מאָטל פּײסי דעם חזנס: 2.10: מיר שטרײַקן

שלום עליכם

פֿון www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish/sholemAleykhem/contents.html

מיר שטרײַקן!
― א. ―

מיר דאַכט, אַז ס'איז גאָר ניטאָ קײן בעסערע זאַך אַף דער װעלט, װי אַז מע שטרײַקט. דאָס האָט אַזאַ פּנים, װי אַז איר לערנט באַ רבין, װאָס שלאָגט זיך צו שטאַרק, נעמט מען אָפּ באַ אים די קינדער און מע זוכט אַן אַנדער מלמד. דערװײַל הערט איר אױף צו גײן אין חדר. מײַן ברודער אליהו און אונדזער חבֿר פּיניע האָבן אױפֿגעהערט צו גײן אין שאַפּ. אונדזער שטוב האָט שױן גאָר אַן אַנדער פּנים, זײַט זײ זײַנען אין דער הײם. אַזױ האָבן מיר זײ אָנגעקוקט אײן מאָל אין װאָך ― זונטיק. װאָרעם, װי איך האָב אײַך שױן דערצײלט, אַז מע אַרבעט אין שאַפּ, מוז מען אױפֿשטײן כּאור, בכדי מע זאָל חלילה ניט פֿאַרשפּעטיקן. און אַז זײ זײַנען געקומען אַהײם, פֿלעג איך שױן שלאָפֿן. פֿאַרװאָס? דערפֿאַר, װאָס זײ האָבן געאַרבעט „אָװערטײַם“. דאָס הײסט, אַז אַלע אַנדערע אַרבעטער זײַנען געגאַנגען אַהײם, זײַנען אונדזערע לײַט נאָך געזעסן אין שאַפּ באַ דער אַרבעט. ניט דערפֿאַר, װאָס מע האָט זײ גע־נױט פֿון קהל. זײ האָבן געאַרבעט אָװערטײַם, בכדי זײ זאָלן מער פֿאַרדינען. אַי, אַז ס'איז געקומען צום צאָלן, האָט מען באַ זײ אָפּגעריסן טעג ― װאָס זײַנען זײ שולדיק? „עלעהײ, גזלנים זײַנען אונדז באַפֿאַלן“... אַזױ האָט געזאָגט מײַן ברודער אליהו.

― עלעהײ, דו ביסט אַ לעקיש! ― זאָגט צו אים מײַן שװעגערן ברכה. װען זי, זאָגט זי, זאָל אַרבעטן אין אַ שאַפּ, װאָלט זי זיך ניט געלאָזט שפּײַען אין דער קאַשע. זי זאָגט, אַז אַלע פֿאָרלײַט מיט אַלע באָסעס װאָלטן באַ איר געקײַט די ערד. און איר מעגט איר גלײבן. ברכה קאָן! ― ב. ―

דערפֿאַר האָט זי זיך געקילט דאָס האַרץ, אַז אַלע שעפּער האָבן דערקלערט אַ שטרײַק. דאָס הײסט, אַלע שנײַדערס, װיפֿל ס'איז פֿאַראַן אין ניו־יאָרק, האָבן אַװעקגעלײגט שער און אײַזן און ― גוד באַי. װײ־װײ, װאָס סע האָט זיך אָפּגעטאָן! אין דער הײם, און אַף דער סטריט, און אין די האָלס! אַ „האָל“ ― איז אַ זאַל, אָדער אַ טעאַטער. מע קלײַבט זיך צונױף אַהינצוצו אַלע שנײַדערס פֿון גאַנץ ניו־יאָרק אַף אַ מיטינג, און מע רעדט און מע רעדט און מע רעדט. איר הערט זיך דאָרט אָן אַזעלכע װערטער, װאָס איר האָט זײ קײנמאָל ניט געהערט: „דזשענעראַל סטרײַק“.... „יוניאָן“... „אָרגאַניזירט“... „אַכט און פֿערציק שטונדן“... „העכערע װײדזשעס“... „בעסערע באַהאַנדלונג“... „סקעבס“... „שטרײַקברעכערס“... „פּיקעטס“... און נאָך כּדומה אַזעלכע װערטער, װאָס איר פֿאַרשטײט זײ ניט. מײַן חבֿר מענדל זאָגט, אַז ער פֿאַרשטײט זײ יאָ. נאָר געבן מיר צו פֿאַרשטײן קאָן ער ניט. „װעסט עלטער װערן, זאָגט ער מיר, װעסטו אַלײן פֿאַרשטײן“. עס קאָן זײַן. דערװײַל קוק איך זיך צו, װי דער עולם היצט זיך, און עס בײַסן זיך מיר די הענט. עס גלוסט זיך מיר זײ אַלע אַראָפּכאַפּן אַף פּאַפּיר. אױסמאָלן איטלעכן באַזונדער, װי ער זעט אױס, װאָס ער טוט, װי אַזױ ער שטײט און װי אַזױ ער רעדט.
― ג. ―

