אין שטורעם: 1.10: דער זונטיק

שלום עליכם (אַלע װערק)

ראָזען) אױף דער רעגירונג כּל־הפּסלנות־שבעולם, געזאָגט (ראָזען): אָט לױפֿט ער צום פּראָקוראָר, צום מיניסטער ― פֿאַר װעמען האָט ער מורא? ער איז אַ רײנער מענטש, אין זײַנע ביכער און אין זײַנע כּתבֿים איז נישטאָ גאָרנישט.

― גאָרנישט, אַבראַשאַ, גאָרנישט! ― ענטפֿערט אים ראָזע, און אים שמעקט דאָס נישט, פֿאַרכאַפּט ער זיך:

― װאָס הײסט, גאָרנישט? עס איז פֿאַראַן בײַ מיר אין די לידער גענוג מאַטעריאַל, נאָר פֿאַרשטעלט. האַ, ראָזע?

― געװיס, פֿאַרשטעלט! ― גיט אים נאָך ראָזע, און עס בלײַבט, אַז נישט שפּעטער װי מאָרגן לױפֿט אַװעק אַבראַם מאַרקאָװיטש עפּעס טאָן פֿאַר די געפֿאַנגענע… און עס גײט אַװעק דער מאָרגן, און נאָך אײן מאָרגן, און נאָך צװײ מאָרגנס, און אַבראַם מאַרקאָװיטש קאָכט זיך, שפּריצט מיט פֿײַער!

װאָס ער צערעדט! אַ גליק, װאָס אַחוץ ראָזען הערט דאָס קײן בן־אָדם נישט!… און טאַמאַראַ שאָסטעפּאַל און מאַשאַ באַשעװיטש דערװײַל זיצן, און אַבראַם מאַרקאָװיטש טוט גאָרנישט פֿון זײערט װעגן…

קאַפּיטל 10.
דער זונטיק

נאָך פֿון שבת בײַנאַכט אָן האָבן אָנגעהױבן אַרײַנטרעטן מיליטער. גאַנצע עסקאַדראָנען האָבן זיך פֿאַרשפּרײט הינטער דער שטאָט און מע האָט געװאַרט…

טױזנטער אַרבעטער האָבן זיך אָנגעטאָן יום־טובֿדיק, מיטגענומען מיט זיך די װײַבער מיט די קינדער און באַװאָפֿנט זיך מיט הײליקע בילדער און איקאָנעס… קאָזאַקן זײַנען אַרומגעפֿלױגן אױף די פֿערד הין און צוריק אױף די הױפּט־גאַסן פֿון דער שטאָט. אַלע בריקן װאָס איבער דער „ניעװאַ“ זײַנען געװען באַדעקט מיט קאָזאַקן, אולאַנער, דראַגונער און אַנדערע מינים חיל. אַפֿילו די פֿעסטונג פֿון דער שטאָט איז געװען גרײט, װי עס געהערט צו זײַן.

פּונקט נײַן אַזײגער אינדערפֿרי האָט זיך אָנגעהױבן צו ציִען אַ שנירל פֿון מענטשן פֿון אַלע „זאַסטאַװעס“ און געגאַנגען מיט די הײליקע בילדער, מיטן גלח אינמיטן, אָנגעטאָן אין גלחשע קלײדער מיט אַ פּאַפּיר אין דער האַנט. קוקנדיק אױף דער פּראָצעסיע פֿון פֿרידלעכע מענער, פֿרױען און קינדער, האָט מען געקאָנט מײנען, אַז דאָס איז עפּעס אַ הײליקער, אַ פּאַטריאָטישער יום־טובֿ.

עס איז דאָ אַ שפּריכװאָרט: „װאָסער אַ גוט יום־טובֿ ― אַזאַ גוט יאָר“. איצטיקס מאָל איז עס נישט מקוים געװאָרן. דער „גוט יום־טובֿ“ איז געװען אַ פֿרידלעכער און אַ פֿרײַנטלעכער; דער „גוט יאָר“ איז געװען אַ בײזער, אַ מוראדיקער, אַ פֿײַעריקער און אַ בלוטיקער.

