נאַגאָגאַ, טראָגט זיך אָפּ באַצײַטנס, כּל זמן מע האָט אײַך נישט געבראָכן די בײנער!“...
― איר קאָנט אײַך גײן, ― זאָגט דאָס װײַבל צו טאַמאַראַן. ― איך בלײַב זיצן דאָ, עס מעג זיך זײַן װאָס עס װיל זיך, פֿאָרט צװישן קריסטן, טאָמער װעט זיך עמעצער דערבאַרעמען. איך בין אַן אָרעמע אַלמנה מיט צװײ ברעקלעך קינדער יתומים. װאָס װעט מען באַ מיר נעמען?...
טאַמאַראַ לאָזט זיך גײן און דערזעט פֿונדערװײַטן אַ פּראָצעסיע מיט נאַציאָנאַלע פֿאָנען. װאָס זאָל דאָס באַדײַטן? און זי דערזעט פֿונדערװײַטן שױן זײער אַ שײן בילד, װיִאַזױ מע האַקט טירן, מע ברעכט פֿענצטער און מע װאַרפֿט און מע שמיצט און מע שלײַדערט, און קלײנע שקצימלעך און גױעס און שיקסעס הײבן דאָס אױף, און מע שלאָגט עפּעס עמעצן. און זי זעט, װי מענטשן פֿאַלן און מע טרעט אַף זײ מיט די פֿערד... און טאַמאַראַ לױפֿט צו, און דערזעט, אַז אָט האָט זיך פּלו־צים די פּראָצעסיע אָפּגעשטעלט נעבן דער גימנאַזיע... אַפֿן באַלקאָן שטײט דער אַלטער ראָמאַנענקאָ אָן אַ היטל און בײגט זיך און נײגט זיך, און עס לאָזט זיך הערן אַ מוראדיקער „הורראַ!“
― נידער מיט דער קאָנסטיטוציע! אַ טױט צו די ייִדן!!!
― הורראַ! אַ טױט צו די ייִדן!!!...
. . . . . . . . . . . . . .
קאַפּיטל יא.
דער שטורעם פֿאַרשפּרײט זיך
דעם אַפּטײקער סאָלאָמאָן סאַפֿראַנאָװיטש איז דאָס אָפּגעראָטן, װי אַ מוצלח. אים האָט דאָס נאָכן ערשטן שאָס אָפּגעריסן פֿון זײַן פֿרײַנדן נאַדיעזשדאַ אַלעקסאַנדראָװנאַ און אַװעקגעטראָגן מיטן שטראָם אין אַן אַנדער זײַט שטאָט, אין די װײַטע גאַסן און געסלעך, װוּ ער איז שױן לאַנג נישט געװען. ער האָט דערהערט פֿון דאָרטן, פֿון אונטן ערגעץ, טראָגן זיך מאָדנע קולות; עס האָט אױסגעדאַכט, װי מענטשן שרײַען, רופֿן צו הילף, און ס'איז אים געװאָרן קאַלעמוטנע אַפֿן האַרצן, און ער האָט געװאָלט שױן אומקערן זיך צוריק. נאָר דער גוטער יאָר האָט אים געטראָגן, און ער האָט זיך אײַנגעשטעלט און איז געגאַנגען אַביסל אַראָפּ באַרג, צו דער ייִדישער גאַס צו, און האָט אָנגעהױבן צו באַגעגענען מאָדנע מינים נפֿשות, װאָס ער האָט שױן לאַנג אַזעלכע נישט געזען: באָרװעסע, אָפּגעריסענע, מיט געשװאָלענע פּנימער, מיט רױטע נעזער, מיט אונטערגע־בלױטע אױגן. יעדער פֿון זײ האָט עפּעס געטראָגן פֿולע הענט און