מעשׂיות פֿאַר ייִדישע קינדער: ראַבטשיק

שלום עליכם (אַלע װערק)

ראַבטשיק (אַ ייִדישער הונט)

א

ראַבטשיק איז געװען אַ הונט אַ װײַסער מיט פֿלעקן, נישט קײן גרױסער, אַ מיטלמעסיקער, אַ שטילער, נישט קײן אָנכאַפּער. ער האָט פֿײַנט געהאַט, װי אַנדערע, אָנפֿאַלן אױף יענעם פֿון הינטן, אָפּרײַסן אַ פּאָלע אָדער אַ ביס טאָן אין דער ליטקע. ער איז געװען צופֿרידן אַבי יענער זאָל אים ניט טשעפּען. אַדרבה, אים האָט דאָקוטשעט יעדער, װער עס האָט געהאַט גאָט אין האַרצן. געבן ראַבטשיקן אַ זעץ מיט אַ שטעקן פֿון הינטן, אָדער דערלאַנגען אים מיטן אָפּצאַס אין זײַט אַרײַן. אָדער װאַרפֿן אים אַ שטײנדל אין קאָפּ אַרײַן, אָדער אױסגיסן אױף אים אַ פּאָמעניצע ― דאָס איז געװען בײַ יעדן אַ שפּילכל כּמעט אַ מיצװה.

און ראַבטשיק, אַז ער האָט באַקומען אַ קלאַפּ, האָט ער זיך ניט אַנידערגעשטעלט, װי אַנדערע הינט, אױסטענהן זיך, אױסהאַװקען זיך, באַװײַזן די צײן; נײן, ראַבטשיק פֿלעגט זיך בײַ איטלעכן קלאַפּ אײַנבײגן כּמעט ביז דער ערד מיט אַ קװיטש: אַי ― אַי! און אַנטלױפֿן מיט אַן אַראָפּגעלאָזטן װײדל, זיך באַהאַלטן אין אַ װינקעלע, פֿאַרטיפֿן זיך אין געדאַנקען און כאַפּן פֿליגן.

ב

װער איז געװען ראַבטשיק? פֿון װאַנען האָט ער זיך גענומען? דאָס איז שװער צו װיסן. עס קאָן זײַן, אַז ער איז פֿאַרבליבן אין הױף נאָך פֿונעם אַלטן פּריץ. מעגלעך, אַז ער איז פֿאַרבלאָנדזשעט געװאָרן, פֿאַרלאָרן זײַן בעל־הבית און צוגעשטאַנען צום נײַעם בעל־הבית און פֿאַרבליבן אױף תּמיד.

עס מאַכט זיך אַמאָל. איר שפּאַצירט אױף דער גאַס, לױפֿט אײַך נאָך אַ פּריבלודנע הינטל פֿיס־טריט. „װאָס איז דאָס פֿאַר אַ פּריטשעפּע?“ ― טראַכט איר זיך און הײבט אױף די האַנט אױפֿן הינטל: „פּשאָל װאָן!“ דאָס הינטל בלײַבט שטײן, בײגט זיך אױס, װי אַ מענטש, בשעת מע װיל אים געבן אַ פּאַטש און לױפֿט אײַך נאָך װײַטער. איר בײגט זיך אָן צו דער ערד, איר טוט אַ מאַך מיט דער האַנט, כּלומרשט װאַרפֿט איר דעם אַ שטײנדל. עס העלפֿט נישט. איר בלײַבט שטײן און קוקט אױפֿן הינטל; דאָס הינטל בלײַבט שטײן און קוקט אױף אײַך; איר קוקט זיך אײנס דאָס אַנדערע אין די אױגן אַרײַן אָן װערטער. איר טוט אַ שפּײַ און לאָזט זיך גײן ― דאָס הינטל לױפֿט אײַך נאָך, איר גײט אַרױס פֿון די כּלים, איר כאַפּט אַ שטעקל און צעלאָזט זיך אױף דעם מיט כּעס. פֿאַלט דאָס הינטל אױף אַן עצה: ציט זיך אױס אױף דער ערד מיט די פֿיסלעך אַרױף, ציטערט און קוקט אײַך גלײַך אין די אױגן אַרײַן, װי אײנער רעדט: „נאַ! װילסט מיך שלאָגן? ― שלאָג!“…

אָט פֿון דעם מין הינט איז געװען אונדזער ראַבטשיק.

ג

ראַבטשיק איז געװען אַ הונט ניט קײן נאַשער. אין שטוב האָט געמעגט ליגן גאָלד, האָט ער זיך ניט צוגערירט. ראַבטשיק האָט געװוּסט, אַז דאָס װאָס אונטערן טיש געהער צו אים, און װײַטער איז ניט זײַן עסק.

אין דער יוגנט, זאָגט מען, איז ער אַפֿילו יאָ געװען אַ שטיקל חבֿרה־מאַן. ער האָט אײנמאָל געפּרוּװט אומגערן, אַ פּנים, אַװעקשלעפּן פֿונעם זאַלץ־ברעטל אַ פֿיסל פֿון אַ גאַנדז. האָט דערזען ברײַנע די קעכין, אַ ייִדענע מיט שװאַרצע װאָנצעס, און האָט געמאַכט אַ געשרײ: אײַזיק! אײַזיק! איז געקומען צו לױפֿן אײַזיק, סאַמע אין דער מינוט, װאָס ראַבטשיק האָט געװאָלט דורכלױפֿן מיטן גענדזענעם פֿיסל; האָט אים אײַזיק צוגעקװעטשט מיט דער טיר אַזױ, אַז האַלב ראַבטשיק איז געבליבן פֿון אײן זײַט טיר, און די אַנדערע האַלב פֿון יענער זײַט, און מע האָט זיך מיט אים גוט אָפּגערעכנט: פֿון אײן זײַט האָט אים געשלאָגן אײַזיק איבערן קאָפּ מיט אַ שטעקן, און פֿון דער אַנדערער זײַט ― ברײַנע מיט אַ שײַט האָלץ און האָט ניט אױפֿגעהערט צו שרײַען בשעת־מעשׂה: „אײַזיק! אײַזיק!“

