א.
ד י שרעקלעכע נאַכ ט.
דאָס איז געװען אין אײנע פֿון די פֿינצטערע, בלאָטיקע, פֿאַר־פּסח־דיקע נעכט. אַלץ איז געװען אײַנגעהילט אין פֿינצטערניש. אַלץ איז געשלאָפֿן. שטיל און רויִק איז געװען אַרום און אַרום אַפֿילו אַ פֿיש אין װאַסער האָט גערוט, מורא געהאַט אַרױסשטעלן דעם קאָפּ אַף גאָטס װעלט אין דער דאָזיקער פֿינצטערער, שטילער, רויִקער נאַכט. אין אַזאַ נאַכט איז פֿאַראַן אַ סך אַרבעט פֿאַרן בעל־החלומות. ער זשאַלעװעט נישט קײן פֿאַרבן, שיט מיט דער פֿולער האַנט פֿאַנטאַזיעס, װאָס נישט געשטױגן, נישט געפֿלױגן, און פֿירט צונױף אַ װאַנט מיט אַ װאַנט.
די חלומות, װאָס דער העלד פֿון דער דאָזיקער געשיכטע האָט געזען אין יענער נאַכט, זײַנען געװען משונה־מאָדנע װילדע חלומות! אַ גאַנצע נאַכט האָבן זיך אים געפּלאָנטערט עופֿות, הינער, גענדז און קאַטשקעס. אײנער אַ האָן, אַ רױטער, נאָך גאָר אַ יונגיטשקער, נאָר אַ גרױסער עזות־פּנים, שפּרינגט אים מיט חוצפּה אין די אױגן אַרײַן, לאַכט און זינגט אים עפּעס אַ מאָדנע לידל:
קו־קאַ־רי־קו. לאַנגע נאָז!
מ'עט דיך פּאַקן װי אַ האָז!
מ'עט דיך בינדן, מ'עט דיך שלאָגן,
מ'עט דיך לײגן אַף אַ װאָגן,
מ'עט דיך מוטשען אָן אַ סוף,
מ'עט דיך קױלען װי אַן עוף!..
דאָס לידל לאָזט אױס דער רױטער האָן מיט אַ קוקאַריקו, און עס דאַכט זיך אױס אונדזער העלד, אַז די עופֿות, די גענדז מיט די קאַטשקעס, װאָס דרײען זיך אַרום אים, קװאָקען, גאָגאָטשען און לאַכן אַף משונה־מאָדנע קולות, און אַזױ שטאַרק, אַז ער װערט אױפֿגערעגט, טוט זיך אַ לאָז צום האָן צום שײגעץ, און פֿאַר גרױס כּעס כאַפּט ער זיך אױף מיט אַ מוראדיק האַרצקלאַפּעניש און דערהערט אַ רעש, אַ טומל, אַ גערודער, אַ קלאַפּערײַ פֿון פֿיס, אַ שײַן פֿון אַ ליכט, און קולות װילדע, אומבאַקאַנטע קולות: „נישט דער!... אָט דער!... יאָ־יאָ!... נעמט אים!... כאַפּט אים!... בינדט אים!... פּאַװאָליע די פֿיס!... ברעכט אים נישט אױס קײן פֿוס!... אָט אַזױ!... פֿאַרטיק?... נו, ריר זיך! ריר זיך!... די נאַכט שטײט נישט!... מאַרש אין װאָגן אַרײַן!...“ און ער דערפֿילט געזונטע הענט, װי אײַזערנע צװאַנגען, האַלטן אים, בינדן אים, דרײען אים צונױף די פֿיס, און מע טוט אים אַ כאַפּ־אױף אין דער לופֿטן און אַ װאָרף־אַרײַן אין אַ ברײטן הױכן װאָגן אַרײַן. אין װאָגן ליגט נאָך אַ נפֿש, אַזױ װי ער, דאַכט זיך, אַ נקבֿה, און ציטערט מיט אַלע אבֿרים. צװײ מענטשן דרײען זיך אַרום זײ. אײנער ― אַ פּרא־אָדם. אָן אַ היטל, דער אַנדערער ― אױך אַ פּרא־אָדם מיט אַ קוטשמע אַפֿן קאָפּ. דער װאָס אָן דעם היטל שטײט הינטן, באַטראַכט דעם װאָגן, די רעדער, די פֿערדלעך. און דער װאָס מיט דער קוטשמע האָט זיך אַרױפֿגעזעצט אַפֿן װאָגן, און גלײַך צו זײ אַף די פֿיס, און מיט אַזאַ רציחה, אַז זײ האָבן זיך דערזען מיט יענער װעלט...
― גיב נאָר אַכטונג, זײ זאָלן זיך באַ דיר נישט אױפֿבינדן, נישט אַרױסגליטשן, נישט אַראָפּשפּרינגען. דו הערסט, צי נײן?
אַזױ זאָגט דער, װאָס אָן דעם היטל, צו דער קוטשמע, און די
קוטשמע ענטפֿערט נישט. ער דערלאַנגט אַ רעכטן שמיץ די פֿערד, און
דער װאָגן רירט.
ב.
ד י געפֿאַנגענע שליסן קענטשאַפֿ ט
א י ן ג ע פֿ ע נ ק ע נ י ש.
װיִאַזױ זײ האָבן איבערגעלעבט די דאָזיקע נאַכט און נישט אױסגעגאַנגען אַפֿן װאָגן פֿאַר שרעק אַלײן ― איז טאַקע נאָר אַ נס מן השמים. װוּ זײַנען זײ? װוּהין פֿירט מען זײ? און פֿאַרװאָס? פֿאַרװען?...
איבער גרױס פֿינצטערניש האָבן זײ אַפֿילו נישט געקאָנט זיך רעכט אָנקוקן. ערשט, אַז ס'האָט אָנגעהױבן צו טאָגן, האָבן זײ גענומען באַטראַכטן אײנס דאָס אַנדערע און דורכשמועסן זיך שטילערהײט.
― גוט מאָרגן, מאַדאַם!
― גוט מאָרגן, גוט יאָר!
― איך װאָלט געמעגט שװערן, אַז איר זײַט פֿון אונדזערע... פֿון די אינדיאַנער...
― איר פֿאַרשפּאָרט שװערן, מע גלײבט אײַך אָן אַ שבֿועה...
― איך האָב אײַך באַלד דערקענט, נאָך די קאַרעלן.
― דאָס באַװײַזט, אַז איר האָט אַן אױג.
עס גײט אַװעק עטלעכע מינוט. נאָכדעם רופֿט ער זיך אָן צו איר װידער אַ מאָל:
― מאַדאַם! װי פֿילט איר זיך?
― אַזאַ יאָר אַף מײַנע שׂונאים!
ער לאָזט דורך נאָך אַ װײַלע און רױמט איר אײַן אַ סוד אַפֿן אױער.
― מאַדאַם. איך װיל אײַך עפּעס פֿרעגן.
― פֿרעגט.
― אין װאָס באַשולדיקט מען אײַך?
― דאָס אײגענע, װאָס אײַך.
― איך מײן, װאָס האָט איר אַזױנס פֿאַרזינדיקט?
― דאָס אײגענע, װאָס איר.
― מיר שײַנט, אַז איר זײַט מיר עפּעס װי ברוגזלעך?
― ברוגזלעך? נאַכאַל! ער האָט זיך אַװעקגעזעצט באַ מיר אַף די פֿיס, אַז סע שפּאַרן מיר די אױגן פֿון קאָפּ, און זאָגט נאָך, אַז איך בין ברוגזלעך!
― װאָס רעדט איר דאָס, מאַדאַם? איך זיץ באַ אײַך אַף די פֿיס?
― װער דען זיצט?
― דאָס איז ער! אָט דער פּרא־אָדם מיט דער קוטשמע, פֿאַרכאַפּט זאָל ער װערן!
