מאָטל פּײסי דעם חזנס: 2.17: מיר גײען פֿאַרגרעסערן די ביזנעס

שלום עליכם

פֿון www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish/sholemAleykhem/contents.html

מיר גײען פֿאַרגרעסערן די ביזנעס
― א. ―

אין אַמעריקע האָט מען פֿײַנט שטײן אַף אײן אָרט. אין אַמעריקע גײט מען פֿאָרװערטס. דאָס הײסט, מע װאַקסט, מע װערט װאָס אַ טאָג גרעסער... די ביזנעס, װאָס מיר האָבן געמאַכט אַף אונדזער סטענד, האָבן ניט געטראָגן אַף אױסצוהאַלטן אַ משפּחה פֿון, קײן עין־הרע, זיבן פּאַרשױן. האָבן מיר גענומען זוכן אַ גרעסערע ביזנעס. שױן ניט קײן סטענד, קײן טישל הײסט דאָס. אין אַמעריקע באַדאַרף מען לאַנג ניט זוכן. מע דאַרף נאָר נאָכקוקן, װי איך האָב אײַך שױן דערצײלט, אין די פּײפּערס. דאָרט געפֿינט איר װאָס אײַער האַרץ גלוסט. טאַקע פֿון פֿײגל־מילך. דער חסרון איז, װאָס פֿאַר אַן אײַנגעפֿירטע ביזנעס הײסט מען זיך גוט באַצאָלן. אַ נאָמען קאָסט געלט. פֿאַר דער פֿירמע באַדאַרף מען אַמאָל מער באַצאָלן, װי פֿאַר דער סחורה. אַ סימן האָט איר, אַז אַפֿילו אונדזער סטענד, װאָס האָט אונדז אַרײַנגעבראַכט קױם צען טאָלער אַ װאָך, האָבן מיר אױך פֿאַרקױפֿט פֿאַר גוט געלט ― נאָר צוליב דער פֿירמע. אַ גרינהאָרן האָט דאָס באַ אונדז אָפּגעקױפֿט. ער האָט זיך אַפֿילו ניט שטאַרק נאָכגעפֿרעגט באַ אונדז, װיפֿל מיר מאַכן. אים איז געװען גענוג צו זען, אַז זיבן נפֿשות דרײען זיך אַרום אײן סטענד און מאַכן אַ לעבן. מסתּמא איז דאָס אַ „ביזנעס“...
― ב. ―

דעם סטענד האָבן מיר פֿאַרקױפֿט מיט דער גאַנצער סחורה, מיט די בעסקעטס, מיט די כּלים און אַפֿילו מיט דער שאָו־קײס. נאָר דעם סוד, װי אַזױ מע מאַנופֿעקטשורט סאָדע־װאַסער, אַלערלײ סיראָפּן, און, איבערהױפּט, װי אַזױ מע מאַכט דעם געטראַנק, װאָס מע רופֿט אים „סײ־דער“ ― דאָס האָט מײַן ברודער אליהו ניט געװאָלט אױסזאָגן פֿאַר קײן געלט ניט. ער האָט געזאָגט, אַז איטלעכער מאַנופֿעקטשורט דאָס, װי ער פֿאַרשטײט. למאַי ער מאַנופֿעקטשורט װײַן אַף פּסח? מײַן ברודער אליהוס פּסחיקער װײַן האָט אַ שם אין אַמעריקע. קוקט ניט דערױף, װאָס ער מאַנופֿעקטשורט אים ערשט דאָס ערשטע יאָר. אַלע אונדזערע באַקאַנטע, װאָס דאַװענען מיט אונדז שבת אין אונדזער כּתרילעװקער שול, האָבן אונדז צוגעזאָגט, אַז װײַן אַף פּסח װעלן זײ ניט נעמען אין ערגעץ, נאָר באַ אונדז. אונדזער חבֿר פּיניע האָט אַרױסגעלאָזט אַ קלאַנג און צעפּױקט איבער ניו־יאָרק, אַז מײַן ברודער אליהו מאַנופֿעקטשורט פּסחיקן װײַן ― מעג אים טרינקען דער פּרעזידענט. אַף צו פּױקן איז אונדזער פּיניע אַ מזיק. דאָ װערט דאָס אָנגערופֿן: „אַדװערטײזן“. פּיניע זאָגט, אַז דערױף, דאָס הײסט אַף אַדװערטײזמענטס, שטײט אַמעריקע. איטלעכער סוחר מעג לױבן זײַן סחורה. יעדער אַרבעטער מעג אַדװערטײזן זײַן מלאָכה. די גאַנצע װעלט מעג װיסן, אַז מײַן געטראַנק איז זױער־עסיק. נאָר איך מעג מיר אַדװערטײזן, אַז ס'איז זיסער פֿון צוקער. איר מעגט זײַן איבערצײַגט, אַז מײַן אַרבעט איז ניט װערט קײן פּעני. נאָר איך קאָן עס מיר שאַצן, אַז ס'האָט די װערט אַ מיליאָן. עס איז אַמעריקע. אַ פֿרײַע מדינה.
― ג. ―

