מנחם־מענדל: שלים־שלימזל

שלום עליכם (אַלע װערק)

שלים־שלימזל

(מנחם־מענדל ― אַן אַגענט)
מנחם־מענדל פֿון װעג צו זײַן װײַב שײנע שײנדל אין כּתרילעװקע.

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתּחי′ עכּב″ב.

ראשית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ברוך־השם בקװ־החײם־והשלום. השם־יתברך זאָל העלפֿן, מע זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿונעם אַנדערן נאָר גוטס מיט בשׂורות־טובֿות, ישועות־ונחמות ― אָמן.

והשנית הנה זײַ װיסן, זוגתי היקרה, אַז איך האָב געמוזט עוקר זײַן, אַנטלױפֿן הײסט עס. איך האָב מיך נאָר־װאָס אַרױסגעכאַפּט פֿון אַן אומגליק, פֿון אַ גרױסן אומגליק! איך מעג בענטשן גומל. שיִער־שיִער בין איך אַרײַן אין חד־גדיא אַרײַן, און גאָט װײס, מיט װאָס איך װאָלט אָפּגעשניטן. פֿון ריסטאַנסקי ראָטעарестантская рота: שװער אַרבעט־שטראָף איז גאָר ניטאָ װאָס צו רעדן, און אפֿשר נאָך קאַטאָרזשנעкаторже: שװערע אַרבעט סיביר, כאָטש איך בין אין דעם שולדיק גלײַך מיט דיר. װי זאָגט די מאַמע דײַנע: „שלים־שלימזל דורך טיר און דורך טױער“… איצט, אַז דער אײבערשטער האָט מיר געהאָלפֿן, איך האָב מיך באַצײַטנס אַרױסגעכאַפּט װי פֿון אַ שׂרפֿה, האָב איך מיך אַװעקגעזעצט אַרױסשרײַבן דיר אין אַ בריװ אַלצדינג באַריכות, פֿונעם אָנהײב ביזן סוף.

פֿון מײַן פֿריִעריקן בריװ געדענקסטו דאָך מן הסתּם, אין װאָס פֿאַר אַ פּאָלאָזשעניע איך בין געװען נאָך דעם שײנעם שידוך מיט די צװײ בתולות, ניט הײַנט געדאַכט. איך האָב דעמאָלט גערעכנט, ס'איז אַן עק. אױס מנחם־מענדל. באַדאַרף איך מיך באַגעגענען מיט אײנעם אַ פּאַרשױן, אַן אַגענט אַן אינספּעקטאָר פֿון „אַקװיטעבל“, װאָס שטראַפֿירטסטראַכירט מענטשן פֿונעם טױט און האָט דערפֿון פּרנסה מיטן פֿולן מױל. ער האָט מיר אַרױסגענומען אַ ביכל און האָט מיר באַװיזן, װיפֿל מענטשן ער האָט שױן פֿאַרשטראַפֿירט פֿונעם טױט און װיפֿל מענטשן עס זײַנען שױן בײַ אים געשטאָרבן. און דאָס איז אַזאַ געשעפֿט, װאָס, אַדרבא, װאָס מער מע שטאַרבט, איז אַלץ בעסער, סײַ פֿאַר די טױטע, סײַ פֿאַר די לעבעדיקע. װעסטו דאָך פֿרעגן: װאָס איז דער שׂכל? דער שׂכל אין אַ פּראָסטער שׂכל. אַ שטײגער, נאַפּרימער, „אַקװיטעבל“ האָט גענומען און האָט מיך אָפּגעשטראַפֿירט פֿונעם טױט אױף צען טױזנט קאַרבן. דאַרף איך צאָלן פֿאַר דעם סך־הכּל אַזעלכע צװײ־דרײַ הונדערטער אַ יאָר ביזן טױט. איז ממה־נפֿשך, שטאַרב איך אַװעק, חלילה, דאָס ערשטע יאָר ― איז דײַן גליק: צען טױזנט קאַרבן איז אַ מטבע. אלא װאָס דען, איך לעב? איז „אַקװיטעבלס“ גליק. דאָרטן דינען אָן אַ שיעור מענטשן, אַגענטן, צום מײנסטן ― ייִדן, װאָס האָבן אױך װײַב־און קינדער און דאַרפֿן אױך לעבן אױף דער װעלט. װאָס זשע אַרט דאָס מיך? דער חסרון איז, װאָס ניט אַ יעדער קאָן זײַן אַן אַגענט. אַן אַגענט דאַרף, ראשית־חכמה, גײן אָנגעטאָן פֿײַן, אָבער טאַקע װאָס פֿײַן הײסט: אַ שײנעם גאַרניטער, אַ קאָלנער מיט מאַנקעטן, מעג זײַן פּאַפּירענע, אַבי װײַסע, אַ שניפּס אַ שײנעם, נו און אַ קאַפּעליוש ― שמועסט מען ניט. דער עיקר אָבער איז ― שפּראַך. אַן אַגענט מוז קאָנען שפּראַך. דאָס הײסט, ער דאַרף קאָנען רעדן, צורעדן, אײַנרעדן, איבעררעדן און פֿאַררעדן, אַזױ לאַנג רעדן, ביז יענער זאָל זיך שױן מוזן שטראַפֿירן פֿונעם טױט ― און מער דאַרף מען ניט. הקיצור, מײַן פּאַרשױן דער אַגענט־אינספּעקטאָר האָט אַרױסגעזען אין מיר, אַז איך באַדאַרף זײַן אַ גוטער אַגענט, אַן אױסגעצײכנטער אינקװיזיטאָר.

