(י עהופּעצער בערז ע)
געשריבן אין יאָר 1896.
(יעהופּעצער בערזע)
I.
מנחם־מענדל פֿון יעהופּעץ צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע.
לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתחי′.
ר אשית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ברוך השם בקו החײם והשלום. השם יתברך זאָל העלפֿן, מע זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿונעם אַנדערן נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות, ישועות ונחמות ― אָמן.
ו השנית זײַ װיסן, אַז איך בין שױן ניט אין אַדעס, איך בין אין יעהופּעץ (אױך אַ שײנע שטאָט, לאָם איך האָבן אַזאַ יאָר!), און האַנדל שױן מער נישט מיט קײן װינט, מיט קײן לופֿט, מיט קײן „לאָנדאָן“ ― איך האָב שױן הײַנט, ברוך השם, אַביסל אַ לײַטישער געשעפֿט אין האַנט, אַ קאַראַנטנע געשעפֿט, אַ פּאַפּיר־געשעפֿט, דאָס הײסט, איך האַנדל מיט „פּאַפּירלעך“ האַנדל איך. װעסטו דאָך מיך פֿרעגן, װי קום אים קײן יעהופּעץ? דאַרף איך דיר דערצײלן, זוגתי היקרה, אַ גאַנצע מעשׂה, און בעטן דיך, זאָלסט קײן פֿאַראיבל ניט האָבן, װאָס איך האָב דיר אַזאַ צײַט קײן בריװ ניט געשריבן. ס'איז פּשוט ניט געװען װ אָ ס צו שרײַבן. און חוץ לזה האָב איך גערעכנט, אָט־אָט פֿאָר איך אַהײם, און גאָט איז יודע דעם אמת, װי װײַט עס האָט מיך געצױגן אַהײם, נאָר ס'איז, אַפּנים, מן השמים מיר אָנגעצײכנט געװאָרן, אַז איך זאָל מגולגל װערן קײן יעהופּעץ און זאָל האַנדלען מיט „פּאַפּירלעך“. איך שװער דיר, זוגתי היקרה, באַ מײַן לעבן, אַז איך בין שױן געזעסן אין װאַגאָן צו פֿאָרן קײן כּתרילעװקע, באַדאַרף איך מיך באַגעגענען מיט אײנעם אַן אַדעסער שפּעגעלאַנט, װאָס פֿאָרט קײן יעהופּעץ. װאָס טוט ער, פֿרעג איך אים, אין יעהופּעץ? זאָגט ער מיר: ער האַנדלט מיט פּאַפּירלעך. װאָס הײסט דאָס פּאַפּירלעך? גיט ער מיר צו פֿאַרשטײן, אַז „פּאַפּירלעך“ איז ניט קײן „לאָנדאָן“, װאָס הענגט אָפּ פֿון בערלין און פֿון ביסמאַרקן און פֿון דער ענגלישער מלכּה. פּאַפּירלעך ― דאָס איז אַזאַ מין געשעפֿט, װאָס װענדט זיך נאָר אין פּײטערבאַרג און אין װאַרשאָ. הײַנט האָט דאָס נאָך אַ מעלה: ס'איז אַ זאַך, װאָס מע קאָן דאָס זען, אָנטאַפּן מיט די הענט, נישט אַזױ װי „לאָנדאָן“, װאָס ס'איז נאָר אַ דמיון, אַ מין חלום. הײַנט האָט ער מיר גענומען אָפּלױבן די שטאָט יעהופּעץ מיט די יעהופּעצער שפּעגעלאַנטן אין טאָג אַרײַן: ס'איז גאָר לא זו הדרך, זאָגט ער, אײדעלע מענטשן! ער װעט ניט אַװעקגעבן, זאָגט ער, קײן צען אױסגעפּאַשעטע אַדעסיטן פֿאַר אײן יעהופּעצער שפּעגעלאַנט! הקיצור, דער פּאַרשױן האָט מיך אַזױ צענומען, אַז איך בין אַ בעלן געװען, איך פֿאָר דאָך במילא פֿאַרבײַ פֿאַסטאָװ, װעל איך מיך אַראָפּכאַפּן שױן קײן יעהופּעץ אַף אַ טשיקאַװעסט, אָנקוקן די היגע בערזע מיט די היגע שפּעגעלאַנטן. און, װי גאָט פֿירט, באַדאַרף איך אָנטרעפֿן אַקוראַט אַף אַזאַ צײַט, װאָס עס גײט אַ מוראדיקער בעס אַף פּאַפּירלעך, און „פּרעמיעס“ פֿאַרקױפֿן זיך בחצי חנם. קײן סך געלט אַרײַנלײגן דאַרף מען נישט, האָב איך מיך מײשב געװען, איך װעל מיך אַ שפּיל טאָן, אולי ירחם, אַ קשיא אף אַ מעשׂה, טאָמער װעל איך כאַפּן פֿון אױבן, װעל איך האָבן צושטײַער אַף הוצאָות. און דער אײבערשטער האָט רחמנות געהאַט, „פּאַפּירלעך“ האָבן זיך אַ הײב געטאָן, און איך האָב מײַן פּרעמיע פֿאַרקױפֿט מיט רװחים און געקױפֿט אַ פּאָר פֿרישע פּרעמיעס, און האָב װידער געכאַפּט פֿון אױבן און האָב מיך אַרױפֿגעשלאָגן אַף שײנע עטלעכע הונדערט קערבלעך, און דװקא מזומנע. האָב איך מיך מײשב געװען: דאַרף איך צאָלן יענעם „פּרעמיעס“, אַמער איך װעל מיר אַלײן „אײַנגאַזשירן“ מזומנע „פּאַפּירלעך“! און בין אַװעק דורך אַ קאַנטאָר קײן פּײטערבאַרג און האָב מיר צונױפֿגעשטעלט אַ „פּאָרטעפֿעל“ פֿון כּל מאמינים שהוא: „פּוטיװיל“ מיט „טראַנספּאָרט“, מיט „װאָלגע“, מיט „מאַלצעװער“, וכדומה אַזעלכע אַקציעס, װאָס הײבן זיך, און דאַנקען השם יתברך, איך װאַקס! און מחמת איך האָב קײן צײַט נישט, מאַך איך דאָס בקיצור. אם ירצה השם, אינעם אַנדערן בריװ װעל איך דיר אַרױסשרײַבן אַלצדינג באַריכות. לעת־עתּה לאָז גאָט געבן מיט געזונט און מיט הצלחה. לאָז גריסן די קינדערלעך אַלע און שװער און שװיגער גאָר פֿרײַנטלעך.
ממני בעלך מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל.
ע יקר שכחתּ י. אַז דו װעסט מיר שרײַבן, זאָלסטו מיר שרײַבן אַף מײַן נאָמען קײן בויבערי ק, מחמת אין יעהופּעץ טאָר איך ניט זײַן... דרײ איך מיך אַרום דעם גאַנצן טאָג אַף „קרעשטשאַ־טעק“ באַ דער בערזע, און קומט באַנאַכט, כאַפּ איך מיך אַראָפּ קײן בױבעריק. דאָרט זיצט די גאַנצע חבֿרה „שפּעגעלאַנטן“ אַף די דאַטשעס און מע שפּילט אַ גאַנצע נאַכט אין קאָרטן (זכרים מיט נקבֿות אינאײנעם ― אַזױ איז דאָ דער מנהג...), און גאַנץ פֿרי לױפֿן אַלע קײן יעהופּעץ, און איך בתוכם.
ה נ ″ ל.
II.
שײנע־שײנדל פֿון כּתרילעװקע צו איר מאַן מנחם־מענדל אין יעהופּעץ.
לכּבֿוד בעלי היקר הנגיד המפֿורסם החכם מופֿלג מוהר″ר מנחם־מענדל נ″י.
ע רשטנס קום איך דיר צו מעלדן, אַז מיר זײַנען אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אַף װײַטער ניט ערגער.
צ װײטנס שרײַב איך דיר, בעלי היקר, מײַנע שׂונאים זאָלן אַזױ כּוח האָבן צו לעבן, רבונו של עולם, װי איך האָב כּוח שױן צו שרײַבן דיר אַפֿילו אַ בריװל, אַז קױם־קױם װאָס איך פּלאָנטע מיט די פֿיס; ס'איז גאָר אַ סבֿרא, אַז איך װעל דאַרפֿן אַ „רעפּאַראַציע“, אַזױ זאָגט דער נײַער דאָקטער, געזאָגט זאָל אים װערן צרות מיט פּרעהס שלעק! ער מײנט, ער װעט באַ מיר צאַפּן קערבלעך! און פֿון װאָס, מײנסטו, איז דאָס מיר געקומען? נאָר פֿון גריזאָטע, נאָר פֿון האַרצװײטיק. סטײַטש, איך שיק דיר אַרױס אַף הוצאָות און זאָג דיר אָן, זאָלסט קומען אַהײם, נעמסטו און פֿאָרסט אַראָפּ קײן יעהעפּעץ ― ביסטו ניט װערט, מע זאָל דיך באַגראָבן אַ לעבעדיקן? הײַנט דער בזיון! די חרפּה פֿאַר דער װעלט! װי זאָגט די מאַמע: „שנײַץ די נאָז, שמיר דאָס פּנים“... מסחרים! געשעפֿטן! איך האָב אַלץ געמײנט, אַז דאָס שײנע „לאָנדאָן“ האָט שױן יאָ אײַנגענומען אַ מיתה משונה, װעל איך אױך שױן אױפֿגעריכט װערן, און ער װעט קומען אַהײם כאָטש מיטן לעבן, דער זיסער ברױטגעבער מײַנער. װאָס לאָזט זיך אױס דער סוף? אַ נײַער חלום, אַ װיסטער, אַ פֿינצטערער „יעהופּעץ“! „פּאַפּירלעך“! נאַ דיר אַזאַ משׂא־ומתן! ייִדן זאָלן גאָר האַנדלען דער שװאַרץ־יאָר װײס מיט װאָס, מיט שטיקלעך פּאַפּיר! ... איך לײען דײַן בריװל, בעלי היקר, און קלער מיר בשעת מעשׂה: ליבער פֿאָטער, האַרציקער געטרײַער! צי ד ו ביסט חלילה משוגע, צי איך בין ניט באַ אַלע געדאַנקען? עפּעס רעדסטו מיט מיר טאָטערש: „פּאַפּירלעך“... „פּײטערבאַרג“... „קרעשטשאַטעק“... „פּאָרטעפֿעל“... עפּעס אַ קליפּה, אַ ניט־גוטער האָט זיך אין אים אַרײַנגעכאַפּט! באַטאָג איז ער אין יעהופּעץ, און באַנאַכט איז ער אין בױבעריק, מיט די מאַנצבילן און מיט װײַבער אינאײנעם... װאָס טוסטו באַנאַכט אין בױבעריק? װאָס טראַכסטו זיך? ממה נפֿשך, װילסט מיך ניט, קום צו פֿאָרן און גט מיך אָפּ; אלא ניט, פֿאָר שױן בעסער אַװעק צו אַלדי שװאַרצע יאָר קײן אַמעריקע, װי יאָסל לײב־אַהרנס, און לאָם איך כאָטש ניט װיסן װוּ דײַן געבײן איז אַהינגעקומען, אױב ס'איז מיר שױן יאָ באַשערט צו בלײַבן אַן אײביקע עגונה מיט קלײנע קינדער פּיסקליאַטעס! נאָר אַזױ לאַנג קרענקען מײַנע שׂונאים! דײַן טריפֿהנע הצלחה, װאָס איך קאָן אַצינד צו דיר ניט פֿאָרן; איך בין, משטײנס געזאָגט, אַזױ געשטראָפֿט, אַז איך מוז גאָר ליגן צום בעט, װי זאָגט די מאַמע מײַנע זאָל געזונט זײַן: „אַז מע האָט ניט קײן פֿינגער, קאָן מען קײן פֿײַג ניט שטעלן“... אַניט, װאָלט איך באַלד נאָך דײַן שײנעם בריװ אַראָפּגעפֿאָרן צו דיר קײן יעהופּעץ און װאָלט דיך שױן אַראָפּגעבראַכט אַהײם! איך װאָלט דיר געװיזן, אַז אַ װײַב איז אַ װײַב! אַי װאָס, איך כאַפּ זיך אַרױס אַמאָל מיט אַ האַרב װאָרט? איז דאָס נאָר מחמת גריזאָטע, און ניט אַף לאַנג. װי זאָגט די מאַמע: „אַ שװעבעלע צינדט זיך אָן און װערט באַלד פֿאַרלאָשן“... װי עס װינטשט דיר
דײַן באמת געטרײַע פֿרױ ש ײ נ ע ־ ש ײ נ ד ל.