שטאַרק אױסגעפּױקט און צעאַדװערטײזט איבער גאַנץ „דאַון־טאַון“ מײַן ברודער אליהוס פּסחדיקן װײַן, האָט אונדזער חבֿר פּיניע אַװעקגערופֿן מײַן ברודער אַף אַ זײַט און האָט אים אַזױ געזאָגט:

― הער זשע אױס, אליהו. איך האָב דיר אַדװערטײזט דײַן פּסחדיקן װײַן, װאָס מע דאַרף נישט בעסער. זע־זשע, איך זאָל נישט האָבן דורך דיר קײן בזיונות. װאָרעם דו קאָנסט אָנמאַנופֿעקטשורן אַזאַ װײַן, ער זאָל זײַן אַזױ געשמאַק, װי דײַן געטראַנק אין דער אַלטער הײם... זאָלסטו געדענקען, אַז דאָס איז אַמעריקע, און דאָ טרינקט מען װײַן, נישט קײן קװאַס...

דאָ האָט זיך מײַן ברודער אליהו געפֿונען באַלײדיקט און האָט נישט געװאָלט ענטפֿערן פּיניען קײן װאָרט אַפֿילו. פֿאַר אים האָט שױן אָפּגע־
ענטפֿערט ברכה. מײַן שװעגערן האָט אָפּגעצװאָגן אונדזער חבֿר פּיניע מיט אַ הײסן אָקראָפּ. זי האָט זיך אָנגערופֿן און האָט אַזױ געזאָגט:

― עמעצער, אַ פֿרעמדער, זאָל שטײן באַ דער זײַט און הערן אַזעלכע װערטער, װאָלט ער זיכער געקאָנט מײנען, אַז אין אַמעריקע זײַנען לױטער מיוחסים און סטעקראַטן, װאָס טרינקען נישט קײן אַנדער משקה, אַ חוץ װײַן, און באָדן זיך אין האָניק און אין שמאַלץ און אין אַלדאָס גוטס... לאָם איך האָבן די גליקלעכע יאָר, װיפֿל קװאָרט סאָראָװעץ און ראָסל פֿון אוגערקעס עס װערט דאָ אױסגעטרונקען אַ טאָג!... איך האָב אַלײן געזען מיט מײַנע אײגענע אױגן אַן אָלרײַטניטשקע פֿון גרענד סטריט האָט באַשטעלט אַן עמער עפּלקװאַס מיט אַ מאה זױערע עפּעלעך, קיסליצעס... און די ברכות זאָל איך האָבן, װאָס די קיסליצעס זײַנען בעסער און געשמאַקער פֿון די היגע אָרענדזשעס מיט די גרײפּ־פֿרוטס, װאָס מע װײס אַפֿילו נישט, װי אַזױ מע שנײַדט דאָס און מיט װאָס מע עסט דאָס...

