מעשׂיות פֿאַר ייִדישע קינדער: דער זײגער

שלום עליכם

פֿון www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish/sholemAleykhem/contents.html

                           ד ע ר  זײגער
                                אַ מעשׂה

דער זײגער האָט אױסגעשלאָגן דרײַצן ...

מײנט נישט, אַז איך שפּאַס. איך דערצײל אײַך גאַנץ ערנסט אַ מעשׂה, װאָס האָט זיך פֿאַרלאָפֿן אין כּתרילעװקע, באַ אונדז אין שטוב טאַקע, און װאָס איך אַלײן בין דערבײַ געװעזן.

מיר האָבן געהאַט אַ זײגער, אַ װאַנט־זײגער, אַן אַלטן ירושה־זײ־גער פֿון דעם זײדן נאָך, װאָס דער זײדע האָט אים געהאַט פֿונעם עלטער־זײדן, עטלעכע דורות כּסדר, נאָך פֿון פֿאַר כמעלניצקיס צײַטן. אַן עבֿירה, כלעבן, װאָס אַ זײגער איז ניט קײן לעבעדיקע זאַך, אַ שטומע צונג און קאָן נישט רײדן: ער װאָלט דאָס געהאַט צו דערצײלן און צו דערצײלן!.... אין שטאָט האָט אונדזער זײגער געהאַט אַ שם פֿאַרן ערשטן זײגער, „רב נחומס זײגער“. מענטשן פֿלעגן קומען אָנשטעלן אַף אים זײערע זײגערס, װאָרעם זײַן גאַנג איז געװען דער אמתער, ריכטיקער גאַנג. איר קאָנט פֿאַרשטײן, אַז אַפֿילו ר ב לײביש חקרן , אַ ייִד אַ פֿילוסוף, װאָס איז געװען קלאָר אין „שקיעת־החמה“ פֿון דער זון אַלײן און איז געװען קלאָר אין דעם לוח אַף אױסװײניק, ― האָט ער אַלײן געזאָגט (איך האָב דאָס געהערט פֿון זײַן מױל), אַז אונדזער זײגער איז ... אַפֿילו קעגן זײַן זײגערל אַ גרױסע שמאַטע, נישט װערט קײן שמעק־טאַבעקע, נאָר װעדליק ס'איז פֿאַראַן זײגערס, איז אונדזער זײגער אַ זײגער... און אַז רב לײביש חקרן אַלײן האָט געזאָגט, האָט מען געמעגט שטעלן אַף זײַנע רײד, װאָרעם רב לײביש האָט זיך ניט געפֿױלט אַלע מיטװאָך פֿאַרנאַכט, בין מינחה למעריבֿ, אַרױפֿקלעטערן פֿון אױבן אַף דער װײַבערשער שול, אָדער אַפֿן שפּיץ־באַרג, װאָס נעבן אַלטן בית־המדרש, און גוט נאָכקוקן, כאַפּן די מינוט, װען די זון זעצט זיך. אין אײן האַנט האָט ער געהאַלטן זײַן זײגערל, אין דער אַנדערער האַנט ― דעם לוח, און בשעת די זון האָט זיך אַראָפּגעלאָזט אַף יענער זײַט כּתרילעװקע, האָט רב לײביש געמאַכט צו זיך אַלײן: „געכאַפּט!“ אָפֿטלעך פֿלעגט ער קומען צו אונדז אױסגלײַכן זיך מיט די זײגערס. אַרײַנגעקומען צו אונדז אָן אַ גוטן אָװנט, האָט ער נאָר אַ קוק געטאָן אַף אונדזער װאַנטזײגער, אַף זײַן זײגערל און אַפֿן לוח, נאָכדעם װידעראַמאָל אַף אונדזער װאַנטזײגער, אַף זײַן זײגערל און אַפֿן לוח, עטלעכע מאָל ― און נישטאָ מיך.

נאָר אײן מאָל האָט זיך געטראָפֿן, אַז רב לײביש איז אַרײַנגעקומען צי אונדז אױסגלײַכן די זײגערס מיטן לוח, האָט ער געמאַכט אַ גװאַלד:

― נ־חום! גיכער! װוּ ביסטו?

