אַ שמאַלץ־גרוב
――――――
― א. ―
דאָס אײנציקע שטיקל גליק, װאָס האַלט מײַן מאַמען אַף די פֿיס, איז דאָס, װאָס מײַן ברודער אליהו איז, דאַנקען גאָט, גוט. ער האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט אין אַ שמאַלץ־גרוב. אַזױ זאָגט די מאַמע מײַנע, און פֿאַר גרױס נחת כאַפּט זי אַ װיש די אױגן, װי איר שטײגער איז. זי האָט אים שױן פֿאַרזאָרגט, זאָגט זי, אַף אײביק. איר שנור, זאָגט זי, איז אַפֿילו נישט קײן אײַ־אײַ־אײַ (איך מײן אױך אַזױ!). האָט אים אָבער גאָט צוגעשיקט דערפֿאַר אַ רײַכן שװער. ער איז אַ בעקער. יונה רופֿט מען אים, יונה דער בעקער. דאָס הײסט, ער אַלײן באַקט נישט. באַקן באַקן אַנדערע. ער קױפֿט נאָר מעל און פֿאַרקױפֿט ברױט. פּסח באַקט ער מצות פֿאַר דער גאַנצער שטאָט. ער איז צו בעקערײַ אַ ברען, און דערצו איז ער אַ בײזער ייִד ― סכּנות. איך מעג זאָגן, אַז ער איז אַ רוצח. ער האָט מיך אײנמאָל געכאַפּט, בשעת איך בין געװען צוגאַסט באַ מײַן ברודער אליהו און האָב מיך מכבד געװען מיט אַן אײער־בײגל. דער בײגל איז געװען אַ פֿרישער, אַ װאַרעמער, נאָר־װאָס פֿונעם אױװן. האָט דער רוח באַדאַרפֿט אָנטראָגן יונה דעם בעקער. איר זאָלט געװען זען זײַן רציחהדיק פּנים מיט זײַנע גזלעװאָיע אױגן! פֿון דעמאָלט אָן גײ איך נישט מער אַהין. מײַן פֿוס װעט שױן דאָרט נישט זײַן מער, איך זאָל װיסן גאָלד! אַ ייִד זאָל האָבן אַ טבֿע אָננעמען פֿאַרן קאָלנער און אַרױסװאַרפֿן אַף יענער זײַט טיר, און נאָך געבן גוטע דרײַ סטוסאַקעס פֿון הינטן! איך האָב עס דערצײלט דער מאַמען, איז זי באַלד אַװעקגעלאָפֿן אַהין ― זי האָט אים געװאָלט אָפּשפּילן אַ חתונה, װי אים קומט. האָט אָבער מײַן ברודער אליהו נישט דערלאָזט. ער האָט אים אָפּגעגעבן דעם גערעכט. ער האָט געדרונגען דער מאַמען, אַז ער האָט דורך מיר בזיונות. אַלעמאָל, װען איך קום צו אים, עס איך, זאָגט ער, בײגל. ער װעט מיר בעסער געבן, זאָגט ער, אַ קאָפּיקע און לאָם איך גײן ערגעץ אַנדערש זיך קױפֿן אַ בײגל. זאָגט אים די מאַמע, אַז ער האָט אַף מיר קײן קאַפּ רחמנות נישט, אַז עס אַרט אים נישט, װאָס דאָס קינד איז אַ יתום. זאָגט איר מײַן ברודער אליהו, אַז מע קאָן זײַן אַ יתום און מע טאָר נישט כאַפּן קײן בײגל פֿון אַ פֿרעמדן אױװן. זאָגט אים די מאַמע, ער זאָל רײדן אַביסל שטילער. זאָגט איר מײַן ברודער אליהו, אַז ער װעט דװקא שרײַען הױך, בכדי אַלע זאָלן װיסן, אַז איך בין אַ גנבֿ. דאָס װאָרט „גנבֿ“ קאָן מײַן מאַמע נישט הערן. זי װערט אַלערלײ פֿאַרבן און זאָגט צו מײַן ברודער אליהו, ער זאָל נישט פֿאַרגעסן, אַן ס'איז דאָ אַ גאָט אַף דער װעלט. מיט גאָט שפּילט מען זיך נישט. גאָט װעט נישט שװײַגן. ער איז אַן אַבֿי־יתומים. ער װעט זיך אָננעמען פֿאַרן יתום. נישקשה, ער איז אַ גרױסער גאָט. ער קאָן. אַז גאָט װיל, קאָן יונה דער בעקער נישט פֿאַרמאָגן װאָס אַ בײגל איז װערט!... אַזױ זאָגט־אָפּ די מאַמע צו מײַן ברודער אליהו. זי נעמט מיך פֿאַר אַ האַנט, טוט אַ קלאַפּ מיט דער טיר, און מיר גײען אַהײם.
