מעשׂיות פֿאַר ייִדישע קינדער: אױפֿן פֿידל

שלום עליכם

פֿון www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish/sholemAleykhem/contents.html

                                  אַפֿן פֿידל
                 דערצײלונג פֿון די קינדער־יאָרן.

א.

― הײַנט װעל איך אײַך, קינדער, שפּילן אַביסל אַפֿן פֿידל. נישטאָ, אַזױ דאַכט זיך מיר, קײן שענערס און קײן בעסערס, װי אַז מען קאָן שפּילן אַפֿן פֿידל. װאָס, אפֿשר נישט אַזױ? איך װײס נישט װיִאַזױ איר ― איך, פֿון זינט איך בין צו מײַן שׂכל געקומען, בין איך אױסגעגאַנגען נאָך אַ פֿידל און האָב ליב געהאַט גלאַט כּלי־זמר, װי דאָס לעבן! איז געװען ערגעץ אַ חתונה אין שטעטל, בין איך געװען דער ערשטער, װאָס איז געלאָפֿן מקבל־פּנים זײַן די כּלי־זמר, זיך פֿאַרגנבֿענען פֿון הינטן צום קאָנטערבאַס, אַ צי טאָן באַ דער גראָבער סטרונע: בום! ― און אַנטלױפֿן. בום! ― און אַנטלױפֿן. פֿאַר דעם דאָזיקן „בום“ האָב איך אַמאָל געכאַפּט פֿון בערל באַס אַ מיאוסן פּסק. בערל באַס, אַ בײזער ייִד מיט אַ צעפּלאַצטער נאָז און מיט אַ שאַרפֿן קוק, האָט זיך געמאַכט, װי ער זעט ניט, אַז איך גנבֿה זיך צום קאָנטערבאַס, און בשעת איך האָב אױסגעצױגן די האַנט צו דער גראָבער סטרונע, האָט ער מיך אָנגעכאַפּט פֿאַרן אױער און אָפּגעפֿירט מיך מיט כּבֿוד גלײַך צו דער טיר:

― נאַ, ממזר, קוש די מזוזה!

דאָס האָט מיך אָבער װינציק־װאָס אָנגעלערנט. איך האָב נישט אָפּגעטראָטן פֿון די כּלי־זמר אַף קײן האָר. איך האָב זײ ליב געהאַט אַלע, פֿון שײַקע פֿידעלע מיט דער שײנער שװאַרצער באָרד און מיט די דינע װײַסע פֿינגערלעך, ביז געצי פּײַקלער מיטן שײנעם האָרב און מיטן היפּשן ― איך בעט איבער אײַער כּבֿוד ― פּליך איבער די אױערן. נישט אײן מאָל בין איך געלעגן אונטער אַ באַנק און געהערט, װי די כּלי־זמר שפּילן, װאָרעם מע האָט מיך געטריבן אַהײם, און פֿון דאָרטן, פֿון אונטער דער באַנק געקוקט אַף שײַקעס דינע פֿינגערלעך, װי זײ טאַנצן איבער די סטרונעס, און זיך צוגעהערט צו די זיסע קולות, װאָס ער האָט אַזױ קונציק אַרױסבאַקומען פֿון זײַן פֿידעלע.

אַ צעקאָכטער פֿלעג איך נאָכדעם אַרומגײן עטלעכע טעג כּסדר, און שײַקע מיטן פֿידעלע איז מיר געשטאַנען פֿאַר די אױגן. באַנאַכט האָב איך אים געזען אין חלום, און באַטאָג אַף דער װאָר ― ער איז מיר נישט אַרױס פֿונעם קאָפּ. איך פֿלעג מיר פֿאָרשטעלן, אַז איך בין שײַקע פֿידעלע, אױסבײגן די לינקע האַנט און מאַכן מיט די פֿינגער און געבן אַ פֿיר מיט דער רעכטער האַנט, װי מיטן סמיק, בשעת מעשׂה פֿאַרװאָרפֿן דאָס קעפּל אַף אַ זײַט, די אױגן אַ ביסעלע צוגעמאַכט ― פּונקט װי שײַקע, ס'זאָל דאָס פֿעלן אַ האָר!

האָט דערזען דער רבי נטע־ליב ― ס'איז געװען סאַמע באַם לערנען ― אַז איך מאַך עפּעס מיט די הענט און פֿאַרװאַרף דאָס קעפּל און גלאַנץ מיט די אײגלעך, האָט ער מיר אָפּגעשטעקט אַ רעכטן פּאַטש:

― אַ הולטײַ קאָן! מע לערנט מיט אים קמץ־אַלף, מאַכט ער העװיות, כאַפּט פֿליגן!

                                       ב.

איך האָב מיך געגעבן דאָס װאָרט, עס מעג זיך קערן די װעלט, איך מוז האָבן אַ פֿידעלע, עס מעג מיך קאָסטן מי יודע װאָס! נאָר פֿון װאָס מאַכט מען אַ פֿידעלע? געװײנלעך, פֿון „טענענהאָלץ“. ס'איז אָבער גרינג אױסצורײדן „טענענהאָלץ“! װוּ קריגט מען דאָס דאָזיקע האָלץ, אַז בסך־הכּל װאַקסט דאָס, זאָגט מען, נאָר אין ארץ ישׂראל? װאָס טוט גאָט? גיט ער מיר אַרײַן אַזאַ מחשבֿה. באַ אונדז איז געװען אַן אַלטע קאַנאַפּע, אַ ירושה־קאַנאַפּע נאָך פֿונעם זײדן רב אַנשל, װאָס איבער איר האָבן זיך געשלאָגן מײַנע צװײ פֿעטערס מיטן טאַטן עליו השלום. דער פֿעטער בעני האָט געטענהט, אַז ער איז דער עלטערער זון, קומט א י ם די קאַנאַפּע; און דער פֿעטער סענדער האָט געטענהט, אַז ער איז דער ייִנגסטער, קומט אים די קאַנאַפּע; און דער טאַטע עליו השלום האָט געטענהט, אַז ער איז טאַקע נישט מער װי אַן אײדעם, האָט ער אַף דער קאַנאַפּע קײן שליטה ניט, נאָר אַזױ װי זײַן װײַב, דאָס הײסט די מאַמע מײַנע, איז אַ בת יחידה, קומט איר די קאַנאַפּע. דאָס איז אײנמאָל אַװעק. והשנית, שטײט די קאַנאַפּע באַ אונדז אין שטוב, איז די קאַנאַפּע אונדזער קאַנאַפּע. האָבן זיך אַרײַנגעמישט בײדע מומעס, די מומע איטקע און די מומע זלאַטקע, און האָבן אָנגעפֿירט אַ רכילות פֿון אײנעם צום אַנדערן, קאַנאַפּע־קאַנאַפּע, די שטאָט האָט זיך געװיגט מיט דער קאַנאַפּע! ― בקיצור, די קאַנאַפּע איז געבליבן א ונדזער קאַנאַפּע.

די דאָזיקע קאַנאַפּע איז געװען אַ פּשוטע, אַ הילצערנע קאַנאַפּע, נאָר באַצױגן פֿון אױבן מיט אַ דין האָלץ, װאָס איז אין עטלעכע ערטער אָפּגעשטאַנען, געװען אױפֿגעבלאָזן, װי אַ ביצה. אָט דאָס אײבערשטע האָלץ, װאָס איז אָפּגעשטאַנען, איז געװען דאָס אמתע „טענענהאָלץ“ װאָס גײט אַף פֿידלען. אַזױ האָב איך געהערט זאָגן אין חדר. אײן חסרון האָט די קאַנאַפּע געהאַט, און דער דאָזיקער חסרון איז געװען אַ מעלה, דהײַנו: אַז מע האָט זיך אַף איר אַנידערגעזעצט, האָט מען נישט געקאָנט אױפֿשטײן, מחמת זי איז געשטאַנען אַביסל באַרג־אַראָפּ, פֿון אײן זײַט משופּעדיק און אין מיטן מיט אַ גרוב; איז אָבער געװען די מעלה, װאָס קײנער האָט נישט געװאָלט זיך זעצן אַף איר, האָט מען זי אַװעקגעשטעלט אין אַ װינקל, געגעבן אַ „טשיסטע אָטסטאַװקע чиста отставка: אַ רײנע עמעריטור“.

אָט אַף דער קאַנאַפּע האָב איך געװאָרפֿן אַן אױג. אַ סמיטשיק האָב איך מיר צוגעגרײט נאָך פֿון לאַנג. איך האָב געהאַט אַ חבֿר שימעלע, יודל דעם בעל־עגלהס, האָט ער מיר צוגעזאָגט עטלעכע האָר פֿונעם טאַטנס פֿערדס װײדל. און זשיװעצע אַף צו שמירן דעם סמיטשיק האָב איך אַלײן געהאַט. איך האָב פֿײַנט געהאַט זיך פֿאַרלאָזן אַף נסים. איך האָב דאָס אױסגעביטן באַ מײַנעם אַ חבֿר, מאיר־ליפּא־שׂרהס, אַף אַ שטיקל שטאָל פֿון דער מאַמעס קרינעלינע, װאָס האָט זיך געװאַלגערט אַפֿן בױדעם. פֿונעם שטיקל שטאָל האָט נאָכדעם מאיר־ליפּא־שׂרהס געמאַכט זיך אַ מעסערל, פֿון בײדע זײַטן גוט אָפּגעשאַרפֿט. האָב איך אַפֿילו חשק געהאַט זיך אָפּבײַטן מיט אים צוריק, האָט ער ניט געװאָלט. ער האָט זיך צעשריגן:

― אַ חכם אַ ייִד! װאָס זאָגט איר אַף זײַן טאַטן? איך האָרעװע אָפּ דרײַ נעכט און שאַרף און צעשנײַד זיך אַלע פֿינגער שאַרפֿנדיק, ― קומט ער איצטער צוגײן און װיל זיך אָפּבײַטן צוריק!