למשל, נעמט מײַן ברודער אליהו. ער אַלײן רעדט ניט קײן װאָרט. ער גײט נאָר צו צו איטלעכס רעדל און שטעקט אַרײַן די נאָז. אָדער ער לײגט צו אַן אױער. בעת מעשׂה בײַסט ער די נעגל און איז שטאַרק אױפֿגערעגט. אַ פֿאַרגעניגן צו זען מײַן ברודער, װי ער שאָקלט צו מיטן קאָפּ יעדן אײנציקן, װאָס ער רעדט. ער איז מיט אַלעמען מרוצה, װאָס יענער זאָל ניט זאָגן. אָט איז צוגעקומען צו אים אַ שנײַדער מיט אַ גולקע אַף אײן זײַט קאָפּ ― פֿון דער לינקער זײט. דער שנײַדער האָט אים אָנגענומען באַ אַ לאַץ און טרײסלט אים און רעדט אין אים אַרײַן, אַז ס'איז אַרױסגעװאָרפֿן דער גאַנצער טאַרעראַם. די שנײַדערס װעלן מיט זײער שטרײַק גאָרנישט אױספֿירן. מחמת די „אַסאָסיאײשאָן“ פֿון די „מאַנו־פֿעקטשורערס“ איז צו שטאַרק פֿאַר אונדז! שאָקלט אים מײַן ברודער צו מיטן קאָפּ. און איך האָב זײער מורא, אַז מײַן ברודער אליהו װײס אַזױ, װאָס באַטײַט „אַסאָסיאײשאָן“ און „מאַנופֿעקטשורערס“, װי איך... װאָרעם אָט איז צוגעגאַנגען צו אליהון אַן אַנדער שנײַדער מיט אַ פּנים פֿון אַ קאַטשקע. אַז ער רעדט, פּאַטשט ער מיט די ליפּן. דער שנײַדער האָט אָנגענומען מײַן ברודער פֿאַר אַ קנעפּל און האָט לאַנג איבער אים גערעדט, געפּאַטשט מיט די ליפּן. ער האָט אַלע מינוט אױסגערופֿן: „נײן! מיר מוזן קעמפֿן, אױסקעמפֿן ביזן סוף!“... האָט אים מײַן ברודער אױך אױסגעהערט און אױך צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ. אַן עבֿירה, װאָס מײַן שװעגערן איז דאָ ניטאָ. זי װאָלט אים שױן עפּעס אַרײַנגעזאָגט...

