טבֿיה דער מילכיקער: אַ בױדעם

שלום עליכם

פֿון www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish/sholemAleykhem/contents.html

געשריבן אין יאָר 1899.

רבות מחשבֿות בלבֿ איש ― אַזױ, דאַכט זיך, שטײט באַ אונדז געשריבן אין דער הײליקער תּורה? פֿאַרטײַטשן דעם פּסוק באַדאַרף איך אײַך ניט, רב שלום־עליכם; נאָר בלשון אַשכּנז גערעדט, דאָס הײסט אַף פּראָסט ייִדיש איז דאָ אַ װערטל: „דאָס בעסטע פֿערד באַדאַרף האָבן אַ בײַטש, דער קליגסטער מענטש ― אַן עצה“. אַקעגן װאָס זאָג איך עס, הײסט דאָס? אַקעגן זיך אַלײן טאַקע, װאָרעם אַז איך האָב שׂכל און קום אַרײַן צו אַ גוטן פֿרײַנט און דערצײל אים דאָס און דאָס, אַזױ און אַזױ, װאָלט איך געװיס ניט געהאַט אַזאַ מיאוסן פּסק. נאָר װאָס דען? החײם והמװת בידהלשו ן ― אַז גאָט װיל שטראָפֿן אַ מענטשן, נעמט דאָס אָפּ באַ אים דעם שׂכל. איך טראַכט מיר צו זיך אַלײן װיפֿל מאָל: „באַרעכן נאָר, טבֿיה, דו פֿערד אײנער, ביסט דאָך עפּעס, זאָגט מען, יאָ נישט קײן נאַר, װי קומסטו זיך לאָזן פֿירן אין באָד אַרײַן, און נאָך אַזױ נאַריש? װאָס װאָלט דיר אָפּגעגאַנגען אַצינדערטאָ, למשל, באַ דײַן שטיקעלע פּרנסה, קײן עין־הרע, מיט דײַן ביסל מילכיקס, װאָס האָט אַזאַ שם אַף דער װעלט, כלעבן, אומעטום, אין בױבערי ק, אין יעהופּע ץ, און װוּ ניט? װי פֿײַן און װי זיס װאָלט דאָס געװען איצטערטאָ, װען די קלינגערס, אַ שטײגער, ליגן זיך שטילערהײט אין קאַסטן, װײַט באַגראָבן, קײן בן־אָדם װײס דערפֿון, װאָרעם װעמען גײט דאָס אָן, איך בעט אײַך, צי טבֿיה האָט געלט, צי נײן? איך מײן טאַקע באמת. אַ סך האָט זיך די װעלט אינטערעסירט מיט אים, אַז ער איז געלעגן, ניט הײַנט געדאַכט, נישט פֿאַר קײן ייִדן געדאַכט, נײַן אײלן אין דער ערד, געשטאָרבן דרײַ מאָל אַ טאָג פֿאַר הונגער מיט װײַב און קינדער? ערשט נאָכדעם, אַז גאָט האָט זיך אַרומגעקוקט אַף טבֿיהן, אים באַגליקט מיטאַמאָל, און ער האָט זיך קױם־קױם דערשלאָגן צו אַ שטיקל תּכלית, אָנגעהױבן אָפּלײגן אַ קערבל, איז מיט אים געװאָרן פֿול די װעלט, און טבֿיה איז שױן געװאָרן ר ב ט בֿיה גאָר ― אַ קאַטאָװעס אַביסל! עס האָבן זיך שױן אַרױסבאַװיזן גוטע פֿרײַנט אַ סך, װי אין פּסוק שטײט געשריבן: כּולם אהובי ם כּולם ברורים ― אַז גאָט גיט מיטן לעפֿל, גיבן לײַטן מיטן שעפֿל. איטלעכער באַזונדער קומט צוגײן מיט זײַנעם: דער זאָגט אַ שניט־ קראָם, דער אַ באַקאַלײ, דער זאָגט אַ שטוב, אַ נחלה, אַן אײביק געװער, דער קומט צוגײן ― װײץ, דער ― װאַלד, דער ― טאָרגעס... „ברידערלעך! ― זאָג איך. ― טשעפּעט זיך אָפּ! איר האָט, זאָג איך, אַ װילדן טעות; איר מײנט, אַפּנים, איך בין בראָצקי? לאָמיר דאָס אַלע, זאָג איך, פֿאַרמאָגן, װאָס איך האָב װינציקער פֿון שי″ן קאַרבן, און אַפֿילו פֿון רי″ש, און אַפֿילו פֿון ק″ן! יענעמס גוטס, זאָג איך, איז גרינג צו שאַצן; יעדן דאַכט זיך, אַז יענעמס לײַכט זיך, קומסט צו נאָנט, איז דאָס אַ מעשן קנעפּל.

בקיצור, ניט געדאַכט זאָלן זײ װערן, טאַקע אונדזערע ייִדעלעך מײן איך, מע האָט מיר אַ גוט־אױג געגעבן! אַ קרובֿ האָט מיר גאָט צוגעשיקט, עפּעס אַ שמעלקע, װײס איך: מײַן פֿערדס בײַטש־שטעקעלע, װי מע זאָגט. מנחם־מענדל הײסט ער, אַ פֿליִער, אַ ברעכער, אַ לױפֿער, אַ דרײער, אַ נעכטיקער טאָג, אַף קײן גוט אָרט זאָל ער ניט שטײן! ער האָט מיך דערטאַפּט און פֿאַרדרײט מיר מײַן קאָפּ מיט חלומות, ניט געשטױגן, ניט געפֿלױגן. װעט איר דאָך פֿרעגן: מ ה נשתּנה ― װי קום איך, טבֿיה, צו מנחם־מענדלען? װעל איך אײַך דערױף ענטפֿערן אַ תּירוץ: עבֿדים הײנו ― ס'איז אַזױ באַשערט. הערט אַ מעשׂה:

איך קום צו פֿאָרן קײן יעהופּעץ, תּחילת װינטער, מיט מײַן ביסל מילכיקס ― אַ פֿונט עטלעכע און צװאַנציק פּוטער פֿרישע פֿון פּוטער־לאַנד, מיט אַ פּאָר שײנע װאָרעטשקעס קעז, גאָלד און זילבער, לאָמיר זיך בײדע װינטשן אַזאַ יאָר! דאָס פֿאַרשטײט איר דאָך שױן אַלײן, אַז איך האָב מײַן סחורה פֿאַרצוקערט, נישט געלאָזט זיך אַ לעק, איר זאָלט זאָגן אַף אַ רפֿואה, קײן צײַט געהאַט אַפֿילו צו זײַן באַ אַלע מײַנע זומערדיקע קונים, די בױבעריקער דאַטשניקעס, װאָס קוקן אַרױס אַף מיר, װי אַף משיחן, װאָרעם אַזױ לאַנג שמײַסט מען זײ, אײַערע יעהופּעצער סוחרים מײן איך, װי זײ קאָנען גאָר געבן אַזאַ שטיקל סחורה, װי טבֿיה גיט; אײַך באַדאַרף איך נישט דערצײלן, װי זאָגט דער נבֿיא: יהלל ך ז ר ― גוטע סחורה לױבט זיך אַלײן...