איצט, זוגתי היקרה, דאַרף מען דיר קלאָר מאַכן, זאָלסט פֿאַרשטײן דעם חילוק צװישן אַן אַגענט אַן אינספּעקטאָר און אַן אַגענט אַן אינקװיזיטאָר. אַן אַגענט אַן אינקװיזיטאָר הײסט גלאַט אַן אַגענט, װאָס שטראַפֿירט מענטשן פֿונעם טױט, און אַן אַגענט אַן אינספּעקטאָר הײסט שױן אַן עלטערער אַגענט, װאָס מאַכט אַגענטן. הײַנט איז פֿאַראַן אַ „קרוזשנאָי“кружной: קרײַז אַגענט־אינספּעקטאָר, װאָס מאַכט אַגענטן־אינספּעקטאָרעס, און איבער די אַלע אַגענטן, אינקװיזיטאָרעס, אינספּעקטאָרעס און „קרוזשנאָי“ אינספּעקטאָרעס איז פֿאַראַן אײנער, אַן אױבערהאַר איבער אַלע, װאָס מע רופֿט אים גענעראַל־אינספּעקטאָר. קײן עלטערער פֿון אים איז שױן נישטאָ אױף דער גאַנצער װעלט. פֿאַרשטײט זיך, אַז צו װערן אַ גענעראַל מוז מען פֿריִער זײַן אַן אינקװיזיטאָר, נאָכדעם אַן אינספּעקטאָר, נאָכדעם אַ „קרוזשנאָי“ אינספּעקטאָר, און אַזױ װײַטער. און אַז גאָט העלפֿט, מע דערדינט זיך און מע װערט אַ גענעראַל ― איז מען שױן באַװאָרנט מיט פּרנסה אױפֿן גאַנצן לעבן. עס איז פֿאַראַן, זאָגט מײַן פּאַרשױן, גענעראַלן אַזעלכע, װאָס פֿאַרלעבן אַ יאָר ניט װײניקער פֿון דרײַסיק טױזנט. הכּלל, ער האָט מיך אָנגעהױבן צורעדן, איך זאָל װערן אַן אַגענט. האָב איך מיך מישבֿ געװען: װאָס האָב איך דאָ אײַנצושטעלן? ממה־נפֿשך, װעט עס גײן, װעט עס גײן; אלא ניט ― איז אינה מקודשת. קײן פּוטער, זאָגט ער, לײג איך ניט אַרײַן. אַדרבא, איך באַקום נאָך, זאָגט ער, אַן אַװאַנץаванц: אַדערױף, דאָס הײסט, מע גיט מיר אַן אַדערױף פֿאַר מײַן אַרבעט עטלעכע קערבלעך, איך זאָל האָבן דערװײַל אױף הוצאָות און אױף אױסקלײדן זיך און אױף צו קױפֿן זיך אַ פּאָרטפֿעל. אױב אַזױ, איז דאָך עס טאַקע גאָר נישקשה פֿון אַ קאָנבינאַציע! און איך האָב מיך געלאָזט איבעררעדן און בין געװאָרן למזל אַן אַגענט.

