אומשולדיקע. און זאָל מען אונדז באַגעגענען מיט פֿײַער, װעלן מיר אַלע
פֿאַלן. צו די טורמעס, בירגער, צו די טורמעס!
― הורררררראַ!!! ― קאַטשעט זיך אַ הילך פֿונעם מבול מיט מענטשן פֿון אײן עק שטאָט ביזן אַנדערן, און גאַנצע כװאַליעס קעפּ טראָגן זיך אַהין, צו די טורמעס!
די ערד, װאָס טראָגט אַף זיך די דאָזיקע אַלטע שטאָט, האָט נאָך קײנמאָל נישט געהערט אַזאַ הילך, פֿון װעלכע מױערן קאָנען צעשפּאָלטן װערן. דער הימל, װאָס דעקט איבער די דאָזיקע ערד, האָט נאָך קײנמאָל נישט געזען אַזאַ באַװעגונג פֿון מוראַשקעס־מענטשן. און די זון האָט פֿאַרגעסן אַז עס איז אַן אָקטאָבער־טאָג, און האָט אַ צופֿרידענע אַראָפּגעקוקט מיט איר פֿײַעריק פּנים אַף די צעהיצטע גליקלעכע מענטשן, און די גאַנצע נאַטור האָט גענומען אָנטײל אינעם דאָזיקן ליכטיקן הײליקן פֿרײַהײטס־יום־טובֿ.
קאַפּיטל ט.
פֿאַרשטערט דעם יום־טובֿ
חדושים ונפֿלאָות! װיִאַזױ האָבן זיך מענטשן אינעם דאָזיקן ים,
אינעם דאָזיקן מבול, געקאָנט געפֿינען אײנס דאָס אַנדערע? אַף אַזאַ בריהשאַפֿט זײַנען געװען פֿעיִק נאָר אַזעלכע מזיקים, װי סאַשאַ סאַפֿראַ־נאָװיטש און זײַן חבֿר קעסלער. די צװײ חבֿרים האָבן מיטן כּח פֿון זײערע עלנבױגנס זיך דורכגעשלאָגן אַ װעג און האָבן, גײענדיק צו די טורמעס, זיך אָנגעשלאָגן אַף איציקל שאָסטעפּאַל, װאָס סע האָט אים אַרױסגעטראָגן פֿון שטוב אײנעם אַלײן מיט זײַן שירם ― ער װײס אַלײן נישט מיט װאָסער אַ כּח.
װי מע דערזעט אַן אײגן קינד, אַזױ האָט זיך שאָסטעפּאַל דערפֿרײט, אַז ער האָט דערזען דעם אַפּטײקערס זון. שױן זשע איז דאָס אַלץ אַף דער װאָר? שױן זשע איז דאָס אַלץ אמת? קאָנסטיטוציע? אַלע זײַנען גלײַך? און אַפֿילו ייִדן אױך?... מע װעט באַפֿרײַען די פּאָליטישע? און אָט באַלד װעט ער זען זײַן באַפֿרײַטע טאָכטער? זײַן ליבע, אײנציקע, טײַערע טאָכטער? ער קוקט זיך אַרום אַף אַלע זײַטן, באַטראַכט די דאָזיקע אַלע „ייִנגלעך“, דאַכט זיך, „גאָרנישטן“, און דאָך האָבן טאַקע ז ײ אױסגעפֿירט!... און באַקאַנטע ייִדן באַגעגנט ער, װאָס געבן אים אָפּ מזל־טובֿ, קושן זיך מיט אים: „מיר זײַנען הײַנט גלײַך מיט אַלעמען!“... נישט שױן זשע טאַקע גלײַך מיט אַלעמען?... און נישט נאָר ייִדן ― קריסטן באַקאַנטע גריסן אים, קושן זיך מיט אים, געבן אים אָפּ מזל־טובֿ. עפּעס נאָר משיחס צײַטן!... פּלוצים דערפֿילט ער אָ האַנט אַף זײַן פּלײצע. ער דרײט אױס דעם קאָפּ:
― סאַשאַ?...
