א.
דעם ערשטן טאָג ראָש השנה נאָך, אַז דער עולם איז געגאַנגען צו תּשליך, האָט מען געקאָנט באַמערקן אַ מחנה עופֿות, הינער, אַלטע קװאָקעס און יונגע הינדעלעך מיט האָנעכלעך לױפֿן אין די הינטערגעסלעך, אױסגעצױגן די קעפּלעך, מאַכן פּאָלקעס, הײבן פֿיסלעך, שפּרינגען אונטער עפּעס מיט אַ מין אימפּעט, און אַלץ אַהין, װײַט, הינטער דער שטאָט אַרױס. אַ חידוש איז דאָס געװען, נאָר קײנעם איז נישט אײַנגעפֿאַלן אָפּשטעלן זיך נאָכקוקן, װוּ אַהין לױפֿן דאָס די דאָזיקע נאַרישע עופֿות.
ערשט שפּעטער, אין דער עשׂרת ימי תּשובֿה אַרײַן, האָט מען אָנגעהױבן זיך אַרומקוקן, אַז די שטײַגן זײַנען אָפֿן, און װוּ ס'איז געװען
ערגעץ אַן עוף איז דאָס אַרױסגעפֿלױגן ― און גײ זוך מיך! איז געװאָרן אַ גװאַלד: „סטײַטש, מיט װאָס װעט מען שלאָגן כּפּרות?“ איבערהױפּט האָבן אײַנגעלײגט די װעלט די װײַבער; פֿאַר אַ װײַסע כּפּרה
װעט אײַך אַ װײַב זײַן אַ כּפּרה. זי מעג זײַן אַפֿילו אַ „מאַדאַם“, מיט אַ
הוט און מיט אַ פֿאָרטעפּיאַן... משוגענערװײַז זײַנען זײ געלאָפֿן אין
מאַרק אַרײַן, גרײט געװען צאָלן אין טאָג אַרײַן, אַבי צו קריגן כּפּרות;
אױב ניט קײן װײַסע הון, לאָז זײַן אַ ראַבע, אַ שװאַרצע. לאָז זײַן אַ
רױטער האָן ― אַבי אַ כּפּרה! און װי אַף־צו־להכעיס, איז נישט געװען
אין מאַרק, איר זאָלט זאָגן, אַן עוף אַף אַ רפֿואה. דאָס הײסט, ס'איז געװען עופֿות אין מאַרק, נאָר נישט אַזעלכע, װאָס מע זאָל מיט זײ קאָנען
שלאָגן כּפּרות. צום בײַשפּיל: קאַטשקעס זײַנען געװען מיט גראָבע
פּופּקעס, גענדז מיט פֿעטע בײַכלעך, אינדיקעס אָנגעבלאָזענע מיוחסים,
מיט אַראָפּגעלאָזענע שנאָבלען. װײַסע, רײנע אומשולדיקע טײַבעלעך
האָט מען געכאַפּט און אַרױסגעטראָגן אַף צו פֿאַרקױפֿן. ס'איז אָבער
אַלץ נישט דאָס, װאָס מע באַדאַרף. אַף כּפּרות דאַרף מען עופֿות, און
קײן עופֿות איז נישטאָ, כאָטש נעמט לײגט זיך און שטאַרבט!
װוּ זײַנען אַהינגעקומען אַלע עופֿות?
לײענט, זײַט מוחל, װײַטער, װעט איר הערן אַ שײנס.
ב.