בקיצור, אױסגעפֿאַרקױפֿט אינגאַנצן עד לפּ″ק און אונטערגעװאָרפֿן מײַן פֿערדל אַביסל הײ, גײ איך מיר אַרױס אַזױ אין שטאָט. אָ ד ם י סודו מעפֿר ― מען איז דאָך נישט מער װי אַ מענטש, גלוסט זיך אָנקוקן אַ װעלט, כאַפּן לופֿט, זען די אַנטיקלעך, װאָס יעהופּעץ שטעלט אַרױס אין די פֿענצטער, װי אײנער רעדט: מיט די אױגן נאַ, זע, קוק, װיפֿל דו װילסט, נאָר מיט די הענט ― אַזאַס!... שטײענדיק אַזױ באַ אַ גרױסן פֿענצטער מיט האַלבע פּריאַלן און קערבלעך זילבערנע אַ סך מיט באַנקאָװע ביליעטן און מיט גלאַט סיגנאַציעס אָן אַ שיעור, טראַכט איך מיר בשעת מעשׂה: רבונו של עולם! װען איך פֿאַרמאָג כאָטש אַ צענט־חלק, װאָס אָט־דאָס־אָ באַטרעפֿט, װאָס װאָלט איך דעמאָלט געהאַט צו גאָט און װער װאָלט געװען צו מיר גלײַך? ראשית־חכמה װאָלט איך אַ שידוך געטאָן מיט מײַן עלטערער טאָכטער, געגעבן איר תּ″ק קאַרביצן נדן, אַ חוץ כּלה־מתּנות, אַ חוץ הלבשה מיט חתונה־הוצאָות; דאָס פֿערד און װעגעלע מיט מײַנע בהמהלעך װאָלט איך פֿאַרקױפֿט, באַלד אַרױסגעפֿאָרן אין שטאָט אַרײַן, געקױפֿט אַן אָרט אין מזרח־װאַנט, מײַן װײַב זאָל לעבן אַביסל פּערל, און צדקה געטײלט, װי דער שענסטער בעל־הבית; געזען, דאָס בית־המדרש זאָל זײַן געדעקט מיט אײַזן, ניט עס זאָל שטײן, װי איצט, אָן אַ דאַך, גרײט אַלע שעה אַף אײַנצופֿאַלן; אײַנגעפֿירט אַ שטיקל תּלמוד־תּורה אין שטאָט מיט אַ ביקור־חולים, װי אין אַלע לײַטישע שטעט, ניט אָרעמע לײַט זאָלן װאַלגערן זיך אַף דער הױלער ערד אין בית־המדרש; יענקל־שײגעץ װאָלט באַ מיר געװאָרן אױס גבאי אין חבֿרה־קדישא, גענוג שױן טרינקען בראָנפֿן און עסן פּופּקעס מיט לעבערלעך אַף קהלס חשבון!...

― שלום־עליכם, רב טבֿיה! ― הער איך עמעצער זאָגט מיר פֿון הינטן. ― װאָס מאַכט אַ ייִד? ― איך דרײ מיך אױס און טו אַ קוק, איך װאָלט געמעגט שװערן, אַ באַקאַנטער! „עליכם־שלום, זאָג איך, פֿון װאַנעט איז אַ ייִד?“ ― פֿון װאַנען? פֿון כּתרילעװקע, מאַכט ער צו מיר, טאַקע אײַערס אַ פֿרײַנטל, דאָס הײסט, איך קער מיך אָן, זאָגט ער, מיט אײַך אַ שני בשלישי, אײַער װײַב גאָלדע, זאָגט ער, איז מיר אַן אײגן גליד־גליד־געשװעסטערקינד. „שאַט־זשע נאָר, זאָג איך, זײַט איר אפֿשר ניט ברוך־הערש לאה־דװאָסיס אַן אײדעם?“ ― כּמעט װי געטראָפֿן, מאַכט ער צו מיר: איך בין ברוך־הערש לאה־דװאָסיס אַן אײדעם, און מײַן װײַב הײסט שײנע־שײנדל ברוך־הערש לאה־דװאָסיס, הײַנט װײסט איר שױן? „שאַט־זשע נאָר, זאָג איך, אײַער שװיגערס באַ־בע, שׂרה־יענטע, מיט מײַן װײַבס מומע, פֿרומע־זלאַטע, זײַנען, דאַכט זיך, געװען אױב נישט קײן אײגענע געשװעסטערקינדער, און אױב איך האָב קײן טעות ניט, זײַט איר דער מיטלסטער אײדעם באַ ברוך־הערש לאה־דװאָסיס, נאָר װאָס דען, איך האָב פֿאַרגעסן װי מע רופֿט אײַך, אײַער נאָמען, זאָג איך, איז באַ מיר אַרױסגעפֿלױגן פֿונעם קאָפּ, מה שמכם? װי אַזױ איז אײַער אמתער נאָמען?“ מיך, זאָגט ער, רופֿט מען מנחם־מענדל ברוך־הערש לאה־דװאָסיס, אַזױ רופֿט מען מיך אינדערהײם, אין כּתרילעװקע. „אױב אַזױ, מײַן ליבער מנחם־מענדל, מאַך איך צו אים, קומט דאָך דיר טאַקע שלום־עליכם גאָר אַף אַן אַנדער אופֿן! זאָג־זשע מיר, מײַן טײַערער מנחם־מענדל, װאָס טוסטו דאָ, װאָס מאַכט די שװיגער דײַנע און דער שװער זאָל לעבן? װי גײט דאָס דיר, זאָג איך, אין געזונט, און װאָס מאַכן עפּעס דײַנע געשעפֿטן?“ ― עט, מאַכט ער, אין געזונט גאָט צו דאַנקען, מע לעבט; נאָר די געשעפֿטן, זאָגט ער, זײַנען עפּעס הײַנט ניט אַזױ פֿױגלדיק. „גאָט װעט העלפֿן“, מאַך איך און כאַפּ אַ קוק אַף זײַנע מלבושים נעבעך: אױסגעטריפּעט אין אַ סך ערטער, און די שטיװל מחילה צעטרענט סכּנות־נפֿשות... „נישקשה, גאָט, זאָג איך, װעט העלפֿן. עס װעט זיך מסתּמא פֿאַרבעסערן, װי אין פּסוק שטײט: ה כּ ל הבֿל ― געלט, זאָג איך, איז קײַלעכיק; הײַנט אַזױ, מאָרגן אַזױ, אַבי מע לעבט; דער עיקר, זאָג איך, איז בטחון, אַ ייִד באַדאַרף האָפֿן; אײַ, מע װערט, זאָג איך, פֿאַרשװאַרצט? דערױף זײַנען מיר דאָך עפּעס ייִדן אַף דער װעלט, װי זאָגט מען: ביסטו אַ זעלנער, שמעק פּולװער. משל כּחרס הנשבר ― די גאַנצע װעלט, זאָג איך, איז אַ חלום... דו זאָג מיר בעסער, מנחם־מענדל סערדצע, װי קומסטו אַהער, פּלוצעם אין מיטן דערינען אין יעהופּעץ גאָר?“ ― װאָס הײסט, מאַכט ער, װי איך קום אַהער? איך בין שױן הי, זאָגט ער, פּאַװאָלינקע, אַזױ גרױס, װי אַ יאָר אָנדערהאַלבן. „אַזױ גאָר? ביסטו, הײסט דאָס, אַ היגער, זאָג איך, טאַקע אַ יעהופּעצער תּושבֿ?“ ― ש־ש־ש! ― מאַכט ער צו מיר און קוקט זיך אַרום אַף אַלע זײַטן. ― שרײַט נישט אַזױ הױך, רב טבֿיה; אַ היגער, זאָגט ער, בין איך טאַקע, נאָר צװישן אונדז, זאָגט ער, באַדאַרף עס בלײַבן... איך שטײ און קוק אים אָן טאַקע נאָר װי אַ משוגענעם. „ביסט אַ בורח, זאָג איך, באַהאַלטסט זיך אין יעהופּעץ אין מיטן מאַרק?“ ― פֿרעגט ניט, זאָגט ער, רב טבֿיה, ס'איז רעכט; איר זײַט, אַפּנים, גאָרנישט באַקאַנט מיט די יעהופּעצער דינים און מנהגים... קומט, זאָגט ער, װעל איך אײַך דערצײלן, װעט איר פֿאַרשטײן, װאָס הײסט מען איז י אָ אַ היגער און נישט קײן היגער... און ער האָט מיר אָנגעהױבן לײענען אַ צעטל, אַ גאַנצע מגילה, װי אַזױ מע װערט דאָ אַביסל אױסגעריסן... „אָט פֿאָלג מיך, מנחם־מענדל, פֿאָר זיך דורך צו מיר אין דאָרף אַף אַ טאָג, װעסט זיך אַביסל אױסרוען די בײנער כאָטש; װעסט זײַן, זאָג איך, אַ גאַסט, און אַן אָנגעלײגטער דערצו, מײַן אַלטע װעט זיך מיט דיר מחיה זײַן“.