דער טאַטע, נישט טױט נישט לעבעדיק, קומט צו לױפֿן.

― האַ, װאָס איז געשען, רב לײביש?

― רוצח, דו פֿרעגסט נאָך? ― מאַכט צו אים רב לײביש און טראָגט אים אונטער זײַן זײגערל גלײַך אונטער דער נאָז און טוט אים אַ װײַז אַף אונדזער װאַנטזײגער און שרײַט אױס מיט אַזאַ קול, װי אַ מענטש, װאָס מע האָט אים אָנגעטראָטן סאַמע אַפֿן קראַנקן פֿינגער:

― נ־חום! װאָס שװײַגסטו? סטײַטש, ער לױפֿט דאָך אַף אָנדערהאַלבן מינוט, אַף אָנ־דערהאַלבן מינוט! װאַרף אים אַרױס!!! (דאָס לעצטע װאָרט קװעטשט ער שטאַרק. װי פֿונעם שמע־ישׂראל דעם „אחד“).

דעם טאַטן פֿאַרדריסט די מעשׂה. װאָס הײסט, מע הײסט אים אַרױסװאַרפֿן דעם זײגער?!

― פֿונװאַנען ― זאָגט ער ― איז געדרונגען, רב לײביש, אַז מײַן זײגער לויפֿט אַף אָנדערהאַלבן מינוט? טאָמער װאָלטן מיר געלערנט דעם אײגענעם פּשט פֿאַרקערט, אַז אײַער זײגער גײט אײַנגע ־ ה אַלטן אַף אָנדערהאַלבן מינוט? אַ קשיה אַף אַ מעשׂה?

רב לײביש טוט אַ קוק אַפֿן טאַטן מיט אַזעלכע אױגן, װי אַף אַ מענטשן, װאָס האָט נאָר־װאָס געזאָגט, אַז עס קאָן געמאָלט זײַן דרײַ טאָג ראָש־חדש, אָדער ס'איז מעגלעך, אַז שבֿעה־עשׂר־בתּמוז זאָל פֿאַלן אום ערבֿ פּסח, אָדער כּדומה אַזעלכע משונה־װילדע געדאַנקען, װאָס אַז מע זאָל װעלן זיך צולאָזן צום האַרצן, קאָן מען דעם שלאַק באַקומען!.. רב לײביש ענטפֿערט נישט דאָס אַנדערע װאָרט. ער טוט אַ טיפֿן זיפֿץ, דרײט זיך אױס אָן אַ זײַ־געזונט, טוט אַ זעץ מיט דער טיר און ― נישטאָ מיך! נאָר עס מאַכט נישט אױס; רב לײבישן קען די גאַנצע שטאָט, אַז ער איז אַזאַ ייִד, װאָס אים געפֿעלט נישט קײן זאַך אַף דער װעלט. אַפֿן בעסטן חזן װעט ער אײַך זאָגן, אַז ער איז אַ קאַטשאַן, אַ שײט־האָלץ, אַפֿן קליגסטן מענטשן ― אַז ער איז אַ בהמה בצורת פֿערד, אַפֿן שענסטן שידוך, אַז ס'איז קרום, װי אַ קאָטשערע, און אַפֿן גלײַכסטן משל, אַז עס קלעפּט זיך, װי אַן אַרבעס צום װאַנט. אָט אַזאַ ייִד איז זיך געװען רב לײביש חקרן. נאָר איך קער מיך אום צוריק צו אונדזער זײגער. דאָס איז שױן געװען, זאָג איך אײַך, אײנמאָל אַ זײגער! זײַן קלינגען האָט מען געהערט אין דער דריטער שטוב: באָם!... באָם! ... באָם! ... אַף זײַן קלינגען האָט כּמעט אַ האַלבע שטאָט געלעבט: אָפּגעריכט חצות, אױפֿגעשטאַנען צו סליחות, פֿרײַטיק צו דער חלה, ערבֿ שבת געבענטשט ליכט, שבת־צו־נאַכטס אָנגעצונדן פֿײַער, געזאַלצן פֿלײש וכּדומה נאָך אַזעלכע זאַכן, װאָס זײַנען שײך צו ייִדישקײט. הכּלל, אונדזער זײגער איז געװען אַ שטאָט־זײגער. ער האָט נעבעך געדינט זײער, זײער געטרײַ, ער האָט זיך קײנמאָל נישט געפּרוּװט שטעלן אַפֿילו אַף אַ מעת־לעת. ער האָט אַף זײַן לעבן נישט פֿאַרזוכט דעם טעם, װאָס הײסט אַ זײגערמאַכער. דער טאַטע איז אַלײן געװען איבער אים דער מײַסטער. (ער האָט געהאַט אַ „ידיעה אינעם שׂכל הזײגערמאַכערײַ“). אַלע ערבֿ פּסח האָט ער אים פּאַװאָלינקע אַראָפּגענומען פֿון דער װאַנט, דורכגערײניקט די געדערעם מיט אַ פֿלעדערװיש, אַרױסגענומען פֿון אינעװײניק אַ פּאַק שפּינװעבס מיט געממיתטע פֿליגן, װאָס שפּינען האָבן אַהינצו פֿאַרנאַרט, פֿאַרפּלאָנטערט און אָפּגעריסן די קעפּלעך, מיט טױטע טאַראַקאַנעס און נעסטלעך, װאָס האָבן אַלײן פֿאַרבלאָנדזשעט אַהין און געהאַט דאָרטן אַ מיתה משונה... אױסגערײניקט און אױסגעפּוצט, האָט ער אים אױפֿגעהאַנגען צוריק אַף דער װאַנט, און ער האָט געשײַנט. דאָס הײסט, זײ האָבן בײדע געשײַנט: דער זײגער האָט געשײַנט דורך דעם, װאָס מע האָט אים אױסגעצװאָגן און אױסגעפּוצט, און דער טאַטע האָט געשײַנט, װאָס דער זײגער שײַנט.