האָט זיך געאײַלט מיט אַזאַ אימפּעט, װי מע אײַלט זיך אַף יום־טובֿ, אָדער מע דאַרף אָפּטראָגן דאָס און גיכער גײן נעמען נאָכאַמאָל, װאָרעם מע קאָן פֿאַרשפּעטיקן... צװישן דעם, װאָס די נפֿשות האָבן געטראָגן, זײַנען געװען נײַע שטיװל, אַלטע קאַלאָשן, נײַע קאָלדרעס, אַלטע זעק, זילבערנע װאַזעס, פּאַפּירענע פּודלען, אײַזערנע טעפּ, פּעקלעך מיט טײ, פּאָרצעלײַענע זײגערס מיט היטלעך צוקער, וכדומה אַזעלכע זאַכן, װאָס פּאָרן זיך עפּעס נישט... נאָך נישט געװוּסט אַקוראַט װאָס דאָס איז, נאָר דערפֿילט, אַז דאָ איז נישט פֿרײלעך, האָט ער חשק געהאַט שױן אַ נעם טאָן זיך צוריק. נאָר אַ מאָדנער כּח האָט אים װי געצױגן אַלעמאָל װאָס װײַטער און װײַטער, ביז ער האָט באַגעגנט פֿון אַ צװײטער גאַס אַ כאַליאַסטרע יונגע שקצים מיט דובינקעס. האָבן זײ אים אָפּגעשטעלט און אַ פֿרעג געטאָן, װיפֿל געלט האָט ער באַ זיך? נאַטירלעך, האָט זיך דער אַפּטײקער אַרױסגעשטעלט אַקעגן זײ מיט גרױסקײט: װאָס פֿאַר אַ העזה האָבן זײ אַװעקשטעלן אַ רויִקן מענטשן אינמיטן גאַס, און נאָך אין אַזאַ צײַט, װאָס מע האָט אונדז געשענקט קאָנסטיטוציע? ...
― אַהאַ? קאָנסטיטוציע? ― האָבן די יונגע שקצים געענטפֿערט דעם אַפּטײקער און מכבד געװען מיט אַ ברוך־הבא איבערן קאָפּ אַזױ געשמאַק, אַז ער איז באַלד פּריטשמעלעט געװאָרן, פֿאַרלאָרן דעם קאַפּעלוש מיט די בלױע ברילן און איז אַנידערגעפֿאַלן אַף דער ערד. און חבֿרה האָבן קודם אַראָפּגענומען באַ אים דעם גאָלדענעם זײגער מיט דער קײט, אױסגעטרײסלט אַלע קעשענעס, און ערשט נאָכדעם איז באַ זײ אַרױס אַ סכסוך, צי איז דאָס אַ ייִד אָדער אַ קריסט? זאָל ער זײַן אַ קריסט? ― למאַי איז ער אַ געלער? איז ער אַ ייִד? למאַי איז ער געגאָלט? און עס איז געבליבן בהסכּם כּולם, אַז מע זאָל פֿרעגן באַם אַפּטײקער אַלײן. זעלבסטפֿאַרשטענדלעך, אַז דער אַפּטײקער האָט באַלד געענטפֿערט, אַז ער איז אַ קריסט, אַן אמתער קריסט.
― װיבאַלד ער איז אַ קריסט, זאָל ער אונדז באַװײַזן; זאָל ער זיך אַקאָרשט איבערצלמען דרײַ מאָל!
אַזױ האָבן געפֿאָדערט חבֿרה, און דער אַפּטײקער, טױט װי אַלע טױטע, האָט זיך נעבעך געמוזט דרײַ מאָל איבערצלמען.
― צלמען זיך קאָן אַ ייִד אױך! ― האָט זיך אָנגערופֿן אײנער אַ חכם. ― זאָל ער אונדז װײַזן, אַז ער טראָגט אַ צלם.