און איציקל נעמט סאַשאַן אונטער דער האַנט און ער קוקט אים אין די אױגן אַרײַן, װי אײנער רעדט: „איז דאָס נישט קײן חלום?“... און סאַשאַ סאַפֿראַנאָװיטש האָט װי געטראָפֿן זײַן מחשבֿה, און זאָגט צו אים מיט אַ שמײכל:
― יאָ. מיר גײען זײ באַפֿרײַען. נאָך אַ האַלבע שעה און טאַמאַראַ װעט דאָ זײַן מיט אונדז... מיט אונדז!... אם ירצה השם! ― זאָגט אים איציקל מיט אַ ירא־שמים־פּנים, האָט מורא זיך אַלײן געבן אַ גוט אױג און קװעטשט סאַשאַן די האַנט.
― איז די משמעות, הײסט עס, אַז איצטיקס מאָל האָבן מיר אױסגעפֿירט?
דאָס װאַרט „ מיר ”, זאָגט איציקל שאָסטעפּאַל שױן מיט גדלות, מײנענדיק דערמיט נישט אַזױ זיך, װי די טאָכטער... און ער דערזעט אינעם מבול פֿון קעפּ אַ באַקאַנט מײדל מיט אַ בחור אונטער דער האַנט גײען זײ בײדע זײער יום־טובֿדיק. ער װאָלט געמעגט שװערן, אַז דאָס איז זײַן שטוב־מײדל כאַסקע. יאָ, עס איז כאַסקע מיט איר חתן דעם טרובאַטש... „אַ יום־טובֿ ― טראַכט ער זיך ― אַלע זײַנען גלײַך, אַביסל טוט אים הנאה, װאָס אַלע זײַנען גלײַך און אַביסל אַרט דאָס אים: װי געשיקט זיך עס, אַז זײַן שטוב־מײדל כאַסקע זאָל זײַן גלײַך מיט זײַן טאָכטער טאַמאַראַ?... און צוריק טוט ער אַ טראַכט: „אַ שײנע רײנע כּפּרה, זאָלן זײ זײַן גלײַך, אַבי ער זאָל שױן דערלעבן זען די טאָכטער געזונטערהײט!“... און נאָך אַ באַקאַנט פּנים דערזעט ער פֿון מבול פֿון קעפּ; דאָס איז נעטשיפּאָרענקאָ, דעם פּריס־טאַװס שרײַבערל. „װאָס טוט דאָ דער גױעץ?“ און ער קאָן זיך נישט אײַנהאַלטן און טוט אַ װוּנק צו אים און אַ מאַך מיטן שירם, און דעם קאָפּ האַלט ער הױך, מיט גדלות:
― װוּ איז אַנטאָן איװאַנאָװיטש? פֿאַרװאָס זעט מען אים נישט אַף אונדזער יום־טובֿ?
נעטשיפּאָרענקאָ לאָזט אַראָפּ די אױגן, טוט אַ טרײסל מיטן קאָפּ, ענטפֿערט נישט שאָסטעפּאַלן. מע װײס נישט, צי איז ער צופֿרידן, אָדער נישט?...
― עס איז דעם פּריסטאַװס רעכטע האַנט. ― זאָגט שאָסטעפּאַל צו סאַשאַן מיט גדלות. נאָר סאַשאַ האָט זיך פֿאַרקוקט אין אַן אַנדער זײַט. דאָרט גײט זײַן פֿאָטער, סאָלאָמאָן סאַפֿראַנאָװיטש, געאָרעמט מיט זײער שכנה, נאַדיעזשדאַ אַלעקסאַנדראָװנאַ, זעען אױס גליקלעך, װי אַ פּאָרפֿאָלק נאָר װאָס נאָך דער חתונה. אַף איטלעכנס פּנים איז אָנגעצײכנט גליק, יום־טובֿ, יום־טובֿ, יום־טובֿ!
אַ געװאַלטיקער „הוראַ“, אַ נײַער שטראָם פֿון מענטשן. אַן אומבאַשרײַבלעכער ענטוזיאַזם כאַפּט אַרום די גאַנצע מאַסע. דאָס האָט געעפֿנט די טױערן פֿון טורמע דער גובערנאַטאָר אַלײן, און האָט נאָך געהאַלטן דערבײַ אַ רעדע און האָט באַפֿרײַט אַלע פּאָליטישע, װעלכע דער עולם האָט באַגעגנט מיט דער גרעסטער התפּעלות. און עס איז נישטאָ קײן ברעג צו דער שׂמחה פֿון די מאַסן, און עס קײַקלט זיך דער הילך פֿון אײן עק ביזן אַנדערן:
― לעבן זאָל די פֿרײַהײט! לעבן זאָלן די באַפֿרײַטע!