מנחם־מענדל פֿון יעהופּעץ צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע
לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתחי′.
ר אשית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ברוך השם בקו החײם והשלום. השם יתברך זאָל העלפֿן, מע זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿונעם אַנדערן נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות, ישועות ונחמות ― אָמן.
ו השנית זײַ װיסן, אַז דער ענין פֿון פּאַפּירלעך איז ניט, װי דו מײנסט, טאַקע פּאַפּיר ממש. עס רעדט זיך נאָר אַזױ פּאַפּיר, מײנען מײנט מען גאָר אַקציעס, פּײטערבאַרגער אַקציעס, למשל: „פּוטיװיל“, „טראַנספּאָרט“, „װאָלגע“, „מאַלצעװער“ וכדומה. דאָס זײַנען אַזעלכע פֿאַבריקעס, װאָס עס אַרבעטן זיך דאָרטן אײַזנבאַנען אַף אַקציעס, דאָס הײסט, מע לאָזט אַרױס אַקציעס אַף אַ הונדערטער און מע צאָלט פֿאַר זײ דרײַ, װאָרעם מע גיט „דעװעדענט“; װאָס מער „דעװעדענט“, איז אַלץ בעסער. נאָר כּפֿי אַזױ װי עס װײס קײנער נישט פֿאַרן יאָר, װאָס פֿאַר אַ „דעװעדענט“ מע װעט אַרױסגעבן, לכן גײט מען בלינד און מע קױפֿט און מע קױפֿט; און דערפֿון װערט אַ „האָס“, דאָס הײסט, פּאַפּיר שטײַגט, און ייִדן פֿאַרדינען געלט, און איך אױך בתוכם. זאָלסט אָנקוקן, זוגתי היקרה, װי אַזױ קלײנע מענטשעלעך, מעקלערס, אָרעמע לײַט זײַנען פּלוצים מיטאַמאָל אױסגעװאַקסן, געװאָרן גבֿירים אַדירים! מע זיצט שױן אַף דאַטשעס אין בױבעריק, מע פֿאָרט זיך באָדן קײן אױסלאַנד, זײערע דאַמעס גײען אײַנגעטונקען אין גאָלד און אין סאַמעט, די קינדער פֿאָרן אַרום אַף לעסעפּעדן, אין שטוב האַלט מען גובערנאַנטקעס, מע רעדט אַף פֿראַנצײזיש און מע שפּילט פּיאַנע, מע עסט אײַנגעמאַכטס און מע טרינקט װישניק, אַ קערבל איז אַ ממזר, ס'איז חי געלעבט און אַן עק, און אַלץ פֿון די „פּאַפּירלעך“! אַז עס קומט דער טאָג, זאָלסטו זען װאָס עס טוט זיך אַף „קרעשטשאַטעק“: פֿול און פֿיל מיט ייִדן! נאָר װאָס איז דאָס חידוש? אַז פֿון די קאַנטאָרן טרײַבט מען, און אַף דער גאַס לאָזט מען ניט שטײן. װילט זיך איטלעכן װיסן װאָס פֿריִער ― איז חושך! חושך! אָט איז הײַנט אָנגעקומען פֿון פּײטערבאַרג „פּוטי־װיל“ הונדערט אַכט און זיבעציק, ― נו, װי אַזױ קױפֿט מען נישט קײן „פּוטיװיל“? צי, למשל, „מאַלצעװער“, זאָגט מען, זײַנען אָנגעקומען שױן דרײַצן הונדערט פֿופֿציק, ― זאָל מען ניט קױפֿן קײן „מאַלצעװער“? אַז אַלע טאָג, אַלע טאָג שפּרינגט עס אַרױף! אַף מײַן „פּוטיװיל“, ברוך השם, שטײט מיר איצטער צו פֿאַרדינען שײנע עטלעכע הונדערטער! נאָר אַזױ לאַנג שמײַסט מען זײ, װי לאַנג איך װעל זײ פֿאַרקױפֿן! אַדרבה, איך רעכן נאָך צוקױפֿן אַ ק″ן שטיקלעך „פּוטיװיל“ מיט אַ פֿינף „מאַלצעװער“ מיט נאָך אַביסל „װאָלגע“, און אַז גאָט װעט שענקען דאָס לעבן ― צו קױפֿן אַביסל „טראַנספּאָרט“, מחמת מע שרײַבט פֿון פּײטערבאַרג, מע זאָל למען השם קױפֿן „טראַנספּאָרט“! אַלע האָבן דאָ טראַנספּאָרט: ייִדן, װײַבער, דאָקטױרים, מלמדים, משרתים, בעלי־מלאָכות ― װער האָט ניט קײן „טראַנספּאָרט“? דאָ, אַז אַ ייִד באַגעגנט זיך מיט אַ ייִדן, איז דער ערשטער ברוך־הבאָ: „װי אַזױ איז הײַנט „טראַנספּאָרט“?“ קומסט אַרײַן אין אַ רעסטאָראַציע, באַגעגנט דיך די בעל־הביתטע: „װי טײַער איז הײַנט „טראַנספּאָרט“?“ גײסטו קױפֿן אַ פּעקל שװעבעלעך, פֿרעגט דיך דער קרעמער: „װי טײַער איז הײַנט „טראַנספּאָרט“?“ הכּלל, יעהופּעץ איז טאַקע אַ מקום פּרנסה. אַלע שפּעגעלירן, אַלע װאַקסן, אַלע פֿאַרדינען געלט, און איך אױך בתוכם! נאָר מחמת איך האָב קײן צײַט ניט, מאַך איך דאָס בקיצור. אם ירצה השם, אינעם אַנדערן בריװ װעל איך דיר אַרױסשרײַבן אַלצדינג באַריכות. לעת־עתּה לאָז גאָט געבן מיט געזונט און מיט הצלחה. גריס אַלעמען באַזונדער גאָר פֿרײַנטלעך.
ממני בעלך מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל.
ע יקר שכחתּ י. װאָס דו פֿרעגסט, װאָס טו איך באַנאַכט אין בױבעריק, האָב איך דאָך דיר שױן געזאָגט, אַז יעהופּעץ איז אַ שטאָט, װאָס אַ ייִד טאָר דאָרט ניט זײַן, סײַדן אַ „פּערװעגעלדיע“. אַז איך װעל זיך אָפּװיקלען מיט מײַן „פּאָרטעפֿעל“ און װעל זען די אונטערשטע שורה, װעל איך אַרײַנטראָגן „געלדיע“, װעל איך מעגן זײַן אין יעהופּעץ גלײַך מיט אַלע. לעת־עתּה מוז מען זיך אױסבאַהאַלטן, און קײן בעסערע באַהעלטעניש, װי בױבעריק, איז ניטאָ. ס'איז אַן ערטל פֿון דאַטשעס. פֿאַראַן אַ סך דאַטשניקעס. די דאַטשניקעס לױפֿן, לױף איך אױך ― הײַנט פֿאַרשטײסטו שױן?
ה נ ″ ל.
IV.
שײנע־שײנדל פֿון כּתרילעװקע צו איר מאַן מנחם־מענדל אין יעהופּעץ.
לכּבֿוד בעלי היקר הנגיד המפֿורסם החכם מופֿלג מוהר″ר מנחם־מענדל נ″י.
ע רשטנס קום איך דיר צו מעלדן, אַז מיר זײַנען אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אַף װײַטער ניט ערגער.