נאָר נישט אַזױ גיך טוט זיך עס, װי סע רעדט זיך. װערן אַן אַגענט דאַרף מען זיך זען קודם מיטן גענעראַל, װאָרעם ביז דער גענעראַל שרײַבט ניט אונטער ― איז בלאָטע. און ער האָט מיך גענומען, דער אינספּעקטאָר הײסט עס, און האָט מיך טאַקע אױף זײַנע אײגענע הוצאָות געבראַכט צו פֿירן קײן אַדעס צו זײער גענעראַל אין „אַקװיטעבל“, װאָס האָט צו שאַפֿן אױף עטלעכע און צװאַנציק גובערניעס און האָט אונטער זיך, זאָגט מען, כּמעט אַכצן הונדערט אַגענטן. מילא, איך זאָל דיר באַשרײַבן די גרױסקײט פֿונעם דאָזיקן גענעראַל, איז ניט שײך. דאָס הײסט, ער אַלײן איז דװקא ניט אַזאַ גרױסער, װי דער טאַרעראַם איז גרױס, און אױגן האָט ער גרױסע, שאַרפֿע אױגן, און אַ פּנימל אַ ליכטיקס, און בעקלעך רױטע, און רופֿן רופֿט מען אים: יעװזערעל. דעם גענעראַלס קאַנטאָר פֿאַרנעמט אַ גאַנצע שטוב. חדרים, חדרים און חדרים. אַ סך טישן מיט בענקלעך, מיט ביכער, מיט פּאַפּירן, און אַגענטן דרײען זיך אַרום, און סע גריבלט און סע שװיבלט, און דעפּעשן לױפֿן הין און צוריק ― עס טוט זיך חושך! אײדער מע דערשלאָגט זיך צום גענעראַל אַלײן, דאַרף מען דורכגײן שיבֿעה־מדורי־גיהנום. אַ טױטער בין איך געװען, אַז מע האָט מיך אַרײַנגעפֿירט צו דעם דאָזיקן יעװזערעל, כאָטש אַפֿילו ער האָט מיך דװקא געבעטן זיצן, מכבד געװען מיט אַ פּאַפּיראָס, אױסגעפֿרעגט בײַ מיר, װער איך בין און װאָס איך בין און װאָס איז מײַן געשעפֿט? בין איך געגאַנגען און אים אױסדערצײלט אַלצדינג, פֿונעם אָנהײב ביזן סוף, װי אַזױ איך בין געפֿאָרן קײן קעשענעװ און פֿאַרבלאָנדזשעט קײן אַדעס, געהאַנדלט מיט „לאָנדאָן“, און פֿון דאָרטן קײן יעהופּעץ, זיך געדרײט אַרום דער בערזע, געקױפֿט און פֿאַרקױפֿט „יקנה″ז“ און „פּוטיװיל“ און „לילעפּוטן“ און אַנדערע „פּאַפּירלעך“ אין די מיליאָנען אַרײַן, און נאָכדעם, װי איך בין, ניט הײַנט געדאַכט, געװאָרן אַ מעקלער פֿון צוקער און פֿון געלט, פֿון הײַזער און פֿון אימעניעס, פֿון װעלדער און פֿון זאַװאָדלעך, און װי אַזױ איך בין נאָכדעם געװאָרן אַ שדכן, אַפֿילו אַ שרײַבער אױך, געדרײט, געברענט, געפֿלאַקערט און געטראַסקעט מיט דער גאַנצער װעלט, און דער סוף איז געװען, זאָג איך אים, נישט גוט ― שלים־שלים־מזל דורך טיר און דורך טױער… אױסגעהערט מיך, שטײט אױף דער גענעראַל, יעװזערעל הײסט עס, לײגט אַרױף אױף מיר די האַנט און רופֿט זיך אָן צו מיר: „װײסט איר, װאָס איך װעל אײַך זאָגן, גאָספּאָדין מנחם־מענדל? איר געפֿעלט מיר; אַ נאָמען האָט איר אַ שײנעם, און רעדן, ברוך־השם, קאָנט איר. איך זאָג אײַך נבֿיאות, אַז מיט דער צײַט װעט איר זײַן אַ גרױסער אַגענט, טאַקע גאָר אַ גרױסער! דערװײַל באַקומט איר אַן אַװאַנץ, פֿאָרט אַרױס אױף דער װעלט, אין די ייִדישע שטעט און שטעטלעך, דאָרט קען מען אײַך אױסגעבונדן, און זײַט מצליח“…