― קוק אים אָן אַביסל! ― זאָג איך. ― נו, דאַרף מען ניט! אַ
טײַערע מציאה אַ שטיקל שטאָל! קאַרג שטאָל װאַלגערט זיך באַ אונדז אַפֿן בױדעם? עס װעט כאַפּן אַף קינדער און קינדס־קינדער!

הכּלל, איך האָב געהאַט אַלצדינג, װאָס מע באַדאַרף. עס איז געבליבן נאָר אײן אַרבעט: קאַלופּען דאָס „טענענהאָלץ“ פֿון דער קאַנאַפּע. איך האָב אױסגעקליבן דערױף זײער אַ װױלע צײַט: בשעת די מאַמע איז געװען אין קלײט און דער טאַטע האָט זיך נאָכן עסן צוגעלײגט דרעמלען, האָב איך זיך פֿאַרקליבן אין װינקל אַרײַן מיט אַ טשװאָק און האָב זיך גענומען צו דער אַרבעט גאַנץ געשמאַק. האָט דער טאַטע דערהערט דורכן שלאָף, װי עמעצער באָברעט זיך, האָט ער פֿריִער געמײנט, אַפּנים, אַז ס'איז מײַז אין שטוב, האָט ער אָנגעהױבן צו שרײַען פֿון דאָרטן: קיש! קיש! איך בין געבליבן אַ געשטאָרבענער... דער טאַטע האָט זיך איבערגעקערט אַף דער אַנדערער זײַט, און אַז איך האָב דערהערט, אַז ער כראָפּעט, האָב איך זיך װידער גענומען צו דער אַרבעט. פּלוצעם, איך טו אַ קוק ― דער טאַטע שטײט און קוקט אַף מיר מיט מאָדנע אױגן. עס װײַזט אױס, אַז תּחילת האָט ער בשום אױפֿן ניט פֿאַרשטאַנען װאָס דאָס איז. נאָכדעם, אַז ער האָט דערזען די צעקאַרדאַשעטע קאַנאַפּע, האָט ער מיך אַרױסגעצױגן פֿון דאָרטן פֿאַרן אױער און האָט מיך אַזױ געשלאָגן, אַז מע האָט מיך באַדאַרפֿט מינטערן, פּשוט אָפּגיסן מיט קאַלט װאַסער.

― גאָט איז מיט דיר! װאָס האָסטו געטאָן מיטן קינד? ― האָט די מאַמע געװײנט מיט טרערן אַף די אױגן.

― דער קדיש דײַנער! ער װעט מיר אַרײַנטרײַבן אַ לעבעדיקן אין דער ערד אַרײַן! ― זאָגט דער טאַטע, בלאַס װי די װאַנט, כאַפּט זיך פֿאַרן האַרצן און פֿאַרהוסט זיך אַף עטלעכע מינוט.

― װאָס־זשע דאַרף מען זיך אַזױ אָפּעסן דאָס האַרץ? ― זאָגט צו אים די מאַמע. ― ביסט אַזױ אױך אַ קראַנקער! טו אַ קוק װאָס פֿאַר אַ פּנים דו האָסט, אַזאַ יאָר אַף מײַנע שׂונאים!
ג.

דער חשק צו שפּילן אַפֿן פֿידל איז געװאַקסן מיט מיר אינאײנעם. װאָס עלטער איך בין געװאָרן, איז דער חשק געװאָרן נאָר גרעסער, און, װי אַף־צו־להכעיס, האָב איך באַדאַרפֿט אַלע טאָג האָרכן כּלי־זמר. פּונקט אַפֿן מיטן װעג, צװישן דער הײם און צװישן חדר, איז געשטאַנען אַ קלײן שטיבל, מיט ערד געדעקט, פֿלעגט זיך פֿון דאָרטן תּמיד הערן פֿאַרשײדענע קולות און געזאַנגען פֿון אַלערלײ כּלים, און מערסטנטײל ― קולות פֿון אַ פֿידל. דאָרטן איז געזעסן אַ כּלי־זמר. נפֿתּלצי בעזבאָראָדקע, אַ ייִד מיט אַן אונטערגעהאַקטער קאַפּאָטע, מיט אונטערגעבױגענע פּאות און מיט אַ געפּרעסטן קאָלנער. אַ נאָז האָט ער געהאַט אַ היפּשע, אױסגעזען װי אַ צוגעקלעפּטע, ליפּן גראָבע, צײן שװאַרצע, דאָס פּנים געשטופּלט און אָן אַ סימן פֿון אַ באָרד. און דערפֿאַר טאַקע האָט מען אים גערופֿן „בעזבאָראָדקע“. אַ װײַב האָט ער געהאַט אַ מאַשינע, האָט מען זי גערופֿן „די מוטער חוה“, און קינדער איז באַ זײ געװען אַ טוץ אָנדערהאַלבן, אױב נישט מער, אָפּגעריסענע, האַלב נאַקעטע און באָרװעסע, און אַלע, פֿונעם גרעסטן ביזן קלענסטן, האָבן זײ געשפּילט, דער אַפֿן פֿידל, דער אַפֿן „אַלט“, דער אַפֿן באַס, דער אַפֿן טרומײט, דער אַפֿן פֿלײט, דער אַפֿן פֿאַגאָט, דער אַף דער האַרפֿע, דער אַפֿן צימבל. דער אַף דער באַלאַלײַקע, דער אַפֿן פּױק, דער אַף די טאַצן. צװישן זײ זײַנען געװען אױך אַזעלכע, װאָס האָבן געקאָנט אױספֿײַפֿן דעם גרעסטן ניגון מיט די ליפּן, אַף די צײן, אַף גלעזלעך אָדער אַף טעפּלעך, אַף שטיקלעך האָלץ, אָדער גאָר אַף די באַקן ― שדים, רוחות און גאָר!

מיטן דאָזיקן געזינדל האָב איך מיך באַקענט גאָר אומגעריכט. איך בין געשטאַנען אײנמאָל באַ זײ אונטערן פֿענצטער, זיך אונטערגעהערט װי זײ שפּילן, האָט אײנער פֿון די עלטערע קינדער, פּיניע דער פֿלײטיסט, אַ בחור פֿון אַ פֿופֿצן, נאָר אַ באָרװעסער, מיך דערזען שטײן, איז ער אַרױסגעגאַנגען צו מיר און פֿרעגט מיך, צי עס געפֿעלט מיר זײער שפּילן?

― הלװאַי ― זאָג איך ― װאָלט איך אין צען יאָר אַרום אַזױ געשפּילט!

― קאָנסט דאָס אױספֿירן, ― מאַכט ער צו מיר און גיט מיר אָנצוהערעניש, אַז פֿאַר צװײ קאַרבן אַ חודש װעט מיך דער טאַטע זײַנער אױסלערנען שפּילן, און אױב איך װיל, װעט ע ר מיך לערנען, דער זון הײסט דאָס.

― אַף װאָס פֿאַראַ אינסטרומענט ― מאַכט ער ― װאָלטסטו געװאָלט שפּילן? אַפֿן פֿידל?

― אַפֿן פֿידל.

― אַפֿן פֿידל? ― מאַכט ער. ― קאָנסט צאָלן דריטהאַלבן קערבלעך אַ חודש? צי דו ביסט אַזאַ כּתריליק, װי איך?

― קאָנען קאָן איך, ― זאָג איך ― נאָר װאָס דען? עס טאָר נישט װיסן דערפֿון נישט דער טאַטע, נישט די מאַמע, נישט דער רבי.

― חס וחלילה! ― מאַכט ער. ― װער דאַרף דאָס גײן אױספּױקן? אפֿשר געפֿינט זיך באַ דיר אַ ציגאַר טיטון, אָדער אַ פּאַפּיראָס? נײן? דו רײכערסט ניט? אַנטלײַ־זשע מיר אַ פּיטאַקל, װעל איך מיר אַלײן קױפֿן פּאַפּיראָסן. נאָר זאָלסט ניט זאָגן קײנעם, מחמת דער טאַטע טאָר נישט װיסן, אַז איך רײכער, און די מאַמע װעט געװאָר װערן, אַז איך האָב געלט, װעט זי דאָס גלאַט צונעמען און קױפֿן בײגל אַף אָנבײַסן. קום אין שטוב אַרײַן, װאָס װעלן מיר דאָ אױסשטײן?
ד.

מיט גרױס פּחדים, מיט אַ קלאַפּנדיק האַרץ און מיט ציטערנדיקע פֿיס האָב איך אַריבערגעשפּאַנט די שװעל פֿונעם דאָזיקן קלײנעם גן־עדן.

מײַן נײַער חבֿר פּיניע האָט מיך פֿאָרגעשטעלט פֿאַרן פֿאָטער:

― שלום נחום װעװיקס, אַ נגידס אַ ייִנגל, האָט חשק לערנען אַפֿן פֿידל.

נפֿתּלצי בעזבאָראָדקע האָט אונטערגעבױגן די פּאות, צורעכט געמאַכט דעם קאָלנער, פֿאַרשפּיליעט די קאַפּאָטע און פֿאַרבונדן מיט מיר אַ ברײטן שמועס מכּוח שפּילן בכלל און אַפֿן פֿידל בפֿרט, געגעבן מיר צו פֿאַרשטײן, אַז פֿידל איז די בעסטע און שענסטע פֿון אַלע כּלים, עלטערס און חשובֿערס פֿון פֿידל איז שױן גאָר נישטאָ אַף דער גאַנצער װעלט. אַ סימן האָב איך, פֿאַרװאָס דיריזשירט תּמיד די פֿידל, ניט דער טרומײט, אָדער פֿלײט? מחמת פֿידל ― דאָס איז די מאַמע פֿון אַלע כּלים.