― ד. ―

גאַנץ אַנדערש האָט אױסגעזען אונדזער חבֿר פּיניע. װער עס האָט אים ניט געזען און װער עס האָט אים ניט געהערט רײדן אַף אַ מיטינג, ― דער האָט גאָר קײן שײנס ניט געזען אַף זײַן לעבן. אונדזער פּיניעס פֿיגור דאַרף אײַך זײַן באַקאַנט נאָך פֿון מײַנע פֿריִעריקע מעשׂיות. זײַנע קורצזיכטיקע אױגן מיט זײַן לאַנגער שפּיצעכיקער נאָז, װאָס קוקט אַראָפּ אין מױל אַרײַן, געדענקט איר מסתּמא. זײַנע לאַנגע שמאָלע הױזן, אײן הױז אַראָפּ, אײן הױז אַרױף, און זײַן שניפּס אַף דער צעשפּילעטער מאַנישקע ― האָט איר אַװדאי אױך ניט פֿאַרגעסן. הײַנט זײַן רײדן, זײַן פּינען מיט דער נשמה און זײַן שיטן פֿונעם אַרבל מיט הױכע שײנע װערטער און מיט קלינגענדיקע נעמען פֿון גרױסע לײַט? אַצינד שטעלט אײַך פֿאָר, אַז פּיניע צעהיצט זיך און רעדט פֿאַר אַן עולם פֿון טױזנטער מענטשן, װאָס װילן אים דװקא ניט הערן. אָנגעהױבן האָט ער אַזש פֿון קאָלומבוסן, װי אַזױ ער האָט אַנטדעקט אַמעריקע, און איז באַלד אַרױף אַף די פֿאַר־ אײניקטע שטאַטן, און האָט זיך פֿאַרמאָסטן צו רײדן און צו רײדן. האָט מען אים ניט געלאָזט.

― װער איז דער ספּיקער? ― פֿרעגט אײן שנײַדער באַם אַנדערן.

― אַ גרינהאָרן! ― ענטפֿערט אים יענער.

― װאָס װיל ער?

― װאָס באַרעדט ער?

― װאָס האַקט ער אַ טשײַניק?

― שאַראַפּ! ― שרײַט אױס אײנער, און אַ סך אַנדערע כאַפּן אים אונטער:

― שאַראַפּ!...

                                    ― ה. ―

„שאַראַפּ“ איז אַפֿילו אַ מיאוס װאָרט. די טײַטש פֿונעם װאָרט איז „אַראָפּ פֿונעם מאַרק!“ נאָר אונדזער חבֿר פּיניע שרעקט זיך ניט פֿאַר קײן װערטער. פּיניע, אַז ער צערעדט זיך, איז װי אַ פֿאַס װאַסער, װאָס מע האָט אָפּגעשטעקט און פֿאַרװאָרפֿן דעם צאַפּן. איר קאָנט צוהאַלטן מיט דער האַנט, פֿאַרשטאָפּן מיט אַ שמאַטע ― עס װעט אײַך קײן זאַך ניט העלפֿן. ביז דאָס װאַסער װעט ניט אַרױסגײן ביזן לעצטן טראָפּן, איז אַן עבֿירה אײַער טרחה. פּיניע מוז אָפּרײדן זײַנס. סײַדן מע זאָל אים אַראָפּשלעפּן פֿון דער בינע. דאָ הײסט עס ניט בינע, דאָ הײסט עס „סטײדזש“. איצטיקס מאָל האָט מען אים טאַקע געמוזט אַזױ טאָן. צװײ שנײַדער־יונגען, פּרעסערס, האָבן אים גענומען פֿאַר בײדע הענט און מע האָט אים מיט כּבֿוד אַראָפּגעפֿירט פֿונעם סטײדזש. דאָס האָט אים אָבער גאָרניט געשטערט אױסצופֿירן דאָס, װאָס ער האָט געװאָלט אױספֿירן. ער האָט דאָס איבעריקע דעררעדט, שױן גײענדיק מיט אונדז אַהײם. און אַז מיר זײַנען געקומען אַהײם, האָט ער נאָך לאַנג גערעדט פֿאַר מײַן מאַמען און פֿאַר מײַן שװעגערן ברכה און פֿאַר זײן װײַב טײַבל. איך און מײַן חבֿר מענדל זײַנען אױך געװען צװישן די צוהערער. און מיר דאַכט, אַז װעדליק פּיניע האָט געטענהט, איז ער גערעכט. נאָר גײט רעדט מיט װײַבער. אַז פּיניע האָט זיך גוט אָנגערעדט, רופֿט זיך אָן מײַן שװעגערן ברכה מיט אַ משל, װי איר שטײגער איז:

― װאָס איז דעם אינדיק פֿאַר אַ חילוק, צי מע קױלעט אים פּורים צו דער סעודה, צי פּסח צום סדר?...