צ װײטנס שרײַב איך דיר, בעלי היקר, אַז באַ אונדז האָט זיך געטראָפֿן אַן אומגליק מיט אַ גליק אינאײנעם. אונדזער משה־הערשעלע האָט אײַנגעשלונגען אַ קאָפּיקע! איך בין געקומען פֿונעם מאַרק, פֿרײַטיק איז דאָס געװען, געקױפֿט פֿיש, פֿרישע, צאַפּלדיקע, זיך נאָך געװאָרפֿן, און דאָס קינד שרײַט, װערט צעריסן! איך שלאָג דאָס, איך הרגע דאָס ― עס האַלט אין אײן שרײַען! „װאָס װילסטו? שלים־מזל! באַשעפֿעניש! נאַ דיר צרות מײַנע! נאַ דיר אַ קאָפּיקע! נאַ דיר בױכװײטיק!“ קױם מיט צרות אַנטשװיגן געװאָרן. אין עטלעכע מינוט אַרום, איך טו מיך אַ כאַפּ: „משה־הערשעלע! װוּ איז די קאָפּיקע?“ „ניטאָ טאָפּעטע!“ ― מאַכט ער צו מיר און װײַזט מיטן הענטל אין מױל אַרײַן. אײַנגעשלונגען? אַ צרה איז מיר! אַ שלאַק איז מיר! איך נעם דאָס קינד, איך קוק דעם אין מױל אַרײַן, װײ און װינד איז מיר! „משה־הערשעניו! נשמה מײַנע! מיר זאָל זײַן פֿאַר דײַנע בײנדעלעך! זאָג, װוּ האָסטו אַהינגעטאָן די קאָפּיקע?“ איך טרײסל אים, איך שלאָג אים, קנײַפּ אים, מאַך אים ברױן און בלױ ― ער שרײַט אין אײן קול: „ניטאָ, האַם טאָ־פּעטע, האַם!“ בקיצור, איך האָב אים געבראַכט צום דאָקטער, האָט ער געהײסן מע זאָל אים געבן קאַרטאָפֿליעס. צװײ טאָג האָט מען דאָס קינד נעבעך געמוטשעט, געשטאָפּט מיט גװאַלד, נישט קײן מילך, נישט קײן טרונק װאַסער, נאָר קאַרטאָפֿליעס, נאָר קאַרטאָפֿליעס, ― איך האָב געמײנט, ס'איז אַן עק פֿון מײַן קינד! ערשט אַפֿן דריטן טאָג, איך נעם אױפֿראַמען די שטוב, איך טו אַ קוק אין בעט אונטערן קישן ― ליגט ניט די קאָפּיקע? דאָקטױרים זאָלן אַזױ װיסן פֿון זײער געזונט, װי זײ װײסן, װער עס האָט זײ געשלײערט! נאַ דיר נאָך, טאָמער איז קאַרג, װי זאָגט די מאַמע: „אַ רעשטל צו די צרות!“... איך דאַרף האָבן צו טאָן מיט זײַנע קינדער, מיט דאָקטױרים, מיט רוחות און מיט שדים, און ער, דער גאָלדשפּינער, גאָרנישט, פֿליט אַרום פֿון אַדעס קײן יעהופּעץ, פֿון יעהופּעץ קײן בױבעריק! װאָס איז? אַ גדולה אַף אים, אַ היץ: „פּאַפּירלעך!“ „טראַנספּאָרטן“! „פּאָרטעפֿעלן“! האָט זיך אײַנגערעדט, אַז מע קאָן װערן אין אײן שמע־ישראל אַ נגיד! „אַן אײַנרײדעניש, זאָגט די מאַמע, איז ערגער פֿון אַ קרענק“... נאַרעלע, װאָס װעסטו מיר דערצײלן גליקן, פּזמונות: „אַקציעס, שמאַקציעס, דעװענדענט, מעדעװענט“ ― ס'איז װערט אַן אױסגעבלאָזן אײ! מיט פֿינף פֿינגער װערט מען ניט רײַך. „אַז מע לײגט אַרײַן, זאָגט די מאַמע, קדחת, נעמט מען אַרױס אַ קרענק“... פֿאַרשרײַב דיר, מענדל, װאָס איך זאָג דיר, אַז אַלע דײַנע יעהופּעצער לײַט, װאָס דו שרײַבסט, אַז זײ זײַנען מיטאַמאָל באַגליקט געװאָרן, װעלן אם ירצה השם אין גיכן װערן צוריק די אײגענע קבצנים, װאָס פֿריִער, נאָך מיט מער פֿרישקײט. װאָרעם איך גלײב אַזױ אין דײַנע „טראַנספּאָרטן“ מיט דײַנע „שמאַלצעװער“, װי אין דעם אַדעסער „לאָנדאָן; אין כּישוף און אין שרעטעלעך גלײב איך שױן אַ סך מער, װי אין אַלע דײַנע יעהופּעצער „פּאָרטעפֿעלן“. אױ, אַ הונט זאָל אױפֿעסן מײַן האַרץ, װאָלט ער משוגע געװאָרן, אַז איך זע באַ לײַטן װײַבער האָבן אױך אַ שטיקל דעה באַ זײערע מאַנען, מישן זיך אַרײַן אַמאָל מיט אַ װאָרט, טוען אַ געשרײ, אַ הוק, אַז עס װאַרפֿט מיטן מאַן דאָס נײַניעריקע, נישט אַזױ װי איך דאַרף מיט אים גײן מיט װײכע רײדעלעך, נישט דערװעגן זיך חלילה אַ קרום װאָרט, צי אױסשעלטן אַמאָל פֿאַר די בזיונות, װאָס איך טראָג דאָ איבער פֿאַר דיר, אַז איך דאַרף נאָך פֿאַר איטלעכן באַזונדער מאַכן אַ פֿרײלעך פּנים, װי זאָגט די מאַמע: „אַ קניפּ אין באַק, די פֿאַרב זאָל שטײן“... נאָר גװאַלד, מה אָנו מה חײנו? איך װעל אַזױ לאַנג צאַנקען און צאַנקען שטילערהײט, ביז איך װעל, שׂונאי ציון, אױסגײן, װי אַ ליכט מײַנע שׂונאים, אָדער אַזױ חלילה צעזעצט װערן פֿון גריזאָטע, צעזעצט און צעשפּרונגען זאָלן װערן אַלע דײַנע יעהופּעצער קנאַקערס, װי עס װינטשט דיר הײַנט און אַלע מאָל פֿונעם טיפֿן האַרצן
דײַן באמת געטרײַע פֿרױ ש ײ נ ע ־ ש ײ נ ד ל.
שאַ, בערל דעם פֿעטער מנשהס האָט שױן אף זיך אַ נײַעם אומגליק:
ער איז יענע װאָך אָפּגעברענט געװאָרן, אַרױס װי די מאַמע האָט אים
געהאַט. און איצט האָט ער נאָך דאָס לױפֿעניש ― שׂונאים האָבן אים
געמסרט: אַזױ װי ס'איז באַ אים געװען „געסטרעכעװעט“ אַלצדינג דרײַ
מאָל אַזױ פֿיל, האָט ער דאָך מסתּמא אַלײן געמאַכט „בורא מאורי האש“.
האָט מען אים גערופֿן צום סליעדאָװאַטעל. בערל איז אָבער אױך ניט
פֿון די װאָס צען אַ דרײַער; שטעלט ער עדות, װאָס גײען שװערן, אַז
ער איז יענע נאַכט גאָר ניט געװען הי. דערװײַל האָט מען אים אײַנגעזעצט, און זלאַטקע איז פֿאַר שרעק געלעגן געװאָרן און געהאַט אַ זיבעלע. מזל־טובֿ!
מנחם־מענדל פֿון יעהופּעץ צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע.
לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל. תחי'.
ר אשית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ברוך השם בקו החײם והשלום. השם יתברך זאָל העלפֿן, מע זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿונעם אַנדערן נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות, ישועות ונחמות ― אָמן.
ו השנית זײַ װיסן, אַז איך גײ שױן קײן װאַרשע. װעסט דאָך מיך װעלן פֿרעגן מסתּמא, אַז װיבאַלד אַז איך זיץ אין יעהופּעץ און האַנדל מיט פּײטערבאַרג, הײַנט װי קום איך קײן װאַרשע? זאָלסטו גאָר קײן יסורים ניט האָבן: װאַרשע איז אױך אַ שטאָט! װאַרשע האָט אױך פּאַפּירלעך, און נאָך װאָסערע פּאַפּירלעך! אַף װאַרשע זײַנען שפּעגעלאַנטן גליקלעך געװאָרן! װאַרשע איז ניט פּײטערבאַרג; װאַרשע שמײַסט מיט הונדערטערס! װאַרשע איז זיך מײשב ערשט יענע װאָך און הײבט־אױף „לילעפּוטן“ פֿון צװעלף הונדערט אַף צװײ טױזנט! נו, פֿרעג איך דיך, גײ זעץ זיך אַנידער און קױף ניט אַזאַ פּאַפּירל! צי, למשל, „װעגעלעך“. געשטאַנען אָט ערשט, פֿריִער מיט אַ װאָך דרײַ, פֿערצן הונדערט. װיפֿל, מײנסטו, שטײען זײ הײַנט? צװײ טױזנט. און דװקא אָן דעם קאַפּאָן!! מע דאַרף דאָך זײַן, דאַכט מיר, אַ רוצח, מע זאָל ניט אַװעקגײן קױפֿן קײן „װעגעלעך“! הײַנט האָט דיר װאַרשע גלאַט אַ מעלה: זי פֿאָדערט נישט קײן געלט; זי װיל נישט װיסן פֿון קײן „דעפּאָ“. דו װילסט האָבן „לילעפּוטן“, „װעגעלעך“? צאָל איבער אַ פּאָר הונדערט רובל אַפֿן קורס און מאַך דיר אַ „פּרעמיע“ אַף „אול־טימאָ“: אַף אונדזער לשון הײסט דאָס ביז ראָש־חודש. עס װעט קומען ראָש־חודש, װעסטו דעמאָלט האָבן די ברירה: צי נעמען די פּאַפּירלעך, צי נײן. נאָר װער װעט דיך לאָזן װאַרטן אַף ראָש־חודש? דערױף האָט דאָך גאָט באַשאַפֿן מעקלערס אַף דער װעלט, זײ זאָלן נישט לאָזן דורכגײן די גאַס: „אפֿשר האָט איר „לילעפּוטן“? אפֿשר האָט איר „װעגע־
לעך“? אַזױ לאַנג, אַזױ ברײט, ביז זײ גיבן דיר עפּעס „פֿון אױבן“ און נאַרן אױס באַ דיר דײַנע פּאַפּירלעך. אָט האָבן זיך ערשט נעכטן צוגעטשעפּעט צו מיר צװײ אַדעסער מעקלערס; אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל זײ האָבן זיך נאַסיאַדעט, איך זאָל זײ אָפּגעבן מײַנע „לילעפּוטן“ מיט מײַנע „װעגעלעך“. געפֿונען דעם אָרט, װוּ אױסצונאַרן סחורה! „ברידערלעך, ― טענה איך צו זײ ― איך האָב ניט. איך זאָל אַזױ רײן זײַן פֿון שלעכטס!“ הקיצור, איך האָב מיך מיט זײ אַזױ לאַנג געראַנגלט, ביז זײ האָבן פֿאָרט אױסגענאַרט באַ מיר מײַנע פֿינף „לילע־פּוטן“ מיט די פֿינף „װעגעלעך“. נאָר װאָס דען? איך האָב זײ אָבער אױך גוט אָפּגעטאָן. איך האָב מיך באַלד „אָפּגעדעקט“, איך האָב „אַרי־בערגעשמיסן“, און צו גאָט אַ האָפֿענונג, איך װעל, אם ירצה השם, כאַפּן אַ פֿון־אױבן, װאָרעם עס גײט מיר, קײן עין־הרע, די לעצטע צײַט אַזױ, אַז װאָס איך קױף הײַנט, װערט מאָרגן טײַערער; אַלע זאָגן, אַז איך בין אַ מוצלח! לאָז גאָט געבן, דאָס „אולטימאָ“ אין װאַרשע זאָל אָפּלױפֿן גלאַט, װערט באַ מיר פֿרײַ דעך גאַנצער „פּאָרטעפֿעל“, דעמאָלט טראָג איך מיך איבער אין אַן אַנדער קאַנטאָר, װאָרעם אין דער קאַנטאָר, װאָס איך אַרבעט אַצינד, איז פֿאַראַן, קײן עין־הרע, אַזױ פֿיל ייִדן, אַז מע װײס ניט װוּ מע איז אין דער װעלט. יענע װאָך איז שיִער אַרױס אַ גאַנצער שקאַנדאַל: עס האָט שױן געהאַלטן כּמעט באַ פּעטש, דאָס הײסט, אײנער פֿון אונדז האָט געכאַפּט אַ פּאַטש... נאָר מחמת איך האָב קײן צײַט ניט, מאַך איך דאָס בקיצור. אם ירצה השם, אינעם אַנדערן בריװ װעל איך דיך אַרױסשרײַבן אַלצדינג באַריכות. לעת־עתּה זאָל גאָט געבן מיט געזונט און מיט הצלחה. גריס אַלעמען באַזונדער גאָר פֿרײַנטלעך.
ממני בעלך מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל.
ע יקר שכחתּ י. װאָס דו שרײַבסט מיר מכּוח בערל דעם פֿעטער מנשהס, איז באַ מיר זײער צו גלײבן: באַ אײַערע כּתרילעװקער פּרנסות קאָן זיך קײן סוחר אַנדערש נישט אױסהאַנדלען. זעסטו, באַ אונדז אין יעהופּעץ קאָן זיך שױן אַזאַ מעשׂה נישט טרעפֿן. ראשית, איז דאָ איטלעכן באַזונדער, קײן עין הרע, זײער גוט; והשנית, אַז עס מאַכט זיך דאָ חלילה אַ שׂרפֿה, לעשט מען דאָ גאָר אַנדערש, הײַנו: נאָך אײדער עס הײבט אָן צו נעצן, לױפֿט שױן די קאָמאַנדע מיט די מעשענע קיװערס, שפּרינגען אין פֿײַער אַרײַן און שפּריצן מיט דער קישקע. דו װאָלסט געמעגט זיך פֿאַרגינען אָנקוקן אין יעהופּעץ אַ שרפֿה!