איך גיב נישט איבער ביזן סוף אַלצדינג, װאָס ברכה האָט דאָ אַרױסגעזאָגט. װאָרעם ברכה, אַז זי הײבט אָן צו רײדן, װעט זי אַזױ גיך נישט אַנטשװיגן װערן. פּיניע װײס עס גלײַך מיט מיר. רוקט ער אָן דאָס היטל און נעמט דעם װעג. דאָס איז די בעסטע עצה. איך טו אױך אַזױ.
― ד. ―

„קענדי־סיגאַר־סטײשאָנערי־סטאָר מיט פֿינף רומס. גרױסער באַרגײן. גוטע ביזנעס. בעסטע נאַכבאַרשאַפֿט. אורזאַכע סינגעל. שנעל איבערגעבן“. װאָס זאָגט איר אַף דער עבֿרי? אַיאָ, ס'איז באַ אײַך תּרגום־לשון? מע מוז אײַך פֿאַרטײַטשן איטלעכס װאָרט באַזונדער. אַנישט, װעט איר נישט פֿאַרשטײן.

דער פּשט איז אַזױ: „עס גיט זיך איבער אַ קלײט, װוּ מע פֿאַרקױפֿט קאָנפֿעקטן, סיגאַרעטן, שרײַבגעצײַג, גאַזעטן און נאָך אַזעלכע זאַכן. אַ גרױסע מציאה. מאַכט גוטע געשעפֿטן. די בעסטע שכנים. און מחמת דער באַלעבאָס איז נישט קײן באַװײַבטער, דעריבער גיט ער איבער דאָס געשעפֿט װאָס גיכער“...

דאָס האָבן מיר אַרױסגעלײענט פֿונעם פּײפּער, און מיר האָבן אַלע דערפֿילט, אַז דאָס איז פֿאַר אונדז די ריכטיקע ביזנעס. גלײַך װי געמאָסטן. און מיר האָבן אָנגעהױבן גײן אָנקוקן די ביזנעס. פֿריִער זײַנען געגאַנגען די מאַנצבילן. דאָס הײסט, מײַן ברודער אליהו, אונדזער חבֿר פּיניע און מיר אינצװײען, דאָס הײסט, איך און מײַן חבֿר מענדל, װאָס מע רופֿט אים שױן מײק. אונדז זײַנען די ביזנעס געפֿעלן. דערנאָך זײַנען געגאַנגען די װײַבער: די מאַמע, מײַן שװעגערן ברכה און פּיניעס װײַב טײַבל. איז זײ נישט געפֿעלן. איטלעכע פֿון זײ האָט געפֿונען אַן אַנדער חסרון. מײַן מאַמע האָט געזאָגט, אַז ס'איז איר צו װײַט פֿון דער שול. דאָס הײסט, ס'איז אַף יענער גאַס אױך פֿאַראַן אַ שול. איז דאָס אָבער אַ פֿרעמדע שול. נישט אונדזער כּתרילעװקער שול. פֿרעגט באַ איר אליהו, אױב אין דער שול איז דער אײגענער ייִדישער גאָט, װאָס אין יענער שול? ענטפֿערט אים די מאַמע, אַז דער גאָט איז דער אײגענער, נאָר די ייִדן זײַנען אַנדערע. זי איז צוגעװױנט צו די כּתרילעװקער ייִדן. מיט כּתרילעװקער ייִדן, זאָגט זי, דאַװנט זיך גאָר אַנדערש. זי קאָן זיך נישט פֿאָרשטעלן, װי אַזױ װעט זי הערן אַן אַנדער בעל־תּפֿלה, נישט אונדזער הערש־בער דעם חזן?
― ה. ―