ױהי היום, האָט זיך געטראָפֿן אַ מעשׂה. דאָס איז געװען אײנמאָל אין אַ שײנעם נישט קײן כמאַרנעם טאָג, מיר זײַנען אַלע געזעסן באַם טיש און געגעסן אָנבײַסן. איטלעכס מאָל װען דער זײגער האָט געשלאָגן, האָב איך ליב געהאַט צו צײלן און דװקא אַף אַ קול:

― אײנס... צװײ... דרײַ... זיבן... עלף... צװעלף... דרײַצן... אױ, דרײַצן!!

― דרײַצן? ― רופֿט זיך אָן דער טאַטע און צעלאַכט זיך. ― ביסט אַ שײנער בעל־חשבון, קײן עין הרע ניט! האָסט אַמאָל געהערט זײגער דרײַצן?

― דרײַצן, ― זאָג איך ― װי איך בין אַ ייִד, אַז דרײַצן!

― דרײַצן פּעטש װעסטו פֿון מיר כאַפּן! ― מאַכט דער טאַטע צו מיר מיט כּעס. ― זאָלסט דאָס אַנדערע מאָל נישט איבערחזרן אַזאַ נאַרישקײט. גױ, אַ זײגער קאָן נישט שלאָגן קײן דרײַצן!

― װײסט װאָס איך װעל דיר דערצײלן, נחום? ― מישט זיך אַרײַן די מאַמע אינמיטן. ― איך האָב מורא, אַז דאָס קינד איז גערעכט. מיר דאַכט, אַז איך האָב אױך איבערגעצײלט דרײַצן!

― שױן, אָט האָסטו דיר די אַנדערע טעג יום־טובֿ! ― מאַכט דער טאַטע, און עס װײַזט אױס, אַז ער אַלײן פֿאַלט אױך אַרײַן אין אַ שטיקל ספֿק. נאָכן עסן גײט ער צו צום זײגער, שטעלט זיך אַף אַ בענקל, טוט אַ פּאָרקע אינעװײניק עפּעס אַ רעדל און דער זײגער הײבט אָן צו קלינגען. מיר אַלע זאַלבעדריט צײלן, שאָקלען־צו בשעת מעשׂה מיטן קאָפּ נאָך יעדן קלונג: „אײנס... צװײ... דרײַ... זיבן... נײַן... צװעלף... דרײַצן“...