דאָ איז אים געװאָרן שלעכט: טאָמער, אַ קשיא אַף אַ מעשׂה, װאָס חבֿרה קאָנען טאָן מיט אים? איז ער געפֿאַלן אַף אַן עצה (נישט אומזיסט האָבן ייִדן אַ שם פֿון אַ כיטרע פֿאָלק!) און האָט זיך כּלומרשט מודה געװען פֿאַר זײ, אַז ער אַלײן קומט אַרױס פֿון ייִדן, דאָס הײסט, ער איז אַמאָל געװען אַ ייִד, נאָר איצט איז ער אַ קריסט. אײַ, װוּ איז דער צלם? ―
― איך בין אַ פּראָטעסטאַנט! ― האָט זיך באַצײַטנס פֿאַרענטפֿערט דער אַפּטײקער און געבעטן זיך באַ די חבֿרה־לײַט, זײ זאָלן אַף אים רחמנות האָבן, ער האָט אַ קראַנק װײַב מיט פֿיר קלײנע קינדערלעך, מיט אַן אַלטער מאַמע, מיט אַ בלינדן טאַטן (צוליב פּקוח־נפֿש און מחמת ער האָט שױן אָנגעהױבן זאָגן ליגן, האָט ער שױן געהאַקט װײַטער).
און די חבֿרה־לײַט האָבן רחמנות געהאַט אַפֿן געשמדטן פּראָטעסטאַנט, װאָס האָט אַ קראַנק װײַב מיט פֿיר קלײנע קינדערלעך מיט אַן אַלטער מאַמע מיט אַ בלינדן טאַטן, און האָבן נאָר צוגענומען באַ אים די מלבושים מיט די שטיװל, אים איבערגעלאָזט דאָס העמד מיט די זאָקן און געשענקט אים אַ פּאָר פּעטש דערפֿאַר, װאָס ער איז אַ פּראָטעסטאַנט, נישט קײן פּראַװאָסלאַװנער.
― האָסטו זיך געשמדט, האָסטו שױן באַדאַרפֿט אָננעמען דעם ריכטיקן גלױבן פֿון אַ פּראַװאָסלאַװנעם, נישט אַזאַ גלױבן, װי באַ די פּראָטעסטאַנטן! דאָס אַנדערע מאָל, אַז דו װעסט זיך שמדן, זאָלסטו זיך שױן שמדן װי עס געהער צו זײַן...
. . . . . . . . . . . . . . . . .
דער על־פּי־נס־געראַטעװעטער אַפּטײקער סאַפֿראַנאָװיטש האָט באַ זיך אין האַרצן געבענטשט גומל, װאָס ער איז ניצל געװאָרן פֿונעם טױט, װאָס ער האָט זיך מיט אים געזען נאָר־װאָס פּנים אַל פּנים. ער האָט נישט געװוּסט, אַז דאָרט, אינדערהײם, איז פֿון זײַן גאַנצן גוטס, פֿון זײַן אַפּטײק, נישט געבליבן קײן שׂריד ופּליט. אַ גליק נאָך, װאָס זײַן פֿרײַנדן נאַדיעזשדאַ אַלעקסאַנדראָװנאַ האָט אים כאָטש אָפּגעראַטעװעט זײַן שטוב און זײַן זון סאַשאַן. װען זי קומט מיט אײן האַלבע שעה פֿריִער, װאָלט זי אפֿשר די אַפּטײק אױך אָפּגעראַטעװט. די גוטע נאַדיעזשדאַ אַלעקסאַנדראָװנאַ, װי באַלד ס'איז געװאָרן די גרױסע בהלה, געקומען אַהײם און געװאָר געװאָרן, אַז אין שטאָט איז נישט רויִק, ― אַזױ איז זי אַװעק גלײַך צו איר פֿרײַנט סאַפֿראַנאָװיטש, זען װאָס טוט זיך דאָרטן, און אָנגעקומען אַקוראַט צו דער רעכטער אַרבעט. דערזען דעם חורבן פֿון דער אַפּטײק, איז זי פֿאַרציטערט געװאָרן. געטראָפֿן הינטן באַ דער טיר אַ באַנדע חבֿרה־לײַט שױן גרײט אַף צו גײן אַרױף אין שטוב אַרײַן זיך נעמען דאַרט אױך צו דער אַרבעט, האָט זיך נאַדיעזשדאַ אַלעקסאַנדראָװ־נאַ צעשריגן אַף אַ קול, אַז זײ זאָלן זיך די רגע אָפּטראָגן פֿונדאַנען, װאָרעם אָט רופֿט זי אַרױס אַ ראָטע קאָזאַקן! זי איז אַ ראָטמיסטערס אַ שװעסטער, זי װעט נישט דערלאָזן, מע זאָל זיך צורירן צו דעם דאָזיקן הױז. דאָס הױז איז אירס! „עטאָ אוזשאַסנאָ! עטאָ װאָזמוטיטעל־נאָ!“...