― אַזױ גאָר? און איך האָב געמײנט, אַז דאָס קװעטשן, װאָס סע קװעטשט מיך, איז פֿון אײַך. האָט קײן פֿאַריבל נישט טאָמער האָב איך אײַך באַלײדיקט.
דאָס איז אינגאַנצן װאָס זײ האָבן געקאָנט זאָגן אײנס דעם אַנ־
דערן, װאָרעם עס כאַפּט זיך אױף די קוטשמע, װי פֿונעם שלאָף, און
שמײַסט, שמײַסט די פֿערד מיט כּעס. דער װאָגן שפּרינגט־אונטער, די
צװײ אינדיאַנער הערן זיך צו, װי עס טרײסלען זיך באַ זײ אינעװײניק
די געדערים. פּלוצים שטעלט זיך אָפּ דער װאָגן, און זײ דערזעען פֿאַר
זיך אַזעלכעס, װאָס זײ האָבן נאָך אַף זײער לעבן נישט געזען קײנמאָל.
ג.
פֿ ו ן אײן געפֿענקעניש אינעם אַנדער ן.
דאָס ערשטע מאָל אַף זײער לעבן איז זײ אױסגעקומען צו זען אַף אײן אָרט אַזױפֿיל פֿערד, בהמות, קעלבלעך, חזירים, און מענטשן, אָן אַ שיעור מענטשן! אַלערלײ װאָגנס מיט אונטערגעהױבענע שטעקנס, פֿול מיט פֿאַרשײדענע סחורות, ברױט און לעבעדיקע זאַכן: הינער, גענדז און קאַטשקעס, אָנגעפּאַקט אײנס אַף דאָס אַנדערע. דאָרט, אין דער זײַט, אײנער אַלײן אַף אַ װאָגן, ליגט אַ געבונדענער דבֿר־אַחר און פּראָטעסטירט, קװיטשעט מיט אַזעלכע משונה קולות, אַז מע קאָן טױב װערן. נאָר װער הערט אים? אַלע לױפֿן, אַלע רײדן, אַלע זײַנען פֿאַרטאַרעראַמט. ― ס'איז אַ יריד.
אַהערצו האָט זײ געבראַכט צופֿירן דער פּרא־אָדם, װאָס מיט דער קוטשמע, אַרױסגעקראָכן פֿונעם װאָגן און גענומען באָברען זיך מיט די געפֿאַנגענע. און די געפֿאַנגענע האָבן זיך אױפֿגעכאַפּט. דערפֿילט אַ מאָדנע האַרצקלאַפּעניש: „װאָס װעט ער טאָן מיט זײ, אָט דער פּרא־אָדם? אפֿשר אױפֿבינדן? באַפֿרײַען און לאָזן גײן, װוּ די אױגן װעלן טראָגן?“... אַך, אומזיסט איז געװען זײער פֿרײד ― ער האָט זײ נאָר אַרױפֿגערוקט אַביסל העכער, אַפּנים, אַז מע זאָל זײ בעסער קאָנען זען? אַזאַ בזיון! אַזאַ בזיון!... און אפֿשר, אַז מע װיל רעכענען דאָס אײגענע צוריק, קאָן זײַן, אַז עס איז גלײַכער, װאָס אַלע זעען זײ! אַדרבה, לאָז די װעלט זען! אפֿשר װעט זיך געפֿינען אַ גוטע זעל, װאָס װעט צוגײן, זיך אָננעמען זײער קריװדע און אַ פֿרעג טאָן באַ דעם פּרא־אָדם: פֿאַרװאָס? פֿאַרװען?
אַזױ האָבן זײ געטראַכט נעבעך די אומשולדיקע געפֿאַנגענע ― און גלײַך װי זײ האָבן געטראָפֿן: עס האָט זיך טאַקע געפֿונען אַ גוטע זעל, עפּעס אײנע אַ גראָבע, מיט אַ טערקישער שאַל. זי גײט־צו, טוט אַ טאַפּ אין װאָגן און אַ זאָג צו דער קוטשמע:
― דאָס האָסטו געבראַכט צו פֿירן דאָס פּאָרפֿאָלק?
― װאָס איז דײַן עסק?
― אינדיאַנער?
― װאָס דען, טערקן?
― װיפֿל הײסטו זיך געבן פֿאַר זײ?
― װוּ האָסטו אַזױפֿיל געלט?
― איך זאָל נישט האָבן קײן געלט, טאָ צוליב װאָס װאָלט איך זיך אַװעקגעשטעלט רײדן מיט אַזאַ כאַם, װי דו ביסט?
אָט אַזױ שמועסן זיך דורך די טערקישע שאַל מיט דער קוטשמע, און עס גײט אַװעק באַ זײ אַ דינגעניש אַף לאַנג. דער פּרא־אָדם, װאָס מיט דער קוטשמע, איז קאַלט װי אײַז, די טערקישע שאַל היצט זיך, שפּרינגט אָפּ אַלעמאָל און גײט אַװעק, און קומט אָבער באַלד צוריק. און װידעראַמאָל נעמט מען זיך דינגען, אַזױ לאַנג, ביז די קוטשמע װערט אין כּעס, און מע הײבט זיך אָן שילטן. דאָס פּאָרפֿאָלק דערװײַל װאַרפֿט זיך דורך מיט אַ פּאָר װערטער:
― מאַדאַם! איר הערט, צי נײן?
― איך הער, װאָס דען? איך הער נישט?
― עס האַלט דערבײַ, מע זאָל אונדז, אַפּנים, אױסקױפֿן פֿון געפֿענקעניש?
― אַזױ װײַזט דאָס אױס.
― װאָס־זשע דינגט זי זיך פֿאַר אונדז, װי מע דינגט זיך פֿאַר גענדז?
― אַז אָך און אַז װײ!
― לאָזן זײ זיך שלאָגן קאָפּ אָן װאַנט, אַבי מיר זאָלן אַרױס פֿרײַ.
― אָמן הלװאַי!
דאַנקען גאָט, די טערקישע שאַל האָט שױן אַרײַנגעלײגט די האַנט אין קעשענע, נעמט אַרױס געלט.
― הכּלל, איז נישט װינציקער?
― נישט װינציקער.
― דאָס איז שױן דאָס לעצטע שבלעצטע?
― דאָס לעצטע שבלעצטע.
― אפֿשר... שאַ, שאַ! זע־נאָר אַ רציחה פֿון אַ מענטשן! נאַ דיר געלט. נאַ!
און דאָס פּאָרפֿאָלק גײט איבער פֿונעם רשות פֿון דעם פּרא־אָדם
מיט דער קוטשמע אין רשות פֿון דער גראָבער מיט דער טערקישער שאַל,
דאָס הײסט, אײגנטלעך, פֿון אײן געפֿענקעניש אינעם אַנדערן, װי מיר
װעלן זען װײַטער.
ד.
צ װישן װילדע מענטש ן.