פֿון דעמאָלט אָן איז אים פֿאַרבליבן אַ זכר: אַז מען איז צוגעגאַנגען צו אים און אַ זאָג געטאָן גלײַך אין פּנים אַרײַן „אײַזיק!“ פֿלעגט ער אַנטלױפֿן װוּ דער שװאַרצער פֿעפֿער װאַקסט.

ד

מער פֿון אַלע איז אים דערגאַנגען די יאָרן פּאַראַסקע; די פּאַראַסקע, װאָס האָט אונדז געװאַשן גרעט, געשמירט די שטוב און געמאָלקן די בהמה.

װאָס האָט זי געהאַט צו ראַבטשיקן ― איז שװער צו פֿאַרשטײן; ער פֿלעגט איר תּמיד זײַן גרױס אין די אױגן, און װען זי פֿלעגט אים דערזען, פֿלעגט זי װערן אָנגעצונדן: „שאָב טובי כװאָראָבאַ סאָבאַקאַ נעװירנאַ!Щоб тобi хвороба собака невiрна: זאָלסט װערן קראַנק, דו כיטרע הונט!“… און װי אױף־צו־להכעיס, פֿלעגט ראַבטשיק ליב האָבן דװקא פּלאָנטען זיך איר פֿאַר די פֿיס.

בײַ דער אַרבעט פֿלעגט זיך פּאַראַסקע אין אים נוקם זײַן, װי מיר אין המנען: האָט זי געװאַשן גרעט, פֿלעגט זי אים אָפּגיסן מיט אַ קאַלט שעפֿל װאַסער; ראַבטשיק האָט פֿײַנט געהאַט אַזאַ באָד, פֿלעגט ער זיך נאָכדעם דאַרפֿן לאַנג אָפּטרײסלען. האָט זי געשמירט די שטוב, פֿלעגט זי אים פֿאַרפֿליאַסקען דאָס פּנים מיט װײַסן לײם, ער זאָל זיך נאָכדעם באַלעקן אַ שעה כּסדר. האָט זי געמאָלקן די בהמה, פֿלעגט זי אים מכבד זײַן מיט אַ שײַט־האָלץ איבער די פֿיס. ראַבטשיק האָט זיך אױסגעלערנט שפּרינגען; אַז ס'איז געפֿלױגן אַ שײַט האָלץ, פֿלעגט ער קונציק איבערשפּרינגען איבער דעם, װי אַ מזיק.

אײנמאָל האָט ער פֿון אַזאַ כּיבוד געכאַפּט אַ מיאוסן פּסק; פּאַראַסקע האָט אים געװאָרפֿן אַ שײַט האָלץ און געטראָפֿן אין דעם פֿעדערשטן פֿוס, האָט ראַבטשיק זיך צעשריגן ניט מיט זײַן קול, נאָר מיט אַ מאָדנעם קװיטש: אַי־אַי־אַי־אַי־אַי־אַי! מען איז זיך צונױפֿגעלאָפֿן פֿונעם גאַנצן הױף. ראַבטשיק האָט דערזען מענטשן, האָט ער זיך אָנגעהױבן פּעסטען, באַװיזן איטלעכן דאָס איבערגעבראָכענע פֿיסל. װי אײנער רעדט: „נאַט, זעט, װאָס זי האָט מיר געטאָן, פּאַראַסקע!“… ראַבטשיק האָט געמײנט, אַז מע װעט זיך מסתּמא אָננעמען זײַן קריװדע, און פּאַראַסקען װעט מען געװיס קעפּן פֿאַר אַזאַ מעשׂה.

צום סוף איז גאָר צװישן עולם געװאָרן אַ געלעכטער; ברײַנע מיט די װאָנצעס איז אַרױסגעפֿלױגן פֿון קיך מיט אַ פּאָלאָניק און האָט זיך אַ שמיר געטאָן איבער דער נאָז פֿון אונטן אַרױף מיטן נאַקעטן עלנבױגן: „איבערגעבראָכן דעם שלימזל אַ פֿוס? זײער רעכט!“… אױך די קונדסים, די װײַסע־חבֿרהניקעס, זײַנען זיך צונױפֿגעלאָפֿן און האָבן גענומען שרײַען אױף ראַבטשיקן און פֿײַפֿן. איז אָנגעקומען פּאַראַסקע און האָט אים צורעכט געמאַכט דאָס מזל: זי האָט אים אָפּגעגאָסן מיט אַ קריגל זודיק װאַסער. האָט ראַבטשיק אױפֿגעהױבן אַ גװאַלד מיט אַ קװיטשערײַ: אַי־אַי־אַי! אַי־אַי־אַי!… בשעת־מעשׂה געשפּרונגען און געדרײט זיך, געביסן זיך אַלײן דעם װײדל און ניט אױפֿגעהערט צו גװאַלדעװען מיט אַזעלכע קולות, אַז צװישן די װײַסע־חבֿרהניקעס איז דאָס געלעכטער געװאָרן נאָך גרעסער. מע האָט דערזען ראַבטשיקן טאַנצן אױף דרײַ פֿיס, האָט מען אױסגעבטלט אַלע בײזע חלומות אױף זײַן קאָפּ און געשענקט אים אַ פּאָר גוטע שטעקנס. ראַבטשיק האָט זיך געלאָזט לױפֿן מיט אַ קװיטש, געקוליעט זיך און געקאַטשעט איבער דער ערד, און װײַסע־חבֿרהניקעס זײַנען אים נאָכגעלאָפֿן מיט שטעקלעך און מיט שטײנדלעך. געהוקעט, געפֿײַפֿט און געטיוקעט און פֿאַרטיוקעט אים װײַט־װײַט פֿון דער שטאָט אַרױס, אַזש אױף יענער זײַט מילן.