― דרײַצן?! ― זאָגט דער טאַטע און קוקט אַף אונדז בײדן מיט אַזעלכע אױגן, װי באַ אַ מענטשן, װאָס זאָל דערהערן פּלוצים, אַז די װאַנט האָט באַקומען לשון און רעדט װערטער. ער טוט נאָכאַמאָל אַ פּאָרקע דאָס רעדל, און דער זײגער קלינגט װידעראַמאָל דרײַצן! דער טאַטע קריכט אַראָפּ פֿונעם בענקל מיט אַ זיפֿץ, בלאַס װי די װאַנט, און בלײַבט שטײן אין מיטן שטוב, קוקט אַף דער סטעליע. קײַט די באָרד און רעדט צו זיך אַלײן:

― געשלאָגן דרײַצן... װאָס הײסט דאָס?... װאָס זאָל דאָס באַדײַטן?... ער זאָל זײַן קאַליע, װאָלט ער זיך געשטעלט... אלא װאָס דען? מוז איר לערנען דעם פּשט און זאָגן: אַ שפּריזינקעלע?...

― דאַרפֿסטו חקירהן „אַ שפּריזינקעלע?“ ― זאָגט אים די מאַמע. ― אַמער, נעמט מען אַראָפּ דעם זײגער און מע מאַכט אים צורעכט, ביסט דאָך עפּעס אַ מײַסטער!

― שאַ, אפֿשר ביסטו אױך גערעכט ― ענטפֿערט איר דער טאַטע און נעמט אַראָפּ דעם זײגער און פּאָרעט זיך מיט אים. ער שװיצט, האָ־רעװעט־אָפּ אַ גאַנצן טאָג און הענגט אים אױף צוריק אַף זײַן אָרט ― דאַנקען גאָט, דער זײגער גײט װוּ עס געהער צו זײַן. און אַז עס קומט אַרום האַלבע נאַכט, שטײען מיר שױן אַלע אַרום אים און צײלן אָפּ צװעלף. דער טאַטע קװעלט.

― האַ? קלינגט שױן ניט קײן דרײַצן? אַז איך זאָג אַ „שפּרינזינקעלע“ ― װײס איך װאָס איך זאָג!

― איך זאָג שױן לאַנג, אַז דו ביסט אַ בריה. ― מאַכט צו אים די מאַמע. ― איך פֿאַרשטײ נאָר ניט אײן זאַך: למאַי כריפּעט ער? ער פֿלעגט דאַכט מיר, קײנמאָל נישט כריפּען, װי ער כריפּעט.

― עס װײַזט זיך דיר אױס! ― זאָגט דער טאַטע און הערט זיך צו, װי דער זײגער כריפּעט בשעת עס קומט צום קלונגען. װי אַן אַלטער מאַן, אײדער ער באַדאַרף זיך אױסהוסטן, מאַכט דער „כיל־כיל־כיל־טרררר“... און ערשט נאָכדעם: „באָם! ... באָם!... באָם! ... און אַפֿילו דער „באָם“ אַלײן איז שױן אױך גאָר נישט דער „באָם“, װאָס פֿריִער; דער פֿריִערדיקער „באָם“ איז געװען אַ פֿרײלעכער „באָם“, אַ לעבעדיקער, און איצט האָט זיך אַרײַנגעגנבֿעט אין אים עפּעס אַ מין אַומעטיקײט, אַ טרױעריקײט, װי אין דער שטימע פֿון אַן אַלטן, אױסגעדינטן חזן יום־כּפּור צו נעילה... װאָס װײַטער װערט דאָס כריפּען גרעסער און דאָס קלינגען שטילער און אומעטיקער, און דער טאַטע װערט מרהשחורהדיקער; מע זעט, אַז עס קרענקט אים, ער האָט דערפֿון שטילע יסורים, עס עקט זיך אים דאָס חיות, און ער קאָן דערצו גאָרניט העלפֿן. עס דאַכט זיך, אַז אָט־אָט װעט זיך דער זײגער גאָר אינגאַנצן אַנידערשטעלן. דער אומרו הײבט־אָן צו מאַכן עפּעס מיאוסע תּנועות, שיטערע גענג. ער הױדעט זיך אין אַ זײַט. פֿאַרטשעפּעט זיך אַלעמאָל, װי אַן אַלטער מאַן, װאָס סע שלעפּט זיך אים נאָך אַ פֿוס. מע זעט, אַז דער זײגער פֿאַרקאַטשעט זיך אַנידערשטעלן אַף תּמיד, אַף אײביק! אַ גליק, װאָס דער טאַטע קוקט זיך אַרום באַצײַטנס און פֿאַרשטײט, אַז דער זײגער איז דאָ נעבעך גאָט די נשמה שולדיק; שולדיק איז די װאָג ― װינציק װאָג! און ער טשעפּעט־צו צו דער װאָג דאָס אײבערשטע פֿונעם שטױסל (אַ משׂא פֿון אַ פּאָר פֿונט). דער זײגער גײט אַװעק װי אַ מזמור, און דער טאַטע װערט פֿרײלעך, אַ נײַער מענטש!