װיבאַלד מע האָט זײ געבראַכט אַפֿן נײַעם אָרט, אַזױ האָט מען זײ באַלד אױפֿגעבונדן, און מיט פֿרײד האָבן זײ דערפֿילט די ערד אונטער זיך. זײ האָבן גענומען אױסגלײַכן זיך די בײנער און אַרומשפּאַנען הין און צוריק, אױספּרוּװן אַף װיפֿל די פֿיס דינען זײ נאָך, און פֿאַר גרױס שׂמחה האָבן זײ גאָרנישט באַמערקט, אַז זײַנען נאָך גאַנץ װײַט פֿון דער אמתער פֿרײַהײט. ערשט אַ מינוט שפּעטער האָבן זײ זיך אַרומגעקוקט, אַז זײ זײַנען אין געפֿענקעניש. מע האָט זײ אַרײַנגעלאָזט ערגעץ אין אַ פֿינצטער װינקל, פֿון אײן זײַט אַ װאַרעמער אױװן, פֿון דער אַנדערער זײַט אַ קאַלטע װאַנט, און פֿון פֿאָרנט אָפּגעצאַמט מיט אַן איבערגעקערטן לײטער. און עסן האָט מען זײ אַװעקגעשטעלט און טרינקען. און מע האָט זײ איבערגעלאָזט אײנע אַלײן, װי עס רעדט זיך, אַף גאָטס באַראָט. באַטראַכט זײער נײַע װױנונג, האָבן זײ זיך אַװעקגעשטעלט אײנס קעגן אַנדערן אָנגעבלאָזן, װי געװײנלעך װילד־פֿרעמדע, געקוקט, געקוקט און אױסגעדרײט זיך אײנס צום אַנדערן, מחילה, מיטן הינטן און צעגאַנגען זיך, ער אין אײן װינקעלע, זי אינעם אַנדערן, און מע האָט זיך פֿאַרטיפֿט איטלעכער אין זײַנע מחשבֿות.
לאַנג טראַכטן האָט מען אָבער זײ ניט געלאָזט. עס האָט זיך געעפֿנט די טיר פֿון זײער טורמע און ס'איז אַרײַנגעקומען פֿריִער די טערקישע שאַל, און נאָך איר אַלערלײ װײַבער, אײנע נאָך דער אַנדערער. יעדע באַזונדער האָט די טערקישע שאַל אָנגענומען באַ אַ האַנט, צוגעפֿירט צו די געפֿאַנגענע, אַ װײַז געגעבן מיטן פֿינגער און אַ זאָג געטאָן מיט אַ שײַנענדיק פּנים:
― געפֿעלט אײַך דאָס פּאָרפֿאָלק?
― װיפֿל האָט איר אַװעקגעגעבן?
― שאַצט.
אַלע האָבן געשאַצט און נישט אײנע האָט געטראָפֿן. און אַז די טערקישע שאַל האָט זײ אָנגערופֿן די סומע, האָבן אַלע װײַבער געגעבן אַ פּלעסק מיט די הענט:
― טאַקע באמת?
― מיר זאָלן אַזױ אַלע האָבן אַ פֿרײלעכן, אַ כּשרן פּסח!
אַף די פּנימער פֿון די װײַבער איז געװען אָנגעצײכנט קנאה. זײערע בעקלעך האָבן געפֿלאַמט. אין די אױגן האָט געברענט אַ פֿײַערל. נאָר עס האָבן זיך אַ שאָט געטאָן װינשעװאַניעס.
― פֿאַרניצט געזונט!
― זאָל אײַך װױל באַקומען!
― דערלעבט איבעראַיאָר!
― מיט אײַער מאַן און מיט אײַערע קינדערלעך!
― אָמן! גם אַתּם! גם אַתּם!
אַלע װײַבער גײען אַװעק. אין אַ מינוט אַרום קומט אָן די טערקישע שאַל צוריק און שלעפּט מיט זיך אײנעם אַ מאַנצביל, אַ װילדן פּאַרשױן, אַ באַװאַקסענעם מיט רױטע האָר. זי פֿירט אים צו מיטן זעלבן שײַנענדיקן פּנים:
― דו ביסט דאָך יאָ אַ מבֿין. װאָס זאָגסטו אַף דעם פּאָרפֿאָלק?
דער באַװאַקסענער פּאַרשױן קוקט מיט װילדע אױגן.
― איך בין אַ מבֿין? װאָס פֿאַר אַ מבֿין בין איך?
― דו ביסט דאָך אַ ייִד פֿון תּורה, און װוּ תּורה, דאָרט איז חכמה. װי מײנסטו, אַשטײגער, ― מעג אונדז שױן גאָט געבן אַ כּשרן פּסח? ס'איז דאָך פֿון זײַן ליבן נאָמען װעגן.
דער באַװאַקסענער פּאַרשױן גלעט זיך באַ די געלע האָר, פֿאַרגלאַנצט די אױגן אַרױף, מאַכט אַ פֿרום פּנים:
― דער אײבערשטער מעג געבן אַלע ייִדן אַ כּשרן פּסח.
די טערקישע שאַל מיטן באַװאַקסענעם פּאַרשױן גײען אַװעק, און דאָס פּאָרפֿאָלק בלײַבט װײַטער אַלײן. זײ שטײען אַ װײַלע אָן לשון, אָנגעבלאָזן אײנס אַף דאָס אַנדערע, װי פֿריִער. זי לאָזט אַרױס אַ מאָדנעם הילך פֿונעם האַלדז. אַ מין הוסט מיט אַ קװיטש. ער דרײט אױס דעם קאָפּ צו איר:
― מאַדאַם! װאָס איז מיט אײַך?
― גאָרנישט. איך האָב מיך דערמאָנט אין דער הײם.
― נאַרישקײטן! דאָס דאַרף מען פֿאַרגעסן. מע דאַרף זיך בעסער אַרומקוקן, װוּ זײַנען מיר און װאָס האָבן מיר צו טאָן?
― װוּ זײַנען מיר? אין דער ערד זײַנען מיר. מיר זײַנען אַף גרױסע צרות.
― דהײַנו?
― איר פֿרעגט נאָך? איר זעט נישט, אַז מע האָט אונדז פֿאַרקױפֿט צו די װילדע מענטשן, װי מע פֿאַרקױפֿט הינער, גענדז אָדער קאַטשקעס?
― װאָס־זשע װעלן זײ אונדז טאָן?
― אױ װעלן זײ אונדז טאָן! נאָך אַז איך בין געװען אַ קלײנינקע, האָב איך זיך אָנגעהערט שײנע מעשׂיות, װאָס די װילדע מענטשן טוען מיט אונדזערע לײַט, װאָס פֿאַלן אַרײַן צו זײ אין די הענט אַרײַן...
― עט! מעשׂיות!... גלײבט נישט אין קײן בבֿא־מעשׂיות...
― נישט קײן בבֿא־מעשׂיות. איך האָב דאָס אַלײן געהערט פֿון מײַן שװעסטער... מײַן שװעסטער דערצײלט, אַז זײ זײַנען ערגער פֿון די װילדע חיות. אַ װילדע חיה, אַז זי כאַפּט עמעצן פֿון אונדז, צערײַסט זי אים און פֿרעסט אים אױף ― און אַ סוף; און אַז...
― טע־טע־טע, מאַדאַם! איר קוקט אַף דער װעלט, דאַכט מיר, שױן צו פּעסימיסטיש.
― צו װאָס?
― צו פּעסימיסטיש.
― װאָס הײסט דאָס פּעסימיסטיש?
― דאָס הײסט... דאָס הײסט, איר קוקט דורך צו טונקעלע ברילן.
― װוּ זעט איר ברילן?
― כאַ־כאַ־כאַ!
― װאָס לאַכט איר?
― אױ. זײַט איר, מאַדאַם, אַ...
― אַ װאָס?
ער האָט איר געװאָלט זאָגן, װאָס זי איז. נאָר פּלוצים עפֿנט זיך די טיר און...
לײענט װײַטער.
ה.
„ה אַלטדיר־נאַ־דיר־נעם־די ־ ר!“
עס עפֿנט זיך די טיר און עס רײַסט זיך אַרײַן פֿון דרױסן, װי אַ שטורעמװינט, װי אַ גאַנצער פּאָלק סאָלדאַטן, חבֿרה קלײנװאַרג, קונדסים, מיט רױטע בעקלעך און מיט שװאַרצע אײגלעך. זײ טוען זיך אַ לאָז אַלע מיטאַמאָל צום אונטערן־אױװן.
― אַנו? װוּ זײַנען זײ? װוּ? אָטאָ זײַנען זײ, אָטאָטאָט! עי, יענקל! בערל! װעלװל! אליה! געצל! גיכער! גיכער!