דאָס איז דער מאַמעס טענות. מײַן שװעגערן ברכה האָט אַף די ביזנעס אַן אַנדער חסרון: װאָס װעלן מיר טאָן, זאָגט זי, מיט אַזױפֿיל רומס? צו װאָס דאַרפֿן מיר פֿינף רומס? האָט אונדז אונדזער שכנה פּעסיע די גראָבע געגעבן אַן עצה: מיר זאָלן די איבעריקע רומם פֿאַרדינגען. אָפּגעבן צו אַ פּאָר קװאַרטיראַנטן מיט קעסט. דאָ װערט דאָס אָנגערופֿן: „אַרײַננעמען באָרדערס“. אַ „באָרדער“ הײסט אַ שכן, אַ קװאַרטיראַנט. זאָגט ברכה: „נאָך דאָס פֿעלט אונדז. האָבן צו טאָן מיט קעסט־קינדער“. און טײַבל זאָגט איר נאָך איטלעכס װאָרט, װי אַ פּאָפּוגײַ: „נאָך דאָס פֿעלט אונדז. האָבן צו טאָן מיט קעסט־קינדער“... זאָגט פּיניע צו זײַן װײַבל: „טאָמער װאָלסטו אַמאָל געזאָגט דײַן אײגן װאָרט, נישט איבערקײַען ברכהס װערטער?“... טרעט אַרױס ברכה און קילט אָפּ אונדזער פּיניען: „איטלעכער איז אַ מבֿין אַף יענעם, נישט אַף זיך“... און טײַבל חזרט איבער: „איטלעכער איז אַ מבֿין אַף יענעם, נישט אַף זיך“... רופֿט זיך אָן פּיניע צו זײַן װײַב: „װאָס װאָלסטו געטאָן, װען דו זאָלסט זײַן אַלײן?“ ענטפֿערט אים ברכה: „װאָלט איך ― זאָלט איר, לעקעך ― איז מקח“... און טײַבל זאָגט איר נאָך: „װאָלט איך ― זאָלט איך, לעקעך ― איז מקח“... טוט פּיניע אַ שפּײַ אױס „טפֿו!“ ― און גײט אַװעק.
― ו. ―

מײנט איר, אַז נאָר מיר אַלײן זײַנען געגאַנגען אָנקוקן די ביזנעס? עס האָבן זיך מטריח געװען אױך אונדזערע מחותּנים, אונדזערע פֿרײַנט און באַקאַנטע. קודם כּל איז געגאַנגען אונדזער מחותּן, יונה דער בעקער. דערנאָך ― זײַן װײַב, אונדזער מחותּנתטע, ריװעלע די בעקערן. בײדע מיטאַמאָל קאָנען זײ נישט איבערלאָזן די קנישעס אַף הפֿקר. מוזן זײ אַלעמאָל גײן אײנציקװײַז. דערנאָך איז געגאַנגען משה דער אײַנבינדער. און נאָך אים ― פּעסיע די גראָבע... נאָר שאַ! דאָ מוז איך מיך אַלײן אונטערברעכן און זאָגן אַפֿן היגן לשון: „עסקיוז מי, איך האָב געמאַכט אַ מיסטײק“. אַף אונדזער מענטשלעך לשון װעט דאָס הײסן: „האָט קײן פֿאַריבל נישט, איך האָב געהאַט אַ טעות“. פֿריִער איז געגאַנגען אונדזער שכנה פּעסיע די גראָבע, דערנאָך ערשט איז געגאַנגען איר מאַן, משה דער אײַנבינדער. און נאָך זײ זײַנען געגאַנגען גלאַט אַ פּאָר באַקאַנטע גוטע פֿרײַנט, װאָס דאַװענען מיט אונדז אין אײן שול, דאָס הײסט, אַ פּאָר כּתרילעװקער ייִדן, װאָס פֿאַרשטײען אין די ביזנעס. האָט זײ דער ביזנעסמאַן נישט שײן אױפֿגענומען. דאָס הײסט, ער האָט זײ פּשוט דורכגעטריבן. ער האָט זײ געזאָגט, אַז ער האָט זיך קײנמאָל נישט פֿאָרגעשטעלט אַזאַ גרױסע משפּחה! האָט דאָס מײַן מאַמע פֿאַרדראָסן. איז זי אַװעק צו אים מיט מײַן שװעגערן ברכה. האָט אים ברכה אָפּגעשפּילט אַ װיװאַט, אַז ער װעט זי האָבן צו געדענקען! דער סוף איז געװען, אַז דער ביזנעסמאַן האָט געשװאָרן באַ גאָט, אַז ער גיט אױף די ביזנעס נאָר צוליב דעם, װאָס ער גײט חתונה האָבן. איצט האָט ער שױן חרטה. אַז אַ ייִדענע, זאָגט ער, קאָן האָבן אַזאַ מױל, װי אונדזער ברכה, איז נישט כּדאַי צו חתונה האָבן. שױן גלײַכער, זאָגט ער, בלײַבן ביזן טױט אַ סינגעלמאַן. דאָס הײסט, אַ בחור. ― ז. ―