ה נ ″ ל
VI.
שײנע־שײנדל פֿון כּתרילעװקע צו איר מאַן מנחם־מענדל אין יעהופּעץ.
לכּבֿוד בעלי היקר הנגיד המפֿורסם החכם מופֿלג מוהר″ר מנחם־מענדל נ″י.
ע רשטנס קום איך דיר צו מעלדן, אַז מיר זײַנען אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אַף װײַטער ניט ערגער.
צ װײטנס שרײַב איך דיר, בעלי היקר, אַז איך האַלט, אַז דו ביסט שױן חלילה פֿאָרמאַלנע משוגע, מעגסט שױן באַלד אָנהײבן לױפֿן אין די גאַסן. קאַרג פֿאַר אים װאָס מע קען אים אין אַדעס, אין יעהופּעץ, אין בױבעריק, באַדאַרף ער נאָך האָבן, אַז אין װאַרשע זאָל מען אױך װיסן, אַז ס'איז דאָ אַף דער װעלט אַ מנחם־מענדל, װאָס פֿאַרנעמט זיך מיט הענדל; אַמאָל האָט ער געהאַנדלט מיט „לאָנדאָן“, און הײַנט האַנדלט ער מיט אַלטע פּידקאָװעס, אָפּגעשלאָגענע הושענות, עפּעס „פּאַפּירלעך“, „פּאָרטעפֿעלן“, „װעגעלעך“, „פּיפּערנאָטערס“, װאָס מע דאַרף נאָך גײן זוכן עס אַזש אין װאַרשע, און זיך נאָך שלאָגן איבער דעם. הלװאַי, רבונו של עולם, זאָל זיך געפֿינען אַ חכם, װאָס זאָל דיר אַרױסשלאָגן דעם נאַר דײַנעם, זאָלסט ניט אין זינען האָבן דאָרטן דער שװאַרץ יאָר װײס װאָס, בעת דאָ אין דער הײם האָסטו אַ װײַב ביז הונדערט און צװאַנציק יאָר, װאָס האָט צו טאָן מיט די קינדער זײַנע טאָג װי נאַכט, טאָ דאָס, טאָ דאָס! ערשט נעכטן שיִער אָפּגעקאָכט אַ קינד מיט זודיק װאַסער פֿון אַ דורכשלאַג. אַ גליק, װאָס ניט אַפֿן גאַנצן קעפּל, װי זאָגט די מאַמע: „צום שלימזל דאַרף מען אױך האָבן מזל!“... און ער ― גאָרניט, שפּאַצירט דאָרט אַרום אַף שרפֿות, אַ גדולה אַף אים: יעהופּעץ ברענט, פֿאַרברענט און פֿאַרשרפֿהט זאָל דאָס דיר װערן מיט װאַרשע און מיט פּײטערבאַרג אינאײנעם, ליבער גאָט! װער עס האָט נאָר גאָר אין האַרצן, דער באָדט זיך אין מײַן בלוט. איך קאָן דען דורכגײן די גאַס אַפֿילו? יעדער טײַט אַף מיר מיט די פֿינגער: „אָט גײט זי, מנחם־מענדלס פּלוניתטע פֿון יעהופּעץ!“ אַ שײנער נאָמען, אַז אָך און װײ איז מיר! לעבן זאָל טאַקע די מאַמע מײַנע. זי טענהט אײנס: „אַ מאַן, זאָגט זי, טאָר מען ניט אָפּלאָזן אַף קײן מינוט, דען, זאָגט זי, אַז דער טעסלער זיצט אַף די שפּענער, זײַנען די שפּענער ― שפּענער... איך האָב, זאָגט זי, פֿריִער געװוּסט, אַז קײן גוטער סוף װעט דערפֿון נישט אַרױס; אַ געלט־שידוך, זאָגט זי, האָט זיך מיר פֿאַרגלוסט, װי זאָגט מען: חזיר, האָסט געלט? זײַ מײַן מחותּן!... אַ שמאַלץ־גרוב, זאָגט זי, די שמאַלץ רינט אױס, די גרוב בלײַבט איבער. בריװלעך, זאָגט זי, װאָלט איך אים געשריבן? פֿון קדחת װאָלט איך אים געשריבן! װער עס פֿאַרשטײט ניט אַפֿן װוּנק, זאָגט זי, דעם גיט מען מיטן שטעקן... איך װאָלט אים, זאָגט זי, אַף אַ בעזעם אַראָפּגעבראַכט אַהײם! אַף אַ קאָטשערע!“... זאָג אפֿשר, אַז זי איז אומגערעכט? נאָר װאָס זאָל איך טאָן, אַז איך בין מישטײנס געזאָגט, אַזאַ ציג, אַז װאָס מע זאָגט מיר איז רעכט, און װאָס מע װיל פּועלט מען באַ מיר! אַן אַנדערע אַף מײַן אָרט למשל, בליומעזלאַט ־ ע, װאָלט שױן לאַנג געװען אין יעהופּעץ באַ אַלע רבנים און דײנים, דיך אָנגעפֿאַלן אין גאַס און געגעבן דיר אַ װיסטן, אַ פֿינצטערן סוף, אַז דו װאָלסט פֿאַרגעסן אַפֿילו, צי דו הײסט מנחם־מענדל, און צי דו האַנדלסט מיט פּיפּערנאָטערס... מאָל דיר, דײַנע גילדענע געשעפֿטן מיט די גליקן, װאָס דו כאַפּסט דאָרטן, זעט מען שױן אַרױס פֿון די מתּנות, װאָס דו שיקסט מיר איבער פֿון יעהופּעץ; די דימענטן מיט די באַרליאַנטן, מיט די געשטיקטע העמדער, מיט די געשטעפּטע קאָלדרעס, אַ קלײניקײט? איך זאָג דיר מיט גוטן, בעלי היקר, איך קאָן דאָס שױן מער ניט אױסהאַלטן! אײנס פֿון די בײדע: אָדער קום צופֿאָרן װאָס גיכער אַהײם און זײַ אַ מענטש גלײַך מיט אַלעמען, אָדער לאָז קומען אַ מיתה משונה אַף מײַנע שׂונאים, און לאָז דאָס האָבן אַן עק, װי עס װינטשט דיר הײַנט און אַלע מאָל
דײַן באמת געטרײַע פֿרױ ש ײ נ ע ־ ש ײ נ ד ל.
מנחם־מענדל פֿון יעהופּעץ צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע.
לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתחי'.
ר אשית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ברוך השם בקו החײם והשלום. השם יתברך זאָל העלפֿן, מע זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿונעם אַנדערן נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות, ישועות ונחמות ― אָמן.
ו השנית זײַ װיסן, אַז איך קנאַק און פֿלי, איך ברען, איך שפּרינג אין פֿײַער, איך װאַקס, איך װאַקס! אַ סך זײַנען מיר מקנא, װאָרעם װאָס איך קױף הײַנט, װערט מאָרגן טײַער. „װעגעלעך“ האָבן זיך אַ רוק געטאָן נאָך אַף צװײ הונדערט רובל, און מײַנע „לילעפּוטן“ שטײען שױן, ברוך השם, אַף יענער זײַט דריטהאַלבנטױזנט; נאָר מיר לױנט נאָך נישט צו פֿאַרקױפֿן, װײַל אַלע זאָגן, אַז עס װעט נאָך גײן און גײן. ס'איז גאָר אַ סבֿרא, אַז „אױסלאַמד“ האָט זיך אַ װאָרף געטאָן אַף אונדזערע פּאַפּירלעך. מע מאַכט אַ „סענדעקאַט“, דאָס הײסט, אַ יד־אַחת, מע װיל זײ אױסקױפֿן עד לפּ″ק, נישט איבערלאָזן אַפֿילו אַף אַ רפֿואה! װעסטו דאָך מסתּמא פֿרעגן: פֿאַר װאָס? גאַנץ פּשוט! געלט, פֿאַרשטײסטו מיך, איז הײַנט פֿאַראַן באַ דער װעלט אָן אַ שיעור; עס װאַלגערט זיך אין די גאַסן; פּריצענט איז בזיל הזול ― פֿיר־פֿינף לשנה איז פֿאַר אונדז איבערגענוג; הײַנט אַז עס טראָגט גאָר צען־פֿופֿצן, איז דאָך דאָס טאַקע אַ גליק! און װאָס דו זאָגסט „לילעפּוטן“ (נישט, װי דו רופֿסט עס אָן, „פּיפּערנאָטערס“), האָב איך דיר שױן געשריבן, אַז דאָס איז אַזאַ מין פּאַפּירל פֿון אַ פֿאַבריקע, װאָס מע אַרבעט דאָרטן אײַזנבאַנען און מע גיט דערױף „דעװענדענט“. די אײַזנבאַנען זײַנען אין סימביר, די פּאַפּירלעך זײַנען אין װאַרשע, און די קונים זײַנען אין יעהופּעץ, ― הײַנט פֿאַרשטײסטו שױן? דאָס אײגענע איז מיט די „װעגעלעך“, מיט „פּוטיװיל“ און מיט „טראַנספּאָרט“. נאָר דו קערסט מײַ־נען, אַז מע קױפֿט פּאַפּירלעך, קוקט זײ עמעצער אָן אין די אױגן? האָסטו װידער אַ טעות. מע מוז דיר קלאָר מאַכן אַקוראַט, זאָלסט פֿאַרשטײן דאָס געשעפֿט. למשל, עס פֿאַרגלוסט זיך דיר קױפֿן „טראַנספּאָרט“; גײסטו אַרײַן אין אַ קאַנטאָר, טראָגסט אַרײַן אין קאַסע עטלעכע קערבלעך אַ „דעפּאָ“, און דו הײסט דיר פֿאַרשרײַבן אַביסל סחורה, און מע גיט דיר אַרױס אַ בריװל, אַז מע האָט אײַנגעקױפֿט פֿון דײַנעטװעגן אַזױ פֿיל און אַזױ פֿיל „טראַנספּאָרט“, אַף אַזאַ און אַזאַ מקח מיט אַזאַ און אַזאַ „דעפּאָ“, און באַם חלילה עס פֿאַלט אַראָפּ, ביסטו מחױבֿ צוטראָגן נאָך געלט; ― נאָר ס'איז בלאָטע, ניט אַזױ גיך פֿאַלט דאָס אַראָפּ, און מע באַדאַרף ניט צוטראָגן קײן געלט; אַדרבה, עס הײבט זיך גאָר אױף! אָט אַזױ אַרבעט איך כּסדר און מאַך, ברוך השם, הלװאַי װײַטער ניט ערגער. גאָט זאָל העלפֿן, איך זאָל מיר קאָנען אָפּרײַסן אַף אַ פּאָר טעג, װאָלט איך זיך אַראָפּגעכאַפּט קײן װאַסילקאָװ און װאָלט אַרײַנגעטראָגן „געלדיע“; דעמאָלט װאָלט איך פֿאַרשפּאָרט זײַן נע־ונד, באַטאָג אַ יעהופּעצער און באַנאַכט אַ בױבעריקער. אַלע מעקלערס זײַנען הײַנט געװאָרן „קופּצעס“. זאָלסט זען װי מע לעבט, װי מע עסט! הײַנט די דאַמעס זײערע מיט די דימענטן און באַרליאַנטן ― איך האָב מיך צעפֿרעגט, װוּ קױפֿט מען דאָ באַרליאַנטן, און האָב באַטראַכט פֿון דײַנעטװעגן דאָרטן אַ פּאָר זאַכן, זאָג איך דיר, אַז ניט נאָר באַ אײַך אין כּתרילעװקע, אַפֿילו באַ אונדז אין יעהופּעץ װעט דאָס אױך אָנמאַכן אַ רעש! און מחמת איך האָב קײן צײַט ניט, מאַך איז דאָס בקיצור. אם ירצה השם, אינעם אַנדערן בריװ װעל איך דיר אַרױסשרײַבן אַלצדינג באַריכות. לעת־עתּה זאָל גאָט געבן מיט געזונט און מיט הצלחה. גריס איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנטלעך.