נישט לאַנג געדױערט דאָס אָבער: דער זײגער הײבט װידער אָן אונטערפֿױלן זיך, דער אומרו הײבט װידער אָן צו מאַכן משוגענע העװיות: אַ הױדע אין אײן זײַט פּאַװאָלע, אין דער אַנדערער זײַט גיך, מיט אַ קרעל ― „קכי“. עס קרעלט באַ דער נשמה, עס שלאָגט צום האַרצן! אַ גאָטס רחמנות צו זען, װי דער זײגער גוססט. און דער טאַטע, אַף אים קוקנדיק, צאַנקט, גײט־אױס פֿאַר יסורים, װערט אױס מענטש.

װי אַ גוטער דאָקטער אַ מומחה. װאָס איז מפֿקיר פֿונעם חולה װעגן, װענדט־אָן אַלע כּוחות, טראַכט־צו װוּ ס'איז פֿאַראַן אַ מיטל אַף דער װעלט, כּדי צו ראַטעװען דעם קראַנקן, נישט לאָזן אים שטאַרבן, אַזױ האָט זיך דער טאַטע גענומען ראַטעװען דעם אַלטן זײגער מיט אַלע מעגלעכקײטן.

― װינציק װאָג, װינציק חיות! ― זאָגט דער טאַטע און הענגט־אָן אַף דער װאָג אַלע מאָל נאָך און נאָך משׂא: פֿריִער אַן אײַזערנע סקאָװרעדע, נאָכדעם אַ קופּערנע קװאָרט, שפּעטער אַ פּרעסל אַן אײַזערנס, אַ זעקעלע זאַמד, אַ פּאָר ציגל, ― דער זײגער ציט דערפֿון אַלע מאָל פֿריש חיות און גײט, מיט צרות טאַקע, מיט אַנגסטן, נאָר ער גײט. ביז עס האָט זיך געטראָפֿן אײנמאָל באַנאַכט אַ גרױסער אומגליק.

דאָס איז געװען אום װינטער, פֿרײַטיק־צו־נאַכטס. מיר האָבן אָפּגעגעסן די שבתדיקע װעטשערע. די געשמאַקע געפֿעפֿערטע פֿיש מיט כרײן, די הײסע יױך מיט לאָקשן, דעם פֿלױמענצימעס, און אָפּגעבענטשט, װי עס געהער צו זײַן. די שבתדיקע בענטשליכט האָבן נאָך געצאַנקט. די דינסט האָט דערלאַנגט פֿונעם אױװן פֿרישע, װאַרעמע, גוט אױסגעטריקנטע סעמעטשקעס און עס קומט אַרײַן די מומע יענטע, אַ שװאַרץ־חנעװדיק װײַבל אָן צײן, װאָס דער מאַן האָט זי אַװעקגעװאָרפֿן און אַװעקגעלאָזט זיך קײן אַמעריקע שױן עטלעכע יאָר.