בקיצור, איך האָב באַ אים געפּועלט: מיר פֿאָרן אינאײנעם. געקומען אַהײם ― אַ גדולה! אַ גאַסט! אַן אײגן גליד־גליד־געשװעסטער־קינד! אַ קלײניקײט, װי זאָגט איר: אײגנס איז ניט פֿרעמדס. עס האָט זיך אָנגעהױבן אַ חתונה: װאָס הערט זיך אין כּתרילעװקע? װאָס מאַכט דער פֿעטער ברוך־הערש? װאָס טוט די מומע לאה־דװאָסי? דער פֿעטער יאָסל־מנשה? די מומע דאָבריש? און די קינדער זײערע װאָס מאַכן? װער איז געשטאָרבן? װער האָט חתונה געהאַט? װער האָט זיך געגט? װער איז געלעגן געװאָרן און װער איז אַף דער צײַט? „װאָס טױג דיר, מײַן װײַב, פֿרעמדע חתונות, זאָג איך, מיט פֿרעמדע בריתן? דו זע בעסער, זאָג איך, סע זאָל זײַן װאָס צו נעמען אין מױל אַרײַן, כּ ל ד כפֿין ייתי ויצרך ― פֿאַרן עסן, זאָג איך, גײט קײן טאַנץ ניט. אױב, זאָג איך, אַ באָרשט, איז מה טובֿ, אלא ניט ― מאַכט ניט אױס, זאָג איך, קנישעס, אָדער קרעפּלעך, מאָנשקעס, צרות־קנײדלעך, צי אפֿשר גאָר, זאָג איך, בלינצעס, װערטליקעס, װערטוטן. עס מעג זײַן, זאָג איך, מער מיט אַ געריכט, אַבי גיך“.

בקיצור, מע האָט זיך געװאַשן און גאַנץ פֿײַן פֿאַרביסן, װי זאָגט איר: ויאכלו ― מאַכט רש″י: װי גאָט האָט געבאָטן. „פֿאַרבײַס, מנחם־מענדל, מאַך איך צו אים, ס'איז במילא, װי זאָגט דוד המלך, ה בֿ ל ה בֿליםאַ , נאַרישע װעלט און אַ פֿאַלשע, און געזונט, אַזױ פֿלעגט זאָגן מײַן באַבע נחמה זכר לבֿרכה, ― געװען אַ קלוגע ייִדענע, אַ חכמה נפֿלאה ― געזונט און פֿאַרגעניגן זאָל מען זוכן אין שיסל“... מײַן גאַסט נעבעך, די הענט האָבן אים אַזש געציטערט, האָט זיך גאָר נישט געקאָנט אָפּלױבן פֿון מײַן װײַבס מלאָכה, געשװאָרן באַ אַלדאָס גוטס, אַז ער געדענקט שױן גאָר ניט די צײַט, װען ער זאָל עסן אַזאַ מילכיקס, אַזעלכע געראָטענע קנישעס מיט אַזױנע באַטעמטע װערטוטן. „נאַרישקײטן, זאָג איך, דו זאָלסט פֿאַרזוכן, מנחם־מענדל, איר טײגעכץ, זאָג איך, אָדער אַ מאַהינע, װאָס זי מאַכט, װאָלטסטו דעמאָלט ערשט געװוּסט װאָס הײסט טעם גן־עדן אַף דער װעלט!“

בקיצור, אָפּגעגעסן און אָפּגעבענטשט, האָט מען זיך אַביסל צערעדט איטלעכער פֿון זײַנעם, װי געװײנלעך; איך ― פֿון מײַנע געשעפֿטן, ער ― פֿון זײַנע; איך ― פֿון דעם, פֿון יענעם, לאָקש, בױדעם, ציבעלע, ער ― פֿון זײַנע געשעפֿטן, דערצײלט מעשׂיות פֿון אַדעס און פֿון יעהופּעץ, װי אַזױ ער איז שױן געװען אַ מאָל צען, װי זאָגט מען, „נאַ קאָני אי פּיד קאָנעם“, הײַנט אַ נגיד, מאָרגן אַ קבצן, און װײַטער אַמאָל אַ נגיד און װידער אַמאָל אַן אבֿיון; געהאַנדלט מסחרים עפּעס אַלץ אַזעלכע, װאָס איך האָב אין מײַן לעבן נישט געהערט, משונה־אומגעלומפּערטע: „האָס“ און „בעס“, און „אַקציעס־שמאַקציעס“, „פּאָטיװי־לעװ“, „מאַלצעװ־שמאַלצעװ“, דער גוטער יאָר װײס זײ דאָרטן, און חשבונות משוגענערװײַז, צען טױזנט, צװאַנציק טױזנט ― געלט װי האָלץ! „איך זאָג דיר דעם אמת, מנחם־מענדל, זאָג איך צו אים, מילא דאָס, װאָס דו דערצײלסט פֿון דײַנע משׂא־מתּנס, איז דאָס אַװדאי אַ בריהשאַפֿט, מע באַדאַרף עס קאָנען; נאָר אײן זאַך פֿאַרשטײ איך ניט: װעדליק איך קען, זאָג איך, דײַן בחורטע, איז מיר, זאָג איך, אַ גרױס חידוש, װאָס זי לאָזט דיך אַזױ פֿליִען און קומט נישט צו דיר, זאָג איך, רײַטנדיק אַף אַ בעזעם“. ― ע! ― מאַכט ער צו מיר מיט אַ זיפֿץ. ― דאָס זאָלט איר מיר, רב טבֿיה, גאָר נישט דערמאָנען, איך האָב פֿון איר אַזױ אױך, זאָגט ער, קאַלט און װאַרעם; איר זאָלט האָרכן, זאָגט ער, װאָס זי שרײַבט מיר, װאָלט איר אַלײן געזאָגט, אַז איך בין אַ צדיק. נאָר דאָס, זאָגט ער, איז פֿון די קלײנע זאַכן, דערױף איז זי אַ װײַב, זי זאָל מיך באַגראָבן. ס'איז פֿאַראַן, מאַכט ער, אַ סך אַן ערגערע זאַך: איך האָב, פֿאַרשטײט איר מיך, מײַן אײגנס אַ שװיגער! איך באַדאַרף אײַך נישט דערצײלן, זאָגט ער, איר קענט זי!... „עס קומט אױס באַ דיר, זאָג איך, װי עס שטײט: עקודי ם, נקודים ובֿרודים ― דאָס הײסט, אַ מכּה אַף אַ מכּה און אַף דער מכּה אַ בלאָטער?“ ― יאָ, מאַכט ער, רב טבֿיה, איר זאָגט דאָס גאַנץ גלײַך; די מכּה איז טאַקע אַ מכּה, נאָר דער בלאָטער, זאָגט ער, אױ, דער בלאָטער איז ערגער פֿון דער מכּה!...

