מנחם־מענדל: מיליאָנען

שלום עליכם (אַלע װערק)

מיליאָנען

(סוחרים, מעקלער און „שפּעגעלאַנטן“)
געשריבן אין די יאָרן 1899―1900
מיליאָנען
(סוחרים, מעקלערס און „שפּעגעלאַנטן“)
קאַפּיטל 1.
מנחם־מענדל פֿון יעהופּעץ צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע.

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתּחי′.

ראשית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ברוך־השם בקװ־החײם־והשלום. השם־יתברך זאָל העלפֿן, מע זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿונעם אַנדערן נאָר גוטס מיט בשׂורות־טובֿות, ישועות־ונחמות ― אָמן.

והשנית זײַ װיסן, אַז איך בין שױן אױס שפּעגעלאַנט. כ'האָב אַ שפּײַ געטאָן אױף דער שפּעגעלאַציע, קײן ייִד זאָל זי ניט קענען! זי האָט מיך אױסגעמוטשעט װי אַ קדחת, מיך געמאַכט גרױ און אַלט! אַ װערטעלע אױסצורײדן, װאָס מיר האָבן דאָ איבערגעטראָגן! עס איז געװאָרן אַ תּל פֿון יעהופּעץ, אַן איבערקערעניש אױף דער בערזע, חושך אין אַלע װינקעלעך, װי נאָך אַ מלחמה, נאָך ערגער װי, ניט הײַנט געדאַכט, אין אַדעס! עס איז געקומען אױף אַלעמען אַ מפּלה, אַ בהלה. דער עולם האָט אָנגעהױבן שטאַרק צו באַנקראָטירן, און איך אױך בתוכם. אַלע טאָג האָט זיך געלאָזט הערן אַ נײַער אָנזעץ. אָנזעצן ― איז גאָר אַרײַן אין דער מאָדע! װאָס דאַרפֿסטו מער? גרױסע באַנקירן, בערן, האָבן אָנגעהױבן צו מאַכן פּליטה. דעם ערשטן פּעטשאַטעק האָט געמאַכט יענער באַנקיר, װאָס דורך אים פֿלעגן מיר אַלע גײן מיט אונדזערע „פּאַפּירלעך“ קײן פּײטערבאַרג און קײן װאַרשע. אין אַ שײנעם פֿרימאָרגן קום איך אַרײַן אין קאַנטאָר, איך האָב געהאַט בײַ אים צו שטעקן מיט אַ פּאָר „מאַלצעװער“ און מיט עטלעכע „פּוטילעװער“ אַקציעס, װאָס ס'איז אים אַרױסגעקומען פֿון מיר אַ קלײנע דיפֿערענץ. איך הײב מיך אָן נאָכצופֿרעגן, װוּ איז ערגעץ, דער פּריץ? זאָגט מען מיר: הלך לעולמו ― ער איז שױן לאַנג אין אַמעריקע! הקיצור, ס'איז געװאָרן אַ גװאַלד! מע האָט זיך באַלד אַ נעם געטאָן צו דער אײַזערנער קאַסע און מע האָט געפֿונען דאָרט אַ פֿלעשל טינט מיט אַן אַלטן אָפּגעריבענעם גילדן, און נאָך מיט אַ לעכל דערצו. דער אַנדערער האָט איבערגעלאָזט אין דער אײַזערנער שאַפֿע אַ גאַנצן פּאַק מיט אַלטע לוחות אױף עבֿרי־טײַטש פֿון שנת תּרל″ג5633 = 1872/3 ביז הײַנטיקס יאָר, און איז אַװעק קײן ארץ־ישׂראל. דער דריטער, גאָר אַ גרױסער באַנקיר, האָט נישט באַנקראָטירט, נאָר גלאַט ניזוק־ונהרג געװאָרן מיט עטלעכע מיליאָן אין אײן װאָך און איז געבליבן בײַם נאָמען. נאָר די בראָצקיס זײַנען עפּעס מיט נסים אַרױסגעשפּרונגען גליקלעך. אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל ― איך האָב אַרױסגעזען, אַז ס'איז ניט באַשערט, העלפֿט נישט קײן חכמות! אַ שטיקל גליק, װאָס איך האָב מיך באַצײַטנס אַרומגעקוקט און האָב מיך אַ װאָרף געטאָן אױף אַן אַנדער פּרנסה, אַ בכּבֿודע פּרנסה, הײַנו: איך בין איצט געװאָרן אַ מעקלער, פּשוט אַ מעקלער, טאַקע דאָ אין יעהופּעץ אױף דער בערזע. פֿאַראַן אין יעהופּעץ מעקלערס, קײן עין־הרע, אַזױ פֿיל, װי שטערן אין הימל. מיט װאָס בין איך ערגער פֿון זײ? דאַכט זיך, איך האָב אױך הענט און פֿיס און אַ נאָז מיט אױגן גלײַך מיט אַלע ייִדן, און אַזעלכע מיוחסים װי איך איז דאָ אַ סך, ― פֿונדעסטװעגן שטײט זײ אָן נעמען דאָס שטעקל און גײן מעקלערן. די גרױסע תּורה, װאָס מע באַדאַרף דאָ האָבן? אַבי מע קאָן זאָגן אַ ליגן, און דערצו, אַז מע איז נאָך אַ שטיקל עזות־פּנים אױך, קאָן מען שױן זײַן אַ מעקלער; און אַדרבא, װאָס מער ליגנער און װאָס מער עזות־פּנים, איז אַלץ מער מעקלער! מעגסט מיר גלײבן, פֿאַראַן דאָ אין יעהופּעץ מעקלערס, װאָס קאַטאָרי בײַ אײַך אין כּתרילעװקע װאָלט זײ אָנגעשטאַנען זײַן באַהעלפֿערס אָדער בעלי־עגלות, זײ קאָנען זיך קױם חתמענען, און פֿונדעסטװעגן ― זעסט דאָך, װי זאָגט די מאַמע דײַנע „אַז גאָט װיל, שיסט אַ בעזעם“… מע באַדאַרף נאָר אָנטאָן אַ װײַס העמד מיט אַ שײנעם קאַפּעליוש, קריכן, שמעקן, כאַפּן אַ װאָרט, אַ לױף אַהער, אַ שפּרונג אַהין ― „פּאָזשאַלעטיпожалуйте: זײַט אַזױ גוט קאַרטאַזש!“ „קאַרטאַזש“, הײסט מעקלערײַ, „שחיטה־געלט“. אײַ איז דאָס אַ זיסער גראָשן, אָט דאָס „קאַרטאַזש“! אָן קאָפּדרײעניש, אָן בױכװײטיק! אָט האָב איך געכאַפּט ערשט נעכטן אַ פֿופֿציקער „קאַרטאַזש“ ― זאָל מיך אַזױ װיסן אַ בײזע װעטשערע מיט דיר אינאײנעם, װי איך װײס פֿאַר װאָס! איך האָב געמאַכט צען טױזנט פּוד צוקער גרינג, נאָך גרינגער װי אױסרײכערן אַ פּאַפּיראָס. דאָס הײסט, געמאַכט האָבן אַנדערע, נאָר איך בין אַרײַנגעשפּרונגען אין מיטן. הקיצור, איך האָב מיט גאָטס הילף געכאַפּט אַ פֿופֿציקער! אַז גאָט העלפֿט, עס גײט אַװעק אַזױ אַ האַלב יאָר, שטעל איך מיך צוריק אױף די פֿיס און װער דער אײגענער װי פֿריִער, װאָרעם בײַ אונדז אין יעהופּעץ שפּילט דאָס געלט די גרעסטע ראָלע! דער מענטש אַלײן איז בלאָטע, ייִחוס װיל מען דאָ נישט װיסן. מעגסט זיך זײַן װער דו װילסט און װאָס אין דער קאָרט ― אַבי געלט! און מחמת איך בין פֿאַרנומען און האָב קײן צײַט ניט, מאַך איך דאָס בקיצור. אם־ירצה־השם, אינעם אַנדערן בריװ װעל איך דיר אַרױסשרײַבן אַלצדינג באַריכות. לעת־עתּה לאָז גאָט געבן מיט געזונט און מיט הצלחה. גריס די קינדער זאָלן לעבן, און שװער און שװיגער, און איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנטלעך.

ממני בעלך מנחם־מענדל.

עיקר שכחתּי. שרײַב מיך, איך בעט דיך, װאָס האָרכט זיך עפּעס בײַ אײַך, צי גײען רעגנס, און װאָס מאַכן די בוריקעס, און צי ס'איז פֿאַראַן עפּעס אַ סך זשוקלעך? איך באַדאַרף דאָס זײער נײטיק װיסן, און װאָס גיכער!

הנ″ל.
קאַפּיטל 2.
שײנע־שײנדל פֿון כּתרילעװקע צו איר מאַן מנחם־מענדל אין יעהופּעץ.

לכּבֿוד בעלי היקר הנגיד המפֿורסם החכם מופֿלג מוהר″ר מנחם־מענדל נ″י.

ערשטנס קום איך דיר צו מעלדן, אַז מיר זײַנען אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײַטער ניט ערגער.

צװײטנס שרײַב איך דיר, מײַן זיס לעבן, אַ מיתה־משונה, אַ כאָלערע אױף מײַנע שׂונאים! דו רוצח, דו טיטוסTitus Caesar Vespasianus, דו גזלן אײנער! דו װײסט, אַז דײַן װײַב איז געלעגן טױט־קראַנק, נאָך דער רעפּעראַציע, װאָס דער שײנער דאָקטער האָט מיר געמאַכט, אױף דײַנע יעהופּעצער באַלעבאָסטעס געזאָגט געװאָרן, אַז קױם װאָס איך פּלאָנטע מיט די פֿיס, און די קינדער דײַנע האָב איך צו טאָן מיט זײ, צײנדלעך, העלדזלעך, בײַכלעך, דיפֿטעריט, מיט שלעק, מיט צרות אױף מײַנע שׂונאימס קעפּ! װי אַזױ שװײַגט מען אָפּ אַזאַ צײַט און מע שרײַבט נישט אַרײַן קײן בריװל? ממה־נפֿשך: ביסטו געשטאָרבן ― שרײַב, אלא דו לעבסט נאָך, באַדאַרפֿסטו דאָך אַװדאי שרײַבן! נאָר גײ טענה זיך אױס מיט אַ חושים, װי זאָגט די מאַמע מײַנע, זאָל טאַקע לעבן און געזונט זײַן: „גיכער װעט זיך אַ שיכּור אױסניכטערן, אײדער אַ נאַר װעט קליגער װערן“… מאָל דיר, אַז אָך און װײ, אַז שײנע־שײנדל־ברוך־הערש־לאה־דװאָסיס באַדאַרף האָבן אַ מאַן אַ מעקלער, אַ בײגל־טרעגער, אַ הונט שלעגער ― אַבי אין יעהופּעץ, אײַנגעזונקען זאָל דאָס װערן! הײַנט שרײַבסטו מיר, אַז דו האָסט געכאַפּט אַ פֿופֿציקער בײַ דער איצטיקער שײנער פּרנסה דײַנער, און דו האָפֿסט, אַז דאָס כאַפּסטו אַלע טאָג אַ פֿופֿציקער. נישט אַלע מאָנטיק איז פּורים. דו מײנסט, ס'איז דיר דאָס אַמאָליקע אַדעסער „לאָנדאָן“, מיט די „פּאַפּירלעך“, מיט די „פּיפּערנאָטערס“, מיט די אַלע איבעריקע גליקן דײַנע, װאָס ליגן מיר נאָך עד־היום אין טעם? נאַר אײנער, עס װעט דיר פֿופֿציק מאָל אַרױס די אױגן פֿונעם קאָפּ, אײדער דו װעסט דערלעבן זען דעם אַנדערן פֿופֿציקער! און אױסערדעם גלײב איך עפּעס גלאַט ניט אין די יעהופּעצער פֿאַרדינסטן, װאָס הײבן זיך אָן תּמיד מיט אַ גליק און לאָזן זיך אױס מיט אַ בױדעם. און װאָס דו שרײַבסט מיר, אַז דו ביסט גליקלעך, װאָס דו ביסט ניט אַראָפּ פֿונעם זינען, זאָג איך דיר, אַז פֿון דײַנע דיבורים זע איך דאָס ניט אַרױס; עפּעס רעדסטו מיר ניט צו דער זאַך. דו פֿרעגסט זיך נאָך אױף בוריקעס, און צי עס גײען בײַ אונדז רעגנס? װאָס דען האָסטו געװאָלט ― עס זאָל זומער־לעבן שיטן אַ שנײ? און װאָס געהער זיך אָן מיט אַ מאַנצביל בוריקעס? און װוּ האָסטו הײַנט בוריקעס? בײַ אונדז קאָכט מען אַ באָרשט פֿון ראָסל, אָדער פֿון שטשאַװעל; בוריקעס איז ערשט העט־העט אַרום סוכּות! הײַנט פֿרעגסטו זיך עפּעס נאָך אױף זשוקלעך? װאָס פֿאַר אַ זשוקלעך אױף דיר? נאַ דיר גאָר זשוקלעך! קאַרג האָט מען פֿון די װאַנצן, דאַרפֿן מיר נאָך זשוקלעך! נו, פֿרעג איך דיך אַלײן: אין יעהופּעץ זיצטו, צוקער מאַכסטו, פֿופֿציקערס כאַפּסטו, ― פֿעלט דיר נאָר בוריקעס, רעגן און זשוקלעך! ביסט עפּעס אַ מבֿין דערױף? נאָר די מאַמע, זאָל טאַקע לעבן און געזונט זײַן, זאָגט זײער גלײַך: „אַ משוגענער שלאָגט פֿרעמדע פֿענצטער, נישט קײן אײגענע“… לכן פֿאָלג מיך, מענדל, װאַרף אַװעק די נאַרישע װעלט, און אױב דו האָסט נאָך עפּעס פֿונעם פֿופֿציקער, נעם און קום צו פֿאָרן אַהײם, און אױב ניט, װעל איך דיר אַרױסשיקן אױף הוצאָות. דערמאָן דיך, אַז דו האָסט אַ װײַב ביז הונדערט צװאַנציק יאָר און קלײנע קינדער, װאָס קוקן אַרױס אױף דיר אַלע טאָג, און לאָז די װעלט אױפֿהערן צו טאָן מיט מיר, און לאָז מיר אױפֿהערן ברענען מײַן פּנים, װי עס װינטשט דיר פֿיל גוטס און אימער גליק

דײַן באמת געטרײַע פֿרױ שײנע־שײנדל.

יאָ, פֿאַר װאָס פֿרעגסטו ניט, װאָס הערט זיך עפּעס אין דער הײם? אַ פּנים, עס אַרט דיך װינציק װאָס, װאָס די מאַמע מײַנע האָט אָפּגעלאָזט דעם שידוך מיט מײַן שװעסטערל? דו מײנסט, איבער געלט האָט זיך דאָס צעגאַנגען? געלט איז אַ חוץ אַ מעשׂה. נאָר גענומען האָט זיך דאָס דערפֿון, װאָס דער מחותּן איז דאָ געװען אױף שבת, האָט זיך מיט אים די מאַמע צעװערטלט, אים געגעבן אָנצוהערעניש, אַז ער שטאַמט פֿון קצבֿים, געזאָגט אַ װערטל, אַז פֿון אַן אָקס קאָן מען מער װי אָקסנפֿלײש נישט פֿאַרלאַנגען, וכדומה אַזעלכע שטעכװערטלעך; איז ער געקומען אַהײם, אַ מכּה אים, און האָט אָפּגעשיקט די תּנאָים, און דערװײַלע איז נעבעך נחמה־ברײַנדל דאָס דריטע מאָל „אױס כּלה און װידער אַ מױד“.

קאַפּיטל 3.
מנחם־מענדל פֿון יעהופּעץ צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע.

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתּחי′ עכּב″בעם כּל בני־בית.

ראשית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ברוך־השם בקװ־החײם־והשלום. השם־יתברך זאָל העלפֿן, מע זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿונעם אַנדערן נאָר גוטס מיט בשׂורות־טובֿות, ישועות־ונחמות ― אָמן.

והשנית זײַ װיסן, אַז דו האָסט ניט רעכט צעקײַט װאָס איך האָב דיר געשריבן. זאָלסט גאָר קײן יסורים ניט האָבן, װאָס איך בין געװאָרן פֿון אַ שפּעגעלאַנט אַ מעקלער ― ס'איז גם זו לטובֿה. איך בין נישט אײנער אין יעהופּעץ. פֿאַראַן בײַ אונדז, קײן עין־הרע, אַ סך מעקלערס, מעקלערס פֿון צוקער, מעקלערס פֿון אַקציעס, מעקלערס פֿון ברױט, מעקלערס פֿון געלט, פֿון הײַזער, פֿון אימעניעס, פֿון װעלדער, פֿון מאַשינעס, פֿון בערלינעס, פֿון קלעצער, פֿון פֿאַבריקעס, פֿון זאַװאָדן, פֿון באַנען, און װאָס אַ מױל קאָן אױסרײדן און װאָס דאָס האַרץ פֿאַרגלוסט ― איז דערױף דאָ אַ מעקלער… עס װערט דאָ נישט געמאַכט קײן שום געשעפֿט אָן אַ מעקלער. און יעדער מעקלער קומט אָן צום אַנדערן מעקלער, װאָרעם דער מעקלער האָט אַ קונה, און יענער מעקלער האָט אַ מוכר, קומט דאָס אינאײנעם אַ זיװג; הײַנט מאַכט זיך אָפֿט, אַז צו איטלעכן מעקלער טשעפּען זיך צו נאָך צװײ־דרײַ מעקלערס, טײלן זײ זיך אַלע מיטן „קאַרטאַזש“ חלק־כּחלק, און אַז מע קאָן זיך ניט אײַנטײלן מיט די חלקים, איז אָדער מע פֿאַרלאָזט זיך אױף מענטשן, אָדער מע טוט, װי מע פֿלעגט טאָן אין אַדעס. דאָס הײסט, מע „קאָמפּענסירט“ מיט פּעטש… הײַנט פֿאַרשטײסטו שױן דעם ענין־המעקלערײַ? נאָר די גרעסטע מעקלערס פֿון אַלע זײַנען די צוקער־מעקלערס, װאָרעם אַלע צוקערן גײען דורך זײערע הענט, זײַנען זײ מאַסף־ממון, פֿאָרן מיט אײגענע קאַרעטעס, זיצן אין בױבעריק אױף דאַטשעס, שפּילן אין קאָרטן און האָבן „סאָדערזשאַנקעסсодержанка: קעפּסװײַב מיט שאַנשענעטקעסшансонетка: זינגערין“… הכּלל, איך האָב אַרױסגעזען, אַז מעקלערײַ איז דאָס בעסטע געשעפֿט, װאָרעם װאָס האָט אַ מעקלער אײַנצושטעלן? ממה־נפֿשך: האָב איך געטראָפֿן, װעט יענער פֿאַרדינען געלט, אלא ניט ― װעלן מיר בײדע ליגן אין דער ערד! אמת, דו ביסט גערעכט, נישט אַלע טאָג כאַפּט מען פֿופֿציקערס. איך האָב פֿון דעם ערשטן געשעפֿט אָן לעת־עתּה מער ניט געמאַכט גאָרנישט, און דער פֿופֿציקער איז צעקראָכן געװאָרן אין אײן כּהרף־עין, װאָרעם אַ בעל־חובֿ בין איך געװען, אַז די האָר זײַנען נישט מײַנע, און פּאָר קערבלעך האָב איך צעטײלט גמילות־חסדים, און איך זיץ שױן װידער אָן אַ גראָשן. נאָר װאָס דען? איך האָף, אַז איך װעל, אם־ירצה־השם, מיטן אײבערשטנס הילף, מאַכן אַ געשעפֿט אין גיכן, און דעמאָלט װעל איך דיר צושיקן עטלעכע קערבלעך דורך אַן אָנװײַזונג. און װאָס איך פֿרעג דיך מכּוח רעגנס, איז אַ פּשוטער שׂכל: װײַל צוקער, פֿאַרשטײסטו, מאַכט מען דאָך פֿון בוריקעס, און בוריקעס באַדאַרפֿן האָבן רעגן, אַנדערש קאָנען זײ ניט װאַקסן. לכן פֿרעג איך דיך, צי עם גײען בײַ אײַך אָפֿטער רעגנס. נאָר הלװאַי זאָל גאָט געבן, אַז קײן רעגן זאָל בעסער נישט גײן, און די זשוקלעך זאָלן עסן די בוריקעס אױף װאָס די װעלט שטײט, װאָרעם װיבאַלד אַז עס װעט ניט זײַן קײן בוריקעס, װעט דאָך ניט זײַן קײן צוקער, און אַז עס װעט ניט זײַן קײן צוקער, װעט צוקער זײַן מיט גאָלד גלײַך, װעלן די שפּעגעלאַנטן מאַכן געשעפֿטן, די מעקלערס װעלן פֿאַרדינען געלט, און איך אױך בתוכם. און מחמת איך בין פֿאַרנומען און איך האָב קײן צײַט ניט, מאַך איך דאָס בקיצור. לעת־עתּה זאָל גאָט געבן מיט געזונט און מיט הצלחה. גריס די קינדערלעך און איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנטלעך.