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

די אַלטע אַבראַם מאַרקאָװיטשעס ניאַניאַ האָט לכּבֿוד זונטיק אָנגעטאָן זיוזיאַן אין זײַנע יום־טובֿדיקע מלבושימלעך אַ־לאַ־פֿאָניע, װעלכע האָבן אים צוגעגעבן אַ באַזונדערן חן, און איז געגאַנגען מיטן קינד אױפֿן שפּאַציר, װי אַלע טאָג. דערזען מענטשן גײען אױף בײדע זײַטן טראָטואַרן, האָט זיך די אַלטע ניאַניאַ געלאָזט מיטן קינד אַהין, װוּ אַלע גײען. און װאָס װײַטער זײ זײַנען געגאַנגען, אַלץ גרעסער איז געװאַקסן דער שטראָם פֿון מענטשן, און עס האָט זיך געבילדעט אַ ים פֿון קעפּ. דער ים האָט זיך געצױגן און געטראָגן די מענטשן אַזױ װי כװאַליעס, אײנס איבערן אַנדערן, אַלץ װײַטער און װײַטער. און אַז די אַלטע ניאַניאַ האָט געװאָלט גײן צוריק, איז שױן געװען כּמעט אוממעגלעך, און זי האָט זיך געטראָגן מיטן קינד קעגן איר אײגענעם װילן אַהין, װוּ אַלע. אױף איר פֿראַגע: װוּהין גײט מען דאָס? האָט זי באַקומען אַן ענטפֿער פֿון אַן אַרבעטער, װאָס איז געגאַנגען יום־טובֿדיק אױך מיט אַ קינד פֿון אַ יאָר זעקס בײַ דער האַנט:

― מיר גײען בעטן.

― װאָס־זשע איז אַזױ פֿיל סאָלדאַטן? ― פֿרעגט אים װײַטער די ניאַניאַ.

― פֿון אונדזער כּבֿוד װעגן, אַלטיטשקע, פֿון אונדזער כּבֿוד װעגן! אַזױ ענטפֿערט איר דער אַרבעטער און װערט פֿאַרטראָגן מיט דער כװאַליע מענטשן דורך אַן אַנדער כװאַליע, און די אַנדערע כװאַליע װערט פֿאַרשװוּנדן דורך אַ דריטער כװאַליע מענטשן. און די אַלטע ניאַניאַ האַלט צו מיט דער לינקער האַנט זיוזיאַן און מיט דער רעכטער האַנט צלמט זי זיך און רופֿט יעזוסן צו הילף. דאָס האַרץ זאָגט איר נעבעך, אַז זי איז דאָ נישט גוט אַרײַן, זײער נישט גוט… און זי שטעלט זיך אָפּ, די אַלטע ניאַניאַ, מיטן קינד, בײַ דער גרױסער בריק, און נעמט דאָס קינד אױף די הענט, און זי דערזעט הײליקע בילדער טראָגט מען, און אַ גלח גײט גלחיש אָנגעטאָן, און הײליקע לידער, הערט זי, זינגט מען, ― צלמט זי זיך, די אַלטע און רופֿט יעזוסן צו הילף.

― װאָס איז דאָ, ניאַניאַ? ― פֿרעגט בײַ איר זיוזיאַ און קוקט זיך אײַן מיט זײַנע טיפֿע בלױע אױגן אין דעם ים פֿון קעפּ.

― בעטן גײט מען, קינד מײַנס.