בקיצור, מיר האָבן אַזױ פּאַװאָלינקע געפּלאַפּלט ביז העט־שפּעט אין דער נאַכט אַרײַן; דער קאָפּ האָט זיך מיר אַזש געדרײט פֿון זײַנע מעשׂיות מיט די װילדע געשעפֿטן מיט די טױזנטער, װאָס פֿליִען אַרױף און אַראָפּ, און מיטן פֿאַרמעגן, װאָס בראָצקי פֿאַרמאָגט... עס האָבן זיך מיר נאָכדעם אַ גאַנצע נאַכט געפּלאָנטעט: יעהופּעץ... האַלבע פּריִאַלן... בראָצקי... מנחם־מענדל מיט דער שװיגער... ערשט אַף מאָרגן אינדערפֿרי האָט ער אױסגעקװעטשט זיך: װאָס איז? באשר אַזױ װי עס גײט, זאָגט ער, באַ אונדז אין יעהופּעץ אַ שטיקל צײַט, װאָס געלט איז בחשיבֿות גדול, און סחורה ליגט אין דער ערד, בכן, זאָגט ער צו מיר, אַצינדערט האָט איר ביד, רב טבֿיה, כאַפּן היפּשע עטלעכע גראָשנס, און מיך, זאָגט ער, װעט איר ממש דערהאַלטן באַם לעבן, פּשוט מחיה־מתים זײַן, פֿון טױט לעבעדיק. „רעדסט װי אַ ייִנגל, מאַך איך צו אים, מײנסט, אַפּנים, באַ מיר איז יעהופּעצער געלטן, האַלבע פּריִאַלן? נאַרעלע, זאָג איך, װאָס מיר פֿעלט צו בראָצקין, מעגן מיר זיך װינטשן, מיר זאָלן דאָס בײדע פֿאַרדינען ביז פּסח“. ― יאָ, מאַכט ער, דאָס װײס איך אַלײן; נאָר איר מײנט, זאָגט ער, מע באַדאַרף דערצו האָבן גרױסע געלטן? אײן הונדערטער, זאָגט ער, װען איר גיט מיר אַצינד, מאַך איך אײַך פֿון אים אין דרײַ־פֿיר טעג צװײ הונדערט, דרײַ הונדערט, זעקס הונדערט, זיבן הונדערט, און פֿאַרװאָס ניט טאַקע אַלע טױזנט? „עס קאָן זײער שײן געמאָלט זײַן, זאָג איך, עס זאָל זײַן, װי אין פּסוק שטײט: קרו בֿ ל שׂכר ורחוק מקעשענע . נאָר װען, זאָג איך, איז דאָס גערעדט געװאָרן? אַז ס'איז דאָ װאָס אײַנצושטעלן; אָבער אַז ס'איז ניטאָ דער הונדערטער, קומט דאָך אױס, זאָג איך, בגפּו יבֿוא בגפּו י צ א ― מאַכט רש″י: אַז מע לײגט אַרײַן קרענק, נעמט מען אַרױס קדחת“. ― עט נו, מאַכט ער צו מיר, אַ הונדערטער װעט זיך נאָך באַ אײַך, רב טבֿיה, געפֿינען; באַ אײַער פּרנסה, זאָגט ער, מיט אײַער נאָמען, קײן עין־הרע... „װאָס קומט, זאָג איך, אַרױס פֿונעם נאָמען? אַ נאָמען איז אַװדאי זײער אַ גוטע זאַך; נאָר װאָס דען? איך בלײַב באַם נאָמען, און געלט האָט טאַקע בראָצקי... אױב דו װילסט, זאָג איך, װיסן אַקוראַט, פֿאַרמאָגט איך מײַן אײגנס אַרום און אַרום קױם־קױם אַ הונדערטער, האָב איך אַף אים אַכצן לעכער: ערשטנס, חתונה מאַכן אַ טאָכטער ...“ ― הערסטו, מאַכט ער, אָט דאָס מײנט דאָך טאַקע דער פּסוק! װאָרעם װען, זאָגט ער, קאָנט איר, רב טבֿיה, האָבן אַזאַ געלעגנהײט אַרײַנלײגן אײן הונדערטער און אַרױסנעמען, אם־ירצה־השם, אַזױפֿיל, אַז עס זאָל אײַך, זאָגט ער, כאַפּן אי אַף חתונה מאַכן קינדער, אי אַף עפּעס נאָך? און ס'איז אַװעקגעגאַנגען אַ נײַער מזמור אַף דרײַ זײגער שעה, מיר געבן צו פֿאַרשטײן, װי אַזױ ער מאַכט פֿון אַ קערבל דרײַ און פֿון דרײַ צען. מע נעמט, זאָגט ער, ראשית־חכמה, און מע טראָגט אַרײַן אַ הונדערטער און מע הײסט זיך, זאָגט ער, קױפֿן אַ צען שטיקלעך ― איך האָב שױן פֿאַרגעסן, װי אַזױ מע רופֿט דאָס ― און מע װאַרט צו עטלעכע טעג ביז עס הײבט זיך אױף. שלאָגט מען אַ דעפּעש ערגעץ אַהין, מע זאָל דאָס פֿאַרקױפֿן און פֿאַרן געלט קױפֿן צװײ מאָל אַזױפֿיל; נאָכדעם הײבט זיך עס װידער אַמאָל, קלאַפּט מען װידער אַ דעפּעש; אַזױ לאַנג אַזױ ברײט, ביז עס װערט, זאָגט ער, פֿונעם הונדערטער ― צװײ, פֿון די צװײ ― פֿיר, פֿון די פֿיר ― אַכט, פֿון די אַכט ― זעכצן, טאַקע ממש נסים ונפֿלאות! פֿאַראַן, זאָגט ער, אין יעהופּעץ אַזעלכע, װאָס זײַנען ערשט אָט־דאָ ניט לאַנג אַרומגעגאַנגען אָן שטיװל, געװען מעקלער, באַהעלפֿערס, משרתים; הײַנט האָבן זײ אײגענע הײַזער, מױערן, זײערע װײַבער האָבן צו טאָן מיט די מאָגנס ― פֿאָרן קײן אױסלאַנד זיך הײלן... און אַלײן פֿליִען זײ אַרום איבער יעהופּעץ אַף גומעלאַסטיקענע רעדלעך, פֿו־פֿו ― דערקענען שױן ניט קײן מענטשן!...

בקיצור, װאָס זאָל איך אײַך דאָ לאַנג מאריך זײַן? עס האָט מיך אָנגענומען אַ חשק ניט אַף קאַטאָװעס. אַ קשיא אַף אַ מעשׂה, טראַכט איך מיר, אפֿשר איז ער דער גוטער שליח מײַנער? אָט האָרך איך דאָך פֿאָרט, מענטשן װערן גליקלעך אין יהופּעץ מיט פֿינף פֿינגער, ― װאָס בין איך ערגער פֿון זײ? קײן ליגנער איז ער, דאַכט זיך, נישט, ער זאָל אױסטראַכטן פֿונעם קאָפּ אַזעלכע פּזמונות. טאָמער טאַקע, קלער איך מיר, טוט זיך עס טאַקע אַ דרײ, װי זאָגט איר, אַף דער רעכטער זײַט, און טבֿיה װערט כאָטש אַף דער עלטער אַ שטיקל מענטש? ביז װאַנעט איז טאַקע דער שיעור צו האָרעװען, אױסגעריסן װערן, כלעבן? טאָג װי נאַכט װידער אַמאָל דאָס פֿערד־און־װעגעלע און אָבער אַמאָל קעז און פּוטער. צײַט, זאָג איך, טבֿיה, זאָלסט שױן אָפּרוען זיך, װערן אַ בעל־הבית צװישן בעלי־בתּים, קומען אין אַ בית־מדרש, אַרײַנקוקן אין אַ ייִדישן ספֿר. אײַ װאָס? טאָמער חלילה, לא יעלה ולא יבֿוא, עס מאַכט מיר לעמל, דאָס הײסט, מיט דער פּוטער אַראָפּ? למאַי זאָל איך בעסער ניט קלערן דאָס אײגענע צוריק? ― „האַ? װי אַזױ זאָגסטו? ― רוף איך מיך אָן צו מײַן אַלטער. ― װי געפֿעלט דיר, אַ שטײגער, גאָלדע, דער פּלאַן זײַנער?“ ― װאָס זאָל איך, מאַכט זי, דערױף זאָגן? איך װײס, זאָגט זי, מנחם־מענדל איז חלילה נישט קײן אַבי־װער, װאָס זאָל באַ דיר װעלן אױסנאַרן; ער איז, חס־ושלום, ניט פֿון קײן שנײַדערס און פֿון קײן שוסטערס! ער האָט, זאָגט זי, זײער אַ לײַטישן טאַטן, און אַ זײדן, זאָגט זי, האָט ער געהאַט גאָר אַ צאַצקע, געזעסן יומם ולילה און בלינדערהײט געלערנט תּורה. און די באַבע צײטל, זאָל זײַן װײַט אָפּגעשײדט, איז עפּעס אױך געװען, זאָגט זי, ניט קײן פּראָסטע ייִדענע... „ס'איז אַ משל צו חנוכּה־ליכטלעך, זאָג איך, מע רעדט עסק, קומט זי צוגײן מיט דער באַבע צײטל, װאָס האָט געבאַקן האָניק־לעקעך, און מיט איר זײדן, װאָס יצאָה נשמתו בגלעז ל... אַ ייִדענע בלײַבט אַ ייִדענע. נישט אומזיסט, זאָג איך, איז שלמה המלך אױסגעפֿאָרן די גאַנצע װעלט און נישט געפֿונען אײן ייִדענע מיט אַ קלעפּקע אין קאָפּ“...