― ב. ―
הערט איר, אַפּנים, אַז מיט גאָט טאָר מען זיך טאַקע נישט שפּילן! איר װאָלט װיסן װאָסער אַ סוף יונה הער בעקער האָט געהאַט! איך האָב דאָך אײַך געזאָגט, אַז ער אַלײן באַקט נישט. באַקן באַקן אַנדערע. עפּעס צװײ ייִדן שװאַרצע מיט דרײַ װײַבער פֿרעמדע, אָפּגעריסענע, אָפּגעשליסענע, מיט רױטע װאַרעמע פֿאַטשײלעס אַפֿן קאָפּ (כאָטש אין דרױסן איז אַ היץ ― סכּנת נפֿשות!). האָט זיך געטראָפֿן אַ מעשׂה. נישט אײן מעשׂה, נאָר עטלעכע מעשׂיות. דער עולם האָט זיך געקלאָגט, אַז מע געפֿינט אין די בולקעלעך פֿאָדעם, און טאַשמעס, און טאַראַקאַנעס, און שטיקלעך גלאָז. אײנער אַ קריסט האָט געבראַכט צו טראָגן צו דעם בעקער אַ גאַנצן זשמוט מיט האָר, שװאַרצע האָר. פֿאַר אַ קריסט האָט זיך יונה דער בעקער איבערגעשראָקן. ובפֿרט דער קריסט האָט געסטראַשעט מיט פּאָליצײ. מע האָט זיך גענומען צו די בעקערס, פֿאַרגלײַכן װעמענס האָר. די מאַנצבילן האָבן געזאָגט אַף די װײַבער. די װײַבער האָבן געזאָגט אַף די מאַנצבילן. די װײַבער האָבן געטענהט, אַז זײ האָבן אַלע געלע האָר. די מאַנצבילן האָבן געטענהט: װוּ האָט איר געזען באַ מאַנצבילן אַזעלכע לאַנגע האָר? ביז די װײַבער האָבן זיך צעקריגט. און אַז די װײַבער האָבן זיך צעקריגט, איז מען געװאָר געװאָרן שײנע זאַכן: אײנע האָט פֿאַרלױרן אַ זאָקנבענדל אין דער חלה. אײנע האָט פֿאַרקנאָטן אין טײג אַ זאַניטעצע פֿון אַ קראַנקן פֿינגער. נאָך אײנע פֿלעגט זיך לײגן אַלע באַנאַכט צוקאָפּנס די אױפֿגעיױרענע חלה. זי האָט געשװאָרן מיט כּל השבֿועות שבעולם, אַז ס'איז שקר וכּזבֿ. סך הכּל האָט זיך דאָס געטראָפֿן אײן מאָל, אָדער, העכסטנס, צװײ מאָל. זי האָט נישט געהאַט קײן קישן...
די גאַנצע שטאָט האָט זיך געװיגט. יונה דער בעקער האָט נעבעך געהאַט דאָס לױפֿעניש. עס האָט נישט געהאָלפֿן קײן שום רבונו־של־עולם. מע האָט נישט געװאָלט נעמען זײַן געבעקס אין די הענט אַרײַן! כאָטש װאַרף עס אַרױס פֿאַר די הינט! אַ מצװה אַף אים!
