיץ קאָפּ, קױם װאָס ער רירט זיך צו, גלײַך װי מײַן קאָפּ װאָלט געװען פֿון דין גלאָז און ער האָט מורא, ער זאָל זיך ניט צעברעכן, און ער װינטשט זיך אַזאַ יאָר, אַזאַ מזל, װי דאָס קאַשקעטל פּאַסט מיר! ס'איז מער נישטאָ באַ אים, זאָגט ער, װי דאָס אײנס, ער זאָל אַזױ רײן זײַן פֿון שלעכטס!...

דער טאַטע דינגט זיך מיט אים לאַנג־לאַנג; יחיאל שװערט זיך, אַז נאָר צוליב אונדז גיט ער דאָס אַװעק אַזױ װאָלװל, כּמעט אונטערן קערן, ער זאָל אַזױ האָבן אַ כּשרן פּסח און אַלדאָס גוטס!...

איך זע, אַז דעם טאַטן איז דאָס קאַשקעטל שטאַרק געפֿעלן, מחמת ער גײט צו אַלע מאָל, שפּיגלט זיך אין דעם, טוט מיר אַ גלעט די פּאהלעך...

― ער זאָל כאָטש איבערטראָגן דעם זומער. ― זאָגט דער טאַטע.

― צװײ זומערן! ― זאָגט יחיאל און שפּרינגט אונטער צום טאַטן.
― דרײַ זומערן! אַזאַ יאָר אַף מיר, װאָס פֿאַר אַ קאַשקעטל דאָס איז: פֿאַרניץ געזונט!...

ביז איך קום אַרײַן אין שטוב אַרײַן איז שױן דאָס קאַשקעטל באַ מיר אַף די אױערן. איך פֿיל, אַז ס'איז אַף מיר אַביסל צו גרױס.

― אָן אַן אומגליק. אַבי ס'איז ניט ענג! ― זאָגט די מאַמע און רוקט דאָס מיר אָן כּמעט ביז דער נאָז. ― זאָלסט דאָס נאָר ניט אױסטאָן אַלע מינוט און אָנטאָן צוריק! זאָלסט ניט טאַפּן מיט די הענט!... טראָג געזונט!...
ז.

געקומען מיטן טאַטן פֿאַרנאַכט אין שול אַרײַן דאַװענען, טרעף איך שױן דאָרטן אַלע מײַנע חבֿרים: איציק און בערל, און לײבל, און אײַזיק, און צדוק, און װעלװל, און שמעיה, און קאָפּל, און מאירל, און חײם־שלום, און שכנא, און שעפּסל, און נאָך און נאָך. אַלע גײען אָנגעטאָן יום־טובֿדיק. אַלע מיט נײַע קאַפּאָטקעלעך, אַלע מיט נײַע שטיװעלעך, נײַע קאַשקעטלעך. נאָר קײנער טראָגט ניט אַזאַ לאַנגע קאַפּאָטע מיט אַ „פֿאַלבאָם“, װי איך, קײנער גײט ניט אין אַזעלכע „שטיװאַלעס“, װי איך, און באַ קײנעם זע איך ניט אַזאַ מין משונה מאָדנע קאַשקעט װי באַ מיר... פֿון שפּאַלטן, פֿון קעשענעס און פֿון סקריפּקעס רײד איך שױן ניט; מע האָט מיך רעכט אָפּגענאַרט, אָנגעטאָן אַ ספּאָדעק!...

חבֿרה האָבן מיך באַגעגנט מיט אַ געלעכטער:

― אָט דאָס זײַנען דײַנע נײַע בגדימלעך, װאָס דו האָסט זיך אַזױ באַרימט? װוּ איז דײַן שפּאַלט פֿון הינטן? װוּ איז דײַן קעשענע, װאָס דו האָסט געזאָגט? פֿאַרװאָס הערט מען עפּעס ניט דײַנע שטיװעלעך זאָלן סקריפּען?...

גענוג ס'איז מיר אַזױ אױך שװער אַפֿן האַרצן, זאַלצן זײ מיר נאָך אַף די װוּנדן! איטלעכער זאָגט אַף מיר אַן אַנדער שטעכװערטל:

איציק זאָגט: װאָס איז דאָס באַ דיר פֿאַר אַ קאַפּאָטוכע?

בערל: אַ כאַלאַט!

לײבל: אַ כלאַמידע!

אײַזיק: אַ כלאַמינדריק!

צדוק: אַ זשיפּעצע!

װעלװל: אַ קלײדל!

שמעיה: אַ קראַנאָלינע!

קאָפּל: זע נאָר אַ פּאָר תּחתּונים מיט צװײ „טשאָבעטעס“!

מאירל: און אַ קאַשקעאוט!

חײם־שלום: אַ קאַטערוכע!

שכנא: אַ לאָקשנטאָפּ!

שעפּסל: אַ פּאָמעניצע!...