העט־װײַט הינטער דער שטאָט, אַזש אַף יענער זײַט מילן, האָט זיך געטאָן חושך; דאָס גאַנצע פֿעלד איז געװען פֿול מיט הינער, הענער, אַלטע קװאָקעס און קלײנע הינדלעך. דאָס קרײען פֿון די הענער, דאָס קװאָקען פֿון די הינער און דאָס פּישטשען פֿון די קלײנע הינדלעך איז געװען אַזױ גרױס, אַז מע האָט געקאָנט טױב װערן. אַלע האָבן זיך געשטופּט און געקװעטשט אַהין אױבנאָן. און דאָרט, אױבנאָן, ליגט אַן אַלטער אױסגעהאַקטער בױם, און אַף דעם דאָזיקן אַלטן אױסגעהאַקטן בױם פֿליט אַרױף גאָר אַ יונגער האָן, טוט אַ פּאַטש מיט די פֿליגלען און הײבט אָן צו קרײען:
― קוקאַריקו, רבותי! הערט־צו װאָס איך װעל אײַך זאָגן! אײַך איז ידוע דער שענדלעכער מנהג פֿון בעלי־בתּים: אַלע יאָר, אַז עס קומט אין דער צײַט, פֿאַלט־אָן אַף אונדזערע בעלי־בתּים און אַף די בעלי־ביתטעס עפּעס אַ מהומה, דער שװאַרצער יאָר זאָל זײ װיסן! זײ כאַפּן אונדז פֿון די סידעלעס, שלעפּן אונדז אַרױס אײנציקװײַז פֿון די שטײַגן, בינדן אונדז און דרײען אונדז איבערן קאָפּ, בעבען עפּעס בשעת מעשׂה פֿון אַ סידור, דער רוח װײס זײ װאָס, און טוען אונדז אַ שלײַדער אונטערן טיש און נעמען און טראָגן אונדז אַװעק צום שוחט, און דאָרט מאַכט ער אונדז די שפּיל, ― עס װערט אָנגערופֿן באַ זײ „כּפּרות“... געפֿעלט אײַך אַביסל אַן עובֿדה? װאָס זאָגט איר אַף דעם בזיון? ברידער! ביז װי לאַנג נאָך װעלן מיר שװײַגן? צײַט מיר זאָלן מאַכן אַן עק מיט דעם שענדלעכן מנהג פֿון כּפּרות! לאָמיר זיך שטעלן אײנמאָל פֿאַר אַלעמאָל: װאָס איר װילט טוט מיט אונדז ― קײן כּפּרות װעלן מיר באַ אײַך נישט זײַן! אױס כּפּרות!
― קאָ־קאָ־קאָ! ― כאַפּן אונטער אַלע עופֿות מיטאַמאָל. ― אױס כּפּרות!
― קוקאַריקו! געדענקט־זשע, געטרײַע ברידער און ליבע שװעסטער. צי זײַט איר באַװאָרנט אין זיך, אַז איר װעט בײַשטײן קעגן דעם נסיון? צי װעט איר זיך נישט לאָזן פֿירן אין באָד אַרײַן, מע װעט זיכער קומען און פֿאָרלײגן אײַך פּראָסע, אָדער הירזש, און איך קען דאָך אײַך, זולל־וסובֿאניקעס, אַז פֿאַר אַביסל פּראָסע און פֿאַר אַ הירזשל װעט איר אַװעקגעבן דרײַ שאָק אײער...
― קאָ־קאָ־קאָ! חס ושלום! מע זאָל אונדז געבן גאָלד! קאָ־קאָ־קאָ!
― קוקאַריקו! געדענקט־זשע נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל: איר זאָלט
זיך האַלטן שטאָל און אײַזן! און טאָמער װעט מען אײַך װעלן כאַפּן, זאָלט
איר זיך נישט לאָזן. די אױגן זאָלט איר זײ אױספּיקן! איר זאָלט זיך
נישט לאָזן, איר הערט? אַן עק! אַ סוף! אױס כּפּרות!
ג.
און אין שטאָט איז געװען חושך. אַ רעש, אַ טומל, אַ גערודער. די גאַנצע װעלט האָט זיך געװיגט. בעלי־בתים האָבן אָפּגעשטעלט אײנס דאָס אַנדערע, גערעדט, געקנײטשט מיט די פּלײצעס, געמאַכט מיט די הענט.
― װאָס זאָגט איר דערױף?
― יאָ אַ שײנע מעשׂה, נאָר אַ קורצע!
― אַזאַ מעשׂה טרעפֿט זיך אײן מאָל אין טױזנט יאָר!
אַזױ האָט מען געשמועסט אין שטעטל. און ס'איז געבליבן, אַז די װײַבער זאָלן זיך מטריח זײַן הינטער דער שטאָט אַרױס, צו פֿאַרנאַרן די עופֿות צוריק אין שטײַג אַרײַן. דערױף זײַנען זײ דאָך װײַבער, בעלי־ביתטעס! און די װײַבער האָבן געטאָן דעם רצון פֿון זײערע מאַנען: מיטגענומען מיט זיך װער אַביסל פּראָסע און װער אַביסל הירזש, װער אַ זיפּ און װער אַ זאַק, און מע האָט זיך געלאָזט הינטער דער שטאָט אַרױס, צו פֿאַרנאַרן און כאַפּן די עופֿות און פֿאַרװאַרפֿן זײ צוריק אין שטײַג אַרײַן.