ממני בעלך מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל.
ע יקר שכחתּ י. דו מײנסט, אַפּנים, זוגתי היקרה, אַז איך בין אײנער אַפֿן יריד, װאָס איך האַנדל מיט פּאַפּירלעך? בראָצקי האַנדלט אױך דערמיט. דער חילוק איז: איך, אַז איך גײ קױפֿן פּאַפּירלעך, באַדאַרף איך פֿריִער אױסרעכענען װיפֿל מײַן מאָגן קאָן פֿאַרדײען, און בראָצקי, אַז ער טוט אַ קױף פּאַפּירלעך, קױפֿט ער מיט אַמאָל טױזנט שטיק, פֿינף טױזנט שטיק, צען טױזנט שטיק. דו שפּילסט זיך מיט בראָצקין? יענער, אַז ער פֿאָרט דורך אין דער קאַרעטע, ציטערט דער „קרעשטשאַ־טעק“, און אַלע ייִדן נעמען אַראָפּ די היטלען, און איך אױך בתוכם.
שײן װאָלט זײַן, װען איך װער אַמאָל אַ בראָצקי!... אַז גאָט װיל, נאַרעלע...
ה נ ″ ל.
.VIII
שײנע־שײנדל פֿון כּתרילעװקע צו איר מאַן מנחם־מענדל אין יעהופּעץ.
לכּבֿוד בעלי היקר הנגיד המפֿורסם החכם מופֿלג מוהר″ר מנחם־מענדל נ″י.
ע רשטנס קום איך דיר צו מעלדן, אַז מיר זײַנען אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אַף װײַטער ניט ערגער.
צ װײטנס שרײַב איך דיר, בעלי היקר, „אַז פֿון אַ חזירשן עק, זאָגט די מאַמע, קאָן מען קײן שטרײַמל ניט מאַכן“... איך שמועס עס קעגן דײַן שײנער שװעגערן, קעגן דײַן יענטלען טאַקע, ברענען זאָל זי דיר אַפֿן פֿײַער! זי איז זיך מײשב יענע װאָך און לאָזט אַרױס אַ קלאַנג איבער דער גאַנצער שטאָט, אַז דו ביסט אַװעק קײן אַמעריקע און מיך האָסטו, ניט דערלעבן װעט זי דאָס, אַװעקגעװאָרפֿן אַן אַלמנה חיה. פֿון װאַנען, זאָגט זי, האָט זי דאָס גענומען? שׂרה־נחמה האָט געהערט פֿון לײזי־הערשקע־אַבֿרהמס מױל, אַז ברוך־בן־ציונס האָט אַלײן געזען באַ משה־שמואלן אַ בריװל, װאָס מאיר־מאָטל שרײַבט אים פֿון אַמעריקע. לױף איך דאָך אַװעק צו משה־שמואלן: װוּ איז דאָס בריװל? פֿרעגט ער מיך: װאָסער בריװל? זאָג איך: װאָס מאיר־מאָטל שרײַבט אײַך פֿון אַמעריקע. זאָגט ער: װער האָט אײַך געזאָגט? זאָג איך: ברוך־בן־ציונס. זאָגט ער: װי האָט אײַך געקאָנט זאָגן אָט דער שקרן, אָט דער כּזבֿן אַזאַ מעשׂה, אַז איך רעד ניט מיט אים שױן העכער אַ יאָר? לױף איך דאָך אַװעק פֿון דאָרטן צו ברוך־בן־ציונס מיט אַ צעיושעטן קאָפּ. לאָזט זיך אױס אַ מעשׂה, אַז ער איז גאָר נישטאָ אין כּתרילעװקע שױן די דריטע װאָך. פֿלי איך דאָך פֿון דאָרטן אַװעק מסתּמא צו לײזי־הערש־קע־אבֿרהמס און גיב אים אַװעק אַ פּאָרציע, װי עס געהער צו זײַן, למאַי האָט ער דערצײלט שׂרה־נחמהן אַזאַ פּזמון מיט אַ בריװל, װאָס ניט געשטױגן, ניט געפֿלױגן? קוקט ער מיך אָן, װי אַ משוגענע: װאָסערע פֿלױמען? לאָזט זיך אױס אַ מעשׂה, אַז דאָס האָט זי טאַקע אַלײן, דײַן יענטל הײסט עס, די כּפּרה זאָל זי זײַן פֿאַר אונדז בײדן, אױסגעטראַכט פֿונעם קאָפּ. אַ הולטײַקע קאָן! נאָר עס קריכט דיר שטאַרק אין קאָפּ אַרײַן אַװדאי װאָס איך שרײַב דיר, אַז דיר ליגן גאָר אין זינען מסתּמא דײַנע יעהופּעצער דאַמעס, צעדמט און צעבלוטיקט זאָלן זײ דיר װערן מיט זײערע באַרליאַנטן! הערסטו, מענדל! איך קאָן ניט הערן זײער נאָמען אַפֿילו, אַזױ פֿײַנט האָב איך זײ! עס איז מיר שױן נימאס אַפֿילו די מתּנה דײַנע, װאָס דו װילסט מיר דאָרטן קױפֿן! איך זאָג דיר פֿריִער, בעלי היקר, אױב דו װילסט מיר עפּעס קױפֿן, זאָלסטו מיר קױפֿן אַזעלכעס, װאָס מע טראָגט דאָרט ניט; איך דאַרף ניט, דו זאָלסט מיך פֿאַרגלײַכן מיט עמעצן, לאָזן זײ דיר זײַן די כּפּרה הײַנטיקן טאָג! נאָר לאָמיך שױן דערלעבן זען טאַקע עפּעס פֿון דיר אַף דער רעכטער אמת, ניט אַף פּאַפּיר, װי זאָגט די מאַמע: „װינציקער מיט אַ װאָרט, מער מיט אַ ביסן“... װאָס טױג דיר אָפּלײגן אַף מאָרגן, נאַרעלע? באַ אַזאַ געשעפֿט, אַז מע רײַסט נישט אָפּ מיט גװאַלד, האָט מען ניט! נאָר מעגסט דיר זאָגן װאָס דו װילסט, ביז איך װעל נישט זען אַלײן מיט מײַנע אױגן, װעל איך דיר נישט גלײבן; נישט מחמת איך האַלט דיך חלילה פֿאַר אַ ליגנער, נאָר דערפֿאַר װײַל אַלצדינג, װאָס די יעהופּעצער פֿײַנע מענטשלעך דערצײלן דיר, מײנסטו, אַז ס'איז תּורת לאָקש. װאָס גלײַכסטו זיך צו בראָצקין? האָסט מיט זײ אינאײנעם חזירים געפּאַשעט? מע גיט דיר פֿאַר דײַנע פּאַפּירלעך עפּעס געלט ― נעם! װאָס מאַכסטו אָנשטעלן? די אַדעסער שאַרלאַטאַנעס האָבן געטראָפֿן צו דיר קײן בױבעריק אַזש, געװאָלט אױסנאַרן באַ דיר דעם טײַערן אַנטיק? ― מיט מזל ברכה! פֿאַר זײ די מציאה! װי זאָגט די מאַמע מײַנע: „כאַפּ אױס די יאַרמעלקע מיט ניס און אַנטלױף“... נאָר גײ רעד מיט אַ משוגענעם! אָט האָט זיך אים פּלוצים פֿאַרװאָלט װערן אַ קופּעץ, און נאָך אַ װאַ־סילקאָװער דערצו! ער װײסט שױן גאָרניט װאָס אױסצוטראַכטן פֿאַר גרױס ראָסקאָש! װאָס איז דיר עפּעס געפֿעלן געװאָרן װאַסילקאָװ? נאָר װאָס איז דאָס חידוש: אַז באַטאָג איז מען אַ יעהופּעצער, באַנאַכט אַ בױבעריקער, און גײן גײט מען קײן פּײטערבאַרג און קײן װאַרשע, מעג מען שױן זײַן נישט נאָר אַ װאַסילקאָװער ניכתּבֿ ― אַפֿילו פֿון האָצע־פּלאָץ. מענדל, זע נאָר, אַז פֿון אַלע גליקן זאָל איך דיר נישט דאַרפֿן חלילה אַרױסשיקן פֿון דאַנען נאָך אַמאָל אַף דער הוצאה, װי עס װינטשט דיר הײַנט און אַלע מאָל
דײַן באמת געטרײַע פֿרױ ש ײ נ ע ־ ש ײ נ ד ל.
איך דאַרף דיר, בעלי היקר, אָנזאָגן אַ בשׂורה, און נישט קײן פֿרײלעכע: דײַן ברודער בערל־בנימין איז געבליבן אַן אַלמן... שױן אַז דער בריװ איז געװען פֿאַרחתמעט איז מען געקומען און מע האָט אונדז געזאָגט, אַז יענטל איז געשטאָרבן. פֿון אַ קימפּעט איז דאָס איר געקומען, זי האָט געהאַט אַ צװילינג. דאָס צװילינג לעבט, און זי איז געשטאָרבן. דאַכט מיר, עס װאָלט געמעגט זײַן דאָס אײגענע קאַפּױר? װי זאָגט די מאַמע: „גאָט איז אַ גרױסער צו־להכעיסניק“... לאָז זי זײַן װײַט אָפּגעשײדט פֿון מיר. דײַן שװעגערן איז תּמיד געװען מיט מיר קידער־װידער, לאָז זי מיר מוחל זײַן, נאָר אַף מײַן ערד איז זי דאָך ניט געגאַנגען. װאָס װאָלט מיך אַרן, אַז זי זאָל לעבן נאָך הונדערט יאָר און ניט איבערלאָזן קײן זיבן יתומימלעך, אײנס קלענער פֿונעם אַנדערן? באַ דער לװיה בין איך דװקא געװען און האָב מיך דװקא אַזױ אָנגעװײנט, אַז איך בין קױם געקומען אַ לעבעדיקע אַהײם. װי זאָגט די מאַמע: „אַז מע דערמאַנט זיך אינעם טױט, איז מען ניט זיכער מיטן לעבן“... מנחם־מענדל פֿון יעהופּעץ צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע.
לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתחי'.
ר אשית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ברוך השם בקו החײם והשלום. השם יתברך זאָל העלפֿן, מע זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿונעם אַנדערן נאָר גוטס מיט בשׂורות טובות, ישועות ונחמות ― אָמן.
