קאַפּיטל א.
טאַטעס און קינדער
אינעם סאַמע אָנהײב פֿון אונדזער ראָמאַן, אין קאַפּיטל א, האָבן מיר איבערגעלאָזט איציקל שאָסטעפּאַל און זײַן װײַב שיװקע, און אױך דעם אַפּטײקער סאָלאָמאָן סאַפֿראַנאָװיטש, אַרױסקוקן אַף זײערע קינדער, אַף טאַמאַראַן און אַף סאַשאַן, װאָס זײַנען געפֿאָרן אַף פּסח אַהײם.
― טאָמער װאָלסטו זיך דורכגעפֿאָרן אַפֿן װאָקזאַל?...
אַזױ זאָגט שיװקע צו איר מאַן איציקל שאָסטעפּאַל און קוקט אַפֿן זײגער.
― ס'אַ משל! נו, װאָס װעט זײַן? װעט די טאָכטער, הײסט דאָס, פֿריִער קומען? װוּ איז דער שׂכל? ― אַזױ ענטפֿערט איר אָפּ דער מאַן מיט אַ היפּשער פּאָרציע ביטערניש, װי געװײנלעך אַ מאַן, בשעת ס'איז אים נישט גוט אַפֿן האַרצן. און טאַקע באַלד לײגט ער זיך איבער באַ זיך אין קאָפּ, אַז אפֿשר איז דאָס אַ פּלאַן, ער זאָל זיך טאַקע דורכפֿאָרן צו דער באַן. װאָס װעט ער אָנװערן? און ער נעמט אַף זיך דעם אױבערראָק מיטן שירם און לאָזט זיך גײן.
― װוּהין איז? ― פֿרעגט אים שיװקע.
― אין ערגעץ נישט. ― ענטפֿערט איר דער מאַן. ― איך רעכן זיך דורכפֿאָרן אַף אַ װײַלע צו דער באַן, זען װאָס איז די מעשׂה, װאָס אַזױ שפּעט...
― האָב איך דאָך דיר נאָך פֿריִער געזאָגט דאָס אײגענע!
― ס'אַ משל! נו, אם כּן, אַז דו האָסט געזאָגט, איז װאָס? װאָס האָב איך דאָ פֿאַרשפּעטיקט?
און איציקל שאָסטעפּאַל כאַפּט אַ דראָזשקע און לױפֿט צו דער באַן.
דאָס זעלבע האָט געטאָן אױך דער אַפּטײקער סאַפֿראַנאָװיטש, נאָר אָן ישובֿ הדעת מיטן װײַב, פּשוט מחמת דעם, װאָס ער איז שױן פֿופֿצן יאָר אַן אַלמן. אונדזער אַפּטײקער, װי ער אַלײן זאָגט אַף זיך, איז נישט פֿון די ייִדעלעך, װאָס לױפֿן חתונה האָבן דאָס צװײטע מאָל: ערשטנס, האָט ער קײן צײַט נישט; צװײטנס, איז דאָ אין שטאָט נישטאָ פֿאַר אים קײן גלײַכן; און דריטנס, אַף װעמען װעט ער לאָזן די אַפּטײק?
אַז איציקל שאָסטעפּאַל איז געקומען אַפֿן װאָקזאַל, האָט ער שױן געטראָפֿן דעם אַפּטײקער אַרומשפּאַצירן מיטן שטעקעלע אין די הענט און מיט די בלױע ברילן אַף די אױגן, נאָר ער האָט זיך געמאַכט, װי ער באַמערקט אים נישט, און האָט זיך גענומען אױסגלײַכן זײַן זײגער מיטן גרױסן זײגער װאָס אַפֿן װאָקזאַל. דאָס זעלבע האָט געטאָן אױך דער אַפּטײקער; ער האָט אױך אַרױסגענומען זײַן גאָלדענעם זײגער און האָט זיך אַװעקגעשטעלט אַקעגן דעם װאָקזאַל־זײגער, געקוקט דורך די בלױע ברילן אַרױף און אַראָפּ, באַמערקט, אַז זײַן גאָלדענער זײגער לױפֿט כּמעט אַף אָנדערהאַלבן מינוט. דאָס אײגענע האָט באַמערקט אױך שאָסטעפּאַל אַף זײַן זײגער, אַז ער לױפֿט אַף כּמעט פֿינף מינוט. די עטלעכע מינוט אונטערשײד האָבן אַרױסגערופֿן צװישן אונדזערע צװײ שכנים אַן אומגעריכטן געשפּרעך, װעלכן מיר געבן איבער פּינקטלעך, נאָר מיר קאָנען נישט זאָגן גענױ, װער פֿון די צװײ האָט אָנגעהױבן צו רײדן דער ערשטער.
― קײנמאָל נישט געגלײבט, אַז מײַן זײגער לױפֿט.
― איך אַודאי נישט!
― אַ חידוש, מײַן זײגער גײט ריכטיק נאָכן שטאָט־זײגער.
― אַפּנים, פֿאַרשפּעטיקט דער פּאָיעזד?
― װי קומט דאָס, דער שנעל־צוג זאָל פֿאַרשפּעטיקן?
― עס מאַכט זיך... איר װאַרט אַף עמעצן?
― און איר?...
און בײדע פֿאָטערס לײגן אַרײַן די זײגערס אין די טאַשן, צעגײען זיך, אײנער אַהער און דער אַנדערער אַהין, געפֿינען נישט מער קײן שמועס־מאַטעריאַל.
