כּתרילעװקע אין ניו־יאָרק
― א. ―
אײדער איך גײ אײַך דערצײלן, װי אַזױ מיר מאַכן אַ לעבן אין דעם
נײַעם לאַנד, מוז איך אײַך פֿריִער אױסרעכענען באַ די נעמען, װער איז
דאָ אין אַמעריקע פֿון אונדזערע פֿרײַנט און באַקאַנטע, װײַל נאָר זײ צו
דאַנקען האָבן מיר זיך ביסלעכװײַז אַרױפֿגעאַרבעט און אָנגעהױבן צו
מאַכן אַ לעבן. לאָזט זיך אױס, אַז מיר האָבן דאָ פֿרײַנט און באַקאַנטע
― קײן עין־הרע, קײן בײז אױג! גאַנץ כּתרילעװקע האָט זיך אַריבערגעפּעקלט אַהער, קײן אַמעריקע. נאָך אונדזער אַװעקפֿאָרן פֿון דער הײם
איז געװאָרן, זאָגן זײ, דאָרטן אַ בהלה, אַ מהומה, אַ לױפֿעניש. עס האָט
אױסגעבראָכן, זאָגן זײ, אַ מוראדיקער פּאָגראָם, אַ שחיטה און אַ שׂרפֿה
― גאַנץ שטאָט איז אַװעק מיטן פֿײַער! װער האָט אונדז געבראַכט די
נײַס ― די מאַמע. װוּ ערגעץ אַ צרה, װערט פֿריִער פֿון אַלע געװױרע
די מאַמע. פֿון װאַנען? פֿון בית־המדרש. פֿון דער כּתרילעװקער שול.
ס'איז פֿאַראַן אַזאַ שול אין ניו־יאָרק.
― ב. ―
די ערשטע װאָך, אַז מיר זײַנען געקומען אין שטאָט אַרײַן, האָט
די מאַמע קודם־כּל זיך צעפֿרעגט אַף אַ שול, װוּהין צו גײן שבת דאַװענען. זײַנען אין ניו־יאָרק, ברוך השם, פֿאַראַן שולן כּמעט אַף יעדער
סטריט. האָט אונדז אונדזער שכנה פּעסיע אָפּגעפֿירט דעם ערשטן שבת
אין שול אַרײַן. די שול איז טאַקע אונדזער שול. דאָס הײסט, די ייִדן,
װאָס דאַװענען דאָרטן, זײַנען אַלע פֿון אונדזער שטעטל. זי הײסט מיטן
נאָמען „כּ ל ישׂראל אַנשי כּתרילעװק ע“. אָדער „ד י
כּ תרילעװקער ש ו ל“. האָבן מיר זיך דאָרט דערזען מיט אַ סך
באַקאַנטע פֿון אונדזער שטאָט. טרעפֿט, װעמען האָבן מיר געזען? אַז איר
װעט זײַן מיט אַכצן קעפּ, װעט איר אױך ניט טרעפֿן. ערשטנס ― דעם חזן,
אונדזער הערש־בער דעם חזן מיט דער גרױסער באָרד. אָט דער, װאָס
איך בין באַ אים געװען אַמאָל אַ זינגערל, אױב איר געדענקט, און האָב
זיך אַרומגעטראָגן מיט זײַן דאָבציען. אַ קינד אַ קאַליקע. דאָס קינד איז
געשטאָרבן נאָך דאָרטן, אין דער הײם, בשעת פּאָגראָם. און הערש־בער
דער חזן מיט דער חזנטע מיט די עלטערע קינדער זײַנען אַלע דאָ אין
אַמעריקע און מאַכן אַ לעבן. הערש־בער איז דאָ אַ חזן און אַ מוהל און
אַ מלמד אױך. דאָ הײסט דאָס ניט מלמד. דאָ הײסט דאָס „טיטשער“.