ה

ראַבטשיק איז געלאָפֿן מיט דער דעה, אַז צוריק אין שטאָט אַרײַן זאָל ער שױן נישט קומען קײנמאָל, װײַל ער װעט לעבן! און געלאָפֿן איז ער אין דער װעלט אַרײַן, װוּ די אױגן װעלן אים טראָגן. געלאָפֿן ― געלאָפֿן און געקומען צו לױפֿן אינעם ערשטן דאָרף אַרײַן, האָט ער זיך באַגעגנט מיט די דאָרפֿישע הינט. די דאָרפֿישע הינט האָבן אים אַרומגעשמעקט פֿון אַלע זײַטן.

― ברוך־הבא, אַ הונט! פֿון װאַנען קומט מען און װאָס איז דאָס בײַ דיר אַ צאַצקע אױפֿן רוקן? עפּעס װי אױסגעסמאַליעט אַ שטיק פֿעל סאַמע אינמיטן?

― עך! פֿרעגט שױן נישט! ― מאַכט צו זײ ראַבטשיק מיט אַ טרױעריקער מינע, ― אַ סך צו דערצײלן, נישטאָ װאָס צו הערן. איז ניט מעגלעך בײַ אײַך איבערצונעכטיקן אַ נאַכט?

― אָך, מיטן גרעסטן כּבֿוד! ― זאָגן די דאָרפֿישע הינט. ― דער „אינדרױסן“ איז גענוג גרױס און דער „אונטערן־הימל“ איז נאָך גרעסער.

― װיִאַזױ איז דאָ בײַ אײַך מיט דער אַכילה? ― פֿרעגט ראַבטשיק. ― מיט װאָס שטילט איר דעם הונגער, אַז דער מאָגן מאָנט מזונות?

― עט! נישט צו פֿאַרזינדיקן! ― מאַכן די דאָרפֿישע הינט. ― פּאָמעניצעס איז פֿאַראַן אומעטום, און צום פֿלײש האָט גאָט באַשאַפֿן בײנער; אַ דאגה, לאָזן זײ עסן פֿלײש, די בעלי־בתּים, װעלן מיר האָבן בײנער. אַבי, װי זאָגט איר, פֿאַרשטופּן די קישקע.

― נו, און די בעלי־בתּים װיִאַזױ זײַנען עפּעס בײַ אײַך? ― פֿרעגט װײַטער ראַבטשיק און טוט אַ דרײ מיטן װײדל, װי אײנער, װאָס װיל אױספֿרעגן, אױספֿאָרשן.

― די בעלי־בתּים זײַנען בעלי־בתּים, ― מאַכן די דאָרפֿישע הינט און פֿאַרשלאָגן די רײד.

― נו, און פּאַראַסקע? ― מאַכט ראַבטשיק.

― װאָסער פּאַראַסקע? ― פֿרעגן די דאָרפֿישע הינט.

― אָט די פּאַראַסקע, ― זאָגט ראַבטשיק ― װאָס װאַשט גרעט, שמירט די שטוב און מעלקט די בהמה, איר קענט ניט פּאַראַסקען?

די דאָרפֿישע הינט שטײען, קוקן־אָן ראַבטשיקן װי אַ חסר־דעהניק: „װאָס פּאַראַסקעט ער אונדז?“ זײ שמעקן אים נאָכאַמאָל אַרום פֿון אַלע זײַטן און צעגײען זיך אײנציקװײַז, איטלעכער אױף זײַן מיסט.

ו

„אָט גליקלעכע הינט!“ ― טראַכט זיך ראַבטשיק און ציט זיך אױס אױף גאָטס ערד, אונטער גאָטס הימל, און װיל כאַפּן אַ דרעמל; נאָר עס שלאָפֿט זיך ניט. ערשטנס, די אָפּגעבריטע פֿעל; עס שמאַרצט אים און עס בײַסט אים סכּנות־נפֿשות! און די פֿליגן דאָקוטשען אים זײער שטאַרק. ס'איז פֿון זײ נישט אָפּצוטרײַבן זיך! צװײטנס, בורטשעט אים אין בױך; ער װאָלט אַ בעלן געװען עפּעס קײַען, איז נישטאָ װאָס; מע מוז צוּװאַרטן ביז אינדערפֿרי. און דריטנס, לאָזן אים ניט שלאָפֿן די מחשבֿות פֿון דעם, װאָס ער האָט זיך אָנגעהערט צװישן די דאָרפֿישע הינט; נישטאָ בײַ זײ קײן אײַזיקס, װאָס קװעטשן־צו מיט אַ טיר און שלאָגן נאָכדעם מיט אַ שײַט־האָלץ; ניטאָ בײַ זײ קײן פּאַראַסקעס, װאָס גיסן־אָפּ מיט זודיק װאַסער; ניטאָ בײַ זײ קײן װײַסע־חבֿרהניקעס, װאָס װאַרפֿן שטעקנס, פֿײַפֿן און טיוקען און פֿאַרטיוקען. „גליקלעכע הינט אױף דער װעלט! און איך האָב געמײנט, אַז נאָר דאָרט איז אַ װעלט. אַ װאָרעם ליגט אין כרײן און מײנט ― ס'איז קײן זיסערס נישטאָ“…