טאָמער װײסט איר, װאָס מײנט דערמיט ברכה?...
― ו. ―

דערװײַל גײט אַװעק אַ טאָג און אַ טאָג. דער שטרײַק איז אַ שטרײַק. די אַרבעטער זײַנען שטאָל און אײַזן. מיטינגען מאַכט מען אַלע טאָג. און אַלע מאָל אַף אַ נײַעם פּלאַץ. די מאַנופֿעקטשורערס, הער איך זאָגן, האַלטן זיך אױך שטאַרק. זײ װילן ניט נאָכגעבן. זײ װעלן אָבער מוזן נאָכגעבן. אַזױ זאָגן אַלע. ניטאָ אַ זאַך, װאָס די אַרבעטער זאָלן ניט אױספֿירן. ס'איז אַמעריקע! עס האַלט שױן באַם לעצטן מיטל. אַז דאָס װעט ניט העלפֿן, איז עק װעלט! אַזױ זאָגן אונדזערע לײַט. װאָס איז דאָס פֿאַר אַ מיטל? מיר װעלן זיך צונױפֿזאַמלען אַלע שטרײַקער פֿון גאַנץ ניו־יאָרק און מיר װעלן דורכגײן איבער די סטריטן מיט אַ מאַרטש. דאָס הײסט, טױזנטער און טױזנטער שנײַדערס װעלן זיך דורכשפּאַצירן מיט די פֿאָנען איבער דער שטאָט. מיר און מײַן חבֿר מענדל איז דאָס דװקא געפֿעלן. מיר װעלן זײַן די ערשטע. רעדט זשע אָבער מיט אַזאַ ייִדענע, װי מײַן שװעגערן ברכה, זאָגט זי, אַז באַ איר זעט דאָס אױס, װי קינדער שפּילן זיך אין סאָלדאַטלעך... זי זאָגט: „אַן עבֿירה אײַערע שיך“... האָט איר באַדאַרפֿט אָנקוקן אונדזער פּיניען און הערן, װאָס ער האָט איר געזאָגט דערױף!
― ז. ―

מיר האָבן שױן געהאַלטן מיטן שטרײַק גאַנץ װײַט. איך און מײַן חבֿר מענדל האָבן זיך שױן צוגעגרײט, װי מע גרײט זיך צו צו דעם פֿערטן דזשולאַי. דעמאָלט איז יום־טובֿ אין אַמעריקע. מע שיסט אַף דער סטריט מיט די פֿײַער־קרעקערס און עס טרעפֿט זיך, זאָגט מען, אַז מע דערהרגעט אַ מענטשן. אַ קלײניקײט ― דער פֿערטער דזשולאַי? דאָס איז דאָך דער טאָג, װאָס די פֿאַראײניקטע שטאַטן האָבן זיך באַפֿרײַט פֿון די שׂונאים...

איך און מענדל זײַנען שױן געװען יום־טובֿדיק. איז אונדז פֿאַרשטערט געװאָרן די שׂמחה. אַף קאַנעל סטריט האָט מען געהרגעט אַ מענטשן. די ידיעה האָט אונדז געבראַכט פּיניע. ער איז געװען אַפֿן אָרט און האָט געזען דעם געהרגעטן. ער זאָגט, אַז דער מענטש האָט פֿאַרדינט דעם טױט. ער איז געװען, זאָגט ער, אַ גענגסטער. פֿרעגט אים די מאַמע: „װאָס הײסט אַ גענגסטער? אַ גנבֿ?“ זאָגט פּיניע: „ערגער פֿון אַ גנבֿ!“ פֿרעגט אים די מאַמע: „אַ גזלן?“ זאָגט פּיניע: „ערגער פֿון אַ גזלן!“ פֿרעגט די מאַמע: „װאָס קאָן זײַן ערגער פֿון אַ גזלן?“ זאָגט פּיניע: „אַ גענגסטער איז ערגער פֿון אַ גזלן. װאָרעם אַ גזלן איז אַ גזלן, און אַ גענגסטער איז אַ געדונגענער גזלן. דעם מענטשן האָט מען געדונגען, ער זאָל שלאָגן די שטרײַקערס. איז ער באַפֿאַלן אַ מײדל אַ שטרײַ־קערן און האָט זיך פֿאַרמאָסטן זי צו שלאָגן. האָט זי געמאַכט אַ גװאַלד, זײַנען זיך צונױפֿגעלאָפֿן מענטשן און ס'איז אַרױס אַ געשלעג... מער האָט מען פֿון פּיניען ניט געקאָנט אַרױסבאַקומען גאָרניט. ער האָט אַרומגעשפּאַנט מיט זײַנע לאַנגע פֿיס הין און צוריק. ער האָט געפּינעט מיט דער נשמה. ער האָט געשפּריצט מיט פֿײַער. ער האָט זיך געריסן באַ די האָר און געשאָטן מיט װערטער און מיט נעמען:

― אַי־אַי, קאָלומבוס! אַי־אַי, װאַשינגטאָן! אַי־אַי, לינקאָלן!

דער סוף איז געװען ― פּיניע האָט זיך אױפֿגעהױבן און איז אַנטלאָפֿן!
― ח. ―

ביז עפּעס װאָס, דערװײַל האָט דאָס אונדז געטראָפֿן. מיך און מײַן חבֿר מענדל. די מאַמע האָט זיך געשװאָרן באַ איר געזונט און באַ איר לעבן, אַז זי װעט אונדז ניט אַרױסלאָזן אַף דער סטריט פֿאַר קײן געלט אין דער װעלט! ניט מיך, ניט מענדלען, ניט אליהון, ניט ברכהן און ניט טײַבלען. װאָרעם װיבאַלד אַז עס האַלט שױן, זאָגט זי, אַזױ װײַט, אַז מע הרגעט מענטשן אין סטריט ― איז שױן עק װעלט! זי האָט אָנגעװאָרפֿן אַף אונדז אַלעמען אַזאַ פּחד, אַז טײַבל האָט זיך צעװײנט, װי אַ קלײן קינד. גאָט װײס, װוּ איר פּיניע איז אַצינד!... האָט די מאַמע שױן פֿאַרגעסן אָן אונדז און האָט גענומען אױסרײדן דאָס האַרץ נעבעך טײַבלען: אַז מיר האָבן אַ שטאַרקן גאָט, און אַז עס װעט איר פּיניען גאָרניט געשען, און אַז ער װעט מיט גאָטס הילף קומען בשלום אַהײם, און אַז ער װעט זײַן אַ מאַן צו זײַן װײַב און אַ טאַטע צו זײַנע קינדערלעך, װאָס װעלן, אם ירצה שם, אַמאָל זײַן. װאָרעם דערװײַל האָט נאָך טײַבל קײן קינד און קײן רינד. זי דאָקטערט זיך און האָפֿט, אַז זי װעט נאָך אַמאָל האָבן קינדער.

― און אַ סך קינדער! ― זאָגט די מאַמע.

― אָמן הלװאַי! ― זאָג איך און כאַפּ אַ פּאַטש פֿון מײַן ברודער אליהו, איך זאָל ניט זײַן קײן שײגעץ און זאָל ניט שטופּן די צונג אַהין, װוּ מען דאַרף ניט...

                                           ― ט. ―

געלױבט איז גאָט ― געקומען פּיניע. און געקומען איז ער מיט אַ שׂימחה, אַ גדולה: דער מענטש דער גענגסטער, װאָס מע האָט אים געהרגעט, לעבט און װעט לעבן. נאָר אַ קאַליקע װעט ער שױן בלײַבן אַף אײביק. מע האָט אים ניט דערהרגעט אַף טױט. מע האָט אים נאָר אַזױ גוט אָנגעהרגעט. מע האָט אים אױסגעזעצט אַן אױג און איבערגעבראָכן אַ האַנט. „אַ מיצװה ― לאָז ער ניט זײַן קײן גענגסטער!“ האָט אָבער די מאַמע אַף אים רחמנות: לאָז ער זיך זײַן, זאָגט זי, װאָס ער איז. פֿאַראַן אַ גאָט אין הימל, לאָז ער זיך, זאָגט זי, מיט אים רעכענען. פֿאַרװאָס, זאָגט זי, קומט אים, מע זאָל אים איבערברעכן אַ האַנט און אױסזעצן אַן אױג? װאָס זײַנען שולדיק זײַן װײַב און קינדער נעבעך, זײ זאָלן האָבן אַ טאַטן אַ קאַליקע?“...