ממני בעלך מנחם־מענדל.

עיקר שכחתּי. װאָס דו שרײַבסט מכּוח דײַן שװעסטערל, איז אױב זי איז נאָך נישט קײן כּלה, האָב איך פֿון אירט װעגן אַ חתן, אַן אַנטיקל, טאַקע פֿון הי, און דװקא אַ בחור, כאָטש אַפֿילו נישט קײן יונגער, טאַקע רעכט אין די יאָרן, שױן מיט אַ גרױלעך בערדל. קײן גבֿיר איז ער נישט. נאָר אַ מלאָכה אין דער האַנט האָט ער, הײַנו: ער איז אַ מעקלער און רײַבט זיך אַרום צוקער. אָט דער שידוך איז פֿאַר איר אָנגעמאָסטן, װײַל דער בחור איז זײער אַ שטילער בחור. אױב עס לײגט זיך דיר אױפֿן מוח, קלאַפּ מיר אַ דעפּעש, אָדער שרײַב מיר אַרײַן אַן אָטקריטקע, װעל איך מאַכן, מע זאָל זיך צונױפֿפֿאָרן.

הנ″ל.
קאַפּיטל 4.
שײנע־שײנדל פֿון כּתרילעװקע צו איר מאַן מנחם־מענדל אין יעהופּעץ.

לכּבֿוד בעלי היקר הנגיד המפֿורסם החכם מופֿלג מוהר″ר מנחם־מענדל נ″י.

ערשטנס קום איך דיר צו מעלדן, אַז מיר זײַנען אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײַטער ניט ערגער.

צװײטנס שרײַב איך דיר, װאָס עס האָט זיך מיר געחלומט יענע נאַכט און הײַנטיקע נאַכט און אַ גאַנץ יאָר ― זאָל אױסגײן צו מײַנע שׂונאימס קעפּ! אַ גדולה אױף דער באָבע ― אַז עס װעט ניט גײן קײן רעגן, װעט ניט זײַן קײן בוריקעס, און אַז עס װעט ניט זײַן קײן בוריקעס, װעט ניט זײַן קײן צוקער, און אַז עס װעט ניט זײַן קײן צוקער, װעט ער דעמאָלט פֿאַרדינען געלט! פּונקט די מעשׂה מיטן ציגײַנער און מיטן בער! און װאָס װעט זײַן, מענדל, אַז איך װעל דיר אָנזאָגן אַ בשׂורה, אַז בײַ אונדז גיסן אַלע טאָג שלאַקס רעגנס, און די בוריקעס װאַקסן מיט רוחות, און קײן זשוקלעך איז בײַ אונדז נישטאָ, חוץ װאַנצן מיט טאַראַקאַנעס ― װעט דיר שױן זײַן גרינגער? גאָט זאָל מיר טאַקע אַזױ העלפֿן, װי איך האָב דאָס געװוּסט פֿריִער, אַז פֿונעם פֿופֿציקער האָסטו שױן אַ גוט־אױג, נישט קײן געלט. איך האָב געװוּסט פֿריִער, אַז דו װעסט גיכער צעטרענצלען די עטלעכע קערבלעך אױף גמילות־חסדים, אײדער נעמען אױפֿן קאָפּ, אַז דו האָסט אַ װײַב ביז הונדערט צװאַנציק יאָר. גמילות־חסדים? קרענק װאָלט איך זײ געגעבן מיט צרות מײַנע, װאָרעם אַז דו װעסט באַדאַרפֿן צו זײ אָנקומען מיט אַ גמילות־חסד, װעסטו זען, אַז קײנער װעט ניט זײַן אין דער הײם, װי זאָגט די מאַמע: „אַ נעמעראָװער איז ניט קײן געבעראָװער, און אַ גוטער ברודער איז נאָר ביז צו דער קעשענע“… נאָר װער איז שולדיק, װען ניט איך אַלײן? אַ קלײניקײט, מע גיט אַזױ נאָך אַ מאַן! ער װײס דען װאָס צו טאָן פֿאַר גרױס ראָסקאָש? ער דרײט זיך דאָרט אַרום אין יעהופּעץ, װי אַ גראַף, עס פֿעלט אים נאָר רעגנס מיט זשוקלעך, און איך ליג דאָ װי אַ הונט באַגראָבן, שלים־שלימזל אױף יעדן טריט! גײט אַ קינד, משה הערשעלע, ברענען זאָל ער, פֿאַלט דאָס און האַקט זיך איבער אַ ליפּ; האָב איך אַ פֿינגערל מיט שפּריצלעך, גנבֿעט דאָס אַװעק בײַ מיר די דינסט ― עס גײט, קײן עין־הרע, פֿון אַלע זײַטן, װי זאָגט די מאַמע: „קומט אָן דאָס גליק, גיס אױס די פּאָמעניצע“… נו, בין איך נישט גערעכט געװען, װאָס איך האָב דיר געזאָגט, אַז ניט אַלע מאָנטיק איז פּורים, און אַז קײן פֿופֿציקערס װאַלגערן זיך נישט? און מכּוח דעם שײנעם שידוך, װאָס דו לײגסט־פֿיר פֿאַר מײַן נחמה־ברײַנדלען, מעג ער זיצן דאָרטן אין געהאַקטע װוּנדן, דער אַלטער בחור דײַנער מיט דער גרױער באָרד; ניט דערלעבן װעט יעהופּעץ, אַז מיר זאָלן פֿון דאָרטן אַ שידוך טאָן! מע רעדט איר, װײסטו, װעמען? טאַקע דעם ערשטן חתן אירן; ער האָט זיך מיטן ערשטן װײַב געגט, און איצט שדכנט ער זיך װידער אַמאָל צו מײַן שװעסטערל. זי איז אים, אַ פּנים, שטאַרק געפֿעלן, דעם שאַרלאַטאַן! נאָר, װי זאָגט די מאַמע זאָל לעבן: „גלײַכער מיט אַ הײמישן גנבֿ, אײדער מיט אַ פֿרעמדן רבֿ“… און װי באַלד דער שידוך װעט װערן, אַזױ שטעלט מען באַלד אַ חופּה, און לאָמיך זען, אַז דו װעסט ניט קומען צו נחמה־ברײַנדלען אױף דער חתונה, װי עס װינטשט דיר פֿיל גוטס און אימער גליק

דײַן באמת געטרײַע פֿרױ שײנע־שײנדל.

אונדזער קאָפּל האָט זיך װידער אַמאָל געזאָגט דעם פּסוק, אָנגעזעצט אפֿשר דרײַ הונדערט קערבלעך און איז שױן װידער אַ בטוח אין שטעטל. און בערל דעם פֿעטער מנשהס האָט װידער אַמאָל געטראָפֿן אַן אומגליק ― ער איז אָפּגעברענט געװאָרן אפֿשר אױף אַ הונדערטער און נעמען נעמט ער דריטהאַלבן הונדערט קאַרבן. נאָר מיר דאַכט, אַז דאָס איז שױן בײַ אונדז די לעצטע שׂרפֿה אין שטאָט, װאָרעם ס'איז אַ סבֿרה, אַז די חבֿרה „יאַקער“ האָט שױן אױפֿגעהערט סטריכירן ייִדישע הײַזער מיט ייִדישע קלײטן אין כּתרילעװקע. און מרים־בײלע האָט זיך מישבֿ געװען: װאָס טױג איר אַ פּאַרוק? אַ מער װעט זי גײן פֿאָרמאַלנע מיט די האָר! גלײַכט זיך צו אונדזער גבֿירס שנור, אַ מכּה זײ, װאָס שפּילן מיט יונגעלײַט אין קאָרטן. נאָר איך האָב פֿײַנט יענעם צו באַרעדן, װי זאָגט די מאַמע: „האָב אין זינען זיך, װעסטו פֿאַרגעסן אין יענעם“… און שרײַב מיר, למען־השם, װאָס הײסט דאָס „שאָרעזאַנקעס“ און „שענזעשעטקעס“? װאָס איז דאָס און אױף װאָס דאַרף מען דאָס?

קאַפּיטל 5.
מנחם־מענדל פֿון יעהופּעץ צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע.

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתּחי′ עכּב″ב.

ראשית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ברוך־השם בקװ־החײם־והשלום. השם־יתברך זאָל העלפֿן, מע זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿונעם אַנדערן נאָר גוטס מיט בשׂורות־טובֿות, ישועות־ונחמות ― אָמן.

והשנית זײַ װיסן, אַז דו האָסט געטראָפֿן. דאָס צוקער־געשעפֿט איז פֿאַר מיר טאַקע קײן געשעפֿט נישט: ערשטנס, איז פֿון די גרױסע צוקער־מעקלערס נישט אױסצושטײן; אײדער מע טוט זיך אַ ריר, פֿליט אונטער דער גרעסטער פֿון אַלע צוקער־מעקלערס און כאַפּט אױס פֿון אונטער די הענט, כאָטש ער איז אַ גרױסער גבֿיר, און גײ לאָד אים צום „ונתנה־תּוקף“! װעסטו דאָך פֿרעגן: היתּכן? װוּ איז יושר? זאָלסטו װיסן, אַז אַזעלכע קשיות אין יעהופּעץ פֿרעגט מען נישט; יושר איז דאָ נישט קײן מטבע; קײן „צוליב“ מיט קײן „רחמנות“ איז דאָ נישטאָ. דאָס איז אײן מאָל אַװעק. צװײטנס, פֿרעג איך דיך, װאָס איז דאָס פֿאַר אַן עסק, אָט דאָס צוקער־געשעפֿט, אַז טאָג װי נאַכט באַדאַרפֿסטו קוקן אױפֿן הימל און בעטן גאָט, אַז אַ טאָג זאָל גײן אַ רעגן, און אַ טאָג זאָל ניט גײן קײן רעגן? הכּלל, איך האָב אַרױסגעזען, אַז דער עסק איז ניט פֿאַר מיר; מע באַדאַרף זײַן אַ גרױסער עזות־פּנים, דעם לוח מאַכן מיט דער בלאָטע, און דעם שפּעגעלאַנט אײַנדרינגען, אַז ער פֿאַרשטײט ניט פֿון דאַנען אַהין, און אַזױ לאַנג רײדן, ביז עס זאָל אים נימאס װערן הערנדיק, און עם זאָל אים באַשלאָגן אַ קאַלטער שװײס… אײן גאָט איז אָבער יודע דעם אמת, אַז איך קאָן דאָס נישט; איך האָב ליב צו פֿאַרדינען אַ קערבל בכּבֿוד. מיט גאָטס הילף, איך האָב איצט אַ געשעפֿט אין די הענט, װײס איך, אַז ס'איז אַ געשעפֿט; הײַנו: איך גײ אַרום געלט, איך מאַך הלװאות, שקאָנטעסקידקע, דאָס הײסט, איך לײַ און פֿאַרלײַ געלט אױף װעקסעלעך, דאָס הײסט, איך שקאָנטיר דער װעלטס װעקסלען, און דװקא אױף באַלעבאַטישע פּראָצענטן, װי זאָגט ער, װינציקער פֿאַרדינט, אַבי געשלאָפֿן רויִק. דאָס איז אַזאַ מין עסק, װאָס מע גיט דיר אָפּ כּבֿוד פֿון אַלע זײַטן, װאָרעם מע באַדאַרף האָבן די קלינגערס, װערט מען װײך װי טײג, מע קריכט אין דער ערד אַרײַן און מע זאָגט צו דעם מעקלער גילדענע בערג… אָט האָט מיר גאָט צוגעשיקט אײנעם אַ געװאַנט־שניטער פֿון באַרדיטשעװ, איך האָב מיך מיט אים באַקענט אױף דער אַכסניא, װוּ איך שטײ ― אַ זעלטענער יונגערמאַן מיט אַ גילדענעם כאַראַקטער. ער זאָגט מיר צו, אַז אױב איך מאַך אים הי אַ קרעדיט פֿון אַ צען־פֿופֿצן טױזנט קערבלעך, װעט ער מיך אַזױ שײן באַפֿרידיקן, אַז איך װעל פֿאַרשפּאָרן זײַן אַ מעקלער… און הגם איך האָב אים ביז אַהער קײן געלט נאָך נישט געקריגן, נאָר צו גאָט אַ האָפֿענונג, אַז איך װעל, אם ירצה השם, מיט גאָטס הילף געװיס קריגן.. אַלע מעקלערס, װאָס דרײען זיך דאָ אַרום, װערן גליקלעך, פֿאָרן אַרױס מיט אײגענע פֿערדלעך. אַן אײגן פֿערד־און־װעגעלע, זאָלסטו װיסן, איז אַ סגולה צו פּרנסה, װאָרעם דאָ, אין יעהופּעץ, האָט מען פֿאַר אַ שײן פֿערד־און־װעגעלע אַ סך מער דרך־ארץ, װי פֿאַר אַ מענטשן… און מחמת איך בין פֿאַרנומען און האָב קײן צײַט ניט, מאַך איך דאָס בקיצור. אם־ירצה־השם, אינעם אַנדערן בריװ װעל איך דיר אַרױסשרײַבן אַלצדינג באַריכות. לעת־עתּה לאָז גאָט געבן מיט געזונט און מיט הצלחה. גריס די קינדערלעך, און שװער און שװיגער, און איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנטלעך.

ממני בעלך מנחם־מענדל.

עיקר שכחתּי. װאָס דו שרײַבסט מכּוח קאָפּלס אָנזעץ, האָט דאָס בײַ מיר אַ שײנעם פּנים קעגן די היגע אָנזעצן! אַ סוחר, װאָס האָט נאָך ניט אָנגעזעצט דרײַ מאָל, הײסט דאָ גאָר קײן סוחר ניט. אַמאָל פֿלעגט דאָ זײַן אַ מאָדע, אַז אַן אָנזעצער האָט געמוזט מאַכן אַן אָפּטריט; הײַנט איז שױן געװאָרן אױס מאָדע אַנטלױפֿן. דאָ הײסט דאָס גאָרניט „אָנזעץ“; דאָ הײסט דאָס „ער צאָלט ניט“, דאָס הײסט, ער װיל ניט צאָלן ― און רוף מיך קנאַקניסל! ― און װאָס דו פֿרעגסט זיך נאָך, װאָס באַדײַט „סאָדערזשאַנקעס און שאַנשענעטקעס“? אױף לשון־קודש הײסט דאָס „פּלגשים“, און בלשון־אַשכּנז רופֿט מען דאָס „קעפּסװײַבער“. נאָר מעגסט מיר גלײבן בנאמנות, אַז עס קריכט מיר אין דער לינקער פּאה…

הנ″ל.

קאַפּיטל 6.
שײנע־שײנדל פֿון כּתרילעװקע צו איר מאַן מנחם־מענדל אין יעהופּעץ.

לכּבֿוד בעלי היקר הנגיד המפֿורסם החכם מופֿלג מוהר″ר מנחם־מענדל נ″י.

ערשטנס קום איך דיר צו מעלדן, אַז מיר זײַנען אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײַטער ניט ערגער.

צװײטנס שרײַב איך דיר, אַז פֿון דײַנע זיסע בריװלעך האָב איך שױן, כ'לעבן, אַ געשװאָלן האַרץ, געשװאָלן זאָלן װערן די שׂונאים, װי אַ באַרג. אָט ערשט ביסטו, דאַכט זיך, געװען אַ צוקער־מאַכער, פּלוצעם ― גאָר אַ בעל־הלװאה! װוּ האָסטו גענומען געלט? און אַז גאָט האָט דיר שױן יאָ אַמאָל געהאָלפֿן עטלעכע קערבלעך, באַדאַרפֿסטו זײ טאַקע צעפֿלעכטן אין דער גיך? האָסט דאָך מיר אַלײן ערשט ניט לאַנג געשריבן, אַז װיבאַלד עס פֿאַלט דיר אַרײַן אַביסל געלט, אַזױ כאַפּסטו און שיקסט מיר אַרױס דורך אַן אָנװײַזונג. װוּ זײַנען דײַנע װערטער? נאָר די מאַמע זאָל לעבן און געזונט זײַן איז טאַקע גערעכט; זי זאָגט מיר: „טאָכטער מײַנע, פֿון דאָרט קײן געלט זאָלסטו גאָר נישט װאַרטן, װאָרעם פֿונעם בית־עולם צוריק טראָגט מען נישט, ובפֿרט, זאָגט זי, פֿון דער שײנער לײַטישער שטאָט יעהופּעץ, ברענען זאָל זי! איך האָב דיר שױן, זאָגט זי, לאַנג געזאָגט דאָס װערטל: „היט מיך, גאָט, פֿון באַרדיטשעװער נגידים, פֿון אומעניער חסידים, פֿון קאָנסטאַנטינער משרתים, פֿון מאָהליװער אַפּיקורסים, פֿון קאַמעניצער כאָדאָטײַעס, פֿון יעהופּעצער הולטײַעס“… זאָג אפֿשר, אַז זי איז אומגערעכט? נאָר װאָס גײט אים אָן אַ װײַב, װאָס גײט אים אָן קינדער? טאָג װי נאַכט ― טאָ דאָס, טאָ דאָס! קאַרג האָט מען געהאַט צו טאָן פֿאַראַיאָרן, ניט הײַנט געדאַכט, מיט דער קאָפּיקע, װאָס מיר האָבן געמײנט, אַז משה־הערשעלע האָט אײַנגעשלונגען, איז ער זיך מישבֿ יענע װאָך (נאָר אַ רוח, ניט קײן קינד!) און טראָגט זיך שיִער נישט אָפּ אױף יענער װעלט. געװען געזונט און שטאַרק. פּלוצעם ― איך זע, מײַן קינד איז אױס קינד; האַלט דאָס קעפּל אױף אַ זײַט און שרײַט נישט מיט זײַן קול. „װאָס איז דיר, זונעניו, גאָלד מײַנער, זאָג, װאָס טוט דיר װײ?“ װײַזט ער מיטן הענטל אױפֿן לינקן אױער און שרײַט. איך שטיק אים, איך קוש אים, איך קנײַפּ אים, איך האַלדז אים ― ער האַלט אין אײן שרײַען. ערשט אױפֿן דריטן טאָג האָב איך געבראַכט דעם דאָקטער. פֿרעגט ער מיך, דער חכם, צי האָב איך געקוקט דעם קינד אין אױער אַרײַן? זאָג איך: נישט נאָר געקוקט, איך האָב שױן אַפֿילו געדרילעװעט מיט אַ שפּיזל, און מע זעט נישט גאָרנישט! פֿרעגט ער מיך: װאָס האָבן מיר געגעסן הײַנטיקן שבת? זאָג איך: װאָס עסט מען בײַ ייִדן שבת ― רעטעך, ציבלקעס, פּעטשײַ, קוגל ― װאָס װילט איר נאָך? זאָגט ער צו מיר: אפֿשר האָט איר געקאָכט פֿאַסאָליעס, אָדער אַרבעס, אָדער אַן אַנדער מין אױבס? זאָג איך: ס'אַ משל! אַז מיר האָבן געגעסן אַרבעס, דעריבער באַדאַרף דאָס קינד האַלטן דאָס קעפּל אױף אַ זײַט און שרײַען? מאַכט ער צו מיר: װי באַלד איר האָט געהאַט אין שטוב אַרבעס, האָט זיך אײַער קינד מסתּמא געשפּילט מיטן אַרבעס רױערהײט אַזױ לאַנג, ביז ער האָט אױף קאַטאָװעס אַרײַנגעלײגט זיך אַן אַרבעסל אין אױער אַרײַן, האָט דאָס אַרבעסל אָנגעהױבן בײַם קינד אין אױער צו שפּראָצן און צו װאַקסן… בקיצור, ער האָט געבראַכט צו טראָגן אַ גאַנצע מאַשין, אָפּגעמוטשעט דאָס קינד נעבעך אַ האַלבע שעה און האָט אַרױסגענומען פֿונעם אױער אַ גאַנצע זשמעניע מיט אַרבעס! נאַ דיר נאָך, טאָמער איז קאַרג! די גאַנצע װעלט פֿרעסט אַרבעס צעזעצטערהײט ― און גאָר ניט, און בײַ מיר באַדאַרף זײַן מיט נסים, װי זאָגט די מאַמע זאָל לעבן: „אַ שלימזל פֿאַלט אױף גראָז און צעשלאָגט זיך די נאָז“… לכן, בעלי היקר, װאָס טױג דיר די הלװאות, האָבן צו טאָן מיט באַרדיטשעװער שװינדלערס, אָנזעצערס, ― נעם צונױף בעסער די עטלעכע קערבלעך און קום צו פֿאָרן אַהײם, װעסט געפֿינען דאָ אױך אַ געשעפֿט, װי זאָגט די מאַמע: „פֿאַר געלט קריגט מען אַלץ, חוץ קדחת“… װי עס װינטשט דיר פֿיל גוטס און אימער גליק

דײַן באמת געטרײַע פֿרױ שײנע־שײנדל.