און נאַדיעזשדאַ אַלעקסאַנדראָװנאַ האָט אױסגעזען שרעקלעך אין איר נישט־געמאַכטן כּעס. די שװאַרצע חבֿרה האָבן זיך מײשבֿ געװען: ייִדן זײַנען דאָ גענוג אין שטאָט, דער טאָג שטײט נישט, ― און זײַנען אָפּגעטראָטן צום צװײטן הױז.
* * *
איציקל שאָסטעפּאַל און זײַן װײַב שיװקע, װאָס זײַנען געשטאַנען באַם פֿענצטער אין מוראדיקע פּחדים, נישט געװוּסט װוּהין צו לױפֿן, האָבן דערזען, װי די שװאַרצע חבֿרה האָבן עפּעס מיטאַמאָל װי אָפּגעטראָטן פֿון זײער טיר, און זײ האָבן געדאַנקט גאָט, װאָס זײ זײַנען עפּעס על־פּי־נס ניצל געװאָרן פֿון אַזאַ סכּנה, גאָר אַלײן נישט געװוּסט װעמען זײ האָבן צו פֿאַרדאַנקען מיטן דאָזיקן נס...
אױך סאַשאַס חבֿר, קעסלער, איז געשטאַנען באַם פֿענצטער און האָט אַלע מינוט אָפּגעגעבן דעם קראַנקן סאַשאַן אַ ראַפּאָרט, װאָס אין דרױסן טוט זיך. סאַשאַ האָט געגעבן טאַמאַראַן דאָס װאָרט, אַז ער װעט זיך נישט רירן פֿונעם אָרט, ― מעג זיך קערן די װעלט, װעט ער זײַן װאָרט האַלטן. סײַדן די שװאַרצע חבֿרה װעלן אַרײַנקומען אין שטוב אַרײַן! קעסלער האָט אַפֿילו פֿאַרבאַריקאַדירט די טיר מיט קאַסטנס און מיט בענקלעך. אַן אָנגעלאָדענעם רעװאָלװער האָט ער אױך. ער װעט שיסן יעדן אײנציקן, װער עס װעט זיך װײַזן אַף דער טיר, און װעט צו זײַן קראַנקן חבֿר נישט צולאָזן קײנעם, סײַדן מע װעט אים, קעסלערן, הרגענען...
― די באַנדע האָט אָפּגעקערעװעט פֿון אונדזער שטוב און איז אַװעק װײַטער, ― אַזױ ראַפּאָרטירט קעסלער פֿאַר זײַן חבֿר, דעם אונ־ טערגעשאָסענעם סאַשאַ, און איציקל שאָסטעפּאַל טוט זיך אַ װאָרף צום פֿענצטער און דערזעט דעם פּריסטאַװ, אַנטאָן איװאַנאָװיטש כאָלאָדקאָװ, דורכפֿאָרן פֿאַרבײַ רײַטנדיק אַף אַ פֿערד, שאָקלט זיך אַהין און אַהער מיט דער גאַנצער גראַציע פֿון אַן אָפֿיציר, מאַכט עפּעס מיט דער האַנט, נאָר ער הײסט נישט צעטרײַבן די באַסיאַקעס. איציקל שאָסטעפּאַל װיל עפֿענען דאָס פֿענצטער און אױסשרײַען צו אַנטאָן איװאַנאָװיטשן, ער זאָל זיך אָננעמען זײַן קריװדע, ער זאָל צעטרײַבן אָט די שכּורים. לאָזט אים נישט שיװקע. זי האַלט אים צו באַ דער האַנט.
