(מנחם־מענדל ― אַ שדכן)
געשריבן אין די יאָרן 1900־1909.
ע ס פֿ י ד ל ט נ י ש ט
(מנחם־מענדל ― אַ שדכן)
מנחם־מענדל פֿון װעג צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע.
לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתחי′ עכב″ב.
ר אשית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ברוך השם בקו החײם והשלום. השם יתברך זאָל העלפֿן, מע זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿונעם אַנדערן נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות, ישועות ונחמות ― אָמן.
ו השנית הנה זײַ װיסן, אַז עס פֿידלט נישט, עס גײט נישט, כאָטש צערײַס זיך. תּיכּף ומיד װי איך האָב מקבל געװען פֿון דיר די צוגעשיקטע עטלעכע קערבלעך, האָב איך זיך קודם צעצאָלט אַף דער סטאַנציע און האָב מיך באַלד אָנגעהױבן פּאַקעװען אין װעג אַרײַן. װאָס דאַרפֿסטו מער? איך בין שױן אַפֿילו געזעסן אין װאַגאָן, גענומען אַ בילעט ביז כװאַסטעװ, און פֿון כװאַסטעװ האָב איך גערעכנט פֿאָרן גלײַך אַהײם, קײן כּתרילעװקע הײסט עס. האָבן מיר דאָך אָבער אַ שטאַרקן גאָט, װעסטו הערן, װאָס ער טוט אָפּ. אַנומלטן האָב איך דיר געהאַט געשריבן, אַז אַף דער אַכסניא, דאָרט װוּ איך האָב געהאַלטן סטאַנציע, האָט זיך געפֿונען אַ ייִד אַ שדכן, לײבע לעבעלסקי הײסט ער, װאָס באַרימט זיך, אַז ער טראָגט אַרום באַ זיך אין בוזעם די גאַנצע װעלט און פֿאַרדינט שטיקער גאָלד. דערװײַל האָט ער באַדאַרפֿט אָפּפֿאָרן אַף אַ פּאָר טעג מכּוח אַ גרױסן שידוך; ער האָט באַקומען, זאָגט ער, אַ „סטראָטש־נע דעפּעש“, ער זאָל ניט מעדליװען, האָט ער איבערגעלאָזט דאָס גאַנצע פּעקל זײַנס באַ דער בעל־הביתטע, געבעטן, זי זאָל עס באַהאַלטן ביז ער װעט קומען צוריק פֿונעם שידוך, װעט ער זיך שױן צערעכענען. און אַזױ װי ד ו זעסט אים, אַזױ האָבן מיר אים געזען. פֿאַרן אַװעקפֿאָרן מאַכט צו מיר די בעל־הביתטע: „איר פֿאָרט דאָך אַף יענער ליניע, נאַט אײַך דעם שדכנס פּעקל, טאָמער װעט איר זיך באַגעגענען ערגעץ מיטן שלים־מזל, מיט דעם לעבעלסקין, װעט איר אים אָפּגעבן זײַנע שפּאַר־גאַלן“. זאָג איך: „װאָס דאַרף איך פֿרעמדע פּעקלעך?“ זאָגט זי: „האָט קײן מורא ניט; ס'איז ניט קײן געלט, ס'איז פּאַפּירן, שמות“. כּך הװה. שױן זיצנדיק אין װאַגאָן, בינד איך אױף דאָס פּעקל אַף טשיקאַװעסט און טו אַ קוק אַרײַן ― אַ גאַנצער אוצר: בריװ פֿון שדכנים, רשימות פֿון מחותּנים, און גלאַט כּתבֿים. צװישן די כּתבֿים ― אַ לאַנג צעטל אַף לשון־קודש פֿון חתנים און כּלות, אױסגערעכנט נאָכן אַלף־בית; איך גיב דאָס דיר איבער אות באות:
אַ װריץ ― חוה בת הגבֿיר דבֿ לױ טאָנקינאָג... גרױסיר מיוחס... אשתּו מרים גיטיל... גם כן מיוחסת... הױכי װוּקס... קראַסאַװיצה... ד′ אַלפֿים... רוצה גיקאָנציטין...
ב אַלטי ― פֿײַטל בן הגבֿיר יוסף היטילמאַכיר... משׂכּיל... צי־ניסט... גיקאָנציט בוכהאַלטירי... מפּריזעװ אַסלאַבאָדעט... דאַװינט אַלע טאָג... װיל מעות...
ג לוכיװ ― יעפֿים באָלאָסני... אַפּטײקיר גלוח... האָט ליב יודין... מלוה ברבית... רוצה ברענעטקה...
ד ובנא ― לאה בת הגבֿיר דבֿ מאיר קאָרזיק... משפּחה... קורצי װוּקס... רױטי האָר... מדברת פֿראַנצױז... יכול ליתן מעות...
ה ײסין ― ליפּע בראַש... שװאָגיר של איצי קױמין... בעל יועץ בסאַכירני זאַװאָד של רב זלמן ראַדימישליר... בן יחיד... והנער יפֿת תּואר... ממזר אױגין... רוצה שמאַלץ־גרוב...
װ ינעצע ― חײם העכט... בחור מנגן על הבערזע... פֿאָרט בפֿאַי־טאָנדיל... גרױסיר פֿאַרדיניר... שוה 10 אַלפֿים...
ז יטאָמיר ― הנגיד שלמה זלמן טאַראַטײקי... ב′ בתולות... קראַסאַװיצות פּרימע... הקטנה מעט גישטופּילט... פּיאַנע דײַץ פֿראַנצױז... רוצה גישטודירטע... דעפּלאָם לאו דוקא...
ח מעלניק ― הנגידה בתּי′ פֿלעקיל... אַלמנה װאָכירניצה... חכמה נפֿלאה... רוצה למדן... מעג זײַן בלא מעות...
ט אַלני ― הרבני רב אַברעמעלי פֿײַנציק... אַלמן... חסיד בעל תּנ″ך... זוכט אַלמנה עם גישעפֿט...
י אַמפּעלי ― משה ניסיל קימבאַק... נגיד חדש... אשתּו מרת בײלה לאה... װילין אַ שידוך כְּלות הנפֿש... װיפֿיל דער צד שכּנגדו גיט מתחײבֿ צו גיבין ב′ פּעמים... רח″ש לשדכנים תּיכּף ומיד בשעת טעליר ברעכין... מתּנה להשדכן עקסטרי מצד המחותּנתטי...
כּ תרילעװקע ― רב נתן קורח... גבֿיר ממון קורח... דבר אחר גדול... בן משׂכּיל יוסף יצחק... קעניר חריף... טאָרגעניװ ודאַרװען... שטי־ליר װאָרים... מבֿקש אַנאָרימי יתומהלי... קראַסאַװיצה שבקראַסאַװיצה... ניט חולה לשלוח על הוצאָות... נותן בצימביל הול ך ב טענצי ל...
ל יפּאָװיץ ― בן הגבֿיר לײבוש קאַפּאָטי... פֿאַרברענטיר חסיד... נותן אַקזאַמין על 8 קלאַסין... יושב באַדעס... שפּילט על הפֿידל ױכול לשון קודש... קראַסאַװיץ...
מ עזביש ― רב שמשון שעפּסיל שימעליש... אַלמן... האָט ב′ בתולות עם ג′ אַלפֿים... רק מוז קודם אַלײן חתונה האָבין... װיל גם כּן בתולה...
נ עמערעװ ― סמיציק... בערנאַרט מאָסעיװיץ... פֿון די אמתי סמיציקעס... גרוש סאַמעסטאָיאַטעלני... שפּיליר מתמיד בפּריװיראַנץ... תּקיף אצל נאַצאַלסטװי... מן היושר בתולה עם ה′ אַלפֿים אָדיר גרושה עם 10 אַלפֿים...
ס מילע ― פּערילי דאַמה... גרושה עם 10 אַלפֿים... דאַרף אַ משׂכּיל קאָמעסניר...
ע נאַטעװקע ― הבעל הבית רב מענדי לאָפּיטע... זקן אַריביר שבעים... רק האַלטצעך קרעפּקי... מקבר געװען ג′ נשים... װיל בתולה...
פּ רילוק ― הגומענאַזיסט פֿרײַטיג... בן הגבֿיר מיכל פֿרײַטיג... טראָגט היטיל בבית... שרײַבט ניט בשבת... װיל כ′ אַלפֿים לא פּחות פּרוטה... כּנגד חצי...
צ אַריצען ― רשימה מן גבֿיר אַלמן פֿישיר... יושבֿ באַסטרע־כאַן... צוגעזאָגט ב′ װיגרעזני בילעטין פּערװע זאַיאָם... חוץ רח″ש... צריך לכתּובֿ עוד א′ בריװעל... בקשתּי לשלוח כ″ה רו″כ אַף הוצאָות... לכה″פּ מאַרקעס...