אַזױ האָט מיר נפֿתּלצי בעזבאָראָדקע געלײענט אַ גאַנצע לעקציע פֿון מוזיק, געמאַכט בשעת־מעשׂה מיט די הענט און מיט דער נאָז, ― און איך בין געשטאַנען און געקוקט אים אין מױל אַרײַן, באַטראַכט די שװאַרצע צײן זײַנע און געשלונגען, ממש געשלונגען די װערטער.

― פֿידל, פֿאַרשטײסטו מיך, ― זאָגט צו מיר װײַטער נפֿתּלצי בעזבאָראָדקע און איז צופֿרידן, אַפּנים, מיט דער לעקציע, ― פֿידל, פֿאַרשטײסטו מיך, איז אַזאַ כּלי, װאָס איז עלטער פֿון אַלע כּלים. דער ערשטער פֿידלער אַף דער װעלט איז געװען תּובֿל־קין, צי מתושלח, ― איך געדענק שױן נישט אַקוראַט. דו קערסט בעסער װיסן, דו לערנסט דאָך מסתּמא אין חדר? דער אַנדערער פֿידלער איז געװען דוד־המלך. נאָך אײנער, אַ דריטער, איז געװען, פּאַגאַניני האָט ער געהײסן, אױך אַ ייִד; אַלע בעסטע פֿידלער אַף דער װעלט זײַנען געװען ייִדן. למשל, סטעמפּעניו, פּדהצור. פֿון זיך רײד איך ניט. מע זאָגט, אַז איך שפּיל ניט שלעכט אַפֿן פֿידל; נאָר װי קום איך צו פּאַגאַנינין? פּאַגאַניני, זאָגט מען, האָט פֿאַרקױפֿט דעם אַשמדאַי די נשמה פֿאַרן פֿידל. פּאַגאַניני האָט פֿײַנט געהאַט שפּילן פֿאַר גרױסע מענטשן, מלכותים און פּױפּסטן, כאָטש מע פֿלעגט אים אָפּגילטן. ער האָט בעסער ליב געהאַט שפּילן פֿאַר אָרעמע לײַט אין אַלע שענקלעך, אין אַלע דערפֿער, אָדער גאָר אין די װעלדער פֿאַר חיות און עופֿות. אָט װאָס פֿאַר אַ פֿידלער פּאַגאַניגי איז געװען... עי, חבֿרה־פּלעצל, צו די כּלים!

אַזױ האָט נפֿתּלצי בעזבאָראָדקע אױסגערופֿן צו זײַן קאָמאַנדע קינדער, װאָס זײַנען זיך צונױפֿגעקומען אַלע אין אײן מינוט, גענומען זיך איטלעכער צו זײַן אינסטרומענט. נפֿתּלצי אַלײן איז אױפֿגעשטאַנען אַ זעץ געטאָן מיטן סמיק אין טיש אַרײַן, געװאָרפֿן אַ שאַרפֿן קוק אַף איטלעכן באַזונדער און אַף אַלע מיטאַמאָל ― און מע האָט אַ שפּיל געטאָן אַ קאָנצערט אַף אַלערלײ אינסטרומענטן מיט אַזאַ כּח, אַז איך בין שיִער ניט אומגעפֿאַלן פֿון די פֿיס. איטלעכער האָט זיך געפֿלײַסט איבערצושרײַען דעם אַנדערן, און מער פֿון אַלע האָט מיך פֿאַרשריגן אײנער אַ קלײנער, װאָס האָט געהײסן כעמעלע, אַ טרוקן ייִנגעלע מיט אַ נאַס נעזעלע און מיט באָרװעסע אָנגעדראָלענע פֿיסלעך. כעמעלע האָט געשפּילט אַף אַ משונה־מאָדנע כּלי, עפּעס אַ מין זאַק אַזעלכער, װאָס אַז מע בלאָזט אים אָן, לאָזט ער נאָכדעם אַרױס אַ משונה קול, אַ מאָדנעם קװיטש, װי אַ קאַץ, בשעת מע טרעט איר אָן אַפֿן װײדל. כעמעלע האָט מיטן באָרװעסן פֿיסל אױסגעשלאָגן טאַקט, געקוקט די גאַנצע צײַט אַף מיר מיט קלײנע גנבֿהשע אײגלעך און אונטערגעװוּנקען, װי אײנער רעדט: „אָבער אַיאָ, איך בלאָז גוט?“ נאָר מער פֿון אַלע האָט געאַרבעט נפֿתּלצי אַלײן; ער האָט אי געשפּילט, אי געדיריזשירט, געאַרבעט מיט די הענט, מיט די פֿיס, מיט דער נאָז און מיט די אױגן און מיטן גאַנצן
גוף, און טאָמער חלילה האָט עמעצער געמאַכט אַ פֿעלער, האָט ער אַ קריץ געטאָן מיט די צײן און אַ זאָג געטאָן מיט כּעס:

― פֿאָרטאָ, פּאַרכוץ! פֿאָרטאָ ― פֿאָרטיסימאָ!... טאַקט, ממזר! טאַקט!... אײנס, צװײ, דרײַ! אײנס, צװײ, דרײַ!...
ה.

אָפּגעמאַכט מיט נפֿתּלצי בעזבאָראָדקע פֿאַר דרײַ מאָל אין דער װאָך אָנדערהאַלבן שעה אין טאָג צװײ קערבלעך אַ חודש, בעט איך אים נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל, עס זאָל זײַן בסוד־סודות ― אַניט, בין איך אַ פֿאַרפֿאַלענער. ער גיט מיר זײַן ערנװאָרט, אַז עס װעט נישט װיסן דערפֿון קײן פֿױגל.

― מיר זײַנען אַזעלכע מענטשן, ― זאָגט ער צו מיר מיט גדלות און מאַכט צורעכט דעם קאָלנער ― װאָס קאַטאָרע קײן געלט האָבן מיר ניט, נאָר יושר און ערלעכקײט איז באַ אונדז פֿאַראַן מער װי באַם גרעסטן גבֿיר! אפֿשר געפֿינט זיך באַ דיר עטלעכע גראָשנס?

איך כאַפּ אַרױס און גיב אים אַ קערבל. נפֿתּלצי נעמט דאָס צו באַ מיר, װי אַ פּראָפֿעסאָר, מיט צװײ פֿינגער, רופֿט־צו די מוטער חוה, קוקט אָן אַ זײַט און מאַכט צו איר:

― נאַ, קױף עפּעס אָנבײַסן!

די מוטער חוה נעמט צו באַ אים דאָס קערבל שױן דװקא מיט בײדע הענט און מיט אַלע פֿינגער, באַטראַכט דאָס דװקא פֿון אַלע זײַטן און טוט אַ פֿרעג דעם מאַן, װאָס זאָל זי קױפֿן?

― װאָס דו װילסט. ― ענטפֿערט ער איר כּלומרשט קאַלטבלוטיק. ― קױף בולקעס עטלעכע, הערינג אַ צװײ־דרײ, און דאַרע קישקע, און אַ ציבעלע פֿאַרגעס ניט, עסיק און בױמל, נו, און אַ גלעזל בראָנפֿן דאָרטן...

אַז די דאָזיקע אַלע זאַכן זײַנען באַשאַפֿן געװאָרן אַפֿן טיש, איז דער עולם אָנגעפֿאַלן דערױף מיט אַזאַ אַפּעטיט, גלײַך װי נאָך אַ תּענית. עס האָט אַזש מיך אָנגענומען אַ יצר־הרע, און אַז מע האָט מיך געבעטן, איך זאָל גײן צום טיש, האָב איך מיך נישט געקאָנט אָפּזאָגן, און איך געדענק נישט די צײַט, װען איך זאָל אַזױ הנאה האָבן פֿונעם עסן, װי איך האָב הנאה געהאַט פֿון דער דאָזיקער סעודה.

נאָך דער סעודה האָט בעזבאָראָדקע אַ װוּנק געטאָן צו דער קאָמאַנדע, מע זאָל זיך נעמען צו די כּלים. און מע האָט מיך מכבד געװען װידעראַמאָל מיט אַ זאַך, „זײַן אײגענע קאָמפּאָזיציע“. די דאָזיקע „קאָמפּאָזיציע“ האָבן זײ געשפּילט מיט אַזאַ רעש, אַז עס האָט מיר פֿאַרטורקעט די אױערן און פֿאַרטומלט דעם קאָפּ ― און איך בין אַװעק פֿון דאָרטן אַ שיכּורער פֿון נפֿתּלצי בעזבאָראָדקעס „קאָמפּאָזיציע“. אַ גאַנצן טאָג אין חדר האָט זיך מיר געדרײט דער רבי מיט די תּלמידים מיט די ספֿרים, און אין די אױערן האָט מיר ניט אױפֿגעהערט צו קלינגען די „קאָמפּאָזיציע“. באַנאַכט איז מיר געקומען צום חלום פּאַגאַניני, רײַטנדיק אַפֿן אַשמדאַי, און האָט מיר דערלאַנגט מיטן פֿידל איבערן קאָפּ, ― איך האָב זיך אױפֿגעכאַפּט מיט אַ געשרײ און מיט אַ קאָפּװײטיק און האָב אָנגעהױבן שיטן מיט װערטער, װי פֿון אַ זאַק. װאָס איך האָב גערעדט ― װײס איך ניט. נאָר מײַן עלטערע שװעסטער פּעסל האָט מיר נאָכדעם דערצײלט, אַז איך האָב גערעדט פֿון היץ, עס האָט זיך ניט געקלעפּט אַ װאָרט צו אַ װאָרט, עפּעס װילדע נעמען ― „קאָמפּאָזיציע“, „פּאַגאַניני“... און נאָך אַ זאָך האָט מיר די שװעסטער דערצײלט, אַז אין דער צײַט, װאָס איך בין געלעגן שלאַף, איז מען אַ פּאָר מאָל געװען באַ אונדז פֿון נפֿתּלצי דעם כּלי־זמר, עפּעס אַ באָרװעס ייִנגל, געװאָר װערן װאָס איך מאַך , האָט מען אים דורכגעטריבן און פֿאַרזאָגט, ער זאָל זיך מער נישט דערװעגן קומען אַהער...