ראַבטשיק װערט אַנטשלאָפֿן, און עס חלומט זיך אים אַ פּאָמעניצע, אַ גרױסע, אַ פֿולע מיט שטיקלעך ברױט, קישקעלעך, אָדערן פֿון פֿלײש, רעטשענע קאַשע, אױסגעמישט מיט הירזש און מיט פֿאַסאָליעס, און בײנער, בײנער ― אַ גאַנצער אוצר! בײנער פֿון קנעכלען, בײנער פֿון ריפּ, בײנער מיט מאַרך, און בײנדלעך פֿון פֿיש, און קעפּלעך פֿון הערינג גאַנצע, נאָך ניט קײן אױסגעסמאָצקעטע, ראַבטשיק װײסט ניט פֿון װאָס זאָל ער אָנהײבן פֿריִער.

― ברוכים היושבֿים! ― מאַכן צו אים די דאָרפֿישע הינט און קוקן פֿון דער װײַטן, װי ער גרײט זיך צו דער סעודה.

― קומט עסן! ― זאָגט ראַבטשיק גלאַט אַזױ פֿון יוצא װעגן.

― עס געזונט! ― זאָגן די דאָרפֿישע הינט גאַנץ פֿרײַנטלעך.

פּלוצעם דערהערט ער אַ קול גלײַך אין אױער אַרײַן: „אײַזיק!“

ראַבטשיק כאַפּט זיך אױף ― ס'איז גאָר אַ חלום!…

אינדערפֿרי האָט זיך ראַבטשיק געלאָזט איבער די הױפֿן, געזוכט אַ פּאָמעניצע, אַ שטיקל סעכער, אַ בײנדל, נאָר װוּ ער קומט ― זײַנען פֿאַרנומען אַלע ערטער.

― קאָן מען בײַ אײַך נישט איבערבײַסן? ― פֿרעגט ראַבטשיק.

― דאָ? נײן! אפֿשר אינעם אַנדערן הױף…

ראַבטשיק לױפֿט פֿון אײן הױף אינעם אַנדערן. אומעטום דאָס אײגענע לידל. איז ער זיך מישבֿ: װאָס װעט ער װאַרטן אױף דרך־ארץ? אַמער, װעט ער צוגײן און װעט אַ כאַפּ טאָן װאָס עס װעט זיך לאָזן. נאָר בײַם ערשטן „כאַפּ“ האָט ער געכאַפּט פֿון די דאָרפֿישע הינט אַ מיאוסן פּסק: פֿריִער האָט מען אױף אים אָנגעהױבן קוקן בײז, בורטשען און באַװײַזן די צײן, און נאָכדעם זײַנען עטלעכע מיטאַמאָל אָנגעפֿאַלן אױף אים, געריסן און געביסן, אים געמאַכט אַ תּל פֿונעם װײדל, אַרױסגעמשלחט מיט כּבֿוד ביז אױף יענער זײַט ראָגאַטקע.

ז

אַראָפּגעלאָזט דעם װײדל, האָט זיך ראַבטשיק אַװעקגעלאָזט אינעם אַנדערן דאָרף. געקומען צו לױפֿן אינעם אַנדערן דאָרף ― װידער די אײגענע מעשׂה: תּחילת גוטע רײד, אַ שײנער גאַסט, מהיכא־תּיתי. און נאָכדעם, אַז עס קומט צו דער פּאָמעניצע, הײבט מען אָן אױף אים קוקן בײז, בורטשען, באַװײַזן צײן, רײַסן און בײַסן ― און װאָן אױף אַלע פֿיר זײַטן!

ראַבטשיקן איז נימאס געװאָרן דאָס נע־ונד זײַן, דאָס אַרומװאַנדערן פֿון אײן אָרט אינעם אַנדערן, און ער האָט זיך מישבֿ געװען אַזױ: מענטשן זײַנען שלעכט; הינט זײַנען אױך ניט בעסער; ער װעט זיך בעסער אַװעקלאָזן אין װאַלד אַרײַן צװישן חיות.

און ראַבטשיק האָט זיך אַװעקגעלאָזט אין װאַלד אַרײַן.

אַרומגעדרײט זיך, אײן הונט אַלײן אין װאַלד, אַ טאָג און צװײ און דרײַ, האָט ער אָנגעהױבן פֿילן, אַז דער בױך װערט אים װאָס װײַטער אַלץ מער צונױפֿגעצױגן און די קישקעס אײַנגעשרומפּן, ממש עס גײט אים אױס דאָס חיות פֿון הונגער און פֿון דאָרשט, כאָטש נעם און צי זיך אױס אינמיטן װאַלד און פּגר אַװעק! און, װי אױף־צו־להכעיס, גלוסט זיך אים נאָך לעבן און לעבן.

