מעשׂיות פֿאַר ייִדישע קינדער: דער ייִנגסטער פֿון די מלכים

שלום עליכם (אַלע װערק)

דער ייִנגסטער פֿון די מלכים (אַ מעשׂה לכּבֿוד פּסח)

א

אַ גליקלעך קינד אָט דער יוזעק! אַלע האָבן אים ליב, איטלעכער פּעסטעט אים, גיט אים נאָך, קושט אים, האַלדזט אים.

װאָס איז די מעשׂה?

יוזעק!

„אײגענע טאַטע־מאַמע באַדאַרפֿן אַזױ ניט באַלעװען קײן בן־יחידל, װי די צװײ שװעסטער, שׂרה און רבֿקה, באַלעװען דאָס קלײנע ברודערל זײערס. יוזעק און יוזעק און יוזעק! יוזעק, עס! יוזעק, טרינק! יוזעק, גײ שלאָפֿן! יוזעק, נאַ דיר אַ צוקערקע! יוזעק, מע נײט דיר אַ פּאָר נײַע הײַזלעך אױף יום־טובֿ! יוזעק, מע װעט דיך שיקן ערבֿ פּסח אין באָד אַרײַן! יוזעק, װעסט פּראַװען פּסח דעם סדר! יוזעק און יוזעק און יוזעק ― ס'איז שױן נימאס און מאָוס צו הערן! „איר נעמט אַ קינד, אַ ברילאַנטן קינד, און מאַכט פֿון דעם אַ תּל!“

אַזױ זאָגן די שכנהטעס, װאָס זיצן מיט די שװעסטער אינאײנעם, און אַלײן רוקן זײ אונטער יוזעקן אַלע מאָל אַ צוקער־לעקעכל, אַ שטיקל שטרודל, אַ געבראָטן לעבערל, אַביסל אײַנגעמאַכטס.

גענומען האָט זיך עס פֿון רחמנות, פֿון דעם, װאָס אַלע, די גאַנצע װעלט האָט אױף אים געהאַט רחמנות ― נעבעך אַ יתומל!

ב

ס'איז געװען אַ ייִד, האָט ער געהײסן רפֿאל, און איז געװען כּל־ימיו אַן אָרעמאַן, און דערצו נאָך אַ יאַדעשליװער, מיט אַ מאָדנער מוזיקאַלישער ברוסט, װאָס פֿלעגט שפּילן, דאָס הײסט, בײַם אַרײַנציִען און בײַם אַרױסלאָזן דעם אָטעם פֿלעגט זיך הערן אַ מין געזאַנג פֿון אַ פֿידל, װאָס מע פֿירט איבער איר מיט אַ ניט־קײן־אָנגעשמירטן סמיטשיק. און געװען איז דער רפֿאל אַ גאַנץ ערלעכער, נאָר, לאָז ער מיר מוחל זײַן, אַ שלימזלניק, דאָס הײסט, מחמת ער איז געװען זײער אַן ערלעכער, איז ער געװען אַ שלימזלניק, אָדער פֿאַרקערט, מחמת ער איז געװען אַ גרױסער שלימזלניק, איז ער געװען אַן ערלעכער. אױף אים האָט מען געזאָגט אין כּתרילעװקע, אַז װען רפֿאל זאָל ניט זײַן קײן שלימזלניק, װאָלט ער איצט געהאַט אַ סך געלט.

און ער האָט דאָס געהאַט ביד, װאָרעם ער איז געװען כּל־ימיו „נאמן“ בײַ רב שׂמחהלע װײַנער אין פּאָדװאַל, און אַ חוץ זײַן געהאַלט, האָט ער געקאָנט גײן שװערן אַ שבֿועה דאורײַתא, אַז ער האָט ניט נהנה געװען קײן פֿרעמדע פּרוטה.

רב שׂמחהלע װײַנער האָט זיך נישקשה, געקאָנט פֿאַרלאָזן אױף זײַן נאמן. ער האָט אים טאַקע דערפֿאַר געהאַלטן בכּבֿוד, געצאָלט אים אַקוראַט די זעקס קאַרבן אַ װאָך, אַמאָל אונטער אַ יום־טובֿ געשענקט אַ צען־קערבל־שטיק, פּסח אַרבע־כּוסות אומזיסט, און פּסחדיקן בראָנפֿן אַ פֿלעשל ― פֿון דעם שמועסט מען ניט, װי דען? רב שׂמחהלע װײַנער איז אַ מענטש, װאָס פֿאַרשטײט דען ניט, װי מע באַדאַרף שעצן אַ מענטשן? אַי, רפֿאל דער נאמן האָט באַקומען בײַ אים אין „פּאָדװאַל“ פֿריִער אַ „רעמאַטעס“ און נאָכדעם האָט זיך אים געלײגט אַ קאַטאַר אױף דער לונג, און סע האָט אים אָנגעהױבן פֿײַפֿן אינעװײניק און שפּילן און זינגען ― װער איז שולדיק? געזונט ― דאָס איז דאָך אַ גאָט־זאַך. דער געזינטסטער מענטש קאָן חלילה גײענדיק שטאַרבן. אונדזערע חכמים האָבן שױן לאַנג געזאָגט דערױף, אַז… נאָר איר װײסט דאָך שױן מסתּמא, װאָס אונדזערע חכמים האָבן דערױף געזאָגט.

הקיצור, רפֿאל האָט אַזױ לאַנג געפֿײַפֿט, געשפּילט און געזונגען, ביז ער האָט זיך אײנמאָל, חול־המועד פּסח איז דאָס געװען, אַװעקגעלײגט, באַקומען פֿערציק גראַד היץ און איז שױן מער ניט אױפֿגעשטאַנען.

ג

רפֿאל איז געשטאָרבן און ― אַי־אַי־אַי! ― װאָס פֿאַר אַ לװיה ער האָט געהאַט! רב שׂמחהלע האָט אײַנגעלײגט די װעלט! ער האָט אים אַלײן אַרױסגעטראָגן אױף דער מטה פֿון שטוב, אַלײן געהאָלפֿן טראָגן מיט זײַנע פּלײצעס, אַלײן נאָכגעגאַנגען ביזן הײליקן אָרט, אַלײן געזען, מע זאָל אים געבן אַ שײנעם אָרט, אַלײן אַכטונג געגעבן, װי מע גראָבט די קרקע, אַלײן געגעבן דעם ערשטן קלאַפּ מיט דער לאָפּעטע. און בשעת דאָס קינד, יוזעק, האָט געזאָגט אינאײנעם מיט עוזר דעם שמשׂ דעם ערשטן קדיש אױפֿן פֿאָטערס קבֿר, האָט רב שׂמחהלע געװײנט, סטײַטש געװײנט!