― װאָס האָט געטאָן באַ דיר דעם כּלי־זמרס ייִנגל? ― פֿרעגט מיך מײַן שװעסטער און מוטשעט מיך, איך זאָל איר זאָגן. נאָר איך האַלט זיך אײנס: איך װײס נישט, כלעבן, איך װײס נישט; פֿונװאַנען זאָל איך װיסן?

― װאָס פֿאַר אַ פּנים האָט דאָס? ― זאָגט צו מיר די מאַמע. ― ביסט שױן, קײן עין הרע, אַ בחורל צו לײַטן, מע רעדט דיר שױן שידוכים, און דו האָסט צו טאָן מיט שײנע חבֿרים, באָרװעסע כּלי־זמרלעך! װאָס פֿאַר אַ מחותּן ביסטו מיט כּלי־זמר? װאָס האָט דאָ געטאָן באַ דיר נפֿתּלצי דעם כּלי־זמרס ייִנגל?

― װאָסער נפֿתּלצי? ― זאָג איך און מאַך זיך תּמעװאַטע. ― װאָסער כּלי־זמר?

― קוק אים אָן, דעם תּנא! ― מישט זיך אַרײַן דער טאַטע. ― ער װײס נישט פֿון װאָס צו זאָגן! נעבעך גאָט די נשמה שולדיק! איך
אין דײַנע יאָרן בין שױן לאַנג געװען אַ חתן, און ער שפּילט זיך נאָך מיט חבֿרים! טו זיך אָן און גײ אין חדר אַרײַן! טאָמער װעט דיך באַגעגענען הערשל בעל־טאַקסע און װעט דיך אַ פֿרעג טאָן, װאָס איז דיר געװען, זאָלסטו זאָגן ― קדחת. דו הערסט װאָס איך רײד צו דיר? קדחת!

איך הײב נישט אָן צו פֿאַרשטײן: װאָס פֿאַר אַ מחותּן איז דאָ הערשל בעל־טאַקסע? און צוליב װאָס באַדאַרף איך אים זאָגן קדחת?... אין עטלעכע װאָכן אַרום איז מיר פֿאַרענטפֿערט געװאָרן די קשיא.
ו.

הערשל בעל טאַקסע (אַזױ האָט מען אים גערופֿן דערפֿאַר, װאָס ער און דער טאַטע און דער זײדע זײַנער האָבן פֿון תּמיד אָן געהאַלטן די טאַקסע, ס'איז שױן געװען באַ זײ אַ חזקה) איז געװען אַ יונגערמאַן מיט אַ קײַלעכיק בײַכל, מיט אַ רױט בערדל, מיט נאַסע אײגעלעך און מיט אַ ברײטן װײַסן שטערן ― אַ סימן פֿון אַ קאָפּמענטש. ער האָט טאַקע געשמט אין שטעטל פֿאַר אַ װױלן יונגנמאַן אַ משׂכּיל, אַ מושלם, אַ שײנעם בעל־תּנ″ך און אַ שײנעם שרײַבער, דאָס הײסט, ער האָט געהאַט אַ שײן הענטל. מע האָט זיך אַמאָל מיט זײַנע כּתבֿים, זאָגט מען, אַרומגעטראָגן און אַרומגעפֿירט איבער דער װעלט. און דערצו האָט ער געהאַט געלט און אײן טעכטערל, אַ בת יחידה, אַ מײדל מיט רױטע הערעלעך און מיט נאַסע אײגעלעך, צװײ טראָפּן װאַסער הערשל בעל־טאַקסע. געהײסן האָט זי אסתּר, און גערופֿן האָט מען זי פֿאַרצױגן ― „פֿלעסטערל“. געװען איז זי ציטעריק און אײדל, מורא געהאַט פֿאַר אונדז, חדר־ייִנגלעך, װי פֿאַרן מלאך־המות, װאָרעם מיר האָבן איר דאָקוטשעט, פֿלעגן זיך רײצן מיט איר און זינגען לידלעך:

                       אסתּרל!
                       פֿלעסטערל!
                       פֿאַרװאָס האָסטו ניט
                       קײן ― שװעסטערל?

דאַכט זיך, װאָס ליגט אַזעלכעס אין די דאָזיקע װערטער? אַיאָ גאָרנישט? פֿונדעסטװעגן פֿלעגט פֿלעסטערל, אַז זי האָט דערהערט די דאָזיקע װערטער, פֿאַרשטעלן זיך די אױערן און אַנטלױפֿן מיט אַ געװײן, באַהאַלטן זיך בחדרי־חדרים, מורא האָבן אַרױסגײן עטלעכע טעג אַף דער גאַס.

נאָר דאָס איז געװען אַמאָל, בשעת זי איז נאָך געװען אַ קינד. אַצינד איז זי שױן געװאָרן אַ מײדל צו לײַטן, פֿאַרפֿלאָכטן זיך אַ רױט צעפּל און געגאַנגען אָנגעטאָן, װי אַ כּלה, נאָך דער לעצטע ר מ אָדע . מײַן מאַמע האָט פֿון איר שטאַרק געהאַלטן, פֿלעגט זיך נישט קאָנען אָפּלױבן פֿון איר: „אַ שטילע טױב“. אסתּרל פֿלעגט אַמאָל, שבת, אַרײַנקומען צו מײַן שװעסטער פּעסל, און אַז זי האָט מיך דערזען, פֿלעגט זי װערן נאָך רױטער, װי זי איז געװען, און אַראָפּלאָזן די אױגן. און מײַן שװעסטער פּעסל פֿלעגט מיך בשעת־מעשׂה דװקא צורופֿן, עפּעס פֿרעגן, און קוקן אונדז בײדן אין די אױגן אַרײַן.

ױהי היום, טרעפֿט זיך אַ מעשׂה, עס קומט אַרײַן צו אונדז אין חדר אַרײַן דער טאַטע מײַנער מיט הערשל בעל־טאַקסע און נאָך זײ שלעפּט זיך נאָך רב שלום־שכנא דער שדכן, אַ ייִד מיט זעקס פֿינגער, מיט אַ געקרײַזלטער שװאַרצער באָרד און אַ גרױסער אבֿיון. דערזען אַזעלכע געסט, כאַפּט זיך דער רבי רב זרח די קאַפּאָטע מיטן היטל, און מחמת גרױס אימפּעט פֿאַרקאַטשעט זיך אים אײן פּאה אַרונטער, אַף יענער זײַט אױער, דאָס היטל פֿאַרקנײטשט זיך און עס שטעקט אַרױס אונטן די יאַרמלקע העכער האַלב, און עס הײבט אים אָן פֿלאַמען אַ באַק. מע האָט געקאָנט אַרױסזען, אַז דאָ איז עפּעס נישט גלאַט, ובפֿרט, אַז רב שלום־שכנא דער שדכן שױן פֿון אַ צײַט, אַז ער האָט אָנגעהױבן אַרײַנקומען צו אונדז אין חדר אַרײַן עפּעס צו אָפֿטלעך, פֿלעגט אַלע מאָל אַרױסרופֿן דעם רבין אין הױז אַרױס און דאָרט אַװעקשטײן מיט אים עטלעכע מינוט, סודען זיך און שושקען זיך, מאַכן בשעת־מעשׂה מיט די הענט און מיט די פּלײצעס און אױסלאָזן מיט אַ זיפֿץ:

― טאָ, ממה־נפֿשך. אױך די אײגענע מעשׂה! איז דאָס באַשערט, װעט דאָס מסתּמא זײַן, װאָס קאָן מען װיסן װאָס?

באַם אַרײַנקומען פֿון די געסט האָט דער רבי רב זרח נישט געװוּסט װאָס ער זאָל טאָן, װוּ ער זאָל זײ באַזעצן. האָט ער געכאַפּט אַ קיכבענקל, װאָס די רביצין זאַלצט דערױף פֿלײש, און האָט זיך פֿריִער אַביסל אַרומגעדרײט מיט דעם עטלעכע מאָל הין און צוריק איבערן גאַנצן חדר, און נאָכדעם האָט ער דאָס קױם אַװעקגעשטעלט און האָט זיך אַלײן טאַקע אַנידערגעזעצט אַף דעם. ער איז אָבער באַלד אױפֿגעשפּרונגען, װי אַן אָפּגעבריטער, שטאַרק צעמישט, און האָט זיך געכאַפּט באַ דער הינטערשטער קעשענע פֿון דער קאַפּאָטע, גלײַך װי ער װאָלט עפּעס פֿאַרלאָרן אַ מטמון מיט געלט.

― אָט איז אַ בענקל זעצט זיך! ― מאַכט ער צו די געסט.

― נישקשה, זיצט, זיצט! ― זאָגט צו אים דער טאַטע. ― מיר זײַנען אַרײַנגעגאַנגען צו אײַך, רב זרח, נאָר אַף אײן מינוט; זײ װעלן פֿאַרהערן מײַן ייִנגל תּנ″ך.