מאָלט אײַך, ער רעדט זיך נאָר אַזױ. זײ זאָלן װעלן, זײ זאָלן נישט זײַן קײן גדלנים און קײן עקשנים, װאָלטן זײ שױן געפֿונען מאַטעריאַל אַף צו רײדן. יעדער פֿון זײ װאָלט שױן געהאַט װאָס צו דערצײלן און צו דערצײלן. יעדער פֿון זײ האָט געהאַט אַ האַרץ פֿול מיט װײטיקן, װאָס האָבן זיך געבעטן אַרױסגערעדט צו װערן, אױסגיסן זיך, נאָר יעדן פֿון זײ איז נישט אָנגעשטאַנען דאָס צו טאָן פֿריִער פֿאַרן צװײטן.
„װאָס פֿאַר אַ מחותּן איז מיט מיר אָט דער אָרעמער אַפּטײקער?“ ― האָט זיך געטראַכט שאָסטעפּאַל און געמאַכט מיטן שירם.
„איך האָב פֿײַנט אָט דעם ייִדאַש מיטן שירם און מיט די שװאַרצע אױגן, װאָס קוקן גלײַך אין דער נשמה אַרײַן!“ ― האָט זיך געטראַכט סאַפֿראַנאָװיטש דער אַפּטײקער, און בײדע האָבן זײ שפּאַצירט איבערן ברײטן װאָקזאַל, דער אַהער און דער אַהין, איטלעכער מיט זײַן „פּעקל“, פֿאַרבאָרגן טיף באַ זיך אין האַרצן.
אין װאָס, אַשטײגער, האָט געקאָנט באַשטײן איציקל שאָסטעפּאַלס „פּעקל“, אַז די געשעפֿטן זײַנע, ברוך־השם, גײען גוט? ער האָט הײַנטיקן װינטער געהאַט אַ װוֿילע טורמע, דאָס הײסט, ער איז, חס ושלום, נישט געזעסן אין טורמע, ער האָט נאָר צוגעשטעלט אַהין פּראָװיאַנט, און האָט אָנגעטראָפֿן אַף אַ גוטן סמאָטריטעל, אַ „גױ װאָס נעמט אַ קערבל“... הײַנט האָט ער צוגעשטעלט האָלץ אין די קאַזאַרמעס, דאָס איז אױך געװען קײן מעשׂה נישט פֿון אַ „פּאָדריאַד“. איז אָבער „קאַזנאַ“ ― צופֿיל הענט און אַלע נעמען: דער „אונטער“ נעמט, דער „אָבער“ נעמט, דער קאַפּיטאַן נעמט, דער קאָמאַנדיר נעמט, דער אַדיוטאַנט נעמט, דער גענעראַל נעמט ― נעמען זאָל זײ די כאָלערע, װאָרעם לא די זײ נעמען צו דאָס געלט, נעמען זײ נאָך אַרױס דאָס געזונט, ― „קאַזנאַ“... הײַנט האָט ער געהאַט אַ פּאָר עסקימלעך, לאָדענישן. איציקל שאָסטעפּאַל, דאַרפֿט איר װיסן, איז אַ ייִד, װאָס האָט ליב זיך לאָדן מיט דער װעלט. בעת ער מאַכט אַ געשעפֿט, מאַכט ער דאָס לכתּחילה אַזױ, אַז ער זאָל קאָנען נאָכדעם לאָדן זיך. אַז ער שרײַבט אַ קאָנטראַקט, פֿאַרדרײט ער אים און פֿאַרפּלאָנטעט זיך אַלײן טאַקע, נאָר אַזױ, אַז קײן צען אַדװאָקאַטן קאָנען אים נאָכדעם נישט אַרױספּלאָנטן. אײן אַדװאָקאַט האָט אים אַמאָל געפֿרעגט: ― „פּאַני שאָסטעפּאַל! דאַרפֿט איר שרײַבן אַלײן דעם קאָנטראַקט און קומען נאָכדעם צו מיר, איך זאָל אײַך אױספּלאָנטן, אַמער, קומט מען לכתּחילה צו אַן אַדװאָקאַט, װעט ער אײַך שרײַבן דעם קאָנטראַקט אַזױ, אַז איר װעט פֿאַרשפּאָרן נאָכדעם לאָדן זיך!“
דערױף ענטפֿערט אים שאָסטעפּאַל גאַנץ ערנסט:
― שרײַבן אַ קאָנטראַקט באַ אַן אַדװאָקאַט קאָסט געלט.
― און לאָדן זיך קאָסט קײן געלט נישט?
― װאָס זאָל איך טאָן? איך מוז דאָך ראַטעװען מײַן געלט!
אַזױ ענטפֿערט איציקל שאָסטעפּאַל און „ראַטעװעט“ זײַן געלט, דאָס הײסט, עס קאָסט אים אָפּ דרײַ מאָל אַזױפֿיל, ער װערט אָפֿט בדיל הדל, פֿאַרלירט טױזנטער, לאָדט זיך אָפּ יאָרנלאַנג, קױלעט זיך אַף מעסערס, אום צו געװינען אַ פּראָצעס, און דאָס פֿאַרשאַפֿט אים חיות אַף לאַנג! נצחון, אַמביציע ― איז אַ גרױסע זאַך! פֿאַר זײַן אַמביציע װעט אײַך איציקל שאָסטעפּאַל גײן ביזן האַלדז אין בלוט! זײַנס זאָל איבערגײן ― דאָס איז נישטאָ. איציקל קאָן זיך באַרימען, אַז אים האָט נאָך קײן מענטש נישט גובֿר געװען. דער אײנציקער מענטש אַף דער װעלט, װאָס האָט אים גובֿר געװען, איז טאַמאַראַ!... נאָר װאָס זאָל מען טאָן? אַ טאָכטער און אַ בת יחידה, און נאָך אַ געראָטענע דערצו, און ליב האָט ער זי דאָס חיות מיט דער נשמה, ממש עד כּלות הנפֿש! װיפֿל מאָל האָט ער זיך שױן אױפֿגעכאַפּט אינדערפֿרי פֿונעם שלאָף מלא גזלן און געהײסן פּאַקעװען דעם טשעמאָדאַן.