― גוט שבת! ― זאָגט די מומע יענטע. ― איך האָב געװוּסט, אַז ס'איז באַ אײַך דאָ פֿרישע סעמעטשקעס; דער חסרון, װאָס ס'איז נישטאָ מיט װאָס צו קנאַקן, נישט מער זאָל מײַן שלים־מזל לעבן, װיפֿל איך האָב צײן אין מױל ... װי געפֿעלט דיר, מלכּה, די הײַנטיקע פֿיש, װאָס ס'האָט זיך אָפּגעטאָן באַ זײ? איך פֿרעג אים, מנשה דעם פֿיליער, װאָס אַזאַ יקרות אַף אײַך? שפּרינגט אונטער שׂרה־פּערל די נגידית: „גיט מיר גיכער, גיט מיר, װעגט מיר אָפּ אָט דאָס העכטל!“ „װאָס אַזאַ היץ אַף אײַך, זאָג איך, גאָט איז מיט אײַך, דער טײַך ברענט ניט, און מנשה װעט צוריק די פֿיש נישט פֿירן; באַ די נגידים, זאָג איך, איז, אַפּנים, געלט װאָלװל און שׂכל טײַער?“ ... גײט זי דאָך מסתּמא און עפֿנט אַף מיר אַ מױל: „קבצנים, זאָגט זי, האָבן דאָ נישט װאָס צו טאָן... אַן אָרעמאַן, זאָגט זי, טאָר זיך נישט גלוסטן“... װאָס זאָגסטו אַף אַזאַ הולטײַקע? לאַנג איז זי געשטאַנען מײדלװײַז מיט איר מאַמע אין מאַרק באַם טישל און פֿאַרקױפֿט סטענגעלעך?... פּונקט אַזױ װי פּעסל־פּײסע־אַבֿרהמס נעמט זיך איבער מיט איר טאָכטער, װאָס זי האָט חתונה געהאַט פֿאַר אַ גבֿיר פֿון סטריטש. זי גענומען װי זי שטײט און גײט... ייִדישע גליקן ― מע זאָגט, זי װערט פֿאַרשװאַרצט. קײן עין הרע, אַף אירע יאָר און טעג, קאָן נישט הױזן מיט די קינדער... װאָס־זשע, ס'איז גוט צו זײַן אַ שטיפֿמאַמע? מע זאָל גאָר באַהיט װערן! אָט נעמט חװהלען ― דאַכט זיך, װאָס האָט מען צו איר? זאָלט איר זען, װאָס זי האָט פֿון שטיפֿקינדער! טאָג װי נאַכט רעדט מען קולות, מע שטעלט זיך פֿײַגן, פּיטש־פּאַטש, דרײַ שלײערס אַ גראָשן...

די ליכט הײבן אָן אױסגײן. דער שאָטן אַף די װענט קלעטערט, דראַפּעט זיך העכער און העכער. די סעמעטשקעס טרישטשען, דער עולם שמועסט, דערצײלט מעשׂיות. גלאַט אַזױ אין דער װעלט אַרײַן, אײנע צו דער אַנדערער געהער זיך ניט אָן. נאָר מער פֿון אַלע רעדט די מומע יענטע.

― שאַ! ― רופֿט זיך אָן די מומע יענטע. ― למאַי אָט האָט זיך ניט לאַנג געטראָפֿן נאָך אַ שענערע מעשׂה? ניט װײַט פֿון יאַמפּעלע, אַ װערסט דרײַ, זײַנען גזלנים באַפֿאַלן אַ ייִדישע קרעטשמע, אױסגעקױלעט אַ גאַנצע שטוב מיט מענטשן, אַ פּיצעלע קינד אין װיגעלע אױך געקױלעט, איבערגעלאָזט נאָר אײן דינסטמײדל, װאָס איז געשלאָפֿן אין קיך אַפֿן אױװן; זי האָט דערהערט, מע שרײַט, איז זי אַראָפּגעשפּרונגען, דאָס דינסטמײדל, פֿונעם אױװן, זי טוט אַ קוק דורך דער שפּאַרונע פֿון דער טיר, זעט זי, דאָס דינסטמײדל, עס ליגט אַף דער ערד דער בעל־הבית מיט דער בעל־הביתטע געקױלעטע, און בלוט אַ גאַנצער טײַך. איז זי זיך מײשבֿ, דאָס דינסטמײדל, און שפּרינגט אַרױס דורך אַ פֿענצטער, און לױפֿט אַװעק גלײַך אין שטאָט אַרײַן מיט אַ גװאַלד: „ייִדישע קינדער, ראַטעװעט, גװאַלד, גװאַלד, גװאַלד!!!''...