און דאָ הײבט זיך אָן פֿאַר אונדזער פּאָרפֿאָלק דער אמתער גיהנם: צרות און פּײַן און יסורים און בזיונות אָן אַ שיעור! חבֿרה קלײנװאַרג זײַנען אָנגעפֿאַלן אַף זײ, װי די װילדע פּראָים, גענומען טאַנצן און שפּרינגען אַרום זײ, באַטראַכטן זײ פֿון אַלע זײַטן און מאַכן פֿון זײ חוזק, חוכא וטלולא.
― יאָסל, זע נאָר אַ נאָז! כאַ־כאַ־כאַ!
― אַ נאָני! בערל! אַ נאָני!
― װעלװל! טו אים אַ צי באַ דער נאָז!
― באַם שנאָבל. אליה! אָט אַזױ אָ!
― שטאַרקער, געצל, לאָז ער אָנהײבן שרײַען!
― איר זײַט אַלע נאַראָנים! שרײַען ― שרײַען זײ נאָר דעמאָלט, װען מע פֿײַפֿט זײ. זײ האָבן פֿײַנט, אַז מע פֿײַפֿט זײ. אַ סימן האָט איר, אָט הײב איך אָן פֿײַפֿן: פֿיו!
דאָס פּאָרפֿאָלק בלאָזן זיך אָן, װערן רױט, לאָזן אַראָפּ די נעז און שרײַען אױס בײדע מיטאַמאָל:
― האַלט דיר! האַלט דיר! האַלט דיר!
חבֿרה קלײנװאַרג כאַפּן אונטער אַלע אין אײנעם מיט אַ װילדן געלעכטער:
― האַלט־דיר־נאַ־ריר־נעם־דיר!
דאָס פּאָרפֿאָלק װערן נאָך מער אָנגעצונדן און שרײַען נאָך העכער:
― האַלט דיר! האַלט דיר! האַלט דיר!
דאָס געפֿעלט די חבֿרה קלײנװאַרג דװקא זײער שטאַרק. זײ האַלטן זיך באַ די זײַטן פֿאַר געלעכטער און שרײַען נאָך העכער:
― האַלט־דיר! נאַ־דיר! נעם־דיר!
פֿון אַזאַ מין װעלן איבערשרײַען אײנס דאָס אַנדערע װערט די שטוב אָנגעפֿילט מיט אַזעלכע קולות, אַז עס קומט צו פֿליִען די טערקישע שאַל (לאַנג לעבן זאָל זי!), כאַפּט אָן חבֿרה קלײנװאַרג פֿאַרן קאַרק און שלײַדערט זײ אַרױס אײנציקװײַז פֿון שטוב און טײלט זײ נאָך אײַן דערבײַ אַ פּאָר גוטע סטוסאַקעס און לאָזט אױס מיט אַ לאַנגער קללה:
― אַ שלאַק זאָל אַף אײַך קומען, רבונו של עולם, אַ שׂרפֿה, אַ מגפֿה. אַ כאָלערע! ס'זאָל אײַך אָנכאַפּן און ס'זאָל אײַך קײַקלען און קײַקלען און אױסקײַקלען אײַך אײנציקװײַז מיט אַלע משומדים, זיסער גאָט, און ס'זאָל פֿון אײַך נישט בלײַבן ביז פּסח קײן שׂריד ופּליט, ליבער פֿאָטער, האַרציקער, געטרײַער!
פּטור געװאָרן פֿונעם דאָזיקן גלות, האָט אונדזער פּאָרפֿאָלק נאָך לאַנג נישט געקאָנט קומען צו זיך. די װילדע געשרײען מיטן פֿײַפֿן, מיטן געלעכטער פֿון די קלײנע װילדע נפֿשות זײַנען נאָך לאַנג געשטאַנען און געהילכט זײ אין די אױערן. נאָכדעם האָט ער זיך אָנגעהױבן אַרומקוקן, אַז ס'איז נישט קײן תּכלית צו טרױערן אַפֿן גלות און נישט נעמען גאָרנישט אין מױל אַרײַן. און ער גײט־צו פּאַװאָלינקע צום אָנבײַסן, װאָס מע האָט זײ אַװעקגעשטעלט, און רופֿט זיך אָן צו איר:
― מאַדאַם! ביז װאַנען איז דער שיעור צו שטײן אָט אַזױ פֿאַרזאָרגט? צײַט עפּעס איבערכאַפּן. די װעלט איז אױך אַ װעלט, כ'לעבן. די נשמה אױסשפּײַען קאָן מען נישט. פֿאַרגעסט נישט, אַז מיר האָבן נאָך הײַנטיקן טאָג אין מױל נישט געהאַט.
― עסט געזונטערהײט. איך ― נישט.
― המ... פֿאַרװאָס? ס'איז באַ אײַך הײַנט אַ תּענית?
― נישט קײן תּענית, נאָר גלאַט אַזױ.
― איר װילט זײ אפֿשר אָנלערנען? הונגערן? איר װעט נאָר מאַכן פֿון זיך אַ תּל, און װײַטער גאָרנישט...
― איך װײס נישט, װיִאַזױ מע קאָן עפּעס עסן. עס קריכט נישט אין האַלדז אַרײַן.
― עס קריכט, עס קריכט. דער ערשטער ביסן איז אַן עקבױער.
― אַ װאָס?
― אַן עקבױער.
― מאָדנע װערטער באַ אײַך!
― כאַ־כאַ־כאַ!
― װידער כאַ־כאַ־כאַ? װאָס איז דער געלעכטער?
― איך האָב זיך דערמאַנט אינעם ברוך־הבא פֿון די קלײנע ממזרים.
― אַװדאי דאַרף מען לאַכן.
― װאָס־זשע? װײנען דאַרף מען?
― פֿאַרװאָס האָט איר נישט געלאַכט, פֿעטער, בשעת זײ האָבן געפֿײַפֿט?
― װאָס דען האָב איך געטאָן?
― איר האָט, דאַכט זיך, גענוג געפּילדערט!
― איך האָב געפּילדערט? איך?
― װער דען האָט געפּילדערט? איך?
― איר האָט די ערשטע אָנגעהױבן שרײַען: האַלט דיר! האַלט דיר! האַלט דיר!
― האָט קײן פֿאַריבל נישט, דאָס זײַט איר געװען דער ערשטער, װאָס האָט אָנגעהױבן שרײַען: האַלט דיר! האַלט ריר! האַלט דיר!
― נו, װאָס־זשע איז דאָ אַ בזיון, אַז איך בין געװען דער ערשטער, װאָס האָב געזאָגט: האַלט דיר! האַלט דיר!?
― װאָס פֿאַר אַ חרפּה איז, אַז איך בין געװען די ערשטע, װאָס האָב געזאָגט: האַלט דיר! האַלט דיר!?
― אַז ס'איז נישט אַ חרפּה. װאָס־זשע האָט איר אַראָפּגעלאָזט די נאָז, מאַדאַם?
― איך האָב אַראָפּגעלאָזט די נאָז?
― װער דען האָט אַראָפּגעלאָזט די נאָז?
― אַך, װי גרינג ס'איז צו זען יענעמס נאָז!...
אַן עבֿירה, װאָס דער דאָזיקער אינטערעסאַנטער שמועס האָט זיך
נישט געקאָנט ציִען װײַטער. מע האָט זײ איבערגעשלאָגן סאַמע אין
מיטן. דאָס איז געװען די טערקישע שאַל, װאָס האָט געװעלטיקט אַף
זײ אין געפֿענקעניש, װי עס שטײט געשריבן װײַטער.
ו.