― איצי! עפֿן נישט דאָס פֿענצטער! מיר זײַנען פֿאַרבײַ, איצי!
איציקל שאָסטעפּאַל פֿאַרהאַקט דאָס פֿענצטער, נאָר עס טראָגן זיך דורכן פֿאַרהאַקטן פֿענצטער משונה־מאָדנע קולות, טױזנטער קולות, אַ מאָדנער הילך, אַ מיש־מאַש פֿון געשרײען, פֿון געװײן, פֿון מענטשן, װאָס בעטן זיך, מע זאָל זײ ראַטעװען, און פֿון מענטשן, װאָס שרײַען ,בײ זשידאָװ“, און אַ קאָמאַנדע הערט זיך, און אַ שיסערײַ פֿון ביקסן הערט זיך, און אַ קלונג פֿון צעבראָכענע שױבן הערט זיך, און אַ מוראדיקער „הורראַ“ פֿאַרהילכט די אַלע קולות ― ס'איז עק־װעלט. אַפּנים?...
* * *
נאָר נחמיה דעם שוסטערס קינדער, יודל קטנתּיס קדיש, חוה דער דער ייִדענעס „אומגליק“, בערעזניאַק־נײַדיטש און די איבעריקע חבֿרים זײערע האָבן נישט געװאַרט ביז מע װעט קומען צו זײ גוט־יום־טובֿ ביטן... װי באַלד זײ האָבן נאָר דערהערט, אַז אַף דער ייִדישער גאַס איז „פֿרײלעך“, אַזױ האָבן זײ אױסגעפּױקט צװישן אַלע חבֿרים, מע זאָל זײַן גרײט. זײ האָבן זיך אײַנגעטײלט אין פֿאַרשײדענע פּונקטן, אַרױסגעגעבן אַלעמען דאָס געװער, און אַ סך האָבן זיך געלאָזט אַראָפּ צו דער ייִדישער גאַס, און אומעטום, װוּ נאָר עס האָט זיך אָנגעהױבן ערגעץ װוּ אַ חתונה, זײַנען זײ אונטערגעקומען און האָבן מיט זײערע רעװאָלװערן צעטריבן די חבֿרה־לײַט, אַזױ װי װאָראָנעס. אַזױ איז דאָס געגאַנגען אַף אײן גאַס, אַף דער אַנדערער גאַס: נאָר אַז ס'איז געקומען צו דער דריטער גאַס, האָט פֿון זײ מיטאַמאָל דאָס גליק אָפּגעטראָטן. זײ האָבן באַגעגנט צו אַ שטאַרקן װידערשטאַנד, און זײ האָבן אָנגעהױבן פֿאַלן אײנציקװײַז, אַזױ װי שטרױ... צװישן די ערשטע קרבנות איז געװען נחמיה דעם שוסטערס ייִנגערער זון, בעני, װעלכער איז אַרונטערגעפֿאַלן פֿון צװײ קױלן, װאָס האָבן ים דורכגעלעכערט די לונגען און דאָס האַרץ. װי אַן אונטערגעשאָסענעם הירש אַף דער אָכאָטע, האָבן אים צװײ חבֿרים אונטערגעכאַפּט אַף די הענט און האָבן אים אַף דער גיך אַװעקגעטראָגן אַהײם, און האָבן געטראָפֿן אינדערהײם נאָר די מוטער. דער ברודער, חײם, איז געװען מיט זײַנע חבֿרים אַף אַן אַנדער פּונקט, און דער טאַטע נחמיה איז געגאַנגען מיט זײַן פֿרײַנט יודל קטנתּי געװאָר װערן, װאָס טוט זיך.