און ראַבטשיק נעמט דעם װײדל אונטער זיך. ציט אױס די פֿעדערשטע לאַפּעס, שטעלט אַרױס די צונג און לײגט זיך אַװעק אונטער אַ בױם און קלערט אַ הינטישע מחשבֿה: „װוּ נעמט מען אַ שטיקל ברױט? װוּ קריגט מען אַ פּיצל פֿלײש? אַ בײנדל כאָטש? װאַסער אַ קאַפּ?“ און פֿון גרױסע צרות װערט ער אַ חקרן, אַ פֿילאָזאָף. ער הײבט אָן חקירהן: „פֿאַרװאָס איז ער, הונט, מער געשטראָפֿט פֿון אַלע חיות־ועופֿות און פֿון אַלע באַשעפֿענישן אױף דער װעלט? למאַי אָט פֿליט אַ פֿײגעלע גלײַך אין נעסט אַרײַן… אָט לױפֿט אַ יאַשטשערקע אַהײם אין איר נאָרע אַרײַן… אָט פּױזשעט אַ װערעמל. אַ זשוקל, אַ מוראַשקע ― אַלע האָבן זיך זײער הײם, אַלע געפֿינען זיך זײער באַדערפֿעניש; נאָר איך, הונט. האַװ־האַװ־האַװ!“….

― װער האַװקעט דאָס דאָ אין װאַלד? ― רופֿט זיך אָן אַ װאָלף, לױפֿנדיק פֿאַרבײַ, אַרױסגעשטעלט די צונג פֿאַר הונגער.

ראַבטשיק האָט קײנמאָל ניט געזען קײן װאָלף. ער מײנט, אַז דאָס איז אַ הונט, שטײט ער אױף פּאַװאָליע, נישט געכאַפּט, ציט זיך אױס. גײט־צו צום װאָלף.

― װער ביסטו? ― מאַכט צו אים דער װאָלף מיט גדלות. ― װיִאַזױ רופֿט מען דיך? פֿון װאַנען קומסטו אָן? און װאָס טוסטו דאָ?

ראַבטשיק איז זיך ממש מחיה, װאָס ער האָט דערטאַפּט אַ גוטן ברודער; כאָטש פֿאַראַן פֿאַר װעמען די צרות אױסצוגיסן. און ער דערצײלט אים אױס זײַן גאַנץ ביטער האַרץ.

― איך װעל דיר זאָגן דעם אמת, לאָזט אױס ראַבטשיק דאָס טרױעריקע צעטל זײַנס ― איך װאָלט זיך מחיה געװען, װען איך באַגעגן מיך מיט אַ לײב, מיט אַ בער אָדער כאָטש מיט אַ װאָלף.

― װאָס־זשע װאָלט געװען? ― מאַכט דער װאָלף מיט אַ פּאַסקודנע שמײכל.

― גאָרניט, ― זאָגט ראַבטשיק ― ממה־נפֿשך, איז מיר באַשערט דער טױט, לאָם מיך בעסער פֿאַרצוקט װערן פֿון אַ װאָלף, אײדער פּגרן פֿון הונגער צװישן אײגענע, צװישן הינט…

― נו! ― מאַכט צו אים דער װאָלף, בלאָזט זיך אָן און טוט אַ קנאַק מיט די צײן. ― זאָלסטו װיסן, אַז איך בין װאָלף! און איך האָב חשק דיך צערײַסן אױף עטלעכע שטיקלעך און מאַכן פֿון דיר אַן אָנבײַסן, מחמת איך בין זײער הונגעריק. איך האָב שױן אַכט טאָג אין מײַן מױל ניט געהאַט!

דערהערט אַזעלכע דיבורים, האָט זיך אונדזער ראַבטשיק אַזױ דערשראָקן, אַז עס האָט אױף אים אָנגעהױבן ציטערן די אָפּגעקאָכטע פֿעל.

― אַדוני קעניג! טײַערער רב װעלװל! ― מאַכט צו אים ראַבטשיק מיט אַ רחמנות־פּנים און מיט אַ װײנענדיק קול. לאָז דיר גאָט צושיקן בעסערע אָנבײַסנס. װאָס װעסטו פֿון מיר האָבן, מישטײנס געזאָגט? פֿעל און בײנער? פֿאָלג מיך, לאָז מיך אָפּ, האָב רחמנות אױף מײַן הינטיש לעבן!…

און דערבײַ האָט ראַבטשיק אַראָפּגעלאָזט דעם װײדל, אױסגעבױגן דעם רוקן, געפּױזעט אױפֿן בױך און געמאַכט אַזעלכע מיאוסע תּנועות, אַז דעם װאָלף איז ניט גוט געװאָרן אױף צו חלשן.

― נעם צונױף דעם פּאַסקודנעם װײדל דײַנעם ― רופֿט זיך אָן צו אים דער װאָלף ― און אַנטלױף צו אַלדי שװאַרצע יאָר, דו כּלבֿ־שבכּלבֿים, איך זאָל דײַן טרפֿהנעם פּרצוף ניט אָנקוקן!…

נישט טױט נישט לעבעדיק האָט זיך ראַבטשיק געלאָזט לױפֿן, ניט געפֿילט די ערד אונטער זיך, מורא געהאַט זיך אַרומקוקן אַפֿילו. ער האָט געמאַכט פֿיס, אַװעק־אַװעק פֿון װאַלד, צוריק ― אין שטאָט אַרײַן!

ח

געקומען צוריק אין שטאָט אַרײַן, האָט ראַבטשיק אױסגעפֿעלט דעם הױף. װוּ ער איז אױסגעװאַקסן, כאָטש דאָס האַרץ האָט אים געצױגן דװקא אַהין, אין יענעם הױף, װוּ מע האָט אים געהרגעט־געשלאָגן, אין יענעם הױף, װוּ מע האָט אים איבערגעבראָכן אַ פֿוס און אָפּגעבריט דעם רוקן… האָט ער זיך געלאָזט לױפֿן אין מאַרק אַרײַן, אַהין צו די יאַטקעס, צװישן די קצבֿישע הינט, צװישן אײגענע הײסט דאָס.