און דער טאַטע װײַזט אָן אַף הערשל בעל־טאַקסע.

― אָך, מהיכא־תּיתי, פֿאַרװאָס ניט? ― מאַכט דער רבי רב זרח און כאַפּט אַ תּנ″כל און טראָגט דאָס אונטער הערשל דעם בעל־טאַקסע מיט אַזאַ פּנים, װי אײנער רעדט: „נאַ דיר און טו װאָס דו װילסט!“

הערשל בעל־טאַקסע נעמט דאָס תּנ″כל אין האַנט אַרײַן, װי אַ מענטש, װאָס איז געניט אין דער סחורה, בײגט אײַן דאָס קעפּל אַף אַ זײַט, מאַכט־צו אײן אײגל, מישט און מישט און טראָגט מיר אונטער דעם ערשטן פּסוק פֿון „שיר־השירים“.

― שיר השירים גאָר? ― רופֿט זיך אָן רער רבי מיט אַ שמײכעלע װי אײנער רעדט: קײן האַרבערס נישט געקאָנט געפֿינען?

― שיך השיכים ― ענטפֿערט אים הערשל בעל־טאַקסע (ער קאָן ניט אױסרײדן קײן רי″ש) ― שיך השיכים איז ניט אַזאַ גכינגע זאַך װי איך מײנט; שיך השיכים דאַכף מען פֿאַרשטײן.

― אַװדאי! ― רופֿט זיך אָן רב שלום־שכנא מיט אַ געלעכטערל.

דער רבי טוט צו מיר אַ װוּנק, איך גײ־צו צום טיש, צעשאָקל זיך און הײב אָן אַף אַ קול מיט זײער אַ שײנעם ניגון:

― שיר השירים ― אַ געזאַנג איבער אַלע געזאַנגען! אַלע געזאַנגען האָט געזונגען אַ נבֿיא, און דאָס האָט געזונגען אַ נבֿיא בן נבֿיא! אַלע געזאַנגען האָט געזונגען אַ חכם, און דאָס האָט געזונגען אַ חכם בן חכם! אַלע געזאַנגען האָט געזונגען אַ מלך, און דאָס האָט געזונגען אַ מלך בן מלך!

בשעת זינגען האָב איך דערװײַל געקוקט אַף מײַנע פֿאַרהערערס און האָב באַמערקט אַף איטלעכנס פּנים אַן אַנדער מינע. באַם טאַטן אַפֿן פּנים איז געװען אָנגעצײכנט גדלות און פֿאַרגעניגן. אַפֿן רבינס פּנים איז געשטאַנען מורא און פּחד, טאָמער חלילה האָב איך אַ טעות און
מאַך אַ פֿעלער; זײַנע ליפּן האָבן שטילערהײט נאָכגערעדט מיט מיר איטלעכס װאָרט. הערשל בעל־טאַקסע איז געזעסן דעם קאָפּ אַביסל אַף אַ זײַט, דאָס געלע בערדל אין מױל, אײן אײגל צוגעמאַכט, דאָס אַנדערע האָט געקוקט אַרױף, אַף דער סטעליע, און צוגעהערט װי אַ גרױסער, גרױסער מבֿין. רב שלום־שכנא דער שדכן האָט די גאַנצע צײַט נישט אַראָפּגעלאָזט פֿון אים קײן אױג. ער איז געזעסן מיט אַ האַלבן גוף אַריבערגעבױגן אַף צופֿריִער, האָט מיר מיטגעהאָלפֿן שאָקלען זיך און האָט זיך נישט געקאָנט אײַנהאַלטן און האָט מיך איבערגעשלאָגן אינמיטן מיט אַן אױסגעשרײ, מיט אַ געלעכטער און מיט אַ הוסט אינאײנעם און אַ מאַך מיט דעם צװײענדיקן פֿינגער:

― אַז מע שמועסט, אַז ער יכולט ― יכולט ער!

אין עטלעכע טעג אַרום האָט מען געבראָכן טעלער, און איך בין געװאָרן צו מזל אַ חתן פֿאַר הערשל בעל־טאַקסעס בת־יחידקעלע ― פֿלעסטערל.
ז.

אַמאָל מאַכט זיך, אַ מענטש װאַקסט־אױס אין אײן טאָג מער װי אַן אַנדערער אין צען יאָר. אַז איך בין געװאָרן אַ חתן, האָב איך מיט אַמאָל דערפֿילט, אַז איך בין אַ „גרױסער“. דאַכט זיך, דער אײגענער װאָס פֿריִער, נאָר פֿאָרט נישט דער. פֿונעם קלענסטן חבֿר ביזן רבין רב זרח האָט מען אָנגעהױבן קוקן אַף מיר שױן מיט מער דרך־ארץ ― פֿאָרט אַ חתן מיט אַ זײגער. אױך דער טאַטע האָט שױן אױפֿגעהערט צו שרײַען אַף מיר; פֿון פּעטש שמועסט מען ניט: װיִאַזױ נעמט מען דאָס אַ חתן מיט אַ גילדענעם זײגער און מע פּאַטשט אים אױס? אַ חרפּה פֿאַר לײַטן און אַ בזיון פֿאַר זיך אַלײן! אמת, מע האָט אַמאָל אָפּגעשמיסן באַ אונדז אין חדר אַ חתן אליה, דערפֿאַר װאָס מע האָט אים געכאַפּט גליטשן זיך מיט אַלע שקצימלעך אַפֿן אײַז, ― האָט טאַקע נאָכדעם געהאַט צו טאָן דערמיט די גאַנצע שטאָט. די כּלה זײַנע איז געװאָר געװאָרן פֿון אַזאַ סקאַנדאַל, האָט זי אַזױ לאַנג געװײנט, ביז מע האָט אָפּגעשיקט דעם חתן די תּנאָים, און דער חתן, אליה הײסט דאָס, האָט זיך פֿאַר האַרצװײטיק און פֿאַר בזיון געװאָלט אַרײַנװאַרפֿן אין טײַך אַרײַן, איז געװען פֿאַרפֿרױרן דאָס װאַסער...

כּמעט אַזאַ אַן אומגליק האָט זיך געטראָפֿן מיט מיר, נאָר נישט איבער שמיץ, און נישט איבערן גליטשן זיך אַפֿן אײַז נאָר איבער אַ פֿידל.

אָט אַזױ איז געװען די מעשׂה:

באַ אונדז אין װײַנשענק האָבן מיר געהאַט אַן אָפֿטן גאַסט ט שעטשעק דער קאַפּעלמײַסטער, װאָס מיר פֿלעגן אים רופֿן: „פּאַן פּולקאָװניק“. דאָס איז געװען אַ געזונטער יונג, אַ הױכער, מיט אַ גרױסער קײַלעכיקער באָרד און מוראדיקע ברעמען. גערעדט האָט ער אַף אַ מאָדנע געמישט לשון, װאָס איז באַשטאַנען פֿון עטלעכע שפּראַכן. בשעת רײדן האָט ער געמאַכט מיט די ברעמען אַרױף און אַראָפּ; אַז ער האָט אַראָפּגעלאָזט די ברעמען, איז דאָס פּנים געװען שװאַרץ װי די נאַכט, און אַז ער האָט זײ אױפֿגעהױבן ― איז דאָס געװען קלאָר װי דער טאָג, װאָרעם עס האָבן זיך געפֿונען אונטער די דאָזיקע געדיכטע ברעמען אַ פּאָר העלבלױע, גוטע, שמײכלענדיקע אױגן. געטראָגן האָט ער אַ מונדיר מיט גאָלדענע קנעפּ, און דערפֿאַר טאַקע האָט ער באַ אונדז געהײסן „פּאַן פּולקאָװניק“. באַ אונדז אין װײַנשענק איז ער געװען זײער אַן אָפֿטער גאַסט, נישט דערפֿאַר, װײַל ער איז געװען אַ שכּור חלילה; נאָר מהאַי טעמא, װײַל דער טאַטע מײַנער איז געװען אַ בריה אַף מאַכן פֿון ראָזשינקעס דעם „בעסטן טײַערסטן אונגערשן װײַן“, װאָס טשעטשעק פֿלעגט אָנקװעלן, זיך גאָרניט קאָנען אָפּלױבן פֿון אים. ער פֿלעגט אַרױפֿלײגן אַף אים זײַן גרױסע מוראדיקע האַנט און זאָגן צום טאַטן אַף זײַן געמישטער שפּראַך:

―הערר קעלערמײַסטער! או טעבי נאַילעפּשי אונגאַרװײַן! נימאַ טאַקי װינע אין בודאַפּעשט! פּרעדבאָהעם! באַ דיר איז דער בעסטער אונגערישער װײַן! ניטאָ אַזאַ װײַן אין בודאַפּעשט! באַ גאָט!

צו מיר איז טשעטשעק תּמיד געװען צוגעלאָזט, מיך געלױבט, װאָס איך לערן אין חדר, פֿלעגט מיך אָפֿט פֿאַרהערן, פֿרעגן, װער איז געװען אַדאַם? און װער איז געװען איזאַק? און װער איז געװען דזשאָזעף?

― יוסף? ― פֿרעג איך אים. ― יוסף הצדיק?

― דזשאָזעף ― זאָגט ער.

― יוסף ― פֿאַרריכט איך אים נאָכאַמאָל,

― או נאַס דזשאָזעף, או־װאַס יאָדזשעף ― יאָדזשעף, יאָדזשעף ― דזשאָסעף ― װשיסטקאָ יעדנע, גאַנץ עגאַל.

― קהי ― הי ― הי!...

איך באַהאַלט דאָס פּנים אין קולאַק און לאַך מיך גוט אױס.