בקיצור, עס איז געבליבן, אַז מיר שליסן שותּפֿות; איך לײג אַרײַן געלט, און מנחם־מענדל ― שׂכל, און װאָס גאָט װעט געבן איז דאָס אַף דערהאַלב... ― גלײבט מיר, זאָגט ער, איך װעל מיט אײַך, רב טבֿיה, אם־ירצה־השם, אױסהאַנדלען פֿײַן, װאָס פֿײַן הײסט, און װעל אײַך מיט גאָטס הילף געבן געלט און געלט און געלט! „אָמן, גם אתּם, זאָג איך, פֿון דײַן מױל אין גאָטס אױערן. נאָר װאָס דען, זאָג איך, אײן זאַך פֿאַרשטײ איך דאָ ניט: װי אַזױ קומט די קאַץ איבערן װאַסער? איך בין דאָ, דו ביסט דאָרט; געלט, זאָג איך, איז אַן אײדעלע מאַטעריע, פֿאַרשטײסטו מיך. האָב קײן פֿאַריבל ניט, זאָג איך, איך מײן דאָ חלילה קײן אײבערקעפּלעך. גלאַט, װי שטײט דאָרט באַ אַבֿרהם אָבֿינו: הזורעי ם ב דמעה ברנה יקצרו ― בעסער פֿריִער באַװאָרנט אײדער נאָכדעם באַװײנט“... ― אָך! ― מאַכט ער צו מיר. ― אפֿשר מײנט איר צעשרײַבן זיך אַף פּאַפּיר? מיטן גרעסטן כּבֿוד! ― „שאַ, זאָג איך, אַז מע װיל שמועסן צוריק, איז אױך די אײגענע מעשׂה: ממה נפֿשך, װעסטו מיך װעלן קױלען, װאָס װעט מיר העלפֿן דאָס פּאַפּיר? לאַו עכבר א ג נבֿא ― נישט דאָס װעקסל צאָלט, דער מענטש צאָלט, און אַז איך הענג שױן אַף אײן פֿוס, זאָג איך, לאָם איך הענגען אַף בײדע“. ― איר מעגט מיר גלײבן, זאָגט ער, רב טבֿיה, איך שװער אײַך באַ מײַן הײליקע נאמנות, גאָט זאָל מיר אַזױ העלפֿן, װי איך מײן דאָ נישט קײן חכמות, חלילה אױסנאַרן באַ אײַך, נאָר פֿײַן און אָרנטלעך, אם־ירצה־השם, זיך טײלן אַף דערהאַלב, גלײַך אַף גלײַך, חלק כּחלק, חצי שלי וחצי שלך, מיר הונדערט, אײַך הונדערט, מיר צװײ הונדערט, אײַך צװײ הונדערט, מיר דרײַ הונדערט, אײַך דרײַ הונדערט, מיר פֿיר הונדערט, אײַך פֿיר הונדערט, מיר טױזנט, אײַך טױזנט.

בקיצור, איך האָב אַרױסגענומען די עטלעכע קערבלעך, דרײַ מאָל איבערגעצײלט, די הענט האָבן מיר בשעת־מעשֹה גוט געטרײסלט זיך, צוגערופֿן די אַלטע מײַנע פֿאַר אַן עדות, אים נאָכאַמאָל קלאָר געמאַכט, װאָס פֿאַר אַ בלוטיק געלט דאָס איז, און אַװעקגעגעבן מנחם־מענדלען, אײַנגענײט אים אין בוזעם אַרײַן, מע זאָל דאָס באַ אים חלילה אונטערװעגנס נישט אַװעקלקחענען, און אָפּגערעדט מיט אים, אם־ירצה־השם, לא־יאוחר פֿון נאָך שבתדיקער װאָך באַדאַרף ער מיר למען־השם אַרײַנשרײַבן אַ בריװל פֿון אַלצדינג באַריכות, זיך אָפּגעזעגנט מיט אים פֿײַן, שײן, צעקושט זיך גאָר פֿרײַנטלעך, װי געוױינלעך מיט אַן אײגענעם. געבליבן אַלײן נאָך זײַן אַװעקפֿאָרן, האָבן זיך מיר אָנגעהױבן פֿאָרשטעלן אַלערלײ מחשבֿות און חלומות אַף דער װאָר, און אַזעלכע זיסע חלומות, אַז עס האָט זיך מיר געװאָלט, אַז זײ זאָלן זיך ציִען אײביק, קײנמאָל נישט אױסלאָזן זיך. עס האָט זיך מיר פֿאָרגעשטעלט אין מיטן שטאָט אַ שטוב אַ גרױסע, מיט בלעך געדעקט, מיט שטאַלן, מיט קאַמערן, קעמערלעך און שפּיזאַרנעס מיט אַלדאָס גוטס, און אַ בעל־הביתטע מיט שליסל דרײט זיך אַרום, דאָס איז מײַן װײַב גאָלדע ― גאָרנישט צו דערקענען זי, כלעבן: זי האָט באַקומען גאָר אַן אַנדער פּנים, אַ פּנים פֿון אַ נגידית, מיט אַ גױדער און מיט אַ האַלדז פּערל; זי בלאָזט פֿון זיך און שילט די דינסטן מיט טױטע קללות. די קינדער מײַנע דרײען זיך אַרום אַלע מיט שבתדיקע קלײדער, טוען נישט קײן האַנט אין קאַלט װאַסער. דער הױף איז פֿאַרפֿלײצט מיט עופֿות, גענדז און קאַטשקעס. אינעװײניק אין שטוב לײַכט זיך, אין אױװן פֿלאַקערט אַ פֿײַער, עס קאָכט זיך װעטשערע, און דער סאַמאָװאַר זידט װי אַ גזלן! באַם טיש אױבן־אָן זיצט דער בעל־הבית אַלײן, טבֿיה הײסט דאָס, אין אַ כאַלאַט מיט אַ יאַרמעלקע, אַרום זיצן די פֿאָרנעמסטע בעלי־בתּים פֿון שטאָט און חנפֿענען אים: זײַט־זשע מוחל, רב טבֿיה... האָט קײן פֿאַריבל ניט, רב טבֿיה... „אײַ, קלער איך מיר בשעת־מעשׂה, אַ רוח אין געלטס טאַטנס־טאַטע אַרײַן!...“ ― װעמען שילטסטו דאָס אין טאַטן אַרײַן? ― פֿרעגט מיך מײַן גאָלדע. „קײנעם ניט, זאָג איך, איך האָב מיך אַביסל פֿאַרטראַכט, מחשבֿות, חלומות, אַ נעכטיקער טאָג... זאָג מיר, גאָלדע סערד־צע, מאַך איך צו איר, דו װײסט נישט מיט װאָס האַנדלט ער, דער קרובֿ דײַנער, מנחם־מענדל מײן איך?“ ― װאָס עס האָט זיך מיר, זאָגט זי, געחלומט יענע נאַכט און הײַנטיקע נאַכט און אַ גאַנץ יאָר זאָל אױסגײן צו מײַנע שֹונאימס קעפּ! סטײַטש, זאָגט זי, מע זיצט אָפּ מיט אַ מענטשן אַ גאַנץ מעת־לעת און מע רעדט און מע רעדט און מע רעדט, לסוף קומסטו צו גײן און פֿרעגסט באַ מיר מיט װאָס ער האַנדלט?! עפּעס האָט איר דאָך, זאָגט זי, געמאַכט אינאײנעם אַ געשעפֿט, צי װעלכע גוטע יאָר? „יאָ, זאָג איך, געמאַכט, זאָג איך, האָבן מיר, נאָר װאָס געמאַכט ― דאָס װײס איך ניט, כאָטש נעם מיר אַראָפּ דעם קאָפּ! ס'איז, פֿאַרשטײסטו מיך, נישטאָ באַ װאָס אָנצונעמען; נאָר פֿונדעסטװעגן, זאָג איך, אײנס צום אַנדערן געהער זיך נישט אָן, זאָלסט זיך גאָר ניט זאָרגן, מײַן װײַב, דאָס האַרץ זאָגט מיר צו גוטן, מיר װעלן, אם־ירצה־השם, אַזױ דאַכט זיך מיר, פֿאַרדינען געלט, און אַ סך ― זאָג־זשע אָמן און קאָך װעטשערע!“