פֿאַרװאָס טיטשער? װײַל ער טיטשט די קינדער. דאָס הײסט, ער קנײַפּט
זײ שטילערהײט, קײנער זאָל ניט זען. מחמת שלאָגן אַ קינד טאָר מען
דאָ ניט, װי איך האָב אײַך שױן געזאָגט. הערש־בער האָט, זאָגט מען,
דאָ גאַנץ פֿײַן פּרנסה. נאָר ער האָט זיך שטאַרק איבערגעאַנדערשט. דאָס
הײסט, איז'ן איז ער דער אײגענער, װאָס געװען, נאָר ער גײט אַנדערש
אָנגעטאָן. אין דער הײם, װען ער טוט אָן אַזאַ קאַפּעליוש װי דאָ, װאָלט
מען אים נאָכגעלאָפֿן. די קאַפּאָטע איז באַ אים אױך פֿאַרקירצט. און
די פּאות אונטערגעהאַקט. נאָר די באָרד טשעפּעט ער ניט. טשעפּען אים
אָבער אַנדערע די באָרד. דאָ, אין אַמעריקע, האָט מען פֿײַנט אַ באָרד.
ערגער װי אַן ערלעכער ייִד האָט פֿײַנט חזיר. אַנומלטן האָבן אים דערטאַפּט אין מיטן סטריט שקצימלעך ― „לױפֿערס“ הײסן זײ דאָ ― און
האָבן אים נאָר געװאָלט אָפּשערן די באָרד. אַ גליק, װאָס ייִדן זײַנען
אָנגעקומען און האָבן אים אַרױסגעראַטעװעט פֿון די „לױפֿערס“ הענט.
פֿון דעמאָלט אָן, אַז ער גײט אין סטריט, באַהאַלט ער די באָרד אינעם
אױבערראָק.
― ג. ―
בערע דער שוסטער איז אױך דאָ. דאָס איז דער בערע, װאָס מײַן
ברודער אליהו האָט זיך געהאַט אונטערגענומען אַמאָל אַרױסצוטרײַבן
באַ אים די מײַז. אױב איר געדענקט, האָט בערע דער שוסטער ליב צו
דערצײלן גוזמאות. אױסטראַכטן זאַכן, װאָס ניט געשטױגן, ניט געפֿלױגן.
דאָס הײסט, ער איז אַ ייִד אַ ליגנער. דאָ װערט עס אָנגערופֿן אַ „בלאָ־
פֿער“. ער איז דאָ אױך דער זעלבער שוסטער, װאָס אין דער הײם. ער
דערצײלט פֿון זײַן שוסטערײַ אַזעלכע גליקן, אַז װען ס'זאָל זײַן כאָטש
אַ דריטל אמת, װאָלט אױך געװען גוט. ער זאָגט, אַז ער איז דאָ דער
גרעסטער שוסטער אין אַמעריקע. מיט זײַנע שטיװל, זאָגט ער, טראָגט
מען זיך אַרום איבערן גאַנצן לאַנד. ער שװערט מיט אַזעלכע שבֿועות,
װאָס מע מעג גלײבן אַ משומד, אַז דער פּרעזידענט אַלײן האָט זיך באַשטעלט באַ אים אַ פּאָר שטיװל. זאָגט מײַן ברודער אליהו, אַז די מעשׂה
מיטן פּרעזידענטס שטיװל איז פּונקט אַזױ אמת, װי די מעשׂה, װאָס
בערע דער שוסטער האָט אונדז אַמאָל געהאַט דערצײלט, װי אַזױ די מײַז
האָבן באַ אים אױפֿגעגעסן אַ קאַץ... דאָ, אַז עמעצער דערצײלט אַזעלכע מעשׂיות, זאָגט מען אַף אים, אַז ער „האַקט אַ טשײַניק“, אָדער אַז
ער „בלאָפֿט“. מיר געפֿעלט בעסער די װערטער „ער האַקט אַ טשײַניק“.