און כּך־הװה. איך האָב נאָר באַקומען פֿון זײ די עטלעכע קערבלעך, אַזױ האָב איך מיך באַלד אױסגעקלײדט בגדי־מלכות. זאָלסט מיך זען, װאָלסטו מיך ניט דערקענט. און אַ פּאָרטפֿעל האָב איך מיר געקױפֿט אַ גרױסן, האָט מען מיר אָנגעפּאַקט אַהין ביכלעך מיט פּאַפּירן אַ גאַנצן טראַנספּאָרט, און איך האָב מיך געלאָזט אױף גאָטס װעלט. קודם קײן בעסאַראַביע, אַ װינקל פֿון פּרנסה! דאָרט, זאָגט מען, קאָן מען מאַכן געשעפֿטלעך, שטראַפֿירן און שטראַפֿירן. דאַרף זיך מאַכן אַזױ, אַז איך האָב יאָרצײַט, כאַפּ איך מיך אַראָפּ מפּאָיעזד לפּאָיעזד אין אַ קלײן שטעטל, עפּעס אַ העק צו אַלדי שװאַרצע יאָר. איך האָב גאָר ניט געװוּסט, אַז דאָס שטעטל האָט אַ שם אױף דער װעלט מיט אירע שקצים, עזות־פּנימער, מוסרים און יאַבעדניקעס. פֿאַרברענט װאָלט עס געמעגט װערן אײדער איך האָב עס דערקענט! נאָר אַז סע איז באַשערט אַן אומגליק ― דאַרף איך אַקוראַט אָט דאָ, אין דעם שטעטל, האָבן יאָרצײַט, און פֿאַל אַרײַן אין אַ בלאָטע, זאָל דער אײבערשטער שומר־ומציל זײַן! דאָס האַרץ האָט מיר אָבער טאַקע געזאָגט, אַז איך װעל דאָ גוט ניט אָפּשנײַדן. נאָר אַז מע דאַרף זאָגן קדיש, איז עפּעס אַ תּירוץ? בין איך אַװעק גלײַך אין בית־מדרש אַרײַן און קום אָן פּונקט צו מעריבֿ. אָפּגעדאַװנט מעריבֿ, גײט צו צו מיר דער שמשׂ און רופֿט זיך אָן צו מיר. „יאָרצײַט?“ ― זאָג איך: „יאָרצײַט“. ― מאַכט ער צו מיר: „פֿון װאַנעט איז אַ ייִד?“ ― זאָג איך: „פֿון דער גאָרער װעלט“. ― „מה שמכם?“ ― זאָג איך: „מנחם מענדל“. ― „קומט דאָך אײַך שלום!“ ― און ער שטעקט מיר אָפּ אַ שלום־עליכם, און נאָך אים דער גאַנצער מנין. אַלע גיבן מיר אָפּ שלום, און עס װערט אַרום מיר אַ רעדל, און מע הײבט אָן אױסטאַפּן בײַ מיר, װער איך בין און פֿון װאַנען איך בין און װאָס איז מײַן טועכץ? זאָג איך זײ: „איך בין אַן אַגענט“. ― פֿרעגן זײ: „פֿון װאָס אַן אַגענט? פֿון מאַשינעס?“ ― זאָג איך: „דװקא ניט. איך בין אַן אַגענט אַן אינקװיזיטאָר פֿון „אַקװיטעבל“. ― זאָגן זײ: „װאָס איז דאָס פֿאַר אַ שלאַק?“ ― זאָג איך: „איך באַװאָרן מענטשן נאָכן טױט“. און איך גיב זײ צו פֿאַרשטײן דעם שׂכל, װי אַזױ מע שטראַפֿירט מענטשן פֿונעם טױט. שטײען זײ אַרום מיר מיט אָפֿענע מײַלער, גלײַך װי מע װאָלט זײ דערצײלט ― אױפֿן הימל אַ יריד. נאָר צװײ חבֿרה־לײַט האָב איך באַמערקט צװישן זײ, אײנער אַ הױכער, אַ דאַרער, אַן אױסגעבױגענער, מיט אַ נאָז אױך אַן אױסגעבױגענע און אַ גלאַנצנדיקער; אַ טבֿע האָט ער, אַז ער רעדט, צופּט ער די האָר פֿונעם בערדל אײנציקװײַז. דער אַנדערער ― אַ נידעריקער, אַ ברײטער, אַ שװאַרצער, װי אַ ציגײַנער, מיט אײן אױג אַ שעלמיש, װאָס קוקט בײַ אים קײן צפֿון־זײַט. ער מעג רײדן װי ערנסט, װײַזט זיך אױס, אַז ער שמײכלט. די דאָזיקע חבֿרה־לײַט האָבן, אַ פּנים, יאָ פֿאַרשטאַנען, װאָס הײסט שטראַפֿירן מענטשן פֿונעם טױט, מחמת זײ האָבן זיך עפּעס מאָדנע איבערגעקוקט מיט די אױגן און האָבן אַ זאָג געטאָן אײנס צום אַנדערן אונטער דער נאָז: „סע װעט גײן אַ גאַנג“… איך האָב באַלד פֿאַרשטאַנען אָן די צװײ פּאַרשױנען, אַז זײ זײַנען ניט גלײַך צו אַנדערע; זײ פֿאַרשטײען אַן עסק, און מיט זײ קאָן מען שױן עפּעס מאַכן. און כּך־הװה. איך בין נאָר אַרױס פֿון בית־מדרש, גײען זײ מיר נאָך, די צװײ חבֿרה־לײַט, פֿון הינטן, און מאַכן צו מיר: „װאָס לױפֿט איר אַזױ, רב מנחם־מענדל? שטײט אַ װײַלע, מיר װילן אײַך עפּעס פֿרעגן. אָט דאָ בײַ אונדז, אין דער בלאָטע, װילט איר מאַכן געשעפֿטן?“… ― זאָג איך: „פֿאַרװאָס ניט?“ ― מאַכט צו מיר דער לאַנגער, דער װאָס מיט דער אױסגעבױגענער נאָז: „צװישן אַחינו־בני־ישׂראל?“… ― און דער װאָס מיטן אײגל העלפֿט אים אונטער: „מיט ייִדן איז גוט קוגל עסן“. ― זאָג איך: „װאָס זשע איז דערצו די עצה?“ ― זאָגט דער לאַנגער: „האַנדלען זאָל מען מיט אַ פּריץ“. ― „לעבן זאָלן די גױים“… ― העלפֿט אים אונטער דער װאָס מיטן אײגל. און אָט אַזױ גײען מיר און רעדן, און אַז מע רעדט, דעררעדט מען זיך. עס לאָזט זיך אױס אַ מעשׂה, אַז אָט די צװײ חבֿרה־לײַט האָבן זײער אײגנס אַ פּריץ אַ מאָלדאָװאַן, אַ רײַכן בעל־הגוף, װאָס זײ פֿאַרדינען בײַ אים אָפֿט אַ קערבל. מײנען זײ, אַז אים װאָלט מען געקאָנט זײער שײן פֿאַרשטראַפֿירן… זאָג איך: „אָך, פֿאַרװאָס ניט? מיטן גרעסטן כּבֿוד! אַדרבא, זאָג איך, נעמט זיך צום עסק, און לאָמיר עס מאַכן יחדיו. איך בין, זאָג איך, נישט קײן אָץ־להעשיר“… און עס איז געבליבן, אַז מאָרגן, אם־ירצה־השם, אין בית־מדרש צום ערשטן מנין דאַרפֿן זײ מיר ברענגען תּשובֿה פֿון זײער פּריץ דעם מאָלדאָװאַן. נאָר װאָס דען? אײן זאַך האָבן זײ מיך געבעטן ― ס'זאָל זײַן בסוד־סודות, דאָס הײסט, איך זאָל זיך ניט אױסרעדן אױף דער אַכסניא, אַז איך האָב מיך מיט זײ געזען און אַז מיר האָבן אָפּגעשמועסט אינאײנעם מכּוח אַ געשעפֿט.