ק רימענצוק ― משׂכּיל וציניסט סכּנת נפֿשות... מאה קאָמי־סיס... חכם... חריף בשאָך... ש″ס בעל פּה... קעניר ובעל דברן... װערטל־זאָגיר אש להבֿה... כּתּבֿא רבא... שמעתּי אַז ער האָט שױן חתונה גיהאַט...
ר אַדימישל ― אײניקיל של רב נפֿתּלי ראַדימישליר... שײך לסאַדיגערי... סאַכירני זאַװאָד... גילדיני פֿאָן... חצי חסיד חצי דײַץ... קורצי פּאה ולאַנגליכי קאַפּאָטי... קעניר בשפּראַך וקלאָר יורה דעה... יש לו פֿעטיר מיליאָנציק וזאַצאָטני קװיטאַנצי... זוכט קראַסאַװיצה משפּחה יחוס ר′ אַלפֿים פֿאָרטיפּיאַן אָרנטלעך פֿראַנצױז פּאַריק טאַנצן לעכט־בענצן באַרעשני בלא קאַװאַלירן...
ש פּאָלי ― הגבֿיר המפֿורסם אליה מצערנאָביל... יושבֿ ביהופּיץ... מעקליר של צוקיר ואימעניות... בשותּפֿות עם הגבֿיר המפֿורסם באַביש־קע... בת יחידה... פֿאַרלאַנגט טעלירל מן השמים... קעניר יותר מדאָק־טער... באַװאָרנט מפּריזעװ... שײן כּמו יוסף הצדיק... וקלוג כּמו שלמה המלך... זינגין ושפּילן על כּל הכּלים... משפּחה בלא פֿלעק... מעות אָהן אַ שיעור... עם כּל המעלות... כּמעט בראָצקע... דפֿקתּי דעפּעש לראַדי־מישל...
ת אָמאַשפּאָל ― ה′ בתולות... ג′ קראַסאַװיצות וב′ פּאַסקוד־ניצות... און אַלימען אָדיר אַ דאָקטער עם גאַבינעט ומעביל אָדיר אַנאַד־װיקאַט עם פּראַקטיקי ביהופּיץ... כּתבֿתּי כּמה בריװלאַך...
――――――
זיץ איך מיר אַזױ אין װאַגאָן, מיטן שדכנס פּעקל הײסט עס, און לײען נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל דאָס דאָזיקע לשון־קודשדיק צעטל פֿון חתנים און כּלות, און טראַכט מיר: רבונו של עולם! װיפֿל פּרנסות דער אײבערשטער האָט באַשאַפֿן אַף דער װעלט פֿון זײַנע ייִדנס װעגן! אָט, אַ שטײגער, דאָס שדכנות. װאָס קאָן זײַן, דאַכט מיר, פֿײַנער און לײַטישער, בעסער און גרינגער דערפֿון? װאָס איז דאָ פֿאַראַן װאָס צו טאָן? מע באַדאַרף נאָר האָבן אַ קלעפּקע אין קאָפּ און קאָנען אױסמאַר־קירן מיטן שׂכל, װער צו װעמען סע פּאַסט. למשל: אַװריטש האָט אַ מײדל אַ קראַסאַװיצע מיט פֿיר טױזנט, װאָס װיל אַ געקאָנטשעטן, האָט באַלטע אַ ציוניסט אַ משׂכּיל, װאָס האָט געקאָנטשעט בוכהאַלטעריע און װיל געלט ― איז דאָך דאָס אָנגעמאָסטן! אָדער לאָמיר נעמען טאַלנע: זיצט אַ ייִד אַן אַלמן, װאָס זוכט אַן אַלמנה מיט אַ געשעפֿט ― פֿאַרװאָס זאָל ער זיך ניט מטריח זײַן קײן כמעלניק, צו דער אַלמנה בתיה פֿלעקל, װאָס זוכט אַן אַלמן אָן געלט, אַבי אַ למדן? הערסטו, זוגתי היקרה, מע דאַרף נאָר קאָנען מאַכן קאָנבינאַציעס. װען איך זאָל געװען געבױרן װערן אַ שדכן, װאָלט איך אַװעקגעשטעלט דאָס געשעפֿט גאָר אַנדערש. איך װאָלט זיך אױפֿגעשריבן מיט אַלע שדכנים פֿון דער גאַנצער װעלט, צונױפֿגענומען אַלע זײערע רשימות און װאָלט זיך אַװעקגעזעצט צונױפֿפּאָרן, פֿריִער אַף פּאַפּיר, געװײנלעך, דעם חתן מיט ד ע ר כּלה, ד י כּלה מיט דעם חתן, און אין יעדער שטאָט װאָלט איך מיר געהאַט אַ שותּף, װיפֿל שטעט, אַזױפֿיל שותּפֿים. ממה־נפֿשך, װיפֿל ס'װעט זײַן, װעט מען זיך טײלן, חצי שלי חצי שלך. עס װאָלט זיך אפֿשר געלױנט עפֿענען אַ קאַנטאָר אין יעהופּעץ, אָדער אין אַדעס, האַלטן מענטשן, זײ זאָלן זיצן שטענדיק און שרײַבן בריװלעך און קלאַפּן דעפּעשן ― און איך אַלײן טו גאָרניט, נאָר איך זיץ מיר און פּאָר און מאַך קאָנבינאַציעס!
אָט אַזעלכע מחשבֿות, פֿאַנטאַזיעס, קאָנבינאַציעס פֿליִען באַ מיר אין קאָפּ. טראָגט אָן דער גוטער יאָר צו מיר אין װאַגאָן אַרײַן אַ נפֿש, אַ באַװאַקסענעם מיט האָר פֿון אױבן ביז אַראָפּ, שלעפּט מיט זיך אַ זאַק און סאַפּעט װי אַ גאַנדז און רופֿט זיך אָן צו מיר מיט אַ מאָדנע בנעימותדיק לשון, גאָר ניט װי געװײנלעך: „יונגערמאַן, זאָגט ער, אפֿשר װאָלט געװען אַ סבֿרא, איר זאָלט זיך מיט אײַער עלטער מטריח זײַן, זאָגט ער, אַ רוק טאָן זיך בשעת הדחק אַביסעלע אַראָפּ, בכדי, זאָגט ער, אַז אַזאַ ייִד, װי איך, למשל, זאָל האָבן די זכיה באַזעצן זיך אַף אַ רגע מיט אײַך בהרחבֿה אין שכנות?“ ― „פֿאַרװאָס ניט? אָך, מיטן גרעסטן כּבֿוד!“ ― אַזױ זאָג איך צו אים און נעם און מאַך אים אַן אָרט און טו אים אַ פֿרעג גלאַט אַזױ, פֿון יוצא װעגן: „פֿון װאַנעט איז אַ ייִד?“ ― „מאַין באתי, הײסט עס? פֿון קאָרעץ. ― ענטפֿערט ער מיר. ― מײַן נאָמען איז אָשר, און רופֿן רופֿט מען מיך רב אָשר שדכן. איך בין שױן פּאַװאָלינקע, זאָגט ער, װי איר קוקט מיך אָן, מיטן אײבערשטנס הילף, כּמעט פֿערציק יאָר אַ שדכן.“ ― „אַזױ? ― זאָג איך. ― זײַט איר, הײסט עס, אױך אַ שדכן?“ ― „על כּן, דאַרפֿן מיר, זאָגט ער, לערנען דעם פּשט, אַז איר זײַט אױך מסתּמא אַװדאי אַ שדכן, הײסט דאָס ― אָחינו אַתּה, קומט דאָך אײַך, זאָגט ער, על־פּי־דין שלום־עליכם!“ ― אַזױ מאַכט צו מיר דער דאָזיקער שדכן און רוקט מיר אַרײַן אַ מגושמדיקע װײכע האָריקע האַנט און טוט מיך אַ פֿרעג, אַפּנים, אױך פֿון יוצא װעגן: „מה שמכם?“ ― זאָג איך: „מנחם־מענדל“... „אַ קענטלעכער נאָמען, מאַכט ער צו מיר, ערגעץ האָב איך געהערט, נאָר איך װײס ניט װוּ. הערט זשע, זאָגט ער, אױס, רב מנחם־מענדל, װאָס איך װעל אײַך זאָגן. װיבאַלד, זאָגט ער, אַז דער צער פֿון טראָגן איז יאָ אַזױ גרױס,
דאָס הײסט, אַז דער אײבערשטער, זאָגט ער, האָט אַזױ געפֿירט מיט
זײַן השגחה עליונה, אַז מיר, צװײ שדכנים, זאָגט ער, זאָלן זיך מזדמן זײַן לפּונדק אחד, װאָלט אפֿשר, זאָגט ער, געװען אַ סבֿרא, אַז מיר זאָלן טאַקע אָט־אָ־דאָ אָ, פֿאָרנדיק מיט אײַך אין אײן װאַגאָן, עפּעס מתקן זײַן?“... „דהײַנו, זאָג איך, װאָס זאָלן מיר מתקן זײַן?“... „אפֿשר האָט איר, זאָגט ער, אַ בעלן אַף גוטן װײַן אין אַ שלעכטער כּלי?“... „דהײַנו, זאָג איך, װאָס װערט באַ אײַך אָנגערופֿן גוטער װײַן אין אַ שלעכטער כּלי?“... „לאָזט אײַך דינען, זאָגט ער, תּיכּף ומיד װעל איך אײַך מסביר זײַן, װעט אײַך דער פּסוק װערן רעכט אַרום און אַרום. נאָר װאָס דען? איר דאַרפֿט צולײגן קאָפּ. איך האָב, זאָגט ער, אין יאַרמעלינעץ אַ שטיקל סחורה מן המובֿחר, אָבער טאַקע פֿון די אַנטיקן, רב איציקל טאַשראַץ הײסט ער. מילא ייִחוס ― איז אָפּגערעדט. מע קאָן זאָגן, זאָגט ער, אײַנגעטונקען אין ייִחוס. װאָרעם אַ חוץ װאָס ער איז אַלײן, זאָגט ער, אַ גרױסער מיוחס, איז זי נאָך אַ גרעסערע מיוחסת פֿון אים. דער חסרון, זאָגט ער, איז אָבער, װאָס ער הײסט זיך פֿאַר זײַן ייִחוס משלם זײַן מיט מעות מזומנים. װיפֿל ער גיט, װיל ער, אַז דער צד שכּנגדו זאָל געבן צװײ מאָל אַזױפֿיל“... „שאַט, זאָג איך, מיר דאַכט, אַז ס'איז פֿאַראַן פּונקט דער אַרטיקל, װאָס איר דאַרפֿט“. און איך טו מיך אַ נעם צו מײַן פּעקל, שלעפּ אַרױס דעם ספֿר הזכרונות פֿון מײַן שדכן לײבע לעבעלסקי און מיש אױף יאַמפּעלי און טו אים אַ װײַז: „אָט איז ער, אָט דער, װאָס איר זוכט אים. לײענט, װעט איר זען: משהניס ־ ל ק ימבאַ ק, נגיד חדש ― אַן אױפֿגעקומענער נגיד הײסט עס; װ י ל אַ שידוך כְּלותהנפֿש ― דאָס הײסט, ער גײט־אױס! א ו ן װיפֿל דער צ ד שכּנגדו ג י ט, איז ע ר ז י ך מ תחײבֿ געבן ב′ פּעמים ― צװײ מאָל אַזױפֿיל הײסט עס. פּונקט דאָס, װאָס איר דאַרפֿט!“...