עס איז מיר אַזױ שטאַרק געפֿעלן, אַז איך האָב עס אַרױפֿגעכאַפּט אַף
פּאַפּיר. דאָס הײסט, איך האָב אױסגעמאָלט בערע דעם שוסטער, װי ער
האַלט אַ האַמער. אַפֿן טיש שטײט אַ גרױסער טשײַניק, און ער האַקט
אים... אַלע די, װאָס האָבן געזען דאָס בילד, האָבן זיך געקאַטשעט
פֿאַר געלעכטער. אַפֿילו מײַן ברודער אליהו האָט אױך געשענקט אַ האַלבן
שמײכל. ער שלאָגט מיך שױן מער ניט דערפֿאַר, װאָס איך מאַך מענטשעלעך. ער בורטשעט נאָר און זאָגט: „אַז ס'איז ניטאָ װאָס צו טאָן,
איז דאָס אױך אַן עסק“...
― ד. ―
װאָס דאַרפֿט איר מער? רב יאָסיע דער נגיד, װאָס אַלע האָבן זיך
געװוּנטשן באַ אונדז, חוץ זײַן שאָדן, כאָטש אַ דריטחלק, ― איז ער
אױך דאָ, אין אַמעריקע. ער איז שױן אָבער אױס נגיד. װאָס איז די
מעשׂה? אים האָט אַװעקגעהרגעט דער פּאָגראָם. דאָס הײסט, פֿונעם פּאָגראָם גופֿא האָט ער אַלײן ניט אַזױ שטאַרק געליטן. דאָס הײסט, געראַ־בירט האָט מען אים, דאָס מעבל צעבראָכן, דאָס בעטגעװאַנט צעריסן,
די סחורה פֿון קלײט צענומען, נאָר געשלאָגן האָט מען זײ ניט, מחמת
זײ זײַנען געלעגן אַלע אין אַ קעלער דרײַ טעג מיט דרײַ נעכט, שיִער ניט
אױסגעגאַנגען פֿון הונגער. דאָס אַלצדינג װאָלט געװען אַ האַלבע צרה.
דאָס אומגליק איז געװען דאָס, װאָס אַלע זײַנע בעלי־חובֿות האָבן אים
אָנגעזעצט, האָט ער אױך געמוזט אָנזעצן. װער װאָלט זיך געריכט, אַ
שטײגער, אַז אַזאַ איש בטוח, װי רב יאָסיע, זאָל דאַרפֿן אָנזעצן און אַנטלױפֿן פֿון כּתרילעװקע? אין מיטן באַנאַכט איז ער אַנטלאָפֿן. װוּהין ―
קײן אַמעריקע. זײַן זונדל הענעך מיטן אײגל, געדענקט איר, װי אַזױ ער
האָט געלאַכט פֿון מיר, װאָס איך פֿאָר קײן אַמעריקע? איצט שלעפּט
ער זיך אַרום דאָ איבער די סטריטן. אַז ער דערזעט מיך, אַנטלױפֿט ער.
עס שטײט אים נאָך הײַנט אױך ניט אָן צו רײדן מיט מיר. המנס גדלות!
מײַן חבֿר מענדל זאָגט, אַז ער מוז אים מאַכן בלױ דאָס אַנדערע אײגל.
מענדל האָט פֿײַנט, אַז מע נעמט זיך איבער, אָדער אַז מע בלאָזט פֿון זיך.
― ה. ―
שענער פֿון אַלץ איז, װאָס מנשה דער רופֿא און מנשהכע די רופֿאטע זײַנען אױך דאָ. איר געדענקט דאָך מן הסתּם זײער גאָרטן מיט זײערע פֿערשקעס, מיט זײערע װײַנשל, מיט זײערע עפּל און מיט זײערע באַרן? איז דאָס אַלצדינג אַװעק מיטן רױך און מיטן פֿײַער. מע האָט זײ פֿאַרברענט זײער שטוב מיט זײער גאָרטן, געמאַכט פֿון אַלצדינג אַש. איר זאָלט זײ אָנקוקן, װאָלט איר זײ ניט דערקענט. בײדע זײַנען זײ געװאָרן גרױ און אַלט. ער שטופּט אַ פּושקאַרט מיט עפּל און מיט אָראַנדזשעס, און זי פּעדלט מיט װיסאָצקיס טײ. „אַז אָך און װײ ― זאָגט די מאַמע מײַנע מיט טרערן אַף די אױגן ― אַף װאָס זײ זײַנען איבערגעקומען“...