― ג ―
יונה דער בעקער איז אָבער אַ יונג מיט בײנער. ער האָט צעטריבן די בעקערס, די ייִדן מיט די װײַבער, און האָט צוגענומען אַנדערע בעקערס. שבת האָט ער געלאָזט אױסרופֿן אין אַלע שילן, אַז ער האָט צוגענומען נײַע בעקערס, און אַז פֿון הײַנט אָן און װײַטער גיט ער אַכטונג אַלײן, ס'זאָל זײַן רײן און ציכטיק. ער איז ערבֿ מיט צען רובל שטראָף, טאָמער געפֿינט מען באַ אים אין דער חלה אײן האָר אַפֿילו. פֿון דעמאָלט אָן האָט ער אָנגעהױבן לײזן געלט. דער עולם האָט געזוכט האָר באַ אים אין די געבעקס און מע האָט דװקא נישט געפֿונען. אַפֿילו אַז מע האָט יאָ עפּעס געפֿונען און מע האָט אים געבראַכט, האָט ער אַרױסגעטריבן. ער האָט געזאָגט, אַז דאָס האָט מען אומיסטנע אַרײַנגעלײגט, בכדי צו באַקומען די צען רובל שטראָף. מע װײס די מעשׂיות!... אַ רעכטער חבֿרה־מאַן אָט דער יונה דער בעקער! גאָט האָט אָבער געװאָלט זיך אָפּרעכענען מיט אים, האָט ער אים צוגעשיקט אַ נײַעם אומגליק. אײנמאָל אין אַ שײנעם פֿרימאָרגן זײַנען אַלע זײַנע בעקערס אױפֿגעשטאַנען, צונױפֿגענומען די קלומקעס און זײַנען אַװעק. זײ װעלן מער נישט באַקן באַ אים פֿאַר קײן געלט. סײַדן ער װעט זײ העכערן דעם פּרײַז אַף אַ קערבל אַ װאָך, און װעט זײ לאָזן אַף באַנאַכט אַהײם שלאָפֿן, און װעט זײ נישט שלאָגן מיט די הענט גלײַך אין די צײן אַרײַן. באַ יונה דעם בעקער איז אַזאַ טבֿע: באַלד עפּעס ― גיט ער מיט די הענט אין די צײן אַרײַן. יונה איז געװאָרן אָנגעצונדן. ער איז שױן אַ בעל־הבית פֿון היפּשע עטלעכע יאָר, האָט זיך אים נאָך נישט געטראָפֿן, אַז אַ בעל־מלאָכה זאָל גאָר זאָגן אַ דעה, װי אַזױ צו שלאָגן זיך! פֿון העכערן דעם פּרײַז איז גאָר נישטאָ װאָס צו רײדן. ער קאָן קריגן צען אַנדערע אַף זײער אָרט. אַ טײַערע מציאה אַרבעטער! קאַרג מענטשן שטאַרבן פֿון הונגער? ער איז אַװעק זוכן בעקערס. נישטאָ קײן בעקערס. קײנער װיל נישט גײן. װאָס איז די מעשׂה? אַלע בעקערס האָבן זיך געמאַכט יד־אַחת. זײ װעלן צו אים נישט גײן, ביז ער װעט נישט צונעמען אַלע פֿריִעריקע בעקערס, און ביז ער װעט נישט מקײם זײַן אַלע דרײַ זאַכן: 1) אַ קערבל אַ װאָך. 2) באַנאַכט אַהײם שלאָפֿן. 3) נישט שלאָגן זיך מיט די הענט אין די צײן... שײן געװען אָנצוקוקן, װי יונה האָט זיך געקאָכט, געפּינעט, געקלאַפּט מיט די הענט אין טיש און געשאָלטן זיך. אַי האָב איך געהאַט אַ נקמה! נאָר דאָס איז נאָך גאָרנישט אַקעגן דעם װאָס ס'איז געװען װײַטער.
― ד ―