װײסטו, װאָס איך װעל דיך בעטן, מענדל? שרײַב מיר נישט פֿון דײַנע יעהופּעצער שאַרלאַטאַנעס מיט זײערע קעפּסװײַבער ― איך װיל נישט האָרכן זײער טרײפֿענעם נאָמען אַפֿילו. לאָזן זײ דיר דאָרטן ברענען אױפֿן פֿײַער! הער בעסער, װאָס בײַ אונדז האָט זיך פֿאַרלאָפֿן פֿאַר אַ מעשׂה: לוי משה־מענדיס זונדעלע, „באָריש“ רופֿט מען אים, נאָכן זײדן רב בערישל עליו־האַשאָלעכץ, אַ טײַערער שײגעץ, ער מעג זײַן די כּפּרה פֿאַר אונדזער משה־הערשעלען אַלע מינוט, איז זיך מישבֿ יענע װאָך און קומט אַרײַן מיט צװײ שמשׂים צו ליבע משה־מרדכיס אין קלײט אַרײַן און רופֿט זיך אָן צו ליבעס טעכטערל פֿײגעלען („פֿאַניטשקע“ האָט זי זיך גאָר אַ נאָמען געגעבן!): „פֿאַניטשקע, נשמה מײַנע, װײַז נאָך אַהער אַ פֿינגער!“ גײט פֿאַניטשקע און װײַזט אַ פֿינגער. נעמט ער און טוט איר אָן אַ פֿינגערל און רופֿט זיך אָן צו די שמשׂים: „זײַט עדות, רבותים, אַז איך האָב זי מקדש געװען כּדת־משה־וישׂראל!“ איז געװאָרן אַ גװאַלד, אַ ליאַרעם, אַ געפּילדער. ליבע איז געפֿאַלן חלשות, די גאַנצע שטאָט איז זיך צונױפֿגעלאָפֿן אױף זײער בײז װוּנדער. עס האָבן זיך אַרײַנגעמישט מענטשן, מע איז געלאָפֿן צום רבֿ. זאָגט דער רבֿ, ער מוז איר געבן אַ גט! זאָגט אָבער פֿאַניטשקע, אַז זי װיל ניט קײן גט, זי איז אין אים פֿאַרקאָכט שױן פֿון לאַנג, אַ בײז פֿאַרליאַפּעניש בײַ זײ, אַן אָפּגערעדטע זאַך נאָך פֿון אַמאָל ― װאָס זאָגסטו אױף איר טאַטן? זאָל ניט זײַן מײַנע צרות אױף זײער קאָפּ?

קאַפּיטל 7.
מנחם־מענדל פֿון יעהופּעץ צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע.

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתּחי′ עכּב″ב.

ראשית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ברוך־השם בקװ־החײם־והשלום. השם־יתברך זאָל העלפֿן, מע זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿונעם אַנדערן נאָר גוטס מיט בשׂורות־טובֿות, ישועות־ונחמות ― אָמן.

והשנית זײַ װיסן, אַז דאָס געלט־געשעפֿט איז אַ קבצנישער עסק. הלװאה איז אַפֿילו נישקשה, נאָר װאָס דען? אַז גאָט העלפֿט מיט אײגן געלט, נישט מיט פֿרעמדס; מע לױפֿט און מע לױפֿט ― און ס'איז אַרױסגעװאָרפֿן! אַז אָך און װײ איז שױן דעם, װאָס באַדאַרף אָנקומען צו דער לאַסקע פֿון די היגע בעלי־הלװאות, די אַלע באַרדיטשעװער, די װיניצער און די שפּאָלער פּראָצענטניקעס, װאָס װאַקסן אָן רעגן, װי קראָפּעװע… און אַפֿילו די גרױסע שױן, כּלומרשט די באַנקירן, ― אײדער אָנקומען צו זײ, איז אױך גלײַכער שױן זיצן אין דער הײם און שנײַדן „קאָמפּאָנעסקופּאָנעס“… הכּלל, איך האָב אַ שפּײַ געטאָן אױף דעם געלט־געשעפֿט און האָב מיך גענומען צו הײַזער. װאָס עפּעס צו הײַזער? װײַל דאָ, אין יעהופּעץ, איז הײַנט געװאָרן אַ נײַע שפּעגעלאַציע ― הײַזער. דו קערסט אַװדאי מײנען, אַז אין יעהופּעץ קױפֿט מען אַ שטוב, אַזױ װי בײַ אײַך אין כּתרילעװקע? האָסטו אַ טעות. דאָ אין יעהופּעץ, אַז מע קױפֿט אַ שטוב, טראָגט מען זי באַלד אַװעק אין באַנק און מע נעמט אױף איר געלט; נאָכדעם פֿאַרזעצט מען זי און מע נעמט נאָך אַמאָל געלט; נאָכדעם פֿאַרדינגט מען די דירות און מע נעמט װידעראַמאָל געלט. הכּלל, מע קױפֿט אַ שטוב אָן אַ גראָשן געלט און מע װערט למזל אַ בעל־הבית. װעסטו דאָך פֿרעגן: װיבאַלד אַזױ, קאָן דאָך איטלעכער האָבן אַ שטוב? איז דער תּירוץ: װוּ נעמט מען אַן אַדערױף?… אַװדאי װען גאָט העלפֿט מיר, איך פֿיר אױס דאָס געשעפֿט, װאָס איך דרײ מיך אַצינד (איך האַלט איצט בײַ מאַכן אַ פּאָר הײַזלעך), קױף איך מיר דעמאָלט אַלײן אַ הײַזל (אױף דײַן נאָמען) פֿאַר אַ קערבל צװאַנציק טױזנט, און װעל נישט אַרײַנלײגן קײן דרײַ צעבראָכענע גראָשנס, װאָרעם אָט האָסטו דעם חשבון אױבן־אױף: פֿופֿצן טױזנט גיט מיר אַרױס די באַנק, זעקס טױזנט נעם איך אַרױס פֿון דער צװײטער זאַקלאַדנעзакладна: היפּאָטעק, בלײַבט מיר נישט איבער קײן טױזנט קערבלעך אין קעשענע? האָב איך שױן צושטײַער אױף הוצאָות אױך! הײַנט װוּ איז דירה־געלט און שאַר ירקות? פֿון װאַנען דען, מײנסטו, װאַקסט מען אױס אַ גבֿיר אין יעהופּעץ? און מחמת איך בין פֿאַרנומען און איך האָב קײן צײַט ניט, מאַך איך דאָס בקיצור. אם ירצה השם, אינעם אַנדערן בריװ װעל איך דיר אַרױסשרײַבן אַלצדינג באַריכות. לעת־עתּה לאָז גאָט געבן מיט געזונט און מיט הצלחה. גריס די קינדערלעך און איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנטלעך.

ממני בעלך מנחם־מענדל.

עיקר שכחתּי. װאָס דו שרײַבסט מיר די מעשׂה מיט לוי משה־מענדיס זונדל, װאָס ער האָט מקדש געװען ליבעס טאָכטער, איז דאָס בײַ מיר פֿון די קלײנע חידושים. דאָ אין יעהופּעץ איז מען זיך נוהג נאָר מיט פֿאַרליבעניש; חתן־כּלה מוזן פֿירן פֿריִער אַ פֿאַרליבעניש, אַנדערש איז דער שידוך קײן שידוך ניט. דאָ טרעפֿט זיך אָפֿטמאָל, אַז אַ מאַן װאַרפֿט אַװעק אַ װײַב און פֿאַרליבט זיך אין יענעמס װײַב, אָדער אַ װײַב װאַרפֿט אַװעק איר מאַן און פֿאַרליבט זיך אין יענערס מאַן, און דאָס װײַב פֿון יענעם מאַן פֿאַרליבט זיך אין יענערס װײַבס מאַנס װײַב, איך מײן, אין יענעמס װײַבס מאַן ― מע פֿאַרבײַט זיך מיט די יוצרות, שלי שלך ושלך שלי… ס'איז ניט כּתרילעװקע, ס'איז יעהופּעץ…

הנ″ל.
קאַפּיטל 8.
שײנע־שײנדל פֿון כּתרילעװקע צו איר מאַן מנחם־מענדל אין יעהופּעץ.

לכּבֿוד בעלי היקר הנגיד המפֿורסם החכם מופֿלג מוהר″ר מנחם־מענדל נ″י.

ערשטנס קום איך דיר צו מעלדן, אַז מיר זײַנען אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײַטער ניט ערגער.

צװײטנס שרײַב איך דיר, װוּ איז דאָס געהערט געװאָרן אױף דער װעלט, אַז אַ יונגערמאַן זאָל נעמען און אַװעקװאַרפֿן װײַב און קינדער, שװער און שװיגער, און אַװעקלאָזן זיך אין אַ פֿרעמדער שטאָט און פֿאַרנעמען זיך אַלע מאָל מיט אַן אַנדער געשעפֿט: אָט איז ער אַ צוקער־מאַכער, אָט איז ער אַ בעל־הלװאה. און אָט װערט ער גאָר אַ בעל־הבית פֿון אַן אײגענעם מױער אין יעהופּעץ אָן אַ גראָשן געלט!? ס'איז טאַקע כּדאַי, כ'לעבן! אײדער צו האָבן אַ שטוב און זײַן אױף איר שולדיק מער װיפֿל זי איז װערט, איז גלײַכער זי זאָל פֿריִער פֿאַרברענט און פֿאַרשׂרפֿעט װערן אינאײנעם מיט אַלע הײַזער אין יעהופּעץ. אַ גליק װעט מיך טרעפֿן, אַז ער װעט מאַכן אַ געשעפֿט און װעט פֿאַרדינען געלט, װעט ער מיר קױפֿן אַ הײַזל אױף מײַן נאָמען. װאָס טױג מיר הײַזלעך? דו שיק מיר בעסער געלט, װעל איך מיר שױן געפֿינען װאָס צו קױפֿן, װי זאָגט די מאַמע זאָל געזונט זײַן: „גיב מיר נאָר אַהער דאָס ברױט, אַ מעסער װעל איך מיר אַלײן געפֿינען“… עס איז נאָר אַן אָנשיקעניש, אַ גוט אױג אױף מיר ― און גענוג! דאַכט זיך, איך װײס, איך בין אױך אַזאַ ייִדישע טאָכטער, װי בלומע־זלאַטע, און אַזױ שײן אױך װי זי, אַזױ קלוג און ציקאַװע װי זי אַװדאי, ― פֿאַר װאָס זשע, גװאַלד, פֿאַר װאָס קומט דאָס מיר, אַז איך זאָל האָבן אַזאַ װיסט פֿינצטער מזל, און בלומע־זלאַטע זאָל װערן װאָס אַ טאָג גרעבער װי לענגער, אײַנגעדאַרט און אױסגעדעװערט זאָל זי װערן, ליבער גאָט! נאָר צוריק שמועסנדיק, װאָס האָב איך, אײגנטלעך, צו בלומע־זלאַטען? אױף מײַן ערד גײט זי נישט אַרום? לאָז זי זײַן געזונט און שטאַרק און זיך עלטערן מיט איר נחמיהן, און מיר לאָז גאָט העלפֿן אין מײַן שטײגער. װי זאָגט די מאַמע: „בעסער זיך געװוּנטשן, אײדער יענעם געשאָלטן“… נישמער, ס'איז מיר נאָר אַ װײטיק צו זען בײַ לײַטן, װי מע לעבט און װי מע טוט זיך אָן, און איך באַדאַרף זיצן אַן אַלמנה חיה און אַרױסקוקן אױף מײַן שײנעם ברױטגעבער, טאָמער װעט אים דאָרט טרעפֿן דאָס גליק: אַ גלח װעט פֿאַרלירן און ער װעט געפֿינען, װעט ער מיר מױערן אַ מױער אין יעהופּעץ! נישט דערהאַרן װעט דאָס נאָך יעהופּעץ, איך זאָל מיך צוליב דײַנע שײנע לײַט, װאָס בײַטן זיך מיט די װײַבער, מפֿקיר זײַן און אַװעקלאָזן זיך צו דיר אַהינצוצו, אַראָפּװאַרפֿן פֿון זיך דעם פּאַרוק און װערן בײַ דיר אַ קעפּסװײַב, ― דעם קאָפּ זאָלן זײ ברעכן, רבונו־של־עולם, אױפֿן גלײַכן װעג, װי עס װינטשט דיר פֿיל גוטס און אימער גליק

דײַן באמת געטרײַע פֿרױ שײנע־שײנדל.

„מע באַדאַרף ניט זײַן שײן, זאָגט די מאַמע, מע באַדאַרף ניט זײַן קלוג, מע באַדאַרף נאָר האָבן מזל“. נעם, אַ שטײגער, מײַן נחמה־ברײַנדלען און נעם רחל דער מומע דבֿורהס. די איז שײן, װי די זון אום תּמוז, און יענע איז זױער, װי עסיק. זיצט נחמה־ברײַנדל נעבעך אַ מײדל, און רחל האָט חתונה און נעמט אַ חתן, עפּעס אַ שלימזל פֿון יאַמפּעלע, און דװקא אַ פֿײַנעם, אַן ערלעכן, אַ שטילן, דאָס הײסט, נאַרישעװאַטע, נאָר פֿון אַ גרױסן ייִחוס. ער האָט, זאָגט מען, אַ שװעסטער אַ משומדת. דער חסרון, װאָס ער איז אַביסל נישט קײן געזונטער, האָט ער אָבער קײן מורא ניט פֿאַרן פּריזיװ. אַ פֿאַרגעניגן אָנצוקוקן אָט דאָס פּאָרל! זי מײנט, ס'איז נישטאָ קײן קליגערס, און ער מײנט, אַז ס'איז נישטאָ קײן שענערס, װי זאָגט די מאַמע: „נישט דאָס איז ליב װאָס ס'איז שײן, נאָר דאָס איז שײן װאָס ס'איז ליב“…

קאַפּיטל 9.
מנחם־מענדל פֿון יעהופּעץ צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע.

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתּחי′ עכּב″ב.

ראשית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ברוך־השם בקװ־החײם־והשלום. השם־יתברך זאָל העלפֿן, מע זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿונעם אַנדערן נאָר גוטס מיט בשׂורות־טובֿות, ישועות־ונחמות ― אָמן.