― װוּהין איז? ― פֿרעגט אים שיװקע.
― קײן פּעטערבורג!... װאָס פֿאַר אַ זיצן דאָרט? װאָס פֿאַר שטודירן? װאָס פֿאַר קורסן? װאָס פֿאַר מעדיצין? װאָס פֿאַר דאָקטױרים? נאַ דיר שױן מײדלעך דאָקטױרים! טאָמער איז קאַרג!?
אַזױ טענהט איציקל שאָסטעפּאַל צו זײַן װײַב שיװקע, גלײַך װי זי װאָלט דאָ געװען דער גאַנצער הײב, און ער היצט זיך און ער שמיצט זיך אַזױ לאַנג, ביז ער זעצט זיך אַװעק שרײַבן איר אַ בריװ, אױסלומרן אַזױ, אַז זי זאָל אים האָבן צו געדענקען. און נעמט ער נאָר די פּען אין האַנט, און שטעלט ער נאָר אַװעק די ערשטע צװײ װערטער: „בתּי היקרה ― טײַערע טאָכטער“, אַזױ גײט אים אָפּ דער כּעס, און ער דערצײלט איר, װי ליב און טײַער זי איז אים, װי שטאַרק ער בענקט נאָך איר, און זי זאָל אים, למען השם, שרײַבן פֿון איר געזונט, און װאָס איר פֿעלט, און טאָמער דאַרף זי געלט... און עס ציט זיך באַ אים אַזױ װי האָניק, און עס גיסט זיך באַ אים אַזױ װי בױמל, און די געפֿילן פֿונעם האַרצן פֿליסן, פֿליסן ― אַ מאָדנער פֿאָטער אָט דער איציקל שאָסטעפּאַל !
יאָ, אַ מאָדנער פֿאָטער! עס ברענט אין אים אַודאי אַ פֿײַער, װאָס ער, איציקל שאָסטעפּאַל, דאַרף זײַן איצט אַפֿן װאָקזאַל גלײַך מיט דעם אַפּטײקער און אַרױסקוקן אַף זײַן קינד, װאָס פֿאָרט אַודאי אינאײנעם מיטן אַפּטײקערס קינד פֿון אײן שטאָט, זיצן אַודאי אין אײן װאַגאָן און שמועסן!... פֿון װאָס קאָנען זײ שמועסן? אפֿשר זײַנען זײ שױן אַזױ שטאַרק באַקאַנט, אַז מע שמועסט שױן גאָר װעגן אַ שדוך?... אַ קשיא אַף הײַנטיקע קינדער!... און עס באַשלאָגט אים אַזש אַ שװײס פֿון דעם געדאַנק, און ער הײבט אָן שפּאַנען נאָך גיכער און מאַכן מיטן שירם נאָך שטאַרקער, און ער טראַכט זיך:
― װי קומט צו מיר אַזאַ טאָכטער?...
* * *
די זעלבע קשיא, װאָס איציקל שאָסטעפּאַל האָט געפֿרעגט אַף זײַן קינד, האָט סאָלאָמאָן סאַפֿראַנאָװיטש געפֿרעגט אַף זײַן קינד:
― װי קומט צו מיר אַזאַ זון?
דעם אַפּטײקערס געשעפֿטן גײען אױך נישט שלעכט. די אַפּטײק האָט זיך אים שױן לאַנג אױסגעצאָלט, און ער קאָן שױן אָפּלײגן אַמאָל אַן איבעריק קערבל אין באַנק, און ער קלערט שױן װעגן אַ הײַזל אַן אײגנס, טאַקע נישט װײַט, אַף דער זעלבער װאַסילטשיקאָװער גאַס. דאָס הײַזל געהערט צו אַן אַלטער מױד אַ קריסטן, װאָס קומט אַרײַן צו אים אין אַפּטײק כּמעט אַלע טאָג מיט אַ גרױסן הונט („העקטאָר“ רופֿט מען דעם הונט), קױפֿט אַ נאַרישקײט פֿאַר פֿינף גראָשן און רעדט אָפּ אַ האַלבע שעה און אַמאָל נאָך מער. זי רעדט אים צו, ער זאָל קױפֿן איר שטוב מיטן גאָרטן, זײער אַ טײַערער גאָרטן, ― װוּ איז נאָך דאָ אַזאַ גאָרטן מיט אַזעלכע װײַנשל און מיט אַזעלכע באַרן, מיט אַזאַ קעלער, מיט אַזעלכע שטאַלן, װי באַ איר?