ו השנית זײַ װיסן, אַז איך בין אַ גאַנצע װאָך געלעגן אין בױבעריק, דאָס הײסט, חלילה נישט מסוכּן, נאָר אַ פּאַסקודנע שלאַפֿקײט: איך בין געפֿאַלן אַפֿן רוקן, קאָן זיך נישט איבערקערן אַף דער אַנדערער זײַט. איצט איז מיר שױן אַביסל גרינגער. איך האָב געמײנט די גאַנצע װאָך, אַז איך װעל אַראָפּ פֿון זינען: אַ קלײניקײט, אַכט טאָג כּסדר זײַן אָפּגעריסן פֿון דער בערזע, נישט װיסן פֿון קײן קורסן? עס האָט זיך מיר נאָר אױסגעװיזן, אַז דאָרט קערט זיך איבער די װעלט! אם ירצה השם, מאָרגן־איבערמאָרגן פֿאָר איך שױן געװיס אין שטאָט אַרײַן. דערװײַל שרײַב איך דיר אַ בריװל, עס װילט זיך מיר אַביסל דורכשמועסן מיט דיר, און אַגבֿ דיר געבן אַ ריכטיקן חשבון, װוּ איך האַלט, זאָלסט נישט מײנען, אַז איך „פּלוטעװע“, אַז איך בין חלילה פֿאַרדרײט אָדער איך בין גענאַרט. מײַן „פּאָרטעפֿעל“ באַשטײט אַצינד סך־הכּל פֿון הונדערט פֿופֿציק שטיקלעך „פּוטיװיל“, הונדערט שטיקלעך „טראַנספּאָרט“, פֿינף „מאַלצעװער“, פֿינף „לילעפּוטלעך“ און פֿינף „װעגעלעך“, אַ חוץ „פּרעמיעס“. מילא, „פּוטיװיל“ און „טראַנספּאָרט“ איז באַ מיר פֿאַרקױפֿט אַף שפּעטער (מיט אַ דרײַערל האַנטגעלט); װיבאַלד מע קױפֿט זײ באַ מיר אױס צום זמן, ― און אױסקױפֿן װעט מען זײ דאָך געװיס ― בלײַבט מיר איבער אַף זײ רײן פֿאַרדינסט נאָך אַלע הוצאָות אַ רובל פֿיר־פֿינף טױזנט. חוץ לזה, האָב איך אַ פּאָר צענדליק „האָסלעך“ אַף „פּוטיװיל“ און אַף „מאַלצעװער“, פּרימאַ בריװעלעך, ― רעכן איך כאַפּן אַף זײ אױך אַ רובל זיבעצן־אַכצן הונדערט. האָסטו שױן כּמעט גוטע זיבן טױזנט רובל. אַף די פֿינף „מאַלצעװער“ מזומן רעכן איך אַף טרפֿות פֿיר טױזנט רובל, װאָרעם עס װעט דאָך זײַן אַ חרפּה, אַ בזיון, אױב זײ װעלן ניט שטײן אין גיכן, צום װײניקסטן, צװײ טױזנט רובל אַ שטיק, כאָטש אַפֿילו זײ האָבן זיך די לעצטע טעג אַ קאַפּעלע אַראָפּגערוקט; נאָר דאָס איז נישט מער װי אַ מאַניפֿאָרגעלע פֿון די פּײטערבאַרגער „בלאַנקיסטן“, בכדי זײ זאָלן זיך קאָנען „אָפּדעקן“! בלײַבט איבער דער רעכטער שפּיגל: איך מײן די „ליליפּוטלעך“ מיט די „װעגעלעך“; דאָ איז אַ רײנער חשבון, װי גאָלד: ביז „אולטימאָ“ האָבן מיר נאָך אַזױ גרױס װי אַכצן טאָג, און אַזױ װי די „ליליפּוטלעך“ הײבן זיך אַף הונדערט רובל אַ טאָג, האָסטו אַ קײַמא־לן פֿון אַכצן מאָל הונדערט געכּפֿלט אַף פֿינף, באַטרעפֿט דאָס פּונקט נײַן טױזנט רובל. און די „װעגעלעך“? זײ שפּרינגען דאָך אַף ק″ן רובל אַ טאָג, ― האָסטו אַכצן מאָל ק″ן געכּפֿלט אַף פֿינף, ― באַטרעפֿט דאָס ניט קײן דרײַצן טױזנט פֿינף הונדערט רובל? הײַנט װוּ איז עפּעס „װאָלגע“? „דניעפּר“? „דאָן“? און שאַר ירקות? הכּלל, גאָר קײן גרױסן בײַטל נײ איך מיר נישט, נאָר איך רעכן אַלצדינג, שױן נאָך אַלע הוצאָות: „קאַרטאַזש“, „גנבֿהזש“ אַרום און אַרום, ―. קרובֿ צו פֿערציק־פֿופֿציק טױזנט! השם יתברך זאָל העלפֿן, דאָס „אולטימאָ“ זאָל נאָר אָפּלױפֿן גלאַט, װעל איך, אם ירצה השם, „ראַליזירן“ אַלע מײַנע פּאַפּירלעך און װעל מיך „איבערקערן אַף דער אַנדערער זײַט“, דאָס הײסט, איך װעל גײן „אַ־לאַ־בעס“, װערן אַ מוכר אַף אַלצדינג, און װעל פֿאַרדינען געלט אַף דער „לינקער זײַט“; נאָכדעם װעל איך מיך אַ װאָרף טאָן צוריק „אַ־לאַ־האָס“ און װידער אַמאָל כאַפּן אַ גראָבס. אַזױ אַז דער אײבערשטער זאָל נאָר װעלן, קאָן פֿון די פֿופֿציק טױזנט װערן מאה אלף, פֿון די מאה אלף ― רי″ש אַלפֿים, פֿון די רי″ש אַלפֿים ― ת″ק, און אַזױ װײַטער, ביז אַ מיליאָן. װי אַזױ זשע דען, נאַרעלע, װערט מען אַ מיליאָנטשיק, אַ בראָצקי? און װאָס מײנסטו, איז בראָצקי? אַ בשׂר־ודם, װאָס עסט און טרינקט און שלאָפֿט. איך האָב אים אַלײן געזען, איך זאָל אַזױ זען אַלדאָס גוטס!... הכּלל, זאָלסט גאָר קײן יסורים ניט האָבן, זוגתי היקרה, איך האָב מיך גוט צוגעקוקט צו דער שפּעגעלאַציע און בין געװאָרן אַף דער בערזע אַזאַ חריף, אַז מע קומט שױן אַמאָל צו מיר, נישקשה, מיט אַן עצה; מיט גאָטס הילף, איך פֿאַרשטײ דאָס שפּיל! און װאָס דו גלײבסט נישט און הײסט מיר אָפּשנײַדן, איז באַ מיר קײן חידוש ניט. למאַי כינקיס?
פֿאַראַן באַ אונדז אַ שפּעגעלאַנט, כינקיס רופֿט מען אים, זײער אַ הײסער שפּעגעלאַנט און אַ מוראדיקער קאָרטן־שפּילער; באַטאָג שפּילט ער אַף דער בערזע, און באַנאַכט שפּילט ער אין קאָרטן. האָט זיך געטראָפֿן מיט אים אַ מעשׂה ערשט יענע װאָך. עס האָט זיך אים באַנאַכט געחלומט אַ שלעכטע קאָרט, ― אַ סימן אַף אַ „בעס“ ― איז ער אַװעק קײן פּײטערבאַרג און קײן װאַרשע און האָט אָפּגעשניטן אין אײן טאָג דעם גאַנצן „פּאָרטעפֿעל“; אַװדאי רײַסט ער איצט נעבעך אַף זיך די האָר! אַ מצװה אַף אים! לאָז ער ניט גלײבן אין חלומות! איך קוק שױן אַרױס אַף מאָרגנדיקן טאָג, געװאָר װערן די קורסן. איך האָב מיך באַשלאָסן, תּיכּף װיבאַלד איך קום אין שטאָט אַרײַן, זײַן באַם יובעלירער נאָך דײַן „בראָש“ מיט די באַרליאַנטענע אױרינגלעך, און אַז איך װעל נאָר האָבן צײַט, כאַפּ איך מיך אַראָפּ אַף „פּאַדאָל“ אײַנקױפֿן דיר אַביסל װעש, טישטעכער, האַנטעכער, און די קינדער אַף העמדלעך, און נאָך עפּעס אין בעל־הבתּישקײט אַרײַן, נישט װי דו זאָגסט, אַז איך האָב דיך חלילה פֿאַרגעסן. און מחמת איך האָב קײן צײַט ניט, מאַך איך דאָס בקיצור. אם ירצה השם, אינעם אַנדערן בריװ װעל איך דיר אַרױסשרײַבן אַלצדינג באַריכות. לעת־עתּה זאָל גאָט געבן מיט געזונט און מיט הצלחה. קוש די קינדער און גריס שװער און שװיגער און אַלעמען באַזונדער גאָר פֿרײַנטלעך. און בערל־בנימינען זאָלסטו זאָגן פֿון מײַנעטװעגן, אַז ער זאָל זיך אַזױ ניט נעמען צום האַרצן, אַ װײַב איז אַ גאָטס זאַך: ה′ נתן וה′ לקח.
ממני בעלך מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל.
ע יקר שכחתּ י. װאָס דו שרײַבסט מיר מכּוח װאַסילקאָװ, האָסטו, אַפּנים, גאָרנישט פֿאַרשטאַנען, װאָס איך מײן. אַזױ װי מחמת איך טאָר דאָ ניט זײַן, װיל איך װערן אַ היגער קופּעץ, קאָן מען אַנדערש נישט װערן, סײַדן מען איז פֿריִער כאָטש אַ האַלב יאָר אַ װאַסילקאָװער ניכתּבֿ. און קױם װער איך אַ היגער, דינג איך, אם ירצה השם, אַ דירה אַף פּאַראָל און נעם דיך אַרױס אַהערצו מיט די קינדער אין אַ גוטער שעה. און װאָס דו ביסט אַזױ אױפֿגעטראָגן אַף יעהופּעץ, איז נאָר דערפֿאַר, װײַל דו קענסט נאָך נישט די שטאָט מיט די היגע מענטשן; מילא די שטאָט אַלײן, שמועסט מען נישט ― ס'איז אַ צאַצקעלע, און די מענטשן די היגע זײַנען ממש גאָלד און זילבער; װײס איך, װי קומט דאָס צו אַדעס? די היגע מענטשן זײַנען אַלע אַזױ מילד, אַזױ צוגעלאָזט, סײַ די מאַנצבילן, סײַ די נקבֿות... אײן שטיקל חסרון האָבן זײ דאָ, װאָס זײ האָבן ליב אַ קערטל; קומט די נאַכט ― נעמט מען זיך צו דער אַרבעט און מע זיצט אַװעק ביז טאָג און מע שרײַט: „פּאַס!“ די גרױסע שפּילן אין אַזאַ שפּיל, װאָס הײסט „פּרעפֿעראַנץ“, און די קלײנע שפּילן אין „סטוקעלקע“, אין „אָקע“ אָדער גאָר אין „טערטל מערטל“.
ה נ ″ ל.