דערהערט אַזעלכע דיבורים און דערזען באַ מיר, אַז אָט דער משה־ניסל קימבאַק זאָגט נאָך צו רח″ש לשדכנים תּיכּף ומיד בשעת טעלער־ברעכן, און אַ חוץ אַ מתּנה עקסטרע פֿון דער מחותּנתטע, ― טוט זיך מײַן רב אָשר אַ הײב אױף פֿונעם אָרט, נעמט מיך אָן באַ דער האַנט און מאַכט צו מיר: „מזל־טובֿ, רב מנחם־מענדל, מיר האָבן געמאַכט אַ געשעפֿט. איך האָב געזען, זאָגט ער, באַ אײַך אין קױשל, אױב איך בין מיך נישט טועה, אײער־קיכלעך, טײ און צוקער ושאַר ירקות, װאָלט אפֿשר ניט געשאַדט, זאָגט ער, מיר זאָלן דערװײַלע מאַכן מזונות, און אם־ירצה־השם, אַז מיר װעלן קומען בשלום קײן כװאַסטעװ, װעט איר זיך מטריח זײַן מחילה נאָך הײס װאַסער, איך האָב געזען, זאָגט ער, באַ אײַך אַ טשײַניק, װעלן מיר טרינקען צו גלעזלעך װאַרעמס. און מסתּמא, זאָגט ער, װעלן מיר קריגן אַף דער סטאַנציע אַ ביסל ײ″ש אױך, זיבן און פֿופֿציק גראַדאָװער, װעלן מיר שױן אין אײנװעגס, זאָגט ער, טרינקען לחײם פֿאַר מײַן יאַרמעלינעצער מיוחס מיט אײַער יאַמפּעלער אױפֿגעקומענעם נגיד, װאָס חלשט אַ שידוך, און לאָז זײַן, זאָגט ער, אין אַ גוטער שעה, אין אַ מזלדיקער“. „אָמן, זאָג איך, פֿון אײַער מױל אין גאָטס אױערן. נישט אַזױ גיך אָבער טוט זיך עס, זאָג איך, װי סע רעדט זיך“... שלאָגט ער מיר איבער די רײד, דער שדכן הײסט עס: „לאָזט אײַך דינען, רב מנחם־מענדל, זאָגט ער, איר װײסט ניט מיט װעמען איר האַנדלט. איר האָט צו טאָן נישט מיט קײן ייִנגעלע. איר רעדט, זאָגט ער, מיט אַ װעלט־שדכן, װאָס מע רופֿט אים רב אָשר און װאָס האָט ניט אַזױפֿיל האָר אין קאָפּ, װיפֿל שידוכים ער האָט שױן בעזרת השם יתברך אױסגעפֿירט. לאָמיר בײדע, זאָגט ער, פֿאַרמאָגן די מאות, װיפֿל פּאָרפֿאָלק עס האָבן זיך שױן באַ מיר אָפּגעגט און נאָכאַמאָל חתונה געהאַט און װידער געגט זיך... איך, זאָגט ער, אַז איך טו אַ קוק אַ רשימה, טאַפּ איך באַלד אָן, צי ס'װעט הולכן, צי נײן. אײער משה ניסל, זאָגט ער, געפֿעלט מיר, דאַרף זײַן מיט אַ סרחה, װאָרעם לאָמיר אַקאָרשט פֿאַרשטײן, זאָגט ער, װאָס איז ער אַזױ להוט נאָך אַ שידוך און װאָס ברענט אַזױ די מחותּנתטע און זאָגט אַזש צו מתּנות להשדכן? די משמעות, זאָגט ער, אַז דאָרט ליגט אַ װאָרעם. אַ װערעמדיקער עפּל הײסט עס“... ― „װאָס זשע, זאָג איך, איז די עצה?“ ― „די עצה, זאָגט ער, איז דאָ אַ פּשוטע עצה: מיר בײדע דאַרפֿן טאַקע באַלד צעשײדן זיך, זאָגט ער, אין צװײ באַזונדערע דרכים, איך, זאָגט ער, קײן יאַרמעלינעץ, צו מײַן מיוחס רב איציקל טאַשראַץ, און איר קײן יאַמפּעלי, צו אײַער משה־ניסל קימבאַק. נאָר װאָס דען? מיר בײדע, זאָגט ער, דאַרפֿן אַרבעטן אַף אַלע כּלים. איר מצדכם װעט זיך דאַרפֿן משתּדל זײַן, אַז אָט דער װערעמדיקער עפּל זאָל נתנען װאָס מער, און איך מצדי, זאָגט ער, װעל מן הסתּם צוהאָרעװען, אַז מײַן טאַשראַץ זאָל טאַקע געבן כּנגד די גאַנצע העלפֿט, װי ער האָט מיר מבֿטיח געװען, װאָרעם אַ קשיא, זאָגט ער, אַף אַ ייִדן, װאָס האַנדלט מיט ייִחוס?“ װי דו זעסט, זוגתי היקרה, האָט זיך עס אָנגעהױבן כּלומרשט מיט אַ שפּאַס, אַף קאַטאָװעס הײסט עס, און אױסלאָזן האָט זיך עס אױסגעלאָזט טאַקע אַף דער רעכטער אמת, װאָרעם ביז װאָס־װען ― זײַנען מיר געקומען קײן כװאַסטעװ. געקומען קײן כװאַסטעװ, האָבן מיר קודם געטרונקען טײ, פֿײַנטשיק פֿאַרביסן און גענומען שמועסן עסק גאַנץ ערנסט. איז מיר אַפֿילו תּחילת געװען פּריקרע די גאַנצע מעשׂה: װאָס פֿאַר אַ שדכן בין איך? און װאָס פֿאַר אַ מחותּן בין איך מיט פֿרעמדע רשימות? װאָרעם אַז מע װיל, הײסט דאָך דאָס גזילה! עלעהײ יענער האָט פֿאַרלאָרן אַ טײַסטער מיט געלט, און איך האָב אים אױפֿגעהױבן. נאָר אַז מע װיל דאָס אײגענע צוריק ― מה רעש? ממה־נפֿשך, װעט זיך אױספּיקן, איז יחלוקו! איך בין דאָך נישט קײן פֿעלד־גזלן, װאָס איך זאָל פֿאַרלאַנגען פֿרעמדס. הקיצור, ס'איז באַ מיר געװאָרן רעכט פֿון אַלע זײַטן, און ס'איז געבליבן, אַז מיר לאָזן זיך בײדע אין װעג אַרײַן, ער קײן יאַרמעלינעץ, איך קײן יאַמפּעלי. אָפּגעשמועסט האָבן מיר אַזױ: אַז איך װעל קומען אַפֿן אָרט, זאָל איך קודם חוקר ודורש זײַן, װאָס איז די מעשׂה, װאָס אָט דער משה־ניסל קימבאַק יאָגט זיך אַזױ אַ שידוך טאָן, און אַז איך װעל באַטראַכטן די שטוב, און דאָס קרן װעט מיר געפֿעלן, זאָל איך אים קלאַפּן אַ דעפּעש קײן יאַרמע־לינעץ כּך וכּך, װעט ער מיר צוריק קלאַפּן אַ דעפּעש כּך וכּך, װעט מען זיך צונױפֿפֿאָרן מסתּמא קײן זשמערינקע אָנקוקן זיך, און אױב עס איז אַ זיװג, װעט זײַן אַ שידוך. „דער עיקר, זאָגט ער מיר, דאַרפֿט איר זען, רב מנחם־מענדל, ניט זשאַלעװען קײן הוצאָות, קלאַפּן דעפּעשן, װאָרעם באַ אַ שידוך, זאָגט ער, איז דער עיקר דעפּעשן... אַ מחותּן, זאָגט ער, אַז ער דערזעט אַ דעפּעש, כאַפּט אים אַװעק דער רוח“... ס'איז געקומען צום שפּיץ, באַם נעמען בילעטן ― לאָזט זיך אױס, אַז מײַן לאַנד־שדכן רב אָשערן פֿעלט אױס אַף הוצאָות. „ער האָט זיך, זאָגט ער, אױסגעבראַכט ביז דער לעצטער פּרוטה אַף דעפּעשן מיט טעלעגראַמעס. איר זאָלט עס פֿאַרדינען, זאָגט ער, אַלע חודש, װאָס מיך קאָסט אָפּ אַ װאָך דעפּעשן מיט טעלעגראַמעס“. דו פֿאַרשטײסט? אָט אַזאַ פּרנסה איז דאָס שדכנות! בקיצור, דער פּאָיעזד דערװײַל שטײט ניט, איך האָב געמוזט אױסלײגן מײַנע עטלעכע קערבלעך, װאָרעם איבער הוצאָות צעגײט זיך קײן געשעפֿט ניט. מיר האָבן זיך געביטן מיט די אַדרײסים, גאַנץ פֿײַן זיך אָפּגעזעגנט און צעפֿאָרן זיך, ער קײן יאַר־מעלינעץ, און איך קײן יאַמפּעלי.