ד י עקזעקוציע פֿון ד י װײַבע ר
די טערקישע שאַל איז נישט געװען די אײנציקע, װאָס האָט געװעלטיקט אַף זײ אין געפֿענקעניש. זײ איז באַשערט געװען צו באַקענען זיך מיט נאָך אײנע אַ װילדע בריאה, אינעם געשטאַלט פֿון אַ גרינער מױד מיט אַ רױטער פֿאַטשײלע אַפֿן קאָפּ. אַרײַנגעקומען זײַנען זײ בײדע מיט פֿולע הענט כּל טובֿ: אַ שיסל מיט רײַז, אױסגעמישט מיט אַרבעס און מיט פֿאַסאָליעס, אַ טעלער מיט געקאָכטע קאַרטאָפֿל, מיט געהאַקטע אײער, און אַ פֿולן פֿאַרטעך מיט אָנגעשניטענע שטיקלעך עפּל און מיט װעלישע ניס.
אַרײַנגעקומען מיטן עסנװאַרג, האָט די גרינע מױד מיט דער רױטער פֿאַטשײלע אַ װײַז געטאָן אַפֿן פּאָרפֿאָלק און אַ זאָג געטאָן צו דער טערקישער שאַל:
― אַ מכּה איז מיר, בעל־הביתטע לעבן. זעט נאָר, זײ האָבן זיך כּמעט נישט צוגערירט צום עסן!
― די דאגה זאָל מיר בלײַבן אַף, אם־ירצה־השם, נאָך פּסח. אָט װעלן מיר זײ באַלד אָנהאָדעװען. איך װעל זײ נעמען צו זיך, זײ צוהאַלטן, און דו װעסט זײ לײגן דאָס עסן אין מױל אַרײַן. נו, מױד? װאָס שטײסטו? װאָס שטשירעסטו מיט די צײן?
― װאָס האָבן זײ אַזעלכעס דערזען אַף מיר, װאָס זײ הערן נישט אױף צו פּילדערן: האַלט דיר! האַלט דיר!?
― אַ פֿאַרשׂרפֿעט זאָלסטו װערן, דו נאַרישע מױד! טו אױס די רױטע פֿאַטשײלע דײַנע! זײ קאָנען נישט זען קײן רױטע פֿאַרב!...
― מײַנע צרות אַף זײערע קעפּ!
― אַף דײַן קאָפּ, נאַרעלע, דו ביסט בילכער. אָט אַזױ־אָ! נו? פֿאַרװאָס לײגסטו אים נישט אין מױל אַרײַן קײן רײַז מיט פֿאַסאָליעס?
― פֿאַרװאָס איך לײג אים נישט? אין מיר איז קײן מניעה נישט. איך װאָלט אים געלײגט פֿון הײַנט ביז מאָרגן, נאָר איר זעט דאָך, אַז ער לאָזט זיך נישט. ער דרײט מיטן קאָפּ און האַלט צו דאָס מױל.
― װער הערט אים? אָט גיב אים אַ קװעטש באַם האַלדז, װעט ער באַ מיר עפֿענען די פּיסקעס! אָט אַזױ־אָ! לײג־לײג!
― אױ, בעל־הביתטינקע! געזונט זאָלט איר מיר זײַן! עפּעס גלאַנצט ער מיר זײער מיט די אױגן! זעט נאָר, ער זאָל זיך חלילה נישט דערװערגן.
― װער דערװאָרגן בעסער דו אַלײן, דו ביסט בילכער. נאַ דיר גאָר דערװערגן! גלײַך װי ס'איז באַ מיר דאָס ערשטע מאָל! שטופּ אים גלײַך אין האַלדז אַרײַן. אָט אַזױ. איך בין שױן אײנאונצװאַנציק יאָר אַ בעל־הביתטע מיט גאָטס הילף. איצט לײג אים אַרײַן אין מױל אַרײַן אַ שטיקל עפּל מיט אַ יאָדער פֿון אַ װעלישן נוס. נאָך, נאָך. װאָס זשאַלעװעסטו?
― איך זשאַלעװע נישט. װאָס װעל איך זשאַלעװען? ס'איז מײַנס? ס'איז נישט מער װי אַ רחמנות, אַ צער בעלי־חײם.
― װאָס זאָגט איר אַף דער מױד? אַ צער בעלי־חײם! מע טוט אים חלילה שלעכטס? מע גיט דאָך אים עסן! און פֿון װעמענס װעגן? פֿון גאָטס װעגן. לכּבֿוד דעם הײליקן יום־טובֿ. דער אײבערשטער מעג מיר טאַקע העלפֿן. איך האָב אים שױן נישט אײן פּאָרל אױסגעהאָדעװעט אַף פּסח. גיב אַהער נאָך אַ װעליש ניסל ― און אַ סוף. איצטיקס מאָל װעט זײַן גענוג פֿון זײַנעטװעגן. ע ר איז שױן זאַט. לאָמיר זיך אַקאָרשט נעמען צו איר און אָנהײבן מיט מה־טובֿו, דאָס הײסט, נאָכאַמאָל פֿון רײַז מיט פֿאַסאָליעס.
― זאָלט איר מיר געזונט זײַן, בעל־הביתטע לעבן, װיִאַזױ דערקענט איר, װעלכעס איז אַן „ער“ און װעלכעס אַ „זי“?
― אַלע בײזע חלומות אַף דײַן קאָפּ! מע הײסט איר טאָן אַן אַרבעט, און זי איז דאָ דער רוח װײס איר מיט װאָס! האָב פֿריִער חתונה, נאַרישע מױד, און װער אַלײן אַ בעל־הביתטע, װעסטו דעמאָלט פֿרעגן. דערװײַל טו, װאָס מע הײסט דיר. אָט אַזױ־אָ. נאָך ― נאָך! זשאַלעװע נישט! ס'איז נישט צוליב קײנעם, ס'איז צוליב זײַן ליבן נאָמען. אַף פּסח! אַף פּסח!
געענדיקט די עקזעקוציע, האָבן זיך בײדע װײַבער אָפּגעטראָגן, און
אונדזערע אומגליקלעכע געפּײַניקטע זײַנען געבליבן אַלײן. זײ האָבן
זיך פֿאַרשלאָגן בײדע אין אַ װינקעלע, אַרױפֿגעלײגט אײנס אַפֿסאַנדע־רע די קלאָגעדיקע קעפּ און פֿאַרטיפֿט זיך אין אַזעלכע טרױעריקע מחשבֿות, װעלכע קומען זײער זעלטן, סײַדן אַ האַלבע שעה פֿאַרן טױט.
ז.
ד ע ר װאָרעם ליגט אין כרײן און מײנ ט,
אַ ז ק ײ ן ז י ס ע ר ס א י ז נ י ש ט אָ.
קײן זאַך מאַכט ניט אַזױ נאָענט און פֿרײַנטלעך, װי צרות. דער בעסטער באַװײַז זײַנען די צװײ אומגליקלעכע העלדן פֿון אונדזער געשיכטע. אין דער קורצער צײַט פֿון זײער געפֿענקעניש זײַנען זײ זיך צענױפֿגעגאַנגען מיט די כאַראַקטערן, אָנגעהױבן פֿאַרשטײן אײנס דאָס אַנדערן אַפֿן װוּנק, אױפֿגעהערט שעמען זיך אײנס פֿאַר דאָס אַנדערע און געװאָרן אַזױ נאָענט, אַז מע האָט אױפֿגעהערט זיך „אירצן“ און מען איז געװאָרן נפֿש אַחת. ער איר: „נשמהניו!“ זי אים: „ליובעניו!“ די טערקישע שאַל מיט דער רױטער פֿאַטשײלע, אַרײַנקומענדיק מיט עסנװאַרג , האָבן זיך גאָר זאַט ניט געקענט אָנקוקן אין זײ.
― װאָס זאָגסטו אַפֿן פּאָרפֿאָלק?
― אַ לעבן, װי אונטערן אױװן!
― זעסטו כאָטש, װי זײ האָבן זיך באַ מיר, קײן עין־הרע, פֿאַרריכט?