― װאָס װײסט איר! װאָס װײסט איר! ― האָט ער נאָכדעם געזאָגט איטלעכן באַזונדער. ― ס'איז בײַ מיר אַזאַ היזק, אַזאַ היזק, װאָס איז גאָר אין־לשער!

און צו דער אַלמנה האָט ער געזאָגט:

― װײן ניט, איך װעל דיר מיט דײַנע יתומים מסתּמא נישט פֿאַרלאָזן. פֿריִער גאָט, נאָכדעם איך…

און רב שׂמחהלע האָט געהאַלטן װאָרט, װי װײַט ער האָט געקאָנט. דאָס הײסט, די ערשטע עטלעכע װאָכן האָט ער געצאָלט דער אַלמנה די זעלבע שׂכירות, װאָס רפֿאל פֿלעגט נעמען. אמת, זי האָט באַדאַרפֿט נאָך דעם גײן אַלע װאָך, און ניט אײן מאָל, נאָר עטלעכע מאָל, און דאָס איז געװען פֿאַר איר עפּעס ניט אַזױ אַנגענעם; נאָר איך בעט אײַך; װאָס האָט איר געװאָלט? מע זאָל איר אָפּשיקן אַהײם? דאַכט זיך, מען איז גענוג יוצא, אַז מע צאָלט אַ מענטשן שׂכירות נאָכן טױט!

― איר גײט צו מיר מאָנען געלט, ― האָט ער צו איר אַמאָל אַ זאָג געטאָן, ― גלײַך װי עס קומט אײַך טאַקע, גלײַך װי איר האָט עפּעס אײַנגעלײגט בײַ מיר אַ חלק אין פּאָדװאַל…

יענעם טאָג האָט די אַלמנה מער געװײנט, װי בשעת רפֿאל איז געלעגן אױף דער ערד, און אַז אירע צװײ טעכטער, שׂרה און רבֿקה, זײַנען געװאָר געװאָרן דעם סוד, װאָס די מאַמע װײנט, האָבן זײ זי באַשװאָרן, זי זאָל שױן מער אַהינצו נישט גײן.

― װאָס־זשע װעלן מיר טאָן?

― דאָס װאָס אַלע טוען: מיר װעלן גײן דינען, מיר װעלן װאַשן גרעט, מיר װעלן נײען אױף דער מאַשין.

נײען אױף דער מאַשין איז שױן איצט אין כּתרילעװקע אַ שטיקל ענין.מע קאָן שױן פֿאַרדינען די צװײ גילדן אַ טאָג, אַבי מע זאָל נאָר װעלן זיצן איבער דער מאַשין אַזױנע זעכצן־זיבעצן שעה אין מעת־לעת; און מיט אַרבעט איז אױך קײן דאגה נישט, מע קריגט; אַז ניט קײן קלײדלעך, איז ליפֿן, אַן ניט קײן ליפֿן, איז העמדער, אַז ניט קײן העמדער, איז נאָז־טיכלעך אונטערהאַקן. שלעכט איז נאָר, װאָס מע דאַרף האָבן אַ מאַשין, צװײ מאַשינען!

אמת מע גיט מאַשינען אױף אױסצאָלן, װוּ־זשע נעמט מען די ערשטע עטלעכע קערבלעך?

― גײט זיך דורך צו אײַער נגיד. ― האָבן די שכנים געגעבן אַן עצה דער אַלמנה. ― זאָגט אים אַזױ און אַזױ, זײ װעלן אים אָפּאַרבעטן.

ד

ס'איז צו זאָגן: גײ צום נגיד! נאָר װאָס טוט ניט אַ ייִד צוליב פּרנסה? די אַלמנה איז זיך דורכגעגאַנגען צו רב שׂמחהלע װײַנער, געטראָפֿן אים אין דער בעסטער צײַט, סאַמע נאָכן עסן. איר װײסט, אַז איר דאַרפֿט צו עמעצן אָנקומען מיט אַ טובֿה, זאָלט איר אים טשאַטעװען גאָר נאָכן עסן; נאָכן עסן איז דער ערגסטער מענטש װײכער װי פֿאַרן עסן; פֿאַרן עסן איז אַ מענטש ― אַ חיה.

― װאָס װעסטו זאָגן עפּעס גוטס?

די אַלמנה האָט אים אַנידערגעלײגט אַ צעטל, אַזױ און אַזױ ― מאַשינעס.

רב שׂמחהלע האָט אױסגעהערט מיט קאָפּ די גאַנצע צײַט, געקאַלופּעט די צײן, געװען רױט, אַביסל געשװיצט און עטװאָס געדרעמלט, דאָס הײסט, חלילה ניט געשלאָפֿן, נאָר געדרעמלט, געקוקט אױף איר נאָר מיט אײן האַלב אױג, בשעת־מעשׂה געקלערט אַביסל װעגן געשעפֿט און אַביסל װעגן עניני המאָגן. רב שׂמחהלע איז אַביסל אַ פֿולער, אַביסל צו פֿעטלעך, האָבן אים די דאָקטױרים געהײסן עסן מער פֿלײש און װינציקער מעל־שפּײַז; און רב שׂמחהלע האָט דװקא ליב מעל־שפּײַז, ברױט, לאָקשן, קוגעלעך וכדומה אַזעלכע זאַכן, װאָס װערן געמאַכט פֿון מעל. ער װײס, אַז סע שאַט אים, נאָר אַז ער זעט דאָס, עסט ער, און אַז ער עסט־אָפּ, האָט ער חרטה…

― איז װאָס־זשע מאַכסטו, הײסט דאָס? ― רופֿט ער זיך אָן צו דער אַלמנה בשעת יענע װערט אַנטשװיגן, און ער הערט אױף צו דרעמלען, קוקט אױף איר מיט אָנדערהאַלבן אױגן.

― װאָס זאָל איך מאַכן? ― ענטפֿערט אים די אַלמנה. ― איר הערט דאָך שױן, װאָס איך מאַך; אױף אַלע שׂונאים! איז װען איך האָב איצט אױף אַ מאַשינע, אױף צװײ מאַשינעס, כאָטש אײן מאַשינע…

― װאָסער מאַשינע? ― מאַכט ער צו איר פֿאַרװוּנדערט און קוקט אױף איר שױן מיט בײזע אױגן.

― איך האָב דאָך אײַך דערצײלט, אַז מײַנע טעכטער װילן זיך פֿאַרנעמען מיט נײען, װערן נײטאָרינס, נײען אױף דער מאַשינע, איז ניטאָ קײן מאַשינע, צװײ מאַשינעס דאַרפֿן זײ האָבן, מע גיט אױף אױסצאָלן.

― דאָס איז אַ גוטע זאַך, זײער אַ גלײַכע זאַך נײטאָרינס, נײען, פֿאַרדינען, מהיכא־תּיתי, זײער גלײַך!