―――――
געקומען קײן יאַמפּעלי, האָב איך, ראשית חכמה, אָנגעהױבן חוקר
ודורש זײַן: „װער איז אָט דער משה־ניסל קימבאַק?“ זאָגט מען מיר: „חוץ זײַן שאָדן אַף אַלע ייִדן געזאָגט געװאָרן“... ― „האָט ער עפּעס אַ סך קינדער?“ זאָגט מען מיר: „אַ סך קינדער האָט אַן אָרעמאַן, און אַ נגיד האָט מער נישט װי אײן קינד“... ― „װאָס פֿאַר אַ קינד?“ זאָגט מען מיר: „אַ טאָכטער“. ― „עפּעס אַ היפּשע טאָכטער?“ זאָגט מען מיר: „מע קאָן פֿון איר מאַכן צװײ“... ― „גיט ער עפּעס אַ סך נדן?“ זאָגט מען מיר: „װיפֿל ער גיט, איז ער נישט קראַנק געבן צװײ מאָל אַזױפֿיל“... הײב איך אָן טאַפּן: „פֿאַרװאָס?“ טאַפּ אַהין, טאַפּ אַהער ― סע טאַפּט זיך ניט. טו איך אָן די שבתדיקע קאַפּאָטע און לאָז מיך גײן גלײַך צו דעם דאָזיקן מחותּן.
מילא, איך זאָל דיר באַשרײַבן אַ שטוב, איז ניט שײך. אַ נגידישע שטוב פֿון כּל טובֿ, און מענטשן ― דימענטן. געזאָגט, װער איך בין און װאָס איך בין געקומען, האָט מען מיך אױפֿגענומען כּיד המלך, מכבד געװען מיט זיסן טײ, מיט צוקער־לעקעך און מיט שמעקנדיקן אתרוגים־אײַנגעמאַכטס, און גוטן װישניק אַ פֿלעשל אַװעקגעשטעלט. דער מחותּן אַלײן, משה־ניסל הײסט עס, איז מיר געפֿעלן עד אין לשער: אַ צוגעלאָזטער מענטש, אַ מזג טובֿ, מע קאָן זאָגן ― אַ מענטש אָן אַ גאַל. אױך די מחותּנתטע, בײלע־לאה הײסט עס, איז מיר געפֿעלן געװאָרן פֿונעם ערשטן קוק. אַ שײנע ייִדענע מיט אַ גײדער, אַ שטילע, אַ צדיקית. בײדע האָבן זיך גענומען אױסטאַפּן באַ מיר, װער איז דער צד שכּנגדו, האָט ער עפּעס אַ װױלן זון, און װאָס קען ער? װאָס זאָל איך זײ זאָגן, אַז איך װײס אַלײן אױך ניט? נאָר אַ ייִד אַ למדן גיט זיך אַן עצה. רוף איך מיך אָן צו זײ: „לאָמיר נאָר פֿאַרטיק װערן מיט אײן צד װעלן מיר נאָכדעם שמועסן פֿונעם אַנדערן צד; ראשית, זאָג איך, װיל איך װיסן אַקוראַט, װיפֿל גיט איר? והשנית, װאָלט איך װעלן אָנקוקן דאָס קרן“. דערהערט אַזעלכע דיבורים, רופֿט זיך אָן דער מחותּן, משה־ניסל הײסט עס, צו דער מחותּנתטע, בײלע־לאה הײסט עס: „װוּ איז ערגעץ סאָניטשקע? רוף זי נאָר אַרײַן“. ― „סאָניטשקע טוט זיך נאָך אָן“, ― מאַכט צו אים די מחותּנתטע, בײלע־לאה הײסט עס, הײבט זיך אױף און גײט אַװעק אין צװײטן חדר אַרײַן, און איך מיטן מחותּן, מיט משה־ניסלען הײסט עס, בלײַבן איבער אין צװײען, גענומען צו קאַפּלעך װישניק, פֿאַרביסן מיט אתרוגים־אײַנגעמאַכטס און מע שמועסט. פֿון װאָס שמועסט מען? ― לאָמיך אַזױ װיסן בײז, נעכטיקע טעג, אַפֿן הימל אַ יריד. „שױן לאַנג אַז איר זענט אַ שדכן?“ ― מאַכט ער צו מיר און גיסט מיר אָן נאָך אַ גלעזל װישניק. „פֿון נאָך דער חתונה אָן, זאָג איך אים, מײַן שװער, זאָג איך, איז אַ ייִד אַ שדכן און מײַן טאַטע, זאָג איך, איז אױך געװען אַ שדכן, אַלע מײַנע ברידער זײַנען שדכנים, כּמעט די גאַנצע משפּחה אונדזערע, זאָג איך, באַשטײט פֿון שדכנים“... אָט אַזױ האַק איך אים אײן ליגן נאָכן אַנדערן און פֿאַרקרים מיך אַפֿילו נישט, נאָר איך פֿיל, אַז עס פֿלאַמט מיר דאָס פּנים. איך װײס אַלײן ניט, פֿון װאַנען עס האָבן זיך צו מיר גענומען אַזױפֿיל שקרים! אַ ברירה האָב איך געהאַט? װי זאָגט די מאַמע דײַנע: „אַז מע קריכט אַרײַן אין אַ בלאָטע, קריכט מען װײַטער“... געפּועלט האָב איך באַ זיך, װי איך האָב דיר שױן אױבן געזאָגט, אַז דער אײבערשטער װעט מיך באַגליקן און איך װעל דורכברעכן אָט דאָס דאָזיקע געשעפֿט, װעל איך מײַן חלק פֿאַרדינסט, אם־ירצה־השם, גאָר אָן אַ שום תּירוץ, טײלן אַף דער האַלב מיט יענעם שדכן, מיט דעם לײבע לעבעלסקין הײסט עס, װאָס האָט פֿאַרגעסן אַף דער אַכסניא זײַן פּעקל מיט כּתבֿים. װאָס האָב איך צו אים? אײַ, על־פּי יושר קאָן מען אפֿשר צופּסקנען, אַז מײַן חלק רח″ש געהער אינגאַנצן צו אים, צו לעבעלסקין הײסט עס? איז דער תּירוץ: און װוּ בין איך? איך בין דאָך דאָ, אײגנטלעך, דער גאַנצער גורם. און מײַן אַרבעט איז שױן גאָרניט װערט? און האַקן שקרים פֿון יענעמס װעגן בין איך, דאַכט מיר, אױך נישט מחױבֿ. און װער װײס, אפֿשר האָט גאָט אַזױ געפֿירט, אַז ער זאָל פֿאַרלירן און איך זאָל געפֿינען, און אין מײַן זכות זאָלן דרײַ ייִדן פֿאַרדינען געלט?