― ציפּ־ציפּ־ציפּ־ציפּ־ציפּ! ― האָבן די װײַבער פּאַװאָלינקע זיך צוגערוקט צו די עופֿות, זיך צוגעזעצט צו דער ערד און אױסגעשאָטן זײ דאָס ביסל פּראָסע מיטן ביסל הירזש. ― טיו־טיו־טיו־טיו... סילאַ־סילאַ־סילאַ־סילאַ...
און נאָך אַזעלכע מינים שפּריכװערטער האָבן די װײַבער באַנוצט, כּדי צו פֿאַרנאַרן די עופֿות.
דערזען פּראָסע און דערשמעקט הירזש, האָבן זיך די אױסגעהונגערטע עופֿות אַ לאָז געטאָן, און עס איז אין אײן כּהרף־עין דאָס ביסל פּראָסע מיטן ביסל הירזש אױסגעפּיקט געװאָרן, נישט געבליבן אַ קערנדל אַפֿילו, נאָר כאַפּן האָבן זײ זיך נישט געלאָזט בשום אופֿן.
אַ פּאָר װײַבער איז אַפֿילו יאָ געראָטן צודעקן עטלעכע קלײנע הינדלעך מיט אַ זיפּ; האָבן זיך די עלטערע קװאָקעס מיט די הענער אײַנגעשטעלט פֿאַר זײ, אַרױפֿגעפֿאַלן אַף די װײַבער, געשפּרונגען זײ גלײַך אין פּנים אַרײַן, שיִער נישט אױסגעפּיקט די אױגן; די װײַבער זײַנען קױם אַנטלאָפֿן מיטן לעבן.
געקומען אַהײם און דערצײלט פֿאַר די מאַנען די דאָזיקע מעשׂה, איז צװישן די מאַנצבילן געװאָרן זײער אַ גרױס געלעכטער. מע האָט זיך פּשוט געקאַטשעט, געהאַלטן זיך באַ די זײַטן.
― כאַ־כאַ־כאַ, שוטיות! איר זײַט דאָך ערגער פֿון די עופֿות, כ'לעבן! איר האָט אַמאָל געהערט, אַז אַן עוף זאָל גובֿר זײַן אַ מענטשן? טיפּשות, כאַ־כאַ־כאַ!
― װײסט איר װאָס? ― האָבן געזאָגט די װײַבער. ― אַז איר זײַט יאָ אַזעלכע בריות, טאָ גײט שױן בעסער איר אַלײן, האַלט מלחמה מיט די עופֿות! באַװײַזט שױן איר אַלײן אײַער בריהשאַפֿט!
און די מאַנצבילן האָבן גענומען די שטעקעלעך אין די הענט און זײַנען אַרױסגעגאַנגען הינטער דער שטאָט זען, װאָס טוט זיך דאָרטן מיט די עופֿות.
ד.
מאַנצבילן זײַנען פֿאָרט מאַנצבילן, נישט קײן װײַבער. מאַנצבילן האָבן אין זיך גאָר אַן אַנדער כּוח, מאַנצפּאַרשױנען!...
דערזען פֿונדערװײַטנס די מחנה עופֿות, זײַנען זײ געפֿאַלן אַף אַן אױבער־הסברה און האָבן זיך פֿאַרגנבֿעט שטילערהײט הינטן־אַרום, פֿון יענער זײַט עופֿות, אױפֿגעהױבן אַלע מיטאַמאָל די שטעקנס און אָנגעהױבן זײ טרײַבן אַהײם מיט קלוגשאַפֿט:
― קיש־קיש! דאָ דאָמו! קיש־קיש! קיש־קיש־קיש־קיש־קיש!...
דער „קישקיש“ האָט זײ אָבער געהאָלפֿן, װי אַ טױטן באַנקעס. די גאַנצע מחנה עופֿות, די הענער מיט די הינער, די אַלטע קװאָקעס מיט די קלײנע הינדלעך, האָבן זיך אַ לאָז געטאָן מיט אַמאָל צו די מאַנצבילן. געשפּרונגען זײ גלײַך אין פּנים אַרײַן, געפּיקט אין די פּיאַטעס, געריסן די קאַפּאָטעס, געפֿליקט די בערד, בשעת מעשׂה געקרײט און געקװאָקעט און געפּישטשעט. פֿעדערן זײַנען געפֿלױגן אין דער לופֿטן, װי שנײ, ס'איז געװאָרן פֿינצטער אַף דער גאַס ― אַן אמתע מלחמה!