                                           ― י. ―

דער שטרײַק האָט זיך פֿאַרצױגן און מיר גײען אַרום אָן אַ שטאָך אַרבעט. מײַן ברודער אליהו איז אױס מענטש. די מאַמע רעדט אים אױס דאָס האַרץ. זי זאָגט, אַז דער גאָט, װאָס האָט אונדז געבראַכט קײן אַמעריקע, װעט אונדז מסתּמא ניט פֿאַרלאָזן. אונדזער מחותּן יונה דער בעקער און אונדזערע גוטע פֿרײַנט פּעסיע די גראָבע און איר מאַן משה דער אײַנבינדער און די איבעריקע פֿרײַנט און גוטע פֿרײַנט קומען אַלע טאָג און טרײסטן אונדז מיט גוטע װערטער. זײ זאָגן, אַז דער הימל איז צו דער ערד ניט געפֿאַלן. װוּ שטײט דאָס געשריבן, אַז מע מוז לעבן אין אַמעריקע נאָר פֿון שנײַדערײַ? מע קאָן מאַכן אַ לעבן אָן שנײַדערײַ אױך. והראַיה? אָט װעל איך אײַך דערצײלן, װי אַזױ מיר מאַכן אַ לעבן אין אַמעריקע. כּתרילעװקע אין ניו־יאָרק
― א. ―

אײדער איך גײ אײַך דערצײלן, װי אַזױ מיר מאַכן אַ לעבן אין דעם נײַעם לאַנד, מוז איך אײַך פֿריִער אױסרעכענען באַ די נעמען, װער איז דאָ אין אַמעריקע פֿון אונדזערע פֿרײַנט און באַקאַנטע, װײַל נאָר זײ צו דאַנקען האָבן מיר זיך ביסלעכװײַז אַרױפֿגעאַרבעט און אָנגעהױבן צו מאַכן אַ לעבן. לאָזט זיך אױס, אַז מיר האָבן דאָ פֿרײַנט און באַקאַנטע ― קײן עין־הרע, קײן בײז אױג! גאַנץ כּתרילעװקע האָט זיך אַריבערגעפּעקלט אַהער, קײן אַמעריקע. נאָך אונדזער אַװעקפֿאָרן פֿון דער הײם איז געװאָרן, זאָגן זײ, דאָרטן אַ בהלה, אַ מהומה, אַ לױפֿעניש. עס האָט אױסגעבראָכן, זאָגן זײ, אַ מוראדיקער פּאָגראָם, אַ שחיטה און אַ שׂרפֿה ― גאַנץ שטאָט איז אַװעק מיטן פֿײַער! װער האָט אונדז געבראַכט די נײַס ― די מאַמע. װוּ ערגעץ אַ צרה, װערט פֿריִער פֿון אַלע געװױרע די מאַמע. פֿון װאַנען? פֿון בית־המדרש. פֿון דער כּתרילעװקער שול. ס'איז פֿאַראַן אַזאַ שול אין ניו־יאָרק.
― ב. ―

די ערשטע װאָך, אַז מיר זײַנען געקומען אין שטאָט אַרײַן, האָט די מאַמע קודם־כּל זיך צעפֿרעגט אַף אַ שול, װוּהין צו גײן שבת דאַװענען. זײַנען אין ניו־יאָרק, ברוך השם, פֿאַראַן שולן כּמעט אַף יעדער סטריט. האָט אונדז אונדזער שכנה פּעסיע אָפּגעפֿירט דעם ערשטן שבת אין שול אַרײַן. די שול איז טאַקע אונדזער שול. דאָס הײסט, די ייִדן, װאָס דאַװענען דאָרטן, זײַנען אַלע פֿון אונדזער שטעטל. זי הײסט מיטן נאָמען „כּ ל ישׂראל אַנשי כּתרילעװק ע“. אָדער „ד י