סאָלאָמאָן סאַפֿראַנאָװיטש האָט ליב סאַשאַן און האַלט זיך מיט אים גרױס, פֿאַרגעטערט אים און פֿאַרשטײט אים נישט... ער שרײַבט זיך איבער מיט זײַן זון װעגן אַלצדינג און האָט פֿון אים זײער אָפֿטע בריװ, זײער שײנע בריװ, אָבער אַזעלכע מאָדנע בריװ, װאָס ער פֿאַרשטײט זײ נישט. סאַפֿראַנאָװיטש פֿאַרשטײט נישט זײַן זון. ער האָט שױן לאַנג געװאָלט אַרױסבאַקומען פֿון אים, װאָס איז דאָס, װאָס ער האַלט זיך אַזױ פֿעסט אין ייִדישקײט? װאָס איז דאָס? צי איז דאָס באַ אים אַ רעליגיעזע איבערצײַגונג? צי איז ער פֿרום געװאָרן? אױב אַזױ, איז דאָס נישט מער װי אַ פּסיכאָז (ער האָט נישט געװאָלט אָנרופֿן דאָס מיטן נאָמען „משוגעת“). האָט אים דערױף סאַשאַ באַרויִקט, אַז עס האָט נישט צו טאָן מיט רעליגיע, נאָר מיט נאַציאָנאַל־געפֿיל, מיט ליבע צום פֿאָלק, מיט אמתן רײנעם פּאַטריאָטיזם...
אַ פֿאַרקערטע װעלט געװאָרן! סאָלאָמאָן סאַפֿראַנאָװיטש, װעלכער האָט זיך אַזױפֿיל געפּלאָגט איבער בילדונג, געלעגן ערגעץ באַ זײַנע פֿינצטערע פֿאַנאַטישע עלטערן אַף אַ בױדעם און געשטודירט לאַטײַן, אַנטלאָפֿן פֿון דער הײם אַ באָרװעסער, געהונגערט און אָפּגעגעבן עקזאַמען אַף פֿאַרמאַציע, קױם דערלעבט װערן אַ פּראָװיזאָר, פֿריִער גוט פֿאַרשװאַרצט געװאָרן אײדער מע האָט אים צוגעלאָזט צום עקזאַמען, און איצט, אַז גאָט האָט אים געהאָלפֿן, ער איז שױן אַן אַפּטײקער, מיט אַ נאָמען, מיט אַ רענאָמע, פֿאַרקערט צװישן קריסטן (פֿון ייִדן אַנטלױפֿט ער), דאַרף ער, סאַפֿראַנאָװיטש, האָבן אַ זון, װאָס שרײַבט אים אַזעלכע בריװלעך:
„ליבער פֿאָטער! שרײַבט סאַשאַ אין אײנעם פֿון זײַנע בריװלעך צום פֿאָטער. ― דו מוזט אָננעמען, אַז די צײַטן בײַטן זיך. די ראָלע פֿון זינגען „מה יפֿית“ פֿאַרן פּריץ איז אַריבער! די מאָדע פֿון קריכן אַף די קני פֿאַר אַלץ, װאָס איז נישט ייִדיש, איז אױס מאָדע“...
אין אַן אַנדער בריװ צום טאַטן שרײַבט סאַשאַ כּמעט אַזױ:
„ליבער פֿאָטער! עס איז, כ'לעבן, אַ שאַנדע, װאָס איך באַדאַרף רוסישן פֿאָלק, דאַרפֿן מיר זײ נישט װײַזן, אַז מיר זײַנען בעסער אָדער ערגער פֿון זײ; מיר דאַרפֿן זײ נאָר װײַזן, אַז מיר זײַנען אַזויגו ט, אַ זויװיז ײ... און דעמאָלט בין איך איבערצײַגט, אַז אױב דער קאַמף, װאָס דאָס פֿאָלק פֿירט, װעט געראָטן, װעלן מיר נישט דאַרפֿן קײן זכות אָבֿות מיט קײן רחמנות מיט קײן טובֿות“...
אין אַ דריטן בריװ שרײַבט סאַשאַ צום טאַטן גאָר אַזױ:
„ליבער פֿאָטער! עס איז, כ'לעבן, אַ שאַנדע, װאָס איך באַדאַרף זיך איבערשרײַבן מיט דיר נישט אַף ייִדיש. דו װײסט גאַנץ גוט, אַז איך האָב ליב די רוסישע שפּראַך מיט דער רוסישער ליטעראַטור. נאָר למאַי זאָלן מיר נישט באַנוצן זיך מיט אונדזער אײגענער נאַציאָנאַל־שפּראַך, אַז מיר האָבן זי? פֿאַרװאָס זאָלן צװײ דײַטשן, פֿראַנצױזן אָדער פּאָליאַקן יאָ קאָנען זיך צונױפֿרײדן מיט זײערע אײגענע, װען זײ קומען זיך צונױף ערגעץ אין אַמעריקע, אָדער װײס איך װוּ, אין עק װעלט, ― און מיר נישט? מיר, װאָס זײַנען מער עמיגראַנטן פֿון אַלע עמיגראַנטן אין דער װעלט, מיר, װעלכע עמיגרירן פֿון אַבֿרהם אָבֿינון אָן, דאַרפֿן אונדזער נאַציאָנאַל־שפּראַך האָבן אַ סך נײטיקער פֿון אַלע אַנדערע פֿעלקער! שטעל דיר פֿאָר, ליבער פֿאָטער, אַז איך װאָלט געװאַקסן פֿון קינדװײַז אױף ערגעץ אין אַן אַנדער לאַנד און זאָל איצטער קומען צו פֿאָרן אַהײם, װאָלטן מיר בײדע, אַ זון מיט אַ פֿאָטער, נישט געקאָנט זיך אױפֿרײדן! איך בין אַ בעלן געװען זיך אָנפֿרעגן באַ מײַנע דײַטשע און פּױלישע חבֿרים, אַף װאָס פֿאַר אַ לשון זײ שרײַבן זיך איבער מיט זײערע עלטערן, האָבן זײ מיך אױסגעלאַכט און האָבן מיר געענטפֿערט צוריק מיט אַ פֿראַגע: אָט ביסטו אַ ייִד, װיִאַזױ שרײַבסטו צו דײַן פֿאָטער, נישט אַף ייִדיש?... דו פֿאַרשטײסט דאָך שױן, ליבער פֿאָטער, אַז איך בין געװאָרן נאָך רױטער, װי איך בין“...