― אַ שײנע רײנע כּפּרה! ― זאָגט מײַן ברודער אליהו, און איך
האַלט מיט אים. אַ מצװה אַף מנשהכע די רופֿאטע. זי איז געװען אַ רשעטע.
געזשאַלעװעט אַן אָרעמאַן אַ פֿאַרפֿױלטן עפּל, װאָס איז אַראָפּגעפֿאַלן
פֿונעם בױם. זי מײנט, אַז איך האָב שױן פֿאַרגעסן די מעשׂה, װי אַזױ
מע האָט מיך אַמאָל געפּאַקט באַ איר אין גאָרטן... איך װעל עס געדענקען װײַל איך װעל לעבן!
― ו. ―
אין דער צײַט, װאָס מיר האָבן זיך אַרומגעשלעפּט איבער אױסלאַנד, האָט מען דאָרט אין דער הײם געפּאָגראָמעװעט אונדזערע כּתרילעװקער ייִדן, געראַבירט די קלײטן און געברענט די הײַזער. אַ סבֿרה, אַז אונדזער האַלבע שטוב, װאָס מיר האָבן פֿאַרקױפֿט צו זיליע דעם שנײַדער, איז אױך אָפּגעברענט געװאָרן, און זיליע דער שנײַדער איז איצטער הי. ער איז אַ שנײַדער װי געװען. דער חילוק איז, װאָס דאָרט, אין דער הײם, איז ער געװען אַ באַלעבאָס פֿאַר זיך, און דאָ, אין אַמעריקע, אַרבעט ער באַ יענעם. אַמאָל איז ער אַן „אונטערפּרעסער“ באַ הױזן, און אַמאָל איז ער אַן „אָפּרײטער“ באַ דער מאַשין. ער פֿאַרדינט, זאָגט ער, זײַנע זיבן־אַכט טאָלער אַ װאָך. עס װאָלט אים געװען, זאָגט ער, װינציקלעך אַף צו מאַכן אַ לעבן, ברענגען אים אַרײַן זײַנע קינדער ― דרײַ קינדער האָט ער, און אַלע מײדלעך ― דרײַ מאָל אַזױפֿיל. זײ אַרבעטן באַ „שױרטס“. העמדער הײסן דאָ „שױרטס“. פֿרעג איך באַ מײַן ברודער אליהו, פֿאַרװאָס הײסן העמדער „שױרטס“? זאָגט מײַן ברודער אליהו, אַז ער װײס ניט, פֿון װאָסער אַ שורש עס נעמט זיך דאָס װאָרט „שױרטס“. זאָגט צו אים אונדזער חבֿר פּיניע, למאַי ער װײס ניט דעם שורש פֿון נאָך אַ סך אַנדערע װערטער? זאָגט אליהו, אַז פֿון אַנדערע װערטער װײס ער יאָ דעם שורש. פֿרעגט אים פּיניע: „פֿון װאַנען זשע נעמט זיך דאָס װאָרט „בוטשער“, און פֿאַרװאָס איז בוטשער אַ קצבֿ?“ זאָגט אים אליהו: „דערפֿאַר, װאָס אַ קצבֿ צעבוטשערט דאָס פֿלײש אַף שטיקלעך“... פֿרעגט אים פּיניע: „פֿון װאַנען זשע נעמט זיך עס, װאָס אַ שנײַדער הײסט דאָ „אָפּרײטער“? זאָגט אליהו: „דאָס נעמט זיך דערפֿון, װאָס... װאָס... װאָס האָסטו זיך צוגעטשעפּעט צו מיר? װאָס בין איך מחױבֿ דיר צו פֿאַרטײַטשן אַלע װערטער, װאָס מע זאָגט דאָ אין אַמעריקע?“
― ששאַ! שרײַ ניט! מע װערט פֿון דיר ניט גליקלעך! ― זאָגט פּיניע און דרײט זיך אױס צו מיר מיטן פּנים. ― קום נאָר אַהער, קטנתּי. אַז דו װילסט װיסן עפּעס אַ זאַך, זאָלסטו קײנמאָל ניט פֿרעגן באַ דײַן ברודער אליהו, װאָרעם ער װײס ניט.