נאָר פֿון זינט איך בין אַ חתן געװאָרן האָט טשעטשעק אױך אױפֿגעהערט זיך באַגײן מיט מיר װי מיט אַ קונדס און האָט אָנגעהױבן רײדן מיט מיר שױן װי מיט אַ גלײַכן, דערצײלן מעשׂיות פֿון פּאָלק און פֿון מוזיקאַנט (דער „פּאַן פּולקאָװניק“ האָט געהאַט נײַן מאָס רײד, קײנער האָט אָבער קײן צײַט ניט געהאַט אים אױסהערן אַ חוץ מיר). אײנמאָל האָט ער זיך מיט מיר צערעדט װעגן שפּילן. האָב איך אים אַ פֿרעג געטאָן:

― דער פּאַן פּולקאָװניק שפּילט אַף װאָסער אינסטרומענט?

― נאַ װשיסטקיך אינסטרומענטו אַף אַלע כּלים. ― מאַכט ער צו מיר און הײבט־אױף אַף מיר די ברעמען.

― אַפֿן פֿידל אױך? ― פֿרעג איך אים, און ער באַקומט מיטאַמאָל אין מײַנע אױגן אַ פּנים פֿון אַ מלאך.

― קום צוגײן אַמאָל צו מיר, ― מאַכט ער ― װעל איך דיר שפּילן.

― װען קאָן איך ― זאָג איך ― צו דיר קומען, פּאַן פּולקאָװניק, אַז ניט שבת? ― נאָר בתּנאַי, קײנער זאָל ניט װיסן. זאָגסטו מיר צו?

― פּרעד באָהעם! ― מאַכט ער צו מיר און הײבט־אױף אַף מיר די ברעמען.
ח.

טשעטשעק האָט געװױנט װײַט־װײַט הינטער דער שטאָט, אין אַ קלײן װײַס שטיבל, מיט קלײנע פֿענצטערלעך, מיט געפֿאַרבטע לאָדן, מיט אַ גרינעם גאָרטן, װאָס האָבן אַרױסגעקוקט פֿון דאָרטן מיט גרױס גדלות אַ סך הױכע געלע סאָנישניקעס, װי עפּעס רעכטס, און האָבן אָנגעבױגן עטװאָס די קעפּלעך אַף אַ זײַט, אַביסל געשאָקלט זיך, און האָבן װי גערופֿן מיך צו זיך: „אַהער, צו אונדז, בחורל! דאָ איז געראַם, דאָ איז פֿרײַ, דאָ איז ליכטיק, דאָ איז פֿריש, דאָ איז װאַרעם, דאָ איז גוט!“... און נאָך יענעם עיפּוש מיט דער היץ, מיטן שטױב, װאָס אין שטאָט, און נאָך יענער ענגשאַפֿט מיטן געשרײ, מיטן טומל, װאָס אין חדר, גלוסט זיך טאַקע אַהער, װאָרעם דאָ איז געראַם. דאָ איז פֿרײַ, דאָ איז ליכטיק, דאָ איז פֿריש, דאָ איז װאַרעם, דאָ איז גוט! עס גלוסט זיך לױפֿן, שפּרינגען, שרײַען, זינגען; אָדער גאָר אַ װאָרף טאָן זיך אַף דער הױלער ערד, מיטן פּנים אינעם גרינעם שמעקעדיקן גראָז אַרײַן. נאָר, אױ װײ, נישט פֿאַר אײַך, ייִדישע קינדער! געלע סאָנישניקעס, גרינע קרױט, פֿרישע לופֿט, רײנע ערד, אַ לױטערער הימל ― האָט קײן פֿאַראיבל נישט, ס'איז נישט אַף אײַער מיסט געװאַקסן געװאָרן!...

באַגעגנט האָט מיך אַ שװאַרצער קודלאַטער הונט מיט רױטע פֿײַערדיקע אױגן. ער איז אַף מיר אָנגעפֿאַלן מיט אַזאַ רישעות, אַז ס'איז מיר שיִער די נשמה אַרױסגעפֿאַלן. אַ גליק, װאָס ער איז געװען צוגעבונדן אַף אַ שטריק. דערהערט מײַן געשרײ, איז טשעטשעק אַרױסגעלאָפֿן אָן אַ מונדיר און האָט אָנגעהױבן שטראָפֿן דעם הונט, ער זאָל אַנטשטומט װערן ― און ער איז אַנטשטומט געװאָרן. נאָכדעם האָט ער מיך אָנגענומען פֿאַר אַ האַנט, צוגעפֿירט מיך גלײַך צום שװאַרצן כּלבֿ, געזאָגט, איך זאָל גאָר קײן מורא נישט האָבן, ער װעט מיך ניט זאַטשעפּען; אַ סימן, זאָגט ער, איך זאָל אים אַ גלעט טאָן איבער די האָר. און נישט לאַנג געטראַכט, נעמט ער מײַן האַנט און פֿירט מיט איר איבערן הונטס פֿעל, רופֿט אים אָן בשעת מעשׂה מיט עטלעכע מאָדנע נעמען און זאָגט אים גוטע װערטער. דער שװאַרצער חבֿרה־מאַן לאָזט אַראָפּ דעם װײדל, בײגט אײַן דעם קאָפּ, באַלעקט זיך מיט דער צונג און װאַרפֿט אַף מיר אַ קוקל מן־הצד, װי אײנער רעדט: „דײַן גליק, װאָס דער פּריץ שטײט דאָ, װאָלטסט שױן אַװעקגעגאַנגען פֿון דאַנען אָן אַ האַנט“... איבערגעלעבט די פּחדים פֿונעם הונט און אַרײַנגעגאַנגען מיטן „פּאַן פּולקאָװניק“ אין שטוב אַרײַן, בין איך נבֿהל־ונשתּומם געװאָרן; אַלע װענט זײַנען פֿאַרהאָנגען פֿון אױבן אַראָפּ מיט ביקסן, און אַף דער ערד ליגט אַ פֿעל מיט אַ קאָפּ פֿון אַ לײב אָדער אַ לעמפּערט מיט מוראדיקע שאַרפֿע צײן. מילא, דער לײב איז נאָך אַ האַלבע צרה ― פֿאָרט אַ געפּגרטער; אָבער די ביקסן, די ביקסן?... ס'איז מיר נישט אײַנגעגאַנגען די פֿרישע פֿלױמען מיט די שײנע עפּל, װאָס דער באַלעבאָס האָט מיך מיט זײ מכבד געװען פֿון זײַן אײגענעם גאָרטן; מײַנע אױגן האָבן נישט אױפֿגעהערט צו שפּרינגען פֿון אײן װאַנט אַף דער אַנדערער. נאָר שפּעטער, אַז טשעטשעק האָט אַרױסגענומען פֿון אַ רױט שאַכטל אַ פֿידעלע, אַ קלײנס, אַ קײַלעכיקס, מיט אַ מאָדנע בײַכעלע, האָט אַרױפֿגעלײגט אַף דעם די גרױסע צעשפּרײטע באָרד און די גרױסע געזונטע האַנט און האָט געגעבן דעם ערשטן פֿיר עטלעכע מאָל הין און צוריק מיטן סמיטשיק, און עס האָבן זיך געגעבן אַ גאָס די ערשטע עטלעכע מעלאָדיען, האָב איך אין אײן אױגנבליק פֿאַרגעבן דעם שװאַרצן כּלבֿ, מיטן שרעקלעכן לײב, מיט די אָנגעלאָדענע ביקסן, ― איך האָב נאָר געזען פֿאַר זיך טשעטשעקס גרױסע צעלאָזט באָרד מיט זײַנע געדיכטע אַראָפּגעלאָזטע ברעמען, איך האָב נאָר געזען אַ קײַלעכיק פֿידעלע מיט אַ מאָדנע בײַכל, און פֿינגער, װאָס טאַנצן איבער די סטרונעס מיט אַזאַ מהירות, װאָס אַ מענטשנס שׂכל איז גאָר ניט אומשטאַנד משׂיג צו זײַן, װ וּ נעמט מען דאָס אַ ז ױ פֿ י ל פֿינגע ר?

נאָכדעם איז פֿאַרשװוּנדן געװאָרן טשעטשעק מיט זײַן צעשפּרײטער באָרד, מיט זײַנע געדיכטע ברעמען, מיט זײַנע װוּנדערלעכע פֿינגער, און איך האָב נאָר געהערט אַ זינגען, אַ קרעכצן, אַ װײנען, אַ כליפּען, אַ רײדן, אַ ברומען ― משונה מאָדנע קולות אַזעלכע, װאָס איך האָב אַף מײַן לעבן נישט געהערט קײנמאָל! זיסע קולות, װי האָניק, גלאַטע, װי בױמל, האָבן זיך געגאָסן גלײַך אין האַרצן אַרײַן אָן אַן אױפֿהער, און מײַן נשמה איז אַװעק װײַט־װײַט פֿון דאַנען, אין אַן אַנדער װעלט אַרײַן, אין אַ גן־עדן פֿון סאַמע קולות, פֿון גאָלע געזאַנגען...

― האַרבאַטע כצעש? געװירצן־טײ װילסטו? ― רופֿט זיך אָן צו מיר טשעטשעק, לײגט אַװעק דאָס פֿידעלע און טוט מיר אַ פּאַטש איז פּלײצע.

איך האָב דערפֿילט, אַז איך בין אַראָפּגעפֿאַלן פֿונעם זיבעטן הימל אַראָפּ אַף דער ערד.