― סקאָצל קומט! פֿון װאַנען איז אַ הונט? ― מאַכן צו אים די קצבֿישע הינט מיט אַ גענעץ און גרײטן זיך שױן אױף נאַכטלעגער.

― טאַקע אַ היגער. ― מאַכט ראַבטשיק. ― איר האָט מיך ניט דערקענט? איך בין דאָך ראַבטשיק!

― ראַבטשיק? ראַבטשיק?… אַ קענטלעכער נאָמען! ― מאַכן די קצבֿישע הינט און קאָנען זיך כּלומרשט נישט דערמאָנען װער דאָס איז.

― װאָס איז דאָס בײַ דיר פֿאַר אַ צײכן אױפֿן רוקן? ― פֿרעגט אים צוציק, אַ קלײן הינטל, און שפּרינגט אים גלײַך אין פּנים אַרײַן מיט גרױס עזות.

― מסתּמא אַ סימן, מע זאָל אים נישט פֿאַרבײַטן, אָדער אַזױ פֿון שײנקײט װעגן, װאָס פֿאַרשטײט איר נישט? ― רופֿט זיך אָן מיט אַ לצנות רודעק, אַ רױטער הונט מיט אַ מאָכנאַטער פֿעל.

― ס'אַ משל! ― ענטפֿערט אים סירקאָ, אַ גרױער הונט, אַן אַלטער בחור מיט אײן אײגל און מיט אַן אָפּגעשניטענעם אױער. ― אױף צײכנס פֿרעגט מיך; איך װעל אײַך זאָגן, װאָס דאָס איז. דאָס איז אַ צײכן פֿון מלחמות מיט אַנדערע הינט, מיט גאַנצע טיטשקעס…

― אַלע רײדן! ― רופֿט זיך אָן זשוק, אַ שװאַרצער הונט אָן אַ װײדל. ― אַמער, לאָזט ראַבטשיקן רײדן, װעט ער אַלײן דערצײלן.

און ראַבטשיק ציט זיך אױס אױף דער ערד און הײבט אָן צו דערצײלן די גאַנצע געשיכטע זײַנע, לאָזט נישט דורך קײן ברעקל. אַלע ליגן און הערן זיך צו, נאָר רודעק, דער רױטער, װאָס האָט ליב לצנות, שלאָגט אים איבער אַלע מינוט מיט אַ װערטל.

― רודעק, דו װעסט נישט אַנטשטומט װערן? ― מאַכט זשוק דער שװאַרצער, װאָס אָן דעם װײדל, און ציט אױס אַ לאַנגן גענעץ. ― דערצײל, דערצײל, ראַבטשיק! מיר האָבן ליב, אַז מע דערצײלט אונדז מעשׂיות נאָכן עסן…

און ראַבטשיק הערט נישט אױף צו דערצײלן זײַן טרױעריקע געשיכטע מיט אַן אומעטיקער שטימע, נאָר קײנער הערט אים נישט. צוציק רעדט שטילערהײט מיט סירקאָן. רודעק זאָגט װערטלעך, און זשוק כראָפּעט, װי צען סאָלדאַטן, כאַפּט זיך אױף אַלע מאָל און גענעצט און זאָגט:

― דערצײל, דערצײל, ראַבטשיק! מיר האָבן ליב, אַז מע דערצײלט אונדז מעשׂיות נאָכן עסן…

ט

גאַנץ פֿרי איז שױן ראַבטשיק געװען אױף די פֿיס. ער איז געשטאַנען פֿון דער װײַטן, באַטראַכט די קצבֿים מיט די העקערס, װי זײ האַקן פֿלײש. אָט הענגט אַ גאַנצער פּרײדיק )פֿאָדער־חלק( מיטן האַלדז אַראָפּ און דאָס בלוט רינט… דאָרט ליגט אַ זאָדעק )הינטער־חלק(, אַ מנה־יפֿה, פֿעט, מיט שמאַלץ באַװאַקסן… ראַבטשיק קוקט און שלינגט די שלײַם. די העקערס האַקן דאָס פֿלײש אױף שטיקלעך, טוען אַ װאָרף אַלע מאָל אַ שטיקל הױט, אַ שטיקל חלק, אָדער אַ בײנדל פֿאַר די הינט. און די הינט שפּרינגען צו און כאַפּן אונטער. ראַבטשיק באַטראַכט, װי די הינט קליגן זיך, שפּרינגען אונטער אַקוראַט דאָרט װוּ מע באַדאַרף, לאָזן נישט דורך קײן בײנדל. און איטלעכער הונט, בשעת ער באַקומט זײַן חלק, טרעט ער אָפּ אױף אַ זײַט, צעלײגט זיך מיט גרױסקײט און פּראַװעט די סעודה, קוקט זיך אַרום אַלע װײַלע אױף די איבעריקע הינט, װי אײנער רעדט:

― איר זעט אַ בײן? דאָס איז מײַנער אַ בײן, און איך עס אים…

די איבעריקע הינט מאַכן זיך װי זײ זעען נישט, און אינװײניק בײַ זיך טראַכטן זײ זיך:

― װערגן זאָלסטו זיך! אױסקרענקען זאָלסטו דאָס! אַ גאַנצן פֿרימאָרגן פֿרעסט ער און פֿרעסט, און מיר באַדאַרפֿן קוקן װי ער עסט, עסן זאָלן אים װערעם!…