― קײן בײז אױג זאָל זײ נישט שאַטן!
― טו זײ נאָר אַ נעם אונטער די פּאַכװעס... װאָס זאָגסטו?!... נישקשה פֿון אַ הײַטל?... האַ? מעג מיר שױן גאָט העלפֿן פֿאַרן פּאָרפֿאָלק, װאָס איך האָב אים אױסגעהאָדעװעט אַף פּסח?...
די װילדע װײַבער טוען־אָפּ זײער אַרבעט און גײען אַװעק, און דאָס פּאָרפֿאָלק פֿאַרטראַכט זיך, װאָס באַדײַטן די װערטער פֿון דער טערקישער שאַל: „זי האָדעװעט זײ אַף פּסח?“ און פֿאַרװאָס דאַרף איר גאָט העלפֿן?... און מע שאַרפֿט די מוחות און מע דיסקוטירט צװישן זיך:
― װאָס הײסט דאָס ליובעניו. פּסח?
― פּסח, נשמהניו, איז באַ זײ אַזאַ יום־טובֿ, אַזאַ יום־טובֿ פֿון פֿרײַהײט, פֿון באַפֿרײַונג.
― װאָס הײסט דאָס „פֿון באַפֿרײַונג“?
― איך װעל דיר געבן צו פֿאַרשטײן. ס'איז באַ זײ אַ גרױסע מצװה כאַפּן אַ אונדזעריקן און האָדעװען אים אַזױ לאַנג, ביז עס קומט דער יום־טובֿ, װאָס הײסט פּסח. און אַז עס קומט דער יום־טובֿ, װאָס הײסט פּסח, לאָזט מען אים פֿרײַ... הײַנט פֿאַרשטײסטו שױן דעם שׂכל?
― נאָך װײַט ביז דעם יום־טובֿ, װאָס הײסט פּסח?
― װעדליק איך האָב געהערט פֿון דער טערקישער שאַל זאָגן, װײַזט אױס, אַז ניט מער װי אַ טאָג דרײַ.
― דרײַ טאָג?!
― װאָס האָסטו זיך אַזױ דערשראָקן, נאַרעשי? די דרײַ טאָג װעלן איבערפֿליִען, װי אַ חלום, און ס'װעט קומען דער ליבער יום־טובֿ פּסח, װעט מען אונדז עפֿענען טיר און טױער און מע װעט אונדז זאָגן: הײַדאַ. קינדערלעך, גײט אײַך אַהין פֿון װאַנען איר זײַט געקומען! װעלן מיר דאָס נעמען שטעלן פֿיס!...
― אַך, ליובעניו, דײַנע זיסע רײד!... הלװאַי ס'זאָל זײַן אַזױ, װי דו זאָגסט! איך האָב אָבער מורא פֿאַר אַן אַנדער זאַך...
― האַרץ מײַנס, דו האָסט תּמיד מורא...
― לעבן מײַנס, דו קענסט ניט די װילדע מענטשן.
― פֿונװאַנען קענסטו זײ, נשמהניו?
― איך האָב זיך גענוג אָנגעהערט, ליובעניו, נאָך אין דער הײם דערצײלן אַזעלכע מעשׂיות אַף זײ! מײַנע אַ שװעסטער האָט מיר דערצײלט, אַז זי האָט אַלײן געזען...
― װידעראַמאָל דער שװעסטערס מעשׂיות? נשמהניו, מעשׂיות פֿאַרגעס!
― ליובעניו! איך װאָלט װעלן פֿאַרגעסן, קאָן איך נישט. זײ פּיקן מיר אין קאָפּ אַרײַן גאַנצע טעג. זײ לאָזן מיך ניט שלאָפֿן באַנאַכט.
― װאָס־זשע איז דאָס פֿאַר מעשׂיות, װאָס פּיקן דיר אין קאָפּ אַרײַן גאַנצע טעג, לאָזן דיך נישט שלאָפֿן באַנאַכט?
― ליובעניו! װעסט ניט לאַכן פֿון מיר?
― װאָס זאָל איך עפּעס לאַכן, נשמהניו?
― דו האָסט תּמיד אַזאַ טבֿע. אַז איך דערצײל דיר עפּעס, לאַכסטו מיך אױס און זאָגסט אַף מיר, אַז איך בין אַ שטיא, אַ געשלײערטע האַנדזי, אַ נאַרישע אינדיטשקע און נאָך אַזעלכע זאַכן.
― איך זאָג דיר צו, אַז איך װעל ניט לאַכן, אַבי דערצײל װאָס האָסטו געהערט פֿון דײַן שװעסטער?
― מײַן שװעסטער דערצײלט, אַז די מענטשן, װאָס מיר זעען, זײַנען ערגער װי די װילדע חיות. אַ װילדע חיה, אַז זי כאַפּט עמעצן פֿון אונדז, צערײַסט זי אים און פֿרעסט אים אױף ― און אַ סוף. מענטשן טוען ניט אַזױ. אַן אונדזעריקער, אַז ער פֿאַלט אַרײַן צו די מענטשן אין די הענט אַרײַן, האַלטן זײ אים פֿאַרשפּאַרט, גיבן אים עסן און טרינקען פֿון דער פֿולער האַנט, ביז ער װערט גוט פֿעט...
― נו?
― און אַז ער װערט גוט פֿעט, קױלען זײ אים, שינדן אים אָפּ די הױט, צעשנײַדן אַף שטיקלעך און באַזאַלצן אים מיט זאַלץ און װײקן אים אין װאַסער...
― נו, און װײַטער װאָס?
― און װײַטער צעלײגן זײ אַ פֿײַער און בראָטן אים אַף זײַנע אײגענע שמאַלץ און עסן אים אױף מיט די בײנער.
― בבֿא־מעשׂיות! געשיכטעס פֿון טױזנט אײן נאַכט! אַ קו איז געפֿלױגן איבערן דאַך און געלײגט אַן אײ! און דו, שטיא, גלײבט דאָס? כאַ־כאַ־כאַ!
― נו? האָב איך ניט געזאָגט פֿריִער, אַז דו װעסט מיך אױסלאַכן?
― װאָס־זשע דען? אַז פֿון דאַנען ביז אַהין הײבט איר ניט אָן צו פֿאַרשטײן! מיר דאַכט, אַז דו האָסט געהערט אַ מאָל הונדערט פֿון דער טערקישער שאַל, אַז דאָס, װאָס מע האָדעװעט אונדז איז ניט צוליב קײנעם, נאָך צוליב גאָט.
― לעבן מײַנס! װאָס־זשע איז דערפֿון געדרונגען?
― איז דערפֿון געדרונגען, נשמה מײַנע, אַז דו ביסט אַ נאַרישע אינדיטשקע, און װײַטער גאָרנישט.
― איר האָט תּמיד אַזאַ טבֿע. יענעם באַלײדיקן איז באַ אײַך טפֿו!
― װער איז געװען דער איר?
― איך מײן אײַך, אַלע מאַנצבילן.
― אַלע מאַנצבילן? מיט װיפֿל מאַנצבילן ביסטו דאָס באַקאַנט װאָלט איך געװאָלט װיסן?
― איך קען זיך מיט אײנעם, איז גענוג פֿאַר מיך.
― נײן. האָסט געזאָגט ,,מאַנצבילן“, די משמעות אַז אַחוץ מיר האָסטו זיך געקענט מיט נאָך עמעצן...
― װאָס נאָך װעסטו אױסטראַכטן?
― שױן! זי האָט שױן אַראָפּגעלאָזט די נאָז... קום נאָר אַהער, איך װיל דיר עפּעס זאָגן...