פּלוצים, אַזױ װי די מומע יענטע גװאַלדעװעט דאָ, הערן מיר: טררראַך ― טאַרראַרראַך ― באָם ― דזין ― דזין ― באָם!... פֿאַרטיפֿט אין דער מעשׂה, האָבן מיר נאָך געמײנט, אַז גזלנים זײַנען אָנגעפֿאַלן אַף אונדזער שטוב און האָבן אױסגעשאָסן פֿון צען האַרמאַטן, אָדער ס'איז אײַנגעפֿאַלן דער דאַך, אָדער ס'איז ערד־ציטערניש, אָדער אַזױ עפּעס אַן אומגליק איז געשען. מיר האָבן זיך נישט געקאָנט רירן פֿון די ערטער. אַ מינוט האָבן מיר געקוקט אײנס אַף דאָס אַנדערע אָן װערטער, און אַלע מיטאַמאָל האָבן מיר אָנגעהױבן צו שרײַען: גװאַלד! גװאַלד! גװאַלד! ― פֿון גרױס אימפּעט כאַפּט מיך די מאַמע אַרום. קװעטשט מיך צו צום האַרצן און שרײַט:

― מײַן קינד, מיר זאָל זײַן פֿאַר דיר, װײ איז מיר!

― האַ? װאָס? װאָס איז אים? װאָס איז געשען? ― שרײַט דער טאַטע.

― גאָרניט, גאָרנישט! שאַ! שאַ! ― שרײַט די מומע יענטע און מאַכט מיט די הענט, און דאָס דינסטמײדל לױפֿט אַרײַן פֿון קיך אַ טױטע.

― װער שרײַט דאָ? װאָס איז? עס ברענט? װוּ ברענט? װוּ?

― װער ברענט? װאָס ברענט? ברענען זאָלסטו אַפֿן פֿײַער, דו מױד אײנע, פֿאַרברענט און פֿאַרשׂרפֿעט זאָלסטו װערן! ― שרײַט די מומע יענטע אַפֿן דינסטמײדל. ― אָט איז זי אױך דאָ, טאָמער איז קאַרג! נאַ דיר גאָר סע ברענט! אין דער ערד אַרײַן, צו אַלדי שװאַרצע יאָר! האָסטו געהערט אַן אַנטיק! װאָס שרײַט איר. װעלכע גוטע יאָר? װאָס גװאַלדעװעט איר? טפֿו אַף מײַנע שׂונאימס קעפּ! מע האָט זיך דאָס אַביסל איבערגעשראָקן, טאָמער װײסט איר װאָס? פֿאַר אַ קלאַפּ! ניטאָ װער ס'זאָל לאַכן! גאָט איז מיט אײַך, דאָס איז דער זײגער, דער זײגער אַראָפּגעפֿאַלן, הײַנט װײסט איר שױן? מע האָט אָנגעהאַנגען אַפֿן זײגער כּל מאַמינים שהוא, דרײַ פּוד משׂא, איז ער אַראָפּגעפֿאַלן. װאָס איז דאָס חידוש? להבֿדיל, אַ מענטש װאָלט אױך ניט בעסער געװען! האָסטו געהערט אַביסל!...

ערשט דעמאָלט קומען מיר צו זיך. אױפֿגעשטאַנען אײנציקװײַז פֿונעם טיש, גײען מיר צו צום זײגער און באַטראַכטן אים, װי ער ליגט נעבעך מיטן פּנים אַראָפּ, אַ דערהרגעטער, אַ צעבראָכענער, אַ צעשאָטענער, אַ סקאַליטשעטער אַף אײביק!

― אױס זײגער! ― מאַכט דער טאַטע, טױט װי די װאַנט, אַראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ, װי בשעת מע גײט־צו צו אַ מת, צו אַ בר־מינן. ער ברעכט די הענט, און טרערן שטײען אים אין די אױגן. איך קוק אַפֿן טאַטן, עס גלוסט זיך מיר װײנען.

