אין שטורעם: 1.11: טאַמאַראַ באַפֿרײַט

שלום עליכם (אַלע װערק)

זיך, למאַי מע װײנט? און די אַלטע קאָן אים נישט ענטפֿערן דערױף גאָרנישט … זי פֿילט, אַז נישט די פֿיס אירע, נאָר די מענטשן טראָגן זי. װוּהין ― װײס זי נישט. און אָט האָבן זיך אַרײַנגעשניטן אין דעם שטראָם פֿון מענטשן גרױסע געזונטע פֿערד מיט ברײטע הינטנס און טרעטן אױף די מענטשן … און סאָלדאַטן זיצן אױף די גרױסע געזונטע פֿערד מיט מוראדיקע פּנימער און מיט בלױזע שװערדן און מע שיסט, און מענטשן פֿאַלן, פֿאַלן… און זי דערהערט, די אַלטע ניאַניאַ, אַ זעץ פֿון אױבן, און אַ מאָדנער קװיטש רײַסט זיך אַרױס פֿון זיוזיאַן, און ער לאָזט אָפּ איר האַלדז, און בײגט אָן דאָס קעפּל אַראָפּ, אַראָפּ. און אַ װאַרעם פֿליסיקײט דערפֿילט זי אױף איר האַלדז, און בלוט, דערזעט זי, גיסט זיך פֿון איר האַנט אַראָפּ, און זי װײס נאָך נישט װעמעס בלוט דאָס איז, און זי זעט נישט, אַז זיוזיאַס קאָפּ איז צעהאַקט, צעשפּאָלטן, און עס װערט איר פֿינצטער אין די אױגן, און זי פֿאַלט אַנידער מיטן טױטן קינד אױף דעם װײַסן קאַלטן שנײ, װאָס איז פֿאַרפֿאַרבט מיט רױטן אומשולדיקן בלוט…

אָט אַזױ האָט זיך אָנגעהױבן דער דאָזיקער זונטיקדיקער טאָג, װאָס איז פֿאַרבליבן אין דער רוסישער היסטאָריע אונטערן נאָמען „דער רױטער זונטיק“…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

קאַפּיטל 11.
טאַמאַראַ באַפֿרײַט

תּחילת איז פֿאַר טאַמאַראַן געװען איר אַרעסט אַ שטיקל באַפֿרידיקונג, מען קאָן זאָגן, אַ מין הנאה, אַ גדלות, װאָס זי איז לײַטנגלײַך, זיצט גלײַך מיט מאַשאַן און מיט אַלע אַנדערע פּאָליטישע… איר איז מער אָנגעגאַנגען, װאָס װעלן זאָגן אַנדערע װעגן איר זיצן, אײדער דאָס, װאָס טאָמער װעט זי דאַרפֿן אָפּזיצן דאָ אַ קורצע צײַט. דאָס איז געװען אַ צײַט פֿון מלחמה, די גאַנצע לופֿט איז געװען פֿול מיט „קאַמף“, און ס'איז געװען כּמעט אַ בזיון, אַ מײדל זאָל זיצן אין פּעטערבורג, אין זינען האָבן נאָר לערנען תּורה לשמה און טאָן זאָל זי גאָרנישט… װאָס װײַטער האָט איר אָבער דאָס זיצן אָנגעהױבן זיך צועסן, און מער פֿון אַלצדינג דאָס, װאָס זי װײס נישט, אײגנטלעך, פֿאַרװאָס זי זיצט… און זי האָט גענומען טרעפֿן, איבערלײגן אין זכּרון, װען און אױף װאָס פֿאַר אַ פֿאַרזאַמלונג זי איז געװען? און געװען איז זי אױף אַ סך פֿאַרזאַמלונגען. יענעם װינטער איז נישט אַװעקגעגאַנגען אַ טאָג אָן אַ פֿאַרזאַמלונג… דאָס אײנציקע, פֿון װאָס זי האָט יסורים געהאַט, איז געװען ― טאָמער זיצט זי איבער איר נאָענטער באַקאַנטשאַפֿט מיט ראָמאַנענקאָן, און װער װײס, װוּ ער איז און װאָס מיט אים איז?…