און נאָך אײן הונט טראָגט אַ שטיק פֿעל און זוכט אַן אָרט אױף צו איבערבײַסן, אַז קײנער זאָל אים נישט זען: ער האָט מורא פֿאַר אַ גוט אױג…

און נאָך אַ הונט שטײט אַקעגן אַ בײזן קצבֿ, װאָס שמיצט זיך און שרײַט און שילט זיך מיט די איבעריקע קצבֿים. דער הונט דרײט מיטן װײדל און רופֿט זיך אָן צו די איבעריקע הינט מיט אַ חניפֿהלע:

― איר זעט אָט דעם קצבֿ? אַיאָ, זײ װײַזן אױס, דאַכט זיך, גאָר אַ בײזער? לאָם איך האָבן אַזאַ יאָר, װאָס פֿאַר אַ טײַערער מענטש זײ זײַנען! אײן דימענט אין דער װעלט! אַ גילדענער כאַראַקטער! זײ האָבן באמת רחמנות אױף אַ הונט; זײ זײַנען אַ „הינטן־פֿרײַנט“… אָט באַלד װעט איר זען, װי עס פֿליט אַ בײן מיט אַ שטיק פֿלײש ― האָפּ!

און ער טוט אַ שפּרונג אין דער לופֿטן און אַ קלאַפּ מיט די צײן. כּדי יענע זאָלן מײנען, אַז ער האָט דאָ געכאַפּט אַ גראָבס…

― בײדע זאַכן ― רופֿט זיך אָן אַ הונט מן־הצד ― אי אַ חנופֿהניק אַ שקרן, אי אַ באַרימער, דער רוח זאָל אים נעמען!…

און נאָך אַ הונט שטײט בײַם קלעצל, װאָס מע האַקט דערױף פֿלײש, און בשעת דער העקער קערט זיך אָפּ אױף אַ װײַלע, שפּרינגט דער הונט אַרױף אױפֿן קלעצל און לעקט מיט דער צונג. װערט אַ האַװקערײַ צװישן עטלעכע הינט: זײ מסרן אים פֿאַרן העקער און כאַפּן די ערד, אַז דער הונט דער גנבֿ האָט גענאַשט אַ שטיק פֿלײש, אַזאַ שטיק גאָלד זאָלן זײ האָבן! זײ זאָלן אַזױ זען פֿאַר זיך אַלדאָס גוטס, װי זײ האָבן אַלײן געזען מיט זײערע אױגן! אױב נישט, זאָלן זײ אײַננעמען אַ מיתה־משונה אױפֿן אָרט, זײ זאָלן זיך דערװערגן מיטן ערשטן בײנדל, זײ זאָלן נישט פֿאַרמאָגן די הערנער מיט די קאָפּיטעס פֿון די געקױלעטע שאָף!…

― פֿע, חלשות! סע שלאָגט צו דער גאַל! ― רופֿט זיך אָן אַן אַלטער הונט פֿון דער זײַט, װאָס װאָלט אַלײן אַ בעלן געװען עפּעס אַ לעק טאָן. און ראַבטשיק באַטראַכט זיך: װאָס װעט זײַן דער תּכלית, װאָס ער װעט דאָ שטײן און קוקן? אַלע הינט שפּרינגען און כאַפּן. װעט ער אױך טאָן דאָס, װאָס אַלע הינט טוען… און אײדער ער קוקט זיך אַרום, האַלט מען אים שױן בײַם גאָרגל און מע רײַסט אים, עטלעכע הינט מיטאַמאָל, און מע בײַסט אים סאַמע אין יענעם אָרט, װוּ עס טוט װײ…

ראַבטשיק לאָזט אַראָפּ דעם װײדל, פֿאַרקלײַבט זיך אין אַ װינקל, ציט אױס די מאָרדע און הײבט אָן װױען.

― װאָס װײנסטו? ― מאַכט צו אים זשוק און באַלעקט זיך נאָכן אָנבײַסן.

― װיִאַזױ זאָל איך ניט װײנען? ― זאָגט ראַבטשיק. ― איך בין דער אומגליקלעכסטער פֿון אַלע הינט אױף דער װעלט! איך האָב געמײנט אַז דאָ, צװישן אײגענע, װעל איך כאָטש עפּעס כאַפּן. גלײב מיר, איך װאָלט נישט געקראָכן; נאָר איך בין טױט־הונגעריק, עס גײט אױס דאָס חיות!

― איך גלײב דיר. ― מאַכט צו אים זשוק מיט אַ זיפֿץ. ― איך פֿאַרשטײ װאָס הײסט הונגער. ― איך גײ אַרײַן אין דײַן טרױעריקער לאַגע. נאָר איך קאָן דיר גאָר נישט העלפֿן. דאָ איז שױן אַזױ אײַנגעפֿירט. אַז יעדער קצבֿ האָט זיך זײַן הונט, און יעדער הונט האָט זיך זײַן קצבֿ

― איז טאַקע רעכט אַזױ? ― זאָגט ראַבטשיק. ― װוּ איז יושר? װוּ איז הינטלעכקײט? סטײַטש, אַ הונט זאָל צװישן הינט פֿאַרפֿאַלן װערן?! אַ הונגעריקער צװישן זאַטע זאָל אױסגײן פֿון הונגער?!

― איך קאָן דיר העלפֿן נאָר מיט אַ זיפֿץ. ― זאָגט זשוק, גענעצט גאַנץ געשמאַק און כאַפּט אַ דרעמל נאָכן אָנבײַסן.

