מנחם־מענדל: צו דער צװײטער אױפֿלאַגע

שלום עליכם

פֿון www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish/sholemAleykhem/contents.html

מנחם־מענדל איז נישט קײן העלד פֿון אַ ראָמאַן, און איבערהױפּט נישט קײן אױסגעקלערטע פֿיגור. דאָס איז נעבעך אַ ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר, מיט װעלכן דער פֿאַרפֿאַסער איז פּערזענלעך און נאָענט באַקענט. ער איז דורכגעגאַנגען מיט אים אַ שטיק לעבן פֿון כּמעט צװאַנציק יאָר. באַגעגנט זיך אינעם יאָר 1892 אַף דער אַדעסער „קלײנער בערזע“, האָבן מיר נאָכדעם דורכגעמאַכט האַנט באַ האַנט אַלע שבעה מדורי גיהנום, אין יעהופּעץ אַף דער בערזע, „געגאַנגען“ מיט אים קײן פּעטערבורג און קײן װאַרשע, אױסגעשטאַנען אַ סך קריזיסן, זיך געװאָרפֿן מיט אים פֿון אײן פּרנסה אַף דער אַנדערער, און ― אױ װײ! ― נישט געפֿונען קײן גליק אין ערגעץ, געמוזט סוף־כּל־סוף טאָן דאָס, װאָס אַלע ייִדן טוען ― עמיגרירן קײן אַמעריקע. דאָרט, זאָגט מען, מאַכן ייִדן ניט שלעכט... דאָס װעלן מיר זען פֿון זײַנע שפּעטערדיקע בריװ פֿון אַמעריקע.

דערװײַל, ביז עפּעס װאָס, האָב איך צונױפֿגעזאַמלט אַלע זײַנע בריװ, װאָס ער האָט אין פֿאַרלױף פֿון די אַכצן יאָר געשריבן אין פֿאַרשײדענע צײַטן, און געדרוקט אין פֿאַרשײדענע ערטער, צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל, װי אױך די בריװ פֿון זײַן װײַב צו אים, און געמאַכט פֿון זײ אַ בוך, כּמעט אַ בריװנשטעלער.

טאַקע אַ בריװנשטעלער, אײַנגעטײלט אין זעקס באַזונדערע אָפּטײלונגען, און דערבײַ געהאַט אַ מײן: אַ ייִד אַ סוחר, אַז ער װעט װעלן שרײַבן אַ בריװ צו זײַן װײַב, למשל, פֿון אַדעס ― זאָל ער זוכן אינעם ערשטן בוך „לאָנדאָן“. אַ שפּעקולאַנט אַף דער בערזע פֿון יקנה″ז, פֿון אַקציעס וכדומה אַזעלכע סחורות ― װעט געפֿינען אַ מוסטער אינעם צװײטן בוך „פּאַפּירלעך“, אָדער אינעם דריטן בוך „מיליאָנען“. אַ ייִד אַ מעקלער, אַ שדכן, אָדער אַן אַגענט ― לאָז זוכן װײַטער. מיט אײנעם װאָרט ― יעדער װעט זיך געפֿינען זײַנס. און אַזױ װי ייִדישע געשעפֿטן זײַנען, ברוך השם, אומעטום אַלץ אײנס, דאָס הײסט, הײבן הײבן זײ זיך אָן, דאַכט זיך, גאַנץ נישקשהדיק, מיט אַזױ פֿיל בטחון און גלענצנדע האָפֿענונגען, און אױסלאָזן לאָזן זײ זיך אױס, צום מײנסטן, מיט שלים־שלים־מזל, װי באַ מײַן מנחם־מענדלען, לכן באַדאַרף מען לאַנג ניט האָרעװען באַם צונױפֿשטעלן אַ בריװ. מע קאָן אים נעמען גלײַך, װי ער שטײט און גײט. און טאָמער װעט זיך געפֿינען אײנער פֿון טױזנט, װאָס די געשעפֿטן זײַנע גײען אים דערװײַל גוט, קאָן ער זיכער זײַן, אַז ס'איז ניט אַף לאַנג. אַלץ, װאָס איז געבױט אַף לופֿט און אַף װינט, מוז סוף־כּל־סוף פֿאַלן. שטאַרק אָנגעלײגט איז דאָס ניט. דערפֿאַר איז דאָס אָבער אמת, און דעם אמת האָבן דאָך אַלע מענטשן ליב...

באַם צונױפֿשטעלן די בריװ צו דער צװײטער אױפֿלאַגע, האָב איך אַ סך בריװלעך שטאַרק פֿאַרקירצט און אַ סך בריװלעך גאָר אַרױסגעװאָרפֿן. אָנגעװאָרן דערבײַ האָבן נאָר די זעצערס, װײַטער קײנער נישט. דער מחבר פֿון דעם בוך גײט מיט דעם גאַנג, אַז אַ װערק, װאָס ס'איז קירצער, איז דאָס אַלץ בעסער. די װאָס װעלן געפֿינען, אַז ס'איז נאָך אַ ביסל צו לאַנג, קאָנען זיכער זײַן, אַז, אם ירצה השם, באַ די װײַטערדיקע אױפֿלאַגעס זאָל דאָס װערן אַלע מאָל קירצער און קירצער, ביז עס װעט קומען צום רעכטן אידעאַל: „צ ו ניט זאָגן קומ ט ד אָ ס נ י ט“...

                                              ש ל ו ם ־ ע ל י כ ם.

נערװי (איטאַליע), ערב חנוכּה תר″ע. (אַדעסער בערזע)

געשריבן אין יאָר 1892.