זעלבסטפֿאַרשטענדלעך, אַז יעדער אײנציקער װיל זען די באַפֿרײַטע מיט זײַנע אײגענע אױגן. אײניקע האָבן עס געװאָלט נאָר פֿון נײַגעריקײט, אײניקע האָבן געהאַט אַן אינטערעס: אַן אײגענער, אַ קרובֿ, אַ גוטער באַקאַנטער. און בכדי דער יום־טובֿ זאָל זײן נאָר פֿולער און די גאַנצע שטאָט זאָל װיסן פֿון דער אַמנעסטיע, האָט מען די באַפֿרײַטע גענומען פֿירן מיט מוזיק, מיט געזאַנג און מיט געשרײען „הוראַ“ איבער די גרעסטע גאַסן פֿון שטאָט. אַלעמאָל האָט מען אַװעקגעשטעלט אַף אַן אימפּראָװיזירטער בינע אײנעם פֿון די באַפֿרײַטע, ער זאָל זיך באַװײַזן, ער זאָל עפּעס זאָגן, כאָטש עטלעכע װערטער ― און אַ הוראַ האָט פֿאַרהילכט זײַנע רײד. נאָר אָט איז געװאָרן מיטאַמאָל אַ דערשטיקעניש. מע האָט זיך פּשוט געשטעלט אײנער דעם אַנדערן אַף די קעפּ. און אַף דער
.
392 שלוםעליכ ם
אימפּראָװיזירטער בינע האָט זיך באַװיזן זײער אַ שײן מײדל מיט שװאַרצע געקרײַזלטע האָר, מיט אַ ייִדישער נאָז און מיט שײנע שװאַרצע גרױסע אױגן. איציקל שאָסטעפּאַל, װאָס האָט זיך געהאַלטן די גאַנצע צײַט אָן זײַן יונגן פֿרײַנט סאַשאַ סאַפֿראַנאָװיטש, האָט זיך געגעבן אַ װאָרף, אױסגעצױגן בײדע הענט אַרױף:
― מײַן טאָכטער! מײַן קלוגע, טײַערע טאָ...
מער האָט דער גליקלעכער פֿאָטער נישט געקאָנט אַרױסזאָגן. ער איז איבערגעהאַקט געװאָרן אינמיטן װאָרט. עס האָט זיך געטראָפֿן אַ מאָדנע זאַך, אַ זאַך, װאָס קײן מענטש האָט נישט געקאָנט פֿאָרױסזען, אַ זאַך, װאָס קײנער האָט עס זיך נישט געקאָנט פֿאָרשטעלן נישט אַף װאָר, נישט אין חלום, אַ זאַך, װאָס האָט פֿאַרשטערט דעם גליקלעכסטן יום־טובֿ, פֿאַרשטערט, פֿאַרפֿינצטערט אַף לאַנג, אַף לאַנג, אױב נישט אַף שטענדיק... עס האָט זיך פּלוצים גאָר אומגעריכט דערהערט אַ קנאַק פֿון אַ סך ביקסן, מע װײס נישט פֿונװאַנען, פֿון װעלכער זײַט, און דער מבול פֿון קעפּ האָט זיך אָנגעהױבן ביסלעכװײַז, ביסלעכװײַז צו װיגן, און אַלץ האָט באַקומען אַ מאָדנע אױסזען.