אַ סך עופֿות זײַנען טאַקע אין דער דאָזיקער מלחמה געפֿאַלן טױט, צעטראָטן פֿון זײערע אײגענע ברידער און שװעסטער און צעשלאָגן פֿון די שטעקנס. עס זײַנען אָבער אױך אַ סך מאַנצבילן געמזיקט געװאָרן, פֿאַרװוּנדעט, פֿאַרבלוטיקט די הענט און די פּנימער. אײנעם האָט מען אױסגעפּיקט אַן אױג, אײנעם ― אַ שטיק נאָז, אײנעם האָט מען געלעכערט אַ באַק, עס האָבן זיך אַרױסגעזען די באַקצײנער, און בלוט, בלוט האָט גערונען פֿון בײדע צדדים, מי יודע, װאָס עס װאָלט געװען דער סוף, װען די מאַנצבילן װאַרפֿן נישט אַװעק די שטעקלעך, פֿאַרקאַטשען נישט די פּאָלעס און לאָזן זיך נישט לױפֿן הענדום־פּענדום צוריק אין שטאָט אַרײַן.
דערזען די צעשלאָגענע, צעבלוטיקטע בעלי־בתים מיט די צעפֿליקטע קאַפּאָטעס, זײַנען די װײַבער געװען מלא גדולה:
― נו, פֿאַרװאָס לאַכט איר ניט אַצינד? בריות! מאַנצבילן! זכרים! מאַנצפּאַרשױנען!...
ה.
„אַז מע קאָן נישט אַריבער, מוז מען אַרונטער“, ― אַזױ האָבן געזאָגט די בריות די מאַנצבילן. געװען צופֿרידן, װאָס גאָט האָט זײ צוגעשיקט אַ גלײַכװערטל, און מע האָט זיך צונױפֿגעזאַמלט באַם רבֿ אַף אַן אַסיפֿה, לאַנג גערעדט, געפּלאַפּלט און געבעבעט, און ס'איז געבליבן, מע זאָל שיקן אַ דעפּוטאַציע צו די עופֿות און פֿרעגן זײ מיט גוטן: װאָס װילן זײ? אױסגעקליבן האָט מען, געװײנלעך, די נגידים מיט די בעלי־בתים חשובֿים, מיט די רבנים, מיט די דײנים און חזנים און מיט די שוחטים, און מען איז אַרױס הינטער דער שטאָט שױן אָן כּלי־זין, אָן שטעקנס, און דער רבֿ האָט זיך אַרױסגעשטעלט אַף צופֿריִער און האָט אױסגערופֿן צו די עופֿות בזה הלשון:
― שמעו נאַ, רבותים, הערט אױס עופֿות! זאָגט, װאָס װילט איר? זאָגט, מיר הערן אײַך מיט קאָפּ, און אױב אײַער פֿאַרלאַנג איז נאָר מיט אַ גאַנג, װעט מען אײַך געװיס ממלא זײַן, אם ירצה השם.
איז געװאָרן אַ געשרײ צװישן די עופֿות מיט אַ קרײערײַ און מיט אַ קװאָקערײַ און מיט אַ פּישטשערײַ, אַז מע האָט נישט געהערט אַ װאָרט. רופֿט זיך אָן צו זײ דער רבֿ:
― װײסט איר װאָס, עופֿות? פֿון אײַער שרײַען, װאָס איר שרײַט דאָ אַלע אינאײנעם, װעט קײן גוטס נישט אַרױס. אַמער פֿאָלגט מיך, אָט האָט אונדז דער עולם אױסגעקליבן פֿאַר שתּדלנים, דעפּוטאַטן ― קלײַבט אײַך אױך אױס פֿון זיך אַ דעפּוטאַציע, נאָר עפּעס פֿײַנע, לײַטישע עופֿות, ס'זאָל זײַן מיט װעמען צו רײדן אַ װאָרט. געפֿינען זיך ניט באַ אײַך אַ פּאָר אינדיקעס, גענדז אָדער קאַטשקעס?
― האָל־דער! האָל־דער! האָל־דער! ― האָט זיך אָנגערופֿן אײן־און־אײנציקער אינדיק, װאָס האָט זיך פֿאַרשלעפּט אַהער מיט די עופֿות, און האָט זיך אָנגעבלאָזן װי אַ מחותּן, אַראָפּגעלאָזט דעם שנאָבל, באַװיזן, אַז ער איז דאָ און איז גרײט צו זײַן אַ שתּדלן פֿאַר קהל.