.X
שײנע־שײנדל פֿון כּתרילעװקע צו איר מאַן מנחם־מענדל אין יעהופּעץ.
לכּבֿוד בעלי היקר הנגיד המפֿורסם החכם מופֿלג מוהר″ר מנחם־ מענדל נ″י.
ע רשטנס קום איך דיר צו מעלדן, אַז מיר זײַנען אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אַף װײַטער ניט ערגער.
צ װײטנס שרײַב איך דיר, בעלי היקר, זאָלסט גאָר נישט איבערטראַכטן חלילה קײן שלעכטס, עס קומט דיר מזל־טובֿ: דער בראַ־טשיק דײַנער, בערל־בנימין, האָט שױן חתונה געהאַט, אין אַ גוטער שעה, אַ מזלדיקער! ער האָט קײן צײַט ניט געהאַט צו װאַרטן אַפֿילו גאַנצע צװײ חדשים: ער איז אַװעקגעפֿאָרן קײן באַרדיטשעװ, פֿון װאַנען מע באַציט אַף דער גאַנצער װעלט שטיפֿמאַמעס, און האָט אַראָפּגעבראַכט פֿאַר זײַנע קינדער אַ מאַמע, און דװקא אַ מײדל פֿון אַ יאָר נײַנצן! אַזאַ יאָר, אַזאַ מזל אַף אַלע מאַנצבילן, װאָס פֿאַר אַ פּנים דאָס האָט! װי זאָגט די מאַמע זאָל לעבן: „בעסער זאָלן מיר בלײַבן נאָך אײַך אַלמנות, אײדער איר זאָלט מאַכן אונדזערע קינדער פֿאַר יתומים!“... איך שטעל מיר פֿאָר דײַנע טרערן, מענדל, װען דו זאָלסט מיך, אַ שטײגער, חלילה איבערלעבן, ניט דערלעבן זאָלן דאָס די יעהופּעצער דאַמעס! זײ װאָלטן דיך באַפֿאַלן, װי די בינען, אַן אױסכאַפּעניש װאָלט אַף דיר געקומען נאָך פֿאַר שלושים! עס װאָלט געװען באַ דיר, װי די מאַמע זאָגט: „אַ כּשרער טאָפּ מיט אַ כּשרן לעפֿל“ װאָלסט שױן דעמאָלט געקאָנט בלײַבן אַ יעהופּעצער אַף אײביק! דו קנאַקסט, זאָגסטו, מענדל? קנאַק! פֿלי! שפּרינג אין פֿײַער! איך װעל צו דיר נישט פֿאָרן, איך זאָל װיסן, אַז דו ליגסט דאָרטן אַפֿן טױטן בעט! און דײַנע פֿופֿציק טױזנט שרעקן מיך אױך קאַרג װאָס. ערשטנס, ביסטו מײַנער מיט די פֿופֿציק טױזנט, אַזױ װי אָן די פֿופֿציק טױזנט. און צװײטנס, האָבן באַ מיר דײַנע פֿופֿציק טױזנט אַ ממש, פּונקט װי אַ שמעק טאַבעקע, װי זאָגט די מאַמע: „כּל זמן דאָס געלט איז אַפֿן פּאַפּיר, איז דאָס פּאַפּיר“... איך װעל דיר זאָגן דעם אמת, בעלי היקר, אַז דו האָסט איצט ביד איבערצוצײלן עטלעכע קערבלעך און װילסט װאַרטן ביז עס װעט װערן דװקא פֿופֿציק טױזנט, ביסטו אָדער אַ משוגענער, אָדער אַ גזלן, אַ רוצח, האָסט קײן רחמנות נישט אַף דײַן װײַב ביז הונדערט און צװאַנציק יאָר און אַף דײַנע קינדער. עס געפֿעלט מיר, װי ער האָדעװעט מיך מיט „זאַװטריק־לעך“: מאָרגן װעט ער זײַן באַם גאָלדװאַרגער, מאָרגן װעט ער מיר קױפֿן װעש ― אַלץ אַף מאָרגן. נאַר אײנער! פֿאַר מאָרגן לאָז זיך גאָט זאָרגן! דו קױף בעסער הײַנט. רײַס אָפּ, כאַפּ אַרײַן, עס װעט זײַן גלײַך װי געפֿונען! די מאַמע מײַנע, זאָל לעבן און געזונט זײַן, זאָגט גאַנץ קלוג. זי זאָגט: „װאָס טױג דיר, טאָכטער, מתּנות, טישטעכער, האַנטעכער? געלט, זאָגט זי, לאָז ער דיר שיקן! דער מלאך־המװת, זאָגט זי, פֿרעגט נישט, צי דער מת האָט תּכריכים“... איך װעל װאַרטן נאָך אַ פּאָר װאָכן, ביז איך װעל מיך פֿילן אין גאַנצן געזונט, דעמאָלט זעץ איך מיך אױף און פֿאָר, אם ירצה השם, אַראָפּ צו דיר אַהינצו, און דעמאָלט בין איך דיר ניט מקנא! איך װעל דיר דאָרטן נאָכגײן פֿיס־טריט, איך װעל דאָרטן זײַן אומעטום. איך בין דיר ערבֿ, אַז דו װעסט אַנטלױפֿן פֿון דאָרטן אין מיטן האַלבע נאַכט, װי עס װינטשט דיר פֿון טיפֿן האַרצן
דײַן באמת געטרײַע פֿרױ ש ײ נ ע ־ ש ײ נ ד ל.
מנחם־מענדל פֿון יעהופּעץ צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע.
לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתחי'.
ר אשית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ברוך השם בקו החײם והשלום. השם יתברך זאָל העלפֿן, מע זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿונעם אַנדערן נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות, ישועות ונחמות ― אָמן.
ו השנית זײַ װיסן, אַז עס טוט זיך חושך! הײַנו, עס איז אָנגעקומען פֿון פּײטערבאַרג אַזעלכע קורסן, אַז ס'איז אונדז אַלעמען פֿינצטער געװאָרן אין די אױגן! װי אַ דונער האָט דאָס אונדז דערשלאָגן, װי אַ באָמבע! עס איז געװאָרן פֿינצטער אין אַלע קאַנטאָרן, ערד־ציטערניש אַף „קרעשטשאַטעק“! און תּיכּף נאָך פּײטערבאַרג האָט אױך װאַרשע געגעבן אַ זעץ אירע קורסן! ס'איז געװאָרן אַ לױפֿערײַ, אַ בהלה, אַ פּחד, אַ מהומה! די שפּעגעלאַנטן זײַנען זיך צעלאָפֿן, אױסגעטריקנט געװאָרן, און איך אױך בתוכם. אױס בערזע! די קאַנטאָרן זײַנען געבליבן פּוסט, די באַנקירן פֿאַרזאָרגט, ס'איז חורבן בית־המקדש! שטעל דיר פֿאָר, זוגתי היקרה, אַז די „מאַלצעװער“, װאָס איך האָב זײ גערעכנט אַף טרפֿות צװײ טױזנט קערבלעך, האָבן זיך מײשב געװען און האָבן זיך אַראָפּגע־ רוקט ביז נײַנהונדערט פֿופֿציק! צי, למשל, „פּוטיװיל“: גיכער װאָלט איך זיך גערעכט אַף זײ אַ מפּלה, אײדער זײ זאָלן װערן פֿון הונדערט אַכציק צוריק זיבן און זעכציק! פֿון „טראַנספּאָרט“ שמועסט מען נישט; „טראַנספּאָרט“ איז גאָר אין דער ערד, קײנער נעמט דאָס נישט אין די הענט אַרײַן! דאָס אײגענע איז מיט „װאָלגע“, מיט „דאָן“ און מיט אַלע אַנדערע פּאַפּירלעך. נאָר דאָס אַלצדינג איז נאָך גאָלד קעגן װאַרשע. אין װאַרשע איז גאָר אַן אומגליק! זינט די װעלט שטײט איז נאָך אַזאַ שחיטה נישט געשען, װי אין װאַרשע. װאַרשע איז זיך מײשב און טוט אַ שמיץ די „לילעפּוּטן“ פֿון צװײ טױזנט פֿיר הונדערט פֿופֿציק גאָר אַף זעקס הונדערט צװאַנציק! הײַנט „װעגעלעך“! די זײַנען שױן געשטאַנען אַזױ שײן, אַזױ פֿײַן; מיר האָבן געמײנט, אָט־אָט זײַנען זײ דרײַ טױזנט קאַרבן! װיפֿל, מײנסטו, שטײען זײ הײַנט? װעסט גאָר נישט טרעפֿן: פֿירהונדערט שמאַרדאָװענצעס! װי געפֿעלט דיר אַ קורס? ס'איז עק װעלט! אַן אָך און װײ איז װאַרשע,: זיך שײן אױסגעפֿײַנט: געטריבן, געטריבן, און פּלוצים אין מיטן דרינען ― נאַ דיר אַ חתונה! פֿון װאַנען נעמט זיך דאָס איבערקערעניש ― װײסט קײנער נישט. דער זאָגט דאָס, דער זאָגט דאָס. עס װאַקסט פֿון געלט, דאָס הײסט, פֿון דעם, װאָס עס איז נישטאָ קײן געלט. אַף דײַטש רופֿן זײ דאָס אָן: „געלט־מאַנגל“, און אַף אונדזער לשון הײסט דאָס פּשוט: „נישטאָ אַ פּרוטה“. װעסטו דאָך מסתּמא פֿרעגן: סטײַטש, עס האָט זיך דאָך ערשט נעכטן געװאַלגערט אין אַלע גאַסן? תּיקו, בלײַבט אַ קשיא! נאָר װי אַזױ די מעשׂה איז, שפּעגעלאַנטן זײַנען געװאָרן אָפּגעקאָכט, און איך אױך בתוכם. איך װעל דיר זאָגן דעם אמת, אַף פּײטערבאַרג פֿאַרדריסט מיך ניט אַזױ, װי אַף װאַרשע. מילא פּײטערבאַרג ― גאָרנישט, גײט זיך פּאַװאָלינקע, אַלע טאָג פֿאַלט דאָרטן צװאַנציק־דרײַסיק רובל און גענוג; ס'איז כאָטש, װי זאָגט ער, מעשׂה סוחר. װאַרשע ― קײן גוטער ייִד זאָל דאָס ניט קענען! דאָס איז עפּעס אַ מין סדום, רחמנא לצלן! נישטאָ דער טאָג װאַרשע זאָל ניט געבן אַ ריס מיט ק″ן, מיט רי″ש, מיט שי″ן קערבלעך נידעריקער, אַ פּאַטש נאָך אַ פּאַטש, אַזױ, אַז מיר זײַנען דאָ אַלע געבליבן פּרילישעט, גאָר קײן צײַט נישט געהאַט אַפֿילו זיך אַרומצוקוקן! מיליאָנען קאָסט אונדז אָפּ אָט דאָס װאַרשע, מיליאָנען! גװאַלד, װוּ איז געװען אונדזער שׂכל? הלװאַי װאָלט איך דיך געפֿאָלגט, זוגתי היקרה, װאָלט איך איצט אַרױסגעשטעלט דער װעלט דרײַ פֿײַגן; בראָצקי װאָלט צו מיר נישט געװען גלײַך! נאָר מסתּמא הײסט גאָט אַזױ; ס'איז, אַפּנים, נאָך נישט געקומען די רעכטע צײַט... אַ שטיקל גליק, װאָס מײַן באַנקיר, לאַנג לעבן זאָל ער, מאָנט מיך כאָטש נישט די עטלעכע קערבלעך, װאָס איך בין אים געבליבן שטײן אין קאַנטאָר. אַדרבה, ער האָט אַף מיר רחמנות. ער זאָגט צו מיר, אַז עס װעט זיך אַביסל פֿאַרבעסערן די צײַט, װעט ער אפֿשר זען מיר „צושאַרן“, איך זאָל אַרום אים קאָנען אַמאָל פֿאַרדינען אַ קערבל... נאָר דערװײַלע איז נישטאָ װאָס צו טאָן. עס גײען אַרום אַף דער בערזע מתים, נישט קײן שפּעגעלאַנטן. מעקלערס דרײען זיך אַרום פּוסט און פּאַס. ס'איז ביטער און פֿינצטער אַרום און אַרום. די שפּעגעלאַציע, זאָגט מען, איז אָפּגעשטאָרבן, קאָן שױן תּחית־המתים נישט אױפֿשטײן. נישטאָ צו װאָס זיך צו נעמען. איך זאָל האָבן מיט װאָס, װאָלט איך מיך נאָך פֿאָרט יאַקאָש דורכגעשלאָגן, איבערגעװאַרט די שלעכטע צײַט. דער הימל, װי זאָגט ער, איז נאָך צו דער ערד נישט געפֿאַלן. נאַרישקײטן! דאָס האַרץ זאָגט מיר, אַז עס װעט נאָך זײַן װאָס צו טאָן, גאָט לעבט און יעהופּעץ איז אַ שטאָט; אַז נישט דאָס, איז דאָס... נאָר װוּ נעמט מען קלינגערס? װי זאָגט די מאַמע דײַנע: „אַז מע האָט נישט קײן פֿינגער, קאָן מען נישט שטעלן קײן פֿײַג“... איך האָב מיך געפּרוּװט אָנמוטן אַ פּאָר מענטשלעך מכּוח אַ גמילות־חסדל אַף אַ קלײנער צײַט, האָבן זײ מיר געשװאָרן, אַז אין שטאָט איז איצט ענג אין געלט, אַפֿילו גאָר באַ די גרױסע איז ענג, ממש מע פֿאַלט מיטן פּנים צו דער ערד, מע ציט זיך אױס פֿאַר אַ גראָשן... השם יתברך זאָל עפּעס אַ נס טאָן מיט מיר: גזלנים זאָלן אַף מיר אָנפֿאַלן און מיך הרגענען, אָדער איך זאָל אַזױ שטאַרבן גײענדיק אין גאַס, װאָרעם, זוגתי היקרה, איך קאָן דאָס שױן מער ניט איבערטראָגן! סטײַטש, סטײַטש! אַזױ פֿײַן, אַזױ שײן געשטאַנען אַפֿן פּלאַץ! געהאַט, װי מע זאָגט, אַ פֿולע היטל ― און פּלוצים נאַ דיר! און מחמת איך בין זײער דערשלאָגן, מאַך איך דאָס בקיצור. אם ירצה השם, אינעם אַנדערן בריװ װעל איך דיר אַרױסשרײַבן אַלצדינג באַריכות. לעת־עתּה זאָל גאָט געבן מיט געזונט און מיט הצלחה. שרײַב מיר װאָס מאַכן די קינדערלעך זאָלן לעבן, און װי גײט דיר אין געזונט, און גריס שװער און שװיגער און איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנטלעך.