והשנית זײַ װיסן, אַז דאָס געשעפֿט פֿון הײַזער איז בלאָטע. איך האָב מיך באַצײַטנס אַ נעם געטאָן צו אַנדערע מיסחרים, צו „אימעניעס“ (גיטער). אימעניעס ― דאָס איז גאָר אַן אַנדער מין מיסחר! ראשית, באַדאַרף מען דערצו נישט רײַסן קײן שטיװל; מע שרײַבט אַרײַן אַ בריװל, מע שיקט אַװעק אַן „אָפּיסопись: אינהאַלט־רשימה“, יענער פֿאָרט זיך דורך, קוקט אָן די ערד ― און עס װערט מיט גאָטס הילף אַ געשעפֿט. און והשנית האַנדלט מען ניט מיט קײן זלידנעס, מיט קײן קבצנים; מע האָט צו טאָן מיט פּריצים, פּאָמעשטשיקעס, פֿירשטן, גראַפֿן. װעסטו דאָך מיך פֿרעגן: װי קום איך צו גראַפֿן? איז דרינען אַ גאַנצע מעשׂה! אַזױ װי דו װײסט דאָך, אַז איך טאָר ניט זײַן הי… און עס טרעפֿט זיך, אַז פּאָליציע קומט אַמאָל בײַנאַכט אױף דער אַכסניא בודק־חמץ זײַן, גיט אונדז די באַלעבאַטישע פֿריִער אַ ידיעה, בכדי מיר זאָלן זיך באַצײַטנס צעגײן, װי זאַלץ אין װאַסער, דער קײן בױבעריק, דער אױף דער דעמעיעװקע, און דער אױף דער סלאָבאָדקע… נאָר אַמאָל טרעפֿט זיך, אַז די בעל־הביתטע אַלײן װײס אױך ניט, װען עס װעט זײַן די בהלה, איז דעמאָלט זײער ניט גוט! יענע װאָך ליגן מיר אַזױ אַלע אורחים און שלאָפֿן, דערװײַל האָרכן מיר, מע קלאַפּט. שפּרינגט אַראָפּ די בעל־הביתטע אין אײן ציטערניש און רופֿט זיך אָן צו אונדז: „יהודים־בלא, קריכט אין שטרױ!“ ― איז געװאָרן אַ שפּרינגערײַ מיט אַ באַהאַלטערײַ: װער אין קעלער, און איך ― אױף מײַן אַלט אָרט, אױפֿן בױדעם, און באַלד נאָך מיר נאָך אײנער, אַ ייִדל פֿון קאַמענעץ. ליגנדיק אַזױ אין געהאַקטע װוּנדן אױפֿן בױדעם, הער איך, װי דאָס ייִדל נעבעך קרעכצט. ― װאָס קרעכצט איר? ― פֿרעג איך אים שטילערהײט. „אַז אָך און װײ איז צו מיר, זאָגט ער, מײַנע פּאַפּירן האָב איך געלאָזט צוקאָפּנס! איך האָב מורא פֿאַר מײַנע פּאַפּירן!“ .― װאָס פֿאַראַ פּאַפּירן? ― מאַך איך צו אים. „אױ, מאַכט ער, זײער נײטיקע פּאַפּירן! טרעפֿן אָן בלי־גוזמא אפֿשר אַ האַלבן מיליאָן!“ איך האָב דערהערט אַ האַלבן מיליאָן, האָב איך מיך שטילערהײט צוגערוקט צו מײַן ייִדל און פֿרעג אים: װי קומט צו אײַך אַזױ פֿיל פּאַפּירן און װאָס איז דאָס פֿאַר אַ מין פּאַפּירן? „ס'איז אימעניעס, מאַכט ער צו מיר, איך האָב אימעניעס אין װאָלינער גובערניע, גרױסע אימעניעס, מיט די בעסטע רעמאַנענטןרעמאָנטן, פֿערד און אָקסן און שאָף אָן אַ שיעור, מיט װאַסערמילן, מיט גוראַלניעס, מיט הױפֿן שאַרפֿע, אױסגעצײכנטע גערטנער, מיט אַלדאָס גוטס!“ דערהערט אַזעלכע דיבורים, רוק איך מיך צו מײַן ייִדל נאָך נענטער: װי קומט צו אײַך אַזױ פֿיל אימעניעס מיט אַזאַ גוטס? „די אימעניעס, מאַכט ער צו מיר, זײַנען נישט אױף מײַן מיסט געװאַקסן געװאָרן; די אימעניעס זײַנען פּריצישע אימעניעס, נאָר איך האָב זײ אױף דער האַנט, דאָס הײסט, איך בין פֿון זײ דער פֿאַרקױפֿער, דערױף טאַקע בין איך געקומען אַהער צו פֿאָרן, געבראַכט מיט זיך אַלע פּאַפּירן, די אָפּיסן פֿון זײ. װי מײנט איר, איך װעל חלילה ניט האָבן קײן שאָדן?“ ― חס־ושלום, זאָג איך, װער דאַרף דאָס פֿרעמדס? דער אײבערשטער זאָל העלפֿן, מע זאָל חלילה ניט פֿאַרקריכן, זאָג איך, אַהער צו אונדז אױפֿן בױדעם. און דערװײַל טו איך אים אַ טאַפּ פֿון יענער זײַט: ― נו, האָט איר עפּעס געמאַכט הי מיט אײַערע אימעניעס? „נײן, מאַכט ער, לעת־עתּה נאָך גאָרניט. איך האָב מורא פֿאַר די היגע מעקלערס. זײ זײַנען, זאָגט מען, גרױסע ליגנערס, האָבן ניט אין זיך קײן װאָר װאָרט! אפֿשר װײסט איר אַ מעקלער פֿון אימעניעס, נאָר אַ רעכטער מעקלער זאָל זײַן, דער עיקר אַן ערלעכער, ניט קײן ליגנער?“ ― אָך, זאָג איך, מיטן גרעסטן כּבֿוד! איך אַלײן, זאָג איך, בין אַ מעקלער פֿון אימעניעס, דאָס הײסט, זאָג איך, קײן אימעניעס האָב איך נאָך אױף מײַן לעבן ניט אױסגעמעקלט, נאָר גאָרניט, זאָג איך, הלװאַי זאָל גאָט צושיקן אַ קונה, איז קײן מלאָכה ניט צו מאַכן אַן אימעניע אױך. „איך זע, מאַכט ער צו מיר, אַז איך האָב צו טאָן מיט אַן אמתן מענטשן און מיט אַן ערלעכן מאַן, גיט זשע מיר די האַנט תּקיעת־כּף, אַז צװישן אונדז װעט דאָס בלײַבן, װעל איך אײַך איבערגעבן אַלצדינג, װוּ די אימעניעס מײַנע ליגן, און װאָס בײַ מיר געפֿינט זיך“. הקיצור, מיר האָבן מיט גאָטס הילף געמאַכט אַ געשעפֿט, דאָס הײסט, מיר האָבן געשלאָסן שותּפֿות אױף אַלע געשעפֿטן: ער לײגט אַרײַן אין שותּפֿות אַלע זײַנע אימעניעס, און איך לײג אַרײַן מײַנע קונים. נאָר מחמת איך בין פֿאַרנומען און האָב קײן צײַט ניט, מאַך איך דאָס בקיצור. אם־ירצה־השם, אינעם אַנדערן בריװ װעל איך דיר אַרױסשרײַבן אַלצדינג באַריכות. לעת־עתּה לאָז גאָט געבן מיט געזונט און מיט הצלחה. גריס די קינדער זאָלן לעבן און איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנטלעך.

ממני בעלך מנחם־מענדל.

עיקר שכחתּי. די בהלה, װאָס ס'איז געװען אױף דער אַכסניא, איז געװען אַן אומזיסטע בהלה. דאָס האָט אײנער עפּעס אַ שכן על־פּי טעות געקלאַפּט צו אונדז אין פֿענצטער, און מיר זײַנען זיך אומזיסט צעלאָפֿן. נאָר דאָ זעט מען אַרױס, װיִאַזױ דער אײבערשטער פֿירט, אַזױ איז גוט. למשל, װען דער שכן זאָל ניט געװען קלאַפּן אין פֿענצטער, װאָלט ניט געװען קײן בהלה, און איך װאָלט ניט געװען אױפֿן בױדעם, און װאָלט מיך ניט באַקענט מיט דעם קאַמעניצער ייִד, און װאָלט ניט געװוּסט פֿון קײן אימעניעס און פֿון קײן גראַפֿן. עס פֿעלט איצט נאָר אײן שטיקעלע הצלחה!

הנ″ל.
קאַפּיטל 10.
שײנע־שײנדל פֿון כּתרילעװקע צו איר מאַן מנחם־מענדל אין יעהופּעץ.

לכּבֿוד בעלי היקר הנגיד המפֿורסם החכם מופֿלג מוהר″ר מנחם־מענדל נ″י.

ערשטנס קום איך דיר צו מעלדן, אַז מיר זײַנען אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײַטער ניט ערגער.

צװײטנס שרײַב איך דיר, אַז איך האָב באַקומען אַ הוסט, אױף דײַנע יעהופּעצער „מאַדאַמען“ געזאָגט געװאָרן. איך טרינק שױן ציגן־מילך, איך בין שױן געװען בײַם דאָקטער אױך. אין די פּאָר יאָר האָבן די דאָקטױרים בײַ מיר אױסגעצאַפּט געלט זײ מעגן דאָס אױסקרענקען מיט דער אַפּטײק אינאײנעם! אַ שטיקל גליק, װאָס עס האָט זיך געעפֿנט בײַ אונדז נאָך אַן אַפּטײק, און מען קאָן זיך דינגען! מזל־טובֿ דיר מיט דײַן נײַעם מיסחר, מיט די אימעניעס און מיט די גראַפֿן! בראָש װאַרפֿט ער זיך מיט געשעפֿטן, אַלע טאָג אַ נײַס. גענוג װאָס ער איז אַזאַ בריה און אַזאַ גרױסער מוצלח, פּערעבענדעװעט ער נאָך און זוכט חסרונות, װי זאָגט די מאַמע: „אַז דאָס מײדל קאָן ניט טאַנצן, זאָגט זי ― די כּלי־זמר קאָנען ניט שפּילן“… איך האָב מורא, מענדל, דו װעסט אַזױ לאַנג פּרוּװן מיט געשעפֿטן, ביז דו װעסט אָנהײבן אַרומטראָגן שװעבעלעך צו פֿאַרקױפֿן, אַזױ װי געצל דער מומע סאָסיס, װאָס האָט זיך אַװעקגעלאָזט קײן אַמעריקע, געמײנט אַז דאָרט כאַפּט מען דעם קאָטער, צום סוף שרײַבט ער הײַנט אַזעלכע בריװלעך, אַז אַפֿילו אַ שטײן קאָן דאָס רירן. ער שרײַבט, אַז דאָרט, אין אַמעריקע, מוז יעדער אײנציקער אַרבעטן מיט דער נשמה, אלא ניט ― מעג ער געשװאָלן װערן פֿאַר הונגער, װעט אים קײנער ניט געבן קײן שטיקל ברױט. אַ שײן לאַנד, ברענען זאָל דאָס מיט דײַן יעהופּעץ אױף אײן פֿײַער! אַ מיצװה אױף אײַך אַ גרױסע, װי זאָגט די מאַמע: „אַז מע האָט ברױט, זאָל זיך ניט גלוסטן קײן צוקער־לעקעך“… הלװאַי זאָל גאָט אַ נעם טאָן, איך זאָל כאָטש ניט הערן פֿון דיר אין גיכן װאָס מע הערט פֿון געצל דער מומע סאָסיס, און נאָך מיט מער פֿרישקײט, װי עס װינטשט דיר פֿיל גוטס און אימער גליק דײַן באמת געטרײַע פֿרױ שײנע־שײנדל.

„הימל און ערד, זאָגט די מאַמע, האָבן געשװאָרן, אַז קײן פֿאַרפֿאַלענע זאַך זאָל ניט מער זײַן אױף דער װעלט“! ס'איז אַראָפּגעקומען צו אונדז אַ טשינאָװניק פֿון דער גובערניע און זוכט און נישטערט, ער װיל זיך דערגרונטעװען, װוּ איז אַהינגעקומען דאָס געלט, װאָס משה־מרדכי האָט אָפּגעזאָגט אױף עולמות? שקצים האָבן געמסרט, אַז דאָס געלט איז געבליבן בײַם גבֿיר, און דער גבֿיר װײַזט אַ חשבון, אַז ס'איז אַװעק! װוּהין איז דאָס אַװעק? מיטן װינט און מיטן רױך… הלװאַי ער זאָל כאָטש האָבן אױף זיך ריסטאַנסקי ראָטעарестантская рота: שװער אַרבעט־שטראָף, ליבער גאָט!…

קאַפּיטל 11.
מנחם־מענדל פֿון יעהופּעץ צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע.

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתּחי′ עכּב″ב.

ראשית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ברוך־השם בקװ־החײם־והשלום. השם־יתברך זאָל העלפֿן, מע זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿונעם אַנדערן נאָר גוטס מיט בשׂורות־טובֿות, ישועות־ונחמות ― אָמן.

והשנית זײַ װיסן, אַז איך האָב אימעניעס אױף אַריבער אַ מיליאָן. איך האָב אַזעלכע אימעניעס, װאָס זײַנען אַ חריפֿות, מע זעט דאָס גאָרניט! װעסטו דאָך מיך פֿרעגן: װי קומט צו מיר אַזאַ גוטס? װעסטו הערן: אַז איך בין אַרױסגעקומען אױף דער בערזע מיט מײַן שותּף פֿון קאַמענעץ און האָב אױסגעפּױקט, אַז איך האָב צו פֿאַרקױפֿן אימעניעס, האָבן זיך אַ שאָט געטאָן מעקלערס, װאָס האָבן אױך אימעניעס צו פֿאַרקױפֿן, און מיר האָבן געמאַכט אַ געשעפֿט, הײַנו: מיר האָבן געביטן אימעניעס אױף אימעניעס, דאָס הײסט, מיר האָבן זײ געגעבן „אָפּיסן“ פֿון אונדזערע אימעניעס, און זײ האָבן אונדז געגעבן „אָפּיסן“ פֿון זײערע אימעניעס. איז דאָך ממה־נפֿשך: װעלן מיר מאַכן זײערע אימעניעס, װעלן מיר דאָך אַװדאי פֿאַרדינען געלט; װעלן זײ מאַכן אונדזערע אימעניעס, װעלן מיר װידער פֿאַרדינען געלט, ― סײַ װי סײַ דערלײגן װעלן מיר שױן ניט! הכּלל, איך האָב מיך אַרײַנגעכאַפּט אין דער חבֿרה מעקלערס און בין געװאָרן מיט גאָטס הילף אַ מעקלער צװישן די גרױסע און איך זיץ שױן אינעװײניק בײַ „סעמעדעניןД.А.Семадені: רעסטאָראַן אין קיִעװ“, װי אַלע, אַרום די װײַסע מירמלשטײנערנע טישלעך, װי אין אַדעס, און איך טרינק קאַװע מיט פּוטערגעבעקס, אַזױ װי דאָ איז דער מינהג, אלא ניט, גײט צו אַ מענטש און טרײַבט אַרױס. דאָ בײַ „סעמעדענין“ איז די רעכטע בערזע. עס קומען זיך צונױף אַהער די גאַנצע װעלט מיט מעקלערס. עס איז דאָ שטענדיק אַ געשרײ, אַ טומל, אַ הו־האַ, װי להבֿדיל אין שול: אַלע רעדן, לאַכן, מאַכן מיט די הענט.

אַמאָל קריגט מען זיך, מע אַמפּערט זיך און נאָכדעם לאָדט מען זיך, מחמת בײַם טײלן זיך מיטן „קאַרטאַזש“ איז תּמיד פֿאַראַן טענות מיט פּרעטענזיעס, מיט פֿאַרלאָזענישן מיט קללות, מיט פֿײַגן, מיט פּעטש, און איך בין אױך בתוכם. און מחמת איך בין פֿאַרנומען און האָב קײן צײַט ניט, מאַך איך דאָס בקיצור. אם־ירצה־השם, אינעם אַנדערן בריװ װעל איך דיר אַרױסשרײַבן אַלצדינג באַריכות. לעת־עתּה לאָז גאָט געבן מיט געזונט און מיט הצלחה. גריס די קינדער זאָלן געזונט זײַן, און שװער און שװיגער, איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנטלעך.

ממני בעלך מנחם־מענדל.

עיקר שכחתּי. אײן אימעניע האָב איך אין װאָלינער גובערניע מיט אַ פּאַלאַץ. איז דאָרטן פֿאַראַן זעקס און זעכציק חדרים, װאָס די װענט מיט דער סטעליע מיט די בריקן זײַנען בסך־הכּל דורכױס פֿון שפּיגל־גלאָז, מיט אַ גאָרטן, װאָס װערט אָנגערופֿן „האַנדזשירײַоранжерея: Orangerie“, און װאָס זומער און װינטער װאַקסן דאָרטן לימענעס מיט פּאָמעראַנצן, הײַנט די פֿערד מיט די קאַרעטעס, װאָס דאָרט געפֿינט זיך, נעמט אָפּ אַן אױג, ― און דאָס אַלצדינג פֿאַרקױפֿט זיך בחצי־חינם! װען גאָט ברוך־הוא שיקט מיר צו דעם רעכטן קונה, װער װאָלט צו מיר דעמאָלט געװען גלײַך? ס'איז נאָר אַ שטיקל חסרון, װאָס די מעקלערס פֿון אימעניעס זײַנען, צום מײנסטן, געכאַפּט אױף דער צונג, דאָס הײסט, זײ האָבן ליב אַמאָל מגזם זײַן דעם עסק. נאָר װאָס זאָל מען טאָן? פֿון פּרנסה װעגן מוז מען אַ מאָל זאָגן אַ ליגן אױך!…

הנ″ל.

קאַפּיטל 12.

שײנע־שײנדל פֿון כּתרילעװקע צו איר מאַן מנחם־מענדל אין יעהופּעץ.

לכּבֿוד בעלי היקר הנגיד המפֿורסם החכם מופֿלג מוהר″ר מנחם־מענדל נ″י.

ערשטנס קום איך דיר צו מעלדן, אַז מיר זײַנען אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײַטער ניט ערגער.

צװײטנס שרײַב איך דיר, אַז איך שפּײַ שױן מיט בלוט פֿון דײַנע שײנע בריװעלעך! ס'איז מיר אַ חרפּה און אַ בושה צו װײַזן אַפֿילו עמעצן װאָס רו שרײַבסט מיר, װי זאָגט די מאַמע זאָל לעבן: „דער גרעסטער װײטיק איז דער, װאָס מע קאָן אים נישט אַרױסרעדן“… װאָס איז דאָס פֿאַר אַן עובֿדא פֿרעג איך דיך, זיצן גאַנצע טעג בײַ סימע־דינהן (װער איז זי אָט די סימע דינה, צו אַלדי שװאַרצע יאָר? בײַ אונדז איז געװען אַמאָל סימע־דינה די רופֿאטע, איז זי שױן לאַנג אױף דער אמתער װעלט!) און טרינקען קאַװע מיט פּוטער־געבעקסלעך אין מיטן מיטװאָך שבת־צו־נאַכטס? אַ גדולה אױף אים, ער האָט „זשעמעניעס“ אױף צו פֿאַרקױפֿן מיט זעקס און זעכציק חדרים, זעקס און זעכציק מכּות זאָל זיך זעצן מײַנע שׂונאים אױף דער צונג! װאָרעם װאָס גײט אים אָן, אַ שטײגער, דאָרטן אין יעהופּעץ, װאָס איך האָב דאָ צו טאָן טאָג װי נאַכט מיט זײַנע קינדער? אָט האָט זיך ערשט נעכטן לאהניו, מיר זאָל זײַן פֿאַר איר, צעשלאָגן מיט משה־הערשעלען, לעבן זאָל ער, האָט זי אים דערלאַנגט מיט אַ גאָפּל אין פּנים אַרײַן, אַ גליק װאָס ניט אין אױג! נאָר װאָס העלפֿט מיר דאָס רעדן מײַנס, אַז ס'איז אין אײן אױער אַרײַן, פֿונעם אַנדערן אַרױס? אַזאַ רציחה! איך שרײַב און שרײַב, איך װער צעזעצט שרײַבנדיק, און ער זיצט זיך אין געהאַקטע װוּנדן אין יעהופּעץ און טרינקט קאַװע און קוקט װי מעקלערס פּאַטשן זיך אױף דער בערזע! הלװאַי זאָל טאַקע עמעצן גאָט געבן אַ זינען, ער זאָל זיך מיט דיר אָפּרעכענען, װי דו ביסט װערט, װאָלסטו אפֿשר קליגער געװאָרן, װי עס װינטשט דיר פֿיל גוטס און אימער גליק

דײַן באמת געטרײַע פֿרױ שײנע־שײנדל.

מעגסט זיך איבערנעמען, מענדל, מיט דײַנע „סטעקראַטן“, אַזאַ יאָר אױף זײ! זאָלסט הערן, װאָס סע טוט זיך בײַ אונדז אין שטאָט מיט אונדזערע צװײ דאָקטױרימלעך, דאָקטער קובעבע און דאָקטער לאַקריץ. זײ רײַסן זיך װי די קעץ. דער דאָקטער קובעבע האָט זיך מישבֿ געװען און האָט אײַנגעגעבן אױפֿן דאָקטער לאַקריץ, אַז דער דאָקטער לאַקריץ האָט געסמט אַ קינד… איז געגאַנגען דער דאָקטער לאַקריץ און האָט אײַנגעגעבן אױפֿן דאָקטער קובעבע אַז דער דאָקטער קובעבע האָט אינאײנעם מיט פֿײַװל דעם אַגענט פֿאַרסטראַכירט אַ טױטן אין דער חבֿרה „יאַקער“… איז געגאַנגען דער דאָקטער קובעבע און האָט אײַנגעגעבן אױפֿן דאָקטער לאַקריץ, אַז דער דאָקטער לאַקריץ ― ― ― נאָר לאָזן זײ דיר זײַן בײדע די כּפּרה פֿאַר מיר און פֿאַר מײַן משפּחה און פֿאַר אַלע מײַנע ליבע און פֿאַר כּל־ישׂראל!

קאַפּיטל 13.
מנחם־מענדל פֿון װעג צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע.

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתּחי′ עכּב″ב.

ראשית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ברוך־השם בקװ־החײם־והשלום. השם־יתברך זאָל העלפֿן, מע זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿונעם אַנדערן נאָר גוטס מיט בשׂורות־טובֿות, ישועות־ונחמות ― אָמן.