― גאָ־גאָ־גאָ! ― האָט זיך געלאָזט הערן אַ קול פֿון אַן אַלטן גאָנער, און אים האָט אױך געהאָלפֿן דאָס גאַנצע בינטל גענדז, זײַנע קעפּסװײַבער.
― קװאַ! קװאַ!! קװאַ!!! ― האָבן אונטערגעכאַפּט עטלעכע קאַטשקעס, מוראדיקע שרײַערנס, צו באַװײַזן, אַז זײ זײַנען אױך דאָ צװישן די עופֿות. איז אָבער אַרױסגעשפּרונגען אַ רױטער האָן אַן עזות־פּנים און האָט אױסגעשריגן:
― קוקאַריקו! עופֿות! אױב איר װילט, מע זאָל אײַך פֿאַרקױפֿן פֿאַר אַ קאַרץ האָבער, זאָלט איר זיך איבערגעבן אין די הענט פֿון די דאָזיקע אָנגעבלאָזענע מחותּנים די אינדיקעס, אָדער צו די מיוחסים די גענדז, װאָס זײערע עלטער־זײדעס האָבן אַמאָל אָפּגעראַטעװעט די שטאָט רױם, אָדער צו די פֿרעסערנס, די ספּלעטניצעס, די קאַטשקעס. מיט זײ שלאָגט מען קײן כּפּרות נישט, טאָרן זײ נישט מישן זיך!! עופֿות זײַנען מיר, כּפּרות שלאָגט מען מיט אונדז, באַדאַרף מען אונדז קלײַבן פֿאַר דעפּוטאַטן!
― קאָ־קאָ־קאָ־קאָ! אמת, אמת, װי מיר הינער זײַנען! ― האָבן אונטערגעהאַלטן אַלע עופֿות אין אײן קול, און עס איז געװאָרן נאָך אַ גרעסער געשרײ מיט אַ גרעסערן טומל; די עופֿות האָבן געגאָגאָטשעט אַלע אינאײנעם, געשפּרונגען אײנס אַקעגן דאָס אַנדערע, געפּיקט זיך אין די קעפּלעך, אַזױ לאַנג, אַזױ ברײט, ביז עס איז אַרױסגעטראָטן פֿון זײ אַ דעפּוטאַציע: אַ צװײ־דרײַ גאַלאַגאַנסקע הענער מיט היפּשע בערד, און אַ פּאָר שײנע געװײנלעכע הינער און עטלעכע יונגע האָנעכלעך. גרױסע שרײַערס מיט גאָר יונגע קולכלעך. ― און צװישן בײדע דעפּוטאַציעס האָט זיך אָנגעהױבן אַ געשפּרעך, װאָס װערט באַשריבן אין קאַפּיטל ו.
ו.
ד י בעליבתּי ־ ם: בכן, זאָגט װאָס װילט איר, הינער? רעדט װערטער!
ד י עופֿו ת: װאָס זאָלן מיר װעלן? מיר װילן נישט זײַן פֿאַר אײַך די כּפּרה; מיר גיבן אײַך אַװעק אונדזער פֿלײש, אונדזערע פֿעדערן, אַלץ װאָס איר װילט, נאָר קײן כּפּרות זאָלט איר מיט אונדז נישט שלאָגן!
ד י בעליבתּי ־ ם: סטײַטש, מיר זײַנען דאָך עפּעס ייִדן. מיר מוזן דאָך שלאָגן כּפּרות!
ד י עופֿו ת: אַזױ גאָר? װוּ שטײט דאָס געשריבן?
ד י בעליבתּי ־ ם: װוּ סע שטײט געשריבן? װאָס איז שײך, המ... װאָס איז אײַער עסק, װוּ סע שטײט געשריבן? ס'איז באַ אונדז אַ מנהג ישן, אַן אַלטער מנהג פֿון קדמונים. מאָדנע עופֿות איר זײַט! אַז מע קױלעט אײַך אַזױ און מע בראָט אײַך און מע עסט אײַך, איז אײַך גרינגער? װאָס אַרט עס אײַך אַז ייִדן פֿאַרדינען מיט אײַך אַ מצװה?
ד י עופֿו ת: פֿאַראַן באַ אײַך זעקס הונדערט דרײַצן מצװת.
ד י בעליבתּי ־ ם: און דאָס, װאָס מע זאָגט מיט אײַך דרײַ מאָל „בני־אָדם“, איז באַ אײַך גאָרנישט?