די דאָזיקע סצענע פֿון קוצעניו־מוצעניו װערט פּלוצים איבערגעריסן דורך דער חבֿרה קלײנװאַרג פֿון יענער זײַט פֿענצטער. אינעװײניק אַרײַנגײן לאָזט מען זײ ניט, קומען זײ אַלע טאָג צו צום פֿענצטער, פֿון דרױסן, און פֿון דאָרטן שטעקן זײ אַרײַן די נעז, מאַכן משוגענע תּנועות, שטעלן אַרױס די צונג, לאַכן און פֿײַפֿן און שרײַען און הילכן אַלע אינאײנעם: „האַלט דיר! נאַ דיר! נעם דיר!“... דאָס פּאָרפֿאָלק, געװײנלעך, ענטפֿערט אָפּ דערױף אַף זײער לשון, שױן נישט מיט אַזאַ כּעס, װי פֿריִער, נאָר גלאַט, אַשטײגער, װי מע ענטפֿערט אַף „אַ גוט מאָרגן“ ― „גוט יאָר“. „ברוכים היושבֿים“ ― „קומט עסן“ ― „עסט געזונטערהײט“...
ס'איז גאָר ניטאָ, הערט איר, אַזאַ זאַך אַף דער װעלט, װאָס גאָטס
באַשעפֿעניש זאָל דערצו נישט געװױנט װערן. אונדזער פּאָרפֿאָלק איז
שױן אַזױ געװױנט געװאָרן מיט די צרות, אַז ס'האָט זיך דעם אױסגעדאַכט, אַז אַזױ דאַרף עס זײַן, װי דער װאָרעם, װאָס ליגט אין כרײן,
מײנט, אַז קײן זיסערס איז שױן נישטאָ.
ח.
אַ בײז באַגעגעניש מיט אַ ן אַלט ן
ב אַ ק אַ נ ט ן.
ס'אַיז געװען אַ פֿרימאָרגן. אין דרױסן איז געשטאַנען אַ געדיכטער טומאַן. אין שטוב איז נאָך געװען פֿינצטער. דאָס פּאָרפֿאָלק האָט געהאַלטן סאַמע אין רעכטן שלאָף. עס האָט זיך זײ געחלומט זײער אַמאָליקע הײם. אַ גרױסער, אַ ברײטער, אַ פֿרײַער אינדרױסן. אַ בלױער הימל. גרין גראָז. אַ זילבערן טײַכל. אַ מיל, װאָס דרײט און קלאַפּט און שפּריצט מיט װאַסער. גענדז און קאַטשקעס פּאָליאָסקען זיך באַם ברעג. הינער פּיקן. הענער קרײען. פֿײגלעך פֿליִען. אַך, װאָס פֿאַר אַ שײנע װעלט גאָט האָט באַשאַפֿן פֿון זײערטװעגן... פֿון זײערטװעגן?... פֿון װעמענס דען װעגן אָט די הױכע בײמער מיט די ברײטע צװײַגן, װאָס מע קאָן אונטער זײ אַרומשפּאַצירן פֿראַנק און פֿרײַ? אָדער פֿון װעמענס װעגן איז אָט די מיל, װאָס אַרום איר האָדעװען זײ זיך אַלע מיט דער גאַנצער משפּחה. לאָזן נישט צו קײן פֿרעמדן פֿאַר אַ מײַל אַרום און אַרום? פֿון װעמענס װעגן איז אָט דער גרױסער קײַלעכיקער הימלדיקער ברענער, װאָס אַלע פֿאַרנאַכט לאָזט ער זיך אַראָפּ אין אײן עק טײַך, און אַלע פֿרימאָרגן באַװײַזט ער זיך פֿונעם אַנדערן עק טײַך? װאָס װאָלטן זײ איצט ניט אַװעקגעגעבן, זײ זאָלן נאָך אַמאָל אַ קוק טאָן כאָטש מיט אײן אױג אַף דער שײנער, װאַרעמער, פֿײַערדיקער זון? אַף דעם גרױסן, ברײטן, פֿרײַען, ליכטיקן אינדרױסן? אַף דער מיל און אַף אַלצדינג, װאָס אַרום דער מיל?...
סאַמע אין די דאָזיקע גוטע, גאָלדענע חלומות האָט מען זײ אױפֿגעכאַפּט און אַרױסגעטראָגן זײ אינדרױסן אַרױס. די פֿרײַע לופֿט פֿון דעם טומאַנענדיקן פֿרימאָרגן האָט זײ אַ זעץ געטאָן אין פּנים אַרײַן און האָט זײ אַרומגענומען מיט איר פֿרישקײט פֿון אַלע זײַטן. זײ האָבן דערפֿילט, אַז ס'איז זײ אױסגעװאַקסן פֿליגלען. אָט כאַפּן זײ זיך אױף און פֿליִען אין דער װעלט אַרײַן, פֿליִען איבער דעכער, איבער גערטנער, איבער װעלדער, אַהין, אַהין, צו זיך אַהײם... דאָרט טרעפֿן זײ זיך מיט זײעריקע: „ברוכים הבאים. פֿונװאַנען קומט מען?“ ― פֿון די װילדע מענטשן. ― „װאָס האָט מען אײַך געטאָן?“ ― געהאָדעװעט אַף פּסח. ― „װאָס הײסט דאָס פּסח?“ ― אַזאַ יום־טובֿ באַ זײ, אַ גוטער, ליבער יום־טובֿ, אַ יום־טובֿ פֿון פֿרײַהײט, פֿון באַפֿרײַונג...
אַזױ חלומט דאָס געבונדענע פּאָרפֿאָלק דעם גאַנצן װעג, ביז מע ברענגט זײ ערגעץ אין אַ שמאָל פֿינצטער געסל און מע לאָזט זײ אַראָפּ געבונדענערהײט גלײַך אין דער בלאָטע. דאָרט דערזעען זײ אַ װאַנט באַשפּריצט מיט בלוט, און אַ סך עופֿות געבונדענע ליגן אַף דער ערד, צו צװײ צו דרײַ מיטאַמאָל. באַ דער זײַט שטײען װײַבלעך און מײדלעך און שמועסן זיך, לאַכן, כיכיקען. דאָס פּאָרפֿאָלק קוקט זיך אַרום אַף אַלע זײַטן ― צוליב װאָס האָט מען זײ אַהער געבראַכט? װאָס טוען דאָ די געבונדענע עופֿות? װאָס לאַכן די װײַבלעך מיט די מײדלעך? װאָס באַדײַט די בלוטיקע װאַנט?... אָט דאָס איז דער גוטער ליבער יום־טובֿ פּסח? װוּ איז די פֿרײַהײט? די באַפֿרײַונג?...
אָט אַזױ קלערט זיך דאָס פּאָרפֿאָלק און באַטראַכט די געבונדענע עופֿות, װאָס ליגן זיך אַזױ שטיל און רויִק, פֿרעגן נישט קײן קשיות גלײַך װי עס דאַרף אַזױ צו זײַן... נאָר אײנע, אַ הון אַ שרײַערן, רוט נישט. זי רײַסט זיך מיט אַלע כּוחות, פּאַטשט מיט די פֿליגלען אין דער בלאָטע און שרײַט מעשוגענערװײַז:
― לאָזט מיך! לאָזט מיך! איך װיל נישט ליגן! איך װיל בעסער לױפֿן! לאָזט מיך! לאָזט מיך!
― קוקאַריקו! ― רופֿט זיך אָפּ אַ רױטער האָן װאָס ליגט געבונדן אינאײנעם מיט צװײ הינער, און טוט אַ פּאַטשט מיט די פֿליגל: ― װאָס זאָגט איר אַף דער חכמה? זי װיל ניט ליגן. זי װיל בעסער גײן. זי װיל בעסער לױפֿן. כאַ־כאַ־כאַ!