והשנית זײַ װיסן, אַז איך האַנדל שױן אַצינד נאָר מיט װאַלד, װאָרעם אַן אימעניע אַלײן אָן אַ װאַלד איז װי אַ שטוב אָן אַ קױמען. דער גאַנצער אַנטיק פֿון יעדער אימעניע איז דער װאַלד. פֿון װעלדער זײַנען ייִדן גליקלעך געװאָרן, געמאַכט מיליאָנען! װעסטו דאָך מיך געװיס פֿרעגן: װי קום איך צו װאַלד? הער װי גאָט פֿירט: אַז איך בין דאָ געװאָרן אַ מעקלער פֿון אימעניעס און האָב מיך אָנגעהױבן רײַבן אַרום מעקלערס, האָב איך אָנגעטראָפֿן גראַדע צו אײנעם פֿון די גרױסע מעקלערס. פֿרעגט ער מיך: „װאָס האָט איר פֿאַראַ סחורה, אַנו װײַזט?“ גײ איך און נעם אַרױס מײַן פּעקל מיט „אָפּיסן“ פֿון אימעניעס אױף אַ מיליאָן מיט זיבן־הונדערט טױזנט. רופֿט ער זיך אָן צו מיר: „האָט קײן פֿאַראיבל ניט, װאָס איך װעל אײַך זאָגן, אַלע אײַערע אימעניעס זײַנען ניט װערט קײן דרײַ שמעק טאַביקע“. פֿרעג איך אים מסתּמא ― פֿאַר װאָס? מאַכט ער צו מיר: „דערפֿאַר, װײַל בײַ אײַך זײַנען אַלע אימעניעס נאַקעטע אימעניעס, ערד און הימל, און װידער אַ מאָל ערד און הימל, און אָבער אַ מאָל ערד און הימל! װוּ איז עפּעס װאַלד? װאָס טױג מיר אַן אימעניע, אַז זי האָט ניט קײן װאַלד? װאָס שװײַגט איר? װאַלד גיט מיר אַהער, װאַלד!!“ בקיצור, איך האָב געמאַכט אַ שװײַג, װאָרעם ס'איז מיר געװען אַ חרפּה אַ בושה פֿאַר זיך אַלײן, װאָס איך טראָג מיך אַרום מיט אַזאַ מין סחורה, װאָס איז גאָר קײן סחורה ניט! ― אַז ס'איז יאָ אַזױ, רוף איך מיך אָן צו אים, גיט זשע מיר עפּעס אַ רעכטע אימעניע מיט אַ װאַלד, איך האָב קונים. „אָך, מאַכט ער צו מיר, מיטן גרעסטן כּבֿוד! איך האָב, זאָגט ער, פֿון אײַערט װעגן אַ װאַלד ― קײן בן־אָדם, זאָגט ער, איז דאָרט נאָך נישט געװעזן; ס'איז דאָרטן, זאָגט ער, פֿאַראַן בײמער מששת־ימי־בראשית, פֿון זינט די װעלט שטײט, דעמבעס הױכע ביז דער כמאַרע, אַרזי־לבֿנון, פֿון אײן זײַט אַ באַן, פֿון דער אַנדערער זײַט אַ טײַך. נאָר װי אַזױ מײנט איר, זאָגט ער, אַ טײַך? אָט איז דער װאַלד און אָט אין דער טײַך. אַ האַק אַ בױם, אַ פּליוך אין װאַסער! ″ ― ― ― דערהערט אַזעלכע דיבורים, בין איך באַלד אַװעק נאָכשמעקן אַ קונה אױף דעם דאָזיקן װאַלד, און גאָט האָט מיר געהאָלפֿן, איך האָב געפּאַקט אַ קונה. אָנגעשמעקט האָב איך אים, געװײנלעך, דורך אַ מעקלער, און דער מעקלער ― דורך נאָך אַ מעקלער; נאָר עס מאַכט נישט אױס, לאָז גאָט געבן, דאָס געשעפֿט זאָל זײַן אַ געשעפֿט, װעט זײַן גענוג פֿאַר אַלעמען. אַז איך בין געקומען צום קונה און האָב אים פֿאָרגעלײגט, אַז איך האָב אַזאַ און אַזאַ װאַלד מששת ימי בראשית, פֿון אײן זײַט אַ באַן, פֿון דער אַנדערער זײַט אַ טײַך, אַ האַק אַ בױם, אַ פּליוך אין װאַסער, ― איז אים דאָס געשעפֿט באַלד געפֿעלן געװאָרן; האָט ער מיך באַלד אַ נעם געטאָן אױפֿן צימבל און האָט מיך אָנגעהױבן צו פֿאַרהערן אין הלכות װאַלד: װי אַזױ הײסט דער װאַלד, און װוּ שטײט ער, און װאָסערע בײמער װאַקסן דאָרט, װיפֿל אַרשין זײַנען זײ פֿון דער ערך, װיפֿל האַלטן זײ די הײך און װיפֿל די ברײט, פֿון װאַנען הײבן זיך אָן די צװײַגן, װאָס פֿאַר אַ קאָרע איז אױף זײ, און װי אַזױ גײען די סלױעס אינעװײניק, און װי אַזױ פֿאָרט מען אַהין, און װי אַזױ איז דער װעג, און צי ס'איז דאָרטן װינטער שנײען?… הכּלל, ער האָט מיך באַשאָטן מיט רײד און מיך נישט געלאָזט אױסרעדן אַ װאָרט. ערשט אױפֿן סוף רופֿט ער זיך אָן צו מיר: „װאָס טױג אונדז פּוסטע דיבורים? איר ברענגט מיר בעסער אַן אָפּיס פֿונעם װאַלד, װעלן מיר נאָכדעם רעדן“. ― צו װאָס טױג אײַך, זאָג איך, אָפּיסן? אַמער, אָט טו איך אַ שפּרונג אױף אײן פֿוס און ברענג אײַך אַהער צו פֿירן דעם מוכר אַלײן, דעם בעל־הבית פֿונעם װאַלד, איז דאָך בעסער פֿון טױזנט אָפּיסן! הכּלל, איך לױף אַװעק צו מײַן מוכר און כאַפּ אים און ברענג אים אַרײַן גלײַך צום קונה אין נומער אַרײַן. מײַן קונה מיטן מוכר האָבן זיך דערזען, איז אױף זײ אָנגעפֿאַלן אַ געלעכטער, איך האָב געמײנט, זײ װעלן בײדע דעם שלאַק באַקומען. „אָט דאָס איז אײַער בעל־הבית אױפֿן װאַלד?“ מאַכט צו מיר דער קונה. „אָט דאָס איז אײַער קונה אױפֿן װאַלד?“ מאַכט צו מיר דער מוכר. אין דעם עפֿנט זיך די טיר און עס קומען אַרײַן נאָך צװײ ייִדן, בײדע פֿון שׂדה־לבֿן, און מע מאַכט נישט קײן לאַנגע דיבורים, מע באַלײגט דאָס טישל, מע נעמט אַרױס די קאָרטן און מע זעצט זיך אַװעק אַלע פֿיר מאַכן אַן „אָקע“, און דאָס געשעפֿט האָט מען געלאָזט אױף אם־ירצה־השם מאָרגן, און מחמת איך בין פֿאַרנומען און האָב קײן צײַט ניט, מאַך איך דאָס בקיצור. אם־ירצה־השם, אינעם אַנדערן בריװ װעל איך דיר אַרױסשרײַבן אַלצדינג באַריכות. לעת־עתּה זאָל גאָט געבן מיט געזונט און מיט הצלחה. גריס שװער און שװיגער, און די קינדער זאָלן לעבן, און איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנטלעך.

ממני בעלך מנחם־מענדל.
קאַפּיטל 14.
שײנע־שײנדל פֿון כּתרילעװקע צו איר מאַן מנחם־מענדל אין יעהופּעץ.

לכּבֿוד בעלי היקר הנגיד המפֿורסם החכם מופֿלג מוהר″ר מנחם־מענדל נ″י.

ערשטנס קום איך דיר צו מעלדן, אַז מיר זײַנען אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײַטער ניט ערגער.

צװײטנס שרײַב איך דיר, אַז מײַן לעבן איז קײן לעבן ניט, װי זאָגט די מאַמע: „אײדער אַזױ צו פֿאָרן, איז שױן גלײַכער גײן צו פֿוס“… איך קאָן מיך פֿאָרשטעלן, אַז אָך און אַז װײ, װער דײַנע סוחרים זײַנען, אַז מע קומט זיך צונױף רעדן פֿון אַ װאַלד, װאָס טרעפֿט אָן „מילי־מיליאַסן“, װאַרפֿט מען אַװעק האַק און פּאַק און מע זעצט זיך אַנידער אױף אַ גאַנצער נאַכט שפּילן אין „אָקע“, עס זאָל אײַך אַזױ אָקען אין קאָפּ, װי עס אָקעט מיר אין האַרצן, בשעת דער װיסטער פֿינצטערער הוסט קומט מיר אָן! װײ איז מיר, װינד איז מיר, צו װאָס איך האָב מיך דערלעבט, אַז מײַן מאַן, װאָס האָט קײנמאָל ניט געװוּסט קײן צורה פֿון קײן קאָרט, זאָל ער אַצינד רעדן פֿון קאָרטן! עס גײט דיר מער ניט אָפּ, מענדל, צו דײַנע זײַדענע קלײדער, אַז דו אַלײן זאָלסט נאָך װערן אַ קאַרטיאָזשניק אױף דער עלטער! נאַ דיר גאָר װעלדער! װי קומסטו צו װעלדער? האָסט דען געזען אַמאָל, װי אַ בױם װאַקסט? װי זאָגט די מאַמע זאָל לעבן: „װי קומט אַ רבֿ האַנדלען מיט חזירים?“… איך האָב מורא, אַז פֿון דײַנע װעלדער זאָל זיך ניט אױסלאָזן אַ בױדעם, גלײַך װי פֿון אַלע דײַנע גילדענע געשעפֿטן, װי עס װינטשט דיר פֿיל גוטס און אימער גליק

דײַן באמת געטרײַע פֿרױ שײנע־שײנדל.

די גאַנצע װעלט טראָגט דיך אױפֿן קאָפּ! יענע װאָך איז זיך מישבֿ דײַן קרובֿה קרײנדל, די כּפּרה זאָל זי דיר זײַן פֿאַר מיר, און באַגעגנט זיך מיט דער מאַמען מײַנער אין מאַרק בײַ די פֿיש און הײבט אָן מיך צו באַװײנען און באַקלאָגן, אַ מכּה איר אַ גרױסע! פֿאַר װאָס, זאָגט זי, נעם איך ניט קײן גט בײַ דיר, און אַן עק לאָז דאָס האָבן? מאָל דיר, זי האָט זיך פֿון דער מאַמע ניט גענאַרט. די מאַמע האָט זיך חלילה מיט איר ניט געקריגט, ניט געזידלט, נאָר גלאַט אַזױ דערלאַנגט מיט װערטער, װי זי קאָן: „דאָרטן, װוּ צװײ זײַנען אױף אײן קישן, טאָר זיך דער דריטער ניט מישן, און אײדער אַ נײַער שאַרבן, איז גלײַכער אַן אַלטער טאָפּ… גוט פֿרײַנט זײַנען װי קראָפּעװע, װאַקסן אָן רעגן… פֿאַר װאָס קוקסטו בעסער ניט אױף אַ נענטערן?… איטלעכער דערהערט, װי יענער האָט געגעסן קנאָבל… אַן אָקס האָט אַ לאַנגע צונג און קאָן קײן שופֿר ניט בלאָזן“… וכדומה אַזעלכע װערטלעך האָט איר די מאַמע דערצײלט אַזױ לאַנג, ביז קרײנדל איז אַװעק, עס האָט איר אָפּגענומען דאָס לשון.

קאַפּיטל 15.
מנחם־מענדל פֿון יעהופּעץ צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע.

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתּחי′ עכּב″ב.

ראשית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ברוך־השם בקװ־החײם־והשלום. השם־יתברך זאָל העלפֿן, מע זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿונעם אַנדערן נאָר גוטס מיט בשׂורות־טובֿות, ישועות־ונחמות ― אָמן.

והשנית זײַ װיסן, אַז פֿונעם װאַלד האָט זיך אױסגעלאָזט אַ סטעפּ; ס'איז לא דובים ולא יער, ניט קײן װאַלד, ניט קײן בײמער, ניט קײן טײַך, אַ נעכטיקער טאָג! אומזיסט געדולט אַ קאָפּ אי יענעם אי זיך; אומזיסט געבראָכן פֿיס, געריסן שטיװל. איך האָב אַרױסגעזען, זוגתי היקרה, אַז װעלדער איז ניט פֿאַר מיר, און מיט אַזעלכע ליגנערס האַנדלען איז ניט פֿאַר מײַן קאָפּ. זײ קאָנען דיר אױסטראַכטן אױפֿן הימל אַ יריד, און מע קאָן דורך זײ אין דער שאול תּחתּיה אַרײַן! װאָס זשע האָב איך געטאָן? האָב איך מיך באַצײַטנס אַ נעם געטאָן צו אַן אַנדער געשעפֿט, צו זאַװאָדלעך (דאָס הײסט, פֿאַבריקן, װאָס מע מאַכט צוקער). דאָס איז הײַנט דאָס בעסטע פֿון אַלע געשעפֿטן; ייִדן קױפֿן זאַװאָדן, און די מעקלערס פֿאַרדינען געלט, זײַנען מאַסף־ממון! פֿאַראַן דאָ אַ מעקלער פֿון שׂדה־לבֿן, ער האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט צו די ראַדאָמישלער און מאַכט זײ אַלע װאָך אַ צװײ ־ דרײַ זאַװאָדלעך, כאַפּט אַ צען־פֿופֿצן טױזנט און פֿאָרט אַװעק אױף שבת אַהײם! װאָס דאַרפֿסטו מער ― משרתים, פֿאַקטױרים זײַנען הײַנט געװאָרן מאַכערס פֿון זאַװאָדן, טראָגן גילדענע זײגערס, רעדן דײַטש, האָבן שױן גאָר „מאָגן־קאַטאַר“, שיקן זײערע װײַבער אין די בעדער אַרײַן, געװאָרן מוראדיקע סטיקראַטןאַריסטאָקראַטן! הכּלל, אײן געשעפֿט איז הײַנט געבליבן אין יעהופּעץ אױף דער בערזע ― זאַװאָדן! אַלע מעקלערס מאַכן זאַװאָדן, און איך אױך בתוכם. װעסטו דאָך מסתּמא װעלן װיסן, װי קום איך מיך צושלאָגן צו אַזאַ פֿונדאַמענטאַלנע געשעפֿט, װאָס איך װײס גאָר ניט מיט װאָס מע עסט דאָס? װעסטו האָרכן, װי אַזױ גאָט פֿירט מיט אַ מענטשן: שױן פֿון אַ צײַט, אַז איך האָב אױפֿגעהערט גײן צו סעמעדענין (ניט, אַזױ װי דו רופֿסט אים, סימע־דינה! ס'איז גאָר אַ זכר, ניט קײן נקבֿה, און נאָך אַ רשע דערצו!). און אױפֿגעהערט צו גײן האָב איך, ניט װײַל איך האָב מיך מיט אים געקריגט, נאָר פּשוט, װײַל ס'איז מיר נימאס געװאָרן די קאַװע מיט די בולקעלעך, און אַגבֿ האָב איך טאַקע ניט בײַ זיך קײן קלײן געלט, האָב איך מיך אָנגעהױבן אַרומדרײען גלײַך מיט אַלע ייִדן אױף דער גאַס. אַזױ לאַנג און אַזױ ברײט, ביז איך האָב מיך באַקענט מיט אײנעם אַ מעקלער פֿון זאַװאָדן, װײַזט אױס, אַ גאַנץ ערלעכער און האָט גרױס קענטשאַפֿט. ער קומט אַרײַן, זאָגט ער, צו אַלע גרעסטע, אַפֿילו צו די בראָצקיס. „פֿון װאַנען, מאַכט ער צו מיר, איז אַ ייִד?“ ― פֿון כּתרילעװקע, זאָג איך. אַלײן בין איך, הײסט דאָס, אַ יאַמפּעלער, זאָג איך, אַ ניכתּבֿ בין איך אין מאַזעפּעװקע, אַן אײדעם בין איך פֿון כּתרילעװקע, און האַנדלען האַנדל איך אין יעהופּעץ. „װאָס איז אַזעלכעס, מאַכט ער צו מיר, אָט דאָס כּתרילעװקע, אַ דאָרף, צי אַ שטעטל?“ ― װאָס איז שײך, זאָג איך, אַ שטעטל? אַ גאַנצע שטאָט! „מעגן דאָרטן ייִדן װױנען?“ ― נאָך אַ מין מעגן! „נו, און אַ טײַך, מאַכט ער, איז בײַ אײַך פֿאַראַן?“ ― נאָך אַ מין טײַך, זאָג איך, שטינקײלאָ הײסט דער טײַך. „נו און פֿון אַ באַן, מאַכט ער, איז עפּעס װײַט?“ ― סך־הכּל, זאָג איך, אַ װערסט עטלעכע און זיבעציק. װאָס איז, זאָג איך, אַקעגן װאָס פֿרעגט איר דאָס? „גיט מיר, מאַכט ער צו מיר, די האַנט תּקיעת־כּף, אַז צװישן אונדז װעט דאָס בלײַבן; איך קאָן אײַך אָנזאָגן אַ בשׂורה, רב מנחם־מענדל, אַז מיר װעלן, אם־ירצה־השם, אין גיכן בײדע פֿאַרדינען געלט, און אַ סך, אַ פֿולע היטל! ס'איז מיר נאָר װאָס, זאָגט ער, אַרײַנגעפֿאַלן אַ מחשבֿה, װאָס טרעפֿט אײן מאָל אין הונדערט יאָר, הײַנו: כּפֿי אַזױ װי קונים אױף זאַװאָדן איז הײַנט פֿאַראַן לרובֿ, און קײן זאַװאָדן איז ניטאָ; װיפֿל ס'איז געװען זאַװאָדן האָבן די ראַדאָמישלער אױסגעקױפֿט, און מער װיל מען נישט פֿאַרקױפֿן; לכן האָט זיך דער עולם אַ נעם געטאָן צו בױען פֿרישע צאַפּלדיקע זאַװאָדן, און מחמת אין די דערפֿער טאָרן דאָך קײן ייִדן ניט אַרײַן, לכן זוכט מען ערטער אױף זאַװאָדן נאָר אין די קלײנע שטעטלעך, דאָרטן, װוּ ייִדן מעגן װױנען; הײַנט פֿאַרשטײט איר שױן, אַז אײַער כּתרילעװקע איז באַשאַפֿן געװאָרן מששת ימי בראשית, אַז ס'זאָל דאָרט זײַן אַ זאַװאָדל? און אַזױ װי איר זעט מיך, האָב איך גראַדע אַ קונה אױף צו בױען אַ זאַװאָדל אױף אַ האַלבן מיליאָן קערבלעך, נאָר קײן אָרט איז ניטאָ: מע האָט פֿאַרכאַפּט אַלע ערטער! װײסט איר ניט, מאַכט ער צו מיר, מיט װעמען רעדט מען, און צי קריגט מען דאָרט בוריקעס און אַ פּלאַץ אױף צו בױען אַ זאַװאָדל?“ ― אָך, מאַך איך, מיטן גרעסטן כּבֿוד! איך האָב דאָרטן, זאָג איך, אַ װײַב בין הונדערט צװאַנציק יאָר, מיט שװער און שװיגער, מיט אַ גאַנצער משפּחה. איך קאָן באַלד אַװעקשרײַבן אַהינצו אַ בריװל, און איר מעגט, זאָג איך, זײַן זיכער, אַז מע װעט מיר תּיכּף־ומיד אָפּענטפֿערן מכּל־דבֿר־שורש! לכן, זוגתי היקרה, שרײַב איך דיר װעגן דעם און בעט דיך טאַקע זאָלסט זיך זען מיט עזריאל דעם סטאַרעסטע און מיט מאָשקע דעם רױטן, ער רײַבט זיך צװישן פּריצים, לאָז ער אױסטאַפּן בײַ זײ, צי קאָן מען האָבן אַ פּלאַץ, אין װיפֿל קאָן מען האָבן בוריקעס, און װי טײַער, און טאַקע באַלד מיר אָפּענטפֿערן דורך אַ בריװל, כּי נחוץ מאד, מע קאָן דאָ, פֿאַרשטײסטו מיך, כאַפּן אַ גראָבס, טאַקע אַ צען־פֿופֿצן טױזנט! און מחמת איך בין פֿאַרנומען און האָב קײן צײַט ניט, מאַך איך דאָס בקיצור. אם־ירצה־השם, אינעם אַנדערן בריװ װעל איך דיר אַרױסשרײַבן אַלצדינג באַריכות. לעת־עתּה זאָל גאָט געבן מיט געזונט און מיט הצלחה. גריס איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנטלעך.