דער אַפּטײקער קאָן נישט פֿאַרשטײן: װי קומט צו אים אַזאַ
זון?... און ער באַשולדיקט זיך אַלײן, װאָס ער זיצט פֿופֿצן יאָך אַן
אַלמן, װאָס איבער דעם איז סאַשאַ געװאַקסן אָן אַ מוטער, זיך צונױפֿגעקומען װער װײס מיט װאָסערע חבֿרים אין גימנאַזיע... און ער
דערמאָנט זיך, אַז צו סאַשאַן פֿלעגן קומען די אָרעמסטע שילער, ייִנגלעך
אָפּגעריסענע, װאָס האָבן געלערנט פֿריִער אין דער תּלמוד־תּורה“, צװישן
זײ אײנער דעם שוחטס אָדער דעם רבֿס אַ זונדל, קאָטלער אָדער קעסלער
איז זײַן נאָמען ― ער האָט שױן פֿאַרגעסן. ער געדענקט נאָר אַז די
גימנאַזיאַלע אוניפֿאָרם האָט זיך צו דעם קאָטלערן אָדער קעסלערן אַזױ
געפּאַסט, װי צו אַ חזיר אַ נאָזבאַנד, אַז בסך־הכּל זײַנען די הערעלעך באַ
אים געװען געקרײַזלט, דער רוקן אײַנגעבױגן, דאָס היטעלע פֿלעגט ער
טראָגן תּמיד אַרױף, און רײדן האָט גערעדט מיט „דער חית“, אונטערגעכאָרכלט: „סאַפֿחאַנאָװיטש“... חוסקאַיאַ היסטאָחיאַ“...
„אַ חרפּה און אַ בושה פֿאַר גױים! ― אַזױ פֿלעגט זיך טראַכטן
דער אַפּטײקער און רױט װערן ביז אַף יענער זײַט אױערן! ― אַלעמען,
אַלע „ייִדלאַקעס“, גלוסט זיך שטודירן!... אַלע קבצנים קריכן אין
גימנאַזיע!“...
און אונדזער אַפּטײקער איז בײז סכּנות אַף די „ייִדלאַקעס־קבצנים“, װאָס קריכן אין גימנאַזיע און װילן שטודירן... ער האָט גאָר פֿאַרגעסן, אַז ער איז אַלײן אַ „ייִדלאַק“, אַלײן געװען אַן אָרעמאַנס אַ קינד, אַלײן געשטודירט לאַטײַן אַף אַ בױדעם...
* * *
באַם אָנקומען פֿון אונדזערע יונגע העלדן איז דאָס באַגעגעניש געװען נישט אַזױ, װי עס װאָלט באַדאַרפֿט צו זײַן. עפּעס האָט דאָ געפֿעלט, אַז אַלע, סײַ די טאַטעס, סײַ די קינדער, זאָלן זיך פֿילן פֿולשטענדיק גוט און באמת גליקלעך. טאַמאַראַ שאָסטעפּאַל איז דוקא אַרױפֿגעפֿאַלן אַפֿן פֿאָטערס האַלדז און האָט מיט אים צעקושט זיך. סאַשאַ סאַפֿראַ־נאָװיטש האָט זיך דוקא אױך אַרומגענומען מיטן אַפּטײקער, װי אַ זון באַדאַרף זיך אַרומנעמען מיט אַ פֿאָטער, ― אָבער ער האָט באַ די בײדע געפֿעלט די אמתע פֿרײַנטלעכקײט, די גליקלעכע שׂמחה, די נישט־געמאַכטע התפּעלות, דאָס נאַטירלעכע אױפֿגערעגט זײַן, אַז אַלע און אַלץ זאָל זיך דרײען פֿאַר די אױגן, דער קאָפּ זאָל זײַן צעטומלט, דאָס האַרץ זאָל זײַן איבערפֿולט און עס זאָל זיך אַזש גלוסטן װײנען פֿאַר פֿרײד...
בײדע טאַטעס האָבן באַטראַכט זײערע קינדער. איציקל שאָסטעפּאַל האָט באַטראַכט זײַן טאָכטער מיטן קלײנעם שװאַרצן אײנפֿאַך־ביליקן היטעלע (אָן פֿעדערן) אַף די שײנע געדיכטע שװאַרצע געקרײַזלטע האָר, מיטן קלײנעם שװאַרצן רײַזנטאַשל, מעשׂה מאַנצביל, אָנגעטאָן איבער דער הױכער ברוסט, און מיט אירע גרױסע שײנע שװאַרצע אױגן, װעלכע זײַנען איצט געװען איבערגעצױגן מיט אַ מאָדנע מעלאַנכאָלישן טרױעריקן ערנסט, און אױסגעװאַקסן איז זי, אױסגעװאַקסן!... און ער האָט זיך געטראַכט:
― אָט דאָס איז מײַן טאָכטער?...
דאָס זעלבע האָט געטראַכט אױך דער אַפּטײקער, באַקוקט דורך די אַן אױסגעבױגענע נאָז, אַן אמתע ייִדישע נאָז!... דער אַפּטײקער װיל בלױע ברילן זײַן סאַשאַן, װי ער איז דאָס אַביסל אױסגעװאַקסן, װי שײן ער איז געװאָרן. מערקװירדיק: געלע האָר, אַ שפּיצעדיק געל בערדל, נעמען באַם זון דאָס געלע טשעמאָדאַנטשיקל: סאַשאַ לאָזט נישט, ער קאָן אַלײן.