װי פֿון אַ זיסן שלאָף, װי פֿון אַ גוטן חלום האָט מען זיך אױפֿגעכאַפּט, און אַ קאַלטער שרעק האָט אַרומגענומען אַלעמען, און צװישן דעם פֿאַרגליװערטן עולם איז מיטאַמאָל אױסגעבראָכן אַ פּאַניק, אַ בהלה, אַ לױפֿערײַ און אַ שפּרינגערײַ איבער קעפּ, אַז ערדטרעטעניש... נישט פֿאַרשטאַנען נאָר, װאָס דאָ איז געשען, האָט יעדער אײנציקער אינסטינקטיװ געגעבן אַ טראַכט פֿון זיך, װיִאַזױ ראַטעװעט מען זיך אַרױס פֿונדאַ־נען אַ לעבעדיקער? ― און מע האָט גענומען ראַטעװען איטלעכער זײַן אײגענעם נפֿש... סאַשאַ סאַפֿראַנאָװיטשעס ערשטער געדאַנק איז געװען ― „טאַמאַראַ“... װוּ איז טאַמאַראַ? װיִאַזױ דערשלאָגט מען זיך צו איר און מע שלעפּט זי אַרױס פֿון דער סאַמע הושטשע? אָנשטאָט דעם, ער זאָל לױפֿן אַף־צו־פֿריִער, װי אַלע װאָס אַרום אים, האָט ער זיך געגעבן אַ װאָרף צוריק, אַהין, צום אױבנאָן. דאָרט, װוּ טאַמאַראַ איז נאָרװאַס געשטאַנען. ער האָט גענומען אַרבעטן מיטן כּח פֿון זײַנע טרוקענע עלנבױגנס, שפּאַנען איבער קעפּ, פֿאַרגעסן יעדע סכּנה, און האָט זיך סוף־כּל־סוף טאַקע דערשלאָגן צו דער סאַמע הושטשע, צו דער סאַמע טריבונע. דערזען די צעטומלטע פֿאַרלױרענע טאַמאַראַ צװישן אַ סך צעטומלטע און פֿאַרלױרענע, געגעבן זי אַ נעם מיט גװאַלד אונטער דער האַנט, אַ שלעפּ אַרױס פֿון דער מאַסע און האָט זיך געלאָזט מיט דעם זעלבן כּח פֿון זײַנע דאַרע עלנבױגנס און מיט דעם זעלבן שפּאַנען איבער קעפּ, איבער געהרגעטע און איבער לעבעדיקע מענטשן, און עס איז אים געראָטן אַרױסצורײַסן זיך פֿון דער ענגשאַפֿט אַף אַ פֿרײַ שטיקל פּלאַץ.
אין דער ערשטער מינוט האָט זיך טאַמאַראַ נישט געקאָנט אָפּגעבן קײן רעכענונג, װאָס זי טוט און װוּהין זי גײט און מיט װעמען זי גײט. שפּעטער, אַז זי האָט זיך אַרױסגעמאַכט פֿון דער ענגשאַפֿט אַף דעם פֿרײַען פּלאַץ און זי האָט זיך אַרומגעקוקט צוריק און האָט דערזען בלוט, בלוט פֿון אונטערגעשאָסענע, צעהרגעטע, צעטראָטענע מענטשן, ― האָט זי זיך געגעבן אַ רײַס אױס פֿון סאַשאַס הענט און האָט זיך געװאָלט לאָזן לױפֿן צוריק. סאַשאַ סאַפֿראנאָװיט אָבער האָט זיך באַשלאָסן, טאַמאַראַן פֿון די הענט נישט אַרױסצולאָזן, האָט ער זי אַ כאַפּ געטאָן צוריק מיט זײַנע דאַרע, נאָר שטאַרקע הענט:
― צוריק װעט איר נישט גײן!
איבעריקע װערטער. סײַ װי סײַ איז שױן אוממעגלעך געװען גײן צוריק. גײן האָט מען געקאָנט נאָר װײַטער, אי דאָס נישט גײן, נאָר לױפֿן, װאָרעם אַ געדיכטע כװאַליע פֿון מענטשן האָט זיך, װי אַ שטראָם, געטראָגן און געטראָגן...
און פֿון הינטן האָט זיך געהערט אַ שיסערײַ... און פֿערד האָבן געטראָטן איבער לעבעדיקע מענטשן...
ערשט אַז זײ זײַנען שױן געװען אַף דער װאַסילטשיקאָװער גאַס, באַם הױז נומער 13, באַ דער אַפּטײק פֿון סאָלאָמאָן סאַפֿראַנאָוױטש, האָט טאַמאַראַ באַמערקט, אַז איר באַגלײטער סאַשא האַלט זיך מיט דער לינקער האַנט באַ דער רעכטער פּלײצע, און אַז דאָס פּנים איז אים בלאַס, װי באַ אַ טױטן.
― װאָס איז אײַך? ― האָט זי אים געפֿרעגט, געשעמט זיך קוקן אים גלײַך אין די אױגן.
― גאָרנישט, גאָרנישט, נישט געפֿערלעך.