ממני בעלך מנחם־מענדל.

עיקר שכחתּי. איך האָב מיך צעפֿרעגט בײַ מײַן איצטיקן שותּף, װער איז דער קונה, און בין געװאָר געװאָרן, אַז דער קונה איז טאַקע אײנער פֿון די ראַדאָמישלער, זײער אַ הײסער קונה, מחמת די ראַדאָמישלער זײַנען אַלע זײער הײסע קונים, ברענען צו זאַװאָדלעך, עס מעג זײַן אַ װינט־מיל, אַבי ס'איז מיט אַ קױמען און סע פֿײַפֿט! לכן האָף איך צו גאָט, אַז דאָס געשעפֿט איז, אם־ירצה־השם, געװיס אַ געשעפֿט, און מיר װעלן מיט גאָטס הילף געװיס פֿאַרדינען געלט, כאָטש אַפֿילו מיר זײַנען דערבײַ היפּשע עטלעכע שותּפֿים. איך האָב מורא, אױב ניט אַ גאַנצער מנין. נאָר לאָז גאָט געבן, דאָס געשעפֿט זאָל נאָר זײַן אַ געשעפֿט ― דו װײסט דאָך, אַז איך בין ניט קײן אָץ־להעשיר!

הנ″ל.
קאַפּיטל 16.
שײנע־שײנדל פֿון כּתרילעװקע צו איר מאַן מנחם־מענדל אין יעהופּעץ

לכּבֿוד בעלי היקר הנגיד המפֿורסם החכם מופֿלג מוהר″ר מנחם־מענדל נ″י.

ערשטנס קום איך דיר צו מעלדן, אַז מיר זײַנען אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײַטער ניט ערגער.

צװײטנס שרײַב איך דיר, אַז איך האָב דײַן מגילה געלײענט און געלײענט און האָב ניט פֿאַרשטאַנען אײן װאָרט, װאָס דו װילסט! דו פֿרעגסט זיך נאָך, צי ס'איז דאָ פּלאַץ? שרײַב איך דיר, אַז אױף דעם נײַעם בית־עולם איז פֿאַראַן גענוג, עס װעט קלעקן פֿאַר האַלב יעהופּעץ! און װאָס פֿרעגסטו זיך אַלץ נאָך אױף בוריקעס? פֿאַר װאָס פֿרעגסטו זיך שױן ניט אָן אין אײנװעגס אױף קרױט, אױף כרײן און אױף פּאַסטערנאַק? און דער טײַך? אַזאַ מזל אױף דײַנע שותּפֿים, װאָס פֿאַר אַ װאַסער בײַ אונדז איז! קומט ערבֿ פּסח, טרינקט מען יאַשטשערקעס, און זומער װערט דער טײַך גרין װי גראָז; איך װאָלט װעלן, אַז דײַנע יעהופּעצער פֿײַנע בריות, װאָס האָבן צו טאָן מיט די מאָגנס, זאָלן פֿאַרזוכן אונדזער װאַסער אַרום תּמוז… נײן, מענדל, לאָזן זײ דיר קרענקען דאָרטן אין יעהופּעץ, מיר װעלן זיך שױן באַגײן אַזױ, אָן זײערע זאַװאָדלעך, װי זאָגט די מאַמע מײַנע: „ראָש־חודש אלול גײט אַװעק, און בעל־הבית בלײַבט בעל־הבית“… שלאָג דיר אַרױס פֿון קאָפּ די דאָזיקע אַלע נאַרישקײטן, דו װעסט אַזױ מאַכן זאַװאָדלעך, פּונקט אַזױ װי דו האָסט געמאַכט װעלדער, אימעניעס, הײַזער און צוקער! איך בין דיר ערבֿ, אַז אײדער דו װעסט זיך אַרומקוקן, װעלן דיך דײַנע שותּפֿים באַנעמען פֿון קאָפּ ביז די פֿיס, װאָרעם דו ביסט אַ שלימזל און װעסט בלײַבן אַ שלימזל, װי עס װינטשט דיר פֿיל גוטס און אימער גליק

דײַן באמת געטרײַע פֿרױ שײנע־שײנדל.

יאָ, זאָג נאָר, מענדל, װאָס איז דאָס פֿאַר אַ נײַס, װאָס מע דערצײלט בײַ אונדז? מע זאָגט, אַז דאָרט, אין יעהופּעץ, פֿאַרשרײַבט מען זיך שױן קײן ארץ־ישׂראל? װער עס פֿאַרשרײַבט זיך פֿערציק קאָפּיקעס, דער פֿאָרט. װאָס איז דאָס פֿאַר אַ מין? בײַ אונדז האָט מען שטאַרק אָנגעהױבן דערפֿון צו שמועסן; יונגע לײַט קלײַבן זיך צונױף אַלע נאַכט בײַ יאָסל משה־יאָסיס און מע רעדט פֿון ארץ־ישׂראל. ― הכּלל, עס טוט זיך חושך, װי זאָגט די מאַמע: „שױן לאַנג שטיל געװען!“…

קאַפּיטל 17.
מנחם־מענדל פֿון יעהופּעץ צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע.

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתּחי′ עכּב″ב.

ראשית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ברוך־השם בקװ־החײם־והשלום. השם־יתברך זאָל העלפֿן, מע זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿונעם

והשנית זײַ װיסן, אַז דער עסק פֿון זאַװאָדן איז שטאַרק אָפּגעקילט געװאָרן. עס איז געקומען אױף זײ אַ קריזיס, ממש עס װאַלגערן זיך זאַװאָדלעך אין גאַס, נישטאָ קײן קונים! דער עולם, פֿאַרשטײסטו מיך, האָט זיך אָנגעגעסן מיט זאַװאָדן, אַביסל אַריבערגעכאַפּט די מאָס, געלט איז טײַער און צוקער איז בזיל הזול, װאָרעם מע האָט אָנגעמאַכט אַזױ פֿיל צוקער, אַז ס'איז נישטאָ װוּ זיך אַהינצוטאָן מיט אים, כאָטש נעם װאַרף אים אַרױס! ס'איז אין דער ערד דאָס געשעפֿט, די זאַװאָדטשיקעס שטאַרבן נאָך אַ גראָשן, די קאַפּיטאַליסטן האַלטן זיך אײַן און די מעקלערס גײען אַרום בטל, אָן אַ שטאָך אַרבעט, און איך אױך בתוכם. מײנסטו דאָך אַװדאי, אַז ס'איז עק װעלט? זאָלסט זיך גאָרנישט זאָרגן, זוגתי היקרה, גאָט איז גאָט און יעהופּעץ איז אַ שטאָט. אַזעלכע מענטשלעך, װי איך, װערן חלילה נישט פֿאַרפֿאַלן; אַדרבא, איך האָב ערשט אַ האָפֿענונג, אַז הײַנט, אם־ירצה־השם, באַדאַרף איך ערשט אױפֿקומען, װאָרעם איך פֿיר איצט אַזאַ געשעפֿט, װאָס איך באַדאַרף פֿאַרדינען אױף מײַן חלק כּמעט ביז אַ מאה אלף! דאָס געשעפֿט, װאָס איך פֿיר, טרעפֿט אָן אַ צען מיליאָן, און אפֿשר נאָך מער פֿון צען מיליאָן, עס האָט גאָר קײן שיעור און קײן ערך. ס'איז אַ סבֿרא, אַז גאָלד אַלײן זאָל דאָרטן זײַן אין אַלפֿים; הײַנט װוּ איז זילבער, װוּ איז אײַזן, װוּ איז קופּער, װוּ איז בלײַ, װוּ איז קװעקזילבער? פֿון ערדקױלן און פֿון שטײנער רעד איך שױן ניט! הײַנט געפֿינען זיך דאָרטן װעלדער מיט פֿעלדער מיט כּל־טובֿ ― ס'איז, זאָגט מען, עפֿרות־זהבֿ, און װילן װיל מען דערפֿאַר סך־הכּל דריטהאַלבן מיליאָן, עס איז אַ מציאה פֿון אַ גנבֿ! אײן חסרון איז נאָר, װאָס ס'איז אַביסל צו װײַטלעך, הײַנו, סע שטעקט אַזש אין סימביר, און פֿאָרן באַדאַרף אַהינצו דרײַ װאָכן כּסדר, װאָרעם אַהין גײט נישט קײן באַן. װעמען לײגט מען פֿיר אַזאַ גרױס געשעפֿט? געװײנלעך, בראָצקין! איז אָבער די צרה, װי אַזױ דערשלאָגט מען זיך צו בראָצקין אין דער קאַנטאָר? ראשית־חכמה, שטײט בײַ דער טיר אַ שװײצאַר מיט קנעפּ און קוקט אױף דער קאַפּאָטע; װי באַלד אַן אַלטע קאַפּאָטע, אַזױ גיט מען איר דעם װעג; און אַז גאָט העלפֿט, מע קומט שױן איבער דעם שװײצאַר, שטײט מען אָפּ אַ שעה זעקס אױף די טרעפּ און מע װאַרט, טאָמער װעט גאָט רחמנות האָבן, מע װעט דערזען בראָצקין דורכגײן, און אַז מע דערלעבט אים שױן יאָ צו זען גײן, פֿליט ער פֿאַרבײַ פֿײַל אױסן בױגן, און אײדער מע קוקט זיך אַרום, זיצט ער שױן אין דער קאַרעטע ― און אַ גוטן טאָג מיט דער קאַפּאָטע! קאָן מען ניט זײַן אַזױ גראָב און מע מוז קומען מאָרגן נאָך אַמאָל. אױף מאָרגן איז װידער די אײגענע געשיכטע; אַ קלײניקײט, אַ מענטש האָט אַזױ פֿיל געשעפֿטן?! מע קאָן ניט אַזױ גיך זיך דערשלאָגן צו בראָצקין! נאָר צו גאָט אַ האָפֿענונג, איך װעל מיך מסתּמא אַמאָל דערשלאָגן, און דעמאָלט װעט שױן זײַן גימל! און מחמת איך בין פֿאַרנומען און האָב קײן צײַט ניט, מאַך איך דאָס בקיצור. אם־ירצה־השם, אינעם אַנדערן בריװ װעל איך דיר אַרױסשרײַבן אַלצדינג באַריכות. לעת־עתּה לאָז גאָט געבן מיט געזונט און מיט הצלחה. גריס די קינדער און אַלעמען באַזונדער גאָר פֿרײַנטלעך.

ממני בעלך מנחם־מענדל.

עיקר שכחתּי. װאָס דו פֿרעגסט זיך נאָך אױף „ארץ־ישׂראל“, קערסטו אַװדאי מײנען „ציניזם“? דאָס איז זײער אַ הױכער ענין, כאָטש אין יעהופּעץ אױף דער בערזע האַלט מען עפּעס נישט דערפֿון. איך בין געװען אַ פּאָר מאָל בײַ די היגע „ציניסטן“ אױף די „זאַסעדאַניעסзаседания: טרעפֿונגען“ און האָב געװאָלט װיסן, װאָס דאָס איז, האָט מען אָבער אַלץ גערעדט אױף רוסיש, און דװקא אַ סך גערעדט. דאַכט זיך, װאָס װאָלט זײ געאַרט, זײ זאָלן זיך דורכרעדן מיט ייִדן אױף ייִדיש?… איך האָב אַפֿילו אַ פּאָר מאָל אַ רײד געטאָן מיט מײַנע חבֿרה־לײַט אױף דער בערזע װעגן דעם, האָבן זײ מיך אױסגעלאַכט: „װײס איך װאָס? ציניזם! דאָקטער הערצל! אױך מיר אַ געשעפֿט!“…

הנ″ל.

קאַפּיטל 18.
שײנע־שײנדל פֿון כּתרילעװקע צו איר מאַן מנחם־מענדל אין יעהופּעץ.

לכּבֿוד בעלי היקר הנגיד המפֿורסם החכם מופֿלג מוהר″ר מנחם־מענדל נ″י.

ערשטנס קום איך דיר צו מעלדן, אַז מיר זײַנען אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײַטער ניט ערגער.

צװײטנס שרײַב איך דיר, אַז מײַן גיטל איז געבליבן אַן אַלמנה מיט זיבן קינדער יתומים, אײנס קלענער פֿונעם אַנדערן! געשטאָרבן איז דער שװאָגער מײַנער, מיר צו לענגערע יאָר, פֿון אַ צאָן, דאָס הײסט, אַז מע װיל, איז ער אַפֿילו תּמיד געװען נישט קײן געזונטער; ער פֿלעגט, נישט פֿאַר מיר געדאַכט, גאַנץ אָפֿטלעך אונטערהוסטן מיט בלוט. פֿונדעסטװעגן האָבן מיר געמײנט, אַז ער װעט זיך נאָך מוטשען. צום סוף נעמט ער און נעמט זיך אַרױס אַ צאָן בײַ שמעלקע דעם רופֿא, לײגט זיך אַנידער און שטאַרבט אַװעק. װי זאָגט די מאַמע, איר צו לענגערע יאָר: „קײנער װײס נישט, װעמענס מאָרגן עס איז“… און דערװײַלע נעבעך גיטל לײגט אײַן די װעלט, ס'איז אירע טרערן גאָר נישט צו פֿאַרשרײַבן! אַװדאי װען חלילה פֿאַרקערט, מײַן שװעסטער, איר צו לענגערע יאָר, זאָל חס־ושלום שטאַרבן, און זלמן־מאיר זאָל בלײַבן אַן אַלמן, װאָלט ער געװיס אַזױ פֿיל טרערן נישט פֿאַרגאָסן און װאָלט מסתּמא באַלד נאָך שלושים געבראַכט צו פֿירן פֿון באַרדיטשעװ אַ שטיפֿמאַמע פֿאַר זײַנע קינדער. איך זאָג דאָס טאַקע אַקעגן אַלע מאַנצבילן, די כּפּרה מעגט איר זײַן פֿאַר אײַערע װײַבער. װאָרעם װוּ איז דאָס געהערט געװאָרן, אַז אַ טאַטע פֿון קינדער זאָל זיך אַרײַננעמען אַ משוגעת אין קאָפּ אַרײַן ― מיליאָנען! אַ גליק האָט אים געטראָפֿן: ער שטײט בײַ בראָצקין בײַ דער טיר! איך האָב מורא, אַז װײַטער פֿון דער טיר װעסטו נישט גײן. אַן עבֿירה די שטיװל, כלעבן! אָט באַלד טאַקע כאַפּט בראָצקי אַרױס די מיליאָנען און פֿליט אַװעק קײן סימביר ― װאָס איז? מנחם־מענדל אַלײן האָט געהערט, אַז דאָרטן ערגעץ אין אַלדי שװאַרצע יאָר װאַלגערט זיך גאָלד מיט קװעקזילבער! װי זאָגט די מאַמע מײַנע: „אַ טױבער האָט געהערט, װי אַ שטומער האָט דערצײלט, אַז אַ בלינדער האָט געזען, װי אַ קרומער איז געלאָפֿן“… נאָר איך װײס פֿריִער, אַז אינעם אַנדערן בריװ װעסטו מיר געװיס שרײַבן, אַז פֿונעם גאָלדענעם געשעפֿט האָט זיך אױסגעלאָזט אַ בױדעם. עס װעט זיך אָבער געפֿינען אַ שלאַק מיט אַ נײַעם חלום און װעט דיר דערצײלן, אַז אַ קו איז געפֿלױגן איבערן דאַך און געלײגט אַן אײ, װעסטו צעלאָזן די פּאָלעס און װעסט װידער לױפֿן, װי אַ משוגענער. דו זאָלסט אָבער נעמען אױפֿן קאָפּ, אַז דו האָסט אין דער הײם אַ װײַב ביז הונדערט און צװאַנציק יאָר מיט קלײנע קינדער, װאָס קוקן אױף דיר אַרױס, װי אױף משיחן, װאָלט זיך דיר ניט גלוסטן אַרומשלעפּן זיך איבער פֿרעמדע הײַזער און אַרומטראָגן זיך מיט אַזעלכע נאַרישקײטן, װאָס עס שלאָגט צו דער גאַל הערנדיק! נאָך האָט דיך ניט אָנגעלערנט יעהופּעץ, ברענען זאָל דאָס אױפֿן פֿײַער, װי עס װינטשט דיר פֿיל גוטס און אימער גליק

דײַן באמת געטרײַע פֿרױ שײנע־שײנדל.

אַ שײנע מעשׂה, נאָר אַ קורצע: מאיר משולמס געדענקסטו? האָט ער אַ טאָכטער שפּרינצל, געװען אַ געזונטע מױד אַן אײַזערנע, שױן אַפֿילו אַביסל אַן איבערגעװאַקסענע, נאָר זײער אַ געראָטענע! האָט זיך צו איר פֿאַרנאַדיעט אַ מוכר־ספֿרימניק, װאָס טראָגט אַרום איבער די הײַזער מעשׂה־ביכלעך מיט ראָמאַנסן אױף פּראָקאַט. האָט זיך נעבעך שפּרינצל צוגעכאַפּט צו די דאָזיקע מעשׂה־ביכלעך און ראָמאַנסן, װי צו עפּעס רעכטס, און זי האָט זײ דורכגעלײענט, זאָגט מען, אַ שטיקלעך הונדערט, און זי איז געװאָרן ניט פֿאַר מיר געדאַכט, עפּעס אַזױ װי צעמישט; זי רעדט מיט אַ משונה־מאָדנע לשון אַלץ אַזעלכע װערטער, װאָס מע קאָן ניט פֿאַרשטײן; זי זאָגט, אַז מע רופֿט זי ניט שפּרינצל, נאָר „בערטע“, און זי קוקט אַרױס אַלע מינוט, אַלע רגע, אַז אָט־אָט קומט עפּעס אײנער, װאָס מע רופֿט אים „לאָרד“, איר „באַשיצער“, און גנבֿעט זי אַרױס דורך אַ פֿענצטער, און פֿאַרפֿירט זי ערגעץ אין אַלדי שװאַרצע יאָר אַזש קײן לאָנדאָן, און פֿון לאָנדאָן קײן סטאַמבול… זאָל נישט קומען אַן אױסכאַפּעניש אױף די פּוסטע קעפּ, װאָס טראַכטן אױס אַזעלכע װילדע זאַכן, װאָס נישט געשטױגן, נישט געפֿלױגן?…

קאַפּיטל 19.
מנחם־מענדל פֿון יעהופּעץ צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע.