זעלבסטפֿאַרשטענדלעך, אַז יודל קטנתּי איז געװען אױפֿגעלײגט װי תּמיד, ובפֿרט ער האָט דעם פֿרימאָרגן לכּבֿוד דעם גרױסן יום־טובֿ געמאַכט אַ פֿײַנע כּוסה, האָט ער געשאָטן מיט פּסוקים און געלאַכט פֿון דער קאָנסטיטוציע, זיך געהאַלטן פּשוט באַ די זײַטן, זיך גערײצט מיטן שוסטער, זיך באַרימט, אַז ער האָט געװוּסט פֿריִער, ער זאָל אַזױ האָבן אַלדאָס גוטס אַף דער װעלט און אַף יענער װעלט, אַז דאָס אַלץ דאַרף זיך אָט אַזױ ענדיקן, כאַ־כאַ־כאַ!...
לאַנג לאַכן האָט מען אָבער דעם דאָזיקן פֿרײלעכן שנײַדערל נישט געלאָזט. דערהערט, אַז אַף דער װאַסילטשיקאָװער גאַס הײבט שױן אָן װערן פֿרײלעך, האָבן זײ זיך אינצװײען מיט נחמיה דעם שוסטער געלאָזט אַרױף אַהײם, און װי זײ זײַנען געקומען, האָבן זײ געטראָפֿן די גאַס שױן רעכט באַלאַגערט מיט מענטשן... מע איז נאָרװאָס צוגעטראָטן צו סאַפֿראַנאָװיטשעס אַפּטײק.
― יודל, מיר זײַנען אין דער אַרבעט! ― זאָגט נחמיה דער שוסטער.
― װאָט טיבע יוצר המאורות! ― ענטפֿערט אים יודל דער שנײַדער.
באַ די װערטער קומט אָן ליפּאַ באַשעװיטש אָן אַ היטל, די האָר צעלאָזט, דאָס האַרץ צעכראַסטעט, אין האַנט אַ שטעקן, און ער האַלט אינמיטן פּרעדיקן מיטן נוסח פֿון ישעיהו:
― און עס װעט קומען אַ בראָך אַף אײַערע לײַבער, און איר װעט זוכן הילף און װעט שרײַען, און קײנער װעט אײַך נישט ענטפֿערן, װאָרעם גרױס איז דער צאָרן פֿון גאָט, װאָס טוט ריכטן די װעלט מיט זײַן גרױסן שטורעם־װינט, װאָס ער ברענגט אַף דער ערד, דערפֿאַר װאָס איר האָט נישט געװאָלט צוהערן זײַן געבאָט... עגעדען, מאַגעדען מאַגדאַדען! עעגעעדען, מאַגעדען, מאַגדאאַאַדען! עעעעגעדען, מאַנע־דעען, מאַגדאַאַאַאַדען!...
. . . . . . . . . . . . . . .
טרױעריק, זײער טרױעריק האָט זיך אױסגעלאָזט דער טאָג, װאָס האָט זיך אָנגעהױבן אַזױ גליקלעך, אַזױ פֿרײלעך, און שטיל האָט זיך אַראָפּגעלאָזט אַף דער ערד די טונקעלע נאַכט און האָט פֿאַרשפּרײט אירע שװאַרצע פֿליגל אַף דער מרה־שחורהדיקער װעלט. נאָך דעם צו־פֿרײלעכן און גליקלעכן טאָג האָט די נאַכט אױסגעזען װי אַז אַלמנה, אָנגעטאָן אין שװאַרצן. שטיל איז געװען אַרום און אַרום. קײן דורכגײער, קײן דורכפֿאָרער. אַלע טעאַטערן זײַנען געשלאָסן. אַלע רעסטאָראַנען זײַנען געשפּאַרט, אױסגעלאָשן זײַנען די ליכט איז די גאַס־לאָמפּן. עס איז חושך און שטיל. װען־נישט־װען לאָזט זיך הערן אַ װײַטער הילך, אַן אָפּקלאַנג פֿון אַ הײזעריקן „הורראַ“, אַ קול פֿון אַ געשלאָגענעם, אַ גװאַלד פֿון אַ סך מענטשן, אַ געזאַנג פֿון אַ שכּור, װאָס רײַסט זיך דורך און װערט פֿאַרשטאָרבן, און װידער װערט שטיל... שטיל קוקט אַראָפּ אױך דער מרה־שחורהדיקער הימל מיט זײַנע מיליאַרדן פֿינקלדיקע װעלטן אַף דער קלײנער