נאָר תּוך־כּדי־דיבור פֿליט אים דורך אַ מחשבֿה: „װאָס איז די מעשׂה, װאָס ס'איז מיר אַזױ אָנגעפֿילט דער מאָגן? איך האָב, דאַכט מיר, הײַנט גאָר אַזױ פֿיל ניט געגעסן!“ און אײן אױג הײבט בײַ אים אָן װערן קלענער. נאָר מחמת די אַלמנה װערט אַנטשװיגן, כאַפּט ער זיך אױף און רעדט װײַטער צו איר:

― נו, זײער פֿײַן, נײען, מהיכא־תּיתי, פֿאַרװאָס ניט?

― האָב איך אײַך געװאָלט בעטן, רב שׂמחהלע, איר האָט שײן אַזױ פֿיל געטאָן פֿון אונדזערט װעגן טאָמער װאָלט געװען אַ סבֿרה, אַז…

רב שׂמחהלע דערהערט, אַז סע שמעקט מיט אַ בקשה, אַ גמילות־חסד, געלט מסתּמא, כאַפּט ער זיך אױף.

― אַז װאָס?

― אַז איר זאָלט אױסלײַען דאָס ערשטע געלט, װאָס מע באַדאַרף אױף די מאַשינעס.

― װאָסערע מאַשינעס?

― אָט די, װאָס איך זאָג אײַך, צװײ מאַשינעס פֿון מײַנע טעכטערס װעגן, כאָטש אײן מאַשינע.

― װי קומט צו מיר מאַשינעס? װאָס פֿאַר אַ מחותּן בין איך מיט מאַשינעס?

― געלט! ― זאָגט די אַלמנה. ― מאַשינעס װעלן זײ אַלײן קױפֿן. מע גיט מאַשינעס אױף אױסצאָלן. למשל, איך צאָל אײַן איצט אַ פֿופֿציקער, און שפּעטער מיט דרײַ חדשים אַ פֿינפֿאונצװאַנציקער, און שפּעטער….

― איך װײס, איך װײס, דו באַדאַרפֿטס מיר ניט דערצײלן. איך קאָן באַשטײן, זײ זאָלן זיך באַגײן אָן מאַשינעס. נאַ דיר גאָר מאַשינעס!

― װיִאַזױ זשע װעלן זײ נײען? מיט די הענט קאָן מען אַזױ פֿיל ניט אָננײען; אַלע נײטאָרינס האָבן הײַנט מאַשינעס.

― װילסט זײ מאַכן פֿאַר נײטאָרינס? אַז אָך און װײ די יאָר! דײַן מאַן זאָל איצט אױפֿשטײן און דערהערן, אַז דו װילסט מאַכן פֿון דײַנע קינדער נײטאָרינס, װאָלט ער נאָכאַמאָל געשטאָרבן. דו װײסט? דײַן רפֿאל איז געװען אַן ערלעכער, אַ כּשרער ייִד. אַזעלכע װי רפֿאל איז נישטאָ! רפֿאל זאָל הערן נײטאָרינס, װאָלט ער דאָס ניט אױסגעהאַלטן! ער װאָלט זיך ― איך װײס אַלײן ניט װאָס!

רב שׂימחה רעדט מיט האַרץ. ער מײנט דאָס ערנסט. און װאָס װײַטער ― העכערט זיך בײַ אים דאָס קול:

― נײטאָרינס? הע! אַ שײנע עובֿדה פֿאַר אַ ייִדיש מײדל! הע! מיר װײסן װאָס הײסט אַ נײטאָרין! און נאָך בײַ ייִדן! הע! רפֿאלס טעכטער נײטאָרינס! און װוּ בין איך? דו װײסט, אַז דײַן רפֿאל איז בײַ מיר אױסגעװאַקסן? איך האָב אים געמאַכט פֿאַר אַ מענטשן, פֿריִער גאָט, נאָכדעם איך. און װער האָט אים חתונה געמאַכט, אַז ניט איך? הע! װילסטו, אַז איך זאָל דערלאָזן אַזעלכעס? חס־וחלילה! װאָס בין איך עפּעס? אַ שטײן? אַ בײן? אַ שײַט האָלץ? הע!

די אַלמנה ― מיט דעם װאָס זי איז געקומען, מיט דעם איז זי אַװעקגעגאַנגען.

אַװעקגעגאַנגען און זיך געגעבן דאָס הײליקע װאָרט, געשװאָרן זיך מיט די האַרבסטע שבֿועות, אַניט זאָל זי ניט דערלעבן אירע קינדער מגדל זײַן, אַז מער זאָל איר פֿוס ניט זײַן בײַ רב שׂמחהלען אין שטוב ― בעסער גײן דינען!

ה

נאָר ס'איז גרינג אױסצורײדן „גײן דינען“! רפֿאל דעם נאמנס װײַב אַ בעל־הביתטע גלײַך מיט אַלע כּתרילעװקער בעל־הביתטעס, װעט זיך שטעלן דינען? שטײן בײַ אַ פֿרעמדן אױװן? זיצן בײַ אַ פֿרעמדן טיש? אײדער אַזאַ לעבן איז שױן גלײַכער שטאַרבן! און די אַלמנה האָט געבעטן אױף זיך דעם טױט. און דאָס מאָל האָט גאָט, דער גרױסער אַלמעכטיקער גאָט, דער װאָס איז אַן אַבי יתומים און דײן אַלמנות, דװקא דערבאַרעמט זיך אױף דער אָרעמער אַלמנה, און האָט זי ניט געלאָזט לאַנג אַרומדרײען זיך אױף דער װעלט. איר צוגעשיקט אַ גרינגן טױט, אַ מין געשװילעכץ אַזעלכעס אינעװײניק. געמוטשעט זיך, און גוט געמוטשעט זיך, סך־הכּל אַ חדשים דריטהאַלבן און אַװעקגעשטאָרבן. און גראַדע האָט זיך באַדאַרפֿט טרעפֿן אַזױ, אַז ס'איז אין כּתרילעװקע אין דער צײַט, אַחוץ קלײנע קינדער קײנער נישט געשטאָרבן, האָט מען די אַלמנה באַהאַלטן ניט װײַט פֿון איר מאַן כּמעט אַ קבֿר נעבן אַ קבֿר ― באַשערט געװען אַ גליק! און יוזעק האָט שױן פֿאַר אײנס געזאָגט קדיש אי נאָכן טאַטן, אי נאָך דער מאַמע, ― און פֿון דעמאָלט אָן איז דאָס יוזעק געװאָרן אַזױ באַליבט און טײַער בײַ אַלע שכנים און בײַ אַלע שכנות און בײַ אַלע די, װאָס האָבן אים געהערט זאָגן קדיש אין בית־המדרש, שטײענדיק אױף אַ באַנק, קװיטשען אױף זײַן קינדערש קולכל „יתגדל ויתקדש“… איטלעכער, װער עס האָט געזען דאָס דאָזיקע קלײנע ייִנגל מיטן קײַלעכיקן היטעלע, מיט די שװאַרצע אײגעלעך און מיט די רױטע בעקעלעך, שטײן אױף דער באַנק אין בית־המדרש, און געהערט אים זינגען דעם „יתגדל ויתקדש“, איז געבליבן שטײן צוגעקאָװעט, געזיפֿצט און פֿאַרטיפֿט אין געדאַנקען נישט קײן ליכטיקע, אין מחשבֿות נישט קײן פֿרײלעכע, װאָרעם איטלעכער מענטש קאָן חלילה שטאַרבן, איטלעכער מענטש האָט קלײנע קינדער, װאָס קאָנען חס־ושלום בלײַבן יתומים, מע זאָל באַהיט און באַװאָרנט װערן! און מע רוקט־אונטער דעם קלײנעם יתומל װער אַ קאָפּיקע און װער אַן עפּל, אַביסל פֿאַר רחמנות און אַביסל פֿאַר „צדקה תּציל ממות“…