הבוקר אור ― ס'איז נאָר טאָג געװאָרן, האָב איך מיך געפֿעדערט אין בית־מדרש אַרײַן דאַװענען מיטן ערשטן מנין. אָפּגעדאַװנט ― נישטאָ מײַנע חבֿרה־לײַט. איבערגעװאַרט דעם אַנדערן מנין ― נישטאָ מײַנע פּאַרשױנען. פֿאַרװאָס האָב איך זײ, שוטה, נישט געפֿרעגט, װי אַזױ רופֿט מען זײ בײַם נאָמען און װוּ זיצן זײ? צוגײן צום שמשׂ און אַ פֿרעג טאָן בײַ אים ― האָב איך מורא: איך האָב דאָך געגעבן זײ דאָס װאָרט, ס'זאָל זײַן בסוד! ערשט העט נאָך אַלע היומס האָבן זײ זיך באַװיזן מיט די טלית־ותּפֿילין. אַז איך האָב זײ דערזען, האָט מיר אַ טיאָך געטאָן דאָס האַרץ פֿאַר שׂמחה. נאָר צוגײן צו זײ און פֿרעגן, װאָס הערט זיך ― האָב איך מיך אײַנגעהאַלטן, ס'איז נישט מעשׂה מענטש. אָפּגעדאַװנט פֿאַר זיך אױף אײן פֿוס, כאַפּן זײ די טלית־ותּפֿילין און לאָזן זיך גײן געשװינד. איך נאָך זײ. ― „נו?“ ― מאַך איך צו זײ. מאַכן זײ צו מיר: „יהודי בלא, דברט נישט אױף דער גאַס, איר קענט נישט אונדזער שטאָט, ברענען זאָל זי אײַך! איר גײט אונדז בעסער נאָך פֿון הינטן און קומט צו אונדז אַהײם. דאָרט מאַכן מיר דאָס געשעפֿט, און טאַקע אין אײנװעגס עפּעס צובײַסן“… אַזױ מאַכט צו מיר דער װאָס מיט דער אױסגעבױגענער נאָז און טוט אַ װוּנק צו דעם װאָס מיטן אײגל, און יענער װאָס מיטן אײגל װערט נעלם. און מיר אין צװײען לאָזן זיך גײן איבער ענגע פֿינצטערע חושכדיקע געסלעך, ער אױף צופֿריִער און איך נאָך אים, אַזױ לאַנג, אַזױ ברײט, ביז גאָט האָט געהאָלפֿן, מיר זײַנען בשלום געקומען.

אַרײַנגעקומען אין אַ קלײן פֿינצטער פֿאַררײכערט שטיבל מיט אַ סך פֿליגן אױף די װענט און אױף דער סטעליע, מיט אַ געמאָלטן מזרח, אַ רױטן טישטעך אױפֿן טיש און מיט אַ לאָמפּ, פֿאָרהאַנגען מיט פּאַפּירענע אָפּגעבליאַקעװעטע קװײטן, האָבן מיר געטראָפֿן בײַם אױװן אַ קלײן, אױסגעשמירט װײַבעלע מיט אַ בלײך־איבערגעשראָקן פּנים. דאָס קלײנע װײַבעלע האָט אַ קוק געטאָן מיטן איבערגעשראָקן פּנים אױפֿן מאַן, און דער מאַן האָט אַ זאָג געטאָן צו איר פֿאַרבײַגײענדיק: „עסן!“ ― און ס'איז באַשאַפֿן געװאָרן אין אײן כּהרף־עין אַ טישטעך מיט אַ בולקע, מיט בראָנפֿן און מיט פֿאַרבײַסן. עס האָט נישט לאַנג געדױערט, און יענער װאָס מיטן אײגל איז אַרײַנגעקומען, און נאָך אים האָט זיך אַרײַנגעקאַטשעט אַ נפֿש פֿון אַ פּוד צװעלף מיט אַ גרױסער בלױער נאָז, מיט פֿעטע האָריקע הענט און מיט צװײ מאָדנע פֿיס, װאָס אָנהײבן הײבן זײ זיך אָן דװקא גראָב, נאָר װאָס װײַטער גײען זײ דינער און דינער. עס דאַרף זײ זײַן שװערלעך צו טראָגן אױף זיך אַזאַ גרױסן, אַזאַ שװערן גוף.