נאָר אָט האָט מען זי אַרױסגערופֿן און אױסגעפֿרעגט, װאָס װײס זי װעגן מרים גיטל באַשעװיטש? טאַמאַראַ האָט דערױף געענטפֿערט, אַז װעגן מאַשאַ באַשעװיטש קאָן זי זאָגן נאָר דאָס, אַז זי איז מיט איר פֿון אײן שטאָט, האָט געענדיקט מיט איר אײן גימנאַזיע, געװױנט מיט איר די לעצטע צײַט אינאײנעם אױף אײן קװאַרטיר, ― און װײַטער װײס זי גאָרנישט ניט. דערנאָך האָט מען זי אַרױסגערופֿן נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל ― און אַלץ װעגן מרים גיטל באַשעװיטש; און סוף כּל סוף האָט מען זי אַרױסגעלאָזט.

װי אײנער, װאָס שטײט אױף פֿון אַ לאַנגן שלאָף אָדער אַ שלאַפֿקײט, אַזױ האָט זיך געפֿילט טאַמאַראַ שאָסטעפּאַל, אַז זי איז געשטאַנען אױף דער פֿרײַער לופֿט, אונטערן פֿרײַען הימל, באַפֿרײַט פֿון דער געדיכטער געשטיקטער טורמע־אַטמאָספֿערע. אַ נײַע װעלט! אַ נײַער הימל! נײַע לופֿט! אַ נײַע הױט אױף איר! זי איז פֿרײַ! פֿרײַ! פֿרײַ!

טאַמאַראַ שאָסטעפּאַל האָט זיך אַרױפֿגעזעצט אױף דער ערשטער דראָזשקע, װאָס זי האָט דערזען פֿאָרן, און האָט זיך געהײסן פֿירן. די רעזידענץ־שטאָט האָט נאָך אױסגעזען, װי אַ שלאַכט־פֿעלד, װאָס דער פֿײַנט האָט דאָס איבערגעלאָזט און איז אַװעקגעגאַנגען װײַטער… אױף דער „מאַיקע“, אױף „יעקאַטערינינסקי קאַנאַל“ און ערטערװײַז אױף „ניעװסקי פּראָספּעקט“ האָט מען געקאָנט זען װוּ־נישט־װוּ שפּאַצירן פּאַטראָלן און קאָזאַקן, צופֿוס און אױף פֿערד. עס איז שױן געװען נישט פֿרי, און קײן עלעקטריע האָט מען נאָך נישט געזען אין ערגעץ. די פּרעכטיקע שטאָט פּעטערבורג איז געװען װי אײַנגעטונקען אין אַ פֿינצטערניש און באַדעקט מיט אַ טרױער. טאַמאַראַ האָט געװוּסט נאָך אין אוטשאַסטאָק,

אַז אין שטאָט טוט זיך עפּעס: זי האָט נאָר נישט געקאָנט װיסן, װאָס עס טוט זיך… אַלעמאָל האָט זי געזען דורכן קלײנעם אײנציקן פֿענצטערל, װי עס װערן געבראַכט פּאַרטיעסװײַז אַרבעטער און סטודענטן. זי האָט גערעכנט, אַז ס'איז פֿאָרגעקומען אַן אױסערגעװײנלעכע דעמאָנסטראַציע, און עס האָט איר שטאַרק באַנג געטאָן, װאָס זי האָט נישט געקאָנט זײַן אױף דער שׂימחה… װאָס װײַטער האָט זי אָבער אַרױסגעזען אַלץ מער סימנים פֿון אַ געשלעג, און זי האָט זיך אַרײַנגעלאָזט אין אַ שמועס מיטן איזװאָזטשיק, נאָך גאָר אַ יונגער פֿון אַ יאָר זיבעצן־אַכצן, מיט אַ ריטשקעלע און מיט אַ צו גרױס היטל, װאָס פֿאַלט אים אַלעמאָל אױף די אױגן, אַזױ אַז ער מוז דאָס אַלע מינוט געבן אַ רוק אַרױף.

