אין שטורעם: 2.10: װאָס טאַמאַראַ האָט געזען און געהערט

שלום עליכם

פֿון www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish/sholemAleykhem/contents.html

                                                קאַפּיטל י.

                          װאָס טאַמאַראַ האָט געזען און געהערט

          עס איז נאָך געװען פֿרי, אַז טאַמאַראַ האָט זיך געלאָזט איבער דער

שטאָט אַראָפּ־צו, דאָרט װוּ די אָרעמעלײַט װוֿינען, אַף דער ייִדישער גאַס. זי האָט באַגעגנט אָרעמע װײַבער מיט קינדער, מיט פּעקלעך און שמאַטעס אַ סך, פֿאָרן אַף פֿורלעך, אײן פֿורל נאָכן אַנדערן, מיט איבערגעשראָקענע פֿאַרשעמטע פּנימער, גלײַך װי זײ װאָלטן עפּעס אָפּגעטאָן אַ מיאוסע מעשׂה, באַגאַנגען אַ פֿאַרברעכן... װוּהין פֿאָרט מען? זײ װײסן אַלײן נישט װוּהין זײ פֿאָרן. אין שטאָט איז, זאָגט מען, אַ פּאָגראָם, דאַרף מען פֿאָרן ערגעץ זיך באַהאַלטן; דער ― צו אַ באַקאַנטן קריסט, דער ― אין אַ האָטעל, און דער צום באַן... לאַנג האָבן אָבער די דאָזיקע נישט געקאָנט פֿאָרן, װאָרעם מע האָט זײ נישט געלאָזט; מע האָט זײ גענומען אָפּשטעלן, פֿאַרקערעװען די פֿערדלעך און אָפּשיקן צוריק, צוריק. טאַמאַראַ איז צוגעגאַנגען צו אַ פּאָליציאַנט און געפֿרעגט, װיִאַזױ דערלאָזט ער אַזאַ זאַך? האָט זי באַקומען פֿון אים אַ תּשובֿה, אַז די באַרישני זאָל זיך בעסער אָפּטראָגן פֿונדאַנען באַצײַטנס, װאָרעם זי קאָן כאַפּן דעם אײגענעם פּסק, װאָס די דאָזיקע ייִדן...

― װאָס עפּעס ייִדן? ― פֿרעגט אים טאַמאַראַ.

― װאָרעם הײַנט איז אַזאַ טאָג... ― ענטפֿערט איר דער פּאָליציאַנט מיט אַזאַ טאָז, גלײַך װי עס װאָלט זיך גערעדט פֿון באַגיסן די גאַסן וכדומה אַזעלכע געװײנלעכע זאַכן.

טאַמאַראַ גײט װײַטער און שלאָגט זיך אָן אַף אַזאַ סצענע: אַן אָרעמע ייִדישע פֿרױ, נאָך אַ יונג װײַבל, מיט צװײ קינדער, אײנס באַ דער האַנט, דאָס אַנדערע אַף די הענט, לױפֿט מיט אַ קאָשיק, און איר לױפֿן נאָך צװײ גױעס. אײנע האָט שױן דעם קאָשיק צוגענומען, און די אַנדערע רײַסט באַ איר די שאַל פֿונעם קאָפּ. טאַמאַראַ לױפֿט צו און שטעלט זײ אָפּ.

― װאָס טוט איר דאָס? גאָט איז מיט אײַך!

― הײַנט מעג מען! ― ענטפֿערן איר די גױעס מיט אַ געלעכטער און לאָזן אָפּ דאָס װײַבל. און טאַמאַראַ װערט געװאָר פֿון איר, אַז דאָס לױפֿט זי פֿון דער ייִדישער גאַס, װוּ מע שלאָגט ייִדן... װוּהין זי לױפֿט ― װײס זי נאָך אַלײן נישט, נאָר זי האָט גערעכנט, אַז דאָ, צװישן די נגידים, און איבערהױפּט ― צװישן קריסטן, װעט מען מן הסתּם נישט שלאָגן, טאָמער װעט עמעצער אַף איר רחמנות האָבן און אַף אירע צװײ יתומהלעך? זי װאָלט װעלן זיך באַהאַלטן ערגעץ באַ אַ גוטן קריסט, באַ אַ קריסט איז מען זיכערער...

טאַמאַראַן פֿאַלט אײַן אַ געדאַנק צו פֿאַרבאָרגן דאָס דאָזיקע װײַבל באַ אַ קריסט. באַ װעמען? עס איז נישט װײַט פֿון דער גימנאַזיע ― באַ דער פֿרױ ראָמאַנענקאָ! און זי זאָגט צום װײַבל, אַז זי װעט זי אָפּפֿירן צו אַ באַקאַנטן קריסט. „צו אַ קריסט? לאַנג לעבן זאָלט איר!“... דאָס װײַבל װיל זי אַרומכאַפּן קושן. און זי כאַפּט זי פֿאַר אַ האַנט און זי לױפֿט מיט איר, און לױפֿנדיק דערצײלט איר דאָס װײַבל טױזנטער שרעקלעכע זאַכן, װאָס האָבן זיך אָפּגעטאָן באַ זײ אַף דער ייִדישער גאַס: מע שלאָגט, מע הרגעט, מע הרגעט אַף טױט. טאַמאַראַ פֿאַרשטעלט זיך די אױערן, און נישט װילנדיק דערמאָנט זי זיך אין ביאַליקס בלוטיקע פּאָעמע, װאָס סאַשאַ האָט איר אַמאָל געלײענט, און װאָס האָט דעמאָלט געמאַכט אַף איר אַן אײַנדרוק פֿון אַ שײנער, הױכער פּאָעזיע, נישט מער. איצטער קלינגען זײ איר אין די אױערן, װי טראָמפּײטן, װי הונדערט קעסל־פּױקן:

                  אַ פֿױסט װוּ איז?
                  װוּ איז אַ גרױסער דונער,
                  װאָס זאָל זיך אָפּרעכענען פֿאַר אַלע דורות?...

עס ציט זי צוריק אין שטאָט אַרײַן, כאַפּן װאָס ס'װעט איר אַרײַנפֿאַלן אין די הענט אַרײַן, זיך נוקם זײַן, זיך אָפּרעכענען פֿאַרן אומזיסטיקן בלוט. זי דערמאָנט זיך, אַז זי האָט גענומען אָפּפֿירן דאָס דאָזיקע װײַבל מיט די קינדער צו אַ קריסט. אָט איז שױן די גימנאַזיע. אָט דאָ זיצט אירער אַ באַקאַנטער קריסט...

― אָט דאָ װעט אײַך זײַן גוט! ― זאָגט טאַמאַראַ צום װײַבל און זי קלינגט אָן באַ דער טיר אײן מאָל און צװײ מאָל און דרײַ מאָל ― מע ענטפֿערט נישט. קלינגט זי אָן אין טױער, באַװײַזט זיך דער דװאָרניק. דערזען „ייִדן“, װער ער מלא חמה: „דאָ איז נישט קײן ייִדישע סי־נאַגאָגאַ, טראָגט זיך אָפּ באַצײַטנס, כּל זמן מע האָט אײַך נישט געבראָכן די בײנער!“...

― איר קאָנט אײַך גײן, ― זאָגט דאָס װײַבל צו טאַמאַראַן. ― איך בלײַב זיצן דאָ, עס מעג זיך זײַן װאָס עס װיל זיך, פֿאָרט צװישן קריסטן, טאָמער װעט זיך עמעצער דערבאַרעמען. איך בין אַן אָרעמע אַלמנה מיט צװײ ברעקלעך קינדער יתומים. װאָס װעט מען באַ מיר נעמען?...

טאַמאַראַ לאָזט זיך גײן און דערזעט פֿונדערװײַטן אַ פּראָצעסיע מיט נאַציאָנאַלע פֿאָנען. װאָס זאָל דאָס באַדײַטן? און זי דערזעט פֿונדערװײַטן שױן זײער אַ שײן בילד, װיִאַזױ מע האַקט טירן, מע ברעכט פֿענצטער און מע װאַרפֿט און מע שמיצט און מע שלײַדערט, און קלײנע שקצימלעך און גױעס און שיקסעס הײבן דאָס אױף, און מע שלאָגט עפּעס עמעצן. און זי זעט, װי מענטשן פֿאַלן און מע טרעט אַף זײ מיט די פֿערד... און טאַמאַראַ לױפֿט צו, און דערזעט, אַז אָט האָט זיך פּלו־צים די פּראָצעסיע אָפּגעשטעלט נעבן דער גימנאַזיע... אַפֿן באַלקאָן שטײט דער אַלטער ראָמאַנענקאָ אָן אַ היטל און בײגט זיך און נײגט זיך, און עס לאָזט זיך הערן אַ מוראדיקער „הורראַ!“

― נידער מיט דער קאָנסטיטוציע! אַ טױט צו די ייִדן!!!

― הורראַ! אַ טױט צו די ייִדן!!!...

                            . .  .  .  .  .  .  .  .  .  .  .  .  .

                                          קאַפּיטל יא.

                            דער שטורעם פֿאַרשפּרײט זיך

דעם אַפּטײקער סאָלאָמאָן סאַפֿראַנאָװיטש איז דאָס אָפּגעראָטן, װי אַ מוצלח. אים האָט דאָס נאָכן ערשטן שאָס אָפּגעריסן פֿון זײַן פֿרײַנדן נאַדיעזשדאַ אַלעקסאַנדראָװנאַ און אַװעקגעטראָגן מיטן שטראָם אין אַן אַנדער זײַט שטאָט, אין די װײַטע גאַסן און געסלעך, װוּ ער איז שױן לאַנג נישט געװען. ער האָט דערהערט פֿון דאָרטן, פֿון אונטן ערגעץ, טראָגן זיך מאָדנע קולות; עס האָט אױסגעדאַכט, װי מענטשן שרײַען, רופֿן צו הילף, און ס'איז אים געװאָרן קאַלעמוטנע אַפֿן האַרצן, און ער