אַ הײסער זומערטאָג. נאָר װאָס זײַנען אױפֿגעקומען דיניס מיט קאַװענעס (אַרבוזעס). דאָס איז די בעסטע צײַט אין יאָר. שפּעטער אַ ביסל הײבן זיך אָן די װײנענדיקע טעג. גאָט זאָל מיך נישט שטראָפֿן פֿאַר די רײד ― איך האָב פֿײַנט די װײנענדיקע טעג. איך האָב בעסער ליב, אַז ס'איז פֿרײלעך. און װאָס קאָן זײַן פֿרײלעכער פֿון אַ פֿולן מאַרק מיט דיניס און מיט קאַװענעס? אומעטום, װוּ איר טוט זיך אַ קער, איז אָדער דיניס, אָדער קאַװענעס. די דיניס זײַנען געל און שמעקן װי אתרוגים. די קאַװענעס זײַנען רױט (אינעװײניק), װי פֿײַער, און קערלעך האָבן זײ שװאַרצע, און די זיסקײט זײערע איז װי אַ גוטער האָניק. מײַן מאַמע האַלט נישט פֿון קאַװענעס. זי זאָגט, אַז דיניס זײַנען שפּאָרעװדיקער. אַז זי קױפֿט, זאָגט זי, אַ דיני, האָט זי אַף צװײ טעג פֿאַר אונדז בײדן ― אַף אָנבײַסן, אַף װאַרעמעס און אַף װעטשערע. און אַ קאַװענע, זאָגט זי, איז אַ נאַשערײַ: פּױזשעט נאָר אָן אַ פֿולן בױך מיט װאַסער. איך מײן, אַז זי האָט אַ טעות. איך זאָל זײַן אַ קײסער, װאָלט איך אַ גאַנץ יאָר געגעסן קאַװענע מיט ברױט. עס מאַכט נישט אױס, װאָס ס'איז דאָ אין זײ אַ סך קערלעך. אַ גוטע קאַװענע אַז מע טוט אַ רעכטן טרײסל, טוען די קערלעך אַ פֿאַל אַרױס ― און דעמאָלט עסט װיפֿל איר װילט אַלײן! אָהאָ! זעט נאָר, איך האָב מיך אַזױ פֿאַררעדט פֿון די קאַװענעס, אַז איך האָב פֿאַרגעסן פֿון װאָס איך האָב אָנגעהױבן. איך האַלט באַ מײַן ברודער אליהוס שװער, יונה דעם בײגלבעקער. ס'איז געקומען אַף אים אַ רעכטע מפּלה. קײנער האָט זיך אַף אַזעלכעס נישט געריכט. שטעלט אײַך פֿאָר, מיר זיצן מיט מײַן מאַמען באַם טיש און עסן װאַרעמעס: דיני מיט ברױט. עפֿנט זיך די טיר און עס קומט אַרײַן מײַן ברודער אליהו מיט אַ חומש אין האַנט, דעם טאַטנס חומש. נאָך אים שלעפּט זיך נאָך זײַן װײַב ברכה. אין אײן האַנט האַלט זי אַ פֿוטערנעם קאָלנער מיט װײדעלעך, אין דער אַנדערער האַנט ― אַ פּאַרעװען „דורכשלאָג“. איר װײסט נישט, װאָס הײסט אַ דורכשלאָג? אַזאַ כּלי, װאָס מע זײַט אָפּ אַף דעם די לאָקשן. מײַן ברודער אליהו איז טױט, װי די װאַנט. מײַן שװעגערן ברכה איז רױט, װי אַ העליש פֿײַער.
― שװיגער, מיר זײַנען געקומען צו אײַך. ― זאָגט מײַן שװע־גערן ברכה.
― מאַמע, מיר זײַנען קױם אַרױס מיטן לעבן. ― זאָגט מײַז ברודער אליהו.
און בײדע זעצן זיך אַװעק װײנען, און די מאַמע העלפֿט זײ אונטער. װאָס האָט זיך געטראָפֿן? אָפּגעברענט געװאָרן? אַרױסגעטריבן? עס הײבט זיך גאָר ניט אָן! מײַן ברודער אליהוס שװער, יונה דער בעקער, האָט זיך געשטעלט. אָנגעזעצט הײסט דאָס באַ אונדז. זײַנען געקומען די בעלי־חובֿות און האָבן אים אָפּגעשריבן פֿון קאָפּ ביז פֿיס. זײ האָבן צוגענומען באַ אים ביז אַ פֿאָדעם. אַלץ װאָס אין שטוב, און אַפֿילו די שטוב אַלײן אױך, נאָך מיט װאָסערע בזיונות! מע האָט אים געבעטן מחילה, ער זאָל אָפּרײניקן די שטוב. דאָס הײסט, מע האָט אים אַרױסגעװאָרפֿן, זאָגט ער, אַף דרײַ שפּענדלעך.
― װײ איז מיר! ― זאָגט די מאַמע און ברעכט די הענט. ― װוּ איז אַהינגעקומען זײַן געלט? ער איז דאָך געװען אַ נגיד!