אין די דאָזיקע מחשבֿות עפֿנט זיך די טיר און עס קומט אַרײַן די מחותּנתטע, בײלע־לאה הײסט עס, און תּיכּף נאָך איר ― סאָניטשקע. די כּלה הײסט עס. אַ שײנע, אַ הױכע, אַ געזונטע און אַן אַסאָבע, אַזױ װי די מאַמע אירע. „נו, אַ װוּקס, און ברײט, קײן עין־הרע! ― טראַכט איך מיר. ― ניט קײן סאָניטשקע, נאָר טאַקע אַ גאַנצער סאָניטשניק!“... אָנגעטאָן גײט זי, די כּלה הײסט עס, עפּעס מאָדנע, אין אַ לאַנגן קאַ־פּאָט, אַ בונדע אַזעלכע, זעט אױס מער װי אַ װײַבל, נישט מחמת אַלטקײט, נאָר מחמת ברײטקײט, סכּנת נפֿשות! מע װאָלט באַדאַרפֿט מיט איר עפּעס אַ שמועס טאָן, זען, װאָס ס'איז פֿאַר אַ חיה, ― לאָזט ער נישט, דער פֿאָטער הײסט עס. ער האַלט אין אײן רעדן, באַשיט מיך מיט רײד. פֿון װאָס, מײנסטו, רעדט ער ? פֿון יאַמפּעלי. װאָס פֿאַר אַ שטאָט דאָס איז, אַ שטאָט פֿון באַרעדערס, ניט קײן פֿאַרגינערס, שׂונאים אין לעבן אַרײַן, אײנער דעם אַנדערן װאָלט דערטרונקען אין אַ לעפֿל װאַסער! וכּדומה אַזעלכע פּוסטע רײד. אַ דאַנק דער מחותּנתטע, בײלע־לאהן, הײסט עס, זי מישט זיך אַרײַן און טוט אַ זאָג צום מאַן: „משה־ניסל, אפֿשר װאָלט געװען גענוג רעדן? לאָז זײ בעסער סאָניטשקע אַביסל שפּילן אַפֿן פֿערטיפּיאַן“. „באַ מיר האָסטו געפּועלט“, ― ענטפֿערט איר דער מחותּן, משה־ניסל הײסט עס, און גיט אַ װוּנק צו דער טאָכטער. גײט צו די טאָכטער צום פֿערטיפּיאַן, זעצט זיך אַװעק, עפֿנט אױף אַ גרױס בוך און קלאַפּט מיט די פֿינגער אַף װאָס די װעלט שטײט. רופֿט זיך אָן צו איר די מאַמע, בײלע־לאה הײסט עס: „סאָניטשקע, װאָס טױג דיר טיודען? שפּיל זײ בעסער „יעכאַל קאָזאַק זאַ דונאַיעם“, „הײסע באַבקעלעך“, אָדער גאָר „המבֿדיל“... „פּאָזשאַלעסטע, מעשאַיע ניט“*, ― ענטפֿערט איר סאָניטשקע און מאַכט מיט די פֿינגער איבערן פֿערטי־פּיאַן אַזױ גיך, אַז דאָס אױג איז גאָרניט אימשטאַנד צו כאַפּן, און די מחותּנתטע, בײלע־לאה הײסט עס, בעת־מעשׂה לאָזט נישט אַראָפּ פֿון איר קײן אױג, װי אײנער רעדט: „איר זעט פֿינגער?“... און װי זי שפּילט אַזױ, גליטשן זיך אַרױס פֿון חדר מײן מחותּן מיט דער מחותּנתטע, און איך בלײַב אַלײן מיט דער כּלה, מיט סאָניטשקען הײסט עס, ― אַף פֿיר אױגן. „אַצינד איז אַ צײַט, טראַכט איך מיר, מאַכן מיט איר אַ שמועס; לאָמיר כאָטש הערן, צי זי קאָן רעדן“. נאָר פֿון װאָס הײבט מען אָן? לאָז מיך אַזױ װיסן אַ בײזע װעטשערע! הײב איך זיך אױף פֿון אָרט און גײ צו און שטעל זיך אַװעק הינטער אירע פּלײצעס און רוף מיך אָן צו איר: „האָט קײן פֿאַריבל ניט, סאָניטשקע, װאָס איך שלאָג אײַך איבער אינמיטן דעם שפּיל. איך האָב אײַך געװאָלט עפּעס פֿרעגן“... דרײט זי זיך אױס צו מיר מיטן פּנים און קוקט אַף מיר בײז און מאַכט צו מיר אַף רוסיש: „נאַפּרימער?“**... „נאַפּרימער, זאָג איך, איך האָב אײַך געװאָלט פֿרעגן, װאָס איז אײַער באַגער? דאָס הײסט, װאָס פֿאַר אַ מין חתן, אַ שטײגער, װאָלט איר געװאָלט, מע זאָל אײַך געבן?“ ------------ * ײדיש-רוסיש: זײ זשע מיר מוחל, האק מיך נישט איבער. ** נאַפּרימער: למשל, א שטײגער. *„װידיטיע, ― מאַכט זי צו מיר שױן אַביסל װײכער און לאָזט אַראָפּ די אױגן, ― סאָבסטװעננאָ װאָלט איך געװאָלט אַ געקאָנטשעטן, נאָר איך װײס, אַז סע איז פּאָנאַפּראַסנאָ, װאָלט איך װעלן, פּאָ קראַינעי מערע, ער זאָל זײַן אַן אָבראַזאָװעטער, װאָרעם כאָטש אונדזער יאַמפּעלי סטשי־טאַיעט זיך אַ פֿאַנאַטיטשעסקי שטאָט, פֿונדעסטװגען האָבן מיר ניעס־מאָטריאַ אַלע פּאָלוטשעט רוסישע אָבראַזאָװאַניע, און כאָטיאַ מיר פּאָ־סיעשטשאַיען ניט קײן אוטשעבנע זאַװעדיעניעס, פֿונדעסטװעגן װעט איר נישט געפֿינען באַ אונדז אײן באַרישניע, װאָס זאָל ניט זײַן זנאַקאָמע מיט עמיל זאָליאַ, מיט פּושקינען און אַפֿילו דאַזשע מיט גאָרקין“*... אַזױ מאַכט צו מיר די דאָזיקע יפֿהפֿיה, סאָניטשקע הײסט עס, און רעדט, און רעדט צו מיר האַלב אַף ייִדיש, האַלב אַף רוסיש, דאָס הײסט, מער אַף רוסיש, װי אַף ייִדיש. און אין דעם קומט אָן די מחותּנתטע, בײלע־לאה הײסט עס, רופֿט אַװעק די כּלה, װי אײנער רעדט: „אַלצדינג דאַרף זײַן מיט אַ מאָס“... און עס קומט אַרײַן דער מחותּן, משה־ניסל הײסט עס, און מיר זעצן זיך אַװעק מיט אים װידער אין צװײען שמועסן מכּוחן שידוך: װיפֿל גיט ער נדן, װוּהין זאָל מען זיך צונױפֿפֿאָרן מאַכן אַן אָנקוקעניש, אַף װען זאָל מען אָפּשטעלן די חתונה, וכדומה אַזעלכע זאַכן, װאָס זײַנען שײך צום ענין. און איך הײב מיך אױף און װיל גײן אַף דער סטאַנציע קלאַפּן אַ טעלעגראַם, נעמט ער מיך, משה־ניסל הײסט עס, פֿאַר אַ האַנט און מאַכט צו מיר: „איר װעט נישט גײן, רב מנחם־מענדל! איר װעט פֿריִער עסן מיט אונדז װאַרמעס, איר קענט אַװדאי זײַן הונגעריק“. און מע נעמט זיך װאַשן און מע זעצט זיך אַװעק עסן און מע נעמט צו גלעזלעך װישניק, און ער, דער מחותּן הײסט עס, די גאַנצע צײַט ― דאָס מױל מאַכט זיך אים ניט צו: יאַמפּעלי, יאַמפּעלי און יאַמפּעלי... „איר װײסט ניט, זאָגט ער, װאָס פֿאַר אַ שטאָט דאָס איז! אַ שטאָט פֿון לײדיקגײערס און באַרעדערס. איר זאָלט מיך פֿאָלגן, זאָגט ער, װאָלט איר זיך געהאַלטן פֿון דערװײַטן, נישט גערעדט מיט קײנעם אַ װאָרט. איר זאָלט זײ, זאָגט ער, נישט דערצײלן קײן מעשׂיות, װער איר זײַט און פֿון װאַנען איר זײַט און װאָס איר טוט דאָ, און מײַן נאָמען זאָלט איר זײ אַפֿילו גאָרניט מזכּיר זײַן, גלײַך װי איר קענט מיך גאָרניט. איר פֿאַרשטײט, רב מנחם־מענדל? איר קענ ט מ י ך גאָרני ט!