― װאָס איז דאָ פֿאָרגעקומען? ― פֿרעגט זי בײַם איזװאָזטשיק.

― גאָרנישט, באַרישני, איז פֿאָרגעקומען! ― ענטפֿערט ער איר מיט אַ שאַרפֿער קינדערשער שטימע און טוט אַ רוק אַרױף דאָס גרױסע היטל. ― מע האָט נאָר דורכגעבױקערט אַביסל אונדזערע ברידער, דורכגעבראָכן די בײנער. ― לײגט ער צו מיט אַ שמײכל.

― פֿאַרװאָס?

― פֿון װאַנען זאָל איך װיסן? מע זאָגט, אַז דערפֿאַר, װאָס מענטשן זײַנען געגאַנגען בעטן.

― נו?

― נו, האָט מען זײ נישט געלאָזט.

― נו?

― נו, האָט מען אָנגעשיקט אױף זײ קאָזאַקן מיט דראַגונער…

― נו?

― האָבן זײ גענומען לײגן און לײגן, לײגן און לײגן!… ― דער איזװאָזטשיק באַװײַזט מיט דער האַנט, װיִאַזױ מע האָט גענומען לײגן.

― אַ סך האָט מען אױסגעלײגט? ― פֿרעגט אים טאַמאַראַ.

― נישקשהדיק! ― ענטפֿערט ער איר און טוט אַ רוף אַרױף דאָס היטל.

― װיפֿל? ― פֿרעגט אים טאַמאַראַ. ― צען מענטשן? צװאַנציק? פֿופֿציק ? הונדערט?…

― נעם העכער! ― ענטפֿערט ער מיט זײַן שאַרפֿער קינדערשער שטימע.

― צװײ הונדערט? פֿינף הונדערט?

― נעם העכער!

― טױזנט?

― נעם העכער!

― צװײ טױזנט?

― נאָך העכער!

טאַמאַראַ מײנט, אַז זי האָט צו טאָן מיט אַזעלכן, װאָס קאָן נישט צײלן מער פֿון צען. הערט זי אױף מיט אים צו שמועסן און פֿאָרט־צו צו איר קװאַרטיר, צעצאָלט זיך מיטן איזװאָזטשיק, קלינגט אָן בײַ זיך אױף דער טיר, און עס קומט אַרױס דאָס קלײנע שיקסל מיט די גרױסע קאַרעלן, נאָר אָן אַ געלעכטער אױפֿן פּנים, װי תּמיד, און מיט שטאַרק פֿאַרװײנטע אױגן.

― װאָס האָט זיך געטראָפֿן? ― פֿרעגט זי טאַמאַראַ אומרויִק.

― אונדזער פּאַניטשל!… ― ענטפֿערט איר דאָס קלײנע שיקסל און קאָן מער נישט רײדן.

און אַז טאַמאַראַ איז אַרײַנגעקומען און געטראָפֿן אַבראַם מאַרקאָװיטשן מיט ראָזען מיט אַלע קינדער זיצן אין די זאָקן מיט די טױטע פּנימער אױף דער ערד, האָט זי שױן פֿאַרשטאַנען, װאָס דאָ איז, און זײ האָבן איר שױן איבערגעגעבן אַלצדינג, אַלצדינג…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

שפּעטער איז זי געװאָר געװאָרן, אַז ראָמאַנענקאָ איז פֿאַרשװוּנדן געװאָרן ― מע װײס נישט װוּהין… אײניקע האָבן געזאָגט ― אַרעסטירט, אײניקע האָבן געזאָגט ― אַװעקגעפֿאָרן…

קאַפּיטל 12.
פֿון צער און צאָרן

עלנט, פֿאַרזאָרגט, צעשרױפֿט, צערודערט און פֿאַרטראָגן איז טאַמאַראַ שאָסטעפּאַל געגאַנגען איבער פּעטערבורג, דורכגעװאָרפֿן אין די געדאַנקען אַלץ, װאָס זי האָט איבערגעלעבט אין דער דאָזיקער גרױסער טומלדיקער שטאָט פֿון זינט זי איז אַהער געקומען ביז הײַנטיקן טאָג, ―