― אַז ס'איז יאָ אַזױ, ― מאַכט ראַבטשיק און נעמט זיך אָן מיט האַרץ ― װעל איך גײן גלײַך צו די קצבֿים; אפֿשר װעל איך מיר אױסהאַװקען אַ קצבֿ…

― געזונטערהײט! ― זאָגט זשוק. ― אַבי דו זאָלסט ניט גײן צו מײַן קצבֿ, װאָרעם אַז דו װעסט גײן צו מײַן קצבֿ, װעל איך דיר מאַכן אָן אַ װײדל, אַזױ װי איך, דו זעסט, צי נײן?

י

און ראַבטשיק איז אַװעק גלײַך צו די קצבֿים, דורכגעלאָזט, אױסגעפֿעלט אַלע הינט און האָט זיך אָנגעהױבן צושמײכלען צו די העקערס, שפּרינגען אין פּנים אַרײַן און דרײען מיטן װײדל. נאָר צום שלימזל שלעפּט זיך. אײנער אַ העקער, אַ געזונטער יונג מיט ברײטע פּלײצעס, האָט אױף קאַטאָװעס, אַ פּנים אים אַ װאָרף געטאָן אַ האַק ― אַ גליק, װאָס ראַבטשיק קאָן שפּרינגען, אַניט, װאָלט ער צעהאַקט געװאָרן אױף צװײען.

― דו טאַנצסט דאָך גאָר נישקשהדיק! ― מאַכט צו אים רודעק מיט אַ לצנות. ― אַ סך שענער פֿון אונדזער צוציקן. צוציק! קום אַהער, װעסטו זען, װי מע טאַנצט!…

צוציק קומט צו לױפֿן און שפּרינגט ראַבטשיק גלײַך אין פּנים אַרײַן. ראַבטשיק קאָן דאָס שױן מער ניט איבערטראָגן. ער כאַפּט אָן צוציקן מיט די צײן, לײגט אים אַנידער, בײַסט אים אין בײַכל אַרײַן. ער לאָזט אױס צו אים זײַן גאַנץ ביטער האַרץ, און כאַפּט די פֿיס אױף די פּלײצעס און מאַכט אַ ױבֿרח. ער פֿאַרקלײַבט זיך אײנער אַלײן אין פֿעלד, ציט זיך אױס אין מיטן טראַקט, באַהאַלט פֿאַר דאָסאַדע און פֿאַר בזיון די מאָרדע צװישן די לאַפּעס און װיל נישט אָנקוקן די ליכטיקע שײַן. עס אַרט אים אַפֿילו ניט, װאָס די פֿליגן האָבן אים באַפֿאַלן און בײַסן אים; לאָזן זײ בײַסן, לאָזן זײ רײַסן. סײַ־װי־סײַ אין דער ערד מיטן קאָפּ!…

― עק װעלט! ― טראַכט זיך ראַבטשיק. ― אַ הונט זאָל נישט קאָנען צװישן הינט, צװישן אײגענע , איבערלעבן אַ טאָג אַפֿילו, ― מעג זיך שױן איבערקערן די גאַנצע װעלט!…

געשריבן אין יאָר 1901

מתושלח (אַ ייִדיש פֿערדל)

א

מתושלח ― אַזױ האָט מען אים אַ נאָמען געגעבן אין כּתרילעװקע דערפֿאַר, װאָס ער איז געװען אָנגעשטאָפּט מיט יאָרן, נישט געהאַט שױן קײן אײן צאָן אין מױל, אַ חוץ צװײ־דרײַ פּענקעס, װאָס מיט זײ פֿלעגט ער קױם מיט צרות קײַען ― אַבי ס'איז נאָר געװען װאָס. אַ הױכער, אַ מאָגערער, מיט אַן אָפּגעבאַרעטער פֿעל, מיט אַ צעהרגעטן רוקן, קאַליע אױגן, אױף אײנעם אַ בעלמע, דאָס אַנדערע רױטלעך. אױסגעקנעכלטע פֿיס, שפּיציקע קליבעס, אײַנגעפֿאַלענע זײַטן, די אונטערשטע ליפּ אַביסל אַראָפּגעלאָזט, װי פֿאַרװײנט, דער װײדל אַן אױסגעפֿליקטער ― אָט האָט איר זײַן פּאָרטרעט. און געדינט האָט ער אױף די עלטערע יאָרן אין כּתרילעװקע בײַ כּתריאל דעם װאַסער־פֿירער בײַם פֿעסל פֿאַר אַ פֿערדל.

בטבֿע איז מתושלח געװען אַ רויִקער, אַ האָרעפּאַשנער, נאָר אַן אױסגעהאָרעװעטער נעבעך. אָנגעטיאָפּקעט זיך דעם גאַנצן טאָג אין דער כּתרילעװקער לײמיקער בלאָטע און פֿאַרזאָרגט די שטאָט אױף אַ גאַנץ מעת־לעת מיט װאַסער, איז ער געװען צופֿרידן, אַז מע האָט אים אױסגעשפּאַנט פֿונעם פֿעסל, אונטערגעװאָרפֿן אַביסל שטרױ און פֿאַרביסן מיט אַ פּאָמעניצע, װאָס כּתרילעכע האָט אים אונטערגעטראָגן מיט אַזאַ פּנים, װי מע טראָגט אַ שטײגער אונטער זײער אַן אָנגעלײגטן גאַסט אַ פּאַלומעסיק מיט פֿיש, אָדער אַ שיסל מיט װאַרעניקעס. אױף דער דאָזיקער פּאָמעניצע פֿלעגט מתושלח אַרױסקוקן װי אױף עפּעס רעכטס, מחמת