בקיצור, עס גײט אַװעק אַ װאָך און צװײ און דרײַ ― ניטאָ קײן בריװ פֿון מײַן שותּף! איך בין אױס מענטש, גײ אַרום אָן אַ קאָפּ און װײס ניט װאָס צו טראַכטן. עס קאָן ניט זײַן, קלער איך מיר, ער זאָל גלאַט אַזױ פֿאַרגעסן שרײַבן אַ בריװל; ער װײס גאַנץ גוט, װי אַזױ מיר קוקן דאָ אַרױס. נאָר װײַטער פֿליט מיר דורך אַ געדאַנק אין קאָפּ: װאָס װעל איך אים טאָן, למשל, אַז ער נעמט זיך דאָרט אַראָפּ פֿון אױבן די גאַנצע סמעטענע און מיר זאָגט ער, אַז מע האָט נאָך גאָרניט פֿאַרדינט? גײ רוף אים קנאַקניסל! עס קאָן ניט זײַן, מאַך איך צו זיך אַלײן, סטײַטש, היתּכן?... איך באַגײ מיך מיט אַ מענטשן טאַקע נאָר װי מיט אַן אײגענעם, לאָז דאָס מיר אַקעגן קומען װאָס איך װינטש אים, זאָל ער מיר אָפּטאָן אַזאַ שפּיצל?! און װידער פֿליט מיר דורך גאָר אַן אַנדערע מחשבֿה: מילא, ריװח יאַק ריװח, איך בין אים שױן מוחל דאָס פֿאַרדינסט, ריװח והצלה יעמוד ליהודים ― גאָט זאָל העלפֿן דאָס קרן זאָל כאָטש זײַן גאַנץ! און עס װערט מיר קאַלט אין אַלע אבֿרים. „אַלטער נאַר! ― זאָג איך צו זיך אַלײן. ― זיך גענײט אַ בײַטל, דו טיפּש אײנער, בהמה בצורת פֿערד! פֿאַר דעם הונדערטער בעסער געװען קױפֿן זיך פֿערדלעך אַ פּאָר, אַשר לא פֿערדלו אַבֿותינו, און דאָס װעגעלע איבערגעביטן אַף אַ נאַטאַטשאַנקע מיט רעסאָרן“... ― טבֿיה, למאַי טראַכסטו עפּעס גאָרניט? ― מאַכט צו מיר מײַנע. ― „װאָס הײסט, זאָג איך, איך טראַכט נישט? דער קאָפּ װערט מיר אָקערשט צעפֿאַלן אַף שטיקלעך טראַכטנדיק, זאָגט זי צו מיר, למאַי איך טראַכט ניט!“ ― נישט אַנדערש, מאַכט זי, עס האָט זיך אין װעג מיט אים עפּעס געטראָפֿן: אָדער גזלנים, זאָגט זי, זײַנען אים באַפֿאַלן און באַנומען פֿון קאָפּ ביז פֿיס, אָדער ער איז חלילה פֿאַרשלאַפֿט געװאָרן, אָדער גאָר, אַל תּפֿתּח פּה, געשטאָרבן. ― „װאָס נאָך, זאָג איך, װעסטו אױסטראַכטן, נשמה מײַנע? נאַ דיר גאָר גזלנים, זאָג איך, פּלוצעם אין מיטן דרינען!“ און אַלײן טראַכט איך מיר: אַ קשיה װאָס מיט אַ מענטשן קאָן זיך טרעפֿן אונטערװעגנס? „דו באַדאַרפֿסט, זאָג איך צו איר, מײַן װײַב, תּמיד אױסלײגן צום ערגסטן!“ ― ער איז, מאַכט זי, פֿון אַזאַ משפּחה; די מאַמע זײַנע, זאָגט זי, זאָל זײַן אַ מליץ־יושרטע, איז ניט לאַנג געשטאָרבן נאָך גאָר אַ יוגנט, און דרײַ שװעסטער, זאָגט זי, האָט ער געהאַט, זאָלן זײַן װײַט אָפּגעשײדט פֿון מיר, איז אײנע נאָך מײדלװײַז געשטאָרבן, די אַנדערע האָט דװקא, זאָגט זי, חתונה געהאַט, געכאַפּט אַ פֿאַרקילונג אין באָד און איז געשטאָרבן, און די דריטע, זאָגט זי, איז תּיכּף נאָכן ערשטן קימפּעט אַראָפּ פֿונעם זינען, זיך געמוטשעט, געמוטשעט און געשטאָרבן... „געשטאָרבן זאָל לעבן, זאָג איך, גאָלדע, מיר װעלן אַלע, זאָג איך, שטאַרבן; אַ מענטש, זאָג איך, איז געגליכן צו אַ סטאָליער: אַ סטאָליער לעבט און לעבט און שטאַרבט, און אַ מענטש לעבט און שטאַרבט“.

בקיצור, עס איז באַ אונדז געבליבן, אַז איך פֿאָר זיך דורך קײן יעהופּעץ. סחורה אַביסל האָט זיך דערװײַלע אין דער צײַט צונױפֿגעקליבן, ס'איז געװאָרן אַ היפּש קרעמל פֿון קעז און פֿון פּוטער און פֿון סמעטענע, פּרימאַ סחורה; מײַנער האָט אײַנגעשפּאַנט דאָס פֿערד־און־װעגעלע און ― ויסעו מסוכּות ― מאַכט רש″י: מאַרש קײן יעהופּעץ. פֿאָרנדיק אַזױ, מרה־שחורהדיק געװײנלעך, מיט אַ ביטער האַרץ, װי איר קאָנט זיך פֿאָרשטעלן, אײנער אַלײן אין װאַלד, גײט מיר דורך דער כּוח־הדם און עס שטעלן זיך מיר פֿאָר אַלערלײ מחשבֿות און געדאַנקען. „עס װעט זײַן שײן, טראַכט איך מיר, אַז איך קום צו פֿאָרן און הײב אָן נאָכפֿרעגן אַף מײַן פּאַרשױן, זאָגט מען מיר: מנחם־מענדל? טע־טע־טע! שטאַרק אין די פֿעדערן, סמאַלעט אַ װעלט, אַן אײגענער מאָװער, פֿאָרט אין קאַרעטעס, גאָרניט צו דערקענען! איך נעם מיך אָן, טראַכט איך מיר, מיט האַרץ און לאָז מיך צו אים גלײַך אין שטוב אַרײַן. טפּררו! ― מאַכט מען צו מיר באַ דער טיר נאָך און מע גיט מיר מיטן עלנבױגן אין האַרצן אַרײַן. ― שטופּט זיך ניט אַזױ, פֿעטער, דאָ שטופּט מען זיך ניט. ― „איך בין, זאָג איך, אַן אײגענער, טאַקע מײַן װײַבס אַ גליד־גליד־געשװעס־טערקינד“. מזל־טובֿ אײַך, זאָגט מען מיר, שטאַרק אָנגעלײגט; פֿונדעסטװעגן, זאָגן זײ, מעגט איר, נישקשה, צוּװאַרטן אַביסל אָט־אָ־דאָ באַ דער טיר, עס װעט אײַך חלילה ניט שאַטן... איך שטױס מיך אָן, אַז מע באַדאַרף עפּעס געבן, װי זאָגט איר: עולים ויורדים ― אַז מע שמירט, פֿאָרט מען, און לאָז מיך גלײַך אַרױף צו אים אַלײן. ― „גוט מאָרגן אײַך, זאָג איך צו אים, רב מנחם־מענדל!“ װער? װאָס? א י ן א ומר ואין דבֿרים ― ער דערקענט מיך גאָר ניט! ― װאָס דאַרפֿט איר? ― מאַכט ער צו מיר. איך פֿאַל שיִער חלשות. ― „װאָס הײסט, זאָג איך, פּאַניע, איר דערקענט שױן ניט, זאָג איך, קײן קרובֿ? טבֿיה הײס איך“. ― אַ? ― מאַכט ער. ― טבֿיה? עפּעס קענטלעך דער נאָמען... „קענטלעך? ― מאַך איך צו אים. ― אפֿשר איז אײַך קענטלעך, זאָג איך, מײַן װײַבס בלינצעס, דערמאָנט זיך נאָר אַקאָרשט, מיט אירע קנישעס, צרות־קנײדלעך, װערטוטן?“... און צוריק פֿליט מיר דורך אַ געדאַנק פּונקט קאַפּױר: איך קום אַרײַן צו מנחם־מענדלען, טראָגט ער מיר אַקעגן דעם ברײטן שלום־עליכם. ― אַ גאַסט! אַ גאַסט! זיצט, רב טבֿיה, װאָס מאַכט איר עפּעס, װאָס מאַכט אײַער װײַב? איך קוק שױן אַרױס אַף אײַך, איך װיל מיך מיט אײַך צערעכענען. ― און ער נעמט און שיט מיר אָן אַ פֿולע היטל מיט האַלבע פּריִאַלן. ― דאָס, זאָגט ער, איז דאָס פֿאַרדינסט, און דאָס קרן, זאָגט ער, בלײַבט שטײן; װיפֿל מיר װעלן פֿאַרדינען, װעלן מיר זיך טײלן אַף דער האַלב, גלײַך אַף גלײַך. חלק כּחלק, חצי שלי וחצי שלך, מיר הונדערט, אײַך הונדערט, מיר צװײ הונדערט, אײַך צװײ הונדערט, מיר דרײַ הונדערט, אײַך דרײַ הונדערט, מיר פֿיר הונדערט, אײַך פֿיר הונדערט... אין געדאַנקען כאַפּ איך אַ דרימל און זע נישט, װי מײַן בחור שלאָגט זיך דערװײַל אַראָפּ פֿונעם שליאַך אָן אַ זײַט, פֿאַרטשעפּעט זיך אָן אַ בױם, און עס דערלאַנגט מיר אַ זעץ פֿון הינטן, עס פֿליִען אַזש פֿונקען פֿון די אױגן. „גם זו לטובֿה, זאָג איך צו מיר אַלײן, דאַנקען גאָט, װאָס כאָטש ניט צעבראָכן קײן אַקס“...