דעם אמת דאַרף מען זאָגן, אַז יוזעק איז טאַקע געװען אַ געראָטן קינה מיט אַזאַ מין פּנימל װאָס סע בעט זיך: „האָב מיך ליב“, און דערצו האָט ער געהאַט אַ גוט קעפּל און איז געװען אין דער כּתרילעװקער תּלמוד־תּורה דאָס בעסטע ייִנגל; נח דער מלמד האָט זיך ניט געקאָנט אָנלױבן פֿון אים, און די גאַנצע שטאָט האָט מיט אים געקלונגען.

― עפּעס לױבט מען זײער רפֿאל דעם נאמנס זונדל.

― יוזעקן? מע זאָגט, ס'װעט עפּעס זײַן גאָר אַ חריפֿות אין דער װעלט!

― און װוּ דאַרף זיך פֿאַרװאַלגערן אַזאַ אַן אַנטיקל? צװישן אָרעמעלײַט, אױפֿן מיסט!

― תּמיד אַזױ. װער לעבט? דער אַלטער משה־אַרן, אָן הענט און אָן פֿיס. װער שטאַרבט? רב שׂמחהלעס אײדעם, אַ פֿרישער, אַ געזינטער, אַ טאַטע פֿון קינדער און אַ יונגערמאַן מיט געלט ― נעמט ער און שטאַרבט אַװעק!

― איר זאָגט, רב שׂמחהלעס אײדעם? למאַי פּײסי דעם נגידס שנור?

― װאָס מאַכט זי?

― זי מאַכט! מע האָט שױן דרײַ מאָל אַראָפּגעבראַכט דעם פּראָפֿעסאָר פֿון יעהופּעץ.

― אַזױ? איך זאָל עס פֿאַרמאָגן װאָס סע װעט קאָסטן כאָטש האַלב, רבונו־של־עולם!

― ס'איז אַװדאי אַ װעלט!

― אַ װעלט מיט װעלטעלעך!

אַזױ שמועסט מען זיך דורך אין כּתרילעװקע און מע קריטיקירט די אַרבעט פֿונעם רבונו־של־עולם אױף װאָס די װעלט שטײט: װעמען גאָט גיט יאָרן, און װעמען ניט! װעמען גאָט גיט געלט, און װעמען קדחת! װעמען גאָט גיט געראָטענע קינדער, און װעמען ― דער רוח װײס װאָס!… קײנעם קומט ניט אױף די געדאַנקען זיך פֿאַרטראַכטן: פֿון װאַנען לעבן די דאָזיקע געראָטענע קינדער? װאָס עסן זײ? װער קלײדט זײ? צי פֿרירן זײ ניט אױס אין די לאַנגע װינטערנעכט אין די קאַלטע קעלערס? צי װאַקסן זײ ניט אױס קײן קאַליקעס, הױקערס. פֿאַרטיקע אָרעמעלײַט, איבעריקע אומגליקלעכע נפֿשות אױף דער װעלט?…

אַ גליק, װאָס די שװעסטער, שׂרה און רבֿקה, האָבן זיך דערשלאָגן צו אַ מאַשין, און דאָס האָבן זײ צו פֿאַרדאַנקען זײערע דרײַ שכנהטעס, בתיה די רופֿאטע, פּעסיע די שמשׂטע און סאָסיע די טענדלערקע, װאָס זיצן מיט זײ אונטער אײן דאַך. זײ האָבן זיך צונױפֿגעלײגט אַלע דרײַ און האָבן אױסגעליִען די ערשטע עטלעכע קערבלעך, און דאָס איבעריקע ― אױף אױסצאָלן, און ס'איז געװאָרן אַ מאַשין. און װאָס איז דער חידוש? מען איז דאָך לעבעדיקע מענטשן. װאָס דען זאָלן טאָן צװײ מײדלעך, שױן דערװאַקסענע, מיט אַ קלײן ייִנגל אַ יתומל אױף די הענט? אַ שלאַנג, זאָגט מען, האָט אױך רחמנות אױף די קלײנע שלענגעלעך ובפֿרט אַ מענטש!

אײן חסרון נאָך, װאָס די מאַשין קלאַפּט אין קאָפּ אַרײַן אַ גאַנצן טאָג מיט אַ גאַנצער נאַכט, װאָרעם אַרבעט איז, דאַנקען גאָט, פֿאַראַן, און בײדע שװעסטער נײען אױף דער מאַשין, מע בײַט זיך מיט דער אַרבעט און מע „נעמט זיך איבער די הענט“, דאָס הײסט, בשעת אײן שװעסטער נײט אױף דער מאַשין, הײצט די אַנדערע אײַן דעם אױװן, און, פֿאַרקערט, בשעת אײנע שטעלט דעם װאַרעמעס, נײט די אַנדערע אױף דער מאַשין. און די מאַשין הערט ניט אױף צו קלאַפּן, און די שכנהטעס האַלטן זיך בײַם קאָפּ און הערן ניט אױף צו װאָרטשען שטילערהײט:

― נאַ דיר אַ גראַגער!…

ו

גאָט איז אָבער אַ גוטער; ער שיקט צו די רפֿואה פֿאַר דער מכּה. די רפֿואה איז געװען יוזעק. אין יעדער שטוב מאַכט זיך, אַז ס'איז װיסט און פֿינצטער, די צײַט איז שלעכט, די געשעפֿטן גײען ניט, ס'איז ביטער אױפֿן האַרצן, ― װערט געבױרן אַ קלײן װעװריקל און די גאַנצע שטוב בײַט זיך איבער. תּחילת שרײַט דאָס קלײנע װעװריקל, קװיטשעט, רײַסט זיך אױפֿן בײַכל, לאָזט ניט שלאָפֿן קײנעם. נאָר אָט איז דאָס װעװריקל אַביסל אונטערגעװאַקסן, עס הערט־אױף צו שרײַען, עס עפֿנט־אױף די אײגעלעך און סע קוקט, װי אַ זינדיקער מענטש: ― „זעט נאָר, װי סע קוקט מיט אױגן! אַנו, פּיצעלע! אַנו, ברעקעלע!“ און דאָס װעװריקל עפֿנט אױף דאָס מײַלכל, שטעלט־אַרױס דאָס צינגל, און סע הײבט אָן צו לאַכן, ― און עס װערט ליכטיק אַלעמען אין די אױגן: ― „זעט נאָר, זעט, סע לאַכט, איך זאָל אַזױ זײַן געזונט, סע לאַכט!“… אַ גדולה, אַ שׂימחה, אַ פֿרײד אױף דער נשמה! די גאַנצע שטוב איז פֿול מיט דעם, איטלעכער טראָגט זיך מיט דעם אַרום, מע פֿאַרגעסט אָן די צרות, די ביטערקײט פֿונעם לעבן װערט פֿאַרצוקערט, ס'איז גאָר אַ חיות און גענוג!

דאָס אײגענע איז געװען מיט אונדזער יוזעקן. יוזעק איז געװען דאָס ליב װעװריקל, װאָס אַלע האָבן אים ליב געהאַט און אַרומגעטראָגן זיך מיט אים. און אַז ס'איז געקומען ערבֿ פּסח, האָט מען אים אױסגעקלײדט בגדי־מלכות, אָנגענומען אַ קאַפּאָטקעלע מיט הײַזעלעך אױף שלײקעס, אױפֿגענײט אַ פּאָר שטיװעלעך און געקױפֿט אַ נײַ היטעלע, צוגעזאָגט אים שענקען ניסלעך און באַצײַטנס אים געמאַכט אַ סקאָװערדע לאַטקעס פֿון מצה־מעל, אים קאַליע געמאַכט דעם מאָגן און שיִער ניט אַריבערגעפּעקלט אים אױף יענער װעלט.

― װער בעט אײַך, איר זאָלט אים האָדעװען מיט דער שװאַרץ־יאָר װײס װאָס? ― האָבן די שװעסטער געשריגן אױף די שכנהטעס.

― שאַ, שאַ, קוקט זײ אָן אַביסל! מע האָט געגעבן דעם קינד אַ לאַטקע מיט שמאַלץ, װאָס סע טוט זיך דאָ!

אַזױ האָבן די שכנהטעס פֿאַרענטפֿערט זיך און בתיה די רופֿאטע האָט געטאָן אַלצדינג, װאָס זי האָט געקאָנט, און האָט אָפּגעראַטעװעט דאָס קינד. און ס'איז געקומען ערבֿ פּסח, האָט מען יוזעקן מיטגעגעבן אַ העמד מיט דרײַ גראָשן און אָפּגעשיקט אים אין באָד אַרײַן. און אַז ער איז געקומען פֿון באָד, האָט מען אים אָנגעטאָן די נײַע מלבושימלעך, און ער האָט געשײַנט װי די זון.

― אַ קײזערלעך קינד! ― האָבן זײ געזאָגט אײנע צו דער אַנדערער.

― קײן עין־הרע ניט, קײן בײז אױג זאָל אים ניט שאַטן!

און יוזעק האָט גענומען דאָס סידורל און איז געגאַנגען אין שול אַרײַן דאַװנען, געזאָגט קדיש און געקומען אַהײם מיט אַ ברײטן גוט יום־טובֿ און געטראָפֿן דעם טיש גרײט מיט מצות, מיט אַ פֿלעשל ראָזשינקעס־װײַן, מיט מרור, חרוסת, קאַרטאָפֿליעס און זאַלץ־װאַסער ― אַלצדינג איז געװען, אַלץ, װאָס מע באַדאַרף. נאָר אײן זאַך האָט געפֿעלט: ס'איז נישט געװען, װער ס'זאָל אָפּריכטן דעם סדר.

נישט געװען קײן מלך!

ז

אַלע דרײַ שכנהטעס זײַנען געװען אַלמנות. דאָס הײסט, צװײ זײַנען געװען אַלמנות און אײנע אַ גרושה. קײן קינדער האָבן זײ אױך ניט געהאַט. דאָס הײסט, זײ האָבן געהאַט קינדער, נאָר נישט בײַ זיך; אין דער פֿרעמד זײַנען זײ געװען, צעזײט און צעשפּרײט איבער דער גאָרער װעלט: װער ― אַ בעל־מלאָכה, און װער ― אין אַ קלײט, און װער ― פֿאַרװאָרפֿן אינעם װײַטן־װײַטן אַמעריקע. זײער מזל, אָדער זײער שלימזל, האָט צונױפֿגעטריבן די דאָזיקע דרײַ װײַבער אין אײן שטוב, בײַ בתיה די רופֿאטע, װאָס זי איז געװען די בעל־הביתטע און זי איז געװען צװישן זײ די נגידית.

געזעסן אַלע דרײַ אונטער אײן דאַך, געשטאַנען בײַ אײן אױװן, געבאַקן ברױט פֿון אײן באַקדײזשע, געראָשטשינעט חלה פֿון אײן מולטער, האָט זיך יעדע פֿון זײ געהאַט איר באַזונדערן טיש, װאָרעם ס'איז שװער, אַז דרײַ װײַבער זאָלן קאָנען הױזן, אױסקומען צװישן זיך. אױב איר זעט הײַנטמאָדישע דאַמען לעבן פֿרײַנטלעך, קושן זיך, בשעת מע קומט אײנס צו דאָס אַנדערע אױף אַ זשורפֿיקסjour fixe: װעכנטלעכע טרעפֿונג, זיצן אינאײנעם און קנאַקן ניסלעך, ― זאָל אײַך קײן חידוש ניט זײַן: ס'איז נאָר דערפֿאַר, װאָס מע זיצט ניט אונטער אײן דאַך און מע שטײט ניט בײַ אײן אױװן און מע באַקט ניט פֿון אײן באַקדײזשע און מע ראָשטשינעט ניט פֿון אײן מולטער.