ד י עופֿו ת: איר זאָלט אַזױ װיסן פֿון געבראָטנס, װי מיר װײסן, װאָס באַ אײַך אין „בני־אָדם“ טוט זיך!
ד י בעליבתּי ־ ם: און די ברכה, װאָס דער שוחט מאַכט אַף אײַך?
ד י עופֿו ת: לאָז ער בעסער מאַכן אַ ברכה אַף אַ דונער!
ד י בעליבתּי ־ ם: און דאָס, װאָס ייִדישע קינדער פֿאַרפֿאַסטן זיך און פֿאַסטן־אָפּ מיט אײַך אַזאַ הײליקן תּענית, װי יום כיפּור?
ד י עופֿו ת: װאָס־זשע איז עפּעס געפֿאַלן דער גורל אַף אונדז, אָרעמע עופֿות? װינציק פֿױלע גענדז, פֿעטע קאַטשקעס מיט גראָבע בײַכלעך, אינדיקעס מיוחסים דרײען זיך אַרום באַ אײַך אַף דער װעלט, װאָס טאָן טוען זײ גאָרנישט, נאָר מע פֿרעסט און נאָר מע זױפֿט און מע פּאָליאָסקעט זיך אין אַלע קאַליזשעס?...
ד י בעליבתּי ־ ם: גענדז קױלען מיר חנוכּה און פּרעגלען פֿון זײ שמאַלץ אַף פּסח, קאַטשקעס בראָטן מיר אַזױ, אינדיקעס האָדעװען מיר אַף יום־טובֿ, און אײַך דאַרפֿן מיר אַף כּפּרות. זײַט זשע נישט קײן עזות־פּנימער, ― עס רײדן נישט מיט אײַך קײן ייִנגלעך, עס רײדן מיט אײַך עפּעס בעלי־בתים, רבנים, דײנים, שוחטים!
ד י עופֿו ת: שוחטים? קױלערס? קאָ־קאָ־קאָ! אַ מיתה משונה זאָל קומען אַף אַלע שוחטים פֿון דער גאַנצער װעלט! אַנו, גיט אונדז נאָר אַהער אַ פּאָר שוחטים!...
ד י בעליבתּי ־ ם: איר זײַט קעגן דעם מנהג־העולם? איר װילט מאַכן אַן איבערקערעניש אין דער װעלט! איר װידערשפּעניקט? איר זײַט מורד במלכות?... איר װעט אונדז האָבן צו געדענקען!...
ד י עופֿו ת: אַזױ? אַי־אַי־אַי! װאָס װעט איר אונדז טאָן? איר װעט אונדז אַװדאי מסרן? לאָדן צום „ונתנה־תּוקף“? גײט־זשע אײַך געזונטערהײט! קאָ־קאָ־קאָ! קאָ־קאָ־קאָ־קאָ!
און ס'איז געװאָרן אַ קװאָקערײַ צװישן די הינער, און די הענער האָבן אָנגעהױבן צו קרײען אַף קולי־קולות, אַז מע האָט דעם „קוקאַריקו“ געקאָנט הערן פֿאַר צען מײַל אַרום און אַרום.
ז.
און בעלי־בתים האָבן אָפּגעטראָטן אַביסל אַף אַ זײַט, זיך געשושקעט, געסודעט, געעצהט: װאָס טוט מען? ― און ס'איז געבליבן, מע זאָל נאָך אַמאָל אַ פּרוּװ טאָן רײדן מיט די װײַסע־חבֿרהניקעס, זײ צוזאָגן עפּעס אַ לעקעכל, טאָמער װעט מען פֿאָרט באַ זײ עפּעס פּועלן, כאָטש װאָס נישט איז; לאָז זײַן אַ כּפּרה אַף צװײען, אַף דרײַען, אַבי אַ כּפּרה, און דער רבֿ האָט זיך אַרױסגעשטעלט אַף־צו־פֿריִער און האָט װידעראַמאָל אױסגערופֿן צו די עופֿות:
― שמעו־נאַ, רבותים, הערט אױס, עופֿות, װאָס מיר װעלן אײַך זאָגן. די מעשׂה דערפֿון איז אַזױ: מיר װאָלטן מיט אײַך, אײגנטלעך, גאָרנישט באַדאַרפֿט אַזױפֿיל אײַנטענהן. מיר זײַנען דאָס גאָרנישט געװױנט געװאָרן אַפֿילו. איר מעגט אונדז גלײבן אַף נאמנות, אַז מיר האָבן צו אײַך גענוג מיטלען װי אַזױ מיר זאָלן אײַך נעמען מיט גװאַלד. נאָר אַזױ װי די צײַט איז שױן זײער קורץ, ס'איז שױן באַלד ערבֿ יום־כיפּור, און מיר קאָנען חלילה בלײַבן אָן כּפּרות, לכן גיבן מיר אײַך לגאָטעס...