אָט דער דאָזיקער נפֿש איז געװען דער פּריץ דער מאָלדאָװאַן. דערזען דאָס פֿלעשל בראָנפֿן אױפֿן טיש, האָט ער אַרױסגעלאָזט פֿון זײַן פֿעטן בױך אַ פֿעטע שטימע אױף גױיִש: „אָצע דאָברע דילאָоце добре діло: זאָל זײַן צום גליק!“… גענומען צו ביסלעך בראָנפֿן (דער פּריץ דער מאָלדאָװאַן האָט גענומען צװײ ביסלעך), האָבן די צװײ חבֿרה־לײַט פֿאַרבונדן מיט אים אַ שמועס מכּוח װײץ און מכּוח קאָרן, און בשעת־מעשׂה טוט מיר יענער װאָס מיטן אײגל אַ זאָג אױפֿן אױער: „דער אָדון איז אָנגעשטאָפּט!… האָט אפֿשר טױזנט טשעטװערטчетверть: פֿערטל ברױט, אַ חוץ האָבער… קוקט ניט אױף אים, װאָס ער גײט אַזױ אָרעם געקלײדט; ער איז נאָר אַ קאַרגער“… און יענער, דער לאַנגער, גיט אים אַלץ עצות, ער זאָל נישט פֿאַרקױפֿן דאָס ברױט, װאָרעם עס װעט זײַן טײַער װײץ; ער זאָל בעסער אָפּלײגן דאָס גאַנצע ברױט אױפֿן װינטער. „אָצע דאָברע דילאָ!“ ― זאָגט אים אַלע מאָל דער פּריץ דער מאָלדאָװאַן, האַקט אַרײַן אײן כּוסע נאָך דער אַנדערער און פֿאַרבײַסט מיט אַפּעטיט, װי נאָך אַ תּענית, און בלאָזט מיט בײדע ליפּן און מיט דער נאָז. נאָכן עסן רופֿט זיך אָן צו מיר דער לאַנגער: „אַצינד קאָנט איר דברן מיטן אָדון מכּוח אײַער עסק“… האָב איך מיך אַװעקגעזעצט מיטן אָדון באַזונדער אין אַ װינקעלע און האָב אים אַנידערגעלײגט אַ דרשה, איך װײס ניט, פֿון װאַנען עס האָט זיך צו מיר גענומען! איך האָב אים געגעבן צו פֿאַרשטײן, װי נײטיק דאָס איז פֿאַר איטלעכן מענטשן דאָס שטראַפֿירן זיך, ער מעג זײַן רײַך, װי קורח; אַדרבא, װאָס דער מענטש איז רײַכער, זאָג איך, איז אַלץ נײטיקער, ער זאָל זיך פֿאַרשטראַפֿירן, װאָרעם אַ רײַכער מענטש, זאָג איך, אַז ער װערט אָן דאָס געלט אױף די עלטערע יאָרן, איז אים טױזנט מאָל ערגער װי דעם קבצן; אַ קבצן, זאָג איך, איז שױן געװױנט געװאָרן מיטן דלות, און אַ נגיד, זאָג איך, אַז ער בלײַבט חלילה אָן געלט, איז ערגער װי געשטאָרבן. „יאַק נאַפּיסאַנאָ או נאַסяк написано у нас: װי בײַ אונדז שטײט געשריבן ― זאָג איך צו אים ― עני חשובֿ כּמת, זנאַטשיטסאַ, ביעדני כוזשע יאַק מערטװיзначистна бедны хуже як мертви: אַן אָרעמאַן איז ערגער װי אַ טױטער. אַ פּאָטאָמוа потому: און דעריבער, זאָג איך, װאַשע בלאַהאָראָדיעваше благородие: אײַער עקצעלענץ, זאָג איך, זאַשטראַפֿיראָיטי סובי, זאָג איך, אָט סמערטי טשרעז סטאָ דװאַדצאַט ליעטот смерти через сто двадцать лет: פֿון טױט איבער הונדערט און צװאַנציק, זאָג איך, נאַ דעסיאַט טיסיאַטשיна десять тысячи: אױף צען טױזנט“… „אָצע דאָברע דילאָ!“ ― מאַכט צו מיר דער אָדון און בלאָזט מיט בײדע ליפּן, װי אַ בלאָז־זאַק. איך פֿיל, אַז דער כּוח פֿון רעדן האָט זיך אין מיר צעברענט מיט סכּנת־נפֿשות, װיל איך רעדן װײַטער, רופֿט זיך אָן צו מיר דער לאַנגער: „גענוג אײַך צו דברן; נעמט אַרױס דעם נייר און כּתבֿעט אָן װאָס מע באַדאַרף“… און יענער װאָס מיטן אײגל טראָגט מיר אונטער אַ טינט און פֿעדער, און איך טו אָפּ אַלצדינג, װאָס מע באַדאַרף, און אַז עס קומט צו חתמענען, שװיצט דער פּריץ דער מאָלדאָװאַן נעבעך שטאַרק ביז ער „לײגט דעם טאַטן“. נאָכדעם גײ איך מיט אים צום דאָקטער, ער זאָל אים באַטראַכטן, איך נעם אַן אַדערױף, גיב אַרױס אַ קװיטאַנציע ― און דאָס געשעפֿט איז געמאַכט.