פֿון דעמאָלט אָן האָב איך אָנגעהױבן צו גײן אַהער אַלע שבת באַטאָג הערן טשעטשעקן שפּילן אַפֿן פֿידל. איך פֿלעג שױן גײן גלײַך, נישט מורא געהאַט פֿאַר קײנעם, און אַפֿילו מיטן שװאַרצן כּלבֿ זײַנען מיר געװאָרן אַזױ באַקאַנט, אַז ער האָט מיך דערזען, פֿלעגט ער דרײען מיטן װײדל און זיך װעלן װאַרפֿן אַף מיר, אַ לעק טאָן די האַנט. פֿלעג איך אים נישט לאָזן: „לאָמיר בעסער זײַן גוטע פֿרײַנט פֿון דער װײַטן!“

אין דער הײם האָט ניט געװוּסט קײן פֿױגל, װוּ איך פֿאַרברענג דעם שבת ― פֿאָרט אַ חתן! ― און מע װאָלט נישט געװוּסט דערפֿון עד־היום, עס זאָל זיך ניט געװען טרעפֿן מיט מיר אַ נײַער אומגליק, אַ גרױסער אומגליק, װאָס װערט דאָ באַשריבן אינעם קאַפּיטל ט.
ט.

דאַכט זיך, װעמען באַדאַרף עס אָנגײן, למשל, אַז אַ ייִדיש בחורל גײט זיך שבת באַטאָג שפּאַצירן אַביסל װײַטער, הינטער דער שטאָט? צי ס'איז טאַקע מער נישטאָ װאָס צו טאָן, נאָר נאָכקוקן, אין זינען האָבן יענעם? װאָס העלפֿן אָבער די אַלע טענות, אַז עס ליגט שױן אַזױ באַ אונדז אין דער נאַטור, באַ ייִדן הײסט דאָס, גוט צוקוקן זיך צו יענעם, אַכטונג געבן, געפֿינען חסרונות און געבן עצות. למשל: צוגײן צו אַ װילד־פֿרעמדן, בשעת ער דאַװנט, און צו־רעכט מאַכן אים דעם „של־ראָש“ פֿון די תּפֿילין; אָדער אָפּשטעלן אים בשעת ער לױפֿט און איז פֿאַרטראָגן, אַז עס האָט זיך באַ אים, דאַכט זיך , פֿאַרקאַטשעט אַ הױז; אָדער אָנװײַזן יענעם מיטן פֿינגער, ער זאָל ניט װיסן װאָס איר מײנט: צי די נאָז, צי די באָרד, צי װעלכע גוטע יאָר? אָדער צונעמען באַ יענעם פֿון די הענט, בשעת יענער מוטשעט זיך און װיל עפּעס עפֿענען, און זאָגן אים: איר קאָנט נישט, לאָזט מיך! אָדער אָפּשטעלן זיך, בשעת יענער בױט אַ שטוב, און אױסזעצן אים אַ חסרון, אַז די סטעליע איז, דאַכט זיך, צו הױך, די חדרים צו געראַם און די פֿענצטער אומגעלומפּערט ברײט, כאָטש נעם צעװאַרף די שטוב און שטעל זיך בױען גאָר איבער־אַ־נײַס!... אָט אַזױ, הערט איר, איז שױן באַ אונדז אײַנגעפֿירט פֿון קדמונים, פֿון ששת ימי בראשית. מיר װעלן מיט אײַך די װעלט נישט איבערמאַכן, מיר זײַנען דאָס גאָר נישט מחױבֿ...

נאָך אַזאַ מין הקדמה װעט אײַך שױן זײַן רעכט, אַז אפֿרים קלאָץ, אַ ייִד אַ װילד־פֿרעמדער, װאָס האָט זיך אָנגעקערט מיט אונדז אַ קנעפּל, האָט נאָכגעקוקט נאָך מיר, נאָכגעשפּירט און אָנגעשמעקט װוּהין איך גײ, און האָט מיר צוגעשטעלט אַ בענקעלע, געשװאָרן, אַז ער האָט אַלײן געזען מיך עסן טרפֿות באַם „פּאָלקאָװניק“ און רױכערן אַ פּאַפּיראָס אום שבת, ער זאָל אַזױ זען, זאָגט ער, באַ זיך אַלדאָס גוטס, אַניט זאָל ער ניט דערלעבן, זאָגט ער, קומען אַהין, װוּהין ער גײט, און אױב ער זאָגט אַ דבֿר־שקר אַף אָט אַזױ פֿיל, זאָל זיך אים שטעלן, זאָגט ער, דאָס מױל אַף אַ זײַט און עס זאָלן אים אַרױס בײדע אױגן!

― אָמן הלװאַי ― האָב איך געזאָגט און האָב געכאַפּט פֿונעם טאַטן אַ פֿרישן פּאַטש, איך זאָל ניט זײַן קײן עזות־פּנים... נאָר איך פֿאַרכאַפּ, אַזױ דאַכט זיך מיר, די לאָקשן פֿאַר די פֿיש, און האָב גאָר גאָר פֿאַרגעסן אײַך דערצײלן, װער איז געװען אפֿרים קלאָץ, און װאָס איז געװען, און װי אַזױ איז געװען די מעשׂה.

אין עק שטאָט, אַף יענער זײַט בריק, איז געזעסן אַ ייִד אפֿרים קלאָץ. פֿאַר װאָס האָט מען אים גערופֿן קלאָץ? ער האָט אַמאָל געהאַנדלט מיט געהילץ. הײַנט האַנדלט ער שױן ניט ― איבער אַ מעשׂה, אַ בלבול, מע האָט אױסגעטרײסלט באַ אים אַ פֿרעמדן קלאָץ מיט אַ פֿרעמדער קלײמע, האָט ער געהאַט אַף זיך אַ פּעקל, אַ לאָדעניש, אַ שלעפּעניש, קױם־קױם אױסגעדרײט זיך פֿון טורמע. פֿון דעמאָלט אָן האָט ער אַװעקגעװאָרפֿן אַלע מיסחרים און האָט זיך גענומען צו שטאָט־זאַכן. אַרײַנקוקן אין קהלשע ענינים, צעך, טאַקסע, בית־המדרש ... תּחילת איז געװען נישט אַזױ גוט, ער האָט געהאַט בזיונות; נאָר װאָס װײַטער־װײַטער האָט ער זיך אַרײַנגעדרײט, אײַנגעגעסן אין די בײנער אַרײַן, געגעבן אָנצוהערעניש, אַז ער װײס „װוּ אַ טיר עפֿנט זיך“ ... און אפֿרים איז געװאָרן מיט דער צײַט אַ פּאַרשױן אַ נוצלעכער, נײטיקער, װאָס מע קאָן זיך אָן אים ניט באַגײן. אָט אַזױ כאַפּט זיך אַרײַן אַ װאָרעם אין עפּל אַרײַן, בעט זיך אױס גאַנץ ברײטלעך, מאַכט זיך אַ װײכן געלעגער און װערט דאָרט אַ הײמישער, אַ גאַנצער באַלעבאָס.

געװען איז אפֿרים אַ נידעריטשקער, געהאַט קורצע פֿיסעלעך, קלײנע הענטעלעך, רױטע בעקעלעך, און אַ גענגל אַ גיכס, מיט אַ טענצל און מיט אַ דרײ מיטן קעפּעלע; גערעדט האָט ער גיך, מיט אַ קװיטשל, און געלאַכט האָט ער מיט אַ דריבנע געלעכטערל, װי מע שיט אַרבעסלעך. אָנקוקן האָב איך אים נישט געקאָנט ― איך װײס נישט פֿאַר װאָס. אַלע שבת באַטאָג, װען איך בין געגאַנגען צו טשעטשעקן, אָדער פֿון טשעטשעקן, פֿלעג איך אים באַגעגענען אַפֿן בריק גײן שפּאַצירן אין אַ לאַנגן געלאַטעטן שבתדיקן לעטניק אָן די אַרבל. ער איז געגאַנגען, די הענט פֿאַרלײגט אַהינטער, און אונטערגעזונגען אַף זײער אַ דין
קולכל, און דער לאַנגער לעטניק האָט אים אונטערגעפּאַטשט פֿון הינטן אין די פּיאַטעס.

― גוט שבת! ― זאָג איך אים.

― גוט שבת! ― מאַכט ער. ― װוּהין גײט דאָס אַ ייִנגל?

― גלאַט אַזױ ― זאָג איך ― אַפֿן שפּאַציר.

― אַפֿן שפּאַציר? אײנער אַלײן? ― מאַכט ער און קוקט מיר אין די אױגן אַרײַן מיט אַזאַ מין שמײכעלע, װאָס ס'איז שװער צו טרעפֿן, װאָס מײנט ער דערמיט: צי ס'איז אַ גרױס בריהשאַפֿט, װאָס איך שטעל זיך אײַן גײן אײנער אַלײן, צי ס'איז אַ חכמה, צי אַ נאַרישקײט?...
י.

אײנמאָל, געגאַנגען צו טשעטשעקן, האָב איך באַמערקט, אַז אפֿרים קלאָץ קוקט מיר עפּעס זײער שטאַרק נאָך; האָב איך זיך אָפּגעשטעלט אַפֿן בריק און געקוקט אין װאַסער אַרײַן. האָט זיך אפֿרים אױך אָפּגעשטעלט און אױך געקוקט אין װאַסער אַרײַן. האָב איך זיך געלאָזט גײן צוריק ― ער גײט אױך. האָב איך מיך געלאָזט גײן װידער אַהין ― ער אױך. נאָכדעם איז ער פֿאַרפֿאַלן געװאָרן. שפּעטער, געזעסן מיט טשעטשעקן באַם טיש און געטרונקען טײ, האָבן מיר דערהערט דעם שװאַרצן כּלבֿ בילן אַף עמעצן זײער שטאַרק און רײַסן זיך פֿון דער שטריק. אַ קוק געטאָן אין פֿענצטער, האָט זיך מיר אױסגעדאַכט, אַז איך זע עפּעס אַ נידעריקס, אַ שװאַרציקס, מיט קלײנע פֿיסעלעך לױפֿט־לױפֿט און װערט פֿאַרשװוּנדן. נאָכן גענגל װאָלט איך געמעגט שװערן, אַז ס'איז געװען אפֿרים קלאָץ.