― דו קענסט זיך נישט מיט אונדזער שכנס טאָכטער, פֿרײַלן שאָס־טעפּאַל? ― מאַכט סאַשאַ צום פֿאָטער און שטעלט אים פֿאָר טאַמאַראַן, װעלכע שטעלט פֿאָר סאַשאַ סאַפֿראַנאָװיטש פֿאַר איר פֿאָטער און זי זאָגט צו אים:
― דאָס איז דעם אַפּטײקערס זון. מיטן פֿאָטער ביסטו דאָך באַקאַנט פֿון לאַנג?
און אַלע פֿיר װײסן נישט װאָס צו טאָן, װער און װוּהין עמעצער זאָל גײן פֿריִער. און אַלע פֿיר זאָגן אײנס צו דאָס אַנדערע:
― נו? פֿאָרן מיר?
און אַלע פֿיר ענטפֿערן אײנס דעם אַנדערן:
― פֿאָרן מיר.
און קײנער פֿון די פֿיר װײס נאָך נישט, װיִאַזױ מע װעט פֿאָרן, און אַז מע קומט אַרױס פֿונעם װאָקזאַל, און די טרעגער כאַפּן די פּעקלעך אונטער די הענט, און די עקיפּאַזשן־פֿירערס מיט די איזװאָזטשיקעס געװאַלדעװען, און די פּאָליציסטן קאָמאַנדעװען, פֿאָרט צו אַ פֿאַעטאָן, און אײדער מע קוקט זיך אַרום, ליגן שױן די פּעקלעך פֿון אױבן אַפֿן פֿאַעטאָן. מע דאַרף מער נישט װי אײן פֿאַעטאָן ― מע זיצט אין אײן הױף, צו װאָס זאָל מען אױסברענגען אומזיסט געלט?
אין פֿאַעטאָן גאַנץ אױבן זיצן איציקל שאָסטעפּאַל און סאָלאָמאָן סאַפֿראַנאָװיטש, און אַקעגן זײ, אַף אַ בענקעלע ― זײערע קינדער: טאַ־מאַראַ און סאַשאַ. און דער פֿאַעטאָן קאַטשעט זיך איבער די נאָר־װאָס אָפּגעדעקטע שטײנער, און די רעדער שפּריצן די נאָך נישט צוגעטריקנטע ערבֿ־פּסחדיקע בלאָטע, און דאָס װינטל, װאָס בלאָזט, איז אַ מילד װאַרעם װינטל, אַן ערבֿ־פּסחדיקס, און די לופֿט שמעקט מיט ערבֿ פּסח, מיט דעם באַקאַנטן ליבן ריח פֿונעם ליבסטן טײַערסטן יום־טובֿ, װאָס איז ליב יעדן ייִדן מיט זײַן היסטאָרישער באַדײַטונג, מיט זײַן באַפֿרײַונגס־גײַסט און מיט זײַן צוזאַמענקומען זיך מיט דער צײַט פֿון באַנײַונג אין דער נאַטור.
― אינדרױסן שמעקט שױן מיט פּסח, ― באַמערקט איציקל שאָס־
טעפּאַל, נישט געפֿינענדיק קײן אַנדער טעמע אַף צו מאַכן אַ רײד מיט
זײַן נישט־אַנגענעמען שכן.
― עס װעט שױן באַלד אָנהײבן גרינען, ― װאַרפֿט אַרײַן דער
אַפּטײקער אַ װאָרט, אום נישט צו זיצן, װי אַ ברוגזער מחותּן.
― לעבן זאָל דער ייִדישער פּסח! ― רופֿט אױס סאַשאַ מיט באַ־
גײַסטערונג.
― לעבן זאָל דער פֿרילינג! ― פֿאַרריכט אים טאַמאַראַ.
― לעבן זאָל דער יום־טובֿ פֿון באַפֿרײַונג! ― זאָגט װײַטער סאַשאַ.
― לעבן זאָל די פֿרײַהײט אַלײן! פֿאַרריכט אים װידער טאַמאַראַ.
און עס פֿאַרקײטלט זיך אַ שמועס צװישן די קינדער. די עלטערן זיצן
און הערן זיך אײַן, און באַװוּנדערן זײ, יעדער לױט זײַן השׂגה, און
יעדער פֿון זײ טראַכט באַ זיך אין האַרצן אַן אַנדער מחשבֿה.
― אַ קלוגע װעלט געװאָרן! ― זאָגט האַלב איראָניש, האַלב מיט
גדלות איציקל שאָסטעפּאַל, און קוקט אַפֿן הענטל פֿונעם שירם מיט אַן
אַפּיקורסיש שמײכעלע.
― אַ פֿאַרקערטע װעלט! ― ענטפֿערט אים דער אַפּטײקער און
קוקט דורך די בלױע ברילן אַרױף, אַף די הײַזער.
און דער פֿאַעטאָן מיט די פֿיר פּאַרשױנען פֿאָרט צו מיטן קנאַק
גלײַך צום הױז נומער 13, װאָס אַף דער װאַסילטשיקאָװער גאַס.
* * *
אָנזאָגן אַ בשׂורה ― איז אײנע פֿון די גרעסטע מצװת באַ ייִדן:
עס טוט הנאה, קײנעם שאַדט עס נישט און קײן געלט קאָסט דאָס נישט.