געקומען פֿאַרנאַכט אױף דער אַכסניא פֿרײלעך און געהײסן זיך קאָכן װעטשערע, רופֿט זיך אָן צו מיר דער בעל־הבית פֿון דער אַכסניא: „װאָס הערט זיך עפּעס בײַ אײַך?“ ― „װאָס זאָל זיך הערן?“ ― זאָג איך. ― „מעג מען אײַך, זאָגט ער, אָפּגעבן מזל־טובֿ?“ ― „װאָס פֿאַר אַ מזל־טובֿ?“ ― פֿרעג איך אים. „דאָס געשעפֿטל, זאָגט ער, װאָס איר האָט אָפּגעאַרבעט“… „װאָסער געשעפֿטל?“ ― זאָג איך און מאַך מיך תּמעװאַטע. ― „מיטן פּריץ“, ― מאַכט ער צו מיר. ― „מיט װאָסער פּריץ?“ ― „מיטן גראָבן פּריץ“. ― „פֿון װאַנען װײסט איר, זאָג איך, אַז איך האָב געמאַכט אַ געשעפֿטל מיט אַ פּריץ?“… „ס'איז אַזױ, זאָגט ער, אַ פּריץ, װי איך בין אַ רביצין“… ― „װאָס זשע דען איז ער?“ ― „ער איז אַ פּיפּערנאָטער“, ― מאַכט צו מיר דער בעל־הבית און צעלאַכט זיך מיר גלײַך אין פּנים אַרײַן. זעץ איך מיך צו צום בעל־הבית און הײב אים אָן בעטן, חלשן, ער זאָל מיר זאָגן, װאָס באַדײַט דאָס „פּיפּערנאָטער“ און פֿון װאַנען װײס ער, װוּ איך בין געװען און װאָס איך האָב געטאָן? הקיצור, ער האָט, אַ פּנים, אַרױסגעזען פֿון מײַנע רײד, אַז איך בין דאָ גאָט די נשמה שולדיק, האָט ער אױף מיר רחמנות געהאַט און האָט זיך פֿאַרשפּאַרט מיט מיר באַזונדער אין אַ חדר און האָט מיר גענומען דערצײלן אױף מײַנע שותּפֿים אַזעלכע זאַכן, אַזש די האָר האָבן זיך מיר געשטעלט קאַפּױר. לאָזט זיך אױס אַ מעשׂה, אַז די צװײ חבֿרה־לײַט זײַנען בסך־הכּל פּראָסטע שװינדלערס, מזיקים, זאָגט ער, װאָס די װעלט האָט דאָס נישט. „זײ האָבן שױן, זאָגט ער, אָפּגעטאָן אױף זײער לעבן אַזעלכע קרימינאַל־זאַכן, װאָס װען מע כאַפּט זײ, זאָגט ער, גײען זײ אַװעק װײַט… זײער טרײפֿענער גליק, זאָגט ער, איז, װאָס תּמיד שטעלן זײ אַרױס אַ דריטן, און אַלײן, זאָגט ער, בלײַבן זײ שטענדיק פֿון דרױסן… דער דאָזיקער פּריץ, זאָגט ער, װאָס מע האָט אײַך אים אַרױסגעשטעלט פֿאַר זײער אַ רײַכן מאָלדאָװאַן, איז בסך־הכּל אַ פּראָסטער לאַפּאַצאַן, זאָגט ער, אַ שיכּור הגדול הגיבור והנורא, און דער, זאָגט ער, װאָס איר האָט אים פֿאַרשטראַפֿירט, ― איז אָדער ער האַלט בײַ אָפּזאָגן די עטלעכע גילדן, זאָגט ער, אָדער ער איז שױן אַ שוכן־עפֿר… איר פֿאַרשטײט, זאָגט ער, מיט װאָס דאָס שמעקט?“…