― איר װײסט בײדע מער פֿון אַ טױטן! ― מישט זיך אַרײַן מײַן
שװעגערין ברכה און שטעלט זיך אײַן פֿאַר איר מאַן.
― ז. ―
דערװײל האָב איך מיך פֿאַררעדט פֿון זײַטיקע זאַכן און האָב פֿאַרגעסן, אַז איך האָב גענומען אױסרעכענען, װער פֿון אונדזערע באַקאַנטע
זײַנען דאָ, אין אַמעריקע. אַ חוץ אונדזער חבֿר פּיניעס משפּחה, איז גאַנץ
כּתרילעװקע אַצינד אין אַמעריקע. און ס'איז אַ סבֿרה, אַז פּיניעס משפּחה
קלײַבט זיך אױך אַהערצוצו. פּיניעס פֿאָטער, הערש־לײב מעכאַניק, און
זײַן פֿעטער שניאור דער זײגערמאַכער שרײַבן צו פּיניען, אַז זײ װאָלטן
שױן לאַנג אַרױסגעפֿאָרן, האָבן זײ ניט מיט װאָס. בעטן זײ, מע זאָל
זײ אַרױסשיקן שיפֿסקאַרטן. קלױבן מיר איצטער אַ פּעני צו אַ פּעני. אַז
מיר װעלן צונױפֿקלײַבן די ערשטע עטלעכע טאָלער אַף אײַנצוצאָלן אַן
אױפֿגאָב, װעלן מיר זײ אַרױסשיקן שיפֿסקאַרטן אַף אױסצוצאָלן. און זײ
װעלן מיט גאָטס הילף געװיס אױסצאָלן. װאָרעם זײ קומען אַהער ניט
מיט לײדיקע הענט. הערש־לײב דער מעכאַניק שרײַבט, אַז ער האָט צוגעטראַכט אַ נײַעם אױװן. אַזאַ מין אױװן, װאָס מע דאַרף צו אים האָבן
זײער װינציק האָלץ. כּמעט גאָלע גאָרניט. װי אַזױ? דאָס איז זײַן סוד...
און שניאור דער זײגערמאַכער האָט אױסגעקלערט אַ זײגער, װאָס גאַנץ
אַמעריקע װעט לױפֿן קוקן אַף חידושים. װאָס־זשע איז דאָס פֿאַר אַ מין
זײגער? װעט איר הערן, װאָס מע שרײַבט צו פּיניען פֿון דער הײם.