ממני בעלך מ נ ח ם ־ מ ע נ ד ל.
ע יקר שכחתּ י. די װעלט זאָגט אַ װערטל, אַז נאָך אַ שרפֿה װערט מען רײַך. איך מײן, אַז נאָך אַזאַ מפּלה, װי מיר האָבן דאָ אַצינד, קאָן מען ערשט מאַכן גאָלדענע געשעפֿטן. װאָרעם ס'איז אַלצדינג געװאָרן בחצי חינם. מע קאָן הײַנט מאַכן „האָסלעך“ מיט „פּרעמיעס“ אַף די בעסטע „פּאַפּירלעך“ כּמעט אָן געלט. איך זאָג נבֿיאות, און קאָן דיר גײן שװערן, אַז װער עס װעט איצט אַװעקגײן קײן פּײטערבאַרג אָדער קײן װאַרשע עפּעס קױפֿן, װעט ער גליקלעך װערן! װאָרעם נאָך אַלע מעשׂות קאָן איך מיך באַרימען, אַז איך פֿאַרשטײ דאָס שפּיל אין תּוך אַרײַן. צו דער שפּעגעלאַציע באַדאַרף מען האָבן נאָר דרײַ זאַכן: שׂ כ ל, מ ז ל און געל ט. שׂכל איז, ברוך השם, פֿאַראַן באַ מיר אַזױ פֿיל, װיפֿל באַ אַלע היגע שפּעגעלאַנטן. מזל איז באַ גאָט. און געל ט? ― געלט איז באַ די בראָצקיס.
ה נ ″ ל
.XII
שײנע־שײנדל פֿון כּתרילעװקע צו איר מאַן מנחם־מענדל אין יעהופּעץ.
לכּבֿוד בעלי היקר הנגיד המפֿורסם החכם מופֿלג מוהר″ר מנחם־מענדל נ″י.
ע רשטנס קום איך דיר צו מעלדן, אַז מיר זײַנען אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אַף װײַטער ניט ערגער.
צ װײטנס שרײַב איך דיר, בעלי היקר, אַז, אײגנטלעך, װאָלט איך דיר באַדאַרפֿט שרײַבן גאָר אַ סך, נאָר איך האָב דיר נישט װאָס צו שרײַבן, עס האָט זיך שױן אױסגעלאָזט באַ מיר שטאָף. װאָרעם װאָס װעט מיר אַרױסקומען, אַז איך װעל דיך שױן אַרײַנלײגן אין דער ערד אַרײַן, חלילה, לעבעדיקערהײט, עס װעט מיר דען עפּעס העלפֿן? איך בין דאָך ניט בליומעזלאַט ־ ע, װאָס האָט ליב „עסן מאַן“; איך װעל דיך נישט עסן, איך װעל דיר ניט זאָגן קײן קרום װאָרט, נישט איבערקערן די צונג אַפֿילו. נאָר אײן זאַך װעל איך באַ דיר פֿרעגן, אַ שלאַק זאָל אַרײַן אין מײַנע שׂונאימס בײנער אַרײַן: זאָג, צי האָב איך דיר נישט געזאָגט פֿריִער, אַז עס װעט אַזױ זײַן דער סוף? זאָג, צי האָב איך דיר נישט געשריבן די גאַנצע צײַט: אַנטלױף, זאָג איך, מענדל, װי פֿאַר פֿײַער! װאָס טױג דיר, זאָג איך, שמאַטעס, פּאַפּירלעך? װי די מאַמע זאָגט: „זיץ אין דערהײם, װעסטו נישט רײַסן קײן שטיװל“... פֿאָלגט ער מיך נישט! עס האָט אים צוגעקאָװעט צו יעהופּעץ! ער איז נאָר די כּפּרה נאָך די דאָרטיקע פֿײַנע מענטשלעך, די כּפּרה מעגן זײ שױן זײַן פֿאַר דיר און פֿאַר מיר און פֿאַר אונדז אַלע און פֿאַר כּל ישׂראל, נישט איך זאָל מיך פֿאַר זײ אױסציִען אַ גמילות־חסד, געבן זאָל זײ גאָט גרינגע קרענק מיט מאַיאָװע קדחת אַף אַ גאַנץ יאָר! װי זאָגט די מאַמע זאָל לעבן: „בעסער אָנקומען צו עלינו, אײדער צום בעסטן מענטשן“... אַף דיר איז מיר אַ חידוש, מענדל. דו װײסט דאָך יאָ, װאָס אין די הײליקע ספֿרים שטײט געשריבן: „מיט גװאַלד טוט לעבן דער מענטש און מיט גװאַלד טוט ער שטאַרבן“, ― הײַנט װאָס רעדסטו נאַרישקײטן? ס'איז אַלצדינג פֿון גאָט. דו זעסט דאָך, װי דער רבונו־של־עולם פֿירט מיט דיר, עס זאָל זיך דיר נישט גלוסטן קײן גרינגע פֿײגעלעך אין יעהופּעץ! אַ ייִד באַדאַרף האָרעװען, פֿאַרשװאַרצט װערן אין געבן אַ װײַב ברױט! אָט איז נחמיה אױך אַ לײַטישער יונגערמאַן, אַ יודע־ספֿר ― לאָם איך האָבן אַזאַ יאָר! פֿונדעסטװעגן טו אַ קוק, װי אַזױ ער װערט אױסגעריסן, פֿאָרט אַף אַלע ירידים, גײט צופֿוס, קריכט אין דער ערד אַרײַן, האָרעװעט װי אַן אײזל. עס קאָן זײַן, ער װאָלט אפֿשר אױך געװאָלט, אַזױ װי דו, אַרומגײן מיטן שטעקעלע איבער יעהופּעץ, אױך נישט טאָן קײן האַנט אין קאַלט װאַסער, אױך האַנדלען מיט שמות, אױך שליטלען זיך קײן בױבעריק און אױך קוקן, װי די יעהופּעצער דאַמעס שפּילן דאָרטן אין דער גוטער שפּיל „פֿערדל־מערדל“. האָט ער אָבער זײַן אײגנס אַ װײַב, װאָס זי הײסט בליומעזלאַט ־ ע. ב ליומעזלאַט ־ ע, אַז זי טוט נאָר אײן קוק אַף נחמיהן, נעמט אים שױן אָפּ דאָס לשון: ער פֿאַרשטײט זי שױן אַפֿן װוּנק. אַנו, לאָז אים גאָט געבן אַזאַ זין, ער זאָל קומען, למשל, פֿון יאַרמעלינעץ און נישט ברענגען איר קײן מענטעלע, קײן היטעלע, קײן זאָנטיקל, מיט צרות, מיט שלעק איר אין האַרצן?! װאָס זשע? אַזױ װי איך קום אָפּ נאָר דערמיט, װאָס דו שרײַבסט מיר אַלע מאָל: אָט קױפֿסטו מיר דאָס, אָט קױפֿסטו מיר דאָס, און ביז עפּעס װאָס ― לאָזט זיך אױס אַ בױדעם! נאָר דו מײנסט אַװדאי, אַז איך גײ אױס נאָך דײַנע מתּנות? איך דאַרף זײ אַף כּפּרות, דײַנע בראָשן מיט דײַנע באַרליאַנטן! אַבי לאָם איך דערלעבן זען דיך געזונטערהײט! עס גלײבט זיך מיר גאָר ניט, אַז דו לעבסט! הײַנטיקע נאַכט האָט זיך מיר געחלומט די באַבע צײטל, עליה השלום, פּונקט אַזױ װי זי איז געװען, נישט געמינערט. דעריבער װאָלט איך שױן געװאָלט דערלעבן זען דיך געזונטערהײט, און װאָס פֿריִער, װי עס װינטשט דיר פֿיל גוטס הײַנט און אַלע מאָל
דײַן באמת געטרײַע פֿרױ שײנעשײנד ־ ל.
סוף פֿונעם צװײטן בוך.
(סוחרים, מעקלער און „שפּעגעלאַנטן“)
געשריבן אין די יאָרן 1899―1900