דאָס איז אָבער נאָר געזאָגט. דער ביזנעסמאַן איז אױסגעגאַנגען פֿאַרקױפֿן די ביזנעס, פּונקט אַזױ װי מיר האָבן געחלשט נאָך די ביזנעס. ובפֿרט, אַז אונדזער סטענד האָבן מיר שױן כּמעט פֿאַרקױפֿט. איך זאָג „כּמעט“, װײַל דער גרינהאָרן, װאָס איז געגאַנגען איבערנעמען אונדזער סטענד, האָט אונדז מיט גװאַלד אַרײַנגעשטופּט צען טאָלער אַן אױפֿגאָב. דאָ הײסט עס אַ „דעפּאָזיט“. מיר האָבן שױן חרטה געהאַט, װאָס מיר האָבן באַ אים גענומען דעם דעפּאָזיט. װאָרעם דער גרינהאָרן איז געהאַנגען איבער אונדז דעם גאַנצן טאָג, ער האָט שױן גאָרנישט געװאָלט אָפּטרעטן פֿון אונדזער סטענד. אַ ייִד אַ נודניק, אַ סך אַ גרעסערער נודניק פֿון מײַן ברודער אליהו. מײַן ברודער איז גאָלד אַקעגן אים. ער האָט זיך אַזױ אײַנגעגעסן אין די בײנער, אַז מיר האָבן אים געװאָרפֿן אין פּנים אַרײַן זײַן דעפּאָזיט. האָט ער אָבער ניט געװאָלט אים נעמען צוריק. ער האָט זיך פֿאַרליבט אין אונדזער סטענד. ער איז געװען זיכער, אַז מיר װערן גליקלעך. „אַ גרינהאָרן בלײַבט אַ גרינהאָרן!“... אַזױ זאָגט אונדזער חבֿר פּיניע.
― ח. ―

װאָס הײסט אַ „גרינהאָרן“? ― פֿרעגט מיך עפּעס גרינגערס! מײַן חבֿר מײק װײס אױך נישט װאָס דאָס איז. מיר הערן, אַז מע זאָגט „גרינהאָרן“ ― זאָגן מיר אױך. איך בין אַ בעלן געװען אַף אַ טשיקאַװעסט אָפּמאָלן דעם ייִדן, װאָס האָט אָפּגעהאַנדלט באַ אונדז דעם סטענד, מיט אַ װײַס קרײַדל אַף די שטײנער פֿונעם טראָטואַר. נאָר אַפֿן שטערן האָב איך אים צוגעזעצט אַ לאַנגן האָרן מיט גרינע קרײַד. האָט איר באַדאַרפֿט הערן די געלעכטערן, װאָס זײַנען געװען. אַלע האָבן דערקענט אונדזער גרינהאָרן און אַלע האָבן געלאַכט. אַ חוץ מײַן ברודער אליהו. ער האָט נישט געלאַכט. דאָס הײסט, שלאָגן האָט ער מיך נישט געשלאָגן. נאָר ער האָט מיך געצװוּנגען, איך זאָל מיט אַ נאַסער שמאַטע אָפּװישן דעם גרינהאָרן. אַנישט, װעלן מיר דאַרפֿן צאָלן שטראָף. פֿאַר יעדע זאַך צאָלט מען דאָ שטראָף. פּרוּװט אַ שפּײַ טאָן אין סטריט ― װאַקסט אױס אַ גאָראָדאָװאָי (דאָ הײסט ער „פּאָליסמאַן“). ער נעמט אײַך פֿאַר אַן אױער און פֿירט אײַך אָפּ גלײַך אין חד־גדיא אַרײַן (דאָ הײסט עס „פּאָליס־סטײשען“). און דאָרטן שטראַפֿירט מען אײַך אָפּ אין פֿינף טאָלער. זײער שטרענג אין אַמעריקע!
― ט. ―