― קוקאַריקו! לגאָטעס!... ― האָט אױסגעצױגן אײנער אַ װײַ־סער־חבֿרהניק, און צװישן די הינער איז געװאָרן אַ קװאָקערײַ: „קאָ־קאָ־קאָ! לגאָטעס, לגאָטעס!“... און דער רבֿ האָט זײ געגעבן צו פֿאַרשטײן, אינעם נאָמען פֿון די בלי־בתים, װאָס פֿאַר לגאָטעס מע גיט זײ, די עופֿות הײסט עס:
ל גאָטע נומער אײנ ס: אַ טאָג פֿאַר כּפּרות־שלאָגן זאָל מען געבן די עופֿות עסן און טרינקען, גלײַך װי נישט זײ מײנט מען.
ל גאָטע נומער צ װ ײ: בשעת שלאָגן כּפּרות און זאָגן „בני־אָדם“ זאָל מען נישט דרײען מיט די עופֿות משוגענערװײַז און נישט אָפּכאַפּן אַף דער גיך דעם „זה־כּפּרתי־זה־חליפֿתי־זה־תּמורתי“, נאָר פֿון דער גרינג, פּאַװאָלינקע: „זה ― כּפּרתי, זה ― חליפֿתי, זה ― תּמורתי“...
ל גאָטע נומער ד ר ײַ: אָפּגעשלאָגן כּפּרות, זאָל מען נישט װאַרפֿן די הינער אונטערן טיש, װי ביז אַהער; נאָר פּאַװאָלינקע אַװעקגעלײגט און אַװעקגעטראָגן צום שוחט.
ל גאָטע נומער פֿ י ר: בינדן זאָל מען זײ נישט פּאָרלעכװײַז, װי ביז אַהער, נאָר אײנציקװײַז, איטלעכס עוף באַזונדער, װאָרעם נישט אַלע עופֿות זײַנען גלײַך בכאַראַקטערן, ― טרעפֿט אָפֿטמאָל, אַז מע פּיקט זיך און מע בלוטיקט זיך אײנס דאָס אַנדערע געבונדענערהײט.
ל גאָטע נומער פֿינ ף: פֿליקן זאָל מען די עופֿות נאָכן קױלען, נישט פֿאַרן קױלען, װי אַנדערע זײַנען זיך נוהג אין אַ סך ערטער.
ל גאָטע נומער זעק ס: בשעת דער שוחט נעמט דאָס עוף צװישן די פֿיס און פֿאַרדרײט דאָס קעפּל אַרױף...
― קוקאַריקו! געפֿעלט אײַך אַביסל לגאָטעס?!... ― אַזױ האָט אױסגעשריגן אַ יונגער האָן אַן עזות־פּנים, און נאָך אים ― די איבעריקע אַלע עופֿות האָבן געקרײט און געקװאָקעט: „קאָ־קאָ־קאָ! גענוג לגאָטעס!... אין דער ערד אַרײַן די בעלי־בתים מיט זײערע לגאָטעס!“...
און די עופֿות האָבן זיך אַ לאָז געטאָן אַלע צו די בעלי־בתים, און די בעלי־בתים, עס זאָל זײ צו קײן שאַנד נישט זײַן, האָבן, אַפּנים, פֿאַרשטאַנען מיט װאָס דאָס שמעקט, האָבן זײ גענומען די פֿיס אַף די פּלײצעס און ― מאַרש צוריק, צוריק אַהײם, איטלעכער אין זײַן רו אַרײַן.
―――――
אָט אַזױ האָט זיך אױסגעלאָזט דער דאָזיקער װוּנדערלעכער שטרײַק פֿון די עופֿות.