אַזױ האָט איר געענטפֿערט סאַשאַ מיט אַ פֿרײַנטלעך שמײכעלע, אָנװײַזנדיק איר אַף דער פּלײצע, און האָט אַראָפּגעלאָזט זיך פּאַװאָלינקע אַף דער ערד. טאַמאַראַ האָט זיך אָנגעבױגן איבער אים, אױפֿגעהױבן אים מיט בײדע הענט, װי מע הײבט אױף אַ קינד, און מיט אַלע כּחות איז זי צוגעגאַנגען צו דער טיר און האָט גענומען קלינגען אַזױ לאַנג, ביז עס זײַנען אַרױסגעלאָפֿן חוה די ייִדענע, כאַסיע דאָס מײדל און דער סטאָראָזש דער גױ, און מע האָט דעם אונטערגעשאָסענעם סאַשאַ אַרױפֿגעטראָגן צו איציקל שאָסטעפּאַל אין הױז אַרײַן (דעם אַפּטײקערס װױנונג איז געװען צוגעשלאָסן), און ערשט דאָרט, אַז מע האָט אים אַװעקגעלײגט אַף אַ קאַנאַפּע, צעשפּילעט דעם אַרבל, האָט מען דערזען, אַז ער גײט אָפּ מיט בלוט, און סאַשאַ האָט אָנגעהױבן חלשן.
― דעם דאָקטער! װאַסער! אײַז! דעם אַפּטײקער! ― און אַלע האָבן זיך אַ װאָרף געטאָן אַף אַלע זײַטן, װער נאָך װאַסער, װער נאָך אײַז, װער נאָכן דאָקטער. שיװקע, װאָס האָט שױן געװוּסט אַז טאַמאַראַ איז פֿרײַ (נחמיה דעם שוסטערס װײַב האָט פֿאַרדינט די מצוה; זי איז געקומען צו לױפֿן אַהײם איר אָנזאָגן די בשׂורה פֿריִער פֿאַר אַלעמען), האָט זיך געלאָזט לױפֿן מיט אַ גװאַלד אין דער גאַס אַרױס און באַגעגנט זיך מיטן מאַן, װעלכער איז געלאָפֿן אַהײם האַלב אַ טױטער. דערזען שיװקען לױפֿן, איז איציקל שאָסטעפּאַל שיִער נישט געשטאָרבן פֿאַר שרעק. ער האָט מיטן שירם געװיזן נאָר פֿון דער װײַטן צו שיװקען, אַז זי זאָל גײן צוריק, װאָרעם אין גאַס טוט זיך חושך, מע שיסט.
― מע שיסט! ― שרײַט צו איר דער מאַן.
― מע שיסט?
― מע שיסט! מע שיסט! גײ צוריק!
― דאָ אױך, ― ענטפֿערט אים שיװקע, ― מע האָט שױן געשאָסן! דערשאָסן!
― װוּ? װעמען? ― שרײַט איציקל און פֿאַל שיִער חלשות.
― דעם אַפּטײקערס זון האָט מען געשאָסן...
* * *
דעם פֿאַרװוּנדעטן סאַפֿראַנאָװיטשן האָט מען אַרױסגענומען די קױל און איבערגעבונדן די װוּנד. דער דאָקטער האָט געזאָגט, אַז עס איז נישטאָ קײן געפֿאַר, דער קראַנקער װעט אין דרײ־פֿיר טעג אַרום קאָנען אױפֿשטײן. ער האָט נאָר אָנגעזאָגט, מע זאָל אַכטונג געבן אַף דער טעמפּעראַטור, און װײַטער גאָרניש. דער קראַנקער האָט גערעדט, געשפּאַסט און געפֿילט זיך זײער גוט. און װיִאַזױ האָט ער זיך געקאָנט פֿילן נישט גוט, אַז טאַמאַראַ איז געזעסן נעבן אים גלײַך מיט אַלע; זי האָט זיך אַלײן אַרױסגערופֿן אַף צו זיצן נעבן קראַנקן. איציקל שאָסטעפּאַל האָט געװאָלט, אַז זי זאָל גײן רוען נאָך אַ טאָג פֿון גרױסע שרעק, און אַגבֿ האָט די מאַמע זי שױן אַזאַ צײַט נישט געזען... האָט אָבער טאַמאַראַ געזאָגט, אַז זי װעט פֿון דעם קראַנקן נישט אָפּטרעטן... זיצנדיק אָט דאָ, האָט טאַמאַראַ פֿאַרטראַכט זיך, דאָס ערשטע מאָל פֿון זינט זי קען זיך מיט סאַשאַן, איבער אַלץ, װאָס צװישן זײ איז פֿאָרגעקומען ביז איצטיקן מאָמענט. דאָס ערשטע מאָל, קאָן מען זאָגן, האָט זיך טאַמאַראַ אָפּגעגעבן אַזױ נאָענט מיט דעם מענטשן, און איר גאַנצע פֿאַרגאַנגענהײט איז איר דורכגעלאָפֿן אין די געדאַנקען, און זי האָט זיך דערמאָנט, װי דער דאָזיקער סאַפֿראַנאָװיטש איז איר נאָך קינדװײַז נאָכגעגאַנגען, װי אַ שאָטן... און נאָכדעם, אַז ער איז אונטערגעװאַקסן, געװאָרן אַ „בחורל“, איז ער איר געװען כּסדר פֿאַר די אױגן, שטענדיק אַ רױטער, תּמיד אַ שעמעװדיקער... און נאָכדעם, װי ער איז געפֿאָרן מיט איר קײן פּעטערבורג, מורא געהאַט צוגײן צו איר נאָענט... נאָכדעם אין פּעטערבורג זײערע באַגעגענישן און געשפּרעכן: „מ ע האָט מ י ך ג עמאַכט פֿאַר אַ ן אויפֿזעערן אַ ף װײַנגערטנע ר, מ ײַ ן אײגענעם גאָרטן האָב איך פֿאַרלאָז ט“...
און טאַמאַראַ פֿאַרטראַכט זיך אַף דעם פּשט פֿונעם פּסוק און אַף דעם אַלעם, װאָס זי איז דורכגעגאַנגען און דורכגעמאַכט אין דער לעצטער צײַט: װאָס איז זי, אײגנטלעך, געװען פֿאַר דער באַװעגונג? נישט מער אַלס אַ פּאַסיװע, אַ זײַטיקע פּערזאָן... װאָס האָט זי אַלײן אױפֿגעטאָן ? גאָרנישט מיט גאָרנישט! מיט װאָס האָט זי אין דער דאָזיקער קאָנסטיטוציע אַ גרעסערן חלק, למשל, פֿון איר מוטער? אַ גאַנצע רײ פֿון אַקטיװע פּאַרשױנען גײען דורך פֿאַרבײַ איר: ראָמאַנענקאָ, מאַשאַ, בע־רעזניאַק און נאָך און נאָך ― װאָס איז זי פֿאַר זײ געװען, אַז נישט קײן גוטע באַקאַנטע און נישט מער? פֿאַרװאָס האָבן אַלע אַנדערע געהאַט מער אָדער װײניקער אַרבעט, און זי נישט? צװײ מאָל איז זי אָפּגעזעסן אין טורמע, און בײדע מאָל אַלס אַ זײַטיקע, אַ צוגעטשעפּעטע, און קײנמאָל נישט אַלץ אַן אַקטיװע מיטאַרבעטערן, װי אַנדערע. און װער האָט
זיך נאָך אַזױפֿיל געריסן צו אַקטיװער אַרבעט, װי זי? אָט איז סאַפֿראַ־
נאָװיטש נישט קײן רעװאָלוציאָנער, ― פֿאַרװאָס האָט ער שטענדיק
אַזױפֿיל צו טאָן אַלס נאַציאָנאַליסט פֿאַר זײַן אײגן פֿאָלק? איז דען
ז ײַ ן פֿאָלק נישט איר פֿאָלק? איז זי דען נישט שולדיק, װי סאַשאַ
זאָגט, צו איר פֿאָלק מער אַלס צו אַלע אַנדערע, פֿאַר װעמען עס דאַרט
איר דער קאָפּ און עס טוט איר װײ דאָס האַרץ און זי איז גרײט אַפֿילו
זיך מוסר נפֿש צו זײַן?...
― װאָס מאַכט ער? ― פֿרעגט שאָסטעפּאַל, צוגײענדיק אַף די
שפּיץ פֿינגער צום בעטל, װוּ סאַשאַ ליגט און די טאָכטער מיט סאַשאַס
חבֿר קעסלער זיצן באַ די זײַטן.