“ ― אַזױ זאָגט ער מיר אָן אפֿשר אַ מאָל צען, און איך גײ אַװעק, קלאַפּ אַ דעפּעש צו מײַן שותּף קײן יאַרמעלינעץ, אַזױ ___________ * רוסישלעך: „װידיטיע זעט איר, ― מאַכט זי צו מיר שױן אַביסל װײכער און לאָזט אַראָפּ די אױגן, ― סאָבסטװעננאָ אײגענטלעך װאָלט איך געװאָלט אַ געקאָנטשעטן, נאָר איך װײס, אַז סע איז פּאָנאַפּראַסנאָ אומזיסט, װאָלט איך װעלן, פּאָ קראַינעי מערע אַם װײניקסטן, ער זאָל זײַן אַן אָבראַזאָװעטער געבילדעטער, װאָרעם כאָטש אונדזער יאַמפּעלי סטשיטאַיעט זיך רעכנט זיך אַ פֿאַנאַטיטשעסקי פֿאנאטישע שטאָט, פֿונדעסטװגען האָבן מיר ניעסמאָטריאַ נישט געקוקט דערױף אַלע פּאָלוטשעט באקומען רוסישע אָבראַזאָװאַניע בילדונג, און כאָטיאַ כאָטש מיר פּאָסיעשטשאַיען באזוכן ניט קײן אוטשעבנע זאַװעדיעניעס לערן־אנשטאלטן, פֿונדעסטװעגן װעט איר נישט געפֿינען באַ אונדז אײן באַרישניע בתולה, כּלה־מױד, װאָס זאָל ניט זײַן זנאַקאָמע באקאנט מיט עמיל זאָליאַ, מיט פּושקינען און אַפֿילו דאַזשע אפֿילו מיט גאָרקין“. װי מיר האָבן אָפּגערעדט, און שרײַבן שרײַב איך אים גאַנץ דײַטלעך, בזה הלשון: „ט אָװאַר אָסמאָטרע ל. פּערװי סאָר ט. ש עסט טיסיאַטש י. טעלעגראַמירוּיטע סקאָלק אָ נ אַפּראָטי װ. גדיע סיעכאַיעמסי אַ“. קומט מיר אָן פֿון מײַן שותּף אַ תּשובֿה, מאָדנע פֿאַרשטעלט: „א ופּיראַלסי אַ ד עסיאַ ט. נאַפּראָטיװ פּאָלאָװינע שעס ט. ראַב אָט אַיטיע נאַבאַװק ע. סאָגלאַסען זשמערינק ע. ט אָװאַר פּרימ ע. טעלעגראַמירוּיט ע“. לױף איך אַװעק צו מײַן מחותּן, צו משה־ניסלען הײסט עס, און װײַז אים די דעפּעש און בעט אים, ער זאָל מיר פֿאַרטײַטשן דעם פּסוק, װאָרעם איך פֿאַרשטײ ניט אײן װאָרט. לײענט ער דורך די דעפּעש און מאַכט צו מיר: „ייִד! װאָס פֿאַרשטײט איר דאָ ניט? ס'איז דאָך יאַװנע ױאַסנע. ער װיל, פֿאַרשטײט איר מיך, אַז איך זאָל געבן צען, װעט ער מיר געבן אַקעגן די העלפֿט פֿון זעקס, דאָס הײסט, דרײַ טױזנט. שרײַבט זשע אים אַװעק, זאָגט ער, אַז ער אין שױן צו קלוג. ס'איז, זאָגט ער, קורצע דיבורים: װיפֿל ער גיט, לײג איך אַקעגן צװײ מאָל אַזױ פֿיל. און שרײַבט אים, זאָגט ער, ער זאָל ניט מעדליװען, טאַקע מיט דעם לשון, זאָגט ער, שרײַבט אים, װאָרעם עס קאָן זיך אונטערכאַפּן אַן אַנדערער“. פֿאָלג איך אים און קלאַפּ אַװעק מײַן שותּף אַזאַ דעפּעש: „ק אַראָטקי ס ל אָװאַ. סקאָלקאָ דאַיאָט קלאַדו נאַפּראָטיװ ד װ אַ ר אַזאַ באָלעי ע. נ ע מעדליװאַ ט. פּאָדכװאַטי ט־ס י אַ דרוגאָ י“. ― באַקום איך פֿון מײַן שותּף אָשרן אַ תּשובֿה, װידער פֿאַרשטעלט: „ס אָגלאַסען דװאַ ראַזאַמענעי ע װ יגאָװאָראָם טיסיאַטשאַ נאַזאַ ד. טאָװאַר נ אַ־כ אָדק אַ“. לױף איך װידער אַװעק מיט דער דעפּעש צו מײַן מחותּן. זאָגט ער מיר װידעראַמאָל: „ס'איז יאַװנע ױאַסנע. אײַער שותּף, זאָגט ער, שרײַבט, אַז ער איז מסכּים צו לײגן פּונקט אַ העלפֿט, נאָר מיט אַ תּנאַי ― טױזנט צוריק, דאָס הײסט אַזױ: װען איך, למשל, װעל געבן, זאָגט ער, צען, דאַרף ער דאָך געבן פֿינף; װיל ער אָפּציִען אײנס צוריק, װעט אױסקומען, זאָגט ער, אַז איך גיב טאַקע צען, און ער װעט מער ניט געבן װי פֿיר. אַ ייִד אַ חכם, זאָגט ער, אײַער מחותּן; ער װיל מיך אָפּשװינדלען פֿון קאָפּ ביז פֿיס. איך בין אָבער, זאָגט ער, אַ סוחר און פֿאַרשטײ אַ געשעפֿט. איך װעל אים בעסער געבן, זאָגט ער, צװײ מאָל אַזױפֿיל און מיט טױזנט מער, אײדער ער זאָל מיר געבן די העלפֿט און מיט טױזנט װײניקער. װעט דאָס אױסקומען, זאָגט ער, אַזױ: װעט ער געבן דרײַ, גיב איך אַקעגן זיבן; װעט ער געבן פֿיר, לײג איך נײַן; װעט ער געבן פֿינף, לײג איך עלף. האָט איר עס, זאָגט ער, צעקײַעט? גײט זשע, זאָגט ער, טאַקע באַלד און שרײַבט אים אַװעק אַ סטראָטשנע, ער זאָל ניט פֿאַרציִען אין דער לאַנגער באַנק, און לאָז ער אײַך, זאָגט ער, ענטפֿערן אױך מיט אַ סטראָטשנע, אַז מע פֿאָרט זיך צונױף ― און אַן עק לאָז עס האָבן!“
לױף איך אַװעק און קלאַפּ מײַן אָשרן אַ סטראָטשנע דעפּעש: „ד אַסט טרי קלאַדיאָט ס ע ם. דאַסט טשיטער ע ק לאַדיאָט דעװיאַ ט. דאַסט פּיאַט קלאַדיאָ ט אָ דינאַצאַ ט. נ ע טיאַנוט דלינע סקאַמײק ע. ס טראָטשיטע װעיעכאַיע ם“. ― קומט מיר אָן צוריק אַ סטראָטשנע דעפּעש, ניט מער װי צװײ װערטער: „װ עיעכאַיע ם. װ עיעכאַיט ע“.