צװישן די דרײַ הונדערט זעכציק טעג, װאָס ס'איז פֿאַראַן אין יאָר, האָבן זיך אונדזערע װײַבער אַ מאָל דרײַ הונדערט געקריגט; נאָר איך װײס ניט, װאָס װערט בײַ אײַך אָנגערופֿן געקריגט? מע האָט חלילה אײנס בײַ דאָס אַנדערע ניט צוגענומען גאָרניט, חלילה נישט באַלײדיקט, ניט אָנגערירט אין כּבֿוד, נאָר גלאַט, דרײַ כאַראַקטערן קאָנען זיך ניט אױסגלײַכן. למשל, פּעסיע די שמשׂטע האָט ליב פֿאַרשאַרן דאָס גאַנצע פֿײַער אין אױװן און פֿאַרשטעלן מיט דער זאַסלינקע. װאָס קומט איר דערפֿאַר? האָט אָבער סאָסיע די טענדלערקע אַ טבֿע צו שטעלן אַלע אינדערפֿרי אַ קריגל ציקאָריע אױפֿן פּריפּעטשיק. איז, דאַכט מיר, אױך ניט קײן עװלה! זי װעט דאָך ניט קריכן מיט איר קריגל ציקאָריע צװישן די פֿלײשיקע טעפּלעך! זאָגט אָבער פּעסיע די שמשׂטע, אַז ס'איז ניט כּדאַי, אַז צוליב אַ קריגל ציקאָריע זאָל כּפּרה װערן די חלה אין אױװן. זאָגט סאָסיע די טענדלערקע: לאָזן אירע שׂונאים זײַן די כּפּרה! זאָגט איר פּעסיע די שמשׂטע, אַז זי האָט, אַ פּנים, היפּשלעך שׂונאים? זאָגט סאָסיע די טענדלערקע: „ניט צו פֿאַרזינדיקן, איך האָב זײ גענוג, מע זאָל זײ געדיכט זײען און זײ זאָלן שיטער אױפֿגײן“. זאָגט איר פּעסיע די שמשׂטע: „פֿון װען אָן זײַט איר דאָס געװאָרן אַזױ באַרעדעװדיק?“ זאָגט איר סאָסיע די טענדלערקע: „פֿון זינט איך האָב מיך באַזעצט אינעם דאָזיקן װיסטעניש“. רופֿט זיך אָן בתיה די רופֿאטע, די בעל־הביתטע פֿון דער שטוב, װאָס שטײט בשעת־מעשׂה בײַ דער זײַט, פֿאַרלײגט די פֿאַטשײלע הינטער די אױערן, מיט אַ קאַטשלקע אין די הענט, און קאַטשעט אַ בלאַט לאָקשן אױף שבת: „איך װײס ניט, װאָס איז אײַך דאָ אַזױ װיסט? די סך דירה־געלטן, װאָס איר צאָלט זיך אָן?“ זאָגט צו איר סאָסיע די טענדלערקע: „גוט איז אײַך, אַז איר זײַט אַ נגידיתטע און האָט קײן עין־הרע, אַ סך געלט!“ זאָגט צו איר בתיה די רופֿאטע: „װאָס גײט אײַך אָן, צי אַ סך, צי ניט קײן סך? בײַ אײַך האָב איך ניט צוגענומען גאָרניט?“ זאָגט צו איר סאָסיע די טענדלערקע: „װאָס האָט איר בײַ מיר צו נעמען? דעם דלות? נעמט אײַך אים!“ זאָגט איר בתיה די רופֿאטע: „„האַלט זיך מיט אים געזונטערהײט!…“ רופֿט זיך אָפּ פּעסיע די שמשׂטע: „פֿון דלות איז קײנער ניט באַװאָרנט! מע האָט שױן געזען פֿײַנע בריהס מיט אײגענע הײַזער ליגן פֿונדעסטװעגן גוט אין דער ערד!…“ „און באַקן בײגל“… ― העלפֿט איר אונטער סאָסיע די טענדלערקע. װערט בתיה די רופֿאטע אין כּעס און פֿאַלט אָן אױף סאָסיע די טענדלערקע. שטעלט זיך אײַן פֿאַר איר פּעסיע די שמשׂטע. װערט אַ גערודער צװישן אַלע דרײַ װײַבער, אַ מישמאַש, אַ צונױפֿגיסעניש פֿון װערטער, רײד און משלים: „געזען אַ ביסעלע אַ מליץ־יושרטע!“… „געפֿעלט אײַך אַ השׂגה פֿון אַ ייִדענע!“… „געפֿעלט אײַך ניט, װעט איר מיט מיר קײן שידוך ניט טאָן!“… „מע זוכט אַ שער, רופֿט זיך אָפּ דאָס אײבערשטע פֿון שטױסל!“… „אַ משל קאַבאַק!“… „אױך מיר אַ נגידיתטע ― איבער אַ קאָטשערע מיט אַ לאָפּעטע“… „לאָז זײַן שטיל, פּיסקאַטקע, װאָרעם סע קאָן פֿליִען אַ קאָטשערע אין קאָפּ אַרײַן“… „איך װײס ניט װעמען, איר זײַט בילכער“… „נאַ זשע דיר טאַקע!“… „נאַ דיר!“… „נאַט אײַך בײדע!“…

איר מײנט, װאָס איז דאָס געװען? פּעטש? חס־וחלילה! ― פֿײַגן, פֿײַגן פֿון צװײ צונױפֿגעדרײטע פֿינגער, אינמיטן אַ דריטער, און גלײַך אין נאָז אַרײַן.

ח

האָט קײן פֿאַראיבל ניט, װאָס איך װעל אײַך זאָגן: איך האָב מורא, אַז װען חלילה מע שפּאַנט צונױף דרײַ הײַנטמאָדישע דאַמען און מע קװעטשט זײ צונױף אַלע אינאײנעם אונטער אײן דאַך, װי מע האָט צונױפֿגעקװעטשט אונדזערע דרײַ װײַבער, בין איך אײַך ניט ערבֿ, װאָס דערפֿון װאָלט אַרױס; עס קאָן זײַן, עס װאָלט ניט אַרױס גאָרניט, און עס קאָן זײַן, אַז עס װאָלט געװעזן מיאוס, נאָך מיאוסער, װי בײַ מײַנע דרײַ שכנהטעס… איך מײן חלילה דערמיט קײנעם ניט באַלײדיקן; נאָר גלאַט, מע רעדט ― רעדט מען…

איך קער זיך אום צוריק צו מײַנע װײַבער. נאָך אַלע מחלוקתן מיט די מיאוסע „קאָנפֿליקטן“, װאָס צװישן זײ פֿלעגט פֿאָרקומען, איז מען זיך קײן שׂונאים, חס־ושלום, ניט געװען. װאָרעם װאָס, אײגנטלעך, האָט מען געהאַט אײנס צו דאָס אַנדערע? חלילה אָפּגענומען פּרנסה? אָט האָט מען זיך געקריגט, און אָט האָט מען זיך איבערגעבעטן. און װער שמועסט, אַז ס'איז געקומען פּסח, איז מען גאָר געװאָרן שלום, אַחדות, נפֿש־אַחת, װאָרעם אַלע דרײַ האָבן געבאַקן מצות אין אײן טאָג, אַלע האָבן געשטעלט אײן דײזשקעלע באָרשט, אַלע האָבן געהאַנדלט אײן מציאה אַ זעקל קאַרטאָפֿליעס, און אַלע האָבן זיך געזעצט צום סדר בײַ אײן טיש, טאַקע בײַ דער בעל־הביתטע, בײַ בתיה די רופֿאטע, אינאײנעם מיט איר געהױבן די שיסל, איר נאָכגעזאָגט שטילערהײט װאָרט בײַ װאָרט די הגדה, װאָס בתיה האָט געלײענט אױף עבֿרי־טײַטש פֿון אַ גראָבן סידור.