כּך הוה. איך בין געקומען שבת־צו־נאַכטס אַהײם, שױן נאָך הבֿדלה, מיט אַ פֿאַרפֿלאַמט פּנים, און האָב געטראָפֿן אפֿרימען זיצן באַם טיש. ער האָט עפּעס זײער שטאַרק גערעדט און געלאַכט מיט זײַן מאָדנעם געלעכטערל. דערזען מיך, איז ער אַנטשװיגן געװאָרן און געקלאַפּט מיט די קורצע פֿינגערלעך איבערן טיש. אַקעגן אים איז געזעסן דער טאַטע, טױט װי די װאַנט, און האָט זיך געדרײט די באָרד, געריסן די האָר אײנציקװײַז ― אַ סימן, אַז ער איז אין כּעס.

― פֿון װאַנען גײסטו דאָס? ― פֿרעגט מיך דער טאַטע און קוקט אַף אפֿרימען.

― פֿון װאַנען ― זאָג איך ― זאָל איך גײן?

― איך װײס ― זאָגט ער ― פֿון װאַנען? זאָג דו פֿון װאַנען, דו װײסט בעסער.

― פֿון בית־המדרש ― זאָג איך.

― און װוּ ― זאָגט ער ― ביסטו געװען אַ גאַנצן טאָג?

― װוּ ― זאָג איך ― זאָל איך זײַן?

― איך װײס ― זאָגט ער ― װוּ? זאָג דו װוּ, דו װײסט בעסער.

― אין בית־המדרש ― זאָג איך.

― װאָס האָסטו געטאָן ― זאָגט ער ― אין בית־המדרש?

― װאָס זאָל איך טאָן ― זאָג איך ― אין בית־המדרש?

― איך װײס ― זאָגט ער ― װאָס דו זאָלסט טאָן?

― איך האָב געלערנט ― זאָג איך.

― װאָס האָסטו ― זאָגט ער ― געלערנט?

― װאָס זאָל איך לערנען? ― זאָג איך.

― איך װײס ― זאָגט ער ― װאָס דו זאָלסט לערנען?

― גמרא ― זאָג איך ― האָב איך געלערנט.

― װאָסער גמרא ― זאָגט ער ― האָסטו געלערנט?

― װאָסער גמרא ― זאָג איך ― זאָל איך לערנען?

― איך װײס ― זאָגט ער ― װאָסער גמרא זאָלסטו לערנען?

― די גמרא „שבת“ ― זאָג איך ― האָב איך געלערנט.

דאָ האָט זיך אפֿרים קלאָץ צעלאַכט מיט זײַן דריבנע געלעכטערל, און מער האָט שױן, אַפּנים, דער טאַטע נישט געקאָנט איבערטראָגן. ער האָט זיך אױפֿגעכאַפּט פֿונעם אָרט און האָט מיר אױפֿגעװאָרפֿן צװײ הילכעדיקע פֿלאַם־פֿײַערדיקע פּעטש, עס זײַנען געפֿלױגן באַ מיר פֿונקען פֿון די אױגן. האָט דערהערט די מאַמע פֿונעם אַנדערן חדר, איז זי אַרײַנגעלאָפֿן מיט אַ געשרײ:

― נחום! גאָט איז מיט דיר! װאָס טוסטו? אַ בחור אַ חתן, פֿאַר דער חתונה? באַרעכן זיך, טאָמער חלילה װערט געװאָר דער מחותּן?!
――――――――

די מאַמע איז געװען גערעכט. דער מחותּן איז געװאָר געװאָרן פֿון דער גאַנצער מעשׂה ― אפֿרים האָט דאָס אים אַלײן איבערגעגעבן, און האָט דערלעבט אין אים אַ נקמה, װאָרעם זײ זײַנען תּמיד געװען צװישן זיך אַף מעסער־שטעך.

        *   *

אַף מאָרגן האָט מען מיר אָפּגעשיקט די תּנאָים מוט די כּלה־מתּ־נות, און איך בין געװאָרן אױס חתן. דאָס האָט דעם טאַטן אַזױ געקרענקט, אַז ער איז פֿאַרשלאַפֿט געװאָרן, געלעגן צו בעט אַ היפּשע צײַט, מיך נישט געלאָזט פֿאַר די אױגן, נישט געװאָלט מײַן פּנים אָנקוקן, װיפֿל די מאַמע האָט נישט געטענהט פֿאַר מיר, מיך געװאָלט פֿאַרענטפֿערן.

― דער בזיון! ― האָט ער געזאָגט. ― דער בזיון איז מיר ערגער פֿון אַלץ!

― אַ שײנע רײנע כּפּרה! ― האָט אים די מאַמע אױסגערעדט דאָס האַרץ. ― גאָט װעט מוזן צושיקן אַן אַנדערן שידוך, װאָס זאָל מען טאָן? זיך נעמען דאָס לעבן? מסתּמא איז דאָס ניט זײַן זיװג...

צװישן די, װאָס זײַנען געקומען מבֿקר חולה זײַן דעם טאַטן, איז געװען אױך טשעטשעק דער קאַפּעלמײַסטער.

דער טאַטע, אַז ער האָט אים דערזען, האָט ער אױסגעטאָן די יאַרמלקע, זיך אױפֿגעזעצט אַפֿן בעטל, האָט אים אױסגעצױגן די דאַרע טרוקענע האַנט, אַ קוק געטאָן אים אין די אױגן אַרײַן און אַ זאָג געטאָן:

― אױ, פּאַן פּולקאָװניק! פּאַן פּולקאָװניק!...

מער האָט ער נישט געקאָנט אױסרײדן קײן װאָרט, װאָרעם עס האָבן אים געשטיקט די טרערן און דער הוסט...

דאָס ערשטע מאָל אַף מײַן לעבן האָב איך דערזען דעם טאַטן װײנען. עס האָט מיך אָנגענומען באַם האַרצן און עס האָט מיך פֿאַרקלעמט באַ דער נשמה. איך בין געשטאַנען, געקוקט אין פֿענצטער און געשלונגען די טרערן. אין דער מינוט האָב איך באמת חרטה געהאַט אַף דער חתונה, װאָס איך האָב אָנגעאַרבעט. איך האָב מיך געשלאָגן על־חטא מיטן גאַנצן האַרצן און האָב מיר געגעבן דאָס װאָרט, איך זאָל קײנמאָל, קײנמאָל נישט דעררגזען דעם טאַטן, קײנמאָל, קײנמאָל נישט אָנטאָן אים קײן יסורים, ― אױס פֿידל!

                                                   געשריבן אין יאָר 1902
                           ד ע ר  זײגער
                                אַ מעשׂה

דער זײגער האָט אױסגעשלאָגן דרײַצן ...

מײנט נישט, אַז איך שפּאַס. איך דערצײל אײַך גאַנץ ערנסט אַ מעשׂה, װאָס האָט זיך פֿאַרלאָפֿן אין כּתרילעװקע, באַ אונדז אין שטוב טאַקע, און װאָס איך אַלײן בין דערבײַ געװעזן.

מיר האָבן געהאַט אַ זײגער, אַ װאַנט־זײגער, אַן אַלטן ירושה־זײ־גער פֿון דעם זײדן נאָך, װאָס דער זײדע האָט אים געהאַט פֿונעם עלטער־זײדן, עטלעכע דורות כּסדר, נאָך פֿון פֿאַר כמעלניצקיס צײַטן. אַן עבֿירה, כלעבן, װאָס אַ זײגער איז ניט קײן לעבעדיקע זאַך, אַ שטומע צונג און קאָן נישט רײדן: ער װאָלט דאָס געהאַט צו דערצײלן און צו דערצײלן!.... אין שטאָט האָט אונדזער זײגער געהאַט אַ שם פֿאַרן ערשטן זײגער, „רב נחומס זײגער“. מענטשן פֿלעגן קומען אָנשטעלן אַף אים זײערע זײגערס, װאָרעם זײַן גאַנג איז געװען דער אמתער, ריכטיקער גאַנג. איר קאָנט פֿאַרשטײן, אַז אַפֿילו ר ב לײביש חקרן , אַ ייִד אַ פֿילוסוף, װאָס איז געװען קלאָר אין „שקיעת־החמה“ פֿון דער זון אַלײן און איז געװען קלאָר אין דעם לוח אַף אױסװײניק, ― האָט ער אַלײן געזאָגט (איך האָב דאָס געהערט פֿון זײַן מױל), אַז אונדזער זײגער איז ... אַפֿילו קעגן זײַן זײגערל אַ גרױסע שמאַטע, נישט װערט קײן שמעק־טאַבעקע, נאָר װעדליק ס'איז פֿאַראַן זײגערס, איז אונדזער זײגער אַ זײגער... און אַז רב לײביש חקרן אַלײן האָט געזאָגט, האָט מען געמעגט שטעלן אַף זײַנע רײד, װאָרעם רב לײביש האָט זיך ניט געפֿױלט אַלע מיטװאָך פֿאַרנאַכט, בין מינחה למעריבֿ, אַרױפֿקלעטערן פֿון אױבן אַף דער װײַבערשער שול, אָדער אַפֿן שפּיץ־באַרג, װאָס נעבן אַלטן בית־