― שאַ, זע נאָר, װאָס דאַרף מען זיך אַזױ אָפּעסן דאָס האַרץ? ― זאָגט די מאַמע. ― מסתּמא אַזױ באַשערט, אָנגעצײכנט מן השמים, אַז הײַנט אין דער דאָזיקער מינוט, באַדאַרף זײַן דער סוף זײַנער, װי להבֿדיל אַ מענטש, גאָט זאָל ניט שטראָפֿן פֿאַר די רײד! אַ כּפּרה, ניט אום שבת דערמאָנענדיק, פֿאַר מיר, פֿאַר דיר, פֿאַר אונדזערע קינדער, פֿאַר אַלע אונדזערע ליבע און געטרײַע, און פֿאַר כּל ישׂראל, אָמן סלה...

――――――

אַ גאַנצע נאַכט נאָכדעם האָבן זיך מיר געפּלאָנטערט זײגערס. עס האָט זיך מיר פֿאָרגעשטעלט: אונדזער אַלטער זײגער ליגט אַף דער ערד, אָנגעטאָן אין װײַסע תּכריכים. עס האָט זיך מיר פֿאָרגעשטעלט, אַז דער זײגער לעבט, נאָר אַפֿן אָרט פֿונעם אומרו װאַרפֿט זיך הין און צוריק אַ לאַנגע צונג, אַ צונג פֿון אַ מענטשן, און דער זײגער קלינגט ניט, נאָר ער קרעכצט. און איטלעכער קרעכץ נעמט באַ מיר צו אַ שטיק געזונט... און אַפֿן ציפֿערבלאַט, דאָרט װוּ איך בין געװױנט צו זען תּמיד דעם 12, דערזע איר מיטאַמאָל אַ ציפֿער 13, טאַקע דרײַצן ― איר מעגט מיר גלײבן אַף נאמנות! ...

                                          געשריבן אין יאָר 1900

                                  ראַבטשיק
                              (אַ ייִדישער הונט)

א.

ראַבטשיק איז געװען אַ הונט אַ װײַסער מיט פֿלעקן, נישט קײן גרױסער, אַ מיטלמעסיקער, אַ שטילער, נישט קײן אָנכאַפּער. ער האָט פֿײַנט געהאַט, װי אַנדערע, אָנפֿאַלן אַף יענעם פֿון הינטן, אָפּרײַסן אַ פּאָלע אָדער אַ ביס טאָן אין דער ליטקע. ער איז געװען צופֿרידן אַבי יענער זאָל אים ניט טשעפּען. אַדרבה, אים האָט דאָקוטשעט יעדער, װער עס האָט געהאַט גאָט אין האַרצן. געבן ראַבטשיקן אַ זעץ מיט אַ שטעקן פֿון הינטן, אָדער דערלאַנגען אים מיטן אָפּצאַס אין זײַט אַרײַן. אָדער װאַרפֿן אים אַ שטײנדל אין קאָפּ אַרײַן, אָדער אױסגיסן אַף אים אַ פּאָמעניצע ― דאָס איז געװען באַ יעדן אַ שפּילכל כּמעט אַ מיצװה.

און ראַבטשיק, אַז ער האָט באַקומען אַ קלאַפּ, האָט ער זיך ניט אַנידערגעשטעלט, װי אַנדערע הינט, אױסטענהן זיך, אױסהאַװקען זיך, באַװײַזן די צײן; נײן, ראַבטשיק פֿלעגט זיך באַ איטלעכן קלאַפּ אײַנבײגן כּמעט ביז דער ערד מיט אַ קװיטש: אַי ― אַי! און אַנטלױפֿן מיט אַן אַראָפּגעלאָזטן װײדל, זיך באַהאַלטן אין אַ װינקעלע, פֿאַרטיפֿן זיך אין געדאַנקען און כאַפּן פֿליגן.
ב.

װער איז געװען ראַבטשיק? פֿון װאַנען האָט ער זיך גענומען? דאָס איז שװער צו װיסן. עס קאָן זײַן, אַז ער איז פֿאַרבליבן אין הױף נאָך פֿונעם אַלטן פּריץ. מעגלעך, אַז ער איז פֿאַרבלאָנדזשעט געװאָרן,