נאָר דאָס איז אָבער געװען אַמאָל, בשעת בתיה דער רופֿאטעס מאַן ישׂראל דער רופֿא, האָט נאָך געלעבט, פֿלעגט ער אָפּריכטן דעם סדר. נאָכדעם, אַז ישׂראל דער רופֿא איז געשטאָרבן, האָט אײנער פֿון שכנהטעס זין געפּראַװעט דעם סדר. איצט, אַז אַלע האָבן זיך צעפֿאָרן, דער אַהער און דער אַהין, און אין דער גאַנצער שטוב איז געבליבן אײן מאַנצביל יוזעק, איז געװאָרן צװישן די װײַבער אַ רײד, אפֿשר װאָלט געװען אַ סבֿרה, אַז יוזעק זאָל הײַנטיקס יאָר אָפּריכטן דעם סדר? יוזעק איז אַ ייִנגל, װאָס לערנט שױן חומש, און עבֿרי זאָגט ער װי אַ װאַסער, ― פֿאַרװאָס זאָל ער ניט זײַן דער מאַנצביל, דער מלך?

― יוזעק, װילסט זײַן אַ מלך?

אַ מלך? פֿאַרװאָס ניט? װער זאָגט זי עס אָפּ פֿון מלוכה?

― אַז אָך און װײ איז צו דער מלוכה, אַז יוזעק איז דער מלך!…

אַזױ האָבן געזאָגט די דרײַ װײַבער מיט די צװײ שװעסטער און האָבן אים אױסגעבעט זײער אַ שײנע „הסב־בעט“, אַרומגעלײגט מיט קישנס, און יוזעק, אַז ער איז געקומען פֿון שול מיטן ברײטן גוט יום־טובֿ, האָט ער זיך געזעצט על כּסא מלכותו, אין די נײַע יום־טובֿדיקע בגדימלעך, װי אַן אמתער מלך.

ט

דרײַ זאַכן: גענעצן, לאַכן און װײנען ― דאָס זײַנען פֿון די ענינים, װאָס מע נעמט זיך אָן אײנער פֿונעם אַנדערן. גענעצן, לאַכן און װײנען איז ניט בײַ אונדז אין די הענט.

בײַם סדר, װאָס מיר באַשרײַבן אַצינד, סאַמע צום רעכטן שפּיץ, בשעת דעם ייִנגסטער פֿון די מלאָכים, יוזעק דער יתום, האָט נאָך דעם ברײטן „לפֿיכך“ מיטן שײנעם „הלל“ אױפֿגעהױבן דעם צװײטן כּוס און אָנגעהױבן זאָגן דעם „הריני רוצה לקיים מיצװת כּוס שני של אַרבע־כּוסות“ און געװאָלט צוטראָגן דאָס גלעזל צום מױל, האָט זיך געלאָזט הערן צװישן די װײַבער אַ יאָמערלעך געװײן, װי מע באַװײנט אַ טױטן.

װיִאַזױ דאָס האָט זיך געטראָפֿן: װער פֿון זײ האָט פֿריִער אָנגעהױבן װײנען, ― איז שװער צו װיסן. בשעת יוזעק האָט אָפּגעמאַכט דעם קידוש און אָנגעהױבן צו זינגען דעם „עבֿדים היינו“, האָט אײנע פֿון די צװײ שװעסטער זיך דערמאָנט, אַז פֿאַראַיאָרן אין דער צײַט זײַנען זײ אױך געזעסן בײַם סדר; נאָר ס'איז געװען אַן אַנדער סדר. דער טאַטע האָט געלעבט, און די מאַמע האָט געלעבט, און זײ, די צװײ שװעסטער, האָט מען אױפֿגענײט אױף פּסח נײַע קלײדלעך. זיך גאָרנישט געריכט, אַז זײ װעלן איצטער באַדאַרפֿן זיצן בײַ אַ פֿרעמדן טיש מיט פֿרעמדע װײַבער, און יוזעק װעט זײ אָפּריכטן דעם סדר… און בײַ אײנער פֿון די צװײ שװעסטער האָט אָנגעהױבן פּינטלען אַן אױג, אונטערציטערן די אונטערשטע ליפּ. און אױף איר קוקנדיק, האָט זיך בײַ דער אַנדערער שװעסטער אָנגעהױבן לאָזן אַ טרער נאָך אַ טרער. און אױף זײ קוקנדיק, האָט זיך אײנע פֿון די דרײַ שכנהטעס דערמאָנט אױך אָן איר אומגליק: אַז נתי דער שמשׂ, איר מאַן הײסט דאָס, האָט געלעבט, איז איר געװען גוט װי די װעלט, דאָס הײסט, גוט איז איר קײנמאָל ניט געװען, נאָר בעסער װי איצטער אַװדאי, אַז זי באַדאַרף זײַן אַ פּידשמשׂטע, װאָרעם עוזר דער שמשׂ װאָס איז פֿריִער געװען בײַ נתי דעם שמשׂ אַ פּידשמשׂ, איז הײַנט געהױכט געװאָרן, אַרױף נאָך איר נתיס טױט פֿון פּידשמשׂ אױף שמשׂ, און זײַן װײַב גנעסיע איז געװאָרן אַזױ גרױס, טאַטעניו, אַז מע קאָן שױן גאָר צו איר ניט צוטרעטן!…