איך בין אַזױ צעקאָכט, אַז איך הער אַפֿילו ניט הערש־בער דעם חזן, װי שײן ער דאַװנט... איך קום צו זיך נאָר דעמאָלט, װען דער עולם זאָגט שױן אײנער דעם אַנדערן „אַ גוט יום־טובֿ! אַ גוט יום־טובֿ! אַ גוט יום־טובֿ!“... מיט אַ שװער געמיט און מיט אַ פֿאַרקלעמט האַרץ גײ איך מיטן טאַטן אַהײם, קױם װאָס איך שלעפּ די פֿיס. עס ברענט אַ פֿײַער אין מײַן האַרצן! עס גײט מיר ניט אײַן די אַרבע כּוסות, װאָס מיר װעלן באַלד טרינקען, די פֿיר קשיות, װאָס איך װעל פֿרעגן דעם טאַטן, די הגדה, װאָס מיר װעלן זאָגן, די גוטע געפֿעפֿערטע פֿיש, װאָס מיר װעלן עסן מיט אונטערגעװײקטער מצה, די הײסע קנײדלעך, די כרעמזלעך מיט די פֿאַלירטשיקעס, מיט די אַלע איבעריקע גוטע זאַכן ― אַלץ, אַלץ איז מיר ניט ליב, נמאס, פֿאַרשטערט, פֿאַרשטערט!...

** *

באַם סדר זיצט דער טאַטע, דער „מלך“, אין אַ װײַסן קיטל מיט דעם סאַמעטענעם קאַשקעט אַפֿן קאָפּ, אױבן־אָן, אַף דעם הסב־בעט. לעבן אים זיצט די מאַמע, די „מלכּה“, מיט דעם אַנטיקמאָרענעם קלײד, מיט דער זײַדענער פֿאַטשײלע און מיט די שײנע פּערעלעך, װאָס גיבן איר צו זײער פֿיל חן. אַקעגן זײ זיץ איך, דער בן־מלך, דער „פּרינץ“, אָנגעטאָן אין גאָלע נײַעם פֿון קאָפּ ביז די פֿיס. פֿון אײן זײַט זיצט בײלע דאָס דינסט־מײדל, אָנגעטאָן מיט אַ נײַער ציצענער „פּלאַטיע“ און מיט אַ װײַסן אָנגעקראָכמאַלעטן פֿאַרטעך, װאָס קנאַקט און טרישטשעט, װי אַ מצה. פֿון דער אַנדערער זײַט זיצט די ייִדענע די קעכן, ברײַנע מיט די װאָנצעס, מיט אַ נײַער געלער פֿאַטשײלע אַפֿן קאָפּ; זי האַלט זיך צו דאָס פּנים מיט אײן האַנט און שאָקלט זיך. זי איז אָנגעברײט צו „האָרכן“ די הגדה...

כּהא לחמאָ עניאָ ,― זינגט דער מלך מיט זײער אַ שײנער שטימע, און די מלכּה העלפֿט אים הײבן די שיסל, און דאָס פּנים שײַנט איר און לײַכט, װי אַ שטערן. בײלע לאָזט אַראָפּ די רױטע הענט אַפֿן װײַסן פֿאַרטעך, און דער פֿאַרטעך שעלעשטשעט, װי אַ בלאַט. ברײַנע דערהערט אַ ייִדיש װאָרט, מאַכט זי אַ פֿרום פּנים און פֿאַרקרימט זיך צו װײנען. אַלע זײַנען אױפֿגעלײגט, אַלע זײַנען יום־טובֿדיק, נאָר דער פּרינץ איז עפּעס ניט מיט אַלעמען. דאָס האַרץ איז אים פֿאַרשטײנערט. די אױגן פֿאַרצױגן מיט אַ רױכל. ס'זאָל ניט זײַן פּסח צום סדר, װאָלט ער זיך צעװײנט. און אַז ער װאָלט זיך אױסגעװײנט, װאָלט אים אפֿשר געװאָרן אַביסל גרינגער...

השתּא עבדי ― לאָזט אױס דער מלך מיט אַ ניגון, און מיט גרױס גדלות ― הײַנט זײַנען מיר קנעכט, לשנה הבאה בני ־ ח ורין ― איבער אַ יאָר זײַנען מיר פֿרײַע מענטשן!...

דער מלך זעצט זיך אַנידער און שפּאַרט זיך אָן אַף דעם הסב־בעט. נאָך אים זעצן זיך אַנידער אַלע אַף זײערע ערטער און מע װאַרט, ביז דער פּרינץ װעט אױפֿשטײן און װעט פֿרעגן די פֿיר קשיות: „מה נשתּנה“ ― װעט דער מלך נאָכדעם ענטפֿערן אַ תּירוץ: „עבֿדים הײנו“... דער פּרינץ זיצט אָבער, װי צוגעקאָװעט צום בענקל: ער קען זיך ניט רירן פֿונעם אָרט.

― נו?... ― טוט אַ מאַך דער מלך מיט דער האַנט.

― שטײ אױף! ― זאָגט די מלכּה. ― פֿרעג דעם טאַטן די פֿיר קשיות!