אַז דער פֿאַעטאָן מיט די פֿיר פּאַרשױנען: איציקל שאָסטעפּאַל
מיט זײַן שכן דעם אַפּטײקער, מיט זײערע קינדער טאַמאַראַ און סאַשאַ,
איז צוגעפֿאָרן צום הױז נומער 13, װאָס אַף דער װאַסילטשיקאָװער גאַס,
האָט דאָס די ערשטע דערזען נחמיה דעם שוסטערס װײַב זיסל, װאָס
זיצט אינעם זעלבן הױז נומער דרײַצן.
זעלבסטפֿאַרשטענדלעך, אַז דעם שוסטערס דירה איז אונטן, אינעם
סאַמע קעלער; און מחמת די פֿענצטער גײען אַרױס גלײַך אַפֿן טראָטואַר,
דערפֿאַר האָט דער שוסטער אַ גרױסן שאַנס צו זען יעדן דורכגײער און יעדן דורכפֿאָרער פֿריִער און נענטער פֿון אַלע אַנדערע אײַנװוֿינער װאָס אין הױז.
― זע נאָר, װער איז דאָס צוגעפֿאָרן צו אונדז אַזױ ברײט? ― רופֿט זיך אָן נחמיה דעם שוסטערס װײַב זיסל און פֿליט אַרױס אינדרױסן, בשעת נחמיה דער שוסטער מיט זײַנע צװײ בנים זײַנען פֿאַרטיפֿט אין דער אַרבעט, שלאָגן פֿלעקלעך אין די נײַע באָטינקעס, װאָס שיװקע שאָס־ טעפּאַל האָט זיך באַשטעלט לכּבֿוד פּסח. און בײדע בנים, חײם און בעני, בײגן זיך גלײַך מיט דער ערד און קוקן זיך אײַן אינעם פֿאַעטאָן, פֿון װעלכן סאַשאַ איז אַראָפּגעשפּרונגען דער ערשטער, נאָך אים טאַמאַראַ, און נאָך טאַמאַראַן שױן בײדע שכנים: דער אַפּטײקער מיטן שטעקעלע און איציקל מיטן שירם.
― מיר האָבן געסט! ― זאָגט חײם, און בעני כאַפּט אים אונטער:
― ציוניזם, סאָציאַליזם, בורזשואַזיע און פּראָלעטאַריאַט!
― װאָס הײסט דאָס? ― פֿרעגט דער פֿאָטער, און זײַנע בײדע זין געבן אים צו פֿאַרשטײן, אַז דאָס זײַנען געקומען פֿיר פֿאָרשטײער פֿון פֿיר פֿאַרשײדענע פֿראַקציעס. און צװישן פֿאָטער מיט די קינדער גײט אַװעק אַ שמועס װעגן ציוניזם, סאָציאַליזם, קאַפּיטאַל און פּראָלעטאַריאַט, און נחמיה דער שוסטער קאָן נישט פֿאַרשטײן, װאָס פֿאַר אַ פּראָלעטאַריער איז סאַפֿראַנאָװיטש דער אַפּטײקער? אַ פּראָלעטאַריער װערט אָנגערופֿן באַם שוסטער אַן אָרעמאַן, און אַן אָרעמאַן קאָן זײן גאָר דער, װאָס האָט נישט אַף פּסח. ענטפֿערט אים דערױף דער עלטערער זון הײס, אַז מע קאָן האָבן אַף פּסח און דאָך זײַן אַ פּראָלעטאַריער.
– אַ פּראָלעטאַריער װערט אָנגערופֿן יעדער, װאָס אַרבעט פֿאַר געלט צוליב דער באַקװעמלעכקײט פֿון דער בורזשואַזיע, אַזױ, אַז אַ פּראָװיזאָר איז אַלץ אײנס, װאָס אַ שוסטער.
― להבֿדיל! ― זאָגט דער פֿאָטער און קלאַפּט אַרײַן אַ טשװאָק אין אַן אָבצאַס פֿון אַ שטיװל, און פּונקט צו דעם װאָרט „להבֿדיל“ קומט אָן אונדזער אַלטער באַקאַנטער, דאָס פֿרײלעכע שנײַדערל יודל קטנתּי, מיט אַ פֿאַרטיקן פּסוק און מיט אַ קללה נאָך אַף דער שװעל:
― עלישׂראלועלרבנן ― ס'זאָל אַ רוח אין זײער טאַטן אַרײַן, אונדזערע ייִדעלעך מיט אונדזערע רבנים, די קאַזיאָנע מײן איך, ― דאָס גײ איך פֿון אים טאַקע, פֿונעם ראַבינער, ― דערפֿאַר װאָס מע טײלט נישט קײן מעות־חטים, װי ס'געהערט צו זײַן; דעם, װאָס מע דאַרף, דעם גיט מען נישט, און װער עס האָט אַ צד אין באָד, און װער ס'איז אַ שטיקל שמעלקע, דער נעמט, נעמען זאָל זײ אַ כאָלערע! װאָס טױג אײַך? איך האָב אים געגעבן מכלהבאַבידי ― װאָס ס'איז מיר געקומען אין מױל אַרײַן, האָב איך אים געזאָגט, דעם שײנעם רבֿ: „ממה נפֿשך, זאָג איך, האָבן מיר אײַך אױסגעקליבן, זאָג איך, פֿאַר ראַבינער אין שטאָט, דאַרפֿט איר, זאָג איך, אינזינען האָבן אָרעמעלײַט, אלא נישט, זאָג איך, איז דאָך למה זה אנכי, זאָג איך, מאַכט רש"י: שאָ מיני מיקיטאַ זאַ טשולאָװיק?!''...