בקיצור, געקומען קײן יעהופּעץ און קודם־כּל אָפּגעזעצט דאָס ביסל מילכיקס גיך און געשװינט, װי געװײנלעך, לאָז איך מיך זוכן דעם נפֿש מײַנעם. איך דרײ מיך אַרום אַ שעה און צװײ און דרײַ, והילד איננו ― איך זע אים נישט! איך הײב אָן אָפּצושטעלן מענטשן, נאָכפֿרעגן: „צי האָט איר ניט געהערט, צי האָט איר ניט געזען אײנעם אַ ייִדן, װאָס הײסט מיט זײַן ליבן נאָמען מנחם־מענדל?“ ― אױב, זאָגן זײ, ער הײסט מנחם־מענדל, מעג מען עסן פֿון זײַן פֿענדל, נאָר דאָס אַלײן איז קאַרג, זאָגן זײ, מנחם־מענדלס איז דאָ אַ סך אַף דער װעלט. ― „איר מײנט מסתּמא, זײַן פֿאַרמעלי? לאָז מיך אַזױ װיסן בײז, זאָג איך, מיט אײַך אינאײנעם, אַז בסך־הכּל, זאָג איך, אױב איר װילט װיסן, רופֿט מען אים אין דערהײם, אין כּתרילעװקע הײסט דאָס, גאָר אַף זײַן שװיגערס נאָמען, מנחם מענדל לאה־דװאָסיס; נאָר װאָס דאַרפֿט איר מער, זאָג איך, זײַן שװער איז שױן גאָר אַ באַטאָגטער ייִד, הײסט ער אױך אַף איר נאָמען, ברוך־הערש לאה־דװאָסיס, און אַפֿילו זי אַלײן, לאה־דװאָסי מײן איך, הײסט אױך לאה־דװאָסי ברוך־הערש לאה־דװאָסיס. הײַנט פֿאַרשטײט איר שױן?“ ― פֿאַרשטײן פֿאַרשטײען מיר, זאָגן זײ, נאָר דאָס איז נאָך אַלץ נישט גענוג; װאָס איז זײַן געשעפֿט, זאָגן זײ, מיט װאָס פֿאַרנעמט ער זיך, אײַער מנחם־מענדל? „מיט װאָס ער פֿאַרנעמט זיך? ― זאָג איך. ― ער האַנדלט דאָ מיט האַלבע פּריִאַלן, זאָג איך, עפּעס בעס־מת, פּאָטיװילאָװ. קלאַפּט, זאָג איך, דיפּעשן ערגעץ אַהין, קײן פּעטערבורג, קײן װאַרשע“... ― אַ?! ― מאַכן זײ צו מיר און קאַטשען זיך פֿאַר געלעכטער. ― מײנט איר ניט אָט יענעם מנחם־מענדל, װאָס האַנדלט מיט יקנה″ז? גײט זײַט מוחל אַריבער, זאָגן זײ, אַהינצו, אַף יענער זײַט; דאָרט לױפֿן אַרום האָזן אַ סך, און אײַערער אױך בתוכם... „מער מע לעבט, מער עסט מען, ― טראַכט איך מיר, ― נאַ דיר גאָר האָזן? יקנה″ז?“ איך גײ אַריבער אַהין, אַף יענעם טרעטאַר ― ייִדן, קײן עין־הרע, װי אַף אַ יריד, ס'איז אַן ענגשאַפֿט, קױם װאָס איך שטופּ מיך דורך; מע לױפֿט, װי די משוגעים, דער אַהין, דער אַהער, אײנער איבערן אַנדערן, ס'איז אַן עולם־התּוהו, מע רעדט, מע שרײַט, מע מאַכט מיט די הענט: פּאָטיװילאָװ... פֿעסט, פֿעסט!... געכאַפּט באַם װאָרט... אַרײַנגערוקט אַן אַדערױף... װעט זיך קראַצן... מיר קומט קאַרטאַזש... ביסט אַ גרױסער פּאַרך... אָט צעשפּאַלט מען דיר דעם קאָפּ... שפּײַ אים אָן אין פּנים... זע נאָר, געקױלעט די קאַפּאָטע... אַ שײנער שפּעגעלאַנט... אָנזעצער!... משרת!... אין טאַטנס־טאַטן!... עס האַלט כּמעט באַ פּעטש. „ו יבֿרח יעק בֿ, מאַך איך צו מיר אַלײן, אַנטלױף, טבֿיה, אָט כאַפּסטו אַ פּאַטש! נו, נו, קלער איך מיר, גאָט איז אַ פֿאָטער, שמואל־שמעלקי איז זײַן דינער, יעהופּעץ איז אַ שטאָט און מנחם־מענדל איז אַ פֿאַרדינער! אָט־אַ־דאָ־אָ, טראַכט איך, כאַפּט מען גליקן, האַלבע פּריִאַלן? אָט־אַ־דאָס־אָ הײסט באַ זײ מע מאַכט געשעפֿטן? אַז אָך און װײ איז דיר, טבֿיה, מיט דײַנע מסחרים!“

בקיצור, איך שטעל מיך אָפּ לעבן אַ גרױס פֿענצטער מיט אַרױסגעשטעלטע הױזן אַ סך און דערזע דורך דעם אָפּשײַן פֿונעם גלאָז מײַן שמעיה בעל־פּרנסה. עס האָט זיך מיר אָפּגעריסן אין האַרצן, אַז איך האָב אים דערזען. ס'איז מיר פּרחה־נשמתו געװאָרן! װוּ איך האָב ערגעץ אַ שׂונא און װוּ איר האָט אַ שׂונא ― זאָלן מיר אים דערלעבן זען אין אַזאַ הולך, װי מנחם־מענדל: װאָס מיר קאַפּאָטע? װער מיר שטיװל? און אַ פּנים ― טאַטעניו, אַ שענערן לײגט מען אין דער ערד אַרײַן. ― „נו, טבֿיה, כּאשר אבֿדתּי אבֿדתּי ― ביסט אין דער ערד, טראַכט איך מיר, מעגסט זיך שױן געזעגענען מיט די עטלעכע גראָשנס, עס איז שױן, װי זאָגט איר: ל א דובים ולא יער ― ניט קײן סחורה, ניט קײן געלט, נאָר גלאַט אַזױ צרות“...