דער פּרינץ רירט זיך ניט. ער פֿילט, אַז עמעצער האָט אים אָנגענומען װי מיט אַן אָפּצװענגע באַם גאָרגל און װערגט אים. דער קאָפּ בײגט זיך אים אַף אַ זײַט. די אױגן הײבן אים אָן שפּרינגען ― שפּרינגען; עס טײלן זיך אָפּ צװײ קײַלעכיקע טרערן, װי פּערעלעך, קײַקלען זיך איבער די בעקלעך און קאַפּען, פֿאַלן גלײַך אַף דער הגדה.

― װאָס איז דיר? װאָס איז דאָס פֿאַר אַ געװײן פּלוצים, אין מיטן דערינען, באַם סדר? ― צעשרײַט זיך די מלכּה און װערט אין כּעס. ― דאָס דאַנקסטו אַזױ אָפּ פֿאַר די נײַע מלבושימלעך, װאָס מע האָט דיר געמאַכט אַף יום־טובֿ?

דער פּרינץ װיל אױפֿהערן װײנען, קען ער ניט; עס קװעטשט אים, עס שטיקט אים. עס האָט זיך אים מיטאַמאָל געעפֿנט אַ קװאַל, אַ גאַנצער ברונעם.

― זאָג, װאָס איז ריר? װאָס טוט דיר װײ? װאָס שװײַגסטו? ענטפֿער! צי דו װילסט, דער טאַטע זאָל דיך אַנידערלײגן און אַרײַנפֿיצקען לכּבֿוד פּסח?...

שטײט אױף דער פּרינץ און פּלאָנטערט מיט דער צונג:

― קשיא, איך װעל דיך פֿרעגן פֿיר טאַטעס... מײן איך ― טאַטע, איך װעל דיך פֿרעגן פֿיר... קש... קש...

דעם פּרינץ װערן אונטערגעהאַקט די פֿיס, און ער פֿאַלט מיטן קאָפּ אַפֿן װײַסן טישטעך און װײנט און כליפּעט, װי אַ פּיצעלע קינד...

אַ פֿאַרשטערטער, אַ פֿאַרשטערטער פּסח!...

                                                 געשריבן אין יאַר 1901

א.

― אַנו, קומט נאָר אַהער, קינדער, איך באַדאַרף אײַך עפּעס זאָגן אַ נײַס! ― אַזױ רופֿט זיך אָן צו אונדז אַ טאָג פֿאַר ל″ג־בעומר דער רבי רב יודל מלאך־המװת, און מיר שטעלן אױף מױל און אױערן, װאָס װעט אונדז עפּעס דער רבי זאָגן פֿאַר אַ „נײַס“?

איך זע, װײַסע חבֿרהניקעס, אַז איר װילט, איך זאָל אײַך דאָ אָפּמאָלן מײַן רבין, װאָס פֿאַר אַ פּנים ער האָט ― טו איך אײַך צוליב; נאָר בתּנאַי, איר זאָלט מיך ניט קװעטשן, פֿאַרװאָס מען האָט אים גערופֿן מיטן נאָמען „מלאך־המות“. אַ קלוג ייִנגעלע װעט זיך אַלײן שטױסן פֿאַר װאָס: מחמת מיר האָבן פֿאַר אים מורא געהאַט, װי פֿאַר אַ מלאך־המװת. װעט איר דאָך פֿרעגן: פֿאַרװאָס האָבן מיר פֿאַר אים מורא געהאַט, װי פֿאַר אַ מלאך־המװת? מחמת ער פֿלעגט אונדז שמײַסן מיט אײַזערנע ריטער ביז בלוט זאָל גײן. אַי, פֿאַרװאָס האָט ער אונדז געשמיסן מיט אײַזערנע ריטער ביז בלוט זאָל גײן , ― מסתּמא האָבן מיר פֿאַרדינט; מיר האָבן ניט געװאָלט לערנען... למאַי האָבן מיר ניט געװאָלט לערנען , מסתּמא זײַנען מיר געװען גרױסע שקצים... הקיצור, ס'איז דאָך אַ מעשׂה אָן אַ סוף ― מע האָט אים גערופֿן „רב יודל מלאך־המװת“, און זײַט זיכער, אַז ער האָט דעם נאָמען פֿאַרדינט כּשר, כאָטש אױסזען האָט ער אױסגעזען דװקא ניט װי אַ מלאך־המװת: אַ קלײנס, אַ נידעריקס, אַ טרוקנס, װי אַ גרוגרת דרבי צדוק, װי אַ פֿײַג הײסט דאָס; דאָס פּנים טונקל־גרין־געלבלעך, װי אַ פֿאַראַיאָריקער לולבֿ, און געקנײטשט, װי אַ מצה שמורה; די באַקן אײַנגעפֿאַלן; אַ בערדל קױם־קױם װאָס סע שפּראָצט, אי דאָס ― נאָר ערטערװײַז; אַ נאָז, זעט איר,