― ער שלאָפֿט, ― זאָגט טאַמאַראַ שטיל.
― ששש... ער שלאָפֿט! ― זאָגט איציקל שאָסטעפּאַל צו שיװ־
קען, װאָס גײט אים נאָך פֿון הינטן.
אין דער מינוט רײַסט זיך אַרײַן חוה די ייִדענע מיט אַ בשׂורה גלײַך
צום בעל־הבית, צו איציקל שאָסטעפּאַל:
― בעל־הבית! אַף דער ייִדישער גאַס, זאָגט מען, איז פֿרײלעך!
― ששש... װאָס הײסט ס'איז פֿרײלעך? ― פֿרעגט איציקל.
― אַ פּאָגראָם, זאָגט מען.
אַלע כאַפּן זיך אױף פֿון די ערטער.
― אַ װאָס?
― אַ פּאָגראָם װײסט איר נישט? אַ ייִדישער פּאָגראָם, דאָס אײ־
גענע, װאָס אין קעשינעװ...
דאָס דאָזיקע עכט־רוסישע װאָרט „פּאָגראָם“, װאָס קאָן נישט אי־ בערגעזעצט װערן אַף קײן שפּראַך אין דער װעלט, רופֿט אַרױס באַ ייִדן אַ געפֿיל, װאָס קײן אומה ולשון קאָן עס נישט פֿאַרשטײן, אױסער אַ
ייִדן. װי װילד דאָס זאָל נישט קלינגען, האָט דאָס אין דער מינוט, אין דעם דאָזיקן טאָג, געקלונגען נאָך מער װילד, װי אַלעמאָל. הײַנט אַ פּאָגראָם? װי איז דאָס מעגלעך?!...
אין די װערטער קומען אָן נחמיה דער שוסטער מיט זײַנע בײדע זין מיט שטאַרק איבערגעשראָקענע פּנימער.
― מע שלאָגט, ― זאָגט חײם, און בעני חזרט איבער:
― מע שלאָגט... ס'איז אַ פּאָגראָם...
אַלע זײַנען פֿאַרגליװערט געװאָרן. סאַשאַ האָט זיך אױפֿגעזעצט, אָנגעשפּאַרט אַפֿן עלנבױגן און באַגעגנט זיך מיט טאַמאַראַס אױגן. אינעם דאָזיקן קוק האָט זיך אױסגעדריקט אַלצדינג, װאָס ס'איז ביז אַהער צװישן זײ נאָך נישט געזאָגט געװאָרן. נחמיה דער שוסטער האָט געפֿונען פֿאַר נײטיק צו באַרויִקן די בעלי־בתּים.
― שרעקט אײַך נישט, עס איז מיט חסד: אָרעמעלײַט שלאָגט מען... אַף דער ייִדישער נאַם איז אַ פֿאָרמענע פּאָגראָם. נאָרװאָס איז געװען באַ טיר מײַנער אַ באַקאַנטער שנײַדער, יודל קטנתּי...
― גײט אײַך געזונטערהײט מיט אײַער שנײַדער קטנתּי! ― צעלאָזט זיך איציקל שאָסטעפּאַל מיט כּעס אַפֿן שוסטער, גלײַך װי דער שוסטער איז דאָ דער גאַנצער הײב, און טאַמאַראַ שטײט אױף, גלײַכט זיך אױס, דאָס פּנים פֿלאַמט איר, די אױגן ברענען:
― ס'אַ ליגן! עס קאָן נישט זײַן! עס קאָן נישט זײַן!...
― פֿאַרװאָס קאָן עס נישט זײַן? עס קאָן זײער זײַן! ― זאָגט סאַשאַ אין אױפֿרעגונג. ― דאָס איז דער אמתער עפּילאָג, װאָס מע האָט באַדאַרפֿט אַרױסזען...
― איר זאָלט נאָר ליגן רויִק! ― שלאָגט אים טאַמאַראַ איבער מיט אַ װײכן טאָן, װעלכן ער האָט נאָך פֿון איר קײנמאָל נישט געהערט. ― אײַך האָט דער דאָקטער אָנגעזאָגט, איר זאָלט ליגן רויִק... איך גײ און קום באַלד צוריק... רויִק זאָלט איר ליגן!