―――――
װען קומט אָן אַזאַ װאַזשנע דעפּעש? ― מסתּמא באַנאַכט. און דו דאַרפֿסט שױן אַלײן פֿאַרשטײן, אַז שלאָפֿן האָב איך די נאַכט נישט געקאָנט. איך האָב גענומען רעכענען, װיפֿל, אַ שטײגער, װעט זיך אַקאָרשט אָננעמען אַף מײַן חלק, װען, למשל, דער אײבערשטער העלפֿט מיר, איך פֿיר אױס דאָס גאַנצע צעטל מיט שידוכים, װאָס דער לײבע לעבעל־סקי האָט פֿאַרלאָרן? באַ גאָט איז דען ניט מעגלעך? אָפּגעעקט איז באַ מיר געװען פֿעסט, אם־ירצה־השם, אַז איך פֿיר דורך דעם דאָזיקן עסק, שליס איך מיט מײַן אָשרן אַ שטענדיקן שותּפֿות. װאָרעם ער געפֿעלט מיר פֿאַר זײער אַ בראַװן מענטשן, און טאַקע אַ מוצלח אױך. און פֿאַרשטײט זיך, אַז אָט דער לײבע לעבעלסקי װעט אױך ניט זײַן געקריװדעט. װאָס האָב איך צו אים? נעבעך אױך אַ ייִד אַן אָרעמאַן און אַ מטופּל מיט קינדער... קױם דערלעבט טאָג, האָב איך אָפּגעדאַװנט און בין אַװעק צו מײַנע מחותּנים, זײ באַװיזן די דעפּעש. האָבן זײ באַלד געהײסן געבן קאַװע מיט פּוטער־געבעקס, און סע איז געבליבן, אַז טאַקע דעם אײגענעם טאָג פֿאָרן מיר אַרױס זאַלבעפֿערט קײן זשמערינקע. נאָר בכדי יאַמפּעלי זאָל ניט זײַן קשה, װאָס פֿאָרן מיר עפּעס אַלע פֿיר אינאײנעם, ― האָבן מיר געמאַכט אַזױ, אַז איך זאָל אַרױספֿאָרן מיט אַ פּאָיעזד פֿריִער, און זײ ― מיט אַ פּאָיעזד שפּעטער; און דערװײַל זאָל איך פֿון זײערטװעגן דאָרטן צוגרײטן עפּעס אַ רעכטע סטאַנציע, הײסן מאַכן װעטשערע, װי גאָט האָט געבאָטן. און כּך הװה. איך בין געקומען קײן זשמע־רינקע פֿריִער פֿאַר אַלעמען, פֿאַרפֿאָרן אַף דער שענסטער אַכסניא, טאַקע די אײנציקע אין זשמערינקע, מיטן נאָמען „אָדעסקי גאָסטינעץ“, זיך באַקענט, ראשית חכמה, מיט דער בעל הביתטע, זײער אַ װױלע ייִדענע, אַ מכניס אורחטע, און איך טו זי אַ פֿרעג: „װאָס איז באַ אײַך דאָ װאָס צו עסן?“ ― זאָגט זי: „װאָס װילט איר?“ ― זאָג איך: „פֿיש איז באַ אײַך דאָ? “ ― זאָגט זי: „מע קאָן קױפֿן“. ― זאָג איך: „נו, און אַ יױך?“ ― זאָגט זי: „מע קאָן צושטעלן אַ יױך אױך“. ― זאָג איך: „מיט װאָס? מיט לאָקשן, צי מיט רײַז? “ ― זאָגט זי: „אַפֿילו מיט מאַנדלען“. ― זאָג איך: „נו, און אַ שטײגער, כּדומה למשל, געבראָטענע קאַטשקעס?“― זאָגט זי: „פֿאַר געלט קריגט מען קאַטשקעס אױך“. ― זאָג איך: „נו, און טרינקען?“ ― זאָגט זי: „װאָס טרינקט איר?“ ― זאָג איך: „ביר איז דאָ?“ ― זאָגט זי: „פֿאַרװאָס זאָל ניט זײַן?“ ― זאָג איך: „נו, און װײַן?“ ― זאָגט זי: „אַבי געלט“. ― „אױב אַזױ, זאָג איך, טאָ זײַט זיך מטריח, מײַן ליבע ייִדענע, און קאָכט װעטשערע אַזױ גרױס װי אַף אַכט פּאַרשױן“. ― זאָגט זי: „פֿון װאַנען האָבן זיך באַ אַך גענומען אַכט, אַז איר זענט בסך־הכּל אײנער?“ ― זאָג איך: „אַ מאָדנע ייִדענע! װאָס גײט אײַך אָן? מע זאָגט אײַך אַכט, איז אַכט“. און אַזױ װי מיר רעדן, קומט אָן מײַן שותּף, רב אָשר הײסט עס, און פֿאַלט אַרום קושן מיך און האַלדזן, װי אַן אײגענער טאַטע: „דאָס האַרץ האָט מיר אָבער געזאָגט, זאָגט ער, אַז איך װעל אײַך טרעפֿן דאָ, אינעם „אָדעסקי גאָסטינעץ“! געפֿינט זיך דאָ עפּעס, זאָגט ער, װאָס צו נעמען אין מױל אַרײַן?“ ― „אָט נאָר װאָס, זאָג איך, האָב איך באַשטעלט אַ װעטשערע באַ דער בעל־הביתטע אַף אַכט פּאַרשױן“. ― „װאָס איז שײך װעטשערע? ― זאָגט ער. ― װעטשערע איז זיך װעטשערע, נאָר ביז די מחותּנים פֿון בײדע צדדים װעלן אַמאָל זיך אױסקראַצן קומען, זײַנען מיר, זאָגט ער, נישט מחױבֿ דערװײַלע צו פֿאַסטן. איך זע, זאָגט ער צו מיר, איר זײַט דאָ אַ הײמישער, הײסט זשע, זײַט מוחל, מע זאָל אונדז גרײטן צום טיש און מע זאָל אונדז געבן אַביסל בראָנפֿן מיט עפּעס פֿלײשיקס צו פֿאַרבײַסן. עס חלשט מיר, זאָגט ער, דאָס האַרץ מסוכּן נפֿש!“ ― אַזױ זאָגט צו מיר רב אָשר און מאַכט נישט קײן שהיות און גײט אין קיך אַרײַן זיך װאַשן, באַקענט זיך מיט דער בעל הביתטע, הײסט געבן צום טיש װאָס ס'איז דאָ, און מיר זעצן זיך אַװעק בײדע צו דער סעודה גאַנץ ברײטלעך, און רב אָשר דערצײלט מיר עסנדיק די נסים ונפֿלאות, װי אַזױ ס'איז אים געראָטן, ער האָט געשפּאָלטן דעם ים, קױם געפּועלט באַ דעם דאָזיקן מיוחס, ער זאָל געבן די ג′ אַלפֿים ר″ך. „װאָס הײסט, זאָג איך, ג′ אַלפֿים? מיר האָבן דאָך געשמועסט נישט װינציקער פֿון פֿיר טױזנט?“ ― „לאָזט אײַך דינען, זאָגט ער, רב מנחם־מענדל, איך װײס, װאָס איך האָב צו טאָן. איך הײס רב אָשר! איר דאַרפֿט װיסן, זאָגט ער, אַז מײַן מיוחס האָט בסך־הכּל חשק געהאַט לײגן כּנגדו גאָרנישט מיט גאָרנישט, װאָרעם ער איז אַלײן אַ גרױסער מיוחס, זאָגט ער, און האָט אַ װײַב נאָך אַ גרעסערע. און אַז ער זאָל װעלן, זאָגט ער, אַ שידוך טאָן מיט אַבי װעמען, װאָלט מען אים נאָך, זאָגט ער, צוצאָלן אין בײַטל אַרײַן... בקיצור, איך האָב, זאָגט ער, גענוג געהאָרעװעט, געהאַקט האָלץ, און קױם מיט צרות, מיט אַנגסטן, געפּועלט, ער זאָל געבן לכל־הפּחות ב′ אַלפֿים“. „װאָס הײסט, זאָג איך, ב′ אַלפֿים? איר האָט דאָך נאָרװאָס, זאָג איך, געזאָגט ג′ אַלפֿים? ― זאָגט ער מיר װידער: „לאָזט אײַך דינען, רב מנחם־מענדל, איך בין אַן עלטערער שדכן פֿון אײַך און איך הײס רב אָשר. לאָזן זיך נאָר די צדדים צונױפֿפֿאָרן, און חתן־כּלה װעלן זיך אָנקוקן, װעט אם־ירצה־השם אַלצדינג זײַן אָגיל ואשמח. איבער אַזעלכע טױזנט קראַפּן צעגײט זיך, זאָגט ער, באַ מיר קײן שידוך נישט. איך הײס, פֿאַרשטײט איר מיך, רב אָשר! אײן פּרט, זאָגט ער, איז דאָ יאָ פֿאַראַן, װאָס סע קװעטשט מיך“. ― „דהײַנו װאָס, זאָג איך, קװעטשט אײַך?“ ― „מיך קװעטשט, זאָגט ער, דער פּריזיװ. איך האָב אײַנגערעדט, זאָגט ער, דעם מחותּן מײַנעם, אַז באַ אײַער משה ניסלען איז טאַקע נאָך גאָר אַ יונג קינד, בלוט און מילך, נאָר ער הערט דעם פּריזיװ פֿאַר דרײַ גראָשן, שױן געפּטרט דעם פּריזיװ“... „װאָס בעבעט איר רב אָשר? ― רוף איך מיך אָן צו מײַן שותּף. ― װאָסער פּריזיװ? װאָסערע לאָקשן?“ ― זאָגט ער צו מיר װידעראַמאָל: „לאָזט אײַך דינען, רב מנחם־מענדל, איך הײס רב אָשר!“... „איר מעגט אײַך הײסן אַכצן מאָל רב אָשר, זאָג איך, פֿאַרשטײ איך אַלץ ניט, װאָס איר רעדט! עפּעס בעלעבעטשעט איר מיר: „פּריזיװ“, „שמיזיװ“ ― פֿון װאַנען האָט זיך גענומען צו מײַן משה־ניסלען אַ פּריזיװ? אַ נקבֿה האָט שױן דען אױך אַף זיך אַ פּריזיװ?“... ― מאַכט צו מיר אָשר: „װאָס הײסט ― אַ נקבֿה ? און װוּ איז אײַער משה־ניסלס בחור?“... „פֿון װאַנען, זאָג איך, האָט זיך גענומען צו משה־ניסלען אַ בחור, אַז ער פֿאַרמאָגט בסך הכּל זײַן אײגנס אַ טאָכטער אַ בת־יחידה, אײן און אײנציקע הײסט עס?“ ― „איז די משמעות, זאָגט ער, אַז באַ אײַך אין אױך אַ בתולה? ס′טײַטש, זאָגט ער, מיר האָבן דאָך געשמועסט עפּעס װעגן אַ חתן !“... „אַװדאי, זאָג איך, אַ חתן! איך האָב אָבער גאָר אַנדערש ניט גערעכנט, זאָג איך, אַז חתנס צד ― דאָס זײַט איר!“... „פֿון װאַנעט איז געדרונגען, זאָגט ער, אַז חתנס צד ― דאָס בין איך?“... „פֿאַרװאָס זשע, זאָגט ער, האָט איר מיר ניט מזכּיר געװען, אַז באַ אײַך איז אַ בתולה?“... זאָג איך: „נו, און איר האָט מיר מזכּיר געװען, אַז באַ אײַך איז אַ בתולה?“... װערט ער אין כּעס און מאַכט צו מיר: „װײסט איר, װאָס איך װעל אײַך זאָגן, מנחם־מענדל? איר זײַט אַזױ אַ שדכן, װי איך בין אַ רבֿ!“ זאָג איך: „און איר זײַט אַזױ אַ שדכן, װי איך בין אַ רביצן!“ אַ װאָרט פֿאַר אַ װאָרט ― ער מיר: „מלמד!“ איך אים: „שקרן!“ ער מיר: „שלימזל!“ איך אים: „זולל־וסובֿאניק!“ ער מיר: „מנחם־מענדל!“ איך אים: „שיכּורניק!“... פֿאַרדריסט דאָס אים, גײט ער און לאָזט מיר אַראָפּ אַ פּאַטש, גײ איך און פֿאָר אים אַרײַן אין באָרד ― אַ שקאַנדאַל, זאָל גאָט שומר ומציל זײַן!...