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתּחי′ עכּב″ב.

ראשית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ברוך־השם בקװ־החײם־והשלום. השם־יתברך זאָל העלפֿן, מע זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿונעם אַנדערן נאָר גוטס מיט בשׂורות־טובֿות, ישועות־ונחמות ― אָמן.

והשנית זײַ װיסן, אַז מיר האָבן אַ גרױסן גאָט. הער אַ מעשׂה: אַז איך האָב אָנגעהױבן װערן אַן אַרײַנגײער צו די בראָצקיס, בין איך געװאָרן אַ גרױסער חשובֿ אױף דער בערזע, און עס האָבן זיך צו מיר אָנגעהױבן צושאַרן מעקלערס פֿון דער װעלט מיט טױזנטער געשעפֿטן: הײַזער און אימעניעס און פֿעלדער און באַנען און פּאַראָכאָדן און פֿאַבריקעס אױף מיליאָנען, און אַלץ פֿון בראָצקיס װעגן! צװישן די דאָזיקע מעקלערס זײַנען פֿאַראַן אַ פּאָר שותּפֿים, ניט קײן היגע, אײנער טראָגט אַ טענדע־װערענדע מיט אַ הענגקאָלנער, און דער אַנדערער הײסט מיט אַ משונה מאָדנע נאָמען, װאָס איך שעם זיך דיר אים אַרױסשרײַבן… אָט די צװײ מעקלערס האָבן מיך געפּאַקט אײנמאָל בשעת איך בין געגאַנגען פֿון בראָצקין, און טענדע־װערענדע האָט זיך אָנגערופֿן צו מיר בזה־הלשון: „הערט זשע אױס, רב מנחם־מענדל, װאָס מיר װילן אײַך זאָגן. די מעשׂה דערפֿון איז אַזױ: מיר האָבן געהאָרכט, אַז איר דרײט זיך דאָרט אַרום די בראָצקיס, מהיכא־תּיתי, לאָז אײַך גאָט העלפֿן, װאָס האָבן מיר צו אײַך?“ ― אם־כּן, זאָג איך, װאָס זשע װילט איר? „װאָס, זאָגט ער, זאָלן מיר װעלן? מיר װילן דאָס, װאָס יעדער מעקלער װיל, מיר װילן פֿאַרדינען, מיר זײַנען אױך מעקלערס, מיר האָבן אױך געשעפֿטן, אַ קשיא אױף אַ מעשׂה, אַביסל אין אײַער זכות, אַביסל אין אונדזער זכות, טאָמער װעלן מיר עפּעס מאַכן, װעלן מיר מאַכן אינאײנעם, עס װעט זײַן „יחלוקו“, װינציקער פֿאַרדינט, אַבי פֿאַרדינען, װי זאָגט מען: פֿון אַ קריװדע קאָכט מען װעטשערע…“ ― על כּל פּנים, זאָג איך, צו װאָס טױג אונדז לאַנגע דיבורים? זאָגט בעסער, װאָס האָט איר? שעמט זיך ניט. „מיר האָבן, זאָגט ער, געשעפֿטן זײער אַ סך מיט גאָטס הילף. מיר האָבן קױלן אין פּאָלטאַװער גובערניע, מיר האָבן אײַזן אין קאַניעװער אוּיעזד, מיר האָבן אַ מיל אַן אָפּגעברענטע אין פּערעיאַסלאַװ, מיר האָבן מאַשינעס אַזעלכע גאָר נײַע, אַ פּינסקער ייִד האָט זײ אױסגעטראַכט, הײַנט האָבן מיר אַ פּריץ, װאָס װיל אױסבײַטן אַ װאַלד אױף אַ „גוראַלניע“, און אַ ייִדן האָבן מיר, װאָס װיל קױפֿן אַ גרױס הױז אין יעהופּעץ אָן געלט, הײַנט אימעניעס! װעלדער! טאָמער האָט איר קונים, װעלן מיר אײַך געבן אימעניעס, אָדער טאָמער האָט איר אימעניעס, װעלן מיר אײַך געבן קונים“. ― נײן, זאָג איך, מיט קײן אימעניעס און װעלדער האַנדל איך שױן מער ניט ― אַן עק! איך האָב מיך, זאָג איך, מיט אימעניעס שױן אָפּגעבריט און האָב געגעבן זיך דאָס װאָרט, אַז איך זאָל קײן אימעניעס מיט קײן װעלדער מער אין די הענט אַרײַן ניט נעמען! „עט, מאַכט צו מיר די טענדע־װערענדע, אַלע געשעפֿטן זײַנען דען גלײַך? אָט האָבן מיר איצט אַן אימעניע אױף קאַװקאַז, אַן אימעניע מיט נאַפֿט, דאָס הײסט, אַזאַ מין ערד, װאָס עס שפּריצט פֿון דאָרט נאַפֿט, סע שפּריצט און סע שפּריצט און עס הערט גאָר ניט אױף צו שפּריצן! ס'איז גאָר אַ סבֿרה, אַז די ערד קאָן דאָרט אַרױסװאַרפֿן אַ מיליאָן פּוד נאַפֿט אין אײן טאָג!“… ― אױב אַזױ, זאָג איך, זײַט איר פֿון מײַנע מענטשן; אָט דאָס, זאָג איך, איז אַ געשעפֿט! אָט דאָס גיט אַהער! און מיר זײַנען אַװעק אַלע דרײַ אין דער „ייִדישער מאָלאָטשנעмолочна: מילכיקע רעסטאָראַן“ (איך גײ שױן מער ניט צו סעמעדענין, װײַל דאָרט טרײַבט מען אַרױס, גײ איך שױן אין דער „ייִדישער מאָלאָטשנע“, פֿאָרט הײמלעכער, צװישן ייִדן, מען קאָן זיצן און רעדן און טאָן װאָס מע װיל), און דאָרט האָבן מיר אַרומגערעדט דאָס געשעפֿט און געשלאָסן שותּפֿות, און אַז ס'איז געקומען צום צעשרײַבן זיך, האָבן זײ מיר מגלה געװען דעם סוד, אַז בײַ דעם געשעפֿט אַרבעטן נאָך עטלעכע שותּפֿים: אײנער מיט גראָבע ליפּן, דער אַנדערער אַ געלער, ער האַנדלט מיט זײגערלעך, אַ מוראדיקער בעל־מגזם, גאָט זאָל שומר־ומציל זײַן, און אײנער מיט אַ רױטער נאָז מיט װײַמפּערלעך, אױך אַ װילדער בעל־מגזם, און נאָך אײנער, אַן אַלמן. אַז איך האָב דערהערט אַזױ פֿיל שותּפֿים, איז דאָס מיר אַפֿילו ניט אַזױ געפֿעלן. טענדע־װערענדע האָט אָבער איבער מיר אַזױ לאַנג גערעדט און דערצײלט משלים, אַז איך האָב געמוזט מוסכּם װערן, מיר זאָלן זיך אַלע צעשרײַבן אױף פּאַפּיר. געװײנלעך, צװישן שותּפֿים מוזן דאָך זײַן טענות; איטלעכער האָט געדרונגען, אַז אים קומט אַ גרעסערער חלק. גאָט זאָל מיר נאָר מצליח זײַן, איך זאָל שױן מיטן אַנדערן צד זײַן אַזױ פֿאַרטיק, װי איך בין פֿאַרטיק מיט די מעקלערס, װעט, אם־ירצה־השם, זײַן גאָרניט שלעכט, װאָרעם בײַ אָט אַזאַ מין געשעפֿט װי אַזױ פֿאַרדינט מען ניט כאָטש אַ מיליאָן קאַרבן? עס איז בײַ מיר געבליבן, אם־ירצה־השם, בלי־נדר, טאָמער װערט דאָס געשעפֿט, דינג איך מיר באַלד אַ קאַנטאָרל אױף ניקאָלאַיעװסקי און איך װער מיט גאָטס הילף אַ גרױסער מעקלער. און מחמת איך בין פֿאַרנומען און האָב קײן צײַט ניט, מאַך איך דאָס בקיצור. אם־ירצה־השם, אינעם אַנדערן בריװ װעל איך דיר אַרױסשרײַבן אַלצדינג באַריכות. לעת־עתּה זאָל גאָט געבן, עס זאָל זײַן מיט געזונט און מיט הצלחה. לאָז גריסן די קינדערלעך זאָלן לעבן און איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנטלעך.

ממני בעלך מנחם־מענדל.

עיקר שכחתּי. איך האָב אין זינען געהאַט דיר שרײַבן עפּעס זײער אַ נײטיקס, האָב איך פֿאַרגעסן װאָס. לאָז איך שױן, אם ירצה השם, אױפֿן צװײטן מאָל.

הנ″ל.
קאַפּיטל 20.
שײנע־שײנדל פֿון כּתרילעװקע צו איר מאַן מנחם־מענדל אין יעהופּעץ.

לכּבֿוד בעלי היקר הנגיד המפֿורסם החכם מופֿלג מוהר″ר מנחם־מענדל נ″י.

ערשטנס קום איך דיר צו מעלדן, אַז מיר זײַנען אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײַטער ניט ערגער.

צװײטנס שרײַב איך דיר אין קורצן, װאָרעם איך האָב שױן קײן כּוח ניט מיט דיר צו רעדן. ס'איז װי אַן אַרבעס אין דער װאַנט. װי זאָגט די מאַמע: „שפּיל דעם חתן װײנענדיקס, ער האָט זיך זײַנס אין זינען“… ביסט טאַקע אַװדאי אַ גרױסער חשובֿ אין יעהופּעץ, װאָרעם דו שטײסט דאָך בײַ בראָצקין בײַ דער טיר, און סע קישעט בײַ דיר מיט מיליאָנען, נאָר נאָך אַלעמען זאָלסטו ניט זײַן בײַ זיך אַזױ גדולדיק. די מיליאָנען זײַנען נאָך לעת־עתּה בײַ בראָצקין, ניט בײַ דיר, און עס קאָן זיך אױסלאָזן, אַז די ערד, װאָס שפּריצט מיט שמן־זית, זאָל גאָר שפּריצן מיט „מים־אַחרונים־װאַסער“, און אַז עס װעט קומען צו עפּעס, װעט זיך אױסלאָזן מיט פּעטש, און װעמען װעט מען פּאַטשן? ― דיך! על־כּן איז מײַן עצה, אַז דו זאָלסט זיך באַצײַטנס אַרױסכאַפּן פֿון דאָרטן און קומען אַהײם. זאָלסט פֿאַרגעסן, װאָס ס'איז געװען ביז אַהער, טאָמער האָב איך דיך אַמאָל אָנגערירט מיט אַ װאָרט. װי זאָגט די מאַמע: „בעסער אַ פּאַטש פֿון אַ פֿרײַנט, אײדער אַ קוש פֿון אַ פֿײַנט“… און קלאַפּ אַ טעלעגראַם און קום צו פֿאָרן װאָס גיכער, און לאָמיך פּטור װערן, װי עס װינטשט דיר פֿיל גוטס און אימער גליק

דײַן באמת געטרײַע פֿרױ שײנע־שײנדל.

איך קאָן דיר דערצײלן אַ נײַס, װאָס בײַ אונדז האָט זיך פֿאַרלאָפֿן, עס קלינגט מיט דעם די װעלט! דו קענסט דאָך מאיר־מאָטל משה־מאירס. האָט ער אַ טעכטערל ראַצעל, איז דאָס אַ ראַצעל פֿון גאָט, אַ גאַנצע געיױרענע, אַ געבילדעטע מאַמזעל, שיט מיט פֿראַנצײזיש, קלאַפּט אױפֿן טאַפּטשאַן, גײט זיך ניט צונױף מיט קײנעם. אַ קלײניקײט, זי קומט אַרױס אַזש פֿון קצבֿים! װי זאָגט די מאַמע: „זכות־אָבֿות איז קײן קאַטאָװעס“… הכּלל, מע רעדט איר שידוכים פֿון דער װעלט, און זי פּערעבענדעװעט נאָך; װאָס מע װײַזט איר, געפֿעלט איר ניט. זי װיל אַ חתן דװקא מיט אַלע מעלות; ער זאָל זײַן אי שײן, אי קלוג, אי רײַך ― דאָס טעלערל פֿונעם הימל! שדכנים האָבן געאַרבעט אױף אַלע כּלים און מע האָט איר אַראָפּגעבראַכט אַ חתן, אַן אַנטיק, זאָגט מען, אַ קאַרעפֿירערפֿון אינדזל Corfu אתרוג, און דװקא פֿון אַ קלײן שטעטל, פֿון אַװריטש! צונױפֿגעפֿאָרן זיך, האָט מען, געװײנלעך, אַרײַנגעלאָזט חתן־כּלה אין אַ באַזונדער חדר, זײ זאָלן זיך אָנקוקן. רופֿט זיך אָן די כּלה צום חתן: „װאָס האָרכט מען בײַ אײַך מכּוח דרײפֿוסן?“ מאַכט ער צו איר: „מכּוח װאָסער דרײפֿוסן?“ רופֿט זי זיך אָן צו אים: „איר װײסט ניט װאָסער

דרײפֿוס?“ מאַכט ער: „נײן. מיט װאָס האַנדלט ער?“… איז זי באַלד אַרױסגעלאָפֿן פֿונעם חדר און איז געפֿאַלן חלשות, און דער חתן האָט נעבעך בחרפּה געמוזט אַװעקפֿאָרן צוריק קײן אַװריטש ― אַ מכּה אים, אַ מכּה איר, אַ מכּה זײ בײדן! איך בעט דיך, מאַך מיר קלאָר, ביסט דאָך צװישן מענטשן: װער איז אָט דער דרײפֿוס, װאָס עס קאָכט מיט אים אַזױ די װעלט?

קאַפּיטל 21.
מנחם־מענדל פֿון יעהופּעץ צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע.

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתּחי′ עכּב″ב.

ראשית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ברוך־השם בקװ־החײם־והשלום. השם־יתברך זאָל העלפֿן, מע זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿונעם אַנדערן נאָר גוטס מיט בשׂורות־טובֿות, ישועות־ונחמות ― אָמן.

והשנית זײַ װיסן, אַז מיט בראָצקין האָב איך מיך צעגאַנגען. דאָס הײסט, מיר האָבן זיך חלילה נישט געקריגט, נאָר איך האָב אױפֿגעהערט צו גײן אַהין ― װאָס איז מיר בראָצקי, אַז איך שפּאַר שױן גאָר אָן צו רױטשילדן קײן פּאַריזש?! װעסטו דאָך מסתּמא פֿרעגן, װי קום איך, מנחם־מענדל, צו רױטשילדן אַזש קײן פּאַריזש? איז דער תּירוץ טאַקע: װידער קאַװקאַז און װידער נאַפֿט! אַלע נאַפֿטן, װאָס אױף קאַװקאַז, זײַנען זײַנע, און אַלײן זיצט ער אין פּאַריזש. בלײַבט דאָך די קשיא, װי קומט די קאַץ איבערן װאַסער? פֿאַלט מיר אײַן אַזאַ מין געדאַנק: פֿאַראַן בײַ אונדז אױף דער בערזע אַ פֿױגל, װאָס ער הײסט טודרוס. אָט דער טודרוס איז געװען אַמאָל גאָר אַ גרױסער שפּעגעלאַנט, אַ הײסער, אַ פֿײַעריקער שפּעגעלאַנט. אַז דער עולם האָט זיך אָפּגעשאָקלט מיט די עטלעכע גילדן, זײַנען אַלע גרױסע שפּעגעלאַנטן (און איך אױך בתוכם) געװאָרן מעקלערס, און טודרוס האָט זיך אַװעקגעלאָזט קײן פּאַריזש און דרײט דאָרטן די גרעסטע געשעפֿטן אױף מיליאָנען! אױף מײַן גליק באַדאַרף אַצינד טודרוס זײַן הי אין יעהופּעץ. האָב איך מיך נישט געפֿױלט און בין אַװעקגעלאָפֿן צו אים אַהײם און האָב אים גאַנץ פֿײַן איבערגעגעבן, אַז איך האָב אָנגעשמעקט אַן ערטל אױף קאַװקאַז, װאָס שפּריצט מיט נאַפֿט, און װעדליק מע הײסט זיך געבן דערפֿאַר אַ סך געלט, װײַזט אױס, אַז דאָס געשעפֿט פּאַסט גאָר קײן פּאַריזש. רופֿט זיך אָן צו מיר טודרוס: „איך האָב אַ קונה!“ פֿרעג איך: װער איז דער קונה? מאַכט ער: „רױטשילד!“ ― איר קענט זיך, זאָג איך, מיט רױטשילדן? „צי איך קען זיך, מאַכט ער, מיט רױטשילדן? לאָמיר דאָס, זאָגט ער, בײדע פֿאַרמאָגן, װיפֿל געשעפֿטן איך האָב שױן מיט אים געמאַכט און װיפֿל געלט איך האָב בײַ אים פֿאַרדינט!“ ― האָט קײן פֿאַראיבל ניט, זאָג איך, אפֿשר װאָלט איר זיך מטריח געװען, זאָג איך, אַװעקשרײַבן צו רױטשילדן קײן פּאַריזש? „אַװעקשרײַבן, מאַכט ער, איז קײן קונץ ניט! איך בין טאַקע מיט אים װי אַנדערע צװײ, נאָר אײנס צום אַנדערן געהער זיך נישט אָן; מע באַדאַרף האָבן אַן אָפּיס מיט אַ פּלאַן, אַנדערש קאָן מען ניט“. בקיצור, איך בין אַװעק צו מײַנע שותּפֿים און האָב אים געבראַכט פֿון זײ אַן אָפּיס מיט אַלע זיבעצן זאַכן. נו, װי געפֿעלט דיר, זוגתי היקרה, װי אַזױ מנחם־מענדל שטעלט צונױף מיט גאָטס הילף אַ געשעפֿט? השם־יתברך זאָל נאָר העלפֿן, עס זאָל אָנקומען די גוטע תּשובֿה פֿון רױטשילדן, פֿאַרשטײסטו שױן, װאָס פֿאַר אַ פּנים עס װעלן דעמאָלט האָבן בײַ מיר אַלע יעהופּעצער גרױסע מעקלערס? ס'איז נאָר שלעכט דערװײַלע, װאָס סע פֿעלט דאָס מזומנע דרײַערל. זאָלסט זען, װאָס עס טוט זיך בײַ אונדז, װי אַזױ די װעלט איז געענגט אין געלט. ממש מע גײט אױס, מע שטאַרבט נאָך אַ קערבל! מע קוקט אַרױס אַלע טאָג אױף גרױסע אָנזעצן. נאָר זאָרג נישט, זוגתי היקרה, ס'איז אַלץ ביז אַ צײַט; פֿאַר אונדזער עגמת־נפֿש װעלן מיר, אם־ירצה־השם, האָבן גרױס נחת. לאָז נאָר אָנקומען די גוטע בשׂורה פֿון פּאַריזש, װעל איך מיך שײן אַרײַנכאַפּן אין קלײט אַרײַן, װעל איך שױן אין זינען האָבן, אם־ירצה־השם, אי זיך, אי דיך, אי די קינדערלעך אַלע, זאָלן געזונט זײַן. און מחמת איך בין פֿאַרנומען און האָב קײן צײַט ניט, מאַך איך דאָס בקיצור. אם־ירצה־השם, אינעם אַנדערן בריװ װעל איך דיר אַרױסשרײַבן אַלצדינג באַריכות. לעת־עתּה לאָז גאָט געבן מיט געזונט און מיט הצלחה. גריס די קינדערלעך און איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנטלעך.

ממני בעלך מנחם־מענדל.