אַזױ האָט זיך געטראַכט פּעסיע די שמשׂטע און האָט געמאַכט בשעת־מעשׂה אַזאַ קרום פּנים, אַז סאָסיע די טענדלערקע האָט באַדאַרפֿט זײַן שטאַרקער פֿון אײַזן, זי זאָל זיך אײַנהאַלטן פֿון טרערן. סאָסיע האָט זיך דערמאָנט אָן טרױעריקע זאַכן: זיבן און זיבעציק װײַבער, װאָס רײַסן פֿון די הענט, לאָזן נישט פֿאַרדינען אַ גראָשן, צעבאַלעװען די קונהטעס, מאַכן פֿון זײ אַ תּל, אַ תּל! הײַנט האָט זי זיך דערמאָנט אָן איר עלטערע טאָכטער, װאָס זי איז געשטאָרבן שױן לאַנג, נאָך קינדװײַז, ראָסע האָט זי געהײסן! װען ראָסע זאָל געװען ניט שטאַרבן, װאָלט זי שױן איצטער געװען אַ מײדל צו לײַטן, און אפֿשר אַ מאַמע פֿון קינדער. און אױך אָן איר מאַן האָט זי זיך דערמאָנט, װי ער איז נעבעך אָפּגעקומען כּל־ימיו, געװען אַ פֿינצטערער קאַליקע, אַ לא־יוצלח לשום מלאָכה, אַ קראַנקער נעבעך ― און סאָסיע די טענדלערקע, נאָכזאָגנדיק שטילערהײט בתיה דער רופֿאטע די הגדה און צושאָקלענדיק זיך גלײַך מיט איר צום טאַקט, באַװאַשט זי זיך מיט טרערן. און אַפֿילו די פֿאָרזאָגערין אַלײן, בתיה די רופֿאטע, הערט זיך אַלײן ניט צו צו די װערטער פֿון דער הגדה, װאָס גיסן זיך בײַ איר אָן איר װיסן, דערמאָנט זיך אױך אָן אירע אײגענע צרות, אָן אירע קינדער, װאָס זײַנען אַװעק אין דעם װײַטן־װײַטן אַמעריקע. זײ שרײַבן אַפֿילו פֿון דאָרטן גאַנץ גוטע בריװלעך, אַז זײ מאַכן דאָרטן אַ גוט לעבן; הײַנו, זײ אַרבעטן זײער אַ סך און זײַנען מענטשן גלײַך. צו באַװײַזן, װי גוט זײ איז, האָבן זײ איר געשיקט זײערע פּאָרטרעטן, װאָס דאָרטן רופֿט מען דאָס „פּיקטשערסpictures“. און זאָגן איר צו, אַז אױב די געשעפֿטן, אָדער, װי מע רופֿט דאָס דאָרטן, די „ביזנעס“, װעלן זיך אַביסל פֿאַרבעסערן, װעלן זײ איר צושיקן עטלעכע קערבלעך, אָדער, װי מען רופֿט דאָס דאָרטן, „דאָלערסdollars“, מיט אַ שיפֿסקאַרטע און װעלן זי אַריבערנעמען אַהינצו, אין דעם גרױסן גליקלעכן לאַנד, װוּ אַלע מאַכן אַ לעבן, װוּ אַלע מענטשן זײַנען גלײַך, אַ מענטש מעג דאָרטן אױסציִען זיך אין מיטן גאַס פֿון הונגער, װעט אים קײנער ניט זאָגן „קרום גײסטו“… נאָר אַזױ לאַנג קרענקען די שׂונאים, װי לאַנג בתיה װעט ניט פֿאָרן אַהינצו. זי האָט דאָ אױך קינדער. אַי, ס'איז זײ נעבעך ניט גוט? ― װאָס זאָל מען טאָן? ס'איז אַ גאָטס־זאַך. אַלצדינג איז פֿון גאָט!

אַזױ טראַכט זיך בתיה די רופֿאטע און לײענט די הגדה, װי אַ װאַסער, און זי אַלײן באַמערקט גאָר ניט, װי זי װײנט און גיסט מיט טרערן. ביז ס'איז געקומען צום צװײטן כּוס פֿון די אַרבע־כּוסות, אַז דער ייִנגסטער פֿון די מלכים האָט זיך אָפּגעשטעלט אָפּטרינקען אַ ביסל װײַן, האָבן זיך אַלע װײַבער אַלײן דערשראָקן פֿאַר זײער געװײן, און בתיה די רופֿאטע איז אָנגעפֿאַלן אױף זײ מיט אַ געפּילדער, זיך אױסגעװישט די אױגן מיטן פֿאַרטעך און אױסגעשנײַצט די נאָז:

― װאָס האָט איר זיך צעיאַכמערט פּלוצעם אין מיטן דרינען? װאָס איז הײַנט, יום־כּיפּור? צי תּשעה־באָבֿ? געזען אַביסל!

ערשט דעמאָלט האָבן זיך די װײַבער באַרויִקט, װען אײנע פֿון זײ האָט אונטערגעטראָגן דעם מלך אַ קװאָרט װאַסער מיט אַ טאַץ אױף צו װאַשן זיך, די אַנדערע האָט דערלאַנגט די הײסע פֿיש פֿונעם אױװן, די דריטע האָט צוגעטראָגן דעם כרײן. דער ייִנגסטער פֿון די מלכים האָט געמאַכט אַ ברכה, „על אַכילת מצה“, די װײַבער האָבן געענטפֿערט אָמן, און די סעודה האָט זיך אָנגעהױבן שטיל, אָן װערטער.

געשריבן אין יאָר 1904.
קידלתּ וקידשתּ: אַ האַרצרײַסנדיקע טראַגעדיע איבער אַ יום־טובֿדיקן קידוש

א. מײַן צונעמעניש. ― שװאַכע פֿעיִקײטן. ― װאָס װעט זײַן פֿון מיר!

„איװאַן פּאָפּערילע“… קײן אַנדער נאָמען האָב איך ניט געהאַט אין דער הײם צװישן אַ גאַנצער כאַליאַסטרע. אפֿשר דערפֿאַר, װאָס איך האָב ניט געװאָלט לערנען? דאָס אַחוץ. װעלן האָבן איך טאַקע ניט געװאָלט. װער װיל דאָס לערנען? אָדער אפֿשר דערפֿאַר, װאָס איך האָב געהאַט אַ גראָבן קאָפּ? דאָס קאָן אױך זײַן. קײן שטאַרק גוטן קאָפּ האָב איך טאַקע ניט געהאַט. דאָס הײסט, די תּפֿיסה איז בײַ מיר געװען ― אַזױ האָט דער רבי געזאָגט ― אַ האַרטע תּפֿיסה. אײדער איך האָב תּופֿס געװען אַ זאַך, איז אָנגעקומען שװערלעך. דערפֿאַר אָבער איז דער זכּרון געװען בײַ מיר, ניט פֿאַר אײַך געדאַכט, זײער־זײער אַ שװאַכער! ניט געװען די זאַך, װאָס איך זאָל געדענקען. אָט האָב איך אױסגעלערנט אױף אױסנװײניק, און אָט האָב איך עס שױן פֿאַרגעסן. איך קאָן מיך גאָר ניט דערמאָנען אָן די קלעפּ, מיט די פּעטש, מיט די שמיץ װאָס מע האָט מיר אַרײַנגעלײגט. אומזיסט האָט נעבעך מײַן טאַטע זיך אָפּגעריסן דאָס האַרץ. אומזיסט זײַנען נעבעך געװען דער מאַמעס טרערן. עס האָט קײן זאַך מיך ניט גענומען.

― גװאַלד! איװאַן פּאָפּערילע! װאָס װעט זײַן פֿון דיר?

― גװאַלד! ייִדישע קינדער! װאָס װעט זײַן פֿון מיר?…