קערט איר אַװדאי מײנען, אַז דאָ איז אַזױ רײן און זױבער, װי אין אַנטװערפּן, און קײנער שפּײַט נישט אַף דער סטריט? האָט איר אַ טעות. מע שפּײַט און מע כראַקעט אַף װאָס די װעלט שטײט. אַמעריקע ― אַ פֿרײַע מדינה. סײַדן אפֿשר אַף דער פֿינפֿטער עװעניו. און דאָס ― נישט אומעטום, נאָר דאָרט, װוּ די מיליאָנערן זיצן. מיליאָנערן שפּײַען נישט. שפּײַען שפּײַט נאָר דער, װאָס ס'איז אים נישט גוט. און דעם רײַכן איז דאָך גוט ― װאָס װעט ער שפּײַען?... מיר מופֿן
― א. ―

אין אַמעריקע איז אַ מנהג ― מע מופֿט. דאָס הײסט, מע פּעקלט זיך פֿון אײן דירה אין דער אַנדערער. פֿון אײן ביזנעס אין דער אַנדערער. יעדער אײנציקער מוז מופֿן. מופֿט ער נישט מיט זײַן גוטן װילן, מאַכט מען אים, ער זאָל מופֿן. דאָס הײסט, אַז איר צאָלט נישט קײן דירה־געלט (דאָ הײסט עס „רענט“), גיט מען אָן אַף אײַך און מע װאַרפֿט אײַך אַרױס. װערט דאָס אָנגערופֿן, אַז מע האָט אײַך אַרױסגעמופֿט. דעריבער טאָרט איר זיך נישט װוּנדערן, אַז מע טוט אײַך אַ פֿרעג: „װען מופֿט איר?“ און אַז מע פֿרעגט אײַך, מוזט איר ענטפֿערן. פֿאַר נישט װעלן ענטפֿערן האָט מײַן ברודער אליהו געכאַפּט אַ פּסק פֿון אונדזערן אַ קאָס־טאָמער, װאָס גיט אונדז צו לײזן פֿאַר מעטשעס (שװעבעלעך). דאָס הײסט, ער באַקומט פֿון אונדזער סטענד אַלע װאָך אַ באַקסל מעטשעס אָן געלט. דאָ גיט מען שװעבעלעך אומזיסט. מע דאַרף גאָרנישט װאַרטן, ביז מע װעט געבן. מע גײט צו און מע נעמט אַלײן.
― ב. ―

דער קאָסטאָמער, װאָס איך דערצײל אײַך, איז אַ מאָדנער מענטש. עס איז כּדאַי, איך זאָל אײַך אים אָפּמאָלן. װער ער איז און װאָס ער איז ― װײסן מיר נישט. װוּ ער װױנט און װאָס זײַנען זײַנע ביזנעס ― װײסן מיר אױך נישט. קײן רײַכער מאַן, װײַזט אױס, איז ער נישט. דאָס זעט מען נאָך זײַן אױסגעריבענעם קאָוט, װאָס ער בײַט אים קײנמאָל ניט איבער, נאָך זײַן אָפּגעבאַרעט קאַפּעליושל און נאָך זײַנע געלאַטעטע שיך. דערפֿאַר איז ער אָבער זײער אַן אַקוראַטנער מענטש. ער קומט צו