עיקר שכחתּי. װאָס דו פֿרעגסט זיך נאָך אױף דרײפֿוסן, איז דאָס זײער אַ שײנע מעשׂה. אַזױ איז געװעזן די געשיכטע: אין פּאַריזש איז געװען דרײפֿוס אַ קאַפּיטאַן. דאָס הײסט, ס'איז געװען אַ קאַפּיטאַן, װאָס האָט געהײסן דרײפֿוס. און עסטערהאַזיCharles Marie Ferdinand Walsin Esterhazy איז געװען אַ מאַיאָר (אַ מאַיאָר איז עלטער פֿון אַ קאַפּיטאַן, און אפֿשר, פֿאַרקערט, אַ קאַפּיטאַן איז עלטער). איז ער געװען, דאָס הײסט דרײפֿוס, אַ ייִד, און עסטערהאַזי דער מאַיאָר איז אַ קריסט. האָט ער אָנגעשריבן די באָרדעראָbordereau: כּתבֿ־יד מיט מיליטערישע סודות. דאָס הײסט, דער מאַיאָר עסטערהאַזי האָט אָנגעשריבן די באָרדעראָ, און האָט אַרױפֿגעלײגט די גאַנצע באָד אױף אים, אױף דרײפֿוסן. איז געגאַנגען דרײפֿוס און האָט זיך געװאָלט פֿאַרענטפֿערן. האָט מען אים געמישפּט, ער זאָל זיצן אײביק אױף אַן אינדזל אין מיטן ים אײנער אַלײן פֿאַרשפּאַרט. איז געגאַנגען זאָלאַ ]Émile Édouard Charles Antoine Zola און האָט געמאַכט אַ גװאַלד, און האָט אױסגעװיזן מיט ראַיות, אַז סטײַטש, ער װײס פֿאַר קלאָר, אַז ס'איז ניט דרײפֿוס האָט געשריבן די באָרדעראָ; װאָס האָט איר צו אים, ס'איז גאָר דעם מאַיאָרס אַרבעט, עסטערהאַזיס! איז מען געגאַנגען און מע האָט אים געמישפּט, ער זאָל אױך זיצן. האָט ער זיך מישבֿ געװען, טאַקע זאָלאַ, און איז גאָר אַנטלאָפֿן. איז געגאַנגען נאָך אײנער, פּיקער, אַ פּאָלקאָװניק, און האָט אױך אָנגעהױבן שרײַען און ליאַרעמען. איז אַרױסגעשפּרונגען מערסי [Auguste Mercier, דװקא אַ גענעראַל, און נאָך אײנער ראָזשעRoget, אױך אַ גענעראַל, און נאָך אַ סך גענעראַלן, און האָבן געזאָגט פֿאַלשע עדות אױף דרײפֿוסן. איז געװאָרן אַ געפּילדער צװישן די פֿראַנצױזלעך, מע זאָל אים אַראָפּברענגען, טאַקע דרײפֿוסן. האָט מען אים געבראַכט צו פֿירן קײן רעןRennes אױפֿן מישפּט. איז געקומען צו פֿאָרן אַן אַדװאָקאַט פֿון פּאַריזש. האָט מען אים געװאָלט שיסן. האָט מען אים געשאָסן פֿון הינטן. האָט ער געמאַכט פֿון אַלע גענעראַלן אַ פֿלעדערװיש. און דרײפֿוסן האָט מען פֿונדעסטװעגן װידער אַ מאָל פֿאַרמישפּט. נאָר מע האָט אים אָבער באַלד אַרױסגעלאָזט. דאָס הײסט, יאָ שולדיק, און פֿאָרט ניט שולדיק ― און רוף אונדז קנאַקניסל!… הײַנט פֿאַרשטײסטו שױן די מעשׂה מיט דרײפֿוסן?

הנ″ל.
קאַפּיטל 22.
שײנע־שײנדל פֿון כּתרילעװקע צו איר מאַן מנחם־מענדל אין יעהופּעץ.

לכּבֿוד בעלי היקר הנגיד המפֿורסם החכם מופֿלג מהור″ר מנחם־מענדל נ″י.

ערשטנס קום איך דיר צו מעלדן, אַז מיר זײַנען אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײַטער ניט ערגער.

צװײטנס שרײַב איך דיר, אַז דו ביסט ניט װײַט פֿון אַ משוגענעם, עס גײט דיר אָפּ נאָר אײן זאַך ― נעמען אַ שטעקן און לױפֿן איבער די גאַסן! האָסטו געהערט אַביסל אַ גדולה: ער שפּריצט מיט גאַז, פֿליט קײן פּאַריזש, װאַרפֿט מיט מיליאָנען! ער גלײַכט זיך צו די יעהופּעצער נגידים. זײ האָבן קײן געלט ניט, און ער האָט קײן געלט ניט. װי זאָגט די מאַמע: „בין איך מיר אױך אַ בהמה און פּגר אין דער טשערעדע“… געדענק מײַן װאָרט, מענדל, אַז מע װעט דיך ברענגען אַהײם אָדער אין קײטן, אָדער אין אַ לײַלעך, אַזױ װי דו ביסט װערט, בכדי דו זאָלסט געדענקען, אַז דו האָסט אַ װײַב ביז הונדערט און צװאַנציק יאָר, װאָס פֿאַרשטײט מער פֿון דיר. און פֿאַר דײַנע מתּנות, מענדל, װאָס דו װילסט מיר אָננעמען, דאַנק איך דיר זײער. לאָז זײ גאָט העלפֿן אַזעלכע קונים אַ סך װי דו מיט דײַנע שותּפֿים די ליגנערס, װאָס פֿאַרדינען מילי־מיליאַסן און פּגרן פֿאַר אַ גראָשן, הלװאַי װײַטער ניט ערגער, װי עס װינטשט דיר פֿיל גוטס און אימער גליק

דײַן באמת געטרײַע פֿרױ שײנע־שײנדל.

די מעשׂה פֿון דרײפֿוסן, װאָס דו האָסט מיר באַשריבן, זאָל איך אַזױ װיסן בײז, װי איך פֿאַרשטײ אַפֿילו אײן װאָרט! װי קומט אַ ייִד זײַן אַ קאַפּיטאַן, און װאָס פֿאַר אַ מין באָנדעראָ, װאָס אײנער לײגט אַרױף אױף דעם אַנדערן? צו װאָס האָט דער זאָלע באַדאַרפֿט אַנטלױפֿן, און װאָס האָט מען אים געװאָלט שיסן, און פֿאַר װאָס עפּעס פֿון הינטן, נישט פֿון פֿאָרנט?… װי זאָגט די מאַמע: „ציגן זאָלן אַזױ װיסן פֿון פֿרעמדע גערטנער, װי ער װײס װאָס סע טוט זיך מיט אים“…

קאַפּיטל 23.
מנחם־מענדל פֿון יעהופּעץ צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע.

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתּחי′ עכּב″ב.

ראשית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ברוך־השם בקװ־החײם־והשלום. השם־יתברך זאָל העלפֿן, מע זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿונעם אַנדערן נאָר גוטס מיט בשׂורות־טובֿות, ישועות־ונחמות ― אָמן.

והשנית זײַ װיסן, אַז דאָס קאַװקאַז האָט געמעגט אַרײַן אין דער ערד אַרײַן אײדער איך האָב דאָס דערקענט! איך טאָר מיך גאָר נישט באַװײַזן אױף דער בערזע! װאָס איז די מעשׂה? די מעשׂה איז אַ פּשוטע מעשׂה: נעכטן קום איך אַרױס אױף דער בערזע, גײט מיר אַקעגן טודרוס און מאַכט צו מיר: „הערט נאָר, רב ייִד, װוּ איז ערגעץ אײַער קאַװקאַז?“ ― קאַװקאַז, זאָג איך, איז אױף קאַװקאַז, װאָס איז דען? „איך האָב, מאַכט ער, נאָכגעדאַכט אױף דער לאַנדקאַרט, װוּ געפֿינט זיך ערגעץ אײַער געשעפֿט, לאָזט זיך אױס, אַז די שטאָט, װאָס איר האָט דאָרטן אָנגערופֿן, איז אַ נעכטיקער טאָג“. ― װאָס הײסט, זאָג איך, אַ נעכטיקער טאָג? „אָט דאָס הײסט, זאָגט ער, ס'איז גאָר אַזאַ שטאָט נישטאָ אױף דער װעלט. עפּעס אַ נאָמען פֿון דער הגדה… װי נעמט דאָס אַ ייִד, זאָגט ער, און לײגט פֿאָר אַ געשעפֿט, װאָס ניט געשטױגן, ניט געפֿלױגן? און נאָך װעמען? רױטשילדן! איר װײסט, זאָגט ער, װער רױטשילד איז?!“ ― פֿאַר װאָס, זאָג איך, זאָל איך ניט װיסן? איך װײס זײער גוט, זאָג איך װער רױטשילד איז, נאָר װאָס בין איך, זאָג איך, שולדיק? מע האָט מיר געזאָגט, האָב איך אײַך געזאָגט. און איך האָב מיך באַלד געלאָזט לױפֿן זוכן די טענדע־װערענדע און האָב אים געפֿונען אין דער „ייִדישער מאָלאָטשנע“, דאָרט, װוּ אַלע ייִדן זיצן, און האָב אים גענומען אױפֿן צימבל: ― זאָגט מיר נאָר, טענדע־װערענדע סערצע, װוּ געפֿינט זיך ערגעץ דאָס געשעפֿט אונדזערס? „ס'אַ משל, מאַכט ער, דאָס געשעפֿט איז דאָך בײַ אײַך, איר האָט דאָך דעם קונה!“ ― נײן, זאָג איך, ניט דאָס מײן איך; איך מײן דאָס געשעפֿט גופֿא, װוּ שטעקט דאָס ערגעץ, אין װאָסערע מקומות, װי אַזױ פֿאָרט מען אַהינצוצו, דורך װאָס פֿאַר אַ שטאָט? „דאָס, מאַכט ער, װײס איך גראָד נישט, דאָס באַדאַרף װיסן דער שותּף מײַנער“. זײַנען מיר געגאַנגען בײדע זוכן דעם שותּף. זאָגט אָבער דער שותּף, אַז אים האָט געזאָגט דער, װאָס מיט דער רױטער נאָז. און די רױטע נאָז זאָגט, אַז ער װײס ניט פֿון קײן פּותר און פֿון קײן חלום; ער האָט געהאָרכט, זאָגט ער, פֿון יענעם מעקלער, װאָס מיט די גראָבע ליפּן, אַז די טענדע־װערענדע האָט אַ געשעפֿט אױף קאַװקאַז, נאָר װוּ קאַװקאַז און װאָס קאַװקאַז ― װײס ער ניט, ער זאָל אַזױ ניט װיסן פֿון קײן שלעכטס! הקיצור, מע האָט זיך געװאָלט דערגרונטעװען, פֿון װאַנען שטאַמט דאָס געשעפֿט און װער האָט דאָס אױפֿגעגעבן, האָט אײנער אָנגעװיזן אױפֿן אַנדערן, דער אױף יענעם און יענער אױף דעם, אַזױ לאַנג אַזױ ברײט, ביז ס'איז געבליבן מסתּמא, אַז דער גאַנצער חײבֿ בין איך; איך האָב שױן אַזאַ גליק, מישטײנס געזאָגט, אַז אומעטום בין איך דאָס כּפּרה־הינדל!… הערסטו, זוגתי היקרה, װאָס איך בין דערגאַנגען? אַז ס'איז נישטאָ קײן מזל, זאָל מען זיך בעסער באַגראָבן אַ לעבעדיקער! צו װאָס איך זאָל מיך נישט נעמען, איז לכתּחילה, דאַכט זיך, אַלצדינג גוט און שײן און פֿײַן, אָט־אָט כאַפּ איך דאָס גליק, אָט־אָט איז דאָס בײַ מיר אין קעשענע ― צום סוף טוט זיך דאָס רעדל אַ דרײ איבער, און עם לאָזט זיך אױס אַ נעכטיקער טאָג! ניט באַשערט, אַ פּנים, אַז איך זאָל אױפֿקומען פֿון מעקלערײַ, כאַפּן אַ גראָבס און אַנטלױפֿן! ניט באַשערט, אַז מנחם־מענדל זאָל אױפֿקומען, װי אַנדערע מעקלערס אין יעהופּעץ! אַלע טראַסקען, נאָר איך אײנער שטײ און קוק, װי די װעלט מאַכט געשעפֿטן און פֿאַרדינט געלט, און איך דרײ מיך אַרום, װי אַ פֿרעמדער. איך זע פֿאַר זיך מיליאָנען מיט מיליאָנען, און קאָן זײ נישט כאַפּן… איך בין שטענדיק עפּעס װי אין דרױסן… אַ פּנים, איך האָב מיך נאָך ניט אַרױפֿגעשלאָגן אױפֿן ריכטיקן װעג? קײן מענטש װײס ניט, װוּ זײַן מזל געפֿינט זיך… מע דאַרף עס לאַנג זוכן, און אַז מע זוכט, געפֿינט מען… און מחמת איך בין זײער דערשלאָגן, מאַך איך דאָס בקיצור. אם־ירצה־השם, אינעם אַנדערן בריװ װעל איך דיר אַרױסשרײַבן אַלצדינג באַריכות. לאָז גריסן שװער און שװיגער און שרײַב מיר, װאָס מאַכסטו עפּעס אין געזונט, און קוש די קינדער זאָלן לעבן און געזונט זײַן, און שרײַב מיר, װאָס הערט זיך עפּעס בײַ אײַך אין כּתרילעװקע?

ממני בעלך מנחם־מענדל.

עיקר שכחתּי. צרות רבים חצי נחמה. אַז מע זעט זיך אָן יענעמס צרות, װערט אַביסל גרינגער אױף דער נשמה. אָט נעם, למשל, דעם אורח, װאָס שטײט מיט מיר אין אײן חדר. געװען אַמאָל אַ פּאָדראַטשיק, זאָגט ער, אַ גבֿיר, אַ בעל־הבית פֿון הײַזער און קלײטן אײגענע, און הײַנט לאָדט ער זיך מיט „קאַזנאַ“, ער האָפֿט אױפֿמאָנען אַ סך געלט. נאָר מחמת ער האָט נישט אַ גראָשן בײַ דער נשמה, האַלט ער זיך אױף לעת־עתּה בײַ מיר. אם־ירצה־השם, אַז ער װעט אױסלאָדן זײַן געלט, װעט ער מיך, זאָגט ער, ניט פֿאַרגעסן… און נאָך אײנער שטײט מיט מיר צוזאַמען, נאָך אַ גרעסערער אָרעמאַן פֿון יענעם: ער איז אַ שרײַבער. ער שרײַבט אין די בלעטער און מאַכט אַ בוך! דערװײַל, ביז זײַן בוך װעט פֿאַרטיק װערן, האַלט ער זיך אױף מיט אונדז אינאײנעם, און פֿאַר רחמנות גיט אים די בעל־הביתטע אַמאָל אַ גלעזל טײ. און נאָך אײנער האַלט זיך אױף בײַ אונדז אױף דער אַכסניא, אַ מין עני־ואבֿיון, דער שרײַבער איז אַ הונט קעגן אים! װער און װאָס ער איז ― װײס איך אַלײן ניט: עפּעס אַ שטיקל אַגענט, אַ שטיקל שדכן, אַ שטיקל אַקטיאָר, זינגט לידלעך און טרײַבט אַרױס מײַז, ― זײער אַ פֿרײלעך ייִדל, האָט נישט קײן העמד אױפֿן לײַב און גײט אױס ממש פֿאַר אַ שטיקל ברױט! הכּלל, מען זעט זיך אָן אַזױ פֿיל צרות אױף דער װעלט, אַז מע פֿאַרגעסט אָן די אײגענע!… געדענק זשע, למען־השם, שרײַב מיר פֿון דײַן געזונט און פֿון די קינדער זאָלן געזונט זײַן און פֿון שװער און שװיגער און פֿון איטלעכן באַזונדער.

הנ″ל.
קאַפּיטל 24.
שײנע־שײנדל פֿון כּתרילעװקע צו איר מאַן מנחם־מענדל אין יעהופּעץ.

לכּבֿוד בעלי היקר הנגיד המפֿורסם החכם מופֿלג מהור″ר מנחם־מענדל נ″י.

ערשטנס קום איך דיר צו מעלדן, אַז מיר זײַנען אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײַטער ניט ערגער.

צװײטנס שרײַב איך דיר, װאָס האָב איך דיר געזאָגט, דו אָפּגעריסענער נאַר? קושן באַדאַרפֿסטו דאָך די װערטער מײַנע, װי זאָגט די מאַמע: „קוש דעם קאַנטשיק, װאָס שמײַסט דיך!“… האָסט זיך שײן אױסגעהאַנדלט דאָרטן, װאָס טױג מיר גרױס, און האָסט זיך צונױפֿגעסקאָמפּאַניעט מיט אַ פֿײַנער חבֿרה שלעק, פּאָדראַטשיקעס, שלעפּערס, מחברים, לידל־מאַכערס, מײַזנטרײַבערס ― ניטאָ װער ס'זאָלן לאַכן און גענוג! אַװדאי דאַרף מען זיצן צוליב דעם אין יעהופּעץ אױף אַן אַכסניא און טרענצלען קערבלעך! מיר געפֿעלט נאָר, װאָס דו ביסט געקומען צום שׂכל: אַ פּנים, זאָגסטו, ס'איז דיר ניט באַשערט אױפֿצוקומען דאָרטן, װערן אַ מיליאָנטשיק? ביסט נאָך מסופּק, מענדל? איך שרײַ שױן פֿון לאַנג, אַז דו זאָלסט זיך אַרױסשלאָגן פֿון קאָפּ די דאָזיקע נאַרישע געדאַנקען. לאָמיך שױן אַזױ זײַן באַװאָרנט פֿון אַלדאָס בײז און דו פֿונעם נאַר דײַנעם, װי דו ביסט באַװאָרנט פֿון מיליאָנען! פֿאַרגעס, מענדל, אָן די מיליאָנען, פֿאַרגעס, אַז ס'איז גאָר פֿאַראַן ערגעץ אַ בראָצקי אױף דער װעלט, װעט זײַן אַז װױל צו דיר און צו דײַן נשמה! „קוק ניט װאָס העכער פֿון דיר, קוק װאָס נידעריקער פֿון דיר“, ― אַזױ, דאַכט זיך, שטײט געשריבן אין די ספֿרים? און זײַ נישט מקנא די יעהופּעצער פֿײַנע מענטשלעך, װאָס טראַסקען. לאָזן זײ טראַסקען, לאָזן זײ טרישטשען, לאָזן זײ ברעכן רוק און לענד, װי עס װינטשט דיר הײַנט און אַלע מאָל

דײַן באמת געטרײַע פֿרױ שײנע־שײנדל.

זאָג מיר נאָר, װאָס האָסטו זיך עפּעס פּלוצעם דערמאָנט, מײַן טײַערער מענדל, זיך נאָכפֿרעגן אױף אונדזער כּתרילעװקע? און װאָס בין איך דיר עפּעס געװאָרן אַזױ טײַער, װאָס דו זאָרגסט זיך אַזױ פֿאַר מײַן געזונט? אַ פּנים, דו האָסט זיך טאַקע פֿאָרט פֿאַרבענקט נאָך אונדז?… װי זאָגט די מאַמע: „לאָז דאָס קאַלב לױפֿן, עס װעט זיך אױסהונגערן, װעט דאָס אַלײן קומען אַהײם“… איך װאַרט אַף אַ דעפּעש פֿון דיר, אַז דו פֿאָרסט. שױן צײַט, שױן לאַנג צײַט ― הלװאַי זאָל דאָס זײַן מײַן לעצטער בריװ…

סוף פֿונעם דריטן בוך.

(מנחם־מענדל ― אַ שרײַבער)
געשריבן אין יאָרן 1903―1909