פֿון דעמאָלט אָן... קױלעט מען זײ טאַקע אַפֿילו אַזױ װי פֿריִער ― יאָ. מע פֿליקט זײ, און מע שנײַדט זײ, און מע קאָכט זײ. און מע ברענט זײ, און מע פּרעגלט זײ, און מע דערלאַנגט זײ צום טיש אונטער אַלערלײ סאָוסן און פּאָטראַװעס ― אַלצדינג אַזױ װי פֿריִער. נאָר קײן כּפּרות מיט זײ שלאָגט מען נישט, און קײן „בני־אָדם“ מיט זײ זאָגט מען נישט... פֿע! אױס כּפּרות! דער מנהג, פֿאַרשטײט איר מיך, איז געװאָרן אױס מנהג.
אַפּנים, ס'איז נישטאָ קײן אײביקע זאַך אַף דער װעלט? אַלצדינג ביז אַ צײַט, אַלצדינג ביז אַ צײַט! .......... . ................ . ................ . ................ .
געשריבן אין יאָר 1903
אַ מעשׂה נורא, װי אַזױ מע האָט אײנמאָל אין מיטן
נאַכט אױפֿגעכאַפּט צװײ אומשולדיקע נפֿשות, גע־
בונדן, אַרױסגעפֿירט אַפֿן מאַרק און פֿאַרקױפֿט צו
װילדע מענטשן, געהאָדעװעט אַ חודש נאָכאַנאַנד
מיט מעדני־מלך, און אַ טאָג פֿאַר פּסח געקױלעט,
װי די שאָף
פֿ ונעם פֿאַרפֿאַסע ר.
דער מחבר פֿון דער געשיכטע בעט זיך באַם לײענער, ער זאָל אין
דער מעשׂה נישט זוכן קײן אַלעגאָריעס, נישט װעלן טרעפֿן װעמען דער
מחבר האָט דאָ געמײנט. עס איז דאָ נישט פֿאַראַן קײן רמז פֿון אַלעגאָריעס, און אַפֿילו נישט, איר זאָלט זאָגן, פֿאַר אַ גראָשן אָט דאָס, װאָס
װערט אָנגערופֿן סימבאָליזם. דאָס איז גלאַט אַזױ זיך אַ פּשוטע מעשׂה,
אָן חכמות, אָן אײבערקעפּלעך, אַ מעשׂה פֿון צװײ אומשולדיקע גאָטס
באַשעפֿענישן נעבעך, װאָס האָבן געלעבט, געליבט, געחלומט, געליטן,
געהאָפֿט און מערדעריש געפֿאַלן אום ערבֿ פּסח, נישט צו װיסן פֿאַרװאָס
און פֿאַרװען...
נערװי (איטאַליע).
א.
ד י שרעקלעכע נאַכ ט.
דאָס איז געװען אין אײנע פֿון די פֿינצטערע, בלאָטיקע, פֿאַר־פּסח־דיקע נעכט. אַלץ איז געװען אײַנגעהילט אין פֿינצטערניש. אַלץ איז געשלאָפֿן. שטיל און רויִק איז געװען אַרום און אַרום אַפֿילו אַ פֿיש אין װאַסער האָט גערוט, מורא געהאַט אַרױסשטעלן דעם קאָפּ אַף גאָטס װעלט אין דער דאָזיקער פֿינצטערער, שטילער, רויִקער נאַכט. אין אַזאַ נאַכט איז פֿאַראַן אַ סך אַרבעט פֿאַרן בעל־החלומות. ער זשאַלעװעט נישט קײן פֿאַרבן, שיט מיט דער פֿולער האַנט פֿאַנטאַזיעס, װאָס נישט געשטױגן, נישט געפֿלױגן, און פֿירט צונױף אַ װאַנט מיט אַ װאַנט.
די חלומות, װאָס דער העלד פֿון דער דאָזיקער געשיכטע האָט געזען אין יענער נאַכט, זײַנען געװען משונה־מאָדנע װילדע חלומות! אַ גאַנצע נאַכט האָבן זיך אים געפּלאָנטערט עופֿות, הינער, גענדז און קאַטשקעס. אײנער אַ האָן, אַ רױטער, נאָך גאָר אַ יונגיטשקער, נאָר אַ גרױסער עזות־פּנים, שפּרינגט אים מיט חוצפּה אין די אױגן אַרײַן, לאַכט און זינגט אים עפּעס אַ מאָדנע לידל:
קו־קאַ־רי־קו. לאַנגע נאָז!
מ'עט דיך פּאַקן װי אַ האָז!
מ'עט דיך בינדן, מ'עט דיך שלאָגן,
מ'עט דיך לײגן אַף אַ װאָגן,
מ'עט דיך מוטשען אָן אַ סוף,
מ'עט דיך קױלען װי אַן עוף!..