אונדזער העלד הײבט־אױף דעם קאָפּ, קוקט זיך אײַן מיט אַלע אױגן אינעם רױטן האָן, דעם עזות־פּנים, און ער פֿילט װי ס'איז אים פֿאַרקילט געװאָרן דאָס בלוט און פֿאַרגליװערט די אבֿרים. ער װאָלט געמעגט שװערן, אַז דער חבֿרה־מאַן איז אים קענטלעך, אַז ער האָט אים ערגעץ געזען, ערגעץ געהערט. נאָר װוּ? דאָס קאָן ער זיך בשום אױפֿן נישט דערמאָנען. ער איז אים אַזױ קענטלעך! אַזױ קענטלעך! און דאָס קול זײַנס איז אים אַזױ באַקאַנט. גװאַלד! װוּ האָט ער זיך מיט אים באַגעגנט?!... און ער הײבט זיך אױף נאָך אַביסל העכער, דערזעט אים דער רױטער האָן און ציט אױס אַף זײַן הילכיקער סאָפּראַן־שטימע:
קוקאַריקו, לאַנגע נאָז!
מ'האָט געשטאָפּט דיך אָן אַ מאָס
מיט די בעסטע זיסע זאַכן,
מע זאָל קאָנען פֿון דיר מאַכן
אַ געבראָטנס מיט אַ קראָפּ,
פֿעטע יױך אַ פֿולן טאָפּ,
און אַ העלדזל אינעם צימעס...
נישט באַשערט געװען אונדזער רױטן משורר צו ענדיקן זײַן לידל.
עמעצנס אַ האַנט האָט אים אַ נעם געטאָן מיט אַזאַ כּוח און אַזױ אומגעריכט, אַז עס האָט אים מיט אַמאָל אָפּגענומען דאָס לשון.
ט.
ד ע ר לעצטער אַקט פֿון דער טראַגעדי ע.
דאָס איז געװען אַ משונה־װילדער נפֿש מיט אַ פֿאַרשלאָפֿן פּנים אַ הױכער, אַ דאַרער, מיט לאַנגע פּאות, אין שיך און זאָקן, אונטערגעשטעקט די פּאָלעס, פֿאַרקאַטשעט די אַרבל, מיט אַ שװאַרץ גלאַנצנדיק מעסער אין האַנט. נישט לאַנג געטראַכט, טוט ער אַ נעם דעם רױטן האָן צו זיך, פֿאַררײַסט אים דאָס קעפּל אַרױף, טוט אים אַ קוק אין די אױגן אַרײַן, פֿליקט אים אױס דרײַ פֿעדערלעך, כיק מיטן מעסער איבערן האַלדז און ― מאַרש! ― אַ שלײַדער פֿון זיך גלײַך אין דער בלאָטע אַרײַן. װי אַ פּריטשמעלעטער בלײַבט נעבעך ליגן דער האָן אַ װײַלע, און פּלוצים כאַפּט ער זיך אױף און לאָזט זיך לױפֿן מיטן איבערגעשניטענעם האַלדז, דרײט מיטן קאָפּ, גלײַך װי ער זוכט עמעצן, גלײַך װי ער האָט עפּעס פֿאַרלאָרן. אונדזער העלד קוקט זיך אײַן אין דעם געקױלעטן האָן און דערקענט זײַן אַלטן באַקאַנטן, װאָס ער האָט אַמאָל געזען אין חלום, און ער דערמאָנט זיך דאָס לידל, װאָס דער חבֿרה־מאַן האָט אים דעמאָלט געזונגען. און ער קאָן קײן װאָרט נישט אַרױסברענגען צו זײַן געליבטער, װאָס ליגט נעבן אים שטאַרק צוגעטוליעט צו זײַן לײַב און ציטערט און צאַפּלט מיט אַלע אבֿרים... און דער װילדער נפֿש מיטן גלאַנצנדיקן מעסער טוט זיך זײַן אַרבעט גאַנץ קאַלטבלוטיק, װי אַן אמתער תּלין. אײנס נאָכס אַנדערע פֿליִען באַ אים די עופֿות. אַלע כאַפּן אַ קיצל מיטן מעסער איבערן האַלדז און אַ שלײַדער אין בלאָטע אַרײַן. אַנדערע ציִען זיך אױס, גײען־אָפּ מיט בלוט, דריגען מיט די פֿיסלעך, פּאַטשן מיט די פֿליגלען איבער דער בלאָטע. אַלע מינוט קומען־צו נאָך און נאָך קרבנות מיט איבערגעשניטענע העלדזער. די װײַבלעך מיט די מײדלעך, װאָס שטײען באַ דער זײַט, קוקן און ― גאָרנישט. אַדרבה, אײניקע פֿון זײ פֿאַלן אַרױף אַף די געקױלעטע, נאָך לעבעדיקע עופֿות און פֿליקן זײ און רײַסן פֿון זײ די פֿעדערן, און בעת מעשׂה רײדן זײ זיך איבער און װערטלען זיך און לאַכן, גלײַך װי דאָ װאָלט זיך געגאָסן װאַסער, נישט קײן בלוט פֿון לעבעדיקע באַשעפֿענישן!... װוּ זײַנען זײערע אױגן? װוּ זײַנען זײערע אױערן? װוּ זײַנען זײערע הערצער? זײער יושר? זײער גאָט?... אַזױ טראַכטן זיך אונדזערע צװײ אומגליקלעכע אינדיאַנער, װאָס ליגן נאָך אַלץ געבונדן, און קוקן זיך צו צו דער דאָזיקער מוראדיקער טראַגעדיע, צו דער דאָזיקער אומגעהערטער רציחה אין מיטן העלן טאָג. שױן־זשע האָט מען זײ געבראַכט אַהער צוליב דעם זעלבן צװעק, װאָס אַלע עופֿות, גענדז און קאַטשקעס? שױן־זשע װעלן זײ, די אױסדערװײלטע, די מיוחסים, װאָס שטאַמען פֿון אינדיע, האָבן אַזאַ װיסטן סוף גלײַך מיט דעם דאָזיקן פּראָסטן עולם? איז דאָס, אַפּנים נישט קײן אױסגעטראַכטע זאַך, װאָס מע דערצײלט זיך אָן װעגן די װילדע מענטשן? און די נבֿיאות פֿונעם רױטן האָן?...
און זײ הײבן אָן פֿאַרשטײן דעם קאַלטן נאַקעטן אמת, און עס
װערט זײ קלאָר אַלצדינג, װאָס זײ האָבן געהערט, אַלצדינג װאָס זײ
האָבן געזען ביז אַהער. נאָר אײן זאַך קאָנען זײ נישט צעקײַען: צו װאָס
האָט די טערקישע שאַל אַלעמאָל זיך באַרימט, אַז גאָט מעג איר העלפֿן
דערפֿאַר, װאָס זי האָט אים אױסגעהאָדעװעט אַזאַ פּאָרפֿאָלק אַף פּסח?...
אָט דאָס װיל גאָט? דאָס איז אים ליב? אַך, װאָס פֿאַר אַ בײזער גאָט
דאָס דאַרף זײַן באַ אָט די װילדע מענטשן!...
―――――
אין עטלעכע מינוט אַרום זײַנען אונדזערע שטאָלצע אינדיאַנער, דאָס געליבטע פּאָרפֿאָלק, געלעגן אַף דער ערד, װי צװײ פּשוטע געקױלעטע אינדיקעס. זײ האָבן אַרױפֿגעלײגט אײנס אַף דאָס אַנדערע זײערע איבערגעשניטענע נאָך װאַרעמע העלדזער און האָבן אױסגעזען פֿון דער װײַטן, װי זײ שלאָפֿן און חלומען זיסע גאָלדענע חלומות. אַף זײ איז געזאָגט געװאָרן דער פּסוק:
ה נאהבֿים והנעימים בחײהם ובֿמותם ל א נ פֿרדודי ― ליבע און געטרײַע ס ײַ באַם לעב ן, ס ײַ באַם טויט האָבן זיך נישט געשײד ט.
געשריבן אין יאָר 1909