ענטפֿערט איר מײַן ברודער אליהו, אַז, ערשטנס, איז ער גאָר ניט געװען אַזאַ נגיד. און צװײטנס... דאָ מישט זיך אַרײַן מײן שװע־גערן ברכה, אַז איר טאַטע איז דװקא יאָ געװען אַ נגיד. חוץ זײַן שאָדן אַף איר געזאָגט געװאָרן כאָטש האַלב. נאָר װאָס דען? איר חתונה האָט אים אָפּגעקאָסט אַן אוצר! זי האָט ליב רײדן פֿון איר חתונה. אַלע מאָל, װען זי קומט צו אונדז, הערט איר נאָר פֿון איר חתונה. אַזאַ חתונה, װי איר חתונה, איז נישט געװען, זאָגט זי, אַף דער גאַנצער װעלט. דאָס געבעקס װאָס אַף איר חתונה, די געבראָטנס װאָס אַף איר חתונה, די טאָרטן מיט די לעקעכער, מיט די שטרודלען, מיט די מלכות־ברױטלעך, מיט די אײַנגעמאַכטסן װאָס אַף איר חתונה!... דערװײַל איז זי געבליבן װי זי שטײט און גײט, מיט אַ פֿוטערן קעלנערל און מיט אַ פּאַרעװען דורכשלאָג. דאָס נדן, װאָס איר פֿאָטער האָט צוגעזאָגט, שמועסט מען נישט, אַז ס'איז פֿאַרפֿאַלן. מײַן ברודער אליהו האָט נאָך געהאַט רװחים: מע האָט אים אָפּגעשריבן זײַנע שבתדיקע מלבושים, מיטן טלית, מיטן בעטגעװאַנט. דעם זײגער אױך. ער איז געבליבן װי אַפֿן װאַסער. מײַן מאַמע האָט אײַנגעלײגט די װעלט. ס'טײַטש, אַזאַ־נאומגליק! װער האָט זיך געקאָנט ריכטן? איר האָבן דאָך אַלע מקנא געװען אַפֿן שידוך! אַפּנים, לײַט האָבן איר אַ גוט אױג געגעבן, אָדער זי אַלײן האָט אים דעמאָלט מיט איר מױל פֿאַרשאָלטן?... װי אַזױ די מעשׂה איז, איר האָט דאָס געטראָפֿן, זאָגט זי, מער פֿון אַלעמען. אַ שמאַלץ־גרוב האָט זיך איר פֿאַרגלוסט!
― די שמאַלץ רינט אױס, די גרוב בלײַבט איבער. זײַ דערװײַל באַ מיר, מײַן קינד, ביז גאָט װעט רחמנות האָבן...
אַזױ זאָגט די מאַמע און טרעט אָפּ דער שנור איר בעט, דאָס אײנציקע שטיקל מעבל, װאָס באַ אונדז אין שטוב.
מײַן ברודער אליהוס געטראַנק
―――
― א. ―
„פֿאַר אײן רובל ― הונדערט רובל! הונדערט רובל אַ מאָנאַט און מער קאָן פֿאַרדינען יעדער אײנציקער, װער עס װעט זיך באַקענען מיטן אינהאַלט פֿון אונדזער בוך, װאָס קאָסט סך הכּל אײן רובל מיט פּאָרטאָ. לױפֿט, קױפֿט! סטאַפּט, כאַפּט ― איר װעט פֿאַרשפּעטיקן!“
אָט אַזאַ מין זאַך האָט אױסגעלײענט ערגעץ אַף די בלעטער מײַן ברודער אליהו באַלד װי ער איז אַראָפּ פֿון קעסט. און אַראָפּ פֿון קעסט איז מײַן ברודער אליהו נישט דערפֿאַר, װײַל עס איז אים „אױסגעגאַנגען די יאָרן“. צוגעזאָגט האָט מען אים, אײגנטלעך, קעסט גאַנצע דרײַ יאָר, און געהאַלטן האָט מען אים אַפֿילו נישט קײן דרײַ פֿערטל יאָר. עס האָט זיך מיט זײַן רײַכן שװער געטראָפֿן אַן אומגליק. יונה דער בעקער האָט אָנגעזעצט און איז געװאָרן פֿון אַ נגיד אַ קבצן. פֿונװאַנען דער בראָך איז געקומען ― האָב איך אײַך שױן דערצײלט. צװײ מאָל אײן זאַך דערצײל איך קײנמאָל נישט, סײַדן מע בעט מיך. איצטיקס מאָל װעט זיך נישט העלפֿן קײן בעטן אױך, װײַל איך בין זײער פֿאַרנומען. איך פֿאַרדין געלט. איך טראָג אַרום אַ געטראַנק, װאָס מײַן ברודער אליהו מאַכט אים אַלײן מיט זײַנע אײגענע הענט. ער האָט זיך אױסגעלערנט מאַכן דאָס פֿון אַ בוך, װאָס קאָסט סך הכּל אײן רובל, און פֿאַרדינען קאָן מען מיט דעם הונדערט רובל אַ חודש און מער. מײַן ברודער אליהו, װיבאַלד ער האָט איבערגעלײענט, אַז ס'איז דאָ אַזאַ בוך אַף דער װעלט, אַזױ האָט ער באַלד אַװעקגעשיקט אַף דער פּאָסט אַ קערבל (דאָס לעצטע קערבל) און האָט אָנגעזאָגט דער מאַמען אַ בשׂורה, זי זאָל נישט זאָרגן מער.