― ח. ―
דער זײגער אַלײן איז אַ געװײנלעכער װאַנט־זײגער מיט אַ געװײנלעכן ציפֿערבלאַט. נאָר װאָס דען? אַז איר קוקט זיך גוט צו צום ציפֿערבלאַט, דערזעט איר אױסגעמאָלט די זון מיט דער לבֿנה מיט אַלע צװעלף שטערן. באַטאָג זעט מען מער אַרױס די זון. און באַנאַכט ― די לבֿנה מיט די שטערן. זײַט איר פֿאַרטיק? האָט צײַט! אַלע מאָל, װען דער זײגער שלאָגט אױס צװעלף, עפֿנט זיך אױף פֿאַר אײַערע אױגן אַ קלײן טירעלע און עס קומט אַרױס פֿריִער אַן אָפֿיציר מיט אַ שפּאַגע. דערנאָך צװעלף סאָלדאַטן־מוזיקאַנטן. דער אָפֿיציר טוט אַ מאַך מיט דער שפּאַגע, און די צװעלף סאָלדאַטן שפּילן אָפּ אַ מאַרש און גײען אַװעק. מאַכט זיך צו דאָס טירעלע ― און שױן! װי מײנט איר, קאָן מען מיט אַזאַ זײגער פֿאַרדינען געלט אין אַמעריקע? אַף דעם זײגער האָט פּיניעס פֿעטער פֿאַרבראַכט היפּשע עטלעכע יאָר. ער איז שױן געװען באַ אים כּמעט אינגאַנצן פֿאַרטיק. האָט מען אים בעת פּאָגראָם צעריבן אַף שטיקלעך. נאָר עס מאַכט ניט אױס. אַבי דער שׂכל פֿונעם זײגער איז געבליבן באַ אים. לאָז ער נאָר קומען קײן אַמעריקע, װעט שױן זײַן, װי מע זאָגט דאָ, אָללרײַט!
― ט. ―
און װיִאַזױ מיר מאַכן אַ לעבן ― האָב איך אײַך נאָך אַלץ ניט
געזאָגט. נאָר דאָס לאָז שױן זײַן אַף מאָרגן.
מיר מאַכן אַ לעבן
― א. ―
דער ערשטער האָט זיך אַרױפֿגעשלאָגן אַף אַ װעג און גענומען מאַכן
אַ לעבן מײַן ברודער אליהו. און װעמען האָט ער צו פֿאַרדאַנקען? דער
מאַמען. זי גײט אַלע שבת דאַװענען אין כּתרילעװקער בית־המדרש, באַגעגנט זי זיך מיט מענטשן. האָט זי זיך באַקענט מיט דער פּרעזידענטיכע,
דאָס מײנט מיט דער גבאיטע פֿון שול. װאָרעם אַ גבאי אין אַ שול הײסט
דאָ „פּרעזידענט“. די פּרעזידענטיכע איז אַ װױלע ייִדענע און האַלט פֿון
מײַן מאַמע, דערפֿאַר, װאָס מײַן מאַמע װײס אַלעמאָל, װוּ דער חזן האַלט
און װאָס דער חזן זאָגט. און די היגע װײַבער װײסן ניט װער עס האָט
זײ געשלײערט. אַזױ זאָגט מײַן ברודער אליהוס װײַב ברכה. מײַן שװע־גערן ברכה זאָגט, אַז די היגע װײַבער גײען אין שול אַרײַן נאָר צו באַװײַזן זײערע באַרליאַנטן. דאָ הײסט דאָס „דײַמאָנטס“. און אַז זײ זײַנען מחילה גרױסע בהמות. אַזױ זאָגט ברכה. און אַז זײ װײסן ניט קײן
צלם פֿאַר קײן אַלף. און אַז זײ קאָנען נאָר גוט פֿרעסן און רײדן לשון־הרע... האַקט איר איבער די מאַמע און זאָגט, אַז „אָט דאָס אַלײן,
טאָכטער לעבן, איז דאָך אױך לשון־הרע“... פֿאַרענטפֿערט זיך ברכה,
אַז זי מעג, װאָרעם זי זאָגט דאָס פֿאַר אײגענע, ניט פֿאַר פֿרעמדע...
נאָר מיר קערן זיך אום צוריק צו דער פּרעזידענטיכע און צו איר מאַן,
דעם פּרעזידענט פֿון דער כּתרילעװקער שול.
― ב. ―
האָט איר װען געהערט פֿון דער „היברו נײשאָנאַל װוּרשט קאָמפּאַני“? דאָרט פֿאַרקױפֿט מען ייִדישע כּשרע קאָלבאַסעס. דאַרע קישקע,