ער פֿון זײַן זײַט איז, אַפּנים, אױך שטאַרק מבֿולבל געװאָרן, מחמת מיר זײַנען בײדע געבליבן שטײן װי צוגעקאָװעט, נישט אױסצורעדן קײן װאָרט אַפֿילו, און נאָר געקוקט און געקוקט, װי האָנען, זיך גלײַך אין די אױגן אַרײַן, װי אײנער רעדט: פֿאַרװיסט און פֿאַרפֿינצטערט זײַנען מיר בײדע געװאָרן, מיר מעגן בײדע נעמען טאָרבעס און גײן איבער די הײַזער!... ― רב טבֿיה, ― מאַכט ער צו מיר שטיל, קױם װאָס ער רעדט, און די טרערן װערגן אים, ― רב טבֿיה! אָן מזל, הערט איר, זאָל מען גאָר, זאָגט ער, ניט געבאָרן װערן אַף דער װעלט! אײדער, זאָגט ער, אַזאַ לעבן... הענגען, זאָגט ער, גנאָטעװען!... און מער קאָן ער קײן װאָרט נישט רײדן. ― „אַװדאי, מאַך איך צו אים, ביסטו װערט, מנחם־מענדל, פֿאַר אַזאַ מעשׂה, מע זאָל דיר אַנידערלײגן אָט־אַ־דאָ, זאָג איך, אין מיטן יעהופּעץ, און ברכוש גדול דיר אַרײַנצימבלען אַזױפֿיל, אַז דו זאָלסט דיך דערזען מיט דער באַבע צײטל פֿון יענער װעלט. באַרעכן, זאָג איך, דו אַלײן, װאָס האָסטו געטאָן? האָסט גענומען, זאָג איך, אַ גאַנצע שטוב מיט לעבעדיקע נפֿשות, צער־בעלי־חײם נעבעך, גאָט די נשמה שולדיק, און האָסט זײ איבערגעקױלעט דעם האַלדז אָן אַ מעסער! גװאַלד, זאָג איך, מיט װאָס װעל איך קומען אַצינדערט אַהײם צו מײַן װײַב און קינדער? אַדרבה, זאָג שױן דו אַלײן, קױלער אײנער, גזלן, רוצח!“ ― אמת, ― מאַכט ער צו מיר, אָנגעשפּאַרט זיך צו דער װאַנט, ― אמת, רב טבֿיה, גאָט זאָל מיר אַזױ העלפֿן... „דער גיהנום, זאָג איך, נאַר אײנער, דער גיהנום איז דאָך קאַרג פֿון דײַנעטװעגן!“ ― אמת, זאָגט ער, רב טבֿיה, אמת, גאָט זאָל מיר אַזױ העלפֿן; אײדער אַזאַ לעבן, זאָגט ער, אײדער אַזאַ לעבן, רב טבֿיה... און לאָזט אַראָפּ דעם קאָפּ. איך שטײ און באַטראַכט אים, דעם שלימזל, װי ער שטײט אַזױ דעם קאָפּ אַראָפּ, צוגעשפּאַרט צום װאַנט, דאָס היטל אַף אַ זײַט, יעדער זיפֿץ און יעדער קרעכץ ― עס רײַסט אױס אַ שטיק האַרץ. „טאָ, זאָג איך, אַז מע װיל שמועסן דאָס אײגענע װידער צוריק, פֿאַרשטײט מען גאַנץ גוט, דו ביסט אפֿשר אין דעם אױך גאָט די נשמה שולדיק; װאָרעם לאָמיר באַרעכענען די זאַך אַרום און אַרום מיט אַ ממה־נפֿשך: איך זאָל קלערן, זאָג איך, אַז דײַן שלעכטיקײט האָט דאָס געטאָן, איז דאָך עס נאַריש, ביסט דאָך געװען, זאָג איך, אַ שותּף גלײַך מיט מיר, אַ מחצה־שֹכרניק. איך האָב אַרײַנגעלײגט געלט, דו האָסט געגעבן שׂכל, אַז אָך און װײ איז מיר! דײַן מײן איז אַװדאי געװען, װי זאָגט ער, לחײם ולא למװת. אײַ, עס האָט זיך אױסגעלאָזט אַ בױדעם? מסתּמא איז ניט באַשערט, װי זאָגט איר: אַ ל תּתהלל ביום מחראַ ― מענטש טראַכט און גאָט לאַכט. למאַי, זאָג איך, נאַרעלע, אָט האָסטו מײַן מסחר, איז, דאַכט זיך, גאָר אַ קאַראַנטע געשעפֿט, פֿונדעסטװעגן, אַז ס'איז באַשערט געװען, זאָג איך, ניט הײַנט געדאַכט, פֿאַראַיאָרן אָסיען, עס זאָל זיך באַ מיר, ניט פֿאַר דיר געדאַכט, אַנידערלײגן אַ בהמה, אַ מציאה געװען אַף טרפֿהס אַ פֿופֿציקער, און טאַקע באַלד נאָך איר אַ טעלעצע אַ רױטע, קײן צװאַנציק קערבלעך װאָלט איך פֿאַר איר ניט גענומען, ― נו, האָט דען עפּעס געהאָלפֿן דערבײַ חכמות? אַז סע גײט ניט, זאָג איך, מאַכט קמץ־בית ― מע! איך װיל דיך גאָרניט פֿרעגן, זאָג איך, װוּ איז מײַן געלט; איך פֿאַרשטײ שױן אַלײן, װוּ מײַן געלט שטעקט, מײַן בלוטיק געלט, װײ און װינד איז מיר! ס'איז אַרײַן אין אַ מקום קדוש, זאָג איך, ערגעץ אין אַ יקנה″זל, אין אַ נעכטיקן טאָג; און װער איז שולדיק, װען ניט איך אַלײן, װאָס האָב מיך געלאָזט אײַנרעדן גרינגע פֿײגעלעך, שמינדריקעס, שמאָכטעליאַקעס? געלט, ברודער, באַדאַרף מען, זאָג איך, פֿאַרהאָרעװען, פֿאַרשװאַרצט און אױסגעריסן װערן! פּעטש, זאָג איך, ביסטו, טבֿיה, װערט, פּעטש װי האָלץ!! נאָר װאָס העלפֿט איצטער מײַן געשרײ? װי אין פּסוק שטײט געשריבן: צעקה הנערה ― שרײַ צעזעצטערהײט! שׂכל און חרטה ― די בײדע זאַכן קומען תּמיד צו שפּעט. ניט באַשערט, זאָג איך, טבֿיה זאָל זײַן אַ נגיד װי זאָגט איװאַן: נע בולאָ או מעקיטע הראָשע אי נע בודע *) מסתּמא, זאָג איך, הײסט גאָט אַזױ. ה' נתן וה' לקח, מאַכט רש″י ― קום, ברודער, װעלן מיר נעמען, זאָג איך, צו ביסלעך בראָנפֿן!“...

                                        * * *

אָט אַזױ, פּאַניע שלום־עליכם, האָט זיך אױסגעלאָזט פֿון אַלע מײַנע חלומות אַ בױדעם! און איר מײנט אפֿשר, אַז איך האָב מיך אַזױ שטאַרק גענומען צום האַרצן, װאָס איך האָב פֿאַרלאָרן מײַן געלט? לאָם איך אַזױ רײן זײַן פֿון שלעכטס! מיר װײסן דאָך יאָ װאָס אין פּסוק שטײט: ל י ה כּסף ולי הזהבֿ ― געלט איז בלאָטע! דער עיקר איז דער מענטש, דאָס הײסט, אַז דער מענטש איז אַ מענטש. נאָר װאָס־זשע דען האָט מיך געקרענקט? דער חלום װאָס ער איז אַװעקגעגאַנגען. עס האָט זיך מיר געװאָלט, אױ האָט זיך געװאָלט, זײַן אַ נגיד, כאָטש אַף אַ װײַלע! נאָר עס העלפֿט דען דערבײַ חכמות? װי זאָגט דער פּרק: בעלכּרח ־ ך א תּ ה ח י ― מיט גװאַלט לעבסטו און מיט גװאַלט צערײַסטו אַ פּאָר שטיװל. דו, טבֿיה, זאָגט גאָט, באַדאַרפֿסט אין זינען האָבן קעז און פּוטער, נישט קײן חלומות. אײַ װאָס? בטחון? האָפֿענונג? אַדרבה, װאָס מער צרות מער בטחון, װאָס מער קבצן מער האָפֿענונג. והאָ־ראַיה?... נאָר מיר דאַכט, איך האָב מיך הײַנט אַביסל פֿאַררעדט; צײַט פֿאָרן, קלערן מכּוח געשעפֿט, װי זאָגט איר, כּ ל האָדם כּוזבֿ ― איטלעכער האָט זיך זײַנע מכּות. זײַט מיר געזונט און האָט אַ גוטן תּמיד!

*) נישט געװעזן באַ מעקיטען קײן געלט און עס װעט ניט זײַן.
געשריבן אין יאָר 1899.