סאַשאַ פֿאָלגט זי, װי אַ קינד, לײגט זיך אַװעק צוריק, ליגט כּלומרשט רויִק און קוקט, װי טאַמאַראַ טוט זיך אָן, קלײַבט זיך גײן. נישט שױן זשע װעט זי אַװעקגײן, און ער װעט דאָ בלײַבן אַלײן, אָן איר?... ער פֿילט, װי עס טראָגט אים פֿון דער קאַנאַפּע. אָט־אָט, דאַכט זיך, שפּרינגט ער אַראָפּ, טוט זיך אַ װאָרף איר פֿאַר די פֿיס: „נ ײן , ד ו װעס ט נ ישט גײן אַלײ ן, טאַמאַר אַ, מיט מיר װעסט ו ג ײ ן! מיט מ י ר! מיט מ י ר! ''...
* * *
טאַמאַראַ איז אַװעק, און סאַשאַ איז געבליבן ליגן אין אַ העליש פֿײַער.
די טעמפּעראַטור האָט זיך באַ אים אױפֿגעהױבן.
קאַפּיטל י.
װאָס טאַמאַראַ האָט געזען און געהערט
עס איז נאָך געװען פֿרי, אַז טאַמאַראַ האָט זיך געלאָזט איבער דער
שטאָט אַראָפּ־צו, דאָרט װוּ די אָרעמעלײַט װוֿינען, אַף דער ייִדישער גאַס. זי האָט באַגעגנט אָרעמע װײַבער מיט קינדער, מיט פּעקלעך און שמאַטעס אַ סך, פֿאָרן אַף פֿורלעך, אײן פֿורל נאָכן אַנדערן, מיט איבערגעשראָקענע פֿאַרשעמטע פּנימער, גלײַך װי זײ װאָלטן עפּעס אָפּגעטאָן אַ מיאוסע מעשׂה, באַגאַנגען אַ פֿאַרברעכן... װוּהין פֿאָרט מען? זײ װײסן אַלײן נישט װוּהין זײ פֿאָרן. אין שטאָט איז, זאָגט מען, אַ פּאָגראָם, דאַרף מען פֿאָרן ערגעץ זיך באַהאַלטן; דער ― צו אַ באַקאַנטן קריסט, דער ― אין אַ האָטעל, און דער צום באַן... לאַנג האָבן אָבער די דאָזיקע נישט געקאָנט פֿאָרן, װאָרעם מע האָט זײ נישט געלאָזט; מע האָט זײ גענומען אָפּשטעלן, פֿאַרקערעװען די פֿערדלעך און אָפּשיקן צוריק, צוריק. טאַמאַראַ איז צוגעגאַנגען צו אַ פּאָליציאַנט און געפֿרעגט, װיִאַזױ דערלאָזט ער אַזאַ זאַך? האָט זי באַקומען פֿון אים אַ תּשובֿה, אַז די באַרישני זאָל זיך בעסער אָפּטראָגן פֿונדאַנען באַצײַטנס, װאָרעם זי קאָן כאַפּן דעם אײגענעם פּסק, װאָס די דאָזיקע ייִדן...
― װאָס עפּעס ייִדן? ― פֿרעגט אים טאַמאַראַ.
― װאָרעם הײַנט איז אַזאַ טאָג... ― ענטפֿערט איר דער פּאָליציאַנט מיט אַזאַ טאָז, גלײַך װי עס װאָלט זיך גערעדט פֿון באַגיסן די גאַסן וכדומה אַזעלכע געװײנלעכע זאַכן.
טאַמאַראַ גײט װײַטער און שלאָגט זיך אָן אַף אַזאַ סצענע: אַן אָרעמע ייִדישע פֿרױ, נאָך אַ יונג װײַבל, מיט צװײ קינדער, אײנס באַ דער האַנט, דאָס אַנדערע אַף די הענט, לױפֿט מיט אַ קאָשיק, און איר לױפֿן נאָך צװײ גױעס. אײנע האָט שױן דעם קאָשיק צוגענומען, און די אַנדערע רײַסט באַ איר די שאַל פֿונעם קאָפּ. טאַמאַראַ לױפֿט צו און שטעלט זײ אָפּ.
― װאָס טוט איר דאָס? גאָט איז מיט אײַך!
― הײַנט מעג מען! ― ענטפֿערן איר די גױעס מיט אַ געלעכטער