דערהערט אַזעלכע דיבורים, איז מיר פּרחה־נשמתי געװאָרן. עס גײט מיר מער נישט אָפּ צו מײַנע זײַדענע קלײדער, אַז איך זאָל מיך נאָך אַרײַנכאַפּן אױף אַ מינוט אין אַ טורמע אַרײַן! האָב איך נישט געמאַכט קײן לאַנגע שהיות און געלאָזט זיך גלײַך צו דער באַן, לױפֿן װוּהין די אױגן טראָגן, גאָר נישט געװאָלט אַפֿילו זען זיך שױן מער מיט מײַנע צװײ חבֿרה־לײַט, לאָזן זײ גײן כּף־הקלע מיט זײער מאָלדאָװאַן און מיט דער שטאָט און מיט גאַנץ בעסאַראַביע און מיטן גאַנצן עסק פֿון שטראַפֿירן מענטשן פֿונעם טױט, װאָס מע קאָן דורך דעם אומגליקלעך װערן… לאָז גאָט געבן בעסערע פּרנסות. הלװאַי איך זאָל שױן קומען אױפֿן אָרט בשלום. און מחמת איך האַלט בײַ פֿאָרן אַ װײַטן װעג, מאַך איך דאָס אַלצדינג באַריכות. לעת־עתּה לאָז גאָט געבן מיט געזונט און מיט הצלחה. גריס די קינדערלעך זאָלן לעבן. גאָט זאָל העלפֿן, זײ זאָלן זײַן געזונט און שטאַרק, און מע זאָל זיך זען מיט פֿרײלעכע הערצער. גריס שװער און שװיגער און איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנטלעך.

ממני בעלך מנחם־מענדל.

עיקר שכחתּי. איך האָב דיך גאָר פֿאַרגעסן שרײַבן, װוּהין איך פֿאָר. זוגתי היקרה, איך פֿאָר קײן אַמעריקע. נישט אַלײן ― אַ גאַנצע קאָמפּאַניע פֿאָרן מיר. דאָס הײסט, פֿאָרן פֿאָרן מיר, אײגנטלעך, קײן האַמבורג, און פֿון דאָרטן שױן קײן אַמעריקע. װאָס עפּעס קײן אַמעריקע? װײַל אין אַמעריקע, זאָגט מען, װערן ייִדן גליקלעך. גאָלד, זאָגט מען, װאַלגערט זיך דאָרט אין די גאַסן. געלט רעכנט זיך דאָרטן אױף טאָלערס, און מענטשן זײַנען דאָרטן בחשיבֿות־גדול ― אַ רענדל אַ מענטש! און װער שמועסט, ייִדן ― די זײַנען גאָר דאָס אײבערשטע פֿון כרײן! אַלע זײַנען מיר מבֿטיח, אַז אין אַמעריקע װעל איך, אם־ירצה־השם, מאַכן גוט, טאַקע װאָס גוט הײסט. די גאַנצע װעלט פֿאָרט איצט קײן אַמעריקע, מחמת דאָ איז נישטאָ װאָס צו טאָן. לחלוטין נישט. סע האָבן זיך אױסגעלאָזט אַלע געשעפֿטן. הײַנט װיבאַלד אַז די װעלט פֿאָרט, פֿאַרװאָס זאָל איך אױך ניט פֿאָרן? װאָס האָב איך אײַנצושטעלן?… רק זאָלסט גאָר קײן יסורים ניט האָבן, זוגתי היקרה, און נישט איבערטראַכטן אױף מיר חלילה קײן שלעכטס. גלײב מיר בנאמנות, אַז איך װעל דיך, חס־ושלום, נישט פֿאַרגעסן, נישט דיך, נישט אונדזערע קינדערלעך, זאָלן געזונט זײַן. איך װעל אַרבעטן טאָג װי נאַכט, קײן זאַך װעט מיר ניט זײַן שװער, און אַז דער אײבערשטער װעט מיר העלפֿן, איך װעל, אם־ירצה־השם, באַגליקן, און באַגליקן װעל איך געװיס, דאָס איז בײַ מיר זיכער, װי ס'איז טאָג אױף דער גאַנצער װעלט, װעל איך דיר צושיקן שיפֿסקאַרטן, פֿאַר דיר און פֿאַר די קינדער, און װעל דיך אַרױסנעמען אַהין, און װעסט בײַ מיר לעבן בכּבֿוד, װי די גרעסטע שׂררהטע, פֿונעם שענסטן און פֿונעם בעסטן, קײן שפּרענקעלע װעל איך אױף דיר נישט לאָזן פֿאַלן. און עס איז שױן טאַקע צײַט, כלעבן, אַז דו זאָלסט אױך װיסן פֿון אַ װעלט צו זאָגן! רק נישט געזאָרגט און נישט גענומען זיך צום האַרצן ― מיר האָבן אַ שטאַרקן גאָט!…

הנ″ל.