נאָר זיוזיאַ דערהערט פּלוצעם ― מע שיסט; פֿרעגט ער בײַ דער ניאַניאַ, װאָס זאָל דאָס באַדײַטן, װאָס מע שיסט? ענטפֿערט אים די אַלטע, אַז ס'איז אַ מינהג, אַלע יום־טובֿ שיסט מען… און זיוזיאַ קוקט זיך אײַן מיט זײַנע טיפֿע בלױע אױגן און זעט, װי מענטשן לײגן זיך, פֿרעגט ער בײַ דער ניאַניאַ, װאָס זאָל דאָס באַדײַטן, װאָס מענטשן לײגן זיך? ענטפֿערט אים די אַלטע, אַז ס'איז אַ מינהג, אַז מע בעט, דאַרף מען קניִען… און זיוזיאַ קוקט זיך אײַן מיט זײַנע טיפֿע בלױע אױגן און זעט, װי מענטשן פֿאַלן, פֿאַלן… פֿרעגט ער בײַ דער ניאַניאַ, װאָס זאָל דאָס באַדײַטן, װאָס מענטשן פֿאַלן? און אײדער די אַלטע ענטפֿערט אים, דערפֿילט זי אַ זעץ פֿון הינטן, אַ קלאַפּ פֿון פֿאָרנט און אַ דריקעניש, אַ שטיקעניש פֿון אַלע זײַטן. און זי דערזעט, װי מענטשן לױפֿן, שטופּן זיך, שפּרינגען אײנס איבער דאָס אַנדערע, און זי דערהערט אַ מאָדנעם הילך, אַ געשרײ, אַ געװײנערײַ מיט אַ קװיטשערײַ, מיט אַ הוקען, מיט אַ טיוקען און מיט אַ פֿײַפֿן, און זי צלמט זיך, די אַלטע, און רופֿט יעזוסן צו הילף. און מיט דעם זעלבן כּוח, מיט דעם זעלבן שטראָם, װאָס עס האָט זי געבראַכט אַהער צו טראָגן, טראָגט דאָס זי צוריק, און זי האַלט דאָס קינד צוגעדריקט צום האַרצן, און זיוזיאַ האַלט זיך מיט בײדע הענטלעך בײַ דער ניאַניאַס האַלדז, קוקט צוריק און הערט נישט אױף צו פֿרעגן קשיות: למאַי מע לױפֿט, למאַי מע שרײַט, למאַי מע שטופּט זיך, למאַי מע װײנט? און די אַלטע קאָן אים נישט ענטפֿערן דערױף גאָרנישט … זי פֿילט, אַז נישט די פֿיס אירע, נאָר די מענטשן טראָגן זי. װוּהין ― װײס זי נישט. און אָט האָבן זיך אַרײַנגעשניטן אין דעם שטראָם פֿון מענטשן גרױסע געזונטע פֿערד מיט ברײטע הינטנס און טרעטן אױף די מענטשן … און סאָלדאַטן זיצן אױף די גרױסע געזונטע פֿערד מיט מוראדיקע פּנימער און מיט בלױזע שװערדן און מע שיסט, און מענטשן פֿאַלן, פֿאַלן… און זי דערהערט, די אַלטע ניאַניאַ, אַ זעץ פֿון אױבן, און אַ מאָדנער קװיטש רײַסט זיך אַרױס פֿון זיוזיאַן, און ער לאָזט אָפּ איר האַלדז, און בײגט אָן דאָס קעפּל אַראָפּ, אַראָפּ. און אַ װאַרעם פֿליסיקײט דערפֿילט זי אױף איר האַלדז, און בלוט, דערזעט זי, גיסט זיך פֿון איר האַנט אַראָפּ, און זי װײס נאָך נישט װעמעס בלוט דאָס איז, און זי זעט נישט, אַז זיוזיאַס קאָפּ איז צעהאַקט, צעשפּאָלטן, און עס װערט איר פֿינצטער אין די אױגן, און זי פֿאַלט אַנידער מיטן טױטן קינד אױף דעם װײַסן קאַלטן שנײ, װאָס איז פֿאַרפֿאַרבט מיט רױטן אומשולדיקן בלוט…

אָט אַזױ האָט זיך אָנגעהױבן דער דאָזיקער זונטיקדיקער טאָג, װאָס איז פֿאַרבליבן אין דער רוסישער היסטאָריע אונטערן נאָמען „דער רױטער זונטיק“…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

קאַפּיטל 11.
טאַמאַראַ באַפֿרײַט

תּחילת איז פֿאַר טאַמאַראַן געװען איר אַרעסט אַ שטיקל באַפֿרידיקונג, מען קאָן זאָגן, אַ מין הנאה, אַ גדלות, װאָס זי איז לײַטנגלײַך, זיצט גלײַך מיט מאַשאַן און מיט אַלע אַנדערע פּאָליטישע… איר איז מער אָנגעגאַנגען, װאָס װעלן זאָגן אַנדערע װעגן איר זיצן, אײדער דאָס, װאָס טאָמער װעט זי דאַרפֿן אָפּזיצן דאָ אַ קורצע צײַט. דאָס איז געװען אַ צײַט פֿון מלחמה, די גאַנצע לופֿט איז געװען פֿול מיט „קאַמף“, און ס'איז געװען כּמעט אַ בזיון, אַ מײדל זאָל זיצן אין פּעטערבורג, אין זינען