דו פֿאַרשטײסט? אַזױפֿיל הוצאָות און צײַט און טירחה. הײַנט די בזיונות! דאָס גאַנצע שטעטל איז זיך צונױפֿגעלאָפֿן אָנקוקן די דאָזיקע שדכנים, װאָס האָבן באַװיזן אַ בריהשאַפֿט צונױפֿפּאָרן צװײ מײדלעך. איז אָבער אָט דער אָשר, פֿאַרכאַפּט זאָל ער װערן, באַלד אַנטרונען געװאָרן, און מיך האָט ער איבערגעלאָזט אײנעם אַלײן זיך צערעכענען מיט דער בעל־הביתטע פֿאַר דער װעטשערע, װאָס איך האָב באַשטעלט אַף אַכט פּאַרשױן. אַ גליק, װאָס איך האָב מיך כאָטש באַצײַטנס אַרױס־געמאַכט, אײדער די מחותּנים מיט די צװײ כּלות זײַנען אָנגעקומען קײן זשמערינקע. װאָס מיט זײ האָט זיך דאָרט אָפּגעטאָן ― װײס איך ניט. נאָר איך שטעל מיר פֿאָר די בזיונות!... הײַנט גײ זײַ אַ נבֿיא, אַז אָט דער שדכן, ימח שמו זאָל ער װערן, איז אַזאַ פּוסטע זאָך, אַ װינטמיל, צו אַלדי שװאַרצע יאָר, װאָס רעדט און פֿאָרט און פֿליט און קלאַפּט דעפּעשן ― און װאָס לאָזט זיך אױס? צװײ בתולות!... אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל, זוגתי היקרה, עס פֿידלט נישט, כאָטש װאַרף זיך אַ לעבעדיקער אין װאַסער אַרײַן! און מחמת איך בין זײער דערשלאָגן פֿונעם דאָזיקן שידוך, מאַך איך דאָס בקיצור; אם ירצה־השם, אינעם אַנדערן בריװ װעל איך דיר אַרױסשרײַבן אַלצדינג באַריכות. לעת־עתּה לאָז גאָט געבן מיט געזונט און מיט הצלחה. גריס די קינדערלעך זאָלן לעבן, װאָס איך בענק נאָך זײ שטאַרק, און שװער און שװיגער, און איטלעכן גאָר פֿרײַנטלעך.
ממני בעלך מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל.
ע יקר שכחתּ י. גאָט שיקט צו די רפֿואה פֿאַר דער מכּה. פֿאָרנדיק פֿון זשמערינקע, האָב איך געמײנט, אַז דער הימל איז שױן אַף מיר געפֿאַלן. נעכאַי־בי װאָלט איך געהאַט גענוג אַף הוצאָות, װאָלט איך שױן װי־עס־איז דערשלעפּט זיך אַהײם, קײן כּתרילעװקע הײסט עס. האָב איך מיר אָבער אױסגערעכנט, אַז איך װעל מוזן בלײַבן שטעקן ערגעץ אין װעג, כאָטש נעם, אַל תּפֿתּח פּה לשׂטן, און צי זיך אױס אַף די רעלצן! איז דאָך אָבער פֿאַראַן אַ גאָט אַף דער װעלט, באַקען איך מיך אין װאַגאָן מיט עפּעס אײנעם אַ שלאַק, אַן אַגענט אַן אינספּעקטאָר, װאָס שטראַפֿירט מענטשן פֿונעם טױט, און ער הײבט מיך אָן צורעדן און זאָגט מיר צו הרים וגבֿעות, אַבי איך זאָל װערן אַן אַגענט. װאָס איז דאָס אַזעלכעס אַן אַגענט און װי אַזױ שטראַפֿירט מען מענטשן פֿונעם טױט ― איז אַ סך צו שרײַבן, און איך האָב שױן איצטיקס מאָל אַזױ אױך איבערגעכאַפּט די מאָס, לאָז איך עס איבער אַף אַן אַנדערש מאָל.
ה נ ″ ל.
סוף פֿונם פֿינפֿטן בוך.
שלים־שלים־מזל
(מנחם־מענדל ― אַן אַגענט)
געשריבן אין די יאָרן 1900־1909.
שלים־שלים־מזל
(מנחם־מענדל ― אַן אַגענט)
מנחם־מענדל פֿון װעג צו זײַן װײַב שײנע שײנדל אין כּתרילעװקע.
לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתּחי', עכּב″ב.
ר אשית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ברוך השם בקו החײם והשלום. השם יתברך זאָל העלפֿן, מע זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿונעם אַנדערן נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות, ישועות ונחמות ― אָמן.
ו השנית הנה זײַ װיסן, זוגתי היקרה, אַז איך האָב געמוזט עוקר זײַן, אַנטלױפֿן הײסט עס. איך האָב מיך נאָרװאָס אַרױסגעכאַפּט פֿון אַן אומגליק, פֿון אַ גרױסן אומגליק! איך מעג בענטשן גומל. שיִער־שיִער בין איך אַרײַן אין חד־גדיא אַרײַן, און גאָט װײס, מיט װאָס איך װאָלט אָפּגעשניטן. פֿון רעסטאַנסקי ראָטע איז גאָר ניטאָ װאָס צו רעדן, און אפֿשר נאָך קאַטאָרזשנע סיביר, כאָטש איך בין אין דעם שולדיק גלײַך מיט דיר. װי זאָגט די מאַמע דײַנע: „שלים שלים־מזל דורך טיר און דורך טױער“... איצט, אַז דער אײבערשטער האָט מיר געהאָלפֿן, איך האָב מיך באַצײַטנס אַרױסגעכאַפּט װי פֿון אַ שׂרפֿה, האָב איך מיך אַװעקגעזעצט אַרױסשרײַבן דיר אין אַ בריװ אַלצדינג באַריכות, פֿונעם אָנהײב ביזן סוף.
פֿון מײַן פֿריִעריקן בריװ געדענקסטו דאָך מן הסתּם, אין װאָס פֿאַר אַ פּאָלאָזשעניע איך בין געװען נאָך דעם שײנעם שידוך מיט די צװײ בתולות, ניט הײַנט געדאַכט. איך האָב דעמאָלט גערעכנט, ס'איז אַן עק. אױס מנחם־מענדל. באַדאַרף איך מיך באַגעגענען מיט אײנעם אַ פּאַרשױן, אַן אַגענט אַן אינספּעקטאָר פֿון „אַקװיטעבל“, װאָס שטראַפֿירט מענטשן פֿונעם טױט און האָט דערפֿון פּרנסה מיטן פֿולן מױל. ער האָט מיר אַרױסגענומען אַ ביכל און האָט מיר באַװיזן, װיפֿל מענטשן ער האָט שױן פֿאַרשטראַפֿירט פֿונעם טױט און װיפֿל מענטשן עס זײַנען שױן