דעם שוסטערס װײַב זיסל איז געלאָפֿן אַרױף צו דער נגידות שיװקע שאָסטעפּאַל אָנזאָגן איר אַ בשׂורה, אַז איר טאָכטער איז געקומען, נישט מחמת זיסל די שוסטערן איז אַזאַ גוטע פֿרײַנדן מיט דער נגידיתטע, נאָר פּשוט װײַל ס'איז אַ מצוה באַ ייִדן אָנזאָגן יענעם אַ גוטע בשׂורה: „גאָט ליב אײַך מיט אײַער גאַסט, אײַער טאָכטער איז געקומען!“ ― האָט זי אָבער פֿאַרשפּעטיקט (דער קבצן האָט קײן גליק נישט!). די מצוה האָט אױסגעכאַפּט חוה די ייִדענע, װאָס איז געלאָפֿן צוריק פֿון די טרעפּ אַראָפּ.
― שױן, שױן, אומזיסט אײַער טרחה! מע װײס שױן!...
און אַז די שוסטערן איז געגאַנגען צוריק, האָט זיך טאַמאַראַ שױן געקושט מיט דער מוטער, און די מוטער האָט געװײנט אַף דער טאָכטערס האַלדז, זײער שטאַרק געװײנט! זי האָט, אַפּנים, געװאָלט אױסװײנען אַף דער טאָכטערס האַלדז אירע אַלע צרות, װאָס זי האָט דאָ איבערגעטראָגן פֿון דער צײַט, װאָס די טאָכטער איז אַװעקגעפֿאָרן. צרות פֿון בענקען, צרות פֿון בזיונות פֿאַר לײַטן, צרות פֿון עלנט, צרות פֿונעם מאַן, װאָס לאָזט אױס זײַן ביטער האַרץ אַלעמאָל צו איר ― און אַ קשיא װאָס אַ מאַמע קאָן װײנען!...
שיװקע שאָסטעפּאַל האָט זיך נאָך נישט אָנגעקוקט זאַט אין איר טאָכטער, איז שױן געקומען כאַסקע דאָס שטוב־מײדל מיט אַ נײַס:
― דער ייִד פֿונעם האָלץ איז דאָ, ער װיל זיך זען מיט טאַמאַראַן.
― אָט האָסטו דיר די אַנדערע טעג יום־טובֿ! אין דער ערד אַרײַן! ― זאָגט שיװקע.
― רוף אים אַרײַן! ― זאָגט טאַמאַראַ און עס קומט אַרײַן ליפּאַ באַשעװיטש מיטן בעזעם־באָרד אָפּנעמען פֿון טאַמאַראַן אַ גרוס פֿון זײַן טאָכטער מאַשאַ, און טאַמאַראַ נעמט אים אױף זײער פֿרײַנטלעך, פֿירט אים אַרײַן באַזונדער אין אַ חדר, און זעצט זיך אַװעק מיט אים שמועסן װעגן זײַן טאָכטער מאַשאַ. און איציקל שאָסטעפּאַל בלײַבט איבער מיט זײַן פֿרױ שיװקע אינצװײען, קוקן זיך איבער אָן װערטער, און יעדער פֿון זײ לאָזט אַרױס אַ זיפֿץ פֿונעם טיפֿן, טיפֿן האַרצן...
קאַפּיטל ב.
פּסח צוס סדר
װער איז אָט דער שײנער קעניג מיט די גרױסע שװאַרצע אױגן, מיט דעם שײנעם שװאַרצן געקרײַזלטן באָרד, אין די װײַסע זײַדענע קלײדער, מיטן װײַסן זײַדענעם היטעלע און מיט די װײַסע זײַדענע שיכלעך, װאָס זיצט אױבנאָן אָנגעלענט אַף דעם עסעבעט אַזױ רויִק, און אַזױ מילד, און אַזױ גוט, און אַזױ פֿרײַנטלעך צו יעדן? זאָל דאָס זײן איציקל שאָסטעפּאַל, דער שטענדיק פֿאַרטראָגענער, צעטראָגענער, פֿאַרהאַװעטער, פֿאַרטאַרעראַמטער איציקל שאָסטעפּאַל? װוּ איז אַהינגעקומען זײַן אומרויִק פּנים, זײַן אײַלעניש, זײַן לױפֿעניש, זײַנע געשעפֿטן מיט זײַנע דרײענישן, פֿאַרדרײענישן און לאָדענישן מיט „קאַזנאַ“, מיט מענטשן און מיט דער גאַנצער װעלט?
װער איז אָט די פּרעכטיקע קעניגן, װאָס זיצט אים באַ דער רעכטער האַנט מיט אַזאַ גדלות, אױסגעצירט מיט פּערל און מיט בריליאַנטן, װאָס בלישטשען און פֿינקלען קעגן דעם פֿינקלדיקן װײַן, װאָס אין די גלאַנצנדיקע פֿלעשער, און געבן צו איר אַמאָליקן שײן פּנים אַזױפֿיל חן און גדלות, אַז ס'איז גאָרנישט צו דערקענען אין איר די שטענדיק פֿאַרזאָרגטע און פֿאַרצאָרנטע שיװקע שאָסטעפּאַל, װאָס װערט פֿאַרשװאַרצט באַ איר מאַן דעם דעספּאָט אין עושר און אין כּבֿוד?...
װער איז אָט די גלענצנדע, מאַיעסטעטיש שײנע פּרינצעסן, מיט די גרױסע שײנע שװאַרצע אױגן און מיט די גלענצנדיקע שװאַרצע געקרײַזלטע האָר, װאָס פּאַסן זיך אַזױ צו דעם װײַסן קלײד, װאָס די מוטער האָט מיט טרערן געפּועלט באַ איר, זי זאָל דאָס אָנטאָן כאָטש אײן מאָל