חושכדיקער ערד, װאָס מײנט און װיל אײַנרײדן אױך יענעם, אַז צוליב איר האָט דאָס גאָט באַשאַפֿן אָט די גרױסע רײַכע מיליאַרדן־שטערנדיקע װעלט. שטיל, פֿינצטער, חושך! זי װיל נישט דערצײלן, די שטילע פֿינצטערע חושכדיקע נאַכט, װאָס ס'איז פֿאָרגעקומען דאָרט, אין די חושכדיקע, אָרעמע, שמוציקע ייִדישע גאַסן און געסלעך, אין די חושכדיקע, אָרעמע, שמוציקע ייִדישע הײַזער און הײַזלעך, באַ די דערנידעריקטע, אָרעמע, הונגעריקע, אומגליקלעכע, נאַקעטע און באָרװעסע פֿאַרװאָרפֿענע, פֿאַרגעסענע און דערשלאָגענע――― נײן, זי װיל נישט דערצײלן, די שטילע פֿינצטערע חושכדיקע נאַכט, װאָס עס איז פֿאָרגעקומען דאָרט! אױך שװײַגט די שטילע פֿינצטערע חושכדיקע נאַכט פֿון די שטילע פֿינצטערע געהײמע פֿאַרזאַמלונגען אין שטילע פֿינצטערע געהײמע קעלערס, װוּ שטילע פֿינצטערע געהײמע מענטשלעך האָבן אױסגעטײלט די אַרבעט, זײ זאָלן זײַן גרײט צו „מאָרגנדיקן טאָג“... און נאָך און נאָך אַ סך זאַכן זײַנען אָפּגעטאָן געװאָרן אין דער דאָזיקער שטילער, פֿינצטערער חושדיקער נאַכט. און זי שװײַגט, די נאַכט. זי װאַרט אַפֿן ליכטיקן פֿרישן פֿרימאָרגן. ער װעט קומען, דער געװינטשטער ליכטיקער פֿרימאָרגן. ער װעט קומען און מע װעט עס אַלצדינג דערצײלן ― אין פֿרײדן.
קאַפּיטל יב.
אײביקע װאַנדערער
עס איז געװען אַ נאַסער, אַ קאַלטער פֿרימאָרגן, אײנער פֿון יענע קאַלטע נאַסע אָסיענדיקע טעג, װאָס מע זאָגט, אַז עס איז „אַן עבֿירה אַ הונט אַרױסצולאָזן אַף דער גאַס“. דער װאָקזאַל, אַף װעלכן עס האָבן זיך אַמאָל געטראָפֿן שאָסטעפּאַל מיט סאַפֿראַנאָװיטש דעם אַפּטײקער, בשעת זײערע קינדער זײַנען אָנגעקומען פֿון פּעטערבורג אַהײם אַף פּסח, איז געװען פֿול געפּאַקט מיט מענטשן, און איבערהױפּט ― די דריטע קלאַס. עס איז נישט געװען אַ נאָדל דורכצוּװאַרפֿן. מערסטנס פּאַסאַזשירן זײַנען געװען אַחינו בני ישׂראל. מע קאָן זאָגן, כּמעט לױטער ייִדן. געזעסן און געשטאַנען קעפּ אַף קעפּ װײַבער מיט קינדער מיט טשעמאָדאַנעס, טאָרבעס, זעק און פּעקלעך, און קישנס, קישנס, קישנס!... די פּנימער באַ אַלע אָנגעשראָקענע, קוקן זיך אַרום אַף אַלע זײַטן, ציטערן פֿאַר אַ געשרײ, פֿאַר אַ פֿײַף... נאָך די שמועסן פֿון די פּאַסאַזשירן דאַרף מען רעכענען, אַז דאָס זײַנען עמיגראַנטן, װאָרעם עס לאָזן זיך הערן די װערטער